דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #9701
94 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9701
בלאט: 1 2
אנאנים: ייש"כ פאר אראפברענגען די צווייטע זייט פון די מטבע, און צורירן (פאן אינטענדעד.) צו א זייער ווייטאגליכע פרשה וועלכע האט שוין גורם געווען א סאך צער און עגמת נפש און איז אויך באגלייט מיט א גרויסע מאס היסטעריע.
דער סאבדזשעקט פון טשיילד מאלעסטעישן איז זייער א פארצווייגטער און האט פילזייטיגע אספעקטן. ס'האט זיך אנגעהויבן מיט אמת'ע פאקטן, ווען א טייל רבי'ס, טיטשערס אדער יוגנט קאונסלערס זענען באשולדיגט געווארן אין אביוזן קינדער וועלכע זענען געווען אונטער זייער קאנטראל. קיינער האט זיך נישט געמאכט קיין סאך צו טון. ביז מ'האט אנגעהויבן איינצוזעהן די שעדליכע עפעקטן וואס דאס האט געהאט אויפ'ן לעבן פון די קינדער וועלכע זענען געווארן אביוזד.
אבער צוזאמען מיט די רפואה איז אויך געקומען די זייטיגע השפעות וואס דאס האט גורם געווען. די מענטשן זענען אריינגעגאנגען אין עפעס א מין היסטעריע. וואו מ'האט נאר געהערט פון עפעס א באשולדיגונג אקעיגן א מענטש. מעג ער זיין דער פיינסטער און ארנטליכסטער מענטש. איז ער שוין געווארן אפגעסטעמפלט אלס מאלעסטער און אביוזער. פארשטייצעך אז יענער (אומשולדיגער) האט באלד פארלוירן זיין דזשאב און פרנסה. אויך זיין גאנצע משפחה איז פארשעמט געווארן. ווען אין א סאך פעלער האט זיך אויסגעלאזט אז די גאנצע פרשה איז נאר געקומען צוליעב עפעס א מיספארשטענדעניש אדער בייזוויליגער בלבול פון האלב-צודרייטע אדער רשעות'דיגע מענטשן וועלכע האבן געהאט זייער אייגענע אגענדא. צו ביי משפחה סיכסוכים פון שלום בית, וואו איין צד האט געזוכט צו באקומען קאסטעדי פון די קינדער.
אבער א גרויסן טייל פן דעם געשאפענעם מצב קענמען אנלייגן אויף די אזוי-גערופענע "עדוואקעיטס". זיי זענען (אין די מערסטע פאלן) נישט געווען קיין נייטראלע מענטשן וועלכע האבן אויס זארג פאר'ן וואוילזיין פון די קינדער זיך אונטערגענומען צו פובליצירן די נעמען פון די באשולדיגטע מענטשן נאך גרונטליכע אויספארשונגען פון אלע זייטן פון די באשולדיגונג. נאר זיי האבן ענדערש געמאכט דעם רושם אלס טומלערס און פובליסיטי-זוכערס.
לאמיר נאר דערמאנען צוויי פון די מערסט באוואוסטע מתעסקים אין באקעמפן טשיילד אביוז. נחום ראזנבערג און "הרב" יעקב הורוביץ פון מאנסי. זיי וועלן קיינמאל נישט ארויסקומען מיט פאקטן און אפענע ראיות און באשולדיגונגען אקעיגן א מענטש. אדער אפילו ארויסברענגען אפילו א ספק אין זיין שולד. אזוי ווי ס'איז געווען לעצטנס ביי א פרשה אין ראקלענד קאונטי, וואו עפעס א בחור/יונגערמאן וועלכער האט זיינע אייגענע פסיכאלאגישע און עמאציאנעלע פראבלעמען איז ארויסגעקומען מיט לעכערליכע באשולדיגונגען אקעיגן א באוואוסטן, ארנטליכן איד א תלמיד חכם און פעמילי מענטש. זיי (די עדוואקעיטס) האבן חדשים לאנג געשריבן אלערליי בייזוויליגע, אויסגעטראכטע בילבולים אקעיגן דעם איד, וואס נאר א קראנקהאפטיגע פאנטאזיע קען פראדוצירן אזאלכע באשולדיגונגען. און ווען ס'איז, צום סוף אויפגעוויזן געווארן אין קאורט (מיט די הילף פון אן ערפארענעם לאיער) אז ס'איז געווען לא דובים ולא יער. קיין איינע פון די באשולדיגונגען זענען נישט געווען אמת. האבן זיי, די אזוי-גערופענע עדוואקעיטס זיך גענומען שרייען און באשולדיגן דעם דזשאדזש און דעם קאורט אין זיין קארופטירט. שטאטס אננעמען דעם פסק. אפילו ביי די פרשה פון נחמיה וועבערמאן איז אויך געווען די זעלבע זאך."הרב" יעקב הורוביץ האט געטענה'ט אז ס'איז דא לכה"פ נאך פיהר באשולדיגערינס אקעיגן איהם. איז מיין קשיא. פארוואס האט ער זיי נישט ארויפגעלייגט אויפ'ן סטענד אז זיי זאללן עדות זאגן אקעיגן איהם אין קאורט. ער איז אויפגעקומען מיט אלערליי לעכערליכע תירוצים פארוואס זיי "קענען" נישט עדות זאגן...!
לאמיר נאר האפן אז דער מצב וועט זיך סטאביליזירן און אלע באשולדיגונגען פון אביוז אדער מאלעסטעישן וועלן ווערן גרונטליך אויסגעפארשט. און די שולדיגע זאללן טאקע באצאללן א פרייז פאר זייערע שלעכטע מעשים. אבער די אומשולדיגע זאללן ריינגעוואשן ווערן אן דעם וואס זיי זאללן האבן געליטן אומזיסטע פארשעמונגען און עגמת נפש פאר זיי און זייער משפחה...!

ישר כח פארן ארויף ברענגען אזא געוואלדיגע וויכטיגע נושא וואס איז מונח בקרן זויות. דער גאלדענער שביל הזהב איז אייביג נוגע, און עס זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז מיט גיין א פארבלענדעטן אומ'אחריות'דיגער עקסטרעם וועט מען העלפן די מענטשהייט.
אלץ א קרבן פון א מלמד א מנוול וועל איך צולייגען א דריטע שפיץ.
ס'דא צוויי מיני מענטשען,
א' אן ערליכע נארמאלע מענטש און איינער קומט מיט א מעשה'לה, איז 90% זיכער אז ס'איז דימיונות אדער נקמה וכדומה.
ב' איינער וואס ס'איז סאני שומעני' יעדער האט צופארציילען יארן אויף אים מעשות.
איצטער אז מ'בעקט סוג ב' ביי אונז און מ'פרייד זיך מיט אים וד''ל איז נישט קיין ווינדער אז סוג א' פאלען קרבנות. ודו''ק כי קצרתי מדוחק הזמן.

קודם וויל איך מקדים זיין מיטן זאגן אז ארויפווארפן א קול פון א מאלעסטער אויף אן אומשולדיגן מענטש איז אסאך ארגער פון קאלט-בלוטיג מערדערן איינעם פאונט-בלענק! די אומפאררעכטבארע שאדן פאר דעם מענטש און זיין משפחה איז שרעקליך ביז גאר. (דאס איז אויסער די שאדן וואס דאס טוט אפ פאר אלע ריכטיגע מאלעסטעשאן-קרבנות, וואס פארלירן די לעגיטימעסי נאכן שרייען "וואלף!". אבער איך לייג דאס איינגערינגלט, כי לא זו העיקר.)
אבער די מעשה וואס @אנאנים פארציילט דא, דארף לכאורה ארויסברענגען א נקודה. טא וואס איז טאקע די נקודה? אז מ'זאל מער נישט גלייבן די קומענדיגע וויקטים? ועל זה היה דווה לבנו.
ס'איז פארהאן צוויי לעכער אין די ארטיקל וואס - פאר תמימי לב - קען פארקומען ווי א טענה:
א. לעגיטימאציע פון די עצם מעשה. מאן יימר אז דאס האט ווירקליך פאסירט, אפילו די אבוויעס חלק?
ב. ס'פאסירט ביי די שענסטע און דאס בעסטע.
גערעכט אז אפילו ס'האט נישט פאסירט קען עס אבער פאסירן, אבער די עיקר מוסר השכל דא איז פון א מעשה שהיה, ווי מען זעהט פון די הקדמות וואס דו האסט אילוועסטעד אויף דעם בעל המעשה'ס מעלות:
[list]
[*]"פיינעם געשמאקן יונגערמאן"[/*:m]
[*]"א באשיידענע יונגערמאן"[/*:m]
[*]"א בעל מידות"[/*:m]
[*]"א בא'טעמ'טער מענטש"[/*:m]
[*]"באאיינדרוקט יעדן מיט זיין נח לשמים ונח לבריות'דיגע התנהגות"[/*:m]
[*]"א פרנסה ... וואס ער האט געטון בנאמנות צו יעדנ'ס צופרידנהייט"[/*:m]
[*]"א זיידענע יונגערמאן וואס קען כפשוטו נישט טשעפענען קיין פליג"[/*:m]
[*]"אזא איידעלע נחבא אל הכלים"[/*:m]
[*]"דער העכסט-נארמאלער מאן"[/*:m]
[*]"גענוג רעספאנסיבל"[/*:m]
[*]"א העכסט רעספאנסיבל מענטש"[/*:m]
[*]"א זיסע מענטש מיט הארץ פון פוטער"[/*:m]
[*]"העכסט רעספאנסיבל מענטש" (כ'ווייס אז ס'איז א דופליקעיט, אבער ס'שטייט צוויי מאל)[/*:m][/list:u]
ווי אויך, האט הרב @אנאנים אריינגעלייגט אביסל כוחות צו פארשווארצן דאס פנים - און עכ"פ מאכן אויסזעהן ווי א משוגע'נע - פאר די באשולדיג'טע פרוי (וואס אויב זי האט הייפאטעטיקעלי דאס געטוהן, איז זי א מסוכן'דיגע מרשעת):
[list]
[*]"כפי השמועה איז דער מאן געווען היבש אביוזיוו כלפי זיין ווייב."[/*:m]
[*]"צוליב איר שווערע טראומע"[/*:m]
[*]"זי האט פארלוירן טראסט אין מענטשהייט"[/*:m]
[*]"מוגזם מאוד"[/*:m]
[*]"החרי האף הגדול הזה"[/*:m]
[*]"אנגע'פאביע'ט כדבעי"[/*:m]
[*]"אבוויעסלי אביסל גערירט"[/*:m]
[*]"א טראבלד שטוב"[/*:m]
[*]"א היבש צעווילדעוועט קינד"[/*:m]
[*]"היבש אונטערשטעליג פון זיין עידזש קינדער אין התנהגות"[/*:m]
[*]"אויפן באס ווילדעוועט ער אויך"[/*:m]
[*]"דארט איז עס ... אויך מסוכן"[/*:m]
[*]"אאוט אף הענד"[/*:m]
[*]"זי איז א רחמנות"[/*:m]
[*]"אליינס א קרבן פון אביוז"[/*:m]
[*]"רוב מאלעסטער'ס זענען געוועזענע קרבנות"[/*:m]
[*]"א געוועזענע קרבן"[/*:m][/list:u]
היוצא לנו מזה, אז מ'הייבט אהן אראפצושניידן פון די ברייטע שפראך, איז די מעסעדזש נישט אזוי שטארק. און אויב שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט אזא צדיק און זי איז בכלל נישט משוגע, דאן האמיר א גאר-פארקערטע בילד. איי, וואס טוט זיך אבער ווען דאס בילד שטעלט זיך יא אמאל ארויס אקוראט ווי די דאזיגע סיפור? קיין שום פראבלעם. ס'סעטלט זיך גאנץ שנעל - ווי די מעשה דא גייט. דער באס-דרייווער גייט טאקע אדורך גאר-שווערע אומ-יושר'דיגע מאמענטן און איך ווינטש אים אז השם ינקום דמו, אבער מיר זעהן אויך אז ווען די מעשה איז נישט אמת פאלט אלעס אויפן פלאץ.
אבער - חוץ מכל זה - טאר מען נישט פארגעסן אז ס'איז נישט פארהאן אזא זאך אז "ער קען נישט טשעפענען א פליג". כ'וויל נישט יעצט אריינגיין בפרטיות איבער וואס האלט צוריק דעם מענטש פון "טשעפענען א פליג", אבער - let's just say - א חלק האט צו טוען מיט מה יאמרו הבריות, און ווען מען שפירט באקוועם אז קיינער וועט נישט וויסן, פירט מען זיך אויף גאר-אנדערש. (דאס וועט אויך פארשטיין-גיבן פארוואס ס'מאכט זיך אסאך וויקטימס ביי צובראכענע מצבים.)
איי וועסטו פרעגן "וואס וויל ער דא? מ'רעדט דאס נאר בסה"כ פון די צד השני של הסיפור!" ווייל איך האלט אז די סארט דיבור איז מסוכן עד מאוד. והמבין יבין.

רבי שלום איהר זאגט דברים כדרבונות די אלע שיינע שבחים אויפן יונגערמאן (וואס איך קען אינם גראדע און ער איז טאקע א פיינער ) איז נישט נוגע בכלל!!
איך האב שוין באגעגנט חשובע יונגעלייט תלמידי חכמים יראי שמים וואס זענען מאלעסטערער
די זעלבע פארקערט דאס אז ער קומט פון א צובראכען שטוב איז נישט משנה און צומאל איז דא א סברה אז מאלעסטער טשעפען דוקא מיט צובראכענע קינדער וואס האבן נישט ווער עס זאל זיך אננעמען
אגב די מעשה געבט מיר חיזוק אז דער סיסטעם איז נישט אזוי שלעכט אזוי ווי מען זעהט דא אז די אמת איז ארויסגעקומען גאנץ שנעל אפילו דער יונגערמאן האט געהאט גאר שטארקע בזיונות וכו איז צום האפן אז ביז א צייט וועט עס זיין פארגעסען און פון די אנדערע זייט די שולדיגע באקומען זייער פארדינטע שטראף

שלום על ישראל: לפענ"ד דראפעסטו זיך אויף די גראדע ווענט. מילא דעם ערשטן חלק, וואס דו האסט טענות אויף אנאנים אז ער האט אויסגעריהמט דעם יונגערמאן (וועם מ'האט באשולדיגט אין מאלעסטעישן) פארשטיי איך א ביסל דיין צד הטענה. הגם דו האסט שטארק מגזים געווען. ווייל אפילו ביי די שענסטע משפחות קען זיך עס טרעפן, ח"ו. ס'הייסט א מענטש וועלכער איז געווען א מכובד'יגער קען זיך אויך אמאל ארויסשטעלן אלס א מאלעסטער. אבער די צווייטע חלק פון דיין טענה אז ער האט ארויסגעברענגט די נקודה ז די פרוי איז געווען אביסל צורודערט, ל"ע. טאקע פון צרות. אבער דאך. אויף דעם קענמען נישט האבן קיין טענות. ווייל א מענטש וועלכער איז סטאביל און נישט היסטעריש, גייט נישט מאכן קיין אומלאגישע באשולדיגונגען אקעיגן אן ארנטליכן מענטש סתם אין די וועלט אריין. חוץ אויב ס'איז דא שטארקע הוכחות. און אז די מאמע האט געקענט ארויסקומען מיט אזא באשולדיקונג איז א סימן אז זי איז נישט קיין סטאבילער מענטש. און אט זאס האט אנאנים מסביר געווען. גארנישט מער פון דעם...!
רבי שש די מעשה איז געווען אז די מאמע האט געמיינט אז מען האט מאלעסטערט די קינד און די פאליציי נאך אויספארשען דאס קינד האט געזאגט אז על איז נישט ריכטיג
די גאנצע איבריגע וואס דו שרייבסט איז נישט קיין חלק פון די מציאות נאר דיין בליק
און ווי ווייט איך זעה איז דער ווייטאגליכער מציאות אז געווענליך ווען עס קומט אזא מעשה איז די טענה ווי וואויל און פיין דער באשולדיגטער איז און ווי פארריקט דער באשילדיגער איז עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט דעם און זיך מתייחס זיין לגופא דעובדות

berlbalaguleh...אבער די צווייטע חלק פון דיין טענה אז ער האט ארויסגעברענגט די נקודה ז די פרוי איז געווען אביסל צורודערט, ל"ע. טאקע פון צרות. אבער דאך. אויף דעם קענמען נישט האבן קיין טענות. ווייל א מענטש וועלכער איז סטאביל און נישט היסטעריש, גייט נישט מאכן קיין אומלאגישע באשולדיגונגען אקעיגן אן ארנטליכן מענטש סתם אין די וועלט אריין. חוץ אויב ס'איז דא שטארקע הוכחות. און אז די מאמע האט געקענט ארויסקומען מיט אזא באשולדיקונג איז א סימן אז זי איז נישט קיין סטאבילער מענטש. און אט זאס האט אנאנים מסביר געווען. גארנישט מער פון דעם...!
מיין נקודה - וואס דו האסט לכאורה אינגאנצן פארפאסט - איז טאקע נאר דערפאר ווייל ער האט די מעשה אזוי ארופגעלייגט מיט אזא היכי תמצא, דוקא נאר דערפאר איז די געשיכטע אזוי אויפברויזענד. אנדערשט, וואלט זיך יא געלאזט גלייבן אז יש דברים בגו.
[ציטאט אראפגענומען]
ווי כ'האב שוין געענטפערט צו @berlbalaguleh, איז מיין נקודה אז נניח דער יונגערמאן איז א פשוט'ער מענטש איז זי איז אויך נישט קיין משוגע'נער, דאן וואלט זיך יא געלאזט גלייבן די באשולדיגונג.
[ציטאט אראפגענומען]
כ'באה קלאר נישט קיין טענות אויף דיין שרייבן שארף; איך האב פשוט געוואלט ארויסברענגן אז נאר בהשתתפות פון די שארפקייט פון דיין שפראך - אהנגענומען אלס א פאקטישע מעשה שהיה - פארשטייט יעדער קלאהר אז באמת איז די באשולדיגונג פאלש.
[ציטאט אראפגענומען]
זייער ריכטיג
[ציטאט אראפגענומען]
ווידער א מעשה וואס - אויב ס'איז אפילו א שמץ אמת - איז א זעלטענהייט, און באשטעטיגט נאר אז מען דארף אויסהערן מיט חשד אויף ביידע, דער באשילדיגער און באשולדיגטער. דאס איז עפעס וואס רוב עולם האט זיך נאך אלץ נישט דערלערנט!
צוליב ווייניג צייט וועל איך נאר זאגן דאס אז @שלום האט זייער א שטארקע פוינט דעס מאכן פונעם קרבן א גאנצע אחד יחיד במינו און שלימות האדםדיג דעס פעילט בכלל נישט אויס און אויב איז ער סתם א פיין יונגערמאן פון גאס איז עס אנדערש ? די וויי געשריי איז דא איין זאך אז א משוגענע פרוי האט אויסגענוצט די פארמערטע התעוררות איבער מאלעסטעישן פאר אירע פארדרייטע קאפ און דעס איז א הימל שרייענדע ווייטאג צו דער יונגערמאן איז יא זיידן צו נישט און נאך מער די אלע הספדים זענען נאר גורע וקל להבין
[ציטאט אראפגענומען]
כ'זעה אז איך ווער נישט פארשטאנען דא, אפשר האב איך מיך נישט גוט מסביר געווען. אלל אייעם סעינג איז אז אויב די מעשה איז אמת מיט די דאזיגע פרטים (גוטע מענטש; שלעכטע מאמע), (1) זעהט מען אז די מעשה ווערט שנעל אויסגעגליכען (כאטש די דעמעדזש איז לעולם, לערנט מען פון דעם מכלל הן אתה שומע לאו), און אז (2) ווען די פרטים זענען [אפילו נאר] אביסל אנדערש, דאן וואלט איך געגלויבט דעם מוטער איבער דעם דרייווער (נישט מיט א זיכערקייט, שטייטצעך).
שרעקליך, איך בין זיכער אז ס'איז דא אסאך אזעלכע מעשיות.
מיין ברודער איז געווען א מלמד אין א בארא פארק חסיד'ישע חדר, און איין זימער איז ער אריין ביינאכט מיט זיין אינגעל צוזאמען אים צו לייגן שלאפן, ווען ער האט געזען אז איינער פון די קינדער'ס פילאו איז אראפגעפאלען האט ער צוגעדעקט דאס קינד, למעשה דאס קינד איז נאך געווען אויף, און אינדערפרי האט ער געזאגט זיין מאמע אז די מלמד איז אריין און האט אים געטאטשט, ווייל זי האט געפרעגט יעדע טאג.
פון דא און ווייטער הדברים ידועים, מיין ברודער האט פארלוירן זיין דזשאב, די בזיונות פון אוועקשיקען די מלמד, מיט די ווייב און קינדער פון קאנטרי איז אין לשער וכ'ו וכו'.
איך קען יעצט נישט ממשיך זיין, אי"ה שפעטער.

*
אינטערסאנטע תשובה פונם צמח צדק.
דף הבית > ספרי כ"ק אדמו"ר ה"צמח צדק" > שו"ת > יורה דעה > סימן רלז > א
סימן רלז
א
לשו"ע סי' רמ"ו וסי' של"ד סמ"ב. ע"ד החשד שהיה על ההמ"צ דמחניכם ששחק עם נער א' בפורים והכניס ידו לתוך מכנסים של הנער אך נותן אמתלא ע"ז כי [הוא] חשוכי בנים מפני שאין לו ג"א מצד שהביצים שלו קטנים ביותר. ולכן רצה לידע אם כמ"כ הם אצל שארי אנשים:
הנה בירושלמי הביאו בב"י סס"י של"ד ובכ"מ פ"ז מהת"ת זקן שסרח אין מורידין אותו מגדולתו. לפ"ז מ"ש בש"ס שלנו במ"ק (די"ז) הכבד ושב בביתך. אין ר"ל להורידו מגדולתו כלל. והנה צ"ל דהפוסקים פסקו כר"ל דאמר ת"ח שסרח אין מנדין אותו כו'. ופסקו ג"כ כרב יהודה דשמתי' לההוא צורבא מרבנן דהוי סאני שומעני'. ושניהם במ"ק שם. והרי הם זה לעומת זה. הן אמת מדברי הרמב"ם נ' דהחילוק כך דפוסק כרב יהודה כמ"ש בפ"ו מהת"ת בסופו וז"ל חכם ששמועתו רעה ומ"ש רפ"ז מהת"ת אין מנדין היינו דוקא חכם זקן מופלג או אב"ד כו'. וכן מצאתי בב"י סי' של"ד שחילק בכה"ג בד"ה ומ"ש וכן כל ת"ח כו'. אך בטור שם משמע דמחלק בענין אחר והוא דרב יהודה מיירי בסני שומעני' דהיינו מתביישים משמועתו וזה גרע טפי מפני דה"ל חילול השם וכדאיתא ביומא דפ"ו. ומעתה בנד"ז י"ל דה"ל חילול השם. ויש להחמיר להרא"ש. אבל לפ"ד הרמב"ם כיון דהוא כמו אב"ד בעירו וראש העיר אין להעבירו כו'. ועיין בתשו' שער אפרים סי' ס"ד ס"ה. אך בנ"ד שנותן אמתלא טובה על הדבר י"ל דלכ"ע אין להעבירו כלל דאמתלא מהני בגמ' נגד כמה דברים:
פון די אלע תשובות זעט מען אז ס'איז א בין אדם למקום זאך, זעט אויס אז אמאל האט דאס נישט אזוי געשאדט, אדער האט מען פשוט נישט געוויסט.

outspokenספרי כ"ק אדמו"ר ה"צמח צדק" > שו"ת > יורה דעה > סימן רלז > א

ס'איז פארהאן א באקאנטע אנטווארט פון דר. נחום קלאפטר (פסיכיאטער און סייקא-אנאליסט). אידישע איבערטייטש:
דר. נחום קלאפטרדער צמח צדק, ווי רוב אנדערע מענטשן - נישט האבענדיג קיין שום פארשטאנד און אפשטאם אין די ענין פון מאלעסטיגונג און אין געמיינע אויסגעלאסענע געשלעכטעריי - האט געהאט א גאר-שוואכע מעגליכקייט צו באגרייפן וואס דער רב האט פראבירט צו טון מיטן יונגל. ס'איז אן ערשיינונג וואס דער צמח צדק, ווי רוב נארמאלע מענטשן, זעהן נישט אלס א אינטערסאנטע תאווה. פונקט קאפויער: ס'שפירט זיך גרויליק, און דערפאר לאזט זיך ענדערש גלייבן די אלטענאטיווע מעשה וואס דער רב פארקויפט אים, אבי נישט צו דערהערן אז א רב איז א פראסטער מניוול.

די מעשה דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב געהערט פון א גרויסען בארא פארקע עסקן, א טאטע איז געקומען צו די מנהל פון חדר קאמפלעינען אז די נורסערי מלמד האט געטאטשט זיין יונגעלע, ער האט צוגעלייגט אז ס'יז שוין אפאר טעג דורעך, ער האט נישט געוואלט קאמפחעינען ביז ער האט מברר געוועהן אז ס'איז קלאהר געשעהן, די מנהל איז געווארען זייער אנגעצויגען, די ערשטע מאהל איימיצער באשוילדיקט זייערס א מלמד מיט די אומווערדיקע שטיק, האט ער געגעבען א זאג, ביז היינט האט נאך איינער אין די אלע יארען נישט קאמפלעינט, איך וועל נאכגיין און נאכקוקען די מלמד און מברר זיין צו דער מלמד איז טאקע א מנוול. דער טאטע איז געווארען ווילד, און געווארענט אז אויב מ'טוט נישט באלדיקע שריט וועט ער טוהן לעגאלע זאכען וואס וועט זיין זייער אומבא'טעמ'ט פאר די מלמד און פאר די חדר. די מנהל האט זיך נישט פארלוירען, און געזאגט, דא איז דא א הנהלה, מיט דעת תורה און ער וועט אוודאי עס נעמען זייער ערענסט, און נעמען באלדיקע שריט
דער טאטע איז תיכף געגאנגען צו איינער פון די הנהלה רוחני, און איהם איבערגעגעבען די גאנצע מעשה, דער חבר הנהלה איז געוועהן גאהר סקעפטיש, אז מ'האט קלאהר מברר געוועהן פון א נורסערי יונגעל - וואס איז קוים דריי יאהר אלט, דאס הייסט ביים טאטען א קלארע בירור וואס אויף דעהם דארף מען גיין ברענגען א מלמד פאר א קרבן עולה, און זיינע ווייב און קינדער וועלען בלייבען אויף שטענדיג זבחי שלמים.. האט ער געזאגט פאר דעהם טאטען, קודם כל איך ראט דיך ארויסצונעמען תיכף דיין יונגעל, איך וואלט נישט געהאלטען מיין קינד ביי אזא מלמד נאך איין טאג אפילו מיט בלויז א חשד, און איך וועל אריינלייגען גרויסע פראפעשענעלס צו נאכגיין און זיכער מאכען אז אז א מלמד וואס טשעפעט קינדער בלייבט נישט אין א מוסד מיט קינדער
טו מעיק די לאנג סטארי שאורט, טראץ וואס מ'האט נישט געקענט צופיהל דערגיין, ווייל ווען די מנהל האט אויסגעפרעהגט דעהם קינד האט ער נישט געוויסט וואס דער מנהל וויל, דאס איז געוועהן זייער מאדנע, א קינד וואס זאגט בברירות אז די מלמד האט איהם גערירט, און ווען די מנהל פרעהגט ווייס ער גארנישט, אין דיהנהלה זענען געוועהן מיימינים ומשמאילים, טייל האבען געהאלטען אז מ'דארף חושש זיין אויף די רינון, טייל האבען געטענה'ט אז מ'קען נישט דן זיין דיני נפשות בלויז אויף מכלומר'שטע עדות פון א דריי יעריגער יונגעלע וואס ווייס קוים וויאזוי ער הייסט, דער טאטע איז דרעווייל געלאפען רעדען אין שטאט וואסארא נואפים און משחיתים די מוסד נעמט אלץ מלמדים און ווילען איהם נאכנישט אפזאגען.
דאן האבען זיי געקאנטאקטעד א גרויסע עסקן [דער וואס האט מיר שפעטער דערציילט די געשיכטע] און אויף זיינע אנווייזונגען האבען די הנהלה אריינגעפלאנצט עטליכע באהאלטענע קעמרעס אין נורסערי, און אנגעפאנגען נאכקוקען דעהם מלמד, נאך עטליכע חדשים, די טאטע האט שוין לאנג ארויסגענומען זיין קינד, און זיך אביסעל בארואיקט, [נישט בעפאר ער האט בארעדט און אנגעשטינקען דעהם מלמד פאר פיהל מענטשען] האט איהם דער חבר הנהלה מיט די מנהל אריבערגערופען, און איהם געזאט אז זיי מוזען יעצט מאכען א החלטה וועגען די מלמד, ער מוז אריבערקומען דערציילען פונקטליך וואס דאס קינד האט געזאגט, און וואס זיי האבען מברר געוועהן, די רבנים און חברי הנהלה ווילען הערען בדיוק ווארט אויף ווארט, פון איין זייט טאהר מען נישט האלטען קיין פארדארבענע מלמד, פון די אנדערע זייט איז עס דיני נפשות.
דערציילט ער קורץ און שארף: זיין ווייב האט צוגעקוקט ווי די יונגעל שפילט מיט זיין שכן'ס יונגעל, און זיין יונגעל זאגט: יעצט גיי איך זיין די רבי, ציה שנעל אראפ די הויזען.., מ'דארף נישט מעהר פון דעהם!
דאס איז אלעס? יא! און דאס איז גענוק! א יונגעל וואס מאכט נאך די רבי זאגט ער דאס? איז א סימן און א קלארע באווייז אז דער רבי איז גאהר א גרויסער מנוול! ער גייט נישט זאגען אזוינע זאכען פון זיך אליין, בין איך נישט גערעכט? יעדע מינוט וואס מ'שיקט איהם נישט אוועק איז מען גרום מנוולות, און מ'דארף עס איבערגעהבען פאר די רעגירונק אויך!
ווער ס'איז אמאהל געוועהן א ווישעווע רבי ווייסט אז די נורסערי קינדער דארף מען נעמען די קינדער אין ביהכ"ס אפאהר מאהל א טאג, און כדי צו טרייבען די קליינע שעפעלעך דארף די רבי שטיין ביים טיהר פון בית כסא און יאגען די קינדערלעך, טייל דארף מען פיזיש צוהעלפען זיך אן עצה געבען און אפילו אונטערווישען. דער מנהל וואס האט גוט געקענט דעהם סלאגאן פון שנעל צי אראפ די הויזען, ווייל ער פלעהגט עס מיטהאלטען צעהן מאהל א טאג האט שיעור אויסגעפלאצט אין א געלעכטער געמישט מיט א געוויין, דער טאטע איז משוגע? דאס איז א בירור? אויף דעהם האט ער געוואלט קאלט בלוטיג אומברענגען א משפחה שלימה? ער גיבט זיך א רוף אהן צום טאטען, זאג מיר נישט אז אויף דעהם סמך האסטו געוואלט שחט'ען א מלמד? דער טאטע איז פשוט ווילד געווארען: נאך די קלארע פאקטען ווילסטו עס נאך פארדעקען? האסט נאך א ספק צי אזא מענטש מעהג זיצען מיט קינדער?
א לאנגע צייט האבען זיי נאך געהאלטען די סורוועילענס אין די קלאס, און דער מלמד איז ארויס ריין ווי א בן יומו! די הנהלה האט געלויבט השי"ת אז זיי זענען ניצול געווארען פון מאכען פון א ערליכע אומשולדיגע יוד א עגלה ערופה.

שוידערליך!
שוין געווען נוגע כמה פעמים, און אזא הנדלונג פון א חדר איז צו גראטולירן, נעמען ערנסט יעדע קלעים און נישט ווישן אונטער די קארפעט, אבער צוזאמען מיט דעם נישט ציהען שנעלע מסקנות אהן א ערנסטע איבערזיכט, אדער בקיצור כבדהו וחשדהו,
מיין מיינונג איז שוין לאנג אז יעדע ת"ת זאל זיין געדעקט מיט קעמערעס, נישט נאר פאר די קינדער'ס סעיפטי פון מנובלים, נאר אויך פאר די מלמדים'ס סעיפטי פון משוגעים און רשעים.

וואונדער
וועם איז דען בייגעפאלן צו גלייבן א דריי יעריג יונגעל
אויסערדעם וואס איז טאקע געווען פשט אז די די יונגעל האט געזאגט פאר א אנדערן יעצט בין איך די רבי צי דיך אראפ די הויזן
פון ווי קומט בכלל פאר א דריי יעריג יונגעל צו וועלן אראפציען הויזענעס ?

מען קען נעמען אין באטראכט די ווערטער פון א דריי יאריג יונגל ווען ער איז משיח לפי תומו, אבער נישט מחליט זיין לויט דעם, עיין היטיב אין קילער מענטש'ס תגובה פארוואס די יונגל האט דאס געטוהן.
נו דעמאלט וואס האט דער טאטע געטון שלעכט ? ער האט געהערט זיין קינד רעד אזוי איז ער געווארן זייער צובראכן די לעצטע זאך וואס ער האט געוואלט הערן פון זיין קינד צי דיך אראפ די הויזן
און היות ער האט געוואוסט אז די מנהלים קאווערן אפ אלעס האט ער באשלאסן אז ער גייט זיך נישט לאזן
ער איז דאך נישט אין חדר צו וויסן וואס ס'גייט פאר אין טוילעט

קודם כל, אויב נעמט ער אדער זיין ווייב אמאל זיין קינד אין ביהכ"ס און לאזן איהם נישט איינמאכן זאגן זיי איהם די זעלבע זאך. וחוץ מזה אפילו ביסט זיכער אויף 100%, טוהט מען נישט קיין ווילדע זאכן, ווען די הנהלה זאגט איהם שאט אפ איז איין זאך, אבער ביי די מעשה האבן זיי דאס גענומען ערנסט און פארדעם איז דאס א רשעות, אפילו אויב דער מלמד וואלט טאקע געווען א פראבלעם, ווייל אזעלעכע ענינים זענעם פרעדזשול און מען דארף דאס באהאנדלען איידל און נישט ווילד, און די הנהלה איז געווען גרייט צו טוהן און נישט זיך ארויס געדרייט.
די הנהלה זאגט אלעמאל אונז וועל מיר טון דערין
אלעמאל דארף מען געבן אפאר טעג צו זעהן אויב יש דברים בגו אדער עס איז נאר רעפיד.
דעס אז די הנהלה האט זיך אנגעשטינקן זייער נאמען די לעצטע 20 יאר דעס איז זייער פראבלעים
אהא, דער טאטע האט אלע רעכטן צו הרג'ענען דעם מלמד מיט א פיינפולע מיתה משונה, ווייל די מנהלים טוהען עוולות, איך הער,
און איך וועל אויף דיר אנלייגן אזא מעשה (חלילה) ווייל די רבנים טוהען גארנישט.

איך בין זיכער אז ווען דערטאטע האט זיך געכאפט פון וואס מ'רעדט דא איז ער זיך געגאנגען באהאלטן אין א מייזן לאך און געפילט שלעכט וואס דא איז געשען אבער ווען ער האט געהערט אזעלכע שרעקליכע ווערטער פון זיין קינד און געפרעגט איינמאל און נאכאמאל דעם קינד דיין רבי זאגט אזוי ? און דאס קינד זאגט יא איז ער געווארן ווילד וואס איז דער מלמד ווייניגער חשוד פון אלע אנדערע מלמדים ?
איי די הנהלה האט געזאגט האבן זיי געזאגט ווער גלייבט די הנהלה זיי ווארפן זיך דאך מיט קינדער ווי שמאטעס זיי דארפן דען די ת"ת לשם שמים ?

געוואלדיגאלעמאל דארף מען געבן אפאר טעג צו זעהן אויב יש דברים בגו אדער עס איז נאר רעפיד.
ער האט דאך געגעבן אפאר טעג
פון דער גאנצע דיון אין דעם אשכול זעהט זיך זייער (נישט) אן איין זאך. @איחוד פעלד ע''ה שהלך לעולמו.
@גאנצל רעדט דא דברים של טעם, אבער כ'פארשטיי נישט בכלל וואס @אנאנים וויל לאזן הערן. סארא מין משוגעת אז ווען ס'איז פארהאן א רודף און א נרדף - אההעם, א מ'כלומר'ישע רודף און א מ'כלומר'ישע נרדף - שפירט יעדער אזוי שלעכט פארן מ'כלומר'ישען רודף, און יעדער זארגט זיך אויף זיין און זיין משפחות'ס בלוט, און קיינער קימערט זיך נישט אויפן מ'כלומר'ישען נרדף. א מין צופראסקעטקייט!
פארשטייסט א נערוו?!
דער טאטע האט א קינד וואס ער [איז נאר] חושד אז ער איז מאלעסטעד געווארן ביי איינעם, און אויף די אנדערע זייט איז פארהאן א מלמד, מנהל און מוסד, וואס אלע דריי האבן ליידער א מואס-באוויסטע טרעק-רעקארד פון זיך צוזאם-האלטן קעגען ווער ס'ברענגט ארויס פון מויל א חשד. יא! זיי זענען קלאר מוחזק אלס אנטי-וויקטים (באלד אזוי שלעכט ווי נחם ראזענבערג, וד"ל)! זאגסטו אז וואס?! טו נישט קיין ווילדע שטיק... וואס איז די ווילדע שטיק? שרייבט @Kool man אין די מעשה "דער טאטע איז געווארען ווילד, און געווארענט אז אויב מ'טוט נישט באלדיקע שריט וועט ער טוהן לעגאלע זאכען וואס וועט זיין זייער אומבא'טעמ'ט פאר די מלמד און פאר די חדר." העסטו? די ווילדע שריט איז אז ער האט "געווארנט" די מוסד וואס ג-ט ווייסט וואס זיי טוען ווען מען פיילט א קאמפלעין... דאן, ווען די מנהל האט אהנגעהויבן מיט די טיפישע דיבורים, "דא איז דא א הנהלה". פאר די וואס קענען נישט קיין אידיש, דאס טייטשט "We'll take it from here. You're to stay put." דער רשע פון א טאטע האט די חוצפה נישט צו זיצן מיט צוזאמגעלייגטע הענט ווילאנג די מנהל נעמט נאך א דרימעל און דערנאך א קאווע און זיין הארץ איז פארווייטוגט און דערשראקען, האט געטוען נאך-ווילדערע שטיק, הפנים, ער איז געגאנגן צו די הנהלה רוחני!!! שומו שמים על זאת!
למען האמת, אפילו איך רעד אמאל שארף, פארשטיי איך זייער קלאר אז די איינציגסטע מיטל צו באהאנדלען אזעליכע אומבא'טעמ'טע פרשיות, איז מיט א קיהל קאפ, און אויב שמעקט נאר האלבוועגס אז יש דברים בגו, מישט מען גלייך אריין אדער די געזעץ אדער כאטש א וועד ההורים אדער עסקנים, מסתמא דורך אויסעווייניגערס (נישט איינער וואס איז אויף די מוסד'ס פעיראל).
אבער צו האבן טענות פארן נישט טראסטן די מוסד'ס מאטיוון, דארף מען זיין גאר נאיוו.

מ'דארף פארשטיין פארוואס נאר דו האסט עס באמערקט...
[ציטאט אראפגענומען]
נע ווענדט זיך אין וועמעןס הויזען
וואס איך זעה פון די מעשה אין כאן לא רודף ולא נרדף אלא אווערפראטעקטיוו מאמע, חוץ פון דעם איז אלעס צוגעגאנגען פונקטליך וויאזוי ס'וואלט געדארפט געשען,
די מאמע האט געהערט פון איר קינד אז איינער האט איהם געטאטשט האט זי געדארפט רופן פאליציי.
אז די פאליציי האט באקומען א קאמפלעינט האבן זיי געדארפט ארעסטירן.
אויב סאיז דא די מינדעסטע חשש ברוך מען איהם מעביר זיין זאפארט פון יעדע בארירונג מיט קינדער.
די איינציגסטע פראבלעם איז אז די מאמע האט אריינגעלייגט אומוועלנדיג איר קינד אין א סיטואציע וואס האט צוגעברענגט ער זאל זאגן א מעשה וואס להד"ם

איך גיי נישט ענטפערן פאר די פריעדיגע זאכען וואס @אנאנים האט געשריבן, נאר אויף:
כ'וואונטש אז יעדער וואס האט די נערוו צו אוועקמאכען די נושא אלס חשדות בעלמא וכדומה, זאלן נישט באקומען זייער פארדינטע עקספיריענס\פארשטאנד. והכסיל לעולם בחושך הולך.
[ציטאט אראפגענומען]
כ'וואונטש אז יעדער וואס האט די נערוו צו אוועקמאכען די נושא אלס חשדות בעלמא וכדומה, זאלן נישט באקומען זייער פארדינטע עקספיריענס\פארשטאנד. והכסיל לעולם בחושך הולך.
פארוואס אריינרופן די פאליס איז א רשעות? זיי ווייסן דאך אויך אז ס'איז סה"כ א 4 יעריעג קינד, זיי וועלן אויך רעדן מיט'ן קינד און זעהן אויב ס'איז דא רגלים לדבר. בין איך נישט גערעכט?
ירח בן יומופארוואס אריינרופן די פאליס איז א רשעות? זיי ווייסן דאך אויך אז ס'איז סה"כ א 4 יעריעג קינד, זיי וועלן אויך רעדן מיט'ן קינד און זעהן אויב ס'איז דא רגלים לדבר. בין איך נישט גערעכט?
אוודאי ביזטו גערעכט!
אמת אז אויב די חשד איז לעכערליך, דארף מען אכטונג גיבן וואס מ'טוט ווייל אפילו א פשוט'ער פאליציי-אינוועסטיגעשאן קען אוועקלייגן דעם נחשד, אבער זיך נישט וויסענגדיג מאכן (ווי למשל "מ'עט שוין קער נעמען..."), איז נישט קיין אפציע!
שלום על ישראל, ס'קוקט אויס ווי דו ביסט פארבלענדעט פאר די איינזייטיגע בליק אז יעדער איינציקער מענטש איז גילטי, און אלע מלמדים אדער גאהר אלע היימישע יודען זענען מאלעסטערס [פארשטייט זיך חוץ דו, דיין טאטע און דיין חבר], מ'דארף פשוט ווארטען ביז א אינוועסטיגעיטער פון דריי יאהר אלט זאל כאפען דעהם באנדיט..
די חילוק צווישען דיר און וואס יעדע נארמאלע מענטש דא טענה'ט איז ווי פאלגעד
קיינער האט נישט געזאגט אז מ'דארף זיך פארמאכען די אויגען, קיינער צווייפעלט נישט אז די באשולדיגונגען דארף גענומען ווערען מיט די פולסטע ערענסטקייט און אחריות, ווייל א משחית טאר נישט ווערען ערלויבט צו אנגיין מיט די אומווערידקע זאכען, און ווען ס'שטעלט זיך ארויס מיט קראנטע באווייזען אז א מלמד אד"ג איז גילטי פון די שלעכטע שמועות, דארף עס ווערען גאהר שטרענג באהאנדעלט
אבער, מיט די זעלביקע פארזיכטיקייט דארף ווערען באהאנדעלט פאר מ'הארגעט א מענטש פאר מ'שעחט אויס זיין משפחה אויף סתם א לויזע באשולדיקונג פון א קליינעם שעהפעלע וואס ווייס קוים זיין נאמען און אדרעס, די אחריות פון אפרוימען א מאלעסטער איז נישט אנדערשט ווי די אחריות פון דציחה אויף א מעהגליך אומשולדיקער מענטש

Kool manשלום על ישראל, ס'קוקט אויס ווי דו ביסט פארבלענדעט פאר די איינזייטיגע בליק אז יעדער איינציקער מענטש איז גילטי, און אלע מלמדים אדער גאהר אלע היימישע יודען זענען מאלעסטערס
הייבסט גלייך אהן מיט גזמאות. ווען האב איז געשריבן בערך אזוי?
Kool manקיינער האט נישט געזאגט אז מ'דארף זיך פארמאכען די אויגען
רוב מוסדות האבן ביז היינט זיך פארמאכט די אויגן, און זיי וואלטן ווייטער אזזוי אהנגעגאנגן, ווען נישט די פאר "ווילדע טאטעס"...
אלס א לימוד זכות אויף זיינע ווילדע דיבורים, וואלט איך אין א פארזיכטיגע שאצונג, געשאצט אז @שלום על ישראל הערט זיך צו טעגליך צום שמוץ-ליין פון נחום שייגעץ ימ"ש, קודם מיש אריין די פאליס און נאכדעם וועלן די פובליסיטי מאטיווירטע פראסיקוטערס שוין מאכן א גאר גאר שנעלע און פארשטייט זיך קאנפידענטשל אויספארשונג און א ריכטיגע אחריות'דיגע החלטה.
quote"
פארשטייסט א נערוו?!
דער טאטע האט א קינד וואס ער [איז נאר] חושד אז ער איז מאלעסטעד געווארן ביי איינעם, און אויף די אנדערע זייט איז פארהאן א מלמד, מנהל און מוסד, וואס אלע דריי האבן ליידער א מואס-באוויסטע טרעק-רעקארד פון זיך צוזאם-האלטן קעגען ווער ס'ברענגט ארויס פון מויל א חשד. יא! זיי זענען קלאר מוחזק אלס אנטי-וויקטים (באלד אזוי שלעכט ווי נחם ראזענבערג, וד"ל)! זאגסטו אז וואס?! טו נישט קיין ווילדע שטיק... וואס איז די ווילדע שטיק? שרייבט @Kool man אין די מעשה "דער טאטע איז געווארען ווילד, און געווארענט אז אויב מ'טוט נישט באלדיקע שריט וועט ער טוהן לעגאלע זאכען וואס וועט זיין זייער אומבא'טעמ'ט פאר די מלמד און פאר די חדר." העסטו? די ווילדע שריט איז אז ער האט "געווארנט" די מוסד וואס ג-ט ווייסט וואס זיי טוען ווען מען פיילט א קאמפלעין... דאן, ווען די מנהל האט אהנגעהויבן מיט די טיפישע דיבורים, "דא איז דא א הנהלה". פאר די וואס קענען נישט קיין אידיש, דאס טייטשט "We'll take it from here. You're to stay put." דער רשע פון א טאטע האט די חוצפה נישט צו זיצן מיט צוזאמגעלייגטע הענט ווילאנג די מנהל נעמט נאך א דרימעל און דערנאך א קאווע און זיין הארץ איז פארווייטוגט און דערשראקען, האט געטוען נאך-ווילדערע שטיק, הפנים, ער איז געגאנגן צו די הנהלה רוחני!!! שומו שמים על זאת!
[ quote"
דו מאכסט דא הנחות און סטעיטמענטס, סך הכל שטייט אז דער מנהל האט געזאגט ער גייט עס אויספארשען, און זיך אריינלייגען בכל החומר, [און אבוויעסלי האט דער טאטע נישט געוואלט קיין אויספארשונק, קוקט אויס ער האט געוויסט אז די אויספארשונק קען ריהם נישט לוינען, ווייל אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'יז נישט געשטויגען - ווי ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט- איז ער מיט זיין שארפען דריי יעריקער טוטערעל חוזק!] דער מנהל האט נישט צאמגעלייקט קיין הענט, און נישט געגאנגען מאכען קיין קאווע [גראדע מיין איך אז די טאטע איז גאהר געגאנגען נאכדעהם מיטינג קויפען סושי], דער טאטע האט געטוהן זייער גוט מיט גיין צו די הנהלה, און די מנהל האט געטוהן גוט מיט פאררופען מיטינגען און אומערמידלעך געארבייט ביז זיי זענען אנגעקומען צו די עסקן וואס האט זיי ריכטיג געראטען, דער טאטע האט נישט ריכטיג געהאנדעלט ווען ער האט געהערט אז די מנהל וויל עס אויספארשען און ער האט געוואלט מ'זאהל שוין מאכען א על השחיטה בשם ומלכות אהן קיין באווייזען, בלויז אויף די ווערטער פון זיין קליינעם אפרוח שלא נפתחו עיניו, און דא ליגט די חילוק!
"מאלעסטען איז א גרויסע עוולה, באשלודיקען א אומשולדיקען מענטש אין מאלעסעטען איז א גרעסערע עוולה" [קרעדיט: גור'ג פארקאש]

שלום על ישראלKool manשלום על ישראל, ס'קוקט אויס ווי דו ביסט פארבלענדעט פאר די איינזייטיגע בליק אז יעדער איינציקער מענטש איז גילטי, און אלע מלמדים אדער גאהר אלע היימישע יודען זענען מאלעסטערס
הייבסט גלייך אהן מיט גזמאות. ווען האב איז געשריבן בערך אזוי?Kool manקיינער האט נישט געזאגט אז מ'דארף זיך פארמאכען די אויגען
רוב מוסדות האבן ביז היינט זיך פארמאכט די אויגן, און זיי וואלטן ווייטער אזזוי אהנגעגאנגן, ווען נישט די פאר "ווילדע טאטעס"...
ליין איבער דיינע תגובות אין דעהם אשכול, איך מיין איך האב עס גאהר מילד ארויסגעברעהנגט
נ.ב. איך מיין גאהר נישט פערזעהנליך, איך באציה מיך נאהר צו דיינע ווערטער און דעהם נושא
Kool manquote"מאלעסטען איז א גרויסע עוולה, באשלודיקען א אומשולדיקען מענטש אין מאלעסעטען איז א גרעסערע עוולה" [קרעדיט: גור'ג פארקאש]
אפשר אויב דער נפגע זעהט די נקמה, אדערווייז ביסט נישטאמאל גערעכט ווען די בלבל איז געטוען געווארן בשאט נפש, אאכו"כ ווען ס'איז א טעות\חשד. טראכט נאר אריין וואס קומט אחרי ככלות הכל, ווען די אומשולד ווערט אויפגעוויזען, גייעט עס צוביסליך אוועק, משא"כ דער וויקטים איז צובאהלט פארעווער.
petergrifinפון דער גאנצע דיון אין דעם אשכול זעהט זיך זייער (נישט) אן איין זאך. @איחוד פעלד ע''ה שהלך לעולמו.
פיטער גריפפין: אין אזעלכע אנגעצויגענע צייטן און מצבים (פון וואס מ'רעדט דא) איז גוט אריינצוווארפן א ביסל הומאר:...ס'איז דא אן איחוד פעלד. יוניאן פיעלד סעמעטערי. אוואו דער צדיק הרב יעקב יוסף ליגט. אבער איך גלייב נישט אז אונזער איחוד פעלד איז געגאנגען דארט אהין. חוץ מתפלל צו זיין און זאגן א פאר קאפיטלעך תהילים...דער אייבישטער זאלל העלפן אז ער זאלל טאקע מאריך ימים ונשים זיין...!
הרב דר. אברהם טווערסקי (מחבר ניגון הושיעה את עמך ו'א פרייליכער ת"ב) טענה'ט אויכעט אז די חסידישע מנהלים און ראשי ישיבות ווילן נישט דילן מיט די פראבלעמען, ער איז אויך מוחרם געווארן ביי געוויסע קרייזן צוליב זיין זיך ארויס שטעלן דערגעגן.
יעדנפאלס, אודאי דארף מען חושש זיין און טון דערוועגן בכל תוקף אן קיין נשיאת פנים, אבער צו דער זעלבער צייט מיט א געוואלדיגער אחריות.

mevakeshרבי שש די מעשה איז געווען אז די מאמע האט געמיינט אז מען האט מאלעסטערט די קינד און די פאליציי נאך אויספארשען דאס קינד האט געזאגט אז על איז נישט ריכטיג
די גאנצע איבריגע וואס דו שרייבסט איז נישט קיין חלק פון די מציאות נאר דיין בליק
און ווי ווייט איך זעה איז דער ווייטאגליכער מציאות אז געווענליך ווען עס קומט אזא מעשה איז די טענה ווי וואויל און פיין דער באשולדיגטער איז און ווי פארריקט דער באשילדיגער איז עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט דעם און זיך מתייחס זיין לגופא דעובדות
מבקש: לויט ווי איך זעה האסטו בכלל נישט געכאפט די נקודה פון אנאנים. ער האט נאר ארויסגעברענגט די פאקטן איבער די פערזענליכקייט פון דעם באשולדיגטן יונגערמאן. און לעומת זה די אומסטאבילע פערזענליכקייט פון די פרוי, די באשולדיגערין אלס דברים כהווייתן. ווייל, אזוי ווי איך האב שוין געזאגט פון פריער, אז געוויינליך, א סטאבילער מענטש וועט נישט צו גיין און באשולדיגן אן ארנטליכן, בעל בת'ישן מענטש נאר אויב ס'איז דא שטארקע הוכחות. און דאמאלס אויך אויף זייער א פארזיכטיגן אופן. ממילא, אויב א מענטש ווארפט ארויס ווילדע באשולדיגונגען, געבויעט אויף הוילע פאנטאזיעס און מיספארשטענדענישן (ווי ס'האט זיך טאקע אויסגעלאזט) מוז עס בעל כרחך נאר קומען פון א ביסל א צורודערטן מענטש. זאללן די סיבות פון זיין אומסטאביליטעט זיין וואס זיי זענען. און דאס אלעס האט ער געוואלט ארויסהייבן. נאר אונז גריבלען זיך דא וואס די סיבה איז אז דער עולם איז אזוי היסטעריש אז מ'האט שוין פארגעסן פן די אלע שיינע זאכן וואס אונז האבן געלערנט אין די משנה..."והוי דן את כל האדם לכף זכות"...!
berlbalagulehmevakeshרבי שש די מעשה איז געווען אז די מאמע האט געמיינט אז מען האט מאלעסטערט די קינד און די פאליציי נאך אויספארשען דאס קינד האט געזאגט אז על איז נישט ריכטיג
די גאנצע איבריגע וואס דו שרייבסט איז נישט קיין חלק פון די מציאות נאר דיין בליק
און ווי ווייט איך זעה איז דער ווייטאגליכער מציאות אז געווענליך ווען עס קומט אזא מעשה איז די טענה ווי וואויל און פיין דער באשולדיגטער איז און ווי פארריקט דער באשילדיגער איז עס איז שוין צייט אויפצוהערן מיט דעם און זיך מתייחס זיין לגופא דעובדות
מבקש: לויט ווי איך זעה האסטו בכלל נישט געכאפט די נקודה פון אנאנים. ער האט נאר ארויסגעברענגט די פאקטן איבער די פערזענליכקייט פון דעם באשולדיגטן יונגערמאן. און לעומת זה די אומסטאבילע פערזענליכקייט פון די פרוי, די באשולדיגערין אלס דברים כהווייתן. ווייל, אזוי ווי איך האב שוין געזאגט פון פריער, אז געוויינליך, א סטאבילער מענטש וועט נישט צו גיין און באשולדיגן אן ארנטליכן, בעל בת'ישן מענטש נאר אויב ס'איז דא שטארקע הוכחות. און דאמאלס אויך אויף זייער א פארזיכטיגן אופן. ממילא, אויב א מענטש ווארפט ארויס ווילדע באשולדיגונגען, געבויעט אויף הוילע פאנטאזיעס און מיספארשטענדענישן (ווי ס'האט זיך טאקע אויסגעלאזט) מוז עס בעל כרחך נאר קומען פון א ביסל א צורודערטן מענטש. זאללן די סיבות פון זיין אומסטאביליטעט זיין וואס זיי זענען. און דאס אלעס האט ער געוואלט ארויסהייבן. נאר אונז גריבלען זיך דא וואס די סיבה איז אז דער עולם איז אזוי היסטעריש אז מ'האט שוין פארגעסן פן די אלע שיינע זאכן וואס אונז האבן געלערנט אין די משנה..."והוי דן את כל האדם לכף זכות"...!
פילייכט האמיר אויך פארגעסן פונעם מדרש
ר' אלעזר, מדרש תנחומא לפרשת מצורע)כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים
נו, ווער איז דא דער אכזר? אין מיינע אויגן דער ווילדער אום אחריות'דיגער טאטע.
בלאט: 1 2