☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

257 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12044
בלאט: 1 2 3 4 5 6

newkave » זונטאג יאנואר 21, 2018 6:49 pm

· #393914
אישתישבי
אוי צו מען קען, און טאקע דערפאר ווייסט מען מחלק צו זיין אן זאגן אז רב שך בנוסף צו זיינע מיינונגען וואס גייט מיר אהן ווי א נאזען בלאז, זענען דא מדות צו רעדען וועגען. דו ווייסט גאנץ גוט אז רב שטיינמאן איז געוועהן דער בעל מדות און נישט רב שך.


דער הרב שך איז נישט געווען נאנט צו מידות.
א זכר וואס עס איז נישט קיין וואונדער אז זיין קינדער זעען אזוי אויס.

קפה נמס » זונטאג יאנואר 21, 2018 7:21 pm

· #393917
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
אישתישבי
ר' בערל

רב שטיינמאן איז געוועהן א שטארקע בעל מדות. רב שך איז געוועהן טאקע א בעל מעלה, אפשר א תלמוד חכם, כאטש דער אילת השחר איז מן הסתם שטערקער הן בכמות הו באיכות.


קודאס צו @ליטוואק פון בודאפעסט פאר'ן זיך איינהאלטן פון מגיב זיין אויף דברי הבל.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 21, 2018 9:07 pm

· #393926
newkave
אישתישבי
אוי צו מען קען, און טאקע דערפאר ווייסט מען מחלק צו זיין אן זאגן אז רב שך בנוסף צו זיינע מיינונגען וואס גייט מיר אהן ווי א נאזען בלאז, זענען דא מדות צו רעדען וועגען. דו ווייסט גאנץ גוט אז רב שטיינמאן איז געוועהן דער בעל מדות און נישט רב שך.


דער שך איז נישט געווען נאנט צו מידות.
א זכר וואס עס איז נישט קיין וואונדער אז זיין קינדער זעען אזוי אויס.

ניו-קאווע: רב שך'ס זון, וועלכער איז א שוואכער מזרחי'סט. און די אייניקלעך זענען שוין ליידער אינגאנצן חילונים. פון א קאפל איז נישטא קיין זכר. און זיי זעהען אויס ווי אלע איזראעלישע גויים. ער האט אמאל געזאגט אין אן אינטערוויו א טעם פארוואס ער איז געווארן שוואך און קאלט צו אידישקייט איז, ווייל זיין טאטע איז אייביג געווען פארנומען מיט לערנען גמרא. און געחקר'ט די ליטווישע אחרונים. ווי ר' חיים און ר' שמעון שקאפ. און קיינמאל נישט געזונגען זמירות מיט די קינדער. נאר ער האט שענל אפגעגעסן און גלייך געלאפן צו זיינע לימודים. ער האט איהם אנגערופן א לערנינג מאשין. אן מענטשליכע, ווארימע געפיהלן פאר אידישקייט (אלה דברי בנו). נישט אזוי ווי די אנדערע ראשי ישיבה ווי הר"ר מיכל יודא ליפקאוויטש און כש"כ הרה"צ ר' ברוך בער לייבאוויץ וועלכער האט געפיהרט א שבת טיש פאר זיין משפחה און תלמידים מיט אזא ווארעמקייט פונקט אזוי ווי א חסיד'ישער רבי...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 21, 2018 9:43 pm

· #393929
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
ווי קען מען זען די אינטערוויו? עס איז דא אזא אינטערוויו ווי ער זאגט וואס איז געשען, און ער זאגט אז ער האט געוואלט געוויסע זאכען וואס פאסירען אין מיליטער, ותו לא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:23 pm

· #393932
ליטוואק ףון בודאפעסט: די אינטערוויו איז געווען אויף קאווע שטיבל מיט א לינק צו אן איזראעלישע צייטונג. אן עקספערט זוכער (נישט אזוי ווי איך) קען עס געפונען דא אויף קאווע שטיבל. נאר די שאלה איז אויב דער לינק ארבעט נאך...!

קפה נמס » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:30 pm

· #393933
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
ליטוואק פון בודאפעסט
ווי קען מען זען די אינטערוויו? עס איז דא אזא אינטערוויו ווי ער זאגט וואס איז געשען, און ער זאגט אז ער האט געוואלט געוויסע זאכען וואס פאסירען אין מיליטער, ותו לא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

<a class="postlink" href="https://www.makorrishon.co.il/nrg/online/1/ART1/502/090.html">https://www.makorrishon.co.il/nrg/onlin ... 2/090.html</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 21, 2018 10:54 pm

· #393934
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
שטייט נישט גארנישט דארט. איך האב געליינט אן אינטערוויו בחיי הרב שך, דוכט זיך אין מעריב. קיין ווארט נישט דערמאנט דארט.

אן אינטערוויו איז דא אין שטיבעל <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/151799">viewtopic.php?p=151799#p151799</a><!-- l --> און דארט לייקענט ער די אגדה אז ער האט עס קיינמאל נישט דערציילט. עס איז אזא מימרא׳לע וואס מענטשען פלעגען זאגען בימי ילדותי. היינט האט הרב שטיינמן געזאגט אז וואס ווייניגער די מאמע איז אין שטוב, אלס בעסער. אפשר זאל נאר דער טאטע דארט זיין.

איך געדענק אזא ווערטעל וואס מ׳האט געזאגט "פארוואס האט הרב שך אזעלכע קינדער, און בנימין זאב דויטש (א סעקרעטאר אין פאנאוויעזש, א פשוט׳ער אונגארישער איד) אזעלכע קינדער ווי ר׳ ברוך שמואל און ר׳ אשר? ווייל בנימין זאב דויטש האט געזינגען זמירות און הרב שך נישט". האט מען מוסיף געווען "פארוואס איז ער הרב שך און ער בנימין זאב דויטש? ווייל ער זינגט נישט קיין זמירות און ער יא".

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג יאנואר 21, 2018 11:32 pm

· #393936
זמירות אהין און אהער, מדות איז דער וויכטיגסטע פאר חינוך.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 21, 2018 11:59 pm

· #393946
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
בלאה בלאה בלאה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 22, 2018 12:54 am

· #393964
ימים ידברו
סאיז זייער פאססיג צו רעדען מיט זלזול אויף ערליכע הייליגע אידען אינטער די אשכול פון הרב רייזמאן,וועם האט איר מער פיינט בערל סמבטיון מיט אלע שווארץ יאר, וועם נטורי קרתא אדער לפיד? וועם?


אן אינטערעסאנטע בריוו פון המאור בנוגע ציוני ווס. נטורי קרתא.
אגב, ווייסט איינער ווער די שרייבער איז
הק׳ שלמה בר' משה בר' זאב וואלף טורק
ענף מגזע האדמורי״ם ממונקאטש
תושב שיקאגו איל.
📎 HebrewBooksOrg_27831_page_38 (1).pdf

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 22, 2018 12:57 am

· #393965
קפה נמס
ליטוואק פון בודאפעסט
ווי קען מען זען די אינטערוויו? עס איז דא אזא אינטערוויו ווי ער זאגט וואס איז געשען, און ער זאגט אז ער האט געוואלט געוויסע זאכען וואס פאסירען אין מיליטער, ותו לא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

<a class="postlink" href="https://www.makorrishon.co.il/nrg/online/1/ART1/502/090.html">https://www.makorrishon.co.il/nrg/onlin ... 2/090.html</a>

קפה נמס: ייש"כ. אבער דאס איז נישט ממש דער אינטערוויו פון וואס איך האב גערעדט. ווייל אין דעם אנדער'ן אינטערוויו האט ער בפירוש ארויסגעזאגט די סיבה פארוואס ער איז געווארן קאלט צו אידישקייט. צו ער איז יא גערעכט אדער נישט, איז נישט וויכטיג. דאס איז געווען זיין קאפ-אוט. כ'בין זיכער אז ס'זענען געווען אנדערע סיבות אויך. וועלכע האבן נישט געהאט דירעקט א שייכות מיט זיין טאטן. אבער דאס איז אויך געווען א שטארקע נקודה...!

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 22, 2018 1:12 am

· #393966
שמעון וואלף
ימים ידברו
סאיז זייער פאססיג צו רעדען מיט זלזול אויף ערליכע הייליגע אידען אינטער די אשכול פון הרב רייזמאן,וועם האט איר מער פיינט בערל סמבטיון מיט אלע שווארץ יאר, וועם נטורי קרתא אדער לפיד? וועם?


אן אינטערעסאנטע בריוו פון המאור בנוגע ציוני ווס. נטורי קרתא.
אגב, ווייסט איינער ווער די שרייבער איז
הק׳ שלמה בר' משה בר' זאב וואלף טורק
ענף מגזע האדמורי״ם ממונקאטש
תושב שיקאגו איל.

שמעון וואלף: איך וויל נישט אויפמאכן א נייע ווינדאו (פון דיסקאשן) כדי דער אשכול זאלל נישט פארפארן פון די רעלסן. אבער איך האב גאנץ א סאך צו זאגן איבער דעם עורך פון המאור הרב מאיר אמסל ע"ה. און זיין זיין אריינגעמישט אין ד סאטמאר-ציוני-נטו"ק פאליטיק. איך בין אמאל געגאנגען אויפ'ן גאס אין וויליאמסבורג ווען א פאר סאטמאר'ע לצים האבן איהם געוואלט אונטערציען. (כ'האב נישט געהערט זייער פראוואקאטיווע פראגע). איך האב נאר געזעהן ווי ער (הרב אמסל) איז געווארן אינגאנצן אנגעצינדן און ער האט זיי אריינגעזאגט אז צוליעב זיי (מיינענדיג די סאטמאר'ע פאליטיק) האט ער זיך צוקריעגט מיט א יעדן. פי' קלויזנבורג איז געווען זייער שטארק אויפגערעגט אויף איהם. ווייל ער האט קלאר גענומען דעם צד פון סאטמאר אין א געוויסע טייל פון די מחלוקה. האבן זיי אנגעשטעלט א שפיצל. און זיי האבן געמאלדן אויפ'ן ראדיא נייעס אז ער איז געשטארבן אין אן עקסידענט. און זיין ווייב האטציך זייער שטארק דערשראקן. און ווען ער איז אנגעקומען אהיים האט ער געזעהן אז מ'גרייט זיך צו זיין לוויה....!

אויך ביי די מחלוקה מיט קאשוי (ברך משה) האט ער קלאר גענומען דעם צד פון סאטמאר. און געשריבן סארקאסטיש איבער קאשויער רב'ס מחאה. איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים. אבער ווער ס'געדענקט געדענקט...ואכמ"ל...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 22, 2018 5:49 am

· #393970
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
בערל, אויב אזוי האסטו א סתירה, ווייל אין מיין לינק האט ער געזאגט אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט.
נא דיר דער ציטיר פון יענער חלק.

שמעתי פעם שהרב שך אמר "אני מאשים את עצמי על כך שאפרים סטה מהדרך כי במקום לשיר בשולחן שבת זמירות של שבת, העדפתי ללמוד". 

"אולי מישהו שמע את זה ממנו - אני לא שמעתי. ייתכן גם שזו אגדה ולא חסרות אגדות על אבא".


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נקודת-אמת » מאנטאג יאנואר 22, 2018 9:35 am

· #393976
הרב שך'ס נישט זינגען זמירות גורם געוועהן תרבות רעה של בנו
ר' ליטוואק שיחי' ודעימי'

אויף ווי ווייט וואס איך האב געהערט האט הרב שך זיך אפגערעדט אז ער האט חרטה פאר'ן נישט זינגען קיין זמירות שבת מחמת חשקתו לחזור לתלמודו,
און ער אליין האט תולה געוועהן אז ווען נישט דעם וואלט אפשר אפרים נאך געוועהן א ירא-שמים-מרבים.

איך ווייס נישט פון וואו קומט א הוה-אמינא אז אפרים שך וואס איז געוועהן פארזיכערט בצדקת דרכו
זאל תולה זיין דאס וואס ער איז נישט געגאנגען אין זיין טאטענ'ס דרכים וועגן סיבה זו צו אן אנדערע סיבה.

גאר פארקערט, ער האט געמיינט אז ער פארשטייט אז אט די וועג איז בעסער פאר עם,
ווילסט נאך ער זאל מסכים זיין אז ווען זיין טאטע וואלט ווען געזינגען זמירות ביים שבת-טיש וואלט ער געהאלטן אנדערש.
דאס איז פשוט אז אפרים האט דאס נישט געזאגט.

לדעתי העניה, דער חידוש איז, אז הרב שך האט דאס יא פארשטאנען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 22, 2018 10:24 am

· #393983
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
איך מיין אז אזוי ווי יעדער האט הרב שיך זיך געטוישט במשך זיין לעבען און ער איז געווארען זייער ווייך, איבערהויפט מיט קינדער. ער פלעגט זיך טשאטשקען מיט זיי און ער פלעגט גייען פרייטאג אין געשעפט קויפען צוקערלעך פאר די קינדער וואס פלעגען באגלייטען זייער טאטעס ווען זיי זענען געקומען רעדען מיט איהם.

אפשר טאקע האט ער געמיינט א כפרה, אבער דאס מוז בכלל נישט זיין אמת. שך זאגט אז א מיידעל האט איהם געליידענט צו קומען אין מיליטער, ווי נאך אז ווען ער איז דארט געווען איז ער געווען ארום גערינגעלט מיט מענטשען פון א פארשידענהייט פון געשלעכטען, א זאך וואס ער האט אליינס דערמאנט אין אן אינטערוויו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 23, 2018 3:47 am

· #394056
ליטוואק פון בודאפעסט
בערל, אויב אזוי האסטו א סתירה, ווייל אין מיין לינק האט ער געזאגט אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט.
נא דיר דער ציטיר פון יענער חלק.

שמעתי פעם שהרב שך אמר "אני מאשים את עצמי על כך שאפרים סטה מהדרך כי במקום לשיר בשולחן שבת זמירות של שבת, העדפתי ללמוד". 

"אולי מישהו שמע את זה ממנו - אני לא שמעתי. ייתכן גם שזו אגדה ולא חסרות אגדות על אבא".


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: דאן איז דער ציטוט נישט ריכטיג. ווייל נישט הרב ש"ך האט עס געזאגט. נאר זיין זון אפרים האט עס געזאגט. אבער ס'איז קלאר אז ער האט עס נאר גענוצט אלס א תירוץ. ווייל אפילו אויב מ'זינגט נישט זמירות, ווארפט מען נאכנישט אוועק דאס אידישקייט. אזוי ווי ער האט געטון...!

קל וחומר » דינסטאג יאנואר 23, 2018 8:46 am

· #394065
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
ר' חיים זאגט די זעלביגע.

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 23, 2018 9:24 am

· #394066
עס איז א חידוש ער זאגט נישט אז עס קומט פין א פגיעה אין דער כבוד פין ר"ש אויערבאך

סמבטיון » דינסטאג יאנואר 23, 2018 10:14 am

· #394067
וואס איז די חידוש? ר' חיים איז דאך אויך פארכאפט אינעם ציונישן שמעלץ טאפ..

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 23, 2018 10:51 am

· #394073
אישתישבי
עס איז א חידוש ער זאגט נישט אז עס קומט פין א פגיעה אין דער כבוד פין ר"ש אויערבאך

ווער האט פוגע געווען אין זיין כבוד? ווי קומט ער בכלל אריין? די לאטקע טיילערס זענען נישט פון די פלג הירושלמי.

ימים ידברו » דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:27 pm

· #394084
סמבטיון זיסער חס ושלום רבי חיים איזנישט פארכאפט און ציסטישען שמעלץ טאף עראיז פארכאפט און יעקוש שמעלץ טאף אפשר אלישעס

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:47 pm

· #394088
סמבטיון
וואס איז די חידוש? ר' חיים איז דאך אויך פארכאפט אינעם ציונישן שמעלץ טאפ..

סמבטיון: דאס זאגסטו דאך נאר לשיטתם פון די סיקריקים. אבער דער אמת'ער תירוץ איז אז הרב אויערבאך איז געווארן א פאליטישן. טאקע מיט א ראש ישיבה'שע דעגרי. אבער דאך א פאליטישן. און הרב שטיינמאן זצ"ל איז געווען אינגאנצן איבערגעגעבן פאר תורה און בויען אידישקייט. ס'איז פונקט אזוי ווי בנימין נתניהו קען נישט לויפן צו זיין מאמע קאמפלעינען אז מ'טשעפעט מיט איהם. און מ'איז נישט נוהג כבוד אין איהם. ער איז א פאליטישן. זאלל ער זיך אן עצה געבן מיט'ן מצב. הרב שטיינמאן האט נישט געשיקט די בחורים זיי זאללן שטערן דעם טרעפיק אויף די הייוועיס...!

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:49 pm

· #394089
ימים ידברו
סמבטיון זיסער חס ושלום רבי חיים איזנישט פארכאפט און ציסטישען שמעלץ טאף עראיז פארכאפט און יעקוש שמעלץ טאף אפשר אלישעס

ימים ידברו: יישר כח פאר מלמד זכות זיין אויף ר' חיים קאנייבסקי שליט"א. יעצט קענמיר צוריקגיין שלאפן רואיג...!

ימים ידברו » דינסטאג יאנואר 23, 2018 2:02 pm

· #394099
בערל אפשר זאגט איר מיר זינט ווען איז הרב שמואל א פאלטישאן? פון ווי ווייסט איר דאס?

גאנצל » דינסטאג יאנואר 23, 2018 3:04 pm

· #394104
זינט ער האט זיך אריינגעלייגט אין פאליטיק

ימים ידברו » דינסטאג יאנואר 23, 2018 3:38 pm

· #394106
א רחמנות אויף אידען וואס זאגען און זינגען א ניגון און זיי ווייסען ניט פון אייער חיות הרב שמואל אורבאך האט מיט פאליטיק ווי גאנצעל מיט בערל האבען א ערליכען רעבין

גאנצל » דינסטאג יאנואר 23, 2018 4:02 pm

· #394108
אה די הונט בילט

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 23, 2018 4:02 pm

· #394109
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
איינער וואס באשעטיגט זיך מיט וואס פאליטיקאנטען טוהן, און זאגט דעות אדער שטיצט זיי, האט מיט פאליטיק. דער חזו"א און דער בריסקער רב האבען געהאט מיט פאליטיק, ווי אויך דער טשעבינער רב, הרב אברמסקי מיט הרב שך און הרב שטיינמן. גאנץ ווייניג עמטליכע פאליטיקאנטען קימערען זיך מיט די מיינונג פון הרב אויערבאך, אבער א דעה האט ער און זאגט ער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » דינסטאג יאנואר 23, 2018 4:29 pm

· #394110
ליטוואק הרב אורבאך האט ווייניגער ווי דער חזון איש ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 23, 2018 4:30 pm

· #394111
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
ער האט א קלענערע איינפלוס אויף פאליטיקאנטען ווי דער חזו"א

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ימים ידברו » דינסטאג יאנואר 23, 2018 4:45 pm

· #394112
לאמיר פארשטיין, הרב אורבאך האט נישט קיין דעה אויף חברי הכנסת דאס מיינט איר? נו פרעג בערל מיט גאנצעל, זיי זאגען ער ליגט דאך יומם ולילה אין פאליטיק, ווייל טאמיר נישט קומט דאך אויס אז דער פה ממלל רברבין, ענטשולדיגט די הינט, בילען נישט צו דער זאך,
אויב די מיינסט א ער האט א קלענער נאכפאלגערשאפט, פרעג איך ווייניגער ווי די חזון איש? יא צו ניין? אויב ער האט א קליינע דעה ביי די פאלטישאנס איז דאס א סתירה מיט די חכמי הדור,
אלא מאי איז אזוי, הרב אורבאך איז א תלמיד חכם גדול כ'האב א סוד פאר ליטוואק וכל מי שרוצה לידע... אפי' א גרעסערע פון רבינו האיילת השחר, וואס ליגט ראשו ורבו און טראסקעט און לערינט, יא זיין פאטער איז געווען מער פארנימען מיט פסקנן שאלות און הלכה נישט אויף בעיות הזמן, ער איז א נאנטער תלמיד צו הרב שך און ער מיינט אז ער דארף האלטען זיין מורשת,
אבער כו"ע מודים אז מרעד דא פון איינער פון די יחידי סגולה שבדור, א גאון וצדיק ועובד ד' כחד מקמאי, זיין טאטע פלעגט זאגען בעניוות קדשו אז ער איז ניט מער ווי דער "אבוהו דשמואל",
יא מאיזהו סיבה שהוא האט דער פון אפסטעיט, מחליט געווען אז ער איז נישט זיין טעיסט, און רייסט אריי אין זיבעטען ריף כלשונו בלי פאליטישע חשבונות בכל עת מצוא, שטאץ זיינע שרייבעלריך דא זאלן זיך שעמען, מאכען זיי א אנשטעל ווי ס'נאך ממש אמת ויציב,
יא מיר געדענקן ווען דער הייליגער קאשוי רב וואס איז געווען כולו טהור, אן חשבונות האט מען געזאגט אן בישה אז זיין בריעף איז א פאליטישער בריעף, און אשרי לו וחלקו, און אזוי איז הרב אורבאך וואס ליגט אין זיין טריפנעם שמיציגען פיסק אשרי לו שנתפסת על דברי תורה,
סוי ווען רעב ארען מאכט לג בעומר פייערס נאך וואס ער האט געזאגט אז אין סיגוט איז דאס נישט געווען איז לשם שמים, לכבודו של רבי שמעון, סהאטנישט מיט כבוד ופירסום ושיינע פיקטעשרס, א ריינע לשם שמים איד, אבער רבי שמואל וואס שטייט אויף זיין מיינוג מיט מסירת נפש כאפט בואש מיט גדיפון יעדע שני וחמישי ער מיינט פאליטיק,
ווען מהאט געפירט מערכה מיט בעלזא יא רעב אהרען אויך האט געהאלטען דרשות דאס איז געווען מחלוקת, אבער היינט שלום מיט בעלזא איז לשם שמים, מדארף מרבה זיין שלום בעולם,
איי בו בעת ווען מאיז עוסק אין הלכות שלום בעולם, טיילט מען מכות אין ראדני, און ממאכט א וואנט אין בית החיים[ברוך השם] דאס איז לשם שמים אן קיין שום חשש פון פאליטישע חשבונות,
און בערל מיט גאנצעל גיי מיר מסיבר זיין אז איך בין א טראלל,

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 23, 2018 5:13 pm

· #394113
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
שפרינגסט פון נושא צו נושא. כנראה מיינסטו אז טאמער איין ווארט איז אמת, איז עס מציל אלס.

דער נידון איז נישט וועלכע מארמעראשע יורש איז בארעכטיגט צו באטרעטען די קאאליציע אוו דע ווילינג אין מאנרא צו ווסמב"ג, דער נידון איז נישט צו מ׳דארף מאכען אווערנייט קוגעל אין אן אויווען צו א ווארמער. דער נידון איז צו הרב שמואל אויערבאך איז א פיגור אין פאליטיק. זאג איך אז גאנץ ווייניג, אבער עטוואס יא. נישט ׳נאכפאלגערשאפט׳, נאר פאליטיק, ד.ה. די פאליטישע אנשטאלט אין מדינת ישראל. זיין מיינונג אויף זיי וועלכע נושא מאכט גאר ווייניג אויס אין די פאליטישע אנשטאלטען אין מדינת ישראל, נאר אביסל מער ווי דער מיינונג פון קאשוי רב מיט אלע זיין קינדער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 23, 2018 6:43 pm

· #394118
ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי
עס איז א חידוש ער זאגט נישט אז עס קומט פין א פגיעה אין דער כבוד פין ר"ש אויערבאך

ווער האט פוגע געווען אין זיין כבוד? ווי קומט ער בכלל אריין? די לאטקע טיילערס זענען נישט פון די פלג הירושלמי.


איך האב געמיינט צו זאגן אז ווען ר' חיים זאגט אז עס קומט פין פוגע זיין בכבודו פין הרב שטיינמאן, ווי גרויס ר' חיים איז, מיינט עס נישט קיין סאך, ווייל ר' חיים איז געוועהן אויף דער זעלבער "פאליטישע" זייט ווי רב שטיינמאן. ווען ער זאל זאגן אז עס קומט פין פוגע בכבוד זיין אין דער כבוד פין רב אויערבאך (פליז זייט נישט דער נער וואס פרעגט ווען דאס איז געוועהן) וואלט ער געוועהן נאמן. והוא הדין לגבי רב רייזמאן ודו"ק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 23, 2018 6:51 pm

· #394119
ווייל דו האסט מיר אנגערופען א נער, מיינט אז דו ביסט גערעכט? ניין, דער פלג הבני ברקי, ווי פיהל דו ווילסט נישט האלטען פון זיי, האט זיך שטארק אפגעהאלטען פון רעדען אויף איהם, עכ"פ אפיציעל. מ'האט נישט געשריבען קיין מאמרים אויף איהם און איהם נישט באשייגעצט. אויב עפעס, איז פארקערט. הרב קנייבסקי האט אלס געשריבען אויף זיי אז זיי פאלגען קיינעם נישט און זיי האבען נישט קיין מנהיג, אז ער איז נישט פאראנטווארטליך פאר זייערע מעשים.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 23, 2018 8:09 pm

· #394128
ימים ידברו
בערל אפשר זאגט איר מיר זינט ווען איז הרב שמואל א פאלטישאן? פון ווי ווייסט איר דאס?

ימים ידברו: איהר דארט אפשר הייסן התם ומתמם עם תמימים. איהר מאכטציך אדער איהר זיינט...?!

ווען הרב שמואל אויערבאך זאלל זיצן אין די ד' אמות של הלכה אזוי ווי זיין גרויסער טאטע, וואלט מען נישט געזאגט אז ער איז א פאליטישן. אבער ווען ער שטייט אין שפיץ פון א פלג אדער פארטיי און זיי געבן נאך ארויס א צייטונג אויך. און ער מישט זיך און זאגט דיעות אין כנסת (המינים). און ער שיקט ארויס די אומשולדיגע בחורים אז זיי זאללן שטערן דאס לעבן, דאמאלס איז ער א פאליטישן... ער קען זיין א פאליטישן פון די סיקריקים. און אליינס א סיקריק. אבער דעם כבוד התורה וואס ר' חיים קנייבסקי און להבחל"ח הרב שטיינמאן זצ"ל האבן. דאס קען ער נישט האבן. לאמיר זאגן אויב נתניהו וואלט געהאט א וויין געשעפט. און היינט איז ער אין כנסת' קען ער זיך נישט אנרופן אלס וויין סוחר. נאר אלס פאליטישן...!

גאנצל » דינסטאג יאנואר 23, 2018 8:26 pm

· #394132
אה @ימים עז יוזעל......... ווען ער פילט זיך געקארנערט איך מיין ווען די שטיין געלונגט......... נעמט זיך ארויסשפריצן שורות פון די נאז קיין איין שורה רעדט ניט וואס די אנדערע שטייט אבי ס'זאל אויסקוקן אז מנשה פיליפס קוקט אויס גערעכט און נאך שטיינמאן מיט מאיר פרוש קומט (הרה"ג והצ') יצחק לעבאוויטש אז ער איז פונקט ווי נחום נאר איינער איז נישט נחום נעמליך מנשה פיליפס אליין

איין זאך @ימים וויל איך דיר פארעכטן גאנצל האט ניט געזאגט אז הרב שמואל אויערבאך ליגט אין פאליטיק יומם ולילה איך האב געזאגט אז ער מיט זיין עץ פארטיי פירן פאליטיק מיט זיינע געגנערס

אויך וועט גאנצל נישט זאגען אז קאשוי רב האט געפירט אזעלכע נידריגע פאליטיק ווי הרב אויערבאך

שמעון וואלף » דינסטאג יאנואר 23, 2018 8:58 pm

· #394134
אודה ולא אבוש אז איך האב נישט יורד געווען לדברי חבירי דא וועלכע האבן ארינטערגעריסן @ימים ידברו. איך האב גראדע הנאה געהאט פון אסאך אישוס וואס ער האט ארויפגעברענגט, און איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט ריכטיג אים צו באטיטלן אלס טראלל.
נאכ'ן ליינען די לעצטע בלאט און זעהן ווי ער דרייט אריין דא זיין שנאה צו מהר"א, מוז איך מודה זיין אז דער עולם איז גערעכט. איך בין ווייט פון זיין א מעריץ פאר מהר"א, אבער ס'קרענקט מיר ווי איינער קומט אהער און מישט אריין די סאטמערע צואה אין יעדע שמועס.
סטאפ איט!

אישתישבי » דינסטאג יאנואר 23, 2018 10:02 pm

· #394136
ליטוואק פון בודאפעסט
ווייל דו האסט מיר אנגערופען א נער, מיינט אז דו ביסט גערעכט? ניין, דער פלג הבני ברקי, ווי פיהל דו ווילסט נישט האלטען פון זיי, האט זיך שטארק אפגעהאלטען פון רעדען אויף איהם, עכ"פ אפיציעל. מ'האט נישט געשריבען קיין מאמרים אויף איהם און איהם נישט באשייגעצט. אויב עפעס, איז פארקערט. הרב קנייבסקי האט אלס געשריבען אויף זיי אז זיי פאלגען קיינעם נישט און זיי האבען נישט קיין מנהיג, אז ער איז נישט פאראנטווארטליך פאר זייערע מעשים.


איך פראביר און עס גייט נישט.

איך ברענג ארויס א פוינט, אויב וואלט מען פוגע געוועהן בכבודו און ר' חיים וואלט מוחה געוועהן און געזאגט אז פארדעם זענען קינדער וכו' דעמאלטס וואלט עס עפעס געמיינט. כל זמן ער נעמט זיך אהן פאר זיין פלג איז זיינע ווערטער גארנישט מער ווי רב רייזמאן, כ'האף איר פארשטייט יעצט.

און איך האב איך נישט געמיינט צו רופען א נער, איך האב געמיינט כדכתיבנא, אז פליז טענה נישט אז עס איז קיינמאל נישט געוועהן, ווייל איך זאג אויך נישט אז עס יא געוועהן.

ימים ידברו » מיטוואך יאנואר 24, 2018 9:35 am

· #394145
על אחרון ראשון, כבוד ידידי הרב שמעון וואלף, איך האב נישט אריינגברענגט סאטמאר דא, נאר בערל מיט גאנצעל וואס מוזען נעבאך זיין לאיאל פאר זייער פארטיי, דערפאר הערן זיי נישט אויף צו בארעדען הרב שמואל אורבאך שליט"א, דערפאר האב איך אריינגעריסען און זיי, זאגטס נישט א סטעיטמענט וואס איז נישט אמת, וואס איר האט געהערט נאר פאר אייער נערישע עגענדע רעדנער, וואס למען פאליטישע חשבונות רייסט ער אריין און איד וואס יעדע סאטמארע דארף זייער מחשיב זיין,
ווייטער צו ליטוואק, וואס ווייסט אלעס אויף איין צד, ווער האט געזאגט, זקן ממרא, זיי זענען בהמות, ווער האט דאס געזאגט מנהמת לבו? וועליכע צד אויף וועם?
ווי האט מען פארשיקט הונדרעטער אידען פון זייער דזשאבס און פארוואס? איך בין אומוויסענד אדער די? צענדליגער מאל חזרן שקר ווערט עס נישט אמת,
ווייטער וועסטו מיר פרעגען פארוואס בימי הרב שך האט הרב שמואל אורבאך גרודפט הרב דב לאנדא מיט הר"ח גריינמיאן מיט די פובארסקי, איז יעצט ווייל ער האט געטון א עוולה, מעג מען האבען נקמה?
ווייטער צו הגאון רבי דב לאנדא, וואס האט געחוזקט פון די ענין הנהגה בימי הרב שך, וואס איז יעצט געשעהן? אויף אמאל טאר מען נישט טראכטען אנדערשט ווי די היינטיגע פארפוילטע לינקע הנהגה, וואס מיט דעם מיין איך נאר דער, אויב איש אנשי ביתו, נישט די ראשי ישיבה זעלבסט, וואס זענען ערליך און תמימים, און זייער גיחזו'ס זענען פארפוילט און שרעקליך,
ווי אזוי האט דער קרן לדוד געזאגט אמאל צום רבינו יואל זי"ע ועל הצדיקים זענען די רבי'ס, השיבה שופטיננו זענען די רבנים, וואס איז די פראבלעם דער ולמלשינים זענען אינדערמיט,
מיין סל הכל איז אזוי, הרב אורבאך איז א מנהיג פון א גרויסע ציבור כמיין גרעסער ווי גור, אמת ער האט נישט קיינע מאנדאטנען אין די מדינה הטמאה, אבער זיין דעה איז גרויס און חשוב, ער איז א ת"ח חשוב און מטאר נישט אים מבזה זיין פינקט ווי אלע אנדערע גדולי הדור,
און סאטמאר דארף זיכער אים מחזק זיין נאכדעם וואס לאמיר זאגען שלא לשם שמים גייט ער נישט צו בחירות און למעשה מאכט ער אויף נעצען פון מוסדות על טהרת הקודש,
א וודאי איינער וואס וויל נישט העלפען קיינע מוסדות, וואס כלל ישראל רעד נישט צו אים, וועט זאגען קשה גרים לישראל כספחת, אבער א איד וואס האט געהערט סוגיות ביים רבין זי"ע וועט טוען כל מה שביכלתו צו מעמיד זיין די מוסדות על תלה בנויה,
ווער עס פארשטייט פארשטייט האט ער געזאגט...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 24, 2018 10:20 am

· #394146
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
וחוזרין חלילה עד עלות השחר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

א איד » מיטוואך יאנואר 24, 2018 12:32 pm

· #394148
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
סתם פאר נייגעריגקייט, פארוואס איז געשעהן די לעצטע טראגעדיע אין בית שמש? בשל מי הרעה הזאת?

יהודי פשוט » מיטוואך יאנואר 24, 2018 1:01 pm

· #394149
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
א איד
סתם פאר נייגעריגקייט, פארוואס איז געשעהן די לעצטע טראגעדיע אין בית שמש? בשל מי הרעה הזאת?
ר' חיים קנייבסקי - ווייל מ'האט פוגע געוועהן אין כבוד פון רב שטיינמן
מהרז''ל - מ'האט נישט מוחה געוועהן גענוג אויף גיוס
מהר''א - זיי זענען אליינס שולדיג
ימים ידברו - ווייל מ'האט מבזה געוועהן רבי שמואל אויערבאך
אלתר משה גאלדבערגער - ווייל די רבי'ס מאכן קאווער אפ'ס
נחום ראזענבערג - ווייל מ'האט מאלעסטעד קינדער
קול ראבינאוויטש - ווייל מ'האט סמארטפאון'ס
וכו' וכו' וכו' כל אחד ואחד וועט דיר זאגן אז דאס איז צוליב עפעס אין וואס ער איז נישט נכשל נאר דער אנדערער איז אין דעם נכשל וממילא דארף נאר יענער תשובה טוהן ואני בשרירות לבי אלך....
נ. ב. דאס זענען אלעס נאר דוגמאות נישט אז זיי האבן טאקע אזוי געזאגט און נישט אז מ'קען נישט אויסרעכענען נאך אנדערע....

גאנצל » מיטוואך יאנואר 24, 2018 1:17 pm

· #394150
הרב @ימים

גאנצל זאגט אז ר' שמואל אויערבאך האט א פאליטישע פארטיי הנקרא עץ וואס האט זיך אפגעריסן פון א אנדערע פארטיי צולב פאליטישע חשבונות און שלאגט זיך מיט זיין פאליטישע קעגנער נארמאלערהייט וואלט @ימים געדארפט אנווארטן אדער אז ער האט נישט קיין פאליטישע פארטיי אדער סיי וואס גייסטו און דו געסטוך יעצט אויס דיין שטענדיגע כעס אויף סאטמאר רב אויב דו ווייסט נישט דאס מיינט אריינגעברענגט דיין צואה אין א נושא

נאר ווי אזוי זאגט הרב ליטוואק וחוזר חלילה עדי עד

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 24, 2018 1:31 pm

· #394152
גאנצל
זינט ער האט זיך אריינגעלייגט אין פאליטיק

פאליטיק??
ווייל ער האט מוסדות וואס הרב שלמה מענדלאוויטש און סאטמאר שטיצן עס, ווערט עס פאליטיק?
זיין נישט נעמען א טייל אין די וואלן און זיין קעגן גיין אין מיליטער מאכט אים א פאליטיקער ?
די אלע וואס שמיצן היינט געגן הרב שמואל אויערבאך אז ער איז א פאליטיקער האבן דאס געזאגט אויף סאטמאר רב ז"ל
וואלט @גאנצל און זיין חברייא דאן געווען אין די פעדערן וואלטן זיי אזוי באקרוינט סאטמאר רב ז"ל
וואט עי שעים זיי רופן זיך ממשיכים צו די התנגדות באוועגונג פין ציונות ואביזרייהו

גאנצל » מיטוואך יאנואר 24, 2018 1:38 pm

· #394153
האסט שיינע קשיות און לאזונגען אבער מיט'ן מציאות האט עס קיין שייכות

ער האט א פאליטישע פארטיי וואס טוט וואס לוינט זיך פאר זיין פארטיי און דאס ווערט אנגערופן אין מענטשן שפראך פאליטיק

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 24, 2018 1:43 pm

· #394154
וואסעפעס פאליטיק? קען זיין מענטשן וואס ווילן בויען זייער פארטיי מיטן יענעם מכנה זיין אלץ פאליטיקער גלייכן אים צו מבזה זיין,
אליבא דאמת האט ער בסך הכל געפענט א ריזיגער לגיון גרעסער פון דיין מו"ר'ס, וואס שטייט שטארק נגד השלטון, נעמען נישט זייער תמיכה להמוסדות און זענען לוחם נגדם
אויב צו בויען אייערע פאליטיקא לוינט זיך אים צו שמיצן מיט פאליטיק, מיינט עס נישט אז ער איז א פאליטיקער

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 24, 2018 1:44 pm

· #394155
שמעון וואלף
אודה ולא אבוש אז איך האב נישט יורד געווען לדברי חבירי דא וועלכע האבן ארינטערגעריסן @ימים ידברו. איך האב גראדע הנאה געהאט פון אסאך אישוס וואס ער האט ארויפגעברענגט, און איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט ריכטיג אים צו באטיטלן אלס טראלל.
נאכ'ן ליינען די לעצטע בלאט און זעהן ווי ער דרייט אריין דא זיין שנאה צו מהר"א, מוז איך מודה זיין אז דער עולם איז גערעכט. איך בין ווייט פון זיין א מעריץ פאר מהר"א, אבער ס'קרענקט מיר ווי איינער קומט אהער און מישט אריין די סאטמערע צואה אין יעדע שמועס.
סטאפ איט!

שמעון וואלף:...אמן...ואמר כל העם, אמן...! ס'גענוג אז איך און נאך א פאר נארמאלע מענטשן שפוי בדעתם זאגן עס...!

גאנצל » מיטוואך יאנואר 24, 2018 1:46 pm

· #394156
איש את רעהו
וואסעפעס פאליטיק? קען זיין מענטשן וואס ווילן בויען זייער פארטיי מיטן יענעם מכנה זיין אלץ פאליטיקער גלייכן אים צו מבזה זיין,
אליבא דאמת האט ער בסך הכל געפענט א ריזיגער לגיון גרעסער פון דיין מו"ר'ס, וואס שטייט שטארק נגד השלטון, נעמען נישט זייער תמיכה להמוסדות און זענען לוחם נגדם
אויב צו בויען אייערע פאליטיקא לוינט זיך אים צו שמיצן מיט פאליטיק, מיינט עס נישט אז ער איז א פאליטיקער


ניין נישט גוט פארשטאנען מענטשן וואס זוכן בויען זייער פארטיי און כח אזוי ווי יעדע פאליטישן

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 24, 2018 1:53 pm

· #394158
איש את רעהו
וואסעפעס פאליטיק? קען זיין מענטשן וואס ווילן בויען זייער פארטיי מיטן יענעם מכנה זיין אלץ פאליטיקער גלייכן אים צו מבזה זיין,
אליבא דאמת האט ער בסך הכל געפענט א ריזיגער לגיון גרעסער פון דיין מו"ר'ס, וואס שטייט שטארק נגד השלטון, נעמען נישט זייער תמיכה להמוסדות און זענען לוחם נגדם
אויב צו בויען אייערע פאליטיקא לוינט זיך אים צו שמיצן מיט פאליטיק, מיינט עס נישט אז ער איז א פאליטיקער

איש את רעהו: אויף ענגליש איז דא א ווערטל..."דזשאנני קאם לעיטלי"...דזשאנני, דו ביסט (לעצטנס/שפעטליך) אנגעקומען...! אוואו ביסטו געווען ביז איצט?!. דער קדוש וטהור, קנאי מקנא קנאת ה' צבק' ולוחם מלחמות ה'. הרב שמואל אויערבאך שליט"א אוואו ביסטו געווען די אלע יארן. איך 'עלל דיר זאגן וואו. געשטאנען אין די ליין נעמען געלט פון די מדינה הטמאה. זיך משתתף געווען אין אלע רעגירונגס פראגראמען. וואו מ'האט נאר געטיילט געלט איז ער און זיינע מוסדות דארט געווען (במחכת"ה.). מילא, ווען די עדה החרדית קומט און פייערט אוועק אקעיגן די מדינה און אקעיגן גיוס, ניחא. זיי האבן קיינמאל נישט אנערקענט אין די מדינה. נישט געגאנגען צו די בחירות (הטמאות) און נישט גענומען קיין געלט פון די מדינה (לכה"פ, אפיציעל). אבער דו, כבוד הרב...! אזוי ווי יואל'יש קרויס זז"ג זאגט. אויב מ'נעמט געלט פון די מדינה, זיי מוחל שטעלל זיך אין ליין פאר גיוס אויך. דו האסט נישט קיין רעכט זיך אקעיגנצושטעללן...! מענטשן אזוי ווי איך און די עדה, קענען רעדן און מוחה זיין. זיי נישט קיין היפאקריט...! ודפח"ח...!

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:05 pm

· #394159
וואסעפעס?
יעדער וואס האט אמאל גענימען געלט פין די מדינה האט אלע רעכטן צו זאגן פארן מדינה איך האלט נישט ביים ווערן דיין פערד, איך וויל פין דיר אפהאקען

וה"ה די וואס האבן ביז היינט נישט געהאט מיט די מדינה האבן נישט קיין גאראנטי אז זיי וועלן נישט תומך זיין אין די וואס זענען היינט א טייל אינעם מדינה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6