☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » באזוך אין קרית עם-על-קעי אטלאנטע ממחרת העקליפס - ושאר מסעות

באזוך אין קרית עם-על-קעי אטלאנטע ממחרת העקליפס - ושאר מסעות

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12063

וואלווי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:47 pm

· #393448
באזוך אין קרית עם-על-קעי אטלאנטע ממחרת העקליפס - ושאר מסעות
לכבוד די יום טוב אינדערוואכן די באעהרטע MLK דעי עמער מיטיילען פאר די געטרייע לייענער געציילטע ערשט מאליג געוויזענע בילדער פון מסע העקליפס ווען מ'האט ממחרת העקליפס באזוכט אין קרית עם-על-קעי אין אטלאנטע:

והיו עיניך רואות את מוריך

📎 rr.jpg

הכנה לתפילה ונתתי עשב אביסל גראז

📎 hh.jpg

בהיכל קדשו הס מפניו כל הארץ

📎 צ.jpg

תפילה על הציוה"ק של מרן וזו' הרבנית

📎 df.jpg

דעם רבין'ס מעליצע סטאראקעס בעקיטשע

📎 ff.jpg

ווי אזוי האט מען אונז געלערנט? אז מען גרייט זיך אן פון פריער שפירט מען א טעם אין יום טוב...

וואלווי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:46 pm

· #393491
זייט דעמאלטס איז מען שוין געגאנגען קוקען ליטוואק'ס סופער מון ערגעץ אין די הרי אררט...

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:59 pm

· #393493
Re: מיין באזוך אין קרית עם-על-קעי אין אטלאנטע ממחרת העקליפס
וואלווי
זייט דעמאלטס איז מען שוין געגאנגען קוקען ליטוואק'ס סופער מון ערגעץ אין די הרי אררט...
איך האב גראדע געזוכט ליטוואק'ס סופער מון כ'האב עס נישט געפונען

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 12:00 am

· #393494
האסטעס געזוכט אויף ראדני?...

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 12:03 am

· #393495
ס'קומט נאך א גוטס January 31, ווער פארט?

<a class="postlink" href="https://www.space.com/39208-super-blue-blood-moon-guide.html">https://www.space.com/39208-super-blue- ... guide.html</a>

דאס מאל איז אויך א לונער עקליפס און וואס מער WEST מ'פארט אלס בעסער.

דאס איז די עכטע באדייט פון once in a blue moon...

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 12:49 am

· #393497
[ציטאט אראפגענומען]


לאו דוקא, מ'קען גיין מיט'ן טלית קטן ווי מ'וויל, אדרבה אויב מ'קען נישט גיין מיט'ן טלית קטן איז א סימן אז די ארט ווי מ'איז איז נישט גענוג hip..

איי דיין קשיא? די קעטשאפ און מאסטארד פונ'ם האט דאג האבן אראפ געטראפט...

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 12:54 am

· #393498
פארברענגענדיג מיט די ברודערס אין Little Five Points געגענט.

📎 hu.jpg

איינקופענדיג אביסעל RAP פון א לאקאלע ארטיסט אלס צידה לדרך.

📎 ju.jpg

נ"ב פאר אלע וואס פארען אויף דאטשע, צו באקריגען א טעם פון א פלאץ גייטס צו off beat local hangouts.

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 1:45 am

· #393499
דער גאלדענער אדלער
וואלווי
זייט דעמאלטס איז מען שוין געגאנגען קוקען ליטוואק'ס סופער מון ערגעץ אין די הרי אררט...
איך האב גראדע געזוכט ליטוואק'ס סופער מון כ'האב עס נישט געפונען


ווי אזוי זאגען די ריעל עסטעיט אגענטען? לאקאציע, לאקאציע, לאקאציע.

באותו ליל שימורים ראש השנה האמיר געפראוועט בבחינת וירד אל העם אין זוכה געווען צו ליקו אורות אינ'ם מדבר הגדול...

ווען דער דאך פון די The Venetian האט אויף געריסען כחצות הלילה מיט קולות וברקים

📎 11.jpg

ציביסלעך איז געווארען אזיל חיורא ואתי סימקא

📎 22.jpg

לילה כיום יאיר שנתפשט על פני כל הסטריפ כולו

📎 44.jpg

וחוזר חלילה מגוונא לגוונא

📎 55.jpg

נעקסטע אינדערפרי, אילו זכינו..

Heart Attack Grill: over 350 lbs eats free - weigh yourself here

heart attack grill = א נייע דערהער אין ומלתם את ערלת לבבכם...

📎 66.jpg

ערגעץ ווי אין די וויסטעניש האט מען אריינגעכאפט ליטוואק'ס לבנה אויך...

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 16, 2018 2:46 am

· #393502
וואלווי: איך פריי מיך מיט און האלט מיט פונקטליך דיין נסיעה אין די אלע גוטע פלעצער ומקומות הקדושים. איין שאלה. די פרענק מיט קעטשאפ און די הארץ אטאקע גרילל זענען כשר למהדרין...?! מיט וועמענ'ס השגחה....? מיט די השגחה פונ'ם מרא ד'אתרא שליט"א/זצ"ל...?!

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 3:10 am

· #393503
berlbalaguleh
וואלווי: איך פריי מיך מיט און האלט מיט פונקטליך דיין נסיעה אין די אלע גוטע פלעצער ומקומות הקדושים. איין שאלה. די פרענק מיט קעטשאפ און די הארץ אטאקע גרילל זענען כשר למהדרין...?! מיט וועמענ'ס השגחה....? מיט די השגחה פונ'ם מרא ד'אתרא שליט"א/זצ"ל...?!


געטראפען עפעס א "טייטל-בוים" אין אויף דעם סומך געווען. עיין ערך "שמעלקע" וסוגית שחיטה מתחת...

אז די האסט נאך שאלות רוף בית הוראה האטליין.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:08 am

· #393515
וואלווי: איך האב זייער שטארק ליעב ..."פאנס"...מיט א פ"א דגושה. סיי אויף אידיש און סיי אויף ענגליש. דערפאר געפעלט מיר דיין פאן אויף ..."שחיטה מונחת"...אבער ס'איז ליצנות. אום יום כיפור ביי ..."לצנו"...זאלסטו דאס אינזין האבן...!

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 12:07 pm

· #393518
ס'איז נישט מיין "פאן" עיין המראה מקום כאן: טעמע: טראדישען

ווי אויך דיין "אבער" דערשרעקט מיר אביסעל...

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 16, 2018 9:44 pm

· #393579
וואלווי: וואס איז אזוי שרעקעדיג מיט מיין .."אבער"...? א איד דארף אייביג אריינטראכטן אפשר האביך עובר געווען אן עבירה ח"ו...!

וואלווי » דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:03 pm

· #393598
חזקת חבר שאינו יוצא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן...