מאמוארן פון מנשה לוסטיג
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #445
מאמוארן פון מנשה לוסטיג
היות דער עולם דארשט פאר אפאר זאפטיגע שורות. און איך בין נישט ממש יעצט אין די גוסטע.. כאטש כ'האב א טעמע א סארקאסטיקע. וועל איך כאטש אייך אהערגעבן א לינק צו מיין וויקי בלאט, ומשם תדרשו אלטע מאמרים, ביז איך ווארעם אן דעם שרייב מאשין און בין מחדש עפעס געבאקען לאחר פסח תשע''ב.
<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A0%D7%A9%D7%94_%D7%9C%D7%95%D7%A1%D7%98%D7%99%D7%92">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%99%D7%92</a>
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
מנשה לוסטיגהיות דער עולם דארשט פאר אפאר זאפטיגע שורות. און איך בין נישט ממש יעצט אין די גוסטע.. כאטש כ'האב א טעמע א סארקאסטיקע. וועל איך כאטש אייך אהערגעבן א לינק צו מיין וויקי בלאט, ומשם תדרשו אלטע מאמרים, ביז איך ווארעם אן דעם שרייב מאשין און בין מחדש עפעס געבאקען לאחר פסח תשע''ב.
<a class="postlink" href="http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A0%D7%A9%D7%94_%D7%9C%D7%95%D7%A1%D7%98%D7%99%D7%92">http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%99%D7%92</a>
שיין שיין, שוין געאפדעיט געווארן מנשה'ס אנקום קיין קאווע שטיבל.
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
מיר קוקן ארויס אויף דער סארקאסטישע שורות.
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
א שטייגער וואש איך מיר די פאר הענט, ווי אלע אין די רייהע, ווער פון מקוה ווער פון צרכים, אבער בעפאר א טריט דארף מען זיך אפגיסן, צו זיין הייליג ריין אין רוחניות'דיגן זין, און פארשטענדליך, אז אויכעט ריין אין פשוט'ן אפטייטש, דערפאר איז מען דאך דא ביים קראן.
ווער ס'האט זיך גערייניגט וואס נאר יעצט, אין שויער, קומט א פרישע בריה צום דאווענען מיט א גוטע געפיל. ווער ס'האט פשוט זיך טובל געווען, און טוהט יעצט זיך גרייטן נעמען א קאווע, און טוהט זיך צורעכט די בגדים.
דא שטיי איך אבער אינגאנצן צעטומעלט!
אלע פארשטייען אז די בית הכסא איז א ארט פאר קינוחים למיניהם, אין שויער איז שוין א מחלוקה אויב מ'מעג זיך אויסבלאזן די נאז. אבער דא הענגט א גרויסן האנטוך רינג, און די מהדרין מן המהדרין, געבן א כאפ דעם האנטוך הגדול, און ווישן זיך אריין דאס פנים, און דערביי אויערן נאז, ווען איך מוז באשטימט בלינד ווערן א וויילע..
כ'מיין, דאס איז נארמאל? וועט איר זאגן באשטימט נישט. אבער זעה איך דאך אז יעדער צווייטער דא פירט זיך אזא געפירעכץ, און ווי ס'וואלט געווען איינע פון די עשרת הדברות, געבט מען זיך א ווילדער וויש אפ כמעט אלע ה' קינוחים, אן קיין בושה אן קיין טראפן געפיל צו שכל, אז דאס איז א ציבורישער מקום, א ציבורישער חפץ, און נאך אלעמען, נישט אויסגעהאלטן אין געזונט חלק, און דרך ארץ באשטימט אויך נישט.
אלא מאי?
וואס מיינט דאס בכלל, איין גרויסע האנטוך פארן גאנצן שוהל? ווער האט דאס מייסד געווען? און פארוואס בין איך געצוואונגען זיך אריינצואוויקלען מיינע הענט אין דיינע ראציגע אפ'ווישעכץ?
שטייט דאס אפשר פארצייכענט אין ספר חסידים? אפשר אין די קליינע אותיות? כ'מיין אז ניין! אלא מאי??
און אז מ'הוסט אריין א פלו א וויירוס, און אלע אינאיינעם ברויכן דאס מיט א אחדות קעטשען, און קיינער איז נאכנישט אויפגעקומען מיטן מינדעסטן געדאנק, אז דאס איז אבנארמאל? וואס?
איך בין טאקע נישט משוגע, און איך ריר נישט אן דעם האנטוך אפילו ביים זוים. אבער ווי נעמט זיך דאס גלייכגילטיגקייט, פון אלע ארומיגע, יא זיך צוצוכאפן צודעם קרענקליכער און עקלדיגע אביעקט?
יא, איך זע צו דעם געפירעכטץ, אז יעדער געבט א שלעפ דעם האנטוך און ס'דרייעט זיך די ראד, ווי כאילו ביים דרייען געפונט מען א טרוקענער שטיק ווארע..
קיינמאל! די זעלבע הונדערט מענטשן וויקלען זיך אריין די קאפ פנים און הענט, אין די ראציגע מותרות פון די עשרה משכימי קום.. און זיי געבן צו פאר די מאחרי שבת.. און ביז מנחה ווערט דאס שטונק אביסעלע לייכטער און טרוקענער, אבער דאן פארט ווידער א רינג, אריינגעווישט אריינגע'טויכיעט און ווייטער געלאפן, ווי געטריבן אין א ראד.
באשטימט ווייל מ'האט נישט צוגעשטעלט קיין פאפירענע טישוס, און ,\ווער רעדט נאך פון 'זייף' אין די זייט, דאס איז דאך סתם א אביזרייהו דעריות..
איך האב איין גראבע פראגע, בין איך משוגע אדער סענסעטיוו, אדער איז עולם גולם כמנהגו נוהג ושומר פתאים השם..
די פראגע איז געבליבן הענגען אויפן דורכגעווייקטער שטאטס האנטוך, און שטינקט מיר אריין אין די געפילן, אז נאכן אנקוקען אזא ספעקטאקל, ברויך איך אנטלויפן א גאנג, זיך אויסצולופטערן פונעם סצענע און פונעם מוטשענדע פראגע צוגלייך.
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
הדא הוא דכתיב...
פארוואס ליגט די האנטוך און בהמ׳ד לעבן די סינק?
כדי מען זאל זיך גלייך נאכן אפווישן קענען אפוואשן!...
מנשה!
אוי ווי אמת די שרייבסט ליידער!
אבער וואס זאל מען טאן?
כגלייב נישט וועסט קענען טוישן די וועלט!
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
ס'מיר געפאלן אנצושרייבן אפאר שורות וועגן צוויי סארט לייטן, זיי זענען ווערד צו ווערן פארצייכענט אין מיינע מעמוארן, צווישן די סארט ברואים וואס געפונען זיך אין אונזער געגענד און דרייען זיך צווישן אונז כאחד האדם..
איינער הייסט 'בשבילי נברא העולם', ניטאמאל ווייסט ער אז ער האט געטרויטן אויף יענעם, ער באמערקט קוים אז ס'דא א יענער בכלל אויף דעם פלאנעט..
א צווייטער הייסט 'באפוצטע נרדף', אלע זענען דא עהם צו פייניגן, און טאמער וועט ער אנטלויפן אין א שטילער מדבר, וועלן זיי ארויסקריכן פון כאטשי ווי אומער, עהם צוצושטערן די מנוחה.
ס'דאך העכסט אינטערעסאנט זיך צוצוקוקען ווי די צוויי סארטן שטויסן זיך אן, ווי א פארגעשריבענע סצענע שפילען זיי אויס מיין פאנטאזיע אין פאקטן.
דער בשבילי, ווער וויל גארנישט וויסן, מ'קומט אריין אין שול, מיט די בלאטיגע שיך אריין אין היכל מיט א היימישקייט, און טראסקעט אראפ פון זיך דעם צעקנייטשטן מאנטל, ארויף אויפן ערשטן טיש, יא, אויף אנדערע צוויי מאנטלען..
איי ס'דא נאך זעקס טישן דערנעבן וואס זענען לער, און בכלל איז דאך הענגערס באשאפן געווארן פאר א צוועק. אבער וואס האט ווער געמאכט פאר וועמען, ער איז אדם הראשון יעצט באשאפן געווארן.. יעצט אויפגעשטאנען און געטון פארן קלערן, א טריט אויף איינעמס שיך, א שטויס אינעם ערשטן טיר, און ער שטייט שוין מיט א הייסע שאהל קאווע..
פונעם מויל גייט א בשמים, פון נישט געפוצטע ציינער זינט א יאר צענדליג, אויפן בארד קען מען קלאר זען די נעכטיגע נאכטמאל, פשוט א טעות ער האט עס פארגעסן אפצולעקן ווי די שטייגער פון היימישקייט, און ווער קלערט אז ס'גיסט זיך מילעך און די שיסל צוקער איז איבערגעקערט, די קאווע לויפט עהם אקעגן און ס'פליעט גשמי קללה פון די אנגעגאסענע ארום..
פונקט האט דער 'באפוצטער נרדף' געכאפט א התעוררות, און אויפגעשטאנען פריה.. ווען ער פארשלאפט, איז בשבילי אויכעט פארשלאפן.. ווייל ביים האנטוך קלויבן אין מקוה, עספיעט ער נאך צו זען ווי בשבילי שמירט אריין זיינע פעטע וואנצעס, דווקא אינעם ווייסטן שטיקל שמאטע האנטוך בלע''ז..
נישט אויף קיין צווייטנס פיס, נאר דווקא אויפן באפוצטן, און נישט סתם נאר אויפן טאטע פיס פינגער ארויף.. און נישט סתם עקב צד אגודל, נאר מיטן פערשט!
באפוצטער שרייעט העכער ווי די אויערן דעציבאלן קענען פארטראגן, מכה על גבי מכה.. נישט נאר האט ער געכאפט א ריק אינעם האקעלסטן דראד, נאר מיט די פישיגע שיך ארויף אויף 'מיינע' אויסגעביגעלטע מודה אני שטעק שיך..
באפוצטער קלערט אין גיכן, וועלכע פאני פעיס איז די בעסטע, צו צייגן וואס פאר א דאפעלטע זינד מען איז עהם באגאנגען אויפן הינעראויג.. אבער דער חוטא איז נישטא, און דער נרדף ווייסט נאכנישט, אז זיין שיינע טלית בייטל ליגט שוין דריי טישן פארווארפן, ווייל בשבילי האט זיך געמאכט א מקום קבוע פאר הודו, און אוועקגעשארט ווי די וואלקענעס אין מדבר, אלעס וואס שטייט אין וועג.
טאמער קען מען איבערמישן א בלאט, פארפאלן, אין שוהל זענען דא אלע סארטן, מ'קומט דאך אלע פאר רוחניות, נו! ס'איז שוין אינעם ריטעם.. שלום געמאכט מיטן מצב. מ'כאפט נאך א זעמעלע פאר פת שחרית, באפוצטער נרדף מוז האבן א ספעשל ארדער..
לייג א האלבע טאמעטא און א ביסל סחוג, אביסל ממש אביסל צוויבל, און... טררררר בשבילי פליעט אריין אונטער זיין געביגעלטן ארעם, און... וואס איז דא היינט...?? האסט קאקאש קעיק געמער.. געמער דארט א בעג.. איך צאל שפעטער..
די ווייטאג פונעם נרדף, אבער נישט סתם, נאר עפעס איינער האלט א אויג אויף עהם, און זאגט אונטער דעם בשבילי, יעצט איז ער דא.. גיי אהין, יעצט איז ער דארט, יאגט דיך צו ווייל באפוצטער האלט שוין ווייטער..
ער איז יעצט אריין אין טוילעט..
האק האק.. נו נו.. צרכי עמך מרובים! הערט נרדף ווי בשבילי ברימט א פסוק.. און פאר וואס ווען וואו.. בשבילי שטייט עהם בר מצרא.. אינעם וואנט אפגעטיילטן שטיבעלע.. ס'פלאשט זיך דארט א גאנג.. מ'הערט ווי די טוילעט כארכעלט און גענעצט.. דער בשבילי טרייבט עהם מיט ווילדקייט.. בלאזט די נאז אויפן ספעציעלן באקאנטן נוסח..
און כרגע כמימרא הערט מען א זעץ!! ווי געזאגט, בשבילי האלט שוין פאראויס..
נרדף איז צעפראסקעט.. בשבילי ווייסט נישט פון א מושג ווי מ'קען וויי טוהן א פליג.. ער האט נאכנישט געהערט פון אזא זאך נאך א נשמה.. ביידע זענען זיי צעבויגען.. נרדף כאפט ביטערע מפלות יעדע רגע פון טאג.. יעדער טרעט נאר אויף עהם.. יעדער שטופט נאר עהם.. ער פראבירט צו שטיין ווייט פון יאגענדיגע מענטשן, אבער אלץ שטייט ער יעדן אין וועג..
בשבילי כאפט אמאל יא אז ער האט געטון עפעס 'אינטערעסאנט', איז ווי א שאטן אנטלויפט, אזוי לאנג טראכט ער דערפון, אנטשולדיגט! איז שוין א באוינעס.. און אוי!! איז א תירוץ.. נישט געפערליך איז נארמאל..
און איך דארף דאס צוקוקען..??? קען זיין כ'קען מיך פון ביידע לערנען.. מכל מלמדי השכלתי און נאך וואו.. ס'דא אלע סארט מלמדים.. אלץ לערנט מען זיך.. ביטער איז ווען מ'לערנט זיך אויף די אייגענע הויט.. גליקלעך איז מען ווען מ'קען שטיין אין א זייט און נאך בייסן די ליפן אמאל פאר מיטלייד און אמאל... דערלעבט מען צו זען ווי בשבילי גליטשט זיך אויס אין די אייגענע ברעכאץ.. אבער דווקא אריין אין באפוצטערס הויזן שיך רעקל..
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
מנשה׳לע ביסטעך ריזיק.
איך roll מיך אויפן פלאר...
(העלפ מיך ארויס, איך זוך א אידישע ווארט פאר rotf / rolling on the floor,
אוזאדע-איך ווארף זיך אויף דער ערד??)
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
ידעןמנשה׳לע ביסטעך ריזיק.
איך roll מיך אויפן פלאר...
(העלפ מיך ארויס, איך זוך א אידישע ווארט פאר rotf / rolling on the floor,
אוזאדע-איך ווארף זיך אויף דער ערד??)
דיל, פאדלעגע?
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
ביי אונז יודען זאגט מען 'כאמעך געראלט אפען פלאר..' אלטע ווערטער איז נישט נוגע.. חחח
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
קאדע -
קוילערמעך אויף דער ערד
Re: מאמוארן פון מנשה לוסטיג
מנשה!!!! וי וואנט מאר!!!
אוי טאטיהדא הוא דכתיב...
פארוואס ליגט די האנטוך און בהמ׳ד לעבן די סינק?
כדי מען זאל זיך גלייך נאכן אפווישן קענען אפוואשן!...
מנשה!
אוי ווי אמת די שרייבסט ליידער!
אבער וואס זאל מען טאן?
כגלייב נישט וועסט קענען טוישן די וועלט!
Is this in every bs"mdrsh ? WOW I thought its only in the bs"mdrsh where I daven !
א גוט יאר אלע חברים
דא בין איך ווידער, מיט אפאר שורות, וואס מנשה'לע האט אצינדער אויפן צונג.
ווי איך גיי און ווי איך שטיי, באמערקט איך לעצטענס, ווי כ'בין אויסגעשטאנען צום אפשאצונג פון יעדער וואס האט אפאר אויגן און א לויזע מויל, אז איך בין אונטער זייער אויפזיכט..
דהיינו, שטיי איך אין קרעמל, בין איך זוכה צו א שטופ פון א איינגערעדטע חבר, 'מנשה וואס ביסטו אזוי אנגעזעצט?.. ביסט נישט אויסגעשלאפן?! קוקסט אויס אנגעצויגן..'
שטיי איך ביים קאווע טישל א פארקלערטער [כ'מיין אז אויך איך מעג קלערן אמאל..] פיל איך א נאסע ווארעמע גיס אויף מיין הענט.. 'הע הע מנשה כ'וויל דיר אביסל אויפוועקן.. דו שלאפסט עפעס..'
גיי איך אויפן גאס געמיטלעך און אטעם ערנסט אריין פונעם קילער וועטער, שטעלט מיר אפ ווער, 'מנשה דו האסט צוגענומען וואג.. האסט דאך שוין געהאט פארלוירן...?
ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין, וואס ווילן זיי פון מיר, כ'זאל קלאר וויסן אז איך בין גראב נערוועז אנגעצויגן מיד און פאר'חלומ'ט?.. און טאמער איז עס אמת אז איך בין דאס? איז עס א מצוה יענעם אויפמערקן, כאילו ער גייט אט אט פארפאסן עפעס וואס ער ווייסט נישט?
גראדע בין איך גארנישט אנגעזעצט, כ'בין דאס רוב מאל וואס כ'האב נישט דעם שמייכל איבערן ליפן, פארקלערט אין חיי יום יום, איך האב דאנקן גאט אויכעט דאגות 'גוטע פרייליכע דאגות'.. איך קלאץ נישט סתם.. און אפילו אויב יא, מעג איך אויכעט נעמען מיין צייט פאר מיר, און נישט אלץ זיין גרייט ווי א 'דזשאויק באקס' פאר יעדער וואס וויל זיך אונטערהאלטן יעדע ליאדע מינוט אין טאג [אדער נאכט..]
אז איך מאך מיר א גרונטליכע חשבון, קומט מיר אויס זייער קלאר, אז די אלע וואס מערקן מיר אויף אז איך בין פונקט אנגעזעצט, זיי קומען מיר נישט אמאל צוניץ אין לעבן בכלל, און טאמער וועל איך זיי נאר אמאל כאפן אין א פריוואטע מינוט, צו טאקע אנגעצויגענע מאמענט, וועל איך אזאנס כאפן פארן זיי שטערן עצבות'ן..
וואס איז דאס אזוי וויכטיג יענעם צו דערמאנען, העי דו גולמ'סט.. דו ביסט דאוין!.. ממילא אז כ'וואלט געלאכט און מ'פרעגט מיר וואס איז די ווערטל, וואס ביסטו פונקט אזוי שטארק העפי.. ממילא! דאס געבט נאר צו, אז עס מאכט נאכמער העפי..
אבער מוטשען יענעם, אינמיטן ארבעט אינמיטן קלערן, אינמיטן זיין באשעפטיגט צו אפילו אינמיטן לערנען.. יא אפילו אינמיטן זיך אפרוען.. 'העי דו ביסט אנגעזעצט!!! חחח...'
מיט אזעלכע אנשיקענישן, האב איך נישט פילע רעכט צו ווערן פלוצים מיד און ערשעפט? נערוועז און מאכלאז??
גראדע בין איך דווקא יא אויפגעמונטערט, און אפילו ביי כל נדרי קען איך שמייכלען, און ביי מגילה קען איך זיין ערענסט.. דאגעגן זיי די נודניקעס למיניהם.. וואס ארבעטן דאס רוב צייט אויף א וועטער זייגער.. אז עס רעגענט זענען זיי נערוועז.. אז ס'שטייט תחנון ביים דאווענען זענען זינדיג אויף זיך אליינס.. און דעמאלטס חלילה זיי אפילו וועלן גריסן..
אבער מנשה איז עפעס היינט אנגעצויגן! וואס? און טאמער יא..
וויל איך דא מעלדן אלע מוטשע'נאקעס..! קלאפ דיר די אייגענע רוקען אין א מינוט פון הייפער, וויצעל דיר מיט די אייגענע שאטן ווען ס'פאלט אויס פלוצים, יום טוב ביום חול אין דיין קאלענדער.. איך וועל שמייכלען ווען איך וועל וועלן.. בסדר? א גוטן טאג!!!
א גוטן מוצאי יום טוב, מנשה'לע האט פארברענגט דעם געוועזענעם שבת און די צוויי טעג שבועות, צווישן די ווענט פון שפיטאל, וואלענטירנדיג צו וויילן מיט א חולה, וואס איז שוין דארט עטליכע וואכן.
אין אט די דריי טעג, האב איך צוזאמגעהערט אויפאיינמאל דרייסיג פעקלעך צרות, איינער איז נאר וואס געשטארבן איינער איז נאר וואס געבוירן, איינער האט פארלוירן פארן געבוירן איינער זיצט נעבעך אויף אנדערענס הילף ווי א נייע געבוירן.. איינער מוטשעט זיך שוין זייער לאנג, יונג און אלט.
די פילע פיזישע ווייטאגן, געבן נישט צו קיין געזונט, און איז די עפעקט פון גייסטישע און מענטאלישע נאכווייען ביים נצרך און באדינער ארום.
דארט זיץ איך מיר, און האלט מיט די געשעענישן און נאכווייען,און דערביי פארבייס א קויליטש און פארטרינק א גלעזל זופ, ס'דאך יום טוב אין קאלענדער, און דא אין שפיטאל איז יענס שמחה.
אבער דאך, ווי פיל מ'האט זיך אנגעשטרענגט נישט צו לאזן דעם הייליגן יום טוב ווערן צושטערט, און יעדע שמייכל וואס כ'האב געגעבן פאר וועם נאר דארט, האט מען געזען ממש תחיית המתים.
ס'גייט מיר גאר ווייניג אן, ווען געזונטע מענטשן האבן הנאה פון מיינע קאמישע ווערק, עס קימערט מיר נישט בכלל, אז אסאך משפחות אין די טויזענטע האלטן זיך אונטער ביי די פארטיס און פארברענגן, מיט מנשה'ס קליפס און דאס גלייכן. פארקערט, עס שטערט מיר שטארק ווען כ'הער פון א יונג בחור'ל א קאמפלימענט אויף א קליפ, געבט עס מיר א טרייסל, אויף וועמענס אחריות שווימט ער ארום צווישן ווידיאוס, און מיינע סחורה וועט זיין די תירוץ שפעטער ווי ער איז אלץ פארשוואוילען..
אבער! אז צעבראכענע נשמות זאגן מיר א קאמפלימענט, אז איך הער נאכאנאנד, דא א שבר כלי האט זיך צעשמייכלט, דארט א חולה ממושך האט אויפגעלעבט, איז עס ממש צום הארצן, און כ'קלער אט דאס איז די ענטפער אויף די פרעגערס פאר וועם דען מאכסטו עס אויב נישט פאר די יונגווארג וואס זוכן צו לאכן..
זיצענדיג צווישן די ווענט פון חושך וצלמוות, ווי די טעמפעראטור טוישט זיך אינעווייניג יעדע ליאדע שעה, איינער לויפט אריין אין חסד שטוב, כאפט א שטיקל לעקעך און מאכט שנעל א ברכה, ער יאגט זיך מיט אימפעט, נאך איידער עס וועט זיין צו שפעט, ער וויל שטיין דארט ביים בעט..
א פארסאפעטער לויפט אריין א פרישע טאטע ברוך השם מזל טוב א מיידעלע, ווידער אום בעט זיך איינער קומט שנעל ארויף די זיידע גייט אויס, מ'דארף מנין..
אינעם קארידאר דרייעט זיך אהין און אהער, אפאר פאלק, די בעבי ליידט שוין אן לאנגע חדשים, מארגן האפט מען וועט זיין די אפעראציע, און זיי שלאפן שוין נישט א וואך פאראויס..
די ווענט ווייסן דארט נאר פון טרויער און געוויין, אמאל פלוצים'דיגע פרייד אבער דאן לויפט יענער שוין אהיים מיט זיין שמחה, און לאזט איבער די אנדערע מיטן אלטן זאק.
פון צער און אומעט, שלאגט אלץ ארויס פאסקודנע ווערטלעך.. און דא נעמט מנשה'לע דאס ברעטל, און זיפט ארויס צום שמייכלען, מ'מוז זיכער מאכן, אז ס'זאל נישט זיין קיין לאנגע שעה אינעם יום טוב וואס מ'זאל נישט כאפן כאטש איין פולע שמייכל וואס זאל צעטרייסלען די וואכעדיגע און אומעטיגע מחשבות און אנגסט.
א יודעלע אין א ווילטשער לאזט טרערן, ער פארשטייט נישט וואס האט פאסירט פון עהם, געווען שטארק און געזונט און יעצט זיצט צוגעשמידט צום ראד שטוהל, כ'האב זוכה געווען אז ער האט פארווישט די טרערן און זיך הויעך צעלאכט אויף א ווערטל מיינס. דאנקן גאט ב''ה לעד.
א קליין בחור'ל א יונג ווייבעלע, א בכבוד'דיגער יוד און א שטילער תמים, אלע זענען אין שפיטאל ברודער און שוועסטער, ווייל ווען מ'שטעכט ווערן אלע דאס זעלביגע פארווייטאגט, און מ'איז זיך גלייבארעכטיגט מחזק אלע אינאיינעם, נישטא קיין כבוד קיין קודם און קיין יחוס.. אלע זעמער כאיש אחד בלב אחד, און מ'טיילט זיך מיט די ביסן, און מ'פארברענגט דאס בעסטע ווי מ'קען צווישן די ווענט פון שאטענס און שרעק.
דאס גלעזעלע קידוש וויין, און דאס אייגעפאקטע פיש און פלייש, דערמאנט מיט געבעט 'השתא הכא'.. מ'האפט ווי שנעלער זיין אינדערהיים, אבער דאס אחדות און יידישע ברודערשאפט, איז אומבאשרייבליך, און אומ'מעגליך צו שילדערן, סיי דאס געטריישאפט סיי דאס געפיל און הילף איינער דעם אנדערן, איש את רעהו יעזורו און מ'פארגעסט אז אינדערהיים זעמער ווייטע קרייזן ווייל דא זעמער ליבע ברודער קינדער פון איין אייביגער גאט ב''ה, דערפאר ולאחיו יאמר חזק!
חזק ואמץ האלט אן דיין הייליגע ארבעט
ב''ה
אזוי איז עס מיטן זומער, יאר איין יאר אויס..
ווי נאר עס שיינט אויף די זון אום ניסן, קוים וואס מ'קען מאכן א ברכה אויף די פרישע בליענדע ביימער, ווערט ספירה..
אט די מעלאדיע וואס איז געבליבן צווישן די צונג און ציינער, מיט די פסח'דיגע מצה, דאס מוז סטייען פארן תקופה פון זיבן וואכן, ביז שבועות.
דעמאלט טוישן מיר מעלאדיע, און פאר נאך אפאר וואכן קען מען כאפן א טענצל, אויף חתונות, אויף סתם סעודות מצוות..
נאר וואס עס קומט דער תמוז, די היצן געבן צו, צום שווערן מוהט, מ'ווערט ווי מ'זאגט פאר'תמוז'ט..
נישט קיין געזאנג, נישט קיין חדשות, מ'בעט מיט געוויין, ס'זאל נישט אויסגיין די יאר - חלילה די דריי וואכן מיט א היזק, ליידער וואס די טרויעריגע טעג זענען מסוגל אנצושרעקן אין איר היסטאריע.
קוים קוים מ'דערשלעפט זיך צום חודש אב, און מ'אטעמט שוין אפ!
די ערשטע טעג אין אב, זענען טאקע מער טרויעריגער, ס'פראוועט זיך די ניין טעג, אבער דאך, שוין נישט תמוז, כאטש נישט תמוז..
מ'ווייסט אז נאך די ניין טעג, קומט א דראסטישע טויש.
מ'וויינט זיך גוט אויס, נאך דריי וואכן שרעק, היצן, פאניק, און קלאג, קומען די זיבן וואכן נחמה.
דאס איז איינע פון די וואונדער מעלות פונעם יידישער פאלק, ווען מ'וויינט איז געוויינט, באלד דערויף בעט מען זיך שנעל איבער.. מ'בלייבט נישט מיטן אראפגעלאזטן נאז, מיר האפן און בעטן נאכאלץ, אבער מ'לאזט זיך טרייסטן.
יא, מיר נעמען אן מיט אמונה שלמה, די טרייסט ווערטער פונעם נביא השם.
- אה, די ווערטער פון די הפטורה, דאס טרייסט שטארק, מיט די זיסע חכמה רייד פונעם נביא בשם השם.
נחמו נחמו עמי.. יאמר אלוקיכם..
ווען מיר הערן די ווייטאג פונעם חורבן.. ותאמר ציון עזבני השם..אבער באלד לייענען מיר די דערמיטיגונגס רייד.
כי ניחם השם ציון, ניחם כל חרבותיה.. על הר גבוה עלי לך מבשרת ציון..
אנוכי אנוכי מנחמכם..
- דער אייבירשטער אליין טוהט טרייסטן, מיט אזויפיל רחמנות און מיטגעפיל, כאיש אשר אמו תנחמנו..
די שכינה הקדושה זאגט! קומי אורי כי בא אורך, ברגע קטון עזבתיך וברחמים גדולים אקצבך..
אני ה' בעיתה אחישנה..
ווי ווייכע אויל אויף אפענע וואונדן, אזוי טרייסטן און פארבאלזאמען די פסוקי תנחומין, דאס הארץ פון כלל ישראל.
וואס שוין אריבער טויזענטע יארן זי איז אין גלות, פארווארפן און פארטריבן, פון לאנד צו לאנד, פון גזירה צו גזירה, און פון איין האפענונג צום צווייטן, און נאכאלץ נישט דערטאפט דעם ריכטיגע לייכט'טורעם פונעם גאולה שלימה.
און דאס איז די כח פון כלל ישראל, וואס דער אייבירשטער האט איר געשאנקן מיט רחמנות, וויסנדיג ווילאנג עס וועט נאך נעמען ביזן תכלית הטוב, ביזן יום הגדול, יום שכולו ארוך וטוב.
- אז, ואף על פי שיתמהמה, אם כל זה אחכה לו..
טאקע נאכנישט געקומען צום תכלית, אבער דער ליבע גאט איז מיט אונז שטענדיג.
מיר זענען נישט אליינס אין מדבר.
און זענען נישט מיואש פון האפענונג, דער ליבע גאט האלט זיין רעכטע האנט איבער אונזערע אקסלן, און טראץ די ביטערע שרעק, פונעם גלות די לאנגע, די שווערע יאך פון גייסטישע און פיזישע פיין, שפירן מיר דאס גלעט פון דער ליבע טאטע אין הימל.
עמו אנוכי בצרה.
טאקע קינדערלעך איר ווייסט נישט ווילאנג, און וואס נאך עס וועט זיין.
אבער איך ווייס יא, און איך זאג אייך, אז ס'דא וואס צו ערווארטן, אויב ביז היינט זענט איר געבליבן דא, און איר זענט נישט פארווישט געווארן דורך קיין איינע פון די שרעקעדיגע מאנסטערס.
שה אחד בן שבעים זאבים, איין שעפעלע, צעזייעט צווישן גרויסמאכטן, שווארצע ווייסע, ווילדע סאלידע, איבערקלוגע און איבער ווילדע.
פון יעדן שטאנדפונקט האט מען שוין פראבירט דעם עם הנבחר צו צעקלאפן, אבער ניין! מיר זעמער דא!
פראסקעס און שטויסעס, ציפעס און דערנידערונג, שחיטות און הריגות, פאגראמען און גזירות אכזריות, און נצח ישראל לא ישקר.
גרויסע מדינות פלאצן און ווערן בטל, גרויסע אימפעריעס און מלוכות, דיאנאסטיעס און רעוועלוציעס, טוישן היסטאריע און טוישן מצבים.
אבער 'זאת התורה לא תהא מוחלפת', נישט די תורה און נישט דער יוד, נישט דער ליבע גאט און נישט זיין עם הנבחר - וועלן זיך פארטוישן חלילה, מיר זענען דא! מאז ולתמיד..
עם ישראל חי!!!
לעבעדיג, געלעבט, חי מיטן ריכטיגע טיישט פון לעבן, תורה געלעבט, געטליך געשטרעבט.
די זעלבע ביישנים רחמנים גומלי חסדים, מיט איין כוונה, געאיינציגט אינעם כל יכול, היה הווה ויהיה ב''ה.
ס'געווען יו''ט יא! ס'נעבעך געווען תשעה באב, יא יא..
אבער ס'קומט יו''ט יא! ס'קומט נאכאמאל יו''ט יא!!!
דור הולך ודור בא, א יאר קומט א יאר גייט, און מיר זענען דא - אומ'בייגזאם, מיר ווערן נישט בטל.
ווייל, אחת נשבעתי בקדשי אם לדוד אכזב..
..זרעו לעולם יהיה וכסאו כשמש נגדי.
אט די טראדיציאנאלע יודעלע, מיט זיין פשוטע אמונה און דביקות אין חכמי הדור, אט די רעטונגס שיפעלע, רידערט די וועלט יעדע צייט.
און אט זי איז די קיום פונעם וועלט באשטיי!
נישט קיין חכמים און קיין קשיות פרעגער, נישט קיין מתחדשים און קיין מצבים מאכער, ניין!
נאר ועבדי דויד מלך לעולם, פרעג נישט ווי זיין מלוכה איז, פרעג נישט וואס זיין כח איז, פרעג נישט וואס זיין פארזיכערונג איז.
דער זעלבע אמונה, די זעלבע קיום, די זעלבע עתיד, מיר זעמער געבליבן דא, און מיר בלייבן דא פארן לעכטיגן עתיד.
ושבו בנים לגבולם.
ווילאנג כ'שטיי ביים דלפק אין גראסערי, קלייבן זיך אלץ אן נאך אינטערעסאנטע נאטיצן, פון פארשידענע געשעענישן, אמאל ווילדע אמאל לאכעדיגע.
אבער אז איך פארצייכן עס, איז עס ווערד פאר א מקרא מגילה.
טאקע ווי פארשינדנארטיג עס זענען די פענימער, אזוי אנדערש זענען די נפשות אינעווייניג.
אבער ווי ווייט משנה הבריות עס קען זיין, דאס איז האר אויפשטעלנד..
נאר וואס קומט אריין א פרוי, און שלעפט ארויס פון א זעקל, א פארפרוירענע פארמאכטע פראדוקט.
זי וויל עס צוריקגעבן..
בסדר, אבער וואס איז דערמיט שלעכט?
עממ עממ שטאמעלט זי ארויס איך שפיר אז סנישט פריש..
איך פארשטיי אינגאנצן נישט - שטעל איך איר א פראגע אין פנים, דאס איז דאך א פארמאכטע שאכטל, וויאזוי ווייסט איר אז דאס קען זיין בכלל פארדארבן צו אלט.
איך האב אזוי געפילט..
ס'האט דאך א לאנגע דאטום?
איך דארף עס נישט, איך פיל אז ס'איז נישט פריש..
דא ענדיגט זיך עס! איך פארדריי א נאז מיטן פנים, ס'איז צוריקגעגעבן, אבער דאס ערשיינוג בלייבט א דילעמא.
וואס מיינט, איך 'שפיר' ס'נישט פריש? תיקו..
ווידער רעכן איך א פרוי, און זי געבט מיר א כאפ ביים ווארט, 'איר האט געציילט וויפיל פאטעטא טשיפס איך האב דא אין זעקל?'
איך שטעל מיך פאר, צען! רוב מענטשן נעמען געווענליך צען.
ניין, פליז ציילט עס אפ.
זי איז גערעכט, ס'געווען צוועלעף! אבער וואס צאלט איר?
אה, איך האב ממש נישט קיין געלט, נישט אויפן קארד, און נישט קיין מזומן, אפשר..
אפשר וואס? איך קלער כמעט הויעך.. אפשר, ס'נישט צען ס'צוועלעף ניין, ס'איז נישט צען, ווילט איר וויסן וויפיל איר גייט 'נישט' באצאלן?
יא איר גייט נישט באצאלן פאר צוועלעף..
- פארדעם האב איך געדארפט אפציילן?..
דאס איז מיר אויך געווען א חידוש, ווייל געווענליך די באשיידענע מתחמקים, פרעגן כאטש נישט קיין איבריגע קשיות, נאר טראסקענען ארויף א ארדער, און לאזן הענגן..
דא אבער וויל זי וויסן גענוי וויפיל זי גייט נישט באצאלן..
און ס'דא אזעלכע, וואס פארשטייען גאר, אויף א זאך וואס שטייט נישט קיין פרייז, אז ס'איז בחינם!
הייסט עס ס'קאסט נישט? פרעגן מאנכע מיט נארישע געלעכטער.
פארוואס זאל עס נישט קאסטן? ווייל ס'שטייט נישט קיין פרייז, צו איך ווייס נישט פונקט די פרייז.
ווילט איר נישט באצאלן פארן ביסן? צו האט איר נישט קיין געדולד צו ווארטן א מאמענט אויף א פרייז?
צו סתם פראבירט שיסן א ווערטל, און אז ס'נישטא קיין גוטס, רעד מען פון היץ..
אבער ווען ס'קומט צו באצאלן, באנעמען זיי א געפיל פון ענווה און שטילקייט.. וואס איז אייער נומער? פרעג איך שוין מיטן גראבן שטימע, נאכן נישט אויפכאפן יענעמס געמורמל אונטערן נאז.
ס'קלאפן מאשינען ארום, די ארבייטער מאכן אויף גערודער מיטן פלינקע ארבעט, אבער די קונים רעדן א תפילה חרישית..
א קארטל נומער פון א מנין נומערן, דארף איך איבערפרעגן כאטש זיבן מאל, ביז איך כאפ אויף דאס גאנצע צירוף אותיות.. און יענער ענדיגט נאך צו מיטן סוף פסוק..
- נול נול טא עלעווען....?
ניין!
טרי סעבן..! יא?
ניין ניין.. טווענטי סעווען..
אהה... און כ'קלאפ אריין דעם סוף פסוק נאכן ענדליך הערן.. און ס'אפילו נישט די גוטע נומער.. איז אודך.. און איך דארף נאכאמאל צולייגן א טויבע אויער צום בעל ענווה..
איי, האלט נישט אויף, מיך און דיך, און נאך אסאך אנדערע.. ניין, כל דבריך יהיה בנחת..
אדער שטיל, אדער מיט א מליצה.. סיקס סיקס דריי וואן.. [און כ'דארף לאכן אויף יענעמס חכמה'לע..]
איך וויל מיך נישט באקלאגן, ווייל ס'טאקע נישט די ערגסטע, אבער ווען מ'שטייט צו דינען דעם ציבור, און יעדע קליינע טעות קען באנק טאן פארן מוכר פארן קונה, איז נישטא קיין צייט פאר עוונה און נישט פאר געלעכטער.
איך רעד שוין נישט וועגן די אנגעקלעפטע קארטלעך און געלט וואס מ'געבט.. אז איך קען קלאר זען וואס יענע משפחה האט געהאט פאר נאכטמאל..
אבער דאס איז שוין א באזונדערע סוגיא.. זאל נאר יענער זיין ערנסט און צאלן, בין איך שוין צופרידן.
נאר וואס היינט, ממש היינט, פרעגט מיך א פרוי, אויב זי קען ארויסנעמען אפאר רעפטלעך פונעם זעקל ברויט.. זי דארף נישט מער ווי אפאר רעפטלעך..
זאגט איר אליין, וואס דארף זיין די ענטפער.. יא? רייסט אויף נאך אפאר זעקלעך, נעמט נאר וואס איר דארפט.. מיר זענען אויסן זיך איבערקערן פאר אייערט וועגן..
אז מ'קויפט א קענדי, און מ'נעמט אויף דעם חשבון צוויי בעגס.. איינס פאר די קענדי און איינס? פאר די קענדי בעג..
*
באמת בנוגע א ווערטל.
אז ס'ליידיג די געשעפט, אז ס'רואיג די באנעמונג, קען מען זיך ווערטלען.. יא
איר האט די נייע פלוימען? זאג איך אמאל, יא מיר האבן געגעסענע פלוימען, דאס מיינט איר? יא אונז האבן געלעקטע זעקלעך אויך.. איר וועט זיך נישט מוטשען עס צו עפענען מיטן צונג..
און יענער קויפט א צונג פון א בהמה, און פרעגט מיך, אזוי טייער?
יא! ווער ס'האט א פתחון פה, דארף באצאלן פארן צונג..
זאג נאר מנשה, קענסט נישט זאגן דעם ערל זאל נישט מאכן אזעלכע שווערע באקסעס.. ער איז א אויסגעפרעסענע ערל, האט ער כח.. אבער איך נישט..
זאג איך עהם, כ'פארשטיי נישט, דא שרייעט מען אין די וועלט אריין, אז מ'פרעסט ווערט מען קראנק, און איר זאגט אז דער ערל פרעסט און איז א בעל כח?? תיקו...
📎 559923_464198093633384_1635591521_n.jpg
ווער זענען די צדיקים?? איינס איז מנשה, נעקסט?
גוט אראפגעלייגט.
אבער דיין טענה וועגן די רעפטלעך ברויט, נאר אין וויליאמסבורג איז דאס אזא אפיציעלע זאך אז מען עפענט די בעג און מען נעמט נאר וויפיל מען ברויך?
שוין א גאנצע וואך ווי איך פראביר צו קומען אין צייט, נאך א תקופה וואס כ'בין אלץ געווען אביסל שפעט, אין געשעפט, אינדערפרי.
ס'האט מיר גוט געשטערט, פארוואס איך פראביר אויפצושטיין פריה, און זיך צואיילן, זיין שוין נאכן מקוה, נאכן דאווענען, כאטש פאר פרישטיג, אבער דאך אין צייט אין ארבעט.
ס'מיר אלץ אויסגעקומען צו קומען ממש איין מינוט נאכן צייט, ווען מ'עפענט אויף די געשעפט.
פון איין מינוט פלעגט זיך שלעפן צו פינעף מינוט און שוין זיבן מינוט, און כ'האב מיך אזוי געערגערט.
- ווייל אז כ'בין געקומען צייטליך, האב איך באקומען אויפן באצאלונג א טיפ, און אז נישט, האב איך גאר באקומען שטרענגע אויגן פונעם באלעבוס.
ב''ה ס'געלונגען! שוין א גאנצע וואך, סיי זונטאג מאנטיג דינסטיג, יא אויך מיטוואך און דאנערשטיג, און כ'בין אנגעקומען נאך פריער ווי די צייט, כאטש צען מינוט פריער.
אויך היינט פרייטיג וועל איך עס מאכן, און ענדיגן א וואך מיט סוקסעס!
אבער א מענטש טראכט..
כ'בין שוין געווען גרייט אויפן וועג, ממש נאך א פינעף מינוט דארף איך צוגיין, ממש א קורצע וועג.
און ר' יאנקל – א נישט ווייטע קרוב און נעבעך א מדוכה ביסורים, שטעלט מיך אפ!
כ'האב געמיינט איך פאל אראפ..
ס'ברענט מיר די מינוט, און ער וועט מיר דא אויפהאלטן, טאקע נישט מער ווי פופצן מינוט, דעמאלטס וועט ער שוין שפירן אז ער האלט מיך אויף און זיך אפגעזעגענען פון מיר.
אבער דעמאלטס וועט שוין זיין צו שפעט..
איך קען עהם חלילה נישט זאגן, איך מוז אוועקגיין יעצט, ניין! איך וועל עס נישט טון צו עהם, ער האט אזויפיל מיטגעמאכט די לעצטע פאר יאר בפרט.
מיט די קינדער, מיט די אייגענע געזונט, און אליינס א ווייכער טיפ, וואס העלפט אסאך אנדערע, און אויך יעצט האט ער מיך אפגעשטעלט, ווייל ער האט 'מיר' געוואלט מחזק זיין..
- און ער ווייסט גארנישט, אז ער איז מיר נישט מחזק, נאר פארקערט.
איך קלער עהם צוזאגן זייער טרוקן אין פנים, אנטשולדיגט זייער פאר אייער אינטערעסע אין מיר, אבער איך מוז שוין דעם רגע פליען..
ניין, כ'קען עהם עס נישט זאגן, שוין זיכער אסאך מענטשן וואס ער האט געוואלט אפשטעלן און זיי האבן זיך אוועקגעיאגט פון עהם.
ער איז נישט מקפיד, אבער זיין געפיל אינעווייניג יא.
- ס'טוט עהם זייער וויי, אז אמאל איז ער געווען פאר יעדן גוט, און היינט ווען ער איז א שבר כלי, און וויל פשוט רעדן צו וועם ער קען, יא, ער וויל מחזק זיין אנדערע, און קיינער האט נישט קיין צייט פאר זיינע דברי חיזוק מער.
ווילאנג וויל ער רעדן, אינגאנצן פינעף מינוט.. אקעי אפשר זיבן מינוט.. אבער ער ווייסט נישט, אז יעדע מינוט שפילט א ראלע, ביי יונגע פלייסיגע ארבעטסלייט, וואס מוזן כאפן די סעקונדע.
דער זייגער שטופט דעם ווייזערל מיט קאלטע אכזריות.. און איך זע קלאר איך וועל שוין פארפאסן היינט די צייט.
נישט היינט אליינס, א גאנצע וואך! א גאנצע וואך פון הצלחה, נאך אזויפיל כשלונות..
אוי, און ער רעדט נאך, און כ'האב שוין פארפאסט כמעט! אפשר וועל איך עס נאך מאכן.. און כ'רוף זיך אן..
אנטשולדיגט ר' יאנקל, א דאנק פאר די עצה, אבער מיין קאפ הייבט מיר אן פיבערן, ניין, כ'וויל עהם נישט אפ'פראסקענען נאך קוים פינעף מינוט רעדן.
אבער ער מיינט נעבעך אז איך ווארט יעצט צו הערן פון עהם, כאטש נאך צען מינוט, הדרכה און התמודדות אויפן מצב רוח טאג טעגליך. און ער קלאפט מיר מיט א שמייכל, דו מוזט הערן א שיינע מעשה, א משל מיט א מורא'דיגע מוסר השכל.
דא, פונקט דא קען איך עהם זיכער נישט אנטוישען.
אבער ברוך השם די נמשל איז פארגעקומען נאך א האלבע מינוט, אבער איך בין שוין שפעט פארן וואך..
כאטש לאמיר כאפן די מינוטען, און נישט זיין 'נאך מער' שפעט, וויל ביז היינט..
כ'האב נישט קיין ברירה, און... ר' יאנקל! כ'האב נישט געכאפט, כ'בין שפעט פאר די ארבעט.. אוי..
און ר' יאנקל זאגט א דערשראקענער, אוי כ'וויל נישט זאלסט זיין שפעט צו די ארבעט.. ער הייבט מיר אן באגלייטן.. צום גאס, און וואונטשט און וואונטשט..
איך קום אן אין געשעפט, און כ'האב פארפאסט! יא.. נאך שפעטער ווי שפעט.. גאנצע צוואנציג מינוט שפעט.
דער באלעבוס האט יעצט נישט באמערקט גראדע, אבער ער וועט באמערקן סוף וואך..
כ'קלער ביי מיר, זאל איך מיך אויפרעגן? אויף וועמען.. אויף ר' יאנקל ניין, אויף מיך אליינס? ניין.. אויף וועם דען?
און דער אייבירשטער האט מיר אריינגעגעבן א בליץ אין מחשבה.
מנשה'לע, אלץ נעמסטו א קאטאסטראפע, און מאכסט דערפון א זיסע צימעס.. טוה עס יעצט אויך.. זאלן אנדערע און אויך דו, עפעס פארדינען כאטש פונעם דורכפאל.
זאל עס כאטש גיין אויף פאפיר, און סיי דו סיי אנדערע קענען זיך שפיגלען דערין, מיט הארציגע מיטגעפיל, און אפשר א מוסר השכל אויך.
גם זו לטובה? זיכער לטובה. זעסט דאך? א שיינעם מאמר..
---
יעדן טאג ווען איך לויף צו די ארבעט אינדערפרי, ממש רוב מאל, באגעגען איך א ציטואציע, וואס געבט ביי מיר א מיש אויף א בלעטל זכרונות, פון איבער דרייסיג יאר צוריק.
אבער יעדן טאג!
זע איך עהם ר' בערל גיין אין שוהל. איך זאג גיין אין שוהל.. ער וויל גיין, ער ווערט אונטערגעהאלטן פון באהעלפערס וואס העלפן עהם ממש גיין, ווייל ער וויל אליין גיין מיט די פיס.
אך, אזא ווייטאג, נישט אזוי אלט, און עפעס זקנה קפצה עליו אזוי ווילד און שווער.
וואס שטייט אויפן בלעטל וואס בלעטערט זיך מיך אויף, ווען איך זע עהם ר' בערל זאל געזונט זיין.
געווען איז דאס, טאקע מער פון דרייסיג יאר צוריק, איך בין געווען אומגעפער א קינד פון קוים פינעף זעקס יאר אלט.
איך האב געגליכן איין שיינעם זומערדיגן שבת נאכמיטאג, צו כאפן א שפאציר א ווייטערע שטרעקע פון מיין הויז.
פאר מיינע קליינע יונגע פיסעלעך איז דאס געווען א ווייטע שטרעקע, און כ'האב מיך געפונען פלוצלינג, כי בא השמש, ס'געווארן טונקעלער און טונקעלער, און שוין זיכער נאך די שקיעה.
שוין באלד מוצאי שבת, אבער איך בין פארלוירן, איך קען נישט אהיימגיין, כ'האב מורא אהיימצוגיין אין די טונקל.
כ'האב מיך אוועקגעזעצט אויפן טראטואר [סיידוואלק] און אנגעהויבן ממש וויינען אויפן קול.
כ'געדענק עס ווי ס'וואלט יעצט פאסירט.
מיין יונגע מוח האט שוין באגריפן גרויסע טענות, היתכן, אז איך וויין, און עס גייען אריבער אסאך טאטעס און אסאך בחורים, און קיינער שטעלט זיך נישט אפ, אפילו פרעגן פארוואס איך טו וויינען.
קען זיין זיי וואלטן זיך יא אפגעשטעלט, צו אפשר איז געווען אנדערע סיבות וואס מ'קען דן זיין לכף זכות, אבער די פאקט איז געווען, אז איך בין געזעצן גאר א לאנגע צייט, אין מיינע אויגן, און געוויינט און שוין הייזעריג געווארן פון וויינען.
קיינער האט זיך נישט אפגעשטעלט, אלע זענען אריבערגעלאפן און מיך געלאזט אונטערן גאס לאמפ זיצן און יאמערן..
ווען פלוצלינג האט ר' בערל, דעמאלס א יונגערמאן נאך, זיך אפגעשטעלט און מיך געפרעגט פארוואס איך וויין, און וואס איך זיך, און וויאזוי איך הייס, און וואס ער קען העלפן..
איך געדענק עס זייער קלאר, ער איז געווען אויפן וועג צום שוהל, און האט מיך אנגעכאפט ביים האנט און געטראגן אין שוהל אריין, אויפגעזוכט מיין טאטן.
און פון דא און ווייטער געדענק איך שוין נישט.
יעדן טאג אינדערפרי, ס'איז לעכטיג, איך 'לויף' צו די ארבעט, און 'ער' שלעפט זיך נעבעך.. מיט יסורי הגוף און זיכער מיט יסורי הנפש.
עס ציפט מיר ביים הארצן, און עס פארפירט באלד מיין מחשבה אין א טונקעלן חלום..
דא גיי איך אהין, און דארט שלעפט ער זיך די אנדערע זייט גאס.. יעצט איז מיר לעכטיג דעמאלסט איז מיר געווען טונקל.
ער האט מיך לעכטיג געמאכט, און יעצט איז עהם טונקל..
ר' בערל זאלסט זיין געזונט, כ'האב קיינמאל נישט פארגעסן יענע פחדים'דיגע מינוטן, ווען דו האסט מיך ארויסגענומען מאפילה לאורה, באשעפער נעם עהם ארויס פון זיינע געבינדענע יסורים.
ברוך מתיר אסורים, זוקף כפופים, המכין מצעדי גבר, זיי שוין פאר ר' בערל אוזר בגבורה.. ווייל איך האלט נישט אויס צו זען טאג טעגליך, דער מתחסד עמי, זאל אזוי זיך פייניגן.
אוי, הייליגער גאט אין הימל! מאך עהם לעכטיג..
אפשר א גנב
אזעלכע פאביעס דרייען זיך אין אסאך געהירן.
שפעט ביינאכט, ווען מ'קומט אהיים צומאל, און די לעקטער זענען פארמאכט און מ'קען הערן יעדן שארך..
נאר צו קלערן אז אט אט ווען מען זיך נעמען די קוראזש און ארויסנעמען די געווער.. די שליסלעך פון טאש.
מ'געבט א נעם ארויס פון טאש, און מ'דרייעס עס אין שלעסל פונעם טיר..
ס'קלאפט דאס הארץ מיט איבערגעטריבענע פחדים, עס דאכט זיך, ווי כאילו א באנדע שווארצע רויבער שטייען ביים אנדערן זייט טיר, און האלטן עס אן מיט כח..
ער געבט א שטופ אויף דעם טיר, און ס'קומט אקעגן א טונקעלע וואלקן א שטילע..
ער וויל ווייזן אז ער ציטערט 'נישט'.. און ער געבט א מאך אויף די לעקטער! ווארשיינליך האט זיך יענער פארשטעקט אונטערן טיר..
ניין, אויך נישט..
ער לויפט אריין אין אלע שטיבער אין איין אטעם, ער איז גרייט אויפן ערגסטע, ווייל טאמער איז נישטא קיין גנב, בלייבט ער מיטן ספק אין הארץ.
ווידער טאמער איז יא איינער פארשטעקט ערגעץ דא, איז ער נישט גרייט יענעם צו אטאקירן, עס וויל זיך עהם בעטן יענעם, פיץ אפ פון דא, פאר איך טרעף דיך, ווייל ס'נישט פאר מיינע דערשראקענע נערווען..
מאך אויף לעקטער און מאכט צו! צו דערשרעקן די טונקעלע שאטנס..
ער וויל זיך נאכנישט לייגן שלאפן, ווייל טאמער דרייעט זיך יא איינער דא ערגעץ, וויל ער עס נישט פארשלאפן..
עה, קיינער איז נישטא! איך האב געוואוסט אז איך בין א גיבור, איך האב נישט מורא פאר גארנישט..
ער שפאצירט אריין אין קאך, און הערט א קוויטש!
אוי האסטו מיך דערשראקן.. קוקט ער מיט כעס אויפן סמאויק דיטעקטער, וואס געבט א פייפעלע יעדע פלוצלינגע רגע.
ער האט עפעס יא געהערט פיס טריט.. ער גייט פארשפילן דעם פאנטאזיע וואס איז אנגעבלאזן מיט פארכטיגע פאביעס, ער גייט לייענען א ביכל אויפן סאפע, און האפט איינצודרימלען.
די אויגן קלעבן זיך, און ער איז נישט מסוגל צו לייענען, אבער ווי קען ער גיין שלאפן, ער איז דאך א בעל אחריות, מ'קען נישט לאזן א שטוב אויף הפקר..
ער לייגט שוין די פאנטאפל אין א ווינקל, און טאנצט אריין אין בעט, ווען ער האט פארקלאפט אלע לעקטער, ווייל, טאמער זאל דער גנב יא וועלן יעצט אנטלויפן, זאל ער זוכן די וועג אין די טונקל..
אבער אנשטאט אפטון דעם גנב.. אפסס האט ער אריינגטרויטן אינעם נעגל וואסער שיסל.. און ער קען צו זאגן אז דאס איז א גנב וואס האט עהם געטריבן מיט שרעק..
ער לייגט זיך אראפ מיט איין באנעצטן פיס, און כאפט זיך ביים הארצן.. ממש טויט שרעק! מ'דארף אלע גנבים פארטרייבן פון לאנד..
וואס גנבים, עה ס'נישטא קיין גנבים.. וואס ציטער איך ווי א תינוק בן יומו?
איך בין שטארק! ניין כ'הער יא עפעס.. ביים פענסטער האב איך געהערט א גרידזש..
ער טאנצט ארויס פון בעט, און די צווייטע פיס אריין אין נעגל וואסער..
א בראך!!!
דער סמאויק דיטעקטער רייצט זיך שוין ווידער.. ער לויפט ווי א מייזעלע פון פענסטער צו פענסטער, פארשלוסט זיי.. און אויך יעדע שפארע און לעכל.
אההה מ'גייט שלאפן רואיג..
דווקא שטעכן די פעדערן אין קישן, און די דעקע איז אויך צו קורץ היינט.. און ער קען זיך נישט אפרוען פאר קיין סעקונדע.
נו שלאף שוין?.. ניין ס'גייט נישט..
ס'שטיל פון שטילער.. ער ווארט צו הערן דעם דריטן פיפס פונעם דיטעקטער אויפן דאך, אבער יענער עקשנ'ט זיך דווקא יעצט.. וויל נישט ווייל איך וויל יא..
איך וועל אלע ווייזן אז איך בין נישט קיין פחדן, איך שלאף! נישט..
די שווערע אנגעלאדענטע הויזן מיט שליסלעך געבט א פאל אראפ! ער האט כמעט געכאפט א הארץ אטאק.. אדער א מייז אדער א הונט אדער א קאץ, ניין סתם די הויזן איז געפאלן..
אוי חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.. אפגעקומען מיט שרעק!
מודה אני לפניך.. טרעפט ער זיך א פרייליכער מיטן מארגען פריה.. אפילו ס'רעגענט אפילו ס'איז נישט די בעסטע וועטער, אבער אבי דער נאכט איז פארשוואונדן..
כל זמן שהנשמה בקרבי מודה אני לפניך..
boxcover📎 559923_464198093633384_1635591521_n.jpg
לשאלתך ווער זענען די איבריגע
מיך קענסטו דאך, די איבריגע זענען מיינע ברודער לבית לוסטיג. [לעפלער]
ביום מן הימים, דער סוחר ביים וואג און ס'שיינט א געווענליכער טאג.
צו מיינע אויגן אנטפלעקט זיך א סצענע, וואס זאגט מיר אינערליך, מנשה נעם א פעדער און פאראייביג עס..
די עלטערן האבן קוקט אויס געלאזט דאס קינד, אינגאנצן צוויי יאר אלט, זיך שפילן אין זיין וועגעלע, כחום היום, און באטראכטן די וועלט אין זיינע אויגן, לויט זיינע השגות.
ביים ברעק פונעם טראטואר צו די גראזיגע פעלד אין א ווינקל פון געגענד, און ס'רואיג ס'זומער, אלע קומען און גייען, און פארבייגייען איינער דעם צווייטן, פארטון אין די אייגענע דאגות.
ווער האט צייט פאר יענעם, ווערט קלערט פאר יענעם, היום קצר והמלאכה מרובה, די צייט ברענט ווי די זון, און די ארבעט טרייבט מיט דרוק.
בן עשרים לרדוף בן שלושים לכח בן ארבעים לבינה.. די קאפ איז פארשוויצט פון פיזישע און מענטאלישע ארבעט, און קוים וואס מ'געניסט פונעם רייך שמעקעדיגע זומער אטמאספער.
און צו מיינע אויגן קומט זיך צו קוילערן א וועגעלע..
נישט פון זיך אליינס, עס זיצט אין א ראד שטוהל א זקינה, א בא בימים מיט אלע פירושים, און זעענדיג דאס קליין קינד אינעם קינדער וועגעלע, נידערט זי אראפ איר שנעל שטייטע גאלאפ, און דערנענטערט זיך מיט א נאטורליכע שמייכל.
נענטער און נענטער.. קוקט זי דאס קינד אין די אויגן אריין, קלערט און קלערט, אויך דאס קינד קודם דערשראקן טיילווייז, אבער באלד פארשפרייט א יונגע שמייכל.
זי האט מער נישט אלע ציין.. דאס קינד האט 'נאכנישט' אלע ציין..
זי שטרעקט אויס איר אויסגעהארעוועט האנט מיט ענערגיע, און געבט א ציפעלע אין די רויטע באקן..
פארקוקט זיך נאכאמאל אין זיינע אייגעלעך, און שיקט די האנט צום רעדל פון איר ווילטשער, און גאלארפירט ווייטער..
ביי מיר האט זיך די צייט אפגעשטעלט!
אט די צוויי אייגעלעך, וואס האבן זיך עטוואס יעצט באגעגענט, זענען צוויי וועלטן, ממש ווי פון צוויי באזונדערע עקן וועלט.
פון איין זייט, זיצט א קליין קינד, מיט זאפטיגע באקן און אויסגעפאשעט פון מילעך און האניג, ער ווייסט נישט פון קיין וועלט מיט דאגות, נאר דאס פלעשעלע זיינע און שפילצייג בזרוע ימינו.
זיין לעבנס בלעטעלע, איז ווייס גלאט און ממש ליידיג, אין זיין געשיכטעלע שטייט קוים פארשריבן, לעצטע חודש א לייכטע פארקילונג, און ממש פאר נעכטן א מילדע קלאפ.
אקעגן דאס קינד, האבן זיך איינגעשפיגעלט אפאר אויגן, שארפע כאטש קוים זעעוודיג, אבער זיי פארציילן פון אכציג יאר געשיכטע, מיום ליום ומחודש לחודש..
די זעלבע אויגן ווי פאר אכציג יאר בעפאר, אבער מיט היסטאריע וואס קען דעקן זעקס און דרייסיג שענק מיט דיקע ביכער.
מלחמות און רדיפות, נחת און דערלעבונגען, הייסע צייטן, קאלטע טעג און נעכט, אויף די אייגענע הויט ציפקע צרות, פארטריבן פון לאנד צו לאנד, און מיט די דאזיגע הענט און פיס, אויפגעשטעלט בנינים לתפארת, מיט יסודות געמישט פון טרערן און צעמענט עקשנות'דיגע ארבעט להפליא.
בלויע אויגען שפיגלען זיך אין ברוינע אויגן, איין פאהר אויגן זענען פון אייראפע, וואס האט שוין צוזאמגעזען ווייס און שווארץ, בלוט און רויך, גלאנץ און אויך אש.
- און אקעגן, זענען א פאר אויגעלעך, גאר פון אמעריקא..
- נאך גארנישט געזען אויסער די פייגעלעך אונטערן הויף, און א אלטע באביטשקע מיט שארפע אויגן, וואס רעדט נישט צו עהם, נאר שטומ'שפראך.
וואספארא קאנטראסט!
וואספארא סצענע..
און מנשה'לע איז פארקלערט און גערירט ביז גאר.
נישט לאנג צוריק, זיצנדיג ביי א שבע ברכות, ווי גאנץ א שיינעם אויבן אן, און ארומיגע בעלי בתים האבן אנטייל גענומען.
האבן מיר פארברענגט אינאיינעם פארשידענע סארט לייטן, וואס אלץ ביי א שמחה פון צוויי משפחות, טרעפן זיך פרישע יודען צום ערשטן מאל, און מ'לאזט זיך אריין אין געשפרעכן, ווילאנג עס לאזט זיך.
די געפילדער איז שוין געווען היבש הויעך, סיי דא און סיי איבערן מחיצה, און מ'האט געטאפט די פרייליכע שטימונג מיט די צען פינגער.
פלוצלינג טראךךךךךךך
איינער פון די סערווירער, האט באוויזן קונצן, און טראגענדיג אויף ביידע הענט פלאכן, צוויי ברייטע טאצן – אנגעלאדענט מיט טעלערס גלעזלעך און געשיר, האט זיך עס מיט א שלעכטן נויג – איבערגעקערט און אראפגעטראסקעט מיט א רעש!
די צענדליגע טעלערס האבן זיך צעפיצעלט און געפלויגן, גלאז מיט קארעל זענען זיך צעלאפן אין אלע ווינקלען.
און באלד הער איך א געזאנג!
מזל מזל מזל טוב.. האט זיך עפעס א יונגער צורבא מדרבנן צעזונגען אויפן העכסטן באסאווער שטימע..
און נאך עהם, דאס גאנצע אויבן אן, אין א קאפעליע לאכט א פוהל מויל און זינגט מיט..
די בעלי בתים ארום, שיסן פאר געלעכטער, און דער סערווירער שטייט פארלוירן און פארשעמט, און ברעכט די האנט מיטן בעל ה'קעיטערינג צוזאמען.
אלע אויגן זענען געוואנדן צום ספעקטאקל, אבער נאר מנשה קוקט אהין צום אויבנאן!
זענען טאקע אלע משוגע געווארן? אזא שמחה כמתן תורה מסיני.. מ'טאנצט און מ'שאלט פאר פרייד, א טאץ געשיר איז צעפיצעלט אויף די ערד..
ולשמחה מה זו עושה?
אלע לאכן, ווי מ'וואלט אויסגעראפעלט א מאיאנטעק, און דער קבצן האט עס געוואונען, אזוי האט עס אויסגעקוקט.
ביי אונז אין ישיבה, ווען א גלאז האט זיך צעשאסן, און די היציגע בחורים האבן זיך צעשריגן 'מזל טוב', האט דער ראש ישיבה רעאגירט דערויף:
מזל טוב? זאל דער בעל שמחה באצאלן..!!
דא אבער, נישט גענוג די שאדן, די בושה, און די פלוצלינגע רעש, שוין אפגערעדט פון די הארץ שרעק אין עזרת נשים.. אבער א געקעסטלטער וועסטל דארט ביים מזרח, בלאזט שופר פאר שמחה..
כ'האב מיך נישט געקענט בארואיגן פון דעם.
אויב זאל עס זיין א קאלער וואר אויסברוך, וואלט איך עס אנגענומען מיט פארשטענדעניש. אבער ס'דאך אין ריאליטעט, נישט קיין משל נאר א ווייטאגליכע נמשל.
מ'נעמט א מנהג ישראל, צו זאגן מזל טוב ווען עס צעברעכט זיך א כלי, און מ'מאכט דערפון א צימעס, ווי קיינמאל בעפאר.
אויך מיר א מזל טוב..
יענס מזל.. אוי א מזל טוב.. איי איי א משוגענער, אינגאנצן צעפראסקעט, און א מזל אין דער ערד..
די קינוח סעודה האב איך שוין געלעקט מיט קלעמעניש, אבער כ'האב מיך נאכער אליינס צעלאכט.
- אם חכמה אין כאן, דאגה מנין..
וואס זוכסטו ביי א סאטמארע שמחה
מיין גאנצע משפחה איז סאטמאר
לדוד, השם אורי וישעי..
מיר האלטן שוין ביים מאכן א סך הכל מיטן הייסן זומער.
ס'שוין טיף אלול, אט אט שוין ראש השנה פונעם נייעם יאר, א יאר מיט אסאך גוטע אנגעגרייטע זכיות און השפעות טובות.
אבער די זומער לאזט נישט נאך, אזוי שנעל..
ווי דער הערבסט הייבט אן שיקן ווארענונגען, אז דער זומער זאל זיך שוין צוזאמקלייבן די געפעק, הייבט דער זומער אן מיט א פרישקייט, שיקן הייסע פארע, און שפיזיגע שטראלן.
אבער אז ס'גייט אריבער טעג און וואכן, און ס'נישטא קיין צוויי ברירות, דער זומער שפירט אז ער צאפעלט שוין, די בלעטערלעך אנטלויפן עהם אונטער די נאז, הייבט ער אן צאנקן..
דאס זונעלע לאזט נאך אביסעלע פון אירע איר היצן, אבער דאן שטארקט זיך ווידער די זומער, און הייצט אן א טאג.
מארגן פריה, ס'שוין געווען א קילע נאכט, און אויך אביסל אייז אינעם אלול פרימארגן, אבער ווען ס'קומט חצות היום, צייגט דער זומער אז ער קלערט נאכנישט צו פארלאזן דעם דאזיגן טייל ערד קוגל.
דאס מענטשהייט אליין, פארשטייט שוין אויך, אז ס'שוין באמת מיטן זומער לשנה הבאה בירושלים.. אבער דאך טוהען זיך נאך הערן די עירקאנדישען גערודער, ווען דער זומער איז אין קריג מיטן אטמאספער..
ווען דער עירקאנדישען הייבט א טאן, און דערשרעקט פלוצים דעם עובר אורח, ווי א שטילער עראפלאן אין הימל, דערזעט זיך שוין ווינטער וואלקענעס, ווי די ענני הכבוד א זכר, אז מ'האלט שוין מיטן רעכטן פיס, איבערן שוועל פונעם נייעם יאר רונדע.
דער שופר בלאזט, און די הערצער פלאטערן מיט חשבון הנפש און תשובה מאהבה, ווען נאך די הייליג דערהויבענע טעג פון תשובה חרטה און התחדשות, איז מען זוכה צום הייליג שאטן פון די סוכה ווענט, וואס באשיצן פון די וואועדיגע ווינטן, וואס קלאפן צומאל אין די שויבן, און מיטן די ארבע מינים, טוהט מען פאכען כלפי מעלה.
הייליגע באשעפער, והיו לאחדים בידי, אלע מצוות און אלע ריכטיג גוטע כוונות, אז מיר זאלן האבן אנגעהויבן א גוטע התחלה, מיט פרישקייט און געזונט.
און אז ס'איז שוין יא טל ומטר, זאל עס שוין זיין טאקע לברכה.
אמן וכיה''ר.
ס'שוועבן און לאנדן בלעטעלעך אין די רייהע, א בלאט נאך א בלאט, און די ווינטער קומט אריין אין די קליידער.
פונקט היינט, ווען ס'איז א רעגנדיגע וועטער, און די קלימאט איז פארהויכט און גרוי, דרייעט זיך דער שטענדיגער מרה שחורה'ניק, דווקא אין די רעגן, אן א קאפעליטש, און רעדט צו וועמען דארט אויפן טעלעפאן מיט גרויס פרייד.
ווי איינער זאגט, הערסטע דארט מיין חבר לצרה, ב''ה ס'רעגענט שוין..
א חפצא פאר זיך.. א אינטערעסאנטע לעגענדע.. 'דאס לעבנס געשיכטע'.
יעדער פאר זיך פארמאגט א ספר החיים, א לעבנס געשיכטע ביכל.. מיט פרטי פרטים.
נאר ביי איינעם איז עס א קורצע געשיכטע מיט אסאך דראמא, ביי איינעם א לאנגע געשיכטע מיט ווייטע תקופות..
אזוי פארשידנארטיג און אינגאנצן אנדערש, איז איין ביכל פונעם צווייטע.
ס'האט געקענט זיין א תינוק בן יומו, וואס האט שוין געמאכט היסטאריע פון פוהלע בלעטער, און ביז די פופציג הערט מען נישט פון עהם קיין באזונדערס.
- ווידער, א זקן בן שמונים – וואס האט דווקא דאן אנגעהויבן שפירן דאס לעבן..
געקענט אפליידן די יונגע יארן פון דרוק און פיין, און ביים גרייכן די שלושים שנה ווערן א וועלטס העלד.
פירן א שיינעם לעבן ווי א מחותן בפנים יפות, און דאן ווערן באשמוצט - ווי קיינמאל בעפאר..
אמאל לאכן, אמאל וויינען, פארלירן און געוואונען, פליען און רוהען, אמאל טאנצן אמאל ליגן..
ווי קאלערפוהל עס קען זיין דאס קייט פונעם אייגענעם לעבן, ביי יעדן באזונדער אנדערש אינגאנצן, און ווי שווארץ אויף ווייס עס קען זיך צומאל בלעטערן יארן, ביז א דראמאטישער טויש.
דער איינציגער באשעפער אין הימל און אויף די ערד, ער טיילט פארציעס מיט א געטליכע חשבון, משפיל גאים עדי ארץ, ומגביה שפלים עדי מרום.
- דער ראציגער ווערד פלוצים א איש האשכולות, א בארימטער טאלאנטפולער פאכמאן, און נעבעך דער גרויסער עושר און חכם פון לאנד – א גנב, מיאוסע פארשוין און שלעפער.
אין חדר געווען דער 'הויפט', אין ישיבה א דראפאויט, אין מושב זקנים א גוט באזעצענער נגיד פון נחלאות און קרקעות.
און דווקא ווער אין כיתה אלף א נרדף, אין כולל א איש מפורסם און מוצלח, אין די עלטער א קלאציגער שלעפער און נודניק.
א לעבן, א מסכתא.. א געשיכטע פון זיך אליינס..
געמיינט אלעס, גע'חלומ'ט א וועלט, גע'דמיונט א חורבן, געווארן א נמשל.. גאר עפעס אנדערש!
דאס לעבנס ביכל!
נו, וואס האט אויסגעפעלט עגמת נפש? וואס האט צוגעגעבן אומזינסטע כוחות, זיך פארענטפערן אויף בושות, איבערקלוגן טיפשים, קלוגער מאכן דאס וועלט, און פארגיטיגן פאר חשבונות..
א שאד געווען די מיה, א עבירה די כוחות פאר כבוד, פאר געלט פאר ניצחון..
געוואלט זיין א חכם און זיך געטראפן אין די עלטער גאר א גיבור, און דער גיבור געבליבן פון עהם בלויז דברי חכמה.
געוואלט פארדינען פראטעקציע, זיך ערוועלן א נאמען אין די היסטאריע, דערווייל אנגעזייעט און דער שכן האט עס באקומען..
ווייל רבות מחשבות בלב איש, ועצת ה' היא תקום.
א שיינעם ביכל! דאס לעבן, איר געשיכטע מיט דעטאלן..
עטליכע שרעקעדיגע קאפיטלען, אינצווישן פרייליכע תקופות, בארג ארויף און פלוצלינג.. טראךךךךךך
בארג ארויף, און אודך.. טראךךךך
איין טאג פארזעצט, צען יאר א מחיה.. א חודש פארזארגט, אונטער א קארגע שעה – מזל טוב!
בילדער און סצענעס, ס'קען שוידערן און באפרידיגן מיט איין שנעלע מיש.. אבער ס'מישט זיך נישט אליינס!
דאס בענדעלע ליגט אריינגעלייגט צווישן די בלעטער, און עס לעבט זיך ווייטער, ווי אנגעשריבן פון אויבן..
בטח בה' ועשה טוב, שכן ארץ ורעה אמונה.. והתענג על השם.. 'זאל זיין געלעבט'.
נאך א אטעם נאך א תפילה נאך א בלעטל תורה נאך א חסד א יודן, און דאס לעבן באקומט א באדייטנדע געשמאק, אז עס לייענט זיך מיט פארגעניגן.
מ'בלעטערט אמאל צוריק, און עס הייבן זיך די הענט צום הימל:
עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך.. ואל תטשינו השם אלוקינו לנצח.
ס'זאל זיין א שיין געבינדענעם ביכל לתפארת, נישט קיין צעריסענע ברכה לבטלה, א שלימות פון א תפקיד אין לעבן, מיט א המשכה - ווי געוואונטשן, איידער א בינטל חרטות און פארזעעניש חלילה.
האט ער געזאגט.. איז וואס? האט ער געשפעט, ממילא? בין איך יא שולדיג בין איך נישט ריכטיג, שוין יא געכאפט, ס'האט נישט געקלאפט, זיך געשפירט פארלוירן, זיך געפילט געטראפן..
א שאד די עגמת נפש, א שאד די חשבונות אינעם נעקסט יעריגע קאלענדער..
כבוד אין די וועלט אריין, געלט אין די שווענדעניש.. צופיל צו ווייניג.
שלונג אראפ - וואס איז מער נישט פארן צונג, און לעק אויס דאס שיסל - ווילאנג ס'איז פארהאנען. זארג דיך נישט פאר די וועלט, ווייל זי האט א פארזארגער..
אבער געדענק!
צו גוטן צו גערעכטיקייט – וכל מעשיך בספר נכתבים.
עפעס א מאמואר'ל איבערן קליפ??? עפעס לענגערס ווי די פעיסבוק'ע
אין דעם ארטיקל איז דאס מרומז
מנשה לוסטיגאין דעם ארטיקל איז דאס מרומז
א לייק פאר די בזיונות
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=20945">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=20945</a>
ב''ה
אין די צייט וואס כ'טו שרייבן 'די אנהייב פון מיין לעבן' געשיכטע, האב איך נישט געשריבן די איינצעלנע מאמרים פון פארשידענע ענינים העולים על דעתי מזמן לזמן.
ובכן, וועל איך צוביסלעך עס משלים זיין בין הפרקים בין הזמנים.
-----
א געשיכטע מיט א גאסט!
א חבר מיינע טרעפט מיר אין שול, און זאגט מיר, מנשה, דו זעסט דער פעדלער וואס שטייט אין פאליש? כ'מוז דיר פארציילן וואס כ'האב געהאט מיט עהם.
ס'האט פאסירט נישט לאנג צוריק.
איך בין געקומען ממש כחצות דאווענען מעריב אין שול, און כ'זע דעם פעדלער זיך זוימען דא אין שול, און ער יאגט זיך גארנישט, ווען די שול איז שוין ממש ליידיג.
גיי איך צו און פרעג עהם.
יש לכם איפה לישן?
לא!
אויב אזוי האב איך עהם געבעטן צו מיר אהיים, און ער האט עס גערן אנגענומען, ער פאקט זיך צוזאם די פעק גאנץ שנעל, און זעצט זיך אריין אין זיין קאר, און פארט מיך נאך ביז מיין הויז.
ס'פאלט מיר איין, אפשר איז ער הונגעריג?
מעיבי יו וואנט טא איט סאמטינג?
כן כן.. יעס יעס..
אה.. אזא מצוה טרעפט זיך נישט יעדן טאג!
און כ'הייב אן פרעגן, אויב ער גלייכט פיש אדער פלייש, ווייל פונקט איז געבליבן פון נאכטמאל, און כ'בין גרייט עס אויפווארעמען פאר עהם.
זאגט ער, ביידע איז גוט..
נו, אז ער דארף פיש, און – פלייש, כ'האב וואס כ'האב..
אפשר כבודו יש קטשופ? פרעגט ער מיר..
צו כ'האב קעטשאפ, און אויך פיקל האט ער ליב..
איך גיי צום קלאזעט, און כ'עפען א פלעשל פון פיקל און אויך קעטשאפ, ביי מיר עסט מען עס נישט נאר אמאל אמאל, און אפשר שבת.
ער וויל אויך מאסטערדט.. כ'האב גראדע.. און כ'לייג אויפן טיש וואס נאך איך טרעף, פעפער און ירקות און קרעקערס..
אני רוצה לטול ידים.. ער וויל זיך וואשן..
אבל הלחם קפוי די ברויט איז אין פריזער פארפרוירען..
אין בעיה יכולים לחמם בתנור..
ער הייבט אן געבן עצות.. כ'זאל עס אנווארעמען.. און כ'זע שוין אז די מצוה דארף סבלנות.. און ווארעמט און ס'גייט א רויעך..
אפשר קצת חביתה??..
ער נעמט זיך די רואיגע טאהן און בעט אויב ס'מעגליך כ'זאל עהם מאכן א אייער שפייז..
איך האב דא אנגעהויבן קלערן, אז אפשר איז ער אזוי הונגעריג מיד, אז ער ווייסט אפילו נישט וואס ער וויל..
פרעג איך עהם, אויב ער איז זיכער אז ער דארף סיי די פיש און סיי די פלייש און אויך אייער שפייז, ער זאל זיך נישט שעמען טאמער ער האט נישט ליב די פיש אדער פלייש און דארף נאר א סאלאט און אייער שפייז.
גם וגם.. [חחח..]
ער קוקט בכלל נישט אויס קיין גראבער, כאטש א ביר בויך האט ער גראדע יא.. אבער ער דארף 'גם וגם'.. אויך דאס און אויך דאס..
און איך שטיי שוין מיטן מעסערל און שנייד א סאלאט פאר ער בעט..
ער האט זיך שוין געוואשן, און ווערט נישט זאט, ער קען הלכות קוקט אויס, און עסט ווי א יוד, אבער די אפעטיט שטעלט זיך נישט אפ..
ער עסט פיש, און סאלאט און פלייש, און אייער שפייז, און אויך א קען קאמפאט האב איך געעפענט, און ער עסט געמיטלעך, ווי דאס עסן וואלט אריין אין א אטאמאטישער גרוב ביזן תהום..
ער לאזט איבער אין טעלער אפילו אביסל ווי הלכות דרך ארץ.. דאס קוקט אויס א מלאך – טראכט איך.. אבער ער איז א געהעריגע פעדלער פון שול כ'זע עהם אלץ, ער איז אליהו הנביא..? מי יודע??
ס'האט גענומען צייט, און ער איז ברוך השם פארטיג און ער בענטשט פון א סידור, און כ'וויל עהם ווייזן ווי צו לייגן זיינע פעקלעך און זיך אנידער לייגן – אויב ער קען נאך אזא ברייטע סעודה..
ניין, ער איז נישט פלוצלינג אוועקגעפלויגן ווי אין די פארציילונגען פאר קינדער.. ער איז דא.. און ער פארלאנגט ווייטער..
ער וויל נעמען א שויער.. ווייל ער איז זייער פארשוויצט..
אה, זייער פארשטענדליך, און איך זאג עהם קלאר, אז ער קען זיך שפירן דא היימיש, נעמען זייף און וואס ער וויל, א פרישע געשמאקע האנטוך און וואס נאך וויל ער?
זאגט ער מיר, אז ס'איז א פראבלעם, ווייל איינמאל ער טוט אויס די וועש, וויל ער נישט אנטון צוריק די שמוציגע וועש, אויב כ'קען באשטיין עס אויסוואשן..
עמממ יא יא!! די מאשין ארבעט שוין..
אבער ער פרעגט אויב ס'שייך כ'זאל עהם געבן אויב ס'מעגליך פון מיינע וועש.. א העמד מיט א הויזן.. אפשר זאקן אויך.. שיך דארף ער נישט.. [אה.. ברוך השם.. עפעס דארף ער נישט..]
די געשיר ליגן אין סינק אנגעהויפענט, און די וואש מאשין וואשט, און א העמד און הויזן פון מיין לעדל ליגט גרייט פאר עהם ביים פארשלאסענעם טיר פונעם באדע צימער, און מיינע אויגן קלעבן שוין..
איך וויל קיינעם נישט אויפוועקן, געב איך א לייכטע קלאפ אויפן טיר, און פרעג עהם שטיל הויעך.
אני יכול לילך לישן? כבודו בסדר?
כן כן.. תודה.. הער איך שוין באשטעטיגט.. און כ'ראל מיך אריין אין בעט..
מארגן אונדערפרי זע איך ווי ער האט אנגעגרייט צענדליכע זעקלעך, און ער גרייט זיך צו פארלאזן מיין הויז..
כ'האב נישט באמערקט ביז היינט אז עפעס פעלט מיר, און כ'זע נישט אז ער זאל זיין א גנב חלילה, אבער וואס די זעק און פעק זענען געווען, ווייס איך נישט – פארציילט מיר מיין חבר מיט א איינגעהאלטענעם אטעם פון געלעכטער.
אבער דא איז ער דער פעדלער, איך האב נישט קיין כח עהם צו רופן נאכאמאל צו גאסט..
און מנשה האט געקלערט ענק צו פארציילן דעם געשיכטע אין פארעם פון א מאמר.
אבער ס'האט גענומען א צוויי וואכן ביז כ'האב דעם שבת ווידער געהערט א סיפור מיט א גאסט, האב איך יעצט די פעדער אין האנט, כ'וועל פארציילן נאך א מעשה..
שבת נאך מוסף קומט צו מיר מיין קרוב, און זאגט מיר הער מנשה..
נעכטן ווען איך זיץ ביים סעודת פרייטיג צונאכטס, עפענט זיך אויף די טיר און א פרעמדער יוד קומט אריין מיט א שמייכל, און זאגט גוט שבת, און שטעלט זיך אוועק נעבן מיר ביים טיש.
כ'בין געווארן אביסל פארלוירן וואס ער וויל.
אבער גלייך האב איך געכאפט, אז ער האט געמאכט א טעות..
מסתמא דארף ער גיין צו א צווייטן צו גאסט, און ער איז דא אנגעקומען, און ער ווייסט גארנישט..
כ'האב אפגעמאכט מיט מיין ווייב, אז מ'גייט שפילן ווי אלעס איז נארמאל און מסודר, ער נעמט און טוט, און עסט און טרונקט, און כ'ווייז עהם שפעטער ווי ער קען שלאפן..
און א צווייטער ווארט מסתמא אויף א גאסט..
אזוי איז עס, א קורצע מעשה, אבער א לאנגע שטילע כוונה.. הכנסת אורחים האט געוויסע סעיפים וואס ארבעט מיטן מצב ווען עס פאסירט, מ'קען זיך נישט אלץ אויסרעכענען..
א גוטע וואך!
...
----------
א גוטע וואך, איך פיר מיר לעצטענס אויף מוצאי צו קלאפן א מאמר 'מענינים שונים' העומדים על הדף ועל הזמן.
דעם געוועזענעם וואך בין איך אויפגעשטאנען אין א גרינעם קילע דינסטיג פארטאגס,מיט שטארקע ווייטאגן אין בויך.
און כ'האב גלייך געקלערט אז ס'איז גאז צו עפעס נישט גוט געגעסן.
נישט לאנג האט מיין אינסטיקט מיר געצוואונגען צו רופן הצלה, ווייל ס'נישט קיין פשוטע מיחוש, האט מיר געמאלדן אין אונטערבאוואוסטזיין מיין שכל.
און מיט די סארט יסורים בתחתונים בין איך קלוגער געווארן אין עטליכע שווערע שעות, אז כ'האב זוכה געווען צו שטיינדעלעך אין די נירן.
כאטש נישט קיין גרויסע, און כאטש נישט קיין ספעציעלע יסורים, וואס אנדערע קריגן יא אין אזעלכע מצבים, האב איך אבער ווידער אפירגענומען דעם אשר יצר טאוועל מיט א ספעציעלע חשיבות, און ווידעראמאל אויסגעקושט די ווערטער מיט לויב געזאנג צום כל יכול, דער רופא כל בשר, און ספעציעל 'ומפליא לעשות' ווי וואונדערליך עס איז.
אט די ווערטער האב איך געשריבן עטליכע יאר צוריק, ווען מיין יודענע ע''ה האט אויסגעהויכט איר ריין לייטערע חסידישע נשמה'לע, פון אזא ענליכע אינצידענט, ווען ס'האט זיך פארשטאפט און געעפענט נקבים וחלולים, בשעה אחת, ואי אפשר היה להתקיים..
איך האב דאס געשפירט טיילווייז, כאטש ברוך השם נישט מיט ייסורי איוב, אבער מיט נערוועזקייטן יא.
וואס דאס הייסט, אז ס'שטעלט זיך א שטיינדעלע קליינליך ווי א זאלץ שטויב! און קען אלאמירן דעם מענטש אז ער איז אין א סכנה, כאטש נישט כראניש אבער אומדערטרעגליך.
פון זייט לעצטע וואך, ווי איך דריי מיך נאר, שטייען פאר מיר טאוולען מיט פארלאנגען..
איינס איז לעילו נשמת, איינס איז לרפואת צו לזכות עטליכע גוטע נשמות, וואס הענגן אויס איבעראל דעם ברכת אשר יצר אויף אלערליי שפראכן, ווי וויכטיג עס איז דאס אין באוואוסטזיין צו האלטן, אז יעדע רגע וואס מען עקזיסטירט און מ'פאלט נישט צוזאם, איז עס לויטן הימלישער סיסטעם פון 'מבשרי אחזה אלוק', ווי דאס לעבן איז א שפיל ביד השם הטוב, און ער שענקט אונז דעם אטעם יעדע אויגן בליק! און געבט אונז די אויגן בליק ביי יעדע אטעם..
כל הנשמה תהלל קה הללוקה.
האב איך געזען א טייטש אין די כתבים אין 'אור האמת' וואס דער הייליגער בארדיטשובער רב זי''ע האט געצייכענט בשם דער גרויסער מגיד פון מעזריטש נבג''מ.
כל הנשמה, ביי יעדע אטעם, תהלל קה, טוט דאס אטעם ארויפגיין פארן אייבירשטען צום באטראכטן, און מ'זעט וואס ער האט געטון בשעת דעם אטעם..
הללוקה.. ס'איז אונזער בחירה אויסצוניצן דעם אטעם יעדע מאל וואס מ'אטעמט, אויף עבודת השם אויף שבח והודאה להשם.
א גוטע וואך א גוטע חודש און א גמר חתימה טובה פאר א גוט יאר. און א געזונטן תמיד.
מנשה, פריי זיך אז דעיס שטיינדעלע איז געוועין ווי א זאלץ ברעקעלע, נישט ווי א פערפל, איך וויל דיר זאגן אז נירן שטיינער איז ווייטיגן פינעם ערגסטען סארט, איך האב נאך נישט באגעיגנט קיין ווייטאגן ערגער ווי נירן שטיינער.
איך האב אלס געהערט דעים אויסדריק, איך האב זיך געקוילערט פאר יסורים, איך האב דאס געזעין שוין עטליכע מאל, ביי ערוואקסענע זיך פשוט קוילערן פאר יסורים, וויינען ווי בעיבי'ס, נאר ציליב שטיינדלעך.
ווען עס גייט פאריבער זענען כילם פה אחד פארנימען מיטן ש'יצר.
טויש דיין דייעט ווי מיר זאגן אויף א קויד וואן, ווייל דו שטיינדלעך קימען ציריק, אויב נעמט מען נישט קיין דראסטישע שריט.
א גוטע וואך
מאכט זיך אמאל איך זיץ אין א קאר פון מיין חבר, א יוגענד חבר וואס מיר שמועסן זיך צונויף זייער אפען, און מ'איז זיך מחזק אין קליינליכע זאכן וואס שטייט אמאל אין וועג, אינעם לעבן.
איך זאג מיין חבר, נעבעך יענער איז דאך אזא רחמנות, און ס'איז אזא הארצווייטאג ביי מיר ווען איך קלער נאר פון עהם.
זאגט מיר מיין חבר, כאילו ער איז דער גרעסטער רחמנות, און ביי אלע גייט אלעס געשמירט.
זאג איך.
אלא מאי, קענסט מיר ווייזן נאך צען אזעלכע נצרכים? וואס דאס לעבן זאל גיין ממש ווי מ'קייעט מרור ווארצלען..
קום נאר קום.. זאג מיר מיין חבר, אונז גייען יעצט ארומפארן אין שטעטל..
מיר לאזן זיך ארויס אין א פאמעליכע שפאציר – זיצענדיג אין באקוועמע לעדערנעם מיני ווען, און מיין חבר – ווי א טור גיי, הייבט אן מיט זיין לעקציע.
דא האסטו שמעון, דא וואוינט לוי, זיי ביידע לעבן זיך מיינסטו עפעס אזוי העפי גאו לאקי.. ווי מ'זאגט?
אה, נעבעך שמעון און לוי.. יא, שמעון האט געלט, אבער האט קיין הצלחה מיט די חינוך פון זיינע קינדער.. נעבעך..
און לוי?
אה, לוי האט געראטענע טעכטער, שוין עטליכע איידימער תלמידי חכמים, געוואלדיג.. אבער ער שלעפט זיך נעבעך יעדן פארטאגס מיטן באס אין ארבעט אריין.. ער האט נאך נישט פארדינט קיינמאל קיין סאך, כ'מיין ער איז דער לא יצלח..
כ'קען נישט זאגן לא יצלח.. נחת פון די קינדער האט ער..
אה! זאגט מיר מיין חבר.. און פארט געמיטלעך נענטער צו ר' יודל'ס הויז, הוהא.. האט ער געבויעט א הויז.. אבער ס'שטייט שוין זעקס יאר.. ער האט נישט גענוג עס צו פארטיגען און זיך אריינזעצן דערין.
און וואס איז מיט יששכר?
נעבעך.. פארן עקסידענט איז ער געווען א שטארקע מענטש, א געזונטע טעטיגער.. און היינט.. נעבעך איך געדענק עהם נאך אין די גוטע יארן..
און זיינע קינדער?
אה, ער האט פיינע קינדער.. בעלי גמילות חסדים, זיי זענען נישט די גרויסע לערנערס אבער חסד טייטש יששכר'ס קינדער.
מיין חבר לאכט מיר אין פנים, און פארט ווייטער, געב א קוק, דא וואוינט זאנוועל, בעסער געזאגט זיין ווייב און קינדער וואוינען דא.. ער איז אנטלאפן.
יא, ער איז נישט שולדיג.. איך ווייס די מעשה..
אבער ער איז אינדערהיים? האקט מיר איבער מיין חבר.. ניין ער איז אנטלאפן און האט נישט קיין געהעריגע לעבן.
וויפיל קינדער האט ער שוין חתונה געמאכט?
נעבעך, קיין איינס נישט.. צוויי טעכטער זענען שוין אווער עיטש אפאר יאר, און זיינע זין קענען נישט גיין פאר די טעכטער.
קוק אהער! זאגט מיר מיין חבר – און ער שטעלט אפ דעם קאר.
איך גיי נישט ווייטער, איך וויל זאלסט מיר אליין זאגן יעצט, ווער איז הונדערט פראצענט מסודר? ס'איז נעבעך א גלות, און יעדער האט זיך זיין פעקל.
דן איז רייך און האט קיין נחת, נפתלי איז ארעם אבער האט יא נחת, אשר איז קראנק און האט אסאך חברים, גד איז געזונט און שטארק אבער ער איז דער משוגענער אין שטאט..
מיט וועמען וואלט זיך ווער געטוישט הויזען? וועמען דארף מען מער רחמנות האבן? און ווער איז גליקליך און ווער איז 'דער רחמנות' וואס דו זאגסט!??
איך האב דעם מעסידטש אזוי גוט פארשטאנען, און ווידער אמאל אויפגעהויבן אויגן צום הימל, באשעפער איך דאנק דיר אז איך האב נישט כאטש די אלע פראבלעמען וואס די וואס וואוינען אויף דעם גאס אליין, האבן נעבעך יא..
איך האב מיין חבר גראטולירט, און נאכמער זיך געגלעט די זייטן, אז איך האב א גוטע טעמע פאר דעם וואך מוצאי שבת..
א גוטע פרייליכע הצלחה'דיגע וואך.. און אסאך גאלדענע רענדלאך...
----
לאמיר ווידער שרייבן אביסל וועגן דעם גראסערי לייף.. ווי איך פארברענג יעדן טאג שעות, און ס'זאמעלט זיך אן ביי מיר אינטערעסאנטע נאטיצן, וואס איז ווערד צו פארציילט ווערן פארן ציבור וואס גלייכן מיינע שורות.
ווי אלץ זענען פארהאנען אלע סארטן לייט, וואס זייער אמת'ע כאראקטער איז צום באמערקן אינעם התנהגות זייערע ביים איינקויפן אין געשעפט, און ווי כ'האב שוין געשריבן אז דאס איז נכלל אינעם 'בכוסו' פון די דריי זאכן וואס אדם ניכר, בכיסו בכעסו בכוסו.. און אפשר איז עס נכלל אין אלע דריי..
קודם כל זענען פארהאנען אזעלכע פארשוינען, וואס האבן זייער ליב צו טון מצוות.. אבער רוב מאל אויף מיין חשבון!
ווי כאילו איך שטיי ביים דלפק, און בין גרייט צו הערן אלע זייערע באפעלן, כאטש ס'נישט צו מיין אויפגאבע, האלטן זיי אז יא! איך מוז זיי אויספאלגן זייערע קאפריזן.
זייטס מוחל! ס'האט זיך אויסגעגאסן דארט א פעקל לאקשן.. און מ'טארנישט טרעטן אויף דעם..
נו, וואס ווילט איר פון מיר? פרעג איך צוריק דעם פרוי, ווי מרמז צוזיין אז איך האב ברוך השם וואס צוטון יעצט, און ס'נישט מיין אויפגאבע אויפצוהייבן ברעקלעך און אויסגעגאסענע פראדוקטן.
אבער יענע לאזט נישט נאך!
מ'טאר דאך נישט טרעטן אויף דעם.. כ'זע אז קיינער הייבט עס נישט אויף.. אפשר קענט איר עס אויפהייבן אדער בעטן דעם גוי..
איך קלער מיר, תבוא אמו ותקנח צואת בנה.. אבער וואס בין איך שולדיג אז דיר פלאקערט די זינד פון טרעטן אויף עסן.. און די ווילסט דיך אליינס נישט בייגן מאיזה סיבה שהיא..
און אז כ'זע אז יענער פייניגט אזוי, האב איך דווקא אפגעמאכט, אז כ'מאך מיך טויב! זאל יענער טריצן און בלאזן, משוגע מאכן האט אויך א גבול!
אבער דאס גייט אריין אינעם קאטעגאריע פון ערליך אויף יענעמס חשבון.
און אסאך מאל מאכט זיך אויך, אז כ'וויל רעכענען איינעם, און פונקט מישט זיך אריין א צווייטע קונה, און וויל 'שנעל' עפעס רעכענען.
איך האב מיינע אייגענע אפמאכן, ווען כ'לאז אריין א קונה אינמיטן איך רעכן א צווייטן, און ווען דווקא נישט!
אז איר ווילט דווקא, וועל איך עס מפרט זיין.
אז איך האב נאכנישט אנגעהויבן דעם קונה וואס שטייט דא, אדרבה קען איך באשטיין צו טון שנעל א טובה, ווייל יענער יאגט זיך..
אבער אז כ'האלט אינמיטן, איז עס מיר ממש א שטער, ווייל זייער אסאך מאל, פארגעס איך צוריק צוגיין צום אלטן חשבון, און בטעות הייב איך אן א פרישע חשבון, און גיי רעכן צוזאם די אלטע.. די נייע און יענער וויל – נאכן טון טובות פאר אנדערע.. אז כ'זאל איר אויך טון נאך צוואנציג טובות.
רעכענט צוזאם מיין אלטע חשבון, און אויך א חשבון פון מיין מאמע און מיין שוועסטער פון א אנדערע נאמבער..
די זאכן מאכן מיר קאפוויי, און פארוואס? ווייל רוב מאל געשעהט דאס אין ביזי טעג, ווען כ'האלט שוין נאכן טון אסאך אזעלכע טובות, און נאך טעותים וואס געשעען דווקא אין די ביזי טעג, און די קונים ווילן פון דעם נישט וויסן.
יענעמס פרוטה איז זייער הארב צו פארנאכלעסיגן, און איך געב שטארק אכטונג ס'זאל נישט זיין קיין טעות פון קיין פעני אפילו.
אבער אפילו איך בין עס נישט מסביר, מעג א קונה פארשטיין אז איך בין נישט געבוירן א אכזר צום מענטשהייט, און אז איך זאג אז כ'קען נישט איבערהאקן פאר יענעם, זאג מיר נישט אין פנים, זייט מוחל און טוטס אמאל א טובה!
מרת טובה מאכער! איך האב נישט געלערנט מיט אייך אין ישיבה, און איך קען אייך נישט פון שול! אויך וויל איך אייך נישט קענען נאר ווען איך רעכן אייך צו וויסן אז כ'מיש נישט אויס מיט א אנדערן, וזהו!
וויאזוי האט איר די חוצפה מיר איינצוטיילן צו טון טובות? וויאזוי שעמט איר זיך נישט מיך צו 'הייסן' זייט מוחל און רעכענטס דעם קינד..
קינדער מעגן אויך וויסן אז ס'דא א שורה, און האבן געדולדט, איך וואלט אויך געוואלט יעדן צוליב טון, און כ'קען נישט אייביג.
ס'דא א שורה, און אז איר ווילט לאזן רעכענען אנדערע, גייטס אהיים און רוהט אייך אפ.. קומט צוריק ווען איר ווילט רעכענען און נישט טון טובות אויף מיין חשבון.
און נאר ווייל יענע איז א פרוי, וועל איך יענע טובות מאכער נישט זאגן וואס כ'האב אין הארצן. אבער וויסן זאלט איר לייענער, אז ס'ליגט מיר אזעלכע זאכן אין הארצן א גאנצע טאג נאכדעם! און אסאך מאל פארליר איך קאנצעטראציע ביים ארבעט, נאר וועגן דעם!
און כ'וויל שוין שליסן דעם מאמר, או דווקא מסיים זיין מיט א גוטע עקספיריענס.
שטייט א פרוי אין שורה, און איך האב פאר מיר צוויי קאמפליצירטע טעותים וואס כ'דארף פאררעכטן.
איך קען דעם פרוי אין די שורה, זי מאכט חתונה די וואך, און זי האט נישט קיין צייט צו ווארטן סתם אזוי.
אבער אז איך לאז די טעותים לויפן, וועל איך פארגעסן און ס'וועט זיין ערגער.
האב איך ביי מיר געמאכט א שנעלע החלטה, איין טעות וועל איך פאר'רעכטן, און די צווייטע? פארפאלן! ס'וועט ווארטן ווען כ'וועל קענען כאפן א אטעם אפשר אין א האלבע שעה, ווען די שורה קונים וועט אביסל נאכלאזן.
און איך יאג זיך שנעל מיטן ארבעט, און ברוך השם איך געב א רוף צו יענעם, נעקסט!
איך זע, אז כ'האב די פרוי געמאכט מפסיק זיין פון זאגן תהילים! זי קנייטשט שנעל איין די תהילימל ווי זי האלט, און געבט א נומער און ס'פארט א גרויסע ארדער פאר איר טאכטער וואס גייט אונטערן חופה אין 48 שטונדן.
קיינער זאל מיר נישט זאגן, אז ס'דא א מער פארנומענע פרוי, ווי א מאמע וואס פירט א קינד אונטערן חופה.
איך האב געשפירט איך גיי ארויס פון די כלים פון התפעלות, און איך קען מיך נישט איינהאלטן און מאך א ווערטל..
אנטשולדיגט איך האב אייך געשטערט זאגן תהילים..
און זי שמייכעלט אפילו אין א געיעג.. איך האב געזען ס'דא שורה, און כ'דארף נאך ענדיגן תהילים פונדערהיים, דא האב איך געהאט די מינוטן, און ס'שאד צו ווארטן און זיך רעגן..
אוי ווי גערעכט איר זענט! ווען יעדער זאל נאר אזוי טון, וואלט געווען אסאך נחת אין שטעטל..
איך בין נישט געווען צופרידן פון דעם גוט ווארט צו איר, איך האב עס דווקא פארציילט איר מאן – דער מחותן! זאל ער האבן נחת פון א געטרייע ערליכע אידענע, וואס טוט מצוות אויף די אייגענע חשבון!
א גוטן זומער אלע ליבע לייענער.
באמת בין איך יעצט אינעם געיעג די קומענדיגע שעות אפצופליען קיין אויסלאנד, אבער איך האב א מאמר אויפן צונג וועל איך עס ענק עפעס איבערלאזן ביז איך קום צוריק.
גייענדיג צו א חתונה ווי מ'טרעפט נאנטע און באקאנטע פון דערווייטנס, וואס מ'זעט זיך נישט יעדן טאג, באגעגענט מיר א צווייטער געלאדענטער צום חתונה, און תוך כדי דיבור פון א קלאטשיגען מזל טוב, ווערט ער ערנסט און געבט מיר א זאג.
'מנשה, דו האסט לעצטעס אסאך צוגענומען וואג'..
כ'מיין, כאילו איך ווער זייער פרייליך און אויפגעלייגט, ווען איך הער אזעלכע 'אויפריכטיגע ווערטער'..
און איך האב מיך אנגעטון גאנץ שיין צום חתונה, ווי ס'פאסט, און פראבירט באהאלטן יעדע שלעפערישע באוועגונג, כ'מיין ס'קומען דאך פרעמדע, און ס'פליען דאך בילדער.. מ'מוז דאך זיין מענטשליך ביי א חתונה, און דא אזא 'קאמפלימענט' פון א אזוי-גערופענע חבר..
חיים! הער איך אמאל ווי איינער רופט זיך אן צו – מסתמא זיין קרוב, 'דיין בארד איז אינגאנצן ווייס געווארן'.. וואס איז די מעשה?..
און אזוי נאך עטליכע – ענליכע עפיזאדן הערט מען צומאל פון 'נאנטע' גוטע חברים, צו גאר בלוט קרובים, און וואס דער פרעגער – דער קאמפלימענט זאגער טראכט, ווייס איך נישט גענוי, אבער וואס דער געפרעגטער שפירט, ווייס איך זייער גוט.
איך ווייס עס גוט, ווייל איך הער עס נישט פון איינס צו פינעף צו צען מענטשן.
איך קען זאגן, אז אין די לעצטע תקופה, האב איך עס שוין געהערט פון אסאך גוט ווארט זאגערס.. און יא! איך האב טאקע צוגענומען אפאר פונטן, האבן עס די שארפע אויגן פון 'גוטע ידידים' הויעך געטראכט אין מיין פנים אריין.. דו דארפט מאכן א דייעטע מנשה! פארוואס מאכסטו נישט די אפעראציע?..
ווען זאל עס זיין תוך א שמועס פון פופצן מינוט, און יענער זאגט אגב, וואס טוט זיך וועגן א דייעטע, ניחא, וואלט עס אויך געווען א בדיעבד, אבער דאך נאנטע פריינד, ערלויבן זיך אזאנס.
אבער אז די שלום עליכם, די גוט שבת זאגן, און די מזל טוב זאגן, איז די פאסיגסטע מינוט פאר אזעלכע לעכטיגע דיבורים, וואס געבט נישט צו קיין מאראלישע געזונט, דאס איז שוין אבסורד!
און ס'נישטא קיין אנטשולדיגונג אויף דעם, אז כ'האב געמיינט דיין טובה, און א גוטע פריינד מעג זאגן, און כ'האב דיר שוין לאנג געטראכט צו זאגן.. ווי איינער זאגט, ביי א שמחה קען מען יענעם מסדר זיין, ווייל די שמחה וועט עס שוין ממתיק זיין..
ווי יענער וואס פראסקעט פורים, צייגענדיג כלפי מעלה אז ער האט דיך אזוי ליב..
איר מעגט וויסן, אז אויב איינער קלערט פון א דייעטע, איז עס דער געטראפענער אליינס, און יעדע רגע אין לעבן קלערט ער דערפון, און איר זענט עהם נישט מחדש קיין חידושים לטובה, נאר פארקערט, איר האט אייער 'נאנטע חבר' געגעבן א זעץ אין נשמה אריין!
ווייל למעשה האט יענער נישט קיין וועג אנדערש, אויסער אפשניידן די ווייסע בארד, צוו זיך איינציען די בויך מיט א שטריק, אדער זיך לייגן שלאפן שינת עולם, און נישט הערן און ליידן בושות וואס מ'קען שפירן, כאטש אנדערע קוקען עס נישט או אזוי שלעכט ווי דער געטראפענער קען מיינען.
שורה אחרונה, חברים הזהרו בדבריכם!
מנשה לוסטיגא גוטן זומער אלע ליבע לייענער.
באמת בין איך יעצט אינעם געיעג די קומענדיגע שעות אפצופליען קיין אויסלאנד, אבער איך האב א מאמר אויפן צונג וועל איך עס ענק עפעס איבערלאזן ביז איך קום צוריק.
וואס דו האסט אנגעהויבן נאכמאכן אויך מהר"א מסטמר וואס לאזט עפעס איבער פארן אוועק פארן? איך האב געוויסט אז דו קענסט נאכמאכן א מלמד אין חדר, א טאטע ביים שבת טיש, א אוגארישער ביים זינגן "התקוה", א צדקה גייער, אבער עם אויך?
דער וואס זאגט עס דיר - אז דו זאלסט פארלירען וואג - איז א גוטע חבר! סתם א פרעמדע מענטש אדער נאר א באקאנטער וואלט זיך נישט ערלויבט דיר עס צו זאגען! אוודאי מיינען זיי נאר דיין טובה וועגן.
נו, אז מ'שטייט ביים דלפק אין גראסערי, זאמעלט מען זיך ווידער אן סיפורים אויף עובדות.. און אז מ'האנדעלט מיט יודען און יודענעס איז עס סיפורי צדיקים..
מה נאמר, ס'דא אלץ צוויי סארטן אין יעדע געזעלשאפט, און דער זעלבער פעקל טראגן ביידע, אבער נעמען עס אנדערש אן, און דערליידן, אדער, געבן אנדערע צו ליידן, פארשידנארטיג.
דא קומט אריין א יוד, א מלומד בצרות, וואס פון ווען איך געדענק עהם, האט ער נאך קיין גוטע טאג נישט געהאט, און איז שוין נאך עטליכע דזשאבס נאך פולע יארן, אנקומען צוריק צו זיין ליבע גמרא, און פון חדוות התורה פארגעסט ער פון אלעס ארום, און מאכט מיך, און אלע ארום פריילעך, שלא על מנת כבוד צו סיי וואס.
ס'ממש דאגתו בליבו – וואס איך זע נישט, ווייל ס'קלאר – צהלתו בפניו, אז ער גלאנצט פון שמחה אייביג.
ער וועט בעסער אריינלייגן מער קעש אין זיין קאנטע, אבי ס'זאל נישט בטעות אמאל זיין א פראבלעם אז עפעס איז נישט באצאלט אויפן פלאץ, און דאס געלט איז עהם דווקא נישט קיין ריווח, נאר מענטשליכקייט צו צאלן וואס מ'קויפט, שטייט עהם פאר די אייגענע קבצנות חלילה.
באלד אונטער עהם, צו אפשר נאך ממש אין יענעמס נאז, שטופט זיך שוין אריין דער צווייטער נברא..
יענער איז טאקע אויך נישט באגליקט מיט אלעס גוטס, אבער ווער האט דען אין גלות אלעס?
אמת טאקע אז יענעמס קרוב איז אומבאלומפערט, און ער אליינס איז שוין אויך אריבער שווערע זמנים, און ער ארבעט שוויציג פאר זיינע פאר גראשן. אבער 'זיין' ווייב איז געזונטער פונעם ערשטן, און זיין נחת איז געזונטער פונעם ערשטן, אבער זיין באנעמונג ברבים, איז עפעס ווי קיין גרעסערער נצרך איז נישט פארהאנען אין די אלפיים אמה לכל רוח..
איך וואונדער מיך באמת!
וואס איז פשט דערפון, אז ער פארלאנגט זיך אלעס אלעס, און מוסר'ט יעדעם איינעם, אבער עהם אליינס טאר מען קיין קרים ווארט נישט זאגן.
אז איך געב א גענעץ מיטן פולן מויל – דווקא פארדעקנדיג מיטן ארבל מיין פיסק, האט ער אלץ ליב צו זאגן 'ווילסט מיך אויפעסן'?.. ווי כאילו ווען איך וועל היסן, וויל איך איינעם שיסן..?
אבער ער אליינס, אויסער וואס ער איז מקיים דעם היימישן מנהג פון זיך נישט אפגעבן צופיל מיטן גוף, דערפאר אין א הייסע טאג גייט פון עהם א פארע, און ממש איך מוז האלטן די אטעם ביי די פארקערטע ריכטונג, נישט גענוג דאס, קען ער נאך אין א פארקילטע גיסטע, מיר אריינהיסן אין פנים.. זאגנדיג עפעס א טרעפליכע שטעך וואס איינער האט געקריגן פון עהם, פארן וועלן 'עהם' זאגן א הערה.
און ביים באצאלן אפאר גרייצער – פאר זיין אייגענע סענדוויטש, מאכט ער אזא גרימאסע מיטן פנים, ווי כ'וואלט עהם ארויסגעצויגן די פארענט ציינער אין די מיטעלע יארן..
ער נעמט ארויס א אפגעריבענעם ענוועלאפ, און הייבט אן 'לעקן' דאלערס.. ממש א עקל.
איך האב מיך שוין צוגעוואוינט צו זיינע קרעכצן ביים 'ענדליך' באצאלן זיין באלאנס, אוי! און טאטע זיסע.. און א גניבה פון א פרייז.. און ווי נעמט מען געלט.. און כ'האב דאך קוים באצאלט 'לעצטע וואך'.. און שוין! נעם דיר די געלט און מוטשע נישט מיינע נערווען..
אזא שפראך, אז איך שפיר מיך ווי א משולח וואס קלעבט דעם נגיד ערב בוקר וצהריים, אבער אינטערעסאנט, אז ווען ער לאכט פון יענעם איז קיין רחמנות נישטא! נאר ביי זיינע פראבלעמען איז ער אבער די 'שטענדיגע פעטש כאפער פון הימל'..
איך זע דאך יא אז ס'דא בעלי מידות, דווקא צווישן די ארימעלייט אויך, און איך זע אויך וואס מיינט א 'נצרך' אבער נאך וואס א נצרך און מצטרך לבריות.. און אויסנוצער אויפן העכסטן שטאפל, ווען ער קענסעלט די דעליווערי דשארדזש די לעצטע מינוט, ווייל פונקט האט זיך איינער מיט א קאר באוויזן אין געשעפט, און יענער וויל דאך נאר עהם יעצט אהיימנעמען.
אמאל איז עס זיין בני בית זיין פאסיגע פאר, און אמאל ליידט זי לעבנס לענגליכע יסורים.. אבער צומאל האלט איך מיט געצוואונגענער'הייט, וואס די פארזעצונג איז אויך.
ווייל באלד ווי ער ווערט חסדי השם נעלם פון געשעפט, קומט זי אן.. און ולא נודע לה אז ער האט פונקט יעצט איינגעקויפט, 'אלעס' וואס זי האט געוואלט, און זי נעמט די מיה און קלייבט פריש צוזאמען דעם גאנצען ליסטע..
און ווייל איך שטעל דאך צוזאמען, בת פלוני לפלוני.. זאג איך איר מיט אכטונג, איר זענט זיכער אז איר ווילט דאס אלעס יעצט קויפן? ווייל.. עמ.. עמ.. אויב איך האב נישט קיין טעות האט אייער מאן פונקט יעצט פריער איינגעקויפט די זאכן..
און יגעת ומצאת.. יא! זיי האבן זיך נישט צוזאמגערעדט נארמאל, און כ'האב פארמיטן א 'קאטאסטראפע' ממש.
א צווייטע פאציענט – ווי איך רוף זיי די שווערע קאסטומערס – טוט מיר אזוי מוטשען מיט פראגעס וואס האבן גארנישט מיט מיר, און אז איך זאג עהם אן א שמייכל, וואס מיינט דאס אז די גראדזשעסט מיר די נערווען? ווערט ער באליידיגט, און ביים ארויסגיין פון געשעפט, שרייעט מיר צוריק, 'אנטשולדיגט פארן אריינקומען'..
איך האב פונקט אמאל מיטגעהאלטן א ספעקטאקל, ווי אזא איינער האט באקומען א פארציאן אין פרצוף, ווען יענער א נאז שטעקער און אלץ ווייסער, האט דערזען עפעס א נייע פנים אין שטעטל, און פונקט אינמיטן געשעפט פרעגט ער יענעם בקול רם.
שלום עליכם וויאזוי הייסט א יוד?..
איך האב דאך געוואוסט שוין 'וויאזוי עס הייסט א יוד'.. ס'געווען דער שווער פון דעם פרעגערס אמאליגער איידעם..
און 'יענער פרעמדער יוד' ווייסט נישט ווער דער פרעגער איז אויך נישט.. און ענטפערט עהם מיט א שמייכל, אה דו קענסט יענעם יונגערמאן? ער איז לעצטענס מיין איידעם געווארן..
און דער פרעגער איז נעלם געווארן ביים ערשטן שייד וועג.. ס'האט מיר שטארק לייד געטון, אויף זיין דורכפאל, אבער כאטש איך בין פטור געווארן פון עהם אויפן היינטיגן טאג.
המשך יבוא..
רוב פון מנשה'ס תגובות זענען וויט אלל דו רעספעקט נישט זוכה צו אפילו איין לייק.
ובכן, שטעלט זיך די צעפראסקעטע שאלה, מיט וואס פאררופט ער זיך אויף וויקי ווי דער שלום עליכם אליין פון דעם דור?
שוין אפגערעדט אז ער איז נישט אויסגעהאלטן אין גראמאטיק, די ערשטע געברויך פאר א לייטישן שרייבער.
וצ'ע.
אוטש! װאס איז דער פליצים׳דיגע אויסברוך? װי רוב שרײבערס דא האט ער נישט אזויפיל לײקס און אז ער
זאגט א גוט װארט מעגסטו איהם געבן א לײק און אויב דו װילסט נישט איז נישט אבער פארװאס דער
אויספלאץ?
מיסטער פעטער גריפען וואטעטטער דיס מינס, איך האב געפרעגט א לעגיטימע פראגע און איך ווארט פאר אן ענטפער פון דער וואס פארמאגט.
מאך דיר א וויקי בלאט און רוף זיך אלבערט איינשטיין, וועם שטערט עס? און וועגן שרייבן אזוי ווי ער שרייבט איז עס גאר בעסער נאטירליך געשריבן, מ'דארף נישט זיין אזוי גראמאטיק קארעקט, אדרבה ס'פארלירט די חן.
כוכבמיסטער פעטער גריפען וואטעטטער דיס מינס, איך האב געפרעגט א לעגיטימע פראגע און איך ווארט פאר אן ענטפער פון דער וואס פארמאגט.
Peter Griffin נישט פעטער גריפין 😈