☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

132 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11992
בלאט: 1 2 3

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 9:58 am

· #390019
מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן
נ''ר שרייט געוואלד אז יעדער מלמד, יעדער מנהל, יעדער חסיד, יעדער מקוה גייער, יעדער רב, יעדער רבי, יעדער דיין, יעדער ארבייטס געבער, און בעיקר יעדער מעמבער פון א קהילה וואס האט עהם ארויס געווארפן (וואס דאס איז בעיסיקלי אלע קהילות) איז א פעדאפייל, יעדער איז א שיגץ, יעדער טיט מיט קינדער און מיידלעך מעשים אשר לא יעשו, יעדער חסידישער בחור האט שוין געזינדיגט מיט מיידלעך, יעדער איז פארדארבן, נאר ער איז געבוירן געווארן אכט געבן און מוסר זאגן פאר די וועלט, און לפי שיטתו קען מען נאר מוסר זאגן מיט רעדן מנוולות, ווייל אנדערשט פארשטייט קיינער נישט, לויט עהם דארף מען ארויס זאגן ברחל בתך הקטנה פון וואס מען רעדט, שטעלט זיך עטליכע פראגעס:
1- האט דיך אמאל געטאשט א מלמד/מנהל אין חדר?
2- האט דיך אמאל אלץ יונגל געטאשט א חתונה געהאטער איד אין די מקוה?
3- האט מאלעסטעישאן ערייכט עפידעמיק לעוועל, אדער איז דאס א יוצא מן הכלל ווי אלץ געווען?
4- קענסטו עמעצן וואס איז א מאלעסטער וואס דו ווייסט 100% נישט נאר מפי השמיעה?
5- קענסטו עמעצן וואס איז געווארן מאלעסטעט?
6- איז נ''ר א ערליכער אדער א פאלנער מנוול?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 10:22 am

· #390020
Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן
פון וואנעט ווייסט מען וואס איז אלץ געווען?

איך בין נישט געגאנגען אין מקוה אלס קינד צו בחור, און אפילו יעצט גיי איך נאר ערב יו"ט און טבילת עזרא. מיין קינדער גיי איך צוריק האלטען ערב יו"ט ביז ווילאנג איך קען. אבער געהערט פון אנדערע אז טאטשען אין מקוה איז בכלל נישט קיין זעלטענע ערשיינונג. פולקאמע מאלעסטעישען האב איך נישט געהערט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 10:40 am

· #390023
Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן
שמעתי וסיפרתי מאחורי הפרגוד. עיי"ש ותמצא נחת.

מיש-נייעס » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 10:40 am

· #390024
דאס וואס נ"ר שרייט איז נישט ווייל ער איז מניוול, און נישט ווייל ער איז גערעכט, רוב רובם פון אונזערע מלמדים זענען ערליך (געזונט) רוב קהילה מעמבערס זענען געזונט, רוב מקווה גייערס האבן ניטאמאל קיין צייט צו באאבאכטן וואס ער טוט זיך אינ'ם גאנצן ארום, אידישע קינדער זענען וואויל, און ווילן זיין וואויל, אידן רייסן זיך, און מיט די אלע שווערע נסיונות וואס דער איין און צוואנציגסטען צענטערי האט מיט זיך מיטגעבראכט, זיכן זיי, מי כעמך ישראל

אבער! א גרויסע אבער עס זענען ליידער דא געציילטע רוצחים עס איז נישט מוכרח אז דער רוצח גייט מיט א לאנגע ווייסע בארד און עס איז נישט מוכרח אז ער גייט געטרימט אדער געשעיווד

ליידער איז עס דא, און היות עס איז א שווערע ארבעט עס פעסטצושטעלן, סיי ווער זיי זענען, און סיי די ווארהייט פונ'ם ווערסיע פונ'ם קינד'ס מעשה, און סיי דאס שטילשווייגעניש וואס קינדער האלטן אין זיך לעבענסלענגליך ווען עס קומט צו די ענינים, וועגען דעם זיצן רוצחים אויף די פריי

ווען א מערדער לויפט ארויס פון תפיסה, און מען ווייסט ער דרייט זיך מיט א אנגעלאדענטע ביקס און ער דרייט זיך אין איינע פון אונזערע בעק יארד'ס איז א פאניק אינ'ם גאנצן שטאט, איי איז דעם דא 20 טויזענט רוצחים? ניין! איין מערדער! וואס מען ווייסט נישט ווי ער געפינט זיך און דאס שאפט א פאניק ווייל דער איין באוואפענטער איז עלול אומציברענגן הונדערטער און טויזענטער.

לענינינו! אפילו עס זאל נאר זיין 1 מלמד 1 טיטשער 1 בחור 1 מקווה גייער 1 קהילה מיטגליד וואס זאל ליידן אויף מחלת מאלעסטעשין און ער זאל זיך ארומדרייען אויף די פריי, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער מיר זענען אין א סכנה, מיר לעבן אין פאניק, יעדעס מאל אונזער זוהן/טאכטער גייט ארויס פון שטוב, אפשר איז ער דער וואס דער איין רוצח גייט היינט הרג'ענען

איז שרייען דארף מען שרייען אפילו עס איז נאר איין רוצח כ"ש וק"ו ווען עס איז ליידער מער רוצחים

די פראבלעם מיט נר איז אז ער איז אומסטאביל, און ער פירט זיין מערכה שלא על פי תורה, מכמה וכמה סיבות, און למעשה די שולדיגע בלייבן אויף די פריי, און זייער סאך אומשולדיגע זיצן אונטער גראטעס לכבוד זיין שטורעם

וואס די עצה איז יא ווייס איך נישט, אבער עס זענען זיכער דא קלוגע אידן וואס אויב זיי ווילן קענען זיי טרעפן דער עצה

א שטייגער ווי דער ראש ישיבה ר' יואל ראטה שליט"א וואס לערנט זיינע בחורים און קינדער וואס מען דארף טון מיט א מניוול א רוצח, און ווי אזוי מען בא'האנדעלט אזא איינעם

אבער ליידער איז ער א יחיד און אזוי ווי מען וויל איהם נישט הערן, וועלן מיר מוזן ליידן פון ביידע סיי פונ'ם רוצח וואס דרייט זיך אויף דער פריי און סיי פונ'ם אונסטאבילער וואס האט געעפענט די טיר פאר יעדע מיינע"ר טיענעידזשער וואס האט א קאנפליקט מיט א צווייטן איהם צו באגראבן על לא דבר

והנראה בעיני כתבתי

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 10:54 am

· #390025
איינציג: ייש"כ. דו האסט דא אויפגעברענגט זייער וויכטיגע נקודות וואס מ'דארף אלץ פרעגן (רעטאריש) איבער נחום. נאר ס'איז דא א מער פונדאמענטאלע שאלה וואס דער עולם, מכח איזו סיבה שהיא האט פארפעלט צו פרעגן די אלע יארן....נחום. ווער ביסטו דער וואס האטציך געשטעלט אלס שעריף און אפוטרופוס לעריות. און ער זעהט אין א יעדן מענטש און אין א יעדן ווינקל א פאטענציאלן אדער אקטואלן מאלעסטער.

לאמיר נאר א ביסל א בליק געבן איבער וויאזוי דער פארשוין האט פארברענגט זיין לעבן פון ווען ר'איז געווען א יונגערמאן. אין די פריים יארן פון זיין לעבן ווען זיינע הארמאנען האבן די שטערקסטע געארבעט. ר'איז ארום געפארן איבער די גאנצע וועלט, ווי אמעריקע , מערב אייראפע, ארץ ישראל און רוסלאנד/אוקריינא. ממש קיינמאל נישט געווען נאנט צו זיין ווייב און משפחה. אין די בעסטע יארן פון זיין יונגן לעבן. יא. זיין קאווער סטארי איז אז ר'איז ארומגעפארן איבער די וועלט אהערשטעללן און פאררעכטן מקואות. איז פארדעם איז ער אפגעזיצן יארן אין אוקריינא/רוסלאנד. און אין פלארידא און ארץ ישראל...איך וועל פרעגן בלשון המעטה ובלשון נקייה..."מהיכן ירק זה חי"...ער זאלל אונז נישט קומען און פארציילן באבע מעשיות אז ער איז א מלאך אלוקים און ער האט נישט די נארמאלע באדערפענישן וואס א נארמאלער מענטש האט...אלא מאי....! נו, פיהר אויס...א יעדער ווייסט די מסקנא. און אזוי ווי איינציג האט אונטערגעשטראכן אז דער מעטאד מיט וואס ער קאנטראלירט און זאגט מוסר פאר'ן עולם איז געהעריג ניבול פה פון דעם העכסטן גראד...!

ס'לויפן ארום שמועות אז זיין ווייב, חוץ אלע אנדערע איבלען און צרות וואס זי איז אדורך מיט איהם האט זי פשוט נישט געהאט א דאללער מיט וואס איינצוקויפן אין גראסערי. מ'רעדט שוין אפילו נישט וועגן צאללן שכר לימוד פאר זיינע קינדער אין ת"ת און אין סקול...!

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:12 am

· #390028
נחום ראזענבערג איז נישט א מנוול און נישט א ערליכער. ער איז אביסעל משוגע. שרייט ארויס אויף א טעמע וואס דארף א תיקון און ער נעמט עס און טרייבט עס אויף גאר שטארק מיט אינפארמאציע וואס איז נישט בדיוק, און ער שרעקט זיך נישט אונטעררייסען רבנים און עסקנים רביס ראש ישיבות, באמת שטארקע מענטשען, און די איינציגסטע סיבה פארוואס ער קען עס טוהן איז ווייל ער איז משוגע.

ב.ד.וו. ר' בערעל'ס טענה אויף נחום אז ער איז נישט געוועהן אינדערהיים איז שלא ממין הטענה, ווייל לאז זיין אז ער האט זיך געלאזט וואויל גיין פין באצאלטע זונות וכדומה האט עס גארנישט מיט מאנס זיין יונגע קינדער.

אבער עס איז זיכער אז מאלעסטעישען איז א זאך וואס איז דא, ווייל אונז זענען מיר אלע מענטשען בשר ודם, און ל"ע איז דער תאווה מצוי אז איינס פין כך וכך מענטשען האבען דער תאווה, און אפאר פין די מענטשען זענען פין דער סארט וואס זענען נישט קיין בעלי רחמנות, ממילא וועלען זיי ל"ע טוהן דאס ארגסטע מיט אונזערע קינדער.

פארשטייט זיך אבער אז אפילו ווען עס געשעהט, איז אייביג גרינגער מכחיש צו זיין דער מעשה, און זאגען להד"ם, ווייל צו דילען מיט דער אמת, און פטור ווערען א מלמד איז שווער, בפרט ווען ער איז א מלמד צו א מנהל פאר יארען (מאנרא יוכיח, ווען א ווידיא איז ארויס אז א מנהל האט געהאלטען א אינגעל צווישען די פיס, וואס דאס איז זיכער נישט אויסגעהאלטען, האבען מענטשען געזאגט אז עס איז אקעי, ער האט אהבה וכו') און עס איז אסאך גרינגער אנצוגיין מיט דער מהלך ווי איידער פטור צו ווערען און טוהן וואס מען ברויך.

און דאס איז לאו דוקא א אידישער קרענק, די אלע לעצטיגע באשולדיגונגען וואס די פרויען אין די גאס לייגען אהן אויף באקאנטע מידיא הויפטען און קאנגרעס לייט וואס מען הערט וואס האט זיך אלץ אנגעטוהן און וויפיל מען האט פארשוויגען, ווייזט אז איבעראל איז די זעלבע.

אבער, צו לייקענען און זאגען אז ביי אונז איז דאס נישטא, איז לייכטזיניג און סטופיד, אוודאי איז עס דא, און אהן האלטען א עינא פקיחא און האלטען מענטשען פאראנטווארטליך איז א סכנה פאר אונזערע קינדער (און ר' בערל'ס) אייניקלעך זיך צו דרייען צווישען די געזעלשאפט.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:23 am

· #390030
פאר אלעם איז די וויכטיגסטע ארויס צו ברענגען אז מאלעסטעישן מיט נר האבן נישט קיין שייכות

עס איז נישט היינו הך ס'קען זיין אז נר איז נישט גערכט אבער מאלעסטעישן איז דא

בעיקר מ'קען נישט אפווענדן מאלעסטעישן פראבלעם מיט אוועק מאכן נר עס איז נישט פארהאן קיין שום פארבינדונג צווישן די צוויי

דאס איז זיכער 1 פון 5 קינדער ווערן מאלעסטעט איז שקרים

יעדע מלמד איז א מאלעסטער איז שקר

און אזוי ווייטער

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 12:04 pm

· #390034
אישתישבי: ייש"כ. ווען איך האב ארויסגעהויבן דעם פאקט אז נחום ראזנבערג האט פארברענגט זיינע יונגע יארן אוועק פון זיין ווייב און קינדער, האביך נאר געמיינט ארויסצוברענגען דעם פאקט אז ער האלט זיך אלס א מאראליש העכערער מענטש ווי א יעדער. און אזוי האט ער א רעכט צו רעדן און באשמוצן און באשולדיגן א יעדן איינעם מיט וועם ער האט אפשר אמאל געהאט א מיינונגס פארשידנהייט.

דאס מיינט אבער נישט צו מינימיזירן אדער אוועקמאכן די ערנסטקייט פון דעם עקזיסטירנדן פראבלעם פון מאלעסטעישן פון קינדער דורך דערוואקסענע. דא עקא. דאס איז דער פראבלעם. ווייל דאס איז זייער אן ערנסטע טעמע וואס דארף זיכער א שטארקן תיקון. און ער (נ"ר) מאכט די גאנצע זאך ביליג כאילו דאס וואלט געווען א פערזענליכער פייט צווישן איהם מיט אנדערע, געוויסע פיהרנדע פערזענליכקייטן ווי רבנים און ראשי קהילות...! און כ"ש וק"ו אזוי ווי איינציג האט געשריבן אז ער באנוצט זיך זייער שטארק מיט ניוול פה און מנוולות. ס'איז בבחינת ווי די גמ' זאגט אז מ'זאגט פאר א שליח..."לתקוני שדרתיך, ולא לעוותי"...איך האב דיך געשיקט צו פארריכטן (א געוויסן מצב) און צום סוף האסטו עס גאר פארדארבן. געמאכט נאך ערגער...!

את חטאי אני מזכיר. איך האב אמאל געהאט א יצר הרע צו ליינען זיין בלאג. אלס נייגעריגקייט. אבער ס'איז געקומען צו א געוויסע נקודה וואס איך האב מיך אזוי שטארק פארעקלט פון דעם מנוול אז איך קוק עס שוין אפילו נישט אן ב"ה מער פון א יאר...! ווען ער האט געשריבן אויף א צדיק אמת וואס איז שוין נפטר געווארן, זייער א מיאוסן, מנוולות'דיגן אויסדרוק. האביך געזאגט אז ס'קען נישט זיין אז דער בריאה איז דא עפעס מתקן צו זיין. ער איז פשוט און פראסט א מנוול...פוי...!

היוצא לנו מכל זה: ס'וואלט זיך געדארפט שאפן א קאמיטע פון ערנסטע מענטשן וועלכע זאללן אויפקומען מיט עפעס אן אמת'דיגן, נוצליכן פראגראם וויאזוי צו פארהיטן די אומשולדיגע קינדער'לעך פון די שעדליכע ברואים וואס דרייען זיך ארום צווישן אונז. און אויך צו מאכן א ליסט פון די אלע געפערליכע, שעדליכע און קראנקע ברואים אז זיי זאללן קיימאל נישט קענען האבן א פאזיציע אדער דזשאב וואס נעמט אריין צו ארבעטן מיט קינדער...!

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 12:07 pm

· #390035
יעדער איז מודה אז עס איז דא א פראבלעם, און מען הענדעלט דאס דאס בעסטע וואס מען קען, אבער דער נ''ר איז נישט א בעל מגזם, ער איז מלא שקר, ער באקומט סאטיספעקשאן פון רעדן מנוולות, גלייבטס מיר, קיינער רופט עם נישט, קיינער קאלט עם נישט, ביי עם איז אמת און שקר היינו הך, ער ריקט זיך אריין אין יעדן גארביטש, ווען ס'איז דא עפעס א פראבלעם, ווערט ער גלייך דער פאן טרעגער, ביי יעדן אומגליק רח''ל שטיפט ער גלייך אריין מאלעסטעישאן, נישט ער סאלווט דעם פראבלעם נאר ער איז דער פראבלעם, ער פירט רח''ל אראפ אידישע קינדער פון וועג, זיי הערן זיך צו צו די מנוולות, ומה יעשה הבן שלא יחטא, דער נ''ר איז דורך געפוילט דורך און דורך, ער איז מסוכן פאר יעדן און דעריבער האט מען עהם געווארפן פון אלע קהילות, ממש פון אלע, ער האט נישט קיין דריסת הרגל אין ערגעץ, און דעריבער איז יעדער א שיגץ, דער סקולענער רבי, מונקאטשער רבי, סקווערער רבי, וויזניץ'ער רבי ובניו, און איך רעדט שוין נישט פון ביידע סאטמאר, מיט זייערע רבנים ודיינים, יעדער אן א אויסנאם איז פארדארבן, נאר ער נ''ר איז א צדיק גמור,

טשעפען מיט קינדער איז א עוון פלילי, און ווער עס טיט דאס נאכאמאל און נאכאמאל און לאזט זיך נישט העלפן דארף מען נישט און מען טאר עהם נישט שוינען, און סאסייעטי דארף זיכער מאכן אז HE DOSE'N"T GET AWAY UN-PUNISHED, פון די אנדערע זייט, איז פונקט אזוי ביטער ווען איינער ווערט באשטראפט על לא עוול בכפו, און ליידער טרעפט זיך דאס גאנץ אפט, א אפגעפארן בחור אדער מיידל זיכט אלץ נקמה און צו לייגן דעם שולד אויפן מלמד אדער אויפן מנהל, אדער טיטשער/מנהלת, און די גרינגסטע זאך איז צו שרייען ער/זי האט מיך געטשעפעט, איי וויאזוי קען דער באטראפענדער איבערצייגן אז ס'איז שקר, ס'איז א בלויזער עלילת דם, ער קען נישט, און THE DAMMAGE IS DONE, דאס צוברעכט דעם באטרעפענדער דאס צוברעכט זיין/איר משפחה, און מען שטייט מאכטלוז און מען האט אפילו מורא זיך אנעמען פאר זיי ווייל וויל זיך אסאשיעיטען מיט א מאלעסטער. ווען א מאלעסטער וואס האט באמת געטשעפעט קינדער דרייט זיך ארום אומבאשטראפט איז זייער ביטער, אבער ווען איינער ווערט באשטראפט בחינם על לא עוול בכפו, איז פונקט אזוי ביטער און נאך אפשר מער,

אין ארץ ישראל איז יעצט פרייגעשפראכן געווארן א מנהל אדער ראש ישיבה וואס מען האט עם באשולדיגט אין די זאכן, ער האט פארלוירן זיין פרנסה, ער איז געזעצן אין תפיסה און געווען ללעג ולקלס ביי זיינע נאנטע ידידים ער האט יעדן פארלוירן, עס האט געדוירט איבער א יאר ביז מען האט אנגעהויבן צו זעהן סתירות און שקרים ביי זיין אקיוזער און מען עהם פריי געשפראכן, אבער ער שרייט אז די דעמעדזש איז דון, עס זענען נאך דא אזעלעכע וואס טענה'ען אז ס'איז יא אמת, נאר מען האט עהם פריי געשפראכן ווייל עס איז נישטא געניג עווידענס, דער איד איז א פארלוירענער, זיין לעבן איז פארלוירן, און ער קען נישט צוריק ריקן דעם זייגער, כאטשיג למעשה איז ער א בר מזל אז דער אקיוזער האט זיך סותר געווען, ווייל וואס וואלט געשען אויב וואלט ער (צו זי) געווען א פאכמאנישער ליגנער און זיך נישט סותר געווען, וואלט ער באקומען א 30 יאר תפיסה.

נ''ר טאר מען נישט גלייבן קיין ווארט, זיינע נומבערס איז מלא שקר, לויט עהם זענעם 80% מלמדים מאלעסטערס, (איך מיין אז כהיום שרייט ער שוין אז 100% פון זיי זענען מאלעסטערס), איך האב געהאט במשך מיינע קינדערישע און בחורישע יארן אריבער 20 מלמדים, מנהלים און מגידי שיעור, קיינער פון זיי איז נישט געווען קיין מאלעסטער, אלע זענען געווען ערליך און אפגעהיטן, נ''ר סיפורים איז פונקט אזוי אמת ווי אז ער בויט מקוואות, הרוצה לשקר ירחיק עדותו, אלע זיינע כלומפערשטע מקוואות וואס ער זאגט אז ער האט געבויט איז אין אוקריינע, רוסלאנד, פיליפינס וכד' דא אין ניו יארק האבן עהם די רבנים געכאפט מיט געזינטע עם הארצות, ער האט נישט מער ווי א ידיעה אין מקוואות, ווי איינער וואס ליינט אפאר שו''ת בעניני מקוואות, נישט פסקים על בריו, ער ניצט אסאך לשון קודש ווערטער וואס א אלגעמיינער איד הערט עהם רעדן מיינט מי יודע וואס פאר א גאון ער איז, אבער די רבנים וואס האבן עוסק געווען אין מקוואות האבן זיך שנעל איבער געצייגט אז לא דובים ולא יער, ער הייבט נישט אן צו וויסן קיין שמץ הלכה אין מקוואות, און וואס מיינט איר? די דאזיגע רבנים זענען גלייך געווארן מנוולים און מאלעסטערס, דער פערשוין איז דענדזשערעס און מען טאר עהם נישט הערן, ער איז אסור לבא בקהל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 12:33 pm

· #390042
איינציג
יעדער איז מודה אז עס איז דא א פראבלעם, און מען הענדעלט דאס דאס בעסטע וואס מען קען,

זאת מנ"ל? פון וואנעט ווייסטו אז מ'נעמט קעיר דערפון די בעסטע שייך? ביזדערווייל ט'קען איינער דערציילען פון איין מלמד וואס די אפיציעלע פיהרערס האבען גענומען אויף זיך דער אחריות איהם ארויסצורוקען? און פון לייגען אין תפיסה ווער רעדט נאך?

ביזדערווייל זענען מיר אין אמעריקא ווייט פון א מצב פון תיקון. אין א"י איז אביסל בעסער, ווען איינער איז א מנוול, באקומט ער נישט די שטיצע וואס יעדער באשולדיגטער באקומט דאהי. אבער עס פאדערט נאכאלס א גרויסע תיקון.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 12:50 pm

· #390045
איינציג
יעדער איז מודה אז עס איז דא א פראבלעם,


און יעדער איינער איז אויך מודה אז נר איז א ליגנער בעל דמיון און פארוקטער

און שוין בכל על מקומו יבא בשלום









דאס איז אונזער פראבלעים ודו"ק כי עמוק

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:16 pm

· #390047
ליטוואק פון בודאפעסט
איינציג
יעדער איז מודה אז עס איז דא א פראבלעם, און מען הענדעלט דאס דאס בעסטע וואס מען קען,

זאת מנ"ל? פון וואנעט ווייסטו אז מ'נעמט קעיר דערפון די בעסטע שייך? ביזדערווייל ט'קען איינער דערציילען פון איין מלמד וואס די אפיציעלע פיהרערס האבען גענומען אויף זיך דער אחריות איהם ארויסצורוקען? און פון לייגען אין תפיסה ווער רעדט נאך?

ביזדערווייל זענען מיר אין אמעריקא ווייט פון א מצב פון תיקון. אין א"י איז אביסל בעסער, ווען איינער איז א מנוול, באקומט ער נישט די שטיצע וואס יעדער באשולדיגטער באקומט דאהי. אבער עס פאדערט נאכאלס א גרויסע תיקון.

איך ווייס אז אין איינס פון די גרויסע מקווה'ס אין וויליאמסבורג האט מען געשריבן א בריעוו פאר 7 מענטשן (אין די לעצטע 12 יאר) אז זיי טארן נישט קומען אין מקוה, און אויב גייען זיי נישט פאר טעראפי וועט מען מפרסם זיין דעם בריעוו, (דאס זענען אזעלעכע וואס מען האט קלאר מברר געווען אז ס'איז אמת) אלע 7 זענען געגאנגען פאר טעראפי, צוויי פון די זיבן האבן באקומען רשות (מיט די המלצה פון טעראפיסט) ווייטער צו ניצן די מקוה (א שויער דארפן זיי נעמען אינדערהיים) און די מקוה טאר נישט נעמען מער ווי 4 מינוט, מיט א ווארענונג אז טאמער וועט מען זיי נאכאמאל כאפן איז אפגעמאכט אז מען וועט פארלאנגן פונעם באטרעפענדן צו מעלדן פאר די פאליציי. דאס איז לדעתי אין קאטאגאריע פון ''טון וואס מען קען'', נאכאמאל, יעדער ווייסט אז ס'איז א גרויסער פראבלעם, און ס'איז נישטא קיין סימפל לייזונג, דער בירור איז זייער שווער, אויב די עלטערן מיטן קינד טוהן קאאפערירן איז נאך האלבע צרות, אבער ליידער טוהן דאס אסאך עלטערן איגנארירן, און טוהן נישט קאאפערירן, און אלעס גייט אריין בחזקת קלא דלא פסיק, א רוממער ווי מען זאגט, במילא איז ביטער שווער דאס צו הענדלען, פארגעס נישט, אזא זאך ווערט נישט געטוהן אויפן באלעמער פון בית המדרש, דאס ווערט געטוהן באהאלטענערהייט, אבער דער אמת איז אזוי ווי גאנצל האט געשריבן, מאלעסטעישאן מיט נ''ר האבן קיין שייכות, ער העלפט נישט צו דעם פראבלעם, ער איז א חלק פונעם פראבלעם.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:25 pm

· #390048
נר א חלק פונעם פראבלעים ?

איך וואלט ענדערש געזאגט א חלק פון די ישועה

ס'איז באוואוסט מער ווי איין מענטש וואס מ'שיקט זיי נישט קיין בריוון און מ'לאט זיי פריי טון וואס זיי ווילן יעדער וועגן א אנדערע סיבה

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:28 pm

· #390049
Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן
עס איז דא א טהעראפי וואס העלפט פאר דעם? ווער האט עס באשטעטיגט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:46 pm

· #390051
ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא א טהעראפי וואס העלפט פאר דעם? ווער האט עס באשטעטיגט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


טעראפי העלפט אבער איז זייער שווער, <a class="postlink" href="https://www.livescience.com/17519-treating-pedophiles-therapy-challenge.html">https://www.livescience.com/17519-treat ... lenge.html</a>
ס'איז דא פעדאפיילס וואס קענען זיך קאנטראלן, און פאר די איז לייכטער די טעראפי, דער פאקט אז מען האט זיי געכאפט און שטייען אויס צו ליידן ביזוי בזיונות איז שוין א שטיקל טעראפי, זיי שטעלן זיך צו, און בעל כרחם קאנטראלירן זיך, זיי האבן נישט אריין געטראכט וואס זיי טוהן, זיי האבן נישט געטראכט מיטן שכל נאר מיטן... און זיי דארף מען צו האלטן אינטער קאנטראל, ווידער די אנקאנטראלעבל פעדאפיילס איז דער פראבלעם זייער גרויס און דארט דארף מען גיין בכל חומר הדין אויב טשעפן זיי קינדער אדער בחורים.

וואס לדעתך דארף מען טוהן מיט א מאלעסטער?

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 1:48 pm

· #390052
גאנצל
נר א חלק פונעם פראבלעים ?

איך וואלט ענדערש געזאגט א חלק פון די ישועה

ס'איז באוואוסט מער ווי איין מענטש וואס מ'שיקט זיי נישט קיין בריוון און מ'לאט זיי פריי טון וואס זיי ווילן יעדער וועגן א אנדערע סיבה


באוויסט פאר וועם? איך ווייס נישט!!!
איך בין מחולק מיט דיר, וויי און ביטער איז אז נ''ר איז די ישועה...

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:13 pm

· #390055
אז דו וועסט שרייבן וועם מ'האט יא געשיקט וועל איך דיר שרייבן פאר וועם ניט..........

ביסט גערעכט וויי צו אונז אז מיר האבן געמוזט צוקומען צו אזא נר אנצוקומען ערגעץ

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:52 pm

· #390058
גאנצל
אז דו וועסט שרייבן וועם מ'האט יא געשיקט וועל איך דיר שרייבן פאר וועם ניט..........

ביסט גערעכט וויי צו אונז אז מיר האבן געמוזט צוקומען צו אזא נר אנצוקומען ערגעץ


ניין! שרייב מיר נישט פארוועם מען האט נישט געשיקט ווייל ליידער קען איך נישט קיין סאך העלפן, איך בין א פלעינער סיטיסן און נישט קיין עסקן, (פערצאפאל האט מיר א עסקן דערציילט אפאר חדשים צורים פון די 7 מענטשן) דער פראבלעם איז פיל גרעסער אז יעדער מאן דהוא זאל דאס פארעכטן, איך פיל מיך אפילו נישט בארעכטיגט צו זאגן א מיינונג וואס מען דארף צוטון, אבער צו זאגן אז נ''ר איז די ישועה דארף מען זיין א חסר דעה אדער עהם בכלל נישט קענען, אפשר זאגסטו מיר וואס פאר א ישועה האט ער געברענגט? וואס האט ער שוין אויפגעטוהן? דער שקרן נ''ר לאכט פון דיר אין די פויסטן, ער פרדאצירט שקרים און אפאר תמימי לב טאנצן עהם נאך, ניין! ער איז נישט קיין שקרן, ער איז שקר אליין!!! קיין שום פאקט וואס ער זאגט איז נישט אמת, יסודו שקר, ביודעי ומכירי קאמונה, ער איז נישט אינוואלווד אין גארנישט, ער ליינט דאס אויף די וואטס-עפפ גרופעס פונקט ווי דו און איך, און רעאגירט ווי איינער וואס איז פון די אנפירערס, אדרבה, פרעג די אלע וואס זענען ליידער באטראפן געווארן, קיינער וויל מיט דעם מטורף נישט האבן קיין שום שייכות און קיין שום מגע ומשא, ער איז שטארק שעדליך פאר די ערענסטע מערכה.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:12 pm

· #390059
די ארגומענט ארום נחום אינטערסירט מיך ווינציג גראדע האלט איך אין דעם כמעט ווי דו און ס'איז זיכער אז דער מענטש האט בלוט אויף זיך

די ארגומענט דא איז איבער מאלעסטעישן אויב בין איך זיך טועה אין דעם דאן טוישט די קעפל פונעם אשכול

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:34 pm

· #390060
גאנצל
די ארגומענט ארום נחום אינטערסירט מיך ווינציג גראדע האלט איך אין דעם כמעט ווי דו און ס'איז זיכער אז דער מענטש האט בלוט אויף זיך

די ארגומענט דא איז איבער מאלעסטעישן אויב בין איך זיך טועה אין דעם דאן טוישט די קעפל פונעם אשכול


און איבער מאלעסטעישאן האלטן מיר אויך כמעט אייניג.

גאנצל » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:41 pm

· #390062
סאו קען מען שוין שליסן די אשכול ...........

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 5:45 pm

· #390073
פארוואס די גיהנם דארפען די זיבען מענטשן גיין אין מקוה?

סחור סחור לנזירא וכו'.

דער תירוץ אז דער טעראפיסט האט געהייסן איז מן הסתם אזוי אמת ווי די גאנצע מעשה אז מען האט גע'אסר'ט זיבען מענטשען צו גיין אין מקוה. כאילו עס איז דא א קאנטראל אין יעדעס מקוה ווער עס קומט און גייט.

נחום קומט זיך קרעדיט פאר מפרסם זיין דער נושא אז מיר זאלען רעדען דערפין. ער איז טאקע משוגע און א בעל מגזם, און א עקעלדיגע בריאה, אבער פאקט בלייבט פאקט.

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 5:57 pm

· #390074
וועלעכע נושא האט נחום מפרסם געווען? און וואס האט זיך געטוישט?

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 7:54 pm

· #390075
דער גאנצע מאלעסטעישען. דאס אז די רופסט עס מאלעסטעישען איז וועגן נחום.
בעפאר זיין האטליין איז געווען טאבו צו רעדען וועגן דעם.

ברוך שפינוזה » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 10:16 pm

· #390083
איינציג
ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא א טהעראפי וואס העלפט פאר דעם? ווער האט עס באשטעטיגט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


טעראפי העלפט אבער איז זייער שווער, <a class="postlink" href="https://www.livescience.com/17519-treating-pedophiles-therapy-challenge.html">https://www.livescience.com/17519-treat ... lenge.html</a>
ס'איז דא פעדאפיילס וואס קענען זיך קאנטראלן, און פאר די איז לייכטער די טעראפי, דער פאקט אז מען האט זיי געכאפט און שטייען אויס צו ליידן ביזוי בזיונות איז שוין א שטיקל טעראפי, זיי שטעלן זיך צו, און בעל כרחם קאנטראלירן זיך, זיי האבן נישט אריין געטראכט וואס זיי טוהן, זיי האבן נישט געטראכט מיטן שכל נאר מיטן... און זיי דארף מען צו האלטן אינטער קאנטראל, ווידער די אנקאנטראלעבל פעדאפיילס איז דער פראבלעם זייער גרויס און דארט דארף מען גיין בכל חומר הדין אויב טשעפן זיי קינדער אדער בחורים.

וואס לדעתך דארף מען טוהן מיט א מאלעסטער?



ס'דא פילן פאר דעם. (פון DECAPEPTYL האסטו שוין געהערט?)

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:03 pm

· #390084
און ווער גייט מאכן זיכער אז ער נעמט עס?

ברוך שפינוזה » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:11 pm

· #390085
אישתישבי
און ווער גייט מאכן זיכער אז ער נעמט עס?



א פסיכיאטאר. דא האסטו פון גוגל. <a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=&esrc=s&source=web&cd=2&cad=rja&uact=8&ved=0ahUKEwiylN7Ps-DXAhVFSt8KHS3VAxUQFgguMAE&url=http%3A%2F%2Fwww.cnn.com%2FHEALTH%2F9802%2F11%2Fsex.offender.drug%2F&usg=AOvVaw3BOP0t-88wiCoj-iMWPs2p">https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... oj-iMWPs2p</a>

<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q=&esrc=s&source=web&cd=1&cad=rja&uact=8&ved=0ahUKEwiylN7Ps-DXAhVFSt8KHS3VAxUQFggoMAA&url=http%3A%2F%2Fwww.nytimes.com%2F1998%2F02%2F12%2Fus%2Fnew-therapy-offers-promise-in-treatment-of-pedophiles.html&usg=AOvVaw3oP5b1M5SsdMZEyUOJ-_IO">https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... ZEyUOJ-_IO</a>

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 11:55 pm

· #390086
אישתישבי
דער גאנצע מאלעסטעישען. דאס אז די רופסט עס מאלעסטעישען איז וועגן נחום.
בעפאר זיין האטליין איז געווען טאבו צו רעדען וועגן דעם.

איי ביסטו נעבעך א מוח קטן, נ"ר האט עפעס געהאלפן צו די מערכה? ער האט ביטער קאליע געמאכט, קיינער נעמט דאס מער נישט ערענסט, אמאל ווען עס האט זיך געמאכט אזא פראבלעם האט יעדער אויפגעציטערט און יא, דאס איז געווען דאס געשפרעך פון טאג ביי יעדן, כהיום זייט נחום שרייט אז יעדער איז א פעדעפייל, יעדער רבי, מנהל, טיטשער, מנהלת, דיין, רב, אדמו"ר, איז א חזיר און א מנוול, יעדער בחור זינדיגט מיט יעדן מיידל, איז די גאנצע מערכה געשטארבן, קיינער נעמט ליידער נישט אן ערענסט דעם פראבלעם, און שולדיג איז נחום מיט זיינע נארישע פענס וואס זאגן אז דער מטורף איז גאר די ישועה,

אייער שפייז » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 12:32 am

· #390087
גאנצל
איינציג
יעדער איז מודה אז עס איז דא א פראבלעם,


און יעדער איינער איז אויך מודה אז נר איז א ליגנער בעל דמיון און פארוקטער

און שוין בכל על מקומו יבא בשלום



דאס איז אונזער פראבלעם ודו"ק כי עמוק

קען זיין ער איז א משוגענער אבער עס קומט זיך עים א גרױסע דאנק פארן ארויסגיין אין מלחמה


א מאלעסטערטע בחור!

בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 3:28 am

· #390088
איינציג

איך ווייס אז אין איינס פון די גרויסע מקווה'ס אין וויליאמסבורג האט מען געשריבן א בריעוו פאר 7 מענטשן (אין די לעצטע 12 יאר) אז זיי טארן נישט קומען אין מקוה, און אויב גייען זיי נישט פאר טעראפי וועט מען מפרסם זיין דעם בריעוו, (דאס זענען אזעלעכע וואס מען האט קלאר מברר געווען אז ס'איז אמת) אלע 7 זענען געגאנגען פאר טעראפי, צוויי פון די זיבן האבן באקומען רשות (מיט די המלצה פון טעראפיסט) ווייטער צו ניצן די מקוה (א שויער דארפן זיי נעמען אינדערהיים) און די מקוה טאר נישט נעמען מער ווי 4 מינוט, מיט א ווארענונג אז טאמער וועט מען זיי נאכאמאל כאפן איז אפגעמאכט אז מען וועט פארלאנגן פונעם באטרעפענדן צו מעלדן פאר די פאליציי.

זאג, די דעטאלען איז מפורסם אין גאנץ וויליאמסבורג, אדער ביסטו איינע פון די זיבן?

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 9:14 am

· #390093
איינציג, יעדער איז מודה צו דיר אז ער איז פארברעכער פון ערשטן קלאס, א גרויליגער מענטש, אבער די awareness וואס ער האט געברענגט איז קלאר זיין קרעדיט. נאריש צו זאגן אז ביז זיינע צייטן האט מען זיך ערנסט מטפל געווען דערמיט און זייט ער איז אין די פיקטשער איז עס געווארן שוואכער, יעדער ווייסט אז ס'איז פונקט קאפויער.

באמת באלאנגט דער גאנצער שמועס נישט אהער, עס איז שוין פארהאן אן אשכול ווי דער פארשוין איז שוין אדורכגעקייעט געווארן, יארן צוריק, עיי'"ש.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/401">viewtopic.php?f=42&t=401</a><!-- l -->

elter-zeide » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 10:06 am

· #390094
<a class="postlink" href="http://family.findlaw.com/child-abuse/child-abuse-background-and-history.html">http://family.findlaw.com/child-abuse/c ... story.html</a>

Child abuse captured the country's attention again in 1962, when an article appearing in the Journal of the American Medical Association described symptoms of child abuse and deemed child abuse to be medically diagnosable. Within 10 years, every state had statutes known as "mandatory reporting" laws. Mandatory reporting laws require certain professionals, such as doctors and teachers, to report suspected child abuse to the state child protective services agency or other proper authorities. A 1974 federal law, the Child Abuse Prevention & Treatment Act (CAPTA), further bolstered efforts to eliminate child abuse by funding programs to help individuals identify and report child abuse and to provide shelter and other protective services to victims. However, child abuse continues despite these and subsequent child abuse prevention laws.

איינציג » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 10:09 am

· #390096
איך באגרייף נישט ווי נארמאלע מענטשן קענען זאגן אז נ''ר האט עפעס געהאלפן צו די מערכה, (אלא מאי זענען זיי טאקע נישט נארמאל), נחום האט צושאסן די מערכה ביג טיים, פארוואס זאל דער פעדאפייל עפעס מורא האבן ווען"יעדער טיט דאס", און בו בזמן ווען לפי נ''ר'ס שיטה איז אמאל געווען 80% מלמדים חזירים, זענען היינט צוטאג דא גאנצע 100% מלמדים/מנהלים חזירים, און נישט נאר די מלמדים/ומנהלים, נאר אפילו דער סעקולענער רבי, סקווערער רבי, מונקאטשער רבי, ביידע סאטמארע רבי'ס, ר' ישראל חיים מנשה פר''מ, ר' מענדל טייטעלבוים, וויזניצער רבי ובניו, יעדער איז א חזיר און א מנוול, נו, ווי האט ער אויפגעטוהן, האט איר געהערט די מעשה פון יענעם וואס פלעגט אייביג שרייען וואלף, כן הדבר הזה, וואס עס פאסירט איז ביי נ''ר מאלעסטעישאן, אין א''י האט זיך נעבעך א מיידעל גענומען דאס לעבן ווייל די מאמע איז ל''ע נפטר געווארן און זי איז נעבעך געווארן זייער דעפרעסט, זי האט איבערגעלאזט א סואיסייד נאוט און געשריבן פונקטליך פארוואס זי האט דאס געטוהן, אבער נ''ר ווייסט צו זאגן אז מען האט איר מאלעסטעד, אמאל ווען מען האט איינעם געכאפט מיט די מעשים אשר לא יעשו איז מען צו שוידערט געווארן און יענער האט זיך געשעמט ארויס צו גיין אין די גאס, היינט צו טאג זינט דער מטורף שרייט טאג טעגליך אויף יעדען אז איז א חזיר און א פעדאפייל, שעהמט מען זיך מער נישט, ווייל ''יעדער טיט דאס''.
חז''ל זאגן, אמר רב חנן בר רבא הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו אפילו חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה הופכין עליו לרעה. אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא: כל המנבל את פיו מעמיקין לו גיהנום. דער נ''ר איז מנוול שאין כמוהו, א קל שבקלים, און מיט זיינע דיבורים פארדארבט ער די יונגע נשמה'לעך, ווען ער זאגט פונקטליך וואס און וויאזוי מען טיט דאס, און אז יעדער בחור, יעדעס מיידל, יעדער מלמד, יעדער מנהל, יעדער רב און יעדער רבי טיט דאס, וואס למשל זאל צוריק האלטן דעם בחור דאס נישט צוטון, ער איז דאך אויך פארט פון סאסייעטי,
די אלע וואס שטיצן עהם און געבן עהם חיזוק האבן א חלק גדול און דעם וואס היינט צו טאג דרייען זיך אזויפיל חזרים אין אינזער מחנה, ווילט איר באמת אייערע יונגלעך, בחורים און מיידלעך זאלן זיך צוהערן צו דעם מנוול? דאן בי מיי געסט!!!, שטעלטס אן זיין האטליין אויף אייער היים ספיקער פאן, און ענדזשויטס ענק צוזאמען מיט אייער פאמיליע, נעבעך, נעבעך, צוריק געבליבענע קינדער, וואס קענען זיך אנעמען פאר דעם מנוול, לא בחינם איז ער ארויס געווארפן פון אלע קהילות, קיינער לאזט עהם נישט אריין אין זייער בית המדרש, אה! איך האב פארגעסן, זיי זענען אלע חזירים, און דעריבער רודף'ן זיי דעם איינציגן צדיק בדורינו נ''ר...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 10:44 am

· #390100
ביסט דאך אזוי פרעדיקטבעל.....

כך היא דרכם של אנשי המפלגות, זיך באציען צום מענטש און נישט צום נושא. אז מ'קען דער מענטש באשייגעצען, זענען זיין ווערטער שוין נישט אמת.

יא, נ"ר רעדט אסאך נערישקייטען, און ברענגען נאך משלים דערפון ווייזט גארנישט אויף.

די שאלות זענען:-

1. וואס פארא מערכה האט עגזיסטירט איידער ער האט אנגעהויבען זיין מערכה?

2. וואס טוט זיך היינט?

3. טאמער זאכען האבען זיך גע'ענדערט, וועמען קומט זיך די קרעדיט?

עס איז גאנץ מעגליך אז נאכדעם וואס אסאך האבען אויסגעהערט נ"ר, האבען זיי זיך גענומען טראכטען פון די נושא, און אזוי איז געווארען אז מ'מאכט זיך וויסען דערפון. דאס מיינט נישט אז כוונתו איז לטובה, דאס מיינט נישט אז זיין ווערטער זענען ריכטיג, דאס מיינט נישט אז מ'דארף איהם נאך היינט צו טאגס האבען, דאס מיינט נישט אז די מענטשען וועמען ער באשולדיגט האבען עפעס געטוהן אין זייערע לעבען. ס'מיינט נישט איין זאך

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 11:47 am

· #390101
איינציג
איך באגרייף נישט ווי נארמאלע מענטשן קענען זאגן אז נ''ר האט עפעס געהאלפן צו די מערכה, (אלא מאי זענען זיי טאקע נישט נארמאל), נחום האט צושאסן די מערכה ביג טיים, פארוואס זאל דער פעדאפייל עפעס מורא האבן ווען"יעדער טיט דאס", און בו בזמן ווען לפי נ''ר'ס שיטה איז אמאל געווען 80% מלמדים חזירים, זענען היינט צוטאג דא גאנצע 100% מלמדים/מנהלים חזירים, און נישט נאר די מלמדים/ומנהלים, נאר אפילו דער סעקולענער רבי, סקווערער רבי, מונקאטשער רבי, ביידע סאטמארע רבי'ס, ר' ישראל חיים מנשה פר''מ, ר' מענדל טייטעלבוים, וויזניצער רבי ובניו, יעדער איז א חזיר און א מנוול, נו, ווי האט ער אויפגעטוהן, האט איר געהערט די מעשה פון יענעם וואס פלעגט אייביג שרייען וואלף, כן הדבר הזה, וואס עס פאסירט איז ביי נ''ר מאלעסטעישאן, אין א''י האט זיך נעבעך א מיידעל גענומען דאס לעבן ווייל די מאמע איז ל''ע נפטר געווארן און זי איז נעבעך געווארן זייער דעפרעסט, זי האט איבערגעלאזט א סואיסייד נאוט און געשריבן פונקטליך פארוואס זי האט דאס געטוהן, אבער נ''ר ווייסט צו זאגן אז מען האט איר מאלעסטעד, אמאל ווען מען האט איינעם געכאפט מיט די מעשים אשר לא יעשו איז מען צו שוידערט געווארן און יענער האט זיך געשעמט ארויס צו גיין אין די גאס, היינט צו טאג זינט דער מטורף שרייט טאג טעגליך אויף יעדען אז איז א חזיר און א פעדאפייל, שעהמט מען זיך מער נישט, ווייל ''יעדער טיט דאס''.
חז''ל זאגן, אמר רב חנן בר רבא הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו אפילו חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה הופכין עליו לרעה. אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא: כל המנבל את פיו מעמיקין לו גיהנום. דער נ''ר איז מנוול שאין כמוהו, א קל שבקלים, און מיט זיינע דיבורים פארדארבט ער די יונגע נשמה'לעך, ווען ער זאגט פונקטליך וואס און וויאזוי מען טיט דאס, און אז יעדער בחור, יעדעס מיידל, יעדער מלמד, יעדער מנהל, יעדער רב און יעדער רבי טיט דאס, וואס למשל זאל צוריק האלטן דעם בחור דאס נישט צוטון, ער איז דאך אויך פארט פון סאסייעטי,
די אלע וואס שטיצן עהם און געבן עהם חיזוק האבן א חלק גדול און דעם וואס היינט צו טאג דרייען זיך אזויפיל חזרים אין אינזער מחנה, ווילט איר באמת אייערע יונגלעך, בחורים און מיידלעך זאלן זיך צוהערן צו דעם מנוול? דאן בי מיי געסט!!!, שטעלטס אן זיין האטליין אויף אייער היים ספיקער פאן, און ענדזשויטס ענק צוזאמען מיט אייער פאמיליע, נעבעך, נעבעך, צוריק געבליבענע קינדער, וואס קענען זיך אנעמען פאר דעם מנוול, לא בחינם איז ער ארויס געווארפן פון אלע קהילות, קיינער לאזט עהם נישט אריין אין זייער בית המדרש, אה! איך האב פארגעסן, זיי זענען אלע חזירים, און דעריבער רודף'ן זיי דעם איינציגן צדיק בדורינו נ''ר...


עס וואלט געווען א שיינע זאך אז דו ברענגט דעקונג צו דיין הנחה וויפיל מער מאלעסטערס זענען היינט דא בעיסט אויף דעם ווייל יעדער איז עניוועי און יעדער טוט דאס ?

אגב נאכאמאל צו דערמאנען קיינער דא רעדט נישט פון נר פרעזענליך אויב יא איז עס דערווייל נאר נעגאטיוו......... מ'רעדט צו ער האט געברענגט א שינו אין די נושא ער בלייבט ווייטער א שקרן מנובל רוצח וידו מלא דם

אישתישבי » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 12:33 pm

· #390105

איי ביסטו נעבעך א מוח קטן


איינציג

לא זה הדרך.

סארי, אבער מיט אזעלכע לאזונגען וועט איר נישט קאנווינסען קיינעם אז די ביסט גערעכט אין סיי וועלכע נושא.

איינציג » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 12:38 pm

· #390106
גאנצל
עס וואלט געווען א שיינע זאך אז דו ברענגט דעקונג צו דיין הנחה וויפיל מער מאלעסטערס זענען היינט דא בעיסט אויף דעם ווייל יעדער איז עניוועי און יעדער טוט דאס?

אגב נאכאמאל צו דערמאנען קיינער דא רעדט נישט פון נר פרעזענליך אויב יא איז עס דערווייל נאר נעגאטיוו......... מ'רעדט צו ער האט געברענגט א שינו אין די נושא ער בלייבט ווייטער א שקרן מנובל רוצח וידו מלא דם

איך האב נאכנישט געזען קיין שום פרוף אויף די הנחה אז זייט נ''ר רעדט ניוול פה איז עפעס געווארן א שינוי לטובה, דער ליטוואק רעדט פון עפעס א מערכה פון נ''ר, וואס מערכה ווען מערכה?, אויסער אויף זיין האטליין און אויף וואטס-עפפ גרופעס הערט מען גארנישט, עולם כמנהגו נוהג, עס דרייען זיך חזירים, און מען הענדלט דאס פונקט ווי אמאל, אדרבה, היינט ווען סתם יחידים ברענגן ארויף די ערענסטע אישוי, איז דער ענטפער "דאס איז נחום באבקע מעשיות" דאס איז קלאר פאר וועם איז וויל נאר זעהן דעם אמת, אז ער שאדט פאר די מערכה, יעדן טאג קומען ביי עהם אפיר נייע אלטע געוועזענע חזירים, איך ווייס נישט!, איך האב אויך געלערנט אין חדר און מיינע מלמדים האבן קיינמאל נישט אראפ געצויגן די הויזן, און פלוצלינג היינט ווער איך געוואר אז "אלע מלמדים אין סאטמאר האבן אראפ געצויגן די הויזן פון די קינדער ווייל זיי האבן געוואלט זעהן די ערווה" טאמער דאס הייסט געהאלפן די מערכה, דארפט איר גענייטיגט זעהן א דאקטאר, און ווי שנעלער אלץ בעסער, עס איז ליידער נישטא קיין מערכה ווייל נחום איז ענקער פאן טרעגער, און מאכן דעם פראבלעם ערגער ווי עס איז שוואכט נאר אפ די אמת'ע מערכה,

איך וואלט זייער געוואלט הערן:
וואס איז דאס טשיילד עביוז?
און ווי אפט איז דאס במחנינו?
ווער למשל זענען די עביוזער?
(פארשטענדליך, נישט די נעמען, נאר פון וועלעכע גרופע קומען די עביוזער, מלמדים? סתם יונגעעלייט? מיט משפחה? אדער מיט פרעמדע? אינדערהיים? אדער אין מקוה?),
וואס לדעתכם דארף מען טין מיט אן אביוזער?
איז דא א בלענק רעמעדי, אדער ווענדט זיך אין יעדן קעיס באזונדער?

גאנצל » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 12:53 pm

· #390108
דו דערמאנסט מיר פון יענעם אין משוגעים הויז וואס האט זיך געטענהט מיט זיך אליין דהיינו ער איז קודם געזיצען אויף די רעכטע זייט באנק און זיך אנגערופן אז היינט איז א גוטע וועטער און נאכדעים איז ער געגאנגען צו די לינקע זייט באנק און זיך אנגערופן עה היינט איז א שלעכטע וועטער דערנאך איז ער צוריק געגאנגען צו די רעכטע און געשריגען וואס הייסט עס איז נישט גוט דער וועטער עס איז דאך יא גוט און אזוי חוזר חלילה הין און צוריק

קיינער האט דא נישט געזאגט מער ווי דעם אז אמאל האט מען באהאלטן אסאך אדער אינגאנצן געוואנדן יעדער מיט זיין שיטה און היינט איז עס שווערער צו באהאלטן די תקופה ווען די שינו איז געשען איז געווען פונקט ווען נר האט געפנט זיין האטליין

להוי ידוע איידער נר האט געפנט זיין האטליין וואלסטו אזא ארטיקל נישט געשריבען

און דעס אז מ'האט אמאל קעיר גענומען פון וואס דו רעדסט איז א מיסטעריע דערווייל קען זיין עס איז געווען פון וועם מ'האט קעיר גענומען אבער מערסטענס טייל האט מען באהאלטן און מחפה געווען

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 12:54 pm

· #390109
דו זאגסט א סברא, אז ווען מ'זאגט אזויפיהל נערישקייטען, גלויבט שוין קיינער נישט. דאס איז געשטיצט מיט די פאקטען? טוט מען ווייניגער גלויבען אזעלכע מעשה'ס היינט ווי אמאל?
פון א סברא בעלמא קען מען נישט אזוי שימפען.

איינציג » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 1:19 pm

· #390110
דיינע תגובות זענען מלא סברות כרסיות אן קיין שום דעקונג.
אמת! אויב נ''ר וואלט נישט גערעדט זיין ניוול וואלט איך נישט געשריבן מיין ארטיקל, אוודאי איז דאס אמת, אבער מיין שרייבן העלפט נישט און שטערט נישט די מערכה, למעשה ווערט היינט צו טאג גארנישט געטון למעט דעם פראבלעם, איין זאך ווערט אויפגעטון, אז דער וואס גלייכט רעדן שמוץ און באקומט א סאטיספעקשאן דערפון האט היינט ווי צו הערן, זיי ווארטן נאר ער זאל לייגן בילדער און קליפס...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 1:26 pm

· #390111
Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן
מעגסט זאגען א סברא, אבער דאס מאכט עס נישט פאר א וודאי אמת אויף וואס מ׳מעג זיך נישט דינגען.

די אלע זיבען בריוו באקומערס, וויאזוי האבען די עסקונעם זיך דערוואוסט פון זיי? ווייל איינער האט גערעדט. פארוואס האט יענער גערעדט? איז עס נישט מעגליך אז דאס אויפמערקזאם מאכען מענטשען וועגען די פראבלעם האט איהם געשטופט צו רעדען? איך ווייס נישט צו יא צו נישט, אבער א סברא איז עס.

עכ"פ ביז ווילאנג אן אויפגענומענע רב קען נישט ארויס קומען אין דער עפענטליך אז יענער און יענער דארפען גייען אין תפיסה, שטייען מיר ווייט פון א תיקון השלם. ביז ווילאנג אז דער פשטות גייט אז דער נאשם איז אומשולדיג און דער מאשים איז א נידערטרעכטיגע יונג, זענען מיר נאכאלס אין די פרימיטיווע צייטען.

אין א"י זענען זיי אסאך מער פארגעשריטען ווי אין אמעריקא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 1:29 pm

· #390112
איינציג: ווען נחום זאלל לייגן בילדער און קליפס, וועט הערשט זיין ששון ושמחה. נאר ער פארגעסט אז כאפן בילדער איז א טו-וועי סטריעט. מ'עט קענען זעהן נישט נאר ווי זיין העמעד איז געג'גט פון די הויזן און ער גייט מיט אן אפענעם זיפער. נאר מ'עט אויכעט קענען זעהן...שוין . כ'ווייל נישט ווייטער זאגן.

באמת א שאד אז פון זיינע מעשים טובים אין אוקריינא איז נישט דא קיין קליפס. אדער סטילל פיקטשערס. שטעלט אייך פאר, רבותיי ווען מ'לייגט א יד אויף א פיקטשער פון אן אוקריינישן פאליס סטאנציע מיט אן אויפשריפט פון ככה ייעשה לאיש...! אדער פון אן אכסניא של...! און די רשימה פון די קאסטומערס...!
(יא. מיט'ן רוסיש'ן שטריימל. אזוי ווי ער איז געגאנגען דאמאלס , יענעם שב"ק אין טאש... 😂 )

איינציג » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 4:20 pm

· #390116
ביסט הייליג גערעכט, מענטשן כאפן נישט אדער ווייסן נישט וואס פאר א נואף דער פערשוין איז, איך האב נישט געוואלט ארויס שרייבן צופיל פרטים אויס פארכט אז דער פערשוין וועט מיך איידענטיפייען און מיך ארויף לייגן אויף זיין שמוציגן האט-ליין, דער פאקט איז מרשעים יצא רשע, פון דעם נואף/מנוול איז נאך קיין גיטס נישט ארויס געקומען, און ווען איך בין מסביר קלאר פארוואס זיין מנוולות שאדט צו די מערכה פרעגט מען מיך אפ מיט די טענה אז דאס איז נאר סברות, און זיי פארלאנגען קראנטע פראף, אבער זייערע שטותים איז קראנט אן קיין שום פרוף, און אן קיין שום שכל, זיי רופן נחום'ס גארביטש א ''מערכה'' איי פארוואס האט זיך נאך קיין איין רב, בעל דרשן, מגיד משרים, נישט אויפגעשטעלט רעדן פון די ענינים? איז פשוט ווייל קיינער וויל זיך נישט אסאשיעיטן מיט נחום, טאמער וועט ער רעדן אביסל נישט לויט זיין גיסטע וועט עהם נחום אראפרייסן מיט ביזוי בזיונות, איז שב ואל תעשה, קיינער רעדט נישט און קיינער טיט ליידער גארנישט, און די אביוזערס דרייען זיך פראנק און פריי, מיינע אפאנענטס ווילן נאר וויסן וועגן דע 7 מענטשן וואס מען האט פארבאטן צו גיין אין די מקוה, פון עטליכע ווייסט דאך איעדער, און דאס איז געווען נאך אסאך פאר נחום האט אנגעהויבן צו רעדן פון די טעמע, דאס איז געווען ווען נחום פלעגט נאך צו פארן קיין אוקריינע און טין די מצוה מיט די תינוקות שנשבו (כלשונו), ווען ער האט נישט מקפיד געווען אויף פת ישראל אויף בת ישראל און אויף שמע ישראל, און ווען מען האט עהם געפרעגט פארוואס ער דאווענט נישט און לייגט נישט קיין תפילין, האט ער גענטפערט אז ער איז געקומען בויען מקוואות און עוסק במצוה פטור מן המצוה, שומו שמים, דער מנוול איז דער פאן טראגער פון כלל ישראל, ער איז דער מוסר זאגער, ער איז די ישועה, ער ראטעוועט אידישקייט, איך פארשטיי נישט ווי איינער וואס האט קינדער קען דילדען אזא מין גערעדעכטס? וואלטן סיי ווער געוואלט אז זיינע קינדערלעך זאלן הערן זיינע מנוולות? השם ירחם!!!, די פשוטע פאר פראגעס וואס איך האב געפרעגט האט נאך קיינער נישט פראבירט צו ענטפערן, פשוט ווייל זיי ווייסן אז ווען זיי ענטפערן די פאר פראגעס צופאלט זייער גאנצער בנין, זיי האבן נאר איין ציל, הייבן דעם נואף ומנוול נ''ר, איך גלייב אז די מגיבים דא מיז זיין נ''ר אליינס... (אוי, גילוי, סארי...).

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 4:56 pm

· #390117
'דער פאקט איז מרשעים תצא רשע'.

דו האסט דאך דיינע פאקטן אויסגעשטעלט פאראויס. די אמת'ע פאקטען גייען דיר דאך נישט אן. קודם טוט מען זייער פיין, דערנאך טוט מען גארנישט אבער באשמת נ"ר. בקיצור דער עיקר איז אז נ"ר טויג נישט, און ווי אימער מ'רעדט פון מקוואות, מאלעסטערעישען (כלשונו), כשרות צו קלף, דארף מען נישט נאכגיין קיין פאקטן, מ'דארף נישט טראכטען מיט שכל, מ׳דארף נישט וויסען וואס מ'רעדט, ווייל ס'האט א שייכות מיט נחום.

אבער פארגעס נישט אז עסקנים (אן נעמען) טוען זיכער צו דער זאך, און מענטשן צאפן זייער (נאמענלאזער) בלוט דורך שרייבן אויף ק"ש.

איינציג » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 5:06 pm

· #390118
אלעס נאר נישט צו ענטפערן די פאר פראגעס וואס איך האב געפרעגט. פון גאנץ אנהייב האב איך געשריבן אז דער פראבלעם איז א גרויסע, און מען האט דאס געהענדעלט כמיטב יכלתם, (וואס האלסטו דארף מען טון? אוי, דאס איז דאך איינס פון די פראגעס וואס דו ווילסט נישט ענטפערן), און יא, היינט טיט מען ווייניגער באשמת נ''ר, און דו קאסט מיך א לאך, ביסטו אפשר נ''ר? זאג דעם אמת, איך וועל קיינעם נישט אויסזאגן 😂 , אין וויליאמסבורג איז דא בערך 30 מקוואות, אין בארא פארק אסאך מער, און קאנטרי איז אויך דא אסאך מקוואות, אפשר קענסטו אנצייגן איין מקוה וואס דער ''רב המקוואות'' האט געבויט? איך קען דיר אנצייגן מער פון 10 פון ווי מען האט עם ארויסגעווארפן בחרפות ובושות נאך זיך איבערצייגן אז ער פארשטייט צו מקוואות ווי איך פארשטיי צום ספוטניק,

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 5:13 pm

· #390119
דו זעסט טאקע נישט די טינופת אין וואס דו ליגסט? פארוואס איז עס וויכטיג צו וויסען צו ער האט אמאל געבויעט א מקוה? פארוואס איז עס וויכטיג צו וויסן וואס ער האט געטוהן אין אוקראיינה?

נאר כך הוא דרככם בטומאה, אנכאפן דעם מענטש און נישט די נושא.

און סתם אזוי, ווען די פיהרערס פון א מקוה שיקען א בריוו אז זיבן פארשוינען טארן נישט גיין אין זייער מקוה, וואס האלט איהם צוריק פון גיין אין א צווייטע מקוה? און וואס וועט זיין אז ער מופט אוועק? א צווייטע שטאט זאל יא ליידן? און די ווערטער אז 'יעדער ווייסט די נאמען' איז מביאים לידי גיחוך. איך ווייס נישט די נעמען. מיינע קינדער מעגן מאלעסטירט ווערען ווייל איך בין א ליטוואק? אזוי ווי מ'האט געטוהן ביי די מצות?

איינציג » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 5:47 pm

· #390124
''דו'' ברענגסט ארויף זיין בויען מקוואות און ווען איך פארלאנג מיר אנצוצייכענען ווי ער האט געבויט א מקוה ווילסטו וויסן פארוואס עס איז וויכטיג צו וויסן ווי ער האט געבויט א מקוה?

און אויף די צווייטע שאלה איז וויכטיג צו וויסן א ענטפער אויף די פראגעס וואס איך האב געפרעגט, וואס איינס פון די איז ''וואס האלסטו דארף מען טין פאר איינעם וואס האט פראבירט צו טאטשן א בחור ארין די מקוה? ענטפער מיין קינד... און יא, עס איז וויכטיג צו וויסן מה טובו פון נ''ר, איז ער א ערליכער וואס איז ראוי מוסר צו זאגן פאר כלל ישראל, אדער איז ער א פאלנער נואף וואס זיין גאנצער ציל איז צו רעדן מנוולות, און אויב פארשטייסטו דאס נישט, זאגט דאס אסאך אויף דיין כאראקטער, דיינע קינדער ווערן נישט מאלעסטעד אין די מקוה ווייל... זיי גייען נישט אין די מקוה... זיי ווערן מאלעסטעד ווען זיי הערן דעם האטליין פון נ''ר...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 5:50 pm

· #390125
איך האב געוואוסט אז דו האלטסט טאקע אז מ'דארף אייביג רעדן פון דעם מענטש. יעצט ביסטו טאקע מודה. נישט די נושא נאר דער מענטש.

עפען אן אשכול מיט די שאלה, מעגן קינדער אויסהערן נ"ר. דאס איז דא נישט געווען די נושא. נאר וועגן מאלעסטערס.

איך ווייס נישט צו נחום האט יא צו נישט אויפגעטוהן. דאס בלינדע גלויבען אין עסקנים איז זיכער א נערישקייט.

איינציג » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 7:35 pm

· #390130
קודם האלטן מיר ב"ה אויף א וועג אז דו ווייסט שוין נישט צו נחום האט עפעס אויפגעטוהן, האב איך שוין עפעס אויפגעטוהן.

אינטרעסאנט, איך האב געפענט דעם אשכול מיט אפאר פראגעס וועגען מאלעסטעשאן, און דו ביסט נישט געווען בנמצא, און ביז דערווייל האסטו נאך אלץ נישט אפילו פראבירט צו ענטפערן אפאר סימפל פראגעס, נאר ווען נחום איז אריין געקומען אין שמועס האסטו דיך אויף געוועקט, עפעס האסטו א שוואכקייט צו נחום, ווייסט ער פערעפס עפעס שמוציגע סודות וועגן דיר? ווער ווייסט?, עפעס נעמסטו דיך אן פאר עהם בלינדערהייט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 7:49 pm

· #390131
ביסט גערעכט, ביז פיהר פעידזשעס אריין אין דער שמועס, האב איך נישט רעאגירט.

אבער יעצט בין איך די נושא, אבי נישט די נושא זעלבסט. האסט נאר געזען די וואס רעדען פון נחום ווייל דו האסט געוואלט רעדען פון נחום און נישט פון מאלעסטעישען. ס'ווייזט אויס אז אין דיין וועלט, ווען מ'וועט מוזען מודה זיין אז נחום האט יא עפעס אויפגעטוהן, וועלען אלע זיין עוולות, משוגעס'ן, קוריאזען און שקרים ווערען פארענטפערט און בארעכטיגט. דו קענסט נישט משיג זיין אז ער ווערט נישט קיין וואוילע קלוגע אויפריכטיגע מענטש, נאר ווייל עפעס גוט איז פונקט ארויס פון זיין מעשים.

אזוי ווי איך האב געזאגט פון אנהייב, ווייס איך נישט צו ער האט אויפגעטוהן צו נישט. איך גלויב נישט אין נאמענלאזער עסקנים, זיי זענען מסתמא נישט בעסער ווי די וואס מ'ווייסט זייער נעמען, ומטיבן של קרובים אתה יודע טיבן של רחוקים, און איך קען א פאר לעיקוואדער עסקנים און מ'קען זיי נישט טראסטען ווייטער ווי מ'קען זיי שטויסען. דעריבער דאס בלינדע גלויבונג אין עסקנים איז ביי מיר זינלאז און מסוכן.
בלאט: 1 2 3