ליטוואק פון בודאפעסטלעצטענס מערק איך אז מ'האט ארויפגעלייגט פארשידענע טי.ווי. שאוס און איך וויל דער ענין אויסשמועסען.
מיר זענען אלע אויפגעהאדעוועט אז טעלעוויזשען איז טרייף און מאוויס זענען גוייש, און די יונגערע דור האט אויך געהערט אז אינטרנט איז ביהרג ואל יעבור. אלזא, ווען מ'ווערט עלטער און מ'זעט איין אז דער אינטרנט איז גארנישט ביהרג ואל גארנישט, נאר א חלק פון לעבען, ווערט מען אביסל לייכטער אין אלע עניינים.
איך וויל אבער נישט רעדען פון די תורה שטאנדפונקט דוקא, נאר פון א מענטשליכע. אבער מענטשליך איז עס נאכאלס נישט.
נעם עס נישט פערזענליך דו קוקסט אויס צו זיין א קלוגער מענטש און א אנגעגעזעהנע ניק אבער פון די צווייטע זייט קומט דיין אשכול נאמען אריבער מיט א שטיקל bigotry צו די פרייע וועלט און איך בלעים דיר נישט, מ'האט מיך אויך פארקויפט די זעלבע און ענליכע נאנסענס. איך בין שטארק מחולק מיט דעם הנחה "קוקן מאוויס פאסט עס דען..." דאס איז pure אידישע mockery אויף א.ג. זינלאזע מגושם'דיגע עוה"ז. אין מיין מיינונג קומט דאס
נאר פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט און כלל נישט פון קיין מענטשליכע, וואס לדעתי קומט נישט דא אריין. דו זאגסט עס אפילו אליין עטליכע שורות שפעטער:
ליטוואק פון בודאפעסטדאס קוקען מאוויס איז לדעתי א סתירה צום גאנצע
צלם אלקים
איז לאמיר עס צונעמען; א מענטש אין דורכשניט קען נישט לעבן פראדוקטיוו יעדע סעקונדע פון זיין לעבן, ערגעצוואו וועט ער עקספלאדירן. נישט קיין נפקא מינא ווי קלוג יענער איז. ס'איז אזוי ווי פרעגן א דאקטער אדער א פייערפייטער; זאג דו האסט דאך א כח צו ראטעווען מענטשן וואס ווייניג פארמאגן, פארוואס ביזטו נישט אין דינסט 24/7? יעדער פארשטייט ווי נאריש אזא פראגע איז. כ'מיין קיינער דא וויל נישט אז א פילאט זאל נאר דרייוון פליגערס יומם ולילה.
מ'מוז האבן א באלאנסירטע סדר היום, ארבעטן, דינען דעם אייבירשטען, עסן, ארומלאכן, רילעקסן, נעמען פויזעס, לערנען נייע זאכן, שפאצירן, אריינגיין, ארויסגיין, קאמיוניקירן מיט חברים אין א סאציאלע סביבה, אויסהערן די הארמאונס צעגערנישן מזמן לזמן, און יא צומאל קלאצן אויך! אז נישט ווערט מען צוקוועטשט און ס'פלאצט. ס'איז נישט קיין וואונדער אז רוב בחורים פירן זיך אויף ווי חיות, ווייל מ'גיט זיי נישט קיין שום ספארט ווי זיך אויסצוגעבן! פון די 13 ביז די 16 איז די לעבן כולו רוחניות... די fatigue און קאפוויי אין מיינע בחורישע יארן ביי א שווערע חזרה אן קיין שום stimulation צו די זייט וועל איך נישט פארגעסן אזוי שנעל, בפרט ווען מ'איז נישט פון דעם טייג געקנאטן צו זיצן איבער א גמרא 10 שעה א טאג.
צוריק צום ענין, ס'גייט טיפער ווי באלאנס; יעדע מענטש האט אין די מוח ארום 60 ניוראטרענסמיטערס וואס מ'ווייסט, און איינע פון זיי איז באקאנט אלס דאופעמין, וואס כ'גלייב מאנכע דא האבן שוין געהערט דערפון. יעצט ווען א מענטש טוט סיי וועלכע אקטיוויטעיט וואס געט פלעזשור, ווערט דאופעמין ריליסט, און דאס מאכט די מענטש ממש high כאילו ער נעמט א דראג אין א געוויסן זין וואס מאכט זיין ענערגיש און וואַך. צו זאל עס זיין דזשאגינג, שאפינג, געימינג, ספארטס, געמבלינג, סעקס, פארנאגראפיע, און אויך קוקן א געשמאקע מאווי. און אז די מוח פילט גוט שיקט עס א מעסעדזש פארן מענטש נישט אויפצוהערן דעם אקטיוויטעיט, און ס'מאכט אפילו א רעקארד ווען א מענטש טוט א געוויסע זאך וויאזוי ער פילט און ווען ס'פיקט אויף אז מ'טוט יעצט די זאך ווערט דאופעמין עודך אקטיוויזירט.. קומט אויס פון דעם אז א מענטש קען נישט בלויז נאכפאלגן זיין לאגישע דעת 24 שעה א טאג, אפילו מ'וויל נאר ער/זי מוז אויך טוהן זאכן לויט די ניוראטרענסמיטערס פארלאנגענישן. די זעלבע דאקטער וואס ראטעוועט מענטשן פון קענסער גייט אויך פאר א שעה'איגע מאסאדזש זיך אויסצוטשוכען די נערוון, און דער זעלבער פילאט שפילט אויך ווידיא געימס אין די ליידיגע צייט, איי דו ביזט דאך בעסער ווי דעם? נישט דא אזא זאך. ס'איז א need און ס'איז געזונט. און דאס וואס דו זאגסט אז מ'זאל זיך נאר באשעפטיגן מיט אינטעלעקט האט נישט קיין זין די מוח וועט עס נישט פארנעמען. מ'קען נישט אריינקעסטלן א מענטש. פאר א סיבה גייען וועטוראנען און ארעסטאנטן אויף אינטענס טעראפי ווען זיי קומען אהיים. און זיי האבן שוין יא טעלעוויזיע, און exercise equipment און אנדערע זאכן וואס האלט זיי פארנומען, ווייל ס'וואלט געווען שטערבליך אכזריות'דיג אוועקצורייסן די ביסל ברעין פלעזשור ווען די פיזישע קערפער איז שוין קאמפראמייזט אין אזעלכע אומשטענדן.