די שטיצער פון די מדינה הציונית
335 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #126
די שטיצער פון די מדינה הציונית
אמעריקא האט א געוואלטיגע אחריות פאר די קיום פון די מדינת השמד פון די ציאניסטישע כופרים ימ"ש. אמעריקא געט פאר די ציונים ימ"ש: שטיצע, מערדערישע געווער פאר זייער פארשאלטענע מיליטער, ביליאנען דאללארען אז די מדינה של גיהנום זאל ווייטער אנגיין ר"ל.
אינצווישן האלט טאקע די פארשאלטענע מדינה ווייטער אהן, די שרעקליכע פריצות און הפקרות און זנות גייט ווייטער אהן און ארצינו הק'. נו"ט ווערט פארקויפט איבעראל, און די בתי חינוך של כפירה שטייען ווייטער און זענען מבטל קינדער פון תורה ומצות, און ציען זיי אויף צו זיין מופקרים און פרוצים ווי ווילדע חיות כגרועים שבאומות, מחטיאים את הרבים, זענען מסית ומדיח צו מינות און חילול שבת קדשינו ווערט נאר מער און מער ואין פוצה פה ומצפצף ואין מוחה בידי הרשעים ר"ל.
די התגרות באומות און שפיכות דמים ווערט מער און מער ר"ל, און אלעס ווערט געמאכט אין אונזער נאמען "ישראל" ר"ל!!!
און דאס אלעס איז אמעריקא דירעקט שילדיג אויף די שרעקליכע עוולה וואס ווערט געמאכט קייגן אידן וואס כופרים רשעים מומרים לכל התורה זענען מושל בכח הזרוע אויף עהרליכע יודן מיט די ברייטע שטיצע פון אמעריקא.
מיר דארפען עפעס טוהן וועגן דעם!!!
בריטאניא אין תרע"ח, אמעריקא און רוסלאנד אין תש"ח זיי האבן די גרעסטע אחריות אויף די אויפגעשטעלט ווערן פון די טמאנע מדינה ר"ל און פאר די שרעקליכע עוול קייגן ערליכע יודן!!!
די מדינות האבן די מעגליכקייט מבטל צו זיין די מדינה הציונית בעז"ה, און אויב זיי גייען עס נישט טוהן , וועט זייער סוף זיין פינקט אזוי ביטער ווי די פארשאלטענע ציונים ימשו"ז!!
ווער עס געט חיות פאר די מדינה הציונית סיי מיט געלט און סיי מיט געווער און מיט סיי וועלעכע שטיצע, אנשטאט דעם וואס מ'דארף זיי באגראבן און מבטל זיין, וועלן קיינמאל נישט קענען תשובה טוהן - און זיי וועלן געשטראפט ווערן!!!
א-ל נקמות השם!!!
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
פוווווווייייי!!!!!!!
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
די פרעזידענט פון איראן וועגן יודן
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=pwblie7Lm1s&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=pwblie7 ... ata_player</a>
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
'ך פארשטיי נישט. דו האסט א טענה אויף אמעריקע פאר מאכן התגרות באומות?
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
שלום עליכם פון מיר אויך. איך פריי מיך אז איך האב אנגעטראפן איינעם פון די גרופע, ווייל פונקט ווי יאנקל, האב איך אויך עטליכע פראגן איבער נטורי קרתא.
אבער קודם עטליכע פונקטן איבער דיין תגובה:
1) "אמעריקע האט אן אחרוית." וואס מיינסטו דערמיט? וואס דארף דאס מיר אנגיין? עס איז דא פיל שלעכטס אויף דער וועלט, אייביג וועט איינער זיין שולדיג דערין. ביז ימות המשיח וועלן מיר ממילא נישט האבן א פערפעקטע וועלט. טא וואס דארף מיר אמעריקע'ס אחריות מחייב זיין?
2) "די התגרות באומות האלט אן." וואס האט דאס מיט אמעריקע? גלייבסטו אין בחירה? האבן דען נישט די מדינה פירער אן אייגענע בחירה אין זייערע אקטן?
3) "ווער עס שטיצט די מדינה מיט געלט און געווער וועט קיינמאל נישט קענען תשובה טוהן און וועט געשטראפט ווערן." יא, מיר ווייסן אז אמעריקע איז אן אויסגעשפראכענע "עליי" פאר די מדינה. ווי אלע גוים, וועט דער באשעפער באצאלן יעדען זייער פארדינטן חלק. אדער ווי מען זאגט אין ענגליש "דעטס ביטווין הים ענד דעם". וואס האט דאס מיט מיר? דארף איך מיך ארויפשארצן די ארבל אויף אלע אומרעכטן וואס יעדע לאנד טוט קעגן די תורה (פון וואס עס איז דא גענוג און נאך)?
4) "מיר דארפען עפעס טוהן וועגן דעם!!!" ביטע "ענלייטן מי" וואס די ווערטער דארפן צו מיינען. ווי איך פארשטיי איז נטורי קרתא א שפלינטער גרופע פון סאטמאר און דעריבער נעמט זי אן די סאטמארע שיטה. די הויכפונקט פון דער סאטמארער שיטה איז אז אידן טארן נישט אונטערנעמען קיין פעולות קעגן די אומות העולם. אויב אזוי, וואס פונקטליך ווילסטו מיר זאלן יעצט טוהן? פאלט דאס נישט אונטער דעם זעלבען פראבלעם פון גיין קעגן די אומות העולם?
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
[ציטאט אראפגענומען]
זאג נאר, ביזט אלערדזיק צו אן אנדערן שטאנדפונקט? וואס האסטו מורא? יעדער בר דעת פארשטייט אז ער רעדט שטותים, און קיינער צווינגט אייך נישט צו ליינען זיינע בויך וויי. פון וואו קומט אזא מענטאליטעט יענעם צו פארשטאפן דאס מויל ווייל ער זאגט עפעס וואס געפעלט דיר נישט?
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
ביי אונז האט מען נישט מורא צו זיין שה אחד בין שבעים זאבים, ממילא גייט מיך נישט אהן וויפיל פון ענק וועלן האמערען און קלאפערן און טערעריזירן און שטורעמען. די אמת איז נאר איינץ!!
אויב איינער וויל דווקא וויסן וואס איך וויל קען מען נאך אמאל איבערליינען וואס איך האב געשריבען. עס איז געניג קלאהר!!! אויב פארשטייסטו נישט איז עס ווייל דו ווילסט נישט פארשטיין!!! עס איז פשוט אז די אמעריקאנע רעגירונג וואס אונז וואוין מיר אין די לאנד, מאכט אז די טרייפענע מדינה זאל ווייטער אהנגיין!!! אויב אמעריקע וועלט נישט געגעבן אזוי פיל געלט פאר די רשעים וואלטן זיי נישט געקענט אנגיין!!
פינטוא'ס שאלות
איינס האב איך שוין מסביר געוועהן
צוויי אוודאי האט אמעריקא א בחירה פונקט ווי די רשעי ישראל די ציונים ימשו"ז האבן א בחירה, וועגן דעם זענען זיי שוין באפרייט????
דריי אוודאי דארף מען טון קעגן די אומרעכט פון א לאנד ווי אלע עהרליכע יודן האבן מוחה געוועהן קעגן דעם וואס אין אמעריקא וויל מען לאזן שמיציגע חוקי תועבה ר"ל!!!
און מר. פריעד!!! אפשר דארף מען דיך אויסשפארן?! ווייל די ביסט נעבאך א אפיקורס און פארכאפט אין די קליפה הציונית ר"ל און די פארענטפערסט זיי, און די קענסט נישט צוקוקען אז עהרליכע יודן פירן זיך אוף ווי יעקב אבינו בדורן תפילה וצדקה.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
1) האסט מיר נישט געענטפערט.
2) ליין איבער וואס איך פרעג.
3) אקעי, עפעס הער איך שוין פון דיר. מען דארף מוחה זיין. איך גלייב אבער נישט אז דאס איז וואס דו ווילסט פון אונז, דאס טוט סאטמאר אויך.
4) דאס וויכטיגסטע, וואס איך און נאך האבן געוואלט הערן פון דיר, האסטו אויסגעלאזט?!
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
מיסטער נטורי קרתא, האלט זיך פעסט ביי דיינע פרינציפן און אזוי ווי אין די מדינת הטמאה נעם נישט אהן קיין געלט פון אמעריקע אויך נישט. קענסעל די פוד סטעמפס, סעקשאן עיט, וואוטשערס, וועלפעיר, מעדיקעיד, ערב פסח אויסטיילעכץ, לאנטש פראגרעמס, היעפ, עס עס איי, סאשעל סעקיוריטי, הואזינג, וכו׳
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס אויסשפארן? אזוי לאנג ווי ער רעדט צו ענין (ווי פארדרייט זיין "ענין" זאל נאר נישט זיין), האט ער נישט ווייניגער זכות הדיבור ווי א צווייטן.
פון מיין זייט, זאל ער טאקע מסביר זיין די מאדנע אקטיוויטעטן פון נטורי קרתא. פאר עטליכע יאר צוריק איז ר' משה בער בעק אינטערוויואירט געווארן דורך "דער בליק". דער אינטערוויואירער האט געפרעגט פון רמ"ב בעק פארוואס זיין סאלידאריזירן ביים יו-ען מיט אכמעדינידזשאד, אן אויסגעשפראכענער שונא פאר אמעריקע, איז נישט קיין התגרות באומות. הרב בעק האט געענטפערט (עפעס כעין) אז אין אמעריקע האט יעדער בירגער פרייהייט זיך אויסצודריקן ווי ער וויל, און במילא פארשטייט יעדער גוי אז דאס איז נארמאל. איז מיר אבער שווער געווארן, פארוואס קען מען נישט ענטפערן דעם זעלבן תירוץ ביים פראטעסטירן לטובת מדינת ישראל?
איך גלייב אז הרב בעק וואלט געהאט א תירוץ, אויב די קשיא וואלט אים געשטעלט געווארן. איך האב אבער דעמאלט צום ערשטן מאל באקומען דעם איינדרוק אז אויך ער, פונקט ווי רוב-רובם מענטשן, ווערט געטריבן פון אן אגענדע, און ווען נויטיג איז א דוחק-תירוץ גענוג גוט.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
'ך זע נישט נ"ק עסקן זאל רעדן צום ענין בכלל, און 'ך האלט סייווי נישט אז מ'זאל עם אויסשפארן. 'ך האב געפרעגט צו ער האלט אז אויף אמעריקא איז דא אן איסור פון "התגרות באומות" און גע'ענטפערט האט ער א פייג. פון דער אנדערע זייט, שטערט מיר איבערהויפט נישט אז דער משוגע'נער מאכט זיך צי נער בפני קהל ועדה.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
וואס דארף מען מער די בלינדע שינאה ענקערע שפריצט פון יעדע ווארט וואס ענק שרייבען!!!
איינער וויל איך זאל נישט נעמען פראגרעמען פון אמעריקא! פארוואס?? פון די מדינת השמד טאר מען נישט נעמען ווי רביה"ק האט מבאר געוועהן ווייל עס ווערט געפירט דורך די רוצחישע משומדים ימשו"ז. אבער פארוואס זאל מען נישט מעגען נעמען פון אמעריקא????? פינקט פארקערט, פון אמעריקא דארף מען נעמען!! זאל די געלט גיין פאר יודן צו בויען בתי כנסיות ובתי מדרשות, עהרליכער כולל יונגעלייט, און זאל עס גיין פאר די טייערע עהרליכע יודן וואס זענען מקריב זייער לעבען - יא!!! מקריב!!, צו פארשפרייטען די אמתע דעת תורה, איבער די יודישע עמלקים ימ"ש, זיי פארן ארום איבער די גאנצע וועלט, פון איראן צו טשיקאגאו צו גאזא וכו' וכו' וכו' וכו'!!! דאס קאסט אוצרות מיט געלט וואס זיי האבען נישט! ווער וועט זיי אויסהאלטן? זאל די געלט פון די רייכע אמעריקאנע פעטער גיין פאר נידריגע שקאצים וואס שטיצן די מדינה הטמאה??!! גייט עס כאטש פאר עהרליכע יודן וואס זענען זיך ממית צו טוהן דעם באשעפער'ס רצון.
און עטץ לצים דא! עטץ ווייסט וואס מסירת נפש מיינט? עטץ ווייסטס וואס די יודן טוען פאר'ן אייבערשטענ'ס וועגן?? זיי האבן ממש נישט קייין געלט!! אבער זיי טוען עס מיט גרייטקייט. און מיינט נישט אז די משפחה ליידט!! די ב"ב מיט די קינדער שטייען אלע מיט מיט פרייד!!! זיי האבן נישט וואס צו עסן אבער ווערן זאט פון מאכן א נח"ר להשי"ת! איר מיינט אז ס'איז FUN מ'פארט ארום די וועלט...... די בעלי מסירת נפש האבן נישט קיין FUN!! ווייסט וואסערע ביטער שווערע יגיעה עס נעמט צאמצושטעלן די געלט וואס אזא נסיעה קאסט?? מיינסט אז זיי האבן ליב צו גיין צווישן טמאנע גוים?? אבער וואס קען מען טוהן אז מ'דארף מפרסם זיין דעם אמת?!!
מיסטער פריעד שרייבט אז מיר גייען צו די גרעסטע רשעים פון דור , אבער ער מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די לינק וואס איך האב געשטעלט נאך פריער ווי מ'זעט קלאר די איראנער פרעזידענט רעדן שיין וועגן יודן!!! פריעד וויל עס נישט זעהן, עיניים להם ולא יראו - ער וויל גלייבן די אמעריקאנע פראפעגאנדע וועגען איראן!!
פשוט און קאמפלעצירט מאכט הנחות אויפן חשבון פון הרה"צ מ"ב בעק שליט"א. איך קען דיר נאר זאגן איין זאך - אז מ'רעדט צו עם זעט מען גלייך אז ער האט א קלארע מהלך אויף אלעס!! נאר די וואס זענען בלינד בלינד זעהען דאס נישט!
דבילה-נבילה זאגט אז איך בין משוגע!!! יא, איך בין משוגע!! איך וויל זיין משוגע! אברהם אבינו איז אויך געוועהן משוגע!! זיי דו אזוי נארמאל ווי נמרוד מיט אלע זיינע געטשקע'ס!!
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
עהעם, איך מעג אריינהאקן, אדער איך גיי ווערן באהאגעלט מיט קלעפ...? איך וויל באמת'דיג פארשטיין עטליכע פונקטן איבער נטורי קרתא, דו קענסט מיר ארויסהעלפן? ביטע ענטפער מיינע פריערדיגע פראגן.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נטורי קרתא עסקןדבילה-נבילה זאגט אז איך בין משוגע!!! יא, איך בין משוגע!! איך וויל זיין משוגע! אברהם אבינו איז אויך געוועהן משוגע!! זיי דו אזוי נארמאל ווי נמרוד מיט אלע זיינע געטשקע'ס!!
ווערטער זענען איבעריג.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
lol!!!
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
כ'מיין דער עולם זאל זיך האלטן שטיל, ער מאכט זיך אליין צו נאר מיט יעדע תגובה.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נטורי קרתא עסקןפשוט און קאמפלעצירט מאכט הנחות אויפן חשבון פון הרה"צ מ"ב בעק שליט"א. איך קען דיר נאר זאגן איין זאך - אז מ'רעדט צו עם זעט מען גלייך אז ער האט א קלארע מהלך אויף אלעס!! [b]נאר די וואס זענען בלינד בלינד זעהען דאס נישט!
איך האב פריער אזוי אפגעלערנט ר' משה בער בעק און געגלייבט אז ער האט א מהלך וואס ער האט פאר זיך אויסגעארבעט. דערפאר האב איך געפרעגט א ספעציפישע קשיא. איך האב נישט געמאכט קיין הנחות. איך האב ציטירט ר"מ בער'ס ווערטער און געפרעגט א קשיא וואס איז מיר שווער געווארן.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
עטץ מיינט אז ענק זענען נאך אין חדר??!!
הי הי , רעבע רעבע, ער האט עפעס געזאגט.......
יעדער פארשטייט ואס איך מיין. יא אברהם אבינו איז געוועהן משוגע ווייל ער איז געוועהן אנדערשט פון יעדעם ער האט זיך נישט דערשראקען פאר די איד און די בלאט און מיסטער פריעד פון קאווע שטיבעל!!!! און איך וויל זין אזוי משוגע ווי אברהם!!! פארשטאנען???
ער רופט זיך א ראש הקהל!!! און ער פארשטייט נישט אז ווען עס טוט וויי שרייט מען!!!!! די ביסט א אנגעפרעסענע ראש הקהל וואס גארנישט טיט וויי נאר דיין פאר פארשטינקענע דאלער - יא ס'דא יודן וואס זי טוט וויי כבוד שמים!!!
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
העי, מר. עסקן. בארואיגט אייך. דברי חכמים בנחת נשמעים. ווען איר שרייט, הערט מען נישט וואס איר זאגט!
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
האסטו געזען אזוינס?! איז דאס געווען אברהם אבינו'ס צוגאנג?
ביטע שעין ענטפער מיינע שאלות.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
איך האב נאר איין שונא און דאס איז די ציונים ימשו"ז. אז דו ביסט א ציוני יא האביך דיך פיינט.
מיסטער פריעד דא האסטו א שיינע ווידיא איך בין זיכער אז די וועסט הנאה האבען
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=Y6UhvGyn01s&feature=player_embedded">http://www.youtube.com/watch?v=Y6UhvGyn ... r_embedded</a>
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
קענסט שעלטן ביז איבער מארגען, למעשה זעט אויס אז גאט איז אויף די ציונים'ס זייט, די מדינה שטייט שוין פאר איבער זעכציג יאר און ס'בליט און סוקסעספול איז אן אימפעריע אינעם מיטל מזרח, באזיגט אלע אירע פיינט, און איז איינער פון די מערסטע פארגעשריטענע לענדער אין די וועלט.
איך שטעל מיך פאר אז טאמער וועסטו אמאל דארפן צוקומען צו זייער הילף וועסטו זיי נאכלויפן אויף די פיר פיס, פונקט ווי דיין רבי האט זייער גערן אנגענומען זייער הילף און אנטלאפן דו די ציונים פון די נאציס און איבערגעלאזט זיין קהילה קדושה פארברענט צו ווערן.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
קול גדולדי מדינה שטייט שוין פאר איבער זעכציג יאר און ס'בליט און סוקסעספול איז אן אימפעריע אינעם מיטל מזרח, באזיגט אלע אירע פיינט
😃 😃 😃
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
happyקול גדולדי מדינה שטייט שוין פאר איבער זעכציג יאר און ס'בליט און סוקסעספול איז אן אימפעריע אינעם מיטל מזרח, באזיגט אלע אירע פיינט
😃 😃 😃
וואס איז די געלעכטער? ס'איז נישט אמת?
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו?
די מדינה איז נאך קיינמאל נישט געשטאנען אין אזא שלעכטע מצב ווי יעצט
בלוט זאל זיך גיסן אבער שלום זאל זיין....
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
happyאויף וועלכע פלאנעט לעבסטו?
די מדינה איז נאך קיינמאל נישט געשטאנען אין אזא שלעכטע מצב ווי יעצט
די צייטן ווען באסעס האבן אויפגעפלאצט כמעט יעדן צווייטן טאג איז געווען שווערער ווי יעצט, סך הכל איז דא אביסעל טעראר פון ראקעטן וואס על פי רוב פאלן זיי אין אפענע שטחים.
נישט קיין עקזעסטירענדע געפאר. און אסאך לענדער היינט ליידן פון טעראר.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
קול גדולסך הכל איז דא אביסעל טעראר פון ראקעטן וואס על פי רוב פאלן זיי אין אפענע שטחים.
וואס דאס זענען אפענע ניסים וואס תושבי יהודה ושומרון לעבען מיט יעדען טאג, אדער פאלן זיי אין ליידיגע שטחים, אדער אין תלמוד תורות, שולעס, בתי מדרשים פונקט ווען זיי זענען ליידיג, איז בין זעכער דאס איז אין זכות פון זייער מסירת נפש פאר'ן הייליג לאנד.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
געפילטע פישקול גדולסך הכל איז דא אביסעל טעראר פון ראקעטן וואס על פי רוב פאלן זיי אין אפענע שטחים.
וואס דאס זענען אפענע ניסים וואס תושבי יהודה ושומרון לעבען מיט יעדען טאג, אדער פאלן זיי אין ליידיגע שטחים, אדער אין תלמוד תורות, שולעס, בתי מדרשים פונקט ווען זיי זענען ליידיג, איז בין זעכער דאס איז אין זכות פון זייער מסירת נפש פאר'ן הייליג לאנד.
גראדע פאלן די ראקעטן אינעם דרום פון ישראל און נישט אין די שטחים פון יהודה ושומרון. ולדעתי איז עס מער צוליב די פרימיטיווע ראקעטן וואס שיסן נישט געווענליך אין ציל, און אויך האט מען געלייגט אין די שטעט קאנטער מיסייילס וואס מ'רופט אין ישראל כיפת ברזל וואס שיסן אראפ רוב ראקעטן טאמער וועלן זיי פאלן אין באוואוינטע געגענטער.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
איך פארשטיי איר זענט נישט צופרידן מיט ווי איר זענט אויפגעוואקסן,
אבער גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין איז אויך נישט קיין מהלך..
וויאזוי פארמעקט מען א אייגענע ניק?
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
דאס זעה איך יא אז מיסטער פריעד האט זיך שוין נישט דא באוויזען!!! זעהט אויס אז די ווידעא וואס איך האב פריער געברעננגט האט אים חוזר בתשובה געוועהן!!!
אנשטאט פריעד, זענען דא אנגעקומען נאך אסאך ארגערער!!! אפענע גראבע ציונים ר"ל!! מיסטער העפי, איך קער נישט צו ס'געפעלט דיר יא וואס איך זאג צו נישט, און דו ביסט דער וואס גייט מיט די קאפ אין וואנט!!! ביי אונז איז דא א תורה, וזאת התורה לא תהא מוחלפת!!!
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
מר. עסקן,
מיין תגובה איז געווען געווענדעט צו קול גדול..
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
רבי לעבן, איר דארפט א דאקטאר.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
כבוד הרב עסקן היקר, איר פארשטייט נישט וואס איר טוט דא.
איר האט אנגעהויבן א אשכול, און אנשטאט זיך ארויסשטעלן און שיין מסביר זיין די שטעלונגען פון נטורי קרתא, וואס מענטשן אין אלגעמיין ווילן אמאל הערן און פארשטיין, און דורכדעם וועסטו קענען להגדיל תורה ולהאדירה...
גייסטו און נעמסט שעלטן און שרייען, מוחה זיין און באליידיגן אויף אלע זייטן, רעכטס און לינקס.
סארי אבער זו דרכה של תורה? כ'טראכט נאר צו דו ביזט טאקע א קנאי אדער אן אנגעשטעלטער אגענט פון די ציונים צו מאכן א שלעכטן אימעדזש איבער די קנאים...
זאג נאר ר' משה בער פירט זיך אויך אזוי אויף? קענסט אים בכלל...
וויפיל איך האב מיר באגעגענט מיט אים איז ער זייער אן איידעלער מענטש, און רעדט נישט דיין שפראך בכלל.
כמוז נישט מיטהאלטן אלע זיינע שיטות און כ'ווער נאכנישט קיין ציוני, שייגעץ, לץ דערפאר...
אבער דיין שפראך איז זיכער נישט לפי רוח התורה והקנאות, אפשר האסטו זיך אפגעלערנט פון דיינע באליבטע אראבער...
חכמים הזהרו בדבריכם!!! ❗
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
שויתי'ניקכ'טראכט נאר צו דו ביזט אן אנגעשטעלטער אגענט פון די ציונים צו מאכן א שלעכטן אימעדזש איבער די קנאים...
איך טראכט אזוי א גאנצע צייט
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
יא. מ'בעט זיך און מ'בעט זיך אבער ער קען בלויז קוויטשן און שרייען.
שויתי'ניקכ'טראכט נאר צו דו ביזט טאקע א קנאי אדער אן אנגעשטעלטער אגענט פון די ציונים צו מאכן א שלעכטן אימעדזש איבער די קנאים...
אויך געטראכט נאך די לעצטע פאר תגובות.
שויתי'ניקזאג נאר ר' משה בער פירט זיך אויך אזוי אויף? קענסט אים בכלל...
וויפיל איך האב מיר באגעגענט מיט אים איז ער זייער אן איידעלער מענטש, און רעדט נישט דיין שפראך בכלל.
ס'קומט מיר אויס צו באגעגענען ר' משה בער עטליכע מאל א וואך און ער מאכט א רושם ווי א גאר איידעלער איד.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
לאמיך אייך מסביר זיין יודן. איך בין נישט דא א רעפרעזענטעטיוו פון אלע ערליכע יודן!! אויב געפעלט ענק נישט וויאזוי איך שרייב, זאל דאס ח"ו נישט זיין א סיבה צו טראכטן אז אלע עהרליכע יודן זענען.....
איך בין נישט דא אויפצורעגן איינעם, נאר אפשר אפשר וועט איינער נאר ווערן נתעורר, לוינט זיך שוין.
איך "שריי נישט"!!! נאר איך זאג וואס די אמת'ע תורה זאגט!!! די תורה"ק איז געגעבען געווארן מתוך אש און קולות.. אין א יוד דארף ברענען דעם רצון ה'!!
איך האב איינעם באליידיגט?!!! דאס איז די לעצטע זאך וואס דו קענסט זאגן!!! פונקט פארקערט, דא זענען געקומען מענטשן זאגן ציונות דווקא מיך צו באליידיגן.. זיי מיינען אז איך פארשטיי נישט אז זיי זענען נישט אזעלכע גראבע ציונים עכט, נאר דא ווילן זיי זיך רייצן. זיי זענען מסתמא אזעלכע ציונים ווי סאטמאר איז ליידער היינט, ווי די איד און בלאט רח"ל.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נטורי קרתא עסקןנאר איז זאג וואס די אמתע תורה זאגט!!!
אז??
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
chasidנטורי קרתא עסקןנאר איז זאג וואס די אמתע תורה זאגט!!!
אז??
ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקב"ה את העובדי כוכבים שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדיRe: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
וואו איז די דיסלייק ווען מען דארף אים..?
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נטורי קרתא עסקןchasidנטורי קרתא עסקןנאר איז זאג וואס די אמתע תורה זאגט!!!
אז??
ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקב"ה את העובדי כוכבים שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדי
דא האב איך געטראפען א תשובה פון א רב בענין הג' שבועות.
<a class="postlink" href="http://www.moreshet.co.il/web/shut/shut2.asp?id=18348">http://www.moreshet.co.il/web/shut/shut2.asp?id=18348</a>
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
נטורי קרתא עסקןchasidנטורי קרתא עסקןנאר איז זאג וואס די אמתע תורה זאגט!!!
אז??
ג' שבועות הללו למה אחת שלא יעלו ישראל בחומה ואחת שהשביע הקב"ה את ישראל שלא ימרדו באומות העולם ואחת שהשביע הקב"ה את העובדי כוכבים שלא ישתעבדו בהן בישראל יותר מדי
ס'איז דאך נאר אן אגדה, מאידך שטייט דאך אין די תורה אזויפיל מאל אז מ'דארף יא איינעמען ארץ ישראל, ודברי הרב ודברי התלמיד וכו'.
Re: די שטיצע'ר פון די מדינה הציונית
די שלש שבועות אגדה, ווי פילע אנדערע מאמרים ואגדות פון חז״ל, ווערט נישט גע׳פסק׳נט להלכה אין שו״ע אדער לויטן רמב״ם (איגרת תימן איז נישט הלכה - אויב יא וואלט עס דער רמב״ם געדארפט שרייבן אין משנה תורה, נאר - לכאורה - א רעקאמענדאציע)
קידוש שם שמים אים ל"ג בעומר אין לונדון
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=K1RoQ-Dy4Jg&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=K1RoQ-D ... ata_player</a>
נטורי קרתא עסקןקידוש שם שמים אים ל"ג בעומר אין לונדון
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=K1RoQ-Dy4Jg&feature=youtube_gdata_player">https://www.youtube.com/watch?v=K1RoQ-D ... ata_player</a>
ווי קומט רבי שמעון צו ציונות?
רוצחים!!!!
The police in antwerp just arrested the boss from shomrim after he threatened someone with his life ( because he burned a israeli flag on lag boeoimer )
נא!!!! ענגליש פוי פוי זיי שטיצען די ציונים רח"ל 😂 😂 😂
זה למעלה ממאה שנה, בעוונותינו הרבים, אשר הציונים הכופרים ימ"ש, בפשעיהם ומרידותיהם בה' ובתורתו בכלל, ונגד גזירת הגלות שהשביענו בפרט, מביאים רדיפה נוראה וסכנה עצומה על הכלל ישראל רח"ל.
אחד מראשיהם בשנים האחרונות הוא הרודף ליבערמאן ימ"ש, אשר השכם והערב יוצא כגלית בשעתו לחרף ולגדף בהכרזות מלחמה והתגרות כנגד אומה"ע, וגם ידוע ומפורסם במלחמתו הכוללת נגד דת קדשנו בכל עניין ועניין.
צורר זה הגיע אתמול, יום ג' במדבר תשע"ב, לעיר הבירה לאנדאן יצ"ו, על פי הזמנת "הקרן קיימת" הידועה לשמצה, תוך חילול ה' נורא, כאשר מתפרסם כאילו והקהילה ה"יהודית" בעיר, מכבדת רשע עריץ זה, אשר חילול ה' והסכנה כתוצאה מכך תוצאותיו מי ישורנה, ה' ישמרנו.
ובכן נתאזרו רוח עוז וגבורה, וחגרו מתנם, היהודים היקרים הפועלים ללא לאות בזמן קשה זה למען השי"ת ותורתו הקדושה, והלכו אל מול מקום כינוס הטמאים, למחות ולזעוק כנגד ארור זה, ולהודיע כי אין לו שום שייכות ליהדות ויהודים בשום אופן כי אם ההיפך הגמור, וכל מעשיו פעולותיו ודיבוריו, וכל מעשי ופעולות ודברי חבריו הציונים ימ"ש, הנם למורת רוח ולהתנגדות הכלל ישראל הנאמן להשי"ת ולתורתו הקדושה.
במקום היו גם כמה מאומה"ע שלבם כואב על הרדיפות הציוניות נגד אחיהם ובאו גם המה למחות שם, וקבלו היהודים בכבוד ובשמחה, ונעשה פיוס גדול, קידוש שם שמים, ופרסום הכרזת היהדות הנאמנה.
"ובכן יתקדש שמך על מקדישי שמך"! טוב להודות לד' על כי זכינו לעוד פעולה של הסרת החרפה הציונית מעל עם הקודש, אשר גם אם אולי בעיני בשר נראית לנו כקטנה, אך למעלה היא חשובה מאד, ויכתב בספר זכרון לפניו ליראי ד' ולחושבי שמו, וגם כאן בעולם העשייה תוצאות פעולת אלו ניכרות והשפעותיהם ברוכות.
אשריהם היהודים היקרים הצדיקים מקדשי שם שמיים, מחלקם יהא חלקנו, ואשרי הזוכה ליטול חלק בפעולות אלו, ועכ"פ לתמוך צדיקים אלו ופעולותיהם בחיזוק ועידוד, בממון, ובכל הנצרך.