☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער "איסור" אויף דף היומי

דער "איסור" אויף דף היומי

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1337

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:23 pm

· #31223
דער "איסור" אויף דף היומי
א גאר אינטערעסאנטע שמועס האט זיך געשאפן אויף אייוועלט איבער דעם ענין פון די 'איסור' אויף דף היומי און צו היינט איז עס מותר. עס זייער אינטערעסאנט פון אן אנטראפאלאגישע שטאנדפונקט (קרעדיט: יואליש), און פאר מיר פערזענליך איז די חלק ווי טייל זענען פעסט מיט זייער שיטות, און טייל ראנגלן זיך מיט פראגעס, מורא'דיג אינטערעסאנט.

מיינע צוויי צענט: איסור?! עס איז קיינמאל נישט געווען קיין איסור. געוויסע רבנים, הויפטזעכטליך אין אונגארן, האבן נישט געהאלטן דערפון. לא פחות ולא יותר. די רעדע פון "אין בית דין יכול לבטל דברי בית דין הגדול ממנו" איז לעכערליך. די פארגלייך צווישן די נעכטיגע שמחת התורה און בחירות איז טיפשות'דיג. די ווארט אגודת ישראל איז כמעט נישט דערמאנט געווארן במשך די דרשות (איך זאג כמעט ווייל איך האב נישט אויסגעהערט יעדע איינציגסטע ווארט, אבער איך האב עס נישט געהערט קיין איין מאל).
איינער שרייבט דארט אז
"אויסהערענדיג איינע פון די בעלי דרשנים נעכטן אויפן טעלעפאן, האב איך מורא'דיג הנאה געהאט וויאזוי ער האט אויסגעפירט מיט פאטאס אז די וועג צוזאמצונעמען אידן איז דורך די דגל התורה און די דף היומי!!!
ממש דאס וואס די צדיקים האבן געזאגט."

ער מיינט אז דגל התורה מיינט מען די פארטיי... ס'איז איראניש אז די אונטערשריפט פון דעם וואס האט געשריבן דעם זאץ איז "אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!"

נאך שרייבט יענער:

"און דעס איז אויך ברור פאר איעדן בר דעת אז די גאנצע טאראראם נעכטן האט מיט די תורה קיין שייכות נישט, איך רעד נישט פון א געוויסע חלק משתתפים וועלכע זענען געקומען מיט תממימות איך רעד פון די ארגאנאזירערס וכו'""

איך האלט מיך פאר א בר דעת און איך האלט אז רוב פון די נעכטיגע טאראראם האט דייקא יא געהאט א גרויסן שייכות מיט תורה, אפשר נאך א גרעסערע שייכות ווי כ"א כסליו ארמארי מסיבה האט מיט א סעודת הודאה.

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:26 pm

· #31224
אין בלאט לויפט א קאלום אין די אוצרות ביילאגע
ווי ר' שמואל שלמה טעללער ברענגט ארויס די התנגדות צום דף היומי פין ערליכע יודן

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:31 pm

· #31226
קלאר
אין בלאט לויפט א קאלום אין די אוצרות ביילאגע
ווי ר' שמואל שלמה טעללער ברענגט ארויס די התנגדות צום דף היומי פין ערליכע יודן

אין די לעצטע "קובץ גינת ורדים" האבן זיי אויך געהאט א גאנצע ארטיקל מיט מעשיות פון התנגדות לדף היומי פון אונגארישע רבנים.

a1b2 » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:37 pm

· #31231
<a class="postlink" href="http://www.scribd.com/doc/101680190">http://www.scribd.com/doc/101680190</a> א גאנצע ביילאגע וואס ברענגט ארויס די התנגדות צום דף היומי פין ערליכע יודן

משה געציל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:43 pm

· #31233
און דעס איז אויך ברור פאר יעדן בר דעת אז די גאנצע טאראראם נעכטן האט מיט די תורה קיין שייכות נישט

די טענה אז עס איז ברור פאר יעדן בר דעת איז א מין פראפאגאנדע מיטל וואס ווערט גאר אפט גענוצט אין סאטמאר ווען מען קען נישט קומען מיט עפעס זאכליך. עס איז זייער א געשמאקע טענה "שאין עליו פירכא", קודם כל ווייל איך קען דאך נישט אריינקריכען ביים יעדן בר דעת אין מח, אפילו נניח איך וואלט יא געהאט דאס געצייג פאר דעם, און עס וואלט זיך ארויס געשטעלט אז רוב בעלי דעת האלטן אז עס איז דירעקט יא א תורה'דיגע פארזאמלונג, וועלן אויטאמאטיש די אלע וואס האבן געהאלטן אזוי פארלירן זייער דעת לשיטתם, ממילא וועט אלץ בלייבן די מיינונג פון די בעלי דעת אז עס האט מיט תורה גארנישט.

ידען » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:59 pm

· #31239
איך בין נישט געגאנגען ווייל

אינטערעסירט מיך נישט צו הערן לאנגער דרשות און אויב סע עפעס אינטערעסאנט וועלעך עס שוין הערן אויף youtube

און ווייל איך בין א סאטמארע און וואלט מיך נישט געפילט די פלאץ דארט (אפי׳ אויב איך וואלט יא געווען נייגעריג צו גיין)

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:06 pm

· #31243
די סאטמערע אידן וועם איך האב געטראפן האבן זיך גראדע גאנץ פיין געטראפן די פלאץ. אחוץ די כאניאקישע...

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:12 pm

· #31247
די לעצטע 2 תגובות באלאנגען נישט אהער. דא רעדט מען פון דעם עצם איסור.

פאר דעם סיום איז דא עטליכע באזונדערע אשכולות.

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 3:29 pm

· #31249
שמעקעדיג
די לעצטע 2 תגובות באלאנגען נישט אהער. דא רעדט מען פון דעם עצם איסור.

פאר דעם סיום איז דא עטליכע באזונדערע אשכולות.

אנשטאט שרייבן, ביטע אריבערפירן. ביסט דאך אן אחראי, ניין?

טעלעפאן » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:34 pm

· #31372
איך האב געזעהן א ווידיאו פונעם מעמד און עס האט מיר מורא'דיג באנומען. אידן זענען מחשיב תורה מיט אזא ערנסטקייט, איך בין א סאטמארער, איך באגרייף נישט וויאזוי מען מאכט זיי אוועק? איך מיין, און אונז יונגעלייט יוצאי סאטמאר וואס לערנען נישט קיין ווארט און אונזער קאפ ליגט... האלטסט באמת אז מיר זענען מער חשוב??

איך מיין, אפילו וואס דער רבי האט געזאגט אז דף יומי איז אגודה און אגודה איז ציונות [עפעס אזוי], איז דאך עפעס א געפערליך-עקסטרעמער דערהער

בכלל צווישן אונזער אידישקייט און די אנדערע קהילות.. דוכט זיך אז אין סאטמאר איז דא א געפערליכע קאלטקייט [קוק די סאטמארע צייטונגען], האלטסט באמת אז מיר זענען בעסער?? ווען זאכן שטונקען פון אונטן ארויף?

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:39 pm

· #31376
זיי זענען מחשיב איין דף א טאג, איך בין מחשיב איין משנה א א טאג אויך.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 10:41 pm

· #31378
טעלעפאן
אונז יונגעלייט יוצאי סאטמאר וואס לערנען נישט קיין ווארט און אונזער קאפ ליגט...

קענסט נאך זיין פון די אנדערע "אונז יונגעלייט יוצאי סאטמאר" וואס לערנען יא א ווארט, און אפילו מער ווי צוויי, און די קאפ זייערע ליגט נישט אין די דריי פינטעלעך.

איחוד פעלד » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:21 am

· #31411
Re: דער "איסור" אויף דף היומי
עס איז דא א באקאנטע משל פין א צדיק איך געדענק נישט ווער, האט געזאגט לגבי דף היומי.
אמאהל איז געווען א פייגעל וואס איז אריין געקומען צו א מענטש אין שטוב אריין, דער בעה"ב כאפט א שטעקען און האקט, און דער פייגעל לויפט ארום פין איין פלאץ צום אנדערען. אין מיטען גייט דער פייגעל ארויף אויף דעם הענג לייכטער, און קוקט אזוי דעם בעה"ב אין פנים און זאגט, האק מיך יעצט. דער בעה"ב שטייט אן אובד עצות, ער וויל נישט האקען זיין הענג לייכטער, אבער דער פייגעל וויל אויך נישט. עד כאן.

דער נמשל פארשטייט מען אליין, אבער פאר די חלושי הראש, מען האט געהאקט אויף אגודה, איז אגודה געגאנגען און זיך אנגעהאנגען אויף דף היומי, און קוקט דעם קנאי אין פנים און זאגט, נו, לאמיר זעהן, האק מיך יעצט.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:25 am

· #31413
נו האק אויף שבתי צבי... ער האט געקענט כל התורה

אייזיק » דינסטאג מאי 7, 2024 5:44 pm

· #561211
Re: דער "איסור" אויף דף היומי
איחוד פעלד #
עס איז דא א באקאנטע משל פין א צדיק איך געדענק נישט ווער, האט געזאגט לגבי דף היומי.
אמאהל איז געווען א פייגעל וואס איז אריין געקומען צו א מענטש אין שטוב אריין, דער בעה"ב כאפט א שטעקען און האקט, און דער פייגעל לויפט ארום פין איין פלאץ צום אנדערען. אין מיטען גייט דער פייגעל ארויף אויף דעם הענג לייכטער, און קוקט אזוי דעם בעה"ב אין פנים און זאגט, האק מיך יעצט. דער בעה"ב שטייט אן אובד עצות, ער וויל נישט האקען זיין הענג לייכטער, אבער דער פייגעל וויל אויך נישט. עד כאן.

דער נמשל פארשטייט מען אליין, אבער פאר די חלושי הראש, מען האט געהאקט אויף אגודה, איז אגודה געגאנגען און זיך אנגעהאנגען אויף דף היומי, און קוקט דעם קנאי אין פנים און זאגט, נו, לאמיר זעהן, האק מיך יעצט.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
זיי האקן אבער יא אויף דעם הענג לייכטער!

וואס זאגסטו » דינסטאג מאי 7, 2024 5:53 pm

· #561213
Re:
טעלעפאן #
איך האב געזעהן א ווידיאו פונעם מעמד און עס האט מיר מורא'דיג באנומען. אידן זענען מחשיב תורה מיט אזא ערנסטקייט, איך בין א סאטמארער, איך באגרייף נישט וויאזוי מען מאכט זיי אוועק? איך מיין, און אונז יונגעלייט יוצאי סאטמאר וואס לערנען נישט קיין ווארט און אונזער קאפ ליגט... האלטסט באמת אז מיר זענען מער חשוב??

איך מיין, אפילו וואס דער רבי האט געזאגט אז דף יומי איז אגודה און אגודה איז ציונות [עפעס אזוי], איז דאך עפעס א געפערליך-עקסטרעמער דערהער

בכלל צווישן אונזער אידישקייט און די אנדערע קהילות.. דוכט זיך אז אין סאטמאר איז דא א געפערליכע קאלטקייט [קוק די סאטמארע צייטונגען], האלטסט באמת אז מיר זענען בעסער?? ווען זאכן שטונקען פון אונטן ארויף?
גערעכט.
עס איז אמת ביי די סאטמארע וואס זיצן אויף קאווע שטיבל. פונקט ווי אלע אנדערע וואס זיצן דא.

אייזיק » דינסטאג מאי 7, 2024 9:11 pm

· #561235
Re: דער "איסור" אויף דף היומי
איחוד פעלד #
עס איז דא א באקאנטע משל פין א צדיק איך געדענק נישט ווער, האט געזאגט לגבי דף היומי.
אמאהל איז געווען א פייגעל וואס איז אריין געקומען צו א מענטש אין שטוב אריין, דער בעה"ב כאפט א שטעקען און האקט, און דער פייגעל לויפט ארום פין איין פלאץ צום אנדערען. אין מיטען גייט דער פייגעל ארויף אויף דעם הענג לייכטער, און קוקט אזוי דעם בעה"ב אין פנים און זאגט, האק מיך יעצט. דער בעה"ב שטייט אן אובד עצות, ער וויל נישט האקען זיין הענג לייכטער, אבער דער פייגעל וויל אויך נישט. עד כאן.

דער נמשל פארשטייט מען אליין, אבער פאר די חלושי הראש, מען האט געהאקט אויף אגודה, איז אגודה געגאנגען און זיך אנגעהאנגען אויף דף היומי, און קוקט דעם קנאי אין פנים און זאגט, נו, לאמיר זעהן, האק מיך יעצט.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
איך בין ליידער נכשול געווארען אין געלערנט גאנץ שס דרך איינמאל גיין צים גרויסן סיום השס אין געווארן אנגעדרייט דארט

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 8, 2024 12:22 am

· #561245
Re:
קלאר #
אין בלאט לויפט א קאלום אין די אוצרות ביילאגע
ווי ר' שמואל שלמה טעללער ברענגט ארויס די התנגדות צום דף היומי פין ערליכע יודן
ר שמואל שלמה טעללער איז א גוטער פרפאגאנדע מיניסטער. ער איז א ידען. נאר ער איז אויך א גרויסער דעמאגאג.

א שאד אז וולאדימיר פוטין ווייסט נישט פון איהם. ער וואלט איהם געקענט אויפנעמען אלס הויפט פראפאגאנדע מיניסטער און צאללן א הויכע וועידזש.

ער וועט דיר אויפווייזן בק"ן טעמים פארוואס אן ערליכער איד טאר נישט לערנען דעם דף היומי.

ער קען דיר מטהר זיין דעם שרץ בק"ן טעמים. ווען ס'איז זיין שרץ. און ער קען מטמא זין דעם צדיק הדור בק"ן טעמים. ווען ס'לוינט זיך איהם. ער וואלט רואיג געקענט זיי דער הויפט עדיטאר פון "פראוודא" אין מאסקוע.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 8, 2024 12:27 am

· #561246
Re: דער "איסור" אויף דף היומי
אייזיק #
איחוד פעלד #
עס איז דא א באקאנטע משל פין א צדיק איך געדענק נישט ווער, האט געזאגט לגבי דף היומי.
אמאהל איז געווען א פייגעל וואס איז אריין געקומען צו א מענטש אין שטוב אריין, דער בעה"ב כאפט א שטעקען און האקט, און דער פייגעל לויפט ארום פין איין פלאץ צום אנדערען. אין מיטען גייט דער פייגעל ארויף אויף דעם הענג לייכטער, און קוקט אזוי דעם בעה"ב אין פנים און זאגט, האק מיך יעצט. דער בעה"ב שטייט אן אובד עצות, ער וויל נישט האקען זיין הענג לייכטער, אבער דער פייגעל וויל אויך נישט. עד כאן.

דער נמשל פארשטייט מען אליין, אבער פאר די חלושי הראש, מען האט געהאקט אויף אגודה, איז אגודה געגאנגען און זיך אנגעהאנגען אויף דף היומי, און קוקט דעם קנאי אין פנים און זאגט, נו, לאמיר זעהן, האק מיך יעצט.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
איך בין ליידער נכשול געווארען אין געלערנט גאנץ שס דרך איינמאל גיין צים גרויסן סיום השס אין געווארן אנגעדרייט דארט
דו דארפסט טון תשובת המשקל. דו זאלסט אויפהערן צו לערנען גמרא ותוס' פאר דרייסיג טעג. און עוסק זיין אין שטותים והבלים. דאס איז אידישקייט לויט הרב ש.ב. מרגליות זצ"ל.

אן ערליכער איד (לויט הרב ש.ש.טעללער) דארף פארן קיין וואשינגטאן און שרייען פוי שייגעץ ווען נתן יהוא (שר"י עפ" ל פארשטייצעך) קומט אין ווייסן הויז צו דעם אמעריקאנער פרעזידענט.

אלפא » מיטוואך מאי 8, 2024 12:02 pm

· #561274
Re: דער "איסור" אויף דף היומי
מדרש רבה די וואך (ויקרא כה א)
רב הונא אמר אם נכשל אדם בעבירה, חייב מיתה בידי שמים. מה יעשה ויחיה? אם היה למוד לקרות דף אחד קורא שני דפים, וכו'
מאך אליין דעם חשבון - אויב א בעל תשובה דארף לערנען צוויי, ווער לערנט איינס (-דף היומי)?!

היימלינד » מיטוואך מאי 8, 2024 12:13 pm

· #561278
Re: דער "איסור" אויף דף היומי
אלפא #
מדרש רבה די וואך (ויקרא כה א)
רב הונא אמר אם נכשל אדם בעבירה, חייב מיתה בידי שמים. מה יעשה ויחיה? אם היה למוד לקרות דף אחד קורא שני דפים, וכו'
מאך אליין דעם חשבון - אויב א בעל תשובה דארף לערנען צוויי, ווער לערנט איינס (-דף היומי)?!
איינער וואס האט נאכנישט געזינדיגט 🙂

אייביג פרייליך » מיטוואך מאי 8, 2024 12:21 pm

· #561279
Re: דער "איסור" אויף דף היומי
קודם וויל איך זאגען אז דף היומי האט צוגברענגט אז אזויפעל צענדליגע טויזענטער אידען לערנען תורה יעדען טאג וואס אזויפיל תורה איז נישט געווען זייט מתן תורה
די איסור אויף דף היומי פאר די קריג פין געוויסע רביס איז נאר געווען ווייל עס האט געגעבען חיזוק פאר די אגודה פארטיי אבער היינט איז עס מער נישט חל
פאר די קריג האט די קדושת ציון פין באבוב געהאקט אקעגען דף היומי אין היינט לערענט מען דף היומי אין באבוב ( כאטש נישט אפיציעל אבער עס איז דא שועורים אין חברוסעס אין גרויסען )
עס איז די זעלבע געווען ווען שרה שנירער האט אנגעהויבען דאס לערנען מיט מיידלעך אין שולע אין די קדושת ציון איז ארויס שארף אקעגען עס אבער סוף ימיו גלייך פאר די קרוג האט ער געטיושט זיין מיינינג אין געזאגט אז עס איז א גוטע זייך ווייל עס האט געראטעוועט אסאך מיידלעך פין אראפ גיין פין די אידישע דרך !!

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 9, 2024 8:08 pm

· #561518
Re: דער "איסור" אויף דף היומי
שוין אן אלטער פארמיולע פון אינזער סיסטעם, ערקט האקט מען אויף עס און נאכדעים עמברעיסט מען עס, קוק אויף 90 פראצענט פון די זאכן וואס מען האט גענאקט אויף אין די לעצטע 70 יאר איז שוין היינט א חלק פון די סיסטעם, און אינז זענען אאר דעי וואס טוישען נישט, נישטא ווער זאל לאכן, ווי זאגט יענער ווען די נער איז נישט מיינס׳ס וכו׳