☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א

האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א

97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12830
בלאט: 1 2

חקרן » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:55 pm

· #420679
האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א
איך עפן דא אן ערנסטן אשכול, און איך בעט צו האלטן דעם אשכול ערנסט און בא'טעמ'ט. אלע דזשאוקס און וויצן, קען מען אריינשרייבן אין די אנדערע צוויי אשכולות וואס זענען שוין פארהאן אויף די שיטה און דער מענטש. דא זאל עס געהאלטן ווערן ערנסט.

אזוי ווי יעדער זעט פונעם קעפל, רעדט זיך עס דא פון האדמו"ר מויז'ניץ - מרכז. איך וויל הערן פון זיינע אוהדים וחסידים - וואס איך גלויב אז אויך זיי דרייען זיך דא - וואס זענען די מעלות און כשרונות פון דער מענטש. וואס פארקויפט ער מער פון אנדערע אלגעמיינע מענטשן אויפן כדור הארץ? - יעדע רבי פארקויפט עפעס וואס זיינע חסידים קענען סעילסן ווייטער. דער בעלזער איז א חכם און מנהיג, דער סקווירער איז א דאקטער, דער גורער איז א קאמענדאנט, דער סקולענער איז א מנגן און שלאפט נישט קיין נעכט. דער קלויזנבורגער איז א למדן, דער סאטמארער טראגט דער דגל הקנאות... אוודאי וועט יעדער האבן מתנגדים וואס וועלן מחולק זיין און זאגן אז ס'איז נישט אמת. ערלעדיגט, אבער איך וויל וויסן אין ערשטן פאל, וואס פארקויפט דער רבי פון מרכז ויז'ניץ? - וואו שטעקט זיין גרויסקייט? - פארקויפט ער לומדות? - פארקויפט ער עבודת התפילה? - אפשר פארקויפט ער גשמיות, ווי חכמה, הנהגה וכו'?

איך בעט נאכאמאל צו האלטן דעם אשכול ערנסט. ביטע מיר מסביר זיין די מעלות און כשרונות פון רבי'ן, ווי אויך אביסל זיין פאזעטיווע היסטאריע, וואס ליגט אויף זיין רעזערמעי, און וואס האט ער שוין דערליווערט?

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 9:58 pm

· #420682
קענסט שוין משלב זיין אלע אשכולות אינאיינעם אין צימעס...

חקרן » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 10:04 pm

· #420686
איך רעד יעצט אין אן ערנסטן טאן. דאס אז ער איז קדוש וטהור, ווייסן מיר שוין - קיין שום שאלה. אבער איך וויל פארשטיין מיט וואס. דהיינו, אויב וואלט ער געבוירן געווארן אלס "חיים ברוך ראטנבערג", ביי א איד אין בארא פארק, וואס דאוונט אין ספינקא, וואס וואלטן געווען זיינע מעלות און טאלאנטן? - וואס פארקויפט דער מענטש?

קאצקע ציקער » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 10:30 pm

· #420691
ער פארשטייט גאר גיט צו מענופילעישאן

אדונינו » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 10:37 pm

· #420694
ער פארקויפט און קויפט צוויי זאכן, געטריישאפט און שיינקייט.
פון דארט נעמט זיך אלע זיינע מעלות, און אלע זיינע חסרונות, דאס גיבט ער פאר זיינע חסידים, און דאס גיבן זיינע חסידים פאר אים.
ווען ער איז געגאנגען פון וויזניץ, זענען מיטגעקומען די בעסערע מענטשן, און די טעראריסטן.
די בעסערע באלעקן זיך פון זיינע ציכטיגע טישטיכער, זיין ליידיגע אויבנאן, זיין מלכות, און זיין בעסערקייט, (ער האט פיינט א כניאק) זיינע געביגלטע פארענטשעס, זיין שטילקייט ביים טיש וכו׳
און די טעראריסטן האבן אלעמאל באקומען פון אים א פריוואטע אטענשאן פאר זייערע שלעכטע מעשים, ווייל זיי זענען אים געטריי!! געטריישאפט איז אלעמאל געווען ביי אים וויכטיג, דאס האט ער געפאדערט, און דאס האט ער געשעצט.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:21 pm

· #420712
נאך אלע מעשיות, זענען רוב ערנסטע אינגעלייט נאר דארט ווייל זיין טאטע האט געוואלט אז ער זאל זיין רבי.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:26 pm

· #420716
איך מיין צו זאגן פארוואס זיי זענען נישט געגאנגען צו שרול, אדער צו סיי וועלכע אנדערע ערנסטע משפיע, נישט איינער סתם א ליידיגייער.

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:38 pm

· #420723
Re: האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א
ער דארף צו קענען זינגען שיין.
כ'האב אים קיינמאל נישט געהערט זינגען אבער כ'האב געהערט נאכזאגן.
ער איז זייער א ווארימע מענטש, גאר סאושעל, זיינע חסידים האבן א נאנטע קשר מיט אים.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:42 pm

· #420724
כ'האב נישט געמיינט צו זאגן ממש ליידיגייער, ליידיגייער זענען טאקע דא אסאך. כ'האב געמיינט עפעס אנדערש, כ'האב עס נאר געזאגט בלשון נקייה...

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 1, 2019 5:26 am

· #420732
חסיד פון ליטא
ער דארף צו קענען זינגען שיין.
.

מוראדיג שיין, מקען ממש אויסגיין פאר מתיקות ווען ער גרעפצט... ווען זיין טאטע וואלט נישט געוועהן וויזניצער רבי וואלט ער איינגעפאקט יוסלע, קווארטין, קוסביצקי, פינטשיק, הערשמאן, יו״ט ערליך, קארליבאך, מרדכי בן דוד, אברהם פריד, שוועקי, העלפגאט, מיכאל שניצלער, ליפא, טוסיג, דאסקאל, גערטנער, שטיינמעץ, בערי וועבער, אינאיינעם....

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 1, 2019 5:37 am

· #420734
אדונינו
ער פארקויפט און קויפט צוויי זאכן, געטריישאפט און שיינקייט.
פון דארט נעמט זיך אלע זיינע מעלות, און אלע זיינע חסרונות, דאס גיבט ער פאר זיינע חסידים, און דאס גיבן זיינע חסידים פאר אים.
ווען ער איז געגאנגען פון וויזניץ, זענען מיטגעקומען די בעסערע מענטשן, און די טעראריסטן.

די בעסערע באלעקן זיך פון זיינע ציכטיגע טישטיכער, זיין ליידיגע אויבנאן, זיין מלכות, און זיין בעסערקייט, (ער האט פיינט א כניאק) זיינע געביגלטע פארענטשעס, זיין שטילקייט ביים טיש וכו', און די טעראריסטן האבן אלעמאל באקומען פון אים א פריוואטע אטענשאן פאר זייערע שלעכטע מעשים, ווייל זיי זענען אים געטריי!! געטריישאפט איז אלעמאל געווען ביי אים וויכטיג, דאס האט ער געפאדערט, און דאס האט ער געשעצט.

געטריישאפט איז וויכטיג ביי א יעדע קולט. אלע קולט און מאפיא פירער זענען געטריי צו "זייערע מענטשן". לאמיר זעהן ער זאל זיין געטריי פאר א חסיד פון זיין ברודער...

ווען דער אור האמת זצ"ל איז געקומען קיין ארץ ישראל האט זיין "הייליגע טאטע" וועם ער איז געוועהן "אזוי געטריי" געהאלטן אין איין זאגן אז ער גייט זיך טרעפן מיטן ברודער, ער האט געציילט די טעג, ער איז געוועהן מלא שמחה און געזאגט פאר יעדן איינעם די גוטע נייעס ער גייט ענדליך שלום מאכן מיטן ברודער נאך אזויפיל יאהרן. איז געגעאנגען דער "געטרייער זוהן" און אוועקגעפירט דעם טאטען קיין ערד און אים באהאלטן... דער טאטע האט געהאלטן אין איין פרעגן וואו איז דער ברודער??? און זיי האבן זיך טאקע נישט געטראפן יענע מאל ר' מאטעלע איז געקומען קיין ארץ ישראל, נאר אפאר יאהר שפעטער.. דאס איז נאר איין קליינע עובדא פון זיין גרויס "געטריישאפט" פאר זיין טאטן... ער האט אים חרוב געלייגט, און יעצט מאכט ער זיך אליינס חרוב. ער איז א פשוטע משוגענער און א משחית. ווער ס'האט געקענט זיין מאמע ווייסט גאנץ גוט אז דאס פארפוילטע עפעלע איז נישט געפאלן ווייט פונעם בוים... א צורודערטע נשמה! נעבעך אויף זיינע פאר איבערגעבליבנע חסידים. דער לעצטער וואס גייט ארויס זאל ביטע צומאכן די לייט...

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 1, 2019 6:20 am

· #420735
שבת אחים
חסיד פון ליטא
ער דארף צו קענען זינגען שיין.
.

מוראדיג שיין, מקען ממש אויסגיין פאר מתיקות ווען ער גרעפצט... ווען זיין טאטע וואלט נישט געוועהן וויזניצער רבי וואלט ער איינגעפאקט יוסלע, קווארטין, קוסביצקי, פינטשיק, הערשמאן, יו״ט ערליך, קארליבאך, מרדכי בן דוד, אברהם פריד, שוועקי, העלפגאט, מיכאל שניצלער, ליפא, טוסיג, דאסקאל, גערטנער, שטיינמעץ, בערי וועבער, אינאיינעם....

ווי איך פארשטיי רעדט ער פון כלפי די אנדערע וויזניצ'ע רבי'ס. עכ"פ שענער פון זיין ברודער זינגט ער זיכער...

חיים יואל » דינסטאג יאנואר 1, 2019 8:20 am

· #420739
ער קען גוט גוט רעדן.
ווען ער קומט אין די פרעמד [נישט ביי זיינע נאכפאלגער] רעדט ער זיין געשמאק. ער זאגט נאך שיינע דברי תורה אין אלע נושאים.
ענוה, לימוד התורה, מידות טובות, רעדן בלשון נקיה.

איך האב געזעהן אמאל ווי ער קומט צו א שבע ברכות ביי א גביר. ער רעדט שיין איידל געשמאק.

אדונינו » דינסטאג יאנואר 1, 2019 9:58 am

· #420746
שבת אחים
אדונינו
ער פארקויפט און קויפט צוויי זאכן, געטריישאפט און שיינקייט.
פון דארט נעמט זיך אלע זיינע מעלות, און אלע זיינע חסרונות, דאס גיבט ער פאר זיינע חסידים, און דאס גיבן זיינע חסידים פאר אים.
ווען ער איז געגאנגען פון וויזניץ, זענען מיטגעקומען די בעסערע מענטשן, און די טעראריסטן.
די בעסערע באלעקן זיך פון זיינע ציכטיגע טישטיכער, זיין ליידיגע אויבנאן, זיין מלכות, און זיין בעסערקייט, (ער האט פיינט א כניאק) זיינע געביגלטע פארענטשעס, זיין שטילקייט ביים טיש וכו׳
און די טעראריסטן האבן אלעמאל באקומען פון אים א פריוואטע אטענשאן פאר זייערע שלעכטע מעשים, ווייל זיי זענען אים געטריי!! געטריישאפט איז אלעמאל געווען ביי אים וויכטיג, דאס האט ער געפאדערט, און דאס האט ער געשעצט.

געטריישאפט איז וויכטיג ביי א יעדע קולט. אלע קולט און מאפיא פירער זענען געטרייע צו ״זייערע מענטשען״. לאמיר זעהן ער זאל זיין געטריי פאר א חסיד פון זיין ברודער... ווען דער אור האמת זצ״ל איז געקומען קיין ישראל האט זיין ״הייליגע טאטע״ וועם ער איז געוועהן ״אזוי געטריי״ געהאלטן אין איין זאגן אז ער גייט זיך טרעפן מיטן ברודער, ער האט געציילט די טעג, ער איז געוועהן מלא שמחה און געזאגט פאר א יעדעם איינעם די גוטע נייעס ער גייט ענדליך שלום מאכן מיטן ברודער נאך אזויפיל יאהרן. איז געגעאנגען דער ״געטרייער זוהן״ און אוועקגעפירט דעם טאטען קיין ערד און אים באהאלטן... דער טאטע האט געהאלטן אין איין פרעגן וואו איז דער ברודער??? און זיי האבן זיך טאקע נישט געטראפן יענע מאל ר׳ מאטלע איז געקומען קיין ארץ ישראל נאר אפאר יאהר שפעטער.. דאס איז נאר איין קליינע עובדא פון זיין גרויס ״געטריישאפט״ פאר זיין טאטען... ער האט אים חרוב געלייגט, און יעצט מאכט ער זיך אליינס חרוב. ער איז א פשוטע משוגענער און א משחות. ווער סהאט געקענט זיין מאמע ווייסט גאנץ גוט אז דאס פארפוילטע עפעלע איז נישט געפאלן ווייט פונעם בוים... א צורודערטע נשמה! נעבעך אויף זיינע פאר איבערגעבליבנע חסידים. דער לעצטער וואס גייט ארויס זאל ביטע צומאכן די לייט...

די אשכול איז מיוחד פאר זיינע מעלות, גערעכט ער איז א קולט, אבער געטריישאפט צו זיין קולט איז פארט א מעלה.

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 1, 2019 10:15 am

· #420749
ווייסט איינער זיין לערנען לעוועל, וועלכע כיתה ער איז? יעדעס דרשה דערווייל וואס מען האט ארויף געלייגט הערט מען שטותים והבלים, אמאהל א גימטריא אז יקום איז בגימטריה מקוה, און דאס איז דער גאנצע דברי תורה פין דער גאנצע דרשה.

וואס קען ער? חומש? גמרא? זוהר? ישועות משה גייט מען שוין שרייבען אויף קלף, כ'בין עקסיידעט.

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 1, 2019 10:20 am

· #420750
איסר האטלקי
שבת אחים
חסיד פון ליטא
ער דארף צו קענען זינגען שיין.
.

מוראדיג שיין, מקען ממש אויסגיין פאר מתיקות ווען ער גרעפצט... ווען זיין טאטע וואלט נישט געוועהן וויזניצער רבי וואלט ער איינגעפאקט יוסלע, קווארטין, קוסביצקי, פינטשיק, הערשמאן, יו״ט ערליך, קארליבאך, מרדכי בן דוד, אברהם פריד, שוועקי, העלפגאט, מיכאל שניצלער, ליפא, טוסיג, דאסקאל, גערטנער, שטיינמעץ, בערי וועבער, אינאיינעם....

ווי איך פארשטיי רעדט ער פון כלפי די אנדערע וויזניצ'ע רבי'ס. עכ"פ שענער פון זיין ברודער זינגט ער זיכער...

איך זינג אויך שענער פון מיין ברודער. פארדעם קומט זיך מיך נאכנישט די רביסטיווע.

דאס איז שוין, לאמיר זאגן ער זינגט טאקע שענער פונעם ברודער... דערווייל הער איך נאכנישט שענער...

די דזיקובער רבי זצ״ל האט אמאל געהערט ווי דער אהבת ישראל זאגט תהילים. ווען ער האט גענדיגט האט דזיקובער רבי געזאגט: וויזניצער רבי איר זאגט שיין תהילים. האט אים דער סב״ק גענטפערט: דזיקובער רבי איר הערט שיין תהילים...

איך ווייס נישט, ווען איך הער ר׳ ישראל הער איך שיין ווען איך הער ר׳ מענדלע קומט מיר צוברעכן ממש. אפשר האב איך א בייעסט אין זיך...

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 1, 2019 10:26 am

· #420751
אישתישבי
ווייסט איינער זיין לערנען לעוועל, וועלכע כיתה ער איז? יעדעס דרשה דערווייל וואס מען האט ארויף געלייגט הערט מען שטותים והבלים, אמאהל א גימטריא אז יקום איז בגימטריה מקוה, און דאס איז דער גאנצע דברי תורה פין דער גאנצע דרשה.

וואס קען ער? חומש? גמרא? זוהר? ישועות משה גייט מען שוין שרייבען אויף קלף, כ'בין עקסיידעט.

זיין טאטע האט געהייסן א ת"ח און זיין תורה איז אויך נישט קיין גרויסע חידושים, זיין זיידע דער אמרי חיים'ס תורות באשטייען אויך בעיקר פון ר"ת און גימטריות. דאס איז געווען דער מהלך אין וויזניץ.

אדונינו » דינסטאג יאנואר 1, 2019 10:36 am

· #420752
אישתישבי
ווייסט איינער זיין לערנען לעוועל, וועלכע כיתה ער איז? יעדעס דרשה דערווייל וואס מען האט ארויף געלייגט הערט מען שטותים והבלים, אמאהל א גימטריא אז יקום איז בגימטריה מקוה, און דאס איז דער גאנצע דברי תורה פין דער גאנצע דרשה.

וואס קען ער? חומש? גמרא? זוהר? ישועות משה גייט מען שוין שרייבען אויף קלף, כ'בין עקסיידעט.

אן אוסגעריפענער עם הארץ, קענסט פרעגן זיינע חברותות פון סקווירא (זיין טאטע האט אים געשיקט לערנען אהין משום כמה סיבות).

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 1, 2019 10:43 am

· #420753
[ציטאט אראפגענומען]

איך רעד דאך פון די ערנסטע אינגעלייט.

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 1, 2019 11:16 am

· #420756
אדונינו
אישתישבי
ווייסט איינער זיין לערנען לעוועל, וועלכע כיתה ער איז? יעדעס דרשה דערווייל וואס מען האט ארויף געלייגט הערט מען שטותים והבלים, אמאהל א גימטריא אז יקום איז בגימטריה מקוה, און דאס איז דער גאנצע דברי תורה פין דער גאנצע דרשה.

וואס קען ער? חומש? גמרא? זוהר? ישועות משה גייט מען שוין שרייבען אויף קלף, כ'בין עקסיידעט.

אן אוסגעריפענער עם הארץ, קענסט פרעגן זיינע חברותות פון סקווירא (זיין טאטע האט אים געשיקט לערנען אהין משום כמה סיבות).

אין סקווירא האט ער טאקע נישט געלערנט, ער האט זיך אבער פארהערט די הוראה אלס אינגערמאן. ווען זיינע אויסזיכטן צו ווערן ממלא מקום זענען בעסער געווארן, האט ער זיך שנעל געזעצט לערנען....

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 1, 2019 12:47 pm

· #420772
שבת אחים #
אדונינו
ער פארקויפט און קויפט צוויי זאכן, געטריישאפט און שיינקייט.
פון דארט נעמט זיך אלע זיינע מעלות, און אלע זיינע חסרונות, דאס גיבט ער פאר זיינע חסידים, און דאס גיבן זיינע חסידים פאר אים.
ווען ער איז געגאנגען פון וויזניץ, זענען מיטגעקומען די בעסערע מענטשן, און די טעראריסטן.

די בעסערע באלעקן זיך פון זיינע ציכטיגע טישטיכער, זיין ליידיגע אויבנאן, זיין מלכות, און זיין בעסערקייט, (ער האט פיינט א כניאק) זיינע געביגלטע פארענטשעס, זיין שטילקייט ביים טיש וכו', און די טעראריסטן האבן אלעמאל באקומען פון אים א פריוואטע אטענשאן פאר זייערע שלעכטע מעשים, ווייל זיי זענען אים געטריי!! געטריישאפט איז אלעמאל געווען ביי אים וויכטיג, דאס האט ער געפאדערט, און דאס האט ער געשעצט.

געטריישאפט איז וויכטיג ביי א יעדע קולט. אלע קולט און מאפיא פירער זענען געטריי צו "זייערע מענטשן". לאמיר זעהן ער זאל זיין געטריי פאר א חסיד פון זיין ברודער...

ווען דער אור האמת זצ"ל איז געקומען קיין ארץ ישראל האט זיין "הייליגע טאטע" וועם ער איז געוועהן "אזוי געטריי" געהאלטן אין איין זאגן אז ער גייט זיך טרעפן מיטן ברודער, ער האט געציילט די טעג, ער איז געוועהן מלא שמחה און געזאגט פאר יעדן איינעם די גוטע נייעס ער גייט ענדליך שלום מאכן מיטן ברודער נאך אזויפיל יאהרן. איז געגעאנגען דער "געטרייער זוהן" און אוועקגעפירט דעם טאטען קיין ערד און אים באהאלטן... דער טאטע האט געהאלטן אין איין פרעגן וואו איז דער ברודער??? און זיי האבן זיך טאקע נישט געטראפן יענע מאל ר' מאטעלע איז געקומען קיין ארץ ישראל, נאר אפאר יאהר שפעטער.. דאס איז נאר איין קליינע עובדא פון זיין גרויס "געטריישאפט" פאר זיין טאטן... ער האט אים חרוב געלייגט, און יעצט מאכט ער זיך אליינס חרוב. ער איז א פשוטע משוגענער און א משחית. ווער ס'האט געקענט זיין מאמע ווייסט גאנץ גוט אז דאס פארפוילטע עפעלע איז נישט געפאלן ווייט פונעם בוים... א צורודערטע נשמה! נעבעך אויף זיינע פאר איבערגעבליבנע חסידים. דער לעצטער וואס גייט ארויס זאל ביטע צומאכן די לייט...

שבת אחים: איך האב נישט געהאט די גאטס צו זאגן אט די אלע זאכן, כאטש איך (און דער עולם) ווייסט אז זיי זענען אמת ויציב, און נאך מיט א שמיץ אריבער. לפי בקשת פותח האשכול. נאר דו אלס וויזשניצער קענסט דיך ערלויבן ארויסצוזאגן דעם פולן אמת. השתא דאתית להכי, קענמען שוין רעדן פון זיין העיליגע מאמע די דעעזשער (מכ*פה), און איהר זונדעלע וועלכער האט גערודפ'ט זיין "ברודער"... און איהם גורם געווען זייער א סאך צער און עגמת נפש...! סאו זאל ער נישט קומען היינט און מיר פראווען רבי'סטווא. צוערשט זאל ער בעטן מחילה פון זיין ברודער פאר די אלע צער וואס ער האט אים גורם געווען...!

שקד » דינסטאג יאנואר 1, 2019 12:56 pm

· #420777
ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחה געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קוריאז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 1, 2019 12:59 pm

· #420780
שקד: ר' מאטעלע (ווי דו רופסט איהם) האט טאקע מוחה געווען אויף א סאך פלעצער. אבער ער האט קיינמאל נישט געטון קיין רישעות פאר א צווייטן איד...!

יעקב מענטש » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:02 pm

· #420782
שקד
ס'מיר א חידוש אז מ'מאכט ר' מענדעלע פון בני ברק ללעג ולקלס, פאר'ן טון זאכן ביי זיך אין חסידות, און ר' מאטעלע פון מאנסי, וואס האט אלץ אריינגעשטעקט די נאז ביי יעדן, און מוחא געווען מימין ומשמאל, קריטיקירט אלץ און אלעמען, ווייל ס'נישט ביי עהם, און גארנישט! ר' מענדעלע הייסט ביים גאס עפעס קאריאוז, און ר' מאטעלע עפעס אזוי גערופענע חריף ונורא מאוד. ס'עקלט מיר.

ביזט מדמה א רבי וואס האט א 'מיינונג' און זאגט עס הויעך, צו דעם ר' מענדל וויזניצער זז"ג?

אקעי!

שקד » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:39 pm

· #420796
לשון הרע מוציא שם רע ועוד ועוד, הייסט ביי דיר א איינפאכע אויסרופן הויעך ''סתם''??
ער האט געמאכט זיכער יעדע שטיק צייט צו באשמיצן א צווייטן, אמאל די ברודער, אמאל די שוואגער, אמאל די נעפיו, און כאטש ביי זיך אין שטאל אויף פיליס טערעס איז געווען חזירים, מנובלים, גנבים, מארמאראשע דום קעפ, האט ער אלץ ארויסגעשטעקט די עלעפאנט נאז און אוועקגעקוקט פון זיך, און געקוקט וואס איז נייעס אין די בלאט.
אה!! אור האמת - לעכטיג און אמת'דיג.. אזא אמת ווער דארף נאך אמת.
ר' מענדעלע איז לדעתי גארנישט קיין שלעכט רעדנער, און מעג איינפירן אין זיין קהילה - רוף עס קולט, חסידות, גרופע, גענג - גענוי ווי ר' מאטעלע מעג שופר בלאזן ווען ס'שמעקט עהם 'נישט' וואס טוט זיך ארום די גאנצע וועלט אינקלודינג תושבי מאנסי. האסטו שוין פארגעסן דעם סלאגאן? מאנסי איז נישט וועשניץ און וועשניץ איז נישט מאנסי.

איסר האטלקי » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:51 pm

· #420799
שקד איז גערעכט אז אויב מ'קוקט נאר אויף דעם, איז ר' מאטעלע געווען ערגער. אבער אז מ'קוקט אויפן גאנצן בילד איז ר' מאטעלע געווען א קדוש, א מתמיד, א ירא שמים, עובד ה', און וואס נישט. וחעין להיפך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:54 pm

· #420800
וואס איז א חילוק צו ער טוט עס ביי זיך אדער ביי יענעם? ער איז אזוי ווייניגער משוגע ווען ער טוט עס ביי זיך אינדערהיים?

גרדאע, דארף מען צוברענגן די תשובה פון הרב משה פיינשטיין וועגן איינער וואס האט זיך איינגערעדט אז ער איז משיח. ער טענה'ט אז דער מענטש איז נישט קיין משוגע'נער, נאר א שלעכטע, א בעל גאוה.

שו"ת אגרות משה אבן העזר חלק א סימן קכ

עובדא אתא לידי באחד שעוד בבחרותו נשתטה ושטותו הוא שאמר על עצמו שהוא משיח. וזה גרם לו לעשות עוד מעשה שטות שיש לו בולמוס לקרא בתורה ולהיות ש"ץ ואף שאין מניחין אותו הוא נלחם בכל כחו ואירע שלקח ס"ת וברח עמו. והיה נוסע מעיר לעיר באמרו שהוא צריך לתקן העולם והיה חוטף חפצים ומטמינם עד שיתנו הבעלים כסף לצורך גמ"ח. והיה עולה באילנות במקום שנמצאים בנ"א כדי לדרוש. ולפעמים הלך ערום באמרו שהוא כאדם קודם החטא ועוד עניני שטות בדברים כאלו שנמשך מצד שאומר על עצמו שהוא משיח וצריך לתקן העולם לפי דעתו ובשארי דברים היה פקח גמור בהבנת הדבר וזוכר ויודע הכל ומדבר ושואל כענין. וקודם הקידושין היה זמן רב ערך ג' שנים ויותר בחזקת חלים שלא עשה שום מעשה שטות והיה מלמד לילדים כראוי אך עצבות היה ניכר עליו ולא היה אוהב בחלמותו לשוחח הרבה בחברת אנשים. ואיזה ימים אחר הנישואין נתקלקל עוד הפעם והתחיל לעשות מעשה שטות הנזכרים למעלה והיה זה יותר משמונה שנים וזה קרוב לשנתים שבא לבית אביו שדר בכפר ועובד אדמתו ועושה כל המלאכות כפקח ולא עשה שום מעשה שטות ולא ניכר בו שום סימן שטותי לא בדבור ולא במעשה. והביאוהו לידי לדבר עמו שיתן גט לאשתו ובדקתיו מתחלה באיזה שיחות ואח"כ דברתי עמו שיתן גט ולא רצה בטעמים וחשבונות כמו אדם פקח בהבנה גמורה עד שנתרצה אחר יום שלם בהשלשת הרבה כסף עבורו ובכל הדברים מתחלה ועד אחר סדור הגט ונתינתו וגם למחר כל זמן היותו בפה. וקודם נסיעתו מפה שהיה אצלי ליפטר ממני היה במעשיו ודבורו כפקח גמור כפי שראינו אני וכל האנשים שהיו בעת הגט יותר מעשרה אנשים וכלנו הסכמנו שהוא פקח גמור בכל מעשיו ודבורו ומשאו ומתנו. וכן שמעתי שכל העת שישב בבית אביו היה כן. אך בתוך הרבה הדברים שדברתי עמו לחקרו ולדרשו אמר לי שבלבו עדין מחזיק שהוא משיח אך המעשים שעשה מבין שהם שטות אך בעת שעשה היה מוכרח לעשות שלא היה יכול להתאפק וכמו המצב עתה אמר שהיה בעת הקידושין שג"כ החזיק בלבו שהוא משיח אך מעשה שטות לא עשה. זהו כל מה שיודע אני בעצמי וששמעתי מאחרים ושנודעתי ממנו ברוב דבורי עמו ונסתפקתי אם יכול לגרש ויצא מאתי להיתר מכמה טעמים אשר אבאר בעה"י.

והנה לבד היתר זה יש גם לדון דאין להחשיבו שוטה כלל בזה שמחזיק עצמו למשיח כמו שלא נחשב מי שעובד ע"ז עץ ואבן לשוטה אף שודאי הוא שטות גדול להאמין בעץ ואבן אלא אמרינן דהוא פקח ורשע ומחייבין ליה מיתה וכ"כ זה שמחזיק עצמו למשיח אף שהוא שטות גדול אין להחשיבו לשוטה אלא דגאותו היתירה הטעתו שראוי להיות משיח. וממילא אפשר לדון עוד יותר שגם כל מעשיו השטותים שנמשך מצד טעותו שהוא משיח שלפי דעתו הרעה הוא תקון העולם אינם מחשיבים אותו לשוטה דכל דבר שאדם עושה מצד חשבון איזה שיטה ודרך שמחזיק בדעתו אף שהיא סכלות גדולה לא נחשב שוטה בזה כדמוכח מעובדי ע"ז שהרבה מעשה שטותים עשו וכל דרכי האמורי שנאמרו בשבת דף ס"ז הם מעשה שטות ויש להם דיני פקח.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:55 pm

· #420801
איך פארשטיי בכלל נישט דעם צושטעל. קיינער זאגט נישט אז ר' מאטעלע איז געווען א מושלם, יעדע מענטש האט זיך זיינע שוואכקייטן. אונז רעדן מיר דא פון א פשוטע משוגענער.

אברך משי » דינסטאג יאנואר 1, 2019 2:59 pm

· #420810
.

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 1, 2019 4:06 pm

· #420815
אזעלכע קליינע קינדער דא! ר' מאטעלע איז כאטש געזיצן און געלערנט און געדינט דעם אייבערשטן, די מחאות האט ער געמיינט הונדערט פראצענט לש"ש...

ר' מאטעלע גלייכט ער צו צו ר' מענדלע???

א מענטש וואס האט ממש געקענט ש"ס אויפן לשון??? א איד א קדוש וטהור???

א איד וואס האט אויסגעטיילט רוב פון זיין פארמעגן פאר צדקה????

א איד וואס איז אין זיין לעבן נישט געפארן אויף קיין וואקציעס/דאטשע, און אייביג געוועהן דא פאר זיינע חסידים???

נעבעך! קליינע קינדער זענען ענק!

דער שקד איז סתם א טראלל...

איש חזון » דינסטאג יאנואר 1, 2019 4:45 pm

· #420817
וועלקאם טו קאווע שטיבל

שקד » דינסטאג יאנואר 1, 2019 4:46 pm

· #420818
שבת אחים #
אזעלכע קליינע קינדער דא! ר' מאטעלע איז כאטש געזיצן און געלערנט און געדינט דעם אייבערשטן, די מחאות האט ער געמיינט הונדערט פראצענט לש"ש...

ר' מאטעלע גלייכט ער צו צו ר' מענדלע???

א מענטש וואס האט ממש געקענט ש"ס אויפן לשון??? א איד א קדוש וטהור???

א איד וואס האט אויסגעטיילט רוב פון זיין פארמעגן פאר צדקה????

א איד וואס איז אין זיין לעבן נישט געפארן אויף קיין וואקציעס/דאטשע, און אייביג געוועהן דא פאר זיינע חסידים???

נעבעך! קליינע קינדער זענען ענק!

דער שקד איז סתם א טראלל...

ענק דערמאנען מיך, ווי יענע וואס זאגן אויף אליש ענגלענדער; ער איז א מתמיד, א ירא שמים, א חסידישע יוד, א תלמיד חכם, פארט נישט אויף דאטשע, טראגט נישט מיט'ן עירוב, שרייעט פוי..
און וואס טוט זיך מיט צדקה געבן? ווער דארף זאלסט מיר זיין פרום, בעסער מאך צו די גמרא און טו חסד.
ר' מאטעלע מעג זיין מלאך אלוקים צבקות, איז ער נישט ווערד קיין פעני טאמער טוט ער וויי יודן - זענען נישט אונטער זיין ווירטשאפט - !!! פארשטאנען?

ער האט געהאט גרויסע פראבלעמען אין שול און אין קהילה זיינע, און ווען מ'האט עהם געזאגט דערוועגן, האט ער געשריגן פונקט ווי רעב בארן, ס'נישט איך ס'די רשע-קילע..
וואס האט ר' מאטעלע צו זאגן א מיינונג וואס שקד טוט ביי זיך אין שטעטל? ווער האט עהם געפרעגט וואס סאטמאר טוט אין מאנראו? ווען האט די תורה געהייסן אז א רב פון מזרח זאל מוחה זיין אויף מערב?
האסט א חסידות? מ'זאגט דיר עוולות דארט? פארוואס שטאפסטו צו די אויערן?? און ווען דו הערסט לשון הרע ביי א צווייטן פלאפלסטו הויעך ביי די העכסטע צייט פון שבת, אזעלכע נישטיגע טעמעס.
יעצט גיי לערן הייליגע רעבעלע, און שאט אפ!

גדליה » דינסטאג יאנואר 1, 2019 4:46 pm

· #420819
כ'האב געזען א קליפ ווי די הייליגע מענדעלע רעדט ערגעץ אין גער. ער רעדט פאר פייער אין פאר וואסער אין סקלעפט נישט איין ווארט צום צווייטען.
כ'מיין אז אויסער הייסן האגער פארמאגט ער נישט קיין איין קוואליפיקאציע צי זיין רבי.
אה אויב אזוי איז ער דאך א פאסיגע רבי.

שקד » דינסטאג יאנואר 1, 2019 4:51 pm

· #420823
רביה''ק זי''ע
איך פארשטיי בכלל נישט דעם צושטעל. קיינער זאגט נישט אז ר' מאטעלע איז געווען א מושלם, יעדע מענטש האט זיך זיינע שוואכקייטן. אונז רעדן מיר דא פון א פשוטע משוגענער.

ר' מענדעלע האט נישט וויי געטון אזויפיל קהילות בישראל, ווי ר' מאטעלע, און ר' מענדעלע האט געמיינט זיין רעביסטעווע, און ר' מאטעלע אויך זיך אליינס אויף יענעמס בלוט, אויף אזעלעכע וואס זענען בכלל נישט זיין קעגן קאנדידאטן.
ר' מענדעלע האט געהאט מיט שרול זיין ברודער - וואס היינט זעט מען שוין אז ער זיך אליינס ווערט די געלט, און נאך א מזל מ'האט עהם פארשיקט פון שטוב. און ר' מאטעלע - אנשטאט צו בויען זיין חסידות, האט ער געשיט פעך און שוועבל אויף רוב כלל ישראל - ווייל כ'האב זיי נישט ליב. פשוט שנאה מחמת קנאה. און מתמיד קדוש ונורא? וועם גייט עס אן? האסט אמאל געהערט סיי וועלכע רבי מוחא זיין אויף אנדערע רבי'ס וואס האבן גארנישט מיט עהם בכלל? מיינד יור און סמעלי ביזנעס

איש חזון » דינסטאג יאנואר 1, 2019 4:56 pm

· #420825
כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?

חסיד פון ליטא » דינסטאג יאנואר 1, 2019 4:59 pm

· #420826
Re: האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א
איש חזון
כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?
ס'שוין געווען א שמועס איבער לש"ש.
דער אייסיס מעמבער וואס שניידט קעפ טענה'ט אויך אז ס'נישט מידות משחתות, ער מיינט דעם אללה אכבר.

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 1, 2019 5:05 pm

· #420827
נעבעך וועמען האט שוין ר׳ מאטלע וויי געטוהן??? אבי גערעדט... סתם גערעדט אין דער וועלט אריין. ער האט זיך איבערגעבעטן מיט סאטמאר און מיט זיין ברודער, און איין מאל האט ער מוחה געוועהן אויף סקווירא ווען א מאדערנע וויזניצער חסיד האט אים געזאגט אז ער האט געזעהן דעם רעבאו אויף טעלעוויזע ביי די סקווירער חתונה- ר׳ מאטלע האט עס נישט געקענט אראפשלינגען...

גראדע מיט זיין ברודער׳ס מחאות איז ער געוועהן הונדרעט פראצענט גערעכט. ער האט קודם פרובירט צו רופן זיין ברודער און מהאט אים נישט דורכגעלאזט די טעלפאון, ער האט פרובירט שיקן בריווען אבער מהאט אים נישט גענטפערט. די רשעות וואס מהאט געטוהן דעמאלטס צו ר׳ ישראל אויף א שרעקליכע אופן האט זיך פארלאנגט א מוחאה-זייער גוט האט ער געטוהן!!!

מקען שוין מיינען אלע אנדערע רביס זייט בעש״ט צייטן האבן אויך געהאט פארשידנע מחלוקות לש״ש... און אסאך אגענדעס. ער איז כאטש געוועהן איין שטיק אמת. א ערליכע איד, לא פסיק פומיה מגירסא... די גוטס וואס ער האט געטוהן פאר זיינע חסידים און פאר אנדערע אידן, די צדקה און גמילת חסידים, די אמתקייט, אוטענטישקייט, ערליכקייט, און צדקות וועגט איבער אלע זיינע חסרונות...

שקד » דינסטאג יאנואר 1, 2019 5:06 pm

· #420828
איש חזון
כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?
איך האלט קלאר אז ער האט עס געטון 'נישט לשם שמים' נאר אלץ פארביסענע קנאה. ס'נישטא קיין צווייטע הסבר בכלל.

פון ווי האט ער מיטגעהאלטן יענעמס גארביטש?
און פארוואס האט ער נישט קער גענומען פון ש.ר. און יח.א. ועוד ועוד ועוד ועוד.. אויב ער האט עס געמיינט '''לְ שֶ ם שָ מַ י ם''' הע??

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 1, 2019 5:15 pm

· #420829
אבי גערעדט! יח.א., ש.ר. איך זעה שוין... נעקסט קעיס. איך וועל דיר בל"נ ענטפערן מיט א לאנגע תגובה...

דו הייבסט נישט אן צוקענען בכלל ר' מאטעלע אויב זאגסטו אז ער האט נישט געמיינט לש"ש. ער האט אלעס געמיינט לש"ש. יעדע אטעם איז געוועהן לש"ש...

און דאס וואס דו זאגסט אז ער האט נישט ארויסגעווארפן קיין מענטשן פאר גארביטש, שעמסט זיך נישט דעס צו זאגן??? ר' מאטעלע איז געוועהן די איינציגסטע רבי אויף די וועלט וואס האט ארויסגעווארפן די גרעסטע עשירים... ווי איצא ק., מנחם ג., א"ח ג. וכו' וכו'. אבי גערעדט ארויס פון דיין טאכעס...

וואס האט ש.ר. געטוהן???

שקד » דינסטאג יאנואר 1, 2019 5:25 pm

· #420833
שבת אחים מיינט אז ער ווייסט אלעס.. כ'פארשטיי ביסט פארגלייבט אין דיין וועשניצע מארמארישע גאט, אבער אויסער גרעפצן אינמיטן טיש האט ער גארנישט פארקויפט פאר די גאס.
כמעט יעדע רבי בדורינו אנו, געבט עפעס פאר'ן כלל, טוט עפעס אויף. ר' מאטעלע האט געטויגט אויף איין זאך, 'בלאזן'

יין שרף » דינסטאג יאנואר 1, 2019 6:47 pm

· #420847
שקד
ר' מענדעלע האט געהאט מיט שרול זיין ברודער - וואס היינט זעט מען שוין אז ער זיך אליינס ווערט די געלט, און נאך א מזל מ'האט עהם פארשיקט פון שטוב.
Can you please elaborate on this???

און אויך ווער איז יחזקאל א.? (א*******ן??) מה פשעו ומה חטאתו?

אדונינו » דינסטאג יאנואר 1, 2019 7:47 pm

· #420856
מר. שקד, איר זעהט זיך אויס צו זיין א פארביסענע מרכז חסיד, קודם כל מעגסט שרייבן ר׳ ישראל, ״שרול״ מיינט די ערמל, און ווייזט אויף שנאה, און אויפן הייליגער האסטו געדענקט צו שרייבן ר׳.

לגבי זיין ברודער וואס דו שרייבסט אז ״ער האט געהאט״ האב איך פאר דיר נייעס, אז ער איז געווען קנאפע 25 יאר אלט ווען זיין ברודער איז געפלויגן, און איך בין נישט זיכער אויב מען האט אים דערציילט די גאנצע מעשה, אבער ר׳ ישראל וואס דו שרייבסט אז: היינט זעהט מען שוין... איז א רבי וואס איז נערץ ונכבד ביי אלע גדולי ישראל, און פון די מערסט ארויפגעקוקטע פערזענליכקייטן ביים המון עם, א איד וואס איז שווער צו טרעפן אויף אים א רוחניות׳דיגע חסרון, אזוי ווי מען זאגט אין וויזניץ: ר׳ מענדל׳ס מעלות האט מען געהערט פון זיין טאטן, אבער די חסרונות זעהט מען ביי אים, ר׳ ישראל׳ס חסרונות האט מען געהערט פון זיין טאטן,אבער זיינע מעלות זעהט מען ביי אים...

יעצט לגבי ר׳ מאטעלע זצ״ל, האט זיך זיין פלומעניק ר׳ ישראל פון בני ברק אויסגעדרוקט: אז ״די וועלט קען מען נישט נער׳ן, די וועלט שמעקט ווער עס איז א צדיק, ועובד ה׳ באמת״ און נישט אומזינסט האט יעדער ערליכע איד געשמעקט ביי ר׳ מאטעלע ערליכקייט, און אים נאכגעלאפן פאר א ברכה, קוויטל, טיש, און ביי ר׳ מענדל שמעקט מען פארשטינקענע פיש (במחילת הכבוד) און זיינע אייגענע מענטשן אנטלויפן!!

ממילא פארגעס פון מוחאות, שקצות, מנוולות, פרעג יעדע חדר אינגל ווער ר׳ מאטעלע איז געווען, און דו ווייסט אליין די ענטפער...

גדליה » דינסטאג יאנואר 1, 2019 7:49 pm

· #420857
שבת אחים
רעב מאטעלע האט נישט געקענט פירען טיש.
קענסט פלאצען.

יתרו » דינסטאג יאנואר 1, 2019 8:09 pm

· #420864
שקד
שבת אחים מיינט אז ער ווייסט אלעס.. כ'פארשטיי ביסט פארגלייבט אין דיין וועשניצע מארמארישע גאט, אבער אויסער גרעפצן אינמיטן טיש האט ער גארנישט פארקויפט פאר די גאס.
כמעט יעדע רבי בדורינו אנו, געבט עפעס פאר'ן כלל, טוט עפעס אויף. ר' מאטעלע האט געטויגט אויף איין זאך, 'בלאזן'

דברי הבל ורעות רוח

שקד » דינסטאג יאנואר 1, 2019 8:14 pm

· #420867
אדונינו
מר. שקד, איר זעהט זיך אויס צו זיין א פארביסענע מרכז חסיד, קודם כל מעגסט שרייבן ר׳ ישראל.
איך קען מענדל גוט, נאך פון די יונגע יארן, און אויך ישראל געדענק איך גוט - אויך פון יענע יארן, ווען ער האט מיטגעטאנצן מיט ר' מאטעלע אז ר' משה'לע דארף זיך גט'ן פון זיין לאה אסתר.. אויב דו ווייסט בכלל 'אביסעלע נאר אביסעלע היסטאריע'. און כ'קען ר' ישראל היינט אויך, א ווילדע פערד, און שכל ווי א ביר דעקל, וואס ווער ס'האט א טראפקעלע שכל שטייט ווייט פון עהם.

אדונינו
ממילא פארגעס פון מוחאות, שקצות, מנוולות, פרעג יעדע חדר אינגל ווער ר׳ מאטעלע איז געווען...
פרעג וועלכע חדר יונגל? פון סאטמאר? פון גער? פון סקווער? פון וועלכע חדר אויסער מאנסי חדר וואס ער האט אויפגעהאדעוועט זיינע פארביסענע סעלף העיטינג חסידים.
יעדער ווייסט גוט אלע זיינע מעשים, און אחרי מות קדושים אמור..
איך בין געווען אין סאטמאר און געהערט ווי מ'בארעדט עהם בגדול, אין גער אין בעלז אין סקווער אין ניקלסבורג אין גענוג בתי מדרשות אין מאנסי, שעלטן עהם גענוג. אבער נישט יעדער שעלט הויעך, אמת, ס'דא וואס ווילן נישט סתם רעדן ווייל ס'איז א פארגאנגענהייט, צווישן זיינע יתומים איז דא אפאר נארמאלע רבי'ס היינט, ווייל זיי זענען דאך אייניקלעך פון אנדערע צדיקים, וואס אהבת ישראל ליגט 'יא' אין זייער בלוט..

אדונינו » דינסטאג יאנואר 1, 2019 8:54 pm

· #420873

אין גאנץ כלל ישראל איז ר' מאטעלע פארהייליגט, אפילו פאר די פטירה.
א סאטמאר, גור, סקווירא, יעדער רעדט מיט הערצה פון אים, איך האב נישט געזאגט אז חייקל לעפקאוויטש מעג נישט זיצן און אים בארעדן אין דיין אנוועזנהייט, איך רעד פון אן עוורעדזש מענטש אין גאס.

שקד » דינסטאג יאנואר 1, 2019 9:05 pm

· #420877
סאטמאר בפרט, סקווער בפרט, און בעלז בפרט איז ער גערעכענט ווי מעכעליסטער רבי און נאך ווייניגער

אדונינו » דינסטאג יאנואר 1, 2019 9:16 pm

· #420880
שקד
סאטמאר בפרט, סקווער בפרט, און בעלז בפרט איז ער גערעכענט ווי מעכעליסטער רבי און נאך ווייניגער

קענסט ברענגן דעקונג פאר דיינע רייד? הגם איך בין נישט באקאנט וואס מעכעליסטער מיינט, אבער דאכט זיך מיר, אז ער איז ווייניגער מעכעליסט ווי סאטמאר בפרט, און בעלז בכלל.

שמערל » דינסטאג יאנואר 1, 2019 11:02 pm

· #420892
איינער ווייסט אפשר פארוואס דער ר' מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

סמבטיון » דינסטאג יאנואר 1, 2019 11:15 pm

· #420893
וואו, וואספארא פערל ווערטער דא פליסט אויף גדולי ישראל, ממש נתפעל צו ווערן? פון ווי שקד האט אויפגעפיקט אזא שפראך? גאטעניו, מען רעד דא פון צדיקי אמת, ווי ציטערן דיר נישט דיינע הענט?
להוי ידיעה, איז ר' מאטלע גאר שטארק ארויפגעקיקט אין בעלזא, א אויסגעהארוועטע יוד, א מתמיד עצום, א בל חסד אויף א מעשיגענעם פארנעם, און וואס נישט, איך אליין בין כמה פעמים געפארן צי אים אויף א טיש אד"ג. אבי געשאסן א סטעטמענט.
בלאט: 1 2