☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.

שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12689
בלאט: 1 2

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 10:20 am

· #416089
שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.
ווי ס'איז באוויסט האט דער הייליגער ווילנער גאון אנגערופן דעם שער היחוד פונעם היילגן חובת הלבבות: חקירה הארורה.

כ'האב עטוואס שוועריקייטן צו פארשטיין פארוואס.

דער באדייט פון פילאזאפיע לויט ווי איך פארשטיי איז צו נעמען א טעמע און עס גענצליך צונישט מאכן, און עס דאן צוריק אויפבויען מיט ראציאנאליזם און מיט קאלטע לאגיק. נעמליך,ווען ס'קומט צו טעמעס פון סייענס און פיזיקס איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום פראבלעם אפילו פון א אידישער שטאנפונקט. אבער ווען די טעמע איז דת איז פילאזאפיע אלעמאל געווען היפש קאָנטראָווערסיאַל.

דער הייליגער רמב''ם האט אראפגעשטעלט 13 יסודות אין דת, הארטע טריקענע פאקטן וואס איטלכע איד איז הייליג פארפליכטעט צו גלויבן. נאך מער אפילו עמיצער איז חלילה דורכגעפאלן און ער האט אנגעהויבן צו פארשן אין אנגעלעגנהייטן וועלכע האבן צו טאן מיט די דאזיגע 13 יסודות, און אין רעזולטאט האט זיך אין אים אנטוויקלט אומפארשטענדענישן, ליגט אויף אים א פליכט אלס א איד אויסצורייסן זיינע ראציאנאלע טראכטונגען און פשוט גלייבן אין די דאזיגע דרייצן יסודות.

דער לעגענדארער אידישער כופר ברוך שפיאנאזא שר''י, האט נישט געגלייבט אין גארנישט ביז ער האט דאס נישט באשטעטיגט ראציאנאל. אין רעזולטאט איז ער געקומען צום אויספיר אז דער תורה איז נישט פון משה רבינו חלילה, נאר פון עמיצער וואס האט געלעבט פול יארן שפעטער. ער האט מיט דעם דאזיגען אויספיר ארויפגעצויגן אויף זיך דאס גרימצארן סיי פון די רבנים אין האללאנד וועלכע האבן אים אריינגעלייגט אין חרם און פארשאלטן מיט א פולסא דנורא, און סיי דורך די קאטוילישע קירכע וואס האט אים אנגערופן דער פארשאלטענער ברוך.

אבער מיר ערליכע אידן וואס מיר ווייסן אז די דרייצן יסודי הדת פונעם הייליגן רמב''ם איז א ווירקליכער מציאות, וואס איז ניטאמאל שייך אפצופרעגן, אפגעזען פון סיי וועלכע ראציאנאלע אויספירונגען, דאן פארוואס זאלן מיר זיך נישט באשעפטיגן אין שער היחוד?

און אנדערע ווערטער אויב ווייסן מיר אז די דרייצן יסודות פונעם רמב''ם איז א ווירקליכער מציאות, דאן פארוואס איז פארבאטן זיך צו פארטיפן אין זיי אויף ראציאנאלע פארנעם? דער אויספיר וועט ממלא גארנישט ענדערן, ווייל די דרייצן יסודות איז דאך א ווירקליכע מציאות, און א מציאות איז נישט שייך צו ענדערן.

אויב איינער קען אריין קומען קלאר, וועל איך אים שטארק דאנקקבאר זיין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 10:31 am

· #416090
עס איז נישט אמת. נישט דאס האט דער ווילנא גאון געשריבען, קוק אין ביאור הגר"א דארט, נישט דאס מיינט ער.

אלע קשיות פארענטפערט

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 10:39 am

· #416093
די ווייסט נישט וואס טיט זיך מיט דיין לעבן.

דער גר''א שרייבט דאס אין אבן שלמה.

נאר דיין רבי קוק צוליב זיין ליבשאפט צו פילאזאפיע, האט געלייקנט אז דער גר''א זעלבסט האט דאס געשריבן...ער האט גע'טענה'עט אז זיינע תלמידים האבן דאס אריין געשווערצט...

והפראגע במקומה עומדת....

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 12:51 pm

· #416095
פארדעם דארף מען לערנען די חלל הפנוי תורה

לולב הגזול » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 12:54 pm

· #416098
קאך_לעפל

דער באדייט פון פילאזאפיע לויט ווי איך פארשטיי איז צו נעמען א טעמע און עס גענצליך צונישט מאכן, און עס דאן צוריק אויפבויען מיט ראציאנאליזם און מיט קאלטע לאגיק.
דער באדייט פון פילאזאפיע איז לערנען חכמה.

"נעמען א טעמע און עס גענצליך צונישט מאכן, און עס דאן צוריק אויפבויען מיט ראציאנאליזם און מיט קאלטע לאגיק" איז א גוטע וועג צו לערענען און וויסען חכמה. אפשר גאר דער בעסטע וועג!

קאך_לעפל
דער הייליגער רמב''ם האט אראפגעשטעלט 13 יסודות אין דת... וואס איטלכע איד איז הייליג פארפליכטעט צו גלויבן.

א"א אינו. כמה גדולים וטובים ממנו הלכו במחשבה אחרת לגמרי...

נאך מער אפילו עמיצער איז חלילה דורכגעפאלן און ער האט אנגעהויבן צו פארשן אין אנגעלעגנהייטן וועלכע האבן צו טאן מיט די דאזיגע 13 יסודות, און אין רעזולטאט האט זיך אין אים אנטוויקלט אומפארשטענדענישן, ליגט אויף אים א פליכט אלס א איד אויסצורייסן זיינע ראציאנאלע טראכטונגען און פשוט גלייבן אין די דאזיגע דרייצן יסודות.

מהיכן? פון ווי נעמסטו דאס? דער רמב"ם בכבודו ובעצמו האלט יא פון גלייבען מיט ראציאנאלע טראכטונגען.

אבער מיר ערליכע אידן וואס מיר ווייסן אז די דרייצן יסודי הדת פונעם הייליגן רמב''ם איז א ווירקליכער מציאות, וואס איז ניטאמאל שייך אפצופרעגן, אפגעזען פון סיי וועלכע ראציאנאלע אויספירונגען, דאן פארוואס זאלן מיר זיך נישט באשעפטיגן אין שער היחוד?

גדולים וטובים וערליכע ממך האבען געהאלטען פארקערט. תורה חדשה מקאך לעפעל יצא?

און אנדערע ווערטער אויב ווייסן מיר אז די דרייצן יסודות פונעם רמב''ם איז א ווירקליכער מציאות, דאן פארוואס איז פארבאטן זיך צו פארטיפן אין זיי אויף ראציאנאלע פארנעם? דער אויספיר וועט ממלא גארנישט ענדערן, ווייל די דרייצן יסודות איז דאך א ווירקליכע מציאות, און א מציאות איז נישט שייך צו ענדערן.

קיינער קען נישט וויסען אן 'זיך פארטיפן אין זיי אויף א ראציאנאלע פארנעם'. די קענסט גלייבען אן טיפער טראכטען. נישט וויסען. און כמו שכתבנו למעלה, דער 13 אני מאמין'ס זיינען נישט קיין מציאות. גדולים וטובים ממך האבען געהאלטען אנדרעשט. ותשבי יתרץ.

אויב איינער קען אריין קומען קלאר, וועל איך אים שטארק דאנקקבאר זיין.

You're welcome. 🙂

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 12:59 pm

· #416099
גדליה
פארדעם דארף מען לערנען די חלל הפנוי תורה


דאס איז ווארשיינליך קבלה, אלענפאלס שכוח פאר דיין רעאקציע.

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 1:05 pm

· #416102
לולב הגזול
קאך_לעפל

דער באדייט פון פילאזאפיע לויט ווי איך פארשטיי איז צו נעמען א טעמע און עס גענצליך צונישט מאכן, און עס דאן צוריק אויפבויען מיט ראציאנאליזם און מיט קאלטע לאגיק.
דער באדייט פון פילאזאפיע איז לערנען חכמה.

"נעמען א טעמע און עס גענצליך צונישט מאכן, און עס דאן צוריק אויפבויען מיט ראציאנאליזם און מיט קאלטע לאגיק" איז א גוטע וועג צו לערענען און וויסען חכמה. אפשר גאר דער בעסטע וועג!

אמת!

קאך_לעפל
דער הייליגער רמב''ם האט אראפגעשטעלט 13 יסודות אין דת... וואס איטלכע איד איז הייליג פארפליכטעט צו גלויבן.

א"א אינו. כמה גדולים וטובים ממנו הלכו במחשבה אחרת לגמרי...

אמת! (אגב די זאגסט יעדן טאג אני מאמין פון רמב''ם אדער דעם אני מאמין פונעם סמ''ג?)

נאך מער אפילו עמיצער איז חלילה דורכגעפאלן און ער האט אנגעהויבן צו פארשן אין אנגעלעגנהייטן וועלכע האבן צו טאן מיט די דאזיגע 13 יסודות, און אין רעזולטאט האט זיך אין אים אנטוויקלט אומפארשטענדענישן, ליגט אויף אים א פליכט אלס א איד אויסצורייסן זיינע ראציאנאלע טראכטונגען און פשוט גלייבן אין די דאזיגע דרייצן יסודות.

מהיכן? פון ווי נעמסטו דאס? דער רמב"ם בכבודו ובעצמו האלט יא פון גלייבען מיט ראציאנאלע טראכטונגען.

אמת! וועגן דעם האב איך טאקע אנגעהויבן מיטן גר''א

אבער מיר ערליכע אידן וואס מיר ווייסן אז די דרייצן יסודי הדת פונעם הייליגן רמב''ם איז א ווירקליכער מציאות, וואס איז ניטאמאל שייך אפצופרעגן, אפגעזען פון סיי וועלכע ראציאנאלע אויספירונגען, דאן פארוואס זאלן מיר זיך נישט באשעפטיגן אין שער היחוד?


גדולים וטובים וערליכע ממך האבען געהאלטען פארקערט. תורה חדשה מקאך לעפעל יצא?

איך גיי מיטן שיטת הרמב''ם, (אגב די זאגסט יעדן טאג אני מאמין פון רמב''ם אדער דעם אני מאמין פונעם סמ''ג?)

און אנדערע ווערטער אויב ווייסן מיר אז די דרייצן יסודות פונעם רמב''ם איז א ווירקליכער מציאות, דאן פארוואס איז פארבאטן זיך צו פארטיפן אין זיי אויף ראציאנאלע פארנעם? דער אויספיר וועט ממלא גארנישט ענדערן, ווייל די דרייצן יסודות איז דאך א ווירקליכע מציאות, און א מציאות איז נישט שייך צו ענדערן.

קיינער קען נישט וויסען אן 'זיך פארטיפן אין זיי אויף א ראציאנאלע פארנעם'. די קענסט גלייבען אן טיפער טראכטען. נישט וויסען. און כמו שכתבנו למעלה, דער 13 אני מאמין'ס זיינען נישט קיין מציאות. גדולים וטובים ממך האבען געהאלטען אנדרעשט. ותשבי יתרץ.

די דעפעניציע פון גלייבן איז אן וויסן, און די דעפעניציע פון וויסן איז אפגעזען וואס מ'גלייבט!

אויב איינער קען אריין קומען קלאר, וועל איך אים שטארק דאנקקבאר זיין.

You're welcome. 🙂


יישר כח פאר דיין רעאקציע, ס'איז ביי מיר זייער געשעצט און טייער.

לולב הגזול » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 1:24 pm

· #416104
(אגב די זאגסט יעדן טאג אני מאמין פון רמב''ם אדער דעם אני מאמין פונעם סמ''ג?)
False dilemma
<a class="postlink" href="https://en.wikipedia.org/wiki/False_dilemma">https://en.wikipedia.org/wiki/False_dilemma</a>
-----
דיין קשיה איז לשיטת הגר"א אליבא דהרמב"ם ודלא כהרמב"ם?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 1:38 pm

· #416107
קאך_לעפל
די ווייסט נישט וואס טיט זיך מיט דיין לעבן.

דער גר''א שרייבט דאס אין אבן שלמה.

נאר דיין רבי קוק צוליב זיין ליבשאפט צו פילאזאפיע, האט געלייקנט אז דער גר''א זעלבסט האט דאס געשריבן...ער האט גע'טענה'עט אז זיינע תלמידים האבן דאס אריין געשווערצט...

והפראגע במקומה עומדת....


האסט שוין אריין געשטופט דיין טינופת דא אויך

דער גר"א שרייבט (יו"ד קע"ח קי"ג) הפילוסופיה הארורה (לויט מהדורת הורודנא), אבער נישט אויף שער היחוד פון דער חובת הלבבות. דער שער היחוד איז חקירה אבער נישט די פילוזופיא פון דער רמב"ם און ער זוכט נישט די זעלבע זאך וי דער רמב"ם. דער לב טוב האט עס אלס געלייגט אין איין טאפ, אבער עס באלאנגט נישט דארט.

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 2:24 pm

· #416112
כ'הער וואס די זאגסט.

ערשט, רב קוק איז גראדע געווען א שטארקער ראציאנאלער טראכטער און גאר שטארק אויסגעקאכט אין פיליזאפיע. דאס זענען אפילו זיינע גרעסטע קעגנער מודה. און ס'איז אפילו פארהאן אזעלכע וואס אַרגומענטירן א דאס האט עטוואס פארוואשן דעם מוח.. זאגאר דער אשכול איז נישט דאס ארט דערפאר.

צווייטנס וואס איז דער אונטערשיד צווישן חקירה און פילאזאפיע? כ'בין געווען ביי די מיינונג אז חקירה אויף גריכיש זאגט זיך פילאזאפיע, און עס איז ווירקליך נישט די זעלבע זאך?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 4:51 pm

· #416124
Re: שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.
איך האב מורא דו קענסט נישט די באדייט פון דיין ווערטער. הרב קוק איז געווען א מיסטישע דענקער, נישט קיין ראציאנאליסט.

דער חובת הלבבות האלט אז מ׳דארף מוכיח זיין אמונה, און דאס דורך חקירה. דאס איז שער היחוד, אויפצוווייזען די אמונה אונזערע.

פילאזאפיע איז א סייענס, א חכמה וואס טוט ערפינדען פארשידענע פאקטען, און דערנאך אפפרעגען וחוזרים חלילה, ווי אלע חכמות. ווען די חכמה האט מוכיח געווען אז כישוף איז נאנסענס, האט דער רמב"ם אנגענומען די הוכחה. און אויף דעם זאגט דער גר"א אז די חכמה איז פארשאלטען און עס האט אים געמאכט זיך פארגרייזען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 7:43 pm

· #416136
ליטוואק פון בודאפעסט: נאר א קליינע הערה. דער בעמ"ח פונ'ם חובת הלבבות שרייבט אזוי אין דער הקדמה. אז פארדעם האט ער געגעבן אט דעם נאמען פאר זיין ספר. ווייל ס'איז פון די חובות הלבבות צו צו קומען צו אמונה דורך חקירה...!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 7:56 pm

· #416138
קאך_לעפל
דער הייליגער רמב''ם האט אראפגעשטעלט 13 יסודות אין דת, הארטע טריקענע פאקטן וואס איטלכע איד איז הייליג פארפליכטעט צו גלויבן. נאך מער אפילו עמיצער איז חלילה דורכגעפאלן און ער האט אנגעהויבן צו פארשן אין אנגעלעגנהייטן וועלכע האבן צו טאן מיט די דאזיגע 13 יסודות, און אין רעזולטאט האט זיך אין אים אנטוויקלט אומפארשטענדענישן, ליגט אויף אים א פליכט אלס א איד אויסצורייסן זיינע ראציאנאלע טראכטונגען און פשוט גלייבן אין די דאזיגע דרייצן יסודות.

“You could be an atheist and wish that the belief was true. You could; I know some people who do”
Christopher Hitchens -

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 8:16 pm

· #416143
עס איז שווער דן צו זיין א ספר פאר מען לערנט עס. אויב ווער זאגט נישט צו לערנען שער היחוד? די זעלבע וואס זאגן נישט צו לערנען מורה נבוכים?

דער בני יששכר ברענגט פין שער היחוד. ער פרעגט טאקע און האקט. אבער ער האט עס געלערנט. ווער זאגט נישט צו לערנען?

קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 9:20 am

· #416171
א קליינע באקערקונג איבער שפיאנאזא:

ווי ס'זעט זיך אויס האט שפיאנאזא יא ווירקליך געגלייבט אין די יסודות פונעם איינציקייט און אנוועזנהייט פונעם הייליגן באשעפער. ער האט בלויז נישט געגלייבט אז די תורה איז געגעבן געווארן פון הימל דורך משה רבינו. פארט האבן אים די חכמי אמסטערדאם באשולדיגט אין: כפירות נוראות שעשה ולימד.

לויט רבי סעדיה גאון, רבינו חננאל, הראב''ד הראשון, רבי חסדאי פון קרשקש, איז גלייבן אז די תורה איז פון הימל געגעבן געווארן דורך משה רבינו אין גאנצן נישט פון די עקרי אמונה.
בלויז דער הייליגער רמב''ם מיטן בעל העקרים האבן דאס אריינגעשטעלט צווישן די עקרי אמונה.
קומט אויס אז לויט רוב ראשונים איז דער שפיאנאזא גארנישט געווען אזא גראנדיעזע כופר. פארט האבן די רבנים פון אמסטערדאם אזוי שטארק אנגענומען דעם שיטת הרמב''ם, אזש זיי האבן דעם שפיאנאזא פארשאלטן מיט טויטע קללות און מיט א פולסא דנורא, א זעלטנהייט פון א געשענעניש אפילו אין יענע עפאכע.
ווי ס'זעט אויס האבן די חכמי אמסטערדאם זייער ערענסט אנגענומען דעם שיטת רמב''ם אין יסודי הדת אנגעלעגנהייטן.

שמערל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 11:18 am

· #416175
נישט אמת, אין חרם לייגט מען טראבל מעיקערס נישט מענטשן מיט פארדרייטע השקפות, שפינאזא איז געווען א טראבל מעיקער און פארדעם האט מען אין פארשגצ'ט, (מונח בזוכרוני אז די קירכע האט אים אוים פארחרמ'ט) נישט פארוואס ער האט געהאלטן ביי זיך אין הארץ.

קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 11:28 am

· #416176
דא האסטו דער נוסח פונעם חרם (קרעדיט, וויקפידיע)

"האדונים מן המעמד מודיעים לכבוד מעלתכם כי מאחר שמזה זמן נמסר על השקפותיו ומעשיו הרעים של
ברוך דה אספינוזה
והם ניסו בדרכים ובהבטחות שונות להשיבו מדרכיו הרעים, אך לא עלה בידם לתקנו.
ואדרבה כל יום הגיעו לידיעתם ידיעות נוספות על כפירות נוראות שעשה ולימד, ומעשים עצומים שחולל, ויש בידם עדויות רבות וראויות לאמון שנמסרו כולן בנוכחות האדונים החכמים
לכן נמנו וגמרו על דעתם של אלה כי אספינוזה הנ"ל יוחרם וינודה מעדת ישראל, והרי הם מטילים עליו את החרם דלהלן:
"בגזירת עירין ובמאמר קדישין אנו גוזרים חרם, נידוי, אלה ושמתא על ברוך דה אספינוזה
בהסכמת האל יתברך וכל הקהל הקדוש הזה
ארור יהיה ביום וארור בלילה, ארור יהיה בשוכבו וארור בקומו, ארור בצאתו וארור בבואו, וה' לא ירצה בכפרתו ותבער בו חמת ה' וקנאתו "ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום"
ואנו מזהירים שאיש אינו רשאי להתקשר עמו בעל פה או בכתב, ולא לעשות לו שום טובה, ולא לשהות עמו תחת קורת גג אחת, ולא לקרוא שום חיבור שעשה או שכתב.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 11:38 am

· #416180
שמערל
נישט אמת, אין חרם לייגט מען טראבל מעיקערס נישט מענטשן מיט פארדרייטע השקפות, שפינאזא איז געווען א טראבל מעיקער און פארדעם האט מען אין פארשגצ'ט, (מונח בזוכרוני אז די קירכע האט אים אוים פארחרמ'ט) נישט פארוואס ער האט געהאלטן ביי זיך אין הארץ.

שמערל: אבער לפי ידיעתי. איז איינס פון די הויפט טעמים פארוואס מ'האט געלייגט שפינאזא אין חרם איז געווען ווייל ער איז געווען א פארעהער (נישט קיין פארהערער) פון יאשקע...!

שמערל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 1:36 pm

· #416193
ווען איך בין געווען א אינגל האב איך געהערט אז יוסל וואלדמאן איז א שגץ ווייל ער האט גערופן פאליס מיט א גאפל אים שבת, ווען איך בין עלטער געווארן האב איך פארשטאנען אז זיין שקאצעריי איז געווען אז ער האט גערופן די פאליציי אקעגן די עסטאבלישמענט, ווען ער רופט ווען די פאליציי אויף פארקערט, וואלט קיינער נישט גערעדט דערפון.

והנמשל, ס'איז נישט קיין נפקא מינה מיט וואס מען האט באשולדיגט שפינאזא, די שאלה איז פארוואס מען האט אים באשולדיגט. ודו"ק.

פרייוויליג » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 1:39 pm

· #416194
איז די אשכול א חזרה, חוזר חזרה, אדער חוזר חוזר חזרה? שוין דא צענליגער אשכולות איבער די נושאים.

איינס פון די אשכולות אמונות אמיתיות און אמונות הכרחיות

ונתנהתוקף » דינסטאג נאוועמבער 6, 2018 2:33 pm

· #416198
שמערל
ווען איך בין געווען א אינגל האב איך געהערט אז יוסל וואלדמאן איז א שגץ ווייל ער האט גערופן פאליס מיט א גאפל אים שבת, ווען איך בין עלטער געווארן האב איך פארשטאנען אז זיין שקאצעריי איז געווען אז ער האט גערופן די פאליציי אקעגן די עסטאבלישמענט, ווען ער רופט ווען די פאליציי אויף פארקערט, וואלט קיינער נישט גערעדט דערפון.

והנמשל, ס'איז נישט קיין נפקא מינה מיט וואס מען האט באשולדיגט שפינאזא, די שאלה איז פארוואס מען האט אים באשולדיגט. ודו"ק.


און יעצט קען מען שוין אויך פארשטיין וויאזוי א אשכול וואס רעדט פין שער היחוד איז געפארן צו שפינאזא, ווייל שער היחוד איז קעגען די אמונה טפושה פין די עסטאבלישמענט.

גדליה » מיטוואך נאוועמבער 7, 2018 9:24 pm

· #416267
איך קען פרעזענדליך צוויי יונגעלייט וואס זענען געווארן אפיקורסים גמורים פון די שער היחוד

ונתנהתוקף » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 12:45 am

· #416271
גדליה
איך קען פרעזענדליך צוויי יונגעלייט וואס זענען געווארן אפיקורסים גמורים פון די שער היחוד

און איך קען צוויי בעלי תשובה וואס האבן תשובה געטוהן ווייל זיי האבן געלערנט שער היחוד.

גדליה » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 8:49 pm

· #416312
גדליה
איך קען פרעזענדליך צוויי יונגעלייט וואס זענען געווארן אפיקורסים גמורים פון די שער היחוד

עטליכע אויבער חכמים ווילען וויסען אויב ס'איז אמת.
נעוואדע איז עס אמת, וואס האט מען געמיינט, אומזינסט לאזט מען נישט לערנען שער היחוד? סדא א סיבה דערפאר און די סיבה איז ווייל די שער היחוד פארדארבט מוחות און פארוואנדעלט חסידישע יונגעלייטלעך אין אפיקורסים גמורים

קל וחומר » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 10:35 pm

· #416321
Re: שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.
הרב קאך לעפל,
קודם כל האט דער גר"א נישט געשריבן דעם אבן שלמה, דאס האט א תלמיד געשריבן מלוקט פונעם גר"א.
דו שרייבסט אז מיר אידן ווייסן אז די יג עיקרים זענען א ווירקליכע מציאות, מסתמא א טעות הדפוס, מיר 'גלויבן' אז דאס איז א מציאות, אבער די רגע וואס ראציענאליזם נעמט איבער (ליין, חקירת הדת), איז שוין גארנישט מוחלט.

פרייוויליג » דאנערשטאג נאוועמבער 8, 2018 11:36 pm

· #416324
גדליה
איך קען פרעזענדליך צוויי יונגעלייט וואס זענען געווארן אפיקורסים גמורים פון די שער היחוד

איך קען א יונגערמאן וואס האט אראפגעשניטן די בארד און פיאות נאך די ערשטע פרק פון שער היחוד, נאכן ענדיגן שער היחוד האט ער האט ער אריינגעביסן אין א שעפסל - ״אבר מן החי״.

שטייטס אוועק.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 1:12 am

· #416331
פרייוויליג: פארוואס פארציילסטו נישט די מעשה מיט'ן ארי שבחבורה. ווען ער האט געענדיגט לערנען שער היחוד איז ער ארויסגעפארן צו די יענקי סטעדיום. (די יענקי'ס האבן פונקט דאמאלס געשפיעלט א געים. נאך פאר זיי זענען עלימינירט געווארן.). און ער האט געקויפט א טרייפענעם פרענק מיט א מילק שעיק. ווען די פארקויפערן (רח"ל) האט איהם געפרעגט אויף וואס זי זאלל ארויפלייגן דעם פרענק. האט ער געזאגט..."אויף א מעזוינעס ראלל"...כדי ער זאלל זיך נישט דארפן וואשן...!...

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 9:34 am

· #416340
קל וחומר
הרב קאך לעפל,
קודם כל האט דער גר"א נישט געשריבן דעם אבן שלמה, דאס האט א תלמיד געשריבן מלוקט פונעם גר"א.
דו שרייבסט אז מיר אידן ווייסן אז די יג עיקרים זענען א ווירקליכע מציאות, מסתמא א טעות הדפוס, מיר 'גלויבן' אז דאס איז א מציאות, אבער די רגע וואס ראציענאליזם נעמט איבער (ליין, חקירת הדת), איז שוין גארנישט מוחלט.


אין אלגעמיין איז גלייבן און ווייסן קעגנזייטיגע באגריפן. גלייבן קען מען אפילו מ'ווייסט נישט, און אז מ'ווייסט דארף מען דאך נישט צו קומען צום גלייבן. וו.צ.ב.ש. אז איך ווייס אז אצינד איז טאג, וואס דארף איך דען דאס גלייבן. אבער ווען כ'בין איינגעשפארט אין א פינסטערע צימער, קען איך פילייכט נישט וויסן צו ס'איז טאג אדער נאכט, דאן קען איך בלויז גלייבן אז ס'איז ווירקליך טאג. אבער ווי שיין איז ווען מ'קען סיי וויסן און סיי גלויבן אין די זעלבע צייט.

איז אזוי. די דרייצן יסודות פונעם הייליגן רמב''ם ווערט אנגערופן יסודות האמונה. אמונה הייסט גלייבן, און גלייבן איז אין אלגעמיין אין קאנסטראסט פון וויסן.
אפילו ווען מ'געפונט זיך פארמאכט אין א טינקעלע צימער, און מ'ווייסט נישט אויב ס'איז ווירקליך טאג אדער נאכט, און מ'גלייבט אז ס'איז טאג, קען מען נאך אלס פיליזאפירן צו ס'איז טאקע ווירקליך טאג צו נישט, אפגעזען פונעם פאקט אז מ'גלויבט אז ס'איז ווירקליך טאג.
אבער ווען עס קומט צו די יסודות פון אמונה איז דאס גארנישט אזוי פשוט. איך גלייב אז ג-ט איז נישט קיין גוף, אבער איך וויל עס אבער אויך וויסן, און אפילו אויב כ'וועל בלייבן שטעקן און זיך נישט דערוויסן אויף קלאר אז ס'איז טאקע ווירקליך אזוי, גלייב איך עס נאך אלס, ווייל דאס איז מיין פליכט אלס א גלויביגער איד.
ווי ס'זעט זיך אויס זענען די גדולי ישראל ווי דער גר''א און דער חת''ס געווען ביי די מיינונג אז אין די דאזיגע דרייצן יסודות האמונה מוז מען בלויז גלייבן, און ס'איז פארבאטן צו פראבירן עס פעסטצושטעלן אויף ראציאנאלער פארנעם, און עס ווירקליך וויסן. זיי האבן פילייכט זיך געפארכטן אז דאס וויסן וועט איבערנעמען דאס גלייבן, און אין די דאזיגע זאכן אז מ'ווייסט נישט גענוג גוט קען זיך דאס פול מאל גרעניצן מיט כפירה. כ'האב בלויז געקלערט צו עמיצער וואס אין די זעלבע צייט וואס ער פיליזאפירט, גלויבט ער נאך אלס. און ער פארשטייט גרינטליך אז זיינע אויספירן קען נישט רירן זיין גלויבונג, צו אזא איינער האט יא א רעכט אביסל צובליקן אינעם שער היחוד...איי אז מ'גלייבט פארוואס דארף מען דען וויסן? וואס מאכט דען אויס דאס וויסן אז די רעזולטאטן זענען שוין ממלא באשטומט פון פאראויס אלסן גלייבן? ווייל ווען מ'ווייסט אז וואס מ'גלייבט איז ווירקליך,איז דאס גלייבן פול שטערקער.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 9:41 am

· #416341
הרב קאך-לעפל: אז ווי איז דען שייך צו גלייבן אז מ'ווייסט נישט? אז איינער איז אין א טונקעלע צימער און ער ווייסט נישט צו ס'איז טאג אדער נאכט, פארוואס זאל ער גלייבן אז ס'איז טאג?

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 9:42 am

· #416342
רביה''ק זי''ע
הרב קאך-לעפל: אז ווי איז דען שייך צו גלייבן אז מ'ווייסט נישט? אז איינער איז אין א טונקעלע צימער און ער ווייסט נישט צו ס'איז טאג אדער נאכט, פארוואס זאל ער גלייבן אז ס'איז טאג?


ווייל זיין מאמע האט אים געזאגט, און ער גלייבט זיין מאמע.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 9:46 am

· #416344
דאס איז ווייטער נישט קיין אמונה, דאס איז א ידיעה. וויבאלד ער ווייסט אז זיין מאמע זאגט נישט קיין ליגן, ממילא ווייסט ער אז אלעס וואס זי זאגט איז אמת.

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 9:48 am

· #416345
רביה''ק זי''ע
דאס איז ווייטער נישט קיין אמונה, דאס איז א ידיעה. וויבאלד ער ווייסט אז זיין מאמע זאגט נישט קיין ליגן, ממילא ווייסט ער אז אלעס וואס זי זאגט איז אמת.


נישט ריכטיג. ער גלייבט זיין מאמע אן קיין פארוואס...ס'איז פארהאן א מושג פון גלויבן...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 9:49 am

· #416347
וואס הייסט? ווען ער ווייסט אז זיין מאמע איז א מוחזק שקרנית וואלט ער איר אויך געגלייבט?!

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 9:52 am

· #416348
גדליה
איך קען פרעזענדליך צוויי יונגעלייט וואס זענען געווארן אפיקורסים גמורים פון די שער היחוד


זיי זענען פילייכט נישט געווארן קיין אפיקורסים צוליב דעם שערי יחוד. זיי האבן ווארשיינליך זיך געוואלט אביסל אויפלאזן דאס פאסיג און זיך לאזן עטוואס וואוילגיין, האבן זיי דאס אנגעלייגט אויפן שערי יחוד...קוק עס גוט נאך ביטע...

קאך_לעפל » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 9:53 am

· #416349
רביה''ק זי''ע
וואס הייסט? ווען ער ווייסט אז זיין מאמע איז א מוחזק שקרנית וואלט ער איר אויך געגלייבט?!


אקעי. כ'וויל פראבירן אויף אן אנדערע וועג.

רבהק, וואס איז דער באדייט פונעם באגריף וואס רופט זיך גלייבן?

(וויקפידיע)

אמונה, במובנה הרחב, היא מצב פסיכולוגי בו אדם חש כי טענה או הנחה מסוימת היא נכונה. לפעמים משמש המושג גם לתיאור הטענה עצמה ביחס לאותו אדם. במובנה המצומצם, אמונה מתייחסת רק לעניינים שאינם טריוויאליים ועשויה להיות מחלוקת לגבי הוכחתם. בשימוש כזה, אמונה מובחנת מידיעה, שהיא תחושת נכונות של עניינים שאינם טריוויאליים. מובן עוד יותר מצומצם של אמונה, אך מאוד נפוץ, הוא תחושת נכונות של עניינים שכלל אינם ניתנים להוכחה לוגית או אמפירית, גם לדעת המאמין. ישנן דעות שונות בשאלה אלו אמונות הן תחושות בלבד ואלו מהוות ידיעה.

רביה''ק זי''ע » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 9:54 am

· #416350
איך פארשטיי נישט קיין ווארט פון וואס דו ברענגסט דארט, איך האף נאר אז דו פארשטייסט יא.

קל וחומר » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 1:20 pm

· #416361
Re: שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.
דער אמת איז אז ס'נישט שייך אז א רעליגיע (סיי וועלכע) זאל קענען פארבאטן נאכצופארשן איר ווארהייט און זיך האלטן פאר א קראנטע רעליגיע.
אויב האט עימיצער א ספק איז ממ"נ, על הצד אז ער גייט מוכיח זיין אז דער רעליגיע איז קראנט, איז דאס נישטא קיין טעם עס צו אסר'ן, אדרבה, ער קען גאר אויפווייזן פאר יעדעם די ווארהייט פונעם רעליגיע. על הצד אז ער וועט מוכיח זיין נגד הרעליגיע, איז נישטא ווער ס'זאל אים איינטיילן וואס ער מעג חקר'נען און וואס נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 9, 2018 1:31 pm

· #416362
Re: שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.
די חקירה פון דער חובות הלבבות איז נישט פאר דער וואס צווייפעלט דוקא. ער האט עס געהאלטען פאר א חלק פון באפעסטיגען די אמונה אין הארץ, נאכ׳ן זיין איבערגעצייגט אין איר ווארהייט. ועי׳ מה שכתבתי במאמרי ׳גרונטליך ווערען באהאווענט אין ענייני אמונה׳ דא אין שטיבעל. זאגען מאנכע פון אונזער חכמים אז מיר זאלען דאס נישט טון.
דאס האט נישט מיט דער וואס צווייפעלט אויפ׳ן אמת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 8:37 am

· #416472
קל וחומר
דער אמת איז אז ס'נישט שייך אז א רעליגיע (סיי וועלכע) זאל קענען פארבאטן נאכצופארשן איר ווארהייט און זיך האלטן פאר א קראנטע רעליגיע.
אויב האט עימיצער א ספק איז ממ"נ, על הצד אז ער גייט מוכיח זיין אז דער רעליגיע איז קראנט, איז דאס נישטא קיין טעם עס צו אסר'ן, אדרבה, ער קען גאר אויפווייזן פאר יעדעם די ווארהייט פונעם רעליגיע. על הצד אז ער וועט מוכיח זיין נגד הרעליגיע, איז נישטא ווער ס'זאל אים איינטיילן וואס ער מעג חקר'נען און וואס נישט.


לפי דבריך קען א רעליגיע נישט הייסן גלייבען אין איר גאט, מיט דער זעלביקער ממה נפשך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 11:17 am

· #416479
Re: שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.
עי׳ אבי עזרי (פ"ח מהל' תשובה), והדברים עתיקים

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 11:29 am

· #416483
רביה''ק זי''ע
איך פארשטיי נישט קיין ווארט פון וואס דו ברענגסט דארט, איך האף נאר אז דו פארשטייסט יא.


רבהק: אז די גלייבסט נישט אין גארנישט נאר אויב די ווייסט, מוז זיין צוויי זאכן: אדער אז די ביזט דער גרעסטער אידישער אטואיסט וועלכע דער וועלט האט נאר אמאל געזען, אפילו גרעסער ווי ברוך שפיאנאזא שר''י. אדער אז ביזטו דער צווייטער רבינו משה בן מימון, וואס ער האט ווארשיינליך נישט בלויז געגלייבן נאר אויך געוויסט. איך מיין אז די בוזט דער צווייטער רבינו משה בן מימון...

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:10 pm

· #416505
אישתישבי
קל וחומר
דער אמת איז אז ס'נישט שייך אז א רעליגיע (סיי וועלכע) זאל קענען פארבאטן נאכצופארשן איר ווארהייט און זיך האלטן פאר א קראנטע רעליגיע.
אויב האט עימיצער א ספק איז ממ"נ, על הצד אז ער גייט מוכיח זיין אז דער רעליגיע איז קראנט, איז דאס נישטא קיין טעם עס צו אסר'ן, אדרבה, ער קען גאר אויפווייזן פאר יעדעם די ווארהייט פונעם רעליגיע. על הצד אז ער וועט מוכיח זיין נגד הרעליגיע, איז נישטא ווער ס'זאל אים איינטיילן וואס ער מעג חקר'נען און וואס נישט.


לפי דבריך קען א רעליגיע נישט הייסן גלייבען אין איר גאט, מיט דער זעלביקער ממה נפשך.

פארדעם טאקע רעכנט די בה"ג נישט אמונה בה' פאר א מצוה.

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:20 pm

· #416509
סדא צדיקים וואס האבען בכלל נישט געהאלטען די חובת הלבבות אין ספרים שראנק צוליב די צווייפעלהאפטיגע שער היחוד וואס די מחבר האט דארט אריינגערוקט

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:23 pm

· #416511
גדליה
סדא צדיקים וואס האבען בכלל נישט געהאלטען די חובת הלבבות אין ספרים שראנק צוליב די צווייפעלהאפטיגע שער היחוד וואס די מחבר האט דארט אריינגערוקט


דאס איז אינטערעסאנטע אינפארמאציע, אפשר קענט איר אונז געבן א ביישפיל?

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:23 pm

· #416512
קאך_לעפל
רבהק: אז די גלייבסט נישט אין גארנישט נאר אויב די ווייסט

ס'נישט דא אזא זאך ווי גלייבן אן וויסן, פארשטאנען? יא, ס'דא מענטשן וואס גלייבן/ווייסן נישט און זיי פרובירן זיך איינצורעדן אז זיי גלייבן, ועל זה אמר החכם
...You could be an atheist and wish that the belief was true. You could; I know some people who do

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:25 pm

· #416513
איך ווייס פון אנדערע צדיקים וואס האבען נישטאמאל געלאזט דערמאנען די נאמען פון די פראבלעמאטישע חובת הלבבות
מ'האט עס גערופען, די לאנגע ספר, (ווייל חובת הלבבות איז זייער א לאנגע מוסר ספר)
איין גדול האט עס בידיים געלייגט אין שמות קעסטעל

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:26 pm

· #416514
פראגע. די ווייסט?

אין אנדערע ווערטער האסט דורכגעטאן די דרייצן יסודות פונעם רמב''ם אויף א ראציאנאלער פארנעם, אזש די ווייסט עס ממש?

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:27 pm

· #416515
גדליה
איך ווייס פון אנדערע צדיקים וואס האבען נישטאמאל געלאזט דערמאנען די נאמען פון די פראבלעמאטישע חובת הלבבות
מ'האט עס גערופען, די לאנגע ספר, (ווייל חובת הלבבות איז זייער א לאנגע מוסר ספר)
איין גדול האט עס בידיים געלייגט אין שמות קעסטעל


ווער? ביטע א נאמען אויב מעגליך.

יישר כוח
קאך

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:30 pm

· #416516
איך ווייס פון א גרויסע רבי וואס האט זיך איינגעקויפט איטליכע נייע חובת הלבבות'ער און האט עס אריינגעבויט אין די פלאר פון זיין שוהל אזוי טרעט ער שטענדיג אויפ'ן חובת הלבבות

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:32 pm

· #416517
קאך_לעפל
גדליה
איך ווייס פון אנדערע צדיקים וואס האבען נישטאמאל געלאזט דערמאנען די נאמען פון די פראבלעמאטישע חובת הלבבות
מ'האט עס גערופען, די לאנגע ספר, (ווייל חובת הלבבות איז זייער א לאנגע מוסר ספר)
איין גדול האט עס בידיים געלייגט אין שמות קעסטעל


ווער? ביטע א נאמען אויב מעגליך.

יישר כוח
קאך

פלוצלינג ווערסטו מיר א סקעפטיק, ווי איז אביסעל אמונה???
אז צדיקים זאגן אז שער הייחוד איז א פראבלעם, איז עס א פראבלעם
בלאט: 1 2