☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » די שטיצער פון די מדינה הציונית

די שטיצער פון די מדינה הציונית

335 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #126
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

געשוויסטער » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 3:05 pm

· #222165
איי איי איי ס'ציפט!

ניכרים דברי אמת!
@עפל סיידערסיידע, לאז זיך נישט פון דער ליצנים. איך, א געוועזענע ציוני ווייס אז למעשה שטעכט עס זיי.
אפילו טאמער נאך איינער וועט אויפהערן גלייבן אין די אפיקורסים, האט זעך עס שוין געלוינט!
דיין שכר וועט זיין גרויס.
די האסט א גוטע און הויכע נשמה!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 3:18 pm

· #222172
יא, אדאנק די געטרייע אידען וואס האבען לוחם געווען און נישט געשטאנען אין דער זייט, האט מען מצליח געווען אויפצושטעלען א אידישע מהלך אין א"י אונטער די נעזער פון די שונאים. ב"ה אז מ'איז נישט אריינגעפאלען אין דער גריב פון די וואס האבען געוואלט אז מ'זאל זיך פוילען און נאר טוהן פאר זיך.

וועלכע שמש איז נתברר געווארען אזוי? אפשר אז ס'איז צוויי שמשים קען מען באנוצען איינס פאר'ן סוף זמן ק"ש, און דער צווייטע פאר רבינו תם'ס זמן, און אלע קושייות זענען פארענטפערט.

diff » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 3:28 pm

· #222176
Dont you see on his name,
עפ"ל סיידער
how bad it is by them

ווייט פיש » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 5:59 pm

· #222237
געשוויסטער
איי איי איי ס'ציפט!

ניכרים דברי אמת!
@עפל סיידער לאז זיך נישט פון דער ליצנים. איך, א געוועזענע ציוני ווייס אז למעשה שטעכט עס זיי.
אפילו טאמער נאך איינער וועט אויפהערן גלייבן אין די אפיקורסים, האט זעך עס שוין געלוינט!
דיין שכר וועט זיין גרויס.
די האסט א גוטע און הויכע נשמה!

שטארקע רייד @געשוויסטער
אין באבוב רעדט מען אויך אזוי?

געשוויסטער » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 6:11 pm

· #222239
ווייט פיש

די הייליגע רב זי'ע ווען ער איזגעווען אין ארץ ישראל אלס בחור, נאכן זיך ראטעווען פון די חורבן אייראפע, האט ער זיך געדרייט ביי די קנאים און האט זיך אסאך אפגעלערנט. @ווייט פיש

קדש הילולים » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 6:36 pm

· #222242
ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר רעדען פון אן אנדערען בליק. ס'איז ארויפגעקומען מענטשען וואס ווילען מאכען א מדינה און זיי זענען נישט פרום און ס'גייט זיי (דער רוב פון זיי) נישט אן, אדער ערגער, אז מ'זאלען זיך פיהרען עפ"י תורה און דער גאנצע שלטון איז אין זייערע הענט. בקיצור א מעין גזירת שמד אויף א ריזיגע סומע אידען. טייל מענטשען רע'אגירען מיט'ן זיך באהאלטען און ראטעווען זיך אליינס על ידי אנטלויפען, פונקט ווי ווען דער גזירה וואלט געווען א גשמיותדיגע וואס מ'וואלט געדארפט זיך בייגען דער קאפ.
אעבר רוב גדולי ישראל שרעקען זיך נישט פון זיך קעמפען למען ה'. זיי אנטלויפען נישט פון די שדה קרב אז דער ס"מ (תרתי משמע) זאל אייננעמען כל היקר והקדוש, און במסינ"פ באקעמפען זיי אז מ'זאל נישט שמד'ען אידען און מ'זאל לערנען תורה מיט אידען און מ'זאל זיכער מאכען אז דער תורה לעבענשטייגער זאל קענען אנגייען אויפ'ן בעסטען אופן. זיי האבען נישט געזוכט צו מאכען חומרות אויף דער ענין, ווייל יעדער חומרא איז א קולא. אנטלויפען פונ'ם מלחמה איז פונקט ווי דער גע'אסרטע שטאטו"ס קוו"א, אז מ'דערווייטערט זיך פונ'ם מלחמת ה' בגיבורים.
און למעשה קוק ארום אין אמעריקא. מיט אלע פעולות וואס אידען האבען געטוהן צו ראטעווען די שוואכער עלעמענט (@קדש הילולים - דער שוואכער עלעמענט מיינט נישט פאפא'נער חסידים), יא זיי האבען באפוילען מענטשען צו בלייבען אין זייערע שטעט, אבער למעשה מער ווי ניינציג פערצענט האלטען נישט קיין שמץ פון תורה, פאסטען נישט יוהכ"פ, היטען גארנישט קיין שבת, האבען חתונה אן חופה וקידושין וכדו'. לעומת זה אין א"י, הגם ס'איז נישט אין גאנצען אין ארדנונג, מ"מ רוב אידען עסין כשר'ס, רוב אידען היטען שבת עכ"פ במקצת, זיי גייען אין שול אדער מאכען קידוש וכדו', און כמעט אלע פאסטען יוהכ"פ. זייערע גיטין וקידושין איז בסדר און ס'איז דא א גרויסע צד אז לבסוף וועלען זיי תשובה טוהן און היטען מצוות אין גאנצען. אז מ'שטעלט צו יעדער מענטש לויט זיין מדרגה און זיין פאראלע"ל אין אמעריקא, איז אין כמעט אלע זענען בעסער אין א"י. נאר די צוויי עקסטרעמען זענען אפשר נישט בעסער, אבער דאס איז אזא קליינער מיעוט אז ס'מעסט זיך נישט. אן ע"ה אין די ווייטע שטאטען אין אמעריקא אין שנת תש"י, האט מסתמא גוישע אייניקלאך היינט, אם לא ע"י איזה נס ופלא. דער זעלבע ע"ה אין א"י האט מעגליך אייניקלאך תלמידי חכמים אמיתיים. דער כולל יונגערמאן אין ב"ב לערנט מתוך הדחק און אין לו בעולמו אלא ד' אמות של תורה, אין לעיקוואוד איז דא אסאך ווייניגער וואס לעבען אזוי. איך ווייס נישט פונקט וואס טוט זיך ביי חסידים, וממיל אקען איך נישט צושטעלען). און אזוי אויך אין כשרות. דער אוי-יו איז נאר דא אויף פראדוקטען, און ס'דאכט זיך מיר אז ווייט פון נ.י. איז ער נישט אזוי נפוץ ווי אין נ.י.. כשר'ע פלייש איז כמעט נישט דא, און ממילא דער איד אינדערויסען פון די קליינע אידישע געגענטער איז נישט פרום נאך א פאר יאר, אחוץ טאמער ער איז גרייט אויף מסינ"פ. אין א"י, ווי מ'גייט איז דא כשר'ע פלייש, און דעריבער קען א מענטש האלטען כשרות ביי זיך לייכטער, און אפי' ווען ער איז נישט צו פרום, עכ"פ טרפות עסט ער נישט. וכהנה וכהנה קען מען ברענגען פון די מעלות פון אידישקייט אין א"י, און דאס איז אלס אדאנק וואס די גדולי ישראל האבען נישט געהויבען הענט און אויפגעגעבען די מערכה פאר תורה ויהדות, און נישט געלאזט פרעמדע הענט שולט זיין אויף די תורה. אוודאי איז דאס נישט אין גאנצען ווי עס דארף צו זיין, אבער עיניהם הבדולחים של גדולי התלמידי חכמים שבדור האבען באוויזען צו פארשטייען דער מצב בעסער ווי אונגארישע מו"צן מיט זילבענער שטעקענעס.

פון דיינע ווערטערקומט ארויס אז די לעבסט אין א גרויסער טעות.
דאס קענסטו נישט פארלייקענען, אז די עכטע יודישקייט האט באקומען פון די מדינה א ערנסטע קלאפ, און האלט נאך אין איין באקומען נאך. גזירות וואס זענען נישטא אין אנדערע לענדער פאר יודן. סיסטאמאטישע שמד. דאס איז זיכער אז מען איז דא (די מדינה) לעקור את הכל.
נאר וואס דען, האלטסטו אז מען מוז אריינגיין אין די רעגירונג ״אויפצוטון״ פארשטייט זיך. -דאס האב איך שוין איבערגעוויזן נעכטן, אין פראקטיק און תורה׳דיג אז מ׳קען נישט און מטוט נישט אויף.

אבער א אנדערע טעות וואס די מאכסט. וואס איז נאך נישט געווארן אויסגעשמועסט דא.
ביסט אגאנצען צייט פארנומען צו מסבר זיין וואס די מדינה האט אויפגעטון/אויסגעפעלט פאר יודישקייט, און ווי ערווענט קען מען נישט עפעס עכט אנצייגן. נאר איין זאך: פאר די שוואכער עלעמענט. ביזט פארנומען ווי שוואך די שווכער יוד איז אין אמעריקא, און ווי ״גוט״ ער איז אין די מדינה.
איז קודם כל מיין איך אז די ביזט היבש מגזם מיט דיינע סטאטיסטיקס, ״רוב״ יודן אין די מדינה עסן נאר כשר. וכדומה. כ׳מיין אז אט די גוזמא קען ווערן אנגערופן ליגענט. אבער לו יהא אז יא, די שוואכע(לייען: נישט שומרי תורה) זענען בעסער אין די מדינה. וואס מאכט עס אויס? די תורה האט גענצלעך ארפגענומען אונזער אחריות זיי צו מזכה זיין מיט כשר׳ס, זיי צו מונע זיין פון טון ״נאך״ עבירות, וכו׳.
עס איז א מוראדיגע מצוה צו צוריקברענגען א יוד צו תשובה. אבער נישט קיין חיוב. און ווילאנג ער האט נישט תשובה געטון, איז אודאי נישטא קיין שום חיוב אים אפצוהאלטן פון טון עבירות וואס ער טוט מיט זיין אייגענע בחירה. (לפני עור גייט יא אן).
במילא קום מיר נישט פארדרייען א קאפ ווי וויכטיג די מדינה איז פאר יודישקייט, הלמאי, ווער וועט קער נעמען פון די פרייע? ווער וועט זען אז די פורקי עול זאלן יום כיפור האבן א כשרע רעסטאראנט ווי צו ציצופארן מיט זיין קאר?.. יא , ס׳איז א גוטע זאך צו מונע זיין יודן פון טון עבירות-אפילו ס׳איז נישט קיין חיוב. אבער אז *דאס* זאל זיין די צורך פון די מדינה פארוואס זי פעלט אויס?! אז פארדעם האבן גדולי ישראל געוואלט האבן א שותפות אין א שמד ממשלה?!
הייסט אזוי, ערליכע יודן זאלן ליידן צרות צרורות, גזירות רעות, להשמיד ולאבד את כל היהודים. אבער מען וועט ״אויפטון״ אז: יאיר לפיד וחביריו(אויך די ״תינוקות שנשבו״) וועלן ח״ו נישט חתונה האבן מיט א בת ישמעאל רח״ל ה״י...
עס פעלט טאקע וויכטיג אויס א מדינה...
און טאקע אט דעס האבן די גדולי ישראל געמיינט ווען זיי האבן אונטערגעשריבן די ״חוב קדוש״...(נישט ח״ו עפעס פאליטישע אינטערעסן, נאר זיי האבן בעיניהם הבלוחים געזען די געוואלדיגע אויפטו).

ישראל קאפקע » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 7:22 pm

· #222256
מעג גענומען ווערן אין חשבון די טויזנטער רעליגיעזע ציוניסטיש געשטימטע רבנים, קהילה פירער, עסקנים, און סתם בעלי בתים וואס וואלטן געהאט א גוטע השפעה אויף די רעליגיעזע שטאנד פון זייערע קאמיוניטי'ס, אבער האבן געמאכט 'עליה' און איבערגעלאזט זייער אידישקייט ארעמע געמיינדעס, צו לעבן 'די גוטע לעבן אין ארץ ישראל?
איך רעד דא פון געמיינדעס אויף די לענג און ברייט פון די פאראייניגטע שטאטן, דרום אמעריקע, אייראפע, אוו אפי' די טראפעלע אידישקייט וואס ציוניזם האט נישט באוויזן צו פארטרייבן פון דעם מיטעלן מזרח (איראן און טערקיי),

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 8:12 pm

· #222280
איך ווייס נישט צו וועמען דו רעדסט, אבער שיק איהם א גריס. דער וואס האט געזאגט אז דער מדינה פעלט אויס פאר'ן ראטעווען אידען פון דער מדינה קען זיין א ביסל דיז"י פון דער לאגיק, און ממילא זיץ איהם אראפ פאר דו רעדסט מיט איהם.
דער גאנצע נושא צו מ'מעג אוועק געבען די רעכטען פון אידישקייט ביד מפיריה. דער בעל ויואל משה האט געלאזט אידישקייט און אידען הפקר ביד די מפירי התורה, און די שוואכע אידען (שומרי תומ"צ) וואס האבען נישט געהאט דער כח אקעגען זיך צו שטעלען דער שטראם פון כפירה, וואלטען אלע געגאנגען צו גרונד ווען נישט פאר אלע גדולי ישראל, וואס האבען געזען אז פרומע אידען דארפען הילף, זיי קענען נישט אליינס, און דעריבער דארף מען זיי בויען מוסדות פון דערויסען. אין אמעריקא האט מען עס נישט באוויזען און 75% פון אמעריקאנער אידען הייראטען מיט גוים היינט צו טאג'ס רח"ל.
און דער איד וואס ואלט פריי געווארען ווייל די ארומיגע געזעלשאפט פיהרט צו נישט זיך פיהרען אידיש, איז אין א"י פרום, ווייל די געזעלשאפט פאדערט נישט צו זיין פריי. ער איז אפשר נישט אין גאנצען ווי מ'וואלט געוואלט, אבער דער וועלט איז אלס געמישט פון פרומערער און ווייניגער פרום, און דער 'ירושלים דאמעריקא' האט גענוג און נאך מענטשען וואס זענען נאר פרום לויט ווי דער געזעלשאפט לאזט, און זיי זענען פונקט אזוי מקיל אויף הלכות שבת און הלכות נדה און הלכות כשרות ווי זיי קענען נאר מיט'ן 'סעלק"א הוט'.
דער א.ג. עכטע אידישקייט איז נישט ווייניגער אין א"י ווי דאהי. די אלע גזירות וכדו' זענען גיט פאר די צייטונגען און די ירושלימ'ער גנבים צו בארויבען די תמימות'דיגע אידען אין וומסב"ג (איך האב לעצטענס געהערט וועגען א ירושלימ'ער גנב וואס איז געקומען קיין וומסב"ג מיט 15 יאר צוריק און געשאפען $400,000 אין איין נאכט צו באקעמפען נח"ל חרדי!!!!! אסאך באקלאגען זיך 'ווי פארשאפט מען נאך א פאר אזעלכע זיסע גזירות?'), אבער למעשה דער יונגערמאן אין בני ברק לערנט בהתמדה פונקט ווי, אדער נאך מער, זיין פאראללע"ל אין לעיקוואוד, און זיין שטוב איז פונקט אזוי פרום אדער מער, און זיין קינדער גייען אין זיין דרך. די עכטע אידישקייט האט גארנישט דערלייגט פון דעם אז ער שיקט א שליח אין כנסת, און דאס וואס זיי גראבען אויס קברים איז נישט ווייל מ'האט שלוחים אין כנסת, נאר ווייל די 'ברכים אשר לא כרעו לבעל' שטויסען זיך אן איינער דער צווייטען אין אמעריקא אויף דער זכות מוסר נפש צו זיין אויף 'עכטע אידישקייט' כנוסח מארמעראש.
פון אלע 'יעדער זעט שוין' האב איך נישט געהערט קיין איין מעשה בפועל וואס איז געשען וועגען גייען אין כנסת. נישט קיין איין בחור איז געגאנגען אין מיליטער וואס וואלט נישט געגאנגען אן דער זיצען אין כנסת. (ס'דא א קליין הייפעלע סאטמארער חסידים אין א"י און זיי האבען נציגים אין נח"ל חרדי אויך. קינדער גייען אראפ פון וועג, דאס איז נישט קיין א"י פראבלעם, נאר א וועלט'ס פראבלעם ה"י). קיין איין מענטש עסט נישט טרפות ווייל זיי זענען געגאנגען אין כנסת, און קיינער דאווענט נישט מנחה נאכ'ן שקיעה ווייל מ'רעדט עברית. ס'איז אלס שקרים וכזבים, וואס איז גוט צו האלטען דער ציבור אין די ראמען און זיכער מאכען אז מ'בלייבט סאטמארער חסידים (דאס איז דען נישט א פאליטישער חשבון?!), אבער מיט אמת האט עס נישט.
נאך איין זאך – מ'האט נאך נישט געהערט וואס דער פאליטישער חשבון איז. וואס האט דער חזון איש געוואלט פאליטיש וואס פאר דעם האט ער געהייסען באקעמפען די ציונים? פאר וועלכע פאליטישער פארדינסט האט דער מירער ראש ישיבה הגאון ר' אליעזר יהודה פינקל נישט מסכים געווען צו זיצען איינגעשפארט און לאזען די רשעים שמד'ען אידען רעכט'ס און לינק'ס?
ווייז איין קראנטע פאקט, נישט 'יעדער ווייסט', נאר א פאקט, א סברא, א מציאות.

diff » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 8:58 pm

· #222299
I'm starting to think that somebody here is on UTA payroll

קדש הילולים » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 10:20 pm

· #222327
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט צו וועמען דו רעדסט, אבער שיק איהם א גריס. דער וואס האט געזאגט אז דער מדינה פעלט אויס פאר'ן ראטעווען אידען פון דער מדינה קען זיין א ביסל דיז"י פון דער לאגיק, און ממילא זיץ איהם אראפ פאר דו רעדסט מיט איהם.
צו מ'מעג אוועק געבען די רעכטען פון אידישקייט ביד מפיריה איז דער נושא. דער בעל ויואל משה האט געלאזט אידישקייט און אידען הפקר ביד די מפירי התורה, און די שוואכע אידען (שומרי תומ"צ) וואס האבען נישט געהאט דער כח אקעגען זיך צו שטעלען דער שטראם פון כפירה, וואלטען אלע געגאנגען צו גרונד ווען נישט פאר אלע גדולי ישראל, וואס האבען געזען אז פרומע אידען דארפען הילף, זיי קענען נישט אליינס, און דעריבער דארף מען זיי בויען מוסדות פון דערויסען. אין אמעריקא האט מען עס נישט באוויזען און 75% פון אמעריקאנער אידען הייראטען מיט גוים היינט צו טאג'ס רח"ל.
און דער איד וואס ואלט פריי געווארען ווייל די ארומיגע געזעלשאפט פיהרט צו נישט זיך פיהרען אידיש, איז אין א"י פרום, ווייל די געזעלשאפט פאדערט נישט צו זיין פריי. ער איז אפשר נישט אין גאנצען ווי מ'וואלט געוואלט, אבער דער וועלט איז אלס געמישט פון פרומערער און ווייניגער פרום, און דער 'ירושלים דאמעריקא' האט גענוג און נאך מענטשען וואס זענען נאר פרום לויט ווי דער געזעלשאפט לאזט, און זיי זענען פונקט אזוי מקיל אויף הלכות שבת און הלכות נדה און הלכות כשרות ווי זיי קענען נאר מיט'ן 'סעלק"א הוט'.
דער א.ג. עכטע אידישקייט איז נישט ווייניגער אין א"י ווי דאהי. די אלע גזירות וכדו' זענען גיט פאר די צייטונגען און די ירושלימ'ער גנבים צו בארויבען די תמימות'דיגע אידען אין וומסב"ג (איך האב לעצטענס געהערט וועגען א ירושלימ'ער גנב וואס איז געקומען קיין וומסב"ג מיט 15 יאר צוריק און געשאפען $400,000 אין איין נאכט צו באקעמפען נח"ל חרדי!!!!! אסאך באקלאגען זיך 'ווי פארשאפט מען נאך א פאר אזעלכע זיסע גזירות?'), אבער למעשה דער יונגערמאן אין בני ברק לערנט בהתמדה פונקט ווי, אדער נאך מער, ווי זיין פאראללע"ל אין לעיקוואוד, און זיין שטוב איז פונקט אזוי פרום אדער מער, און זיין קינדער גייען אין זיין דרך. די עכטע אידישקייט האט גארנישט דערלייגט פון דעם אז ער שיקט א שליח אין כנסת, און דאס וואס זיי גראבען אויס קברים איז נישט ווייל מ'האט שלוחים אין כנסת, נאר ווייל די 'ברכים אשר לא כרעו לבעל' שטויסען זיך אן איינער דער צווייטען אין אמעריקא אויף דער זכות מוסר נפש צו זיין אויף 'עכטע אידישקייט' כנוסח מארמעראש.
פון אלע 'יעדער זעט שוין' האב איך נישט געהערט קיין איין מעשה בפועל וואס איז געשען וועגען גייען אין כנסת. נישט קיין איין בחור איז געגאנגען אין מיליטער וואס וואלט נישט געגאנגען אן דער זיצען אין כנסת. (ס'דא א קליין הייפעלע סאטמארער חסידים אין א"י און זיי האבען נציגים אין נח"ל חרדי אויך. קינדער גייען אראפ פון וועג, דאס איז נישט קיין א"י פראבלעם, נאר א וועלט'ס פראבלעם ה"י). קיין איין מענטש עסט נישט טרפות ווייל זיי זענען געגאנגען אין כנסת, און קיינער דאווענט נישט מנחה נאכ'ן שקיעה ווייל מ'רעדט עברית. ס'איז אלס שקרים וכזבים, וואס איז גוט צו האלטען דער ציבור אין די ראמען און זיכער מאכען אז מ'בלייבט סאטמארער חסידים (דאס איז דען נישט א פאליטישער חשבון?!), אבער מיט אמת האט עס נישט.
נאך איין זאך – מ'האט נאך נישט געהערט וואס דער פאליטישער חשבון איז. וואס האט דער חזון איש געוואלט פאליטיש וואס פאר דעם האט ער געהייסען באקעמפען די ציונים? פאר וועלכע פאליטישער פארדינסט האט דער מירער ראש ישיבה הגאון ר' אליעזר יהודה פינקל נישט מסכים געווען צו זיצען איינגעשפארט און לאזען די רשעים שמד'ען אידען רעכט'ס און לינק'ס?
נננווייז איין קראנטע פאקט, נישט 'יעדער ווייסט', נאר א פאקט, א סברא, א מציאות.

ס׳קען טאקע זיין אז די דארפסט זיך אביסל אראפזעצן... ווייל פון דיינע ווערטער ווי די ברענגסט ארויס ווי ווייניג יודן הייראטן גוים אין די מדינה, און ווי סאך ס׳שמדן זיך אין אמעריקא, קומט אויס אז די רעדסט יא פון די גאר שוואכע נישט שותו״מ, וועליכע האלטן שוין ביי חתונה האבן מיט גוים. און דאס איז לדבריך די אויפטו פאר יודישקייט צו וואס ס׳פעלט זיך אויס די מדינה.

דער בעל ויואל משה האט טאקע אט די יודן נעבעך געלאזט אויפן וואסער, און זיך נעבעך בכלל נישט געקומערט מיט זיי אז זיי וועלן מעגליך זיין אזויווי די יודן אין אמעריקא וואס ווען זיי לאזן אפ די תורה, מיינען זיי נישט אז זיי זענען ״שטאלצע יודן״ און אז זיי געהערן צי די ״יודישע נאציאן״. ער האט טאקע נישט גקומערט אויף זיי איידער ער האט געקומערט אויף די מרידה במלכות שמים און כפירה בגאולה אין וועליכע *רוב רובם* פון כלל ישראל-אריינגערעכענט גאר היימישע- זענען געווען פארגלייבט און אנצוקט. ער איז געווען דער *איינצוגסטער* וואס האט מרעיש געווען אויף די פירצה, בשעת ווען אלע גדולים זענען געזיצן שטיל.
יא, היינט איז נישט קיין בושה פאר א חסידישער יוד צו זאגן דעם אמת אז די מדינה איז א איסור און א כפירה. און אז די גאנצע ״מחלוקה״ איז נאר געווען איינמאל ס׳איז שוין געשטאנען. צו מ׳זאל אריינגיין. אבער תש״ח איז נישט געווען ווער ס׳זאל דאס זאגן פארן עולם, ווען יעדער איז געווען פאר׳כישף׳ט פאר די ״התחלתא דגאולה״.
דאן איז געווען *איין סאטמאר רב* וואס האט נישט מורא געהאט צי זאגן דעם אמת, ער האט זיך יא געקומערט אויף די סכנה אין וואס כלל ישראל איז אריין, און האט געפענט א פראנט דערקעגען.
און ס׳לאזט זיך זאגן אז יא, ער האט עס געראטוועט, נאר בזכותו *קענסטו* היינט מודה זיין אז די מדינה איז א פראבלעם. ווייל בשנת תש״ח ווען איינער האט עס געזאגט איז ער געווען א ״שונא ישראל״. ווער האט עס דורכגעבראכען? די אלע וואס האבן דעמעלטס זיך פארשטעקט אין די מייזן לעכער? און זיך נישט געקענט קעגן שטעלן קעגן דעם שטראם? אדער די אלע וואס האבן גאר געפרעדיגט דאס ציונות בפירוש? ניין, דערוכגעבראכן האט עס סאטמאר רב! צו ביזט עס יא מודה, אדער צו די וועסט עס מודה זיין און די צוקאנפט.

פאר יודן שותו״מ האט סאטמאר רב אייביג געזארגט. נישט קיין חילוק פון וועליכע קרייז. נישט קיין חילוק מיט וועליכע השקפה. ער האט יא געשטורעמט קעגן די מדינה, כאטש עס איז אפשר לויט געוויסע געווען א טובה פאר שוואכערע. פונקט ווי אין אונגארין האט מען געמאכט א טיילונג כאטש מען האט אויך געקענט טענה׳ן, אז ס׳זענען דא שוואכע וואס ס׳וועט זיי זיין א טובה אויב מען וועט זיך נישט טיילן, ווייל אזוי כאטש האבן זיי א שייכות מיט ערליכע יודן, אפשר וועט ער אינגאצן קאליע ווערן? ניין, יעדער פארשטייט אז ווען ס׳הנדלט זיך פון א זאך וואס מאכט חרוב אונזער יודישקייט, מוזן מיר זען צו ראטווען וויפיל מיר קענען, און נישט זיין פארנומען מיט ״אויפטון״ פאר די שוואכערע עלעמענט.

דער כלל איז, אונז דארף מיר בויען אונזער יודישקייט, אויף גארנישט מוותר זיין, אויב ס׳איז דא א פירצה דארף מען עס אויסרייסן עד הסוף. און נישט מאכן חשבונות אז פארן שוואכערן וועט אויסקומען בעסער אויב מיר וועלן נישט אויסרייסן די פירצה. איי, וואס וועט זיין מיטן שוואכערן? ער האט א בחירה! אודאי דארפן מיר פראבירן בכל כוחינו אז ער זאל מיטקומען מיט אונז. אבער אז ער וועט צוליב דעם אוועקגיין, אין עלינו האחריות, ווייל מיר האבן געטון וואס מיר האבן געדארפט צו טון. פונקט ווי מ׳וועט נישט מחלל שבת זיין, ווייל ס׳וועט מער יודן האלטן ביי יודישקייט. ווייל מ׳טאר נישט. אזוי אויך וועלן מיר נישט שטיצן קיין כפירה אפארט, און פארשווייגן די חילל כבוד שמים, וועגן פארן שוואכערן יוד וועט *אפשר* זיין א טובה.

האסט נאך נישט געהערט קיין איין מעשה וואס איז געשען וועגן זיצן אין כנסת.
די ערשטע מעשה, אז יודן זענען אריין אין כנסת! אין א בית מינים! דאס אליינס איז שוין א מעשה פון א יהרג ואל יעבור. די צווייטע מעשה איז אז זיי האבן א חלק איז אלע געזעצן: חילל שבת, חוקי תועבה, גזירת גיוס, און דא לאמיר זיך טאקע אפשטעלן(כאטש די ליסטע איז ווייט פון פארטיג,אי״ה עוד חזון למועד). גזירת גיוס: שוין אפגערעדט פון די חברי הכנסת וועליכע זענען אריין אין די קאמיטע. אפילו די וועליכע זענען נישט אריין, האבן א חלק ניכר אינעם גזירה. קודם פשוט ווייל ער איז א חלק פונעם רעגירונג וואס האט געשטימט אויף די געזעץ. איי ער האט דאך געשטימט דערקעגען? אבער אזוי ארבעט א רעגירונג, מען גייט נאך רוב פונעם פאראלאמענט, און די געזעץ קומט ארויס פון די *גאנצע* רעגירונג. דהיינו, ס׳איז אזוי אויסגעשטעלט די סיסטעם, אז אפילו אויב איינער איז נישט מסכים צי א געזעץ, ווי לאנג ער זיצט אינעם רעגירונג, איז *ער* דער וואס האט געמאכט די געזעץ. חוץ אויב ער גייט ארויס, וואס דאן קען מען נישט מאכן קיין געזעץ ווילאנג ס׳איז נישט דא די פארלאנגטע צאל מיטגליגער. במילא, העלפט נישט קיין ״מוחאה צערעמאניעס״ און קיין צובינדען די הענט צום מייק, נישט צו זיין קיין חלק פונעם גזירה, איין זאך וואס העלפט, איז ארויסגיין פון דארט.
והשנית, ווייל זיי זענען די גורמים צום גזירה מיטן שיקן בחורים צום נח״ל. אז מען געט א פינגער דארפן די רשעים א האנט. אזוי אויך מיט די אלע געלטער וואס מ׳נעמט פון זיי פאר די מוסדות, וואס דאס איז דער דערעקטער גורם צום טענה פון ״שוין בנטל״. אז די נעמסט געלט, גיב בלוט!

די פרעגסט וואס דער פאליטישער חשבון איז.
ס׳איז זייער א נערישע קינדערישע קשיא. יעדער ווייסט אז איינער וואס האט א מוסד איז אנגעוויזו אויף די רעגירינג.
דער חזון איש וואס האט טאקע נישט געהאט קיין מוסדות, און איז סתם אזוי נישט פארקויפט געווארן פארן ציוניסטישער שקר, האט טאקע נישט געהייסן גיין צו די בחירות. ס׳איז דא אסאך שקרים בשמו, און איך וועל זיך יעצט נישט באפאסן דערמיט. זיין תלמוד, ר׳ אליקים שלעזינגער פארציילט וואס ער האט אליין געהערט מפה קדשו, און דאס איז מיר מער ווערט פון אלע בויך מעשיות פון די צייטונגען.

diff » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:40 pm

· #222356
In short, for the mitzvah of creating splits one must do everything , even create a shita
which he himself knows its baseless

diff » מאנטאג סעפטעמבער 8, 2014 11:48 pm

· #222358
What's wrong with going to army and what does it have with taking money

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:16 am

· #222429
פסח טאר מען נישט עסען קיין חמץ. דער וואס עסט חמץ איז חייב כרת. און ממילא דער וואס מאכט א בעקעריי וואס מ'מאכט דארט קראקער"ס אויף פסח דייקא, און ס'איז חמץ גמור, אין לך בית מינות גדול מזה. און ממילא דער מצה בעקעריי אין מאנרא, ווי מ'באקט דארט קראקער"ס פון אריזאנא זאלציגע ווייץ, און דוקא אויף פסח, אין אין לך בית מינות גדול מזה, און מ'טאר נישט אריינגייען ביהרג ואל יעבור. און א ביהמ"ד ווי מ'עסט די מצות ביים נעילת החג איז אויך א בית מינות און דער וואס גייט אריין דארט, אפילו אין מיט'ן יאר, איז ביהרג ואל יעבור און הותר דמו און מ'מעג איהם הרגנ'ען, פאר'ן עצם אריינגייען דארט.
און פארקערט אויך. אז מ'פארלאזט זיך אויף ביטול און כהנה נערישקייטען מתיר צו זיין לאנג איילאנד ווייץ' און ס'איז אין לבו נוקפו, ס'גייט איהם נישט אן אז ער איז מיקל אויף חמץ אום פסח, איז ער א מין, און זיין הויז און ביהמ"ד זענען א בית מינים לכל הדעות ביהרג ואל יעבור, פוי פוי פוי.

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 11:41 am

· #222435

😂 😂 😂
איך וואלט אבער דאך געמאכט א חילוק צווישן כפירה און אן אנדערע עבירה,
לויט דיין פשעטיל האט צאנזער רב געדארפט שרייבן אויף די מתירי מאשין מצה כופרים ואפיקורסים, אלא מאי, יש לחלק. 👍

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:14 pm

· #222445
יש לחלק בין הצאנזער רב ל'ממשיך דרכו' בעל דברי יואל, אדער בין מאשין מצות און כנסת, אדער אריזאנא ווייץ און כנסת? איך בין אין גאנצען פארמישט.

מאטי » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:15 pm

· #222446
אויף א יעדע עבירה קען מען מאכן די זעלבע ריזאנינג.

איינער גנב'ט ווייל ער גלייבט נישט אז דער אייבישטער איז א בעל היכולת און שטעלט אים צו פרנסה בהיתר.

דער וואס נעמט נקמה גלייבט נישט אז אלעס קומט פון הימל און דער חבר איז בלויז א שליח.

און בכלל וועלכע נארמאלע מענטש וויל דען ברענען אין גיהנום, מסתם שוואך אין אמונה בשכר ועונש.

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:17 pm

· #222447
ליטוואק פון בודאפעסט
יש לחלק בין הצאנזער רב ל'ממשיך דרכו' בעל דברי יואל, אדער בין מאשין מצות און כנסת, אדער אריזאנא ווייץ און כנסת? איך בין אין גאנצען פארמישט.

פארמישט?
יש לחלק בין מאשין מצות-אריזאנא מצות, צו ציוניזם-כפירה בביאת המשיח,

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:23 pm

· #222451
מאטי
אויף א יעדע עבירה קען מען מאכן די זעלבע ריזאנינג.

איינער גנב'ט ווייל ער גלייבט נישט אז דער אייבישטער איז א בעל היכולת און שטעלט אים צו פרנסה בהיתר.

דער וואס נעמט נקמה גלייבט נישט אז אלעס קומט פון הימל און דער חבר איז בלויז א שליח.

און בכלל וועלכע נארמאלע מענטש וויל דען ברענען אין גיהנום, מסתם שוואך אין אמונה בשכר ועונש.

דאס איז וואס פאסירט ווען מ'זאגט בויך סברות. 'אין לך בית מינים גדול מזה', אן קיין שום מקור אין ראשונים און פוסקים וואס מיינט עס א בית מינות, און וואס האט עס מיט 'מחוקק חקים שלא כהתורה', בלייבט מען מיט פארדרייטקייטען ווי די תינוקות שנשבו בין עמי הארץ.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 12:27 pm

· #222454
ישראל קאפקע
ליטוואק פון בודאפעסט
יש לחלק בין הצאנזער רב ל'ממשיך דרכו' בעל דברי יואל, אדער בין מאשין מצות און כנסת, אדער אריזאנא ווייץ און כנסת? איך בין אין גאנצען פארמישט.

פארמישט?
יש לחלק בין מאשין מצות-אריזאנא מצות, צו ציוניזם-כפירה בביאת המשיח,

This one is simple
טאמער איך ברענג דיר א איד וואס וויל א מדינה, און פונדעסטוועגען גלייבט ער אז משיח קומט בכל יום אחכה לו, איז אויס כפירה, אויס מינות, אויס יהרג ואל יעבור ויאכלו ענוים וישבעו? פונקט ווי פאטעט"א טשיפ"ס מיט א התאחדות הכשר?

עפל סיידער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:08 pm

· #222479
כולי עלמא מודי אז די מקום הכנסת איז א כאפטע פון כופרים ומורדים בד' וואס ווילן אויסרייסען דעם שמע ישראל פון אידן

מיט ליטוואקס אריינמישען מאנרא בעקעריס ווערן נישט די כופרים ומורדים בד' מאמינים

ס'וועט דיר נישט העלפן קיין מאנרא בעקעריס לטהר את השרץ מתיר צו זיין צו ווערן פריינדינעס מיט נבלות און און שקצים די חברי בית המינים.

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:28 pm

· #222487
ליטוואק פון בודאפעסט
ישראל קאפקע
ליטוואק פון בודאפעסט
יש לחלק בין הצאנזער רב ל'ממשיך דרכו' בעל דברי יואל, אדער בין מאשין מצות און כנסת, אדער אריזאנא ווייץ און כנסת? איך בין אין גאנצען פארמישט.

פארמישט?
יש לחלק בין מאשין מצות-אריזאנא מצות, צו ציוניזם-כפירה בביאת המשיח,

This one is simple
טאמער איך ברענג דיר א איד וואס וויל א מדינה, און פונדעסטוועגען גלייבט ער אז משיח קומט בכל יום אחכה לו, איז אויס כפירה, אויס מינות, אויס יהרג ואל יעבור ויאכלו ענוים וישבעו? פונקט ווי פאטעט"א טשיפ"ס מיט א התאחדות הכשר?

איך זעה אז סאיז ארויסגעווארפן צייט, זיך צו טענהן מיט דיר,
לויט דיין לאגיק, אויב טרעף איך דיר א סאטמארער איד א ציוניסט, איז סאטמאר אויס אנטי ציוניזם?
א פאלעסטינער וואס גלייכט מדינת ישראל אפארטהייט, ווער נאך די פאלעסטינער פאלק נישט קיין ציוניסטן,
א 'אידן פאר יאשקע' איד וואס האט געטראפן עפעס א פארקרומטע פשעטיל איינצוזעצן יאשקעלייטיס אין די אידישע אמונה, כשרט נאכנישט jfj,
דאס טוישט נאך נישט די דעפיניציע פון ציוניזם,

אלזא, אויב דו טרעפסט מיר אזא איד, לעבט ער אין א טעות, 'ער' איז אפשר נישט קיין כופר, ומין, אבער סאיז 'ער' וואס פארשטייט נישט וואס די אידעאלאגיע פון ציוניזם איז, איין איד וואס לעבט אין א טעות כשרט נישט ציוניזם פון איר תמצית, איר סענץ (האסטו, א אידיש ווארט וואס דו האסט נישט געוואוסט ביז איצט 😎 )

עפל סיידער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:30 pm

· #222489
טאקע א שאד די צייט
מיט א קרומע ליטוואק איז שווער זיך צו טוישען איין גראד ווארט, דער שמש בצהרים שרעקט נישט אפ ווען איינער וויל אפירקראצען פון כרס א סטארעדזש מיט נארישע סברות.

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:30 pm

· #222490
עפל סיידער
כולי עלמא מודי אז די מקום הכנסת איז א כאפטע פון כופרים ומורדים בד' וואס ווילן אויסרייסען דעם שמע ישראל פון אידן

מיט ליטוואקס אריינמישען מאנרא בעקעריס ווערן נישט די כופרים ומורדים בד' מאמינים

ס'וועט דיר נישט העלפן קיין מאנרא בעקעריס לטהר את השרץ מתיר צו זיין צו ווערן פריינדינעס מיט נבלות און און שקצים די חברי בית המינים.

בין איך א חלק פון כולי עלמא?

עפל סיידער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:31 pm

· #222491
ניין

ישראל קאפקע » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:34 pm

· #222492
ליטוואק פון בודאפעסט
יש לחלק בין הצאנזער רב ל'ממשיך דרכו' בעל דברי יואל, אדער בין מאשין מצות און כנסת, אדער אריזאנא ווייץ און כנסת? איך בין אין גאנצען פארמישט.

אם אין הבדלה, דעת מנין? 😕

איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:35 pm

· #222493
איך בין יא?

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:41 pm

· #222497
עפל סיידער
ניין

ווער יא?

עפל סיידער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:51 pm

· #222502
I'm back
עפל סיידער
ניין

ווער יא?

איך וועל אנקלינגען א מורה הוראה

I'm back » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 1:58 pm

· #222507
דער מורה הוראה איז יא א חלק פון כולי עלמא?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:02 pm

· #222508
אפשר האנדעלט מען גאר דער עלמא ווי ס'געפונט זיך דער שמש וואס אלע זע'ען לאורו אז דער רבי זכיגעניגע איז גערעכט.

יעצט אפאר שאלות -
א פלאץ ווי מ'פיהרט זיך מיט חוקים קעגען דער תורה איז א בית מינים?
אז מ'געפונט זיך אין א בית מינים און מ'קען נישט ארויסשפרינגען, ס'איז אלס צוגעשפארט, מעג מען גייען פון איין צימער צום צווייטען?
ווען מ'געפונט זיך אין א מדינה וואס אלע איהר געזעצען זענען קעגען תורה, איז דען דא א חילוק צווישען דער געביידער און יענער?

און דער טייטש פון בית מינים ווערט געמאסטען פון שלשידעס תורה'ס צו מיט אדני ההלכה? ווי איז די הלכה אין שו"ע? וואס זאגען די פוסקים דערוועגען? און די קרומע ליטוואקע'ס דער חיי אדם צו דער משנה ברורה האבען וואס צו זאגען אויך?

נאך א שאלה, דער אלקים שלזינגר דער תלמיד פונ'ם חזו"א האט נאך אנדערע תורה'ס נאכצוזאגען פונ'ם חזון איש? ער האט א פשט אין א תוס' פון איהם אויך? אדער נאר בענין בחירות? די אלע טויזענטער מענטשען וואס האבען געהערט פונ'ם חזו"א אז מ'זאל יא גייען זענען נישט קיין תלמידים?

עפל סיידער » דינסטאג סעפטעמבער 9, 2014 2:17 pm

· #222518
I'm back
דער מורה הוראה איז יא א חלק פון כולי עלמא?

יא

Buddy » מאנטאג פעברואר 4, 2019 9:56 pm

· #423896
ענדליך הייבט מען אן צו צונעמען די טעלערלעך אויף קליין געלט..
ליטוואק פון בודאפעסט
אפשר האנדעלט מען גאר דער עלמא ווי ס'געפונט זיך דער שמש וואס אלע זע'ען לאורו אז דער רבי זכיגעניגע איז גערעכט.

יעצט אפאר שאלות -
א פלאץ ווי מ'פיהרט זיך מיט חוקים קעגען דער תורה איז א בית מינים?
אז מ'געפונט זיך אין א בית מינים און מ'קען נישט ארויסשפרינגען, ס'איז אלס צוגעשפארט, מעג מען גייען פון איין צימער צום צווייטען?
ווען מ'געפונט זיך אין א מדינה וואס אלע איהר געזעצען זענען קעגען תורה, איז דען דא א חילוק צווישען דער געביידער און יענער?

און דער טייטש פון בית מינים ווערט געמאסטען פון שלשידעס תורה'ס צו מיט אדני ההלכה? ווי איז די הלכה אין שו"ע? וואס זאגען די פוסקים דערוועגען? און די קרומע ליטוואקע'ס דער חיי אדם צו דער משנה ברורה האבען וואס צו זאגען אויך?

נאך א שאלה, דער אלקים שלזינגר דער תלמיד פונ'ם חזו"א האט נאך אנדערע תורה'ס נאכצוזאגען פונ'ם חזון איש? ער האט א פשט אין א תוס' פון איהם אויך? אדער נאר בענין בחירות? די אלע טויזענטער מענטשען וואס האבען געהערט פונ'ם חזו"א אז מ'זאל יא גייען זענען נישט קיין תלמידים?

אוי זאגסטו גוט! זעה דיpdf

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 5, 2019 3:17 am

· #423918
ישראל קאפקע
ליטוואק פון בודאפעסט
יש לחלק בין הצאנזער רב ל'ממשיך דרכו' בעל דברי יואל, אדער בין מאשין מצות און כנסת, אדער אריזאנא ווייץ און כנסת? איך בין אין גאנצען פארמישט.

אם אין הבדלה, דעת מנין? 😕

ישראל קאפקע: אויב דו לעבסט נאך. אדער האסטו געלערנט די גמרא נאכ'ן אויסטרונקען א רביעית יין שרף. אדער האט דער וואס האט טרענסלעיטעד די גמרא פאר גרים און בעלי טשיווע געזעהן און געשריבן פארקערט...!

בכל אופן. גיי צוריק צו דיין אדורכגעפרעסענעם מיט שנאת ישראל נארע. ביי די גרעניצן פון פלאשינג און בעדפארד...!

Buddy » מיטוואך פעברואר 20, 2019 4:22 pm

· #424866
שטיצער

Buddy » מיטוואך מערץ 13, 2019 12:09 pm

· #426380

dna ברענגט אונז קיין א"י
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7