☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכול אן א טיטל #12806

אשכול אן א טיטל #12806

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12806
בלאט: 1 2 3

— » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:32 am

· #419749

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

שושן פורים » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:05 am

· #419754
אלעס פונעם טייערסטן, בעסטן, און שענסטן.

אבער פון די חתונה מאאל טשיינע קלאזעט קען מען זיך עפעס נישט אפגעזעגענען.

קלוגע יודל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:05 am

· #419755
צו וועם געהערט דאס?

Sent from my Moto E (4) using Tapatalk

שושן פורים » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 3:06 am

· #419756
יצחק ראבינאוויטש

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:35 am

· #419779
פארוואס דא אויספאקן א פריוואטער מענטש?!
ס'דא געניג וואטסעפס גראפס פאר די קטנות

איסר האטלקי » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:46 am

· #419781
פארדעם האט ער דאך עס געבויט, נישט אזוי?

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 9:52 am

· #419783
קען זיין יא קען זיין ניין.
ווייסט פאר א פאקט אז ער האט הנאה אז מען לייגט די בילדער דא?

זאל שוין זיין אז ער אליין האט דאס דא ארויפגעשטעלט, ברענגט דאס אויך אראפ די פלאץ דא.
פארוואס זאל דאס אינטערעסירן פאר באזעצענע מענטשען? הא קערס?!? פאר קרייאינג אט לאד!
לאמיך אויך אריין ווארפן די סליפערי-סלאפ ארגימענט און די מיק

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:28 am

· #419795
[ציטאט אראפגענומען]

איך בין געווען מסיפוק צי "כונתו לגנות" צי נישט
איך בין שוין ניש מסיפוק.

אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 10:31 am

· #419796
גיבט אייך די הענט מיט שבת אחים און די רוסישע קאמאניסטען. ער האט דיר עפעס צוגענומען? ארבעט אליין, און מאך געלט, און האב נישט אזוי מורא פין פארדינען דורך דעם וואס א צווייטע נעמט ארויס א מארטגעדזש.

אנגעזעצטע פוילע נעבעך'ס, וואס יעדער גביר איז זיי שולדיג.

טאמבל סאס » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:01 am

· #419805
ס'איז נישט קיין סוד אז דער פראפערטי אינדוסטרי ביי אונז איז אנרעגולעיטעד און ס'קומט פאר היבש אסאך פראוד. איז כדי זיך ריינצוואשן פון אזא חזקה ברויך מען מפרסם זיין און הערן פון מענטשן. האסט עס פארדינט אויף א כשרע אופן? ווייז אויף! ס'האט נישט מיט קנאה אדער קאמיוניזם קיין שייכות. איך קען נישט ראבינאוויטש, און יא, איך בין אינטרעסירט צו וויסן ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען, זיינע ערשטע קאמפאניס, אויב די טעקס פיילינגס פון דעמאלס שטימען, וועמען ער האט עמפלויד, ווער זענען געווען זיינע ערבים, די אינוועסטירער, איז געווען קעש אינוואלווד? איז דא פאר אלעמען אינוואויסעס? וויפיל ארבעט האט ער געמאכט פאר טשאריטיס? וכ'ו..

סקרן » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:42 am

· #419812
כ'האב אויך הנאה אז מ'נוצט נישט קיין עכטע טשיינע נאר פאלטשע שיינע פלעסטיק

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 11:54 am

· #419813
[ציטאט אראפגענומען]

אז דו פרעס וואלט געשטורמט איז נישט מכריע אז סאיז ראנג.

וואספארא מין טענה איז דאס
בויט זיין פאלאץ אונטער די פיס פון די זעלבע מענטשען פון וועם ער האט געמאכט זיין געלט!!
זיין ווען איז מאכן געלט אן עוולה?
וואס נאך קען דען א היימשע איד טאן מיט זיין געלט חוץ דירה און חתונה?
אויב האט ער באגנבט מענטשען דאן איז עס א הימעל שרייינדיגע עוולה.
אוודאי איינער וואס גלייבט אין השארות הנפש/ עולם הבא/פרוזדור טוט נישט אינוועסטירן און דירת ארעי .

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 12:18 pm

· #419817
ער מעג בויען און יענער מעג מפרסם זיין. ער מעג נעמן הויכע רענט און יענער מעג קרעכצן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קומזיץ » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:00 pm

· #419828
[ציטאט אראפגענומען]


ס'איז נישט ממש א פארגלייך , ווייל דזשעף בעזאס קען וואוינען וויי ער וויל און ער מאכט א באשלוס צו וואוינען דארט, אבער דא און די היימישע וויליאמסבורג לעבן אלע צוזאמען רייכע מיט ארעמע , און מענטשען ווייסען אז ער איז א גביר מיט'ן בויען די פאלאטץ טוישט זיך גארנישט,
א טענה וואס מענטשען קענען יא האבן איז , אז די סיבה וויאזוי די ביסט רייך איז וועגן אונז ווילן וואוינען צוזאמען און וועגן דעם קענסטו בעטן אזאלעכע געשוואלענע פרייזען שלא ביושר,
און אז די לעבסט ווי א אויפגעריסענע גביר ווען בשעת מעשה מיטשען אונז זיך אויפן טעגליכן לעבן ברענגט עס ארויף בייז-בליט ביי מענטשען היתכן מען רעכנט זיך נישט מיט אנדערע.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:04 pm

· #419829
זייער א שיינע הויז. איך ווינטש פאר מר. ראבינאוויטש אסאך פארגעניגען בשעת ער דרייט זיך אין די קארידארן פין זיין מייעסטעטישע פאלאץ
בורא גולם בקנין השלם זה הבנין

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:52 pm

· #419837
נאך א אספעקט וואס ליגט אין פארשפרייטן די בילדער, אז דאס איז א סתירה צו די אלטע טענה אז זיין אומגעלערענט/נישט קענען ענגליש/וכו' איז א שטער צו פרנסה. דער איד מיט זיין שותף זייענדיג ישראלים קענען ווארשיינליך נישט דאס וואס א סאטמערע גראדואנט מיט א לאנגע היסטאריע פון עפל-טיטשער-ווארפעריי קען.

אגב, רוב פון זיין עשירות קומט נישט פון קיין היימישע אידן, ער זייגט 'בעיקר' פון גוים.

אשאד די קנאה שנאה ותחרות וואס ווערט דא דיסקוסירט.

כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:12 pm

· #419840
@הקטן איז גערעכט, א מענטש בויעט זיך א הויז אין מקריכט דא אריין אין זיינע פריוואטע קישקעס,

@אנאנים ספאסט נישט פאר דיר אזא צמצום

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:14 pm

· #419841
ליטוואק פון בודאפעסט
ער מעג בויען און יענער מעג מפרסם זיין. ער מעג נעמן הויכע רענט און יענער מעג קרעכצן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אט די דאזיגע סצענעס האבן זיך אפגעשפיעלט אין צארישן, פרע-קאמוניסטישן רוסלאנד. זענען געקומען לענין וחבריו. אפשר גאר שבת אחים. ניין ער שרייט בקולי קולות מכל עץ רענן, אז ער איז נישט קיין קאמוניסט. נאר א סאציאליסט. ס'העיסט. א סאציאל-דעמאקראט.) און זיי האבן געזאגט א פסוק פון די הפטורה פון פ' מיקעיץ..."גם לי, גם לך לא יהיה. גזורו...! און זיי האב אלעס אוועקגערויבט פון די עשירים...יעצט איז שוין א יעדער געווען אייניג. (אין ד'רערד...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:32 pm

· #419846

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:37 pm

· #419847
כלבאשבוע
@הקטן איז גערעכט, א מענטש בויעט זיך א הויז אין מקריכט דא אריין אין זיינע פריוואטע קישקעס,

@אנאנים ספאסט נישט פאר דיר אזא צמצום

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:46 pm

· #419849
רביה''ק זי''ע

גאנץ א זיסע קליפ, אבער ווי קומט עס דא אריין.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:47 pm

· #419850
איך ווייס נישט פארוואס, אבער דער אשכול שמעקט אביסל בונדיסטיש.

איך אויך » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 2:52 pm

· #419851
אי משום שמעק באלאנגט עס דא.

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:17 pm

· #419874
[ציטאט אראפגענומען]

איך הער.
איך האלט בכלל דו גאנצע מושג פון א רייכע לייפסטייל וואס אסאך גוישע סעלעבריטיס לעבן, וואס איז געבויט פשט צי ווייזען אז מאיז רייכער פונעם צווייטען עושר איז קינדריש און נאריש.
ווער דארף אדער האט הנאה פון א פאלאץ וואס פארמאגט 17 שלאף שטיבער 12 טוילעטס?

והאיש משה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:36 pm

· #419876
קומזיץ

א טענה וואס מענטשען קענען יא האבן איז , אז די סיבה וויאזוי די ביסט רייך איז וועגן אונז ווילן וואוינען צוזאמען און וועגן דעם קענסטו בעטן אזאלעכע געשוואלענע פרייזען שלא ביושר,


פארוואס הייסט עס שלא ביושר? ווער הייסט אונז ווילן וואונען צוזאמען, אז יענער זאל קאנען בעטן געשוואלענע פרייזען??

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:47 pm

· #419882
חתם סופר
איך זעה נישט מיט וואס ראבינאוויטש איז אנדערש ווי יעדע גוי׳אישע עושר
וואס א חילוק ווי מען בויט די פאלאץ, צי דא צי ערגעץ אנדערש. יעדער ווייסט אז ביל געיטס וואוינט אין א ריזיגע פאלאץ וואס ראבינאוויטש קען אפילו נישט חלומ׳ען דערפון, אין איך ארימער ארבעטער בין געצווינגען צו צאלען הונדערט פופציג דאלער פאר מייקראסאפט ווארד כדי דער אנגעפראסקעטער ביליאנער זאל קענען אנשטאפען זיין באנק אקאונט אין נאך טיילען צדקה אין נעמען קרעדיט פאר אויסהיילען קינדער אין אפריקע מיט מיין געלד
אדרבה דעס וואס ראבינאוויטש וואוינט דא באגרעניצט עם ער זאל נישט קענען זיך אינגאנצען אויפרייסען מיט א גאלד פלעיטעד זשעט וכדו׳. אויך מאכט דאס ער זאל מוזען געבען צדקה ווייל אז נישט וועט מען עם אראפקוקען

והאיש משה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:55 pm

· #419886
אפשר איז כדי פאר די שטורמישער עולם דא צו באזוכען און שכינות

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/12807">viewtopic.php?f=47&t=12807</a><!-- l -->

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 5:58 pm

· #419887
איך פארשטיי פארוואס די ווילאמסבורגע גייען אויס פון קנאה
נעמלעך אזא פאלאץ באלאנגט פאר יאקאבאוויטש אדער לעפקאוויטש אדער שוויממער, ווי קומט א פרעמדע טשאלמער ראבינאוויטש אין פראוועט די זעלבע שטיק?

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:07 pm

· #419889
[ציטאט אראפגענומען]


עס איז קיינמאל נישט קיין יושר אז איינער זאל רייך ווערן אויפן חשבון פון אנדערע, די פאקט אז כך הוא סדר העולם מאכט עס נישט מער גערעכט, און מענטשן ברויכן שימפן און פארשעמען די וואס רייסן געלט פון ארימע און שטעכן נאכדעם אויס די אויגן פון זיי.

אבער דאס אז ער באזעצט זיך צווישן אונז און די עשירים ביי אונז ציין זיך נישט אפ צו וואוינען אין א רייכע געגנט, איז פערצופאל א שטארקע מעלה, וואס דאס איז פון די שטערקסטע אינטערהאלטערס פון די היימישע עקענאמיע דאס אז ארימע מיט רייכע וואוינען צוזאמען און די רייכע ניצן די סערוויסעס פון די ארימע וכו'.
די מנהג הגויים אז די רייכע וואוינען אליינס איז א שרעקליכע מנהג סדום און מיר ברויכן זיין פרייליך אז עס געשעט נישט ביי אונז דערווייל.

והאיש משה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:10 pm

· #419891
שמערל


עס איז קיינמאל נישט קיין יושר אז איינער זאל רייך ווערן אויפן חשבון פון אנדערע, די פאקט אז כך הוא סדר העולם מאכט עס נישט מער גערעכט, און מענטשן ברויכן שימפן און פארשעמען די וואס רייסן געלט פון ארימע און שטעכן נאכדעם אויס די אויגן פון זיי.
.


אפשר ביזטו מסביר פארן עולם, און גיבסט ארויס די סוד ווי אזוי מ'קען רייך ווערן אן אנדערע?? 😃

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:19 pm

· #419892
מאן יימר אז מען קען רייך ווערן אן אנדערע? דאס אז מען קען נאר רייך ווערן פון אנדערע מיינט נאכנישט אז ס'איז מאראליש צו שינדן די הויט פון ארימעלייט כדי צו קענען וואוינען אין א באגילדעטע הויז.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:22 pm

· #419893
שמערל
אויב איז נישט דא קיין רייכע מענטשען איז עס א ארימע סאסייעטי
אוודאי מיר וואלטן געוואלט די אלע רייכע מענטשען זאלן טוהן גוטע זאכען מיט זייערע געלט, אנשטאטס אויפרייסען די אויגען פין זייערע שכנים, אבער ווי לאנג איהר קויפט א סטעיק בשעת קינדער אין אפריקע גייען אויס פאר א גלעזעלע ריינע וואסער, קענט איהר נישט עכט האבען קיין טענות

קומזיץ » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:30 pm

· #419894
והאיש משה
קומזיץ

א טענה וואס מענטשען קענען יא האבן איז , אז די סיבה וויאזוי די ביסט רייך איז וועגן אונז ווילן וואוינען צוזאמען און וועגן דעם קענסטו בעטן אזאלעכע געשוואלענע פרייזען שלא ביושר,


פארוואס הייסט עס שלא ביושר? ווער הייסט אונז ווילן וואונען צוזאמען, אז יענער זאל קאנען בעטן געשוואלענע פרייזען??


ווייל מען ניצט אויס יענעם'ס שוואכקייט

איסר האטלקי » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:32 pm

· #419895
אפשר קען שוין איינער ברענגען נאך בילדער פון דעם פאלאץ אדער פון אנדערע היימישע שיינע הייזער?

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:33 pm

· #419896
איך קען און איך האב טענות אויף יעדע וואס איך האלט אז ער שינדט פון מיר געלט, און אויב האלט איינער אין אפריקע אז איך האב אים עפעס געגנב'ט זאל ער מיר אודאי אנמערקן דערויף.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:37 pm

· #419897
שמערל
איך קען און איך האב טענות אויף יעדע וואס איך האלט אז ער שינדט פון מיר געלט, און אויב האלט איינער אין אפריקע אז איך האב אים עפעס געגנב'ט זאל ער מיר אודאי אנמערקן דערויף.

ראבינאוויטש זאגט די זעלבע זאך

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 6:43 pm

· #419899
וועכע זאך?

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:10 pm

· #419903
לאמיר זעהן צי איר קענט צוטרעפען

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:16 pm

· #419906
איז דא איינער דא וואס וואלט אפגעזאגט, ווען רעבינאוויטש אפערט עם צי ווערן א שתוף בחינם, אבער מיז ווייטער אנגיין מיט דו שקצעריי פון רעכנען מארקעט וועליו פרייזן פאר רענטעלס?

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:22 pm

· #419907
ובכן? דאס אז עס איז א שווערע נסיון צו זיין א עושר, נעמט אוועק די רעכט פון ארעמעלייט צו פארפירן?

ברויך א ריכטער זיך אויך פרעגן פאר ער פאראורטיילט בערני מעידאף, צו ער וואלט עס דען נישט אליין געטוהן?

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:25 pm

· #419908
איך האב א ביטערע נסיון צו ווערען אן עושר
ב"ה דערווייל ביניך עס בייגעשטאנען

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:26 pm

· #419909
און ראבינאוויטש'ס שקאצעריי גייט פיל ווייטער ווי בלויז שינדען די הויט פון די קויפער, יעדער וואס איז אינוואלווד אין זיינע עסקים ווערט אפגעשינדן, אבער אין כאן מקומו, און מיין טענה איז אפילו אויב וואלט ער עס ווען נישט געטוהן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:27 pm

· #419910
שמערל
ובכן? דאס אז עס איז א שווערע נסיון צו זיין א עושר, נעמט אוועק די רעכט פון ארעמעלייט צו פארפירן?
מעגסט פארפירן וויפיל דו ווילסט, אבער אן אידיאט ביזטו.

שמערל
ברויך א ריכטער זיך אויך פרעגן פאר ער פאראורטיילט בערני מעידאף, צו ער וואלט עס דען נישט אליין געטוהן?

א ריכטער קומט בכלל נישט אריין דא, ער דארף ערפילן די תפקיד אויף וואס מ'האט איהם געשטעלט.

קרעקער » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:29 pm

· #419911
די הויפט טענה איז אז ער בויט פאר יודען און שלעפט ארויס שווערע געלטער פון עולם און בויט זיך א פאלאץ צווישן די יודען פון וועם ער שלעפט ארויס געלט
סוי וואס ווילסטו? ער זאל בויען פאר גוים און פון זיי שלעפן געלט? וועט מען שרייען פארוואס ער בויט פאר ארטיסטען
ממה נפשך איז ער אין פעקל
מדארף קענען פארגינען

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:30 pm

· #419912
שמערל
און ראבינאוויטש'ס שקאצעריי גייט פיל ווייטער ווי בלויז שינדען די הויט פון די קויפער, יעדער וואס איז אינוואלווד אין זיינע עסקים ווערט אפגעשינדן, אבער אין כאן מקומו, און מיין טענה איז אפילו אויב וואלט ער עס ווען נישט געטוהן.

אוודאי איז כאן מקומו. דערציילט וואס איהר ווייסט
סאך אינטערסאנטער ווי דיסקאסירען די נסיון העושר

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:36 pm

· #419914
שמערל
ובכן? דאס אז עס איז א שווערע נסיון צו זיין א עושר, נעמט אוועק די רעכט פון ארעמעלייט צו פארפירן?

ברויך א ריכטער זיך אויך פרעגן פאר ער פאראורטיילט בערני מעידאף, צו ער וואלט עס דען נישט אליין געטוהן?

איך בין מסכים מיט דיר. אבער ווען מאהאקט אויף א יחיד און בשעת מעשה האלט מען פאר דו אויגן אז איך וואלט מסתם געטון דאס זעלבע, האקט זוך עס אנדערשט.

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:44 pm

· #419915
רביה''ק זי''ע
שמערל
ובכן? דאס אז עס איז א שווערע נסיון צו זיין א עושר, נעמט אוועק די רעכט פון ארעמעלייט צו פארפירן?
מעגסט פארפירן וויפיל דו ווילסט, אבער אן אידיאט ביזטו.
נישט שיין סתם מיך צו באטיטלן אזוי.
שמערל
ברויך א ריכטער זיך אויך פרעגן פאר ער פאראורטיילט בערני מעידאף, צו ער וואלט עס דען נישט אליין געטוהן?

א ריכטער קומט בכלל נישט אריין דא, ער דארף ערפילן די תפקיד אויף וואס מ'האט איהם געשטעלט.
דאכט זיך אז דער נמשל פארשטייסטו איא? פעלט דאך נישט אויס דער משל זאל ממש שטימען.

שמערל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:47 pm

· #419916
גדליה
שמערל
און ראבינאוויטש'ס שקאצעריי גייט פיל ווייטער ווי בלויז שינדען די הויט פון די קויפער, יעדער וואס איז אינוואלווד אין זיינע עסקים ווערט אפגעשינדן, אבער אין כאן מקומו, און מיין טענה איז אפילו אויב וואלט ער עס ווען נישט געטוהן.

אוודאי איז כאן מקומו. דערציילט וואס איהר ווייסט
סאך אינטערסאנטער ווי דיסקאסירען די נסיון העושר


שרייבן פאשקעווילן איז נישט פון מיינע באשעפטיגונגען, ווי אויך נישט צוצוטרעפן וואס א צוויי ווערטערדיגע תגובה'לה ברויך צו מיינען, ענדערש ממשיך זיין ליינען א ביכל.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:52 pm

· #419917
שמערל
שמערל
ברויך א ריכטער זיך אויך פרעגן פאר ער פאראורטיילט בערני מעידאף, צו ער וואלט עס דען נישט אליין געטוהן?

א ריכטער קומט בכלל נישט אריין דא, ער דארף ערפילן די תפקיד אויף וואס מ'האט איהם געשטעלט.
דאכט זיך אז דער נמשל פארשטייסטו איא? פעלט דאך נישט אויס דער משל זאל ממש שטימען.
ס'פעלט יא אויס. וועם מ'דארף יא נעמען אויפ'ן צימבל, זענען די מענטשן פונעם לאנד. און איך האלט טאקע, אז א לאנד פון מעידאפס, האבן נישט וואס איינצוזעצן בערני מעידאף.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 7:52 pm

· #419918
איז דא איינער דא וואס באשעפטיגט זיך מיט שרייבען פאשקעווילן? אויב יא קומט ארויף מיט אינפארמאציע
בלאט: 1 2 3