☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די שטיצער פון די מדינה הציונית

די שטיצער פון די מדינה הציונית

335 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #126
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

איחוד פעלד » זונטאג יולי 27, 2014 3:54 pm

· #213951
אבי גערעדט.

ער טוט גארנישט אזוי געפעהרליך.

אדרבה זאל איינער צייגען ווי ער האט אמאהל ערגער געמאכט פאר א איד!!!

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 28, 2014 2:02 pm

· #214184
[ציטאט אראפגענומען]

אין מוסלמענישן גן עדן. צוזאמען מיט יאסיר אראפאט און די אנדערע שאהידים, ענדזשויען דעם קבלת פנים פון די 70 ווירדזשינ'ס... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😉 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יולי 28, 2014 2:53 pm

· #214199
[ציטאט אראפגענומען]

איך זיך דער רמב׳׳ם, ווי איז עס?

תמים » מאנטאג יולי 28, 2014 6:28 pm

· #214253
ליינענדיג דא די תגובות האלט איך אז ס'אז עכט נישט פעיר אז די ראדיקאלע עקסטרעמיסטן פון די פרומע רעכטע לאגער ווי די נטורי קרתא און צימערמאן ענד קא, האבן זיך ווי אויסציגעבן ממאכט פראטעסטען און ראליס, מעפענט האט ליינס, מגעט ארויס פאשקעווילען, און זייערע בעלי פלוגתא די ראדיקאלן פונעם לינקע אגודיסטישע לאגער האט זיך נישט ווי אויסציגעבן, פון קומען שעלטן אויף קאווע שטיבל ווערט מען נישט רואיג,

איך האלט ס'איז אבייט טיים עטס זאלט אויך אנהייבן ארויסציקומען און די גאסן איך קען שוין קוים ווארטן פאר די ראלי ווי @טיטאניק וועט האלטן א סיין "בעק-דרעק".. @סמבטיון וועט האלטן א סיין "נטורי חרתא = חאמאס"... @אנאנים "משה בער דרעק נעם איין א מיתה משונה@איך אויך וועט האלטן א סיין "שמוציגער סאטמארע חזירים".. פאר א שיינע איד וועט אונזער בערעלע בעל עגלה זיך מנדב זיין מיט זיין ווייסע בארד... @מרדכי הצדיק און @פראפעסאר שפירא וועלן זיין די מער ציוויליזירטע דארט ווי פעלדמאן ביי די נטו"ק און געבן די פרעסס רעליסעס און רעדן צי די מידיא..
נו עטס האטס שוין באלד א שענערע עולם ווי די נטורי קרתא.. (חוץ אויב מרעדט דא סך הכל פון די צוויי זעלבע מענטשן...)

נו רבותי עטס האלטס נישט ס'איז א פלאן?

ישראל קאפקע » מאנטאג יולי 28, 2014 6:42 pm

· #214258
תמים
ליינענדיג דא די תגובות האלט איך אז ס'אז עכט נישט פעיר אז די ראדיקאלע עקסטרעמיסטן פון די פרומע רעכטע לאגער ווי די נטורי קרתא און צימערמאן ענד קא, האבן זיך ווי אויסציגעבן ממאכט פראטעסטען און ראליס, מעפענט האט ליינס, מגעט ארויס פאשקעווילען, און זייערע בעלי פלוגתא די ראדיקאלן פונעם לינקע אגודיסטישע לאגער האט זיך נישט ווי אויסציגעבן, פון קומען שעלטן אויף קאווע שטיבל ווערט מען נישט רואיג,

איך האלט ס'איז אבייט טיים עטס זאלט אויך אנהייבן ארויסציקומען און די גאסן איך קען שוין קוים ווארטן פאר די ראלי ווי @טיטאניק וועט האלטן א סיין "בעק-דרעק".. @סמבטיון וועט האלטן א סיין @אנאנים "משה בער דרעק נעם איין א מיתה משונה "נטורי חרתא = חאמאס"... @איך אויך וועט האלטן א סיין "שמוציגער סאטמארע חזירים".. פאר א שיינע איד וועט אונזער בערעלע בעל עגלה זיך מנדב זיין מיט זיין ווייסע בארד... @מרדכי הצדיק און @פראפעסער שאפירא וועלן זיין די מער ציוויליזירטע דארט ווי פעלדמאן ביי די נטו"ק און געבן די פרעסס רעליסעס און רעדן צי די מידיא..
נו עטס האטס שוין באלד א שענערע עולם ווי די נטורי קרתא.. (חוץ אויב מרעדט דא סך הכל פון די צוויי זעלבע מענטשן...)

נו רבותי עטס האלטס נישט ס'איז א פלאן?

גאר א גוטן פלאן
איך שלאג פאר צו עפענען 'שעלט א סאטמארער, פיעלד דעי' אשכול

מען וועט אנלאדענען @טיטאניק @סמבטיון @אנאנים @יאיר @מאטי @מאטיהצדיק אנטשולדיגט @מרדכיהצדיק, וכו וכו,
און שטרענג אויפפאדערן דעם איבריגן עולם נישט צו מאכן קיינע פראוואקאציעס ח'ו, און נישט קאמענטירן,
וואס דארף די עולם ווערן באלעסטיגט מיט אויסברוכן @אנטי-סאטמאר סינדראם ליידענדע, יעדע עטליכע מינוט?
זאלן די ליידענדע זיך קענען אויסגעבן כל מה שליבם חפץ, און זאל זיין א כפרה.

ישראל קאפקע » מאנטאג יולי 28, 2014 6:52 pm

· #214262
[ציטאט אראפגענומען]

כ'גלייבט נישט אז זיי זענען אויף קאווע שטיבל,
זיי קענען ניטאמאל קיין אידיש, לויט ווי כ'הער.

עפל סיידער » מאנטאג יולי 28, 2014 6:57 pm

· #214264
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר פאר ביבי וחביריו זאל מען אויך באזינדער דא געבן א פלאטפארמע ווי צו פאכענען זייער אויסנאמע אהבה צו די סאטמארע אידן.

diff » מאנטאג יולי 28, 2014 7:19 pm

· #214269
This is the only answer he has to all our questions. Jokes you should make when discussing your rebbe's brother. For us please come with valid answers

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:26 am

· #216076
אדער יא אדער ניין.

אדער למחצה אדער לשליש.

פראבלעם מיט דער בלאג אז זיינע זאכען זענען בכלל נישט פארלעסליך, און מאכען סתם קאפ וויי, ווייל ער איז אפילו נישט ענטערטעינונג

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:01 pm

· #216169
דער מעשה קען דען זיין אמת? ר' משה בער איז אפשר נישט גערעכט אין זיין הנהגה, אבער ער איז נישט קיין פרא אדם. ער איז אן עקסטרימיסט אין זיין מיינונגען, יעדער זאך איז ביז'ן סוף, אבער ער איז איבערהויפט נישט קיין מענטש וואס אטאקירט אנדערע פערזענליך און ער שלאגט זיכער נישט קיין מענטשען.
איך ווייס נישט פארוואס, אבער אסאך מעסיגע רו'איגע מענטשען ווערען ווילד ווען מ'רעדט פון נטורי קרתא. איך זעה נישט וואס זיי טוה'ן אזוי געפערליך. זיי זענען נעריש און נישט גערעכט מיט זייער מיטהאלטען מיט די אראעבער אין זייער קעמף מיט די 'ציונים', אבער למעשה האט קיין שום איד נישט געליטען פון זייער הנהגה. זייער 'חיזוק' פאר'ן פאלאסטינער איז נישט מער ווי די 'חיזוק' פאר די ציונים וואס קומט פון באזוכען זייער 'פארשאלטענע' כותל 😉 .
ס'איז נאך דא אסאך צו רעדען, אבער נישט אויף יעצט.

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:39 am

· #216254
ליטוואק פון בודאפעסט
[ציטאט אראפגענומען]

איך זיך דער רמב׳׳ם, ווי איז עס?

אין רמב"ם הלכות הליכות עולם (פאליטיק, בלע"ז) פרק ט', הלכה י"ז שטייט אזוי:המשוגעים והמטורפים וסוטי המין שמתנשקים ומחניפים לרוצחי היהודים למיניהם, דינם כרודפים ומורידין אותם, ולא מעלין. זאגט דער ראב"ד ( א קרוב מיט הרב שטערנבוך שליט"א). "איך הוא יכול לדבר שטויות כאלה. הלוא סאטמאר ונטרונא (חד הם).מחזקים אותם ומעודדים אותם בכל הדרך". דער כסף משנה באמערקט אז אויב זיי (נטו"ק וסייעתם) זענען משוגע, זאלן זיי האקן די אייגענע קאפ אין וואנט. וואס ווילן זיי פון די אידן...
נ.ב.: כ'האב פארגעסן אז די רמב"ם איז געווען א חב"ד'סקער. און ביי אינז האט מען דאס (צוזאמען מיט דף היומי , און משנה ברורה, און נאך א סאך אנדערע ספרים הקדושים) נישט געלערנט... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

איחוד פעלד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:11 pm

· #216278
וואס איז שלעכט אז ער האט זיך געטראפען מיט אחמאדינידזאד?

ר' מיכאל בער האט זיך אויך געטראפען מיט אייכמאן ימ"ש

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:23 am

· #216601
איך בין נישט קליגער געווארען פון די תגובות.
פארוואס די האס? וועמען האבען זיי אפגעטוהן מיט זייערע נערישע מעשות? ווער איז געשעדיגט געווארען פון קושען דער נשיא פון איראן? אז די הרגשים פון געוויסע מענטשען זענען אויפגעברויזט מיינט נישט אז ס'איז עפעס געשען.
איך פארשטיי פארוואס דער איד האט געשריבען קעגען זיי. ס'איז אן אינערליכע געמיינדע מחלוקת, און אויך קען סאטמאר נישט דערהייבען דער ענין פון א grassroots באוועגונג. דער רבי זכיסעיגייני האט עס אויך נישט דערהייבט און האט כמה פעמים אנגעזאגט פאר ר' עמרם'ן אז זיי מוזען אויפנעמען אן אוטאריטעט. אבער פאר דער וואס ליידט נישט פון די מחלות (און למעשה ווער איז דער אוטאריטעט אויף ק"ש?) דארף זיך נישט אזוי צו טוהן מאכען.
און למעשה, דער אכמאדינעדזשאד, מיט א מבט לאחור, איז גארנישט אזוי שעדליך ווי מ'מיינט. ער האט געפלאפעלט און געפלוידערט, געסטראשעט און געשימפט, אבער למעשה איז ער געווען א גרויסע רעדענער. ער האט כמעט אזוי פיל וויי געטוהן פאר'ן ציוניסטישע קראפט ווי די נטורי קרתא זעלבסט.
איך געדענק גוט וואס איז געשען בשעת'ן קושען אכמאדינעדזשאד. מ'האט דעמאלס געשריגען אין ביהמ"ד און איך האב דעמאלס אויך נישט פארשטאנען. איך האב זיך כמעט געמוזט גט'ן וועגען דעם ווען אין מיין שווער'ס שטוב האט מען זיך געטענה'ט דערוועגען. מיין שווער האט פארשטאנען וואס איך זאג אבער מיין שוויגער האט זיך אזוי גערעגט אז איהר מאמע האט איהר געמוזט בארו'איגען. (זיי האבען עפעס א מחותנשאפט מיט איינער פון די חברה, ממילא איז עס פערזענלעך)

ישראל קאפקע » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:41 pm

· #216750
מיר ווארטן בכליון עינים, איך פאנג שוין און צו נעמען גרויסע דאזעס מעקסי העלטה וויטאמינען, און שנדרן שווערע סכומים צו כולל חצות, זוכה צו זיין פארשטיין אפס קצהו פון דיין טיפזיניגע הסברה,

ישראל קאפקע » דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:49 am

· #216761
[ציטאט אראפגענומען]

ר' אנאנים קענסטו שוין געבן דיין טיפזיניגע הסבר?
כבין שוין באלד באנקראט פון שפענדן אויף מעקסי העלטה, און כהאב שוין באלד א ווייטעמין טאקסיסיטי,

petergrifin » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:34 am

· #216948
רבותי נאך אביסל פון די גרויס חכמה דא און מײן אײ קיו גײט אראפּ צו די סינגעל דיזשעטס.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:52 pm

· #217216
[ציטאט אראפגענומען]

מ'דארף ספעללן מיט אן "עיין". אללה הוא עכבר. זייער אללה איז נישט מער ווי א מייזל... 😕 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:26 pm

· #217678
מיר ווארטען און ווארטען און ווארטען, און ר' אנאנים האלט נאך אלס נישט זיין ווארט. כנראה איז ער טאקע אן אתא קלילא דלית בה מששתא.
וואס האט נטו"ק שוין געטוהן און וועמען האבען זיי געשעדיגט?

ווייט פיש » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:44 pm

· #217685
וועם?
@אנאנים

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:41 pm

· #218388
און צו שרייבען א לינק ביסטו אויך צו קארג?

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 1:14 pm

· #220435
יישר כח. דער קליפ איז דאך עפעס מורא'דיג. ס'דא מערערע חלקים. אויף איין קליפ זאגט דער חכם, (ר'זעהט אויס ווי אן אומשולדיג יונגל.) "אנחנו נגד הציונים" ענטפערט עים הרב אמנון יצחק שליט"א. "גם אנחנו נגד הציונים". אבער דאס איז נישט דער דרך. כ'האב פארגעסן. הרב אמנון יצחק שליט"א איז שוין געווארן פסול. ער איז געווארן א ציוני. דער חשוב'ער בלאט האט עים שוין צוזאם געשאלטן אין אן עדיטאריעל. אויך זייער קארעספאנדענט פון א"י יוסף לייב יאקאב האט געברענגט עטליכע רעפארטס צו מאכן ליצנות פון עים. די אלע יארן וואס ער האט זיך אוועקגעגעיבן מחזיר בתשובה צו זיין הונדערטער טויזנטער אידן, דאס איז גארנישט. שוין. ער הייסט שוין א ציוני. ער איז פסול... 😕 😎 🙄 😈 😈 😈 😈 😠 😛 😳 😳 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 3:34 pm

· #220513
ייש"כ. אבער ערנסט גערעדט. איך האב שוין געוואטשט צענדליגער פון זיינע קליפס. ס'איז דאך מתוק מדבש. פול מיט פיקחות און חכמה. און אהבת ה' ואהבת ישראל. אבער ביי זיי איז ער שוין פסול. אפגעסטעמפלט אלס ציוני. ערלעדיגט. די גרויסע חכמים פון "בלאט" האבן געגאסן פעך און שוועיבל אויף איהם. און זייער שווענצל, דער קארעספאנדענט פון ארץ ישראל יוסף לייב יאקאב, וועלכער שרייבט דאך צוזאם אזויפיל שטותים והבלים, ברענגט רעפארטס וועלכע מאכן ליצנות און חוזק פון דעים חשוב'ן רב און מחזיר בתשובה לרבים... 😕 😎 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 12:44 pm

· #220783
ר' אנאנים: ייש"כ פאר ארויפלייגן די יו.טוב ווידיאס. אבער איך קען נישט קיין הנאה האבן פון דעים. ווייל מיין פילטער בלאקט אלע, א חוץ איינס. די רעקארדינג וואו דער חכם הרזים ישראל דויד ווייס זאגט זיין רעקארדירטע דרשה. מסתמא איז מיין פילטער פראוויידער א מעמבער פון די נטורי קרתא. און דער איינער קליפ האט זיך (ליידער) אדורכגעגליטשט... 😕 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:22 pm

· #220794
[ציטאט אראפגענומען]

ניין. דערווייל נאכנישט. ערנסט גערעדט. דער פילטער (מיט וואס מ'האט מיך מזכה געוועין) איז זייער א גוטער פילטער. ער האט מיר נישט געמאכט קיין פראבלעימען. און דארט ווי ער בלאקט מיך פארשטיי איך אז ס'בעסער אז איך קום נישט אן . חוץ דא. ס'איז מיר אינטרעסאנט פארוואס דער פילטער האט געבלאקט די קליפס... ❓ ❗ ❓ 🙄 ❓ ❗ 😳 😉 😮

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:36 pm

· #220804
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב פונקט א פארקערטן מהלך. איך האלט אז זיי זענען פון זייערע מענטשן?... 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😉 😮

berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 2, 2014 1:41 pm

· #220810
[ציטאט אראפגענומען]

זיי נטו"ק סימפאטיזירער ווילן נישט אז זייערע חברה זאללן ווערן ללעג ולקלס. וואס געשעט ממילא. זיי זענען דאך א באנדע בהמות און רשעים... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 12:42 pm

· #221080
[ציטאט אראפגענומען]

ר' אנאנים: א גרויסן יישר כח פאר ברענגען דעים זיסן קליפ: איך האב מיך ממש מחיה געוועין קוקנדיג אויף די וואוילע אידישע בחורים וואס מאכן א קידוש השם. כן ירבו. ס'איז דא אויכעט שייך די זעלבע רש"י אין פרשת יתרו. ס'דא ווער ס'פרייט זיך. זעענדיג אזא סצענע. און ס'דא וועים ס'שטעכט. איך פריי מיך, ב"ה צו זעהן אזא שיינע מחזה. תזכה למצוות... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😈 😈 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
נ.ב.: די דאגיס און די טרויעריגע סמייליס זענען פאר די וועים ס'שטעכט אזא פיקטשער... 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 😮

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:00 pm

· #221114
[ציטאט אראפגענומען]

ר' אנאנים טייערער שליט"א: נישט נאר מיין בעל עגלתא (עגלה'טע) וואלט געשיקט מיין זין. נאר איך אליינס. אויב וואלט איך געוואוינט אין ארץ ישראל, וואלט איך 100% זיכער געגאנגען אין מיליטער. ס'העלפט צו סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. מ'קען ווערן א מענטש. און מ'דארף נישט אנקומען צו קיין נהמא דכיסופא, צו נעמען סובסידיעס פון די ממשלה. חוץ דעים איז עס א בפירוש'ער פסוק "האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"?, האט משה רבינו געפרעיגט ביי די בני גד ובני ראובן. די צווייטע נקודה וואס דו ברענגסט אויף אז מ'דארף מברר זיין צו ער איז טאקע אן אייניקל פונ'ם ברך משה, איז זייער פשוט. דעיס איז די איראניע פונ'ם לעיבן. אז דעם ברך משה'ס אן אייניקל גייט אין דעם טמא'נעם צה"ל מיליטער.
די זעלבע איראניע פונ'ם גורל האט דער אייבישטער צו געפיהרט אז דעם מנחת אלעזר'ס איידעם איז געוועין א מזרחי'סט. דער מונקאטשער רב, וואס האט אזוי פייערדיג געקעמפט, נאך א סאך מער ווי די סאטמאר'ע רבי זי"ע, אפילו אקעיגן די אגודה, און געטראפן רמזים אויף זיי אין חומש און די גמ' . זיין איידעם, דער מאן פון זיין בת יחידה ר' ברוך ראבינאוויטש, ...איז געוועין א סאך זאכן. און איינס פון זיי איז געוועין אז ר'איז געוועין א מעמבער אין די מזרחי פארטיי 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😂 🙄 😉 😮

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:19 pm

· #221132
@בערל: אה! די קאץ איז ארויסגעשפרינגען פון זאק!

״אויב וואלט איך געוואוינט אין ארץ ישראל, וואלט איך 100% זיכער געגאנגען אין מיליטער. ס'העלפט צו סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. מ'קען ווערן א מענטש....״

זאג ארויס אלעס וואס די האסט, מ׳זאל קלאר וויסן מיט וועם מ׳האנדעלט דא!

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:24 pm

· #221135
קדש הילולים
@בערל: אה! די קאץ איז ארויסגעשפרינגען פון זאק!

״אויב וואלט איך געוואוינט אין ארץ ישראל, וואלט איך 100% זיכער געגאנגען אין מיליטער. ס'העלפט צו סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. מ'קען ווערן א מענטש....״

זאג ארויס אלעס וואס די האסט, מ׳זאל קלאר וויסן מיט וועם מ׳האנדעלט דא!

ר' קודש הילולים: איך בין א ציוני וואס האט אדורעך געלערנט דעם ספה"ק ויואל משה (שתה בצמא את דבריו). און אויכעט על הגאולה ועל התמורה.... 😕 😎 😂 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😠 😛 😳 😉 😮

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:26 pm

· #221136
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן... 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😠 😉 😮

געשוויסטער » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:32 pm

· #221141
דאס פנים פלאקערט פאר בושה, זעענדיג ווי אונז זעמיר אנגעקומען!!
ווי קען א איד היינט שטיצען דער שמד אפאראט?
איך האב אויך גערעדט ווי ענק, ביז איטליכע האבן מיר געשיקט אין אישי געוויסע ציטאטן פון הייליגע סאטמארער רבי זיעועכ'י!

שובי מדרכיהם הרעים!!

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:50 pm

· #221152
געשוויסטער
דאס פנים פלאקערט פאר בושה, זעענדיג ווי אונז זעמיר אנגעקומען!!
ווי קען א איד היינט שטיצען דער שמד אפאראט?
איך האב אויך גערעדט ווי ענק, ביז איטליכע האבן מיר געשיקט אין אישי געוויסע ציטאטן פון הייליגע סאטמארער רבי זיעועכ'י!

שובי מדרכיהם הרעים!!

ר' געשוויסטער. איך האף אז דו ביסט פון די ברידער געשוויסטער און נישט פון די אנדערע מין. ווייל דאמאלס וויל איך נישט רעדן צו דיר. קודם דארף מען מדייק זיין וויאזוי מ'שרייבט. "שובי" איז א לשון יחיד. "שובו" איז א לשון רבים. און אזוי שטייט טאקע אין פסוק. אויכעט שטייט נישט "מדרכיהם" נאר "מדרכיכם". חוץ פון דעים. נעם דיר נישט אזוי שטארק צום הארצן מיין ציונות. ס'נישט די ערגסטע זאך אין די וועלט... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 😈 😈 😠 😳 😢 😞 😉 😮

געשוויסטער » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 2:54 pm

· #221153
הארכטס אויס. עס איז גרינגער און מער אינטרעסאנט צו מאכן ליצנות.
עס לוינט זיך נישט.

איך גיי זיך נישט טענהן מיט דיר איבער די נטורא קרטא, אז די ווילסט קענסטו פרעגן דער וואס האבן מיך געפנט די אויגן.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 3:01 pm

· #221154
[ציטאט אראפגענומען]

ר' אנאנים: מיין פנים האט נישט געפלאקערט פאר בושה. איך האב מיך געקוילערט פאר געלעכטער. די (סרח'עדיגע) קלאונס זענען געפארן קיין איראן זיך צו טרעפן און קושן מיט'ן גילגול פון היטלער, ימ"ש בדורינו. מילא ווען משה הירש האטציך געטראפן מיט זיין גוטן פריינט יאסיר (פון לשון יעס-סיר) אראפאט ימ"ש. ביידע האבן אוועק געסרח'עט. איז נישט געוועין קיין חילוק. אבער די צו-לאטשעטע, אומ-געוואשענע חברה מיט זייערע טערקישע בעקיטשעס זענען אנגעקומען אין פרעזידענטליכן פאלאץ און זיך געקושט מיט אכמאדיניג'אד בבזיונו ובעצמו. (מ'שמועסט אז ער שטאמט פון א משפחה געשמד'טע טערקישע אידן.) נאך א ווינדער אז מ'האטציי נישט משלח געוועין פון דארט. איך בין זיכער אז זיי האבן אויס גע-ספרעיט דעם רום ווי זיי האבן זיך געטראפן און געקושט... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 🙄 😂 🙄 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 3:56 pm

· #221169
@בערל @אתא: ר׳ אתא זאגט אז ער האט ״געליינט״ ויואל משה. איז דאך נישט אינטירעסאנט. אבער די בערל, זאגסט אז האסט געלערנט ויואל משה, אפשר קען איך דיר פארהערן?
וואס שטייט אין ויואל משה,אריינגיין אין כנסת צו אויפטון דארט, איז עס ״יהרג ואל יעבור״, אדער ״א גאר א הרבער איסור״?

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 3:57 pm

· #221170
ר' אנאנים: כ'על דיר זאגן. אין אמת'ן דארף מען זאגן גם זו לטובה אז אט די סרח'דיגע חברה (ס'איז שוין נאך די ניין טעיג.( פארן נאר אויף אזעלכע פלעצער ווי צו אכמאדינידזשאד און קיין דייטשלאנד צו די נאציס. מיין פנים וואלט : אמת'דיג געפלאמט פאר בושה ווען די צודרייטע באנדע מטורפים שיקן א דעלעגאציע צו אינזער פרעזידענט אבאמא ירום הודו, אין ווייסן הויז. זיין פענסי גוי'טע וואלט זיכער אויסגעניצט א פאר קענס פון ספרעי עיר פרעשענער נאך זייער באזוך. אדער וואלט זי געהייסן די פוילישע (אדער ספאנישע) גוי'טעס וואס ארבעטן דארט, צו אויס וועקיומ'ען אלע קארפעטס פון די אוועל רום... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😈 😈 😂 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 4:01 pm

· #221173
קדש הילולים
@בערל @אתא: ר׳ אתא זאגט אז ער האט ״געליינט״ ויואל משה. איז דאך נישט אינטירעסאנט. אבער די בערל, זאגסט אז האסט געלערנט ויואל משה, אפשר קען איך דיר פארהערן?
וואס שטייט אין ויואל משה,אריינגיין אין כנסת צו אויפטון דארט, איז עס ״יהרג ואל יעבור״, אדער ״א גאר א הרבער איסור״?

ר' קודש הילולים שליט"א: איכ'ל דיך פרעיגן אן אנדערע שאלה. וואס שטייט אין די הקדמה פון ספה"ק ויואל משה, אויף דף ח' אינטן, אויף די לינקע זייט???? הא!!!. זיי מוחל זיי מעיין, און לאז מיך וויסן, בקרוב.
המצפה לרחמי שמים, הק' בערל, המכונה בעל עגלה דמתא... 😕 😂 🙄 🙄 😂 😠 😛 😳 😉 ❓ ❗ 😮

קדש הילולים » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:19 pm

· #221203
נו ר׳ אתא, אז די האסט יא געלערנט ויוא״מ(כ׳האף אז דיין ״חבריתא״ איז נישט דיין חבר בערל, ווייל ער זעה איך קען עס נישט...), איז אפשר קען איך דיר פארהערן? אפשר ווייסטו וואס ס׳שטייט אין ויוא״מ אויף די אויבן דערמאנטע פראגע?

diff » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:30 pm

· #221207
Thats news. The vyoel Moshe was written in order to exempt the boys from army. What an idea

איך אויך » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:33 pm

· #221208
[ציטאט אראפגענומען]

וואס טייטעלבוים ווען טייטעלבוים? ער הייסט איציק רייך וראה בספר הפנים סימן קא.

און נאכאמאל פליז סטאפ זאפארט אנצודרעקן דא מיט זיין צואה.

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:36 pm

· #221210
קדש הילולים
נו ר׳ אתא, אז די האסט יא געלערנט ויוא״מ(כ׳האף אז דיין ״חבריתא״ איז נישט דיין חבר בערל, ווייל ער זעה איך קען עס נישט...), איז אפשר קען איך דיר פארהערן? אפשר ווייסטו וואס ס׳שטייט אין ויוא״מ אויף די אויבן דערמאנטע פראגע?

קודש הילולים: דו האסט מיך אזוי שטארק געמאכט לאכן אז איך בין שיער נישט אראפגעפאלן פון בענקל. דו האסט אפגעפסקנ'ט אז איך קען נישט דעם ויואל משה... 😂 😂 😂 😂 איך האב דיך דאך געפרעיגט א פשוט'ע שאלה. וואס ס'שטייט אין די הקדמה אויף דף ח'. כ'האב עס דער אריינגעגעיבן אין מויל אריין שימה בפיהם. און דו ווייסט נאכאלץ נישט. אפשר אין דיין ספר שטייט נישט די דברים חוצבים מלהבות אש. אבער אין מיין ספר שטייט עס יא!!!! נו, ווען באקום איך א תשובה פון דער, הא????.... 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😉 😮

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 5:40 pm

· #221211
איך אויך
[ציטאט אראפגענומען]

וואס טייטעלבוים ווען טייטעלבוים? ער הייסט איציק רייך וראה בספר הפנים סימן קא.

און נאכאמאל פליז סטאפ זאפארט אנצודרעקן דא מיט זיין צואה.

איך שפיר טאקע אן (נישט) אנגענעימען ריח. נאר דברי חכמים בנחת נשמעין. ווען מ'פיהרט א ויכוח טאר מען נישט ווערן עמאציאנעל. א יעדער האט א רעכט צו זאגן זיין מיינונג. נאר אלעס דארף ווערן געפיהרט בדרך כבוד... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😢 😞 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 4, 2014 4:22 pm

· #221428
לכב' הרב קודש הילולים שליט"א: אזוי ווי אינז זעמער נעכטן געבליבן ביים שמועס אז דו גייסט (בלי"נ) נאכקוקן וואס ס'שטייט אין ספה"ק ויואל משה, און מיר ענטפערן נאכדעים וואס דיין חוות דעת איז איבער דעים. נאכדעים וואס דו האסט געמאכט אזא ברייטן סטעיטמענט "אז בערל בעל עגלה, קיין ויואל משה קען ער זיכער נישט". האמיר דאך געשמועסט אז דו גייסט מעיין זיין דארט ווי איך האב דיר געזאגט, און מיך לאזן וויסן. איך שטיי (או.קעי. יעצט זיץ איך. כ'האב נישט קיין כח צו שטיין אזוי לאנג.) אבער, דערווייל האביך נאכנישט געהערט פון דיר דבר או חצי דבר. איך וויל אז ס'זאלל זיין "ודבר דבר".
המצפה לתשובה, בקרוב מאת ידידו הדורש שלום טובתו כל הימים. הק' בערל המכונה בעל עגלה דמתא... 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 12:45 pm

· #221575
אזוי ווי איהר אלע ווייסען בין איך א קנאפע חסיד פונ'ם תורות פון ויואל משה, אבער איך האב נאך אלס נישט קיין אינפארמאציע וועגען די סכנה וואס נטו"ק האט אנגעברענגט אויף אידען. נאך פערציג אזעלכע יארען, קען איינער צייגען א פינגער אויף עפעס א פראבלעם וואס כלל ישראל ליידט וועגען זיי? ווייל הרב אמנון יצחק האט געזאגט אז ס'איז א סכנה מיינט נישט א ס'איז אזוי!
און סתם אזוי רעדט ער בכלל נישט צו דער זאך. ער זאגט אז דער גזירה פון אראבער איז א רוחניותדיג'ע ווייל מ'האט געהרג'ט אמעריקאנער אויך, און דעריבער דארף מען תשובה טוהן און האלטען שבת און נישט רעדע מיט די ארעבער. דאס איז נערישקייטען. טאמער ס'איז ריכטיג אז די נטו"ק קענען אויפטוהן אז די ארעבער וועלען נישט אנקוקען יעדער איד אלס שולדיג אין יעדער מעשה פונ'ם מדינת ישראל, איז דאס נישט קיין סתירה צו בטחון און תשובה טוהן. זיין טענה קען נאר זיין אז ס'איז שטותים, די ארעבער ווייסען אז נטו"ק איז א הייפעלע נערישע יונגען, און ממילא העלפט עס נישט. טענה'ט נטו"ק צוריק 'איז וואס שלאגט איהר זיך? זיי זיך מצטרף צו אונז, און אזוי וועט עס זיין א גרעסערע ציבור'.
און דער טענה אז אמעריקא האט אויך געליטען איז אויך נישט אויפ'ן פלאץ. אל-קאעידא האט נישט קיין פוס אין מדינת ישראל, און כאמאס האט קיין מאל נישט געמאכט א פיגוע אין אמעריקא. ביידער האבען זייער נושאים, און אפי' טאמער מאנכע שיטות זענען אייניג, למעשה זענען זיי ווייט פון 'איין באוועגונג'. איז וואס האט א פיגוע אין ירושלים מיט א פליגע אין מגדל התאומים?
איך וועל זאגען פאר דער פרי קודש הילולים קלאר אז ווען איך האב געלערנט דער סוגיא פון הכל מעלים לא"י האב איך געברענגט צום כולל מיין ויואל משה, אבער למעשה האט ער קיין סאך נישט געהאלפען צום סוגיא. מ'קען מיר נישט פארהערען אויף דער ספר ווייל ס'איז א פאר יאר צוריק, אבער למעשה זעה איך נישט ער זאל אזוי רעדען צו דער זאך אויפ'ן נושא. דער משנה זאגט אונז אז תורה נקנית בפלפול חברים. ווען ער וואלט זיך מכניע געווען צו אנדערע תלמידי חכמים אין שטאט (אפילו אז ער וויל זאגען אז רבנים אין א"י קענען נישט פסקנ'ען וועגען נגיעות (רח"ל) אבער אין נ.י. זענען דעמאלס געווען תלמידי חכמים נאך אזוי גרויס ווי איהם) כגון הרב י. א. הענקין וואס האט דעמאלס געלעבט, אדער הרב משה פיינשטיין אדער דער ווישקער עילוי אדער הרב אהרן קוטלר צו הרב ראובן גראזאווסקי ועוד זכרון צדיקים לברכה, וואלט ארויס געקומען די הלכה על בוריה, אבער חרב על הבדים ונואלו - אז מ'פסקנ'ט אליינס, כאילו כל חכמי ישראל כקליפת השום, קומט ארויס אזעלכע רייד, וואס כל תינוק בן יומו קען אפפרעגען.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 1:26 pm

· #221587
ר' ליטוואק פון בודאפעסט: יישר כח פאר העלפן מלבן זיין די סוגיא. איך ווייס אז דו האסט נישט גערעדט דירעקט צו מיר. אבער איך וועל דאך נעמען דאס ווארט צו אדרעסירן עטליכע נקודות וואס כבודו האט ארויפ געברענגט. והנה: וואס הרב אמנון יצחק שליט"א זאגט אז די פארשאלטענע אראבערס ימ"ש האבן געמאכט א פיגוע אין אמעריקע אויכעט איז אויפ-צו ווייזן -פאר די בהמות ( ואי אפשר לפורטם כי רבים הם) אז נישט מדינת ישראל איז שולדי אין די רציחות פון די אראבער, בכל צורה שהם.:
לגבי די שאלה אויב די טיפשים און קלאונס וועלכע רופן זיך נטורי קרתא שטעללן אין סכנה די לעיבן פון אנדערע אידן, ביניך מסכים מיט דיר 100%פראצענט. א חוץ זייענדיג טיפשים און משוגעים טוען זיי גארנישט. אם לא יועיל, לא יזיק. אבער ס'איז דא אנדערע מענטשן, אזוי ווי הרב אמנו יצחק, וועלכע האלטן אז וואס זיי טוען שטעלט איין זייער אייגענע לעיבן און די סעיפטי פון אנדערע אידן איבער די וועלט אין סכנה, ווייל ס'געט לעגיטימאציע פאר די מעשים פון די אראבער. די עיקר נקודה וואס הרב אמנון יצחק שליט"א האט געוואלט ארויסברענגען פאר דעים תמימות'דיגן נטורי קרתא יונגל איז, אז זיינע אזויגערופענע אראבישע גוטע פריינט וועלן איהם אליינס אויכעט הרג'נען, ח"ו. חוץ מזה, איז דאך דאס מיין טענה צו זיי און און צו די מענטשן וועלכע רעדן זיך איין אז נטרונא טוט עפעס אויף. הרף. לאזטץ עינק אפ פון די שטותים. עטץ לעיבט מיט אילוזיעס (נטרונא, זיכער.) די אנטיסעמיטן און רוצחים פון די וועלט האבן אינז פיינט אלס אידן. פארטיג. מדינת ישראל איז נאר א גוטער תירוץ צו דעקן זייערע מעשי רציחה אויף אידן... 😕 😎 😂 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😈 😈 😢 😞 😠 😛 😳 😉 😮

היימישער ליטוואק » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 2:11 pm

· #221604
ליטוואק פון בודאפעסט
דער משנה זאגט אונז אז תורה נקנית בפלפול חברים. ווען ער וואלט זיך מכניע געווען צו אנדערע תלמידי חכמים אין שטאט (אפילו אז ער וויל זאגען אז רבנים אין א"י קענען נישט פסקנ'ען וועגען נגיעות (עפ"ל) אבער אין נ.י. זענען דעמאלס געווען תלמידי חכמים נאך אזוי גרויס ווי איהם) כגון הרב י. א. הענקין וואס האט דעמאלס געלעבט, אדער הרב משה פיינשטיין אדער דער ווישקער עילוי אדער הרב אהרן קוטלר צו הרב ראובן גראזאווסקי ועוד זכרון צדיקים לברכה, וואלט ארויס געקומען די הלכה על בוריה, אבער חרב על הבדים ונואלו - אז מ'פסקנ'ט אליינס, כאילו כל חכמי ישראל כקליפת השום, קומט ארויס אזעלכע רייד, וואס כל תינוק בן יומו קען אפפרעגען.


WOW

היימישער ליטוואק » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 2:16 pm

· #221605
איך האב א שאלה למעשה.
אויב קאנדידאטירט א פרו-פאלעסטינער קאנגרעסמאן, אין א יידישע געגנט. און די נטורא-קרטא'ניקס שטיצן אים, און עס איז דא א מעגליכקייט אז ער וועט באקומן א בענקל וועלכע גייט גווענטליך צו א פרו-ישראל קאנגערסמאן (עיר שרובה ישראל). האבן זיי א דין רודף?
דאדרוך זיין וואוט וועט מען דאך שניידן געלט+וועפנס פאר מדנ"י. איז דאס נישט גנוג צו ווערן קונסידערד א רודף?

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 5:20 pm

· #221650
אנאנים: איך בין מסכים מיט וואס דו שרייבסט. נאר איין קליינע הוספה והבהרה אין דיינע ווערטער. די זעלבע בהמות און שוטים וואס זענען טאג און נאכט ביזי מיט די ציונים, האלטן אז דער האלאקאוסט און די נאציס זענען בכלל נישט אזוי געפערליך געוועין. און אויב עפעס, זענען די ציונים שולדיג אין דעים. אויף דעים איז דא כמה ראיות. איינס פון זיי איז. אז, היינט צו טאג זענען א סאך פון די מענטשעלעך וועלכע שעלטן די ציונים טאג און נאכט, די זעלבע וועלכע קויפן און ליעסן די דייטשע לוקסוס קארס, ווי למשל, מערסעידעס, בי,עם. דאבליו, אודי. אן קיין שום שטער. און אן אריינטראכטן אז בלויז צוויי דורות צוריק האבן די זעלבע רוצחים און אנטיסעמיטישע מערדערס, ימ"ש, וועלכע פראדוצירן די קארס, געברענט, געשטאכן און געהרג'עט דאס אידישע פאלק בלויז ווייל זיי זענען אידן. אויב ס'וואלט געוועין, למשל קארס וואס ווערן פראדוצירט אין מדינת ישראל, וואלטן זיי געשריגן אין אלע גאסן אז דאס איז די מרכבה הטמאה פון די ציונים. אבער דייטשע קארס פון די נאציס, מעיג מען. די זעלבע איז אויך אז די אזוי-גערופענע קנאים און הייליגע אידן פארן מיט די דייטשע עירליין לופטהאנסא. אבער נישט ח"ו מיט די ציוניסטישע אל על... 😕 😎 😂 🙄 😈 😈 😂 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 5, 2014 5:33 pm

· #221657
[ציטאט אראפגענומען]

נאכמער: דאס איז צו ווייזן אז וואס די נאציס האבן געטון איז בכלל נישט אזוי געפערליך. און אפילו אויף דעים זענען דאך די ציונים שולדיג. כדאמרן. ווייל ס'איז דאך באוואוסט דער מאמר אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס... 😕 😎 😂 😂 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7