☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א

האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א

97 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12830
בלאט: 1 2

גדליה » מיטוואך יאנואר 2, 2019 2:51 am

· #420911
סמבטיון
וואו, וואספארא פערל ווערטער דא פליסט אויף גדולי ישראל, ממש נתפעל צו ווערן? פון ווי שקד האט אויפגעפיקט אזא שפראך? גאטעניו, מען רעד דא פון צדיקי אמת, ווי ציטערן דיר נישט דיינע הענט?
להוי ידיעה, איז ר' מאטלע גאר שטארק ארויפגעקיקט אין בעלזא, א אויסגעהארוועטע יוד, א מתמיד עצום, א בל חסד אויף א מעשיגענעם פארנעם, און וואס נישט, איך אליין בין כמה פעמים געפארן צי אים אויף א טיש אד"ג. אבי געשאסן א סטעטמענט.

און כמים פנים לפנים איז בעלזע רבי שטארק ארויפגעקוקט ביי וויזשניץ מאנסי

שקד » מיטוואך יאנואר 2, 2019 1:07 pm

· #420938
גדליה
סמבטיון
וואו, וואספארא פערל ווערטער דא פליסט אויף גדולי ישראל, ממש נתפעל צו ווערן? פון ווי שקד האט אויפגעפיקט אזא שפראך? גאטעניו, מען רעד דא פון צדיקי אמת, ווי ציטערן דיר נישט דיינע הענט?
להוי ידיעה, איז ר' מאטלע גאר שטארק ארויפגעקיקט אין בעלזא, א אויסגעהארוועטע יוד, א מתמיד עצום, א בל חסד אויף א מעשיגענעם פארנעם, און וואס נישט, איך אליין בין כמה פעמים געפארן צי אים אויף א טיש אד"ג. אבי געשאסן א סטעטמענט.

און כמים פנים לפנים איז בעלזע רבי שטארק ארויפגעקוקט ביי וויזשניץ מאנסי

😂
שוין לאנג נישט אזוי געלאכט..

יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 2, 2019 2:24 pm

· #420948
שמערל
איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 2, 2019 2:39 pm

· #420954
איסר האטלקי
אדונינו
אישתישבי
ווייסט איינער זיין לערנען לעוועל, וועלכע כיתה ער איז? יעדעס דרשה דערווייל וואס מען האט ארויף געלייגט הערט מען שטותים והבלים, אמאהל א גימטריא אז יקום איז בגימטריה מקוה, און דאס איז דער גאנצע דברי תורה פין דער גאנצע דרשה.

וואס קען ער? חומש? גמרא? זוהר? ישועות משה גייט מען שוין שרייבען אויף קלף, כ'בין עקסיידעט.

אן אוסגעריפענער עם הארץ, קענסט פרעגן זיינע חברותות פון סקווירא (זיין טאטע האט אים געשיקט לערנען אהין משום כמה סיבות).

אין סקווירא האט ער טאקע נישט געלערנט, ער האט זיך אבער פארהערט די הוראה אלס אינגערמאן. ווען זיינע אויסזיכטן צו ווערן ממלא מקום זענען בעסער געווארן, האט ער זיך שנעל געזעצט לערנען....

עס דערמאנט מיר א מעשה. ווען ר' מענדל יר"ה איז געווארן רב אין מרכז, איז בעלזער רב געקומען צופארן מיט זיין קאר פאר עפעס א זאך אין וויזניץ, און ר' מענדל איז געשטאנען נעבען די קאר ווען בעלזער רב איז ארויסגעשטיגען, האט בעלזער רב זמי"ז געפרעגט ר' מענדל יר"ה, מזל טוב צום רבנות, כ'קען איך פרעגן א שאלה? אוודאי ענטפערט ר' מענדל!! פרעגט דער בעלזער, עס איז א שיינע קאר???

נקודת-אמת » מיטוואך יאנואר 2, 2019 2:58 pm

· #420957
אישתישבי
עס דערמאנט מיר א מעשה. ווען ר' מענדל יר"ה איז געווארן רב אין מרכז, איז בעלזער רב געקומען צופארן מיט זיין קאר פאר עפעס א זאך אין וויזניץ, און ר' מענדל איז געשטאנען נעבען די קאר ווען בעלזער רב איז ארויסגעשטיגען, האט בעלזער רב זמי"ז געפרעגט ר' מענדל יר"ה, מזל טוב צום רבנות, כ'קען איך פרעגן א שאלה? אוודאי ענטפערט ר' מענדל!! פרעגט דער בעלזער, עס איז א שיינע קאר???

די מעשה איז נישט געוועהן ווען מ'האט געעפנט 'מרכז' נאר ווען מ'האט איהם באטיטולט אלטס: "הרב אב"ד שליט"א" און שיכון ויז'ניץ
נאך מעמד ההכתרה האט עם דער בעלזער שוואגער געפרעגט מיט א מכלומרשטע ערנסטקייט עפעס א נישטיגע שאלה פאר'ן רב...

שקד » מיטוואך יאנואר 2, 2019 4:31 pm

· #420963
יעקב מענטש
שמערל
איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

כ'וואלט עהם יא געענטפערט מיט א פראגע; דו ווייסט אפשר פארוואס ר' נחמן מברעסלאוו האט געשריבן אויפן הייליגער שפאלער זיידע אז ער איז דער ראש פון די ס''מ? עפ''ל
ווילסט דווקא תשובות, דארפסטו קענען די היסטאריע, און די אמת איז נישט געשמאק פאר ווער ס'האט ליב ברעסלאוו בנשמה

גדליה » מיטוואך יאנואר 2, 2019 4:40 pm

· #420964
יעקב מענטש
שמערל
איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

נו וועלעכע איז בעסער?

אישתישבי » מיטוואך יאנואר 2, 2019 5:50 pm

· #420972
שקד
יעקב מענטש
שמערל
איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

כ'וואלט עהם יא געענטפערט מיט א פראגע; דו ווייסט אפשר פארוואס ר' נחמן מברעסלאוו האט געשריבן אויפן הייליגער שפאלער זיידע אז ער איז דער ראש פון די ס''מ? עפ''ל
ווילסט דווקא תשובות, דארפסטו קענען די היסטאריע, און די אמת איז נישט געשמאק פאר ווער ס'האט ליב ברעסלאוו בנשמה

ווי האט ער דאס געשריבן?

שקד » מיטוואך יאנואר 2, 2019 8:12 pm

· #421001

נישט אין די כתבים וואס שיק באטשי האט צענזירירט

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 2, 2019 8:15 pm

· #421002
שמערל
איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווייל די ברעסלאווער האבן געהאקט אויף איהם, כמים פנים לפנים, כמבואר בטטו"ד ע"י דוד אסף בספה"ק נאחז בסבך.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 2, 2019 8:21 pm

· #421004
שקד
נישט אין די כתבים וואס שיק באטשי האט צענזירירט

און וואו יא?

שמערל » מיטוואך יאנואר 2, 2019 11:09 pm

· #421019
שקד
יעקב מענטש
שמערל
איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווילאנג דו ווייסט וועלכע קוגל איז בעסער פערלמוטטער'ס אדער קאנטינענטעל'ס, פראביר נישט צו ארויפצוברענגן אזוינע קושיות אויף דיינע פארגרעבטע לעפצן (איך ווייס אז איך גיי דיך נישט איבערצייגן, אבל האמת ניתן להיאמר)

כ'וואלט עהם יא געענטפערט מיט א פראגע; דו ווייסט אפשר פארוואס ר' נחמן מברעסלאוו האט געשריבן אויפן הייליגער שפאלער זיידע אז ער איז דער ראש פון די ס''מ? עפ''ל
ווילסט דווקא תשובות, דארפסטו קענען די היסטאריע, און די אמת איז נישט געשמאק פאר ווער ס'האט ליב ברעסלאוו בנשמה

ווילאנג יעקב מענטש לייזט נישט הארבע פערלמוטער/קאנטינעטאל קוגל דעבאטע, וועל איך אודאי נישט וויסן, אבער אז א צדיק ווי רעב נחמן שרייבט אזוי, מסתם ווייסט ער וואס ערעדט.

שמערל » מיטוואך יאנואר 2, 2019 11:13 pm

· #421020
אבער לויט דיר אז דער ר' נחמן מיט ר' מאטעלע זענען סתם געווען אפאר בעיביס, פארוואס טאר דער ר' מאטעלע פון מאנסי נישט זיין? כ'מיין סך הכל די גאנצע סיבה פארוואס מען רעדט בכלל פון די היינטיגע מאטעלעך און דוד'לעך איז דאך נאר ווייל די אמאליגע מאטעלעך פלעגן זיך מצווהנען ביי נאכט און פראדוצירט פרישע מאטעלעך און דוד' לעך, ניין?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 6:28 am

· #421044
Re: האדמו
רביה''ק זי''ע
שמערל
איינער ווייסט אפשר פארוואס דער מאטעלע טשערנאבלער האט גערודפט די ברעסלעווע מיט אזא רשעות?

ווייל די ברעסלאווער האבן געהאקט אויף איהם, כמים פנים לפנים, כמבואר בטטו"ד ע"י דוד אסף בספה"ק נאחז בסבך.

אפילו דארט טרעפט מען נישט אז די ברסלב'ער האבען זיך נישט געפירט ערליך. נאר פארקערט, אז די טשערנאבעלער גזע האט אלס פראבירט איבערצונעמען שטעטלעך. און די רעגירונג האט געמאכט א שרעקליכען גזירה אז רבי'ס מעגן נישט ארומפארן די שטעט......

שקד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 6:21 pm

· #421097
כ'פרעג שוין לאנג, וויאזוי ווערט איינער א 'שר התורה'? א קודש קדשים?
למשל טאשער רבי האט נישט קיין איין יוד וואס וועט האבן א ספק אויף עהם אז ער איז געווען א אמת'ע עובד השם. אבער אויב זיינע חסידים און תלמידים זאגן נאר אזוי, איז עס ממש א סטיקער נישט מער.

למשל ר' חיים קאניעווסקי, ווי גרויסע ידען און מתמיד און ווייסעךוואס ער זאל זיין, איז ער שר התורה? ווער זאגט? אפשר איז ר' משה גרין גרעסער?
ווייל ווייסיך ווער האט ארויפגעשריבן קידוש לבנה אותיות אויף א גרויסע רב - רשכבה''ג - איז עס אזוי געווארן? נאר ווייל קיינער וויל נישט זאגן הויעך זיינע '''מצוה'לעך'''....?

והאיש משה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 7:59 pm

· #421105
וואס מיינסטו צו פרעגן? אפשר קען ר' משה גרין אויך שרייבן א דרך אמונה אויף זרעים, דרך חכמה אויף קדשים, שקל הקודש אויף רמב"ם הל' קידוש החודש, נחל איתן עגלה ערופה, מיט וכו' און וכו' וכו'? וואס ווען ער וואלט עס ווען געשריבן וואלט מען אויך געשריבן אויף אים שר התורה, נאר ר' משה איז גאר באהאלטן ממילא האט ער נישט געשריבן די אלע ספרים? וממילא פארשטייסטו נישט פארוואס מ'שרייבט שר התורה אויף ר' חיים און נישט אויף ר' משה?

אויב דו מיינסט דאס צו פרעגן מיינעך אז דער חילוק איז גאנץ קלאר, ס'מאכט פשוט מער סענס צו שרייבן שר התורה (נישט אז איך ווייס קלאר די דעפעניציע דערפון...?) אויף איינער וואס האט עס "באוויזען" (כנ"ל + מ'זעט אז ער איז מסיים יעדעס יאר בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טושו"ע, נ"ך, וזהר...) ווי אויף איינער וואס "קען" זיין אז ער קען עס באווייזען נאר ער באהאלט זיך נאך....

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 8:23 pm

· #421106
איך ווייס נישט לגבי דעם טיטל שר התורה, אבער דעם נאמען "פוסק הדור"... האט מען אנגעקלעבט פאר א חשוב'ן רב א פוסק פאר לאנגע יארן. אבער צו זאגן אויף איהם אז ער איז געווען דער פוסק הדור, דאס איז נישט קיין ראיה, ווייל די פארטיי פראפאגאנדע האט איהם אזוי געלעיבלט...! וכבודו במקומו מונח. מילא ווען מ'זאל זאגן אויף ר' משה האלבערשטאם ז"ל אדער אויף הרב ר' שלמה זלמן אויערבאך אז ער איז דער פוסק הדור, קענמען נאך הערן, נאר די פראבלעם מיט אט די צוויי גדולי ישראל איז, אז זייער פאליטיק איז נישט געגאנגען בקנה אחד מיט די פארטיי'ס אגענדא...!

והאיש משה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 8:27 pm

· #421107
<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%92%D7%93%D7%95%D7%9C_%D7%94%D7%93%D7%95%D7%A8">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%92%D7 ... 7%95%D7%A8</a>
מי נחשב גדול הדור?
רבי ישראל איסרלן (במאה ה-15) והרמ"א (במאה ה-16) כתבו לגבי גדול הדור שהוא צריך להיות מפורסם, אולם מעבר לכך כמעט ואין מקורות מדורות קודמים הדנים בשאלה מי נחשב גדול הדור.

בימינו מופיעות מספר דעות לגבי השאלה מי הוא גדול הדור. בקרב גורמים חרדים לאומיים מופיעות בעיקר שתי הגדרות:

מי שעסק באופן מיוחד בנושא הנדון, למשל הלכות ציבור.
מי שרוב תלמידי החכמים הגדולים נועצים בו ומסכימים שהוא גדול הדור[17].
לעומת זאת, בקרב חלק מהציבור הדתי לאומי נטען שהקביעה מיהו גדול הדור נעשית באופן לא ענייני. הרב חיים נבון כתב: "אין שום הגדרה ל"גדול הדור". וממילא אין גם שום חובה לציית דווקא ל"גדול הדור" ולא לרבנים אחרים. "גדול הדור" זהו בדרך כלל תואר חיבה שתלמידים מעניקים לרבותיהם, והאהבה מקלקלת את השורה"[22]. הרב יובל שרלו כתב: "הבעיה היותר סבוכה היא המסחור המשפיל בשאלה מיהו "גדול הדור" - אנו נחשפים למניפולציות מכוערות של מאבקי "גדול הדור", ובשל כך כלל אין הסכמה בשאלות אלו. לא זו בלבד, אלא שההנחה היא שמי שהוא מתיר עגונות הוא גדול הדור, והיא מבוססת על תשובה נודעת של הנודע ביהודה בדבר, ועל כן צריך ללכת אחרי הענק שבדור - ר' אברהם שפירא זצ"ל שהיה מתיר העגונות שבדור. ברם, כשר' צבי יהודה קוק זכר צדיק לברכה היה בחיים, והוא לא התיר עגונות, הטענה הייתה שהוא בקיא בשאלות כלל ישראליות יותר מאחרים כי הוא עוסק בדבר. אני חושב שעובדה זו בלבד מוכיחה את המניפולציות, ואת ביזוי גדולי התורה וביזוי ההלכה שבדבר"".[23]

והאיש משה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 8:31 pm

· #421109
איך מיין ס'איז אן ערנסטע נושא מ'מעג עפענען א באזונדערע אשכול
מי הוא גדול הדור?
מי הוא פוסק הדור?
מי הוא שר התורה?
אבער די הגדרה וואס כ'האב אראפגעברעגט אז ס'איז סך הכל א לשון חיבה וואס תלמידים פון רבי'ן קלעבן צו קען מען זיך באריגען, מ'דארף קיינעם נישט איבערשרייען...

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 8:43 pm

· #421112
berlbalaguleh
איך ווייס נישט לגבי דעם טיטל שר התורה, אבער דעם נאמען "פוסק הדור"... האט מען אנגעקלעבט פאר א חשוב'ן רב א פוסק פאר לאנגע יארן. אבער צו זאגן אויף איהם אז ער איז געווען דער פוסק הדור, דאס איז נישט קיין ראיה, ווייל די פארטיי פראפאגאנדע האט איהם אזוי געלעיבלט...! וכבודו במקומו מונח. מילא ווען מ'זאל זאגן אויף ר' משה האלבערשטאם ז"ל אדער אויף הרב ר' שלמה זלמן אויערבאך אז ער איז דער פוסק הדור, קענמען נאך הערן, נאר די פראבלעם מיט אט די צוויי גדולי ישראל איז, אז זייער פאליטיק איז נישט געגאנגען בקנה אחד מיט די פארטיי'ס אגענדא...!

אקעי ר' בערל, דארפסט דא עפעס טשעינדזשן.

כ'באקריג שוין קאפוויי פון די ספיקות. דא דערמאנסטע א פוסק בעילום שם, ערגעץ אנדערש דער עילום שם רבי פון בארא פארק וואס טוט געוואלדיגע מעשה חסד, אבער קאמאן, מען קען נישט אזוי פירן אן עסק. זיי זוי גוט און זאג נעים ענד עדרעס.

וואלסטו ליעב געהאט ווען מ'דערציילט דיך א לשון הרע אן א נאמען?

Be fair...

איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 8:53 pm

· #421115
שקד
למשל ר' חיים קאניעווסקי, ווי גרויסע ידען און מתמיד און ווייסעךוואס ער זאל זיין, איז ער שר התורה? ווער זאגט? אפשר איז ר' משה גרין גרעסער?
ווייל ווייסיך ווער האט ארויפגעשריבן קידוש לבנה אותיות אויף א גרויסע רב - רשכבה''ג - איז עס אזוי געווארן? נאר ווייל קיינער וויל נישט זאגן הויעך זיינע '''מצוה'לעך'''....?

אויף וועלכע פלאנעט וואוינט איר?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 9:00 pm

· #421116
או.קעי.: נעים...הרב וואזנער זצ"ל...אדרעסס. גן עדן של מעלה. היכל התורה וההוראה. (שע"י קהילת סאטמאר העולמי...!

דער אדמו"ר הרוצה בעילום שמו הייסט הרב ר' נ--- צ--- נ.ש. דער אדמו"ר מס'---. ער וואוינט אין בארא פארק אויף 5-'טע גאס. אין זיפ קאוד 1121-!

זיין פאון און פעקס נאמבער איז 718 85- 16--!

גדליה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 9:11 pm

· #421117
הרב חג'בי'ס אדרעס האט איר?

שקד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:09 pm

· #421124
והאיש משה
איך מיין ס'איז אן ערנסטע נושא מ'מעג עפענען א באזונדערע אשכול
מי הוא גדול הדור?
מי הוא פוסק הדור?
מי הוא שר התורה?
אבער די הגדרה וואס כ'האב אראפגעברעגט אז ס'איז סך הכל א לשון חיבה וואס תלמידים פון רבי'ן קלעבן צו קען מען זיך באריגען, מ'דארף קיינעם נישט איבערשרייען...

כ'בין מודה צו דיר. וואס איז אמת איז אמת.
מיין שאלה וואלט לכאורה געדארפט זיין טאקע וועגן פוסק הדור, ווייל ר' חיים א שטייגער האט נישט קיין אפציעלע סמיכה פאר הוראה, און אגב אויך דער חזון איש זענען געווען אזעלכע וואס האבן פאקטיש מער אנגענומען פונעם טשעבינער רב זצ''ל, אפילו נאר צוליב דעם אליינס, אז דער חזון איש האט נישט געהאט קיין אפציעלע היתר הוראה - פארווער ס'ווייסט דערפון.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 10:55 pm

· #421142
Re: האדמו
עס איז דא אזעלכע וואס זענען נעבעך אונטער א גוי'שע איינפלוס אז די פאפיר איז וואס עס מאכט די אוטאריטעט. די פאפיר איז א שמירה אז קיינער זאל נישט קענען אריינקומען און זאגען אני אמלוך, אן א דעקונג. ארום שרייען זאגן 'מיין זיידע איז, ממילא בין איך', אדער פון זיין דער יורש פון ריעל עסטעיט, צו אנדערע אומנויטיגע טענות.

ווען איינער קען שרייבען אזא ספר ווי חזו"א, דארף מען שוין נישט חושד זיין.

איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 11:41 pm

· #421152
שקד
אפילו נאר צוליב דעם אליינס, אז דער חזון איש האט נישט געהאט קיין אפציעלע היתר הוראה - פארווער ס'ווייסט דערפון.

ס'איז כאילו א סיקרעט?
דער חזון איש האט געקענט יעדע מינוט 'באקומען א היתר הוראה' (פון וועמען? פון זיך אליינס!), אבער ער איז נישט געווען געמאכט פאר דעם. פאר זיך אליין האט ער אלץ מחמיר געווען.

שקד » זונטאג יאנואר 6, 2019 12:40 pm

· #421228
איש חזון
דער חזון איש האט געקענט יעדע מינוט 'באקומען א היתר הוראה' פון זיך אליינס!

עד כן לשון מדרש הנעלם

והאיש משה » זונטאג יאנואר 6, 2019 1:10 pm

· #421232
שקד
והאיש משה
איך מיין ס'איז אן ערנסטע נושא מ'מעג עפענען א באזונדערע אשכול
מי הוא גדול הדור?
מי הוא פוסק הדור?
מי הוא שר התורה?
אבער די הגדרה וואס כ'האב אראפגעברעגט אז ס'איז סך הכל א לשון חיבה וואס תלמידים פון רבי'ן קלעבן צו קען מען זיך באריגען, מ'דארף קיינעם נישט איבערשרייען...

כ'בין מודה צו דיר. וואס איז אמת איז אמת.
מיין שאלה וואלט לכאורה געדארפט זיין טאקע וועגן פוסק הדור, ווייל ר' חיים א שטייגער האט נישט קיין אפציעלע סמיכה פאר הוראה, און אגב אויך דער חזון איש זענען געווען אזעלכע וואס האבן פאקטיש מער אנגענומען פונעם טשעבינער רב זצ''ל, אפילו נאר צוליב דעם אליינס, אז דער חזון איש האט נישט געהאט קיין אפציעלע היתר הוראה - פארווער ס'ווייסט דערפון.

לכאו' מיינסטו צוזאגען וואס איז אמת איז אמת אויף מיין פריערדיגער הודעה בנוגע פארוואס מען שרייבט שר התורה אויף ר' חיים ענדערש ווי אויף ר' משה, נאר האסט בטעות קוואטע"ד דעם הודעה, ליין גוט וואס כ'האב געשריבן דארט, די נקודה איז מ'קען נישט אויף בלאזען סתם, און שרייבן אן קיין שום פראוו, טאמער ס'איז סתם אויף געבלאזען און געשריבן שר התורה, אדער פוסק הדור, אדער גדול הדור, אויף איינער וואס האט מיט דעם נישט קיין שייכות איז עס גארנישט און מ'דארף אפי' נישט רעדען, די עיקר איז אויך אז מ'שרייבט עס אויף מענטשען וואס האבען עס טיילווייז באוויזען, ענדערשע ווי אויף מענטשען וואס מ'ווייסט גארנישט (חוץ חסידים וואס שרייבן אויף זייער רבי'ן גאון הדור והדרו מופת הדור וכו' וואס דאס זיינען סך הכל טיטלען אזוי ווי כבוד קדושת אפגעזען צו די רבי איז הייליג אדער נישט).

בנוגע דיין שאלה וועגן די חזון איש'ס היתר הוראה און דיינע תמיהות: אין דרכי צו שרייבן פערסאנעל אבער ס'ווייזט גאנץ קלאר אז קיין סך חזון איש האט איר נישט געלערנט (בלשון נקי') ווען יא וואלט איר זיך נישט געספראוועט מיט די קטנות'דיגע שאלה יא געהאט היתר הוראה נישט געהאט וכו', לערן דארך אפאר שטיקלעך ביז די ביזט אביסל דיזי און זעהן ווי די מענטש גרובלט און גרובלט און גרובלט און לאזט נישט קיין מקום און א צד אפען וואס מ'קען נאר טראכטען (ווער ס'האט יא געלערנט וועט מיר פארשטיין ואכמ"ל אגב הרב שקד ס'איז כדי פאר די שטעלטס א שאלה און ביזט דן איינעם, קוק דורך אפאר שטיקלעך פון דעם גדול וואס די ווילסט דן זיין, אדער עכ"פ טשעק וויקיפידיע זאלטס וויסען פון וואס ס'האנדלט זיך, אנדערש האט עס א פנים ווי די נאנסענס שאלה וואס האסט אויבן געפרעגט די חילוק צווישן ר' חיים קנייבסקי און ר' משה גרין, אנטשולדיגט פליז דאונט טעיק איט פערסאנעל...).

מענין לענין: כ'האב געהאט אמאל א ויכוח מיט א חסיד [פאר כ'האב פארשטאנען אז דאס איז א זאך וואס איז נישט שייך, זינלאז און א שאד די צייט, ווייל ס'גייט ביי א חסיד בכלל נישט איבער לאגיק, ס'איז מער א טיעפע נקודה וואס איז העכער שכל, אפי' ביי גאנץ שכל'דיגע חסידים...] האט די חסיד געזאגט אז זיין רבי ז"ל איז געווען א גרעסערע ת''ח ווי סאטמער רבי'ן וכו' ולא נח דעתו אז ער איז אפי' געווען גרעסער ווי די חזון איש... האבעך אים געפרעגט צו ס'דא פראוו [אינטערלאגע בלע"ז] אויף דאס גאונות פון זיין רבי'ן? זאגט ער יא און הייבט אן צו פארציילען מעשה'לעך, צווישען זיי געדענק איך עפעס אזוי, אז ווען ער איז געווען עפעס אויף מקומות הקדושים אין צפת [דענק שוין נישט פונקט די פרטי פרטים אבער די געדאנק...] האט ער אויסגערעכנט וויפיל מאל די ב"י דערמאנט דעם מהרי אבוהב אא"וו, מיט נאך אזעלכע סארט מעשיות, זאג איך אים אז דו מעשה איז פונקט גענוג אים ארויסנעמען פון "חזקת" עם הארץ, אבער ס'מאכט אים נאך אפי' נישט א "ספק" חזון איש... ודו"ק.

איך וואלט געוואלט בעטען ווער ס'האט קאנעקשענס מיט די הנהלה אז מ'זאל אפטיילען די לעצטע 2 בלעטער צו א נייער אשכול, ווייל מ'איז געהעריג אוועקגעפארען פון די נושא האשכול האדמו"ר ר' מנחם מנדל, כ'מיין מ'קען עס רופן ווער איז שר התורה אדער פוסק הדור?

שושן פורים » זונטאג יאנואר 6, 2019 1:37 pm

· #421234
שקד
איש חזון
דער חזון איש האט געקענט יעדע מינוט 'באקומען א היתר הוראה' פון זיך אליינס!

עד כן לשון מדרש הנעלם

אז איינער וואלט געקומען ווייזן פאר סיי וועמען אז ער האט א היתר הוראה פונעם חזון איש אליינס, וואלט מען איהם אויפגענומען אלץ מו"ץ אן קיין פראגעס.

קומט אויס אז דער חזון איש איז אנגענומען ביי רוב אלץ פארלעסליכע הוראה גיבער, האט ער דאך שוין געקענט אראפציפן איינס פאר זיך אליינס.

גדליה » זונטאג יאנואר 6, 2019 1:46 pm

· #421236
די איינציגסטע מוסמך פון די חזון איש איז ר' דוד שמידל

שקד » זונטאג יאנואר 6, 2019 1:54 pm

· #421238
והאיש משה
שקד
והאיש משה
איך מיין ס'איז אן ערנסטע נושא מ'מעג עפענען א באזונדערע אשכול
מי הוא גדול הדור?
מי הוא פוסק הדור?
מי הוא שר התורה?
אבער די הגדרה וואס כ'האב אראפגעברעגט אז ס'איז סך הכל א לשון חיבה וואס תלמידים פון רבי'ן קלעבן צו קען מען זיך באריגען, מ'דארף קיינעם נישט איבערשרייען...

כ'בין מודה צו דיר. וואס איז אמת איז אמת.
מיין שאלה וואלט לכאורה געדארפט זיין טאקע וועגן פוסק הדור, ווייל ר' חיים א שטייגער האט נישט קיין אפציעלע סמיכה פאר הוראה, און אגב אויך דער חזון איש זענען געווען אזעלכע וואס האבן פאקטיש מער אנגענומען פונעם טשעבינער רב זצ''ל, אפילו נאר צוליב דעם אליינס, אז דער חזון איש האט נישט געהאט קיין אפציעלע היתר הוראה - פארווער ס'ווייסט דערפון.

לכאו' מיינסטו צוזאגען וואס איז אמת איז אמת אויף מיין פריערדיגער הודעה בנוגע פארוואס מען שרייבט שר התורה אויף ר' חיים ענדערש ווי אויף ר' משה, נאר האסט בטעות קוואטע"ד דעם הודעה, ליין גוט וואס כ'האב געשריבן דארט, די נקודה איז מ'קען נישט אויף בלאזען סתם, און שרייבן אן קיין שום פראוו, טאמער ס'איז סתם אויף געבלאזען און געשריבן שר התורה, אדער פוסק הדור, אדער גדול הדור, אויף איינער וואס האט מיט דעם נישט קיין שייכות איז עס גארנישט און מ'דארף אפי' נישט רעדען, די עיקר איז אויך אז מ'שרייבט עס אויף מענטשען וואס האבען עס טיילווייז באוויזען, ענדערשע ווי אויף מענטשען וואס מ'ווייסט גארנישט (חוץ חסידים וואס שרייבן אויף זייער רבי'ן גאון הדור והדרו מופת הדור וכו' וואס דאס זיינען סך הכל טיטלען אזוי ווי כבוד קדושת אפגעזען צו די רבי איז הייליג אדער נישט).

בנוגע דיין שאלה וועגן די חזון איש'ס היתר הוראה און דיינע תמיהות: אין דרכי צו שרייבן פערסאנעל אבער ס'ווייזט גאנץ קלאר אז קיין סך חזון איש האט איר נישט געלערנט (בלשון נקי') ווען יא וואלט איר זיך נישט געספראוועט מיט די קטנות'דיגע שאלה יא געהאט היתר הוראה נישט געהאט וכו', לערן דארך אפאר שטיקלעך ביז די ביזט אביסל דיזי און זעהן ווי די מענטש גרובלט און גרובלט און גרובלט און לאזט נישט קיין מקום און א צד אפען וואס מ'קען נאר טראכטען (ווער ס'האט יא געלערנט וועט מיר פארשטיין ואכמ"ל אגב הרב שקד ס'איז כדי פאר די שטעלטס א שאלה און ביזט דן איינעם, קוק דורך אפאר שטיקלעך פון דעם גדול וואס די ווילסט דן זיין, אדער עכ"פ טשעק וויקיפידיע זאלטס וויסען פון וואס ס'האנדלט זיך, אנדערש האט עס א פנים ווי די נאנסענס שאלה וואס האסט אויבן געפרעגט די חילוק צווישן ר' חיים קנייבסקי און ר' משה גרין, אנטשולדיגט פליז דאונט טעיק איט פערסאנעל...).

מענין לענין: כ'האב געהאט אמאל א ויכוח מיט א חסיד [פאר כ'האב פארשטאנען אז דאס איז א זאך וואס איז נישט שייך, זינלאז און א שאד די צייט, ווייל ס'גייט ביי א חסיד בכלל נישט איבער לאגיק, ס'איז מער א טיעפע נקודה וואס איז העכער שכל, אפי' ביי גאנץ שכל'דיגע חסידים...] האט די חסיד געזאגט אז זיין רבי ז"ל איז געווען א גרעסערע ת''ח ווי סאטמער רבי'ן וכו' ולא נח דעתו אז ער איז אפי' געווען גרעסער ווי די חזון איש... האבעך אים געפרעגט צו ס'דא פראוו [אינטערלאגע בלע"ז] אויף דאס גאונות פון זיין רבי'ן? זאגט ער יא און הייבט אן צו פארציילען מעשה'לעך, צווישען זיי געדענק איך עפעס אזוי, אז ווען ער איז געווען עפעס אויף מקומות הקדושים אין צפת [דענק שוין נישט פונקט די פרטי פרטים אבער די געדאנק...] האט ער אויסגערעכנט וויפיל מאל די ב"י דערמאנט דעם מהרי אבוהב אא"וו, מיט נאך אזעלכע סארט מעשיות, זאג איך אים אז דו מעשה איז פונקט גענוג אים ארויסנעמען פון "חזקת" עם הארץ, אבער ס'מאכט אים נאך אפי' נישט א "ספק" חזון איש... ודו"ק.

איך וואלט געוואלט בעטען ווער ס'האט קאנעקשענס מיט די הנהלה אז מ'זאל אפטיילען די לעצטע 2 בלעטער צו א נייער אשכול, ווייל מ'איז געהעריג אוועקגעפארען פון די נושא האשכול האדמו"ר ר' מנחם מנדל, כ'מיין מ'קען עס רופן ווער איז שר התורה אדער פוסק הדור?

ס'וואלט געווען ראטזאם, זאלסט מדייק זיין יעדע ווארט וואס איך שרייב, פאר דו זאגסט לאנגע דרשות, כ'האב סומך געווען מיינע ווערטער אויף א כלל גדול, אז גרויסע האבן זיך 'נישט' פארלאזט אויף עהם, כאטש ער האט געקענט כל התורה כולה, ווייל צו זיין א פוסק דארף מען האבן סמיכה, אפילו מ'האט א קאפ און א התמדה און א זיכרון ווי א קאמפיוטער. סמיכה נעמט מען נישט אליינס אויב דו ווייסט בכלל וואס סמיכה מיינט, אפשר מיינסטו ס'איז א נאמען פון א נייע עפפ.

והאיש משה » דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 2:49 pm

· #421821
שקד
ס'וואלט געווען ראטזאם, זאלסט מדייק זיין יעדע ווארט וואס איך שרייב, פאר דו זאגסט לאנגע דרשות, כ'האב סומך געווען מיינע ווערטער אויף א כלל גדול, אז גרויסע האבן זיך 'נישט' פארלאזט אויף עהם, כאטש ער האט געקענט כל התורה כולה, ווייל צו זיין א פוסק דארף מען האבן סמיכה, אפילו מ'האט א קאפ און א התמדה און א זיכרון ווי א קאמפיוטער. סמיכה נעמט מען נישט אליינס אויב דו ווייסט בכלל וואס סמיכה מיינט, אפשר מיינסטו ס'איז א נאמען פון א נייע עפפ.

ראטזאם מדייק זיין יעדע ווארט 😃

אנטשולדיגט פאר'ן מגיב זיין אביסעלע שארף, כ'האב באמת נישט ליעב צו פאטשקען פערזענליך, אבער ההכרח לא יגונה, איר פירקעלט אהן דעם קאווע שטיבל מיט נאנסענס ווי מ'דרייט זיך נאר! שרייבט א מענטש וועגן ר' חיים קנייבסקי פאר ער ווייסט בכלל וואס די מענטש האב געשריבן זיין דרך הלימוד אא"וו, שרייבט וועגן חזון איש (וואס מבין ריסי עיניו ניכר, אז א שטיקל חזון איש לא קרא ולא שנה וכו', ס'זעט גראדע אויך אויס אז דו ביזט נישט שולדיג און דעם ווייל לויט דיין געשרייבעכץ זעט נישט אויס אז איר האט די כלים צו פארשטיין א שטיקל, ואונס רחמנא פטריה, נישט נאר דאס, נאר ס'איז ניכר אז א געזונט קראנט שטיקל איפורמצי' האט איר נאך קיינמאל נישט געליינט...) מכח א מעשה וואס ער האט געהערט איש מפי פיש און רופט עס נאך "א כלל גדול" אתמהה.(בקיצור און וועמענס ווערטער פונקליך איז ראטזאם צו מדייק זיין...)

שקד
סמיכה נעמט מען נישט אליינס, אויב דו ווייסט בכלל וואס סמיכה מיינט וכו'

גראדע האב איך שלעכטע נייעס פאר דיר, נישט נאר כ'ווייס וואס סמיכה איז, נאר כ'האב אליין סמיכה (נישט די עפפ 😉 והיינו טעמא פארשטיי איך גאר גוט וואס דאס איז וד"ל, און דאס גאנצע קטנות'דיגע געשרייבעכץ איבעלט מיר)

אויב עפעס מיינעך (כ'בין ספק קרוב לודאי) אז איר האט נישט קיין אנונג וואס סמיכה איז און פארוואס עס דינט, איר ווייסט אפשר ווי די הלכות פון סמיכה שטייט? כ'גלייב אז נישט, אבער כ'וועל אייך נישט אנציען, עס איז א סוגיא אין סנהדרין, וע' ברמ"א יו"ד סי' רמ"ב בשם הריב"ש, לערן גוט דורך די סוגיא וועסטו זעהן אז מ'דארף נישט קיין שום סמיכה צו פסקנען, (אויב האט איר עפעס א גרעפץ פון א גדול[?] וואס האט נישט געוואלט אנעמען חזו"א קען איך עס מסביר זיין באריכות אבער ס'איז אין כאן מקומו להאריך, זיכער נישט אין אזא חשוב'ע אשכול פון ר' מנדל הגר (וואס האט סמיכה 😃 און לשיטתך איז זיין פסק חשוב'ער ווי די חזו"א.... 😃 )

(מדי דברי אויב ס'אינטרעסירט אייך איז דא פון ר' שמחה אסף א ספר באהלי יעקב וואס נעמט שיין ארום די ענין פון סמיכה והמסתעף).

אנטשולדיגט פאר די לאנגע דרשה וואס דו רעדסט דיר אפ, כ'פארשטיי אז פאר איינער וואס האט קיין זיץ פלייש האט ליב צו כאפן א ידיעה'לע און געגאנגען ווייטער, אבער אורייתא דקא רתח בי...

כלל היוצא: שקד טייערע, ס'איז ראטזאם פאר איר שרייבט זאלט איר מער מדייק זיין... ברכה והצלחה.

חקרן » דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:43 pm

· #422418
וויבאלד איך האב געעפנט דעם אשכול, דערזערוו איך די רעכטן צו זאגן דא א מיינונג לגופו של ענין.

לדעתי, איז די גרעסטע זאך וואס דער אדמו"ר פארמאגט, א זוהן, וואס ווייניג האבן דוגמתו. יא! - דער אדמו"ר איז גוט משוגע... הייליג משוגע, און ער מאכט משוגע אן עולם... אבער מה לעשות, ער האט א זוהן א ברכה צו מאכן, א גוטער המשך פאר זיין חסידות, און מיט דעם איז ער באמת רייך. ווייניג אדמורי"ם האבן אזעלכע קינדער ווי אים, געלונגען און אוועקגעשטעלט צו גאט און צו לייט, בגשמיות און ברוחניות.

און לאמיר ענק עפעס מגלה זיין: א זוהן קומט נישט צוגיין צופיס. אין אזא חיים מאיר ליגט אריינגעלייגט חינוך, פון ערגעץ איז עס געווארן... איך גלויב אז דאס איז דעם טאטע'נס קרעדיט. ווי נישט ווי איז עס אים געלונגען, מיט אלע זיינע משוגעת'ן. קוקט אויס אז עפעס האט ער אין זיך, וואס ער האט איבערגעגעבן ווייטער. דער וועלט זאגט, אז א מענטש איז א מדרש פליאה, און דער פירוש אויף דעם זענען זיינע קינדער. אזא חיים מאיר קומט נישט צופיס.

עפעס ליגט אין דעם.

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 15, 2019 10:43 pm

· #422426
נעה, איך בין לגמרי מחולק מיט אייך. עס איז טאטאל גענעטיקס. עס האט גארנישט מיט דער חינוך פין טאטען. עס קומט טאקע א יישר כח פאר ר' מענדל פאר נישט קאליע מאכן זיין זוהן, דערווייל, (מי יודע וואס ער קען נאך אנמאכן), אבער פונקט ווי קינדער וואס פארן לא עלינו אפ פין וועג זענען נישט דער שולד פין דער עלטערען, קען מען נישט נעמען קרעדיט פאר די קינדער וואס געלונגען יא.

וואלווי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:53 am

· #422442
חקרן
וויבאלד איך האב געעפנט דעם אשכול, דערזערוו איך די רעכטן צו זאגן דא א מיינונג לגופו של ענין.

לדעתי, איז די גרעסטע זאך וואס דער אדמו"ר פארמאגט, א זוהן, וואס ווייניג האבן דוגמתו. יא! - דער אדמו"ר איז גוט משוגע... הייליג משוגע, און ער מאכט משוגע אן עולם... אבער מה לעשות, ער האט א זוהן א ברכה צו מאכן, א גוטער המשך פאר זיין חסידות, און מיט דעם איז ער באמת רייך. ווייניג אדמורי"ם האבן אזעלכע קינדער ווי אים, געלונגען און אוועקגעשטעלט צו גאט און צו לייט, בגשמיות און ברוחניות.

און לאמיר ענק עפעס מגלה זיין: א זוהן קומט נישט צוגיין צופיס. אין אזא חיים מאיר ליגט אריינגעלייגט חינוך, פון ערגעץ איז עס געווארן... איך גלויב אז דאס איז דעם טאטע'נס קרעדיט. ווי נישט ווי איז עס אים געלונגען, מיט אלע זיינע משוגעת'ן. קוקט אויס אז עפעס האט ער אין זיך, וואס ער האט איבערגעגעבן ווייטער. דער וועלט זאגט, אז א מענטש איז א מדרש פליאה, און דער פירוש אויף דעם זענען זיינע קינדער. אזא חיים מאיר קומט נישט צופיס.

עפעס ליגט אין דעם.

לשיטתך, דער אדמו"ר איז אויך נתחנך געווארען ביי זיין טאטע.

ס'די זעלבע פירוש חי, כידוע...

אדונינו » מיטוואך יאנואר 16, 2019 12:58 am

· #422443
אייך ביידע האבן א טעות, חיים מאיר איז נתחנך געווארן ביים זיידע, ר׳ מענדל האט קיינמאל קיין חינוך נישט באקומען, ר׳ ישראל ביים אמרי חיים, דוק ותשכח.

וואלווי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 1:04 am

· #422447
אדונינו
אייך ביידע האבן א טעות, חיים מאיר איז נתחנך געווארן ביים זיידע, ר׳ מענדל האט קיינמאל קיין חינוך נישט באקומען, ר׳ ישראל ביים אמרי חיים, דוק ותשכח.

האסט נישט געקענט ר' מענדל'ס טאטע...

איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:26 am

· #422466
גערעכט, שמעתי כמ"פ אז ישראל איז געבוירן דירעקט צום זיידן דער אמרי חיים, דורך א קשר מיטן שנור. חיים מאיר בן מענדל איז נתחנך געווארן דורכן פעטער ר' שרולטשע, און מענדעלע איז אויפגעוואקסן אין וואלד פאר ניין יאר.

לפי זה וועט חיים מאיר בן ישראל השני האבן אויפגעוואקסן ביים פעטער פון מרכז, והכל על מקומו יבא בשלום, ודפח"ח וא"ש דו"ק ותמצא נחת.

חיים יואל » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:55 am

· #422485
ראש השנה לחסידות י״ב שבט.. חל ביום ו׳, ונדחה ליום א׳.

לא אד"ו ראש,
אז חייב להיות שביום א' הבעל"ט זה לא ראש, רק זנב, "שוואנץ".

יין שרף » פרייטאג יאנואר 18, 2019 4:00 pm

· #422845
און קורצן. וואס איז יום חגם יב' שבט? זיין יום הולדת? פטירה? געווארן רב דעמאלס?

והאיש משה » זונטאג יאנואר 20, 2019 11:11 am

· #422899
קנקן... מלא...
📎 shite hak..jpg

חיים יואל » מאנטאג יאנואר 21, 2019 6:30 pm

· #423004
והאיש משה
קנקן... מלא...

נו.. וואס שטייט אין דעהר נייע בוך?
פיל מיט שטותים.. אדער געשריבען מער מיט שכל צו פארמיידן נאך און נאך בזיונות?

כספי » מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:03 am

· #551320
Re:
איש חזון #
כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?

בשעתו האט רוב וועלט אזוי געהאלטן

צפת » מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:40 am

· #551372
Re: האדמו"ר ר' מנחם מנדל מויז'ניץ שליט"א
היינט האלט קיינער נישט אזוי.

תניא בניחותא » מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:53 pm

· #551467
Re: Re:
כספי #
איש חזון #
כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?

בשעתו האט רוב וועלט אזוי געהאלטן
פוסטע מעשיות
מ’האט אפשר נישט ליב געהאט אז ער קריכט אויף די נערווען, מ’האט געקענט האלטן אז ער איז נישט גערעכט, אבער יעדער האט געוואוסט אז לפי הבנתו מיינט ער לשם שמים.

אינטערסאנטער » דינסטאג פעברואר 27, 2024 7:17 am

· #551611
Re: Re:
תניא בניחותא #
כספי #
איש חזון #
כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?

בשעתו האט רוב וועלט אזוי געהאלטן
פוסטע מעשיות
מ’האט אפשר נישט ליב געהאט אז ער קריכט אויף די נערווען, מ’האט געקענט האלטן אז ער איז נישט גערעכט, אבער יעדער האט געוואוסט אז לפי הבנתו מיינט ער לשם שמים.
אוודאי אזוי. אונז געדענקן מיר גוט די אמאליגע יארן. יעדער האט אויף אים ארויפגעקוקט און געהאלטן אז ער איז זייער אן ערנסטער מענטש און מיינט עס אמת'דיג. (חוץ ר' אהרן פון גלילות קרית יואל)

כספי » דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:57 pm

· #551844
Re: Re:
אינטערסאנטער #
תניא בניחותא #
כספי #
איש חזון #
כ'בין זייער נייגעריג צו וויסן, איז דא דא איינער וואס קלערט אז ר' מאטעלע האט געטוהן זאכן בכוונה שלא לשם שמים? שקד, דו האלסט אזוי?

בשעתו האט רוב וועלט אזוי געהאלטן
פוסטע מעשיות
מ’האט אפשר נישט ליב געהאט אז ער קריכט אויף די נערווען, מ’האט געקענט האלטן אז ער איז נישט גערעכט, אבער יעדער האט געוואוסט אז לפי הבנתו מיינט ער לשם שמים.
אוודאי אזוי. אונז געדענקן מיר גוט די אמאליגע יארן. יעדער האט אויף אים ארויפגעקוקט און געהאלטן אז ער איז זייער אן ערנסטער מענטש און מיינט עס אמת'דיג. (חוץ ר' אהרן פון גלילות קרית יואל)
קען זיין, כ'געדענק נישט יענע צייטן
אבער פון וויפיל איך האב פארשטאנען האט מען בשעתו נישט ממש אזוי געהאלטן, אבער נאכאמאל, קען זיין
בלאט: 1 2