☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » כולל הכנה דרבה!

כולל הכנה דרבה!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12790

חסיד פון ליטא » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:13 pm

· #419361
כולל הכנה דרבה!
מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן פארן חשוב'ן ציבור אז נאך די גרויסע נאכפראגע פון אסאך היימישע חסידישע אינגעלייט איבער א הכנות כולל, איז אונז ב"ה געלונגען צו צאמשטעלן א גרופע אינגעלייט יראים ושלמים מיט שיעפע טאשן אן קיין שום סארט סמארטפאונס וואס וועלן זיצען לזכות הרבים פיר שעה הכנות יעדן איינציג טאג פונעם יאר!
די יונגעלייט זענען באהאווענט מיט אלע כוונות פון די גרויסע הכנות, ווי אויך וועלן זיי נוצן משיירי הנייר וואס אסאך גרויסע רעבע'ס האבן גענוצט, ועל דעתם וכונתם וועלן זיי מאכן.
מיר פארמאגן ספעציעלע פילן וואס וועט העלפן די יונגעלייט אין פאל פון עצירות.
אזוי אויך וועלן מיר האבן א ברייטע מעניו פון אלע סארטן הערינג, טשולנט מיט זכר בונדלעך.
עס איז פארפאסט געווארן א ספעציעלע לשם ייחוד דורך א חשוב'ן דיין פאר דעם צוועק, אויסשליסליך פאר אונזער כולל.

מעמבערשיפ קאסט זייער ביליג, בלויז 100 דאלאר א חודש, און פארדעם וועלן די יונגעלייט זאגן אייער נאמען בשעת'ן קינוח און דערנאך ביים פלאשן און ווי פארשטענדליך ביי אשר יצר!

איר קענט רואיג גיין ארבעטן בשעת אונזערע יונגעלייט וועלן מאכן פאר אייערט וועגן.

מען קען אויך צאלן פאר אן איינצעלע הכנה פאר בלויז צעהן דאלער א געווענליכע. פופצן דאלער פאר א דשאמבאו און צוואנציג דאלער א דייהעריע און פינף און צוואנציג פאר אן עמערדשענסי.

רופט שוין 718-387-1750

רופט שוין

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:18 pm

· #419362

גדליה » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 6:20 pm

· #419363
כולל ״בעל פעור״

לבי ובשרי » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:17 pm

· #419380
דאס דערמאנט מיר פונעם נייעם "מקוה כולל USA", גאר א שטארקער זיכוי הרבים אפאראט.
עס זיצן אין א מקוה-בור א מנין ערנסטע יונגעלייט, און ווען עס קומט אריין א הזכרה, געבן זיי זיך זאפארט א טובל! לשם מצות מצוה!

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:31 pm

· #419383
רביה''ק זי''ע

רביה"ק זי"ע: אייך הייב געקיילוירט פייר גיילייכטייר...יייישר כיייח...!

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:36 pm

· #419385
ווען מ'זעהט עס לייוו, איז עס שוין גארנישט אזוי לאכעדיג... פשוט אן עקל א רחמנות.

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 8:40 pm

· #419386
אז מען צאלט א סובסקריפטשען דארף מען נאך אלץ אליין גיין אדער איז עס אזוי ווי תהלים כולל, און זיי טוהן די גאנצע דשאב?

גראף » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 9:05 pm

· #419390
Re: כולל הכנה דרבה!
די זיצערס גייען מיט נעמען קאפס מיט וואסער ?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

רביה''ק זי''ע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 10:17 pm

· #419395


<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/Belphegor">https://en.wikipedia.org/wiki/Belphegor</a>

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 10:25 pm

· #419396
Re: כולל הכנה דרבה!
ס'וועלן זיין ליינס צום ביהכ"ס אזוי ווי אין ראדני??

חסיד פון ליטא » מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 11:32 pm

· #419400
Re: כולל הכנה דרבה!
יעצט אריינגעקומען א טייטש פון א גאר חשוב'ע מו"ץ דק"ק גדולים.
'יושב, תהילות ישראל', אז טאמער זענען אידן מקיים דעם עניין פון 'יושב' דאן וועלן ארויפגיין אלע תהילות ישראל! ודפח"ח.

נ.ב. עס ווערט דרינגנד געזיכט א במקום זיצער וויבאלד איינע פון די יושבי קרונות האט בטעות געמאכט אן עקסידענט ופער במכנסיים מחמת גודל התלהבותו. ווער עס קען זיך משתתף זיין זאל ביטע מעלדן אין אישי.
ווי אויך האבן מיר א ביזנעס פון פארקויפן זבל פרדותיו של יצחק פאר די וואס ווילן מזבל זיין די פעלדער מיט אט די הייליגע גדולים (איר באקומט אויך א חתיכה לעמינעיטעד לשמירה ולהצלחה אינקלודעד אינעם פרייז), א פעקעדש פאר א בית כור עפר איז בלויז צוויי טויזנט טאלער! יא, איר האט גוט געליינט. דאס איז האלב פרייז. די סעיל וועט זיך ענדיגן זינטאג ביי זמן קרי"ש. כאפט ווילאנג ס'נאך דא.

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 8:33 am

· #419401
איז שוין דא וואך נאכט פעקעדזשעס אזוי ווי תהילים און חצות כוללים האבן?

ווייל נעכטן האב איך געהאט א וואך נאכט און ס'גייט זייער שווער היינט...

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:14 pm

· #419451
Re: כולל הכנה דרבה!
איסר האטלקי
איז שוין דא וואך נאכט פעקעדזשעס אזוי ווי תהילים און חצות כוללים האבן?

ווייל נעכטן האב איך געהאט א וואך נאכט און ס'גייט זייער שווער היינט...
מיר מאכן צעהן פעקלעך יעדן טאג, ס'נעמט פיהר שעה א פעקל.
נאכן עסן פון אונזערע מאכלים קענט איר זיין פארזיכערט צו זיין וואך א גאנצע נאכט.

Samkoton » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 2:17 pm

· #419505
אפדעיט:
היות די נאכפראגע איז גרויס און די בתי הכנות זענען איבערגעפילט עד אפס מקום. איז אונז געלונגען צו אריינברענגן א שיפמענט פון פעמפערס פאר ווער עס באגערט.

די פעמפערס זענען דא צו באקומען אין רבינו תם'ס סייז און אויך אין רבינו העינס סייז.

די מעלות זענען אומצאליג. מיט די פעמפערס קענט איר זיין אויף דער פריי בשעת די הכנות און נישט דארפן זיין איינגעשפארט אין א ד' על ד'. ווי אויך קענט איר זיצן אין כולל חצות בשעתן כולל הכנות און מאכן דאפלט די געלט.

פאר פרטים ווי מען קען אויפפיקן די פעמפערס ביטע פרעגט אין אישי

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 3:04 pm

· #419508
😈 😢