☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

257 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12044
בלאט: 1 2 3 4 5 6

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 10, 2018 7:58 pm

· #393201
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר איז הרב קוק די קדוש וטהור, און ר' שאול בראך איז די ימח שמו'ניק?

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 10, 2018 8:31 pm

· #393204
ברוך (בערנארד) שפינוזה דער 2'טער: איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער הרב קוק ז"ל. (איך האב גראדע יא א מיינונג. אבער ס'האט נישט קיין שייכות צום איצטיגן שמועס.). אבער דו ביסט א זיכערער אפיקורס אז דו קענסט דיך אויסדרוקן איבער ר' שאול בראך ז"ל אזוי. אפילו בלשון שאלה (רטורית)...!

איך האב שוין פון לאנג חושד געווען אז דו האסט דיעות נפסדות און דו האסט נישט קיין פינטל יראת שמים. יעצט האסטו עס באשטעטיגט...!

Just returning the compliment... 😈

נ.ב.: איך האלט ווי ר' מאיר (פון דעם תלמוד). ר' מאיר זאגט.."שמא קא גרים"...! האסט שוין נישט געטראפן קיין בעסער'ן מענטש נאך וועמען צו געבן א נאמען ווי בערנארד שפינוזה. אפשר געסטו דיר א נאמען נאך יוס'לע פאנדריק אליין...!

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 10, 2018 8:51 pm

· #393206
berlbalaguleh

יאשקע האט געזאגט: אל תחשבו שבאתי לבטל את תורת משה או את אזהרותיהם של הנביאים; באתי לקיים ולמלא אותן:
נאטינג ספעשל, משא"כ ברוך שפינוזה איז א חידוש.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 10, 2018 8:55 pm

· #393207
ברוך שפינוזה: נישט צו פארקריכן. אבער יאשקע'ס נאכפאלגערס האבן יא אויסגעריסן די תורה. זיי זאגן אז ער האט שוין מכפר געווען אויף אלעם. און מ'דארף שוין מער נישט האלטן די תורה...און זיינע פארעהרערס ווי בערנארד שפינוזה פון אמסטערדאם איז אויך געווען איינער פון זיי. דערפאר האט מען איהם טאקע געלייגט אין חרם...!

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 10, 2018 9:04 pm

· #393208
berlbalaguleh
ברוך שפינוזה: נישט צו פארקריכן. אבער יאשקע'ס נאכפאלגערס האבן יא אויסגעריסן די תורה. זיי זאגן אז ער האט שוין מכפר געווען אויף אלעם. און מ'דארף שוין מער נישט האלטן די תורה...און זיינע פארעהרערס ווי בערנארד שפינוזה פון אמסטערדאם איז אויך געווען איינער פון זיי. דערפאר האט מען איהם טאקע געלייגט אין חרם...!

מעגליך, איך האב נאר געוואלט פארשטיין געבן פארוואס יאשקע פאנדריק איז נישט אינטרעסאנט, און ברוך שפינוזה יא.
צוריק צו פריער. איינער וואס קען זאגן אויף הרב קוק ימח שמו, איז א כופר-מין-אפיקורס-שר"י-ימ"ח-עפ"ל-וכו' וכו'

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 10, 2018 9:20 pm

· #393212
ברוך שפינוזה: מיט דעם ערשטן טייל פון די עקוועישן ביניך מסכים מיט דיר 100%. אבער נישט מיט דעם צווייטן טייל...!

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 12:13 am

· #393224
[ציטאט אראפגענומען]

וואס דו האלטסט וועגן מיר, איז בכלל נישט אינטרעסאנט, וואס איז יא אינטרעסאנט, ווען דו וועסט אראפנעמען די חלה דעקל פון דיין קאפ און זיין גרייט צו איינזען אז הרב קוק איז געווען אן ערליכע איד א קדוש וטהור.

cictim » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 3:56 am

· #393227
ברוך שפינוזה

וואס דו האלטסט וועגן מיר, איז בכלל נישט אינטרעסאנט, וואס איז יא אינטרעסאנט, ווען דו וועסט אראפנעמען די חלה דעקל פון דיין קאפ און זיין גרייט צו איינזען אז אין דיר [דער ניק שפונז'ה] איז דא אן ערליכע איד א קדוש וטהור.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 5:10 am

· #393230
cictim
ברוך שפינוזה

וואס דו האלטסט וועגן מיר, איז בכלל נישט אינטרעסאנט, וואס איז יא אינטרעסאנט, ווען דו וועסט אראפנעמען די חלה דעקל פון דיין קאפ און זיין גרייט צו איינזען אז אין דיר [דער ניק שפונז'ה] איז דא אן ערליכע איד א קדוש וטהור.

דאס ווייס איך שוין פונלאנג, און ס'פונקט גענוג אז איך ווייס עס, ס'עט גארנישט נשתנה ווערן ווען ער וועט אויסגעפונען, משא"כ הרב קוק.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 5:28 am

· #393231
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
אויף דער עיקר נושא פון הרב רייזמאן, האב איך זיך געטענה׳ט מיט מענטשען דא אין לעיקוואד אז דער שוידער אונזערע איז נישט אין פלאץ. מיר אידען זענען נישט געבענטשט מיט אזא מדה פון אפטיילען אידיאלאגה מיט מענטשליכקייט. מיר נעמען אלס אן ביהרג ואל יעבור, און אלס גייט ביז צום עקסטרעם. א חידוש אז זיי מיינען טאקע אז א מחלוקת אין הנהגה מיינט הותר דמם.

א סאטמארער איד, א ת"ח, אין לעיקוואד האט מיר פארציילט אז ווען ר׳ יצחק מאיר לוין איז אוועק, איז עס געווען אין זוממער און טייל בחורים אין קעמפ האבען זיך געפרייט\געטאנצט. דער סאטמארער רבי האט צוגערופען ר׳ נתן יוסף און איהם פארגעהאלטען. ר׳ נתן יוסף האט געזאגט אז די בחורים כאפען נישט (בבחינת מ׳זאגט די טאכטער מ׳מיינט די שנור) דער חילוק, און ווען זיי הערען דער רבי האקען אזוי אויף זיי, מיינען זיי אז דאס איז אלס.
דער סאטמארער רבי האט עס אבער נישט געקויפט "ניין, זיי קענען פארשטייען. ער איז א איד א שומר תורה ומצוות געווען, און מיר האבען נאר געהאט א חילוקי דעות".

אבער וואס האט ער פארשטאנען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נעגעל וואסער » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 9:11 am

· #393237
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
די מעשה פארציילט ר' מנשה אין זיין שיעור

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 9:47 am

· #393240
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
איך האב געהערט פון איינער וואס איז לכאורה געווען אין קעמפ. די דרשה האב איך לכאורה שוין פארגעסען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 1:31 pm

· #393267
[ציטאט אראפגענומען]

איך וויל מעורר זיין אן אינטרעסאנטקייט פון די דרשה. קנאות מיינט געווענדליך ווען א מענטש קאכט פייער פאר זיין באשעפער, אדער פאר סיי וועלכע זאך, און ער איז גרייט צו גייען ביז'ן סוף דאס אויפצוווייזען. למשל ווען א מענטש זעט א צווייטען באגייט אן עוולה אין ביהמ"S, ער טשעפערט איינעם, ער רעדט אין מיט'ן דאווענען, ער קוקט צו שטארק אין מקוה. רוב מענטשען קוקען די אנדערע וועג, און זיי זאגען 'עה, עס איז נישט מיין געשעפט, יענער וועט סייווי נישט פאלגען, איך וויל דאך חתונה מאכען די קינדער' און נאך תירוצים. א קנאי שווייגט נישט און ער טוט וואס עס פעלט אויס. אזוי אויך אין ביזנעס. ווען ער זעט זיין בעלעבאס גנבנ'ן אדער דרייען א צווייטען, וועט ער עס נישט פארשווייגען ,ער וועט טוהן וואס עס פעלט אויס, אפילו קעגען זיין אייגענע אינטערעסען.

דער ראזענבערגער האט עפעס א בליק אויף 'קנאות' וואס ראטעוועט מענטשען, וואס לויט דעם דאס עסען לאטקעס (לאודועי בעלמא, אין א"י מיינט לאטקעס נישט געריבענע קארטאפעל וואס מ'פרעגעלט און מ'עסט עס מיט סמעטענע אדער עפעל קאמפוט, נאר וואס מיר רופען אן פאנטשקעס, געפרעגעלטע טייג מיט גוטע זאכען פארוויקעלט דערין) איז גאר א קנאישע זאך צו טוהן. דאס איז פנחס אין אונזער דור, אז מ'טיילט און מ'עסט לאטקעס! דאס נעמט אוועק חרון אף פון דער וועלט.

אזא מין קרומקייט, אפגעזען פון דער מיינונג אויף הרב שטיינמן, איז א המשך פון דער פארטיישע אידישקייט וואס די מענטשען לעבען דערין, וואס אלע תורה'דיגע מושגים זענען פארוואנדעלט געווארען אין א פארטיי. גארנישט מיינט נישט איהר אריגינעלען באדייט. אלס דינט דער פארטיי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 1:41 pm

· #393271
ליטוואק פון בודאפעסט: דו ביסט גערעכט. אבער ס'איז לאו דוקא פארטיי אינטרעסן. דער הרב ראזנבערגער שליט"א (יא, עטץ קענט מיך שיסן. ווארפן שטיינער אויף מיין קאר און מיין באס. איי דאונ'ט קעיר) איז א פאררוקטע בריאה. א פארשוין מיט פארקרומטע דיעות. ואת"ל אז ער קען לערנען. דאמאלס איז ער א ת"ח שאין בו דעת...! א פשוט'ער פערד...! איך וואונדער מיך אז ווען ס'וועט קומען זיין צייט און די מענטשן וועללן מאכן סעודות און מ'וועט טיילן דאונאטס און לאליפאפס און איהם צוזאמשעלטן און זאגן אז דאס איז דער רצון ה'.אןן זאגן אויף איהם ימח שמו. וויאזוי וועט דאס געפעללן פאר זיינע קינדער...?!

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 1:43 pm

· #393272
ס'זעט מיר אויס, אז דאס אויסטיילן די אזויגערופענע לאטקעס דארף אויך צו זיין אזא מין מחאה קעגן די געזונטהייטס מיניסטער ר' יענקל ליצמאן. והמבין יבין...

נקודת-אמת » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 2:12 pm

· #393273
.

שושן פורים » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 3:23 pm

· #393276
ליטוואק פון בודאפעסט
[ציטאט אראפגענומען]

איך וויל מעורר זיין אן אינטרעסאנטקייט פון די דרשה. קנאות מיינט געווענדליך ווען א מענטש קאכט פייער פאר זיין באשעפער, אדער פאר סיי וועלכע זאך, און ער איז גרייט צו גייען ביז'ן סוף דאס אויפצוווייזען. למשל ווען א מענטש זעט א צווייטען באגייט אן עוולה אין ביהמ"S, ער טשעפערט איינעם, ער רעדט אין מיט'ן דאווענען, ער קוקט צו שטארק אין מקוה. רוב מענטשען קוקען די אנדערע וועג, און זיי זאגען 'עה, עס איז נישט מיין געשעפט, יענער וועט סייווי נישט פאלגען, איך וויל דאך חתונה מאכען די קינדער' און נאך תירוצים. א קנאי שווייגט נישט און ער טוט וואס עס פעלט אויס. אזוי אויך אין ביזנעס. ווען ער זעט זיין בעלעבאס גנבנ'ן אדער דרייען א צווייטען, וועט ער עס נישט פארשווייגען ,ער וועט טוהן וואס עס פעלט אויס, אפילו קעגען זיין אייגענע אינטערעסען.

דער ראזענבערגער האט עפעס א בליק אויף 'קנאות' וואס ראטעוועט מענטשען, וואס לויט דעם דאס עסען לאטקעס (לאודועי בעלמא, אין א"י מיינט לאטקעס נישט געריבענע קארטאפעל וואס מ'פרעגעלט און מ'עסט עס מיט סמעטענע אדער עפעל קאמפוט, נאר וואס מיר רופען אן פאנטשקעס, געפרעגעלטע טייג מיט גוטע זאכען פארוויקעלט דערין) איז גאר א קנאישע זאך צו טוהן. דאס איז פנחס אין אונזער דור, אז מ'טיילט און מ'עסט לאטקעס! דאס נעמט אוועק חרון אף פון דער וועלט.

אזא מין קרומקייט, אפגעזען פון דער מיינונג אויף הרב שטיינמן, איז א המשך פון דער פארטיישע אידישקייט וואס די מענטשען לעבען דערין, וואס אלע תורה'דיגע מושגים זענען פארוואנדעלט געווארען אין א פארטיי. גארנישט מיינט נישט איהר אריגינעלען באדייט. אלס דינט דער פארטיי.

איך פארשטיי נישט, אויב קנאות מיינט רצון השם אפגעזעהן די אייגענע אינטערעסן און קאנסעקווענצן, און לשיטת ראזענבערגער איז רב שטיינמאן געווען א מסית ומדיח, וואס גייט אריין אין כלל פון באבוד רשעים רנה, ספעציעל אויב דורכדעם ווערט אריינגעבאקן אין די קינדער זיך נישט צו דערשרעקן פונעם המון עם וואס האלטן איהם פאר א גדול און וועלטס פארלוסט, וועלכע קען נאך צו ברענגען אז זיי זאלן זיך רעכענען מיט זיין שיטה.....
איז פארוואס איז עס נישט קנאות?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 6:35 pm

· #393291
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
א קנאי געווענדליך הייבט זיך העכער די חשבונות הרבים צו טוהן די ריכטיגע שריט. עסען לאטקעס איז גארנישט אזא דערהייבונג, בפרט מיט פיינע דזשעם צו קאסטערד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 7:57 pm

· #393296
נקודת-אמת
.

דער לייק איז פאר ידידנו הרב געוואלדיג. אז ער האט געמעקט דיין תגובה...נאכאמאל, א יישר כח מעומק הלב אז ס'איז דא א מענטש וואס נעמט זיך די מיה צו האלטן ארדענונג אז קאווע שטיבל זאלל האבן א פנים. און נישט זיין קיין אגענדא-געטריבענע סוער...!

שושן פורים » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 9:18 pm

· #393300
ליטוואק פון בודאפעסט
א קנאי געווענדליך הייבט זיך העכער די חשבונות הרבים צו טוהן די ריכטיגע שריט. עסען לאטקעס איז גארנישט אזא דערהייבונג, בפרט מיט פיינע דזשעם צו קאסטערד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אויב רצון השם לשיטתו פארלאנגט א סעלעבראציע, וויאזוי דען זאל ער סעלעברירן?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 9:43 pm

· #393301
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
אבער מיט קנאות האט עס נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שושן פורים » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:03 pm

· #393302
ליטוואק פון בודאפעסט
אבער מיט קנאות האט עס נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כ'האב מורא דו מישסט אויס קנאות מיט סיגופים.

ווען ער וואשט זיך ווען צו א סעודה פון חלה, קאטשעניו, קוגל און קאמפאט, וואלסטו עס אנגעקוקט אנדערש?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 12, 2018 5:00 am

· #393318
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
קנאות דארף מיינען א שטעלונג אן חשבונות. אז מ׳איז גרייט מיט די שטעלונג צו ריזיקירען אלס וואס מ׳האט און וויל, ווייל די שטעלונג איז העכער אלעם. ווען עס קומט צוזאמען מיט א פיינע סעודה, איז עס גאנץ חשוד.

(קאטשיניו איז קוים א מאכל, ׳כמיין פארגליווערטע פיש זאפט וואלט דאך קיינער נישט געלאזט אינדערהיים איבערנעכטיגען. מיט אן אונגארישער ווארט, ווערט עס נישט ראוי לאכילה. דאס איז אפשר יא א קנאות) (כוכב, איז דאס אויך א חלק פון מיין וויסטע שנאה?)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג יאנואר 14, 2018 12:39 pm

· #393366
הגם איך בין נישט א קנאי, האלט איך אז לדעתם זענען זיי גערעכט, כלומר, ווייל ר' שטיינמאן איז גראדע געוועהן א גאון עצום און א בעל מדות און א מסתפק במועט וואס האט מקיים געוועהן דער פת במלח וכו' כפשוטו ממש, איז דאס נישט בכלל מחייב פאר קנאים וואס האבן א שיטה אין אידישקייט וואס זיי האבן מקבל געווען פין דורות הקודמים וויאזוי און ווען מחלק צו זיין אן אויף וועמען מען דארף אכטונג געבען אז ער ברענגט אריין דעות כוזבות לדעתם.

רב שטיינמאן הגה"ק זצ"ל וכו' וכל הטויזענטער כינוים איז געגאנגען מיט א טריט ווייטער, און ער האט געהאלטן שיטות וואס לדעתם איז כפירה וכו'. איז ממילא דארפען זיי טוהן וואס זיי טוהן.

אוודאי זענען די וואס זענען מחולק מיט כל עיקרם פין די קנאים טייטלען מיט די פינגער מיט ראיות ברורות אז זיי זענען ליגנערס וכו', אבער כל זמן איינער פין די קנאים זעלבסט זאגט נישט אז רב שטיינמאן קומט נישט דער התנהגות איז דאס גארנישט מיט נישט.

לגבי רב רייזמאן, חוץ פין דעם וואס ער איז בעלזא און דער זעלבע טינופת וואס זענען גארנישט בעסער מיט זייערע עקסטרעמע זאכען, אבער ער האט נישט וואס אריין צורעדען אין די קנאים'ס לאגער, ווייל ער איז זעלבסט נישט קיין קנאי, און זיי האבן נאך אלטע חשבונות מיט זיי כידוע.

און דער וואס פארשטייט פארשטייט אז דער בעלזער רב דארף שוין נישט אליין רעדען, ער האט געטרייע שלוחים ווי רב רייזמאן וואס רעדן פאר אים, און זענען נוקם נקמתו מיט א איצטלא פין שלום ואמת.

רב רייזמאן רעדט נישט אזעלכע דיבורים טאמער ער איז לכל הפחות נישט געדעקט פין בעלזער רב אליין אז ער זאל דאס זאגען, אויב איז ער נישט קיין מצווה ועושה, ויותר נראה לי אז ער איז באפוילן דירעקט.

און אונז נאראנים שטייען און זענען זיך מפלפל כאילו ווער עס איז גערעכט, ווען דער בעלזער רוקט אריין אין די עדה און לאכט א גוטס.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 14, 2018 2:05 pm

· #393370
רבותיי:איך זוך דעם דיססס-לייק באטט'ן. אוודאי איז ר' אליהו , איש דורות שנים עשר ראו עיניו בארעכטיגט צו זיין אפיניאן, ווילאנג ער שרייבט נישט אזוי ווי זיינע קאלעגעס, איש את רעהו, ימים ידברו, וכל שום וחניכא דאית להו.

אבער ווען ער זעהט אז די מציאות פראסקעט אין פנים. די אסונות אין בית שמש שרייען אריין אין די אויערן פון א יעדן נארמאלן איד מיט די העכסטע קולות אז עפעס אן עוולה איז דא באגאנגען געווארן און מ'האט נישט מוחה געווען דערויף. און ס'קומט א איד און ער ווייזט אן וואס די עוולה איז. און וואס מ'דארף צו טון כדי עס מתקן צו זיין. זענען נאך דא אזעלכע ברואים וואס זייער פארדרייטע און פארקרומטע גירסא דינקותא לאזט זיי נישט טראכטן גראד. און זיי זענען פאר'עקשנ'ט אז דאס איז א בעלזער, און נאכאמאל א בעלזער, און דער בעלזער, (כלשונו) זאך. און זיי וויללן נישט תשובה טון. אט דאס איז דאך די קליפה פון עמלק. אשר קרך בדרך. צו זאגן אויף אלעם אז ס'איז א מקרה. אין די תוכחה שטייט אויך...."ואם תלכו עמי בקרי"...די דוממע, פאררוקטע אומוויסנדע ברואים זענען ככלב שב על קיאו. זיי האלטן זיך מיט זייערע עבודה זרה'ס. און זיי מאכן זיך בלינד צו די מציאות. און צו די מאמרי חז"ל איבער די הארבקייט פון בזיון ת"ח. זיי ווארטן ביז ס'וועט ח"ו זיין נאך א גרעסערער חרון אף, היל"ת. ממילא פארשטייט א יעדער נארמאלער מענטש אז מ'קען זיך נישט רעכענען מיט זיי...!

נ.ב.: דער עכטער אליהו איז טאקע געווען אן איש אשר דורות שנים עשר ראו עיניו. אבער דער איצטיגער זעהט דאך נישט קיין ד' אמות פאר זיין פנים וואס ס'טוט זיך. ווייל ער איז פון די אנשים אשר הוכו בסנוורים...!

אישתישבי » זונטאג יאנואר 14, 2018 4:18 pm

· #393377
ר' בערל

די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.

שושן פורים » זונטאג יאנואר 14, 2018 4:55 pm

· #393379
אישתישבי
ר' בערל

די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.

מיר אידן זענען באשאנקען געווארן מיט צוויי קעגנזייגטיגע געדאנקן, יד השם בגלוי, און הסתר פנים. יעדער טייטשט אריין קורענט איווענטס לויט זיין פון פאראויס פראגראמירטע שיטה

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:17 pm

· #393382
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
עס איז זייער אינטרעסאנט צו באמערקען אז דער רוק ביין פון די קנאישע שיטה איז גאר דער דעמאקראטישע גלויבונג אז יעדער איז בארעכטיגט צו א שיטה. ווען זיי וואלטען נישט געהאט דער איינפלוס פון אמעריקאנער ווירדען, וואלטען זיי קיינמאל נישט זיך געוואגט צו רעדען אזוי.

אלענפאלס, איך וואלט קיינמאל נישט געווען אזוי זיכער אז די טראגעדיעס זענען אן עונש פאר סיי וואס. אבער געווענדליך ווען א מעמטש כאפט א קלאפ, נעמט ער זיך באטראכטען זיין לעבען. ער קען שוין איינזע׳ען אז נישט אלס איז אזוי פשוט, מען לעבט נישט אזוי לייכט. ווען א קנאי לייגט צו זיין קאפ צו וואס טוט זיך, פארשטייט ער גלייך אז זיין שיטות זענען גארנישט אזוי פעסט באזירט, ער קען האבען א הרגש, אבער דאס איז גארנישט אויפגעוויזען. יענער׳ס אפיקורסות איז גארנישט אויפגעוויזען, נישט די פאקטען און נישט די שיטות. ווען ער כאפט אן ערנסטע מינוט, פארשטייט ער דאס. און דאס אז יעצט האבען זיי נישט געכאפט אזא ערנסטע מינוט, איז גאר א שטארקע טענה אויף ווי ערנסט זיי זענען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אישתישבי » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:25 pm

· #393383
באמת?

און אונז זענען בעסער?

ווען עפעס געשעהט ביי אונז האבן אמאהל די ראשי העדה פאר א מינוט געקלערט אז זיי דארפען מאכען א חשבון הנפש אויף זייער התנהגות? עס איז אייביג די צניעות ביי די פרויען און די מאגאזינען און צייטונגען ביי מענער, אמאהל, און היינט די סמארטפאנס.

רייזמאן זאגט אז עס איז א נייע זאך, און אמת, עס איז ניי אז מען זאל נעמען א טראגעדיע און אויסניצן אויפצוווייזן אז יענעמס שיטה טויג נישט.

בכלל זענען טראגעדיעס נישט קיין ראי' אויף גארנישט, מען קען פראבירן תשובה צו טוהן, אבער ווייזען מיט די פינגער אויף יענעם איז א אכזריות שאין כמוהו. ווען דער אויבערשטער ווייל שיקען א מעסעדזש אויף די לאטקעס הרג'ט ער נישט אומשולדיגע קינדער, נאר רב ווייס אליין, אדער דיין ראזענבערג, צו די מנהלים וואס האבן געטיילט לאטקעס. און ער קומט אין חלום צו הונדערט מענטשען זאגען אז ער טוט עס צוליב שטיינמאן. כל זמן דאס געשעהט נישט קען איך זאגען אז די קינדער זענען ל"ע געשטארבן ווייל בעלזא גייט צו די בחירות.

שושן פורים » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:26 pm

· #393384
ליטוואק, כ'האב מורא אז דו באטראכסט קנאות פון א נישט קנאישע פערספעקטיוו און וועסט עס קיינמאל נישט פארשטיין.

איך, הגם איך בין ווייט פון קנאות, און איך דיסאגרי מיט יעדע זאך וואס קנאות שטייט פאר, בין איך אבער דאנקבאר אז איך בין אויפגעצויגן געווארן אין א קנאישע שטוב, דאס האט מיר געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט קנאות פון די נאנט, נישט נאר די התנהגות נאר אויך די געדאנקן גאנג מיט אלעס הינטער דעם.

יעצט, פונקט אזוי ווי ביי די פייער טראגעדיע אין פלעטבוש האט קיין שום ערליכע איד נישט געטראכט פאר א רגע אז אפשר איז דאס א מעסעדזש פון הימל אז מען ברויך אויפהערן עסן מצות פסח אדער היטן שבת, אזוי אויך פאלט דעם קנאי ניטאמאל איין אז די טראגעדיעס ביי זיי קומט צוליב זייערע מעשים

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:26 pm

· #393385
אישתישבי
ר' בערל

די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.

אישתישבי: דו מאכסט א טעות. איך ווייס נישט מיט א זיכערקייט פארוואס די אסונות זענען געקומען. אבער איך בין גרייט צו הערן און אריינטראכטן אין ליכט פון מאמרי חז"ל וועלכע רעדן איבער די הארבקייט פון בזיון ת"ח. ווייל א קעיגן פאקטן קענמען זיך דאך נישט מתווכח זיין. הרב שטיינמאן ז"ל איז דאך נישט געווען אויף איין דרגה מיט דעם אגד באס דרייווער אדער דעם שוסטער פון רחוב הירקון...!

שושן פורים » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:30 pm

· #393388
ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז זייער אינטרעסאנט צו באמערקען אז דער רוק ביין פון די קנאישע שיטה איז גאר דער דעמאקראטישע גלויבונג אז יעדער איז בארעכטיגט צו א שיטה. ווען זיי וואלטען נישט געהאט דער איינפלוס פון אמעריקאנער ווירדען, וואלטען זיי קיינמאל נישט זיך געוואגט צו רעדען אזוי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ניין! די קנאישע שיטה האלט אז דאס איז די איינציגסטע וועג, און הלוואי זאלן זיך אלע אנדערע אידן אזוי פירן.

די וועלכע פארענפערן קנאות אפילו זיי האלטן נישט ווי זיי, ואני בתוכם, קומט פון די דעמאקראטישע גלויבן אז יעדער איז בארעכטיגט פאר א שיטה.

אישתישבי » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:56 pm

· #393390
berlbalaguleh
אישתישבי
ר' בערל

די פארפאסט איין נקודה, דער עוולה איז נאר אן עוולה לדעתך, לדעתם איז עס נישט אן עוולה נאר א מצוה, איז בל כרחך די שרעקליכע אסונות וואס פראסקען אין פנים צוליב עפעס אנדערש, און זיי האבן זיך אייגענע פותרי חלומות וואס ווייסן פונקט מיט א זיכערקייט ווי די פין וואס עס קומט.

אישתישבי: דו מאכסט א טעות. איך ווייס נישט מיט א זיכערקייט פארוואס די אסונות זענען געקומען. אבער איך בין גרייט צו הערן און אריינטראכטן אין ליכט פון מאמרי חז"ל וועלכע רעדן איבער די הארבקייט פון בזיון ת"ח. ווייל א קעיגן פאקטן קענמען זיך דאך נישט מתווכח זיין. הרב שטיינמאן ז"ל איז דאך נישט געווען אויף איין דרגה מיט דעם אגד באס דרייווער אדער דעם שוסטער פון רחוב הירקון...!

עס פאסט נישט פאר א חכם כמותך צו זאגן אזעלכע רייד.אוודאי איז ר' שטיינמאן א תלמוד חכם, אבער לדעתם איז ער נאך עפעס, איך וויל עס נישט שרייבען אליין, סא וואס פונקטליך איז דיין פוינט?

רב העלבראנץ איז אויך געוועהן א ריזין תלמיד חכם, און איך געדענק אז בשעתו האסטו פלענטי חוזק געמאכט. איז וואס איז דא געשעהן אז די בזיון התורה קיצעלט אייך אזוי?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:59 pm

· #393391
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
שושן פורים - ווארשיינדליך ביסטו געהאדעוועט געווארען אין אן אמעריקאנער קנאישע שטוב, וואס איז געווענדליך א תמימות׳דיגע נאכפאלגערשאפט פון א רבי און א קנאישע גאנג. די חברה האבען נישט געטיילט לאטקעס. דאס קומט פון די איזראעלי לאגער, וואס איך קען גאנץ פיין, און דארט איז עס עפ"י רוב אן אויבער חכמה און א לינק׳קייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ברוך שפינוזה » זונטאג יאנואר 14, 2018 7:00 pm

· #393392
שושן פורים

ניין! די קנאישע שיטה האלט אז דאס איז די איינציגסטע וועג, און הלוואי זאלן זיך אלע אנדערע אידן אזוי פירן.

די וועלכע פארענפערן קנאות אפילו זיי האלטן נישט ווי זיי, ואני בתוכם, קומט פון די דעמאקראטישע גלויבן אז יעדער איז בארעכטיגט פאר א שיטה.

יעדער איז בארעכטיגט צו זייער שיטה, אין אנדערע ווערטער יעדער איז בארעכטיגט צו זיין משוגע, אבער א משוגענער איז ער. און יעדער האט רעכט צו אויסרופן הויעך, "דער איז א משוגענער".

אישתישבי » זונטאג יאנואר 14, 2018 7:18 pm

· #393394
בכלל איז דער הנחה אז קנאות איז געבויט אויף דעמאקראטיע נישט ריכטיג.

קנאות האלט נישט אז יעדער איז בארעכטיגט פאר א אייגענע שיטה, נאר מער אז מען טאר נישט נאך גיין דער שטראם וואס יעדער האלט און טוט, נאר מען דארף טוהן וואס איז ריכטיג (לדעתם זייערע שיטות) אפילו עס איז דער היפוך פין גאנץ כלל ישראל.

אישתישבי » זונטאג יאנואר 14, 2018 7:21 pm

· #393395
און דא קומט דער עיקר היפאקראטיע פין ר' רייזמאן, ווען דער עולם זאל וויסן ווי מען רודפ'ט אין בעלזא איינער וואס פארט קיין אומאן, אדער איינער וואס גייט צו קלוגער, וואלטן זיך דער האר פין קאפ אויפגעשטעלט, און ער האט די חוצפה צו זאגן אז אפילו עס איז דא חילוקי דעות דארף מען נאך אלץ האבן דרך ארץ.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 14, 2018 8:17 pm

· #393399
Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות
עס איז נישט נאר איהם, אונזער גאנצע געזעלשאפט איז געבויט אויף זעם אז אלעס איז ביהרג ואל יעבור, עקסטרעם ביז׳ן סוף. נישט יעדער טוט אזוי, אבער דער געזעלשאפט לויפט אזוי. זיין פערזענליכע היפאקריטעווע איז נישט נוגע דא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 14, 2018 9:58 pm

· #393402
אישתישבי
באמת?

און אונז זענען בעסער?

ווען עפעס געשעהט ביי אונז האבן אמאהל די ראשי העדה פאר א מינוט געקלערט אז זיי דארפען מאכען א חשבון הנפש אויף זייער התנהגות? עס איז אייביג די צניעות ביי די פרויען און די מאגאזינען און צייטונגען ביי מענער, אמאהל, און היינט די סמארטפאנס.

רייזמאן זאגט אז עס איז א נייע זאך, און אמת, עס איז ניי אז מען זאל נעמען א טראגעדיע און אויסניצן אויפצוווייזן אז יענעמס שיטה טויג נישט.

בכלל זענען טראגעדיעס נישט קיין ראי' אויף גארנישט, מען קען פראבירן תשובה צו טוהן, אבער ווייזען מיט די פינגער אויף יענעם איז א אכזריות שאין כמוהו. ווען דער אויבערשטער ווייל שיקען א מעסעדזש אויף די לאטקעס הרג'ט ער נישט אומשולדיגע קינדער, נאר רב ווייס אליין, אדער דיין ראזענבערג, צו די מנהלים וואס האבן געטיילט לאטקעס. און ער קומט אין חלום צו הונדערט מענטשען זאגען אז ער טוט עס צוליב שטיינמאן. כל זמן דאס געשעהט נישט קען איך זאגען אז די קינדער זענען ל"ע געשטארבן ווייל בעלזא גייט צו די בחירות.

אישתישבי: די התאחדות הרבנים טוט עס די גאנצע צייט. סיי ווען (ווען אימער, אויף די יעקישע שפראך) ס'געשעהט ח"ו א טראגעדיע זענען זיי די ערשטע ארויסצושפרונגען און אויפווייזן אז די טראגעדיע/ס זענען ל"ע געשעהן צוליעב יענעם יחיד'ס אדער יענע גרופ'ס עבירות. אבער קיינמאל נישט צוליעב די מיסברויכן אין די אייגענע מחנה. און אויב שוין יא אין די נאנטע קרייזן דאמאלס איז עס מינדערוויכטיגע פרטים. אויך וואס יענער דארף פאררעכטן. ווי דער עירוב. אדער די רויטע טורבאנס מיט וואס די נשים צדקניות גייען אנגעטון. אבער קיינמאל נישט די זיופים ביי השגחות אדער די פאלשע. יא, פאלשע דיני תורה וואס קומען מיט שוחד, פאר'ן הויפט קאפיטאן. וואס איבער דעם זאגט די תוה"ק און די גמ' איז מפרש אז ס'קומט זייער הארבע עונשים, רח"ל. אדער די היפאקריטישקייט פון שרייען מיט גרויסע קול קורא'ס און רופן צו הפגנות ווען א נארישע פרוי אויף ליע עוו. מאכט אויף א קליידער סטאר און ס'איז נישט גוט פארהאנגען די דיספלעי ווינדאו. ווען אין די זעלבע צייט, אין אנדער'ן עק פון די עיר הקדשה וויליאמסבורג איז דא א סטאר וואס פארקויפט בגדי נשים און מיט נעמען פון נשים און בילדער פון די בגדים הענגען אינדרויסן בריש גלי. אז ווען די הייליגע מענער גיייען דארט פארביי קענען זיי נאך אמאל ח"ו נכשל ווערן מיט מחשבות זרות. ואין פוצה פה ומצפצף. ווען איך האב אנגעהויבן א ביסל חוקר צו זיין די סיבה פארוואס די פירצה ווערט פארשוויגן דורך די אפיציעלע אינסטאנצן. האב איך אויסגעפונען אז די פרוי וועלכע איז די אייגנטומערין פון דעם געשעפט איז די טאטכער פון דעם גרויסן לוחם מלחמות ה' הרב ר' יוסל בן מרים וואלדמאן. נו, אז ער איז לוחם מיט אונזער גרעסטן שונא מעג ער און זיין משפחה טון אלעס וואס זייער הארץ באגערט. און דעריבער איז אין פוצה פה ומצפצף...! ער איז נאר מצפצף ווען א איד טראגט מיט'ן עירוב. און ער קומט ל"ע אום אין אן עקסידענט. דאמאלס קומען ארויס די גרויסע פאשקוויללן מיט די פסוקים פון תורה וועלכע זענען צוגעפאסט צום מצב...!

ימים ידברו » זונטאג יאנואר 14, 2018 10:22 pm

· #393404
אני הקטון ננס לגבי ענק א קעגין פה מפיק מרגליות הרב הגאון מנשה שליט"א איך מיין אז די טראגעידעס זענען געקימען, אויב ממעג זאגען, ובפרט יעדער זאגט, האב איך אויך קליינע מענטשלע, וואס מוסיף צו זיין, די מחלמה כבידה צווישען דוד שפירא מיט יעקב קניבסקי ווער עס איז דער יחיד הדור וואס דאס איז זיכער א זייער גרויס ווייטוג צו ארויס נעמען אזעלכיע האקעלע מחלוקה'לך און רשות הרבים, וואס יעדער האט ליידער געזעהן ביי די לעדערמאן הספד, דאס איז זיכער גורם א גרויסע חליול שם שמים וחילול ובזיון גדולי ישראל, וואס דאס איז איין איינציגע חטא וואס לשיטתו של מרן הגראי"ל ויורשו לשיטת דודש וואס ממיז און ממעג מוחה זיין, אויף חילול שבת ווייסען מיר שוין די הוראת חינוך פון די נייע מרן לצד א' אז מטאר נישט וואס איז לעצטענס שטארק נתפרסם געווארען, אוז א וודאי אויף די זאך איז יא א מצוה צו הרגנען מענטשען, נו אז מהרגט נישט אליינס הרגט מען פון אויבען רחמנה ליצלן, סוי, מדארף תשובה טוען שנעך און זיך מאחד זיין צו מקבל מרות זיין און פאראייניגען די גאנצע יעטיד פארטיי תחת דגלו של מנהיג ויחיד הדור

אישתישבי » זונטאג יאנואר 14, 2018 11:08 pm

· #393410
העי, קענסט נישט זאגן אז דער אויבערשטער האט געהרגט די קינדער צוליב עבירות וואס זענען געקומען שפעטער.

בערעל

עס איז דא איין חילוק וואס די ברענגסט נישט ארויס, כלומר, אוודאי ווייזען אלץ מענטשן יענעמס עבירות נישט די אייגענע. אבער בדרך כלל וועט מען אנווייזן אויף עבירות וואס זענען אנגענומען אלץ פירצות, ווי צ.ב.ש. שייטלעך פריצות סמארטפאנס, וואס די זאך איז זיכער נישט א מצוה ביי די קהילה וואס מען איז מעורר דערויף. (עירוב, איך געדענק באמת נישט מען זאל בלעימען טראגעדיעס אויך די עירוב), דו האט האב רייזמאן גענומען א טראגעדיע און געבלעימט א קהילה, אדער נאך מער, א מפלגה, אין כלל ישראל, און געטענה'ט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליב זייער התנהגות, וואס איז לדעתם א מצוה. דא איז ער ארויס חוץ מן הגדר וואס איז איינגעפירט בדרך כלל, הגם דער איינגעפירטע דרך איז אויך קוקו מעיקרא.

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 14, 2018 11:25 pm

· #393412
אישתישבי

דו האט האב רייזמאן גענומען א טראגעדיע און געבלעימט א קהילה, אדער נאך מער, א מפלגה, אין כלל ישראל, און געטענה'ט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליב זייער התנהגות, וואס איז לדעתם א מצוה. דא איז ער ארויס חוץ מן הגדר וואס איז איינגעפירט בדרך כלל, הגם דער איינגעפירטע דרך איז אויך קוקו מעיקרא.

כבר היה לעולמים, געווען אפאר יאר צוריק א טראגעדיע ווען דריי בחורים זענען געהארגט געווארן ר"ל, האט א געוויסע רבי (גראדע מיט א קירבת משפחתית צו רב רייזמאן'ס פארטיי) געזאגט אז זייערע עלטערן זענען שילדיג אין די טויט פון זייערע קינדער צוליב זייערע מתנחלישע שיטה פון וואינען אין די שטחים. דארט איז טאקע געווען מער א לאגישע צושטעל ווי א הימלישע, אבער ס'האט א געוויסע ענדליכקייט צו רייזמאן'ס פארדאמונג.

שושן פורים » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:20 am

· #393416
שמעון וואלף

קיין שום צושטעל, די מחאה דורכן קרוב משפחה האט געשטימט לאגיש, עס האט בלויז נישט געהאט קיין פשט צו זאגן אין יענעם זמן.

די איצטיגע פארדאמונג איז בלויז הימליש, און קיינער גייט נישט מודה זיין דערצו אויב איז עס אין קעגנזאץ צו זיינע עקרי הדת.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:32 am

· #393418
אישתישבי: דו רופסט אן די מעשים פון די אזויגערופענע קנאים..."א פארטיי'אישע מיינונגס פארשידנהייט"...בזיון ת"ח איז נישט קיין פארטיי'אישע זאך ווייל חז"ל האבן גערעדט אקעיגן דעם. און דו קענסט דאך נישט מאכן הרב שטיינמאן אויס ת"ח. און די קעגנערישע פארטיי (להבדיל) צו חז"ל זענען געווען די צדוקים און יאשקע'ס תלמידים. און איך מיין אז דו וואלסט דיך נישט געואלט ציילן אלס א מיטגליעד אין זייער פארטיי...! ממילא קען דאס עובר זיין אויף אזהרת חז"ל בשאט נפש נישט אנגערופן ווערן א מיינונגס פארשידנהייט. ערליכע אידן קענען זיך נישט ערלויבן דעם לוקסוס...!

אישתישבי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 8:51 am

· #393423
ר' בערל

כ'האב שוין פראבירט פריער, וועל איך נאכאמאל, קודם בין איך נישט קיין בעלזער און נישט פין די קנאים, אבער דאס מיינט נישט אז ווייל איך בין נישט א קנאי ווערט אטאמאטיש רייזמאן גערעכט. בדרך אגב, איך הער צו רייזמאן, איך האב ליעב זיינע שיעורים, און ווידעראמאל, דאס מיינט נישט ער איז גערעכט.

האלסט אין איין זאגען בזיון תלמיד חכם, איז רב שטיינמאן דער איינציגסטער תלמיד חכם בדורנו וואס האט באקומען אפאר בזיונות ווי טיילען לאטקעס? די ווייסט אז אין די תולדות'ן שעלט מען אים זעלבסט שוין יארן לאנג? מען פלעגט נעמען זיינע ספרים וכו', נישט וויכטיג, ער איז געוועהן ביי זיי פיל ערגער פין א תלמוד חכם. עס איז דא מענטשן וואס הלכה'דיג מעג מען און מוז מען מבזה זיין, און הרה"ג ר' שטיינמאן זכרונו צדיק לברכה און ל"ע געוועהן לדעתם פין די מענטשן. אלזא האלסטו טאקע אז דער אויבערשטער נעמט דריי קינדער און נעמט זיי פין די וועלט צוליב דעם וואס דער סעקטע איז מבזה איינער וואס איז לדעתם א ..... אלץ ווייל לדעתך איז ער תלמיד חכם.

חוץ מזה, ענטפערט ביטע, ווי איז דיין אויסשרייען ווען אין בעלזא איז מען מבזה רב קלוגער? ווען מען איז מבזה ברסלב? ווען מען איז מבזה מאכניווקא? דעמאלס איז אלעס אקעי, דער חרון אף האט זיך אויפגעוועקט דוקא ביי דער תלמוד חכם און דער בזיון?

זייט נישט נאריש, אבער מישען זיך ביי יענעמס שיטות און טענה'ן אז יענער איז שולדיג אין הרג'נען קינדער וכו' איז א מעשה גרוע. נאך פיל ערגער פין דער צאפ אין שוהל וואס שרייט אז דער וואס רעדט ביים דאווענען איז א רודף ווייל ער הרג'ט מענטשן, ממילא איז הותר דמו, ווייל דער וואס רעדט ביים דאווענען טוט אויך אן עוולה לדעתו, אבער דא איז ער אראפ פין די גלייזען.

ימים ידברו » מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:44 am

· #393438
איש תשבי, א טריט אויף צוריק ווען די אמאליגע בעלזא האט מבזה געווען דער הייליגער מנחת אלעזר, און אים גמסרט אין קארט, אדער די היינטיגע בעלזא דער גאב"ד דער מנחת יצחק, וואס אזי נאך געווען אזא תלמיד חכם ווי אלע היינטיגע גדולי ישראל, אדער דער קאשויער רב, אדער ווען מ'האט געלאזט אויף רחוב אגריפס ווארטען דער סקולענער רבי זי"ע און אים מכבד געווען צו זינגען און זיך געקוליערט פאר געלעכטער, אדער פאפא רב ז"ל און זיי מבזה געווען ווען זייער הייליגער מנהיג איז געווען ניטאמאל 25 יאר, דאס אלעס פארשטייט הרב הגאון הקדוש רבי מנשה רייזמאן אז דאס איז ריכטיג און דעת תורה, און קליינע קינדער זענען נישט געטארבען און ספעלט זיי גארנישט, נאר ווען 5 פאריקטע קנאים עסן דאונאטס ערב חנוכה שטארבען קינדער,
הרב רייזמאן יש לי לך כל הכבוד אבער דאס איז נישט צום זאך, סארי

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:56 am

· #393441
ימים ידברו: יעצט איינמאל ביניך כמעט מסכים מיט דיר. בעיקרון. אין פרינציפ ביניך יא מסכים מיט דיר. ווייל שעלטן און מבזה זיין ערליכע אידן (אדער קיין שום איד) ברבים און זיי טשעפענען איז א גרויסע עבירה. און אויב ווערט עס געטון אין נאמען און מיט די הסכמה פון דעם געוויסן מנהיג. דאמאלס טראגט ער די אחריות כלפי שמיא...!

ווער זאגט דיר אז פאר די אמאליגע בעלזא'ער מסירה אויף מונקאטש זענען נישט געווען קיין סייד עפעקטס...?!

ימים ידברו » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:05 pm

· #393443
ווען בערל בעל עגלה געט מיר גערעכט ווער איך זייער נתרגש! שכוח בערל, אבער וואס די פרעגסט צו סגעווען סייד איפעקט, איך בין נישט און הימעל, איך פרעג הרב רייזמאן,
בדרך אגאב וועל איך דערציילען א אמתע געשיכטע, אין שיכון סקווירא איז געווען ב' ניסן תשכו צוויי יאר פאר די פטירה פון הרה"צ רבי יעקב יוסף מסקווירא זצ"ל ס'פטירה און סגעווען א שרעקליכע שריפה די בית המדרש מיט די ס"ת, מהאט געמאכט א תענית ותפלה און הגר"מ ניישלאס האט געשריבען א גאנצע צעטיל וואס מען דארף תשובה טוען, מהאט עס אריינגעטראגען צו רבי יעקב יוסלע זצ"ל האט ער אלעס אויסגעשטראכען און געשריבען בזה"ל כל אחד ישיב על נגעי לבבו, ער האט נישט געהאלטען פון זאגען פאר דעס פאר יענץ יעדער דארף תשובה טוען אויף זיינע פראבלעמס, הרב רייזמאן יעדער נישט נאר די 5 קנאים נישט נאר בעלזא יעדער האט תשובה צו טוען, איר הערט! שכוח

אישתישבי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:10 pm

· #393445
נו שוין, זעהט אויס אז דער חרון אף וואס רב רייזמאן רעדט, איז פין זיין אייגענע חרון אף, און עפעס האט ער א קאננעקשען מיט דער רבש"ע אז זיי האבן חרון אף'ס צוזאמען, ממילא האט דער חרון אף אויסגעשלאגען דוקא דא.

שמע מינה אז שולדיק איז גאר רב רייזמאן אליין, ווייל ווען ער זאל נישט האבען דער חרון אף וואלטן די קינדער קיינמאל נישט געשטארבן. איז ער דאך דער רוצח.

גאנצל » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:40 pm

· #393447
מחאה :

אזוי ווי מ'איז דא סומך די שפלות פון טאנצן בי א איד'ס פטירה אז דאס האט שייכות מיט קנאות שפיא איך אז איך ברויך מוחה זיין דערויף קנאות מיינט מקנא זיין קנאות ד' מיט מוחה זיין אויף יענעם'ס שלעכטע טריט אבער האט גארנישט מיט די עקלדיקייט פון טאנצן ביי א צווייטן איד'ס לוי'

רבינו הק' דער שר הקנאים האט נישט געטאנצן ווען הרב קוק איז אוועק

ובזה יצאתי ידי חובתי

ביסייד די פוינט אז הרב קוק האט אנגעפירט בפומבי בלתי ספק די גאנצע מזרחיסטישע מאוומענט -און פונדעסטוועגן איז געווען א בקשו רחמים צעטיל דורך די עדה החרידית ווען ער איז נישט געזונט געווען- און דא ביי הרב שטיינמאן איז בכלל נישט קלאר זיין שיטה איבער דעם ענין פון נחל

סאו עס האט מיט קיין קנאות נישט שייכות

ובזה יצאתי עוד הפעם .......
בלאט: 1 2 3 4 5 6