☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווען וועט שוין זיין ריינקייט אין מקואות?!?

ווען וועט שוין זיין ריינקייט אין מקואות?!?

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1295
בלאט: 1 2

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 11:40 am

· #29751
ווען וועט שוין זיין ריינקייט אין מקואות?!?
אין מיין מקוה קען מען נישט צוקימען צום שאוער, ס'דא א ליין ביז אינדרויסן! מי כעמך ישראל

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 30, 2012 11:50 am

· #29754
זר זהב
אין מיין מקוה קען מען נישט צוקימען צום שאוער, ס'דא א ליין ביז אינדרויסן! מי כעמך ישראל

איך פארשטיי נישט, האבן זיי זיך נישט געשויערט נעכטן נאכט?

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 11:53 am

· #29755
האסט מיר געפאקט 😢
איין מינוט, די פרומע גייען נישט געווענדליך אין זייער היים שאוער.

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 30, 2012 12:15 pm

· #29764
און די נאך פרומערע גייען אין די מקוה שאוער אויך נישט, חוץ ערב שבת.

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 30, 2012 1:17 pm

· #29812
שמואל הלוי
און די נאך פרומערע גייען אין די מקוה שאוער אויך נישט, חוץ ערב שבת.

און... די נאך פרומערע גייען נאר מפסח לפסח, ווי דער רעבע אליינס....

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 6:08 pm

· #29920
שמעקעדיג
שמואל הלוי
און די נאך פרומערע גייען אין די מקוה שאוער אויך נישט, חוץ ערב שבת.

און... די נאך פרומערע גייען נאר מפסח לפסח, ווי דער רעבע אליינס....

און די נאך פרומערע גייען בכלל נישט..
גייט אריין אין סאטמארע מקוה אויף רחוב יואל,וועט איר וויסן וואס איך מיין!!

DotCom » מאנטאג יולי 30, 2012 7:26 pm

· #29955
אלס איינער וואס איז אנגעוויזן אויף היגיענישע אפגעהיטנקייט, איז מיר אן אפקומעניש יעדעס מאל איך גיי אין מקוה, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן טאג וואס די רשעים אין די העלטה דעפארטמענט וועלן זיך אריינריקן אין די מקוואות און פארלאנגען אז מ'זאל מוזן גיין מיט קראקס, מוזן ברענגען אייגענע האנטעכער, מוזן אדורכגיין א פול באדי שויער בעפאר'ן ארונטערגיין אין בור, בורות וועלן מוזן געפילטערט ווערן שטענדיג, קינדער אונטער 18 זאלן מוזן נוצן אן עקסטערע בור, און די בורות און שויערס וועלן מוזן סטערעלייזט ווערן איעדן טאג.

און קיינער זאל מיר נישט אנרופן נאצי, ווייל די טחורים וואס ווישן זיך די נאז מיט די מקוה האנטוכער, און די מצורעים וואס רייבן זיך די פאנגוס אין די מקוה סטעפס, אדער די אנדער-עידזש בחורים וואס קענען נישט קאנטראלן זייער השתנה, די אלע וועלן זיין די שולדיגע, עניוועי איך האלט אז ס'נאר א שאלה פון צייט וואס אזא בלומבערג ובדומה לו וועלן זיך ארויפכאפן אויף דעם סקאנדאל, ווי שנעלער איז בעסער.

זר זהב » מאנטאג יולי 30, 2012 7:42 pm

· #29967
איך האב אמאל גע'דמיונ'ט אז ס'וועט קומען א טאג וואס א מקוה וועט זיין אויסגעשטעלט די שאוערס פארן בור, און מ'וועט אויף קיין שום וועג נישט קענען צוקומען צום בור אן אדורכגיין דעם שאוער.
און ווי נאר מ'וועט אריינקומען (דורכגיין) דעם שאוער וועט זיך עס אליינס אנצונדן, און נאר נאכן ארבעטן א 5 מינוט וועט זיך א טוירנסטייל עפענען צום בור און דער יעניגער וועט קענען אריינגיין זיך טובל'ן. אויפ'ן וועג צוריק וועט זיין אן אנדערע טוירנסטייל אויף די אנדערע זייט בור וואו מ'וועט בלויז קענען צוריקומען זיך אנטוהן.

יידל » מאנטאג יולי 30, 2012 8:19 pm

· #29990
DotCom
אלס איינער וואס איז אנגעוויזן אויף היגיענישע אפגעהיטנקייט, איז מיר אן אפקומעניש יעדעס מאל איך גיי אין מקוה, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן טאג וואס די רשעים אין די העלטה דעפארטמענט וועלן זיך אריינריקן אין די מקוואות און פארלאנגען אז מ'זאל מוזן גיין מיט קראקס

ס'אינטערעסאנט אז אין ירושלים אין אסאך מקואות איז גיין מיט קראקס די נארמע.

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 10:08 pm

· #30038
זר זהב
איך האב אמאל גע'דמיונ'ט אז ס'וועט קומען א טאג וואס א מקוה וועט זיין אויסגעשטעלט די שאוערס פארן בור, און מ'וועט אויף קיין שום וועג נישט קענען צוקומען צום בור אן אדורכגיין דעם שאוער.
און ווי נאר מ'וועט אריינקומען (דורכגיין) דעם שאוער וועט זיך עס אליינס אנצונדן, און נאר נאכן ארבעטן א 5 מינוט וועט זיך א טוירנסטייל עפענען צום בור און דער יעניגער וועט קענען אריינגיין זיך טובל'ן. אויפ'ן וועג צוריק וועט זיין אן אנדערע טוירנסטייל אויף די אנדערע זייט בור וואו מ'וועט בלויז קענען צוריקומען זיך אנטוהן.

WOW דיין עמעדזענעיזאן איז ריזיג!! עני איידיעס פאר נר מצוה? 😂

פראפעסאר שפירא » מאנטאג יולי 30, 2012 10:40 pm

· #30050
DotCom
אלס איינער וואס איז אנגעוויזן אויף היגיענישע אפגעהיטנקייט, איז מיר אן אפקומעניש יעדעס מאל איך גיי אין מקוה, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן טאג וואס די רשעים אין די העלטה דעפארטמענט וועלן זיך אריינריקן אין די מקוואות

מיך באדערט אויך די זאכען, אבער ניין נישט דער גוי זאל זיך אריינריקען, דער גוי זאל נאר שטיין פינדערווייטענס, נאר וואס דען, ס'זאל זיך יאווען איינער צי בויען אזא סארט מקוה וואס זאל זיין ריינער אין אויסגעשטעלט פאר המענטשען וואס זענען מער מפונקים, העכסטענס וועט עס זיין אביסעל טייערער, ס'איז אבער ווערד !

איחוד פעלד » מאנטאג יולי 30, 2012 10:55 pm

· #30058
אפשר וועל איך מאכען א מקוה ביי מיר אין בעיסמענט, נוסח מאנסי.
א פוס דאקטאר האט מיר געזאגט אז די פאנגעס כאפט מען מער פין די פלאר פין די מקוה שטוב גייענדיג צו דער פלאץ און פין דער פלאץ ווי פין די מקוה וואסער אליין.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

zurich » מאנטאג יולי 30, 2012 11:23 pm

· #30076
פראפעסאר שפירא
DotCom
אלס איינער וואס איז אנגעוויזן אויף היגיענישע אפגעהיטנקייט, איז מיר אן אפקומעניש יעדעס מאל איך גיי אין מקוה, איך קען שוין קוים ווארטן אויפן טאג וואס די רשעים אין די העלטה דעפארטמענט וועלן זיך אריינריקן אין די מקוואות

מיך באדערט אויך די זאכען, אבער ניין נישט דער גוי זאל זיך אריינריקען, דער גוי זאל נאר שטיין פינדערווייטענס, נאר וואס דען, ס'זאל זיך יאווען איינער צי בויען אזא סארט מקוה וואס זאל זיין ריינער אין אויסגעשטעלט פאר המענטשען וואס זענען מער מפונקים, העכסטענס וועט עס זיין אביסעל טייערער, ס'איז אבער ווערד !

ס'דא פלענטי.ווי רודניק אין בארא פארק,
53 קארנער 15
זלאטשוב 40 און12 וכו'

דבילה » דינסטאג יולי 31, 2012 1:40 am

· #30133
די פונגוס אויף די פיסנעגל רייסן דאך דאס געזונט און ס'נישט דא וויאזוי דאס פטור צו ווערן! און דער איטש פון אונטער די פיס אזש ווען מ'טראגט די שיך אידעך נישט מעגליך אפילו צו געבן א קראץ דארט פאר א ישועה! און דאס איז שוין ווען מ'קומט אפ מיט גוט'נס. פון א נאנטן חבר האביך לעצטענס געהערט אז ער האט זיך איינגעשאפן נישט מער נישט ווייניגער נאר א ייסט אינפעקשען באותו מקום און ס'עם ברור אז ס'נישט פון די ווייב! און פעלט נאך אויס צו דערמאנען די אלע אנדערע אינפעקציעס מיט די שמות הנרדפים? סטרעפט, סיינעס, בראנקייטיס, פלו, הערפיס און ווער ווייסט וואס נאך! רבותי, מיר זענען כחוט השערה אוועק פון א ריזיקן אויסברוך במחנינו! און וועלכע חטא ועוון 'עט מען דאן אנשמירן? 'עט דען עמיצן בייפאלן אז דאס איז פשוט ווייל דער שמש האט געקארגט אויף קלארין? אדער 'עט מען דעם אויבערחכם וואס 'עט דאס דערמאנען בא'שייגעצ'ן אלץ אפיקורס!

ראו הזהרתם!!!

zurich » דינסטאג יולי 31, 2012 1:47 am

· #30137
דבילה

לאמיר דיר פרעיגען האסטו דען נישט הנאה אז ס' קראצט אביסעלע? אביסל היתר'דיגע תאוות!!

שרייבער » דינסטאג יולי 31, 2012 8:37 am

· #30167
דבילה
איך קען נישט מער ווי מעיד זיין אז גם בדידי הוה עובדא בערך א יאר נאך מיין חתונה, איך האב מורא ס'קען גיין ביי מאחורי הפרגוד, אבער איך געדענק א שטיק צייט האב איך געליטן און זיך געשעמט צו גיין צו א דאקטאר, ביז ס'איז געווען כלו כל הקיצין, דער דאקטאר האט מיר דערנאך געזאגט אז דאס איז די פירות פון די מקוה

יידל » דינסטאג יולי 31, 2012 8:54 am

· #30177
פאר א יאר צוויי צוריק איז אויך געווען אן אויסברוך פון עפעס אן עפעדעמיק (אפשר שינגלס? אדער עפעס אנדערש? איך געדענק שוין נישט), און עס איז בעיקר אריבער דורכן מקוה און דורך נטילת ידים אין פובליק פלעצער.

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2012 9:39 am

· #30185
אז מען רעדט שוין פון די ריינקייט פון די האנטוכער,
דערמאנט עס מיר דעם געשמאקן ארטיקל פון אונזער מנשה'לע....

real jew » דינסטאג יולי 31, 2012 10:59 am

· #30223
I think its time for Bloomberg to have everyone going into a mikvah sign a consent from. BTW are the Nashim mikvahs better off?

דולה ומשקה » דינסטאג יולי 31, 2012 11:02 am

· #30226
לויט ווי איך האב געהערט פון מיינס א חבר אז זוהן זאגט איהם אז אין באבוב קעמפ שלוה 48, האט מען נישט געטוישט די מקוה וואסער די גאנצע ניין טעג, אין ווי פארשטייט זיך די שאוער איז געוועהן אפגעשפארט, אין מען האט געצווינגען די בחורים צו גיין אין מקוה דורך נעמען אינטענדינס...

אכשר דרא... מ'איז פרום אויף יענעמס חשבון, אלעס אונטערן נאמען פון חינוך...

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 11:06 am

· #30229
דולה ומשקה
לויט ווי איך האב געהערט פון מיינס א חבר אז זוהן זאגט איהם אז אין באבוב קעמפ שלוה 48, האט מען נישט געטוישט די מקוה וואסער די גאנצע ניין טעג, אין ווי פארשטייט זיך די שאוער איז געוועהן אפגעשפארט, אין מען האט געצווינגען די בחורים צו גיין אין מקוה דורך נעמען אינטענדינס...

אכשר דרא... מ'איז פרום אויף יענעמס חשבון, אלעס אונטערן נאמען פון חינוך...

עססאולס!

real jew » דינסטאג יולי 31, 2012 11:13 am

· #30237
דולה ומשקה
לויט ווי איך האב געהערט פון מיינס א חבר אז זוהן זאגט איהם אז אין באבוב קעמפ שלוה 48, האט מען נישט געטוישט די מקוה וואסער די גאנצע ניין טעג, אין ווי פארשטייט זיך די שאוער איז געוועהן אפגעשפארט, אין מען האט געצווינגען די בחורים צו גיין אין מקוה דורך נעמען אינטענדינס...

אכשר דרא... מ'איז פרום אויף יענעמס חשבון, אלעס אונטערן נאמען פון חינוך...

Were they forced to go every day? or was once a week enough?

קלאר » דינסטאג יולי 31, 2012 11:20 am

· #30244
די וואס נעמען נישט קיין שויער בעפאר די מקוה זענען עובר אויף בל תשקצו מיט אלע מפרשים
איך רעדט נישט פין די וואס מאכען שמיציג די מצוה וואסער (יא, פין אלע עלטער) - די וואלט איך געזאגט אז זיי זענען א גולגול פין א דבר אחר
נאר פשוט, מען קארג די 2 מיניט וואס נעמט א מינימום שויער,

מען מיינט מען איז פרום אז מען זייפט זיך נישט בעפאר די מקוה
ווילסט דרוךגיין די טאג אן טוהן די 'מאדערענע' עבירה פין נעמען א שויער, פיין אין וויאל, שטינק אין קראץ דיר א גאנצען טאג
אבער פארוואס גייסטו אריין אין מקוה?
וואלסטו דיך געוואשען די האנט מיט א טעפל וואסער ווי איינער האט געווייקט דארט זיין מקום זיעה?

א מענטש שטייט אויף ציפרי אנגעשוויצט, מיט זיינע באקטיריעס אין זשורמס (איך ספעל עס גיט?)
אין ער גייט אריין אין וואסער אין טיילט מוצא'ס פאר'ן עולם, אין ער האלט אז ער א טוט א גיטע זאך פאר'ן אייבירשטן?

איר וועט נאך אייביג באמערקן אז די וואס נעמען נישט קיין שויער, די ווייקן זיך די לענגסטע אין קראצען זיך אין אלע זייטן
זיי ניצן מיין מקוה פאר זייער פערזעלנליכע וואנע, (אויב נישט פאר זיין סעפטיק טאנק)

יעדע נארמאלע מקוה איד לייגט קאלארין, רוב לייגן אפי' צו סאך
אבער די חזירים קומען דאס איבער
אפגערעדט אז קאלארין מאך מיר ווייסע האר, אזש מיין קליינע בערדל פאלט שוין אויך ארויס די האר אין וואס נישט ווערט ווייס

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 31, 2012 11:23 am

· #30245
ביסט אזוי זיכער אז די ווייסע האר איז דיר געווארן פון די קאלארין? אפשר איז עס געווארן פון די הארץ עסעניש וואס דו עסט זיך איבער די חברה וואס גייען נישט אין שויער בעפאר די מקוה? 😉

קלאר » דינסטאג יולי 31, 2012 11:25 am

· #30246
עס זענען דא וואס עקלען זיך טאקע פין די וואנע אידן
אין זיי נעמען די שויער 'נאך' די מקוה
אבער די זענען נאך ארגער

אז ער עקלט זיך פין די וואסער, זאל ער נעמען א שויער 'נאכמאל' נאך די מקוה
ווי מעג איינער אריינגיין שמיציגערהייט אין וואסער אין דארט איבערלאזען אלעס וואס זיין קערפער טראגט מיט זיך בשפע?

וויפיל קרענק אין וויירוס האב איך באקומען פין די חזירים וועגן זייער פוילקייט/פרומקייט/רשעות אד''ג

קלאר » דינסטאג יולי 31, 2012 11:27 am

· #30247
שמואל הלוי
ביסט אזוי זיכער אז די ווייסע האר איז דיר געווארן פון די קאלארין? אפשר איז עס געווארן פון די הארץ עסעניש וואס דו עסט זיך איבער די חברה וואס גייען נישט אין שויער בעפאר די מקוה? 😉

ווייל מיין חבר וואס ווייקט זיך דארט שמיציגערהייט
איז יונגער ווי מיר אין ער איז שוין אסאך ווייסער

שמעקעדיג » דינסטאג יולי 31, 2012 11:48 am

· #30260
אנטשולדיגט רבי קלאר,
דו מאכסט עס 20 מאל ערגער ווי ס'איז...
איך בין אויך א מתנגד צו די אלע זאכן, און גיי געווענליך אויך אין שאוער בעפאר (אויסער אין די 9 טעג, שטייצעך), אבער איך האלט אז דו טרייבסט איבער.

ווי לאנג איז שוין דא אזא זאך ווי א שויער אין די מקוה?
ווי אזוי איז געווען אלע דורות?
ווי אזוי האבן זיך אלע אידן געפירט אין אלע דורות?

מיר זענען געווארן זייער געספוילט. שוין צו שטארק. נישט יעדער איז פארשוויצט, נישט יעדער מוז העבן יעדן טאג א שויער, נישט יעדער שטינקט און קראצט און איך וויל נישט זאגן ווייטער...
ס'איז טאקע פאראן מענטשן וואס גייען נישט אין שויער כמעט קיינמאל, און שמעקן טאקע אוועק, די עקסטרעמע פעלער פון דעם רעד איך נישט.
קארעקט מי איף איי עם ראנג; אבער א געווענליכער מענטש וועלכער האלט זיך ריין, און ארבעט נישט שווער פיזיש צו ווערן פארשוויצט, זיין ביסעלע שווייס ווערט בטל באלף אין די ריינע מקוה וואסער.

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 31, 2012 11:52 am

· #30264
לכאורה ביסטו גערעכט הרב שמעקעדיג, ווייל די וואס קענען שמעקן די גערוך פון די עבירות זאגן אז דאס שטינקט סאך סאך מער ווי זיעה, און אויב די גאר עקעלדיגע עבירות ווערן בטל אין די מקוה איז א כל שכן אז די זיעה ווערט בטל, אבער פונדעסטוועגן איז גאר א גלייכע זאך צו גיין אין שויער בעפאר, וכן אני נוהג.

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 11:53 am

· #30265
ס'ווענד זיך אויך אביסל ווען מ'גייט אין מקוה. איינער וואס גייט 2 נאכמיטאג איז נישט אזא עוולה אז ער געט זיך קודם א טובל.

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 31, 2012 11:54 am

· #30268
זר זהב
ס'ווענד זיך אויך אביסל ווען מ'גייט אין מקוה. איינער וואס גייט 2 נאכמיטאג איז נישט אזא עוולה אז ער געט זיך קודם א טובל.

וועלכע מקוה איז אפן 2 נאכמיטאג? אפשר אין דארט אינעם ווייטן סטעמפארד הילס וואס פירן זיך ווי די לאנדענע אידן און שטייען אויף שפעט כמנהגם, אבער דאהי אין אמעריקא מיין איך איז נישטא אזא זאך.

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 11:57 am

· #30273
איך רעד פון דא אין ציריך וואו איין מקוה איז אפען א גאנצן טאג ממש. אבער אין אמעריקע איז אויך דא מקווה'ס אפען ביז ביינאכט פאר 3 טאללער.

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 31, 2012 12:01 pm

· #30276
וועלכע מקוואות אין אמעריקא זענען אפן ביז ביינאכט פאר 3 דאלער?

זר זהב » דינסטאג יולי 31, 2012 12:04 pm

· #30281
קליוולאנד אין וויליאמסבורג
טענקע אין ב.פ. (קענסט גרינג געוואר ווערן די נומער שלאס פון אינדרויסן)
סקווירא ב.פ. (12/54)
טשערנאביל אין ב.פ. איז אויך אפען ביז שפעט.

משה געציל » דינסטאג יולי 31, 2012 12:52 pm

· #30306
ווען גינעס וועאלד רעקארד וואלט ווען געהאט א קאנטעסט אין וועלכע פלאץ מענטשן האבן די מערסטע משגעת׳ן, וואלט ווען די מקוה ארויס געקומען דער אומזיגבארע געווינער מיט לכה״פ צען משגעת׳ן פער סקווער טייל. אנגעפאנגען פון אריינשטעקן די טעגליכע אויסגאבעס אין די האקס ווען מען קומט אריין, און גענדיגט מיט זיך אפווישען די שיך מיט די האנטוך בעפאר מען גייט ארויס.

קלאר » דינסטאג יולי 31, 2012 1:03 pm

· #30310
שמעקעדיג
אנטשולדיגט רבי קלאר,
דו מאכסט עס 20 מאל ערגער ווי ס'איז...
איך בין אויך א מתנגד צו די אלע זאכן, און גיי געווענליך אויך אין שאוער בעפאר (אויסער אין די 9 טעג, שטייצעך), אבער איך האלט אז דו טרייבסט איבער.

ווי לאנג איז שוין דא אזא זאך ווי א שויער אין די מקוה?
ווי אזוי איז געווען אלע דורות?
ווי אזוי האבן זיך אלע אידן געפירט אין אלע דורות?

מיר זענען געווארן זייער געספוילט. שוין צו שטארק. נישט יעדער איז פארשוויצט, נישט יעדער מוז העבן יעדן טאג א שויער, נישט יעדער שטינקט און קראצט און איך וויל נישט זאגן ווייטער...
ס'איז טאקע פאראן מענטשן וואס גייען נישט אין שויער כמעט קיינמאל, און שמעקן טאקע אוועק, די עקסטרעמע פעלער פון דעם רעד איך נישט.
קארעקט מי איף איי עם ראנג; אבער א געווענליכער מענטש וועלכער האלט זיך ריין, און ארבעט נישט שווער פיזיש צו ווערן פארשוויצט, זיין ביסעלע שווייס ווערט בטל באלף אין די ריינע מקוה וואסער.

איך טרייב גארנישט איבער
א סווימינג פול ווי עס איז דא אביסל מער וואסער ווי די מקוה
דאך פארשטייסטו די העלט דעפארטמענט וועלכע פארלאנגט א פארגעשריטענע פילטער זאל זויבערען די וואסער די גאנצע צייט
טראץ די קאלארין

אז די וועסט נעמען א סעמפל פין מקוה וואסער נאכען אריינעמען זיך אפאר מנינים אין וועסט עס שיקן צו א לעב
דעמאלסט זאל דער אייבושטער שומר ומציל זיין וואס די ריזאלטס זאל זיין

פרעג א לאקאלע דאקטער וואס די היימישע מקוה טוען מיט אינז בגשמיות

איך האב אמאל געהערט נאכזאגען אז נעמען א שויער פאר'ן דאווענען איז מידת חסידות
מען וואשט זיך אפ בעפאר מען גרייט זיך צו דאווענען פאר'ן אייבירשטן

קלאר » דינסטאג יולי 31, 2012 1:17 pm

· #30316
אינז זעמיר דא אין א דאפאלעטע אשכול ר''ל
מקוה גיין והמסתעף

משמרת » דינסטאג יולי 31, 2012 1:19 pm

· #30317
קלאר
אינז זעמיר דא אין א דאפאלעטע אשכול ר''ל
מקוה גיין והמסתעף

צאמגעשטעלט

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 31, 2012 1:58 pm

· #30322
זר זהב
איך האב אמאל גע'דמיונ'ט אז ס'וועט קומען א טאג וואס א מקוה וועט זיין אויסגעשטעלט די שאוערס פארן בור, און מ'וועט אויף קיין שום וועג נישט קענען צוקומען צום בור אן אדורכגיין דעם שאוער.
און ווי נאר מ'וועט אריינקומען (דורכגיין) דעם שאוער וועט זיך עס אליינס אנצונדן, און נאר נאכן ארבעטן א 5 מינוט וועט זיך א טוירנסטייל עפענען צום בור און דער יעניגער וועט קענען אריינגיין זיך טובל'ן. אויפ'ן וועג צוריק וועט זיין אן אנדערע טוירנסטייל אויף די אנדערע זייט בור וואו מ'וועט בלויז קענען צוריקומען זיך אנטוהן.

נאר ביז ס'וועט שוין זיין די "סטאר ווארס" מקוואות איבער וואס דו דמיונ'סט דארף מען אויך מאכן עפעס א תיקון איבער דעם פאקט אז ס'איז פארהאן א געוויסער פראצענט פון מקוה גייערס וואס האלטן אז די מקוה איז זייער גארבידזש קען אדער נאך ערגערס, און זיי ברענגען אריין דעם גאנצן שווייס וכל המסתעף. נאכדעם וואס זיי האבן זיך שוין גוט אויס געווייקט און אויסגעקראצט אנטשולדיגט, גייען זיי אריין אין שויער. און זיי האלטן זיך נאך פאר בעסערע מענטשן. איך האב אמאל געפרעגט אזא "דזשענטלמאן" ווען ער האט געזעהן אז איך אייל מיך זייער ארויסצוגיין פון מקוה, פארוואס ער גייט נישט קודם אין שויער. האט ער געענטפערט אז ער האט שוין גענומען אינדערפרי.

שרייבער » דינסטאג יולי 31, 2012 3:24 pm

· #30333
זינט ווען מאכט קאלארין ווייסע האר?

קלאר » דינסטאג יולי 31, 2012 3:42 pm

· #30337
שרייבער
זינט ווען מאכט קאלארין ווייסע האר?

לייג אריין איינס פין דיינע נאכנישט ווייסע האר אין א גלעזל בליטש אין לאמיך וויסן ווי לאנג עס נעמט ביז די האר-קאליר זאל צוגיין

שרייבער » דינסטאג יולי 31, 2012 3:59 pm

· #30345
איך פארשטיי נישט, איך בין בכלל נישט קיין מקוה ווייקער און איך בין שוין ווייס שוין ווייס איך וויפיל יאר, און איך קען ווייקערס עלטער ווי מיר וואס זענען שווארץ ווי פעך, היכי תמצא

DotCom » דינסטאג יולי 31, 2012 8:56 pm

· #30445
יידל
פאר א יאר צוויי צוריק איז אויך געווען אן אויסברוך פון עפעס אן עפעדעמיק (אפשר שינגלס? אדער עפעס אנדערש? איך געדענק שוין נישט), און עס איז בעיקר אריבער דורכן מקוה און דורך נטילת ידים אין פובליק פלעצער.

איך האב ליב צו הערן פון אידן ווי זיי רופן אן זייער 'רויז' אויפן פיס די אידישע קרענק, אדער די רבי'שע קרענק, ווען איך זאג זיי אז זיי זאלן גיין אין שויער נאכן מקוה, אדער בכלל נישט גיין מיט אן אפענעם וואונד, ענטפערן זיי אז פון בעל שם זאגט מען נאך אז איין טבילה שאדט נישט... גיי טענה דיך.

DotCom » דינסטאג יולי 31, 2012 9:14 pm

· #30452
שמעקעדיג
אנטשולדיגט רבי קלאר
דו מאכסט עס 20 מאל ערגער ווי ס'איז...
איך בין אויך א מתנגד צו די אלע זאכן, און גיי געווענליך אויך אין שאוער בעפאר (אויסער אין די 9 טעג, שטייצעך), אבער איך האלט אז דו טרייבסט איבער.

ווי לאנג איז שוין דא אזא זאך ווי א שויער אין די מקוה?
ווי אזוי איז געווען אלע דורות?
ווי אזוי האבן זיך אלע אידן געפירט אין אלע דורות?

מיר זענען געווארן זייער געספוילט. שוין צו שטארק. נישט יעדער איז פארשוויצט, נישט יעדער מוז העבן יעדן טאג א שויער, נישט יעדער שטינקט און קראצט און איך וויל נישט זאגן ווייטער...
ס'איז טאקע פאראן מענטשן וואס גייען נישט אין שויער כמעט קיינמאל, און שמעקן טאקע אוועק, די עקסטרעמע פעלער פון דעם רעד איך נישט.
קארעקט מי איף איי עם ראנג; אבער א געווענליכער מענטש וועלכער האלט זיך ריין, און ארבעט נישט שווער פיזיש צו ווערן פארשוויצט, זיין ביסעלע שווייס ווערט בטל באלף אין די ריינע מקוה וואסער.

נישט שייך צוצוגלייכן צו פריערדיגע דורות, ערשטענס ווייל היינט שוויצט מען מער, ווייל מען עסט מער ווי אמאל, אמאל האט דער מענטש דורכשניטליך געגעסן ווייניגער ווייל עס איז פשוט נישט געווען וואס צו עסן, אויך שוויצט מען מער צוליב די אומנאטורליכע עסן און אויך צוליב די מאס קארבס וואס דער דורכשניטליכער מענטש עסט היינט ווערסוס אמאל וואס דער עיקר אינטעיק איז געווען פראטעין.

צווייטענס, די גאנצע באגריף פון היגיענישע זויבערקייט איז אמאל נישט געווען, און איה"נ אמאל איז טאקע געווען מער מחלות ל"ע צוליב דעם, און אך און וויי איז געווען פארן דארף וואס א קרענק האט זיך אריינגעכאפט אהין, ב"ה היינט איז עס שוין כמעט נישט בנמצא חוץ אין דריטע וועלט לענדער וואו זויבערקייט שטייט טאקע ווי הונדערט יאר צוריק.

פארשטאנד » דינסטאג יולי 31, 2012 11:04 pm

· #30503
נאך, די פריערדיגע דורות (מיינענדיג פאר די מלחמה) איז נישט געווען אזעלכע ווארימע מקוואות ווי מ'זאל קענען אפזיצן ובלשונינו 'ווייקן', נאך פריער איז בכלל נישט געווען קיין ווארימער (א קעסל אינדערמיט) און די וואסער איז געווען קאלט, (וואס האט בד"וו נישט געגעבן קיין גרויסע גלעגענהייט פאר באקטעריע זיך צו שנעל האדעווען) און אוודאי נישט אפקלאצן דארטן.

נאך א פאונט, פריער (אפי' נאך די מלחמה ביי געוויסע מקוואות) איז די מקוה געווען אין באנוץ צונאכטס אויך, און דאן האט די מקוה 'געמוזט' זיין ריין והבן.

דבילה » דינסטאג יולי 31, 2012 11:44 pm

· #30513
שמעקעדיג
אנטשולדיגט רבי קלאר,
דו מאכסט עס 20 מאל ערגער ווי ס'איז...
איך בין אויך א מתנגד צו די אלע זאכן, און גיי געווענליך אויך אין שאוער בעפאר (אויסער אין די 9 טעג, שטייצעך), אבער איך האלט אז דו טרייבסט איבער.

ווי לאנג איז שוין דא אזא זאך ווי א שויער אין די מקוה?
ווי אזוי איז געווען אלע דורות?
ווי אזוי האבן זיך אלע אידן געפירט אין אלע דורות?

מיר זענען געווארן זייער געספוילט. שוין צו שטארק. נישט יעדער איז פארשוויצט, נישט יעדער מוז העבן יעדן טאג א שויער, נישט יעדער שטינקט און קראצט און איך וויל נישט זאגן ווייטער...
ס'איז טאקע פאראן מענטשן וואס גייען נישט אין שויער כמעט קיינמאל, און שמעקן טאקע אוועק, די עקסטרעמע פעלער פון דעם רעד איך נישט.
קארעקט מי איף איי עם ראנג; אבער א געווענליכער מענטש וועלכער האלט זיך ריין, און ארבעט נישט שווער פיזיש צו ווערן פארשוויצט, זיין ביסעלע שווייס ווערט בטל באלף אין די ריינע מקוה וואסער.

אמאליגע דורות האבן נישט גע'סרח'ט? שוין איינמאל האבן זיי געשטינקען! שטעל דיר נאר פאר ווי דער שווערע ארבייטער טוישט זיך נישט די וועש, ער גייט נאר צום טייך איינמאל א וואך אויסוואשן די העמד... פעלט נאך אויס צו רעדן וועגן דעם שאויער? און די זייף וואס ער האט שוין פארמאגט?

קווארטין » דינסטאג יולי 31, 2012 11:44 pm

· #30514
גם אני מצטרף לדברי דאט, סי נישט קיין פארגלייך דאס סך עסן היינט, פיין געפרעגעלטס, צו די אמאליגע וואס האבן געגעסן טעג, אויך מיר א געגעסאכטס. באדעם ליין, שוויצן מיז בכלל נישט האבן מיט שווער ארבייטו.

דרך אגב, א גלייך ווערטעל, סיז אמאל אריין א רבי אין בור און געזען ווי סיז אנגעפולט מיט היומען האר, האטזעך דער רבי אנגערופן הויך "תסמר שערות אנוש" און וואונדער, אלע האר האבן זיך גערוקט אין די זייט.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 12:24 am

· #30532
דבילה
אמאליגע דורות האבן נישט גע'סרח'ט? שוין איינמאל האבן זיי געשטינקען! שטעל דיר נאר פאר ווי דער שווערע ארבייטער טוישט זיך נישט די וועש, ער גייט נאר צום טייך איינמאל א וואך אויסוואשן די העמד... פעלט נאך אויס צו רעדן וועגן דעם שאויער? און די זייף וואס ער האט שוין פארמאגט?

פון וואו נעמסטו דאס אז אמאל האט יעדער געשטינקען?
דיינע זיידעס בעפאר די מלחמה האבן געשטינקען?
חוץ מזה וואס די שפראך איז נישט איידל אויף אונזערע עלטערן, וויל איך וויסן דיין מקור.

איך מיין עס האט אסאך צו טון ווי אזוי דער גוף איז צוגעוואוינט.

mikva yid » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 3:39 am

· #30602
איך קוק מיך צו אזוי אביסל פון דער זייט פון די קליינע ווינדא (אם במחתרת) און צושמייכל זיך ווען איך זעה דעם שמועס איך שפיר מיך היימיש זייענדיג דער מקוה יוד בה"א הידועה און אלע רבנישע הויפן, פון ווי עס קומען ארויס אלע נייעס איידער עס ווערט באריכטעט און מסקנות על הכלל ועל הפרט, און איך האף אייך מיטצוטיילן מיינע איינדרוקן איבער די גאנצע זאך בקרב הימים אויב איך וועל נאך זיין אין אמט בסייעתא דשמיא.

בנוגע די זויבערקייט פון די מקוה. מיין איך אז עס איז זייער נישט קיין שיינע טעמע אראפצורייסן דאס זויבערקייט פון די מקוה, ווייל ווער עס האט נאכנישט טועם געווען אפס קצהו די שווערע ארבעט וואס ליגט אונטערן צושטעלן א זויבערע סווימינג פאל, ספע, און להבדיל א כשר'ע מקוה, ווייסט בכלל נישט וואס דער מקוה איד גייט דורך טעגליך (אן וואקעישאן) דאס אהערצושטעלן, און פארפאלן א גוט ווארט אדער גאר א טיפ, מאן דכר שמי'. קוים וואס ער עספיעט אנצוקומען זיך דורכצוקומען מיט די אלע וואס צאלן נישט קיין מקוה געלט אדער נעמען צוויי האנטוכער פאר נאו גאוד ריזאן, און מיט די באהערדע וואס קריגן זיך ארום און טעמפארטשאר פון די וואסער אבער קענען ניטאמאל די סיסטעם וויאזוי עס ארבעט.
ווי אויך האב איך שוין כמה פעמים געוואלט וויסן ווער עס האט איינגעפירט דער מנהג אז אין מקוה ווען מען ענדיגט זיך שאוער'ן ווארפט מען אראפ די זייף אויפן פלאר און פערטיג מען גייט זיך ... אדרבה ווער עס קען לינקן צו זכור ימות עולם תבוא עליו ברכה...
שוין לאנג וואס ווען איך זעה און אינטערעסאנטע מודעה אין א פאבליק פלאץ פרוביר איך עס צו פאראייביגן אין מיינע ארכיוון מיט א בילד (ווי למשל די מודעה פאר סוכות וואס ליינט זיך אזוי
מיר נעמען אן
צו בויען אייער
סוכה
נישטא ווער עס זאל לאכן פאר די עמי הארצות)
איז פון אייביג אן געווען מיין האבי אויפצופאסן דאס פארשידנארטיגקייט פון די מודעות וואס הענגט און איז איינגעפירט און א יעדע מקוה בכל אתר ואתר און עס איז זייער אינטערעסאנט עס אויצוליפטערן דא מיט א טרינק קוה (אותיות מקוה)
אדרבה מיר בעטן א יעדן איינעם זיך אנצושליסן און די מבצע און ארויפלייגן דא סיי וואסערע מודעה און אויפפאדערונג מען זעט אין די מקוה וואו מען גייט

איך האב אמאל געהערט פארציילן אויף איינע פון די סאטמארע מקוה אידן וואס זענען געגאנגען נעמען א ברכה להצלחה פון סאטמארן רבי' זי"ע איידער אננעמען דאס פאסטן, האט אים דער סאטמאר רבי אנגעווינטשן מיט הצלחה און דערביי צוגעלייגט אז ער זאל וויסן אז ארבעטן פאר א ציבור איז זייער א שווערע זאך, מען דארף האבן שכל וואס אנצונעמען און וויאזוי צו רעאגירן, זאלסט זיך נישט דערשרעקן ווען מען וועט זיך אפרעדן, ווייל מען וועט זיך אפילו אפרעדן אז דאס וואסער פון די מקוה איז צו נאס... ודפח"ח

היסטאריקער » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:13 pm

· #30705
רביה״ק מסאטמאר זי״ע האט זיך געזייפט צוויי מאל א יאר ער״פ און עיו״כ כידוע, דאך האט ער קיינמאל נישט געשמעקט

חוץ זיין גרויסע קדושה האט עס א פשוטע הסבר, ער האט כמעט נישט געגעסן און אוודאי נישט קיין דזשאנק פוד

איך געדענק ווען מ׳ האט אים אפערירט די בראך האט דער דאקטאר געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל געזען א מענטש אין די יארן מיט אזא זויבערע מאגן

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 1:18 pm

· #30706
היסטאריקער
איך געדענק ווען מ'האט אים אפערירט די בראך, האט דער דאקטאר געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזען א מענטש אין די יארן מיט אזא זויבערע מאגן

דו געדענקסט??
מ'האמיר דא חשוב'ע אידן פון לעצטן דור?

אויב איז דאס אמת, דאן שמך נאה לניק שלך.
בלאט: 1 2