☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן

132 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11992
בלאט: 1 2 3

הקטן » דאנערשטאג מאי 10, 2018 10:26 pm

· #402278
די לייק איז פאר די גמרא- , א בחינה פין יששכר זבולן
איך רעד נישט אריין און עצם שמוס

איסר האטלקי » פרייטאג מאי 11, 2018 1:16 pm

· #402309
ס'הייסט אז מ'גייט מאכן עפעס א טויש, נחום קליין וועט איבערנעמען שומרים, דוב הייקינד גייט פירן די סקול, און ער וועט איבערנעמען ספייקי'ס זשאב אין סקול, ספייקי וועט זיין דער פארברעכער וועם שומרים וועט כאפן. איינער קען קאנפירמען?

שבת אחים » פרייטאג מאי 11, 2018 2:17 pm

· #402315
איסר האטלקי
ס'הייסט אז מ'גייט מאכן עפעס א טויש, נחום קליין וועט איבערנעמען שומרים, דוב הייקינד גייט פירן די סקול, און ער וועט איבערנעמען ספייקי'ס זשאב אין סקול, ספייקי וועט זיין דער פארברעכער וועם שומרים וועט כאפן. איינער קען קאנפירמען?


הייסט עס אלעס איז א וויץ ביי דיר? דו לאכסט פון יענעמס צרות!? קמאן! דאס איז נישט קיין ליצנות. מ׳דארף די זאכן גרונטליך אויספארשן און מאכן זיכער אז אויב סאיז טאקע געשעהן זאלן די חזירים באשטראפט ווערן און סזאל נישט נאכאמאל נישט פאסירן. די נעמסט די זאכן צו גרינג. פארוואס? ווייל סאיז פערצופאל נישט געוועהן דיין קינד???

אונז האבן די לעצטע פאר דורות צוגעלאזט אז חזירים זאלן זיין מלמדים, טיטשערס, משגיחים, מגי״ש, באס רבי׳ס, טערעפיסט, ארבייטארס אין סקול. קיינער האט גארנישט געזאגט. מהאט אלעס געווארפן אינטער די קארפעט. ענדליך אז מהייבט אן קעיר צו נעמען מאכסטו ליצנות?

כפארשטיי נישט!

און טאמער איז ער טאקע אומשולדיג, לאמיר האפן אז ער וועט ריינגעוואשן ווערן אין קאורט. אבער אפחוזקן פון די cleanup איז סתם נעריש און רשעותדיג.

berlbalaguleh » פרייטאג מאי 11, 2018 2:52 pm

· #402317
שבת אחים: איך האב א גרויסע הנאה צו הערן אן צו זעהן אז הרב שבת אחים ווערט אן ערנסטער מענטש. רבותיי...הערטס אויף צו מאכן ליצנות. מ'האנדלט דא מיט גאר ערנסטע מענטשן. ווער ס'וועט מאכן דזשאוקס גייט ווערן געפאנישט...ער וועט נישט ארויסגיין ביי ריסעס...!

שבת אחים » פרייטאג מאי 11, 2018 4:05 pm

· #402321
berlbalaguleh
שבת אחים: איך האב א גרויסע הנאה צו הערן אן צו זעהן אז הרב שבת אחים ווערט אן ערנסטער מענטש. רבותיי...הערטס אויף צו מאכן ליצנות. מ'האנדלט דא מיט גאר ערנסטע מענטשן. ווער ס'וועט מאכן דזשאוקס גייט ווערן געפאנישט...ער וועט נישט ארויסגיין ביי ריסעס...!


😂

שבת אחים » פרייטאג מאי 11, 2018 4:06 pm

· #402322
דעס באקומען היינט אויף וואטסאפפ.

ק/פ


JUST IN; Story about Jacob Daskal, Police Liasion, Community Board & Shomrim member is not true. Jacob took care of an israeli divorced family, which the wife didint want the her X husband to see the children, after trying to stop Jacob in multiple ways, he turned in to the NYPD that Jacob raped his 16 year daughter hopefully in this way to get Jacob out of his way, All messages and Media news are FALSE! Jacob is a true commuity leader out for the Boro Park Community.

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג מאי 11, 2018 4:08 pm

· #402323
איינער האט דאס שוין פריער דערמאנט, און ער איז געווארן פארשריגען.

און @ששון האט געזאגט אז מען ארעסטירט נישט פאר חלומות און שמועות.

איסר האטלקי » פרייטאג מאי 11, 2018 4:09 pm

· #402324
וואס איז די נאמען פון דעם איזראעלי? אויב איז עס אמת געב שנעל ארויס דעם נאמען.

שבת אחים » פרייטאג מאי 11, 2018 5:44 pm

· #402328
גרויסע מענטשעלע
איינער האט דאס שוין פריער דערמאנט, און ער איז געווארן פארשריגען.

און @ששון האט געזאגט אז מען ארעסטירט נישט פאר חלומות און שמועות.


יענער האט געזאגט אז ער "קען אים". ווידער דאס קוקט אויס ווי א "אפיציעלע סטעיטמענט" פון דאסקאל'ס זייט.

שושן איז לכאורה גערעכט. ס'האט געמוזט זיין עפעס מעהר ווי סתם א קלעים אים צו ארעסטירן, מיט דעם אלעמען קען ער נאכאלץ זיין אומשולדיג.

ונזכה ונחי' ונראה. ס'נישט קיין חילוק וועלכע וועג ס'גייט זיך אויסשטעלן איז עס ליידער א אומגליק. אויב איז עס אמת איז עס שאקירענד אז דער פרעזידענט פון די שומרים און די אפציעלע טאכעסלעקער וואס דארפן היטן אויף די געמיינדע איז גאר א רעפיסט און א פארברעכער. ווידער אויב איז ער אומשולדיג איז עס אויך א אומגליק אז יעדער איינער קען סתם אזוי באשמיצן און באשמירן איינעם סתם פאר נקמה און יענער און זייער משפחה דארפן נעבעך דורכגיין די אלע אומזיסטיגע צער און עגמ"נ. בקיצור, ס'איז נישט גוט.

אישתישבי » פרייטאג מאי 11, 2018 6:57 pm

· #402331
נאר צוצולייגן צו שבת אחים, אויב דער מעשה שטעלט זיך אויס צו זיין א באבע מעשה, ווי עס זעהט אויס, מיינט עס גארנישט אז נחום קליין איז עפעס א בעסערע מענטש, ער בלייבט לדורות א מענטש וואס האט געלאזט א גוי טאטשען מיידלעך און פראקען פין אונטען, און פין די אנדערע זייט גערודפט א מיידל וואס זעהט אויס שיין זאל זיך האלטען בצניעות. ימח שמו.

דאסקאל איז וואס ער איז, אבער דער מעשה קלעבט נישט אזוי צו אים. איך בין זיכער אז מען וועט וויסן דער אמת, און דער אמת וועט ארויפשווימען ווי בוימל אויף וואסער (כאותו ברכה).

שמעון וואלף » מוצ"ש מאי 12, 2018 11:20 pm

· #402342
איסר האטלקי
ס'הייסט אז מ'גייט מאכן עפעס א טויש, נחום קליין וועט איבערנעמען שומרים, דוב הייקינד גייט פירן די סקול, און ער וועט איבערנעמען ספייקי'ס זשאב אין סקול, ספייקי וועט זיין דער פארברעכער וועם שומרים וועט כאפן. איינער קען קאנפירמען?

שניידערמאן קענסטי נישט אריינמישן ערגעץ אינדערצווישן?

תנחום » זונטאג מאי 13, 2018 7:05 pm

· #402427
דא אין שטיבל האט מען שוין מעורר געוועהן וועגן חושד זיין אומשולדיגע מענטשן באזירט אויף שמיעות...

בן ישי » זונטאג מאי 13, 2018 7:11 pm

· #402429
גרויסע מענטשעלע
איינער האט דאס שוין פריער דערמאנט, און ער איז געווארן פארשריגען.

און @ששון האט געזאגט אז מען ארעסטירט נישט פאר חלומות און שמועות.

אויב איז אמת די מעשה הייסט עס אז די מיידל איז יעצט ביים טאטען ממילא ארבעט זי מיט מיט עם.

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 7:22 pm

· #402430
איך האב געהערט פון נאנטע מענטשען צו דאסקאלס זייט אט די ווערסיע פון די מעשה:

איך נעם נישט קיין אחריות אויף די אינהאלט!

די מיידל איז געגאנגען צו א טעראפיסט און בתוך הדברים פארציילט וועגן יענקי דאסקאל. די טעראפיסט האט גערופן פאליציי (לויט די געזעצן דארפן זיי גלייך מעלדן פאר די פאליציי) די פאליציי האט זי אויסגעפארשט. און איר געבעטן צו זי קען פון איר טעלעפאון רופן דאסקאל. וכך הווה. זי האט גערעדט מיט דאסקאל אפאר טאג נאכאנאד. גראפישע דיטעילס וועגן איר Affair בשעת אלעס איז אינטערגעהערט ביי די פאליציי... די פראסיקיוטארס זענען גרייט פאר טרייעל.

אויב איז עס אמת איז ער אויף ״געהאקטע צרות״.

נאכאמאל:
איך נעם נישט קיין אחריות. אבער סאיז פון א גיטע מקור.

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 7:33 pm

· #402431
תנחום
דא אין שטיבל האט מען שוין מעורר געוועהן וועגן חושד זיין אומשולדיגע מענטשן באזירט אויף שמיעות...


סתם שמיעות איז לכאורה נישט די זעלבע ווי ווערן אפעציעל ארעסטירט און אנגעקלאגט.

בן ישי » זונטאג מאי 13, 2018 7:39 pm

· #402432
אין מיינען אויגן איז עס כמעט די זעלבע.
ווערן ארעסטירט היינט איז זייער גרינג, דערווייל ווייסן אינז נישט פון קיין שום באווייזן ממילא קען עס זיין אמת אין ס'קען זיין ארויסגעזויגן פון פינגער

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 7:45 pm

· #402433
ווערן ארעסטירט איז גרינג. פאר יעדע נערישקייט ארעסטירט מען אין אמעריקע. כ'גלייב אבער נישט אויף די זאכן... אין אזעלכע קעיסעס מאכן זיי געווענטליך זיכער אז זיי זאלן נישט חוזק זיין. אויב מ'האט ארעסטירט איינעם וואס איז אזוי גוט מיט די אפישעלס, איז יש דברים בגוי. חוץ מזה פרעג דיך נאך. לויט ווי כ'הער איז דא קראנטע באווייזן קעגן אים.

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 7:47 pm

· #402434
הד''ד אבי געשאסן. אין די ענינים ארעסטירט מען ווי שנעלער, איידער ס'רינט ארויס צו די מידיע, וואס דאן שפירן זיי זיך געצווינגען. מ'ארעסטירט אפילו אויף חשדות - אין די ענינים.

שבת אחים » זונטאג מאי 13, 2018 7:50 pm

· #402435
כ'בין נישט זיכער פון וואו דו נעמסט דאס. געווענטליך מאכן זיי ריסורטש פאר דעם. לויט די ווערסיע וואס איך האב געהערט האבן זיי דא נישט געהאט וואס מורא צו האבן פון די מידיא. דער טעראפיסט האט גערופן די פאליציי, און זיי האבן געהאט גענוג צייט עס אויסצופארשן.

דעס איז וואס איך האב געהערט שוין פון דאסקאלס מענטשן. און נאכאמאל, אלעס איז מעגליך. קען זיין אז ער איז אומשולדיג. אבער כ'הער נאך נישט די אומשולד, דערווייל הער איך פארקערט.

בן ישי » זונטאג מאי 13, 2018 8:07 pm

· #402442
איך האב נישט געהערט קיין שום באווייזן

איסר האטלקי » זונטאג מאי 13, 2018 10:20 pm

· #402490
אויף וועלכע זייט איז אישתשבי?

אישתישבי » זונטאג מאי 13, 2018 11:26 pm

· #402501
איסר האטלקי
אויף וועלכע זייט איז אישתשבי?


קינע הארע, איך קלער פין זיין א בעל גאווה.

Dudy lebo » דאנערשטאג מערץ 4, 2021 6:06 pm

· #467985
Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן
די דארנעשטאג ווערט יענקי דאסקאל געשטעלט אין פארנט פון א פעדעראלע געריכט, איבער קלאגעס פארן רעיפן א 15 יעריגע מיידל אין פארשידענע סטעיטס פאר א יאר צייט. אויב ווערט ער באשילדיגט, קען אים קומען 10 יאר אין תפיסה.

(דאס איז א נעקסט-סטעפ פון די פראסיקיוטערס, אים צו קלאגן פעדראלע-קלאגעס, ווי איידער סטעיט, וואס איז אסאך גרינגערע עונשים).

moneyminded » פרייטאג מערץ 5, 2021 12:23 am

· #468008
Re: מאלעסטעישאן אין היימישע קרייזן
Dudy lebo
די דארנעשטאג ווערט יענקי דאסקאל געשטעלט אין פארנט פון א פעדעראלע געריכט, איבער קלאגעס פארן רעיפן א 15 יעריגע מיידל אין פארשידענע סטעיטס פאר א יאר צייט. אויב ווערט ער באשילדיגט, קען אים קומען 10 יאר אין תפיסה.

(דאס איז א נעקסט-סטעפ פון די פראסיקיוטערס, אים צו קלאגן פעדראלע-קלאגעס, ווי איידער סטעיט, וואס איז אסאך גרינגערע עונשים).
נעקסטע וואך דאנערשטאג?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

אינגערמאנטשיקל » דאנערשטאג מערץ 11, 2021 11:25 pm

· #468431

כלבאשבוע » פרייטאג מערץ 12, 2021 2:30 am

· #468434
אינגערמאנטשיקל


נישט קיין סורפרייז, זיינע אזויגערופענע פעולות איז שוין לאנג באקאנט אין היימישע קרייזן נאר יעצט אז ער איז אפיציעל געווארן א האלבע חילוני איז מען עס מפרסם כדי די חילונים זאלן אויך וויסן

טאמבל סאס » פרייטאג מערץ 12, 2021 3:34 am

· #468435
אבער אויף איין זאך זענט איר און משי זהב נישט מחולק: ווען א אונזעריגער טוט עס איז פיין. מען קען מאכן א שווייג אבער ווען ס'איז א דרויסענדיגער, ווייסט מען שוין גענוי ווי אזוי קעיר צו נעמען דערפון..

יהודה משי זהב, זיך צו ריינוואשן, טענה'ט אז דאס זענען סתם אפאר קיצוניים וואס מאכן אויף ליגנטס געגן אים און איר זאגט, נעה, ביז היינט האט מען פשוט נישט פארציילט ווייל ער איז נאך פרום געווען. 😂

און איך שטיי און איך וואונדער מיך וואס האט דאס מיט פרומקייט צוטוהן? זיך ארויפצווינגען אויף א צווייטן אדער אפ' נאר קטנ'ען אויף יענעם (אפילו אויב יענער איז נישט מאונס אויף די אקט זעלבסט) איז נישט דבר אנושי פול סטאפ. וואס וועלן אונזערע שונאים זאגן: אויב דאס זענען שוין די חרדים וואס זענען האלבע חילונים, ווי אזוי איז די געדאנקענגאנג און די צוגאנג אין אזעלכע ענינים, פון דיע וואס זענען גאנצע חרדים?

מען ברויך קלארמאכן אז נישט נאר איז משי זהב נישט קיין 'מעסיגער' חרדי ווי ער שטעלט זיך פאר נאר די גאנצע שפיהל האט ער נאר געטוהן די אלע יארן כדי צו פארדעקן און קענען טוהן די אלע שמוצן.

אינגערמאנטשיקל » פרייטאג מערץ 12, 2021 2:57 pm

· #468459
פולע ארטיקל. (אין הארץ דארף מען האבן סובסקריבשען)

כלבאשבוע » זונטאג מערץ 14, 2021 5:17 am

· #468489
📎 08D68A08-0A00-4900-98A7-6599AEC9ED3E.jpeg

איך אויך » מיטוואך מערץ 17, 2021 5:46 pm

· #468685
מעשה ביודה.

מְדִינַת יִשְׂרָאֵל הִכָּה בְּתַּדְהֵמָה
יְהוּדָה נִצֵּל בָּחוּר וְגַם נַעֲרָה
יִדְּעוּ בַּמִּגְזָר אֶת אֲשֶׁר נַעֲשָׂה
אָמְרוּ הַחֲבֵרִים לְאַחַר הַמַּעֲשֶׂה

בִּנְעוּרָיו פָּעִיל קֶשֶׁ''תּ
קִיצוֹנִי מִמִּשְׁפָּחָה מֻשְׁרֶשֶׁת
יָדָיו לוֹ בְּכָּל – אִישׁ עִם קְשָׁרִים
עַסְקָן בַּשְּׁכוּנָה קְשָׁיִים הֶעֱרִים

גָּדַל הַבָּחוּר וְנִהְיֶה קַמְבֵּ''ץ
קְצִין מִבְצָעִים בַּחֲדָרִים גִּרְבֵּץ
מַעֲשֵׂי טֵרוֹר הִפְעִיל בַּמַּרְתֵּף
יְלָדִים וּנְעָרִים אַף לִטֵּף

אֶת זַקַ''א בְּמוֹ יָדָיו הֵקִים
בִּכְפָפוֹת שֶׁל מֶשִׁי גּוּפוֹת הֵרִים
בַּשַּׂקִּים לְבָנִים אוֹתָם עָטַף
זְכוּת הַחֶסֶד יַעֲמֹד לוֹ לָרַב

עִם הַוֵּסְט וְחֻלְצָה לְבָנָה
נִצֵּל אֶת קְשָׁרָיו אוֹתוֹ בּ׳נָהּ
מוּתָג זַקָּ''א יִחֵס לְעַצְמוֹ
לַמְרוֹת שֶׁכְּבָר לֹא הָיָה חֵלֶק בּוֹ

יוֹדָה כּוּנָּה 'הַמְּגַשֵּׁר'
לְחִלוֹנִים וַחֲרֵדִים הָיָה כָּשֶׂר
אֶת מֶשִׁי כֻּלָּם הִכִּירוּ
בַּתִּקְשֹׁרֶת אָהֲבוּ וְגַם הֶעֱרִיצוּ

הַתִּקְשֹׁרֶת אָהַב אֶת הַחֲרֵדִי הַמַּחְמַד
אֶת דִּבְרֵי הַהֶבֶל נֶגֶד הַצִּבּוּר - שָׁם לָמַד
הִתְיַיצֵּב כְּסֵדֶר כְּדוֹבֵר הַמִּגְזָר
הָאֱמֶת הוּא, שֶׁהוּא לֹא אַחֵר אֶלָּא זָר

לְתִפְאֶרֶת הַמְּדִינָה מַשּׂוּאָה הִדְלִיק
הַחֲבֵרִים בְּ'מֵאָה שְׁעָרִים' קִבְּלוּ פְלִיק
אֶת מָסֹרֶת אֲבוֹתֵינוּ הוּא נָטַשׁ מִזְּמַן
כָּעֵת גַּם בּוֹגֵד - כוֹפֵר בָּעִקָּר וְלֹא נֶאֱמָן

יוֹדָה יוֹדָה יָא יוֹדָה
מְדִינַת יִשְׂרָאֵל הִכָּה בְּתַדְהֵמָה
נְעָרוֹת וְנָשִׁים מִתְלוֹנְנוֹת וּמְעִידוֹת
עַל דְּפוּס פְּעֻלָּה שֶׁל אֹנֶס וְהַטְרָדוֹת

עִתּוֹן 'הָאָרֶץ' רִאשׁוֹנָה בַּחֲשִׂיפָה
אַחֲרֵיהֶם מִבְּלִי לַעֲמֹד בְּקֶצֶב, הֲצָפָה
כָּל הַמַּהֲדוּרוֹת בְּפָרָשַׁת יוֹדָה נִפְתָּחוֹת
כֻּלָּם בַּמַּקְהֵלָה פֹּה פּוֹצְחוֹת

מִי? הָרַב יְהוּדָה מֶשִׁי זָהָב
מְגִיבִים כֻּלָּם בְּהֶלֶם וּכְאֵב
לֹא מַאֲמִינִים זֶה לֹא נִתְּפָס
זֶה הָאִישׁ זֶה מִפְעַל חַיָּיו יִשְׁכַּח מ'הַפְּרָס'

הַכֹּל בְּגָדֵר 'לִכְאוֹרָה'
אָנוּ תִּקְוָה שֶׁהַצֶּדֶק יֵצֵא לְאוֹרָהּ
חֲקִירָה נִפְתְּחָה בְּמַחְלָקָה בְּלַהַב
תַּם אַךְ לֹא נִשְׁלַם פֶּרֶק בְּחַיָּיו

תרמב » מיטוואך מערץ 17, 2021 11:40 pm

· #468710
דאס איז דיין ארבעט?

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 18, 2021 12:12 am

· #468714
ניין.
בלאט: 1 2 3