אויסלופטערען האט אן אייגענעם מיין, כפי דער שיעור וואס ס׳פעלט אויס. נאר א מאווי איז עפעס מער ווי אויסלופטערען, דאס איז א סארט ליגען אין דער זאך. מ׳פארשטייט אליינס אז עסען איז א מיטל צו זיין געזונט און צו האבען כוחות. ס׳איז אויך א וועג אביסל זיסער צו מאכען דער לעבען צו קענען בייקומען די סטרעסס פון לעבען. אבער ליגען אין עסען און ווערען א foodie פאסט בכלל נישט פאר אן ערנסטע מענטש. ס׳איז א קטנות און א שפלות וואס א בעל דעת ושכל וואלט געמעגט שטייען העכער דערפון. אזוי אויך איז דאס ליגען אין א מעשה דמיון פון א שעפערישע שרייבער א סארט ליגען אין הבלים, ער איז אינו עוסק בישובו של עולם כלל. דאס איז א פאר שעה, נישט עפעס אן אפרו.
ליטוואק, איך פארשטיי יא וואס די זאגסט און איך האלט אויך אזוי. איך פלעג אמאל יא וואטשן א מאווי, אבער זייט יוטוב קען איך שוין כמעט נישט וואטשן. ס'פילט זיך זייער ליידיג און אויסגעשפילט. אפשר אמאל א קאמעדי קליפ. ( אפשר האסטי נישט דאס געמיינט)
איך האב שוין באקומען פיל ידיעות און פארשידענע סאבזשעקטס, פון סייענס צו מעכאניקס צו ביזנעס, און אלעס און-צווישן. (נאכנישט אנגעקומען צו גראמאטיק, ועוד חזון)
דא האט איר א אינטערעסאנטע קליפ וואס ווייזט וויזוי איינער האט אויסגענוצט זיין איבעריגע צייט און וואס ער האט אלץ אויפגעטון. הגם, איך וואלט אביסל אנדערשט גענוצט מיין צייט. [/youtube] צו ספורטס האב איך סתם אזוי קיינמאל נישט פארשטאנען ווי קען א מענטש פארברענען אזויפיל צייט און הערן ווער האט געגעבן דעם באל צו וועם.., אבער אפשר פארשטיי איך נישט אלעס. ס'שוין געווען אמאל ווען איינער האט מיך אנגעקוקט ווי איך בין געפאלן פון די לבנה ווייל איך האב נישט געקענט ענטפערן ווער ס'גייט שפילן יענע נאכט
וואלווי, איך בין מסכים אז אמאל אמאל מאכט נישט אויס, איך האב נישט געמיינט אז ס׳איז אן עבירה. איך מיין די כסדר׳דיגע קוקן און מיטהאלטן מיט שאוס. איך זאג אליינס אז איך פארשטיי די רייץ, און איך בין נישט קיין צדיק, נאר ס׳קומט מיר כמעט נישט אויס. אבער דער עקרון מיין איך דארף אויסגעשמועסט ווערן אז מ׳זאל פארשטיין די געפיהל.
האסט אנגעפאנגען דיין אשכול איבער די שאו'ס וואס ווערט לעצטנס ארויפגעלייגט, און אויף דעם האסטו עס באטיטלט מיט אסאך מינע נעמען, איך ווייס נישט פינקטליך וועלכע שאו די רעדסט פון, איך האב נישט ארויפגעלייגט קיין סיי-פיי וכו' און קיין איין פאלטשע מאווי, בסך הכל האב איך ארויפגעלייגט ריאליטי/דאקומענטרי וכו', וואס איז די פראבלעם פון די שאו'ס? און איך וועל מיך פרובירן צי האלטן צי די ליניע, לשיטתי
מאווי'ס האב איך נאכנישט געזען קיין איינס, איך ברעך פון מאווי'ס אפילו נאכגעשפילטע טי-ווי שאו'ס וואס זענען באזירט אויף א מעשה, אדער אינגאנצן נאכגעשפילט, אויב איז עס נישט קרוב אל האמת קען איך עס נישט וואטשן,
ווידעראום א מאווי ווי one of us, האט נישט קיין שום פראבלעם עס צי וואטשן,
איך זאג נישט אז מען וועט ווערן א גאון פון וואטשן טי-ווי שאו'ס, און קיין עושר אויך נישט, אבער סתם זיך צי לופטערן, פארוואס נישט,
אבער נאכאלץ טראכט איך אויך אז רוב עולם ניצט מאוויס אומריכטיג, אבער נישט מער אומריכטיג ווי זיי ניצן סתם אזוי זייער שכל,
הוגה - הלואי ווען איך האב נישט קיין תאווה דערצו. אבער ס׳איז נישט אזוי. אוי ווי ס׳רייצט זיך ביי מיר, הן מאוויס הן נאוועלס. איך בין פשוט געקומען צו די הכרה אז די אפשיי איז לאו דוקא א אידישע, עס איז פשוט א מענטשליכע. און דיין שפראך אז מ׳געבט זיך אויס מיט א בלאט גמרא איז נישט ווייניגער פארגרעבט וכו׳ פאסט בכלל נישט. נאר איינער וואס האט קיינמאל נישט געלערנט, צו נאר געחלומ׳ט דורך א בלאט גמרא, קען אזוי רעדען. מיט׳ן לערנען א בלאט גמרא האסטו אויפגעטוהן, ביסט געווארען א בעסערע מענטש, א מענטש וואס ווייסט קלארער וואס זיין געטליכע פליכטען זענען. מיט׳ן צולייגען אביסל ספייסעס צו דיין סטעיק, האסטו אויפגעטוהן אז בין רגע פון עסען האסטו אן אנדערע געפיהל אין מויל, דו זעסט טאקע נישט די חילוק?
און דער צושטעל צו ר׳ נחמן איז מביא לידי גיחוך. ער האט געמיינט אז מ׳זאל טאקע אפלערנען די מעשיות ווי די תורות. נישט אז דאס זיך אויסשפרייטען אויפ׳ן קאוטש מיט א גרויסע שיסעל פאפקארן דערלעבען און זיך ליינען א פאר שיינע מעשה׳ס פון א בת מלך איז העכער פון די תורות.
טרויבן88 - איך קען טאקע נישט די שאויס וואס דו האסט געלייגט. איך האב געזען די קעפעל און עס האט מיר געמאכט אומבאקוועם, אז עס פאסט נישט פאר אונז. טאמער עס איז טאקע ווי דו זאגסט, בעט איך דיר איבער. נאר משנה לא זזה ממקומה, מיין מיינונג אויף אלגעמיינע מאוויס און שאויס איז נאך אלס אזוי.
און דער אמת איז, אז אלעס ווענד זיך אין דער תכלית, א מענטש האט געזעהן א מאווי און ארויס גענומען פין דעם א מוסר השכל אין מדות טובות, צו וויאזוי צו האנדלן ערליך וכו', על זה נאמר צדיקים ילכו בם, האט ער געלערנט א בלאט גמרא צו א סימן אין חושן משפט און ווייסט ווי אזוי ער קען יענעם באגאנווענען צו ער קען יענעם מבזה זיין ד.ה. ער לערנט לקנטר וכו', על זה נאמר ופושעים יכשלו בם.
געבען א בלענק טשעק פאר מחשבה, פילאסאפיע, איז נישט ריכטיג. סדא מענשען וואס קאכן זוך און מחשבה, א חלק ווערן סתם יוסף דעת יוסף מכאוב, א חלק טוען סתם מענטעל מעסטערבעשן, העלפט נישט און שאד נישט. אודאי אויב איז דא עפעס מער תכליתדיג אויפציטאן זאל מען נישט פארברענגען די צייט. און אויפטאן אליין איז סאבדזעקטיוו ביי יעדעם מיינט דאס עפעס אנדערשט.
אין הכי נמי. שכל און מחשבה זענען נישט מיין עבודה זרה, כאטש איך בין דאס זייער מחשיב. איך ברענג נאר ארויס אז דער געדאנקענגאנג אז יעדע הנאה איז אייניג איז נישט ממש אויסגעהאלטן פון א מאראלישע שטאנדפונקט.
די מחלוקת איז, איך האלט אז דאס ליגען אין יענעמ׳ס פיקציע איז א זלזול אין די מדרגה פון דער בחיר הנבראים דער מענטש, וואס קען נוצען זיין מעלות צוצוקומען צו גדולות ונצורות. אויף אויסלופטערען האב איך נישט קיין טענה. (א ווידיאו פון דער בעש"ט עסען, פאר אנדערהאלב שעה, איז אויך אביסל איבערגעטריבען. ווען ער זאגט תורות צו פסקנ׳ט שאלות צו פארענטפערט שווערע רמב"ם׳ס איז עס נישט אזוי).
נאטורליך זענען מיר נישט געבויעט אריינצונעמען אזויפיהל סענסארי אינפוט וואס מיר נעמען היינט אריין אין אפילו א קורצע וויילע. סיי צוליב די פיזישע לימיטעישאנס, סיי צוליב פארשידענע פארעמען פון אינפוט זענען ארטיפישעל - ניי פאבריצירט. לבי אומר לי אז די חושים פון די אלטען זענען פיהל אויסגעשפיצטער געווען. די טעמפטעישאן און עדיקשאן צו די קאנסומפשען פון אינפארמאציע איז זעכער אייביג געווען. אפשר אבער איז די מח מער פיקעל ווי מיר מיינען און זי ווערט שנעל (אויסגעמיטשעט איז נישט די ווארט) מיד פון 'נישט מסיח דעת זיין.' ד.ה. "נישט לערנען איז די נסיון נישט לערנען איז די נסיון - ווייס וואו די קאמע געהערט.."
לאבהורי בעלמא - נאך א פאר אישי׳ס, וויל איך דא ארויס ברענגען אז איך קום נישט משפט׳ן די מענטשען אלס נידריגע מענטשען. נאר די מעשה. איך האב פונקט אזא תאווה ווי יעדעם און נישט אייביג שטייט מען ביי, הגם אז עס איז זעלטען וואס די געלעגנהייט קומט מיר אויס. אבער מיין געפיהל נאכ׳ן טוהן איז ווי אויבענדערמאנט, אז איך האב מיר פארפליישיגט.
א קומזיץ/בוטע איז אויך נישט משיג צו זיין פאר א מענטש מיט שכל? אדער נגינה און הרגש איז א קונסט וואס האט יא פלאץ ביי די אלפא איד.
און אז מ'רעדט שוין, די ברכת יעקב איז פיל מיט ברכות פאר א שפע פון: געלט, עשירות, וויין און געשמאַקע עסן. נישט ברכות צו זיין בעלי מחשבה און מחברים פון דיקע בענדער ספרים.
שכר ועונש און די תורה ווערט אויך געמאסטן מיט ריינע גשמיות נישט מיט בחינות פון צדיקים יושבין ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה. מ'איז דאך אויף א עולם הזה. מאוויס אדער הנאה האבן פון א פעינטינג איז עולם הזה הנאה פונקט ווי די תאווה פון זיין שבט ביהודה אדער דן ידין עמו כאחד שבטי ישראל. אפגערעדט פון זיין די לענדלארד אויפן חוף היום און האבן אויגן רויט פון הענגאווערס.
צו האלטסטו טאקע אז א גוי וואס עסט נישט לכבוד שבת קודש אויב האט ער שכל איז נישט דא פלאץ פאר גשמיות אויף זיין וועלט?
את חטאי אני מזכיר איך האב אויך קיינמאל נישט געגליכן קיין פיקציע מאוויס צוליב עטליכע סיבות אבער ליינענדיג יעצט וואס איך פארפאס אלס זעה איך אז ס'נישט מער ווי עצת היצר און מ'וועט זיך בעז"ה מתגבר זיין.
א קומזיץ/בוטע איז אויך נישט משיג צו זיין פאר א מענטש מיט שכל? אדער נגינה און הרגש איז א קונסט וואס האט יא פלאץ ביי די אלפא איד.
און אז מ'רעדט שוין, די ברכת יעקב איז פיל מיט ברכות פאר א שפע פון: געלט, עשירות, וויין און געשמאַקע עסן. נישט ברכות צו זיין בעלי מחשבה און מחברים פון דיקע בענדער ספרים.
שכר ועונש און די תורה ווערט אויך געמאסטן מיט ריינע גשמיות נישט מיט בחינות פון צדיקים יושבין ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה. מ'איז דאך אויף א עולם הזה. מאוויס אדער הנאה האבן פון א פעינטינג איז עולם הזה הנאה פונקט ווי די תאווה פון זיין שבט ביהודה אדער דן ידין עמו כאחד שבטי ישראל. אפגערעדט פון זיין די לענדלארד אויפן חוף היום און האבן אויגן רויט פון הענגאווערס.
צו האלטסטו טאקע אז א גוי וואס עסט נישט לכבוד שבת קודש אויב האט ער שכל איז נישט דא פלאץ פאר גשמיות אויף זיין וועלט?
דו זאגסט עטליכע טענות.
1. א קומזיץ\באטע איז עפעס א העכערע סארט פארוויילונג ווי סתם זיך אנפרעסען. עס איז א זאך וואס דרוקט אויס די מעלות פון א מענטש איבער א בהמה. עס האט אויך מעגליך א פאר תכליתים, ווי כבוד שבת, דיבוק חברים, מעורר זיין הרגשים צו גוטע זאכען. איך בין נישט פערזענליך באהאפטען מיט די סארט זאכען, ממילא האב איך זיך קיינמאל נישט באטייליגט אין די זאכען (לאפוקי מדעת די וואס טענה׳ן אז איך רעד נאר פון מיין געשמאקען).
2. דאס וואס די ברכות אין תורה זענען עוה"ז איז שוין ברייט אויסגעמשועסט. ס׳גלויבט זיך שווער אז חכלילי עינים מיין, מיינט אז מ׳זאל האבען געשמאקע הענגאווערס כפשוטו ממש. ׳כמיין דאס ווינטשט מען אויף א שונא נישט קיין זוהן. און דער דן ידין וגו׳ זענען דאך טאקע דערהויבענער סארט ברכות. מיר זענען צוגעוואוינט אז א טאג אין וואס מ׳האט געארבעט שווער און ערליך און פארדינט אפאר דאללאר, איז אן אויסגעהאלטענעם טאג, מ׳האט עז נישט פארפאטשקעט. די תורה בענטשט די אידען מיט אסאך העכערס, אז דער גשמיות וועט בכלל נישט זיין קיין פראבלעם, אלס וועט גייען לייכט און מיט׳ן שפיץ רואיגקייט. מ׳עט קענען לעבען א לעבען אן די דאגת הפרנסה. עס איז א זאב וואס איז אונז אוממעגליך כמעט פארצושטעלען וואס איז דער מנוחה פון א פאלק היושב על אדמתם וואס שטימט אקוראט לויט זייער געברויכען.
3. דיין שאלה וועגען א גוי איז ריכטיג. א גוי וואס עסט אויף אלע באקען, אן א חשבון פון געזונט צו וואס, איז אויך נידריגע ווי דער וואס עסט נאר להחיות נפשו. איך האב גארנישט געמיינט קיין אידישליכע סארט טענה, נאר א מענטשליכע.
סקען טאקע זיין אז אסאך מענטשען (אפשר אפילו רוב מענטשען) וועלן מעהר הנאה האבן צו וואשטען א געים ווי זיך זעצן לערנען וועגן אטאמס און מאליקיולס וכו׳ אבער די תוכן דערפון איז אנדערש. ווען די וואטשסט א געים ווערסטו גארנישט קלוגער חוץ אז דו ווייסט אינפארמאציע וועגן די ספעציפשע געים ווידער ווען די וואטשסט עפעס מיט ׳תוכן׳ בלייבסטו לעולם ועד קלוגער, סאיז אזויווי לערנען עפעס.
א ספורטס געים מאכט נישט די מענטש קלוגער, סהאלט אים נאר פארנומען ווידער אז א מענטש לערנט זיך עפעס ווערט ער קלוגער, און וואס מעהר מענטשען אויף די וועלט ווערן קלוגער און פארשטיין סייענס איז עס א טובה פאר אונז אלע. נאר אזוי איז מען אנגעקומען אז איך קען יעצט קאמיוניקירן מיט דיר אן אפילו וויסן ווער דו ביסט און וויאזוי דו קוקסט אויס.
לכאורה, אפילו ווען מ׳וויל זיך אויסלופטערען און זיך אפרוען, כאפט זיך א חילוק צווישען א דערהויבענע מענטש און א נידרידע, אוןאין די זעלבע מענטש באשטייט אמאל ביידע בחינות. א דערהויבענע מענטש האט הנאה פון העכערע זאכען, א לייכטער שמועס מיט א בעל תוכן, א מעשה ביכל פון טיפערע מעשה׳ס, מער קאמפליצירטע מוזיק, א שיינעם שפאציר אין א קאלירפולע גארטען, זאכען וואס זענען מרחיב דעתו של אדם. א נידריגע מענטש האט נידריגערע סארט׳ן תאוות, און ער פארוויילט אויף א נידריגערע סארט וועג. איך האב פארברענגט מיט א פאר דערהויבענע בעלי מדרגה, און זייער שמועסען און זיך אפרוען איז אויך אויף א סטאנדארד, נישט נאר ביים לערנען.
איך ברענג זיך אלס משל. איך טוה נישט קיין מצוות מיט׳ן שרייבען דא אין שטיבעל, נאר אביסל פארוויילונגס במשך די ארבעט און אנגעצויגענקייט פון די טאג. איך וואלט געוואלט זאגען אז איך שרייב בעיקר דענקפולע זאכען, נאר ס׳מאכט זיך מ׳ווערט פליישיג און מ׳לאזט זיך אריין אין אן אהרן זלמן לייב שלעגעריי. מיין נידריגקייט דרוקט זיך דארט אויס. און דערנאך שפיר איך ביי זיך טאקע פארפליישיגט, וכנ"ל.
איך מיין אז פארן איז א נידריגקייט פון די אקטרעס זעלבסט, און א מענטש מיט א חשיבות פאר די מענטשהייט דארף זיך עקלען צו זעהן ווי איינער טוט זיך אויס זיין/איר גאנצע מענטשליכע חשיבות.
ולא עוד, אלא דאס קוקן שמוץ טוט דאך שטערן די נארמאלע באציאונגען מיט א באליבטע, אדער היינט אדער שפעטער. איינער וואס ווארפט אוועק אן עתיד פאר א קורץ טערמיניגע הנאה, איז א בהמה, כמ"ש הרמב"ם אויף דער וואס פיהרט זיך אויף נישט געזונט.
און באופן כללי, אזא דערהויבענע טיפע זאך ווי די ליבשאפט צווישן צוויי מענטשן ווערט ביליג געמאכט דורכ'ן אנרירן שלא במקומו. ווען מ'שלעפט אוועק די מצוה פון איהר טיפקייט, האט מען פיהל מער פארשוועכט ווי ווען מ'עסט שלא לשמה וכדו'.
איך האב א פראבלעם מיט פארן ווייל מיין תורה לאזט עס נישט.
ווי שטייט אין דיין תורה אז פאָרן איז נישט ערלויבט?
די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז נאר אויב מען גלייבט אין מאראל, דאס הייסט מען גלייבט אז עס זענען דא זאכן אויף דער וועלט וואס זענען ביסודו גוט אדער שלעכט, דאס איז וויאזוי חז"ל האבן געקענט ארויסלערנען פון ונשמרתם מכל דבר רע אז מ'טאר נישט טראכטן קיין מחשבת זנות. ווייל זיי האבן געגלייבט אין מאראל און געהאלטן אז הרהור טראכטן פון פרויען איז שלעכט, האבן זיי פארשטאנען אז ווען די תורה רעדט פון שלעכטס מיינט ער זאכן וואס זענען מאראליש שלעכט. אויב גלייבסטו נישט אין קיין מאראל, איז דאס אוממעגלעך צו וויסן אפילו מיט א גאט און א תורה, וויבאלד מען קען נישט וויסן אויב גאט וויל בכלל מאראלישקייט פון דיר, אפשר איז גאט נאר מקפיד אויף געוויסע חוקים און האט גארנישט מיט מאראל? אפשר רופט ער שלעכטס וואס דו מיינסט איז גוט?
עס איז אבער קלאר נישט אזוי, די גאנצע תורה איז אויסגעשטעלט צו רעדן פון מאראלישקייט וואס מענטשן פארשטייען פון זיך אליינס, די תורה נעמט אן מיט א פשטות אז מענטשן ווייסן וואס עס מיינט גוט און שלעכטס, קדושה און טומאה, ער דארף עס נישט מסביר זיין, ווייל מאראל איז עפעס וואס האט גארנישט מיט א תורה אדער רעליגיע, עס איז עפעס וואס אויב גלייבט מען דערין טוט מען עס אן א גאט, און אויב לייקענט מען דערין איז מען ערגער ווי א חיה אפילו אויב איז מען מקיים כל התורה כולו. (אין די ספרים ווערט עס אנגערופן א נבל ברשות התורה.)
הוצאת שכבת זרע איז נישט קיין שלעכטע זאך על פי תורה, קיום מצוות עונה איז א מצות עשה דאוריתא, די מושג אז קרי בלילה איז שלעכט איז אלס זרע לבטלה, וואס האט גארנישט מיט טומאה צו טוהן, נאר איז בלויז א מאראלישע פראבלעם.
די וועג וויאזוי חז"ל האבן געטראפן אז זרע לבטלה איז א פראבלעם על פי תורה, איז ווייל זיי האבן עס שוין פארדעם געהאלטן פאר א פראבלעם, און פילע פעלקער אפילו אזוינע וואס האבן קיינמאל נישט געהערט פון א תורה האלטן אויך אזוי. איינער וואס האלט נישט אז זרע לבטלה איז א פראבלעם, וועט נישט טרעפן אין תורה א רמז כל שהוא אז די תורה האט עפעס דערקעגן.
איך האב א פראבלעם מיט פארן ווייל מיין תורה לאזט עס נישט.
ווי שטייט אין דיין תורה אז פאָרן איז נישט ערלויבט?
די איינציגסטע וועג דאס צו וויסן איז נאר אויב מען גלייבט אין מאראל, דאס הייסט מען גלייבט אז עס זענען דא זאכן אויף דער וועלט וואס זענען ביסודו גוט אדער שלעכט, דאס איז וויאזוי חז"ל האבן געקענט ארויסלערנען פון ונשמרתם מכל דבר רע אז מ'טאר נישט טראכטן קיין מחשבת זנות. ווייל זיי האבן געגלייבט אין מאראל און געהאלטן אז הרהור טראכטן פון פרויען איז שלעכט, האבן זיי פארשטאנען אז ווען די תורה רעדט פון שלעכטס מיינט ער זאכן וואס זענען מאראליש שלעכט. אויב גלייבסטו נישט אין קיין מאראל, איז דאס אוממעגלעך צו וויסן אפילו מיט א גאט און א תורה, וויבאלד מען קען נישט וויסן אויב גאט וויל בכלל מאראלישקייט פון דיר, אפשר איז גאט נאר מקפיד אויף געוויסע חוקים און האט גארנישט מיט מאראל? אפשר רופט ער שלעכטס וואס דו מיינסט איז גוט?
עס איז אבער קלאר נישט אזוי, די גאנצע תורה איז אויסגעשטעלט צו רעדן פון מאראלישקייט וואס מענטשן פארשטייען פון זיך אליינס, די תורה נעמט אן מיט א פשטות אז מענטשן ווייסן וואס עס מיינט גוט און שלעכטס, קדושה און טומאה, ער דארף עס נישט מסביר זיין, ווייל מאראל איז עפעס וואס האט גארנישט מיט א תורה אדער רעליגיע, עס איז עפעס וואס אויב גלייבט מען דערין טוט מען עס אן א גאט, און אויב לייקענט מען דערין איז מען ערגער ווי א חיה אפילו אויב איז מען מקיים כל התורה כולו. (אין די ספרים ווערט עס אנגערופן א נבל ברשות התורה.)
@שמערל.
די תורה שבעל פה איז פונקט אזוי מסיני ווי די תורה שבכתב, און די חכמים האבן נישט געמאכט דרשות און פירושים אויף די תורה פשוט ווייל אזוי איז געווען די דעפיניציע צו יענע צייט אין די אלגעמיינע וועלט, אבסאלוטלי נישט! די חכמים האבן 'מקבל' געווען א פירוש אויף די תורה און ס'איז נתגלה געווארן אין געוויסע צייטן (דאס שרייבן די ראשונים, נישט קיין אייגענע השערה).
ביי אונז אידן ווערט נישט טוב און רע דעפינירט לויט ווי אזוי די אלגעמיינע וועלט באשלוסט, ביי אונז וועט געי מערידזש אלץ בלייבן געמיין (ביז אפשר אז מ'וועט אונז גוט פארטושען דעם מוח אז זיי זענען פשוט אזוי געבוירן, מיט די אלע אנדערע נאנ-סענס תירוצים, וואס די זעלבע פארטיידיגער זענען נישט גרייט צו נוצן אויף א פעדאפייל). ביי אונז ווערט עפעס טוב אדער רע לויט ווי אזוי די תורה האט אפגעמאכט, מציצה בפה איז א הייליגע מנהג, און גיין אנגעטוהן האלב נאקעט אויפן גאס איז א עקל.
דיין מורה דרך אויף מאראל שטייט אויף הינערנע פיס, 80 יאר צוריק זענען אינגן און מוידן געזעצן אפגעטיילט אין קלאס, א טיטשער האט נישט געטארט גיין מיט א קלייד קורצער פון די קני, און נישט געטארט רעדן הויעך צו מענער (האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט 'פרויען רעכטן', די פרויען זעלבסט האבן געוואלט און געשעצט אזא לעבנסשטייגער). היינט ברויך מען שוין לאזן א קוקו וואס האט זיך דערקלערט פרוי, נוצן די פרויען בעסקיסע (איינער פארשטייט נאך פארוואס מ'דיסקרימינירט און מ'האלט אויף 2 עקסעטער בתי כבוד בכלל?)
מיין מורה דרך איז לא תהא מוחלפת ולא תהא תורה אחרת מאת הבורא יתברך שמו.
דא האב א צוויי בלאט וואס איך האב אמאל געטראפן אנליין וואס איז מבאר די מקור האיסור, אבער צו מאכן א שארטקאט, די איסור פון מביא לידי הרהור איז זיכער דא בלי שום פקפוק.
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו ענטפערסט מיר, איך טענה אז ווען די תורה זאגט ועשית הישר והטוב איז עס א ציווי צו טוהן דאס וואס מענטשן באטראכטן מאראליש אלס ישר און טוב, לויט דיר איז עס אוממעגליך צו פארלאנגען פון א מענטש, און די תורה רעדט פשוט נישט צו זאך.