☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12343
בלאט: 1 2

שבת אחים » דינסטאג יוני 5, 2018 3:14 pm

· #405013
סקאסט מיר א לאך. איך רייב מיך די אויגן צי איך שלאף נישט. סקווירא נעמט זיך פלוצלינג שרייבן אזעלכע תמימותדיגע שיינע בריווען כאילו זיי בעטן שיינערהייט פאר שלום... און זענען מקרב יעדען איינעם. נאכדעם וואס זיי האבן געפייניקט יעדעם איינעם פאר יאהרן לאנג און פארברענט מענטשען. גערודפט רבנים. זענען זיי נאך שיינע אידן אויך. ט ו ה מ י ר א ט ו ב ה... פלוצלינג זענען זיי אזעלכע ׳אוהבי שלום וצדק״. זיי זענען ממש וויואלע שעפעלעך״, אומשולדיגע תמימותדיגע אידן וואס ווילן לעבן א אפגעזונדערטע לעבן און מ׳דארף זיי נאך ״מחזק זיין״ מיט זייערע רשעות. כאילו זיי האבן קיינמאל נישט פארברענט קיין רעדער, געשאסן פענסטער, געמאכט פאוני קאולס, גערודפט מענטשען, ארויסגעווארפן מענטשען, געצאפט בלוט פון מענטשען, און נאך פארלאנגט פון ״אנדערע רבנים״ ווייל זיי זענען ׳קרובים׳ זאלן אויך פייניגן און זיך צוקריגן מיט די מענטשען וואס זיי זענען צוקריגט און נאכטאנצן זייערע משגעתן. ווייל יעדער ווייסט דאך אז דער סקווירער האט זיך אייביג אנגענומען פאר זיינע קרובים למשל ווען ר׳ מאטעלע האט מוחה געוועהן אויך סאטמאר ביי די ״פובליק סקול״, און די סאטמארע האבן אלץ נקמה ארויפגעלייגט א פייפער און געפיפן א גאנץ מנחה ביי קבלת שבת און פארשטערט ר׳ מאטלע. איז דאך דער סקווירער געוועהן די ערשטע זיך אנצונעמען פאר זיין שוואגער ר׳ מאטעלע... ווער געדענקט דען נישט??? 😕

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 5, 2018 5:29 pm

· #405027
דאס איז א ק\פ פון שאולזוהן. נעם עס נישט ערנסט

ימים ידברו » דינסטאג יוני 5, 2018 6:20 pm

· #405039
צו מיסטער אינטערסאנט, על אחת ואחת, בימי רבינו יעקב יוסף זי"ע האט מען געקענט גיין אויף וועליכע זייט מען האט געוואלט סיי מענער סיי פרויען, ס'נישט געווען אזא זאך, סוי דריי מיר נישט אין שמיציג, אז מיר ווילען האלטען די 60 יעריגע טראדיציע,
בימינו אלה, ווייס איך בידוע, פון צענדליגער סקווירא אינגעלייט, פונעם שטעטיל וואס אינמיטען שלוש סעודות, ווען דער רבי ציט אויס בהאי תכה און בהיא שתא, ווי א גאטשע בענדיל , וואס שטייען און די ליניעס ביי טיאטערס און פיל מער אומווערדיגע מקומות, ווייסט פארוואס? איינס ווייל זיי האבען א יצר הרע, אבער עוד יש דברים בגוי! פון פאפא און וויזניץ איז אויך דא א יצר הרע, און סנישטא אזוי פיל ליידער טיאטער גייערס, פארוואס?
ווייל די אידען זענען נעבאך געפאניגט בשליחתך פון א רעזשים, וואס הייסט מ' ב' און נאך שמות הנרדפים, וואס פייניגען אידען פאר נישט דאווענען אין בית המדרש, וכדומה, זאלסט וויסען ווען די אינגעלייט וואלטען ווען געווען איבערגעצייגט אז די רבי מיינט עס אמת'דיג ערענסט, בלב ונפש כאטש אזוי ווי ער האט ליב געלט און כבוד... און פאויער... וואלטען זיי אפשר רחמנות געהאט, זיי ווייסען און די בהמה אינטרעסאנט אויב די ביסט נישט די אדמור אליינ'ס ווייסט און מ ב ווייסט אז ער מיינט נישט נאר אני ואפסי ואין עוד....
ער ניצט דעם טאטען, ווען ער וויל ווי ער וויל און ווי אזוי ער וויל, ס'מיינט נישט קיינעמ'ס רוחניות און אוודאי קיינעמ'ס טובה בגשמיות. אלעס דרייט זיך ארום איך מיך זיך,
ווען ער וועט באקימען א גרעסערע טוי, דורך יא לאזען מאכען בתי מדרשים , וועסטו הערען פון דעם רשע הערצל ימ"ש הינדרעט ביאורים פארוואס ממוז בימינו אלה יא האבען נאך בתי מדרשים, און פון רי"י בראמ"מ וויפול חכמה עס ליגט און דער נייע מהלך, אבער היות ער איז נאך נישט אויפגעקימען מיט א בעסערע וועג פון פאויער און קאנטראל, ליידען נעבאך אידען, און וואס איז דאס גורם הינדרעטער אידען פאלען ארויס פון א גרויסע סיסטעם און דאווען נישט לערנין נישט טוען נישט אן קיין תפילין און גייען און טיאטער,
וואס אויף די אלע עבירות וועט מען אין בית דין של מעלה דן זיין דעם איד, און מ'וועט אים געבען שכרו הטוב.. אבער דער אדמור מיט זיינע משרתים הרשעים וועט מען אויסטוען די שטיוועל מיט די בעקיטשעס און אריינפראקען הייסע מכות פאר זיין א חוטא ומחטיא הרבים, מיט שיינע לשונות, אחדות , טאטע, שינוים, וואס ער וועט זיך דארט שעמען צו זאגעון זיינע בויך ווערטליך פאר די בית דין של מעלה, און ווער עס גלייבט נישט, איז ווייל די גאנצע מעשה איז שקר מהאט א מנהיג כולו שקר, רעד נישט ארויס א ווארט אמת, לערינט אויס יעדען צו פאפען זיך מיט די שוויגער מיט די ברידער און שוועסטער, א גאנצע טאג מיינט ער מיט ווערטליך און חכמה'לך קען מען זיגען,
דוד'ל מציצה, דיין צייט איז פארביי, יא און יאס ווען די ביסט געווען זייער קיוט האסט געמאכט דזשויקס און דיין מאמע טראנע האט זיך מיט די געטשאטקעט, נאו מאר, היינט ביסטו באלד אכטציג יאר, די גייסט געבען דין וחשבון אויף יעדע בין אדם לחבירו, די מיינסט אהרן יודל סיגעל'ס בליט איז נישט רויט? די מיינסט אז ס'הפקר וועלט, די מיינסט אז דארט ווייסט מען נישט פינקטליך דיין מצב און אידישקייט, ווי ערינסט די לערינסט און דאווענסט, וואס מיינט איר,
הא הא הא, כהאב אזוי גיט אפגעטון שראליק, כהאב באזיכט ביי חיים יושע, דער שראליק פלאצט ממש אוועק, הא הא הא, לאמיר אייך זאגען חיים יושע ווייסט נישט וואס די האסט געוואלט ער ווייסט איין זאך, די ביסט נישט געקימען צו אים, ווייטער שראליק לאכט אין די פויסטען נעבאך א פעטער אכטציג יאר שפילט זיך ווי א פיר יעריגע בעיבי, און א וודאי ביי כל חמירא מיינט ער די יצר הרע זיכער מיליאן פראצענט, פרעג נאר הערצל,
דוד'ל עס איז טיים אויסצווואקסען, עס אזי דא א עכטע וועלט, מיט עכטע פראבלעמס, נעם קעיר פון דיינע בויעס, וואס דארפען באמת א גיט ווארט, טראכט פון צרכי בני ישראל, טראכט פון אידען וואס דארפן שידוכים און צווינג זיי נישט דייקא מיט היימישע, ווייל אולי וועט מען מער נישט קימען צו דיין צירקיס שמחת תורה, טראכט איין מיניט וואס איז יענעם טובה,
די בעבישע שטיקלעך איז נאר גורם אז דיינע אייגענע שטוב מענטשען טראכטען דאס איז א רבי. א מנהיג?
אפשר איז דאס אויך געווען חס ושלום די פרידיגע צדיקים מאן יימר אז נישט?
טראכט נישט נאר פון דיינע אינטערעסן, טראכט פון איין איד איינמאל טובותו, וועט איר זוכה זיין לשוב אל ד' און וירחמיהו,
און איר וועט טוען די קליגסטע זאך מיט יא מאכען צען בתי מדרשים און טיילען פאר יעדען קינד אייערע א בית מדרש מיט א פרנסה, וואס ווילט איר אז אלע אייערע קיען זאלן נאר דינען איין אהרן מענדל? און אלע אנדערע זאלן אויסגיין פאר הינגער פארוואס?
מאך אויף אויף קלינטאן א בית המדרש און שטעל איצי, מיט א דיין וועלוול דיין מיט א ראש הקהל דארט וועט מען דאוונען שנעל אזוי ווי איצי האט מער ליב נישט צו ציען ביים דאווענען, ווייטער מאך נאך איין בית מדרש פאר יעקב יוסף א וויתוקן מנין ווי מוועט דאוונען מער פאמעליך זייענדיג מער נאנט צו בוכ"ע און אזוי מאך א שטיבעל פאר חיים מאיר מיט זיין דף היומי שיעור זאל ער מער לערנין גמרא תוס' מיט א טיפקייט,
ווייסטו וואס דיין טאטע מיט די שבעת הרועים וועלן די דאנקען אוי ווי שיין וועט זיין ווען יעדער סקווירא יליד וועט זיין מיסוד מיט א משפיע רוחני און א בית מדרש כרצונו,

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 5, 2018 6:22 pm

· #405041
סקווירא רבי ז''ל איז אנטלאפן פון שטאט, יעצט ר' דוד דו אנטלויף ווייטער! צייט צו הייבן פיס. פאר צוריק קיין רוסלאנד. מאסני שפרייט זיך אויס, ס'נישטא קיין שום תירוץ צו האלטן דיין מייל פאר דיר, יעדער מעג טון וואס ער וויל קיינער איז נישט משועבד פאר דיינע האנטוכער.

שבת אחים » דינסטאג יוני 5, 2018 9:12 pm

· #405065
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז א ק\פ פון שאולזוהן. נעם עס נישט ערנסט


איך גלייב נישט אז שאולזאהן האט דאס געשריבן. ער האט עס לכאורה נאר גע׳שעירט. דאס איז קלאר נישט זיין כתב. איך קען זיין אידיש. איך קען זיין לשון, זיין רוסישע-חבדסקר ספעלינג און גרעממאר. איך פלעג ליינען שאולזאהן׳ס צייטונגען בימים ההם ווען ער פלעגט נאך ארויסגעבן זיינע אידישע צייטונגען. היינט קוק איך נאר אמאל א-יובל וואס ער האט צוזאגן. ער איבעלט מיך. איך גרויל מיך פון אים... איך האלט נישט די ״סקווירער העדקוואטערס״ האט עס געשריבן, לכאורה א ״נאאיווע סקווירע לעמעלע״ האט עס געשריבן. ווייל ביי זיי איז נישטא אזא זאך ווי זיך אפעציעל פארענטפערן אדער זיך אנטשולדיגן אדער לכה״פ זיך מסביר זיין פאר די גאס, און פארלייגן זייער זייט. סאיז נישטא אזאנס אין סקווירא. זיי גייען גראד מיטן קאפ אין וואנט אריין און אז די רבי האט עפעס גוזר געוועהן, אפילו ס׳מאכט נישט קיין טראפ סענס, און סאיז נישט אויסגעהאלטן ע״פ תורה מוז זיין אז אזוי וויל מען פון הימל... און סווערט גלייך פארעכנט פאר ״תורה מסיני״ און מלחמת ה׳ בעמלק און אלע חסידים דארפן דאס נאכטאנצן. דאס איז איינע פון די סימנים פון א ריכטיגע ״קולט״... סקווירא איז א קולט... נישט קיין חילוק וואס די רבי זאגט וועלן זיי אלע טאנצן אין פייער...

אינטערעסאנט » מיטוואך יוני 6, 2018 12:55 am

· #405086
ימים ידברו
צו מיסטער אינטערסאנט, על אחת ואחת, בימי רבינו יעקב יוסף זי"ע האט מען געקענט גיין אויף וועליכע זייט מען האט געוואלט סיי מענער סיי פרויען, ס'נישט געווען אזא זאך, סוי דריי מיר נישט אין שמיציג, אז מיר ווילען האלטען די 60 יעריגע טראדיציע,
בימינו אלה, ווייס איך בידוע, פון צענדליגער סקווירא אינגעלייט, פונעם שטעטיל וואס אינמיטען שלוש סעודות, ווען דער רבי ציט אויס בהאי תכה און בהיא שתא, ווי א גאטשע בענדיל , וואס שטייען און די ליניעס ביי טיאטערס און פיל מער אומווערדיגע מקומות, ווייסט פארוואס? איינס ווייל זיי האבען א יצר הרע, אבער עוד יש דברים בגוי! פון פאפא און וויזניץ איז אויך דא א יצר הרע, און סנישטא אזוי פיל ליידער טיאטער גייערס, פארוואס?
ווייל די אידען זענען נעבאך געפאניגט בשליחתך פון א רעזשים, וואס הייסט מ' ב' און נאך שמות הנרדפים, וואס פייניגען אידען פאר נישט דאווענען אין בית המדרש, וכדומה, זאלסט וויסען ווען די אינגעלייט וואלטען ווען געווען איבערגעצייגט אז די רבי מיינט עס אמת'דיג ערענסט, בלב ונפש כאטש אזוי ווי ער האט ליב געלט און כבוד... און פאויער... וואלטען זיי אפשר רחמנות געהאט, זיי ווייסען און די בהמה אינטרעסאנט אויב די ביסט נישט די אדמור אליינ'ס ווייסט און מ ב ווייסט אז ער מיינט נישט נאר אני ואפסי ואין עוד....
ער ניצט דעם טאטען, ווען ער וויל ווי ער וויל און ווי אזוי ער וויל, ס'מיינט נישט קיינעמ'ס רוחניות און אוודאי קיינעמ'ס טובה בגשמיות. אלעס דרייט זיך ארום איך מיך זיך,
ווען ער וועט באקימען א גרעסערע טוי, דורך יא לאזען מאכען בתי מדרשים , וועסטו הערען פון דעם רשע הערצל ימ"ש הינדרעט ביאורים פארוואס ממוז בימינו אלה יא האבען נאך בתי מדרשים, און פון רי"י בראמ"מ וויפול חכמה עס ליגט און דער נייע מהלך, אבער היות ער איז נאך נישט אויפגעקימען מיט א בעסערע וועג פון פאויער און קאנטראל, ליידען נעבאך אידען, און וואס איז דאס גורם הינדרעטער אידען פאלען ארויס פון א גרויסע סיסטעם און דאווען נישט לערנין נישט טוען נישט אן קיין תפילין און גייען און טיאטער,
וואס אויף די אלע עבירות וועט מען אין בית דין של מעלה דן זיין דעם איד, און מ'וועט אים געבען שכרו הטוב.. אבער דער אדמור מיט זיינע משרתים הרשעים וועט מען אויסטוען די שטיוועל מיט די בעקיטשעס און אריינפראקען הייסע מכות פאר זיין א חוטא ומחטיא הרבים, מיט שיינע לשונות, אחדות , טאטע, שינוים, וואס ער וועט זיך דארט שעמען צו זאגעון זיינע בויך ווערטליך פאר די בית דין של מעלה, און ווער עס גלייבט נישט, איז ווייל די גאנצע מעשה איז שקר מהאט א מנהיג כולו שקר, רעד נישט ארויס א ווארט אמת, לערינט אויס יעדען צו פאפען זיך מיט די שוויגער מיט די ברידער און שוועסטער, א גאנצע טאג מיינט ער מיט ווערטליך און חכמה'לך קען מען זיגען,
דוד'ל מציצה, דיין צייט איז פארביי, יא און יאס ווען די ביסט געווען זייער קיוט האסט געמאכט דזשויקס און דיין מאמע טראנע האט זיך מיט די געטשאטקעט, נאו מאר, היינט ביסטו באלד אכטציג יאר, די גייסט געבען דין וחשבון אויף יעדע בין אדם לחבירו, די מיינסט אהרן יודל סיגעל'ס בליט איז נישט רויט? די מיינסט אז ס'הפקר וועלט, די מיינסט אז דארט ווייסט מען נישט פינקטליך דיין מצב און אידישקייט, ווי ערינסט די לערינסט און דאווענסט, וואס מיינט איר,
הא הא הא, כהאב אזוי גיט אפגעטון שראליק, כהאב באזיכט ביי חיים יושע, דער שראליק פלאצט ממש אוועק, הא הא הא, לאמיר אייך זאגען חיים יושע ווייסט נישט וואס די האסט געוואלט ער ווייסט איין זאך, די ביסט נישט געקימען צו אים, ווייטער שראליק לאכט אין די פויסטען נעבאך א פעטער אכטציג יאר שפילט זיך ווי א פיר יעריגע בעיבי, און א וודאי ביי כל חמירא מיינט ער די יצר הרע זיכער מיליאן פראצענט, פרעג נאר הערצל,
דוד'ל עס איז טיים אויסצווואקסען, עס אזי דא א עכטע וועלט, מיט עכטע פראבלעמס, נעם קעיר פון דיינע בויעס, וואס דארפען באמת א גיט ווארט, טראכט פון צרכי בני ישראל, טראכט פון אידען וואס דארפן שידוכים און צווינג זיי נישט דייקא מיט היימישע, ווייל אולי וועט מען מער נישט קימען צו דיין צירקיס שמחת תורה, טראכט איין מיניט וואס איז יענעם טובה,
די בעבישע שטיקלעך איז נאר גורם אז דיינע אייגענע שטוב מענטשען טראכטען דאס איז א רבי. א מנהיג?
אפשר איז דאס אויך געווען חס ושלום די פרידיגע צדיקים מאן יימר אז נישט?
טראכט נישט נאר פון דיינע אינטערעסן, טראכט פון איין איד איינמאל טובותו, וועט איר זוכה זיין לשוב אל ד' און וירחמיהו,
און איר וועט טוען די קליגסטע זאך מיט יא מאכען צען בתי מדרשים און טיילען פאר יעדען קינד אייערע א בית מדרש מיט א פרנסה, וואס ווילט איר אז אלע אייערע קיען זאלן נאר דינען איין אהרן מענדל? און אלע אנדערע זאלן אויסגיין פאר הינגער פארוואס?
מאך אויף אויף קלינטאן א בית המדרש און שטעל איצי, מיט א דיין וועלוול דיין מיט א ראש הקהל דארט וועט מען דאוונען שנעל אזוי ווי איצי האט מער ליב נישט צו ציען ביים דאווענען, ווייטער מאך נאך איין בית מדרש פאר יעקב יוסף א וויתוקן מנין ווי מוועט דאוונען מער פאמעליך זייענדיג מער נאנט צו בוכ"ע און אזוי מאך א שטיבעל פאר חיים מאיר מיט זיין דף היומי שיעור זאל ער מער לערנין גמרא תוס' מיט א טיפקייט,
ווייסטו וואס דיין טאטע מיט די שבעת הרועים וועלן די דאנקען אוי ווי שיין וועט זיין ווען יעדער סקווירא יליד וועט זיין מיסוד מיט א משפיע רוחני און א בית מדרש כרצונו,


איך האב עס נישט געשריבן, כהאב עס באקומען אויף א גרויפ, אבער איך מיין אז דו טרייבסט אביסל איבער.

ימים ידברו » מיטוואך יוני 6, 2018 11:01 am

· #405137
אינטערסאנט טייערער עס איז זייער אינטערסאנט, אז פונקט ביי דיר איז יענע ארטיקעל אינטערסאנט, און מער אינטערסאנט איז אז מיין תשובה איז הגזמה ממש אינטערסאטנט!

ימים ידברו » מיטוואך יוני 6, 2018 11:02 am

· #405138
אינטערסאנט טייערער עס איז זייער אינטערסאנט, אז פונקט ביי דיר איז יענע ארטיקעל אינטערסאנט, און מער אינטערסאנט איז אז מיין תשובה איז הגזמה ממש אינטערסאטנט!

א-שופר-איז-א-שופר » מיטוואך יוני 6, 2018 12:52 pm

· #405153
רביה''ק זי''ע
דער שאולזאהן איז דאך אזוי זיס, ער באלעקט זיך ממש מיט די שמוץ.


נישט נאר ער, נאר איעדער נארמאלע מעטש זאלען זיך אלע רעבאס און רעבנים הרגנ'ן געזינטערהייט אבי רוב וועלט קען אפאטעמען און לעבען במנוחה

אינטערעסאנט » מיטוואך יוני 6, 2018 2:54 pm

· #405208
ימים ידברו
אינטערסאנט טייערער עס איז זייער אינטערסאנט, אז פונקט ביי דיר איז יענע ארטיקעל אינטערסאנט, און מער אינטערסאנט איז אז מיין תשובה איז הגזמה ממש אינטערסאטנט!


גראדע איז מיר דיינס אויך געווין אינטערעסאנט, כהאב נאר געפילט אז עס איז אביסל איבערגעטריבן וועגן יונגעמענער אין טיאטער, און אז ער איז כולו שקר, איך וואלט נישט געזאגט כולו.

און איך האלט אז מ. ב. האלט נישט אז ער מיינט נישט נאר אני ואפסי, ווען יא וואלט ער שוין לאנג אויפגעגעבען זיין דזשאב, איך האלט אז ער און נאך האלטען אז זיי מיינען עס לשם שמים, ווען נישט וואלט ער שוין לאנג געזוכט א נייע דזשאב.

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 7, 2018 1:12 pm

· #405323
א-שופר-איז-א-שופר
נישט נאר ער, נאר איעדער נארמאלע מעטש זאלען זיך אלע רעבאס און רעבנים הרג'נען געזונטערהייט אבי רוב וועלט קען אפאטעמען און לעבן במנוחה

שטותים! ווען סאיז נאר די רבי׳ס וואס הארגענען זיך ארום ביסטו גערעכט. די סקווירער רודפ'ט דאך סתם מענטשען, ראטטענבערג וואס מ'האט פארברענט איז א רבי?

ימים ידברו » זונטאג יוני 10, 2018 2:14 pm

· #405569
לכל הסרים למשמעתי
איך וויל נאכאמאל איבער זאגען את אשר מצאתי האמת בתוספת נופך לכל המסתעף בפרשת המייל של שיכון סקווירא, וזה החלי בס"ד.
עס אזי דא פארשידענע סיבה'ס פארוואס מען האט געמאכט א איסור פון וואינען און האנדלען קויפען הייזער ארום סקווירא, אדער טעמים פארוואס מען טאר נישט דאווענען און מער ווי איין מנין בימי שבת ומועדי קודש, וואס סקווירא רבי זעלבסט אדער זיינע שליחום זאגען, שליחום איז כולל די בית דין פון סקווירא ראשי קהלה בני ונכדי האדמור, משפיע הישיבה וכו וכו'...
מפ"ק פון די רבי און חצירו ומשרתיו, האט מען געהערט פארשיעדענע נימוקים,
א' רצון אביו מייסד השיכון לדור חוץ ממחנה ישראל
ב' עס שטערט די אחדות פון תושבי השיכון
ג' די הלך ילך אז די שטעטל זאל פארען שיין, איז נאר מעגליך אויב מען פאלגט הוראות האדמור זצ"ל ויבלחט"א שליט"א וואס זיי מיט זייער חכמה פארשטייען וואס קיינער און די גאנצע וועלט פארשטייט נישט, וממילה מי יבוא אחריהם לומר דבר או חצי דבר, ואם הם אמרו שאסור ווער פארשטייט בעסער פון זיי בערך סגנון הזה דרש הרב יעקב יוסף בראמ"מ וחתן הר"י
ד' סקווירא האט געווויסע הנהגות וגדרים סייגים, מיט דעם וואס אידען קויפען הייזער ארום סקווירא ברעכט דאס אוטאמטיש די סקווירא הדרכות, ווי מענער זייט פרויען זייט, הנהגות מיט די פרויען לבוש , פרויען דרייווען, וכו' וכו'
ה' די רבי קען נישט זיצען ראויג אפען בענקל פון אדמור זצ"ל אויב מאיז משנה מהתקנות שיסד, מדברי המשפיע הרב הערצל בדרשתויו
טרם אענה חלקי שכל הנקידות של למעלה הן בדאי! לא הי' ולא נברא, דברים שיצאו מבטן וכו', לו יהא ווען מען זאגט פארן עולם , די הנהגה האט מורא אז אידען וועלן זיך איינגעוואינען מיט א נארמאלע לעבען אנעם רבין מוז מען טוען פעלות צו האלטען די ציבור תחת גפנו של הרבי החרשתי, ווייל יעדער האט דאן די ברירה, און וועם עס געפעלט נישט עפענט מען ברייט די טיר גיי געזינטערהייט נישט אז מטעראאזירט אים ווי ער שטייט און גייט החרשתי, אבער היות ווען איינער וויל גיין מאכט מען אים אן כל מיני טעראר כדרך הקומינסטען, און אנדערע ווערטער וויבאלד איר זענט געבוירען דא זענט איר און א לייף פריזאן לייף סענטענסינג, איר מיזט עסען די קאשע זיפף 3 נאכמיטאג שבת און איר מיזט קידוש מאכען פרייטאג צו נאכטס 11 אזייגער ווייל אייער זיידער א אויבערלענדער איד האט ממלא געווען די רצון פון הרה"ק מסקווירא זי"ע זענט איר מיט אייערע דורות פארשריבען פאר שבתים וימים טובים לעמוד ולשרת ולשמוע קולו בקודש עד שיצא מאפכם, איר וועט נאר טוען שידוכים וואס די רבי וועט אייך פארשרייבען און חלילה איר וועט נעמען א פרעמדען! יא נישט פון ישיבה יונווערסטי, נאר א סעמי סקווירא פאפא אדער מאכניווקא בעלזא, מרדעט נישט נעמען א בחור פון קרית יואל אדער קווינס, נאר א צעלימער איז שוין געניק צו כאפען א פסק ביים שידוך שליסען, און טאמער איר וועט נישט אפנעמען די עפלע 3 פארטאגס ווען איר האט א אינגעל בעבי ביים שלום זכר וועט אייערע פענסטערס פון קאר ווערען אויסגעשאסען, יא די אלע זענען מעשיות שהי',
יעצט וועל איך מיך נעמען צום אויבענדערמאנטע טעמים פארוואס מטאר נישט האבען נאך א מנין,
על א' סתם שקר! בימי רבינו הק' ובימי האדמור שליט"א פיל יארען האט מען אפיציעל גענאכט נאך מנינים ווען איינער איז געווען קראנק מהאט נישט קיינעם געפרעגעט מהאט נישט געדארפט פרעגען סגווען פשוט און קלאר אז די זאך איז אפיציעל בארעכטיגט!
ועל הטענה ב' וואסערע אחדות שטערט דאס? ווען סקווירא האט 4 שטיבלעך אין בארא פארק איז דאס א סיבה אז איינער זאל נישט ליב האבען די צווייטע? זינט ווען? די סטעיטמענט וועעגן פארטייען איז געווען ביי די ווילדיש וואלען האט די רבי ז"ל נישט ליב געהאט אז סווערט גרופעס! אבער בתי מדרשים כל המרבה הרי זה משובח! איי פארוואס מהאט נישט געמאכט בימים ההם, ווייל סהאט נישט אויסגפעלט, עס איז געווען 40 משפחות מיט לויטערע אידען ואוס האבען מער ווייניגער געזיכט די זעליבגע זאך סגעווען א מחי' משא"כ היינט ווען מרעדט פון טויזענטער מענטשען די דריטע פערטע דור וואס ווייסען נשיט וואס איר ווילט פון זיי!
ועל הטענה ג' סתם תיפשות סנישטא מיט וועם צו טענהן
ועל הטענה ד' סקווירא האט הנהגות און מיט דעם וואס קאסאן עפינט א בית המדרש א מייל ארויס פון שטעטל וועט געשעהן וואס? לו יהא עס וואינט אידען וואס זייערע ווייבער גייען לאנגע שייטלעך, אז זיי וואוינען און די מייל וועט זיך די לאנגע שייטלעך עפאכע איבערכאפען קיין סקווירא! פארוואס? אין וויזניץ מאנסי וואינען 1200 משפחות וואס גייען מער פרימטיוו וויי סקווירא פרויען און זיי האבען נישט דער פראבלעם פארוואס? זיי וואינען אין איין הויז מיט סאטמרע און וויזניצע און ליטווישע און סגשעהנט גארנישט! נאר דא איז ממש א צרה חלילה מוועט זעהן די פאפא באס די בית דוד באס! וואס וועט גורם זיין די אנדערע אידען און די מייל, קען איינער דא הערען א זאכליכע טענה?
ועל הטענה ה' וואס די רשעות דיגע דרשה האט גורם געווען די שריפה אויף ראטענבערג, הייסט אזוי אלעס מעג מען טשענדשען, הקפות בימי רביה"ק האט גענימען קארגע צוויי שעה היינט נעמט דאס באלד פיר שעה, מען מאכט הקפות שמיני עצרת ביינאכט זייגער עלעף וואס בימים ההם האט מען שוין די צייט געהאלטען נאך די סעודה, אלעס איז מען משנה טאג און נאכט יעדע זאך איז מען משנה סיי ברוחניות סייי בגשמיות אלעס פאר די באקעוומליכקייט און הנאה פון איין מענטש מיט זיין פאמליע! נאר ווען עס האנדעלט זיך מיט די געברויך און וואילזיין פאר די ציבור דא שרייט בלב ונפש ומאודו די טאטע! וואס האקט איר און קאף? ווען טראכט איר איין מיניט פון די טאטע ווען סנוגע יענעם?
נאר וואס די גאנצע פראבלעם איז איר האט מורה אז טאמער איין איד וועט עסען טשולענט 12 אזייגער נאכמיטאג וועט זיין לעבער זיין נארמאל וועט ער נישט מער ברענגען שקל הקודש איז דא איין עצה נעם אריין אינטער דיין קאנטראל די אלע מנינים און מאך א סוד קיינער וועט נישט פארציילען פאר דיין בעלזער שוואגער אז די זיצט ביים כתר מיט 150 אידען און דעט אלל

לך לך » דאנערשטאג יוני 14, 2018 5:08 pm

· #406054
קוקט אויס סקווירא קריכט אראפ פון בוים
הייטנאכט איז דא א בר מצוה אהרן מענדל'ס אייניקל און מאיז געקומען לאדענען די וויזניצער!!! סא לכאורה וועט ער גיין
כהאף ער ברענגט מיט א אייגענע בענקל, און שטיוועל זאל ננישט פילן די ציפעס

אינטערעסאנט » דאנערשטאג יוני 14, 2018 7:46 pm

· #406068
איך האב דאס באקומען אויף א גרויפ, גאנץ גוט אראפגעלייגט סקווירא'ס זייט, (פאר ווער עס וויל פארשטיין)


מאת סקווערער

מיין טייערער ידיד נפשי כמר - - - מעיר הבירה לאנדאן יצ"ו,

צום אלעם ערשטן, וואס הערט זיך? וואס איז נייעס ביי אייך אין לאנדאן בכלל און ביי אונזער/אייער הערליכע שיינע קהלה קדושה תולדות יעקב יוסף בפרט? ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל גערעדט אויפן טעלעפאן האט דאך אייער שטאט אין די לעצטערע חדשים זוכה געווען צו עפעס וואס איר זענט ביז היינט נישט געווען געוואוינט: לאנדאן האט א רבי, א מנהיג, ביי וועלכע מען קען זיך אביסל אנווארעמען די נשמה אין די פארוואלקנטע לאנדאן. איך האב געהערט פון עטליכע פון מיינע חברים אין ישיבה אז אויך א גרויסע עולם פון אונז איז זיך ממש מחי' דארט יעדע פרייטאג צונאכטס. איך האב אפילו געהערט, אפשר קענסטו מיר עס באשטעטיגן, אז מוה"ר - - - איז דארט ביז פארטאגס... נישט פשוט. בכלל די אחדות און שלום וואס הערשט דארט אין וויזניץ צווישן די ברודער איז ממש א קידוש השם און זיכער א געוואלדיגע נחת רוח פאר זייער הייליגן טאטן, דער אור מרדכי מוויזניץ זצוק"ל, און אודאי אויך פאר זייער זיידן, אונזער הייליגער רבי זכרונו לברכה, זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל אזוי ממשיך זיין ביז משיח'ס טאג.

למעשה פארוואס איך האב זיך גענומען צו שרייבן, הגם מיר רעדן דאך כסדר אויפן טעלעפאן, ווייל איך האב ארויסגעהערט צווישן דיינע ווערטער אז דו ווילסט פארשטיין און ארויסהאבן וואס גייט פאר "צווישן סקווירא און האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א". געטריי צו אונזערע ווירדן און די חינוך וואס מיר האבן באקומען, האסטו נאר איידעלערהייט פרובירט צו דערטאפן, און ווי דו קענסט זיך אליין פארשטעלן רעדט מען ביי אונז נישט קיין הונדערטסטל, און אפילו טויזנטסטל, פון דאס וואס די גאס איז פארנומען – א זאך וואס דו קענסט אפילו נישט איבערגעבן פאר דיינע שכנים און פריינט, ווייל קיינער וועט דיר נישט גלייבן, אבער איך האב געפילט אז עס שטערט דיר זייער, אז מען פרעגט דיר דערוועגן און דו ביזט נישט באקאנט מיט די פרטים צו קענען מקיים זיין דעם ודע מה שתשוב.

האב איך נאך פילע וואקלענישן און קווענקלענישן באשלאסן, לתועלת הענין, דיך מסביר צו זיין אויפן שפיץ גאפל די אומגעהויערע און טיפע ווייטאג וואס מיר חסידי סקווירא האבן, און די אומצוויידייטיגע תביעה וואס מיר פארלאנגען. פאר דיר זאג איך אבער: אויב עס קומט דיר אויס אז איינער פרעגט דיר דערוועגן, זיי אים מסביר איינמאל. איז ער באמת גרייט צו הערן, וועט דאס זיין גענוג. און אויב נישט, איז א שאד יעדעס ווארט. דאס איז א הוראה וואס דער רבי שליט"א האט יארן צוריק געגעבן – טאקע ביי אן ענין וואס איז געווען נוגע אט דעם זעלבן קרייז.

אלזא צום ענין, און איך וועל שטארק פרובירן זיך צו האלטן קורץ און צום פונקט.

פאר אונז, חסידי סקווירא, וואס זענען אויפגעוואקסן דערמיט פונעם וויגל, איז עס נישט קיין חידוש, אבער ווען דו רעדסט מיט א פרעמדן איז זייער וויכטיג ארויסצוברענגען די פשוט'ע אלף-בית: דער רבי ז"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקא איינער אליין, ווען די גאנצע ברייט-פארצווייגטע משפחה ווערט נעבעך אוועקגעריסן ביי די ביטערע מלחמות; נאך אלע וואנדערנישן און מיטמאכענישן קומט מען ענדליך אן אל המנוחה ואל הנחלה – ווען די הויף הייבט אן זיך צואוואקסן און פארשפרייטן אין דעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וואס האט געשפרודלט מיט ערליכע חסידישע אידן, ובראשם גדולי האדמורי"ם ורבנים – וואס געבן אפ דעם רבי'ן ז"ל דעם גרעסטן כבוד; דער רבי ז"ל איז אבער נישט צופרידן, ער וויל א שטעטל פאר זיך, וואו ער קען אויפשטעלן דורות כאוות נפשו הטהורה, לאור קדושת אבותיו, אפגעהיטן און ארומגענומען מיט זיינע מויערן פון קדושה וטהרה און אלע גדרים וסייגים.

עס גייט ביטער שווער, דער שטן פארלייגט זיך אויף יעדן טריט און שריט. די עסקנים קומען מיט פארשלאגן וואס וואלטן געקענט זיין פיל גרינגער און פארמיידן רוב פון די פראבלעמען, אבער דער היייליגער רבי ז"ל איז גרייט אויף די אלע שוועריקייטן: אבי עס זאל זיין אינדרויסן פון שטאט. דאס זענען אלעס טרוקענע פאקטן וואס זענען באקאנט פאר יעדן וואס איז גרייט צו קוקן דעם אמת אין פנים.

דער הייליגער קדוש וטהור, וועלכער איז אלעמאל געשטאנען ווייט פון עניני ממונות, פאלט אריין אין אומדערטרעגליכע חובות, א זאך וואס טרעט אים צו צום געזונט. די קדושה האט געזיגט, די הייליגע שטעטל ווערט אויפגעשטעלט לשם ולתפארת, אבער דער מייסד איז נישט זוכה צופיל צו שעפן נחת; דער רבי ז"ל איז געווארן שוואכער און שוואכער פון די אלע איבערלעבענישן בשעת'ן בויען און פאלט ענדגילטיג אריין על ערש דוי, פון וועלכע ער איז ליידער שוין נישט אויפגעשטאנען.

א איד וואס האט אזוי געלעבט מיט זיין משפחה, זיינע קינדער און אייניקלעך, איז ליידער נישט זוכה צו פירן אונטער די חופה מער ווי די צוויי עלטסטע אייניקלעך. הארט איידערן אריינפארן אין שפיטאל, שושן פורים תשכ"ח, איז נאך איין אייניקל – כ"ק האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א - זוכה אז זיין שידוך-שליסן קומט פאר ביים הייליגן זיידן "צו וועלכער ער איז אזוי מקושר"... קען מען זיך דען פארשטעלן דעם צער פונעם חתן ווען ער זעט זיין זיידן אין אזא שווערן מצב – אלץ ווייל ער האט געוואלט אויפשטעלן א שטעטל, אפגעזונדערט פון אלעס ארום?!

מען פירט אריין דעם רבי'ן אין שפיטאל. ווען דער רבי ז"ל פילט אז די טעג זענען געציילטע, קומט פאר א געשעעניש - וואס ביי אונז חסידים, ווען מען דערמאנט דאס נאר קענען מיר נישט אפשטעלן די פלייץ פון טרערן און שטורמישע הרגשים וואס פלאצן ארויס: דער רבי ז"ל פארשפארט זיך מיט להבח"ל בנו יחידו וממלא מקומו, כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א – א יונגערמאן פון קוים עטליכע אין צוואנציג יאר, וואס גייט פארלירן זיין קרוין, זיין לעבן, זיין טאטן און רבי'ן בלויז פאר דעם איין און איינציגסטן סיבה: ווייל ער האט זיך מוסר נפש געווען אויפצושטעלן א שטעטל פאר די קומענדיגע דורות!!!

טאטע און זון זענען פארשפארט פאר גאר א לאנגע צייט. דער רבי ז"ל געבט איבער די שליסלעך פארן רבי'ן שליט"א און דער הייליגער רבי שליט"א קומט ארויס רויט-פארוויינט. "דער טאטע האט מיר געבעטן", איז דער רבי מגלה: "היט אויפן שטעטל"... די שטעטל פאר וועלכע איך וועל אט-אט אויסהויכן מיין נשמה אין יונגע עלטער פון קוים אכט און זעכציג יאר. דער רבי ז"ל'ס הייליגע צוואה: היט אויפן שטעטל, איך זאל נישט האבן מקריב געווען מיין לעבן אומזיסט... דעם רבי'ן ז"ל'ס לעצטע ווערטער אינעם הייליגן תהלימ'ל: "ונחלתו לא יעזוב"...

איז דען א וואונדער וואס דא גייט פאר?! איז א חידוש אז דער רבי שליט"א – נאכן דורכגיין אזויפיל אין די פארגאנגע יארן, בכלל ובפרט – איז זיך מוסר נפש אז דער הייליגער רבי ז"ל'ס רצון זאל ערפילט ווערן בשלימות?! ניין, עס איז נישט קיין חידוש. בכלל נישט.

און עס איז אויך נישט קיין חידוש פארוואס שלומי אמוני ישראל, פון אלע שיכטן און קרייזן, האבן פארשטאנען דעם הארציגן, אידישן און מענטשליכן בקשה וואס דער רבי שליט"א האט געבעטן מעומק לבו הטהור פון אלע ארומיגע שכנים, אז מען זאל פארשטיין צו די געפילן און געברויכן פון די קרוב צו צען טוינזט נפשות וואס וואוינען דא אינעם שטעטל און זיך אפהאלטן פון קומען דא נעבן אונז. ניין, עס איז אויסדריקליך נישט קיין חידוש. מען רעדט דאך דא פונעם אידישן פאלק, מי כעמך ישראל, וואס איז דא זיך ארויסצוהעלפן איינער דעם אנדערן. בפרט ווען א גדול בישראל, א מנהיג פון טויזנטע אידן, בעט אזא פארשטענדליכע און לאגישע געבעט, פארשטייט מען אז מען שטעלט זיך צו.

דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס אזויפיל אידן האבן פארשטאנען ווען כ"ק האדמו"ר האור מרדכי מוויזניץ זצוק"ל האט דורכאויס די יארן געהאט אזויפיל סארט פארלאנגען און תביעות ווער עס זאל יא קומען נעבן אים; ווער עס זאל נישט אויפשטעלן מוסדות אין מאנסי; ביי וועלכע זמן זאל פייפן וועלכער פייפער, וכו', וכו', וואס נישט דא איז דער פלאץ אויסצורעכענען – ווייל ווען א גדול בישראל בעט א פארשטענדליכע געבעט, פארשטייט מען און מען שטעלט זיך צו, און סקווירא איז טאקע געווען איינע פון די וואס האבן "פארמאכט" א תלמוד-תורה – א שריט וואס דער רבי האט קיינמאל נישט גענומען, נישט פארדעם און נישט נאכדעם – נאר דאן אויפן בקשה פון דעם רבינ'ס שוואגער.

דאס אלעס זענען נישט קיין חידושים. עס איז אבער יא דא איין חידוש וואס מען מוטשעט זיך שוין גאר א לאנגע צייט צו פארשטיין, אבער אן ערפאלג. ווי פארשטענדליך, איז איינע פון די גרעסטע שטערונגען, אויב נישט דער גרעסטער שטער, ווען עס דרייען זיך ארום "בראקערס" אין אונזער דערנעבנדיגע געגנט – וואס רעדן צו די גויאישע שכנים צו פארקויפן זייערע הייזער, און דערנאך עס באזעצן מיט אידן פון מאנסי אדער פון שטאט וואס זוכן צו קויפן הייזער. עס איז נישט מעגליך ארויסצוברענגען אויפן פאפיר ווי ווייט דאס האקט אונטער די גאנצע מערכה.

און דעריבער, ווי-נאר מען האט געהערט אז א בראקער – וואס האט נישט פארשטאנען די חומר הענין – האט אנגעהויבן אריינקומען אין געגנט, האט מען זיך מיט אים פארבינדן, געבעטן, און געווענליך האט דאס געהאלפן. געווען אזעלכע פעלער וואס איז געגאנגען אביסל שווערער, האט מען זיך פארבינדן מיט דעם מנהיג ומורה דרך פונעם בראקער, און ביז געציילטע שעה איז די זאך געווען מסודר. דאס איז געווען נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, נישט ביי איין הויף און נישט ביין איין קרייז. איך האב די נעמען ביי מיר און אויב דו ווילסט דוקא קען איך דיר איבערגעבן בעל פה, ווען מיר וועלן רעדן.

עס איז אבער דא איין בראקער, וואס וויפיל מען האט זיך ביי אים געבעטן און געוויינט איז עס געפאלן אויף טויבע אויערן. און דא זענען מיר געכאפט געווארן אין איבערראשונג שוין חדשים צוריק. דער בראקער איז א חסיד פונעם היינטיגן וויזניץ-מאנסי רבי'ן שליט"א. אבער נישט סתם א חסיד צווישן די הונדערטע חסידים, נאר טאקע א נאנטער מקורב. א שטיק צייט צוריק, ווען נאך זייענדיג רב אין וויזניץ-מאנסי האט דער וויזניצער רבי אפגעראכטן א שבת התאחדות פאר נדיבי לב, לטובת די וויזניצע מוסדות, איז עס געווען דער אויבנדערמאנטער בראקער וואס האט אלעס אראנדזשירט.

האט מען געטון ווי מען האט געטון מיט אלע אנדערע רבנים, גאונים און אדמורי"ם, זיך פארבינדן מיט האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א און אים מודיע געווען אז זיינ'ס א יונגערמאן שטערט אונז זייער און מיר בעטן בכל לשון של בקשה ער זאל אים זען אפצושטעלן. מיר זענען געווען זיכער אז א זאך וואס איז א מילתא דפשיטא אפילו ביי די וואס האבן נישט קיין פערזענליכע שייכות מיט סקווירא און מיטן רבי'ן, וועט זיכער גיין ווי געשמירט מיט'ן רבינ'ס פלומעניק און מחותן. מען בעט דאך בסך הכל ער זאל צוהעלפן די לעבנ'ס-פראיעקט פון זיין הייליגן זיידן ז"ל...

ווי שאקירט זענען מיר אבער געווארן ווען דער תירוץ איז געקומען: "איך האב פרובירט, ער וויל נישט, איך קען גארנישט טון"... איך דארף דיר נישט זאגן וויאזוי מיר האבן געפילט. מען האט פרובירט איינמאל און נאכאמאל, אבער אלעמאל איז דאס מער ווייניגער געווען די אנטווארט. נו, וואס קען מען טון?! האט מען געשוויגן. מען קען דאך נישט מער ווי בעטן. אז א איד זאגט ער האט פרובירט און ער קען נישט, וואס איז שייך צו זאגן. טראץ וואס עס האט יעדער זייער גוט פארשטאנען אז ווען דער בראקער זאל באמת פילן אז ער טוט וויי זיין רב/רבי - ווען ער איז מצער זיין עלטערע פעטער, וואס איז קוים מיט א יאר צוריק דורך אזא שווערע דורכגאנג – וואלט עס זיכער משפיע געווען; און הגם מען האט קלאר צוריקגעהערט אז דער בראקער האט זיך אויסגעדרוקט צו זיינס א חבר: "דער רב האט מיר אריינגערופן, געבעטן איך זאל אפלאזן סקווירא, אבער איך האב אים מסביר געווען מיין צד און ער האט מיר פארשטאנען"... האט מען פארט פרובירט מלמד זכות זיין אז אפשר האט ער טאקע נישט קיין ווארט אויף אים  [ - און לויט די דעמאלטסדיגע סיטואציע אין די קהלה פון וויזניץ-מאנסי האט מען טאקע נישט געקענט וויסן ווי ווייט ווארט ער האט], און צו דעם איז נאך צוגעקומען דער פאקט וואס מען האט צוריקגעהערט, אז פערזענליך פאר יונגעלייט וואס זענען געקומען פרעגן האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א וועגן זיך ארויסציען אין אונזער געגנט האט ער שטארק אפגערעדט דערפון [– א זאך וואס אויב איז דאס אמת זענען מיר באמת מכיר טובה, אפילו לעת עתה], איז מען דעריבער אנגעגאנגען ווייטער, און כאילו ווי פארגעסן דערפון.

האט אבער פאסירט עטליכע וואכן צוריק א פאסירונג וואס האט אונז אנגעגאסן מיט קאלט וואסער און פעסטגעשטעלט אז די אלע לימודי זכות וויאזוי דער איינציגסטער בראקער וואס טרעט נישט אפ - איז פון יענע הויף, איז פשוט געווען א נאאיווקייט פון אונזער זייט, וואס האבן נישט געקענט זען קיין שלעכטס ביי אייגענע משפחה. דאס איז געווען דער ביקור וואס האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי האט אפגעשטאט אין הילקרעסט ביי האדמו"ר ר' נפתלי הערש ראטטענבערג מקאסאן, וועלכע וואוינט ליידער אין א הויז וואס איז פארשמירט מיט בלוט פון אונזער הייליגן מנהיג זצוקלה"ה און איז א מעסער אין הארץ פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א און זיינע טויזנטע חסידים וואס זענען מקושר בלב ונפש. און דער באזוך איז שוין געקומען נאכן קלאפן א מזוזה ביי א באקאנטער וואס האט זיך אויך ארויסגעצויגן הארט נעבן אונז – מסתמא אויך איינער אויף וועם ער האט נישט קיין ווארט.

די לעגיטימאציע וואס דאס האט געגעבן דארף איך דיר נישט אראפלייגן, און פון יענעם טאג און ווייטער האט אנגעהויבן ארויסקומען גליונות אין וועלכע מען געבט איבער מיט פאטאס איבער די געוואלדיגן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א, וועלכער האט געווינטשן פאר האדמו"ר מקאסאן ער זאל זוכה זיין מרבה זיין גבולי הקדושה (א ברכה וואס ווערט קאטעגאריש געלייקנט דורך דעם וויזניצער הויף), און אזוי אויך רופט מען דעם ציבור זיך צו קומען אריבערציען, און צום ערשטן מאל קען מען צולייגן: היות וואס "רבני ומנהיגי הדור, זענען שטארק מחזק און מעודד דעם הצלחה פון דעם געגנט, און זענען מייעץ אינגעלייט צו קויפן דארט הייזער און זיך קונה שביתה זיין דארט"... – א זאך וואס איז נישט בייגעפאלן צו שרייבן איידער דעם אויבנדערמאנטן באזוך, היות וואס עס איז געווען זייער קלאר ביי יעדן אז "אלע" רבנים און אדמורי"ם האבן זיך געשטעלט צום רבינ'ס האנט און טוען וואס נאר אין זייער מעגליכקייט צוצוהעלפן ערפילן דעם הייליגן רצון. נו, קענסט דאך אודאי דעם משל פון דעם אמבטי' רותחת וואס יעדער ציטערט און איין איינער קומט און מאכט עס קאלט... וואס אויף דעם זאגט די תורה: "לא תשכח". מיר קענען יעצט מיט רעכט נוצן די ברכה פון "והיה בהניח ה"א מכל אויביך מסביב, בארץ אשר ה"א נותן לך נחלה לרשתה"...

און ווען צו דעם קומט נאך צו וואס די ראשי הקהלה פון סאטמאר געבן איבער, אז בשעת מען האט געהאנדלט מיט זיי איבערן שטח וואס מען האט אפגעקויפט דא אויף 'וויליאמס', האט מען זיך געהאלטן אין איין פארבינדן מיט זיי פון וויזניץ-מאנסי און זיך געבעטן אז מען זאל נישט נאכגעבן פאר סקווירא, איז אונז זייער שווער צו טרעפן לימודי זכות און ממתיק זיין אז מען איז גרייט צו טון ממש אלעס צוצוהעלפן...

"וואס האב איך געקענט טון?" האלט דער וויזניץ-מאנסי רבי אין איין פרעגן די פארגאנגענע וואכן ( - ווען ער רעדט מיט אזעלכע וואס זענען נישט באקאנט מיט די פרטים וואס דא גייט פאר. ווען עס קומט יא איינער מטעם סקווירא, און אפילו מיט א דירעקטע שליחות פון רבי'ן שליט"א, וואס וויל דורכשמועסן מיט אים דעם ענין און מסביר זיין וואס טוט וויי און וואס מיר ווילן אויף ווייטער – איז די ענדגילטיגע תשובה: "איך וויל נישט רעדן וועגן דעם"...) "ער איז געקומען צו מיר פיר מאל. זאל איך נישט צוריקגיין צו אים א באזוך?!"

אונזער תשובה אויף דעם איז אזוי: עס האט קיינער נישט פארלאנגט אז מען זאל אפהאקן אלע באציאונגען מיט אים, אדער נישט רופן אויף קיין משפחה שמחות... מיר פארשטייען זייער גוט אז מיר קענען זיך אויף דעם נישט רישן. אבער אזויפיל האבן מיר קליפ און קלאר יא ערווארטעט, אז ווען עס קומט צוריק צו גיין א באזוך צו ר' נפתלי הערש, זאל מען אים קלאר שטעלן, אז מען וועט קומען וואו נאר ער וועט זיך אויפהאלטן, אבער "אין א הויז אין א געגענט וואס טוט אזוי וויי מיין פעטער שליט"א, און איז א דירעקטע שטער צו די הארעוואניע פון מיין זיידן ז"ל, פארשטייט איר אליין אז איך קען נישט אריינטרעטן"... [קען זיך איינער פרובירן פארשטעלן וואס וואלט געווען ווען דער רבי שליט"א גייט בשעתו באזוכן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין די בנינים פון "שערי חמלה"?! – וואס דארט איז עס נישט געווען קיין פערזענליכע שטער, נאר אן עוולה וואס מען האט געזען אין דעם ווייטן קרית יואל]

"איך האב נישט געוואוסט עס וועט אזוי וויי טון פאר סקווירא. איך וואלט עס קיינמאל נישט געטון", זאגט דער וויזניץ-מאנסי רבי אויפריכטיג. שיין צו הערן, אבער דא איז נישט קיין ענין וואס מען פארלאנגט אן איבערבעטונג. יעדער וואס איז אביסל באקאנט אין אונזער היסטאריע מיט וויזניץ-מאנסי ווייסט אז די גאנצע געשעפט פון: האסט מיך וויי געטון, בעט מיך איבער, איך בין יא מוחל, נישט מוחל - האט נישט פארנומען קיין שום ארט ביי אונז. אפילו ווען עס איז געקומען צום רבי'ן פערזענליך האט מען קיינמאל קיין עסק נישט געמאכט. נישט ווען מען האט זיך אויסגעדרוקט צווייפלדיג אויב דער רבי האט נאך זכות אבות, ווייל מען האט צובראכן די טעלעוויזיע ביי הרה"צ ר' יעקב יוסף'ס חתונה; נישט ווען מען האט מסביר געווען דער טעם פארוואס די געריכט האט זיך פארלייגט אויף אונז – ווען מיר זענען דורך דעם ביטער שווערער תקופה מיט די רעגירונג, און אויך נישט ווען מיר האבן חוטא געווען צו שתדל'ן פאר פדיון שבויים. געווען פעלער וואס נאך יענעם מוצאי שבת איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף משפחה שמחות און געשמאק פארברענגט אינאיינעם.

אזוי אויך געדענקען מיר נישט יעצט אנדערע ווייטאגן פון די פארגאנגענע יארן. מיר געדענקען נישט יעצט ווי מען איז געטאנצן אויף אונזער בלוט ווען מיר זענען דורך די "ברענעדיגע" תקופה, און יעדע פאר מינוט זענען געקומען נייע סטראשונגען וועגן מחאות, און פארלאנגען וואס אלץ מען ערווארט פון אונז, א שטייגער ווי גיין מבקר חולה זיין אין שפיטאל, וכו', וכו', אשר אין כאן המקום להאריך. עס ליגט אונז יעצט אויך נישט אין זכרון ווי האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א האט זיך אריינגעלייגט לייב און לעבן צו טרעפן שידוכים פאר מוסרים ומלשינים וועלכע זענען אונז דערגאנגען די יארן און אריינגעגעבן קלאגעס קעגן רבינו שליט"א – ביז זיינס א יונגערמאן, ביי וועם דער רב האט שטארק גע'שתדל'ט צו טון עפעס דערוועגן, האט זיך נישט געקענט באהערשן און מיט פארדרוס געפרעגט: "פאר די מוסרים זאל איך ארבעטן?!"

מיר האבן זיך אויך קיינמאל צווויסן געטון פון דער פאקט אז די עטליכע נחשלים וועלכע זענען נפלט געווארן פונעם ענן, האבן אלע געטראפן א אפענע טיר און אפענע אויערן, ביז אזש שידוכים פאר די קינדער, דארט ביי אים אין הויף... נו, דארט איז מען דאך מקרב רודפים – אנטשולדיגט: נרדפים? מורדים? נמרדים? איך בין שוין אינגאנצן צומישט... מען דארף מברר זיין ביי די היסטאריקער...

און אין זאג דיר עס, מיין טייערער חבר, מיט אן אמת: מיר האבן באמת פארגעסן פון די אלע זאכן, און אנגעהויבן א פרישע בלעטל. עס שטייט דאך פארט אז "העולה לגדולה מוחלין לו על כל עוונותיו", און ווי יעדער קען מעיד זיין האט זיך עס אנגעהויבן אזוי שיין, אזוי ווארעם, אזוי ליבליך. סיי ביי די לויה זעלבסט, ווען אונזערע עסקנים האבן זיך אזוי אוועקגעגעבן צוצוהעלפן מיט וואס נאר מען קען – אויף וועלכע האדמו"ר שליט"א האט הערצליך באדאנקט ביי די שבעה; ווייטער ביים ניחום אבלים, ווען דער רבי האט אזוי משפחה'דיג פארבראכט א לאנגע צייט מיט נאסטאלגישע זכרונות; דערנאך ווען האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א איז געקומען א באזוך ביים רבי'ן שליט"א – וואס אפגערעדט פונעם רבי'ן שליט"א, אבער אפילו דער גאנצער עולם האט אזוי מיטגעלעבט דעם שיתחדש המלוכה און אזוי ארויסגעקוקט, און קוקט נאך ווייטער ארויס, עס זאל וואקסן און בליען לתפארת אבותיו הקדושים. די זעלבע ווען האדמו"ר שליט"א איז געקומען ביי די שמחת הנחת תפלין פון רבינ'ס אייניקל, האט עס אויסגערופן אזא געוואלדיגע התרגשות ביים גאנצן ציבור, מען האט אים באלד מכבד געווען מיט א שיינע רביש'ע שטול – ווי עס פאסט, און עס האט זיך פארצויגן הארציגע שמועסן מיטן רבי'ן שליט"א – ווי עס קענען עדות זאגן די גבאים און מקורבים וואס זענען דערביי אנוועזנד געווען.

ממילא, "איך האב יא געוואוסט, נישט געוואוסט", דאס איז נישט דער נושא דא. מיר פרובירן מיט אלע כוחות צו היטן אויפן שטעטל פונעם מייסד דעם רבי'ן ז"ל, און יעדער נארמאלער פארשטענדליכער מענטש האט פארשטאנען אז היות וואס דארט טוט מען וויי סקווירא, שטייט מען ווייט דערפון. דאס איז יעצט געבראכן געווארן. מיר זענען געשעדיגט געווארן. און מיר דארפן אויסדריקליך אז דאס זאל ווערן פארראכטן.

מיר דארפן נישט קיין התנצלות און מיר באגנוגען זיך נישט מיט קיין פארווע פארוואסערטע ווערטער. מיר דארפן תכלית. דער בראקער זאל אפהויערן פון אונזער געגנט, און עס זאל זיין קלאר, אן קיין ספיקות, ביי יעדן איינציגסטער איד אויפן כדור העולם אז האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א האלט אויך פונקט ווי אלע אנדערע רבנים און גדולים, אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו קומען וואוינען אין אונזער גלילות, און דעריבער גייט מען נישט קיינע באזוכן ביי הייזער וואס גייען קעגן דעת קדשו. הא ותו לא.

ווילאנג דאס וועט נישט פאסירן, וועט יא זיין א שטארקע טיפע אומהיילבארע ווייטאג. וואס וועט נישט זיין? עס וועלן נישט פליען קיין סאדע באטלעך פון די פענסטער ווען האדמו"ר שליט"א וועט קומען אויף שמחות; עס וועלן נישט שטיין רייען פון קינדער וועלכע וועלן שרייען לאכן און שטופן דעם קאר ווען האדמו"ר שליט"א גייט און קומט; עס וועלן נישט זיין קיין קופקעס מעתה ועד עולם אין די ישיבות און כוללים, וואס וועלן דוסקוסירן און פאליטיזירן טאג און נאכט, און נישט יעדע וויזניץ-מאנסי איד וועט ווערן אויפגענומען מיט האס און שנאה. ניין, די אלע זאכן וועלן נישט זיין. די אלע וואס שמעקן פולווער פון מחלוקת וועלן זייער שנעל אנטוישט ווערן, און ביי די שמחות אין משפחה וועלן אלע אנטריסטעט ווערן ווי אלעס וועט זיך פירן ווי געווענליך, על צד היותר טוב.

אבער, ווילאנג דאס וועט נישט פארראכטן ווערן, וועט בלייבן טיפע ווייטאג, און א שטאנדהאפטיגע תביעה. דאס, און נישט מער. דערווייל וועלן מיר זיך מחזק זיין אין ממלא זיין דעם רצון פון רבי'ן ז"ל, מוסיף זיין אין תורה ועבודה, זיין ווייטער אפגעהיטן בקדושה וטהרה מיט אלע גדרים וסייגים, און אונזערע תלמידים ותלמידות וועלן ווייטער מקדש זיין שם שמים!

און מיר קוקן ארויס, לעכצן און זענען מתפלל, אז מען זאל בסך הכל פארשטיין וואס מיר בעטן, פאררעכטן וואס מען האט קאליע געמאכט, און העושה שלום בין שביבים ורביבים, הוא ימלא רחמים טובים וקרובים להושיע ולהרגיע, להבטיח להניח כל קהלות הקודש, און דאן וועט זיין ומראשיהם ייטיב אחריתם, די קירבה און נאנטשאפט וועט זיין אויף אזעלכע שטאפלען, ווי קיינמאל בעפאר. הלואי, מי יתן...

ווי עס שרייבט מיט ווייטאג און האפענונג

דיין חבר מאז ולתמיד

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 14, 2018 8:48 pm

· #406077
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
וואו! א כוואליע פון ווערטער, אלס אויף צו פארדעקען די שטינק פון זיין כוונה.

דער סקווערער רבי איז געשטארבען צוליעב דער שטעטעל?! א נייע חידוש פון תשע"ח! הייסט׳ס נישט דער הילקרעסטער רבי בויט אויף זיין בלוט, נאר דער שטעטעל אליינס שטייט אויף זיין בלוט. אלע יארען, וכן איתא כמדומני אין זייער פראפאגאנדא בוך, בקדושה של מעלה, האבען זיי געזאגט אז ער איז געשטארבען ווייל מ׳האט נישט מסכים געווען אז די אלע נערסעס אין שפיטאל זאלען זיין מאנספארשוינען. וואס איז יעצט געשען? (אגב אורחא, דאקטוירים דעמאלס און היינט זאגען אז איבערזאלצען דער עסען איז גאר שעדליך פאר די הארץ. א קליינעם לאך אין גוף איז א גרויסע לאך אין די נשמה)

און דאס פארגעסען אלע מעשהס פון יארען צוריק, תוך כדי אן אויסרעכענונג פון אלע פרטי פרטים, איז נאך א שטיקעל גיפט פון די ׳איידעלע׳ נשמה דא.

דער עיקר איז אבער וויאזוי מ׳איז ׳מסביר׳ פאר רבנים אז זיי זאלען ׳פאדערען׳ פון זייער מענטשען אפצוטרעטען.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יוני 14, 2018 8:55 pm

· #406078
איך ווייס נישט צי דער סקווירע רבי ז"ל איז געשטארבן וועגן דעם שטעטל, איין זאך ווייס איך, אז מיין עלטער זיידע איז געשטארבן ווייל מ'האט איהם פארברענט, און טויזענטער מענטשן זענען שוין געשטארבן ווייל מ'איז זיי דערגאנגען די יארן. דאס מיינט אז מ'דארף אויפהערן צו פארברענען און רודפן מענטשן?! ח"ו!

לאנג לעבן נארט קאריע, לאנג לעבן קים יאנג און, דוד מלך ישראל חי וקים.

גר ותושב » דאנערשטאג יוני 14, 2018 9:09 pm

· #406079
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
דאמירן בעלמא גערעדט אין די וועלט אריין.
ער קען איבער זאגן צוואנציג צאל פארשטענדליכע בקשה אבער עס נאך אלץ נישט ווערן פארשטענדליך.

היכי דמי » דאנערשטאג יוני 14, 2018 10:04 pm

· #406080
הער איך אז וויזניץ מאנסי רבי באטייליגט זיך איצט אין סקווירא ביי א בר מצוה, איז די מחלוקה פארטיג?

מפיל קינד » דאנערשטאג יוני 14, 2018 11:27 pm

· #406083
גר ותושב
דאמירן בעלמא גערעדט אין די וועלט אריין.
ער קען איבער זאגן צוואנציג צאל פארשטענדליכע בקשה אבער עס נאך אלץ נישט ווערן פארשטענדליך.

אלעס ארום איז זייער פארשטענדליך, אבער דער יסוד פון דעם פראבלעם פעלט.

1. עס האט גארנישט מיט האדמו''ר מסקווירא זצוק''ל. עס איז אן אייגענער חידוש פון היינטיגן ר' דוד'ל.
2. דער פראבלעם פון שטערן דאס שטעטל איז אויסגעטראכט און פארברעצירט, בעסער געזאגט גאר קליינקעפיג.
3. ווען עס איז פארבינדן מיט טעראר און רשעות, אויפן חשבון פון אנדערע אידן וועלכע זוכן ביליגע דירות, איז נישטא קיין היתר אויף דעם. א פארגלייך צום שבת פייפער.... לץ וואס ער איז.
4. יעדער קען אסר'ן אויף זיך, אויב איז עס פארשטענדליך. דא איז עס נישט פארשטענדליך, גרונטלאז, ריין שקר און טיפשות, און מען אסר'ט אויף די גאנצע וועלט אן קיין שטיצע פון קיין שום אנדערע רב אדער מנהיג.

וקצרתי במקום שאמרו להאריך.

היכי דמי » פרייטאג יוני 15, 2018 12:11 am

· #406084
📎 6E5253F8-DCAE-44CD-9B11-BB2CEA915A5B.jpeg

אונטער חכם » פרייטאג יוני 15, 2018 12:46 am

· #406087
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
אינטערעסאנט
אפילו ווען עס איז געקומען צום רבי'ן פערזענליך האט מען קיינמאל קיין עסק נישט געמאכט. נישט ווען מען האט זיך אויסגעדרוקט צווייפלדיג אויב דער רבי האט נאך זכות אבות, ווייל מען האט צובראכן די טעלעוויזיע ביי הרה"צ ר' יעקב יוסף'ס חתונה; נישט ווען מען האט מסביר געווען דער טעם פארוואס די געריכט האט זיך פארלייגט אויף אונז – ווען מיר זענען דורך דעם ביטער שווערער תקופה מיט די רעגירונג, און אויך נישט ווען מיר האבן חוטא געווען צו שתדל'ן פאר פדיון שבויים. געווען פעלער וואס נאך יענעם מוצאי שבת איז דער רבי שליט"א געגאנגען אויף משפחה שמחות און געשמאק פארברענגט אינאיינעם.


וואס זענען די אלע מעשיות וואס ער רעכנט דא אויס?

ימים ידברו » פרייטאג יוני 15, 2018 10:18 am

· #406107
צו הרב אינטערסאנט, נאכאמאל די ברענגסט אייביג די צד פון סקווירא, עס איז נאר אינטערסאנט!
,סאיז ביי מיר ערב שבת! און ביי אונז מאכט מען ערלי שבת, סוי איך וועל נישט מאריך זיין אויף די גאנצע געשרייבעכעץ פון ידיד קיין לאנדאן, עס איז ס"ה א תירץ אויף די סיעס פייער! און ווי פארשטייט זיך אין סקווירא פלאטיזירט מען נישט, און מען ברענגט נאר איין זייטיג אן קיין לשה"ר א טוץ פון עבירות וואס לא הי' ולא נברא, מיט ליגענטס כדכם של הליגנערס און שווינדלערס, וואס רובם ככולו איז ידוע לרבים, ווי געזאגט אין כאן העת לעבור אחת על אחת, ועוד חזון למועד הבא בס"ד,
אבער קלאר איז א וויזניצער רבי האט געזיגט נאכדעם וואס עטליכע אידען האבן זיך מיט אים איינגעשפארט, ווי אביגדור עסטרייכער בשם סקווירא, און געזאגט קלאר אז סנישט מיין פערזענדליכע מיינוג איך בין נאר א שליח, וואס איך פארשטיי דיך נישט דער משלח...
הרב חיים יושע האלברשטאם, איז געווען פערזענדליך אין וויזניץ וואס כ'ווייס נישט די אויסקים,
הרב חיים פיוויל שנעבאלג מיט הרב אהרן יוסף בערגער פון די מועצת גדולי תורה מאנסי האבען געזאגט לכל, וויזניץ איז יא גערעכט און נישט סקווירא!
נו אוודאי נאך אזעליכע פעטש, האט מען קיין ברירה און מהאט זיך ברוב ענותנותו געבראכען און אראף פון בוים חמישים אמות..
אבער מיר ווילען זיך בעזרתו יתברך נאך נעמען צו יעדע שירה להשיב ווי מהר"א האט געזאגט און זיבטען ריף אריין! איך קען נישט זיך באניצען מער מיט די ווארט משיגע, ווייל זינט הרב מענדאס דרשה האט משיגע שוין א נייע אפטייטש א אנדערע לעוועל בכלל! אבער ווי געזאגט מיר וועלן זיך נעמען אויף יעדע שירה און ענטפרים אפים אמנה! האט א גיט שבת און איך בעט שוין איבער הרב אינטערסאנט! ווייל איך קען נישט גלייבען איר זענט א סקווירא חסיד נאך די לג בעומר פייער האט איר זיכער נישט קיין גרופעס מוז זיין איר וואינט אין די מייל און זעהט פון די נאנט ווי סקווירא אידען טוישען זייערע הנהגות וגדרים וסייגים פון קאסאן הילקרעסט!

גאנצל » פרייטאג יוני 15, 2018 11:08 am

· #406108
מילא ר' אביגדור עסטרייכער קומט פון סקווירא איבערבעטן וויזניץ

אבער וואס האט רחי מיט ר' חיים פייוויל צו רעדן צו וויזניץ אויב עפעס דארפן זיי רעדן צו סקווירא

מיר געפעלט אהרן יוסל בערגער דער וואס טעראזירט יעדן מאנסי איינוואוינער מיט זיינע משוגעתן גייט איינטיילן פאר סקווירא .........

ימים ידברו » פרייטאג יוני 15, 2018 3:33 pm

· #406137
ערב שבת סמוך למנחה.... די קענסט נישט סקווירא, ווען עס גייט אריין א מישגעת ווערט יעדע משיגענע מיטל בארעכטיגט, צו באפרידיגען די נערווען די תאווה! פון די אדמור, אפי' אביגדור האלט אז די רבי בענין זה איז פלעין קראנק! אבער ער וויל נישט ווערען אויס ראש הקהל. די רבי האט שוין גסטראשעט איינמאל,
ווייטער רח"י האט דאך באקימען א וויזיט אומגעראכטען, נו עפעס הכרת הטוב, האט זיך סקווירא געוואנדען צו אים בעט זיך אן ביי שראליק.. דאס זאג איך נישט פון ידוע נאר פון השערה, ווייל סקווירא טוט יעדע פאסיבעל זאך סזאל שוין ווייטער שטיל..
נו רח"י האט זיך תיכף געפילט א מיליאן דאלער, וואס הייסט איך קען מאכען, אויסהאמערען א שלום, צווישען אזענע גרויסע צדיקים, ממש טראמפ מיט קים יאנג אן, אוודאי להרבות שלום, איז ער דא און מיט שראליק פארשטייט מען זיך נאך פון יענע צייט, כשטעל מיך פאר אזוי ער האט גהערט הנדיון האט ער געזאגט, לאמרי אף ענדערשער זיך טרעפען מיט וואזנער ווי האנדעלען מיט די מישגעים...
ווייטער הרח"פ מיט הרב אהרן יוסף, ווער דען זאל קעיר נעמען פון אזא אויסברויך אז נשיט די מועצות גדולי תורה אין מאנסי, וואס איז דיין שאלה.... בכלל?

ימים ידברו » פרייטאג יוני 15, 2018 3:37 pm

· #406138
יעדער איז געקימען קיין וויזניץ בעטען זאג חטאתי עוויתי ופשעתי און זאג דורך אטוויט א בריעף תהילים שיעור ווי אזוי די ווילסט אז מען טאר נישט מחזק זיין די פושעים, וואס פארשטייט זיך ער וועט דאס נישט באקימען נישט נאר נישט פון וויזניץ פון קיינעםםםםםם נישט! ווייל סנגד הלכה ונגד מענטשהייט נגד המציאות ונגד דינא דמלכותא, פארוואס פארווען ? וממילא יעדער א היים מיט גאר נישט! נו איז דער אדמור פארשטייט זיך אראף פינעם בוים אבער ביום פקדי פקדתי אוי ווועט נאך שראליק אריינהייבען פון די רויטע מלוכה - א גיט שבת

גאנצל » פרייטאג יוני 15, 2018 5:26 pm

· #406152
איך מיין אז די גאנצע זאך דא איז נאר א השערה דעס אז רחי איז געגאנגען צו וויזניץ מחזק זיין וועגן סקווירא שמעקט נאר פון השערה ווייל עס מאכט נישט קיין שום סענס מ'רעדט דא פון עפעס א פאלאקערדיגע מחלוקה אז רחי זאל דארפן גיין רעדן צו רי בערעגר אי זאויך נשיט געגאנען וואספארא אויסברוך איז דא געווען ? נישט מער ווי רי האגער האט זיך נישט פארשטאנען מיט סקווירא רבי און זיי האבן געבלאזן איינער אויפ'ן אנדערן שטילערהייט וואס עפעס זאל זיך בערגער אפי' אריין מישן דא

אייגענע השערה די גאנצע זאך

עניוועי אינטערסירט מיר ניטאמאל די גאנצע גארביזש

ימים ידברו » מוצ"ש יוני 16, 2018 11:09 pm

· #406170
כבוד הרב גאנצעל, סאינטערסיט דיך יא אדער ניין? אויב יא וועל איךפראבירען מסביר זיין כיד ה' הטובה, אויב ניין הייב נישט אן,
ווען סקווירא איז אבססעד מיט א זאך איז נישט דא קיין לימיט, ווען סקווירא רבי מיינט אז ער מוז האבען א געוויסע טשאטקעלע ענדיגט ער נישט ביז ער באקימט צו באריגען זיינע היילייגע נערווען! ווער געדענקט ווען סקווירא רבי האט מסביר געווען פארוואס די חסידי מהר"א טארען נישט בויען אויף וויליאמס וואס איז אויף רט 45, האט ער געזאגט אז ווען סקווירא האט געזיכט א בילדינג פאר זייער ישיבה האט ער אנגעזאגט ח"ו נישט און די גלילות פון קרית יואל ווייל עס קען שטערען דעם שוואגער, איי אין זיין ווילדיש איז דא הינדרעט און פיפציג בתי מדרשים וואס איז אסור לו לדרוס רגל, אבער סקווירא רבי איז זייען א מענטשלכיער מענטש ממש א אורי עמבער! כלשון ליטוואק מבאדאפעסט, איי די גאנצע מעשה איז נישט אמת סקווירא האט קיינמאל נישט געזיכט בכלל קיין בילדינג און יענע ראיאן, אבער ארויסצוברענגען זיינע גיטסגייט און זיין גערעכטיקייט ניצט ער משלים וואס איז נגד המציאות ונגד השכל,
די זעלבע זאך כדי צו לייגען פרעשיור אויף שראליק וואס גראדע דאס מוז איך זאגען הגם ער האלט זיך ביי קריגען מיט סקווירא אזוי ווי איך האלט זיך יעצט ביים אויפשטעלען טאנצען א קעדאטשקע, און יעדער וויזניצער חסיד ווייסט צו זאגען אז דער ישראליק איז געווען קעגען אלע ווילדע מלחמות וואס זיין טאטע האט געפירט זייענדיג בטבעו א מענטש! א סעטלער א איש של יושר ושלום, ער האט קיינמאל נישט געגליכען זיין טאטענס מחאות נישט מיט וויזניץ בני ברק נישט מיט אהרנען נישט מיט סקווירא, אדרבה ער האט זיך אריינגלייגט צו מאכען שלום אין סאטמאר ועוד וואס ער רימט זיך אלטס פארשטייער און פארהאנדלער, אבער דא לדאבונו הרב קען ער נישט טוען גארנישט, ווייל ער פארשטייט די טענה פון קאסאן, נאכדעם וואס ער האט בפירוש געקריגען רשות פון מענדי בערגער, און דערצו איז ער א מחותן, און ער איז געקימען צען מאל פריער צו אים, וואס דרייט ער אין קאפ, ווען ער בעט אים א טובה איך בעט דיך גיי צו אים און אנדערע פלאץ, רעכען אויס שטילערהייט, ווייס איך אויך נישט, אבער ווען ער זאגט אים אחר המעשה וואס ער האט געהאלטען ער האט הונדרעט פראצענט רעכט צו טוען, און ער איז מחיוב צו מאכען א ביקור גומלין לויט די נימוסי הנהגה ביי אדמורים ומחותנים, און ער ווייסט זייער גיט אז סקווירא קריכט סתם אויף גראדע ווענט אומבארעכיגט, און מבעט אים צו זאגען חטאתי אויף קייין שום עוולה, וואס ווילט איר פון ישראליק?
און אביגדור איז געגאנגען און איבערגעגעבען די מעסעדזש און ישראליק האט אים געלאזט הערען קלאר נאו וועי, איך גיי נישט זאגען חטאתי אויף א חטא וואס איז נישט!
און סקווירא ווייסט אז ער איז בידידות מיט רח"י און ער ווייסט זיין ידידים א"י ברגער מיט הרב ח"פ שנעעבאלג, טרייט סקווירא יעדע עווניא צו גיין ביז זיי וועלען הערען א הודאה מפורשת!
אבער וואס איז געשעהן די אלע האבען פארשטאנען ישראליק און נישט סקווירא,
נו וואס טוט מען יעצט מהאט דאך נישט קיין ברירה זאגט מען מאכט נישט חס ושלום קיין מחלוקה אבער ביום פקדי פקדתי.... אזוי פירט זיך אויף א איד וואס אהבת ישראל ברענט און אים ממש! אזוי האט זיין טאטע געטון מיט מאזעס ווער עס ווייזט וואס איך רעד? ואכמ"ל
שטאץ די זקני הקהלה אביגדור מיט שלום בער מיט אהרן מענדי מיט איצי איניינעם מיט מאיר יודא מיט מרדכי שווארץ מיט שלו דיין מיט יוסף ישראל דיין מיט וועלוויל דיין מיט פרעדיגער הערצל ימ"ש זאלן אויסטוען די שיך און אריינגיין מיט רשות פון דוד גבאי און ביינוש גבאי און זאגען רבי לעבען איר זענט פארריקט! איר טראגט א פנים ווי א משיגענער, מיר וועלען דאס נישט דילדען הער אויף און ענדיגט דעם נערישקייט ווייל עס גייט ממילא נישט האלטען וויש אף דיין נאעז און העכסטענס וועלן זיך צוויי אידען וואס האבען ממילא נישט קיינע נערווען צו דיינע יללות וואס זענען גרייט צו וואקען 40 מיניט וועגען ארויסגיין און לאז אף זיי גייען נישט ווערען אזויי קיין חסידים דריי נישט קיין קאף מיט דער טאטע ווייל ער האט דיר קיינמאל נישט געזאגט גארנישט הער אויף מיט די בלאוני און ענדיג אף דיינע מדות רעות ומשחתות און שטארב מיט תשובה ! וואלט געווען סדר, אבער זיי ציטערען פון א פאפירענע טייגער, און הצדיק יאסל וואלדמאן וואינט נישט דארט! נו זענען די סקווירא אידען פארשירבען צו ליידען צרות גלות סיביר עד יום מותו, האפענטלוך אחר פגירתו וועט זיין סדר ווייל מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן און וחמת אלפי תושבי סקווירא וועט זיין שככה!
און יעצט טייערע קעלבער שפארט אייך אפ ברויט פון אייערע קינדער אוון טראגט אריין שקל הקודש פאר דעם אדמור צו קענען האבען א גרעסערע שול פון בעלזא......





1

שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש יוני 16, 2018 11:40 pm

· #406175
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/7292#p406157">viewtopic.php?f=3&t=7292&start=100#p406157</a><!-- l -->

נקודת-אמת » זונטאג יוני 17, 2018 10:48 pm

· #406257
אידישער מידיא ברענגט די בריוון
[quote="בשם בן האדמו"ר מראחמיסטריווקא"]דאס איז א בריוו פון הארץ צו הארץ צו אלע סקווירא ברודערס. בנוגע מיין דירה און אירע גבולות.
מיין טאטע זז״ג האט מיר געבויעט א דירה אין בארא פארק מיט בלוט און שווייס פאר 20 יאר צוריק. מיט מסירות נפש. אריינגעלייגט דמי״ם תרתי משמע. כדי איך זאל האבן א דירה ווייט אוועק פון סקווירא מענטשען. מיט די צייט האב איך גענומען אן איידעם פון סקווירא וואס האט איבערגעלאזט אלע גוטע זאכן וואס סקווירא פארקויפט אלעס מיט איין מטרה נישט צו וואוינען לעבן סקווירא מענטשען.
מיין טאטע האט געבויעט מיין דירה א ״יש מאין״ סהאט געקאסט אסאך געלט ״בימים ההם״.
ס׳איבריג צוארויסברענגען אז מיין טאטע האט מיט דעם חלילה גארנישט געהאט קיין שלעכטע כוונות קעגן סקווירא. אדרבה איך האב זייער ליעב סקווירא והא ראי׳ איך גיי צו סקווירא ווען איך האב דארט א שמחה.
אויך ווייסט יעדער אז מיין טאטע זז״ג האט זייער געארבעט אויף אחוה שלום וריעות צווישען אונז און סקווירא. און ווער עס קען מיר ווייסט אז איך גריס סקווירא ווען איך טרעף זיי אויפן גאס.
אויך האב איך זיך קיינמאל נישט גרויס געהאלטען אז מיין טאטע האט מיר געבויעט א שיינע גרויסע הויז. איך זאג אייביג יעדער זאל זיך בויען א שיינע גרויסע הויז.
אבער בנוגע ״מיין הויז״ האט מיין טאטע זז״ג אייביג געוואלט אז איך זאל וואוינען אליינס ווי א פריץ אין מיין שיינע גרויסע הויז ווייט אוועק פון סקווירא. ״אן אייגן הויז״. על דעת דעם האט ער געבויעט מיין הויז. כדי איך זאל קענען אויפשטעלן דורות אן די השפעה פון סקווירא.
מיט די יארן האבן סקווירא זיך באזעצט אין בארא פארק מער און מער ב״ה. צו מיין גרויס פרייד. אבער וועגן די קיום פון ״מיין הויז״ שפיר איך פאר וויכטיג צו בעטן און מעורר זיין די סקווירא. אז אויב סקווירא מענטשען וועלן קומען וואוינען נאנט צו מיין הויז קען דאס גורם זיין צו שטערן די ״גאנצע תכלית פון בויען מיין הויז״ כנזכר לעיל. דאס איז נישט קיין פרט. נאר די גאנצע יסוד פון מיין הויז ממש. אן די גדר ווערט נהרס ממש עיקר יסוד פון ״מיין הויז״ ח״ו.
וועגן דעם בעט איך זייער מיינע סקווירא ברודער נישט צו קויפען הייזער אדער בנינים ביז א "מייל" אוועק ארום מיין הויז. אפילו נישט איינער וואס האט סקווירא קרובים. נישט אריינמופן. נישט קויפען. נישט דינגען. אויך נישט אריינברענגען סקווירא געסט. איך קום נישט מיט א תביעה נאר מיט א בקשה מעומק הלב.
איך בין זיכער אז קיינער וועט נישט וועלן האבן א חלק אין מצער זיין מיין טאטע ח״ו. נאר מען זאל פרובירען מיר צו העלפן און משפיע זיין אויף אנדערע צו ממלא זיי מיין טאטעס רצון בשלימות.
בברכת גמר חתימה טובה.
**** טווערסקי
בן אאמו״ר אדמו״ר מראחמסטריווקא[/quote]
🙄 😈 😂 😛
לאנאדאנער סקווער בבריוו גומלין
צו מיין באליבטער חבר "מאז ולתמיד" החוסה בצילא דמהימנותא, חצרות קדשנו ק"ק סקווירא יצ"ו,
ווי שטענדיג, האב איך זיך זייער געפרייט צו דיין שרייבן, אבער צום באדויערן, ווען איך האב אהנגעפאנגען לייענען דעם אינהאלט בין איך געווארן זייער אנטוישט, בעיקר אין דיר. איך האב געהאלטען מעהר פון דיר...
עס איז שוין באלד שבת ביי אונז, וועל איך מקצר זיין, בפרט ווען דער סוגיא איז הקיצור יפה לה, וד"ל...
דער גאנצער ענין פון פארלאנגען א "יודען-ריין זאנע" איז נישט געהערט געווארן זייט נאצי-דייטשלאנד!!
בושנו מכל עם!!! עס ווייטאגט מיר אז מיר זענען נאך דערצו מטיל דופי און תולה דעם סירחון אויפן רבין זצ"ל, אז מיר הענגען עס אהן אויף זיין הייליגן נאמען. תסמרנה שערות ראש. אוי לאותה בושה!!!
ביזט מאריך בדברי הבל וסרק, אהן א בפירוש'ער מימרא פונ'ם רבין זצ"ל אז ער זאל האבן אזעלעכס געזאגט. מאכסט עס זייער עמאציאנאל, צו פארבלענדן די אויגן פונם לייענער. איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. צו האלטסטו מיך פאר אזא נער?
סך הכל האט דער רבי זצ"ל געבעטן בתחנונים אז כ"ק אדמו"ר שליט"א זאל היטן אויפן הייליגן שטעטל. דער רבי קען נאר היטען אויב די שכנים זענען גוים?
פלעגסט מיר נאך זאגן פון דיין טאטען נ"י אז עס ווייטאגט איהם ווי ווייט דאס שטעטל פיהרט זיך נישט לויטן ציהל פונם מייסד הקדוש זצ"ל. פלעגסט מיר נאכזאגן פון איהם אז הלואי וואלט פארן רבין שליט"א געגאנגען אין לעבן אריין דאס כבוד פון זיין טאטן אפילו נאר א צעהנטל פון וויפיהל עס גייט אין לעבן אריין פאר רבי מאטעלע (כ"ק בעל אור מרדכי מוויזניץ זצ"ל)... האסט שוין פארגעסן? איך געדענק!
איך זעה ווי בהמשך פאטשקעסטו מיט הרה"ק רבי מאטעלע זצ"ל. דו האסט מיר כמ"פ נאכגעזאגט פון דיין טאטן אז אדאנק איהם וויסן מיר בכלל אז דער רבי זצ"ל האט עקזיסטירט!
איך בעט דיך אלס חבר נאמן, לאז דיך אפ פון דעם נושא וואס פארשעהמט סקווירא, און אז דו ווילסט דוקא יא זיך שרייבן דערוועגן, שרייב כאטש צו טעמבלעך, נישט צו מיר.
דיין לאנדאנער חבר בק"ק תוי"י

וכבר הביאו כאן ר' @דער דאס ותשוח"ח לו.

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג יוני 18, 2018 6:01 pm

· #406396
היכי דמי
📎 6E5253F8-DCAE-44CD-9B11-BB2CEA915A5B.jpeg


ווואס רעדן זיי דארטען בסודי סודות ? ???

אינטערעסאנט » פרייטאג יוני 22, 2018 4:17 pm

· #406971
וויזניץ בעט איבער
📎 IMG-20180622-WA0192.jpg 📎 IMG-20180622-WA0193.jpg

ימים ידברו » פרייטאג יוני 22, 2018 6:06 pm

· #406976
יא ב"ה וויזניץ האט איבערגעבעטען, טאקע נישט ממש וויזניץ, נישט ישראל, אליינס, נאר סך הכל, אליעזר אומר שישראל וועיסט נישט! אכ"ז איז דאס פארט עפעס א פיוס, אז מוועיסט נישט, ווען וועיסט מען דען יא אין סקווירא? אה הודי לד' סקווירא רבי קען שוין פארען במנוחה קיין פישטיאן! וויזניץ האט נישט געוויסט! ער קען נישט די מאפע? ער איז ממש.. אומוויסענד, אבער פאר סקווירא גאנצ גיט גענפירט, מווייסט נישט, די טאטע האט נישט געוויסט טראנא האט נישט געוויסט ישעי האט נישט געוויסט ווער ווייסט דעןיא אין סקוויר אניטאמאל חיים מאיר בן אהרן מענדי ווייסט,
און דער ישראליק ב"ה איז אזוי אויסגעטון פון די וועלט! און די אקס! יוסף ישראל! ניין חס ושלום נישט אקס! און סקווירא רעד מען איידעל, די נישט מענטש! איידעם ביי א נישט מענטש! ביסט ממש העפי? די האלטסט באמת די רצון קדשו פון רבין ז"ל איז ערפילט? ממש?
וואס טוט זיך מיט מויזיק און ל"ג בעומר מעג מען יא אדער ניין? שרייב ביטע א תשובה וואס די הלכה איז געווען ביז תשע"ו און פון תשע"ו און ווייטער!
איז אזוי, ישראליק קען נישט שרייבען אז ער וועייסט נישט, נאר אליעזר זאגט אז ישראליק האט צער אז די פעטער האט צער ווייל די טאטע ז"להאט געהאט צער און למעשה ווייעסט ער נישט, סוי איז דאך זייער גיט, און הערצעל קין זאגען ווייטער אז די רבי האט נישט קיין מנוחה און ש"ש קען גיין מאכען א לג בעומר שפיצעל נאך פאר די מנהג איז געווען אזוי אין סקווירא, כמיין ווען מהאט נאך געהאט די טריפהנע כלים פאר די מעלין בקודש עפאכע... וואס הייסט ביים רבין און שטיב איז נאך געווען א קאמפיוטער אן קיין פילטער בכלל, נו איז א ווינדער אז שאולי האט געהאט בענזין פון דארט? אבער די רבי האט גארנישט געוויסט ממש ווי ישראליק! וואס רעדט איר? די רבי האט דען געוויסט איין זאך ווען מהאט גגנבט אין סקווירא? אהך, חס ושלום! מהאט נשיט גגנבט מהאט דאך גענימען אונזער געלט צוריק ממש... די רשעים האבען זיך סתם פארלייגט רוצחים רשעים...
די רבי האט דען געוויסט אז הערשי ב.. לייגט נישט קיין תפילין. לאמרי נישט רעדען פון די קום ועשה חס ושלום נאר שב ואל תעשה..
אבער די רבי ווייסעסט פונקטליך וואס טוט זיך אינטער די דאכענע און וויזניצע ישיבה נאר ביי זיך און שטוב וועייסט מען נישט...
ב"ה אז שראליק מיט אליעזר פירען זיך מנהגי סקווירא און ווייסען נישט און האבען עגמת מפש
ברוך ד' שמסר עולמו לשומרים...

בלויע רעקל » פרייטאג יוני 22, 2018 7:22 pm

· #406978
עס ליגט אונז יעצט אויך נישט אין זכרון ווי האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א האט זיך אריינגעלייגט לייב און לעבן צו טרעפן שידוכים פאר מוסרים ומלשינים וועלכע זענען אונז דערגאנגען די יארן און אריינגעגעבן קלאגעס קעגן רבינו שליט"א



איך גלייב נישט וואס איך לייען דא! ממש ווי נארט קאריע! אויב איינער איז דיין שונא טאר מען נישט העלפן זיינע קינדער!!! מיט שידוכים.

בלויע רעקל » פרייטאג יוני 22, 2018 7:30 pm

· #406981
בלויע רעקל
עס ליגט אונז יעצט אויך נישט אין זכרון ווי האדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א האט זיך אריינגעלייגט לייב און לעבן צו טרעפן שידוכים פאר מוסרים ומלשינים וועלכע זענען אונז דערגאנגען די יארן און אריינגעגעבן קלאגעס קעגן רבינו שליט"א



איך גלייב נישט וואס איך לייען דא! ממש ווי נארט קאריע! אויב איינער איז דיין שונא טאר מען נישט העלפן זיינע קינדער!!! מיט שידוכים.

איך בין נישט קיין וויזניצער, אבער ידוע פאר די גאנצע וועלט אז האדמור מוויזניץ מאנסי העלפט און האט אלע יארן געהאלפן פאר זיינע שונאים אליינס! נישט נאר פאר זייערע קינדער! אויב אזוי וואס ווילסטו זאל ער פירן חשבונות מיט אנדערעמס שונאים?

אגב, וויפיל בעלזע שונאים האט סקווירא מקרב געווען?

Samkoton » זונטאג יוני 24, 2018 10:21 pm

· #407081
שוין,
איז דער סקווערער פירער היינט געווען אויף א באזןך ביים וויזניצער רבין אין מאנסי.

ריגעלע ריגעלע רוגז......

אינטערעסאנט » מאנטאג יוני 25, 2018 12:19 am

· #407087
Samkoton
שוין,
איז דער סקווערער פירער היינט געווען אויף א באזןך ביים וויזניצער רבין אין מאנסי.

ריגעלע ריגעלע רוגז......
📎 IMG-20180624-WA0381.jpg 📎 IMG-20180624-WA0382.jpg

גאנצל » מאנטאג יוני 25, 2018 11:49 am

· #407117
קודאס פאר'ן וויזניץ מאנסי רבי פאר'ן אנערעקענען א טעות און געשיקט הר"ר חיים פייוויל שנעבאלג נ"י איבערבעטן דעם סקווערן צדיק

און @ימים כדרכם פון די סיקריקים הטמאים האבן אויסגעדרייט די מעשה אינגאנצן......... אזוי ווי די שגל פון פוטיפרע פון מצרים אין אירער צייט

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 25, 2018 1:10 pm

· #407118
לא היה ולא נברא. ר' חיים פייוול האט געזאגט פארן סקווירער אז וויזניץ איז גערעכט.

ר' אליזער האט געשיקט א בריוו אז ר' ישראל האט נישט געוואוסט וואו די מייל הייבט זיך אן.... סארא ליצנות...

קודאס פאר סקוווירא פארן גלייבן אז ר' ישראל האט טאקע נישט געוואוסט אדער פארן אויפגעבן זעענדיג אז מ'האקט קאפ און וואנט....

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יוני 25, 2018 1:27 pm

· #407120
היינו הך. כך הוא דרכו של עולם גולם, איינמאל מ'האט איינגעזען אז מ'האקט קאפ אין וואנט, האט מען שוין למפרע איינגעזען אז ר' ישראל האט נישט געוואוסט. והוא עמוק מאד.

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג יוני 25, 2018 2:00 pm

· #407121
דער וויזשניצער רבי ר' ישראל איז דאך אויכעט א סקווער אייניקל ווייסט ער זייער גוט וואס מיינט איך וועיס נישט
האט ער אויך גערעדט מיט דער שפראך צי איינער וואס פארשטייט די שפראך

גאנצל » מאנטאג יוני 25, 2018 5:09 pm

· #407130
איסר האטלקי
לא היה ולא נברא. ר' חיים פייוול האט געזאגט פארן סקווירער אז וויזניץ איז גערעכט. ווייל זיי האבן נישט געוואוסט פון די מייל און ר"י האט זיך אונטערגענומען מער נישט אריין צו טרעיטן אין יענע באדן.......

ר' אליזער האט געשיקט א בריוו אז ר' ישראל האט נישט געוואוסט וואו די מייל הייבט זיך אן.... סארא ליצנות...

קודאס פאר סקוווירא פארן גלייבן אז ר' ישראל האט טאקע נישט געוואוסט אדער פארן אויפגעבן זעענדיג אז מ'האקט קאפ און וואנט....


ליצנות איז עס סיי ווי........ אבער ר"י האט פארשטאנען אז ער מוז זיך צושטעלן צו די ליצנות....

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 25, 2018 6:28 pm

· #407134
ישראל האט זיך צוגעשטעלט הייסט. שיין.

שלומה » דינסטאג יוני 26, 2018 10:27 pm

· #407295
מקיים די עם חסיד תתחסד עם גבר תמים תתמם

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יוני 26, 2018 10:55 pm

· #407301
...ואת עם עני תושיע - ואין עני אלא בדעת.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יוני 27, 2018 12:11 am

· #407307
א מחאה בריוו וועט נאכפאלגן.

בלויע רעקל » מיטוואך יוני 27, 2018 1:18 pm

· #407353
כיכיכיכי

#מעשה נערות
בלאט: 1 2