יעקב מענטשנאך א אספעקט וואס ליגט אין פארשפרייטן די בילדער, אז דאס איז א סתירה צו די אלטע טענה אז זיין אומגעלערענט/נישט קענען ענגליש/וכו' איז א שטער צו פרנסה. דער איד מיט זיין שותף זייענדיג ישראלים קענען ווארשיינליך נישט דאס וואס א סאטמערע גראדואנט מיט א לאנגע היסטאריע פון עפל-טיטשער-ווארפעריי קען.
אגב, רוב פון זיין עשירות קומט נישט פון קיין היימישע אידן, ער זייגט 'בעיקר' פון גוים.
אשאד די קנאה שנאה ותחרות וואס ווערט דא דיסקוסירט.
ער האט אבער אנגעהויבן ביי אידן. זיין ערשטע געלט איז געקומען פון אביגדור יאקאבאביטש...
האלטס און איין איבערזאגן עפעל-טישטער ווארפעריי... וכו׳. סאיז זייער נעריש אזוי צורעדן כהאב דיר שוין אפאר מאל געוואלט שרייבן א לאנגע תגובה איבער די ענין אבער כוועל עס מאכן זייער בקיצור מיט א משל.
וואס דארף א לאנד האבן כדאי צו געווינען א מלחמה??? געווער??? שטארקע מיליטער???
די תירוץ איז: מ׳דארף האבן סיי די בעסטע מיליטערלייט, סיי די בעסטע שפיאנאזש, סיי געלט, די בעסטע נייעסטע טעכנאלאגיע, א גיטע פלאן און סטראטעגיע און הערשט דאן דארף מען גרויסע הצלחה אז אלעס זאל מיט שפילן און סזאל זיין א שיינע וועטער וכו׳ וכו׳
אמעריקע, וואס האט שוין די שטערקסטע געווער און טעכנאלגיע און די שטערקסטע, רייכעסטע מיליטער אויפן כדור הארץ האט נאכאלץ פארלוירן די מלחמה אין וויעטנאם און אפגאניסטאן, און נאך אפאר...
די נמשל איז זייער פשוט:
וואס דארף מען האבן צו מאכן פרנסה?
א פלאן אליינס איז נישט גענוג. מקען האבן די בעסטע סטראטעגיע און אפילו א אינוועסטאר און נאכאלץ נישט מאכן קיין געלט....
עדזשיוקעישאן איז נאר ״איינע״ פון די מיטלען. מקען עס איבערהיפן. למשל ר׳ יצחק ראבינאוויטש און זיין וויזניצער שותף דשונסקי קענען נישט קיין ענגליש און קיין קאמפיוטערס אלזא האבן זיי אויפגענומען ארבייטארער וואס זענען געלערנטע מענטשען וואס זאלן זיי פירן די ביכער און טוהן אלע זאכן וואס זיי קענען נישט- און אמאל קען עס ארבעטן. אפילו ר׳ הערשל שרייבער קען נישט ספעלן אבער ער האט געדינגען מענשטען וואס זאלן ספעלן אנשטאט אים און מלאכתו נעשה ע״י אחרים.
וואס דו כאפסט נישט: עדזשיוקעישאן איז נאר ״איינע פון די מיטלען״ צו מאכן פרנסה-ס׳קען נאר העלפן...ס׳ מיינט אבער נישט אז אויב מהאט א דעגרי איז מען עפעס גאראנטירט פונקט ווי מאיז נישט גאראנטירט אז די שטערקסטע מילטער אויף די וועלט גייט געווינען די מלחמה...
יעדער ווייסט גאנץ גוט אז סאיז דא געוויסע פעלער ווי ס׳האט זיך אויסגעארבעט. אבער לכתחילה גיין ארויסשיקן אונזערע קינדער אן די מינדעסטע עדזשיוקעישאן איז פונקט ווי ארויסשיקן אונזער מילטער אן קיין סטראטעגיע- סקען פונקט געלונגען, אבער סאיז נישט קיין גוטע עצה און נישט אויסגעהאלטן.