☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12343
בלאט: 1 2

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:03 pm

· #404169
ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
נאך לאנגע יארן פון זיך משדך זיין און לעבן באחדות האבן די צוויי חסידות זיך צעאמפערט און ס'הויך יום טוב.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען מרן מוויזניץ מאנסי האט באזוכט ביי קאסאן-הילקרעסט/סקווירא נאכן ווערן אויפגענומען אלס רבי. דאס האט אנגעצינדן א פייער ביי ראשי ורבני ק''ק סקווירא, דערנאך ווען וויזניץ מאנסי איז געווען לעצטע וואך ביי א בר מצוה אין סקווירא האט ער לדאבונינו באקומען א פשוטער בענקל אנשטאט א שטול און זיין זיץ-פלייש האט אנגעהויבן ווייטון נאכן נישט זיצן אויף אזא בענקל פאר דריי חדשים נאכאנאנד.

אלס אות מחאה האבן אלע אחים האדמורי''ם מוויזניץ איגנארירט די נעכטיגע חתונה בבית סקווירא און קיין איינער פון זיי האבן זיך נישט משתתף געווען.

אין די קומענדיגע טעג גייט די מחלוקה אריינגיין אין די העכסטע פאזעס ווען זיי מאכן בר מצוה א בשותפות'דיג אייניקל, הבחור בן ר' יעקב יוסף בן אדמו''ר מוויזניץ מאנסי חתן האדמו''ר מסקווירא.

לויטן יעצטיגן פלאן וועט די מעמד הנחת תפילין א חודש פאר די בר מצוה כנהוג פארקומען אין סקווירא און האדמו''ר מוויזניץ גייט זיך נישט באטייליגן, די בר מצוה וועט פארקומען אין מאנסי און האדמו''ר מסקווירא וועט בלייבן זיצן אויף זיין כסא מחילה בשיכנתו.

פרטים יבואו - ימים ידבירו - ונזכה ונחיה - ובכן צדיקים

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:32 pm

· #404173
ברוך ה' אז איך בין נישט פון דארט, איך וועיס נישט.... ייש''כ, שוין פארראכטן.

יין שרף » דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:38 pm

· #404174
זיי אלע זענען אין די יאר.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:45 pm

· #404175
פארדעם איז דא א קבלת פנים און חופה וואו מען מעג גיין ווען מען איז אין יאר.

ועוד די איידעמער און האדמו''ר מבארא פארק וועלכע זענען נישט אין יאר זענען אויך נישט געגאנגען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 31, 2018 8:51 pm

· #404176
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
זיי מיר מסביר נאכאמאל. א גאנצע משפחה האט איגנארירט א משפחה שמחה, צוליעב די ווייכע מחילה פון איינער פון די ברידער וואס איז צוריבען געווארען אויף א האלצענעם בענקעל?

און מיר דארפען נאך אויסרימען די שלום צווישען זיי?

ביזדערווייל איז דאס בלויז א לשוה"ר אויף דער אינטרנט, דארף איך עס נישט גלויבען. אבער דאס אז מענטשען גלויבען אזוי איז שוין נייעס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קלוגע יודל » דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:22 pm

· #404187
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
איסר האטלקי


אלס אות מחאה האבן אלע אחים האדמורי''ם מוויזניץ איגנארירט די נעכטיגע חתונה בבית סקווירא און קיין איינער פון זיי האבן זיך נישט משתתף געווען.


די סקווירא רבי איזה נישט געגאנגען צו די חתונה פון אן אייניקל פון מהרפ"ש הגר ז"ל וואס איז פארגעקומען אין די ביהמ"ד פון די וויזניץ מאנסי רבי.
די וויזניצער רבי'ס קען מען נאך פארענטפערן אז זיי זענען אין יאר (און דאס איז מן הסתם די ריכטיגע סיבה, ווייל ווער עס קען זיי ווייסט אז זיי לאכן פון די סקווירא פעטער'ס בעבי'עשקייטן)
אבער פארוואס איז די סקווירא רבי נישט געגאנגען צי די חתונה???


Sent from my XT1528 using Tapatalk

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:02 pm

· #404193
סקווער לעבט אין א חלום אז זיי גייען קאנטראלירן ווי צו וואוינען
געטס אויף !

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:09 pm

· #404199
איך פערזענליך האב הנאה פון מאנסיער רבי ווי גוט עס גייט אים. מיט די ברודערס מוז ער דאך זיין בשלום, אז נישט איז ער אויס העלד. איי וויאזוי וועט ער צוזאמהאלטן זיין עולם? מען מוז דאס מיט איינעם אביסל רייבן, איז אים איינגעפאלן א גאונישן בייפאל.

ער וועט גיין קיין הילקרעסט באזוכן מרן מקאסאן סקווירא שליט''א און סקווירא וועט שוין טון דאס זייעריגע זיך אנצונעמען פארן טאטן ז''ל. ביזדערווייל איז דער איש השלום וואס איז גוט מיט אלע ברודערס, קאסאן און מיט וועם נישט, און סקווירא רודפ'ט אים פאר גארנישט...

למעשה איז ער אריין אין א שטיקל פלאנטער ווען זיינע געטרייע ברידער נעמען זיך אן פאר אים. זיי ווילן דאך אלע אויך נהנה זיין און זיך בויען פון דעם זאפטיגן געלעגנהייט פון רייטן אויפן סקווירערס שוואכקייטן, זיי ווילן אלע אינאיינעם ווערן נרדפים פון סקווירא!

אבער דער מאנסיער רבי איז אויס קאפעליטש מאכער, אויב האט ער געמיינט אז מיט זיין מחלוקה'לע וועט ער שאפן מאמענטום און אויטאמאטיש צונעמען מענטשן פון זיינע ברודערס, העי, זיי האבן אלע דעם זעלבן מחלוקה ווי דיר..... ביסט גארנישט ווערד....

ס'גייט נאך טיפער, מיט פאלשע שלום קען מען זיך נישט קיין עצה געבן. דורכדעם וואס ער האט זיך אזוי אראפגעלאזט צו זיינע ברודערס, נאר דורכדעם קענען זיי זיך אננעמען פאר אים און ער קען זיך נישט בויען.

זאת ועוד, אדאנק וואס זיי מישן זיך אריין וועט עס נישט קענען מאריך ימים זיין, זיי גייען זיך נישט שלאגן פאר צו לאנג מיט אלע וויזניצ'ע רבי'ס. איינע פון זיי וועלן נאך שלום מאכן און די געים איז אווער.

אויב ווילסטו מחלוקות, שלאג דיך ווי א איד און רייס דיך מיט יעדעם, ווילסטו שלום? זיי נישט קיין אויבער חכם און בעט דיך שנעל איבער מיטן סקווירער רבי'ס משוגעתן.

איינער איז מיט מיר?.....

גר ותושב » דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:28 pm

· #404210
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
איסר האטלקי


אויב ווילסטו מחלוקות, שלאג דיך ווי א איד און רייס דיך מיט יעדעם, ווילסטו שלום? זיי נישט קיין אויבער חכם און בעט דיך שנעל איבער מיטן סקווירער רבי'ס משוגעתן.

איינער איז מיט מיר?.....

איך זעי נישט פארוואס די דארפס עים דן זיין לכף חובה אז ער זוכט זיך צו שלאגן מיט אנדערע ועוד ווייל יענער האט א משוגעת דארף מען זיך רעכענען מיט יענעם? און עים נאך איבער בעיטן?
ניין איך בין נישט מיט דיר!.....

גר ותושב » דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:50 pm

· #404212
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2018/05/blog-post_7734.html?m=1">http://bshch.blogspot.com/2018/05/blog- ... 4.html?m=1</a>

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 31, 2018 11:11 pm

· #404214
דער שאולזאהן איז דאך אזוי זיס, ער באלעקט זיך ממש מיט די שמוץ.

ווייל אזוי » זונטאג יוני 3, 2018 3:28 am

· #404390
די מעשה גייט נאך צוריק אביסל מיט א שטיק צייט צוריק האט אדמו''ר מ'סקווירא אנגערופן אדמו''ר מ'וויזשניץ נאך אלץ רב פארהאלטן פארוואס ער לאזט זיינע מענטשן קויפן הייזער, און ווען ער האט זיך פראבירט ארויסצודרייען האט סקווירא רבי געזאגט אז נאך אביסל וועסטו דארפן מיין סיפארט וועל איך מיך אויך ארויסדרייען, האט ער אריינגערופן זיינע מענטשן און געבעטן נישט צו קויפן.

למעשה איז דא א וויזשניצע אינגערמאן וואס פארקויפט הייזער אין די מייל און סקווירא רבי האט געבעטן אז וויזניצע רבי זאל איהם בעטן צו אויפהערן פארקויפן אבער וויזשניצע רבי איז נישט גרייט נאכצולויפן יעדע מינוט וואס סקווירא רבי וויל פון איהם, צו דעם איז ער נאך געגאנגען פאר די קביעות מזוזה ביי קאסאן, און סקווירא רבי קוקט עס אן ווי מ'פייט מיט איהם.

יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

הרה"ח אביגדור עסטרייכער איז אריין צום סקווירער רבי זאגן אז וויזניצע רבי איז נישטא צו פייטן, און די סקווירא רבי האט זיך גענומען וויינען און שרייען אז מ'נעמט צו פון איהם און די בית דין גייט ארויסקומען קעגן און נאך, אויף אזוי ווייט אז ר' אביגדור עסטרייכער האט נישט געקענט איבערטראגן אז ער האט אזוי מצער געווען די רבי אז ער איז צוזאמענגעפאלן אינמיטן די חופה.

שבת אחים » זונטאג יוני 3, 2018 5:29 am

· #404411
כפארשטיי נישט? וואס דארף דער ״סקווירער צאדיק״ סטראשענען ר׳ ישראל מוויזניץ-מאנסי אז ער זאל זיין, זיין פאליסמאן און שטיין מיט א אינטש-מעסטער אפצומעסטן יעדער בר מינן וואס קויפט א הויז אין ראקלאנד-קאונטי צי סאיז נישט פונקט אין די תחום שבת סמוך ונראה פון ׳דזשאו-לאנד׳, ער וואלט דאך געקענט טוהן אסאך מעהר א פשוטע, בעסערע, פראקטישע, ריעליסטישע עצה: פון היינט אן און ווייטער זאל די קהילה שיקן שפיצער [מיט גאזאלין] פארברענען אלע מענשטען וואס קויפן הייזער לעבן דעם שטעטל? ער זאל אנזאגן זיינע ״הייסע חסידים״ אז זיי זאלן טוהן פונקט ווי ביי מכות בכורות: יעדע הויז ווי סאיז נישט פארהאנען קיין שטיוול, צוויבל-קוגל און א מאור עינים זאלן די בחורי חמד פארברענען ס׳הויז מיט די הויזגעזונט אין שריפת חמץ אריין, און שלום על ישראל!?


איינער איז מיט מיר? 😕

#ש שפ שפי שפיצ שפיצער מדשאו לאנד

איסר האטלקי » זונטאג יוני 3, 2018 10:10 am

· #404437
ס'נישט אזוי פשוט, ס'קומען ארויס מער און מער דעטאלן אז ר' ישראל האט געווארט דערויף....

ער האט גערופן קאסאן הילקרעסט צו זאגן א דרשה אין כולל וויזניץ מאנסי און ווי 'ווייל אזוי' שרייבט האט ער אויך קובע געווען א מזוזה דארט.

איך בארעכטיג נישט סקווירא פאר קיין רגע נישט. אבער דער ר' ישראל איז נישט אזא אומשולדיגע נרדף, ער האט ווארשיינליך גע'חלש'ט דאס זאל צושטאנד קומען....

בן אדם » זונטאג יוני 3, 2018 10:35 am

· #404442
ווייל אזוי

יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.

שבת אחים » זונטאג יוני 3, 2018 10:49 am

· #404445
איסר האטלקי
ס'נישט אזוי פשוט, ס'קומען ארויס מער און מער דעטאלן אז ר' ישראל האט געווארט דערויף....

ער האט גערופן קאסאן הילקרעסט צו זאגן א דרשה אין כולל וויזניץ מאנסי און ווי 'ווייל אזוי' שרייבט האט ער אויך קובע געווען א מזוזה דארט.

איך בארעכטיג נישט סקווירא פאר קיין רגע נישט. אבער דער ר' ישראל איז נישט אזא אומשולדיגע נרדף, ער האט ווארשיינליך גע'חלש'ט דאס זאל צושטאנד קומען....


טוה מיר א טובה!? ווי אלט ביסטו? ר׳ ישראל רופט עפעס יעדעם איינעם? יעדען טאג קומט א צווייטער האלטן דרשות אין ביהמ״ד און אין כולל, און אין ישיבה. מיינסט אז ער מאכט די קינדערישע חשבונות? מיינסט טאקע? ער רופט עפעס דוקא מענשטען זיך צו רייצן מיט זיין מחותן/פעטער/קאזין... ער איז בכלל נישט אזא מין מענטש... און ער איז לכאורה נישט די וואס רופט די דרשנים אין כולל. דאס איז נישט זיין דזשאב.

ר׳ ישראל דארף זיך עפעס רעכענען מיטן סקווירער׳ס משגעתן און קפידות. וואס דרייסטן א קאפ? ער איז עפעס שולדיג אז די סקווירער איז איין שטיק בהמה? ער דארף זיך שלאגן מיט די גאנצע וועלט וועגן די סקווירער פארברענען מענטשען? טוה מיר א טובה!? ר׳ ישראל מעג רופן וועמען ער וויל אין זיין כולל זאל רעדן. אפילו די סקווירער בלאזט אויף אים. ער איז עפעס שולדיג פארן סקווירען? זינט ווען? ער מוז עפעס זיין אינטערטעיניגט פאר סקווירער משגעתן? וואס עפעס? האסטו געהערט א מעשה?!

יין שרף » זונטאג יוני 3, 2018 11:28 am

· #404449
בן אדם
ווייל אזוי

יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.
ער איז אין ארץ ישראל

סקרן » זונטאג יוני 3, 2018 11:54 am

· #404453
יעדעס מאהל דיין פעטער מאכט חתונה אין מאנסי איין אייניקיל קומסטו צו פאהרן פון מאנטריאל גיבערס וויליאמסבורג ב"פ וכו' וועלעכע פון די פריערדיגע חתונות זענעו עני פון די ברודערס געווען
נאר ר' ישראל פלעג גיין אלס שליח פון טאטען און אלס מחותן יעצט איז ער נישט געגאנגן ווייל מ'האט אים נישט געלאדענט זיין זין האט ער געשיקט קיין א"י משום איזה סיבה אפשר צום בעלזער חתונה
דער סקווירא איז געקומען קיין ויזניץ אויף די חופות כל זמן די שוואגער האט געלעבט איינמאהל ער איז אוועק קומט ער שוין נישט

ימים ידברו » זונטאג יוני 3, 2018 2:02 pm

· #404487
אחת על אחת, די סקווירא קפידא פון א מייל אויסער אידען, איז געבוירען 5 יאר צוריק, די רבי ז"ל האט נישט געהאט אזא קפידא לא מיניהו ולא מקצתו, ער האט געוואלט א אפגעזינדערטע שטעטיל פון די גאס, נישט פון אידען און אוודאי נישט פון ערליכע אידען, הגע בעצמך, דער צדיק וקדוש איז געקימען פון יאראף אראפטרעטענדיג פון שיף זעהנדיג ניו יארק בימים ההם, האט ער געטראכט פון א אייגענע ד' אמות, האט ער געוואלט אנטלויפען פון פאפא און קראסנא? אדער פון די מארגען זשורנאל מיט אלע אמעירקאנע איבלען, ומהאי טעמא האט ער זיך געפריידט יעדער ערליכער איד וואס קימט ארויס און וואלד, צו דאס איז דער ליטווישער הגאון רבי דוד קיוויאט צו דער גאליציאנער הרב שמואל חיים ראובן וואגשהאל, צו דער מאדיאר הרב ישעי' אונגאר, ער האט נישט גחולמט פון א חסידות, א פארטיי, א אייגענע מלוכה, ער האט געוואלט און געזיכט ערליכע אידען דעטס איט, ווי שטארק האט ער זיך געפרייט צו די געגענט פון ספרינג וואלי אז ס'נאנט צו א אידישע מקוה, ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די היינטיגע מחשבות זרות, און רבותי ער האט נישט געהאט פארוואס מורא צו האבען. זיין כתר האט גענימען אנדערהאלב מיניטען! און ער האט געדאווענט בערך 4 מאל א יאר מוסף,
ברעיקינג נויס, ער האט נישט געבעטן קיינעם צו גיין שטיוועל, קיינעם צו זאגען תהילים שבת אינדעפריה און ניטאמאל צו עסען צוויבעל קיגעל, און נישט פארלאנגט בחורים זאלן קומען צום טיש, ערהאט געוואלט מזאל לערינין אור נחיים הקדוש ווען ער האט געהאט א ישיבה האט ער געוואלט א חסידישע ישיבה, אבער נישט סקווירא און נישט דייקא טשערנאביל, ער האט נישט געוואלט קיין שום פאליטיק, ריין ערליך אן קיינע מעשיות,
א נייעס וועל איך אייך פארציילען ער האט פיינט געהאט בילדער אזוי ווי רעב מאטעלע, און נאכמער, ער איז נישט געפארען קיין קרוינהייטס אויף שבת הערענדיג אז ס'שטייט געשריבען אין א צייטונג, וכו' וכו'
פון די אלע זאכען פארשטייט דער היינטיגע אדמור, אז מקען נישט מדארף מאכען שיניום, מדארף היינט א פלעי פורים, מדארף האבען לכבוד פסח 150 פעידזשעס אין דער וואך, מדארף האבען א סטעידזש ביי אשר יצר, מדארף מאכען א פייער לג בעומר א שפיצעל ווייל ספעלט אויס שיניום,
איין זאך טאר מען נישט, חס ושלום מאכען נאך א מנין, מדארף אויפהאלטען און פייניגען טויזענטער אידען מדי שבת בשבתו, נישט זיך רעכענען אז הונדערטער קומען נישט און קיין בית המדרש בכלל ליידער אויפען חשבון פינעם איינגרעדטע קפידה פון טאטען, ווייל מהאט מורא חיליה מוועט ווערען א פאפער אדער א קאסאניער,
נעבאך נעבאך!
יעצט צו הרב ישראל מיט י ברודער, ער וואלט זייער נישט געוואלט זיך מיט אים קריגען, אבער זינט ווען דארף ער זיין זיין משמשש? פארוואס טאר ער נישט באזיכען דעים קאסניער, א בנש"ק א מחותן א ידיד? פארוואס נישט?
ווען הרב אהרן מענדיל האט בר מצוה געמאכט און אדמור וויזניץ זצ"ל איז געועון א זיידע האט ער געבעטען איך בין א זיידע ביטע רוף נישט דיין שוואגער הרא"ט וואס קריגט מיט מיר און געזאגט אויף מיר נישט שיינע זאכען מיט חוצפה, אדער ווען הרב יצחק האט חתונה געמאכט איידעם פון הרב ישראלטשע פון בני ברק דאן האט הרב מענדיל ממרכז געמוזט קומען! זאגענדיג פארגינסט אים נישט א בילקע מיט פיש?
היתכן ממישט פאליטיק מיט א שמחה? און נאך אזעליכע נעריש טענות, א קעגין בליט פארגיסערס!
אבער ווען קאסאן איז א מחותן מיט וויזניץ און תשע"ז איז מען נישט געגאנגען צו די חתונה ווייל צווישען די קאסיניע רביס איז דא איינער וואס האט געקויפט א הויז ארויס פון די סקווערע מייל וואס איז א אויסגטארכטע חוצפה און היתכן וויזניץ דערוואגט זיך צו משדך זיין מיט איינעם וואס פאלט נישט אראף פאר סקווירא טעראר?
סקווירא רבי לטובת אייער ציבור, לטובת אייער טאטענס נשמה בגן עדן , הערט אויף ארויפצולייגען איירע שייגעץ שטיק אויף די חשבון פון אייער הייליגען טאטען און טוט צום זאך מאכט נישט קיין לג בעומר פייער מיט א פורים פלעי בויעט נישט א נייע בית מדרש, מאכט אויף 6 גרויסע בתי מדרשים און שטעטעל און זעה אז יעדער בחור און אינגערמאן האט ליב צו גיין און שיל אריין!

איסר האטלקי » זונטאג יוני 3, 2018 2:38 pm

· #404507
יין שרף
בן אדם
ווייל אזוי

יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.
ער איז אין ארץ ישראל

שמעתי אז דער איידעם ר' חיים מאיר בן האדמו''ר ר' ישראל איז יא געווען ביי די חתונה. צוריקגעקומען פון ארץ ישראל פאר די חתונה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 3, 2018 2:38 pm

· #404508
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
רבותי, ענק לעבען אין דמיון.

טאמער מ׳עט בויען א אידישע געגענט נאנט צו סקווער, איז סקווער א פארגאנגענהייט. ברור כשמש. איך זעי עס נישט אלס א חסרון פאר אידישקייט און מענטשהייט, אבער אזוי וועט זיין.

אוודאי איז די שולד אויף דער מהלך פון ביז יעצט, פון טרור מיט שקר. אבער זיין פחד איז נישט אומזיסט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » זונטאג יוני 3, 2018 3:04 pm

· #404520
איסר האטלקי
יין שרף
בן אדם
ווייל אזוי

יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.
ער איז אין ארץ ישראל

שמעתי אז דער איידעם ר' חיים מאיר בן האדמו''ר ר' ישראל איז יא געווען ביי די חתונה. צוריקגעקומען פון ארץ ישראל פאר די חתונה.

וועמענ'ס איידים?

יין שרף » זונטאג יוני 3, 2018 3:06 pm

· #404521
ר' חיים מאיר בן ר' ישראל מוויזניץ-מונסי, איידעם פון ר' דוד מ'סקווירא

סקרן » זונטאג יוני 3, 2018 3:28 pm

· #404532
יין שרף
ר' חיים מאיר בן ר' ישראל מוויזניץ-מונסי, איידעם פון ר' דוד מ'סקווירא

טעות ר' יעקב יוסף בן ר' ישראל מויזניץ מאנסי איז אן איידעם ביי ר' דוד מסקווירא
און ער איז אין א"י

יין שרף » זונטאג יוני 3, 2018 3:29 pm

· #404533
אמת

ימים ידברו » זונטאג יוני 3, 2018 3:37 pm

· #404541
טייערע ליטוואק פון בודאפעסט יע די ביסט א ליטווישער און אונגארישער ווייסטו א וודאי פון דיין היים שטאט סקווירא! אפששר זאגט איר מיר מיט וואס איז ער פערטיג? הייסט דאס רב"צ באבווער וואינט אין בארא פארק האט ער מער נישט קיין חסידים? ער האט 1500 משפחות מיט 700 בחורים רובן זענען הייסע חסידים, וועלען אוריספאלען 10 ביז 15 פראצענט איז וואס? פערטיג? פארוואס?

אונטער חכם » זונטאג יוני 3, 2018 4:17 pm

· #404549
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
ליטוואק פון בודאפעסט
רבותי, ענק לעבען אין דמיון.

טאמער מ׳עט בויען א אידישע געגענט נאנט צו סקווער, איז סקווער א פארגאנגענהייט. ברור כשמש.

אוודאי איז די שולד אויף דער מהלך פון ביז יעצט, פון טרור מיט שקר. אבער זיין פחד איז נישט אומזיסט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס איז דא סקווערע קהילות אין די גאנצע וועלט פאר וואס זאל אין סקווער נישט זיין?
ער וועט נאר מוזן אויפגעבן אויף די טעראר אביסל עס וועט גארנישט מער געשעהן

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 3, 2018 6:00 pm

· #404583
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
א חסידות וואס איז געבויט אויף איין זאך, נתבטל איין זאך נתבטלה החסידות, ופשוט.

די סיסטעם אין סקווער פון איינהאלטען דער עולם, איז אן אליה וקוץ בה, ווייל ברגע זיי גייען ארויס, בלייבט גארנישט פון די גאנצע מעשה. אלע אנדערע רביס האבען לכתחילה נישט געבויט אויף די סארט איינגעהאלטענקייט.

סקווער ארום די וועלט איז גארנישט מיט נישט. זיי לעבען פון ניו סקווער. לעיקוואד, לאנדאן, ווסמב"ג, זיי האבען אלע די פארעוו האלבע חסידים. זייער מוסדות זענען פול מיט פרעמדע, און דאס איז גאר א שוואכער יסוד אויף וואס אויפצובויען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » זונטאג יוני 3, 2018 6:38 pm

· #404591
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
יין שרף
בן אדם
ווייל אזוי

יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.
ער איז אין ארץ ישראל

ער איז דייקא געבליבן דארט לעינגער ווי געפלאנט כדי נישט צו זיין דארט.

איש את רעהו » זונטאג יוני 3, 2018 6:40 pm

· #404592
ליטוואק פון בודאפעסט
רבותי, ענק לעבען אין דמיון.

טאמער מ׳עט בויען א אידישע געגענט נאנט צו סקווער, איז סקווער א פארגאנגענהייט. ברור כשמש.


Sent from my LG-K373 using Tapatalk


גערעכט

mevakesh » זונטאג יוני 3, 2018 6:52 pm

· #404595
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
שבת אחים
איסר האטלקי
ס'נישט אזוי פשוט, ס'קומען ארויס מער און מער דעטאלן אז ר' ישראל האט געווארט דערויף....

ער האט גערופן קאסאן הילקרעסט צו זאגן א דרשה אין כולל וויזניץ מאנסי און ווי 'ווייל אזוי' שרייבט האט ער אויך קובע געווען א מזוזה דארט.

איך בארעכטיג נישט סקווירא פאר קיין רגע נישט. אבער דער ר' ישראל איז נישט אזא אומשולדיגע נרדף, ער האט ווארשיינליך גע'חלש'ט דאס זאל צושטאנד קומען....


טוה מיר א טובה!? ווי אלט ביסטו? ר׳ ישראל רופט עפעס יעדעם איינעם? יעדען טאג קומט א צווייטער האלטן דרשות אין ביהמ״ד און אין כולל, און אין ישיבה. מיינסט אז ער מאכט די קינדערישע חשבונות? מיינסט טאקע? ער רופט עפעס דוקא מענשטען זיך צו רייצן מיט זיין מחותן/פעטער/קאזין... ער איז בכלל נישט אזא מין מענטש... און ער איז לכאורה נישט די וואס רופט די דרשנים אין כולל. דאס איז נישט זיין דזשאב.

ר׳ ישראל דארף זיך עפעס רעכענען מיטן סקווירער׳ס משגעתן און קפידות. וואס דרייסטן א קאפ? ער איז עפעס שולדיג אז די סקווירער איז איין שטיק בהמה? ער דארף זיך שלאגן מיט די גאנצע וועלט וועגן די סקווירער פארברענען מענטשען? טוה מיר א טובה!? ר׳ ישראל מעג רופן וועמען ער וויל אין זיין כולל זאל רעדן. אפילו די סקווירער בלאזט אויף אים. ער איז עפעס שולדיג פארן סקווירען? זינט ווען? ער מוז עפעס זיין אינטערטעיניגט פאר סקווירער משגעתן? וואס עפעס? האסטו געהערט א מעשה?!
ווער עס האט געליינט שבת תגובות איבער די נייע אדמורים אין וויזניץ ווייסט אז ער האט גאנץ ווייניק ליעב ר ישראל. אבער ווען עס איז דא א מחלוקת מיט סקווער איז ער אינגאנצן אויף ר ישראלס זייט
קוקט אויס אז די מחלוקעלע העלפט שיין ר ישראל צו בויען די יונגע חסידות...

Sent from my XT1060 using Tapatalk

שבת אחים » זונטאג יוני 3, 2018 11:54 pm

· #404643
דאס איז זיכער אז איך האב מעהר פיינט דעם סקווירען ווי ר' ישראל, ווייל למעשה ר' ישראל אפילו ער איז נישט אין מיינע אויגן קיין גרויסע צדיק, אבער קעגן דעם סקווירען איז ער טויזנט מאהל בעסער. ער שיקט נישט זיינע בחורים פארברענען קיין מענטשן. ער פארמאגט נישט האלב פון די משוגעת'ן און רשעות ווי אין סקווירא. ער פירט נישט אן קיין "טעראריסטישע רעזשים" ווי אין סקווירא.

אבער למעשה האט עס גארנישט מיט מיין פערזענליכע ליב אדער פיינט האבן ר' ישראל. ס'האט צו טוהן מיט דעם אז דער סקווירער איז אינגאנצן "נישט גערעכט" דא. וואס וויל ער פון זיין לעבן האבן? און וואס פונקטליך וויל ער פון הרה"ג ר' נפתלי הערש ראטטענבערג מקאסאן? לויט ווי איך הער איז ער אפילו געגעאנגען פרעגן (פארן זיך אהינציען) דעם סקווירען און ער האט אפילו לכתחילה מסכים געוועהן. אבער אפילו נישט, ווי קומט ר' ישראל אריין דא? ער איז עפעס א "סקווירא שעריף" געווארן?

דעם פרייטיג פאר'ן זמן האבן די סקווירער געשיקט פארן קאסאנער 10 טאצן פיצא פון "דאמינאס פיצא", האט ר' נפתלי הערש געזאגט איך האב עס נישט באשטעלט, אז איר ווילט באקומען באצאלט דערפאר גייט צו 10 Jefferson... און מ'רופט אים אינמיטן די נאכט, מ'מאכט אים משוגע, מ'רודפ'ט אים.... ער רעפארט אלעס צו די פאליציי, ער גייט זיך נישט לאזן פון זייערע רשעות'דיגע טעראר... איך קען ר' נפתלי הערש, איך בין זיין תלמיד, ער איז אמאל געוועהן מיין מגיד שיעור פאר איין זמן מיט כמעט דרייסיג יאהר צוריק. זיי האבן אריינגעביסן אין א ביטערע עפל, ער גייט זיי גארנישט שולדיג בלייבן... ער איז גוטע נייעס. די סקווירער גייען זיך רצח'נען מיט אים פאר א לאנגע צייט... ער געט נישט אויף אזוי שנעל... ער איז רעדי פאר די פייט...

איר זאלט מיר אלע שטארק אנטשולדיגן, אבער דער סקווירער פירט זיך דא אויף ממש ווי א קליין קינד (אזוי ווי אייביג)... ר' ישראל איז געגעאנגען רעדן מיט אים, אבער ער האט געזעהן אז ער טאפט א וואנט און מ'פירט זיך אויף צו אים ווי א בעבי, א צאמלייג בענקל האט מען אים געברענגט - עפעס אזוי... האט ער מחליט געוועהן טוה וואס דו ווילסט, בלאז אויף מיר וויפיל דו ווילסט, רוף מיך יא צו די בר מצוה, רוף מיך נישט. מוחל טובות! איך גיי נישט שפילן די קינדערישע געים. ווען איך וואלט געוועהן אין ר' ישראל'ס פלאץ וואלט איך געטוהן אקוראט די זעלבע זאך. דער סקווירער איז דא 100 פראצענט נישט גערעכט. דא איז "אמעריקע", נישט "דזשו-לאנד", און יעדער מעג קויפן הייזער ווי אימער זיי ווילן. דער סקווירער קען דיקטירן זיינע חסידים אין זיין שטעטל (פאר די וואס לאזן זיך פון אים), ארום זיין שטעטל איז דא געזעצן (דיני דמלכותא). ער קען בעטן שיינערהייט, ער קען אבער גארנישט פארלאנגן פונעם קאסאנער און פון ר' ישראל, זיי דארפן נישט נאכטאנצן "זיינע משוגעת'ן" און זיכער נישט טעראריזירן און פייניגן אנדערע.

אלזא פארדעם נעם איך מיך אן פאר ר' ישראל, נישט ווייל ער איז א אייניקל פון מיין הייליגען רבין דער סב"ק, נאר ווייל ער איז הונדערט פראצענט גערעכט. סקווירא רודפ'ט אים על לא דבר. ער גייט זיך אבער נישט צו טוהן מאכן פון זיי. זייער קלוג טוט ער.

לך לך » מאנטאג יוני 4, 2018 12:22 pm

· #404835
שמעתי אז עס גייט ארויסקומען א נייע מייל-מאפע, אריין ביז מאנסי כמעט
לכאורה רעדיוס לופט מייל

שבת אחים » מאנטאג יוני 4, 2018 2:00 pm

· #404864
לך לך
שמעתי אז עס גייט ארויסקומען א נייע מייל-מאפע, אריין ביז מאנסי כמעט
לכאורה רעדיוס לופט מייל


איינע פון די סקווירער טענות אויף ר׳ ישראל איז אז ער איז געגעאנגען קלאפן א מזוזה ביי איינעם הערצאג וואס איז מעהר ווי א מייל פון סקווירא אבער אין די לופט איז עס בערך א מייל (ווען מ׳פארט מיט א דראון).

איך האב געמאכט א נייע מאפע ארום מיר. א מייל אוועק פון וויזניץ-סטעטן איילענד טאר קיין שום ״סקווירער״ נישט קויפן קיין הייזער. און טאמער יא וועלן זיי זיך דארפן ספראווענען מיט די אלע ״פאוני קאולס״ אינמיטן די נאכט. פיצא פון דאמינאס, טשוזבורגערס פון בורגער-קינג... פייער לעשער ביי קידוש לבנה. און אז סוועט נייטיג אויספעלן וועלן מיר זיך באנוצן מיט ״גאזאלין״ פונקט ווי סאדאם כוסעין האט געטוהן פאר די קורדן, און אסאד אין סוריא. דא ביי מיר איז ״אהבת ישראל-לאנד״ ווער סהאט נישט קיין ״אהבת ישראל״ און רעספעקט פאר ״אנדערע אידן״ זאלן זיך גיין פון סטעטן איילענד צוריק קיין ״סקווירא-לאנד״... גענוג געוועהן!

אין שטעטל סקווירא איז ניטאמאל פארהאנען ״דריי מענטשען״ וואס קומען/שטאמען פון סקווירא אין אינדערהיים. אלעס איז א צוזאמשטעלעניש פון אפאר אונגארישע אידן וואס זענען געקומען נאך די מלחמה און געזוכט א אייגענע היימישע ״אידישע שטעטל״. היינטיגע סקווירא באשטייט פון בעלזער, פאפענער, סיגעט/סאטמאר, וויזניץ, מונקאטש, ספינקא. און וואס וועט שוין זיין אז לעבן סקווירא וועט וואוינען נאך אפאר אידן? ווייל הערצאג דינט נישט דעם (רבי) דוד׳ל פון סקווירא? ער איז א וועזשניצער דארף מען אים שוין פארברענען? ווער מיינען זיי איז אלע אנדערע סקווירער? פון וואו שטאמען זיי? וועט זיין נאך אפאר אידן! איז וואס? סאיז נישטא גענוג ״עכטע פראבלעמען״ אין די היימישע קאמיונטיס? דאס איז דער גרויסער פראבלעם???



קליינע סקווירער בעביס... אן קיין טראפ שכל! פלוז!?

אינטערעסאנט » דינסטאג יוני 5, 2018 1:25 am

· #404952
בן אדם
ווייל אזוי

יעצט ביי די סקווירא חתונה האט מען נישט איינגעלאדענט קיין איינעם פון די וויזניצע רבי'ס.

זיי האבן איינגעלאדענט אלע ברודער חוץ פון ר' ישראל, נאר קיינער איז נישט געגיינגען, אפילו נישט ר' ישראל'ס זון - דעם סקווערער'ס איידעם.


אוודאי איז ער געווין, גראדע א ברודער פין קאסן - הילקרעסט אליינס איז אויך געווין ביים חתונה, (ער איז א מחותן מיט ר' אליעזר גאלדמאן -זעוויהל)

איש את רעהו » דינסטאג יוני 5, 2018 11:55 am

· #404989
סקווירער שרייבט
עס זאגט זיך זייער גרינג און הערט זיך גאנץ זאפטיג אז סקווירא וויל נישט מען זאל וואוינען אין די מייל, ווייל עס וועט זיי צוברעכן השליטה המלאה על תושבי העיירה, אבער לאמיר אריינגיין א משהו טיפער. אין שיכון סקווירא איז איינגעפירט געוויסע יסודות און הנהגות אין אידישקייט וואס איז נישט דא אין ערגעץ אין דער וועלט. א שטייגער ווי די גאסן זענען אפגעטיילט פאר מענער און פרויער; פארפעלקער גייען נישט שפאצירן צוזאמען אויפן גאס; עס זענען נישט דא קיין קאמפיוטערס אין די הייזער; די צניעות ביי די נשים איז אויף אן אנדערער סטאנדארט: עס זענען נישט דא קיין אויפגעדעקטע שייטלען וכו' וכו'.
אזוי אויך בכללות לגבי די שטעטל: עס זענען נישט דא קיין רעסטוראנטן; עס איז נישט דא קיין איין פלאץ וואו מענער און פרויען קענען זיצן צוזאמען און עסן א נאכטמאל; עס זענען נישט דא קיין סווימינג-פאלס אין סקווירא; עס זענען נישט דא די רוישיגע שאפינג צענטערן מיט שרייעדיגע שוי-ווינדאוס; די געשעפטן ווערן פארמאכט אין די פריע שטונדן, עס איז נישט דא קיין איין פלאץ ווי די נוער נושר קען מאכן הענג אוטס וכו' וכו' וואס איז פאר דיר און יעדן איינעם זייער גוט באקאנט. די איינציגסטע פלאץ אין דער וועלט וואו עס וואוינען איבער 1500 משפחות און דער גאנצער ציבור האלט זיך אויף אזא סטאנדארט.
און דאס איז א זאך וואס מיר וואלטן זייער געוואלט קענען אנהאלטן!
און היות וואס דאס זענען זאכן וואס רוב רובם של ישראל האלט נישט אן - אודאי זענען איבעראל דא יחידים וואס יא, אבער על כל פנים באופן פון הנהגות וואס גייט אן אויף דעם גאנצן עולם בכללות איז שיכון סקווירא די איינציגסטע פלאץ אויפן ערד-קוגל, איז דעריבער זייער וויכטיג פאר אונז צו בלייבן אפגעזונדערט פון אנדערע ערליכע אידן - טאקע יראים ושלמים, אבער וואס פירן זיך נישט אויף אונזער סטאנדארט

גאנצל » דינסטאג יוני 5, 2018 12:27 pm

· #404990
agree 100 %

שבת אחים » דינסטאג יוני 5, 2018 12:29 pm

· #404991
זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן. נישט קיין רעסטעראנטן, נישט קיין קאמפיוטערס, אינטערנעט, נישט קיין פרויען, נישט קיין ענגליש, אלעס פיין און וויואל. אבער נישט אויף יעמעמס חשבון. נישט אויף יענעמס בלוט. ווילסט זיין פרום/עקסטרעים. אלעס פיין און וויואל! ער דארף אבער נישט פייניקן יענעם. זיך צו קריגן מיט וויזניץ וואס איז זייער בלוט און פלייש, זיי האבן זיך טויזנט מאל משדך געוועהן צווישן זיך, און זיי זענען געקניפט און געבינדן. און אלעס על לא דבר? דאס איז זייער נישט נארמאל.

אמאל איז געקומען א פרומער ירושלימער איד צו הרה״ק ר׳ יודלע הארוויץ מדזיקוב זצ״ל (נכד הסב״ק מוויזניץ) און ער האט זיך אויפגעטוהן אז ער מאכט אלע עסען ביי זיך אינדערהיים, ער טראסט נישט די קאמפעניס מיט די השגחות נאר ער מאכט אליינס וויין, לאקשן, פערפל, מיליכיגס. פרעגט אים ר׳ יודלע און ווער גרייט צו די אלע זאכן? ווער טוט די ארבעט? זאגט ער וואס הייסט מיין אידענע. זאגט אים ר׳ יודלע הייסט עס ביסט א פרומער אויף יענעמס חשבון?

סקווירא וויל זיין אפגעזונדערט? נישט קיין פראבלעם. זיי אפגעזונדערט. לאז נישט אריין אין דיין שטעטל קיינעם וואס גייט עס קאליע מאכן. אבער ארום דיין שטעטל, קען ער נישט דיקטירן. און אוואדי קען ער נישט דיקטירן וויזניץ. ר׳ ישראל מעג רופן וועמען ער וויל האלטן דרשות אין זיין ביהמ״ד. ר׳ ישראל מעג גיין קלאפן מזוזות וואו מ׳רופט אים (און ווי מ׳באצאלט אים) ער איז גארנישט שולדיג פארן סקווירער. די סקווירער האבן נישט קיין רעכט ווייל זיי זענען ״פרומער״ פון יעדעם איינעם צו רודפן ר׳ נפתלי הערש מקאסאן מיט זיין פאמילע.

גענוג געוועהן מיט די סקווירע רדיפות אויף אומשולדיגע מענשטען. עס איז שוין 2018 היינטיגע צייטן... זיי רודפן שוין די מענטשהייט מיט זייער צוריקטע משגעתן פאר דרייסיג יאר. גענוג!

גאנצל » דינסטאג יוני 5, 2018 12:40 pm

· #404992
אויך אמת

אבער ר' ישראל הגר זאל מיר א טובה טאן יענער זוכט אנצוהאלטן זיין שטעיטל הייליג און ריין שטער ניט מאך דיך ניט ווי אזא וואוילע איידעלער גיי נאר באזוכן פאסט מער פאר אזעלכע פני תם אנשטעלער ווי ר"ט זילבער אזא מין אומדערהערטקייט ר' ישראל מעג זיין נארמאלער פון דעים

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 5, 2018 12:47 pm

· #404993
די ווערטער פון איש את רעהו, וואס מקורם טמא פון חיים שאולזוהן, זענען הונדרעט פערצענט אומריכטיג. לא זו הדרך ולא זו העיר. א מענטש האט נישט קיין רעכטען וואס די תורה גיבט איהם נישט. א רב און קהלה אין שטאט (וואס די ציבור האט געוויילט) זענען כאביר האבירים, זיי האבען די פליכט, און ממילא די רעכט אויסצופיהרען די פליכט, פון אנפיהרען די עניינים שבין אדם לחבירו אין שטאט. זיי זענען פאראנטווארטליך אויף די אלע קהל'ישע עניינים, א שטייגער ווי די בית המדרש, די בית הקברות, די צדקה אנשטאלטען און די מוסדות. זיי דארפען צושטעלען די זאכען וואס די יחידים קענען נישט פאר זיך, לטובת הציבור.

טאמער עס איז דא זאכען וואס זיי האלטען פאר אן אויפטו, למשל וויאזוי דער דאזיגע מענטש זאל גייען אנגעטוהן, מאכט עס נישט זייער פליכט און ממילא נישט זייער רעכט דאס צו פיהרען. זיי האבען נישט די רעכט צו מאנען פון א מענטש צו טוהן א זאך וואס ער איז נישט מחוייב דערין. טאמער איינער וויל זיין פרום און נאר גייען אין גאס מיט א לאנגע רעקעל און א ברייטע (צו שמאלער) הוט, זייער גוט. אבער פאדערען פון יענעם אזא זאך איז נישט זיין רעכט. און טאמער ער וויל מחנך זיין זיין אייגענע קינדער אז אזוי זארף מען טוהן, זאל ער טרעפען א וועג מחנך צו זיין זיין קינדער, נישט פארלאנגען פון יענעם זיך צוצושטעלען. וכ"ה לענין גייען אין גאס מיט די ווייב. ווילסט נישט? גיי נישט. וואס האט עס מיט דיר אז יענעם גייט?

וכ"ה לענין די מייל ארום. עס איז נישט דיינס, און דו קענסט נישט בויען דיין לעבען דורך דערדרוקען יענעם. יענער האט א רעכט צו קויפען דארט, און דו האסט נישט קיין רעכט צו שיקען פיצא'ס אין מיטען נאכט. יענער מעג בויען א שול דארט, און דו האסט נישט קיין רעכט איהם צו קלינגען אין מיטען נאכט. די תורה האט איהם געלאזט מיט זיין רעכט, און דיר נישט געגעבען די רעכט צו טוהן דיינס.

נאך א מזל אז מיר האבען א תורה, ווען נישט וואלטען מיר אלע געהאלטען ווי שאולזוהן.....

איך ווייס נישט צו דער וויזניצער רבי ווייסט פון די אלע זאכען, אבער מזליה חזי אז דאס וואס טוט זיך אין סקווער איז נישט זיין געשעפט, און ער דארף עס עכ"פ נישט שטיצען.

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 5, 2018 12:49 pm

· #404994
וואס א חילוק אויב ערליכע אידן אדער געמיינע גויים וואוינען דערנעבן?
האסט מורא ס'וועט זיך אויסמושן? בוי א מויער ארום דעם הייליג שטעטל און לאז קאסאן עס באצאלן און לאז נישט די לעמעלעך ארויס פון מצרים.
קום אויף מיט אנדערע סעלוצעס ווי איידער צו טרינקן בלוט פון אידן וואס זוכן א דאך איבערן קאפ צו וואוינען.

שבת אחים » דינסטאג יוני 5, 2018 12:51 pm

· #404995
גאנצל
אויך אמת

אבער ר' ישראל הגר זאל מיר א טובה טאן יענער זוכט אנצוהאלטן זיין שטעיטל הייליג און ריין שטער ניט מאך דיך ניט ווי אזא וואוילע איידעלער גיי נאר באזוכן פאסט מער פאר אזעלכע פני תם אנשטעלער ווי ר"ט זילבער אזא מין אומדערהערטקייט ר' ישראל מעג זיין נארמאלער פון דעים


ער דארף זיך צוקריגן מיט רבנים און מענטשען וועגן סקווירא? וואס עפעס? וואס האט ער שוין געטוהן? ר׳ נפתלי הערש איז זיי געגאנגען פרעגן. זיי האבן מסכים געוועהן און שפעטער צוריקגעצויגן. וואס דארף יעצט ר׳ ישראל טוהן? ער איז נישט אינטערטעיניגט פארן סקווירער. און ער גייט נישט טוען זיין ״שמוציגע ארבעט״. ק׳מאן!? איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. אויב סקווירא וויל אז אין זייער מייל זאלן קיינער נישט וואוינען זאלן זיי אפקויפן די מייל ארום זיך. און דעמאלטס וועט ווערן די מייל א מייל ווייטער 🙂 . וועלן זיי מוזן אפקויפן די נעקסטע מייל ביז זיי וועלן אפקויפן גאנץ ראקלאנד קאונטי.


זאלן זיי ארויפלייגן, Barbed wire ארום גאנץ סקווירא און לייגן היטערס ביי די טויערן אזויווי אין תפיסות און פארטיג. אבער רודף נישט יענעם...

גאנצל » דינסטאג יוני 5, 2018 12:58 pm

· #404998
איך הער

סאו ביידע זענען נישט גערעכט

לאז איך מיך ארויס פון זייער קריגעניש

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 5, 2018 1:09 pm

· #404999
גאנצל
איך הער

סאו ביידע זענען נישט גערעכט

לאז איך מיך ארויס פון זייער קריגעניש


וואס עפעס ביידער? וואס האט דער וויזניצער רבי געטוהן נישט ריכטיג? וועמען האט ער באקריוועדעט? קלאפען א מזוזה איז אן עבירה? דער סקווערער פרעגט איהם איידער ער טוט עפעס? ער פרעגט מיר דען? וואס עפעס דארף ער איהם פרעגען צו זיך קימערען מיט זיין אומגעבעטענע מיינונג?

גאנצל » דינסטאג יוני 5, 2018 1:15 pm

· #405000
טאקע ווייל ער פרעגט אזעלכע געמאכט תמימותדיגע בודאפעסטע קושיות ער וויל נישט קיינער זאל אים טשעפין טראץ ס'איז ניט אסור טו עס צו א צווייטן אויך נישט

שבת אחים » דינסטאג יוני 5, 2018 1:49 pm

· #405001
גאנצל
טאקע ווייל ער פרעגט אזעלכע געמאכט תמימותדיגע בודאפעסטע קושיות ער וויל נישט קיינער זאל אים טשעפין טראץ ס'איז ניט אסור טו עס צו א צווייטן אויך נישט


בקיצור דו מיינסט צוזאגן אז ר׳ ישראל דארף זיך נעמען און די הענט אריין און זיך אויסלערנען צוזיין א ״עכטע רבי״ און זיך באנוצן מיט די ״אלטע-סיגעטע-שפראך״ און זיך אויפשטעלן שרייען בפה מלא אויף די אלע פושעים, כופרים, ציונים, אגודיסטן, סתם אידן, וואס וואוינען אין די לופט-מייל פון סקווירא און זיך נעמען באשייגצן די אידן:

״שייגעץ-ארויס״, ״ימח-שמם״, ״ווערימדיגע-קינדער״, ״קרעציגע קינדער״, ח״י שלימים״, ״עפרא לפומיה״, ״עקבי הסוס״, ״משתלטים על הציבור״, ״מסרבים לדין״, ״פראפעשינאל-בעל מוחה״
״הולכים בערכות״, ״שפיגל-ברעכער״...


כהער וואס איר האט פארצושלאגן. וואס נאך?

גאנצל » דינסטאג יוני 5, 2018 1:55 pm

· #405002
ניין ער דארף פלעין זוכן א וועג ארויס שיינערהייט

און ביי די וועי ער האט זיך שוין געפירט ווי א 'עכטע רבי' פארגאנגענע רה.........

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 5, 2018 2:00 pm

· #405003
Re: ובכן צדיקים! פרישע מחלוקה ביי אידן: סקווירא - וויזניץ
וואס וויל דא גאנצל? דאס הייסט געטשעפעט? וואס עפעס? אומרעאליסטישע עקספעקטעישענס זענען א סגולה פאר אנטוישונג. דאס אז ער האפט בכלל אז פרעמדע גייען זיך קימערען מיט זיין בויכוויי, אזש אז דאס נישט טוהן הייסט שוים געטשעפעט, איז א רעצעפט פאר אן אלסער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אינטערעסאנט » דינסטאג יוני 5, 2018 2:20 pm

· #405006
ימים ידברו
טייערע ליטוואק פון בודאפעסט יע די ביסט א ליטווישער און אונגארישער ווייסטו א וודאי פון דיין היים שטאט סקווירא! אפששר זאגט איר מיר מיט וואס איז ער פערטיג? הייסט דאס רב"צ באבווער וואינט אין בארא פארק האט ער מער נישט קיין חסידים? ער האט 1500 משפחות מיט 700 בחורים רובן זענען הייסע חסידים, וועלען אוריספאלען 10 ביז 15 פראצענט איז וואס? פערטיג? פארוואס?


גלייכסט צו סקווירא שטעטל צו באבוב חסידות?

מיינסט אז סקווירא רבי ז"ל האט נישט געוואוסט אז מקען האבן חסידים אונדרויסן?

פאר א סיבה האט ער געוואלט א שטעטל, איך גיי נישט אריין אויב עס איז גערעכט, אבער זיי זענען נישט דא צו האבן ווי מער חסידים, זיי פרובירן צו ראטעווען די סיבה פארוואס עס איז געבויט געווארן די שטעטל.

אינטערעסאנט » דינסטאג יוני 5, 2018 2:39 pm

· #405009
ק/פ

עס זאגט זיך זייער גרינג און הערט זיך גאנץ זאפטיג אז סקווירא וויל נישט מען זאל וואוינען אין די מייל, ווייל עס וועט זיי צוברעכן השליטה המלאה על תושבי העיירה, אבער לאמיר אריינגיין א משהו טיפער. אין שיכון סקווירא איז איינגעפירט געוויסע יסודות און הנהגות אין אידישקייט וואס איז נישט דא אין ערגעץ אין דער וועלט. א שטייגער ווי די גאסן זענען אפגעטיילט פאר מענער און פרויער; פארפעלקער גייען נישט שפאצירן צוזאמען אויפן גאס; עס זענען נישט דא קיין קאמפיוטערס אין די הייזער; די צניעות ביי די נשים איז אויף אן אנדערער סטאנדארט: עס זענען נישט דא קיין אויפגעדעקטע שייטלען וכו' וכו'.

אזוי אויך בכללות לגבי די שטעטל: עס זענען נישט דא קיין רעסטוראנטן; עס איז נישט דא קיין איין פלאץ וואו מענער און פרויען קענען זיצן צוזאמען און עסן א נאכטמאל; עס זענען נישט דא קיין סווימינג-פאלס אין סקווירא; עס זענען נישט דא די רוישיגע שאפינג צענטערן מיט שרייעדיגע שוי-ווינדאוס; די געשעפטן ווערן פארמאכט אין די פריע שטונדן, עס איז נישט דא קיין איין פלאץ ווי די נוער נושר קען מאכן הענג אוטס וכו' וכו' וואס איז פאר דיר און יעדן איינעם זייער גוט באקאנט. די איינציגסטע פלאץ אין דער וועלט וואו עס וואוינען איבער 1500 משפחות און דער גאנצער ציבור האלט זיך אויף אזא סטאנדארט.

און דאס איז א זאך וואס מיר וואלטן זייער געוואלט קענען אנהאלטן!

און היות וואס דאס זענען זאכן וואס רוב רובם של ישראל האלט נישט אן - אודאי זענען איבעראל דא יחידים וואס יא, אבער על כל פנים באופן פון הנהגות וואס גייט אן אויף דעם גאנצן עולם בכללות איז שיכון סקווירא די איינציגסטע פלאץ אויפן ערד-קוגל, איז דעריבער זייער וויכטיג פאר אונז צו בלייבן אפגעזונדערט פון אנדערע ערליכע אידן - טאקע יראים ושלמים, אבער וואס פירן זיך נישט אויף אונזער סטאנדארט.

מיר זענען מקרב יעדע סארט איד און מיר זענען מחשיב יעדן איד; מיר קוקן חלילה נישט אראפ אויף קיינעם, אבער ווי נישט ווי איז דער סקווירא רבי ז"ל אנטלאפן פון שטאט סיי מען זאל נישט וואוינען צוזאמען מיטן גוי, אבער פונקט אזוי אז מען זאל נישט ברענגען קיין ראי' פון אנדערע ערליכע אידן וואס לעבן נישט מיט די גדרים און הנהגות וואס ער האט געוואלט ביי זיין עולם.

דאס איז די סיבה פארוואס עס שטערט אונז ווייניגער גוים ווי להבדיל אידן, ווייל פון דעם נידריגן גוי ברענגט קיינער נישט קיין ראי' און מען לערנט זיך נישט אפ. ווידעראום ווען מען וועט טאג טעגליך זען ווי אידן מיט ווייסע זאקן און לאנגע בערד שפאצירן געמיטליך מאן און ווייב, אדער פארברענגען געשמאק אין רעסטוראנט, וועט עס אפקילן אונזערע געפילן פון די אלע סארט זאכן וואס ליגט אונז איינגעווארצלט די לעצטע זעכציג יאר כולם שוים לטובה. [אגב: צו בארואיגן אלע געמיטער: עס זענען דא הויכע דיקע ביימער צווישן די הייזער און די אומווירדיגע סווימינג פאלס און ווי עס פעלט אויס האט מען געבויעט הויכע צוימען...]

דעריבער, אויב דאס האט איר געמיינט מיט שליטה מלאה על העיר, אז מען וויל פארזיכערן עס זאל זיך ווייטער פירן אויף דעם שטייגער, האט איר זייער גוט צוגעטראפן.

צום שלוס ר' חיים, א ווארט מעומק הלב: איר זענט דאך יא א בר-דעת, און איר פארשטייט זייער גוט אז צו קענען אנהאלטן אזא סארט שטעטל אין יארע 2018 איז ווייט נישט גרינג, און אז עס וועט ווערן אויסגעמישט אלס איין קוגל מיט די מאנסי אידנטום וועט נישט דויערן צו לאנג און מיר וועלן באקומען אלע הלכות פון א שטאט, מיט שאפינג-צענטערן און רעסטוראנטן; הענג-אוטס און מאדערנקייט - א זאך וועלכע מיר ווילן פאר יעדן פרייז פארמיידן.

אזוי שווער צו פארשטיין?!

צו מיר וועלן מצליח זיין? אפן גערעדט: מיר זענען אנגעוויזן אין די הילף פון אונזערע ברודער אחינו בני ישראל, וועלכע זאלן באגרייפן אז דאס גאנצע וואס מיר לעכצן און שטרעבן איז אנהאלטן אונזער הייליגן שטעטל אויף די זעלבע יסודות פון די פארגאנגענע 60 יאר. און ב"ה ממש רובם ככולם פארשטייען און שטעלן זיך צו. איי עס זענען דא יחידים וואס נישט? דאס איז טאקע די סיבה פארוואס עס טוט אונז אזוי וויי, וד"ל.
בלאט: 1 2