☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?

וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12182
בלאט: 1 2

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 3:45 pm

· #398067
וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
אל יחר אפך בעבדך, אבער ס'צייט אויסצושמועס דרך ארץ'דיג, דעם ר' מאטעלע און זיינע מחאות.
איך פערזענליך אלץ א כלל חסידי, האב געזען עפעס אונטער די מחאות, וואס נישט די עצם זאך וואס ער האט מוחה געווען - האט ער געמיינט.

ער האט זיך גערייצט דערמיט - מיט ר' משה'לעס איידימער, אבער! נישט מיט'ן בעלזער.
ער האט געזאגט דיעות פאר פארשידענע קרייזן און קעפעלעך אבער! געוויסע האבן נושא חן געווען ביי עהם און ער האט זיי פארשוינט. פשוטו כמשמעו.

כ'וויל נישט הערן; ס'ליגענט ס'נישט אמת.. כ'וויל הערן וואס האלט דער עולם איז געווען זיין אגענדע בכללות.

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 6:34 pm

· #398099
פארוואס זאל מען נישט רעדן רואיג.
די פאקטן צייגן אז ער האט 'נישט' אויף יעדן מוחה געווען. ס'מוז דא אויסגעשמועסט ווערן די אגענדע זיינע אויף פרוטות

פלוני » דאנערשטאג מערץ 22, 2018 7:40 pm

· #398111
וועמען מיינסטו?
לדעתי איז דא עטליכע
דער מאנסיער איז עפעס אנדערש ווי אלע אנדערע פרומערס אויף יענעמס חשבון?

ימים ידברו » פרייטאג מערץ 23, 2018 9:25 am

· #398174
איך פארשטיי די ווילסט נישטהערען די אמת! די ווילסט דיין אגענדע אז ער האט געהאט א אגענדע,
ערהאט מוחה געווען עטליכע מאל אקעגין בעלזא
א' ביי די מאכנוקה הכנסת ספר תורה האט ער ביי שלוש סעודות אין יארץ ישראל דאך צוך מוחה געווען אויף די קלעף און בעלזא אקעגין מאכנויווקה
ב' מפארציילט ווען האדמור מבעלזא האט ארויסגטרעטין אקעגין רביה"ק מסאטמאר האט ער אים פריוואט אריינגעגעבען און באבאנעס באבען
יעצט צו וויזניצער רבינס אגענדע יא זיין אגענדע איז געווען לשם שמים! ער האט נישט געהאלטען אז ווען ער זאגט א מחאה דארף מען זיך צוקריגען, א עוולה ברבים האט ער געהאלטען פאדערט א מחאה ברבים,

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 23, 2018 11:45 am

· #398179
איך קען נישט גלייבן אז איך האב געגעבן א לייק פאר ימים יחזרו... אז מ'פארדינט זיך עס, פארדינט מען זיך עס. 😐

קנאק-יענקל » פרייטאג מערץ 23, 2018 12:03 pm

· #398180
ימים ידברו
א עוולה ברבים האט ער געהאלטען פאדערט א מחאה ברבים,

אהא, און טאקע פאר דעם:
ימים ידברו
ווען האדמור מבעלזא האט ארויסגטרעטין אקעגין רביה"ק מסאטמאר האט ער אים פריוואט אריינגעגעבען און באבאנעס באבען

ווייל האדמו"ר מבעלזא'ס ארויסטריט קעגן רביה"ק מסאטמאר און ליצנות פון תלמידי החת"ס, איז געווען "פריוואט" ביי זיך אין שטוב וואו קיינער האט נישט געהערט....

לחיים ולברכה » פרייטאג מערץ 23, 2018 12:47 pm

· #398186
ימים ידברו

ב' מפארציילט ווען האדמור מבעלזא האט ארויסגטרעטין אקעגין רביה"ק מסאטמאר האט ער אים פריוואט אריינגעגעבען און באבאנעס באבען
,

ווער האט עס פארציילט אז ער האט עם אריינגעגעבן פריוואט? ר' מאטעלע ? אדער בעלזא רב גאר?

פלוני » פרייטאג מערץ 23, 2018 1:42 pm

· #398195
קודם כל, בעלזער רב האט ער נישט געזאגט קיין ווארט קעגן עהם ברבים, ווייל קיינער ווייסט נישט דערפון.
פרייוועט האט ער צוויי מאל נישט געזאגט, ווייל בעלזער רב וואלט עהם נישט געשוינט, און ער וואלט שוין זייט דעמאלטס ארומגעריטן כל ימי חייו מיט'ן ''רעבישע ראד שטיל''..

יעצט צום לשם שמים אגענדע;
איך פארשטיי אז לשם שמים מאכט נישט אויס צו יענער הייסט קראקא צו ווישניץ צו טווערסקי צו טייטלבוים. ריכטיג? אז מ'טוט עפעס נגד ההלכה נגד 'זיין' הלכה.. איז מחאה אינמיטן א טיש.

אלזא, ווען האט ער מוחה געווען קעגן יחזקאל אביגדור?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן שאולי ראפאפארט?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן ניימאן?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן ראזנבערג?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן מוסרים ומלשינים?
וועןן האט ער מוחה געווען קעגן פרוש?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן די פולע באגאזש מיט סטאריס אין זיין אייגן הויף?

און ווער האט עהם געשטעלט צו זאגן מוסר ביי יענעם? צו ס'איז אין קרית יואל, צו אין 'גאנץ מאנסי', צו אין סקווער, צו ביי יענעמס ביזנעס????

ס'דא דא א אגענדע דאס איז קלאר!
יעצט וואס מער פונקטליך איז געווען זיין אגענדע? אקעי לשם שמים וואס גענוי מיינט דאס אויבן געשריבענע כלפי לשם שמים?

רביה''ק זי''ע » פרייטאג מערץ 23, 2018 3:52 pm

· #398208
ער איז נישט געווען ערגער פון אלע אנדערע, כך הוא דרכם של המוחים על פרצות הדור. עיין ערך קאטשקעס אן א מסורה.

ימים ידברו » פרייטאג מערץ 23, 2018 5:03 pm

· #398215
איך האב יעצט געזעהו אלע תגיבות דא, ווער עס פרעגט די אלע קשיות וועגען די אלע נעמען, קען פשוט נישט וויזניצער רבי ער האט קיינעם נישט פארשוינט, ער איז געווען א שטרעגע און ליבער טאטע געזאגט וועם מדארף קאמלימענט ווען מדארף, אבער ווען איינער האט פראבלעמין מיט זיך אליין האט ער געזאגט פריוואט וטוען איינער טוט ברבים איז געווארען געזאגט ברבים, ועוד חזון למועד מסביר זיין דבר דבר על אופנו אי"ה

חסיד פון ליטא » פרייטאג מערץ 23, 2018 5:30 pm

· #398222
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
ער איז געווען אן ערענסטער מענטש, קומען אפאר ליידאקעס און ווערן מיר מבינים.
אפשר קען איך אפירנעמען דעם רבי'ן זכיסעגעליינו'ס מעשיות מיטן מונקאטשער רב?!?

ער איז אפשר געווען א שטיקל מאניפולעטער בטבעו, אבער האט דאס גענוצט צום גוטן, עכ"פ כפי טובת דעתו.

איך גלייך גראדע נישט דעם חסידות, איבערהויבט זיין שיטה פון מאכן נארמאלע מענטשן עקסטרעמיסטן און כאניאקעס וואס איז לדעתי א זאך וואס האט מיט א מענטשנס מהות.
עכ"פ איז מיר ברור אז ער האט געמיינט לש"ש עכ"פ אזוי סאך ווי ר' יואל מסאטמער האט געמיינט לש"ש.

פלוני » מוצ"ש מערץ 24, 2018 9:31 pm

· #398237
ימים ידברו
איך האב יעצט געזעהו אלע תגיבות דא, ווער עס פרעגט די אלע קשיות וועגען די אלע נעמען, קען פשוט נישט וויזניצער רבי ער האט קיינעם נישט פארשוינט, ער איז געווען א שטרעגע און ליבער טאטע געזאגט וועם מדארף קאמלימענט ווען מדארף, אבער ווען איינער האט פראבלעמין מיט זיך אליין האט ער געזאגט פריוואט וטוען איינער טוט ברבים איז געווארען געזאגט ברבים, ועוד חזון למועד מסביר זיין דבר דבר על אופנו אי"ה

זיך אריינמישן אין יענעמס ביזנעס איז שוין נישט לשם שמים, ס'ווייזט אויף קנאה שנאה וכדו'.
אויב וואלט ער געוואלט ווייזן לשם שמים, וואלט ער געדארפט אויסרופן ברבים, איך האב אין הויף א חזיר, א גנב, א מסרב לדין וכדו', און מ'זאל זיך קיינער נישט אפלערנען.
אבער ער האט נישט אזוי געטון, ער האט אויסגערופן ברבים, דארט איז דא א גנב, ביי פלוני איז דא א ... ווייסעך וואס.

מיינד יור און ביזנעס רעבעלע..

איך אויך » מוצ"ש מערץ 24, 2018 10:11 pm

· #398241
קנאק-יענקל

און ליצנות פון תלמידי החת"ס

ווען איז דאס געווען אפשר פארציילסטו אונז.

קנאק-יענקל » זונטאג מערץ 25, 2018 12:55 pm

· #398332
איך אויך
קנאק-יענקל

און ליצנות פון תלמידי החת"ס

ווען איז דאס געווען אפשר פארציילסטו אונז.

מוצאי שמחת תורה תש"מ לפ"ק.

דיסקלעימער: איך רעד נישט אלס 'עוולה' מצד האדמו"ר מבעלזא, ובפרט נאכדעם וואס האדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געטוהן וואס קיין שום אנדערע גדול בישראל האט נישט געטוהן, און געשיקט מפייס זיין ביים ציון אין קרית יואל. מ'רעדט נאר בשעתו, פון תש"מ, ווען יעדער אדמו"ר האט אויסגעדריקט א מחאה וואס דער (דאן יונגער) אדמו"ר האט חוזק געמאכט פונעם נארוואס-נפטר-געווארענעם סאטמאר רב, און בלויז אין ויזניץ-מאנסי האט מען אים מחזק געווען מיט א באזוך, וואס סאטמאר האט דעמאלץ געשפירט ווי א מעסער אין ריקן.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 25, 2018 4:03 pm

· #398352
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
פארגעס, עס איז שוין באשטעטיגט אז ער האט חוזק געמאכט פון תלמידי חת"ס, און עס איז שוין באשטעטיגט אז מ׳מעג נאר מוחה זיין לויט פלוני׳ס טעיסט, וזהו זה. קיין מציאות איז נישט וויכטיג.

איי, וועט קומען אן אויבער חכם און זאגען אז דער בעלזער האט נישט דערמאנט קיין ווארט זלזול פון די תלמידי חת"ס, עס איז נאך נישט באשטעטיגט צו ער ווייסט אז די מענטשען עגזיסטירען בכלל? שוין, אן אויבער חכם! אין דער איד איז אזוי געשטאנען און פערטיג!

און נאך א געזעץ מפרי עטו של פלוני, אז ווען מ׳איז מוחה אויף א זאך ביי יענעם, קען עס נאר זיין קנאה שנאה. נישט מעגליך אנדערש. די היפאקריסי פון די סאטמוירעם מוחה צו זיין אויף וואס פאסירט אין א"י איז איהם ניטאמאל בייגעפאלען. דער מאנסי וויזניצער רבי מעג נישט דערמאנען ביי זיין ציבור וואס ער האלט, אבער יענער איז ברייט בארעכטיגט, לש"ש, אריין צו קומען ביי איהם און מאכען מהומות אויף ר"ה. אלס שטימט ווי א זייגער.

ליהוי ידוע, ווען דער מאנסי וויזניצער רבי וואלט מוחה געווען ביי יענעם, ווען זיין סטאדע וואלט גלייך געגאנגען קאמאנדעווען אין שערי חמלה, וואלט עס געווען אן עוולה מצדו. למעשה האט ער גארנישט געטוהן, נאר גערעדט. פאר עפעס א סבה האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיין שלעגעריי וואס וויזניץ האט געטוהן צו סאטמאר, נישט קיין מסירות און נישט קיין פאטשקעווילען. נאר געזאגט זיינס און ווייטער געגאנגען. ווען דער ברך משה וואלט געווען אן ערליכער איד, וואלט ער פארשטאנען אז ווען מ׳רעדט פון מיליאנען אין זיין טאש, איז עס נישט מער ווי ראטזאם אז מ׳פרעגט א צווייטען איידער מ׳טוט אזא שריט. ובפרט ווען עס טוט אפעקטירען פיהל מער מענטשען ווי זיין אייגענעם קהלה. עס איז דאך א רעגירונגס זאך, און אלע אידען זענען געווען אויפ׳ן צימבעל בשעת מעשה.
די מחאה אויף הצלה איז טאקע נישט געווען אויסגעהאלטען. ווי איז געהערט געווארען אז מ׳איז מוחה אויף יענעמ׳ס פסק הלכה? ובפרט ווען דער גדול הדור וואס האט געלייגט איהם מיט זיין טאטעס זיידעס און עלטער זיידעס אין קעשענע אין פסק הלכה האט שוין געפסקנ׳ט? ווילסט האלטען אנדערש, בסדר. אבער מוחה זיין אויף די וואס טוהן כפי זיין פסק איז נישט אין פלאץ. איך זאג נישט אז דאס צייגט אז עס נישט לש"ש, איך פארשטיי מער אז ער האט געהאט א קלענערע פערשטאנד אין די זאכען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פלוני » זונטאג מערץ 25, 2018 8:12 pm

· #398365
איך האב נאר געזאגט איין זאך.
ביי זיך אין שטעטל האט ער נישט געזען קיין עוולות, ווען ס'האט געשריגן פון די ווענט די מיאוסע מעשים וואס זיינע חסידים האבן אפגעמאכט, און ווען עפעס איז געשען ביי יענעם, אופס! ער לעבט.. ער שעלט.. ער לשם שמים'ט..

אויסער געווענדליך » זונטאג מערץ 25, 2018 8:52 pm

· #398367
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער........

פלוני האט געהערט אז א געוויסע רבי איז אוועק. א רבי וואס פלעגט נוצען קנאות אלס א בוי מאטיריאל פון זיין חסידות, געפרעדיגט פרומקייט לשם בויען די זאך, און זיך באטייליגט אין אסיפות צו קלאפען יענעם, און זיך צוריק געהאלטען פון אסיפות יענעם צו קלאפען.

איך האב פאר דיר נייעס, ר׳ פלוני בן פלוני. דער אהרנ׳ן לעבט נאך און שטויסט נאך. ער מאס אסיפה׳ט זיך אויף ציונות און שלאגט זיך מיט מאס אסיפות אויף ציונות, אלס אין גרויסען. ער קאמאנדעוועט אויף שארטקאטס און מסע מלכות׳ד זיך נאכאלס מיט די הייליגע פקדון וואס איז בע"כ געפאלען אין זיין הענט. שרעק זיך נישט.

דער מאנסי וויזניצער רבי איז אוועק. יהא זכרו ברוך.ף

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פלוני » זונטאג מערץ 25, 2018 9:03 pm

· #398369
every dog has its day

newkave » זונטאג מערץ 25, 2018 9:34 pm

· #398372
@פלוני, וואס נאך איז נייעס אין פאליש?

נקודת-אמת » מאנטאג מערץ 26, 2018 5:36 am

· #398407
קנאק-יענקל
ווייל האדמו"ר מבעלזא'ס ארויסטריט... ליצנות פון תלמידי החת"ס, איז געווען "פריוואט" ביי זיך אין שטוב וואו קיינער האט נישט געהערט....

איך וויל נישט פארדרייען דעם פארדרייטן אשכול צו אן אנדערע זייט, אבער ס'איז צייט צו שניידן דער ב.ס.

אחר ששמעתי כמה וכמה פעמים די שטייעדיגע הכנה פון תשמ"ב (ראה כאן בהרחבה) - איך בין ניט קיין בעלזער

אבער ראוי לומר לשקר די!!

דער בעלזער האט ניט אוועק-געמאכט אדער ליצנות געמאכט פון תלמידי החת"ס או משהו בדומה לזה.

בסה"כ האט ער גיבעטן מ'זאל איהם אויפהערן אויסלערנען וויאזוי איז מען לוחם אויף יידישקייט,
סך-הכל גאנץ א נארמאלע בקשה געבעטן: "רבותיי איך האב א מסורה אויף מלחמת ה' ווען אייך האבן געזעצן אויף סיר הבשר אין אונגארן צו אין ירושלים".
ער האט טאקע גערעדט צום רבי-זכיסע-יגן-עלינו אזוי ווי מ'רעדט צו א-בר-פלוגתא, און ס'איז נישט קיין דרך-ארץ, אבער תו לא מידי, וועסטו פרעגן ווער האט מבזה געוועהן תלמידי החת"ס?
סאטמאר
די סאקמערע עסקנים האבן געוואלט מיט נעמען צו די מערכה אלע אונגארישע רבנים האבן זיי אויפגעבלאזן די באלאוני פון תלמידי החת"ס מיט די שטאפ-גענז.
און מ'קען הערן רעקארדירונגען ווי רבנים רעדן ביי די אסיפה פאר פייער און פאר וואסער, הכל לשם כבוד תלמידי החת"ס זי"ע.
-דאס איז בזיון כל הולכי דרך החת"ס, ודמם לא נדרש עד היום הזה ממש.

דער איינציגסטער תלמיד פון חתם-סופ"ר וואס דער בעלזער מאכט ליצנות פון עם איז מרן רשכבה"ג מסאטמאר זכותו יגן עלינו,
ברענג אהער נאך איין ליצנות אויף אן אנדערער תלמיד החת"ס און איך צו צוריק בפומבי, איך האב ניט געטראפן.

אנטשולדיג פאר'ן אריינשטעקן שלא במקומו, אבער כשם האשכול לא יכולתי עצור מלמחות כדת של (תורה)...

(כתבתי ההודעה קודם שנשלחו ההודעות למעלה ומחמת בעיות חיבור נשלחה רק עתה)

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 26, 2018 5:45 am

· #398408
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
קען מען אוודאי צולייגען וועגען דער תלמיד׳שאפט פון דער דברי יואל צום חת"ס דער באקאנטע מימרא וואס זיין טאטע האט געזאגט די טאג נאך זיין חתונה, זע׳ענדיג ווי ער מוטשעט זיך מיט די טלית גדול "ב"ה מיין זוהן האט נישט געלערנט אין פרעשבורג".

גערעכט ביסטו אוודאי, אז דאס איז נישט קיין בזיון פון די תלמידי החת"ס, אבער טפשות איז עס נאך מצד דער בעלזער רעבע. בעלז זענען געווען קנאים, ממילא איז דער שנוק וואס האט געירשנ׳ט ריעל עסטעיט א מ"ד אין וויאזוי זיך צו באגייען מיט רשעים?! יא, די סאטמוירעם האבען גערעדט נערישקייטען, אבער ער איז געווען דארט מיט זיי אין די גאדדער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שושן פורים » מאנטאג מערץ 26, 2018 12:03 pm

· #398435
יענע מוצאי שמח"ת האט ער חוזק געמאכט פון די טיילונג וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די תלמידי החת"ס

א-שופר-איז-א-שופר » מאנטאג מערץ 26, 2018 12:13 pm

· #398439
קנאה, שנאה און רשעות

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 26, 2018 12:18 pm

· #398440
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
שושן פורים
יענע מוצאי שמח"ת האט ער חוזק געמאכט פון די טיילונג וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די תלמידי החת"ס
ניין, ער האט געזאגט אז די טיילונג גילט נישט אין די פאל.
און אפילו דעמאלס האט מען נישט פראבירט צו זאגען אזעלכע נאנסענס, נאר אז געשטאפטע גענז איז א זלזול אין תלמידי חת"ס, וואס האבען אוודאי געגעסען געשטאפעט גענז אגאנצע טאג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונטער חכם » מאנטאג מערץ 26, 2018 1:37 pm

· #398452
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
ליטוואק פון בודאפעסט
שושן פורים
יענע מוצאי שמח"ת האט ער חוזק געמאכט פון די טיילונג וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די תלמידי החת"ס
ניין, ער האט געזאגט אז די טיילונג גילט נישט אין די פאל.
און אפילו דעמאלס האט מען נישט פראבירט צו זאגען אזעלכע נאנסענס, נאר אז געשטאפטע גענז איז א זלזול אין תלמידי חת"ס, וואס האבען אוודאי געגעסען געשטאפעט גענז אגאנצע טאג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך האב נישט געהערט די תורה אבער אויב האט ער גערעדט פון געשטאפטע גענז וואס דען האט ער געמיינט צו זאגן אויב נישט אוועקצומאכן די אונגארישע רבנים.
זיי האבן טאקע נישט געגעסן געשטאפטע גענז אגאנצן טאג און וועגן דעם איז עס ליצנות, ווען זיי וואלטן ווען יא געגעסן וואלט עס געווען דברים של טעם.

נקודת-אמת » מאנטאג מערץ 26, 2018 1:56 pm

· #398454
אונטער חכם

דא האסטו מעהר ווייניגער די נוסח (ווען איך וועל טרעפן ביי מיר די רעקארדירונג וועל איך בעזה"י שרייבן פונקטליך):
"ווען זייערע זיידעס האבן געגעסן שטאפ-גענז אין אונגארן, האבן אונזערע זייגעס לוחם געוועהן אויף יידישקייט, און נישט קעגן פרייע ציוניסטן, נאר קעגן מענטשן וואס האבן אויסגעזעהן ווי היימישע יידען..."

אין אנדערע ווערטער:

לערנטס מיר נישט אויס ווי אזוי איז מען לוחם אויף יידישקייט,
איך האב א שענערע מסורה ווי ענק אלע,
האט'ס מיר און זייט'ס מיר, ביי.

גראדע די ירושלים'ע סאטמאר'ע עסקנים (געהערט האב איך אז אהרן משה שווארץ לרפו"ש פון די נדחים איז געוועהן די קאפ וואס האט דאס אויסגעטראכט..)
האבן צו געלייגט די דאזיגע ווערטער:
"איי דער חתם-סופר איז מתיר, נו".
אויף דער רעקארדירונג וואס מ'האט געברענגט פאר די רבנים

ווער ס'פארשטייט דער אויסשפראך פארשטייט אז ס'קומט נישט אריין, ווייל ער האט נישט פראבירט זאגן אז זיי זענען אוכלי טריפות, נאר אז זיי האבן געזעצן אויף סיר הבשר ווען זיינע זיידעס האבן מלחמה געהאלטן.
אבער אפי' לאמיר זאגן אז ער האט דאס געזאגט, ווי שטעקט די פגיעה אין תלמידי החת"ס,
הא?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 26, 2018 2:05 pm

· #398456
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
נישט אז זיי האבען געזעסען על סיר הבשר. נאר וויבאלד די קולטור פון קנאות האט אמאליגע צייטען געפאדערט אז מ׳עסט נישט קיין געשטאפטע גענז, און דעמאלס האבען עטס אין אונגארן נאכנישט געליפערט פון גאליציען די קנאישע קולטור, אלזא בין איך בעלעבאס אויף קנאות מער ווי ענק, ווייל מיין קולטור ציעטס זיך מער דורות ווי דיינס. (איי, וועסטו פרעגען, ער האט דאך נישט געהאט קיין מסורה פון ערגעץ, ווייל זיין טאטע איז אוועק ווען ער איז געווען א קליין קינד, און זיין פעטער אביסל שפעטער? זאת ועוד, זיין מאמע וואס ער האט יא געקענט, איז דאך אן אונגארישער א געשטאפטע גענז עסער?)

נישט ווייל סאטמאר האט געמאכט א טאראראם אויף טפשות מיינט עס אז דער בעלזער איז עפעס אן אויפריכטיגע ענדע צדיק. ער איז די זעלבע בעיבי ווי זיין קעגענערס. נאר א משכיל און א רשע איז ער נישט. סה"כ א רבי ווי אלע רבי׳ס, א אינגעל ווי אלע אינגלעך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אונטער חכם » מאנטאג מערץ 26, 2018 5:28 pm

· #398472
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
בקיצור, דאס איז זיכער אז ער האט געוואלט אוועקמאכן די תלמידי חת"ס, נאר אין וואס ער האט געזאגט קען מען לערנען צוויי וועגן, אדער אז ער האלט באמת אז עסן שטאפ גענז מאכט די תלמידי חת"ס ווייניגער חשוב, און ער האט פשוט געוואלט ארויסברענגען די נקודה לפי תומו, אדער אז ער האט פשוט געוואלט ליצנות מאכן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 26, 2018 5:54 pm

· #398474
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
נישט בקיצור און נישט באריכות. גארנישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 27, 2018 12:08 am

· #398502
אז דער אשכול איז שוין פארפארן צום בעלזע דרשה קעגן סאטמאר, וועל איך אויך אריינרעדן.
איך פארשטיי נישט דער פונקט וואס ער האט געוואלט ארויסברענגן וועגן עסן שטאפגענז. בימים ההם ווען זיינע זיידעס האבן לוחם געווען מיט די פורקי עול האבן אונגארישע אויך זיך געשלאגן מיט די רעפארמער. מיט וואס האט ער זיך געוואלט אויפטון אז זיינע זיידעס זענען געווען גרעסערע לוחמים ווי די אונגארישע רבנים?

אונטער חכם » דינסטאג מערץ 27, 2018 12:27 am

· #398504
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט בקיצור און נישט באריכות. גארנישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נאך איין מזל אז איך האב געשריבן "בקיצור" , וואס וואלסטו געענטפערט ווען נישט?

קנאק-יענקל » דינסטאג מערץ 27, 2018 1:03 pm

· #398539
ליטוואק פון בודאפעסט
שושן פורים
יענע מוצאי שמח"ת האט ער חוזק געמאכט פון די טיילונג וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך די תלמידי החת"ס
ניין, ער האט געזאגט אז די טיילונג גילט נישט אין די פאל.
און אפילו דעמאלס האט מען נישט פראבירט צו זאגען אזעלכע נאנסענס, נאר אז געשטאפטע גענז איז א זלזול אין תלמידי חת"ס, וואס האבען אוודאי געגעסען געשטאפעט גענז אגאנצע טאג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טאטע קרוין, מ'האט גענומען א ווארט און דאס פארדרייט פונעם מטרת האשכול.
נניח אז דער בעלזער רב זז"ג האט קיין ווארט פגיעה נישט גערעדט קעגן הייליגן חת"ס ותלמידו, וואס איז באמת געווארן אויפגעבלאזן דורך די חותמים האוסרים, כדי להגדיל התבערה.
אבער דאס איז דאך אמאל זיכער, אז א גרויס חלק פון יענע דרשה איז געווען אפצו'חוז'קן פון האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, פון וועמען אדמו"ר מוויזניץ מאנסי ז"ל האט זיך פאררופען א תלמיד.
און אויף דעם האט איך געשריבן אז במקום וואס אלע גדולי ישראל האבן מוחה געווען און תובע געווען כבודו פונעם נארוואס נפטר-געווארענעם צדיק, האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל
און אפילו דער בעלזער רב זעלבסט האט דאך געשפירט אז ער האט פוגע געווען בכבודו, און דערנאך געשיקט מפייס זיין.
האט בלויז דער אדמו"ר ממאנסי ז"ל אים אויפגענומען, מכבד געווען, מקרב געווען, און דערמיט אריינגעשטאכן א מעסער אין יעדן פון די חותמים!

ביטע נישט ארויסנעמען ווערטער פון קאנטעסט, צו קענען אוועקפירן דעם שמועס.

נקודת-אמת » דינסטאג מערץ 27, 2018 1:46 pm

· #398542
אונטער חכם
בקיצור, דאס איז זיכער אז ער האט געוואלט אוועקמאכן די תלמידי חת"ס, נאר אין וואס ער האט געזאגט קען מען לערנען צוויי וועגן,
אדער אז ער האלט באמת אז עסן שטאפ גענז מאכט די תלמידי חת"ס ווייניגער חשוב, און ער האט פשוט געוואלט ארויסברענגען די נקודה לפי תומו,
אדער אז ער האט פשוט געוואלט ליצנות מאכן.

אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט בקיצור און נישט באריכות. גארנישט.

נאך איין מזל אז איך האב געשריבן "בקיצור" , וואס וואלסטו געענטפערט ווען נישט?

איך ווייס נישט אויב דו ביסט טאקע א @אונטער חכם ווייל פשוטע זאכן וואס מ'האט געשריבן
האסטו אדער נישט געליינט אדער נישט פארשטאנען אדער סתם אזוי האקסטו א מסקנא שלא מן העניין

ויי ליטוואק האט שוין מסביר געוועהן אין גאליצייע פלעגן די חאניאקישע חסידישע יידן זיך מונע זיין פון עסן שטאפ גענז.
און דאס האט ער סך-הכל געזאגט אז ווען די סאקמערע האבן נאך נישט פארטיידיגט א.ג. קנאות האט זיין פעטער שוין אויסגעטראטן די וועג.

איז נישט בקיצור און נישט באריכות, איז דיר שווער אפ-צו-לאזן די אור-אלטע-גלויבן אז דער בעלזער האט אנגע'שייגצט אלע קדושי עליון,
קענסט לחיים ולשלום האלטן אזוי מעתה ועד עולם אבער ברענג נישט ארויס קיין פארקרומטע 'דאס-איז-זיכער'דיגע' מסקנות,
וואס לא מיניה ולא מקצתיה זענען זיכער...
יישר-כח פון פאר-אויס

נקודת-אמת » דינסטאג מערץ 27, 2018 1:56 pm

· #398543
קנאק-יענקל
נניח אז דער בעלזער רב זז"ג האט קיין ווארט פגיעה נישט גערעדט קעגן הייליגן חת"ס ותלמידו, וואס איז באמת געווארן אויפגעבלאזן דורך די חותמים האוסרים, כדי להגדיל התבערה.
אבער דאס איז דאך אמאל זיכער, אז א גרויס חלק פון יענע דרשה איז געווען אפצו'חוז'קן פון האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, פון וועמען אדמו"ר מוויזניץ מאנסי ז"ל האט זיך פאררופען א תלמיד.
און אויף דעם האט איך געשריבן אז במקום וואס אלע גדולי ישראל האבן מוחה געווען און תובע געווען כבודו פונעם נארוואס נפטר-געווארענעם צדיק, האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל
און אפילו דער בעלזער רב זעלבסט האט דאך געשפירט אז ער האט פוגע געווען בכבודו, און דערנאך געשיקט מפייס זיין.
האט בלויז דער אדמו"ר ממאנסי ז"ל אים אויפגענומען, מכבד געווען, מקרב געווען, און דערמיט אריינגעשטאכן א מעסער אין יעדן פון די חותמים!

ביטע נישט ארויסנעמען ווערטער פון קאנטעסט, צו קענען אוועקפירן דעם שמועס.

די גאנצע נושא איז אריינגעקומען דא אט פא דעם אויס-צו-פלאצן די באלאוני וואס סאטמאר האבן אויפגעבלאזן פאר 35 יאהר צוריק,
און יענטסמאהל דארפמען ניט קיין תירוץ אויף דיין קשיא ווייל ס'איז שוין געווארן אויס קשיא...

אז דער בעלזער שטעלט זיך און איז מסביר מיט א שארפקייט זיין טעמע אינעם פעטער'ס שיטה און פארשטייט'זיך אז דאס איז א פגיעה
ווייל ווען איינער זאגט דיר אין די באק-ציינער אז דיין שיטה ברענגט דיר צו אייגענע נגיעות און מסקנות
איז דאס פוגע.

אבער ער האט געדארפט צו האלטן זיין (יעטסמאהל-דיגן) חאניאקישער עולם וואס האט געוואלט מיט גיין מיט די עדה
און ער האט געמוזט מסביר זיין די (לטעמו {ולטעמי}) לעכעריגקייט פון די קנאות-שיטה.

איז עם אויפנעמען פוגע אין די חותמים וואס ווי ארויסגעברענגט האט מען זיי געפפאפט, און זיי האבן יא געחתמ'ט נישט געחתמ'ט ואידך פירושא...

קנאק-יענקל » דינסטאג מערץ 27, 2018 3:41 pm

· #398547
הייסט אז האדמו"ר ממאנסי וואלט באמת יא מוחה געווען קעגן האדמו"ר מבעלזא, אויב וואלט באמת יא געווען א פגיעה בכבוד רבו מסאטמאר זצ"ל,
נאר מיט זיין פארשטאנד אפצולערנען א זאך אין שורש, האט ער זיך נישט געלאזט פון סאטמאר'ס שאנטאזש, ווייל ער האט באמת געוויסט אלע חשבונות אז:
נקודת-אמת
סאטמאר האט אויפגעבלאזן א באלאוני פאר 35 יאהר צוריק

נקודת-אמת
דער בעלזער [האט בלויז] שטעלט זיך און איז מסביר מיט א שארפקייט זיין טעמע אינעם פעטער'ס שיטה

דער בעלזער האט בכלל נישט אראפגעריסן אדער חוזק געמאכט פון האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, נאר
נקודת-אמת
ער האט געמוזט מסביר זיין די (לטעמו {ולטעמי}) לעכעריגקייט פון די קנאות-שיטה

אלזא, פארוואס האט ער טאקע נישט מוחה געווען קעגן די מוחים-חותמים-אוסרים, וועלכע האבן פוגע געווען אין א רב בישראל [האדמו"ר מבעלזא שליט"א] על לא עוול בכפו????.....

אונטער חכם » דינסטאג מערץ 27, 2018 4:50 pm

· #398556
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
נקודת-אמת
אונטער חכם
בקיצור, דאס איז זיכער אז ער האט געוואלט אוועקמאכן די תלמידי חת"ס, נאר אין וואס ער האט געזאגט קען מען לערנען צוויי וועגן,
אדער אז ער האלט באמת אז עסן שטאפ גענז מאכט די תלמידי חת"ס ווייניגער חשוב, און ער האט פשוט געוואלט ארויסברענגען די נקודה לפי תומו,
אדער אז ער האט פשוט געוואלט ליצנות מאכן.

אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט בקיצור און נישט באריכות. גארנישט.

נאך איין מזל אז איך האב געשריבן "בקיצור" , וואס וואלסטו געענטפערט ווען נישט?

איך ווייס נישט אויב דו ביסט טאקע א @אונטער חכם ווייל פשוטע זאכן וואס מ'האט געשריבן
האסטו אדער נישט געליינט אדער נישט פארשטאנען אדער סתם אזוי האקסטו א מסקנא שלא מן העניין

ויי ליטוואק האט שוין מסביר געוועהן אין גאליצייע פלעגן די חאניאקישע חסידישע יידן זיך מונע זיין פון עסן שטאפ גענז.
און דאס האט ער סך-הכל געזאגט אז ווען די סאקמערע האבן נאך נישט פארטיידיגט א.ג. קנאות האט זיין פעטער שוין אויסגעטראטן די וועג.

איז נישט בקיצור און נישט באריכות, איז דיר שווער אפ-צו-לאזן די אור-אלטע-גלויבן אז דער בעלזער האט אנגע'שייגצט אלע קדושי עליון,
קענסט לחיים ולשלום האלטן אזוי מעתה ועד עולם אבער ברענג נישט ארויס קיין פארקרומטע 'דאס-איז-זיכער'דיגע' מסקנות,
וואס לא מיניה ולא מקצתיה זענען זיכער...
יישר-כח פון פאר-אויס

ערשטנס, די סאטמארע האבן אמאל געגעסן שטאפ גענז? רוב עכטע סאטמארער חסידים האבן געשטאמט פון סיגעטע אדער צאנזע חסידים וואס האבן קיינמאל נישט געגעסן קיין שטאפ גענז .
צווייטנס, דו זאגסט דאך אליינס אז ער האט ארויסגעברענגט אז די וואס האבן געגעסן שטאפ גענז זענען ווייניגער, דו פרובירסט עס נאר אזוי צו מאכן תמימותדיג אז פשוט עס איז א קנאישע זאך נישט צו עסן שטאפ גענז, עס קען טאקע זיין, אבער דאס אליינס איז שוין אויך א זלזול אין תלמידי חת"ס, אבער עס איז מער מסתבר אז ווען איינער רעדט פון 'שטאפ גענז' פרובירט ער צו אראפצולייגן די אויף וועם ער רעדט פאר פרעסערס .

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 27, 2018 6:10 pm

· #398559
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
הייסט׳ס עס איז גאר די סאטמארער,פון סיגעט\צאנזער אפשטאם, וואס זענען מזלזל אין דער חת"ס ותלמידיו.

א מחאה איז יעצט אין פלאץ? צו מ׳זאל עס לאזען וואויל גייען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נקודת-אמת » דינסטאג מערץ 27, 2018 7:07 pm

· #398565
איך בין גראדע מסכים מיט @אונטער חכם זאל זיין געזונט

אז מחמיר זיין אויף זיך במקום שהקילו רבותיו של אחרים איז שוין איין חוצפה.

און ווער רעדט נאך צו זיצן ביי א פארום פון בני הקהילה המחמרת און נאך חוזק מאכן פון די מקילים שוין איין מאהל אן-עזות-פנים...

און מסביר זיין אז די וואס האבן מקיל געוועהן במקום שהחמרתי זאלן מיר נישט קומען איינטיילן ווען זיי האבן מחליט געוועהן מחמיר צו זיין, אויף אזא איינער האט דער נביא געשריבן:

"הוקע אותם נגד השמש"...

🙄 😂 😈

אונטער חכם » מיטוואך מערץ 28, 2018 2:04 am

· #398606
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
נקודת-אמת
איך בין גראדע מסכים מיט @אונטער חכם זאל זיין געזונט

און ווער רעדט נאך צו זיצן ביי א פארום פון בני הקהילה המחמרת און נאך חוזק מאכן פון די תלמידי חת"ס המקילים שוין איין מאהל אן-עזות-פנים...

און מסביר זיין אז די תלמידי חת"ס וואס האבן מקיל געוועהן במקום שהחמרתי זאלן מיר נישט קומען איינטיילן ווען זיי האבן מחליט געוועהן מחמיר צו זיין, אויף אזא איינער האט דער נביא געשריבן:

"הוקע אותם נגד השמש"...

🙄 😂 😈

כצ"ל

יוסף יוזפא » מיטוואך מערץ 28, 2018 7:00 am

· #398617
אונטער חכם
נקודת-אמת
איך בין גראדע מסכים מיט @אונטער חכם זאל זיין געזונט

און ווער רעדט נאך צו זיצן ביי א פארום פון בני הקהילה המחמרת און נאך חוזק מאכן פון די תלמידי חת"ס המקילים שוין איין מאהל אן-עזות-פנים...

און מסביר זיין אז די תלמידי חת"ס וואס האבן מקיל געוועהן במקום שהחמרתי זאלן מיר נישט קומען איינטיילן ווען זיי האבן מחליט געוועהן מחמיר צו זיין, אויף אזא איינער האט דער נביא געשריבן:

"הוקע אותם נגד השמש"...

🙄 😂 😈

כצ"ל

פארוואס שרייבסטו נישט בפירוש נעמען פון די תלמידי החת"ס?
ווער האט מחליט גיווען אז ער האט געמיינט תלמידי חת"ס? אפשר האט ער גאר געמיינט די זיידעס פון די וואס האבן לוחם גיווען אקעגן איהם, וואס זענען טאקע גיווען פשוטע יודן?

ווער איז גיווען די ערשטע וואס האט ארויס געזאגט די ווארט תלמידי חת"ס?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 28, 2018 8:01 am

· #398619
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
עס איז א וואונדערבארע זאך. א ציבור אידען, באקאנטע מחלוקת מאכערס מדור דור, האבען אנגעהאלטען די אור אלטע מסורה און געפיהרט א מחלוקת מיט א רעבע אין ירושלים, כאילו אלע פראבלעמען אין זייער חצר זענען שוין געלייזט געווארען עצהיו"ט.

ממש א געוואלד! ערגעץ אין דער וועלט האט איינער זיך עפעס אויסגעדרוקט אין א וועג וואס אז מ׳וויל זייער שטארק, קען מען מעגליך טענה׳ן א קים לי אז דאס איז א זלזול אין תלמידי חת"ס (ווען מ׳זארגט זיך טאקע פאר זייער כבוד, וואלט מען געדארפט פראבירען וואס מער צו פארטייטשען די ווערטער אויפ׳ן צד הנישט זלזול. נאך עפעס, ווען איינער לאזט נישט קיין מאשין מצות אין שטוב פסח, איז עס דען נישט א זלזול אין תלמידי חת"ס? פוי! צעטלעך מאכערס, פייערט אויף אייער דרוק מאשינען!), און דער וועלט מוז זיך רודערען! איינער האט אפשר געזאגט "מאכט׳ס א שווייג, די זלזול ווערט נאר מערער פון דאס מפרסם זיין", אבער ניין! מיר וועלען מוחה זיין און מוחה זיין, ביז עס וועט נישט זיין קיין מענטש אין דער וועלט וואס וועט נישט וויסען דערפון.

טאקע אזוי, מ׳האט געהערט שמועות פון געפערליכע מעשה׳ס צוליעב די זלזול. אין א גארבעדזש (דאסטבי"ן בלע"ז) אין לאנדאן האט מען געזען צען סעטס פון מהר"ם שיק, און אין אסטראליא האט מען ארויס געווארפען גאנצע באקסעס פון כתב סופר. און קיינער זאגט נישט קיין ווארט! אלע וואס לערנען זייער תורה האט עס, משום איזה סבה, נישט בארירט. אלס איז געפאלען אויף די שוואכע פלייצעס פון דער שומר הפקדון אין ווסמב"ג. נישט גענוג אז ער דארף זיך זארגען פאר זיין סטאדע, זיי אפהאלטען פון עבירות ווי דף היומי אויסזאגען וועמענ׳ס מאמע איז געגאנגען אויסגעשניטען ווי. מ׳דארף שוין זאפארט עפעס טוהן דערוועגען! ווער וועט ראטעווען די כבוד פון תלמידי חת"ס? און טאקע, די אלע חת"ס אייניקלאך, דער ערלויער רב און די שטרן׳ס וכו׳ זענען געווען די ראשי המערכה, ווייל מ׳זארגט זיך מורא׳דיג פאר זייער כבוד. אין ווסמב"ג האט מען אנגעהויבען דערלאנגען געשטאפטע גענדז ביי אלע שמחות, צו ווייזען ערע פאר די תלמידי החת"ס.

זיי זענען ארום געלאפען צווינגען חתימות פון וועמען זיי האבען נאר געקענט. מיט יארען שפעטער איז נתברר געווארען ווי זיי האבען טעראריזירט מענטשען פאר די חתימה, און יעדער האט נאך געדענקט וואס זיי זענען אלס עלול צו טוהן. איך געדענק אלס אינגעל ווען יענער רעבע איז געקומען באזוכען קיין לאנדאן, און מ׳האט אנגעווארפען דער שטוב פונ׳ם שטאט׳ס רב פאר׳ן איהם אויפנעמען. דער כבוד פון תלמידי חת"ס האט געפאדערט אז דער כבוד פון א רב אין שטאט איז גארנישט מיט נישט. מאנכע רבנים האבען זיך שפעטער איבערגעבעטען, כדוגמת הרב שמואל וואזנער און דער אודווארי רב ז"ל.

ויבא מנהיג\אדמו"ר אחד, און ער האט געזאגט אז ביי איהם איז נישט דא אזעלכע זאכען. בעלזער רעבע האט א רעכט ווייטער צו פיהרען זיין ביזנעס אזוי ווי בשעת׳ן גרינדונג פון די מוסדות, און הגם אז ער האט געחתמ׳ט אויף די כבוד פון די עדה"ח, האט ער נישט געהאלטען אז מ׳דארף איהם מרחק זיין ווי אלס אפיקורס. ממש א העלד! ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די טעראר פון די וועלטס באקאנטע יורש דאורייתא, און ביי איהם האט די מוסדות ביזנעס נישט געשפילט די ראלע ווי ביי אנדערע, און ער האט אויפגענומען דער יונגער בעלזער רעבע.

און דאס ווערט גאר גערעכנט אלס א פעלער זיינער!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » מיטוואך מערץ 28, 2018 9:56 am

· #398628
פלוני
קודם כל, בעלזער רב האט ער נישט געזאגט קיין ווארט קעגן עהם ברבים, ווייל קיינער ווייסט נישט דערפון.
פרייוועט האט ער צוויי מאל נישט געזאגט, ווייל בעלזער רב וואלט עהם נישט געשוינט, און ער וואלט שוין זייט דעמאלטס ארומגעריטן כל ימי חייו מיט'ן ''רעבישע ראד שטיל''..

יעצט צום לשם שמים אגענדע;
איך פארשטיי אז לשם שמים מאכט נישט אויס צו יענער הייסט קראקא צו ווישניץ צו טווערסקי צו טייטלבוים. ריכטיג? אז מ'טוט עפעס נגד ההלכה נגד 'זיין' הלכה.. איז מחאה אינמיטן א טיש.

אלזא, ווען האט ער מוחה געווען קעגן יחזקאל אביגדור?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן שאולי ראפאפארט?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן ניימאן?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן ראזנבערג?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן מוסרים ומלשינים?
וועןן האט ער מוחה געווען קעגן פרוש?
ווען האט ער מוחה געווען קעגן די פולע באגאזש מיט סטאריס אין זיין אייגן הויף?

און ווער האט עהם געשטעלט צו זאגן מוסר ביי יענעם? צו ס'איז אין קרית יואל, צו אין 'גאנץ מאנסי', צו אין סקווער, צו ביי יענעמס ביזנעס????

ס'דא דא א אגענדע דאס איז קלאר!
יעצט וואס מער פונקטליך איז געווען זיין אגענדע? אקעי לשם שמים וואס גענוי מיינט דאס אויבן געשריבענע כלפי לשם שמים?

וואס האט שאולי ראפאפארט געטוהן? ער האט נישט געשפיגן ביי עלינו?

וועלכע ניימאן? וועלכע ראזנבערג?

וואס האבן זיי חוטא געוועהן? זיי האבן געבריקעוועט בארכעס אינמיטן קידוש לבנה?

אונטער חכם » מיטוואך מערץ 28, 2018 9:57 am

· #398629
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
איך זיך נישט צו בארעכטיגן די מחלוקה , און אפילו סאטמאר האט אויך נישט געהאלטן אז פארן זלזול אין תלמידי חת"ס דארף מען מאכן אזא מערכה , דער עיקר איז געווען די ליצנות פון סאטמאר רבין און פון די שיטה וואס עס האט זיי געשטערט, אבער דא האט מען זיך געטענהט אינעם פאקט צו ער האט יא מזלזל געווען אדער נישט.

און נאכדעם קומסטו צוריק ככלב שב אל קיאו צו די ליצנות אז מחמיר זיין איז די זעלבע ווי אוועקמאכן.

אונטער חכם » מיטוואך מערץ 28, 2018 9:58 am

· #398630
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
טעות

אונטער חכם » מיטוואך מערץ 28, 2018 10:42 am

· #398634
יעצט האב איך געזעהן דא די טקסט פונעם דרשה און ווען מען זעהט די גאנצע זאך זעהט עס טאקע נאר אויס ווי א פליטת הפה און ער האט טאקע נישט געמיינט די גדולי אונגארן, כאטש וועם יא ווייס איך נישט, ובפרט אז שפעטער זאגט ער אז אין אונגארן פאר די שיטה איז יא גוט געווען.
אבער איך האלט נאך אלס אז די משיבים דא האבן נישט געענטפערט צום זאך.

יוסף יוזפא » מיטוואך מערץ 28, 2018 1:45 pm

· #398649
אונטער חכם
איך זיך נישט צו בארעכטיגן די מחלוקה , און אפילו סאטמאר האט אויך נישט געהאלטן אז פארן זלזול אין תלמידי חת"ס דארף מען מאכן אזא מערכה , דער עיקר איז געווען די ליצנות פון סאטמאר רבין און פון די שיטה וואס עס האט זיי געשטערט, אבער דא האט מען זיך געטענהט אינעם פאקט צו ער האט יא מזלזל געווען אדער נישט.

און נאכדעם קומסטו צוריק ככלב שב אל קיאו צו די ליצנות אז מחמיר זיין איז די זעלבע ווי אוועקמאכן.

נאך איין פאקט האסטו נישט גענומען און חשבון.
אז די גאנצע מחלוקה האט זיך אנגעהויבן פאר תשמ"ב...
די תלמידי חת"ס מיט די הייליגע שיטה איז נאר גיווען די תירוץ.

נקודת-אמת » מיטוואך מערץ 28, 2018 2:36 pm

· #398650
אונטער חכם
טעות

פאר די לייק פון @ליטוואק האט זיך געלוינט א טעות האבן... 😈

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מערץ 28, 2018 6:20 pm

· #398659
Re: וואס איז געליגן אונטער די מאנסיער'ס מחאות?
די לייק איז גאר פאר דעם אז דברים שאמר ואומר טעות הם

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » מיטוואך מערץ 28, 2018 10:25 pm

· #398664
למעשה וואס איז דער פשט ?
אפגעזען צו דער בעלזער האט יא געמייננט צו רעדן אויף תלמידי חת"ס צו עס איז געווען בלויז געווען א פליטת פה האט די גאנצע וועלט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן בעלזא דעמאלט

ר' מאטעלע מיט מחאות איז געווען איינס

פונקט דא ביים בעלזער איז ער עפעס פארשטומט געווארן פונקט דא האט ער נישט געשפירט קיין בכוד שמים זיך אנצונעמען

סאמטינג איז טאקע אינטערסאנט דא

@פלוני זייט אונז מסביר פארענטפערט אונז די גרויסע תמי' וואס ליגט טאקע אונטער די מאנסי רבינ'ס מחאות ?

שבת אחים » מיטוואך מערץ 28, 2018 10:33 pm

· #398665
@פלוני. כהער אז דיין פריינד יחזקאל אביגדור א. זאגט צו מיליאנען דאללערן פאר זיין חבר די נייע מאנסיער-וויזניצער רבי ר׳ ישראל מזאל אים פארקויפן א חלקה אין די ביה״ח הארט אין די בעיק פון רבינס ציון.

לאמיר הערן וואס דו האסט צו זאגן אויף יחזקאל אביגדור? חוץ זיינע אלטע חטאים.
בלאט: 1 2