☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טראדישען

טראדישען

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11546

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:46 am

· #373791
טראדישען
ר' שמעלקע, א ווארעמע חסידישע איד פון וויליאמסבורג אזא מין סטיל  פון די כ'  יארן, וואס האלט זיך צום אור אלטן אויסגעטרעטענעם וועג, קיינמאל נישט משנה זיין, אפילו דעם זעלבען שארף שפיציגען שטאפענעם היטל תשכ"ז סטייל, וואס מ'קען דערמיט אויס שניידן א האנד מצה טייגל.
גרויסע שיעור פיאות ארום די אויער ווי גרויסע שניי רעדער אויף א קליינע דזיפ.

נישט פארפעהלט  קיין איין טיש, געוויסט יעדע תנועה, אזא איינער ווי מ'רופט דאס ביינונז א "היימישער איד' קיין גרויסער תלמיד חכם איז ר' שמעלקע נישט געווען, אבער געהיטן יעדע טראדיציע מיט די גרעסטע מאס פינקטליכקייט.


געהאט א פיינעם ביזנעס, ס'ווייב זיינע אויך געווען שטארק אקטיוו אינעם ביזנעס, ווי אויך זיינע 2 טעכטער ווי נאר זיי האבן גראדואירט זענען זיי אויך געקומען ארבייטן אינעם טאטעס געשעפט. ר' שמעלקע האט נישט געהאלטן פון אוועק שיקן די טעכטער אין סעם, "ס'א באדערענע סטייל!" פלעגט ר' שמעלקע זיך אייביג אויסדריקן, דער רבי האט נישט געהאלטן דערפון! בכלל ווען ס'געווען עפעס א זאך וואס איז נישט געווען לרוחו, איז געווען דער תירוץ אז "דער רבי האט נישט געהאלטן דערפון" און מיט דעם האט זיך עס גענדיגט.


ויהי היום דער עלטסטער טאכטער זיינע, ברכה איז געווארן 18 און מ'האט אנגעהויבן זיכן א חתן, שדכנים האבן גערופן רעכטס און לינקס. איין טאג האט דער שדכן אנגעטראגן א שידוך פונעם זעלבען שטאט א בחור וואס האט געלערנט אין א "היימישע ישיבה", א פיינער בחור פון א חסידישן שטוב נישט צו קאלט און נישט צו ווארעם, א פרומער מיט די שמונה בגדים, נישט צו שארף און אויך נישט צו שטימפיג, בקיצור אזאנס וואס ר' שמעלקע האט געזוכט.

נו ר' שמעלקע האט זיך נאכגעפרעגט אויפן שטוב ארום און ארום און ס'האט אלעס געקלאפט.
נו, גייט מען צום בעשוי, ר' שמעלקע מיטן ווייב, דער אבי החתן מיט זיין ווייב, און די מיידל מיטן בחור, מ'זוכט זיך וואס צו רעדן, דיין זיידע מיט יענעמס באבע, פון פישפיקלאדיין... געווען אן אייניקל פון דעם און פון יענעם אא"וו.

 ר' שמעלקע רופט זיך אן, נו לאזן די צוויי רעדן אפאר מינוט כנהוג, און נאכדעם וועט מען צאמקלאפן די אייער און מ' וועט זאגן מזל טוב און ארלעידיגט! ר' שמעלקע'ס ווייב זאגט עם, מ'דארף אבער פרעגן די צוויי צו זיי זענען מסכים איינע צום אנדערען ענטפערט ר' שמעלקע צוריק, ביינונז האט מען זיך נישט אזוי געפירט!! 

נו שוין וויפיל מינוט זענען זיי שוין אליין? פרעגט ר' שמעלקע, מער פון 18 מינוט איז א שיעור חימוץ! ר' שמעלקע שטורעמט אריין אין צימער און די צוויי קומען ארויס דערשראקן נישט וויסן וואס ס'האט זיי באטראפן, און ביז ווי וואס ווען הערט מען שוין א קלינגעדיגן מזל טוב!! לחיים!! דער אייבערשטער זאל העלפן דער זיווג זאל עולה יפה זיין בנין עדי עד.... מיט אלע ברכות.

דער טעלעפאן צוקלינגט זיך און ס'פליען מזל טוב'ס פון אלע זייטן.ר' שמעלקע'ס עלטערע צוויי ברידער מילך און יאסל זענען געווען ספעציעל צופרידן ווייל דער חתן בערל איז א שטארק חסידישער פרומער בחור וואס האט זיך נישט אוועק גערירט פונעם דרך הישן.

שוין, מ'באשטימט א חתונה דאטום. מ'באשטעלט שיינע מוזיק, אבער דער חתן בערל לאזט נישט האבן פיקטשורס און מכש"כ ווידיאו'ס ביי די חתונה, נאר כאפן פיקטשורס מיט א קליינעם קאמערע וואס פארמאגט נישט קיין ווייפיי רח"ל און ס'האט אויך א מאושר סטיקער, אנדערש לאזט דער חתן נישט.
דער חתן מאכט אויך זיכער אז די מחיצה איז הערמאטיש פארמאכט און אפילו א שאטן פון א פרוי ווערט נישט אריין געזען.


נו ויהי היום דער חתונה טאג איז אנגעקומען מ'גרייט זיך צו גיין צו דער חופה, דער חתן ארום געגארטעלט מיטן ר' איציקעל'ס גארטל און אנגעטוהן מיטן שיניעווער רב'ס הויזן און מיטן ר' יענקעלעס זאקן און אויך מיטן ר' ישעילע קערעסטירער'ס קאפל.

נו ויהי בישורון מלך בתאסף ראשי עם....... הערט זיך ארום זינגן ר' שלמה שמש גייט פאראויס מ'קומט אן צו די חופה, מ'זינגט די אהבה רבה ניגון (נו אוודאי ווען דען אז נישט יעצט)... שוין מ'ברעכט טעללער זכר לחורבן. מ'קומט אריין אין זאל מ'עסט מ'טרונקט מ'לאזט זיך וואוילגיין. די חתן קומט אריין, יעדער איז פריילעך מ'טאנצט און מ'זינגט, שטייטסעך נאר עכט חסידישע ניגונים, ווי דער חתן האט אנגעזאגט פארן מוזיקאנט אז מ'מעג נאר זינגן ווערצבערגער'ס ניגונים און אויך היימישע הקפה ניגונים, און נישט ח"ו איזראעלישע ציוניסטישע הורא אדער ניגונים וואס זענען געמאכט געווארן דורך נישט היימישע חסידישע מקורות נאר די וואס זענען פאבריצירט געווארן דורך די קליינע הייפעלע הייליגע גוף נקידיגע בדרך אפשרדיגע אידן.

שוין, אפגעטאנצען אויך מצוה טאנץ, יעדער גייט זיך אהיים. שיינע שמחה, חתן כלה הייבן אן בויען א אידישע שטוב. מאן, כולל שטייטסעך, פרוי, ארבייט שטייטסעך, אזוי שטייט דאך אין כתובה, קלאר ארויס געשריבן אז די ווייב גייט אויסהאלטן דעם מאן ביז מ'האט כאטשיג אפאר קינדער, און נאכדעם דרייט זיך עס איבער. 

נו דאס פאר פאלק איז שוין א מטופל בבנים ובבנות. און ר' בערל דארף גיין ארבייטן, אבער ח"ו צו גיין לערנען אן אומנות, שטייט דאך אין גמ' הארבע זאכען קעגן זיך לערנען אן אומנות.

שוין, ר' בערל האט געטראפן א פיינעם דזאב אין א אידישען אפיס וואס געט זיך אפ מיטן פארהאקן סמארטפאונס און קאמפיוטערס פון די אינטרנט רח"ל. און אזוי זיצט ר' בערל טוט זיין ארבייט בנאמנות, א קלייניגקייט, קענען מונע זיין אידן פון פרייע טעכנאלאגיע, דאס איז אייביג געווען זיין חלום. און מיט די צייט האט ער אויך אנגינומען א דזאב אין א ישיבה אפיס וואו ער געט זיך אפ מיטן דערלאנגן "לא נתקבל קארטלעך" פאר די אומגליקליכע (גליקליכע) אינגלעך/בחורימלעך. צו דעם ברויך מען האבן א ספעציעלען חוש מיט וואס ר' בערל איז געבענטשט געווארן. ר' שמעלקע קוקט זיך אזוי אום, אזא הצלחה ב"ה.


דאס צווייטע טאכטער שיינדי, גאר א געראטאנע א קלוגע באטעמטע בחן'טע, אייביג געווען די קליגסטע אין קלאס יעדע מיידל האט געוואלט זיין איר פרענד געקענט די בעסטע אן עי פלאס סודענטקע, אידיש/ענגליש. בקיצור ממש די בעסט.
אלע האבן געזאגט אויף איר אז זי וועט מוזן באקומען א חתן אזאנס און אזעלעכס.

ויהי היום, די שדכנים הייבן אן צו האמערען די טעלעפאן און דא האבן זיי זיך געקענט וועהלען. איין טאג האט א שדכן גערופען מיט א הערליכן שידוך, די בחור, א שיינער הויכער, א בעל מדות טובות, קען פיין לערנען, א היפשער ת"ח, א שיינעם שמייכעל אן איידעלער, דער שדכן זאגט פאר ר' שמעלקע'ס ווייב אז דאס איז "די" שידוך.

וואו האט דער בחור געלערנט? פרעגט ס'ווייב, אין ארץ ישראל אין מירער ישיבה ענטפערט דער שדכן, און די משפחה וואוינט אין בארא פארק
אפגענומען אלע אינפארמעישאן און זיך גענומען צו דער ארבייט, ווייל צו איר מאן האט זי נאר געוואלט רעדן ווען זי האט א פערטיגן בילד. נאכן אפטוען איר ארבייט האט זי געטראכט צו זיך, פיינעלי, דאס איז די שידוך וואס זי האט אייביג געחלמט אז איר שיינדי זאל האבן. זי ווייסט גאנץ גוט אז איבער צו רעדן שמעלקענען וועט נישט זיין קיין גרינגע ארבייט אבער וואס טוט מען נישט פארן טובה פונעם קינד.

שמעלקע קומט אהיים פון ארבייט ווארט עם שוין אפ א פיינע נארהאפטיגע נאכטמאל, ס'ווייב זעצט זיך אוועק מיט שמעלקענען ווען ס'איז כטוב לב המלך ביין, און דערציילט אז א שדכן האט געקאלט מיט א קנאקעדיגן שידוך.

און דאס איז דער שידוך פונעם יאר, וואסארא בעל מידות און לערנער א שיינער, אן איידעלער, קליגער, ווייסט ווען צו רעדן ווען צו שמייכלען, האט אייביג א גוט ווארט אא"וו.

פרעגט שמעלקע ס'ווייב, וואו די משפחה קומט פון, בארא פארק, בארא פארק?? פרעגט שמעלקע מיט אזא געמאכטע זויערקייט?? שוין,  א שיעור חימוץ האט דער רבי געזאגט ברימט זיך שמעלקע אינטער. און וואו האט דער בחור ג'לערנט? אין מיר און ארץ ישראל ענטפערט זי מיט איינגעהאלטנקייט (זי האט געוויסט אז דא גייט ליגן די רויטע בענדל פארן אקס) וואס??!! פרעגט שמעלקע, און דאס איז ביי דיר "די שידוך" פון מיר??? אוו נאכדערצו פון ארץ כנעעען???? שעם זיך איבער צו זאגן אזא שידוך!! שוין מים אחרונים! בענטשן, כ'גיי צום שיעור און געט א האק צו די טיר און מיט דעם האט זיך דער שמועס ג'ענדיגט (פאר דערווייל).

אבער ס'ווייב זיינע געט נישט אויף, דע שידוך מוז געשען! נאכן צוריק קומען פון שיער, מנחה מעריב, און ס'ווייב פרובירט נאכאמאל פון אן אנדערן ווינקל, דאס מאל, קוק זאגט זי פאר שמעלקע, דו ווייסט, שיינדי איז א טאפ טאפ מיידל, זי קען נישט באקומען איינעם אבי ווער, מ'האט שוין אנגעטראגן אסאך בחורים, און קיינער איז נישט געווען עפעס ספעשל, דא טראגט מען אן איינעם גאר גוט גאר געלונגען, אדרבה, פרעג דיך נאך, איך האב מיך נאכגעפרעגט, ווייל ער האט געלערנט אין א"י אין מיר מאכסטו עם אוועק מיט איין דריי מיט די האנט!! נע כ'מאך עם נישט אוועק, נאר ווילסט מיר זאגן אז דא אין שטאט קען מען נישט טרעפן אזוינס?! ק'מאן.
ענטפערט ס'ווייב, ניין! כ'קען די גאנצע ליסט כ'האב עס שוין עטליכע מאל דורכגעטוהן.
אקעי מ'מער שוין מארגן ממשיך זיין, כ'בין שוין זייער שלעפעריק. 

דעם נעקסטען טאג ס'ווייב געט נישט אויף, פאנגט אן מיט א פרישקייט נאכאמאל און נאכאמאל פארוואס דאס איז די בעסטע שידוך פאר שיינדי.

ס'ווייב האט געטראכט אז זי גייט אהער שטעלן דעם באליבסטען עסן זיינעם און אזוי עם פרובירן איבער צו רעדן ווען ס'וועט זיין כטוב לב המלך ב... נו געגאנגען און געטוהן, איינגעהאנדעלט א פיינעם טשאק איי ראוסט, שמעלקע האט געהאט א ספעציעלע געשמאק פאר א טשאק איי ראוסט זיין בעסטע עסן. ס'ווייב האט שוין געוויסט פינקטליך ווי אזוי מ'שטעלט דאס אהער. ראש השנה האט מען ביישמעלקע אינדערהיים נישט געמאכט קיין בהמה פלייש, אמער, ספרי חיים וספרי מתים פתוחים לפניו, ועוסקין במעשה בהמה!! היעלה על הדעת!!! אבער ר"ה ביינאכט פאר די סימנים האט יא מקפיד געווען צו מאכן פארשידענע מיני בהמה פליישן ווי למשל טשאק איי ראיסט, האט שמעלקע געזאגט אז טשאק איז א רמז אויף "צחוק" עשה לי אלקים טשאק מיט צחוק זענען זיך מתחלף, און דער "איי" קען זיין איז מרומז אויף "עין טובה" שמעלקע איז זייער קריעטיוו.

אלענפאלס, האט ס'ווייב זיינע אפיר גענומען דעם טשאק איי ראוסט אפגעבאקן פאר 8 שעה אז ווען שמעלקע קומט אהיים פון דער ארבייט, שמעקט עס אן דעם גאנצען הויז.

 

א גוטן טאג האניג!! הערט זיך א פרייליכע אפקלאנג.
 שמעלקע קומט אהיים נאכן ארבייט זעצט זיך אוועק מיטן ווייב זיינעם און פארציילט וועגן גאר א גוטן דיעל וואס איז נארוואס דורך.

שמעקט זייער גוט דא זאגט שמעלקע מיט א שמייכל, ס'קוקט אויס ווי גאר א גוטן נאכטמאל איז צוגעגרייט, יא, דיין בעסטן עסן האב איך היינט צוגעשטעלט! ענטפערט ס'ווייב מיט א שמייכל. מ'הייבט אן אריין צו ברענגן דאס עסן און דע אפעטיט הייבט אן ארויף צו פארן, ס'ווערט געשמאקער פון מינוט צו מינוט, ס'ווייב נעמט אפיר דעם באהאלטענעם אפיקומן, מ'לייגט עם ארויף אויפן שולחן הדומה למזבח, און שמעלקע ווי א כהן גדול נעמט זיך צו די כלים און פאנגט אן אריין צו ארבייטן מיט גרויס זריזות און שווייס.ווען ס'ווייב זיינע פילט אז אט איז שוין שמעלקע אין סאמע הויכפונקט פון דער ארבייט, (אזוי ווי פישטו'ר רבי ביים אויסשרייען "פישטו...").

 הייבט זי נאכאמאל מיט די שידוכים ביזנעס, און קודם האט שמעלקע ניטאמאל רעאגירט, ער איז געווען צו אריינגעטוהן עבודת האכילה, אבער באלד זיך אנגערופן צום ווייב צווישען איין קיי אינעם אנדערען, נו ס'קוקט אויס ווי א פיינעם שידוך, כ'בין זיכער אז דו האסט דיך גוט נאכגעפרעגט , זאגט ס'ווייב, זיכער!!! נו געכאפט און געטוהן, שמא יקדמנו אחר.

ס'ווייב האט געכאפט דעם טעלעפאן, איידער שמעלקע בארואיגט זיך פונעם פיינעם נאכטמאל, און רופט אן דעם שדכן, אז זיינע זענען גרייט צו הערן און ווייטער גיין.דער שדכן קומט צוריק מיט אן ענטפער, אז זיי ווילן זעהן די מיידל, און זיי דעם בחור.
שוין געזעהן די מיידל ,אויך דעם בחור, סא פאאר סא גוד. ס'האט יעדעם זייער געפאלן דעם צד השני.

און יעצט דארפן זיך די בחור טרעפן מיטן מיידל, און שמעלקע לויפט שוין אריין צום מקוה איד קויפט א שליוואוויץ מיט א היימישע הכשר פארן לחיים אז תיכף ומיד איין רגע  כמימרא פאר די אכצען מינוט וואס די בחור מיטן מיידל גייען זיך טרעפן, בהשגחת ובעיני פקיחי פון די עלטערן קען מען גלייך אויסשרייען מזל טוב!! ס'ווייב זיינע האט דאך שוין געוויסט פון דעם דזאוק נאך פון זיין ערשטען איידעם בערל. ס'ווייב זיינע האט געמוזט אויפקומען מיט עפעס אן עצה ווי אזוי דורך קומען מיט שמעלקענען אז ער זאל דורך לאזן כאטשיג א איין שעה'דיג בעשוי, און נישט פאכענען מיט זיין שליוואוויץ אין דער האנט מיט א מזל טוב, נאר ליתן רווח בין הדבקים.

נו מ'דארף אויפקומען מיט אן עצה ווי אזוי צו מסדר זיין מיט שמעלקענען אז ס'זאל ארבייטן, און צו גיין אפבראטאן א טשאק איי ראוסט יעדעס מאל איז אויך נישט קיין עסק, ס'גוט פאר א ספעציעלע געברוך וואס קומט נישט אינטער יעדען טאג און מ'דארף האבן ספעציעלע ניסים איז עס גוט, אבער יעצט וועט מען מוזן אויפקומען מיט עפעס.נו א קליגע פרוי קומט אויף מיט א פלאן, און זאגט פאר שמעלקע אז דאס מאל וועט מען נישט קענען מאכן דעם לחיים תיכף ומיד, ווייל זיי האבן א מנהג צו גיין צו א רבין מיט א קוויטעל, שוין, זאגט שמעלקע א פיינעם מנהג, יא כ'וועל טוהן דאס זעלביגע.

נו אומר ושותה, מ'רופט דעם שדכן, דער בחור מיטן מיידל זיצן שוין צוזאמען, ס'גייט דורך 17 מיט א דריי פערטעל מינוט,שמעלקע איז אנגעצויגן, וואונקט פארן ווייב מיט אן אנגעצויגענעם פנים, ס'ווייב טעקסט עם צוריק ער זאל איינרוען, זי בעט עם דורך טעקסט מעסעדזש אז ער זאל זיין רואיג. שוין נאך א שעה קומען ארויס דער בחור מיטן מיידל מיט א שמייכל, און זאגן אז מ'וועט איבערקלערן.

שדכן רופט אן שמעלקע'ס ווייב און זאגט אז דע בחור איז צופרידן געווען פונעם ערשטען בעשוי אבער וויל האבן כאטשיג נאך א אפאר בעשויס, שטייטסעך ענטפערט זי, אז ס'מיידל זאגט דאס זעלבע, אקעי לאמער אפשמועסען, שמעלקע טאר נישט וויסן דערפון.

ס'ווייב זיינע האט אפגעשמועסט אז דער בחור מיטן מיידל זאלן זיך טרעפן אין א אייסקריעם סטאר אין דרויסען פון שטאט, אויס מורא פון די יענטעס, אז שמעלקע וועלען זיי טרעפן האט זי נישט געדאגהט ווייל שמעלקע אריין צו גיין אין אן אייסקריעם סטאר איז כמעט אזוי ווי פאר א איד אריין צו גיין אין א גויאישע ביעלאטעיק רח"ל אדער צו א בארנס ענד נאובעלס רח"ל. 

נאכן זיך טרעפן ס'צווייטן מאל רופט אן דער שדכן אז ס'קוקט אויס גאר גוט, און זיי האבן שוין באשטעלט נאך א בעשוי פאר נעקסטן טאג אןן דאס מאל  ביי א וואסער, (ווען שמעלקע זאל זיך דערוויסן דערפון!!) די קלענסטע דאגה, ווייל וואס טוט דען א חסידישע בחור ביים וואסער!!! נאכדערצו מיט פרעמד מיידל!!! מילא די ליטוואקעס מיט די גרויסע האר נא!! אבער א חסידיש בחור??!!

שמעלקע איז אנגעצויגן ווי א בארג, וואס גייט דא פאר?! א תירץ ער דארפ גיין מיט א קוויטעל, כ'בין אויך געגאנגן!! נו אריין ארויס געגעבן די פאר טולער פארן משב"ק און זיכער געמאכט צו הערן וואס מ'וויל ממילא טוהן, און געגאנגן ווייטער.
 ס'ווייב איז עם מסביר אז דער אבי הבחור האט עטליכע רביס און מ'דארף יוצא זיין מיט יעדן, אהא זאגט שמעלקע,  אפאר רביס?? איינס איז נישט גענוג?? 

דער שדכן רופט צוריק אז דער בחור וויל זייער שטארק ווייטער גיין און אז ער זייער איבערגענומען פונעם מיידל און אז ער איז גרייט שוין צו מאכן א לחיים. שמעלקע'ס ווייב איז נישט געווען גערישט צו הערן אזא ענטפער, "אז דער בחור איז גרייט צו מאכן א לחיים" אבער וואס איז מיטן טאטען איז ער אויך מסכים?? פרעגט ס'ווייב?? יא זיכער ענטפערט דער שדכן, אויב דער בחור איז צופרידן איז דער טאטע מיטן מאמע אויך צופרידן,  ס'ווענדט זיך אינעם בחור נישט אין די עלטערען, דער בחור גייט וואוינען מיטן מיידל זיי דארפן זיין ערשט צופרידן און נאכדעם קומען די עלטערן, איז דער שדכן מסביר פאר שמעלקע'ס ווייב אז אזא חינוך געבן די עלטערן פונעם חתן פאר זייערע קינדער, ס'האט זייער געפאלען פאר שמעלקע'ס ווייב דע אפענקייט און נארמאלקייט פון אזא חינוך. און ווי מער שמעלקע'ס ווייב האט געהערט וואספארא גוטע שטוב דאס איז האט זי מער און מער געוואלט.

עניוועי מ'האט אפגעשמועסט מיט שמעלקענען אז ס'גייט זיין נאך איין בעשוי דאס מאל ביי שמעלקענען אינדערהיים מיטן טאטע מאמע פונעם בחור אינעם מיידל דאס מאל א קליינעם בעשוי, צופרידן צו שטעלן שמעלקענען אז גלייך נאכן בעשוי זאל שמעלקע קענען אריין מארשירן אינעם צימער ווי בחור מיט מיידל טרעפן זיך, מיט זיין שליוואוויץ אינעם האנט און אויסשרייען א הילכיגן לחיים כמנהג אבותיו ורבותיו הקדושים והטהורים נבג"מ.

שמעלקע לויפט אריין א צופרידענער ווי א קינד אין שפילצייג געשעפט מיט זיין שליוואוויץ געווער און שרייט אויס ווי סאלדאט נאכן אינשווערונגס צערעמאניע "לחיים מזל טוב" ב"ה שידוך געווארן ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל.

מ'שמועסט אפ צו מאכן א שיינעם תנאים. דערווייל ביים אומאפיציעלן לחיים קומען אן די גאנץ נאנטע, פעטער יוסל, א פארצייטערישע חסידישע איד,  קומט אן און זעהט ווי דער מחותן כאפט בילדער מיט זיין סמארטפאון פון די חתן כלה כדי עס ארום צו שיקן אויף וואטסעפפ, צו ווייזן פאר די קרובים און נאנטע פריינד זיי זאלן זיך מיט פרייען מיט אים, ברימט ער זיך אינטער זייער שטיל צו זיך און מאכט זיכער יעדער זאל הערן, עה אן עקל!! מאכט זיך באטעמהט אויפן פיקטשער, אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן! זויפיל ווייסט ער נישט אז פיקטשערס איז א טמנע זאך?!.

שוין מאכט א שיינעם שמייכל פאר חתן געט עם מזל טוב, נו וואו האט דער חתן געלערנט אין מיר,  ענטפערט דער חתן, אין מיר?? ס'נישט פאר מיר ס'נישט פאר דיר! ענטפערט יוסל מיט אזא אנגעזויערטע געצווינגענעם שמייכל יא נעבעך זאגט ער צו מילך זיין אנדערע ברידער מיין ברידער האט געדארפט צוקומען צו א בחור פון "מיר" נאכדערצו פון ארץ כנעען! ווייסעכוואס! שוין ער האט מיך נישט געפאלגט, אזא פנים טראגט ער יעצט, ס'נישט ער, ס'ווייב זיינע איז א שטיקל אויפגעקלערטע, האט זיך אנגעטראפן אין קאנטרי מיט אפאר באדערענע בית יעקב מיידלעך און דארט איז זי געווארן אויפגעקלערט, כהאב עם געבעטען ער זאל נישט גיין אין יענעם קאנטרי, נאר ער האט מיך נישט געפאלגט, שוין וואסי שייך צו זאגן יעצט.

יוסל דרייט זיך צוריק אויס צום בחור און מאכט זיך גוט צונעם, זאג נאר ווער איז דער ראשעשיבע דארט פינקל, פינקעלשטיין, פינקעלמאן?? נאר ווען דע מירער ראשעשיבע זאל ווען ארויס קומעו מיט עפעס א מחאה וואס איז איינשטימיג מיט יוסלן, דעמאלטס ווייזט ער שוין גאנץ גוט דעם נאמען פונעם ראשעשיבע. יוסל איז א מסכת פאר זיך, געבוירען גלייך נאכן מלחמה ווען אמעריקא איז נאך געווען אן ארץ לא זריעה, (אין יוסל'ס מוח) און אזוי מיט געהאלטן דע תקופה פון כפה עליהם הר כגיגית, ווי אלעס דא אין אמעריקע איז טרייף און בכלל איז אלעס אסור נאר מ'האט מתיר געווען פארשידענע זאכן וואס מ'דארף האבן פארן צושפרייטן אידישקייט און אויך נאר אויף אן אופן פון כקפאו שד. 

יוסל קומט אויף א פאמיליע שמחה, די ערשטע שאלה איז, "וועמענס פלייש" וועמענס שחיטה?? ווער איז דע משגיח דארט?? און טאמער געפעלט עם עס נישט פרעגט ער גלייך, ווער, דער מיטן קליינעם קאפל מיט די גרויסע האר?? איי דער מיט די גרויסע קאפל מיט די אפגעגאלטע האר אויף טריפל זירא קומט קיינמאל נישט אן נאר ווען ס'ווארט עם א טשעק, דאס מיינט גארנישט דער עיקר איז אז ער באלאנגט צו די קליינע הייפעלע גוף נקי אידן וואס גייען אינעם דרך הישן נושן ומיושן.

יוסל דריקט זיך אייביג אויס מיט עקזטאס, אינז זענען פונעם הייפעלע אשר לא כרעו לבעל!!

 א רעסטוראנט איז ממש פון די געפערליכסטע, א פיצא איז ממש חוקת הגוי, מילא א פיר קאנטיגע פיצא איז נאך דורך צוטראגן, אבער א דריי עקיגע איז שולל יעדע טראפ יראת שמים.

טעכנאלאגיע, איז ממש פון די ערגסטע זאכן וואסי נאר באשאפן געווארן.

דף היומע, דרשו, ציוניסטישע זאך.

אפילו דאס ווארט קוקיס טאר מען נישט דערמאנען ווייל ס'האט אין זיך די ערשטע דריי אותיות פונעם הרב קוק. אלעס איז פינצטער און זארגעוודיג, שטייט א בפירושדיגע פסוק "אשרי אדם מפחד תמיד" זאגט אייביג יוסל מיט זיכערקייט.

אזוי קען מען דורך גיין א גאנצן ארטסקרויל ש"ס מיט אסורים און חרמות מיט עוולות מיט עבירות און שערוריות און פרצות.

שמעלקע ווידעראום איז שוין געבוירן שפעטער שוין סאך נאך די אזוי גערופענע "בראשית יארן", די וועלט איז שוין געווען נארמאלער. סאך ווייניגער טעראר. שמעלקע האט אויך א קאמאן סענס מ'קען מער ריזענען מיט עם, כאטשיג אויך היפש לימיטעד, אבער איין זאך וואס האט עם נישט געלאזט טראכטן נארמאל איז געווען די פחד פאר זיין ברידער יוסל, אויסצושטיין דע טעראר, אויב עפעס איז נישט געווען אין די רייען פונעם "יוסל'ס תורה" און דא ביים דעם שידוך האט יוסל זיך מחי' געווען אז ער קען שוין נוצן זיין היימישען חסידישען קנאות, די שידוך האט ממש אריינגעשפילט פאר יוסלן אין די האנט.


 דער מחותן'ס טאטע שלמהלע איז געווען פונקט דאס פארקערטע פון אזא יוסל, ווי ער זעהט אין אלעם ליכטיגקייט מיט פיינקייט שמחה מיט ליבשאפט.

 שלמהלע זעהט אין די בריאה פול מיט שמחה פול מיט גוטס אין יעדע זאך אין די בריאה זעהט מען ווי דע וועלט קומט נענטער צום שלימות. "טעכנאלאגיע" "אינטערנעט" א ברכה  אויף דע וועלט שלמהלע זעהט אין יעדע פארגעשריטענער סמארטפאון וואס קומט ארויס מער און מער גוטס און ווי עס מאכט די וועלט בעסער און בעסער, מער תורה מער שיעורים ווערט געהערט, היינט איז דא אסאך מער כמות אין לערנען תורה ווי אמאל, היינט האבן אסאך מער מענטשן צוטריט  צו לערנען, און צו חזרן און אויך צו פארשטיין, און א גרויסער חלק דערפון, אויב נישט אלעס, איז צו פארדאנקן די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע ווי למשל די אינטערנעט, סמארטפאונס וכדומה. 

שלמהלע לערענט אויס זיינע קינדער ליעב צו האבן יעדען איד נישט קיין חילוק וואספארא סייז קאפל ער גייט און מיט וואספארא קליידונג ער גייט צו דע האר איז עם גרויס צו געשניטן אויף א טריפל זירא. יעדע איד איז גאטס א קינד.

שלמהלע זעהט און גיט אריין ליכטיגקייט אין יעדן מצב. איינמאל ווען שלמהלע האט איינגעשריבן זיין זוהן, טאקע אט דעם חתן אליין, אין א גוטע ישיבע, און ער האט באקומען דעם באקאנטן "לא נתקבל" פאר  דעם חתן דודי האט עס זייער וויי געטוהן, וואס איז ער איז נישט אזוי געראטען ווי דעם טריליאנער'ס א זוהן צו אזוי ווי דעם עסקן'ס זוהן אדער דעם בנש"ק פון עפעס א כ"ק אדמו"ר'ס א זוהן/אייניקל??? 

אבער שלמהלע פארלירט זיך נישט און לערענט אויס זיינע קינדער אז צו באקומען א "נתקבל" איז גארנישט אזא מוראדיגע געווינס, א לא נתקבל איז ווערט סאך מער. א "נתקבל" מיינט אז מ'האט איינגעשריבן 150 בחורים און נאר 10 צו 12 זענען געווארן אנגענומען און דאס איז אויפן חשבון פון די 140 וואס זענען נישט אנגענומען. דאס הייסט אז אויפן חשבון פון 10-12 האט מען שופך דם געווען און דערנידערט 140 טייערע אידישע שעפעלעך וואס זייער איינציגסטע זינד איז אז זיי זענען נישט קיין טריליאנערישע/בנש"ק/עסקנישע קינדער. יעצט די 10-12 וואס מ'האט יא אנגענומען העסטו אוודאי מיינען אז זיי גייען אויסוואקסען גאונים וצדיקים. אסאך פון דע טוען אנטוויקלען אין זיך א געוויסע שטאלץ אז זענען למעשה פון די עם הנבחר שבנבחר, און יעדער איז זיי שילדיג די וועלט, די מחותן/שווער מוזן זיי אויסהאלטן לאורך ימים ושנים, אויסגעצאלטע הויז, באגיסן מיט גליקן 

די ווייב מוז פאר זיי ארבייטן א גאנץ לעבן ווי א דינסט, ווייל אזוי שטייט דאך בפירוש אין איר כתובה אז זי מוז עם דינען און ער דארף עסן ווי א קעניג פון איר געלט. ווייל די "נטוש נבילתא בשוקא ושקול אגרא ולא תימא גברא רבה אנא" גייט ביי עם נישט אן, ער איז עפעס א נבילה??? ער איז א  גאר א נתקבל!!!! און וויפיל מסכת' קען ער דען נאכן לערנען אין אזא יעשיבע? העסט אוודאי מיינען אז ער האט אפגעלערנט 5 מסכת' פון דעקל צו דעקל?! א תאנה גדולה!! יא כ'זאג נישט ער האט זיכער אפגעלערנט די ערשטע 6 מיט א האלב בלאט בעיון רב מאד מיט אלע ר' חיים סטענסיל'ס און האט ארויס יעדן "דין אזא" נו 6 א האלב בלאט מאל 5 יאר איז דאך 32.5 בלאט מיט אלע ר' חיים סטענסיל'ס דערויף איז א ערענסטע תענית חלום, סארי תלמיד חכם. אבער אפילו די 32.5 דפים קען ער אויך נישט אינגאנצן אויסעווענדיג נאר ווי ס'דא א ר' חיים דערויף.

אבער א "לא נתקבל" איז שלמהלע מסביר פאר זיינע קינדער, איז מער אראפגעלאזט פאר א צווייטן, מער פריינטלעך מער צוגעלאזן, קיינער איז עם גארנישט שילדיג ער פארלאנגט נישט פון קיינעם אז מ'זאל עם אויסהאלטן. תיכף נאכן אדער אפילו פאר די חתונה גייט ער ארבייטן אזוי ווי רב האט געזאגט פאר רב כהנא נטוש וכו'. ער לייגט זיך נישט אן אויף קיינעם אפילו נישט אויף "פעטער שמואל" און ווען ער בעט ביים בענטשן, "ונא אל תצריכנו..... לא לידי מתנת בשר ודם ולא......... מיינט עס וואס ער בעהט, דעם פעטער שמואל אויך, ער זיכט נישט קיין ק"ן התירים, דאס יא און יענץ נישט און דאס האט יענער דיין מתיר געווען נאר ונא אל תצריכנו מיינט אט דאס אן א סתירות. מ'ארבייט מ'פארדינט מ'געט מעשר אלעס ווי א נארמאלער מענטש. און אויב ס'פעלט אויס לערענט מען זיך א פאך, יעדער לויט ווי זיין תכונות הנפש פארלאנגט.

און לגבי לערנען זאגט שלמהלע פאר זיינע קינדער, עטץ ווילסט קענען לערנען שרייבטס ענק ביי דרשו און ביי תורתך שעשעו און נאך ענליכע תורה פראגראמען און לאטס ענק פארהערן, און נאך א פאר יאר וועט עטץ ענק זיך זעהן מיטן קענען אויסעווענדיג מיט אסאך מסכת' מיט הונדערטער סמנים פון שו"ע, יא טאקע נישט קיין 32.5 בלאט מיטר' חיים סטענסיל'ס. שלמהלע, ווען איינע פון זיינע קינדער האבן מסיים געווען א מסכת האט ער ארויסגענומען די גאנצע משפחה אין שיינעם בכבודיגן רעסטוראנט צו ווייזן און געבן כבוד התורה.

 שלמהלע זאגט פאר זיינע קינדער, אז מ'לעב מיר היינט אין א וועלט מיט אזעלעכע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, וואס ס'איז זיכער באשאפן געווארן לטובת האדם. קויפטס ענק א גוטן קאמפיוטער מיט א פיינעם סמארטפאון און נוצט עס אויס פאר גוטע זאכן דאונלאודס שיעורים, לערענטס ענק אויס אינטערעסאנטע זאכן דערויף אזוי ווי חשבון/שפראך/היסטאריע און פראגראמען וואס וועלן ענק זיכער צו ניץ קומען דורכן לעבן.

 שלמהלע זאגט אויס א סוד פאר זיינע קינדער, אז ער איז אויך געווען א "לא נתקבל" קרבן, און מיט דעם אלעם האט עס גארנישט געשאדט, פארקערט ער איז שיין אויסגעוואקסן, האט דורך געלערנט ש"ס דף היומי אפאר מאל זיך כסדר געלאזט פארהערן ביי דרשו און ביי אנדערע תורה פראגראמען, אויפגעצויגען אזא שיינע שטוב.

מ'גרייט זיך צו די חתונה

מ'שיקט שיינע מתנות פארן חתן און כלה.

די חתן כלה רעדן כסדר. דער חתן זעצט זיך אראפ מיטן כלה און הייבן אן אויסצוארבייטן א פלאן ווי אזוי מ'גייו אנהייבן פירן די שטוב, פרנסה וואוין ארט וכדומה אלע דעטאלן. די חתן און די כלה קענען קוים ווארטן חתונה צו האבן און אויפבויען א שיינעם אידישען שטוב.


שיינעם לעבעדיגן חתונה בילדער בליצען ווידיאו קאמערע כאפט אויף יעדן דיטעיל. חתן זאגט אזא שיינע שמחה וויל ער אייביג קענען איבער קוקן צוזאמען מיטן ווייב

 מוזיק קנאקט דער עולם טאנצט יעדער איז פריילעך יוסל פרובירט זיך אוועק צו דרייען פונעם שטן'דיגע בילדער מאכער אבער ס'העלפט נישט די חברה דרייען זיך ארום ווי געשולטע מיליטערלייט לאזן קיינעם נישט אויס ספעציעל דעם פעטער יוסלן. דער חתן ציט עם אריין אין מיטן א טאנצעדיגע הורא, נישטא קיין ברירה דער חתן דומה למלך אליין וויל טאנצן מיט פעטער יוסל  און יוסל טאנצט כקפאו שד נאכדערצו מיט דע ציוניסטישע הורא. 

שיינע הערליכע חתונה גענדיגט נישט צו שפעט נישט אויפגעהאלטן דעם עולם


א וואך נאכן שבע ברכות, דודי מיטן ווייב זעצן זיך אוועק מיט א פען און פעיפר און מאכן א פינקטליכן חשבון וואס ס'קאסט א חודש רענט,עסן,קליידונג העלט אינשורענס און עקסטרעס. און וויפיל אינקאם ס'דא און די חשבון שטימט נישט, ס'לעבן קאסט מער ווי ס'פארדינט. מ'שניידט אהער מ'שניידט אהין אבער ס'טוישט נישט קיין סאך. ווי איז דער בראך?? די רענט!! אומגעהויערע גרויסע רענט, און פאר וואס?? פאר אן איין שלאפ צימער מיט קאך און באדע??!!

דודי זאגט פארן ווייב אז מ'דארף לעבן מיט א חשבון און אויב כאפט מען עס נישט באצייטנס דאן ווערט ס'לאך גרעסער און גרעסער און מ'הייבט אן ארום צו לויפן צו גמ"חן און מדרייט פון איינעם צום צווייטן ביז ס'פלאצט.

צו דינגן א קלענערע דירה און וואוינען אין אן אינטערערדישע בונקער און צאלן א משהו ווינציגער איז זיכער נישט קיין עסק. מ'דארף דאך לעבן ווי א נארמאלער מענטש.

נו ברויך מען גיין זעהן פאר אן אנדערען געגענט ווי רענט איז סאך ביליגער אפילו א שעה אוועק אינדרויסן פון שטאט. אלץ בעסער ווי דארפן צוקומען צו מענטשן, און אפילו נישט צו פעטער שמואל'ן.

אומר ועושה, מ'האט געטראפן א שיינעם רואיגן געגענט אינדרויסן פון ניו יארק וואוינען דארט א קיבוץ אידן נישט קיין סאך אבער וויפיל מ'דארף איז דא. כשרע עסן מקוה בית המדרש, זייער איינגענעם. 

רענט קאסט ווייניגער ווי א פערטל, און לויטן חשבון גייט מען גאר אוועקלייגן א פאר טויזענט דאלאר א חודש!!! א קלייניגקייו?? ס'ווייב זיינער איז געווען זייער צופרידן פונעם פלאן.

 נו דודי האט אנגערופן זיין טאטע דערציילען פון דעם פלאן, און זיין טאטע האט עס זייער געפאלן. אזאנס, א קלוג קינד, לעבט מיט א חשבון, יא טראכט ער באזוך מיין הארעוואניע האט זיך אויסגעצאלט.

 ס'ווייב זיינע גייט אריבער צו איר מאמע דערציילן און זיך דורך שמועסן, איר מאמע כאפט זיך צו ווי צו הייסע לאקשען, פיינעלי העטזי לעבן נארמאל,  טראכט די מאמע צו זיך הלוואי ווען זי קען ווען אנטלויפן פון דעם אנגעצויגענעם טייערען לעבן ווי מ'לעבט א גאנצען טאג פאר יענעם. שוין זי ווייסט אז מיט שמעלקע העט זי האבן א שווער פעלד אוועק צו מופן. אבער א געטרייען מאמע זי פרייט זיך זייער פאר איר קינד. זי דערציילט פאר שמעלקע דערפון, און שטייטסעך שמעלקע ברויזט גאר שטארק, וואס הייסט א יונג פארפאלק כאפט און מופט!!!! און נאך דערצו דארט אין יענעם שטאט?? קוים דא אידן דארט, אבער ס'ווייב טענהט מיט עם אז ס'דא דארט א בית המדרש מיט מנין א מקוה און חדר פאר די קינדער און כשרע עסן קען מען קריגן אין שאפרייט, וואס נאך דארף מען! שמעלקע ברימט זיך אינטער יא שאפרייט! שאפרייט! זאגט זי, יא און זימער אין קאנטרי קויף מיר אייביג ביי שאפרייט פארוואס זענען זיי דעמאלטס יא גוט?? אקעי שוין ס'די זעלבע! הא???? פרעגט שמעלקע, ער געט א דריי מיט די האנט ווי צו זאגן רעדסט שטותים!!! שמעלקע שיקט שלוחים פון אלע זייטן צו שיינדי, אבער ס'העלפט  גארנישט, ס'פארפאלק טענהנן אז ס'לעבן איז צו טייער דא, און דארט קאסט אלעס א פערטל און זיי האבן אפגעמאכט אז דאס איז די בעסטע.

שיינדי האט אבער בארואיגט איר טאטע אז זיי וועלן קומען פאר שבתים און אויך אירע עלטערן וועלן קומען צו זיי.

געדינגן דארט א שיינעם 4 שלאף צימערן דירה מיט דריי באדע צימערן, הערליכן קאך, דיינינג רום ליווינג רום צענטראלע עיר קאנדישן 2 פארטשעס ממש א מחיה און נישט אין אן אינטערערדישע באנקער. ממש פאר ווייניגער ווי א פערטל די פרייז פון ווי זי קומט.
שיין אנגערישט, דאס גליקלעכע פארפאלק דיסיידעט צו רופן אירע עלטערן פאר שבת.

די מאמע זייער עקסיידעט צו קומען, זעהן זייער נייע ווילא. שמעלקע, נישט אזוי עקסיידעט ער האט מורא אז ער וועט זעהן אז ס'טאקע אסאך שענער און בעסער אןן "ביליגער" ווי ער וואוינט און ער וועט בעל כרחך מוזן מודה זיין אז ס'גארנישע קיין דורכפאל ס'שוין איינמאל גוט.

ס'פרייטאג אינדערפרי שמעלקע מיט זיין ווייב קענען נישט איבערגיין ווי דאס יונגע פארפאלק האבן אליין צוגעשטעלט אזא שיינעם דירה מיט אלע צוגעהערן אליין זעלבסטשטענדליך, נישט געלאפן יעדע מינוט צו מאמי אדער צו ברכי נאר אליין צווישען זיך, זיך מסדר געווען על צד היותר טוב.

שמעלקע איז געגאנגן אין מקוה אין שטאט, פאר ער איז געקומען, ווייל ער האט מורא געהאט אז דער רב המכשיר פונעם מקוה איז נישט גענוג "היימיש" פאר עם אפשר רעדט ער נאר ענגליש, וואס ברויך מען איינשטעלן!

מ'גרייט זיך אויף שבת. איידעם זאגט פארן שווער אז מ'דאווענט דא מיט א פרי מנין, שווער פרעגט מיט א אזא אנגעצויגענקייט, ס נישטא א מנין וואס דאווענט א דרייפערטל שעה נאכן זמן???? נאפ ענטפערט דער איידעם, נאר א פריע מנין. שוין זאל זיין אזוי.

שמעלקע קומט אריין אין ס'מדרש מיט א הויכן 15 אינטשיגע שטריימעל, קומט צו א איד אן א בארד (נישט קיין "היימישער") און גוט עם א ווארעמען שלום עליכם און פרעגט עם פראם ווער אר יו? שמעלקע טראכט צו זיך, שוין דער קען נישט קיין אידיש?? דער עולם קומט זיך צאם, שמעלקע ציילט אפ 11 היטלעך, 4 אן היטלעך 4 שטריימעך 8 אן א בערד און דער רב גייט מיט א היטל, דער רב גייט צו צום עמוד הייבט אן מנחה, מיט אן אמעריקאנעם אקצענט, דעם שמעלקע שמעקט עס נישט ער ברימט זיך אינטער מיט יענעם אקצענט, דער שכן זיינער דרייט זיך אויס צו עם און שמעלקע ווערט אביסעל רויטלעך און ער זאגט צו זיך, קען ער דען נישט דאווענען און א "געהעריגן היימישען אקצענט"!! מ'ענדיגט דאווענען, יעדער גיט זיך די האנט איינער פארן צווייטן שיין גריסענדיג א גוט שבת, שמעלקע האט געדארפט צוריק געבן די האנט איינס נאכן צווייטן אזוי פאר 25 מאל ער איז נישט געוואוינט צו אזעלעכע זאכן, אין זיין ס'מדרש ווי ער דאווענט געט מען א קוים א שאקל מיטן קאפ, אויך מיר א "מנהג אמעריקע" דאס רייכען די האנט ביים גוטשאמבעס זאגן ברימט זיך שמעלקע אינטער.

מ'קומט אהיים שטייט גרייט א הערליכען געדעקטען טיש לכבוד שבת המלכה. ס'איידעם מכבד דעם שווער צו זינגן די ניגוני שבת, הילכעט אויס א שרייענדע שלום עליכם, מיט היימישע ניגונים, די מלאכים האבן עס בעסער ליעב.

ס'שוויגער האט געקאכט פיינע פיש מיט געפילטע אזוי אז שמעלקע זאל זיך שפירן היימיש ס'זאל האבן א גוטן נאכטעם דאס וויילן שבת אינדרויסן פון שטאט, דודי מיטן ווייב האבן נישט צו ליעב געקאכטע פיש מיט זאפט,  עניוועי שבת איז א מצוה צו מענג זיין דעם שבת מיט גוטע עסן "וואס מ'האט ליעב", ס'קומט צו גיין א גרויסע טאץ "סושי" מכל שבעת המינים, מיט רויע פיש, געקאכטע פיש, מיט  וועדזשעטעיבעלס, טעמפורא, רויע, וכדומה לכבוד שב"ק שיין דעקארירט, מיט ספעציעלע הולצערנע עס געצייג, אין דער עולם איז זיך מחי, אבער נישט שמעלקע, דאס העט ער נישט דורך לאזן, וואסי דאס?? (כאילו ער ווייסט נישט) פרעגט שמעלקע, וואסהייסט, סושי!! זאגט שיינדי, סושי?!?! וואס דאס עסט מען פאר שבת?? וואו איז די פיש?? ווייזט שיינדי, פיש?? דא און ווייזט פארן טאטען אז כמעט אין יעדע ראלל איז דא שטיקלעך פיש, רויע, געקאכטע, מכל המינים, אבער שמעלקע לאזט נישט נאך, ווי האסטו דאס געזעהן ביי מיר??? צו ביי מאמי? מ'איז נישט משנה פון א אידישע טראדיציע!!! רופט זיך אן דודי מיט אן איידלקייט אז אין ש"ע ווערט געברענגט אז ס'טאקע דט אן ענין צו עסן פיש לכבוד שבת אבער אויב האט מען עס נישט ליעב זאל מען עס נישט עסן מ'דארף זיך נישט צווינגען, עונג שבת איז נישט נאר צו האלטן צו א געוויסע טראדיציע, נאר די אמתדיגע עונג שבת איז צו עסן וואס מ'האט ליעב, שמעלקע ברימט זיך אינטער, אין ש"ע? אין וועלעכע דרוק? פרעגט ער ווי א ת"ח, ווי האסטו דאס געלערנט אין מיר?? אדער אפשר דער רב דער מגולח פון שול דער וואס רייכט די האנט אזוי ווארעמלעך?? זיי לערנען דעם ש"ע מיט אן אנדערען גייסט!! זיי קראצען זיך דעם פריזאר אין מיטן לערנען און נאכדעם דרייען זיי דעם פינגער כאילו זיי זענען גרויסע לומדים, עה! זיי וויסן דען ווי אזוי מ'לערענט? מיין ברידער יוסל וועט זיי שוין אויסלערנען ווי אזוי מ'לערנט.

שוין, אבער אזוי ווי דו האסטעס שוין סייווי אריינגעברענגט העלעך דיר שוין א טובה טוהן און אויך טועם זיין, קןדם האט דער שווער אנגעהויבן מיט זיין לומדות וואספארא ברכה מאכט מען דערויף? כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט געגעסן סושי, און אזוי שמועסנדיג האט ער אריין געריקט א שיינעם טעימה וואס האט  כאטשיג געהאט א שיעור בכדי אכילת פרס מיטן נודע ביהודה'ס שיעור, שמעלקע האט נישט ליעב זיך צו באניצן מיט די שיעורי חזו"א ווייל ער איז געווען א ליטוואק און ס'נישט קלאר צו דער חזו"א האט מתיר געווען צו ג'אסרט די בחירות. 

ס'קומט צו גיין פיינע ווארעמע זופ, ס'ווערט גוט פאר שמעלקע, ער קוקט אריין דערין און ער ווינדערט זיך, אוואו זענען אוועק געלאפן די לאקשען, די זופ מאנדלען, עפעס א מין זופ, ווי איז דע גאלדענע טשיקן זופ?? ס'קוקט אויס ווי ר' יענקעלעס פצעי ( גראדע פיין געווען) ס'ווייב זאגט עם ס'דילשעס בראקעלי זופ! שמעלקע וויל נישט וויסן פון גארנישט, ער זאגט אז א טראדיציע איז א טראדיציע! ס'האט נישט צו טוהן מיט דעם צו מ'האט עס ליעב צו נישט. אבער נישט מיט די טשאק איי ראוסט, פון טשאק איי ראוסט און ווייטער הייבט זיך אן די טראדיציע. סקומט צו גיין דער בעסט קינד, שמעלקע ערקלערט, אז דאס איז דער "מלך מלכי המאכלים"  דער "טשאק איי ראוסט" גרויסע שיינע ווארעמע סלייסעס, פערפיל קוגל האט מען נישט געקאכט! שמעלקע האט ניטאמאל באמערקט, "טראדיציע"!! אבער  שמעלקע איז אין אן אנדערע וועלט יעצט, יעצט איז איין טראדיציע "טשאק איי ראוסט" און דעטס איט. יעצט זענען שוין אלע מגולחים פון שול מיט די הוטן אן די הוטן מיט די אמעריקאנע אקצענט ענגליש רעדנדיגע אלעס פיינע אידן, אזא הערליכע שיינע פלאץ צו מופן מיט פיינע אידן, אה נאך אזא גוט שטיקל בשר, ער פארשטייט גארנישט פארוואס די חז"ל האבן געזאגט "טוב לו משלא נברא" ווי העט מען ווען געקענט בריקענען איבער אזא גוט שטיקל בשר אויב וואלט מען ווען  נישט געבוירן?..

איסר האטלקי » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:53 am

· #373792
נאכנישט דא קיין צייט צו ליינען די גאנצע אויפאמאל, אבער א לייק מוז מען אים שוין געבן, ער האט מיר (און יעדעם) שוין אזויפיל געלייקט....

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:56 am

· #373793
Re: טראדישען
איסר האטלקי
נאכנישט דא קיין צייט צו ליינען די גאנצע אויפאמאל, אבער א לייק מוז מען אים שוין געבן, ער האט מיר (און יעדעם) שוין אזויפיל געלייקט....

נאדיר נאך איינס, מדה כנגד מדה

א איד » דאנערשטאג יוני 8, 2017 1:24 am

· #373794
Re: טראדישען
תורי זהב נעשה לך עם נקודות הכסף
האלף לך שלמה (המחותן) פארן אזוי אויסלערנען די קינדער, אבער מאתים לנוטרים את פריו דאס מיינט מען שמעלקע.
דער גאלדענער אדלער, מיין ווייב האט זיך אויפגעוועקט און פרעגט מיר פארוואס איך לאך? האב איך איר גענטפערט, איך לאך פון די חברה וואס עסן איינסע ביינאכט, סושי מיט טשאק איי ראוסט.
קיפ איט גאוניג, ברענג אהער נאך.

קורקלענד » דאנערשטאג יוני 8, 2017 2:10 am

· #373796
זייער שיין. שטארק הנאה געהאַט. ישר כח.

יעלה ויבא » דאנערשטאג יוני 8, 2017 2:55 am

· #373798
Re: טראדישען
שוין לאנג נישט אזא הנאה געהאט פין אן ארטיקל. יו מעיד קאווע שטיבל גרעיט אגען.

lead, follow, or get out of the way!

גראף » דאנערשטאג יוני 8, 2017 4:23 am

· #373800
Re: טראדישען
יו ראק!!! איך האב ממש מיט געלעבט מיט שמעלקע'ס בעד מוד. סארא דיסעפוינטמענט ווען מען האט נישט קיין געפילטע פיש פרייטאג'ס צונאכטס. איי וואס פארשטייען די בארא פארקער...

Sent from my XT1096 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:17 pm

· #373840
דער אדלער איז גאלד!

זעהט אויס אז שבועות אין קאווע שטיבל האט מען פיין אויסגעבעטען ביי אהבה רבה...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 8, 2017 2:32 pm

· #373850
הערליך! איך האב מיר באלעקט די פינגער מיט די קאלירפולע כאראקטערען וואס זענען דא אויסגעשריבען.

נאר איין פראבלעם, ס'האט זיך גע'ענדיגט צו פרי. מיר ווילען זע'ען די המשך הדברים, וויאזוי די לעבען אנטוויקעלט זיך, געשמירט מיט פיהל שטיקלעך 'טשאק איי ראוסט' פשוט אז ס'זאל גייען גלאטער.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 8, 2017 8:12 pm

· #373893
יעלה ויבא
יו מעיד קאווע שטיבל גרעיט אגען.

עקזעקטלי! א טיפיקעל זיסע ק"ש ארטיקל, דיינע אויסדרוקן זענען עפעס צוקער זיס!
הנאה געהאט פון יעדע שורה.
קיעפ איט קאמינג......

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 8, 2017 9:58 pm

· #373913
Re: טראדישען
א ליטעראטישער אנאליז

דער שמעלקע זעט אויס איינער וואס זוכט א באקוועמער לעבען. ער דערהייבט נישט די אומזיכערקייט פון זיך דארפען איבערקלערען יעדער ריר זיינער. אזוי פארלאזט ער זיך אויף ׳היימישקייט׳ מחליט צו זיין יעצט וואס צו טוהן.
ווען ער זעט סושי ביים טיש, נאך אן ערלי שבת מנין מיט אן אמעריקאנער חולם, און הוטלאזע גוטשבת׳ס, ווייסט ער נישט אויף וועלכע פלאנעט ער געפונט זיך.
ווען זיין פלייש קומט אריין, ווערט ער פלוצלונג נאכאמאל באקוועם. נישט ווייל די תאווה וועגט איבער זיין שיטה, נאר ווייל די גאנצע שיטה איז נאר געווען אזא תאווה אזא.

פעטער יוס׳ל דארף אן אנדערע מאמר, מיט זיין אייגענעם אפטייטש

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 11, 2017 1:40 am

· #374043
Re: טראדישען
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו דאווענען אין איינע פון די בתי מדרשים ווי די נקיי הדעת דאווענען.

קומעך אריין דארט, וועם טרעף איך דארט, יוסל! שטייט דארט מיטן טלית אויפן פלייצע גרייט צום דאווענען און פירט אן א גאנצע שמועס וועגן דעם כינוס, צו ס'יא אויסגעהאלטן מ'זאל גיין פראטעסטירן צוזאמען מיט די ליטווישע אדער נישט און צו מ'זאל בכלל אריין נעמען די אנדערע חסידישע קרייזן, מ'טענהט ארויף אראפ סברות לכאן ולכאן.

יוסל פרובירט איבער צו שרייען דעם עולם מיט זיין הייזעריגע שטימע אז ער האלט, אז ער פארשטייט נישט פארוואס אין דער וועלט מ'איז בכלל דן אפילו אלץ א ספק ספיקא פון א הוה אמינא אז מ'זאל גיין מיט די ליטוואקעס, דאס אידאך אמאל זיכער אפגערעדט אז נישט, נאר אפיל מיט די אנדערע חסידישע קרייזן דארף מיר זיך אפילו נישט אויסמישן, אונז דארפן געדענקן אז אינז זענען מיט די ריינע אמונה הקדושה והטהורה וואס דער רעבעזעכרוינעלעבראכע האט אינז אויסגעלערענט.
און די ליטוואקעס מיט די אנדערע קרייזן זוכן אייביג פשרות, וואס דאס אידאך אייביג געווען קעגן אינזער שיטה.
און וועגן אן פילן א סטאדיום, קודם כל האבן אינז גענוג פלייש אנצופילן דעם סטאדיום, און אפילו ווען נישט, נו זענען מיר דאך סייווי דעם מעט מכל העמים, דע קליינע הייפעלע, דאס אידאך אינזער שטאלץ! דער עולם שאקעלט מיט די קעפ און זענען מסכים מיט יוסלן, יא ער זאגט גוט יוסל.

נו געט יוסל א שריי אויס ברכי נפשי!! נא נא זמן תפילה, נא בחורל, ביזט שוין 13? גיי צו צום עמוד, נא ויכריע ביניהם! הודו ל, וואס הודו, קודם זאג קדיש.


אויפן וועג ארויס פון שול באגעגן איך בערל, שמעלקע'ס עלטערע איידעם ער שטייט דארט מיט געציל זיין נאנטער ידיד און קלערט עם אויף פארוואס ס'דא אזויפיל ספיקות אויפן גאס, פארוואס יעדער האט קשיות, און ס'איז נאר וועגן דער עולם קען נישט די ציוניסטישע געזעצן, ווען יא, וואלט יעדער געקומען זיך באטייליגן אן א קשיות. הא ראי' אז ס'איז אזוי, קום כ'עדיר צייגן אז כ'בין גערעכט, וואקט אריבער איינער א פרישער אינגערמאן מיט זיין שיינעם נייעם טלית בייטל און בערל פרעגט יענעם, דו קענסט דיך אויס מיט די ציוניסטישע געזעצן? ענטפערט יענער, ניין, פרעגט בערל, דו ווייזט אז די פאליציי האבן א געזעץ אז ס'ליגט אויף זיי די פליכט אויסצו שמדן די אידן, און אויף די צה"ל ליגט די זעלבע חיוב, דאס איז א געזעץ! א געהעריגע געזעץ וואס זיי מוזן אויספאלגן. און זיך שטעלן צום לשכת הגיוס און באקומען דעם דיחוי אדער פטור איז א חלק פונעם שמד פלאן.
ווען דו ווייזט ווען דאס וואלסטו געפרעגט קשיות? אדער דו וואלסטוך געהויבן פיס און געקומען?
דער אומשולדיגער אינגערמאן ווייזט נישט וואס דא האט עם באטראפן, ער איז סך הכל געקומען אין שול זיך ליפטערן און דער באפאלט עם, און בערל לאזט נישט נאך, מיט א קול גדול ולא יסף, וואס לאזט נישט נאך, מ'מוז זיך לערנען די ציוניסטישע געזעצן! די הערסט? גיי זאג יעדעם איינעם וואס די קענסט אז זיי זאלן זיך לערנען די ציוניסטישע געזעצן.
דער אינגערמאן הייבט אן אוועק צו וואקן, בערל מיט געציל וואקן עם נאך, ער וואקט אין ריכטונג פונעם מקוה טראכטנדיג אריין צו לויפן אין מקוה, אבער ס'קאסט 2 טולער אדורך צו גיין די גראטעס, ער קלערט אפשר אריין צו גיין אין הכנות צימער אבער ס'נישט פון די בטעמסטע פלעצער אריין צו גיין די שעות אין טאג, און בערל מיט געציל לאזן נישט נאך, פאר יעדע צען ווערטער וואס בערל זאגט, זאגט געציל בדיל ויעבור מיט א שאקל מיט די קאפ.
כ'האב אזוי געשוינט דעם אינגערמאן, אבער כ'האב געטראכט צו מיר אז חייך קודמין, און טאמער טראג איך נישט אפ באצייטענס וועל איך ברויכן ווערן דער ציוניסטישע אדוואקאט פאר דע אסורי ציון.

פארן ארויסגיין פונעם ס'מדרש געב איך זאג פאר בערלן געב איבער א גריס פאר דיין שווער, זאג עם אז דער עולם אינדזשויעט עם אויף קאווע שטיבל!
פרעגט ער מיר, אין וועלעכן ס'מדרש?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 12, 2017 11:38 am

· #374588
די מאמרים פון דער גאלדענע אדלער זענען א בחינה פון אן אבר קטן, וואס משביעו רעב, מיר ווילען נאך און נאך. וויאזוי רע'אגירען זיי צו דער אומדערהויבענע סוקסעס\דורכפאל פון דער כינוס? און וואס קומט די נעקסטע?

תורה ומדע » מאנטאג יוני 12, 2017 2:42 pm

· #374679
דער אנט מיר פון טובי׳ דער מילכיקער.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 13, 2017 2:51 pm

· #374917
Re: טראדישען
די כינוס וויירוס איז שוין פיינעלי פאריבער, נאכן באמוטשענען דאס יהדות החרדית דא אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, די פארכמארעטע וואלקענעס וואס האבן געהערשט דא, ערב דעם גרויסן צומישעניש פונעם ווער יא און ווער נישט סומאטוכע, האט שוין אויסגעקלארט, די דאסט האט זיך געסעטעלט. און יעצט קען מען באשיינפערליך זעהן ווי גרויס און הייליג סאטמאר איז. און אז מיר ברויכן נישט צוקומען צו קיינעם און אז סאטמאר איז די גרעסטע/שטערקסטע/שענסטע קהילה אין דער גאנצע וועלט, און דערשרעקן זיך נישט פאר א פאר ליטוואקעס.און אז סאטמאר איז איבעראל! און איבער אלעמען!! און סאטמאר גייט בלייבן גרויס פאר די נעקסטע מיליאן און א האלב יאר.

פיינעלי וועט שוין די גאנצע וועלט איינזעהן ווער די ריכטיגע מסירת נפש אידן זענען, די הייפעלע פון 10000 אידן וואס זענען ארויס געקומען אויס צו שרייען בפני כל העולם דאס וויי געשריי פאר די אסורי ציון. וואס בעצם האמער געקענט אנפילן 3 אזעלעכע סטאדיום'ס נאר משום עין הרע האמער זיך צוריקגעהאלטן. און וואספארא אפקלאנג דאס האט געמאכט אויף די גאנצע וועלט, מהודו ועד כושטס ענק אלע

יוסל מיטן גאנצע הייפעלע זענען העכסט צופרידן פונעם כינוס, גייען מיטן קאפ ארויף. און זאגן מיט עקזטאז, יא ס'געלונגען, געוויזען פאר די גאנצע וועלט אז אינז זעמער שוין גארנישט אזא קליינע הייפעלע. און יעצט 50 יאר שפעטער, פון די באקאנטע בנש"ק תורות זעהט מען דעם ווייטן בליק וואס דער רעבעזעכרוינעלעבראכע האט געהאט, ווען קיינער איז נישט געווען מיט עם און ער האט ארויסגעשריגן זיין צער רבים און יעדער איז געווען קעגען עם און אפילו געפענט דעם וועסטל און געוויזען אז ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם, יעצט 50 יאר שפעטער זעהן שוין די גאנצע וועלט איין וואס אינז הייפעלע האמער דאמאלטס איינגעזעהן. און אז די מדינה איז טאטאל באנקראט, אמער ווי זענען די אלע פרייע ציונים? זיי צווינגען די פרומע צו גיין אין מיליטער! ווייל ס'נישטא מער קיין פרייע ציונים, זיי זענען אלע אנטלאפן פון דארט.

יוסל איז אזוי אנגעגאנגן דארט מיט אזא פרישקייט.
ביז ער האט מיך באמערקט דארט, און ער געט א שריי אויס צום עולם פאכענענדיג מיט זיין האנט אויף מיר, עטס זעהטס, אפילו דער אויפגעקלערטער אויבער חכם וויל שוין אויך צוריק קומען! אבער אין מקבלין גרים לימות המשיח!! יעצט ווען ס'גייט אינז גוט ביזטו דא? ווי ביזטו געווען ביז יעצט? ביזט געגאנגען אין דער פרעמד זיכן גליקן, האא! גיי דיר צוריק. כ'האב עם אזוי גענטפערט בדרך צחות אז כ'בין געקומען דא הערן די רעזולטאטן פינעם כינוס, ווייל דארט ווי איך דריי מיך רעדט מען ניטאמאל דערפון. האט ער זיך אויפגערעגט אויף מיר און זאגט מיר שעם דיך כאטשיג עס צו זאגן.


צוביסלעך טוען זיך די געמיטער בארואיגן און יעצט קען מען זיך שוין נעמען צוריק צו די אלטע יערליכע מחאות.
די טאוולען קלעבערס זענען שוין פארנומען מיטן אראפ רייסן די אלטע מחאות צו מאכן פלאץ פאר די נייע אדער מער געווענליכע מחאות. א בחינה פון פושט צורה ולובש צורה.

די נעקסטע מחאות אין די רייע זענען די שמאלע געפאסטע קליידער מיט די לאנגע ראובס אדער אפשר אויך קברים גראבונגען, ווער ווייסט, די פארמער בעלע בתים מיט די עשירים עלען שוין אפמאכן, און דערנאך אין קאנטרי אריין.

דער עולם גרייט זיך שוין ארויס צו פארן צו די הרי נופש, און פארלאזן די אויסגעלאסענע שטאט. און זיך אויסרוען פינעם ישיבת כרכים קשה.

יוסל, ארבייט אריין פלייסיג צו צוגרייטן זיין קאנטרי, לויפט ארום מיט זיין קלאפער געצייג אויף זיינע לענדן זיכער צו מאכן אז יעדע באנגעלוי האט לעקטער גלעזלעך, און אלעס ארבייט.
יעדע באנגעלוי האט א פארטש וואס איז באצירט מיט א געלע לעקטער גלעזעל פון 10 וואטס און דערנעבן הענגט אראפ א שלשלת הזהב וואס איז אנגעקלעפט מיט די עשרת בני המן.

יוסל האט געקויפט דעם קאנטרי ווען ס'האט געהייסן אז מ'גייט בויען אן עירפארט אין אפסטעיט ניו יארק שוין א שיינע פאר צענדליגע יארן צוריק.

קיין סאך האט זיך נישט געטוישט אינעם באנגעלוי קאלאני, יוסל, ווען ס'קומט צו א נייע זאך אדער עפעס א שינוי פונעם עבר באקומט ער אזא מין חדש אסור מן התורה סינדראם. אלעס ברויך זיין פון פריער, פונעם עבר, פינעם פריערדיגן דור הישן, בית חינוך הישן, אבער נישט ווען ס'קומט צו קמח יאשאן דארט לאכט ער, א נייע ערפינדונג, פארוואס האט דער רבי נישט געמאכט קיין עסק דערפון, ער איז נישט געווען אזוי אפגעהיטן ווי די אלע ליטוואקעס??

פאר די נעקסטע פאר וואכן דארף יוסל ארבייטן פלייסיג צו צוגרייטן די קאנטרי, די מקוה, די סווימינג פול מיט די ריכטיגע מחיצות 12 פיס אין די הייך און זיכער מאכן אז אלע תקנות סיינס הענגען פינקטלעך ווי ס'דארף.

און ס'דא דארט היפשע פאר תקנות. מ'עמער נישט אריין קריכען אין אלע תקנות כי אי אפשר לפורטם כי רבים הם אבער א קליין ביסעל צו געבן דעם עולם פארשטיין פון וואס מ'רעדט דא.
ווי למשל אין שול טאר מען נישט אריין ברענגן אן ארטסקרויל גמרא נישט קיין חילוק לה"ק צו ענגליש, אפילו מתיבתא גמרות וואס מ'מעג בדוחק גדול אריינברענגן טאר מען אויך נישט לאזן נעכטיגן דארטן.
טעכנאלאגיע איז אסור בתכלית האיסור אינעם גאנצן שטח פונעם קאנטרי. באל איז אסור בתכלית האיסור און אפילו פריזבי מיט א פלאטשיגע ביבער הוט טאר מען אויך נישט אפילו פאר א דזשאוק.

ווען איינער וויל מאכן א קידוש אדער סיי וואספארא אנדערע צוזאמקום וואס אינוואלווד עסן, איז די פלייש מעג נאר געקויפט ווערן אין 82 און אלע אנדערע עסן מעג נאר אריין קומען די וואס זענען אינטער די ליסטע פון הכשרים וואס זענען מותר אינטער די קאנטרי ליסטע, סאכדעס, איידעחריידיס,וועלאווע, קיט"ל וויליאמסבורג, משא"כ ווייסמאנדל, או יו, או קעי, סטאר קעי, לאוו קעי,אסור!

מ'טאר נישט עסן סעודות שבת אויפן פארטש, ערלי שבת מנין אסור, לשון הרע, ווענדט זיך אויף וועמען.
פרויען טארן נישט קומען אין שול נאר מיט א צוגעדעקטע שייטל, מיידלעך העכער 3 אסור אריינצוקומען אין מענער שול, אינגלעך העכער 4 וואס גייען אין קורצע העמעדער/הויזן וועלן נישט אריינגעלאזט ווערן אין חדר.

איינער וואס שערט זיך די בארד, אפילו נאר א קליין ביסעל טאר נישט צוגיין צום עמוד, אויב נישט געווען אין מקוה טאר נישט עולה זיין לתורה. סיי ווער ס'גייט זאגן א דרשה מוז זיך קודם דורך שמועסן מיט יוסלנן וואס די תוכן הדברים גייט זיין און פון וועלעכע ספרים מ'גייט צוברענגן.

און שטייטסעך אז מ'טאר נישט דאווענען אן א הוט, אפילו א ליטוואק וואס קומט פון א שכינותדיגע קעמפ/קאנטרי גייט אן די זעלבע תקנות. הערסט ליטוואק פון בודאפעס?? כ'וויל דיר געבן א העדס אפ פון פאראויס.
אויב די וועסט וועלן גיין כ"ו אב אויסהערן יוסלן דערציילען מעשיות פון שעראן ספרינגס זאלסטו נישט אנקומען דארט מיט דיין ליטווישע שרייענדע קאלירטע טישורט נאר זאלסט זיין אנגעטון מיט דיינע שמונה בגדים אנישט וועט יוסל דיך מכבד זיין מיטן וועג ארויס.

אין מקוה טאר מען נישט אריינברענגן קיין שום שמעקעדיגע זייף, פון סיי וועלעכע סארט אפילו דע וואס האבן א הכשר פון ארץ ישראל, נאר כשרע גילא זייף.
אין סווימינג פול טאר מען נישט אריין ברענגן מוזיק, און אויפן פארטש טאר מען אויך נישט לאזן גיין מוזיק הויך, נאר זייער איידל און שטיל און נאר היימישע בעלי מנגנים. פרויען דארפן גיין אנגעקליידעט דעם גאנצען קערפער בשעתן שווימען און מענער דארפן אן האבן שווים הויזן וואס זענען איבער די קניען.
סטראבערי שלש סעודות איז א געמיינע אמעריקאנער מנהג וואס שמעקט פון פראסטקייט. של"ס ווערט געפראוועט אין שול צוזאמען מיט יעדן ווי יוסל אליין פירט עס אן, זינגען איז יוסל מכבד אבער יעדער דארף זינגען דעם זעלבע ניגונים ווי אין שטאט, נאר מ'באקומט דעם זכות אנצוהויבן זינגען.

תורה זאגט פאר יוסל הויך,אלע יארן פונעם זעלבן פאפיר וואסי שוין איבערגעניצט געווארן פאר צירקע 30 יאר. יוסל האט גראדע געטראכט פון לאזן לעמינירן די תורה צעטליך, אבער האט אפגעמאכט אז ס'שאלה פון חדש.

און מיטן זעלבען נוסח יאר איין יאר אויס, די נוסח פון די תורות גייט בערך אזוי ווי די פרשה פון די מתאוננים, ויהי בנסוע ציט מען ארויף מיטן קול, און פון ויהי העם כמתאננים לאזט מען אראפ דעם קול זייער סאדן אויף לאו אלטיטאד,און נאכדעם ביי והמן כזרע גד הוא פארט צוריק ארויף דע קול ביז פסוק י' און דערנאך טוישט מען גיר צוריק אויף אראפ, עכ"פ דע תורה צעטעלעך פארט אויפן זעלבן טרעק. און בדרך כלל זאגט מען אלעס אין לה"ק אבער ס'קומט אריין אטאמאטיקלי א 14-15 אידישע ווערטער אין מיטן, ציווארפן דא און דארט, די אלע אידישע ווערטער האבן שוין זייער יערליכע דעזיגנירטע שטאציאנען.

יוסל הייבט מיט א הויכן קול, שטייט אין פסוק... פרעגט דע רבי... דא לאזט מען אראפ די קול און ס'פארט אזוי פאר צירקע 5 מינוט, און אל אוו עיסאדן פארט די קול ארויף צו היעלה על הדעת!! ווי קאן מען אפילו אזאנס זאגן!!! דא לאזט זיך די קול צוריק אראפ, פאר בערך נאך 4 אהאלב מינוט און נאכדעם גייט עס צוריק ארויף פינקט ווי אין אנהויב מיט "ענטפערט דער רבי, און ממילא קען מען שוין זייער גוט פארשטיין"... גאולה שלימה בב"א. ידיד נפש נאך א קאפ סעלטזער, קל מסתתר, בענטשן.

נא ווער וויל קומען פאר א שמבת צו יוסלן???

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 13, 2017 5:08 pm

· #374959
Re: טראדישען
אוי וויי! איך מעג קומען מיט מיין ביציקעל העלמעט?

כ"ו אב איז מיר זייער א שווערער טאג. כמנהג הליטוואקעס, גיי איך קיין קרית יואל אין יענעם טאג.

אגב, וואס איז מיט שמעלקא? ער גייט נישט אין קאנטרי? דער אויבער חכם לאזט זיך וואויל גייען און בלייבט אין שטאט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פליקער » מיטוואך יוני 14, 2017 8:07 pm

· #375123
Re: טראדישען
ג'אדלער, ווי געזאגט, דא איז הייסע נייעס, ווי ביזטו געווען ביז איצט, דו דערמאנסט מיך גאר אלטע זיכרונות, באלד קומט אינזער בעלעגולע אריין, און ליינען ער וועט גיין פישטי.

טרויבן88 » דאנערשטאג יוני 15, 2017 3:29 pm

· #375283
מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:14 pm

· #375304
טרויבן88
מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...

נו מ'קען רעדן דערוועגן[emoji1]

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:18 pm

· #375306
Re: טראדישען
טרויבן88
מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...

ווער האט דיר געבעטען אנהייבען טראבעל?

אז ער וויל, קען ער שרייבען אין דער וועקער, און דו וועסט באצאלעו דער 6.99

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טרויבן88 » דאנערשטאג יוני 15, 2017 4:53 pm

· #375313
Re: טראדישען
ליטוואק פון בודאפעסט
טרויבן88
מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...

ווער האט דיר געבעטען אנהייבען טראבעל?

אז ער וויל, קען ער שרייבען אין דער וועקער, און דו וועסט באצאלעו דער 6.99

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס טו איך שוין עניוועי

וואלווי » דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:59 pm

· #375419
טרויבן88
ליטוואק פון בודאפעסט
טרויבן88
מייסטערווערק. איך וואלט אפשר אפילי באצאלט פאר אזאנע ארטיקלען...

ווער האט דיר געבעטען אנהייבען טראבעל?

אז ער וויל, קען ער שרייבען אין דער וועקער, און דו וועסט באצאלעו דער 6.99

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דאס טו איך שוין עניוועי


קענסט לייגען א גאלד ספאנסער עד, עפעס מיט א מספר ח"י און אפאר זעראס דערנאך, אין די קומענדיגע וועקער לכבודו פון דער גאלדענער אדלער. עפעס מיט אזא פארצייטישן שרייביערישע יודישוסטע לשון: א וואונטש צו אונזער ליבער גאנלדענער אדלער, כבוד איז זיין עהרע!

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 21, 2017 5:31 pm

· #376351
Re: טראדישען
פיינעלי אפגעשיקט די קינדער אין קעמפ. שמעלקע מיטן ווייב, זייער פארנומען צו צוגרייטן דעם לאנג ערווארטעטער וואקאציע.

פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען אלעס זאל קלאפן, גענוג עסן, קליידער און אקטיוועטיס.


שמעלקע מיטן ווייב האבן אפגעמאכט אז ס'שוין גענוג געווען מיט די קאנטרי, יעצט אז אלע קינדערלעך זענען אפגעפארן אין קעמפ בשעטו"מ און מ'דארף שוין נישט שלעפן די קליינווארג אין קאנטרי, גייט מען גיין אויף ריכטיגע וואקאציעס.


שמעלקע האט ליעב צו דרייון און צו זעהן נאטור פון גאטס וועלט, שמעלקע האט אייביג געוואלט גיין אויף א גוטע וואקאציע, אייביג געהערט פון גוטע פריינט פון שיינע טריפס אבער קיינמאל אליין געגאנגען, שמעלקע מיטן ווייב, צוויי שטארקע פאמיליע מענטשן, קיינמאל נישט איבערגעלאזט די קינדער ביי יענעם, אבער יעצט ווען אלע קינדער זענען אפגעפארן אין קעמפ, איטס אבאוט טיים טו גא.


מ'שטעלט אויס א פיינעם פלאן ווי צו סטאפן, פארקס, מוזעאומס, סתם שיינע נאטור פלעצער, אויך ווי צו נעכטיגן. ווי זיך אנצופילן און ווי זיך אויסצוליידגן און ווי צו עסן שטייטסעך מיט א היימישען הכשר.וואו איינצושטיין שבת אא"וו.


ס'ווייב גרייט אן פיינע עסן, באקט פיינע פרישע קאקאש קעיק, סענדוויטש קעיק און אויך נאפאליאן, מאכט זיכער אז אלעס איז געמאכט "שמעלקע סטייל" און ס'באקומט א שמעלקע אפראוועל, דאס איז נישט אזוי פשוט צו באקומען, שמעלקע איז א מבין אויף גוטע עסן. ס'ווייב, ביי נאו ווייסט שוין ווי אזוי אהער צו שטעלן גוטע סחורה שמעלקע זאל זיין העפי. טשעקער בארד קעיק האט ס'ווייב נישט געמאכט ווייל דאס איז א ראש חודש טריעט, און ביי שמעלקע שפילט מען זיך נישט ארום מיט א טראדיציע, שמעלקע זאגט אז א מענטש איז נישט קיין פרעס טראק.


שמעלקע זאגט אייביג אז עסן האט א סיסטעם מ'קען נישט סתם מאכן א כאפלאפ פון עסן, מ'דארף וויסען וואס צו עסן קודם און ווען צו עסן וואס און ווי אזוי צו פאקן די עסן אין די געדערים. וואס צו עסן קאלט, וואס צו עסן ווארעם, מ'קען נישט סתם מישן די יוצרות.

שמעלקע באדערט זייער ווען ער זעהט איינעם עסן א הייס שטיקל קאקאש, איינמאל זייענדיג אין א בעקעריי האט איינער געכאפט אן אויספוץ פון שמעלקע פארן טועם זיין א הייסע שטיקל קאקאש קעיק, ס'פינקט ווי אבר מן החי!! שרייט שמעלקע, דאס איז פרעסער א רבצן! קענסט נישט ווארטן ביז ס'קילט אפ??


בכלל איז שמעלקע נישט קיין חסיד פון ווארעמע קעיק שמעלקע טענה'ט, אז עסן ווארעמע קעיק איז אזוי ווי נעמען די גאולה פאר די צייט. ער טענה'ט אז א קעיק קומט קאלט דאס בעסטע איז גלייך פון פריזער ארויס.

 גראדע פלעגט ער יא זיך נוהג זיין צו עסן קעיק וואס האט שוין אפגעקילט אבער ס'האט עם געבאדערט אז ווען מ'בייסט אריין די קאקאש קעיק, מאכט די טשאקלעד א ויברח פון די אנדערע זייט, און ביי די נאפאליון איז די קרים יורה כחץ פון די אנדערע זייט, און מהאי טעמא לאזט שמעלקע נישט אריין לייגן א טשערי טאמעיטא אין א סענדוויטש ווייל אויב בייסט מען בטעות אריין אינעם טאמעטא קען עס אויך יורה זיין כחץ. שמעלקע האט זיך שטארק געמוטשעט אויפצוקומען מיט א פולקאמע לעזונג ווי אזוי מ'קען פארמיידן אזעלעכע פראבלעמען. 


מ'האט פרובירט צו מאכן א מער דיקערע מיקס האט עס נישט געהאט דע גוסטאש לוק, האט מען ווייטער פרובירט מיט ווייניגער שמיר האט עס נישט געהאט דעם "היימישען טעיסט"


אזוי האט מען זיך געמוטשעט, ביז שמעלקע איז אויפגעקומען מיט א מוראדיגן אויפטוה, אז גלייך נאכן באקן, אריינצושטעלן די קעיק אין פריזער פאר א צירקע דריי ביז פיהר שעה און נאכדעם איז עס שוין האלב געפרוירן, און דאן איז גרינג צו שניידן כזיתים, גראד צו מאכן. און נאכדעם לייגט מען עס צוריק אריין אין פריזער און שטייטסעך די שניטן מאכט מען נאר פון אויבן, פון הינטן איז כמעט גאנץ, און אזוי שטעלט מען עס צוריק אריין אין פריזער. און ס'ווארט דארט ביז ס'וועט באקומען א ארדער פון שמעלקע, עס זאל אריין מארשירן צונעם אין ווערהאוז. 


שמעלקע איז זייער צופרידן פון דעם איידעא מכמה טעמים, איינס, ווייל דער גאנצע קריעם האלט זיך שטארק באחדות און ווען שמעלקע פירט עס אריין אין די טויערן פונעם ווערהאוז איז בכלל נישטא קיין פייטס פון עלי יניח שמעלקע השיניים תחילה, נאר ס'גליטשט אריין פינקט ווי  א שליטן אויף די שניי, און א כזית איז א כזית ס'א בחינה פון ולא ידח ממנו נדח יעדע ברעקל פארט מיט, אויף אן אופן שלא יפול צרור ארצה.

און שמעלקע לייגט נאך צו אז ס'דא א מתן שכרה בצדה, אז ס'האט א טעם אייסקריעם, ס'קאלט, זיס, קריספי, ממש אמחי'.


ליגן אזוי אויסגעשורהט דאס גאנצע מיליטער, גרייט אריין צו מארשירן אינעם שער שמעלקע ווארטענדיג אויף א באפעל פון מלך אליינס.


שמעלקע מיטן ווייב אין די לעצטע פאזע צוגרייטונגן פונעם לאנג ערווארטענדען זומער וואקאציע, מאכט זיכער אויך מיט צו פאקן וויכטיגע זאכן אזוי ווי אשר יצר פאפיר מיט נעגל וואסער טעפלעך, שבתדיגע זמירות, חוק מיטן צאינה וראינה, קרבן אשר סידור, מיטן נועםאלימעילעך, ציין שפענדעלעך. א חסידישע שווים הויז, אויך א ויואל משה, טאמער וועט ער אנטרעפן עפעס א חבדסקער אדער עפעס אן אנדערן אשר קרך'ניק העט ער יענעם קענען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס. און נאך וויכטיגע זאכן וואס מ'קען נישט באקומען אין סתם א גויאישען שאפרייט. אויך אייז באקסעס איינצופאקן דע עסן. 


 שמעלקע באקומט אויך א נייעם קאר לכבוד דעם וואקאציע, דעם אלטן טראגט מען צוריק צום דילער, שמעלקע לאכט זיך אינטער, יא! קוק ווי באשערט ס'איז, אזוי גוט אויסצורעכענען, ס'איז אלעס מן השמים. 

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 21, 2017 7:43 pm

· #376370
עפעס א משל שמעק איך דא. פונקט ווי דער וואס ביי איהם די גאנצע חתונה האבען\מאכען איז די בלומען ביים סעודה, אזוי אויך א טריפ וואס איז שוין ערווארטעט פופצען יאר זאל בעיקר זיך באציען צום קאקאש קעיק וואס מ'נעמט מיט, און נישט צום עצם קעיק, נאר צום טעמפעראטור ווען מ'שניידט די קעיק.

סיידענס אז איך פארשטיי נישט דער אמת'ער חשיבות פון קאקאש קעיק. איך האב נישט זוכה געווען טועם צו זיין פון דער רביצינ'ס קאקאש קעיק, וואס איז בארימט געווען אין דער גאנצע וועלט.

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך יוני 21, 2017 7:48 pm

· #376371
העלא, ביזט אן אונגערישער??? אדער א ליטוואק, מ'קען נישט טאנצן אויף צוויי חתונת, די ליטאים האבן תעירה און חסידים קאקאש קעיק מיטן טישן, העכסטענס אין נעקסטען גילגול זאלסטו טשוזען צו געבוירן ווערן ביי א היימישער חסידישער משפחה[emoji1]

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 21, 2017 7:49 pm

· #376372
הייסט'ס איך האב טאקע נישט פארשטאנען. ב"ה פאר דעם.

פליקער » מיטוואך יוני 21, 2017 8:02 pm

· #376374
Re: טראדישען
קאמאן, לאמיך נישט העינגען, פלצות אחזתני, און איך בין סטאק מיט שמעלקעס הייסע קאקאש און צילאזטע אייזקרים, צינד אן די קאר און פאר ווייטער, איידער איך פארליר זיך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:02 am

· #376468
דער גאלדענער אדלער


ס'שוויגער האט געקאכט פיינע פיש מיט געפילטע אזוי אז שמעלקע זאל זיך שפירן היימיש ס'זאל האבן א גוטן נאכטעם דאס וויילן שבת אינדרויסן פון שטאט, דודי מיטן ווייב האבן נישט צו ליעב געקאכטע פיש מיט זאפט,  עניוועי שבת איז א מצוה צו מענג זיין דעם שבת מיט גוטע עסן "וואס מ'האט ליעב", ס'קומט צו גיין א גרויסע טאץ "סושי" מכל שבעת המינים, מיט רויע פיש, געקאכטע פיש, מיט  וועדזשעטעיבעלס, טעמפורא, רויע, וכדומה לכבוד שב"ק שיין דעקארירט, מיט ספעציעלע הולצערנע עס געצייג, אין דער עולם איז זיך מחי,


איך האב א גוט ווארט געהערט (געליינט) פון אן אדם גדול, ער פארציילט מיר נישט זיין נאמען, ממילא ווייס איך עס נישט, אבער א גרויסע מענטש זיכער. ער האט חוזק געמאכט פון די וואס גייען פון שוך באקס צום פיש באקס.
א מאדנע מעשה! א מענטש קויפט סושי, מסתמא ווייל ער גלייכט עס. נו נו, יעדער האט זיין טעם. מיט דער סושי קומען אזעלכע צוויי שטעקענעס (לכתחילה געבינדען צוזאמען, אבער מיט א שלעפ און א צי, וועט פון איינער צוויי, דער פארקערט פון מייחד זיין יחודים), און דערמיט איז אונזער חתן דינן מחליט צו עסען זיין סושי.
דער אמת איז אבער, ס'איז פיהל לייכטער צו נוצען א גאפעל, א לעפעל, די הענט, די פיס, יענעמ'ס הענט און זאגאר יענעמ'ס פיס, ווי צו נוצען די פארשאלטענע שטעקענעס. צום סוף נוצט מען טאקע די הענט (אדער פאלט עס אראפ אין דער קאר, ווי מ'עסט אזעלכע עסען אויפ'ן וועג אהיים, כידוע ליודעי דבר), אבער הייבען דארף מען אנהייבען מיט די שטעקענעס. פארוואס? ווייל אזוי איז דער יאפאנעזער מסורה. הייסט'ס פון א מסורה פון געפילטע פיש איז ער אריבער צו א מסורה פון שטעקענעס.
אין די זעלטענע געלעגענהייטען וואס איך האב געקויפט סושי, נעם איך אויך די שטעקענעס, אבער נישט אויף צו עסען. צומאל קומען זיי צו נוץ צו קראצען די רוקען, און צומאל איז עס א מתנה פאר די קינדער צו שפילען דערמיט (ביז זיי קלאפען איינער די צווייטען דערמיט, און דער מאמע נעמט עס אוועק מיט א בייזענעם בליק אויף מיר, כלומר "ווער האט דיר געבעטען אהיים ברענגען אזעלכע זאכען, און סתם אזוי, וואס דארפסטו קויפען עסען אין דער פרעמד? מיין געמאלענע פלייש מיט געבאקענע קארטפאעל איז דיר נישט גענוג?")

מה הועילו חכמים בתקנתם?

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 22, 2017 1:19 pm

· #376507
ליטוואק: דו ביזט מתוק דבש. כ'פארשטיי אבער נישט ווי ס'קומט צו א ליטוואק וואס דרייט זיך א גאנצן טאג צווישען תעירהדיגע ווענט צו עבודת אכילת הסושי?? אולי קען זיין אז עטס האטס עס אויפגעפיקט ווען ענק האבן געוואנדערט אין יאפאן ביי די צווייטע וועלט מלחמה, און ס'שוין געבליבן א ליטווישע טראדישאן?

וואלווי » מאנטאג יוני 26, 2017 4:04 am

· #376800
ליטוואק פון בודאפעסט
דער אמת איז אבער, ס'איז פיהל לייכטער צו נוצען א גאפעל, א לעפעל, די הענט, די פיס, יענעמ'ס הענט און זאגאר יענעמ'ס פיס, ווי צו נוצען די פארשאלטענע שטעקענעס. צום סוף נוצט מען טאקע די הענט (אדער פאלט עס אראפ אין דער קאר, ווי מ'עסט אזעלכע עסען אויפ'ן וועג אהיים, כידוע ליודעי דבר), אבער הייבען דארף מען אנהייבען מיט די שטעקענעס. פארוואס? ווייל אזוי איז דער יאפאנעזער מסורה. הייסט'ס פון א מסורה פון געפילטע פיש איז ער אריבער צו א מסורה פון שטעקענעס.
מה הועילו חכמים בתקנתם?


הוא מותיב הוא מפרק. די בעסטע בענעפיט פון די שטעקענעס איז ווען מ'עסט עס אין קאר. ווען די פארשאלטענע רייז וואס צופאלט סיי וויי אויב מ'ריקט זיך נישט שנעל גענוג פונ'ם טעצל ביז'ן פיסק נישט קיין חילוק צו צ'ניצט צען פינגערס אויף איין מאל ארום נעמענדיג דעם ראול כמין חומה עטסעך אייביג די רייזעלעך אריינפליעל צווישען די סיטס. דארט קומט די שטעקען צוניץ. ארויס צו קרייצען די רייזעלעך און עס איבערלאזען אויף די סענטער פון די ראג ווען מגייט צום קארוואש וועט עס די ראג וועקיום מעשין עס אויסזויגען.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג יוני 27, 2017 12:25 am

· #376919
Re: טראדישען
שמעלקע א פרייליכער טראגט צוריק זיין אלטע אפגעניצטע קאר צום דילער און גרייט זיך אויפצופיקען זיין שפאגל נייעם קאר.


שמעלקע האט געבעטען דעם דילער זיינעם אז ער וויל אליין גיין אויף פיקען זיין נייעם קאר, אזוי ארום קען זיין אז ער וועט קענען איינהאנדלען אפאר עקסטרעס פארן זעלבען פרייז. פארט אריין מיט זיין אלטן קאר אינעם גאראדזש, די חברה קומען עם אקעגען מיט מאשינדלעך, מאכן שבע בדיקות זיכער צו מאכן אז עווריטינג לוקס גאד, שמעלקע באקומט דעם אקעי. 


און יעצט שפאצירט ער אריין אינעם הערליכען שאו רום ווי ס'ווארט עם אפ זיין נייע קאר. ווי ביים פעטער אין וויינגארטן, שמעלקע קוקט זיך אים אויף אלע נייע קארס ס'גלאנצן אזוי שיין. שמעלקע פרובירט אויס וואס ער האט ליעב, און זעצט זיך אנידער מיטן סעילס רעפ. און האנדלט אפ אלע אפציעס מיט די פרייזן, און דער רעפ. פרובירט עם אריין צו ריקן אפער עקסטרעס פאר א געשוואלענעם פרייז און שמעלקע שטייטסעך לאט זיך נישט, איינע פון די זאכן וואס יענער פרובירט עם אריין צו ריקן איז אז די זיצן ווערן קאלט, אזוי אז ווען אין די זימער איז גוט הייס און די עירקאנדישן ארבייט אריין, ווערט נאר אפגעקילט פון פארנט אבער די קליידער פון הונטן פילט ווי ס'קאטש טעיפ פון ביידע זייטן, און מיט דעם אפציע פילט עס פיין אפגעקילט, און שמעלקע הייבט זיך אן צו צוכאפן דערצו און דער רעפ. זאגט עם אז ס'וועט קאסטן א איבעריגע הונדערט דאלאר א חודש, שמעלקע קוקט עם אן מיט בייזע בליקן און ווארפט עס קאטעגאריש אפ, נאפ. נאט עי דיעל!! מעיבי פאר פיפטין דאללארס א מאנט, באט נאט מאר, יענער האט עס נישט געוואלט אוועק פאר אזוי ביליג, און שמעלקע האט געמוזט נעמען דעם קאר אן דעם סיט קאלינג אפשען, ארלעידיגט מ'שרייבט אינטער, דיל געשלאסן. 


שמעלקע זעצט זיך אריין אינעם נייעם אויטא, שמעקט פון פיינע פרישע לעדער, מיט א פענסטער אויפן דאך, מ'עט קענען מאכן קידוש לבנה מיט א טראגעדיגע סוכה, און ווען מ'באגלייט דעם רבין קען מען זיך אויפשטעלן און ארויס קוקן פונעם פענסטער, און נאך אידישע זאכן.


שמעלקע קומט אהיים רופט ארויס ס'ווייב זאל קומען זעהן דעם נייעם שפילצייג,  שמעלקע ווייזט יעדען דיטעיל, זייער עקסיידעט, ס'ווייב וואונטשט אז מ'זאל גיין נאר אויף גוטע פלעצער און גוט אינדזשויען דעם קאר.


שמעלקע זאגט, אקעי אונז זענען רעדי צו פארן אויף דעם לאנג אפגעווארטעטן וואקאציע, לאמער אלעס איינפאקן, אנפילן אלע אייז באקסעס. מאכן זיכער אלע עסן איז איינגעפאקט הכל על מקומו יבא.. אלעס וואס דארף בלייבן קאלט גייט אריין אין אייז באקס, דע קאקאש קעיק, נאפאליאן, סענדוויטש קעיק. אלעס פארט אריין מיט די גרעסטע מאס פינקטלעכקייט סיסטעמאטיש ארגענאזירט יעדע רוד האט א דאטום ווען ס'פראדאצירט געווארן, אלע סענדוויטשעס, פלייש, מיט אלע גוטע זאכן, קיפערטן מיט אלע וועש און אלעס וואס מ'ברויך האבן.


נו האסטע אלעס איבערגעקוקט, פרעגט שמעלקע, זיכער צו מאכן אז מ'האט אלעס, ס'ווייב געט דעם אקעי, און מ'פארט.

מ'זעצט זיך אריין אין קאר, שמעלקע זיצט אויבן אן ביים רעדל ער האט זיך אויך איינגעהאנדעלט א בלויע ציינדעלע, ער קוקט אויס ווי א פילאט אינעם קאקפיט, ווייזט פארן ווייב יעדע קנעפל וואסי טוט, אלע קנעפלעך בליטשקענען, שמעלקע קוקט אויס העכסט צופרידן. זאגט אזוי פארן ווייב, געדענקסט ווען אינז זענען געווען קינדער, עפענען א פענסטער האט מען געדארפט דרייען און דרייען, אראפ ארויף, נאר פון עפענען אדער צומאכן א פענסטער האט מען געקענט אנווערן א פיר פינף הינדערט קאלאריעס, א גאנצען טשאק איי האט מען געקענט ארלעדיגן מיט איין אזא פענסטער, ווער רעדט שוין פון דרייען דעם רעדל, האט מען געקענט באקומען מייק טייסאן'ס האנד מוסקלען. נאך א וועג פון וויליאמסבורג ביז מאנדראו האט מען געקענט אנווערן דעם גאנצן שבתדיגע סעודה. אבער די היינטיגע מער מאדערענע סאפיסטיקירטע קארס איז אנאנדערע מעשה, א דריק מיטן שפיץ פינגער, די פענסטער איז אפן, קענסט נישט דעם וועג כ'על דיר ווייזן, אלעס איז צוגעשטעלט, אזוי גייט שמעלקע דורך מיטן ווייב יעדן דעטאל. און מ'פארט זיך אזוי געמיטלעך, וואס ביזטו אזוי צוגעלייגט פרעגט שמעלקע ס'ווייב, כ'מיין כ'האב עפעס פארגעסן, אוי זאג מיר נישט, זאגט שמעלקע א פארזארגטער, כ'האף ס'נישט קיין עסן, זאגט ס'ווייב ניין ס'נישט, ס'מיין מעיקאפ בעג, ס'צוואת רבי יהודה החסיד נישט  צוריק צו גיין, אויב ס'וואלט ווען געווען עסן, קען מען מייקל זיין אבער אויב א מעקאפ בעג, העט מען קויפן א נייע ביי מעיסיס. כ'האב מיך גראדע דערשראקן אז ס'נישט א קאקאש קעיק וכדומה.


שמעלקע האט זיכער געמאכט פארן אריין קומען אין קאר מיט צו נעמען א פיין שטיקל קאלטע קאקאש קעיק  זיך פשוט צו דענעהרען אויפן וועג, און פארן ווייב האט ער געזאגט אז ער דארף עס פשוט ווייל דע קעפין זאל עם האלטן וואך. שוין מ'האלט אין מיטן וועג אין שמעלקע גליסט זיך אן א טעימה קל, מ'וויל אפירנעמען דעם קאקאש קעיק אבער והילד איננו, מ'זוכט אהער מ'זוכט אהין אבער אן ערפאלג, אקעי מ'העט עס שוין באלד טרעפן, בארואיגט עם די ווייב. דערווייל עס אביסעל רייזקעיק מיט בעיבי קעראטס.


אזוי דרייווענדיג רעדט שמעלקע מיטן ווייב וואספארא גוטע דיל ער האט באקומען מיט דעם קאר, און ווי אזוי דער סוחר האט פרובירט מיט אלע כוחות אריין צו ריקן נאך אפאר אפציעס און כ'האב מיך נישט געלאזט, דו ווייזט אז כ'בין א געניטער סוחר מיר קען מען נישט איינרעדן באבקעס, און דע ווייב שאקעלט צו מיט א זיכערקייט. 

ער האט מיר פרובירט אריין צו ריקן  קאלטע זיצן פאר נאך הינדערט טולער א חודש, כ'האב עם געוויזן א תאינה גדולה, ווייזט וואס כ'על דיר זאגן רופט זיך שמעלקע אן צום ווייב, דע גוים זענען שוואכע סוחרים זיי ווייסן נישט ווי אזוי מ'מאכט ביזנעס, ווען ער געט עס מיר ווען פאר פופציג טולער וואלט איך עס ווען גענומען, נע און בכלל דע גוים זענען בהמות, נישט אומזיסט שטייט כי בשר חמורים בשרם, עם הדומה לחמור, קוק, אסאך מאל ווען כ'פאר דורך פיטער לוגער, שטייען דארט גוים און ווארטן אריינצוגיין אמאל א שעה אמאל מער, פארוואס פאר א שטיקל סטעיק וואס זייערע גויאשע קעפ רעדן זיך אן אס'נישטא בעסערס, וואס ווייסן זיי זאלן זיי נישט זיין אזוי איינגערעדט און פויל זאלן זיי אויסציען זייערע פוילע פיס און וואקן א צוויי גאסן ביז גאטליעב'ס און ס'וועט זיך פאר זיי אנטפלעקן א נייע וועלט, א פאסטראמע סענדוויטש, גרויס ווי דע לחם הפנים, ווען מ'בייסט אריין דערין פילט עס ווי די חזה ושוק, אוי כ'ווער הינגעריג זאגט שמעלקע נאר פון רעדן דערפון, און דע גוים שטייען אזוי אין די היצן און אין די קעלט פאר א שטיקל פלייש וואס קאסט אין די הימלען, און קען זיך פארשטעקן פאר א גאטליעב'ס פאסטראמע סענדוויטש. קוק זאגט ער ווייטער פארן ווייב, דע גוים האבן יארן לאנג פארוואלטעט אויף די לאטס ארום וויליאמסבורג די נארטס די סאוטס און גארנישט געטוהן דערמיט, געוואלט אויפשטעלן א גארבידזש ריסייקלינג, אינז אידן האבן זיך צאם גענומען צוזאם גערופן אנשים נשים וטף געמאכט פראטעסטן אין פארענט פון סיטי האל, געוויזען אינזערע מוסקלען און, מ'האמער געמאכט א יד אחת, מ'האמער אויפגעבויעט פיתום ורעמסס, א גרויסע קליינע מאנהעטען, הערליכע גלאזערנע בילדיונגס טייערע רענט, ממש א מחי', ווען ס'בלייבט ווען ביי דע גוים וואלט עס ווען געבליבן פיסט און וויסט. 

אזוי גייט שמעלקע אן מיט נאך און נאך מעשיות וואספארא בהמות דע גוים זענען, און דא האט שמעלקע א גוטן לאך, הא! דער גוי האט נישט געוואלט נאכלאזן דעם פרייז מיט דעם קאלטן סיט דער בהמה כאפט נישט אז ער האט מיר עס סייווי געגעבן אן די הונדערט דאלאר א חודש!!! קוק דו זעהסט דע קנעפל דא, וואס שטייט דא היי און אינטען שטייט לאו דאס מיינט הייס, און היי מיינט קאלט, ער האט געדריקט היי  און ער פילט טאקע שוין א גאנצע צייט ווי דע סיט איז עם פיין קאלט און ווי מער ער זיצט און דרייווט ווערט עס ווייניגער קאלט ווייל ס'אדזשאסט זיך מיטן קערפער פונעם מענטש, און ווען די מענטש ווערט קיל דערפון לאזט עס נאך אטאמאטיש.

שוין, גיי לערן מיט א גוי ברטנורא, עניוועי ס'טעות עכו"ם כ'דארף עס נישט צוריק געבען, כ'האב די קאלטע זיצן מיט די הונדערט טולער.

און דע זיצן האט פיינע לאמבאר, נאך קיינמאל נישט געהאט אזא באקוועמע קאר.


די קאר געט א פייף דאס מיינט נאך געז, אלעס האט א סיסטעם די לופט פון די רעדער א פינקטלעכע חשבון, די אויל, די געז, יעדעס מאל עפעס פייפט מיינט אז  מ'דארף קער נעמען, די קאר צופייפט זיך און אזא מין גאזאלין בילד קומט ארויף, שמעלקע טראכט נישט פאר לאנג ציט אריין אין א גאז שטאציאן, זאגט פארן ארבייטער, פילל-אפ, פרימיום פליז, קעש! טענקס. שמעלקע זאגט פארן ווייב אז ווילאנג דער ערל פילט אן העלעך ארויס גיין פון קאר שעפן אביסעל פרישע לופט און זיך סטרעטשען אביסעל, ווי נאר שמעלקע הייבט אן ארויסצוגיין הייבט ס'ווייב שיסט אויס אין א הילכיגען געלעכטער, שמעלקע! זאגט ס'ווייב די זעקל קאקאש קעיק קלעיבט אויף דיינע הויזן ווי א מאגאנאט אויף א פרידזשירעיטאר! רעד נישט קיין שטותים זאגט שמעלקע, אבער שמעלקע דרייט זיך צוריק צו וועגס און זעהט אז ס'ווייב רעדט שוין גארנישט קיין שטותים, ער הענגט דארט ווי א ווייזתא, שמעלקע פראבירט עס אראפ צו שלעפן, אבער ס'איז א בחינה פון משארותם צרורות בשמלותם, שמעלקע האפט אז זיין נייע הויזן איז נישט געווארן פארקלעבט פון די גוסטאש קאקאש קעיק. פון דעם פיינעם אייזיגן קאלטן קאקאש קעיק איז געווארן אן אויס ג'וועלגערטן פארשמירטע מצה טייגל וואסי מער אין א בחינה פון חמין במוצאי שבת, אבער מלוגמא קען מען אויף דעם נישט זאגן און זיכער נישט ומחבש לעצבותם. שמעלקע קוקט אריין אין דעם זעקל קאקאש קעיק מיט נעבעכדיגע בליקן און ס'ווייב זאגט עם מיט שוינעוודיגע רייד, כ'וועל פרובירן צו ראטעווען דעם רוד קאקאש קעיק פון אינטערגאנג, בארואיג דיך ס'ווארט אינז נאך א פיינעם וואקאציע, שמעלקע שטארקט זיך און קומט צוריק אריין אין קאר באצאלט פאר די גאזאלין און פארט צו  צום נענסטן קליידער סטאר צו קויפן א נייע הויזן דעם אלטע נייע דארפ גיין צום קלינערס ס'געווארן א חלק פון די קאקאש קעיק.


אזוי פארענדיג זאגט ער צום ווייב אז נאך אלע מעשיות זענען די גוים די זעלבע בהמות, ס'האטסעך גארנישט געטוישט, ווייל צאלן פאר קאלטע זיצן הונדערט טולער דארף מען זיין א בהמה, ווינטער ברויך מען עס נישט, זימער פאר דע פאר מאל וואס מ'פארט אויף וואקאציע,  קען מען קויפן אייז ביי יעדע געז שטאציאן און עס אראפ לייגן אויפן זיצער און אויך דינט עס פאר לאמבאר סופארט, זאגט עם ס'ווייב מיט א שמייכל, אדער קען מען אינטערלייגן פרויזען קאקאש קעיק, יא יא זאגט שמעלקע, טשעפע נאר.


אזוי פארט מען ווייטער, מ'האט נאך א לענגערע וועג צו פארן, שמעלקע זאגט פארן ווייב, אז זי קען זיך צולייגן אביסעל און ער וועט ווייטער דרייון, אבער ווי אזוי וועסטו דיך אויפהאלטן, פרעגט ס'ווייב, אה כ'וועל מיך פארקוקן דעם ימים נוראים'דיגע דאווענען, ס'קען זיין אז היי יאר וועט מען מיך צושיקן צום עמוד, ווייל איין יאר האט דער בעל תפילה גלייך נאכן שטילע שמו"ע אפגעטראגן און מ'האט געזוכט א בעל תפילה און נישט געקענט טרעפן און איינער איז צוגעגאנגן, און יענעמס דאווענען האט אויסגעזען ווי שמעלקעס קאלטע זיצן מיט די אויסגעגלאטע קאקאש קעיק, האט שמעלקע זיך מיישב געווען פון דאמאלטס אן, אז ער מוז זיך לערענען דעם נוסח פון די ימים נוראים דאווענען אויב מאכט זיך אז דער בעל תפילה טראגט אפ פאר סיי וועלעכע סיבה, זאל ער זיין קאמפס גרייט.  זאגט שמעלקע פארן ווייב אז יעצט איז די בעסטע צייט זיך פארצוקוקן ס'שטיל, רואיג, אקעי זאגט עם ס'ווייב,

שמעלקע הייבט אן, פארט אריין פון איין שטיקל צום צווייטן און ער דערזעהט זיך ביי ונתנה תוקף און אזוי דרייווט ער, ביי שנעלע ווערטער פארט ער שנעלער, ביי דע שטאטערע דרייווט ער שטייטער און אלל אוו עי סאדן ביי "וכחלום יעוף! בום! א שארט סטאפ און ער שרייט אויס ואתה הוא מלך קל חי וקים און בארואיגט זיך.

ס'ווייב וועקט זיך אויף אין שרעק, שמעלקע! וואס גייט פאר פרעגט זי מיט שרעק, און זעהט ווי שמעלקע איז רויט ווי א פאפריקע און שרייט הויך ואתה הוא מלך קל חי וקים! שמעלקע ענטפערט מיט א רואיגקייט אז אלץ איז ב"ה פיין ער האט זיך פארגעקוקט ונתנה תוקף און ער האט געפיעלט ווי די גאנצע בריאה ארבייט מיט מיט עם, ארויף, אראפ, שטייט ,שנעל, ס'ווייב זאגט עם אז זי מיינט אז ער זאל נישט פארקוקן זאכן וואס קענען צוברענגן אז ער זאל מאכן א שארטסטאפ.


יעצט גייט ער זיך פארקוקן וכול מאמינים, ער זאגט פארן ווייב, ער זוכט א שיינעם ניגןן וואס זאל אויפהאלטן דעם עולם, אז מ'זאל נישט איינדרימלען, ער טראכט אפשר דע ווישעווער שלום עליכם, נע זאגט ער ס'מאכט עם צו מיד און הינגעריג דע זעלבע איז מיטן כל מקדש, אפשר קה רבון אדער קה אכסוף,  נע דארט דרימעלט ער שוין, אא אפשר אשת חיל וואס מ'האט געזינגן ביים מצוה טאנץ פרעגט ס'ווייב, נע ס'מאכט מיך זייער אימאשענעל. חסל סידור פסח זאגט שמעלקע, ס'ברענגט מיר זייער גוטע מעמאריס מיט פאזעטיווע ענערגיע, שמעלקע טראכט צו זיך כ'זיץ מיר ווי א קעניג ביים סדר מ'פאקט שוין אראפ פון טיש אלעס ארבייט און שמעלקע זיצט אויבן אן ווי א קייזער, פיין אנגעגעסן האט אין זיך א בעקערי מיט א ליקער און א בוטשער אלעס אין איין געדערעם אריין געפאקט א גאנצע שולחן ערוך מיט שיעורים, סאם האו ברענגט עם עס זייער גוטע זכרונות. און אזוי הייבט ער אן צו פראקטיצירען, אבער דע ניגון איז נישט גענוג לאנג ווי וכול מאמינים און אזוי מישט ער אריין גלייך אן אנדערער ניגון און גלייך נאכדעם א הויכע פאל פון אן אנדערען ניגון און א נידריגן פאל פון א פערטע ניגון און אזוי איז ער געפארן אריין און ארויס, ביז ס'ווייב זאגט עם, כ'האף אז דו גייסט נישט זינגען דע ניגונים ווייל יעדער גייט לאכן פון דיר, מ'זינגט איין ניגון און מ'ציט עס אויס, הייבט אן שמעלקע צו לאכן, איין ניגון, מ'ציהט, ס'עפעס א שלשלת אדער א פזר, די שיינקייט פון א ניגון איז אז ווען מ'מישט אויס ניגונים, ס'איז א פאך פאר זיך, ווען האסטו ס'לעצטע מאל געפענט א טעיפ אדער א סי די און געזען דארט אלע טענקס וואס מ'געט פאר דע אלע וואס האבן געהאלפן מאכן די טעיפ, איינע פון זיי איז דע וואס מיקסן און דאס איז איינע פון מיינע ספעשאלטיעס, מ'נעמט צען ניגונים מ'מישט זיי אויס ווי אן הבדלה לעכט און ס'האלט אויף דעם עולם, איין ניגון שלאפט דער עולם.


עניוועי מ'קומט שוין אן אינעם האטעל,  א שיינעם פינעף שטערנדיגע האטעל, הערליכע לאבי מיט שיינע גרויסע הערליכע צימערען מ'פאקט אלעס אויס אבער שמעלקע איז צו שלעפעריק פונעם דרייוון מ'פאקט אלעס אויס, מ'כאפט עפעס אין מויל, מעריב, קריאת שמע שאווער און אין בעט אריין, מארגן העט מען זיך שוין אפגעבן מיט אלע גוטע זאכן פונעם האטעל. א גוטע נאכט

וואלווי » דינסטאג יוני 27, 2017 4:50 pm

· #377016
ראביי אדלער, די גאלדענע קייט וואס די שפינסט דא הייבט שוין אן צו ווערען צו גוט, אפשר איז צייט עס צו געבן אן אפיציעלע טייטל, אדער משפחה נעמען.
איך זע מיך דערציילען פאר מיינע אייניקלעך יארן דאון דע ראוד אז איך געדענק נאך ווי די קלעסיק האט זיך אנגעהויבען אזוי פרימיטיוו אין עפעס א יודישע פארום.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 1:00 am

· #381330
Re: טראדישען
שמעלקע שטייט אויף פרי מיט א פרישקייט, גרייט זיך צו גיין דאווענען, זיבן אזייגער מנין, קיין מקוה אינישטא אונעם פינף שטערנדיגע האטעל אבער מיט געשלעפט פון דערהיים למען השעם א גרויסן לעוואר, צו קענען כאטשיג א גיס טוהן תשעה קבין, כאפט א פיינעם הייסן סטארבאקס און גייט דאווענען.



 קומט אן אין שול עפעס אן אמעריקאנע מנין מיט צוויי פענער, אן אמעריקאנער, נאך אויסצום האלטן,  און אן איזראעלישע, נאפ! זאגט שמעלקע דעס איז זיכער נישט קיין ארטאדאקסישער שול, שמעלקע זעהט אבער אז אויפן געוועב שטייט קלאר אז דאס איז ארטאדאקס,  ווי אזוי דע צוויי זאכן גייען צוזאמען ווייסט איין גאט. שמעלקע שטעלט אפ איינעם פון די מתפללים  און גוט עם א פרעג, איז דיס ען ארטאדאקס סינעגאג? ענטפערט עם יענער מיט אזא ווינדער, אפקארס! דא יו טינק ווי אר נאט דזשוס?? אפקארס ווי אר, ווי אר נאט האסידיק, דעטס אלל, ענטפערט עם שמעלקע, ביקאס איי סי ען איזראעילי פלעג, ענד?? פרעגט יענער צוריק, אזוי איז געגאנגן אהין אום צוריק ביז מ'האט זיך געשטעלט דאווענען. שמעלקע באטראכט אלע מתפללים דארט, דער מיטן געלען העמד, און יענער מיטן גרינעם הויזן, דער אנדערער וואקט אריין מיט א קעעפ אויפן קאפ, ער זעהט ווי שמעלקע קוקט אזוי שטארק זאגט ער עם אז דאס איז ספעשל פארן דאווענען אלץ היכון, ברימט זיך שמעלקע אינטער, היכון! גיי מיט א נארמאלער שטאפן הוט. דער בעל תפילה א מגולח, גייט צו צום עמוד און נעמט זיך דאווענען, זיין אקצענט, ווי דער פרעזידענט פון אמעריקא. ס'קומט צו קדיש יתום הערט מען א לעידי פון ווייבער שול זאגן קדיש, דא טאנצט שוין שמעלקע ארויס פון די כלים. 



 נאכן דאווענען האט מען געגעבן א פיינעם ברעקפעסט, און שמעלקע האט איגאנצן פארגעסן פונעם פאאן, פונעם לעידי קדיש, פון אלע קאלירטע קליידער, יעלא קעעפס מיט גרויסע טשאפעס, געשמועסט געשמאק מיטן עולם,  שוין געוואלט וויסן ווען מ'דאווענט מנחה, אפשר וועלען זיי געבן א גוטן נאכטמאל אויך.


שמעלקע אויפן וועג צוריק צום האטעל, באמערקט ער אפאר פיינע רעסטוראנטן, מילעכיגע, פליישיגע, מיט אידישע ווערטער דערויף, אבער ווייטער מיט איזראעעלישע צימבאלן דערנעבן, אבער אזוי טראכטנדיג דערמאנט ער זיך אז אין שול איז אויך געווען אזא פאאן און למעשה האט זיך עס זייער פיין אויסגעשטעלט, זאגט ער צו זיך אז ס'קען גאר זיין אז ווי ס'דא אזא סימבאל מיינט גאר אז ס'איז יא גוט, פארשרייבט די אדרעסען זאל זיין גרייט פאר שפעטער.



שמעלקע פיקט אויף א פיינעם הייסן סטארבאקס פארן ווייב, קומט אריין אין צימער מיט איין שמחה אז ער האט שוין געטראפן אפאר פיינע רעסטוראנטן, און ער מיינט אז ס'כדאי דא צו פארברענגן פאר די נעקסטע פאר טאג. אריינגעשטעקט אינעם טיר ווארט שוין אפ א פרישן ניוז פעיפיר פונעם היינטיגן טאג, שמעלקע עפענט עס אויף ווי א פרא, ליינט א שטיקל דא א שטיקל דארט, ברימט זיך אינטער א קאמענט דא, א קאמענט דארט. און מיטן טאנצט שמעלקע אויף, און  דערמאנט זיך אז ווען ער איז אריין געקומען אינעם האטעל צימער גלייך ביים אנקומען האט ער נישט צוגעדעקט דעם טמנא כלי!



יאגט אריין און ס'כסא מיט איין אטעם, כאפט ארויס דעם גרעסטן סייז האנטעך, און ווארפט עס ארויף אופן טמנעם כלי, און ברימט זיך אינטער אן אווי אוואס הטומאה!! נעמט א געהענגל גרינע (משום מעשה שהי') באנאנאס, ווארפט עס ארויף אופן האנטעך, ס'זאל הויערען דארט אזוי ווי בלעם אויפן אייזל, ער ברימט זיך אינטער,  אויף א טראדישן טאר מען נישט אויפגעבן.



שמעלקע זעצט זיך אנידער, אויפן פאטעל מיט א פיינעם סטארבאקס קאפי אין איין האנט, און מיט א חק אינעם אנדערן האנט, און קען קוים ווארטן דע טמאנע כלי זאל בטעות אנהויבן ארבייטן, איין אויג האלט ער אויפן חק די צווייטע אויפן טמאנעם כלי, אבער דער באשעפער מאכט זיך נישט וויסענדיג, שמעלקע גייט דורך גאר נאענט צום כלי אפשר וועט די האנטוך אראפ פאלן, אבער דער הארטנעקיגער כלי זאגט לא מיט אן אלף. ס'ווייב זיינע פיעלט ווי שמעלקע חלש'ט צו זעהן וואס טוט זיך אויפן וועלט, כ'קען עס אנצינדען אז דו ווילסט, זאגט די ווייב,  א האלבער פארשעמטער שמעלקע שרייט אויס אה! ח"ו! כ'האב נאר געוואלט זעהן אויב ס'דע זעלבע ווי די אמאליגע כלים.



ער דערציילט איר אז ווען ער איז געווען א קינד, פלעגט זיין א טעלעוויזשיען סטאר אויף לי עוו. קעגן איבער גאלדשטיין'ס פיצא סטאר און ער האט געוואוינט נישט ווייט פון דארט, און ווען די קינדער פלעגן זיך שפילן דארט, פלעגט ער אייביג אריין גיין דארט קוקן. איינמאל האט זיין ברידער יוסל עם געפאקט דארט ווי ער איז פארגאפט אין איינע פון די כלים, האט עם יוסל אנגעשייגעצט, און נאכדעם וואס יוסל האט עם פאריאגט פון דארט, איז יוסל געבליבן חלומען דערויף, האט ער פארגעהאלטן יוסלן, האט ער עם גענטפערט אז א טאטע מעג. נו, זאגט עם דע ווייב ביזטאך אויך שוין א טאטע און באלד א זיידע, ביזט גערעכט, זאגט ער פארן ווייב, און דע קינדער זענען דאך אויך נישט דא מאמענטאל, וואס ווען זיי זענען ווען דא וואלט עס געווען אן אווי אוואס הטומאה, אבער פאר טאטעס איז ניטאמאל קיין רביעי בקודש, און ס'אפילו מותר לכתחילה.



שמעלקע זאגט פארן ווייב אז לעולם האט ער געוואלט לערנען יעצט חק, נאר אזוי ווי ער זעהט א זי וויל אזוי שטארק קוקן העט ער איר לאזן, און ער וועט זיצן דארט א קעגן איבער, און ווען ס'דא עפעס א גוטס, זאל זי עם מודיע זיין, ווייל ער גייט נישט קוקן אויף אלע שטותים. שמעלקע זאגט אן פארן ווייב, אויב די קינדער קאלן אריין פון קעמפ, זאלן זיי ח"ו נישט ארויסהערן גארנישט פון די כלי, זי זאל ארויסגיין רעדן אין די האלוועי.



שמעלקע פארלאזט זיך נישט אויפן ווייב, מצוה בו יותר מבשלוחו, יעדע פאר סעקונדעס קוקט ער ארויס פונעם חק, און מיטאמאל זעהט ער אן אדווערטייזמענט פון גוט שטיקל ריפ סטעיק ווי ס'זינגט אויפן גריל,  דער ביין זעהט אויס ווי די אילו של יצחק און א פיינע רויטע וויין גיסט זיך אריין אין א גלעזעל, ער ווערט אויסער זיך ניטאמאל שפירענדיג ווי דע חק פאלט ארויס פון זיינע הענט ר'הייבט אן שוויצען, זיינע קניען הייבן אן קלאפן דא לדא נקשן, און אט ווען ער מיינט אז ר'גייט אריין בייסן, הייבן אן די קינדער אריינצורופן, ערשטע פאון קאלל, העלא מאמי, יענקי האט מיך אריין געשטופט אין סווימינג פול און געלאכט, שמעלקע ווינקט זי זאל ארויסגיין פון רום, אבער זי איז פארטוהן אינעם פאון קאלל, ער פאכעט מיט די הענט אבער זי כאפט נישט וואס ער קאפעט, זי לייגט משי אויף ספיקער, און משי פרעגט מאמי וואסי דע נויז וואס איך הער?? שמעלקע ווערט רויט, כאפט דעם רימאוט, הייבט אן שאקלען די נענועים דערמיט, דע וואליום ווערט נאר העכער און לאזט נישט נאך, משי לאזט אויך נישט נאך, אבער מאמי וואסי דע נויז?? איינער האלט א דרשה דארט אין דע האטעל?? פיינעלי איז ס'ווייב ארויס אין האלוועי, פערטיג מיט משי. ס'ווייב קומט צוריק מ'זעצט זיך צוריק אראפ שמעלקע זאגט איר אז ווען דו וואלסט ווען גלייך ארויסגעגאנגן אין האלל וואלט ער ווען געקענט מיט בייסן מיט די רופ סטעיק,  ממש א צער בעלי חיים!

שמעלקע האלט דעם רימאוט מיינענדיג אז ס'איז דע חק, קוקט ארויס פאר נאך געשמאקע אדווערטייזמענטס אלל אוו עי סאדן א סעווען לעיער!! שמעלקע א הינגעריגער זאגט פארן ווייב, ער פארשטייט נישט פארוואס מ' האט געפירט אזא מלחמה קעגן דעם טמאנעם כלי.



מער אכילה אדווערטייזמענט פליסען אריין, שמעלקע'ס אפעטיט הויבט אן ארויף צו פארן, ער רופט זיך אן פארן ווייב, אקעי ס'נישט קיין תכלית אפצוזיצן דא און בטל'נן די טייערע וואקאציע צייט מיט דע שטותים, מ'דארף טוהן צו דערזאך, אומר ושותה, אריין אין קאר..



שטעלט אן דעם נאוויגאציע צום פליישיגן רעסטוראנט און זאגט פארן ווייב, כ'מיין אז ס'צייט ארויסצוגיין עסן אביסעל, נישט קיין גרויסע זאכן ס'נאך פארט עלף אזייגער אינדערפרי, ס'אבער א פליישיגע רעסטוראנט זאגט עם ס'ווייב, ר'וויל נאר גיין געבן א קוק ווי אזוי ס'קוקט אויס פון אינווענדיג, אבער ס'ווייב זאגט עם אז דו גייסט יעצט אריין, וועסטו נישט אזוי שנעל ארויסקומען פון דארט, ס'נאך עלעווע אינדערפרי, לאמיר ענדערש גיין צו א מילעכיגע פלאץ. 



שמעלקע גייט נאכן ווייב זייער אומגערן, זעצט זיך אריין אין א מילעכיגן רעסטוראנט, אבער שמעלקע האט א פראבלעם מיטן הכשר, די בענקלעך זענען צו הארט, ס'זייער הייס, די גערוך פון די הייסע טשיס דערשטיקט עם ממש, דער וועיטער איז א טינקעל הויטיגער, די טישן קוקן נישט אויס ריין, דער וואס שטייט ביים רעדזיסטער הערט נישט אויף צו מאכן האפטשאס, דער טיש ווי ער זיצט שטייט נישט גראד ס'האלטסעך און איין שאקלען, די השגחה אינישט גענוג היימיש, ס'ווייב זיינער האט זיך נישט געלאזט פון עם, זי האט געוויסט אויב גייט מען ארויס פון דארט, לאנדעט מען אינעם פליישיגן רעסטוראנט און זי איז נאך נישט רעדי אריין צו שטיפן קיען אין מאגן עלעוו אזייגער אינדערפרי. 



ס'ווייב באשטעלט אזא מין סאני סייד פיצא, ווי שמעלקע האט אזוי בדיעבדיגערהייט אנטייל גענונעמען, נאכן אויף עסן כמעט ס'גאנצע מיט מלא קרעכצן מאכט ער אזוי מיט האנט, נע! דעס הייסט א פיצא! בערל קליין'ס איז סאך בעסער פון דעם, פאר דעם האט מען געקענט בלייבן אין האטעל לערנען חק,  נו אקעי עס אויף און לאמער גיין, ס'ווערט שפעט.



נא ווי גיימער יעצט? אפשר גיימער צוריק צום האטעל, כ'האב נאך נישט טועם געווען פון דיין קאקאש קעיק היינט, שמעלקע ציילט שוין די שעות קוקט יעדע שטיק צייט אויפן זייגער, נו מתי גיימער שוין עסן א נארמאלע אכילה כדי שביעה. פיינעלי אישוין צוויי אזייגער נאכמיטאג, ס'מאגן איז העכסט גרייט מקבל פנים צו זיין דעם פר בן בקר לעולה.


 

דרייווט צו מיט א שמחה צו דעם פליישיגן רעסטוראנט, און איז מסביר פארן ווייב אז בעצם פארלאזט ער זיך נישט אויפן הכשר ווייל ממה נפשך, איז ער א היימישע איד, קען מען זיך פארלאזן אויף עם אפילו אהנע הכשר, אזוי ווי מ'פירטסעך ביינונז היימישע אידן.

 אין וויליאמסבורג האט עפעס יעדע עסן געשעפט א הכשר, נאר וואס דען מ'פארלאטזעך אויפן היימישען איד.  איז ער ווייטער נישט קיין היימישער, וואס טויג א הכשר? קען מען עם דען טראסטען? איז אזוי, זאגט ער פארן ווייב, פירות און וועדזעטעיבעלס קומט פון א בוים, ממש פון גאט אליין, און וועגן דעם מעסער, אימען נישט חושש אז ער האט עס געניצט פאר מילך אדער פאר חזיר פלייש ווייל אויף אזויפיל איז ער באגלייבט, ווייטער זאלץ קומט פון ים, ספייסעס קומט אויך פון בוים, פיש קומט פון ים, וואסער פון סינק, איז די איינציגסטע שאלה קען זיין, איז נאר דע פלייש, פון וועלעכע שלאכט הויז קומט עס, ס'קען נאר קומען פון 82 אדער עלליס, דע אנדערע זענען אומבאקאנט, איז אויב קויפט דער באלעבוס ביי זיי זעמער געהאלפן אפילו ער קויפט נישט אלעס דארט, ווייל למעשה איז עס רוב.


 

שמעלקע קומט אריין א פריילעכער אינעם רעסטוראנט, רופט אויס א פריינטליכע העלא, 

דערקענט אפאר חברה פונעם מנין, דער מגולח וואס האט געדאווענט פארן עמוד איז גאר דער באלעבוס, יענער געט עם א פרענדלי העלא, סוי מר. האו'ס יור וועיקעישן קאמינג עלאנג? בארוך האשעם, נייס. דא יו העוו רעזערוועישאנ'ס? נאפ! דא איי ניד טו ריזערוו ביפאר?? אפקארס!! איטס עי ווערי ביזי רעסטוראנט, שוין ס'ווערט מיר גוט! וואס טועך יעצט כ'בין שוין אזוי אנגערייצט, כ'פיעל ווי די קיה איז צווישען מיינע ציינער.


שמעלקע זאגט עם איים קאמינג אלל דע וועי פראם ניו יארק, ענד דאנט וואנע גא בעק וויטאוט אינדזויאינג  עי וועל דאן סטעיק.

סוי פליז מעיק שור טו געט מי טו סיטס, ענד אפקארס איי עם גאננע סענד מאר פרענדס טו יו.דער באלעבוס לאטסעך איינרעדן פון דעם שמעלקע, ער אליין איז געווארן אנגערייצט פון א גוט שטיקל סטעיק, הערענדיג ווי דזשוסי שמעלקע לייגט עס אראפ.



שמעלקע קוקט זיך אום אויף די אלע שאוקעיסעס מיט פלייש וואס ליגן ארום, ער ווערט מער און מער עקסיידעט, ער זעהט גרויסע שטיקלעך ריפ סטעיק, יעדע איינס אזוי גרויס ווי  זיין ברודער יוסל 'ס פלאטשיגע ביבער הוט, ליגט אזוי שיין אנגעלאהנט איינס אויפן צווייטן. און אנאנדערע טאץ ליגט שארט ריבס אויסגעלייגט ווי חצי אריח על חצי לבינה.  ספער ריפס ווי קליינע מזוזות האלטערס, אלעס ליגט אזוי שיין אויסגעלייגט ווי אין א דזשולערי סטאר, הערליך! שמעלקע טוט צו דערזאך, ר'גייט אינוועסטיגעיטן פון וואנעט דע פלייש קומט.


 

גייט צו צום מענעדזשער, עקסקיוזמי סור, ווער איז דע מיעט קאמינג פראם, דיפענדס וויטש וואנס, אלל אן דע טאפ שעלוו אר פראם קאוס, דע באדדעם וואנס אר פראם שיפ, גאוטס אר לעמב, א מין שוטה דער! כ'האב דען געפרעגט פון וועלכע בהמה דאס איז??? ער אליין איז א קיה!! איים עסקינג יו ווער דוד יו ביי דע מיעט? אה סארי, אין עי מיעט פראסעסינג פלענט, שכוח, דער אקס איינער, וואס? כ'האב געמיינט אז ער קויפט עס ביי זיפער האספיטאל??? וואטס דע נעים אוו דע קאמפאני יור בייאינג איט פראם, אקעי, לעט מי טשעק. 


א האלב נערוועזער זעצט זיך שמעלקע אנידער, האפענדיג אז ר'וועט הערן אז געוויסע פלייש קומט פון עללי אפילו נישט אלע, פאלט עס אינטער "רוב" שמעלקע רופט אן זיין נאכט חברותא, און פרעגט יענעם וועגן עפעס א סוגיא וואס זיי האבן געלערענט כל דפרוץ מרובה פרוץ, דער חברותא ווייסט נישט וואס דער שמעלקע וויל פונעם האבן, סתם אינמיטן א זימער טאג פון די ווייטע אמעריקא,  כל דפרוץ, שמעלקע וואסי געשען מיט דיר?שמעלקע ענטפערט, ער וויל פשוט חזר'ן אבער דער חברותא קען שמעלקענן גוט, ר'זאגט עם מ'האמער געלערנט מערערע סוגיא'ס, פרוץ מרובה על העומד, הואיל,תוך, וכו' וכו' ער פרובירט ארויס צו באקומען אבער דער שמעלקע האלטסעך ביי זייניגס, כ'פרעג דיך וועגן כל דפרוץ, ענטפער וועגן דעם! שמעלקע, ס'אבער נישטא אזא סוגיא, כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט, טענהנן די צוויי אהין און צוריק, ביז דער האט געכאפט אז ר'מיינט כל דפריש מרובא פריש, שוין שמעלקע א צופרידענער לייגט אראפ דעם טעלעפאון, און מאכט באזיך אזא חשבון אז אפילו אויב א קליינע חלק קומט פון עללי איז אויך גוט, ווייל למעשה פון  עללי מיט עיטי טו ווערן פארקויפט "רוב" פלייש און די אנדערע קאמפאניס פארקויפן זייער ווייניג און געסעטלט. 



שמעלקע נעמט ארויס זיין תהילים און נעמט זיך זאגן מיט אן ערענסקייט, בעטענדיג אז די פלייש זאל האבן געקומען פון דארט, ער זאגט צו א גוטן פרישטאג לעילוי נשמת ר'ישעילע קערעסטירער'ס יארצייט אויך פאר ראדישיץ, אבי דער ענטפער זאל זיין עללי.

אין מיטן אזוי דע תהילים דערמאנט ער זיך אויך וועגן עפעס א שחיטה מיטאכאס וואס זיין רב האט עפעס גדרשנ'ט יעצט פארן זימער, אז מ'זאל פראבירן מקפיד צו זיין, אקעי ר'וועט שוין פרעגן דעם מענעדזשער ווען ר'וועט קומען מבשר זיין דעם גוטע בשורה.



דער מענעדזשער קומט צו גיין אז ר'האט געטראפן אפאר אלטע שטויביגע אינוואויסעס פון עללי'ס פראסעסינג, ותאורנה עיניו, שמעלקע האט אויף געלעבט מיט א שמייכל. 

נאך איין דאגה האט ער אויב ס'איז יענע שחיטה מיטאכאס, ר'פרעגט אן ביים באלעבוס, אבער דער ווייסט נישט וואס שמעלקע וויל, מיטאכאס??? קיינמאל נישט געהערט דערפון. שמעלקע טענה'ט מיט עם ביזט דאך אין פלייש ביזנעס!! אבער יענער האלט זיך ביי זיינס, אפשר זאגסטו עס נישט גוט, ניין ער האלט זיך ביי זייניגס, זיין רב האט געדארשנט דערפון ס'זיכער שחיטה מיטאכאס!! נישט קיין ספק. 



ער גייט ארום פרעגן נאך חברה וואס זענען אריין געקומען אכל'נן, אבער קיינער האט נישט קיין אהנונג וואס דער וויל. רופט אן זיין רב, אבער ר'נישט צום געפונען, זיין ברודער יוסל וואלט זיכער געוואוסט, אבער ח"ו ער זאל אפילו האבן צל של ספק וואס דא גייט פאר, דעם חברותא וויל ער זיכער נישט פרעגן דער עט נאך צאמשטעלן איינס מיט איינס. דער באלעבוס מיטן מענעדזער ווערן אנגעצויגן, שמעלקע האט שוין איבערגעדרייט דעם האלבן רעסטוראנט, קודם מיטן פלייש און יעצט מיטן מיטאכאס, זיי קומען צו צונעם, אינאף איז אינאף!! יו דאנט העוו טו איט היר איף יור נאט העפי וויט די כשרות סטענדערטס, איטס אקעי, באט פליז מעיק אפ יור מיינד יעס אר נא, שמעלקע רעגט זיך אויף, דער רב דרשנט זיך אפ דארט מיט זיינע חומרות, מיר מאכט ער נסיונות און יאגט אפ אויף וואקאציע און יעצט ווען כ'דארף עם האבן איז ער נישט צום באקומען, ס'גוט געווען ביז יעצט אהנע דעם מיטאכאס און פערטיג! וואס דארף ער זיין פרומער פון זיין טאטע. זאגט פארן ווייב לאמער זיך אראפזעצן עסן א פיינעם לאנטש און דעטס איט.



שמעלקע מיטן ווייב באקומען א טישל, וועיטער ברענגט צו א גרויסע בוך געבינדן אין כמו לעדער, גרויס ווי דע לוחות, קוקט אויס ווי די אמעריקאנער קאנסיטוציע, עפענט עס אויף, שמעלקע שמייכלט א צופרידענער, ממש ווי די עשרת הדיברות אזא שיינע מעניו, אינזערע רעטוראנטס מעגן זיך לערנען. הייבט אן צו ליינען, דע נעמען, ריפ אה-לא דאס און ריפ אה-לא יענץ,  כ'פארשטיי נישט וואס פעהלט אויס דע אללא סאונד ווי אראביש, וואסא נפקא מיני', ס'גוט, אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו.



רופט צו דעם וועיטער, פרעגט עם, וואט סטעיק דו יו העוו? באט איט העס טו בי דשזוסי, דע וועיטער שמירט עם אן א רופ סטעיק,  ווייזט עם אן אויף די מעניו,  און לייגט צו אז דאס איז פון די בעסטע סטעיקס וואס זיי האבן, טאקע טייער אבער דעלישעס, שמעלקע ווארענט עם, ס'זאל זיין וועל דאן אזוינס וואס דע רעבע האט ליעב געהאט, ענד פליז נא סוויט סאסעס דזשאסט פיור סטעיק. ענד וואט פאר סייד דיש? מעיבי סאם נייס בורגער פראם דע גרילל,  באט יור עלאוד פאר טו סייד דישעס, אקעי, מעיבי סאם קריספי פריי'ס. אקעי, איט וויל טעיק פיפטין מינוטס טו פריפער.


 שמעלקע קען שוין קוים ווארטן פאר זיין פיינעם לאנטש, פלייש פאר מעין דיש, פלייש פאר סייד דיש, אפשר גאר פלייש פאר דיזערט אויך פשיהאאא. דער וועיטער אפערט עם אליין אויס צו וועהלן א שטיק בשר צו זיין געשמאק, נאכן אריינלייגען שטארקע קאנצענטראטציע, איז דערוועהלט געווארן א שיינע שטיק, וואס פאסט מער פאר עוג מלך הבשן צו עסן. שמעלקע ווארט אויס מיט געדולד. און אט זעהט ער ווי דער וועיטער קומט צו גיין אין זיין ריכטונג, מיט א גרויסע שטיק בשר, ס'הארץ הייבט עם צו גאלאפירן מיט א שנעלקייט, ער הייבט אן שוויצען, אט אט, און אן אנטוישטער זעהט ער ווי ס'גייט פארן שכן. אזוי האט ער געהאט אפאר פאלס אלארעמס, אבער ער האט זיך בארואיגט אז זיין רבי אין חדר פלעגט אייביג זאגן אז א גוטע זאך קומט אן שווער.


 נאך לאנגע שווערע שוויציגע מינוטן, קומט שוין דער וועיטער צו גיין מיט א ברייטן שמייכל טאקע צו שמעלקע אליין, אזא מראה נורא נאך קיינמאל פריער נישט געזען א ריזיגע שטיקל בשר, ס'האט אן אחוריים ותוך ובית הצביטה, ס'קוקט אויס ווי דע אשפר אחד, אן אחד מששה בפר. דער וועיטער ווייזט עם נאך אז דאס איז אפגעמאסטן פאר צוויי מיט א האלב אינטשעס שיעורי חזו"א, און דע ביין וואס פארט ארויס פונעם זייט און דרייט זיך אזוי איין ווי א שופר. און דאס קומט נישט סערווירט סתם אין א טריקענעם ווייסן טעלער וואס אפאר ארימע כינעזער שטעלן צאם אינעם ווייטן כינע. ס'ווערט סערווירט אויף א ספעשעל הולצערנע כמו טישל ס'קוקט אויס ווי די מזבח פון די פליישמאן'ס מיניטשורס, צוזאמען מיט דעם קליינעם מזבח'ל קומט מיט א מאכלת אהנע פגימות מיט א גרויסן מזלג, די בשר קומט אריין ווען ס'ציזלט נאך, הייס, מיט שווארצע שורות דערויף, לויפן דורך אויף א שתי וערב ריכטונג. שמעלקע קוקט עס אן מיט א שטארקע עיון פון די נאענט, און זיינע ברילן ווערן פארהויכט,  פאר דער וועיטער וואקט אוועק, וואונטשט ער עם אן א בתיאבון.



 שמעלקע טוט זיך אויס דע הוט און רעקל אויך דעם וועסט, שפרייט אויס א סערוועטל אויף זיינע דיכטלעך, ווייל אויב גייט ער זיך פארשמירן זיינע הויזן עט ער מוזן קויפן א דריטע הויזן, (איינס שוין פארשמירט פון קאלטע הייסע קאקאש קעיק.) עפענט אויף דעם פאסיק כמבואר בש"ע. און יעצט הויבט זיך אן די ריכטיגע ארבייט, פון וועלעכע זייט הייבט מען אן, וואו שניידט מען ערשט אריין, שמעלקע האט אפגעמאכט אז מ'איז נישט משנה פון קיין טראדישן מ'הייבט אן ערשט ארום און ארום און אזוי קומט מען נענטער צום ביין, און ווען מ'האלט שוין ביים ביין,  הייבט מען עס אויף ווי א קאקעריץ און מ'בייסט ארום ביז דער ביין ווערט ווי אן אויסגעקייטע לאליפאפ, און פערטיג. 



נאכן מאכן דעם בלופרינט מיט אלע הכנות, אין א גוטע שעה הויבט זיך עס אן, יעדע פאר מינוט הערט מען נאר אן אויסדריק ווי, פיינע נייעס! אדער ס'דאך מורעדיג. און מיטן ווען זיין אפעטיט איז שוין געווען צום קלימאקס, הויך פונקט, קומט איינער צו גיין אז ס'גייט זיין א מנין מנחה און ער איז דער ניינטער. קודם האט שמעלקע בכלל נישט געהערט אז יענער רעדט צו עם בכלל,  אבער ווען יענער האט נישט נאכגעלאזט און געמאכט האווייעס מיט די האנט, האט שמעלקע אן אויפגערעגטער, געפרעגט וואס פינקטלעך ווילסטו דא, כ'פארשטיי נישט רעגט זיך שמעלקע איך בין די ניינטער, גיי שאף א צענטער און נאכדעם קום צוריק, א מין אמעריקאנאר קאפ, א הויז בויעסטו אויך פון אויבן אראפ! שוין שמעלקע פארט צוריק אריין אין די עולמות העליונים, און ס'בויעט זיך צוריק אויף דעם אפעטיט, און דא קומט אן א ברסלב'ר מיט א זאק קינטערייסים, צעדאקע צעדאקע, שמעלקע האט עם איגנארירט אבער דער האט נישט גיין געלאזט, אזוי אריין שטיפענדיג אפאר תיקון כלוליס צווישען זיין סערוועטל און הויזן, שמעלקע אטעמט אפ.



און דער פון פריער איז שוין ווייטער דא, אבער דאס מאל מיט פינף פרישע מענטשן, ווינקענדיג אז דאס מאל איז ער דער צענטער, אבער שמעלקע מאכט זיך נישט וויסענדיג פון עם, זיי נעמען זיך מסביר פארן ווייב אז אויב שמעלקע קומט נישט יעצט וועט צופאלן די מנין. דע ווייב בעיט עם ער זאל גיין, אבער ער טענה'ט אז דאס גאנצע מנין באשטייט פון אפאר קורצע הויזן מיט קליינע קאפעלעך, וויל ער נישט מיט דאווענען מיט זיי, ס'ווייב זאגט עם, זייט ווען שטערט דיך קורצע הויזן, דיין רבי גייט אויך מיט קורצע הויזן! אבער דער עסט ווייטער. הכלל זיי האבן אריין געמישט דעם באלעבוס, און דער האט עם צוגעזאגט א פיינעם דיזערט פאר אומזיסט, דאן האט זיך שמעלקע געשטעלט מנחה'נן.



שמעלקע ווערט נערווירט פון זייער אקצענט, לייגן אראפ א שמו"ע לאנג ווי משנה תורה, שוין פיינעלי, האלט שוין ביי שים שלום, מ'ענדיגט שוין אט אט, און תחנון! יוש דע חברה זינדיגן אזוי סאך, וואסי דע תחנון געזאגעכטס, האט שוין אט געהאלטן ביים אויסנוגן דעם ביין, און האבן נישט געקענט אויסווארטן דע פינף מינוט, יא יא זאלן זיי טאקע זאגן תחנון. אקעי, מ'האלט שוין ביי עלינו, אבער דער אמעריקאנער מגולח, אינישט צופרידן, ער מוז נאך זאגן אל תירא שטייטערהייט מלה במלה, פתאום און שמעלקע האט שוין אריין געדרייט דעם גארטל מיטן אגודל-זרת פאטענט, מיט איין פיס אריין צוריק אין רעסטוראנט דערמאנט זיך א ספרדי צו צילייגן נאך איין קדיש, און הייבט אן מיט פרישקייט יטגאדאל ויטקאדאש...באאגאלא, שויו מ'האלט שוין ביי יהעי שלאמא, הייבט זיך א ברימעניש פון רעוואח ואהאצאלא.. שוין גענדיגט מיטן קדיש פיינעלי, דערמאנטסעך נאך עפעס אנאדערע מגולח מיט א פראנצויזישער אקצענט, צו זאגן אשא עיני אל ההרים פסוק בפסוק, שמעלקע ברימט זיך אינטער שטילרהייט, דער באלעבוס וועט טייער באצאלן, א טייערע דיזערט העט ער באצאלן. נאך איין ספרדישע קדיש איז געקומען צופארן.



שמעלקע קומט צוריק צו זיין טישל, דע ביין איז שוין האלב אויסגעטריקענט, און שמעלקע ווארט אויף זיין צוגעזאגטע דיזערט, דער באלעבוס בכבודו ובעצמו איז געקומען צו שמעלקע גוט מאכן אויף זיין ווארט, און זאגט עם מיט א צינישע שמייכל, סאטש עי מנחה יו דאנט העוו אין ניו יארק, א פארצארנטער שמעלקע, ענפערט צוריק, איי קאלדנט אינזוי מיי מיעל פולי, ענד סטיל העוו טו פעי דע פול פרייס, נאט פעיר! דער באלעבוס אפערט עם אז ער קען זיך אויסוועהלן א דיזערט אומזיסט, שמעלקע מיט א צינישע שמייכל ענטפערט עם, אקעי איי עקסעפט יור אפער. האו עבאוט עי נייס שארט ריפ, פרעגט עם שמעלקע, זאגט ער עם, נא פראבלעם באט איי נעווער הערד דעט עי שארט ריפ שאלד סערוו עס עי דיזערט, ענד איי נעווער הערד סאטש עי מנחה עס וועל. מ'ברענגט עם צו א פיינעם שארט ריפ. קוקט אויס ווי די חזה התנופה. דזשוסי ווי אן אייז קריעם. הייבט אן מיט א פרישקייט, ווי כאילו ער האט שוין גאנצע ניין טאג נישט געגעסן קיין פלייש, עסט מיט א געוואלדיגן אפעטיט כמאן דלא טעים תבשילא. הייבט זיך אן צו בארואיגן פונעם מנחה, ברענגט ארויס דע מורעדיגקייט פון דעם רעסטוראנט, רעדט שוין בענקעדיג ווען מ'קומט שוין נאכאמאל, אבער זאגט פארן ווייב, לאמער גיין באצאלן, אנישט קען מען נאך דא סטאק ווערן פאר א אמעריקאנער, ספארדיש, פראנצויזיש מעריב, און מנחה איז געווען מאר דען אינאף!..


אזוי ארויס גייענדיג פונעם רעסטוראנט, רופט עם זיין רב צוריק, שמעלקע פרעגט עם, אז ס'האט זיך געמאכט א שאלה וועגן א שטיקל פלייש וואס ער האט געוואלט קויפן, אבער אזוי ווי ער האט געדענקט אז דער רב האט געבעטן מ'זאל מחמיר זיין אויף עפעס א מין שחיטה, האט פשוט געוואלט זיכער מאכן אז ס'איז די גוטע.
האט עם דער רב געזאגט ער זאל אנפרעגן צו ס'איז שחיטה מונחת. שמעלקע האט עם באדאנקט, און איז געגאנגן צום באלעבוס און עם איבער געפרעגט און דער באלעבוס האט עם געזאגט, מונחת, נישט מיטאכאס, שמעלקע האט זיך פארענטפערט אז זיין נאז איז געווען אביסעל פארשטאפט האט זיך עס געהערט ווי מיטאכאס. עניוועי אבער יענער האט עם געזאגט אז ער מיינט אז ס'איז נישט, שמעלקע האט זיך באדאנקט פאר עם, און ארויס, זאגט פארן ווייב מונחת מיטאכאס, זאל דער רב רייטן אויף א צווייטן מיט זיינע חומרות, כ'זאג דיר צו אז זיין טאטע און זיידע האבן אויך נישט מקפיד געווען אויף דעם.

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 10:21 am

· #381347
הה''ד אין די וואכעדיגע סדרה
בשמים ממעל ועל הארץ מונחת...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 1:05 pm

· #381350
Re: טראדישען
אייזען אייזען אייזען. איין לייק איז נישט גענוג.

דער פרעסער האט איין גאט, זיין מאגען. און אלץ וואס ער האט געלערנט אין זיין לעבען מוז דארט אריין פאסען. הה"ד מה אהבתי, וואס איך האב ליעב, תורתך, געפון איך שוין אין תורה.

זיצט א מענטש, פיהר אזייגער נאכמיטאג, שוין אנגעפאשעט מיט דריי גראבע מאלצייטען, און זיין איינציגסטע וואקעישען אויפטוה איז קוקען קאמערשעלס אויף טעלעוויזשען!

ר׳ שמעלקא, איהר זענט א משל פאר משגיחים ארום דער וועלט. קיפ אפ דע גוד ווארק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 2:40 pm

· #381359
העי גאלדענע אדלער, ביסט צו גוט!

פליקער » זונטאג אוגוסט 6, 2017 1:50 am

· #381426
Re: טראדישען
ג'אדלער, כמותך ירבה בישראל, איך האב זיך געוואקעלט פאר געלעכטער, ב''ה איך בין געטרייסט געווארן מוצאי שבת נחמו.

מי אני » דינסטאג יאנואר 7, 2020 10:33 am

· #441107
Re: טראדישען
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/441105">viewtopic.php?p=441105#p441105</a><!-- l -->