☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אשכול אן א טיטל #11711

אשכול אן א טיטל #11711

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11711
בלאט: 1 2

— » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 3:19 pm

· #381977

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:21 pm

· #381985
א ריזיגע ייש"כ. שוין מאנאטען וואס מ׳הערט דערוועגען, אבער קיינמאל נישט געליינט אזא קלארער באשרייבונג.

איך וויל צולייגען אז יעדער ליקוי הלבנה מוז זיין אין מיטען חודש, ווייל דעמאלס איז דער כדור הארץ צווישען די זון און די לבנה. א ליקוי החמה מוז זיין ארום דער מולד ווייל דעמאלס דארף דער לבנה זיין צווישען דער כדור הארץ און דער זון.

מ׳דארף נאר דערמאנען די גמרא אין סוכה אז ליקוי החמה איז א שלעכטע סימן פאר די גוים. לאמיר האפען אז תרום קרנה של ישראל אין די טעג און אונזער שונאים זאלען האבען א שנעלער מפלה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

shtriemel » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:28 pm

· #381986
איך פלאן טאקע צו זיין אין ארעגאן פאר די מאורע. ווער קומט מיט?

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 4:47 pm

· #381987
כ'פלאן צו גיין, כ'האב נאר א ספק אין וועלעכע סטעיט, מיינע ספיקות זענען צווישען נארט קעראליינא, קענטאקי, מיזורי. אויך אויב למשל איז פארוואלקענט אין איינע פון דע פלעצער, וועט טאקע ווערן טינקל אבער דעם עצם ליקוי וועט מען נישט קענען זעהן

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:58 pm

· #382015
Wow דער עולם האט צייט, איך פלאן צו בלייבן אין היו יארק, האפנטליך אינמיטן ארבעט א בליק טאן.
#דזשעלעס

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:05 pm

· #382017
קום מיט מיר העמער האבן א גוד טיים

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:13 pm

· #382019
אפשר מאכן אינז א ק"ש גרופ און גייען צוזאמען? מ'עט אבאכט געבן אויף גילוי

געוואלדיג » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 9:33 pm

· #382028
אדרבא

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 10:50 pm

· #382048
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז מיט איטאליע? דארט קומט עס בכלל נישט אן?!

שבת אחים » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:12 am

· #382066
shtriemel
איך פלאן טאקע צו זיין אין ארעגאן פאר די מאורע. ווער קומט מיט?


האב מיך אינזין
שבת אחים בן מה טוב ומה נעים
איך קען דיר שיקן שליח מצוה געלט, נעמסט פעיפאל?

פארגעס נישט מיטצונעמען לייען-מאטריאל

כקען דיר רעקאמנדירן אפאר ביכער וואס איך האב געגלייכט.

1)די שטורמישע וואסערן
2)דער קמצן דער נדיב
3)דער שוחט דער פריץ
4)דער קצב דער האלצהאקער
5)דער משכיל דער שטריימל
6)דער בעלעגאלע דער דויטש
7)כל באי׳ לא ישיבון

ספרים:
1)ישא ברכה
2)צל״ח
3)חובת התלמידים
4)מסילת ישרים
5)צמח ה׳ לצבי
6)אהבת ישראל
7)חפץ חיים
8)יסוד ושורש העובדה
9)תני דבי אליהו

מאגאזינען:
1)דער וועקער
2)דער פריערדיגע וועקער
3)דער מיטעלע וועקער
4)דער וועקער ז״ל

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:47 am

· #382070
שבת אחים: מיין טייערער ברודער. פון דיין שרייבן דערקענט זיך אז דו ביסט א נעא-אינטעלעקטואל. אדער א פסעוודא אינטעלעקטואל. דו מישסט אויס הודו מיט קיש (כ'ווילל נישט זאגן וואו.). כ'האב דיר שוין א מיליאן מאל געזאגט אז ס'איז נישט דער דויטש. דער דייטש...! כל היתר כניטל דמי. תרתי משמע...! אויך איז נישט דא א ספר ..."יסוד ושורש העובדה"...נאר ..."העבודה"...!

איך האב אויך א קרוב משפחה וועלכער האט דעם סטיל. ער קען אידיש, עברית,אונגאריש און ענגליש. נאר ווען ער וויל זאגן לעפל זאגט ער א ווארט וואס מיינט גאפל. ווען ער וויל זאגן געברענגט זאגט ער געפלויגן. און דער עולם דארף פארשטיין וואס ער מיינטצו זאגן...!

איך האב איהם אמאל געזאגט אז ס'וואלט כדאי געווען ער זאלל פרובירן צו ווערן א פראפעסאר אין סיטי יוניווערסיטי. דארט איז דא א סאך אזעלכע אינטעלעקטואלן ווי ער. שווארצע אנטיסעמיטן וועלכע מ'האט אריינגענומען דורך אפירמאטיוו עקשן...!

shtriemel » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:18 pm

· #382198
שבת אחים
shtriemel
איך פלאן טאקע צו זיין אין ארעגאן פאר די מאורע. ווער קומט מיט?


האב מיך אינזין
שבת אחים בן מה טוב ומה נעים
איך קען דיר שיקן שליח מצוה געלט, נעמסט פעיפאל?

פארגעס נישט מיטצונעמען לייען-מאטריאל

כקען דיר רעקאמנדירן אפאר ביכער וואס איך האב געגלייכט.

1)די שטורמישע וואסערן
2)דער קמצן דער נדיב
3)דער שוחט דער פריץ
4)דער קצב דער האלצהאקער
5)דער משכיל דער שטריימל
6)דער בעלעגאלע דער דויטש
7)כל באי׳ לא ישיבון

ספרים:
1)ישא ברכה
2)צל״ח
3)חובת התלמידים
4)מסילת ישרים
5)צמח ה׳ לצבי
6)אהבת ישראל
7)חפץ חיים
8)יסוד ושורש העובדה
9)תני דבי אליהו

מאגאזינען:
1)דער וועקער
2)דער פריערדיגע וועקער
3)דער מיטעלע וועקער
4)דער וועקער ז״ל


די ליסטע אליין קען מיר אונטערהאלטען א גאנצע וואך! 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

וואלווי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:12 am

· #382229
שבת אחים
shtriemel
איך פלאן טאקע צו זיין אין ארעגאן פאר די מאורע. ווער קומט מיט?


האב מיך אינזין
שבת אחים בן מה טוב ומה נעים
איך קען דיר שיקן שליח מצוה געלט, נעמסט פעיפאל?

פארגעס נישט מיטצונעמען לייען-מאטריאל

כקען דיר רעקאמנדירן אפאר ביכער וואס איך האב געגלייכט.

1)די שטורמישע וואסערן
2)דער קמצן דער נדיב
3)דער שוחט דער פריץ
4)דער קצב דער האלצהאקער
5)דער משכיל דער שטריימל
6)דער בעלעגאלע דער דויטש
7)כל באי׳ לא ישיבון

ספרים:
1)ישא ברכה
2)צל״ח
3)חובת התלמידים
4)מסילת ישרים
5)צמח ה׳ לצבי
6)אהבת ישראל נאמבער 6? נישט נאמבער 1?
7)חפץ חיים
8)יסוד ושורש העובדה
9)תני דבי אליהו

מאגאזינען:
1)דער וועקער
2)דער פריערדיגע וועקער
3)דער מיטעלע וועקער
4)דער וועקער ז״ל
5)דער וועקער זאל מאריך ימים זיין

וואלווי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:26 am

· #382230
קענישט דעסיידען צו פארן קיין טענעסי אדער אריגען.

טענעסי קען מען פארן און ביז 11 שעה איז מען שוין דארט. אבער מ'דארף נאכקוקען די וועטער מאפע זייער גוט און טרעפען א ריכטיגע ספאט ווייל ס'היבשע טשענסעס פון וואלקענעס. משא"כ אין ארעגאן איז דע טשענס פאר קליר סקייס אסאך מער אבער לאגיסטיקס דארפען בעסער טויגען.

פאר א קלאוד גרעף עיין כאן:
📎 Cloudgraph-MODIS (1).pdf

וואלווי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:43 am

· #382231
📎 KY TN.jpg📎 cloud graph.jpg.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:34 am

· #382247
כ'האב אויך געקלערט פון טענעסי, אבער אויב קיין טענעסי, וואלט איך ווען קאנסידערט דע סמאקי מאונטענס אין נארט קעראליינא, אדער לעקסיקאן קאנטאקי, ביידע זענען זיי בערך דע זעלבע לאנג, אומגעפעהר צען עלעף שעה, די פראבלעם מיט סמאקי מאונטענס איז וואלקענעס.

טרויבן88 » זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:12 pm

· #382255
<a class="postlink" href="https://news.google.com/news/amp?caurl=http%3A%2F%2Fdemocratherald.com%2Fwill-the-great-american-eclipse-make-animals-act-strangely-science%2Farticle_db2e832e-ec44-569d-97d1-18dd7d21abb5.html#pt0-825026">https://news.google.com/news/amp?caurl= ... pt0-825026</a>

וואלווי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:15 pm

· #382318
דער גאלדענער אדלער
כ'האב אויך געקלערט פון טענעסי, אבער אויב קיין טענעסי, וואלט איך ווען קאנסידערט דע סמאקי מאונטענס אין נארט קעראליינא, אדער לעקסיקאן קאנטאקי, ביידע זענען זיי בערך דע זעלבע לאנג, אומגעפעהר צען עלעף שעה, די פראבלעם מיט סמאקי מאונטענס איז וואלקענעס.

אויב טענעסי איז די עריע צווישען גרעיט סמוקי מאונטענס פון די איסט, און די קאמבערלענד פלעטאו בערג אין די וועסט, די פראקטישסטע, ווייל ס'איז נאכאלס 11-12 שעה און די קלאסטע און יענע געגענט. טשעק אביסעל צו לינקס פון Sweetwater TN און Athens TN. דאס איז די געגנט פון די I-75.

למען הפינקטלעכקייט איז לעקסינגטאן קענטאקי טאקע 11 שעה, אבער פון דארט צום סענטער פון די פעטה אף טאטעליטי איז נאך א גוטע 3 שעה.

אבער אויב מ'פארט קיין טענעסי קומט מען אן צום סענטער פון פעטה אף טאטעליטי אין 12 שעה סך הכל. און ס'זעט נישט אויס צו זיין גרויסע חילוק אין די ריסק פון וואלקענעס פון קענטאקי VS טענעסי וועלי (עיין גרעף לעיל)

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 10:41 pm

· #382323
יא, @וואלווי האסט מיך אויסגעכאפט, גלייך נאכדעם וואס כ'האב געשריבן מיין ריפליי אינדערפרי, בין איך געגאנגן מאכן מיין ריסוירטש, און כ'בין געקומען צו דער מסקנה אז סוויטוואטער טענעסי איז דאס בעסטע פלאץ, און ס'בכלל נישט אזויפיל ווייטער.
נאר כ'וועל דיר זאגן די סיבה פארוואס כ'האב געוואלט זיין אין לעקסינגטון איז ווייל כ'בין נאך נישט דארט געווען, אין און איין וועגס האבעך עס געוואלט גיין אויסטשעקן, כ'האב געקלערט, אויב שוין אין לעקסינגטון פארוואס נישט צופארן קיין לואיסוויל מאכן א לחיים אין בארדסטאון, דארט ווי די באורבאן וויהסקי ווערט פראדעצירט? אז מ'דרייווט שוין צוועלף שעה.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:05 pm

· #382330
פיינע מהלך געראדע, כ'האמיך שוין געדרייט דארט אין געגנט, ס'דא אסאך פון די ברענד נעים בורבן פאבריקען דארט, זיי זענען מער ווי פארם'ס ווי איידער פאבריקען, זייער אינטערסטנט. אז ביסט שוין דארט אין געגענט קענסט גיין באזוכן Toyota וואס איז אין Georgetown KY.

צוריק אויפ'ן וועג אהיים קענסטו עסען הייסע כשר'ע עסען אין סינסענעטי.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:23 pm

· #382335
צוריק צו קומען דורך סינסינעטי איז לכאורה א לענגערע וועג??

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:23 pm

· #382336
אפשר טרעף מיר זיך אינטערוועגענס??

וואלווי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:28 pm

· #382338
20-30 מינוט א חילוק.

בכלל איז גוט צו פארן איין וועג און אהיים א צווייטס. אז מ'דארף צוטיילען די וועג אביסעל זאל עס זיין אנדערע פלעצער

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:29 pm

· #382339
דער גאלדענער אדלער
אפשר טרעף מיר זיך אינטערוועגענס??

עמער צוריק ברענגען פון דארט פיינע שנאפס און מ'עמער אויסטיילן דא אין שטיבל

וואלווי » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:34 pm

· #382340
כ'בין געוווען ביי וואדפארד, און זיי זאגען אז מ'קען מאכען א ספעשעל ראן מיט אן אייגען אזא מין דזשאונט לעבעל, עט מען מאכן מיט תחת השגחת בד"ץ קאווע שטיבל

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:11 am

· #382376
ס'איז נישט דא אזא זאך ווי גוטע בורבון. ס׳איז אלץ רעדנע"ק חזעריי. לבנה שיין בלע"ז. ווען די ציינער טוען וויי און אינשורענס צאלט נישט אויף א דענטיסט, קען מען דערמיט אויסשווענקען די מויל.

רבותי, יונגעלייט! הארכטס איינער וואס איז אביסל עלטער ווי אייך, און טרינקט'ס נאר סינגל מאלט!
כי בדבר הזה תאריכון ימיך על אדמתך.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:29 am

· #382415
נאפ! @ליטוואק ביזט נישט גערעכט דאס מאל, מיר זענען נישט קיין יוראפעישע, מיר זענען אמעריקאנער, און בוירבון איז א חלק פון אינזער קולטור, העכסטענס קענסטו זאגן, אז א ירא שמים איז יוצא ידי שניהם, אבער אינגאנצן שולל זיין בוירבאן פון אינזער קולטור, איז פינקט אזוי ווי צו זאגן אז מ'קען זיין אן ערליכע סאקמערער און שטיצן גיוס.

א קאובוי העט רייטענדיג אויף א הארסי מיט א פלעשעל בוירבאן מיט א שיסער אויפן אקסעל, וואס דארף מען מער!!

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:15 pm

· #382452
ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז נישט דא אזא זאך ווי גוטע בורבון. ס׳איז אלץ רעדנע"ק חזעריי. לבנה שיין בלע"ז. ווען די ציינער טוען וויי און אינשורענס צאלט נישט אויף א דענטיסט, קען מען דערמיט אויסשווענקען די מויל.

רבותי, יונגעלייט! הארכטס איינער וואס איז אביסל עלטער ווי אייך, און טרינקט'ס נאר סינגל מאלט!
כי בדבר הזה תאריכון ימיך על אדמתך.

No way.

בארבאן VS סקאטש איז אזוי ווי Toyota Corolla vs Mercedes S class or BMW 750...

פראבלעם איז, רוב בארס האבן איין בארבאן פאר א יעדע צען סקאטש...

טרויבן88 » מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 7:43 pm

· #382832
אין די ארטיקל ווערט ארויסגעברענגט אז אסאך פלעצער פארלאזן זיך אויף זון קראפט, וועט מען זען אויב מען קען זיך פארלאזן אויף דעם...


Reuters: Solar eclipse presents first major test of power grid in renewable era
<a class="postlink" href="http://google.com/newsstand/s/CBIwhtOf4zU">http://google.com/newsstand/s/CBIwhtOf4zU</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 10:09 pm

· #382838
Hebrewbooks.org/27762
עי' עמ' 13, ווי מ'שילדערט וואס דער ח"ח האט געהאט צו זאגען אויף אן עקליפס.

diff » זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:55 am

· #382866
א שיינע חסידישע מעשה

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 20, 2017 3:06 pm

· #382906
ער לאזט אונז מיט א קשיא אן א תירוץ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טרויבן88 » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:17 am

· #382964
א שאלה אויב מען דארף מאכן א ברכה


<a class="postlink" href="https://m.facebook.com/story.php?story_fbid=10154774296158639&id=509528638">https://m.facebook.com/story.php?story_ ... =509528638</a>

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:46 am

· #382965
ויפגע במקום כי בא השמש:

אחד מחברינו היקרים @חקרן שליט"א בעת התבודדתו על הרי הבלו רידזש פארקוועי בבא השמש על אם הדרך עקליפסתה:
📎 20170820_202935.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:01 am

· #382966
[ציטאט אראפגענומען]


באמת דער פשוט'סטע תירוץ צו די קשיא, וויאזוי איז עס א שלעכטע סימן פאר די אומה"ע בשעת אז מ'ווייסט פאראויס אז ס'גייט קומען, איז דער ליבואוויטשער רבי'ס תירוץ. יא, מ'ווייסט אז ס'גייט קומען, מ'ווייסט אבער נישט די וועטער צו מ'גייט עס קענען זע'ען. דער שרייבער פרעגט עס אפ זייער שוואך. ער זאגט אז די וועטער איז יא פרעדיקטעבעל, וואס דארף אונז אלע מאכען לאכען. יא, עטוואס ווייסען זיי, אבער נישט צו פיהל.
זיין צווייטע טענה איז אז דער עקליפס וועט יא זיין מערקבאר, אפילו ווען די וועטער שטעלט זיך נישט צו. דאס איז נישט נאר נישט צום זאך, נאר ס'ווייזט אויף א שוואכער פארשטאנד אין לערנען. דער גמרא זאט אונז 'כשהחמה לוקה', דער זוהן כאפט א קלאפ. דער שרייבער וויל טראכטען אז דער גמרא מיינט אן ענין וואס רופט זיך עקליפס, און דעריבער קען ער נישט אננעמען דער תירוץ. למעשה דארף עס מיינען נישט מער ווי דע רזוהן כאפען א קלאפ. ד.ה., עפ"י פשטות, אז מ'זעט עפעס זיך שלאגען מיט דער זוהן, און עס געווינט. ס'איז זייער פארשטענדליך אז דאס זאל מיינען נאר ווען מ'זעט ווי דער לבנה פארדעקט די זוהן.

דער פסק פון הרב ישעיה פנחס רוטנברג איז מביא לידי גיחוך. ער וויל זאגען אז טאמער א פרוי זעט דם בשעת אן עקליפס, איז מעגליך אז דאס הייסט א ראיה בלילה לגבי ווסתות וכדו'. יעדער פארשטייט אז יום ולילה האט מיט הילוך החמה און נישט מיט די לבנה, און אויך נישט מיט די טונקעל. איך וואלט געוואלט זע'ען אינעווייניג וואס ער זאגט, אבער איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דער מענטש און איך ווייס נישט ווי מען טרעפט זיין ספר 'מנחת פרי'.

פליקער » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:09 am

· #382967
איך האב געזען דעם אדמו''ר שליט''א'ס תירוץ אלס גאר שוואך, ווייל אויב איז עס פראדיקטעבל אז עס געשעט נאר און א געוויסע גאנג, דאן ווי קומט אריין די חטא, דהיינו אז אויב מען זינדיגט למשל אחר הליקו דאן וועט זיין א גיטע וועטער ביים נעקסטען ליקוי עס איז למעלה מן השכל, אדער אפשר אויב פונקט זינדיגט מען בשעת א ליקוי גיבט דער באשעפער א שיינע וועטער, און אויב זינדיגט מען נישט דאן וועט זיין א שלעכטער וועטער, ועוד קשה, דער וועטער איז נאר לאקאל, אויב איין פלאץ איז פארוואלקענט, איז דאך און א אנדערע פלאץ שיין, טא איז עס נאך אלס א שלעכטער סימן אדער נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:29 am

· #382968
דער וואס וועט זיין צו באשעפטיגט היינט מיט זאגען סליחות וכדו׳, און ער וועט פארפעלען דער עקליפס, גייט זיין נאך איינס אין בלויז זיבען יאר.
עי׳ כאן <a class="postlink" href="https://qz.com/1057576/fear-not-there-will-more-solar-eclipses-in-your-lifetime/">https://qz.com/1057576/fear-not-there-w ... -lifetime/</a>

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 10:13 am

· #382973
פליקער
איך האב געזען דעם אדמו''ר שליט''א'ס תירוץ אלס גאר שוואך, ווייל אויב איז עס פראדיקטעבל אז עס געשעט נאר און א געוויסע גאנג, דאן ווי קומט אריין די חטא, דהיינו אז אויב מען זינדיגט למשל אחר הליקו דאן וועט זיין א גיטע וועטער ביים נעקסטען ליקוי עס איז למעלה מן השכל, אדער אפשר אויב פונקט זינדיגט מען בשעת א ליקוי גיבט דער באשעפער א שיינע וועטער, און אויב זינדיגט מען נישט דאן וועט זיין א שלעכטער וועטער, ועוד קשה, דער וועטער איז נאר לאקאל, אויב איין פלאץ איז פארוואלקענט, איז דאך און א אנדערע פלאץ שיין, טא איז עס נאך אלס א שלעכטער סימן אדער נישט.
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. קוק אין רמב"ן אויף חומש ביי את קשתי נתתי בענן, וואס דארט איז עס א סימן און עס ווענדט זיך אויף די וועטערק ס׳איז דער זעלבע זאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 10:30 am

· #382974
איך האב געטראפען דער מנחת פרי, והא לך לפניך. ער זאגט מער ווי יענער ברענגט, אבער ס'איז נאכאלץ נישט צו דער זאך לענ"ד.
📎 מנחת פרי - נדה רוטנברג, ישעיהו פנחס.pdf

איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 10:45 am

· #382977
ליטוואק פון בודאפעסט
[ציטאט אראפגענומען]


באמת דער פשוט'סטע תירוץ צו די קשיא, וויאזוי איז עס א שלעכטע סימן פאר די אומה"ע בשעת אז מ'ווייסט פאראויס אז ס'גייט קומען

וואס איז שווער אז מען ווייסט פון פאראויס אז די סימן רע להאומות קומט

אז אייינער זאגט דיר אין 2 שעה ארום אויפן ראוד 17 וועסטו זעהן א סימן וואס צייגט ווי מען דרייט זיך צו שאכלאכסוויל סיטי, וועט די סימן ווערן אויס סימן ?

פלאוויוס » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:44 am

· #382994
[ציטאט אראפגענומען]


אן אינטערעסאנטער מאמר!

קעגן דעם וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געזאגט אז ס'איז א סימן אויף פורענות איז געשריבן אינעם ארטיקל אז ס'איז נישטא קיין מקור צו דעם. אין דער גמרא סוכה (כט.) ווערט קלאר יא גערעדט וועגן "פורענות".

בנוגע דעם עצם שמועס איז טאקע נישטא קיין תירוץ, און מיר דאכט זיך אז ס'דארף נישט זיין. ס'איז אזוי ווי מ'זאל וועלן פארגלייכן אגדה מיט פשט. ס'איז אבער אן אינטערעסאנטער שמועס משום להגדיל תורה.

@אנאנים האט שוין דערמאנט אינעם לעצטן וועקער איבער דעם הפרש פונעם אידישן מולד צו דעם אסטראנאמישן מולד. ס'איז מיר געווען אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג. דער יעצטיגער מאמר באהאנדלט אויך דעם אספעקט, אנווייזנדיג ווי ס'איז בולט אינעם יעצטיגן ליקוי החמה. (אינעם ארטיקל איז געשריבן אז דער מולד ווערט אויסגערעכנט דורכ'ן צולייגן 29 טעג, 5 שעה, מיט 204 חלקים צו יעדן חודש נאכ'ן מולד המדומה פון שנה א'. ס'איז לכאורה א טעות. דער מולד לייגט צו 29 טעג, 12 שעה, מיט 793 חלקים צו יעדן חודש.)

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:52 am

· #382996
פלאוויוס

@אנאנים האט שוין דערמאנט אינעם לעצטן וועקער איבער דעם הפרש פונעם אידישן מולד צו דעם אסטראנאמישן מולד. ס'איז מיר געווען אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג. דער יעצטיגער מאמר באהאנדלט אויך דעם אספעקט, אנווייזנדיג ווי ס'איז בולט אינעם יעצטיגן ליקוי החמה. (אינעם ארטיקל איז געשריבן אז דער מולד ווערט אויסגערעכנט דורכ'ן צולייגן 29 טעג, 5 שעה, מיט 204 חלקים צו יעדן חודש נאכ'ן מולד המדומה פון שנה א'. ס'איז לכאורה א טעות. דער מולד לייגט צו 29 טעג, 12 שעה, מיט 793 חלקים צו יעדן חודש.)


די צוויי מולדות האב איך דא דערמאנט, ומשם צום פה סח II. די מולד וואס מיר רופען אויס האט נישט מיט זע'ען די לבנה. מ'זעט עס קיינמאל נישט אין יענער צייט, ס'איז קיינמאל נישט אקוראט און ס'איז נישט געמאכט געווארען צו זיין אקוראט. ס'איז א חשבון פון דער אמצעי, עיי"ש.

פלאוויוס » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 12:00 pm

· #382997
[ציטאט אראפגענומען]


לויט'ן וועבזייטל פון דער American Astronomical Society קען מען זיך נישט סומך זיין אויפ'ן סימבאל פון די ISO, ווייל די מארקעט איז פארפלייצט מיט נישט-אויטענטישע ברילן וועלכע האבן ארויפגעדרוקט דעם סימבאל. לויט זייער וועבזייטל איז אויך נישטא קיין וועג וויאזוי צו וויסן צי ס'איז אויטענטיש אדער נישט, נאר מ'דארף באשטעלן דירעקט פון באשטימטע פירמעס וועלכע פארקויפן נאר אויטענטישע ברילן (זיי האבן א רשימה פון אזעלכע פירמעס).

אויב מ'איז נישט זיכער מיט די ברילן זענען דא מערערע אנווייזונגען אנליין וויאזוי צו מאכן א היימישע קוקער דורך א שוך-פושקע. ס'האט מיר גענומען אן ערך פון צוויי מינוט עס צוזאמצושטעלן און ס'איז נאך פיל קלארער ווי צו קוקן דורך די ברילן. די גאנצע דרויסנדיגע וועלט שפיגלט זיך אפ (אויף שווארץ און ווייס) אינעם שוך-פושקע ווי גלייך ס'וואלט געווען א פילם. די זון ווערט געזען מיט א קלארקייט אן דעם וואס מ'זאל קוקן דירעקט אויף דעם. ס'איז א העכסט אינטערעסאנטער עקספערימענט.

החוקר » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:49 pm

· #383010
לייו לינקס צו פארשידענע וועבסייטס בנוגע די עקליפס

Nasa Live feed
<a class="postlink" href="https://www.nasa.gov/eclipselive/#NASA+TV+Public+Channel">https://www.nasa.gov/eclipselive/#NASA+ ... ic+Channel</a>

Eclipse mega movie
<a class="postlink" href="https://eclipsemega.movie/">https://eclipsemega.movie/</a>

NYT Live feed
<a class="postlink" href="https://youtu.be/B-DB5vlYQtg">https://youtu.be/B-DB5vlYQtg</a>

Eclipse Simulator
<a class="postlink" href="https://eclipsemega.movie/simulator">https://eclipsemega.movie/simulator</a>

יין שרף » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:21 pm

· #383015
יערות דבש ח"ב דרוש י"ב
IMG_20170821_141750.jpg IMG_20170821_141712-1431x2943.jpg

יין שרף » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:51 pm

· #383017
מערקט אן די 'קאראנא' שטראלן פון ארום די זון. (בילד גענומען אין ראקלענד קאונטי נ.י. פון מיין טעלעפאן, דורך די ספעציעלע עקליפס ברילן)
IMG_20170821_144735.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 3:00 pm

· #383018
לעיקוואד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

היסטאריקער » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:24 pm

· #383023
ע.... ה...... זאגט אז ס'איז די ערשטע מאהל אין לעבן וואס ער דאווענט שחרית ביים עלות.....

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:42 am

· #383060
ממעקים קראתיך ה', זעירא דמן חבריא אין די דיעפ סאוט אין טענעסי וועלי דאווענט ותיקין ביים נץ צוזאמען מיט'ן שקיעה אויף איינמאל:
📎 A 20170821_133550.jpg 📎 A 20170821_133951.jpg

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:10 am

· #383061
יאפ, ס'געווען עכט טינקל!
📎 A 20170821_143314.jpg
בלאט: 1 2