☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.

שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12689
בלאט: 1 2

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:34 pm

· #416518
פיין ארלעדיקט...

הצלחה

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:38 pm

· #416519
קאך לעפל
אמונה באדייט גלייבען אן פארשטיין
דאס אז ספרי חקירה איז אסור איז דאך א חלק פון יודישקייט
און אז מטאר נישט חוקר זיין אויף גאנץ אידישקייט טאר מען אויכעט נישט חוקר זיין פארוואס מטאר נישט לערנען ספרי חקירה.
אויב אזוי ברויכט איר גלייבען מיינע מעשיות איבער די שרעקליכע פראבלעמען פון שער הייחוד

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:42 pm

· #416521
אין אנדערע ווערטער, חקירה איז נישט מער ווי א פענסי נאמען ווען מוויל פשוט נאכגיין א זאך צו ס'איז אמת אדער נישט,
אז איך פארצייל אייך א מעשה פארשטייט איר אז מיר ברויכען האבען א נארמאלע נאמען און א מקור און מברויך דאס נאכגיין. דאס מיינט חקירה.
פארוואס טאר מען נישט לערנען חקירה? די זעלבע סיבה פארוואס איך וויל אייך נישט פארציילען די מקורות פון מיינע מעשיות.
ודוק היטב כי עמוק הוא.

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:44 pm

· #416522
גדליה
קאך לעפל
אמונה באדייט גלייבען אן פארשטיין
דאס אז ספרי חקירה איז אסור איז דאך א חלק פון יודישקייט
און אז מטאר נישט חוקר זיין אויף גאנץ אידישקייט טאר מען אויכעט נישט חוקר זיין פארוואס מטאר נישט לערנען ספרי חקירה.
אויב אזוי ברויכט איר גלייבען מיינע מעשיות איבער די שרעקליכע פראבלעמען פון שער הייחוד

ווירקליך? אצינד איז מיר ענדליך אלעס פארענטפערט. יישר כוח פארן אריין קומען אזוי גלאר און דייטליך.

ג-ט (כ'גלייב אז ס'איז דא) זאל דיך בענטשען מיט אלע ברכות וואס ס'געפונט זיך אין זיינע הייליגע שריפטן.

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:45 pm

· #416523
גדליה
פארוואס טאר מען נישט לערנען חקירה? די זעלבע סיבה פארוואס איך וויל אייך נישט פארציילען די מקורות פון מיינע מעשיות.
ודוק היטב כי עמוק הוא.

איך זע נישט די גרויסע עמקות דא, ס'איז פשוט בתכלית הפשטות.

קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 4:47 pm

· #416524
א זייטיגע פראגע, אויב חקירה איז ווירקליך אזוי חזיר טרייף, דאן פארוואס האבן די רלב''ג, דער רמב''ם, רס''ג, רבי שלמה איבן גברול, פארפאסט ספרים און זיך באשעפטיקט אין פארבאטענע חקירה?

גדליה » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 5:50 pm

· #416528
קאך_לעפל
א זייטיגע פראגע, אויב חקירה איז ווירקליך אזוי חזיר טרייף, דאן פארוואס האבן די רלב''ג, דער רמב''ם, רס''ג, רבי שלמה איבן גברול, פארפאסט ספרים און זיך באשעפטיקט אין פארבאטענע חקירה?

צו ראטעווען פארבלאנדשעטע נשמות

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 5:53 pm

· #416529
אויב יאוש שלא מדעת איז נישט קיין יאוש, וויאזוי האט רבא געקענט זאגען אז עס איז יא א יאוש?

אישתישבי » דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 10:48 am

· #416567

בולשיט
בלאט: 1 2