ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12275
ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
שטייט אין ספר תולדות יעקב יוסף א משל. א בן מלך איז פארשיקט געווארען צו א ווייטע מדינה. זייענדיג דארט, צווישען פויערן און פראסטע יונגען, האט ער זיך געשפירט ווי א פיש אויף דער ערד, נישט אין פלאץ און אומבאקוועם. ער האט זיך אבער נישט פארגעסען, און א בן מלך איז ער געבליבען.
איין שיינעם טאג, האט ער באקומען א בריוו פון טאטען. די שמחה איז געווען עד אין לשער. א קלייניקייט?! א בריוו פון קעניג, א ווינק פון
דער גרויסע פיהרער אז ער דערמאנט זיך פון איהם! א פראכט!
ער האט געוואלט זיך פרייען, אבער אליינס קען מען דאך נישט. וואס האט ער געטוהן? איינליידענען די פויערן איז דאך אויך נישט אין פלאץ, ט׳ווי קענען זיי דערהייבען די שמחה פון א בריוו פון קעניג? האט ער באשטעלט א סעודה מיט א משתה היין, און צו דעם האבען זיי פארשטאנען. ויאכלו וישתו וייטב לבם, און גענומען האט מען זיך טאנצען. די פויערן האבען געטאנצען פאר די גוטע וויין וואס זיי האבען אריין געזויפט, אבער דער בן מלך האט זיך געפרייט מיט זיין בריוו פון קעניג.
קוקענדיג די ל"ג בעומר שמחה, הייב איך נישט אן צו פארשטייען, ולשמחה מה זו עשה? מיט וואס פרייט מען זיך? וואס איז די יו"ט? פארצייל מיר נישט קיין שטיקעל תורה פון א מאמר פון איינער פון היסטאריא. וואס איז דיין שמחה? מיט וואס ביסטו היינט אזוי פריילעך? יעדער יו"ט איז נישט אזוי, מ׳פרייט זיך און מ׳לייגט צו פלייש מיט וויין, פאר די ׳פויער׳ אינעווייניג. דא זעט זיך אויס ווי די מוזיק אליינס איז די שמחה, נישט קיין היכי תימצי ארויס צו ברענגען אן אנדערע שמחה.
וצל"ע וה׳ יאיר עיני.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אותו שאלה שאלתי היום למו"ר. ואמר לי שישי מרבי יוסף ענגיל הרבה דרשות מענין ל"ג בעומר, ולא נזכר שם כלום מרשב"י. אלא מענין קבלת התורה המתחלת מיום הזה וכו'.
וגם בחת"ס יש הרבה שיום זה מתחיל יו"ט שבועות.
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
איסר האטלקי
ער שרייבט דארט אז די מנחת אלעזר זי"ע פלעגט פארציילן דעם סיפור יעדעס יאר נאכ'ן הדלקה, די פראבלעם איז נאר אז די מנחת אלעזר זי"ע פלעגט נישט צינדן קיין הדלקה...
די מנחת אלעזר זי"ע האט יא איינמאל דערציילט דעם סיפור ביים ל"ג בעומר טיש, און די מעשה איז נישט געוועהן ביי זיין טאטע, נאר ביי הרה"ק ר' משה ב"ר דן זי"ע אבד"ק דאלינא, תלמיד הבעש"ט
אהרן טייטלמאכער מסביר את חומר איסור ההדלקה בלג בעומר
השרף האלוקי רעב אהרן טייטלמאכער בדרשה אודות חומר האיסור להדליק מדורות בלג בעומר.
ומה עוד החטא מתעצם ומתגדל כשמדליקים ההדלקה עם גארטעל
<a class="postlink" href="https://youtu.be/htlLLDSxV0A">https://youtu.be/htlLLDSxV0A</a>
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
מ׳טאנצט פאר א שטיקעל תורה? מ׳פרייט זיך ווייל ערגעץ איז עס פארענטפערט געווארען? און מ׳האט נישט קיין שום פראבלעם אז ביז פאר עטליכע געציילטע יאר צוריק, האט מען ניטאמאל געוואוסט פון די אלע זאכען? דער חפץ חיים איז נישט איינגעפאלען אזאז זאך, ביים צאנזער רב האט מען פון ל"ג בעומר נישט געוואוסט. און יעצט טאנצט מען צוליעב די אלע חשבונות?
מ׳טאנצט ווייל עס איז דא מוזיק. נקודה. דאס איז די פויער וואס טאנצט מיט די פויער. ותו לא.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
אפשר ביי אחינו הליטפאקעס האט מען נישט געוואוסט פון ל"ג בעומר ביז אפאר יאר צוריק, אבער ביי אונז חסידים איז דאס בכלל נישט קיין נייעס זאך, אלע אדמור"ים איהדערהיים האבן געפירט א ל"ג בעומר טיש, נאר דאס מאכן הדלקות אינדרויסן פון מירון דאס איז עפעס וואס האט זיך אנגעהויבן נאכ'ן קריג, און דא אין אמעריקא איז דאס ממש נישט מער ווי אפאר יאר אלט
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
שקר וכזב! ביי חסידישע רבי׳ס, אחוץ געציילטע ממש וואס האבען זיך געוואלט האלטען ארץ ישראל׳דיגע, האט מען נישט געפראוועט ל"ג בעומר. אפשר א לחיים ווי א געהעריגע יארצייט, ותו לא.
יא, א מנהג צו גייען אויף טריפס איז יא געווען, אבער פאר קינדער. און נישט קיין הדלקה (וואס שמעקט בכלל נישט פון א אידישע מנהג) און נישט קיין מוזיק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ישראל אע"פ שאין נביאים בני נביאים הם, דאס שרייבט ר' צדוק על כגון דא
מיר האט נאך נישט געכאפט דעם חזיון, אבער וואס איז שייך צי ערווארטן פין איינער וואס איז אזוי פאגרעבט וואו מיר
איך בין יא מקנא דעם וואס ס'האט געכאפט
אז ס'איז דא א תירץ צי טאנצען דאן לאמער גיין א קאריהאט, פרעג שוין נישט אזוי פיל
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
ליטוואק פון בודאפעסטשקר וכזב! ביי חסידישע רבי׳ס, אחוץ געציילטע ממש וואס האבען זיך געוואלט האלטען ארץ ישראל׳דיגע, האט מען נישט געפראוועט ל"ג בעומר. אפשר א לחיים ווי א געהעריגע יארצייט, ותו לא.

Re: ל
הקטןישראל אע"פ שאין נביאים בני נביאים הם, דאס שרייבט ר' צדוק על כגון דא
מיר האט נאך נישט געכאפט דעם חזיון, אבער וואס איז שייך צי ערווארטן פין איינער וואס איז אזוי פאגרעבט וואו מיר
איך בין יא מקנא דעם וואס ס'האט געכאפט
אז ס'איז דא א תירץ צי טאנצען דאן לאמער גיין א קאריהאט, פרעג שוין נישט אזוי פיל
ווען זאגט מען די לאזונג פון 'אע"פ שאינם נביאים....', און ווען נוצט מען די אנדערע לאזונג פון 'הייפעלע ברכיים אשר לא כרעו לבעל'? ווער האט די רעכט צו שטעלן די ליניע?
ברוך השם מען זוכט אויס נייע ימים טובים, ווייל אויס זעהן בארד, און די רעביס קעיטערען צום עולם, מהאי טעמא האט סאטמארער רבי פין מאנרא אנגעהויבן מאכען הדלקות אליין, אפילו ער זעלבסט האט גערעדט קעגן דעם, ווייל וואס דארף ער צוקוקען ווי פישטי רבי מאכט הדלקות, ער קען אליין אויך.
ענליך צו דעם שטייט אין רמב"ם אז דער אויבערשטער האט געהייסן מקריב זיין קרבנות, ווייל אידען זענען געוועהן אזוי אנגעבינדן אין עבודה זרה, האט כביכול געברויכט געבען אן אפציע מקריב צו זיין קרבנות פאר אים, פשוט ווייל אויב נישט וואלט מען געדינט עבודה זרה.
ממילא אין די היינטיגע דורות ווען עס פאדערט כשרע ענטערטעינמענט כאמור באשכול הטישען, און די אינגע דורות זוכען עס, און די עלטערע האבן עס אויך נישט פיינט, מאכען אלע רבי'ס צוביסלעך הדלקות.
ר' ליטוואק, וויפיל יאר גיבט איר און עס איז דא א הדלקה אין ב.מ.ג.?
ר' ליטוואק
איך קען מיר אבער נישט איינהאלטען און ארויסברענגען א נקודה, אויב האט איר געהערט די דרשה פין ר' אהרן ווי ער האקט אויף הדלקות פרעגט ער די שאלות פין דער חכם, מה העדות וכו', וואס זענען די הלכות פין א הדלקה? ווי גרויס דארף עס זיין? און ער פירט אויס אז עס איז נישטא קיין מסורה ממילא קען ער נישט וויסען וויאזוי צו מאכען א הדלקה, קען ער עס נישט מאכען. (זעהט אויס אז זייט די דרשה האט ער שוין ערהאלטען א מסורה איש מפי פיש).
אבער איר ר' ליטוואק פרעגט וואס איז דאס? ממש א שאלת תם!!! און אין דיין תגובה פרעגסט אביסל מער באריכות, מער אויף די בחינה פין מה העבודה הזאת לכם. וואס דאז איז די שאלת הרשע, וואס איז דא געשעהן מיט אייך ר' ליטוואק, אדער ווי א תם אדער ווי דער רשע, אבער איר קענט נישט פרעגען א שאלת חכם?
אישתישבי
ר' ליטוואק, וויפיל יאר גיבט איר און עס איז דא א הדלקה אין ב.מ.ג.?
מ'האט פונקט נעכטען געקלערט די שאלה אין 'סמעדרעש. ב"ה מיין קינדער גייען צו א חדר וואס פייערט נישט קיין הדלקה. אבער זיי זענען די איינציגסטע חדר וואס איז אזוי.
עס איז טאקע א ווייטאג צו זע'ען ווי מענטשען האבען אזא שוואכען זיך אזש זיי לאזען זיך פאלען פאר די אלע פוסטע זאכען. מיין קינדער האבען געבעטען אז איך זאל זיי נעמען קיין סטאלין נעכטען, און איך האב זיי געזאגט 'ניין', אבער פיהל מענטשען האבען נישט געקענט ביישטיין די נסיון.
הגם איך פארשטיי נישט וואס איז די ביג דיל, וואס שטערט אייך צו נעמען די קינדער?
ליטוואק, מיט וואס איז א פייער ערגער ווי שרייבן אויף קאווע שטיבל?
יענער מיינט ער רעדט צו מלאכים דורכ'ן פייער, דו רעדסט זיך איין אז דו טוסט אויף פאר אידישקייט דא.
יענער שטופט צייט און באקומט אטענשאן פון די פארענטשעס, דו האסט וואס צו טון און באקומסט לייקס.
יענער מיינט אז אלע עולמות דרייען זיך ארום זיין פייער, דו מיינסט אז גאנץ קאווע שטיבל דררייט זיך ארום דיר.
יענער פרעדיגט חסידות, דו בויעסט התנגדות.
יענער אדמו''ר טוט עס אין פובליק אויפן גאס, דו טוסט עס אויפן פרייען אינטערנעט.
איין חילוק: יענער פארגלייזט זיך די אויגן, און דו לאזט עס אפן פול טיים.
ליטוואק פון בודאפעסטאישתישבי
ר' ליטוואק, וויפיל יאר גיבט איר און עס איז דא א הדלקה אין ב.מ.ג.?
מ'האט פונקט נעכטען געקלערט די שאלה אין 'סמעדרעש. ב"ה מיין קינדער גייען צו א חדר וואס פייערט נישט קיין הדלקה. אבער זיי זענען די איינציגסטע חדר וואס איז אזוי.
עס איז טאקע א ווייטאג צו זע'ען ווי מענטשען האבען אזא שוואכען זיך אזש זיי לאזען זיך פאלען פאר די אלע פוסטע זאכען. מיין קינדער האבען געבעטען אז איך זאל זיי נעמען קיין סטאלין נעכטען, און איך האב זיי געזאגט 'ניין', אבער פיהל מענטשען האבען נישט געקענט ביישטיין די נסיון.
וואס שטערט דיך אז דיינע קינדער גייען זעהן ווי מענטשן טאנצן אין זינגען ביי א פייער? וואס קען שוין זיין אזוי שלעכט? נאכדערצו אז מ'רעדט פון סטאלין וואס ביי זיי לייגט זיך עס סאך מער אויפן שכל ווי אנדערע ביי זיי אין חסידות איז עס א געהעריגע יו"ט.
איך דערהייב נישט די שאלה. וואס איז שלעכט מיט שקר? דאס איז עפעס א שאלה?
ליטוואק פון בודאפעסטמיין קינדער האבען געבעטען אז איך זאל זיי נעמען קיין סטאלין נעכטען, און איך האב זיי געזאגט 'ניין', אבער פיהל מענטשען האבען נישט געקענט ביישטיין די נסיון.
דו מיינסט אוודאי צו זאגן
און נאך פיהל מענטשן האבן נישט געקענט ביישטיין די נסיון.
דו ביזט סתם א פרומער אויף יענעמס חשבון. ראפשיצער רב האט שוין געזאגט אז 'פרום' איז ראשי תיבות פון פ'יהל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות.
ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז דיין שמחה? מיט וואס ביסטו היינט אזוי פריילעך? יעדער יו"ט איז נישט אזוי, מ׳פרייט זיך און מ׳לייגט צו פלייש מיט וויין, פאר די ׳פויער׳ אינעווייניג. דא זעט זיך אויס ווי די מוזיק אליינס איז די שמחה, נישט קיין היכי תימצי ארויס צו ברענגען אן אנדערע שמחה.
וצל"ע וה' יאיר עיני.
זאג, קענסט אונז אפשר אויסזאגן וועלכע מוזיק דו הערסט אויס (אויב בכלל...)? און פון וועמען? איך זיך עפעס א ריפלעיסמענט פון די אלע ל"ג בעומר, מירונער און שמחת בית השואבה טענץ. איך שפיר עפעס אז ס'איז א פאלשע שמחה, ס'איז נאר די מוזיק.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך דערהייב נישט די שאלה. וואס איז שלעכט מיט שקר? דאס איז עפעס א שאלה?
וואס הייסט שקר? עס איז א יומא דהילולא פין ר' שמעון, אין מירון איז אייביג געווען טענץ אין שמחה, ווייל מען האט עס נישט געמאכט אין חוץ לארץ אדער אפילו אין ארץ ישראל נישט אין מירון, מיינט נישט, אז ווען מען מאכט די שמחה איבעראל איז עס שקר. איך זאג נישט, מיר באדערט אויך דער בל תוסיף פין דעם, אבער מיט שקר האט עס נישט.
אלע דיינע קשיות, וואס די פרעגסט וואס די שמחה איז וכו', קענסטו פרעגען אויף מירון גופא, און דארט שטייט דאך אין כתבי אר"י גענוג סיבות אויף דער שמחה. אלא מאי ביסטו א מסורה איד וואס קוועטשט אים אז מען מאכט א שמחה אין מקומות וואס מען האט נישט אמאהל געמאכט? זייט ווען ביסטו אזוי אדוק אין מסורה?
שקר איז ווען מ'זאגט כתבי אר"י און מ'מיינט קאושער ענטערטעינמענט. 'אין מירון איז אייביג געווען', איז לאו דוקא אמת. יא, עס איז אייביג געווען מענטשען דארט. אבער דאס מיינט נישט אז די מענטשען זענען עפעס וואס מיר ווילען נאכמאכען. מיין רבי זזג האט געלערנט אין כפר חסידים אין די י' יארען, און ער האט מיר דערציילט אז ער האט אמאל געכאפט א טרעמפ מיט שלמה גורן קיין מירון, און עס איז נישט געווען קיין עקסטער כ'ניאקישע צוזאמענקומפ, מילד גערעדט.
די טענה איז נישט צו איך בין אדוק אין מסורה, נאר אז די וואס זענען יא אדוק אין מסורה האבען נישט וואס צו זוכען דארט.
און בעיקר, וואס ווילען מיר דארט אויפטוהן? ווען מיין ברודער מאכט חתונה, פריי איך מיר. אבער מיין גוף האלט מיר עפעס צוריק? גיב איך איהם א טרינק און א טעלער עסען מיט מוזיק, און אלס טאנצט צוזאמען. דא איז עס נאר די טעלער עסען מיט די מוזיק, ווייל אינערליך איז עס גארנישט, וויפיהל סייטס וואס דער אויבען וועט לינקען.
דו ווילסט זיין דיפרעסט? כל הכבוד. אבער וואס זענען דיינע קינדער שולדיג?
אזוי? איידער די נייע מנהג איז ערפינדעט געווארען זענען אלע אידען געווען דעפרעסט?
[quote="
בני יששכר מאמר ג' לחודש אייר סעיף ג'"]
ותבין לפי זה אשר נתאמת לנו מאנשי אמת, אשר השמחה ביום הזה על ציון ר' שמעון בן יוחאי היא שלא כטבע, "אור צדיקים ישמח" (משלי יג ט):[/quote]
Re: ל
נאכאמאל, דיין געפילען ווערען ערוועקט פון א מראה מקום?
אז איך ווען זיך מוזען בעסער מסביר זיין, איז אזוי. א מענטש זיצט זיך אין סוכה נאך זיין כפרה יוכ"פ, נאך דער קורבה לה׳ פון אן עשי"ת, א התעוררות פון ר"ה, און ער איז בשמחה. גיבט ער פאר׳ן גוף מיטצופרייען און יאלא, מ׳קען טאנצען. אזוי טאנצט זיך אום שמח"ת, ווייל מ׳האט א יו"ט. אוודאי זענען דא נישט אזעלכע דערהויבענע אידען דארט אויך, און ביי אונז הערשט מער די גשמיות׳דיגע שמחה ווי די רוחניות׳דיגע, אבער דער שידוך איז דא. די נשמה פון די שמחה איז די רוחניות׳דיגע. די גשמיות, ווי גרויס עס זאל נאר זיין, איז די טפל.
וואס איז די נשמה פון ל"ג בעומר? אויפ׳ן אמת, נישט ׳שטיקלעך תורה פון נאך די פאקט׳, נאר די אמת׳ער באדייט. וואס זוכט מען אויפצוטוהן? פארוואס ביסטו פריילאך? דער משקה און מוזיק קומט צו העלפן די שמחה, אדער דאס איז די גאנצע שמחה?
ליטוואק פון בודאפעסטוואס איז די נשמה פון ל"ג בעומר? אויפ׳כן אמת, נישט ׳שטיקלעך תורה פון נאך די פאקט׳, נאר די אמת׳ער באדייט. וואס זוכט מען אויפצוטוהן? פארוואס ביסטו פריילאך? דער משקה און מוזיק קומט צו העלפען די שמחה, אדער דאס איז די גאנצע שמחה?
[quote="נקודת-אמת"][quote="
בני יששכר מאמר ג' לחודש אייר סעיף ג'"]
ותבין לפי זה אשר נתאמת לנו מאנשי אמת, אשר השמחה ביום הזה על ציון ר' שמעון בן יוחאי היא
שלא כטבע, "אור צדיקים ישמח" (משלי יג ט):[/quote][/quote]
אז איך וועל דיר מדגיש זיין די פוינט וועסטו פארשטיין וואס איך וויל ארויסברענגען?
אמאהל איז טאקע נישט געוועהן א פרעקשען פין די אידען וואס איז היינט דא, אבער מען איז געקומען קיין מירון פין טערקיי, עס איז דא א ספר יסוד יוסף וואס זאגט אז אויב מען וויל פארען בחינם קען ארץ ישראל זאל מען זיך מיטכאפען מיט די אידען פין טערקיי וואס פארען אויף לג בעומר!! און דאס גייט צוריק מיט הונדרעטער יארען!!! און ר' חיים וויטאל שרייבט אז דער אר"י איז געקומען אויף לג בעומר ווען ער האר נאך געוואוינט אין מצרים!!
אוודאי היינט אז עס קומען פינף הונדערט טויזענט אידן דורך דער טאג טאנצט מען אסאך מער.
אבער די שמחה איז פשוט פאר דעם וואס רשב"י האט מגלה געוועהן סודות התורה. קענסט מיר טענה'ן אז די האסט נישט מיט דעם, אבער הא גופא קשיא, האב יא!!
איך פארשטיי אז פארשידענע ליטווישע האבן אפגעלאכט פין לג בעומר אבער פארפאלן, דער יו"ט איז אריין און איז דא.
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
ליטוואק פון בודאפעסטשקר איז ווען מ'זאגט כתבי אר"י און מ'מיינט קאושער ענטערטעינמענט. 'אין מירון איז אייביג געווען', איז לאו דוקא אמת. יא, עס איז אייביג געווען מענטשען דארט. אבער דאס מיינט נישט אז די מענטשען זענען עפעס וואס מיר ווילען נאכמאכען. מיין רבי זזג האט געלערנט אין כפר חסידים אין די י' יארען, און ער האט מיר דערציילט אז ער האט אמאל געכאפט א טרעמפ מיט שלמה גורן קיין מירון, און עס איז נישט געווען קיין עקסטער כ'ניאקישע צוזאמענקומפ, מילד גערעדט.
.
די מנחת אלעזר זי"ע איז טאקע מ'האי טעמא נישט געגאנגען קיין מירון ביינאכט ווייל די רבנים פון ירושלים און פון צפת האבן איהם געזאגט אז ביינאכט איז דא דארטן גרויסע פריצות, אבער בייטאג איז ער יא געגאנגען און ס'זענען געוועהן דארטן א ריזיגער עולם ערליכע אידן און מ'האט געטאנצט און געזינגען און זיך געפרייט, ר' משה גאלדשטיין שרייבט אין מסעות ירושלים אז די שמחה דארטן איז גאר גרויס און דער עולם גייט מיט בגדי שבת ויו"ט, ומי שלא ראה שמחה זו לא ראה שמחה מימיו
ליטוואק פון בודאפעסטנאכאמאל, דיין געפילען ווערען ערוועקט פון א מראה מקום?
אז איך ווען זיך מוזען בעסער מסביר זיין, איז אזוי. א מענטש זיצט זיך אין סוכה נאך זיין כפרה יוכ"פ, נאך דער קורבה לה׳ פון אן עשי"ת, א התעוררות פון ר"ה, און ער איז בשמחה. גיבט ער פאר׳ן גוף מיטצופרייען און יאלא, מ׳קען טאנצען. אזוי טאנצט זיך אום שמח"ת, ווייל מ׳האט א יו"ט. אוודאי זענען דא נישט אזעלכע דערהויבענע אידען דארט אויך, און ביי אונז הערשט מער די גשמיות׳דיגע שמחה ווי די רוחניות׳דיגע, אבער דער שידוך איז דא. די נשמה פון די שמחה איז די רוחניות׳דיגע. די גשמיות, ווי גרויס עס זאל נאר זיין, איז די טפל.
וואס איז די נשמה פון ל"ג בעומר? אויפ׳ן אמת, נישט ׳שטיקלעך תורה פון נאך די פאקט׳, נאר די אמת׳ער באדייט. וואס זוכט מען אויפצוטוהן? פארוואס ביסטו פריילאך? דער משקה און מוזיק קומט צו העלפען די שמחה, אדער דאס איז די גאנצע שמחה?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ר' ליטוואק,
היות איך זעה איז האבן דא א גרויסע בעל מדריגה אויף ק"ש, אויף א ערענסטער האט, אפשר טוט איר אונז מיטטיילן די שמחה וואס איר האט ביי אנדערע ימים טובים. לייגט אראפ איר שמחה אויף פסח למשל, ווען איר האט א שאלות תם וואס פרעגט אייך מה זאת, וואס איז דאס? אויף סוכות זעה איך אז איר האט א שמחה פין כפרת עוונות פין יום כיפור, איז פארוואס מאכט איר נישט טענץ אויף יום קדוש? ווי אויך שבועות, מה זאת?
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
פון הרב נתן סליפקין׳ס רעצענזיע אויפ׳ן ביך Who Stole my Religion פון Dr. Richard H. Schwartz.📎 IMG_4355.jpg
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
הגה"צ ר' מאטל שליט"א ביי א שיעור לקראת ל"ג בעומר, (ס'קומט נישט דוקא אריין אין דעם אשכול) אבער ס'איז זייער אקטועל פאר חכמי ורבני השטיבל שיחיו, ובפרט דא אין העמק דבר:
בפרט ווען ס'קומט צו דעות רעות, דעות פון די סטרא אחרא, דעות וואס קומט פון חכמות חיצוניות, דעות וואס איז כנגד אמונה, דעות וואס איז כנגד השקפת התורה. און ס'איז א גאנצע וועלט, א גאנצע וועלט פון חכמים, פון חכמות חיצוניות. ס'איז חכמות חיצוניות, ס'איז כנגד התורה. א פנימי הייסט ער איז אריין אין א געוויסע וועלט, וואס אין די וועלט נישט נאר מ'ווערט נישט נכשל פון די פגמים פון די עולם החיצוני, נאר ס'רעדט אפי' נישט צו עם, מ'לאכט זיך אויס.
איינער ווערט נתפעל פון חכמות חיצוניות, ווען ער וואלט אמאל טועם געווען א ריכטיגן טעם פון א ריכטיגע גילוי אין די תורה וואלט ער זיך אויסגעלאכט טויזנט מאל, זיי וואלטן נישט געהאט וואס צו פארקויפן. זיי זאגן פשטים, און זיי טייטשן אפ תורה, נאכדעם פרעגן זיי קושיות אויף די תורה, זיי זאגן פשטים אין תנ"ך זיי זאגן פשטים אין די אבות הק', אין דוד המלך. אז איינער לערנט פנימיות התורה, זעהט ער דאך אז ער ווייסט דאך נישט בין ימינו לשמאלו, ער הייבט נישט אן צו וויסן בין ימינו לשמאלו. פנימיות התורה האט געעפנט די תורה אזוי ווי מ'עפנט א שפראך. אמאל האט מען נישט פארשטאנען די מצרי'שע שפראך, אויף ענגליש הייסט עס אריגליפוקס האט מען אמאל נישט פארשטאנען, מ'האט געזען ס'איז איבערגעבליבן כתבים און לימודים, פארשידענס פון די אלטע שפראך, מ'האט אבער נישט פארשטאנען וואס ס'איז, איז געקומען איינער און ער האט עס געפנט, ער האט אפי' נישט געדארפט ברענגען קיין ראיה אז דאס איז די ריכטיג אפגעטייטש ווייל ס'האט געמאכט סענס, עפנסט אויף די שפראך און דו קענסט ליינען די ווערטער אלע ווערטער מאכן סענס, ווייסטו דאך אז דאס איז די שפראך.
דער אר"י דארף אפילו נישט האבן קיין ראיות אז ער האט מכוין געווען להלכה, ווייל נאכדעם וואס ער האט געפנט די שפראך, זעסטו א אנדערע תורה, ס'מאכט סענס, זעסט וואס ס'מיינט דור הפלגה, זעסט וואס ס'מיינט דור המדבר, קענסט אפטייטשן מכירת יוסף, קענסט אפטייטשן די מעשה פון דוד מיט אבשלום, זאכן וואס איז זייער שווער אפצוטייטשן פאר די בעלי הפשט, כמה זאכן וואס טוען זיך אפ אין נ"ך, די מעשה מיט בת שבע, קומסט צו פנימיות התורה האט עס זייער קלארע פשטים, זייער פשוטע אפענע פשטים, אויף א מורא'דיגן אופן.
און בכלל אז ס'ווערט נתגלה פנימיות התורה און ס'ווערט נתגלה די קדושת התורה, די אור התורה, זעסטו קלאר דאס איז די ריינע אמת, פאר דעם איז א מענטש באשאפן געווארן, דאס איז די תכלית החיים, דאס פארענטפערט אלעס, מילא ווערט מען נישט נתפעל פאר גארנישט, מ'ווערט א פנימי.
ס'איז כדאי אויסצוהערן דעם גאנצן שמועס, זייער א שיינעם שמועס
https://www.kolhalashon.com/new/Media/PlayShiur.aspx?FileName=38439510&Lang=IdishRe: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
סמרה #
הגה"צ ר' מאטל שליט"א ביי א שיעור לקראת ל"ג בעומר, (ס'קומט נישט דוקא אריין אין דעם אשכול) אבער ס'איז זייער אקטועל פאר חכמי ורבני השטיבל שיחיו, ובפרט דא אין העמק דבר:
בפרט ווען ס'קומט צו דעות רעות, דעות פון די סטרא אחרא, דעות וואס קומט פון חכמות חיצוניות, דעות וואס איז כנגד אמונה, דעות וואס איז כנגד השקפת התורה. און ס'איז א גאנצע וועלט, א גאנצע וועלט פון חכמים, פון חכמות חיצוניות. ס'איז חכמות חיצוניות, ס'איז כנגד התורה. א פנימי הייסט ער איז אריין אין א געוויסע וועלט, וואס אין די וועלט נישט נאר מ'ווערט נישט נכשל פון די פגמים פון די עולם החיצוני, נאר ס'רעדט אפי' נישט צו עם, מ'לאכט זיך אויס.
איינער ווערט נתפעל פון חכמות חיצוניות, ווען ער וואלט אמאל טועם געווען א ריכטיגן טעם פון א ריכטיגע גילוי אין די תורה וואלט ער זיך אויסגעלאכט טויזנט מאל, זיי וואלטן נישט געהאט וואס צו פארקויפן. זיי זאגן פשטים, און זיי טייטשן אפ תורה, נאכדעם פרעגן זיי קושיות אויף די תורה, זיי זאגן פשטים אין תנ"ך זיי זאגן פשטים אין די אבות הק', אין דוד המלך. אז איינער לערנט פנימיות התורה, זעהט ער דאך אז ער ווייסט דאך נישט בין ימינו לשמאלו, ער הייבט נישט אן צו וויסן בין ימינו לשמאלו. פנימיות התורה האט געעפנט די תורה אזוי ווי מ'עפנט א שפראך. אמאל האט מען נישט פארשטאנען די מצרי'שע שפראך, אויף ענגליש הייסט עס אריגליפוקס האט מען אמאל נישט פארשטאנען, מ'האט געזען ס'איז איבערגעבליבן כתבים און לימודים, פארשידענס פון די אלטע שפראך, מ'האט אבער נישט פארשטאנען וואס ס'איז, איז געקומען איינער און ער האט עס געפנט, ער האט אפי' נישט געדארפט ברענגען קיין ראיה אז דאס איז די ריכטיג אפגעטייטש ווייל ס'האט געמאכט סענס, עפנסט אויף די שפראך און דו קענסט ליינען די ווערטער אלע ווערטער מאכן סענס, ווייסטו דאך אז דאס איז די שפראך.
wishful thinking!
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
במחכת"ה: איך וויל נאר וויסן אויב קאמפיוטער סייענס, די פארשריט אין מעדיצין און ספעיס טרעוול איז אויך חכמות חיצוניות.
זיכער. ווען א (גוי'אישער) קאמפיוטער סייענטיסט זאגט דיעות און פשטים אין דברי תורה אדער הלכה האט עס טאקע נישט קיין טעם. אבער יש חכמה גויים תאמין.
אויך שטייט אין זוה"ק. אויפ'ן פסוק .." וארובות השמים נפתחו...בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתפתחון תרעין דחוכמתא.
ס'איז אן איבערצייגטער פאקט אז די וועלטליכע טעכנאלאגיע האט זיך שטארק אנטוויקלט נאך דעם יאר ת"ר, (1840 למספרם).
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
מענין לענין. די יודעי דעת עליון זענען פארנומען על מה עשה ה' ככה אז מען קען נישט עולה זיין מירונה די לעצטע פאר יאר. געוויסע באשולדיגן די באקאנטע שעיר המשתלחת די ציונים יפרח שמם וזכרם, און געוויסע האבן אנדערע חשבונות העולה בגמטירה מ"ה. טראכט איך אבער אז עס איז אלס א פשוטע קפידה און רוגזה פון רבי משה דיליאון אויף דעם וואס מען איז מייחס די זוהר אין גאנצן צו רבי שמעון, ווייל אויב חז"ל לערנען אז האומר דבר בשם אמרו מביא גאולה לעולם איז דאך מכלל הן אתה שומע כעונה, און רבי משה דיליאון איז תובע זיין פארדינטער קרעדיט. וואס הגם ער איז דאך אליין שולדיג אין פארנערן די אשרי העם ה"ם לומדיך, איז עס פארט אן אפgנער וועלט און היה להם ללמוד ולא למדו, ושגגת זוהר עולה זדון.
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
דער רשב"י באקומט יעדעס יאר א גרויסן כבוד פארן חיבורן דעם זוהר, דער אמת'ער מחבר הזוהר זיצט שטילערהייט און פארשוואונדן און זעט ווי דער רשב"י שניידט די פירות פון זיין עמל. דערפאר האט מען באשלאסן צו מאכען א פליגער צו זיין קבר אין ספרד, כדי צו טיילן דעם כבוד וואס מען האט אים גענומען.
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
און וואס איז געווען מיט פיר פינף יאר צוריק, האט ער זיך דעמאלטס נישט אנגענומען פאר זיין כבוד....
אין לנו אלא דברי בן עמרם, מיר ווייסן וואס אונזערע הייליגע צדיקים האבן אונז געלערנט, ותו לא מידי.
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
וחי בהם #
דער רשב"י באקומט יעדעס יאר א גרויסן כבוד פארן חיבור'ן דעם זוהר, דער אמת'ער מחבר הזוהר זיצט שטילערהייט און פארשוואונדן און זעט ווי דער רשב"י שניידט די פירות פון זיין עמל. דערפאר האט מען באשלאסן צו מאכען א פליגער צו זיין קבר אין ספרד, כדי צו טיילן דעם כבוד וואס מען האט אים גענומען.
ער דארף דאנקען זיין ווייב/רעבעצין. זי האט אויסגעזאגט דעם סוד. ווען זיי האבן זיך גע-גט'.
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
אלפא #
wishful thinking!
דאס איז טאקע מיין שאלה, איז דא איינער וואס קען זאגן בדידיה הוי עובדא אנדערש? אפשר
@מי אני וכדו'?
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
וחי בהם #
דער רשב"י באקומט יעדעס יאר א גרויסן כבוד פארן חיבורן דעם זוהר, דער אמת'ער מחבר הזוהר זיצט שטילערהייט און פארשוואונדן און זעט ווי דער רשב"י שניידט די פירות פון זיין עמל. דערפאר האט מען באשלאסן צו מאכען א פליגער צו זיין קבר אין ספרד, כדי צו טיילן דעם כבוד וואס מען האט אים גענומען.
דאס איז לכאורה זיכער, אפי' מ'נעמט אן אז ר' משה דיליאון האט פארפאסט דעם זוהר, אז ער האט געוואלט אז ס'זאל אויסזען ווי רבי שמעון בר יוחאי האט עס מחבר געווען.
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
סמרה #
אלפא #
wishful thinking!
דאס איז טאקע מיין שאלה, איז דא איינער וואס קען זאגן בדידיה הוי עובדא אנדערש? אפשר
@מי אני וכדו'?
דאס צו פנימית התורה - ווען מ'לערנט עס ריכטיג, ווען מ'פארשטייט עס ווי עס דארף צו זיין, ווען מ'האט די גוטע הקדמות דערצו, ווען מ'גייט צו בקדושה וטהרה, ווען מ'איז געווען אין מקוה פארדעם, ווען מ'האט קיינמאל געזינדיגט, און ווען מ'האט די פאסיגע רביים - איז גובר איבער 'חכמות חצונית', איז עפעס וואס איז ניטאמאל פאלציפירבאר אביעקטיווערהייט.
אבער דאס אז עס זענען דא צענדליגע - אויב נישט הונדערטע מענטשן וואס האבן טועם געווען פון חכמות חיצונית און האבן אויך א יד ושם אין תורה/קבלה/פנימית/וכו' און לאכן זיך נישט אויס - זיכער נישט טויזענטער מאל - דאס איז א פאקט וואס כמעט יעדע דא אין שטיבל קען באשטעטיגן (אנדערש וואלט ער נישטא געווען..) און זאגן אנדערש איז נישט מער ווי wishful thinking אדער ריינע איגנאראנץ.
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
אלפא #
דאס צו פנימית התורה - ווען מ'לערנט עס ריכטיג, ווען מ'פארשטייט עס ווי עס דארף צו זיין, ווען מ'האט די גוטע הקדמות דערצו, ווען מ'גייט צו בקדושה וטהרה, ווען מ'איז געווען אין מקוה פארדעם, ווען מ'האט קיינמאל געזינדיגט, און ווען מ'האט די פאסיגע רביים - איז גובר איבער 'חכמות חצונית', איז עפעס וואס איז ניטאמאל פאלציפירבאר אביעקטיווערהייט.
אבער דאס אז עס זענען דא צענדליגע - אויב נישט הונדערטע מענטשן וואס האבן טועם געווען פון חכמות חיצונית און האבן אויך א יד ושם אין תורה/קבלה/פנימית/וכו' און לאכן זיך נישט אויס - זיכער נישט טויזענטער מאל - דאס איז א פאקט וואס כמעט יעדע דא אין שטיבל קען באשטעטיגן (אנדערש וואלט ער נישטא געווען..) און זאגן אנדערש איז נישט מער ווי wishful thinking אדער ריינע איגנאראנץ.
ער רעדט דאך נישט פון סתם חכמות חיצוניות, ער רעדט פון חכמות חיצוניות אקעגן די תורה.
אז מ'שרייבט וועגן דוד המלך מיט בת שבע, ווי
@שמן למאור דא, זאגט ער אז דורך פנימיות התורה פארשטייט מען עס קלאר, און מ'ווערט נישט צומישט, איז עס טאקע אזוי, אדער נישט?
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
אמאל האט מען נישט פארשטאנען די מצרי'שע שפראך, אויף ענגליש הייסט עס אריגליפוקס האט מען אמאל נישט פארשטאנען, מ'האט געזען ס'איז איבערגעבליבן כתבים און לימודים, פארשידענס פון די אלטע שפראך, מ'האט אבער נישט פארשטאנען וואס ס'איז, איז געקומען איינער און ער האט עס געפנט, ער האט אפי' נישט געדארפט ברענגען קיין ראיה אז דאס איז די ריכטיג אפגעטייטש ווייל ס'האט געמאכט סענס, עפנסט אויף די שפראך און דו קענסט ליינען די ווערטער אלע ווערטער מאכן סענס, ווייסטו דאך אז דאס איז די שפראך.
https://en.wikipedia.org/wiki/Egyptian_language#Old_EgyptianRe: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
כרם זית #
מענין לענין. די יודעי דעת עליון זענען פארנומען על מה עשה ה' ככה אז מען קען נישט עולה זיין מירונה די לעצטע פאר יאר. געוויסע באשולדיגן די באקאנטע שעיר המשתלחת די ציונים יפרח שמם וזכרם, און געוויסע האבן אנדערע חשבונות העולה בגמטירה מ"ה. טראכט איך אבער אז עס איז אלס א פשוטע קפידה און רוגזה פון רבי משה דיליאון אויף דעם וואס מען איז מייחס די זוהר אין גאנצן צו רבי שמעון, ווייל אויב חז"ל לערנען אז האומר דבר בשם אמרו מביא גאולה לעולם איז דאך מכלל הן אתה שומע כעונה, און רבי משה דיליאון איז תובע זיין פארדינטער קרעדיט. וואס הגם ער איז דאך אליין שולדיג אין פארנערן די אשרי העם ה"ם לומדיך, איז עס פארט אן אפנער וועלט און היה להם ללמוד ולא למדו, ושגגת זוהר עולה זדון.
’’עד שזה סמוך גלו נבלותם לעין כל, ומדפיסים בקרחיהם הרעים שכופרים לגמרי בכל דברי הזוהר הקדוש ובכל דרכי הקבלה, ומחציפים פניהם ואומרים שכל ספר הזוהר הקדוש והתקונים לא יצא מפי רבי שמעון בר יוחאי וחביריו, והדפיסו איזה קרח על זה וכו', אשר כל בר דעת מבין שדברי הזוהר הקדוש והתקונים אי אפשר להתגלות כי אם על־פי רוח הקדש גבוה ונורא מאד שהופיע על צדיק קדוש כמותו שהוא רבי שמעון בר יוחאי ובנו שישבו שלש עשרה שנים במערה וכו', וכן כתבי האר"י ז"ל, כמו שאיתא בהקדמת ה'עץ חיים' שכל מי שיסתכל בו באמת יעיד שאי אפשר בשכל אנושי לגלות חידושים והתגלות כאלה וכו', והם רוצים לעקור ולסתור חס ושלום בנינים נשגבים כאלה, לא תהא כזאת בישראל".
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
מאות ראיות שרשב"י לא כתב הזוהר בימיו:
בפרשת בראשית דף י"ז ע"ב גבי הבדלה וישראל עבדי עובדא בהדס – זהו מנהג חלק מהראשונים המוזכר בטור בסי' רצ"ז עי"ז, ובזמן חז"ל והגאונים לא נזכר מנהג זה.
בזוהר כ"ט ע"א: "והיינו בי"ת, דכתיב 'בחכמה יבנה בית', וכתיב 'אפריון עשה לו המלך שלמה מעצי הלבנון', 'אפריון' דא תקונא דעלמא תתאה מעלמא עלאה, דעד לא ברא קב"ה עלמא הוד, סתם שמיה ביה... עד דסליק ברעותא למברי עלמא, והוה רשים ובני ולא קיימא עד דאתעטף בעטופא חד דזיהרא עלאה דמחשבה וברא עלמא, ואפיק אמין עלאין רברבין מההוא נהורא זיהרא עלאה... הדא הוא דכתיב 'מעצי הלבנון', דהא מאלין עביד ההוא אפריון".
ומקורו מפי ר' עזרא רבו של הרמב"ן על שה"ש: " 'אפריון עשה לו המלך שלמה מעצי לבנון', ר"ל משפע החכמה ומזיוה הבהיק האור ההוא ונתאצל ממנו. וזהו שאמר בבראשית רבה: מהיכן נבראת האורה? נתעטף הקב"ה כשלמה והבהיק זיווה מסוף העולם ועד סופו. השלמה היא הזמנת המשכת החכמה הסובבת את הכל, ו'נתעטף' רצונו לומר קיבל זוהר מן השפע ההוא... ועל זה אמר שלמה... 'מעצי הלבנון' משם היתד. אצילת הכל".
זוהר בראשית ל"ו ע"ב: "הכי קאמר: 'הלא אם תיטיב' עובדך 'שאת'. מאי 'שאת' ? כדכתיב 'יתר שאת', דהא בוכרא שבחא".
ומקורו ברמב"ן בראשית ד' ז': "ועל דעתי : אם תיטיב יהיה לך יתר שאת על אחיך, כי אתה הבכור". יש להדגיש, שהרמב"ן מציין ביאור זה כחידושו, שלא כדעתם של מפרשים אחרים.
בזוהר נח ס' ע"ב: וַתִּשָּׁחֵת הָאָרֶץ לִפְנֵי הָאֱלֹקִים. אָמַר רַבִּי יְהוּדָה כֵּיוָן דִּכְתִיב וַתִּשָּׁחֵת הָאָרֶץ אַמַּאי לִפְנֵי הָאֱלֹקִים. אֶלָּא כֵּיוָן דְּעֲבָדוּ חוֹבֵיהוֹן בְּאִתְגַּלְּיָא לְעֵינֵיהוֹן דְּכֹלָּא כְּדֵין לִפְנֵי הָאֱלקִים כְּתִיב.
רַבִּי יוֹסֵי אָמַר אֲנָא אִפְכָא אֲמָרִית. וַתִּשָּׁחֵת הָאָרֶץ לִפְנִי הָאֱלֹקִים. בְּקַדְמִיתָא לִפְנֵי הָאֱלֹקִים דְּלָא הֲווּ עָבְדֵי בְּאִתְגַּלְּיָיא. לִפְנֵי הָאֱלקִים עֲבָדוּ וְלָא לִפְנֵי בְּנֵי נְשָׁא. וּלְבַסוֹף עֲבָדוּ בְּאִתְגַּלְּיָא הֲדָא הוּא דִכְתִיב וַתִּמָּלֵא הָאָרֶץ חָמָס. דְּלָא הֲוָה אֲתַר בְּכָל אַרְעָא דְּלָא הֲוָה בְּאִתְגַּלְּיָא. וּבְגִין כָּךְ בִּתְרֵי גַּוְונֵי אָמַר קְרָא.
ומקורו באבן עזרא בראשית ו' י"א: ותשחת הארץ. הטעם אנשי הארץ וכן ארץ כי תחטא לי. וכל הארץ באו. ויש אומרים כי טעם לפני האלקים, בפרהסיא. ואחרים אמרו כי הטעם שנשחתו בסתר ובדברים מכוסים שלא ידעם כי אם ה'.
בזוהר ע"ד ע"א: וַיֹּאמְרוּ הָבָה נִבְנָה לָנוּ עִיר וּמִגְדָּל וְרֹאשׁוֹ בַּשָּׁמַיִם וְנַעֲשֶׂה לָנוּ שֵׁם. רַבִּי חִיָּיא פָּתַח (ישעיה נז) וְהָרְשָׁעִים כַּיָּם נִגְרָשׁ וְגו'. וְכִי אִית יָם נִגְרָשׁ. אִין, דְּכַד יַמָּא נַפְקָא מִתִּקּוּנֵיהּ וְאָזִיל (בלא הבלא) בְּלָא חַבָּלָא, כְּדֵין נִגְרַשׁ וְאִתְתְּרַךְ מֵאַתְרֵיהּ, כְּמַאן דְּרָוֵי חַמְרָא וְלָא יָתִיב עַל בּוּרְיֵיהּ וְסָלְקָא וְנָחֲתָא. מַאי טַעְמָא בְּגִין כִּי הַשְׁקֵט לא יוּכַל, וְיִגְרְשׁוּ מֵימָיו רֶפֶשׁ וְטִיט. דְּמַפְקוּ מֵימוֹי כָּל הַהוּא טִינָא דְיַמָּא וְכָל טִנּוּפָא לְשִׂפְוָותֵיהּ.
ומקורו ברד"ק ישעיה נ"ז כ': "ופירוש 'כים נגרש' - כמו הים שהוא נגרש אל השפה בכל רגע ורגע... ובבאו אל השפה יגרשו מימיו רפש וטיט מקרקע הים אל היבשה".
בזוהר ע"ח ע"א: אין הבה אלא לשון הזמנה, ומקורו ברש"י בראשית י"א ס"ג: כל הבה לשון הזמנה הוא.
בזוהר לך לך (דף פ') וירא (ק"ג) ועוד, המונח "נשמה לנשמה", נזכר הרבה פעמים, ומקורו ב"כתר מלכות" לאבן גבירול: "אתה חי ולא בנפש ונשמה, כי אתה נשמה לנשמה".
בזוהר קס"ז ע"ב: דְּקָאֲמַר רַבִּי יְהוּדָה, אֲנָא מְסַיֵּיעַ לָךְ. דְּהָא כְּתִיב (בראשית כ"ז) אָנֹכִי עֵשָׂו בְּכוֹרֶךָ. וְכִי יָאוֹת הוּא לְצַדִּיקָא כְּיַעֲקֹב לְמִחְלַף שְׁמֵיהּ בִּשְׁמָא דִּמְסָאֲבָא, אֶלָּא אָנֹכִי, פָּסְקָא טַעְמָא. וְאָמַר אָנֹכִי מַאן דְּאֲנָא, אֲבָל עֵשָׂו בְּכוֹרֶךָ.
ומקורו באבן עזרא כ"ז י"ט: ויש אומרים חלילה לכזב הנביא רק הוא כן. אנכי מי שאנכי, ועשו בכורך.
בזוהר ויחי ר"ל ע"א: 'הגואל' אשר גאל מבעי ליה, מאי 'הגואל'? בגין דהוא משתכח תדיר לגבי בני נשא ולא אעדי מבר נש זכאה לעלמין.
ומקורו ברש"י: "המלאך הגואל אותי, מלאך הרגיל להשתלח אלי בצרתי".
בזוהר ק"ו ע"א: " 'הכצעקתה', מאן 'הכצעקתה' דא גזרת דינא דתבעא דינא כל יומא".
מקורו רמב"ן שם: "אם כצעקתה הבאה אלי במדת הדין עשו כלה".
ובזוהר ויח רכב: וַיָּבֹא הַבַּיְתָה לַעֲשׂוֹת מְלַאכְתּוֹ וְאֵין אִישׁ מֵאַנְשֵׁי הַבַּיִת. הַאי קְרָא הָכִי מִבָּעֵי לֵיהּ, וְאֵין אִישׁ בַּבַּיִת. מַהוּ מֵאַנְשֵׁי הַבַּיִת. אֶלָּא לְאַכְלָלָא דִּיוּקְנָא דְיַעֲקֹב, דְּהֲוָה תַּמָּן וְאִשְׁתַּכַּח תַּמָּן. וּבְגִינֵי כָּךְ מֵאַנְשֵׁי הַבַּיִת, אֲבָל אִישׁ אָחֳרָא הֲוָה תַּמָּן.
ומקורו בתוס' סוטה ל"ו: כתב רבינו משה הדרשן ואין איש מאנשי הבית [שם בבית דמשמע דוקא מאנשי הבית] לא היה שם, מכלל דאיש אחר שלא מאנשי הבית כלומר חלוק ומופלג מתורת אנשי הבית היה שם, וזהו דמות דיוקנו של אביו.
בפרשת וארא: תָּא חֲזֵי, אֵשׁ רוּחַ מַיִם וְעָפָר, כֻּלְּהוּ אֲחִידָן דָּא בְּדָא, וְאִתְקַשְּׁרָן דָּא בְּדָא. וְלָא הֲוֵי בְּהוּ פִּרוּדָא. וְעָפָר דָּא, כַּד אִיהוּ אוֹלִיד לְבָתַר, לָא מִתְקַשְּׁרָן דָּא בְּדָא בְּאִינּוּן עִלָּאֵי, כְּמָה דְּאַתְּ אָמֵר, (בראשית ב') וּמִשָּׁם יִפָּרֵד וְהָיָה לְאַרְבָּעָה רָאשִׁים, בְּאִלֵּין הֲוֵי פִּרוּדָא.
ומקורו בספר המליצות אבן גבירול ח"ב כ"ד ע"ב: "והיסודות האלה ארבעתם להם יסוד אחד ומוצאם אחד וממנו יוצאים ומתחדשים, ומשם יפרד והיה לארבעה ראשים".
ובפרשת תרומה דף קל"ח ע"א איתא נשמת כל חי מ"ה ומן ואילו פינו מלא שירה עד ומלפנים סלקא תושבחתא אחרא חמשין תיבין ואע"ג דלא קיימא תמן מלה בחושבנא סלקא חושבנא רזא מ"י. ומתמן ולהלאה סלקא תושבחתא אחרא לחשבון מאה תיבין תשלומין דכלא עי"ש, ונבוכו המפרשים במנין זה, והאמת בזה שנוסח הזוהר הוא נוסח האבודרהם ממש מלה במלה, ואין אף נוסח בגאונים ובראשונים שמתאים לזה אלא נוסח האבודרהם לבדו, וא"כ זוהי ג"כ ראיה שאין עליה תשובה שמחבר זה היה בזמן הראשונים והיה לו נוסח האבודרהם.
בזוהר שמות ח"ב כ' ע"ב: "בא וראה, מריח הקטורת שהשמנים מהם אדומים ומהם לבנים, כגון הלבונה שהוא לבן מור דרור אדום, והריח עולה מאדום ולבך".
ומקורו ר' עזרא בשה"ש ה' ג': "מור ולבונה שני דברים זה היפך זה במראה, זה אדום וזה לבן".
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
בזוהר ח"ב ויקהל קצ"ח ע"א: רַבִּי חִיָיא וְרַבִּי יִצְחָק וְרַבִּי יוֹסֵי הֲווֹ אַזְלֵי בְּאָרְחָא, עַד דַּהֲווֹ אָזְלֵי, פָּגַע בְּהוּ רַבִּי אַבָּא. אָמַר רַבִּי חִיָיא, וַדַּאי שְׁכִינְתָּא בַּהֲדָן. כַּד מָטָא לְגַבַּיְיהוּ, אָמַר רַבִּי אַבָּא, כְּתִיב (מלכים א ח) מִן הַיּוֹם אֲשֶׁר הוֹצֵאתִי אֶת עַמִּי אֶת יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרַיִם לֹא בָחַרְתִּי בְעִיר מִכֹּל שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל וָאֶבְחַר בְּדָוִד וְגוֹ' לִבְנוֹת בַּיִת לִהְיוֹת שְׁמִי שָׁם. הַאי קְרָא, לָאו רֵישֵׁיהּ סֵיפֵיהּ, וְלָאו סֵיפֵיהּ רֵישֵׁיהּ, דִּכְתִּיב לא בָחַרְתִּי בְּעִיר, וָאֶבְחַר בְּדָוִד, מַאי הַאי עִם הַאי. וָאֶבְחַר בִּיְרוּשָׁלַיִם מִבָּעֵי לֵיהּ. אֶלָּא כַּד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אִית רְעוּתָא קָמֵּיהּ לְמִבְנִי קַרְתָּא, אִסְתָּכָּל בְּקַדְמִיתָא, בְּהַהוּא רֵישָׁא דְּנָהִיג עַמָּא דְּקַרְתָּא, וּלְבָתַר בְּנִי קַרְתָּא, וְאַיְיתֵי לְעַמָּא בֵּיהּ. הֲדָא הוּא דִכְתִיב לֹא בָחַרְתִּי בְּעִיר, עַד דְּאִסְתַּכַּלְנָא בְּדָוִד, לְמֶהוֵי רַעְיָא עַל יִשְׂרָאֵל.
ומקורו ברד"ק מלכים א' ח': "ואבחר בדוד למה שהקדים לא בחרתי בעיר היה לומר ואבחר בירושלם. אלא פירוש, כיל לא הודעתי בחירתי בירושלים עד שבחרתי בדוד להיות על עמי ישראל".
בזוהר קל"ו:
באדרא: בַּחַלָּלֵיהּ דְּגוּלְגַּלְתָּא, ג' חַלָלִּין אִשְׁתְּכָחוּ, דְּשַׁרְיָיא מוֹחָא בְּהוּ, מֵחַלָלָא תְּלִיתָאָה, נָפְקִין אֶלֶף אַלְפִין אִדָּרִין וְאַכְסַדְרָאִין, דְּדַעְתָּא שַׁרְיָיא עָלַיְיהוּ, וְדָרֵי בְּהוּ. וְהַאי חַלָּלָא שָׁרֵי חֲלָלֵיה (ס''א מדוריה) בֵּין הַאי חַלָּלָא וּבֵין הַאי חַלָּלָא, וְאִתְמַלְּיָין מִתְּרֵין סִטְרִין. כָּל אִינּוּן אִדָּרִין. הֲדָא הוּא דִכְתִיב, (משלי כד) וּבְדַעַת חֲדָרִים יִמָּלְאוּ. וְאִלֵּין ג' מִתְפַּשְּׁטִין בְּכָל גּוּפָא, לְהַאי סִטְרָא וּלְהַאי סִטְרָא. וּבְאִינּוּן אָחִיד כָּל גּוּפָא וְאָחִיד בְּהוּ גּוּפָא מִכָּל סִטְרוֹי. וּבְכָל גּוּפָא אִתְפַּשְּׁטָן וְאִשְׁתַּכְּחָן.
ומקורו באבן עזרא שמות ל"א: ואמלא אותו. כמו ויהושע בן נון מלא רוח חכמה. וכתוב ונחה עליו רוח ה'. ופירושו מה היא רוח ה'. והיא רוח חכמה ובינה. החכמה היא הצורות האצורות באחרונית מוח הראש. ומלת תבונה. גם בינה מגזרת בין. והיא הצורה העומדת בין צורת הדעת ובין צורת החכמה כנגד הנקב האמצעי במוח הראש. כי החכמה כנגד הנקב האחרון. והדעת המתחברת בנקבי המוח על המצח מההרגשות.
בזוהר ח"ג מ"ח ע"א: " 'והובא אל הכהן', ובא לא כתיב אלא 'והובא', דכל מאן דחמי ליה אתחייב ביה לאקרובי קמי כהנא".
מקורו באבן עזרא שם: והובא ברצונו ושלא ברצונו, כי הרואה בו אחד מסימנים אלו יכריחנו שיבא.
בזוהר פנחס רי"ח ע"ב: "ישראל בין שאר עמין כלבא בין שייפין", ומקורו בדברי הכוזרי (מאמר ב' ל"ו) "ישראל באומות כלב באברים".
בזוהר שם: ר' יוסי ורבי אבא... שְׁאַלְנוּהוּ, מַה זֶּה שֶׁכָּל עַמֵּי עוֹלָם לֹא עוֹשִׂים נִעְנוּעַ, רַק יִשְׂרָאֵל לְבַדָּם? שֶׁכְּשֶׁעוֹסְקִים בַּתּוֹרָה מִתְנַעְנְעִים לְכָאן וּלְכָאן בְּלִי לִמּוּד שֶׁל אָדָם בָּעוֹלָם, וְלֹא יְכוֹלִים לַעֲמֹד בְּעַצְמָם?
כְּמוֹ זֶה יִשְׂרָאֵל, שֶׁנִּשְׁמוֹתֵיהֶם מִתּוֹךְ אוֹתוֹ אוֹר הַנֵּר - כֵּיוָן שֶׁאָמַר דָּבָר אֶחָד שֶׁל הַתּוֹרָה, הֲרֵי הָאוֹר דּוֹלֵק, וְלֹא יְכוֹלִים הֵם לִשְׁכֹּךְ, וּמִתְנַעְנְעִים לְכָאן וּלְכָאן וּלְכָל הַצְּדָדִים כְּאוֹר הַנֵּר, שֶׁהֲרֵי כָּתוּב (משלי כ) נֵר ה' נִשְׁמַת אָדָם.
בס' הכוזרי נשאל החבר: "התדע למה מתנועעים היהודים בקריאת העברית", והשיב: "אמרו, כי בעבור העיר החום הטבעי", אבל דחה תשובה זו ונתן תשובה אחרת.
ובפרשת פנחס דף ר"כ ע"א העולם הזה נקרא 'עלמא דעובדא' – עולם המעשה, והוא מלשון הראשונים ואינו בחז"ל.
ויש עוד עשרות השוואות מדברי רש"י הרמב"ן הרד"ק רבינו יונה ועוד, ואכמ"ל.
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
ובספר זוהר חדש מצאנו גם ביטויים מחודשים;
הביטוי 'על כל פנים' מופיע בפרשת בראשית דף י"ב ע"ב, ודף כ"ג ע"א, ובפרשת כי תצא דף ע"ב ע"ב,
ובפרשת יתרו דף מ"ב ע"א מצאנו הביטוי 'עולם המעשה' כדלעיל.
וכן הביטוי 'נפש השכלית' נמצא שם כדלעיל.
ובדף נ"ב ע"ב הביטוי 'מן הכח אל הפועל', והוא מדברי הרמב"ם במו"נ ריש ח"ב [ומקורו בערבית ותורגם לעברית].
ובפרשת בראשית איתא שצורת אות ה"א היא כדלי"ת ונקודה, והוא כקבלת האשכנזים הרוקח ור"י חסיד, בזמן חז"ל והגאונים נכתבה האות ה"א כדל"ת ווי"ו ארוכה.
פרשת כי תשא דף מ"ד ע"א דכמה דאיהי לא תעשה כד איהי לשקרא דכתיב לא תשא הכי מצוה עשה כד איהי באמת וכו', הוא מהרמב"ם פי"א משבועות ה"א כשם ששבועת שוא ושקר בלא תעשה כך מצות עשה שישבע מי שנתחייב שבועה בבית דין בשם וכו' עי"ש,
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
ובמדרש הנעלם מצאנו גם ביטויים מחודשים;
הביטוי 'על כל פנים' זהו ביטוי שלא היה בזמן חז"ל ורק בתקופת סוף הגאונים וראשוני ספרד שהושפעו מהשפה הערבית מצינו כן לרוב, ומופיע במספר מקומות במדרש הנעלם; בפרשת חיי שרה דף קכ"ד ע"א, ובפרשת תולדות דף ק"מ ע"ב.
ובפרשת וירא דף קי"א ע"א 'הנהגת השכל והחכמה' – ביטוי שמופיע בחובות הלבבות ועוד,
וכן 'נפש המתאוה'- ביטוי המופיע בבעלי הנפש לראב"ד, ובשערי העבודה לר' יונה ועוד.
ח"א קל"ה ע"ד: אבל הצדיקים שזכו נזונין עד שישיגו השגה שלימה. ואין אכילה ושתיה אלא זו וזו היא הסעודה והאכילה".
מקורו ברמב"ם הל' תשובה:
וּמַהוּ זֶה שֶׁאָמְרוּ נֶהֱנִין מִזִּיו הַשְּׁכִינָה. שֶׁיּוֹדְעִים וּמַשִּׂיגִין מֵאֲמִתַּת הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַה שֶּׁאֵינָם יוֹדְעִים וְהֵם בַּגּוּף הָאָפֵל הַשָּׁפָל:
Re: ל"ג בעומר, וואס איז דאס?
הנה בתקוני הזוהר [וכן בשאר החלקים – עי' לקמן] מופיע כמה פעמים הביטוי 'כוכבי לכת' – עי' בהקדמה דף ד' ע"ב, י"ג ע"ב, תיקון כ"א דף ל"ו ע"ב ועוד, והנה שם זה הומצא לכוכבים אלו בתקופת ר"ש אבן גבירול ולאחריו ר' אברהם בר חייא הנשיא, וכן האבן עזרא והרמב"ם ועוד, אבל בתלמוד ובמדרשים ובגאונים וכן רש"י לא הוזכר שם זה כלל – עי' בספר אוצר המונחים הפילוסופיים ח"ג עמ' 68, וא"כ ברור שמחבר התיקונים היה בזמן הראשונים שכבר נודע שם זה, ואין לומר שרשב"י ידע זאת ברוה"ק, דלמה יכתוב שם זה ומה יגרע אם ישתמש בשמות שהיו מקובלים בדורו, ודוק היטב.
וכן המלה 'קמצן' בהטיות שונות מופיעה מספר פעמים בתקונים [וכן בשאר החלקים – עי' לקמן] ומהם בהקדמת הזוהר דף ב' ע"א פעמיים, וכן בדף ל"ו ע"ע עי"ש, ומלה זו לא נמצאת בספרי חז"ל כלל וגם לא בגאונים אלא ברש"י כתובות ס"ח ע"א וברמב"ם פעמים רבות, וא"כ מוכח שמחבר התקונים השתמש במלה זו והיתה שגורה על לשונו, וגם בזה אין טעם לומר שרשב"י כתב זאת ברוה"ק דלמה לו לכתוב כן ולמה לא ישתמש במלים שהיו שגורות על לשון הדור ההוא.
וכן הביטוי 'עלת העלות' המוזכר בתיקונים ובזוהר הרבה מאוד ומהם בהקדמת התקונים בדף ח' ע"א ובדף י"ז ע"א בפתיחת אליהו כנודע, ובתיקון ה' דף י"ט ע"ב, ובתיקון ח"י דף ל"ב ע"ב, ובתיקון י"ט דף מ"ב ע"א ועוד, וביטוי זה מקורו בלשון ערב שבה כתבו חכמי ספרד בימי הבינים כמו חובות הלבבות וספר הכוזרי ועוד – עי' באוצר המונחים הפילוסופים ח"ג עמ' 134, וא"כ מוכח כנ"ל שהיה לאחר שהתקבל והתפשט מושג זה, וג"כ אין לומר שאמרו ברוה"ק דלמה לו להמציא מילים ומי סני ליה להשתמש במילים שהיו קיימות בזמן חז"ל.
ובהקדמת התיקונים דף ט' ע"א אוקמוה מארי דתלמודא ירושלמי הויות באמצע. ובדף ט' ע"ב שם הויה ד' פרשיות וכו' [כרש"י] ואית דאמר הויות באמצע וכו'. ובדף ק"א שם מסיטרא דאימא אינון הויות באמצע ובגין דלא בקיאין אלין דדרא בתראה שויין תרי זוגין דתפלין מספיקא [דלא ידעין ברזא דא דתרוייהו אצטריכו] ע"כ. והנה בדברי התיקונים הנ"ל יש עיקולי ופשורי דהא מדבריהם בדף ט' ע"א אוקמוה מארי דתלמודא ירושלמי מתבאר שזוהי מחלוקת הבבלי והירושלמי, וכ"נ מדבריהם בדף ט' ע"ב 'ואית דאמרי' הויות באמצע, ומבואר שזו מחלוקת. וכ"כ הרמ"ק בספר אור יקר תקו"ז כרך ב' עמוד כ"ו וז"ל ובגין דלאו - נ"ל שהיא הגהה מבחוץ ואפשר נמי שגם בדורם נפל מחלוקת בענין זה עי"ש. ובדף ק"א יש גירסאות שונות, דהיעב"ץ גרס ללא הסוגריים הנ"ל, ולפ"ז אתי שפיר למה דאיתא בדף ט' שזוהי מחלוקת ומחמת הספק מניחים ב'. אולם הרחיד"א במחב"ר סי' ל"ד הביא גירסת הרמ"ז שגורס את הסוגריים הנ"ל ולפ"ז תרוייהו אמת, אולם יקשה מהתקו"ז בדף ט' הנ"ל שזוהי מחלוקת, ובאמת שגם לגירסת הרמ"ז הנ"ל מבואר שזוהי הוספה מאוחרת דהא המנהג להניח ב' זוגות הוא רק מזמן סה"ת וסיעתו שכתבו כן מספק ועד אז לא שמענו מאף אחד שהיה נוהג כן אלא או כרש"י או כר"ת, וא"כ מבואר שמחבר התיקונים היה בזמן שכבר נהגו להניח לפחות חלק מהאנשים ב' זוגות, וכל המעיין ישר יראה שכן הוא, וכבר עמד בזה היעב"ץ במטפחתו.
ובהקדמת התיקונים דף י"ג ע"א ובגין דא אמרין בקדיש ועתה יגדל נא כח ה' לקבל כ"ח אתוון אחרנין דאית באלין שבע תיבין דאינון יהא שמיה רבא וכו' עי"ש, וזהו כמנהג שהביאו המחז"ור, הטור בסי' נ"ו, ארח"ח ועוד לומר פסוק זה כשאומרים הקדיש, ובהגהות הרמ"ז שם כתב בשם האר"י שזה הפסוק אינו מן התקונים אלא שחכם אחד היה כותב גם הפסוק בגיון ואח"כ הדפיסו בתוך הפנים וכו' עיי"ש.
ושם בדף ט"ז ע"א ובההוא זמנא יתקיים כל פה וכל לשון יתנו הוד והדר למלכותך – זהו נוסח הספרדים לפני תפלת מוסף המובא באבודרהם, וכן הארח"ח בשם יש מקומות, וא"כ לקח זאת המחבר ממנהגו לומר כן עפ"י הספרדים, דהא לא נזכר זה בשום מקום קדמון אחר.
בתיקון ה' דף י"ט ע"א איתא ובגינה איתמר לגבי כלה תהא לי מקודשת בטבעת זו, וכן בתיקון כ"א דף נ"ה ע"ב ועלה איתמר תהא לי מקודשת בטבעת זו, והנה נוסח זה נמצא בדברי הרוקח בסי' שנ"א ובדברי אבודרהם, אולם בדברי שאר הגאונים והראשונים הנוסח הוא כמו שאנו אומרים הרי את מקודשת לי וכו' [וכבר עמד בזה בספר כתר שם טוב [גאגין] עמ' תר"י עי"ש], וא"כ נראה להדיא שמחבר ספר התיקונים היה לפניו נוסח זה ולכן כתבו ודרשו, ובזה א"א לומר שרשב"י ידע ברוח קדשו וכו' דהא אדרבה נוסח שאר הראשונים הוא לא כנוסח זה, ודבר זה ברור לכל מעיין, וגם אין זה הגהה בדברי הזוהר וכמו שגם הרמ"ק לא כתב כתב במקומות הנ"ל, אע"כ כדאמרן.
ובתיקון י' דף כ"ה ע"ב איתא ובגין דטבעת איהי י' וכו' בה אתקדשת כלה וכו', וכתב הרמ"ק באור יקר תיקונים ח"ד עמ' צ"ט וז"ל ועם היות שהוא מנהג [לקדש בטבעת] - המנהג הזה יש בו סוד וכו' עי"ש, ובאמת שמנהג זה הוא מזמן הגאונים והראשונים – עי' בחילופי מנהגים בין בני בבל לבני א"י אות כ"ה אנשי מזרח אין מקדשין את האשה בטבעת, ובני א"י מקדשין בטבעת, וכן בתקופת הראשונים מצאנו כן ברוקח ובעוד כמה ראשונים, אבל במשנה ובתלמוד לא נמצא כן, ובתיקונים מבואר שהיה מנהג פשוט כן בימיו, וא"כ נכתב בזמן הראשונים.
עוד איתא שם ואיהי כלילא מד' פרשיין דק"ש דאינו רמ"ח עם א-ל מלך נאמן, ובגין דלא עבדין הפסקה תקינו לאחזרא ש"צ ה' אלקיכם אמת, וכתב הרמ"ק באור יקר תיקונים ח"ד עמ' ק"ה וז"ל ואפשר שכל זה הגהה מבחוץ, ועכ"ז פרשתיה דאפשר שבימיהם נחלקו המנהגים ג"כ ע"כ, אולם אינו נכון שבזמן חז"ל נחלקו המנהגים, דהא כבר האריך לנכון הפר"ח בסי' ס"א שמהגמ' מוכח שלא היו אומרים כלל ה' אלקיכם אמת לא היחיד ולא הש"צ, וכן הגאונים והרמב"ם לא הזכירוהו, ורק עפ"י הזוהר אנו נוהגים כן, ולומר שהוא הגהה מבחוץ ג"כ קשה דהא ניכרים הדברים שזהו המשך דברי התיקונים דלעיל, וגם לומר שרשב"י ידע ברוח הקדש וכו' – זהו דבר שאינו, דהא המחלוקת היא לדידן האם לומר אמ"נ או ה' אלקיכם אמת, אבל לפי האמת [אם צריך לומר זה אחד משניהם] או זה או זה, ואיך יאמר רשב"י כמסתפק וכאינו יודע הדבר האם צריך לומר זה או זה, ולמה לא יכריע ויאמר לנו האמת, אע"כ שהם דברי אחד הראשונים בזמנו שראה המחלוקת ודעתו כדעת חכמי ספרד שאין לומר אמ"נ אלא ה' אלקיכם אמת.
ובתיקון י"ח דף ל"ג ע"א דאמרינן וכתוב לחיים וכו', וזהו דברי מסכת סופרים וחלק מהגאונים, אולם רה"ג כתב דלא נהיגי במתיבתא לומר זה, ורק בזמן הראשונים התקבל המנהג כדבר פשוט לאומרו, ומחבר התיקונים דורשו כדבר פשוט, וע"כ שהיה בזמן הראשונים וכנ"ל.
ושם בדף ל"ג ע"ב דאמרין בכל יומא צו את בני ישראל וכו', וזוהי תקנת הגאונים לומר פרשת התמיד בכל יום, וכבר עמד בזה היעב"ץ.
ובתיקון כ"א דף מ"ו ע"א דרש את דברי ר"ש הנגיד במבוא התלמוד הצרכה התקפתא וכו' עיש"ב, וכבר עמד בזה היעב"ץ.
ושם דף נ"ט ע"א איתא דאתמר בהון דגים וחגבים אינן טעונין שחיטה וכו' דעלייהו אתמר אסיפתן הא המתרת אותן עי"ש, והם דברי הרמב"ם פ"א משחיטה ה"ג עיי"ש.
ושם בדף מ"ו ע"ב 'רבי' – מארץ ישראל עיי"ש, וזהו מדברי רב שרירא גאון באיגרתו ובסתמא בערוך ערך אבא ועוד.
ושם בדף נ"ו ע"ב וכד נטלא משימא אלאה דאיהי שמחת תורה שמחת בית השואבה ואיהי חופה דיליה אתקריאת שמיני חג עצרת, והנה שם החג 'שמחת תורה' הוא מתקופת סוף הגאונים ותחלת הראשונים כמו שמופיע בריצ"ג בשם רה"ג, וכן בחלופי מנהגים בין בני בבל לבני א"י סי' מ"ח עי"ש, אולם בדברי הגאונים הקדמונים לא מוזכר שם זה, ורס"ג בסידורו קרא לו יום 'אלתבריך' [הברכה], ורב נסים גאון במגלת סתרים קרא לו 'יום סיום', וא"כ מוכח שמחבר התיקונים היה בתקופת שבה כבר נקרא בפשיטות שם זה בתקופת הראשונים.