די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11971
די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איך וואלט געוואלט דורך שמועסן די סוגי' פון משלח זיין אדער נישט אננעמען בחורים אין די ישיבות, לעצטענס הערט זיך א וויי געשריי, אזוי ווייט אז מען רופט פאר פראטעסטן און מבזה זיין די מנהלי הישיבות, לאמיר פרובירן דורך שמועסן רוהיג און געלאסן, זעהן ווער עס איז גערעכט און ווער עס שפרינגט בלויז פאר סעלפנישנעס, אייגענע נגיעה, אן קיין שום אמת'ע אדער גערעכטע טענה, אבער איך בעט זייער ס'זאל זיין א נארמאלע דיסקאשן, אן קיין קללות, אן קיין נעים קאלינג, בלויז רעדן צו די זאך, מיינונג פארשינדהייטס איז ערלויבט,
פראגע,
1) איז דא א מציאות אז א מנהל זאל זיין בארעכטיגט אפצו זאגן א בחור/אינגל/מיידל פון אננעמען אין ישיבה/ תלמוד תורה/ מיידל סקול?
2) אויב איז א בחור /אינגעל / מיידל, א מחוצף/מחוצפת און נאך ווארענען כמה פעמים זעהט זיך נישט קיין בעסערונג, איז דער מנהל בארעכטיגט עהם/זו צו פארשיקן?
3) אויב איז דא א תקנה אין מוסד און די עלטערן האלטן זיך נישט צו די תקנה, איז מען בארעכטיגט אוועקשיקן דאס קינד?
4) אויב זעט דער מנהל/מנהלת אז דער תלמיד/תלמידה איז פארדארבן אדער פארדארבט אנדערע, איז ער/זי בארעכטיגט צו פארשיקן דעם תלמיד/תלמידה?
5) ווי ווייט איז דער אבליגעישאן פון א מוסד אנצונעמען יעדן תלמיד/תלמידה? איז דא א חילוק צווישן א חסידות מוסד צו א פריוואטע מוסד?
[...] טייערע, פארוואס זאגסטו זאכן וואס הייבט זיך נישט אן? און פאבליק סקול קען מען ווערן זייער שנעל עקספעלט פון סקול, מען באקומט אפאר ווארונונגן און אויב פאלגט מען נישט קען מען פליען , און ניין די הנהלה זיכט נישט פאר דאס קינד א צווייטע סקול.
סא די תירץ איז נישט אלעמאל א גלאטע ניין.
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
סמבטיון: ס'נישטנאזוי שנעל און גלאטיג ווי דו לייגסט עס אראפ לגבי ווארפן א קינד פון פובליק סקול.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://ctlawhelp.org/school-expulsions-when-your-child-is-expelled&ved=0ahUKEwj4-_2-srnXAhVCxYMKHcN_BaQQFggyMAI&usg=AOvVaw0XXOtjO15HxlyFz3RSa1aX">https://www.google.com/url?sa=t&source= ... yFz3RSa1aX</a>
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
סאמבטיון, פין מיינע ערפארונג מיט סקול סיסטעמס אין נ"י סיטי קען איך מעיד זיין אז [...] איז גערעכט, אבער מיט א טוויסט... די סקול וועט קיינמאל נישט פורק עול זיין פין א יונגעלע/מיידעלע אפגעזעהן די אומשטענדן. דאס הייסט אז אפילו א קינד קען נישט מיטגיין מעיןסטרים וועט די פרינצפול מאכן זיכער אז זי/ער איז מסודר אדער איז א דיסטריקט 75 סקול ...עד כדי כך צי האבן פריוואטע מענטשן 24 שעה. ציריק צי אינזער מוסדות און נא לנו אז די curriculum ווערט שמעלער אין שמעלער ווייל די אנפירער זענען קורץ באשלאגען. ממילא פאלן ארויס מער אין מער קינדער. I will sum it up in one sentence. Have you ever heard the should be a school without a social worker on staff?
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
אויב וועט מען אייך ענפעהרן אז געלט איז די פראבלעם, זאלט איר וויסען אז עס איז שקר. וויסן זאלט איר אז די סטעיט איז ריספאנסעבל אז יעדע קינד זאל אויסשטייגען צי זיין מאקסימום. אין יעדע סערוויס וואס פעהל זיך אױס וועהרט באצאלט פין די דיסטריקט. חוץ מזה באקומען אלע מוסדות געלט פאר פראפעסיאנאלע דעוועלאפמענטס אין דאס ווער פארוואסערט אין זייער בודזשעט אנשטאט דאס אלאקעטן צי קידס מיט אייגנארטיגע געברויכן.
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
די שאלה איז געבויט אויף נאך א טעות. ׳בארעכטיגט׳ איז נישט אין פלאץ. ער איז באפליכטעט צו טוהן. ווען ער איז אן אנוס, קענסטו זיך נעמען פרעגען. ווען ווערט ער פטור פון זיין פליכט מומת פטור אונס? האט ער אן עצה וויאזוי מחנך צו זיין דער מחוצף? אן אנוס איז נאכ׳ן זוכען און זוכען און נישט טרעפען קיין עצה, נישט אז מ׳הייבט אויף די הענט ביים ערשטען פראבלעם.
און די תשובה איז, ער מוז עס טוהן כאילו ער טוט לש"ש, אפילו ווען ער האט פניות. וואס וואלט א לש"ש געטוהן? ביי וועמען פרעגט ער? האבען די עלטערען א זאג אין די שמועס? דארף ער זיך כאטש פארענטפערען צו א לשם שמים׳ניק?
ניין, מ׳פאדערט נישט פון דער מנהל צו זיין א צדיק. אבער ווען די וואס האבען נישט זיין נגיעות וואלטען געשריגען און געבעטען א סטאנדארט פון לש"ש, וואלטען זיי נישט געקענט בארעכטיגען זייער נגיעות מיט א שלייער פון ׳איך בין בארעכטיגט׳.
ווען מ׳וואלט געפאדערט אזא סטאנדארט, וואלטען זיי ניטאמאל אנגעהויבען מאכען תקנות כדי מחנך צו זיין די עלטערען. נאר ווייל מ׳זינגט די ניגון פון ׳בארעכטיגט׳, קענען זיי קומען און קלערען צו זיי האבען א ׳רעכט׳ ארויסצוווארפען דער וואס שטעלט זיך נישט צו צו זיין אידיאס וויאזוי די פיס דארפען זיין צוגעדעקט וכדו׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איז דאס דומה צו א קינד פון פאבליק סקול? (אגב, די פאבליק סקול ווארפט יא ארויס קינדער!!!),
לאמיר פרעגן, אויב א תלמיד פון א חסידישן חדר האט א תלמיד וואס דערציילט יעדן טאג פאר די חברים וואס ער האט געזען אויפן טעלעוויזשאן נעכטן באנאכט, און נאך כסדר ווארענען די עלטערן זעט מען בכלל נישט קיין ענדערונג, איז דער מנהל בארעכטיגט צו שיקן א צעטיל אז דעם נעקסטן זמן קען ער מער נישט קומען דא אין חדר אדער סקול?
האט ער נאר פראבירט צו שיקן בריווען צו די עלטערן? אדער האט ער פראבירט נאך עצות?
דער קינד פארציילט ווייל ער האט נישט קיין אנדערע זאכן צו פארציילען. האבען זיי פראבירט איהם צו בויען אז ער זאל נישט וועלען פארציילען?
אנדערע קינדער הערען אויס ווייל ס'איז אינארעסאנט. האבען זיי געזוכט עצות פאר דעם?
און צווישען די קינדער, האבען זיי געמאכט אן איינדרוק אז די זאכען טויגען נישט, און דעריבער וועלען די קינדער ממילא אראפקוקען אויף אזעלכע זאכן, און דערמיט האט מען געמינערט די השפעה פון דעם קינד? (איך האב געהאט אין כתה קינדער מיט טעלעוויזשענ'ס, אבער די מוסד איז געווען אויסגעשטעלט אויף א פרומע אופן אז זיי האבען זיך שטיל געהאלטן אין די נושאים).
נאכ'ן ענטפערן די אלע שאלות, זאל דער מנהל נאכאמאל קומען פרעגן.
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס איז "דער" מוסד אבליגעטעד פאר דעם טאטן צו נעמען זיין קינד אן קיין קאנדישאנס? דער טאטע דאווענט נישט ביי זיי, ער שטיצט זיי נישט, ער פאלגט נישט זייערע תקנות, איז דער מנהל מער פאראנטווארטליך ווי דער אייגענער טאטע? דער טאטע האט א פרינציפ אז קיינער זאל עם נישט איינטיילן וויאזוי ער זאל זיך פירן, און דער מנהל האט א פרינציפ וויאזוי די עלטערן דארפן זיך פירן, נו, אז דער טאטע וועט נישט אויפגעבן זיינע פריציפן לטובת זיין אייגן קינד, פארוואס זאל דער מנהל אויפגעבן זיינע פריציפן לטובת א פרעמד קינד?
ליטוואק פון בודאפעסטהאט ער נאר פראבירט צו שיקן בריווען צו די עלטערן? אדער האט ער פראבירט נאך עצות?
דער קינד פארציילט ווייל ער האט נישט קיין אנדערע זאכן צו פארציילען. האבען זיי פראבירט איהם צו בויען אז ער זאל נישט וועלען פארציילען?
אנדערע קינדער הערען אויס ווייל ס'איז אינארעסאנט. האבען זיי געזוכט עצות פאר דעם?
און צווישען די קינדער, האבען זיי געמאכט אן איינדרוק אז די זאכען טויגען נישט, און דעריבער וועלען די קינדער ממילא אראפקוקען אויף אזעלכע זאכן, און דערמיט האט מען געמינערט די השפעה פון דעם קינד? (איך האב געהאט אין כתה קינדער מיט טעלעוויזשענ'ס, אבער די מוסד איז געווען אויסגעשטעלט אויף א פרומע אופן אז זיי האבען זיך שטיל געהאלטן אין די נושאים).
נאכ'ן ענטפערן די אלע שאלות, זאל דער מנהל נאכאמאל קומען פרעגן.
יא, מען האלט שוין נאכדעם, מען האט געבעטן דעם קינד נישט צו דערציילן אזעלכע זאכן, און מען האט עהם אפילו באשטראפט נאכ'ן נישט פאלגן, און דער טאטע איז געווארן ווילד אן אנגעשריגן דעם מלמד אין פאבליק אז היתכן ער האט באשטראפט א קינד פארן טאטענס חטאים...
קודם זאגסטו יא, און דערנאך ברענגסטו אנדערע זאכן וואס מ'האט געטוהן, זאכען וואס יעדער מיט די קלענסטע מאס ערפארונג ווייסט אז זיי האבען קיין שום אויסזיכטען נישט צו געלונגען.
האבען זיי געזוכט אלע עצות, נישט אויף יוצא צו זיין, נאר עכט אויפצוטוהן. האבען זיי געקלינגען אנדערע מנהלים צו וויסען וואס איז זיי געלונגען אין אזעלכע פעלער?
סטראשען און שטראפן זענען נישט די איינציגסטע עצות, און א 'מחנך' וואס מיינט אז יא, איז סתם אזוי נישט 'בארעכטיגט' זיך אנצורופן א מחנך.
School Expulsion: What Is the Process?
The main difference between suspension and expulsion is the amount of time a student must stay out of school:
A suspension can only last for up to ten days.
An expulsion can last up to one year.
When can a Board of Education expel a child?
A student must face expulsion if he or she
has a gun or other deadly weapon on school grounds or at a school activity,
uses a firearm or other deadly weapon to commit a crime on or off school grounds, or
sells (or tries to sell) illegal drugs on or off school grounds.
A student may be expelled if he or she
breaks a school rule on school grounds or at a school activity,
is disruptive or puts other people or things in danger on school grounds or at a school activity, or
breaks a school rule off school grounds in a way that disrupts or prevents other students from learning.
A student may be expelled if he or she
breaks a school rule on school grounds or at a school activity
is disruptive or puts other people or things in danger on school grounds or at a school activity, or
breaks a school rule off school grounds in a way that disrupts or prevents other students from learning.
דארף דאס זיין אינזער סטענדארד?
זיכער איז דא ווען ס'איז נישט דא קיין בריירה
און דער עצם מציאוית אז א תלמיד\טאטע ווייסט אז גארנישט גארנישט וואס ער טוט, קען עם נישט מאכן פארלירן זיין זכות צי בלייבן אין דעם מוסד איז א חרבן עולם.
ס'איז אן אכזרית צי לאזן אויפוואקסען א קינד אין אזא אטמעספער!
פין די אנדערע זייט קען נישט זיין אז ארויסוואפען א תלמיד זאל ווערן א quick and dirty solution פאר א מנהל זיך גרינגער מאכן די ארבעט
ליטוואק פון בודאפעסטקודם זאגסטו יא, און דערנאך ברענגסטו אנדערע זאכן וואס מ'האט געטוהן, זאכען וואס יעדער מיט די קלענסטע מאס ערפארונג ווייסט אז זיי האבען קיין שום אויסזיכטען נישט צו געלונגען.
האבען זיי געזוכט אלע עצות, נישט אויף יוצא צו זיין, נאר עכט אויפצוטוהן. האבען זיי געקלינגען אנדערע מנהלים צו וויסען וואס איז זיי געלונגען אין אזעלכע פעלער?
סטראשען און שטראפן זענען נישט די איינציגסטע עצות, און א 'מחנך' וואס מיינט אז יא, איז סתם אזוי נישט 'בארעכטיגט' זיך אנצורופן א מחנך.
קודם פארשטיי איך אז דער ענטפער אויף פראגע נומבער איינס איז "יא", ווייל דו ביסט אויך מודה אז אויב האט מען געטון וואס דו שלאגסט פאר איז מען יא בארעכטיגט, נו! האלט מיר שויI אויף א וועג...
יעצט ענטפער קלאר, פארוואס דארף דער מוסד טוישן זייער מהלך החינוך פאר דעם איינצעלען קינד, בו בזמן ווען דער טאטע/מאמע האלטן זיך נישט ביים טוישן לטובת זייער אייגן קינד?
צווייטענס, דו שלאגסט פאר אז דער מנהל זאל פרעגן אנדערע מנהלים, איז מאן יימר אז דער אנדערער מנהל פארשטייט בעסער ווי ער, צווייטענס, דו ווייסט דאך אויך אז אלע מנהלי המוסדות (אויסער יואלי ראטה) האלטן אז א קינד וואס דער טאטע שטעלט זיך נישט צו האט נישט קיין פלאץ אין זייער מוסד, אין דעם זענען נישט מחולק זאלונים, אהרונים, באבעוו, באבעוו 45, קלויזענבורג, וויזניץ ארץ ישראל, וויזניץ אמעריקא, קראסנע, כוונת הלב, בני יואל, בית יעקב, גור, סקווער, יעדער נארמאלער מוסד האט תקנות און פרינציפן, און אויב שטעלט מען זיך נישט צו, האט מען דארט נישט קיין פלאץ, נו, אויף וועם איז דער שולד, אויף די עלטערן וואס שוינען נישט זייער אייגן קינד? אדער אויפן מנהל וואס קוקט די טובה ותועלת פון אלע אנדערע תלמידים/תלמידות?
דו דרייסט זיך אויס פון דער פאוינט. איז דער מנהל אן אנוס? האט ער געזוכט און נישט געטראפען קיין שום וועג וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דער קינד?
איך האב געשריבען עטליכע עצות. ווילאנג ער האט נישט פראבירט אלע מיטלען מחנך צו זיין דער קינד, איז ער נישט קיין אנוס. ווען ער זוכט ׳בארעכטיגונג׳, איז ער שוין א פארברעכער פאר׳ן זוכען. ווען ער זוכט עצות, האלט ער אויף א וועג.
ווען ער איז טאקע אן אנוס, זאל ער גייען פרעגען, מיט אינפו"ט פון די עלטערען, צו ס׳איז טאקע כלו כל הקיצים. אין מיין פערזענליכע ערפארונג, טוט מען עס נישט, און ס׳ווערט בארעכטיגט דורך גאס שוטים.
און דער גאנצע צושטעל פון ויזתא צו פרשנדתא איז מביא לידי א ביטערען גיחוך. ע"ז אנו דנים, וויאזוי האבען די אלע פארטיי מוסדות איינגעפירט אזא געמיינע מנהג זיך אפצו'פטר'ן פון דער פליכט פון חינוך?
יעדער קינד האט געברויכען, און א חדר וואס זינגט די ניגון פון 'פארוואס זאלען מיר זיך טוישן' רופט זיך שוין אויס אלס נישט א מוסד החינוך נאר א מוסד פון 'זיך נישט טוישן'.
ליטוואק פון בודאפעסט
און צווישען די קינדער, האבען זיי געמאכט אן איינדרוק אז די זאכען טויגען נישט, און דעריבער וועלען די קינדער ממילא אראפ קוקען אויף אזעלכע זאכען, און דערמיט האט מען געמינירט די השפעה פון דער קינד? (איך האב געהאט אין כתה קינדער מיט טעלעוויזשענ׳ס, אבער די מוסד איז געווען אויסגעשטעלט אויף א פרומע אופן אז זיי האבען זיך שטיל געהאלטען אין די נושאים).
נאכ'ן ענטפערן די אלע שאלות, זאל דער מנהל נאכאמאל קומען פרעגן.
איך וואלט געזאגט אז דאס איז די בעסטע נקודה אין דעם אשכול, און שטרייכט אונטער די חילוק פון די אמתע עוסקים בצרכי ציבור באמונה פון נאכן קריג ביז די היינטיגע מחנכים.
מ'זאגט אז ר' ליפא פריעדמאן ז"ל (איצט געווען זיין יארצייט) האט דירעקט אויפגעשריבן אויף די סקול באסעס אין ענגליש united Talmudicel academy אנשטאט אין אידיש תורה ויראה, כדי צו מאכן באקוועמער פאר עלטערן מיט לאו דוקא א חסידישן לעבנסשטייגער צו שיקן אין א ערליכע מוסד מיט א ערליכע חינוך, מ'האט אריינגענומען קינדער מיט טעלעוויזיע אינדערהיים, און 'אויפגעקלערט' די קינדער דעם פראבלעם פון טעלעוויזיע.
די תוצאה איז געווען אז די קינדער זענען אויפגעוואקסן פרומער און ערליכער פון די עלטערן און אין אסאך פעלער געטוישט די גאנצע שטוב (און אויב איין טאטע איז נישט געפאלן דעם חינוך ווייל ס'איז בניגוד צו זיין התנהגות, איז ער ערלויבט צו זוכן א צווייט מוסד).
די היינטיגע מעטאד פון שיצן די קינדער פון די דרויסנדיגע גאס דורך פארמויערן זייערע מוחות און פארזיכערן אז ס'קומט נישט אן צו זיי די אומגעוואונטשענע מושגים, חוץ פון דעם וואס ס'האלט במילא ביי גסיסה צוליב דעם אינטערנעט, מאכט נאך א חורבן, אז די קינדער וואקסן נישט אויף מיט קיין חינוך וואס האט זיי פארשטיין געגעבן 'פארוואס' טעלעוויזיע איז טרייף, נאר אז טעלעויזיע איז טרייף (apply איז צו יעדע אנדערע זאך וואס איז נישט אקצעפטירט ביי אונז חרידים). די תוצאה איז, אז עווענטועל ווען ער גייט ארויס אויפן גאס, איז ער עלול צו טראסקענען.
עי' עוד די חילוק פון די בארא פארקע אינגעלייט ביז די וויליאמסבורגע.
@איינציגאויב די שאלה איז צי דער מנהל האט א "רעכט" איז דער ענטפער וואו ליטוואק זאגט, דער מוסד איז נישט נכסי יחיד און אויך נישט ניכסי ציבור ס'איז נכסי שמיים און די שאלה ווערט וואס זאגט דעת תורה אן קיין נגיעות. (דאס אז אסך מנהלים נעמען די גרינגע וועג זאגט נישט אז ס'איז ריכטיג)
אפשר איז פרעגן אנדערע
מנהלים נישט קיין עצה, אפשר געהערט דאס צי א וועד פין "תורה ומסורה", קים אויף מיט עפעס בעסערס
וואס דער מוסד\טאטע\רב דארף פרעגן איז
איז א טובה פאר
דעם קינד צי זיין אין א מוסד וואס דער טאטע לאכט זיך אויס פין אירע תקנות?
וויפיל השפעה קענען מיר באמת האבן אויף דעם קינד
יעקב מענטש, אויב איינציג'ס משל ארבעט נישט פאר דיר איז קום אויף מיט אן אנדערע משל וואו דו ביסט מודה אז די תקנה פין דער מוסד איז ריכטיג, און פעלט אויס לטובת רוב תלמידים
גראדע בין איך מיט דיר אז אינזער מהלך פין "סעקלשען" ווערט וואס א טאג ווייניגער רעלעווענט, און סאיז, און בעסטען פאל, ביי די פוינט פין diminishing returns
אבער נישט דאס איז דא דער נידון
ליטוואק פון בודאפעסטדו דרייסט זיך אויס פון דער פאוינט. איז דער מנהל אן אנוס? האט ער געזוכט און נישט געטראפען קיין שום וועג וויאזוי זיך צו ספראווען מיט דער קינד?
איך האב געשריבען עטליכע עצות. ווילאנג ער האט נישט פראבירט אלע מיטלען מחנך צו זיין דער קינד, איז ער נישט קיין אנוס. ווען ער זוכט ׳בארעכטיגונג׳, איז ער שוין א פארברעכער פאר׳ן זוכען. ווען ער זוכט עצות, האלט ער אויף א וועג.
ווען ער איז טאקע אן אנוס, זאל ער גייען פרעגען, מיט אינפו"ט פון די עלטערען, צו ס׳איז טאקע כלו כל הקיצים. אין מיין פערזענליכע ערפארונג, טוט מען עס נישט, און ס׳ווערט בארעכטיגט דורך גאס שוטים.
דער מנהל שרייט דאך געוואלד אז ער איז "יא" געצווינגען דאס צוטון, ער האט אלעס אויף דער וועלט פראבירט און גארנישט האט נישט געהאלפן, אויב רעדסטו פון א ספעציפישן פאל, זיי מוחל קום ארויף מיט נעמען און פאקטן לאמיר מברר זיין און זען למי החותמת ולמי הפסולים, סתם אזוי צו באשולדיגן מנהלים בלינדערהייט איז נישט קיין יושר, איך בין נישט קיין מנהל, און נישט קיין מחנך, איך האב מיך נאר אריין געמישט ביי מיין א נאנטע משפחה וואס מען האט נישט געוואלט צוריק נעמען א בחור אין די ישיבה, און זייענדיג באקאנט מיטן מנהל הישיבה האט מען מיך געבעטן אז איך זאל מיך אריין מישו און פויעלן ביים מנהל, דער פאקט איז געווען אז רעדענדיג צום מנהל מיט א אפן מיינד האב איך געזען אז דער מנהל איז הונדערט פראצענט גערעכט, איך האב געפויעלט ביי מיין משפחה ער זאל אוועק שיקן זיין בחור אויף איין יאר אין א אנדערע ישיבה AND THE REST IS HISTORY, דעם נעקסטן יאר האט מען צוריק גענומען דעם בחור, ער האט שוין חתונה געהאט און איז שוין א טאטע פון קינדער, און מיין משפחה איז עד היום מכיר טובה פאר דעם מנהל...
יעקב מענטשליטוואק פון בודאפעסט
און צווישען די קינדער, האבען זיי געמאכט אן איינדרוק אז די זאכען טויגען נישט, און דעריבער וועלען די קינדער ממילא אראפ קוקען אויף אזעלכע זאכען, און דערמיט האט מען געמינירט די השפעה פון דער קינד? (איך האב געהאט אין כתה קינדער מיט טעלעוויזשענ׳ס, אבער די מוסד איז געווען אויסגעשטעלט אויף א פרומע אופן אז זיי האבען זיך שטיל געהאלטען אין די נושאים).
נאכ׳ן ענטפערען די אלע שאלות, זאל דער מנהל נאכאמאל קומען פרעגען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך וואלט געזאגט אז דאס איז די בעסטע נקודה אין דעם אשכול, און שטרייכט אונטער די חילוק פון די אמתע עוסקים בצרכי ציבור באמונה פון נאכן קריג ביז די היינטיגע מחנכים.
מ'זאגט אז ר' ליפא פריעדמאן ז"ל (איצט געווען זיין יארצייט) האט דירעקט אויפגעשריבן אויף די סקול באסעס אין ענגליש united Talmudicel academy אנשטאט אין אידיש תורה ויראה, כדי צו מאכן באקוועמער פאר עלטערן מיט לאו דוקא א חסידישן לעבנסשטייגער צו שיקן אין א ערליכע מוסד מיט א ערליכע חינוך, מ'האט אריינגענומען קינדער מיט טעלעוויזיע אינדערהיים, און 'אויפגעקלערט' די קינדער דעם פראבלעם פון טעלעוויזיע.
שקר וכזב, קיין איין תלמיד אין די מוסדות בימי ר' ליפא פר''מ האט געהאט א טעלעוויזשאן אין שטוב, אדרבה, מען האט ארויס געווארפן א בחור פון סענדס סטריט פארן טרעפן ביי עם א טעלעוויזשאן,
די תוצאה איז געווען אז די קינדער זענען אויפגעוואקסן פרומער און ערליכער פון די עלטערן און אין אסאך פעלער געטוישט די גאנצע שטוב (און אויב איין טאטע איז נישט געפאלן דעם חינוך ווייל ס'איז בניגוד צו זיין התנהגות, איז ער ערלויבט צו זוכן א צווייט מוסד).
די היינטיגע מעטאד פון שיצן די קינדער פון די דרויסנדיגע גאס דורך פארמויערן זייערע מוחות און פארזיכערן אז ס'קומט נישט אן צו זיי די אומגעוואונטשענע מושגים, חוץ פון דעם וואס ס'האלט במילא ביי גסיסה צוליב דעם אינטערנעט, מאכט נאך א חורבן, אז די קינדער וואקסן נישט אויף מיט קיין חינוך וואס האט זיי פארשטיין געגעבן 'פארוואס' טעלעוויזיע איז טרייף, נאר אז טעלעויזיע איז טרייף (apply איז צו יעדע אנדערע זאך וואס איז נישט אקצעפטירט ביי אונז חרידים). די תוצאה איז, אז עווענטועל ווען ער גייט ארויס אויפן גאס, איז ער עלול צו טראסקענען.
עי' עוד די חילוק פון די בארא פארקע אינגעלייט ביז די וויליאמסבורגע.
שקר וכזב, קיין איין תלמיד אין די מוסדות האבן נישט געהאט קיין טעלעוויזיא אין שטוב, אדרבה מען האט מסלק געווען א בחור פון די ישיבה ווייל מען האט געטראפן ביי עם א טעלעוויזיא.
הקטןיעקב מענטש, אויב איינציג'ס משל ארבעט נישט פאר דיר איז קום אויף מיט אן אנדערע משל וואו דו ביסט מודה אז די תקנה פין דער מוסד איז ריכטיג, און פעלט אויס לטובת רוב תלמידים
לאמיר אנכאפן א דוגמא, אויב די עלטערן לאזן דעם קינד זיין נעבן אן אפענעם אינטערנעט (איך גלייב נישט אז ס'איז דא במציאות אזוינע פעלער), און דער קינד קומט אין חדר אין פארציילט איבער וכו'.
אוודאי דארף מען דאס שטרענג באהאנדלען, און אפשר פארשיקן ביז די עלטערן נעמן זיך אונטער דאס מער נישט צו טוהן, אבער די 'פאוקוס' דארף ענדערש זיין אין 'מחנך' זיין די קינדער אז ראיות אסורות איז אסור! מ'ברענט אין גיהנום פאר דעם.
די קינדער האבן אינגע מוחות, און דער מוסד קען האבן א ריזיגע השפעה.
מיין אינגעלס מוסד האט נישט געאסערט די אונטערן פלעי, אבער דער מנהל האט 'עדווייסד' נישט צו גיין (אגב, אן קיין געהעריגע הסבר פארוואס, האט עס גאנץ א קליינע השפעה, און ס'איז ניכר אז ס'איז צוליב אפאר עלטערן וואס דרייען א קאפ, נישט וויל ס'איז בעצם א פראבלעם), און מיין אינגעל האט געזאגט אז ער וויל טאקע נישט גיין (ביי די פאריגע פלעי, אינצווישן האט מען געטוישן מנהל)
אין פריערדיגן פאל, באין ברירה אויב זעהט מען אז דאס קינד ברענגט א שלעכטן איינפלוס אויף די קלאס, וועט מען אמאל מוזן פארשיקן א קינד. אבער איך גלייב אז דער פראבלעם וואלט נישט געווען אויף דעם שטאפל וואס דאס איז יעצט.
בכלל די גאנצע 'תקנה' מענטעליטי, ווי דער מנהל קאנטראלירט שוין היינט וועלכע סארט ריסעס מ'זאל ברענגן, רייסט אויס שטיקער חינוך, אנשטאט וואס די עלטערן זאלן האבן אן אפענעם דיאלאג מיטן קינד, און מסביר זיין אז אפי' מוישי'ס מאמע גיבט אים יעדן טאג א פרוט לעדער עפריקאט, וויל איך עס נישט געבן 1)ווייל ס'איז זייער נישט געזונט 2) ס'פארשטאפט די קאפ 3) ס'איז צו א טייערע נאש פאר יעדן טאג, מאכט מען א תקנה אז קיינער טאר נישט ברענגן קיין פרוט לעדערס כדי שלא לבייש אז מי שאין לו (דוגמא איז פיקטיוו).
די תוצאה איז, אז 'אלע' חתנים דארפן באקומען א שטריימעל פון מינימום 3 אלפים אפי' מ'דארף גיין נאך געלט דערפאר, וויל מ'וויל אים נישט פארשעמען וכו', מ'מוז אים צושטעלן א שפילער און זינגער ביי די חתונה אנשטאט א MP3 ווייל ער גייט זיך ביטערליך שעמען וכו'
ליטוואק פון בודאפעסטאון דער גאנצע צושטעל פון ויזתא צו פרשנדתא איז מביא לידי א ביטערען גיחוך. ע"ז אנו דנים, וויאזוי האבען די אלע פארטיי מוסדות איינגעפירט אזא געמיינע מנהג זיך אפצו'פטר'ן פון דער פליכט פון חינוך?
יעדער קינד האט געברויכען, און א חדר וואס זינגט די ניגון פון 'פארוואס זאלען מיר זיך טוישן' רופט זיך שוין אויס אלס נישט א מוסד החינוך נאר א מוסד פון 'זיך נישט טוישן'.
אינטרעסאנט! אלע ראשי ישיבות, מנהלים, מחנכים, מלמדים, מגידי שיעור, טיטשערס, האלטן איין וועג, און א ליטוואק, א בן בלי שם האלט אנדערשט, נו, וואס דארפן מיר אננעמען? טרעפט זיך אמאל אז דער מנהל איז ראנג? מסתמא יא! אבער צו זאגן אז די מנהלים שטייען אויף אינדערפרי און זוכן א קרבן וועם ארויס צו ווארפן, איז אבסורד, דער מנהל צוזאמען מיט די חברי ההנהלה זענען דן בכובד ראש, זיי קוקן נאר דעם תועלת פון זייער מוסד, ער ווייסט אז ארויס צו ווארפן א תלמיד וועט עם נאר ברענגען נאך קאפ וויי און עגמת נפש, עם כל זה זעט ער נישט קיין אנדערן וועג און דארף דאס דורך פירן,
אינטרעסאנט, אויף די פראגע צו די שולד איז לגמרי ביים מנהל און גארנישט אויף די עלטערן, אויף דעם האט קיינער נישט גענטפערט, בו בזמן, ווען רובא דרובא זענען די עלטערן דער פראבלעם, און זיי ווילן זיך נישט טוישן לטובת זייער אייגן קינד כמלא נימא, און דער פאקט איז אז אלע וואס נעמען זיך פאר די דאזיגע עלטערן זענען ליידער נישט קיין סאך בעסער, דו''ק ותשכ''ח.
זאל ער שרייען ווי הויך ער וויל, איז ער אנוס, איז אפשר יא.
די טייטש פון דער ווארט אנוס איז אן אויסנאמליכע פאל, עפעס וואס פאסירט זעלטן.
דיין משל איז געווען פון טעלעוויזשען, האב איך עס פארענטפערט. האסט א נייעם מעשה, לאמיר זעהן. ביי וועמען האט ער אנגעפרעגט, מיט דער אנוועזענהייט פון באי כח פון דער בחור אדער זיינע עלטערן?
ווען מ'זעט די הנהגות פון גדולי ישראל אין די זאכען, דער ח"ח מיט׳ן חזו"א. און מ'הערט די הוראות פון גדולי ישראל, הרב שך מיט דער מחלל שבת און ר' אליעזר יודל פינקל מיט אנדערע מעשיות, זעט מען וואס מיינט אן אונס.
ביסט אריינגעקומען פרעגן וועגן וואס מנהלים טוהן צו ס׳איז ריכטיג, און דער סוף פסוק איז, ווייל אלע מנהלים טוען אזוי, איז עס ריכטיג. האסט זיך געקענט שפארען פיהל צייט מיט׳ן זאגען אזוי פאראויס.
ליטוואק פון בודאפעסטזאל ער שרייען ווי הויך ער וויל, איז ער אנוס, איז אפשר יא.
די טייטש פון דער ווארט אנוס איז אן אויסנאמליכע פאל, עפעס וואס פאסירט זעלטן.
דיין משל איז געווען פון טעלעוויזשען, האב איך עס פארענטפערט. האסט א נייעם מעשה, לאמיר זעהן. ביי וועמען האט ער אנגעפרעגט, מיט דער אנוועזענהייט פון באי כח פון דער בחור אדער זיינע עלטערן?
ווען מ'זעט די הנהגות פון גדולי ישראל אין די זאכען, דער ח"ח מיט׳ן חזו"א. און מ'הערט די הוראות פון גדולי ישראל, הרב שך מיט דער מחלל שבת און ר' אליעזר יודל פינקל מיט אנדערע מעשיות, זעט מען וואס מיינט אן אונס.
מיין קינד, דער רבי זי''ע האט אויך געווארפן, טאקע זייער ווייניג, אבער ער האט ארויסגעווארפן בחורים פון די ישיבה, און דאן האט נישט עקזעסטירט קיין מחוצף וואס האט זיך מתחצף געווען, יעדער האט זיך אינטער געווארפן, דער רבי האט געווארפן בחורים פאר'ן בלויזן זינד פון זיך מתחצף זיין פארן מנהל, קיינער האט נישט געהאט די חוצפה צו זאגן "טייל מיר נישט איין",
האט ער ארויסגעווארפן איינעם פערמענאנט? אדער נאר למען ישמעו?
איך האב אמאל געליינט אז ער האט געזאגט פאר איינעם אז ער האט אמאל ארויסגווארפן א בחור פון זיין ישיבה אין יוראפ, און יענער איז ארויס לתרבות רעה, און ער האט נאך היינט שלאפלאזע נעכט וועגן דעם.
איר קענט מנהלים וואס שלאפן נישט נאכן לייגט א בחור אויפן גאס פאר גוד?
איך זאג דיר גדולי ישראל, זאגסטו מיר 'דער רבי'. ווער דארף זיין 'דער רבי'? אזוי ווי 'דער טאטע'?
'מיין רבי', וליתר דיוק 'מיינע וועגווייזערס', זענען דער ח"ח מיט׳ן חזו"א. צווינג נישט דיין פראבלעמען אויף דער ציבור מיט'ן אויסרייד 'דער רבי'. ער, ווער אימער ער זאל נאר זיין, איז נאר א רבי פאר די וואס ווילען אזוי.
ליטוואק פון בודאפעסטביסט אריינגעקומען פרעגן וועגן וואס מנהלים טוהן צו ס׳איז ריכטיג, און דער סוף פסוק איז, ווייל אלע מנהלים טוען אזוי, איז עס ריכטיג. האסט זיך געקענט שפארען פיהל צייט מיט׳ן זאגען אזוי פאראויס.
דו האסט בכלל נישט געמאכט קיין קעיס פאר דיין מיינונג, איך האב געשריבן אין אלגעמיין, לפי דעתי איז רובא דרובא די הנהלה גערעכט, און זיי פראבירן זייער שטארק צו פארמיידן ארויס צו ווארפן איינעם פון די מוסדות, און דו דרייסט רעכטס און לינקס מיט משלים ווען דער מנהל איז נישט גערעכט, דו טענה'עסט אז דער מנהל האט נישט גענוג פראבירט, פרעג איך דיך, מאן יימר לן? ווער זאגט אז ער האט נישט גענוג פראבירט? דער פאקט איז אז פאר די מנהלים איז ביטער שווער ארויס צו ווארפן א תלמיד, און זיי וועלן דאס נישט טון נאר אויב עס איז כלו כל הקיצין, און דו וועסט דיך אנעמען פאר דעם ארויסגעווארפענעם בלינדערהייט, נאר צו באשולדיגן דעם מנהל, אדרבה ברענג מיר א פאקט (אן קיין נאמען פונעם תלמיד) און לאמיר זען צו דו ביסט גערעכט,
איינציגמיין קינד, דער רבי זי''ע האט אויך געווארפן, טאקע זייער ווייניג, אבער ער האט ארויסגעווארפן בחורים פון די ישיבה, און דאן האט נישט עקזעסטירט קיין מחוצף וואס האט זיך מתחצף געווען, יעדער האט זיך אינטער געווארפן, דער רבי האט געווארפן בחורים פאר'ן בלויזן זינד פון זיך מתחצף זיין פארן מנהל, קיינער האט נישט געהאט די חוצפה צו זאגן "טייל מיר נישט איין",
איינציג; ביזט דא אין א נייטראלע קהילה וואסי ב"ה דא מכל המינים, אונגארישע/גאליציאנע/פוילישע/רוסישע/ליטווישע וכו' און אלע מיני חסידים, בעלז/סקווירא/סאטמער/סאקמער/פאפא/ליובאוויוש/ברעסלב/סטוטשין/קלויזענבורג/ ועוד. איז ווען דו זאגסט "דער רבי זי"ע" מוזטו זאגן פון וועלעכן רבי זי"ע דו רעדסט ווייל יעדע חסיד איז בארעכטיגט צו כאטשיג איין רבי זי"ע, רבי שליט"א, רב, דיין, און אויך א מחוצף מין רבי וואס האט זיך אפגעטיילט.
דו פארציילסט דיין מעשה, און דיין פרטים האבען געוויזען אז זיי האבען נישט פראבירט. סטראשען און שטראפען העלפען נישט, כמבואר לכל מבין.
מיין פערזענליכע ערפארונג ווייס איך אז מ׳האט נישט פראבירט. איך האב געקלינגען מנהלים פון אנדערע מוסדות פרעגען עצות, און זיי האבען געגעבען עצות וואס די ערשטע מנהל האט געדארפט און געמוזט וויסען דערפון. נאר פון פוילקייט האט ער נישט געהאלטען ביים טוהן מיר ווי מאנען הכאת הטוב פון מיר, און אויך פרעגען דער אינגעל׳ס מאמע׳ס נאמען צו דאווענען פאר איהם.
דער פרט איז נישט די נושא. דער ענין איז וואס מיר, אלס כלל, בארעכטיגען. זאל דער מנהל וויסען אז כלל ישראל לאזט נישט צו מער ווי אן אונס גמור. ער זאל זיך מוזען פארענטפערען, נישט פאדערען הכרת\הכאת הטוב.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך זאג דיר גדולי ישראל, זאגסטו מיר 'דער רבי'. ווער דארף זיין 'דער רבי'? אזוי ווי 'דער טאטע'?
'מיין רבי', וליתר דיוק 'מיינע וועגווייזערס', זענען דער ח"ח מיט׳ן חזו"א. צווינג נישט דיין פראבלעמען אויף דער ציבור מיט'ן אויסרייד 'דער רבי'. ער, ווער אימער ער זאל נאר זיין, איז נאר א רבי פאר די וואס ווילן אזוי.
הייסט עס אז דער גרויסער מרביץ תורה דער הייליגער דברי יואל זי''ע איז נישט גערעכט געווען ווייל 100 יאר צוריק האט דער ח''ח און חזון איש, געהאלטן אנדערשט, הא? איך האב פאר דיר אן עצה, שיק דיינע קינדער צו די מוסדות ח''ח און מוסדות חזון איש, און לאז אלע אנדערע מוסדות אפאטעמען, (בכלל איז שקר אז דער חזון איש האט אנדערשט געהאלטן).
האסט געקענט זאגען דער סאטמארער רבי, האסט נישט געדארפט שרייען אזוי ווילד.
מ׳איז שוין צוריק צום נושא, ווער האט דער קאפירייט אויף אידישקייט אין דער היינטיגע עפאכע.
Peace out [emoji111]
SORRY!!!, למעשה איז נישט קיין נפקא מינה סאטמאר, בעלז צו סקווער, קיינער איז נישט אינטער געווארפן אינטער די מיינונג פון ח''ח און חזון איש [לשיטתך].
איך וועל איבער פרעגן מיינע פראגעס, און איך האף צו באקומען א ענטפער אויף די פראגעס,
1) איז דא א מציאות אז א מנהל זאל זיין בארעכטיגט אפצו זאגן א בחור/אינגל/מיידל פון אננעמען אין ישיבה/ תלמוד תורה/ מיידל סקול?
2) אויב איז א בחור /אינגעל / מיידל, א מחוצף/מחוצפת און נאך ווארענען כמה פעמים זעהט זיך נישט קיין בעסערונג, איז דער מנהל בארעכטיגט עהם/זו צו פארשיקן?
3) אויב איז דא א תקנה אין מוסד און די עלטערן האלטן זיך נישט צו די תקנה, איז מען בארעכטיגט אוועק שיקן דאס קינד?
4) אויב זעט דער מנהל/מנהלת אז דער תלמיד/תלמידה איז פארדארבן או פארדארבט אנדערע, איז ער/זי בארעכטיגט צו פארשיקן דעם תלמיד/תלמידה?
5) ווי ווייט איז דער אבליגעישאן פון א מוסד אנצונעמען יעדן תלמיד/תלמידה? איז דא א חילוק צווישן א חסידות מוסד צו א פריוואטן מוסד?
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
"אחד יחיד ומיוחד" (איינציג) דו כאפסט נישט וואס מ'ענטפערט דיר, דו פרעגסט איבער דו זעלבע קשיות נאכאמאל.
וואס ליטוואק פרובירט דיר מסביר צו זיין איז אז קנס'נן א קינד ווי למשל ווארפן פון א מוסד, איז נישט קיין "בארעכטיגונג" ס'איז א "פליכט" פינקט ווי דו פארשטייסט אז געבן א פאטש פאר א קינד איז נישט קיין "בארעכטיגונג" נאר א "פליכט" אויב פעלט עס אויס און די תנאים זענען דא דערפאר, און פארדעם איז דא א גאנצע ליסט פון תנאים וואס פעלט אויס, און ס'האט נישט צו טוהן מיט מיין רבין אדער יענעמס רבי, ס'נישט א זאך וואס קומט מיט אנכי'ות,
די שאלה האט שוין עטליכע אשכולות אין שטיבעל.
לדעתי זאל יעדער זיך האלטען צו זיין ארבעט. די עלטערען זאלען זע׳ען צוטוהן וואס ס׳פעלט אויס פאר זייער קינד און דער מנהל זאל זע׳ען צוטוהן וואס ס׳פעלט אויס אז דער קינד זאל האבען דער חינוך וואס ער ברויך.
עס איז נישט קיין חכמה אז יעדער זאל לערנען מוסר פאר יענעם.
דער גאלדענער אדלער"אחד יחיד ומיוחד" (איינציג) דו כאפסט נישט וואס מ'ענטפערט דיר, דו פרעגסט איבער דו זעלבע קשיות נאכאמאל.
וואס ליטוואק פרובירט דיר מסביר צו זיין איז אז קנס'נן א קינד ווי למשל ווארפן פון א מוסד, איז נישט קיין "בארעכטיגונג" ס'איז א "פליכט" פינקט ווי דו פארשטייסט אז געבן א פאטש פאר א קינד איז נישט קיין "בארעכטיגונג" נאר א "פליכט" אויב פעלט עס אויס און די תנאים זענען דא דערפאר, און פארדעם איז דא א גאנצע ליסט פון תנאים וואס פעלט אויס, און ס'האט נישט צו טוהן מיט מיין רבין אדער יענעמס רבי, ס'נישט א זאך וואס קומט מיט אנכי'ות,
נו, שעהם דיך נישט... ענטפער שיין, (1) איז דער ענטפער יא, עס איז דא א מציאות ארויס צו ווארפן א קינד, נאכן דורכגיין אלע תנאים פונעם מנהל צום קינד,
(2) (3) (4) איז אויך לכאורה יא, נאכן אויספירן די תנאים פונעם מנהל,
(5) ערווארט א פשוט'ן ענטפער,
אלזא, דאס ברענגט נאך אפאר פראגעס, (6) וואס זענען די תנאים וואס פעלט זיך אויס בעפאר בארעכטיגן דעם שריט פונעם מנהל? (6) האבן די עלטערן עפעס א פליכט צום קינד בנוגע זיין חינוך אין דעם מוסד?
אבער צום פאקט, דו הייבסט נישט אן צו וויסן דעם חילוק פון א "פליכט" צו א "בארעכטיגונג", א "פליכט" דארף ווערן אויסגעפירט אן קיין שום "תנאים", א "בארעכטיגונג" האט "תנאים" און נאכן אויספירן די תנאים דאן איז דא א "בארעכטיגונג". אין ענגליש הייסט דאס A RIGHT OR A PRIVILEGE.
פליכט מיינט duty, בארעכטונג מיינט right.
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
עס איז קיין חינוך סיסטעם נישט פארהאן צי האבן א טענה אז עלטערן שטעהלן זיך נישט צי. כמה וכמה מוסדות האבן אדורך געלאזט תלמידים אין נישט דיגענאזירט די קינדער מיט ערענסטע דיאגנאזעס. נאר ווען ער איז אלט געווארן 15 יאר איז ער געוואר געווארן ער ליידט אויף add וכו' אין דאס איז די סיבה פין נישט קענען לערנען אין what triggers all behavior problems that ultimately spirals into audacity
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
דעפרעסיע, דראגס ה"י. וואס ווינדערט מיר איז די וואלסט זיך מער אוועקגעגעבן ווי אסאך איינגעשטעלטע. כף זכות איז אז די חברה ווערן באצאלט ווינציגער ווינט פוילישע גויטע אין דאס קאסט אסאך מענטל כוחות. אין האבן ווייניג ציטריט צי די אינטערנעט
איינציג, איך ווייס נישט וואס דיין ציהל איז דא. ס'איז יתכן אז דו האסט געטראפן א סארט מציאות וואס מאכט זיך זעלטן אז עלטערן וועלן נישט קאאפערירן מיט די הנהלה און ווילן דוקא די הנהלה זאל זיך צושטעלן צו זיי; אדער א בחור וואס פארדארבט אנדערע און עס איז נישטא קיין וועג אים צו קענען העלפן און אויסמענטשלען. אבער דאס טוישט נישט דעם פאקט אז 95% קעיסעס זענען אויסדרוקליך נישט אזעלכע. און אפילו אויב צומאל מאכט זיך עס יא, איז עס ווייל די הנהלת המוסדות איז גוזר גזירות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה. מען מעג אמאל מאכן אן אויסנאם אויב די הנהלה זעהט אז דער אינגערמאן וויל זיך צושטעלן צו רוב זאכן נאר משום סיבה האט ער א געוויסע תקנה וואס ער קען נישט נאכקומען 100%. ווי הרב דזשעיקאבסאן חזר'ט כסדר, א סיסטעם דארף דינען די מענטשהייט, און נישט פארקערט. יעדער פארשטייט אז (געוויסע) תקנות מוזן זיין (פאר די קינדער, נישט פאר די עלטערן), אז נישט איז דאך א הפקר וועלט, אבער די תקנות איז נאר א זייטיגע זאך בלויז כדי צו קענען בעסער מחנך זיין די קינדער צו תורה ועבודה ואהבת ה', נישט אז דער עיקר פאקוס זאל זיין איבער די תקנות און במשך דעם גאנצן יאר זאל מען נאר זיין ביזי מיט די תקנות סיי מיט די קינדער און סיי מיט די עלטערן. ליידער היינט איז דער טפל געווארן א עיקר, און די נארישע תקנות וחומרות האט איבערגענומען דעם אויבן-אן פון אידישקייט, און לויט דעם מעסט מען וועמען יא אדער נישט אנצונעמען, און דאס אז אבסאלטולי נישט ריכטיג.
און יא, א מוסד ווי דער טאטע געהערט האט זיכער א גרעסערע אחריות ווי א פרעמדע מוסד, נאך אלעם אז א טאטע גיבט אזויפיל פאר'ן מוסד, געלט און פלייש (אויף די פארענטשעס) איז נישט קיין ספק אז די מוסדות זענען מחוייב צו טון די מינימאלסטע השתדלות פאר אזא משפחה, עס איז א 2-WAY סטריט, אבער דאס מיינט נישט אז א פרעמדע מוסד קען טון וואס זיי ווילן און שפילן מיט אידיש בלוט. חינוך איז נישט קיין ביזנעס, פינטל.
דו זאגסט אז מנהלים זענען דן בכובד ראש יעדע קעיס באזונדער, בעת איך ווייס אז להד"ם, צענדליגער פיינע עלטערן וואס איך קען פערזענליך האבן מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנם מיט די מוסדות על לא דבר, עכ"פ נישט פאר קיין שום סיבה וואס מען האט זיי געזאגט פארוואס אדער געגעבן די אפציע צו מתקן זיין, סתם מען לאזט יענעם הענגען אן א פארוואס און שוין. דאס איז הוילע רשעות, ועל זה אנו דנים, וועגן דעם גייט מען ארויס מיט א מלחמת חרמה אקעגן די מנהלי המוסדות. טאקע נישט אלע זענען שלעכטע, פאראן אסאך וואויל און געטרייע, אבער מען שטורעמט אקעגן די שלעכטע געלטגייציגע הארטנעקיגע מענטשן וואס האבן א פארשטאפטע הארץ צו יענעמ'ס טרערן אן אפילו מסביר זיין יענעם וואס איז ראנג.
והדברים ארוכים וידועים והרבה קולמוסים נשתברו ע"ז, ואכמ"ל.
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איינציג האט אייסאלעטעד דעם שמיעס מיט א אײנציקע סטאריק. אטאקיר דעם שורש וועט איר זיך נישט דארפן פלעגען מיט פארקרימטע ענפים.
[ציטאט אראפגענומען]
[...]: להערה בעלמא. אין די גוי'אישע אלגעמיינע פאבליק סקול סטרוקטור איז דא אן אינטרעסע אפצוסטעמפלען איינעם אלס נישט פאסיג פאר די אלגעמיינע שולע סיסטעם. ווייל ס'זענען דא מענטשן וואס פארדינען זייער שיין פון די ספעציעלע פראגראמען און לאקעישנ'ס וואו אט די פראבלעמאטישע פארשוינען ווערן פארשיקט...! ממילא איז כמעט דא א קאנפליקט אוו אינטערעסט ארויסצונעמען איינעם פון דעם געהעריגן סיסטעם. אפילו יענער האט לייכטע עדיוקעישאנאל אדער סאציאלע פראבלעמען...!
סמבטיון[...] טייערע, פארוואס זאגסטו זאכן וואס הייבט זיך נישט אן? און פאבליק סקול קען מען ווערן זייער שנעל עקספעלט פון סקול, מען באקומט אפאר ווארונונגן און אויב פאלגט מען נישט קען מען פליען , און ניין די הנהלה זיכט נישט פאר דאס קינד א צווייטע סקול.
סא די תירץ איז נישט אלעמאל א גלאטע ניין.
סמבטיון: ראה תגובתי ל[...]...!
דער גאלדענער אדלערסמבטיון: ס'נישטנאזוי שנעל און גלאטיג ווי דו לייגסט עס אראפ לגבי ווארפן א קינד פון פובליק סקול.
<a class="postlink" href="https://www.google.com/url?sa=t&source=web&rct=j&url=https://ctlawhelp.org/school-expulsions-when-your-child-is-expelled&ved=0ahUKEwj4-_2-srnXAhVCxYMKHcN_BaQQFggyMAI&usg=AOvVaw0XXOtjO15HxlyFz3RSa1aX">https://www.google.com/url?sa=t&source= ... yFz3RSa1aX</a>
דער גאלדענער אדלער: אבער אין מציאות איז דא א גאר שטארקע (פינאנציעלע) אינטרעסע צו קלאסיפיצירן וואס מער קינדער וועלכע האבן די מינדעסטע לערנונג אדער אויפפיהרונג פראבלעמען אלס באנוצער פון ספעציעלע עדיוקעישן. און זיי גייען אריין אין אט דעם סיסטעם. ענדערש ווי ווערן סוספענדירט אדער ארויסגעווארפן פון סקול...!
ר' בערל: ס'איז אמת, אבער די פאקט איז אז מ'ווארפט נישט אזוי שנעל, און הלוואי וואלטן אונזערע מוסדות וואס געניסן ביגטיים פון די זעלבע פראגראמס זיך געפירט אויפ'ן זעלבן אופן.
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
בערל איר האט א טעות. א פאבליק סקול האט קיין שום בענעפיטן פין קעטגארייזען א קינד מיט א רילעטעד סערוויס מאנדאט. אדרבה דאס ווערט א בורדען ווייל עס איז דא א מאנגעל אין פראוויידערס אין די סקולס ראטע וועט פאלען ווייל זיי האבן אנדערסערווד
או אינו: אנטשולדיגט. איהר האט א טעות. איך האב דאס נישט אליינס אויסגעטראכט. איך האב עס גענומען פון אן עדיטאריעל פון די צייטונג דעילי ניוס...!
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
[...] נעילד איט אין זיין ערשטע רעספאנס. מ'גייט דא בעק אין ארד מיט בלא בלא גערעדכץ. בערל אזוי גייט דאס!! מ'ליינט אן עדיטאריעל אין מ'ווערט א גאנצער פיקח אין א נושא אין מ'לאזט הערן מיינונגען אין קאנוויקטיאןס אלעס פאר אייגענע סטאטוס.
איך בין געווען אביסול איוואלווד אין א פרשה ווי א בחור פון א "פארטייאישע ישיבה קטנה" האט נישט געטויגט. פאר'ן נייעם זמן האט די טאטע פון בחור באקומען א מעלדונג אז זיין בחור דארף זיכן א נייע פלאץ. פארשטייט זיך אז ער האט געהאט א שווערע ארבעט צו פלאצירן זיין צדיק'ל און ס'קומט ר"ח חשון און דער בחור האט נישט ווי צו גיין. מיט גרויס פראטעקציע נאכ'ן איבערדרייען א וועלט האט די מנהל אים צוריק גענומען בתנאי כפול אז ער וועט זיך צושטעלן צו תקנת הישיבה. גייט נישט אריבער א וואך און די מנהל טרעפט די בחור אין א רעסטוראנט ביי לאנטש, א זאך וואס די ישיבה האט בפירוש גע'אסר'ט אז מ'טאר נישט ארויסגיין פון בנין הישיבה אינמיטן טאג. די בחור איז אהיים געשיקט געווארן און האט נישט קיין ישיבה.
וואס זאגט איר צו אזא מעשה?
אלע עלטערן ווילן אז ס'זאל זיין א השגחה אויף בחורים און זיי זאלן זיך נישט קענען דרייען אין די גאסן אינמיטן טאג. די תקנת הישיבה איז זייער פארשטענדליך און דארף אינפארסירט ווערן. פונדעסוועגן זענען דא אזעלכע וואס שימפן היתכן מ'לאזט צו אז א בחור זיצט אינדערהיים אן א ישיבה?!
וואס איז די סאלושען?