☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די מלחמה מיט מנהלי הישיבות

די מלחמה מיט מנהלי הישיבות

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11971
בלאט: 1 2 3

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 4:29 am

· #389066
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
דאס איז נאכאמאל די זעלבע נושא. מ׳נעמט איין קליינע פרט פון דער בחור, און מ׳שטעלט זיין גאנצע עתיד עפ"י דער פרט. דער בחור האט געהאט עפעס א סיפוק אין לערנען? איינער האט זיך באמיט צו וויסען וואס נאגט איהם אין לעבען? פארוואס האט ער ׳נישט געטויגט׳?
ביז ווילאנג מ׳האט זיך נישט גרונטליך אריין געטוהן אין די עניינים, זאל מען נישט קומען מיט שאלות אויף א ספעציפישע פאסירונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Gimpel » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:15 am

· #389067
די נקודת אמריקאנר איז קיינער וויל נישט ניצן דע מוח אלעס מוז פארען בליץ שנעל איינער וויל נישט פאלגען ארויס כדברי ליטוואק מען וויל זיך נישט אריין טון אין א נושא ביגיעת המוח

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 11:14 am

· #389077
שמעקעדיג
איינציג, איך ווייס נישט וואס דיין ציהל איז דא. ס'איז יתכן אז דו האסט געטראפן א סארט מציאות וואס מאכט זיך זעלטן אז עלטערן וועלן נישט קאאפערירן מיט די הנהלה און ווילן דוקא די הנהלה זאל זיך צושטעלן צו זיי; אדער א בחור וואס פארדארבט אנדערע און עס איז נישטא קיין וועג אים צו קענען העלפן און אויסמענטשלען. אבער דאס טוישט נישט דעם פאקט אז 95% קעיסעס זענען אויסדרוקליך נישט אזעלכע. און אפילו אויב צומאל מאכט זיך עס יא, איז עס ווייל די הנהלת המוסדות איז גוזר גזירות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה. מען מעג אמאל מאכן אן אויסנאם אויב די הנהלה זעהט אז דער אינגערמאן וויל זיך צושטעלן צו רוב זאכן נאר משום סיבה האט ער א געוויסע תקנה וואס ער קען נישט נאכקומען 100%. ווי הרב דזשעיקאבסאן חזר'ט כסדר, א סיסטעם דארף דינען די מענטשהייט, און נישט פארקערט. יעדער פארשטייט אז (געוויסע) תקנות מוזן זיין (פאר די קינדער, נישט פאר די עלטערן), אז נישט איז דאך א הפקר וועלט, אבער די תקנות איז נאר א זייטיגע זאך בלויז כדי צו קענען בעסער מחנך זיין די קינדער צו תורה ועבודה ואהבת ה', נישט אז דער עיקר פאקוס זאל זיין איבער די תקנות און במשך דעם גאנצן יאר זאל מען נאר זיין ביזי מיט די תקנות סיי מיט די קינדער און סיי מיט די עלטערן. ליידער היינט איז דער טפל געווארן א עיקר, און די נארישע תקנות וחומרות האט איבערגענומען דעם אויבן-אן פון אידישקייט, און לויט דעם מעסט מען וועמען יא אדער נישט אנצונעמען, און דאס אז אבסאלטולי נישט ריכטיג.

און יא, א מוסד ווי דער טאטע געהערט האט זיכער א גרעסערע אחריות ווי א פרעמדע מוסד, נאך אלעם אז א טאטע גיבט אזויפיל פאר'ן מוסד, געלט און פלייש (אויף די פארענטשעס) איז נישט קיין ספק אז די מוסדות זענען מחוייב צו טון די מינימאלסטע השתדלות פאר אזא משפחה, עס איז א 2-WAY סטריט, אבער דאס מיינט נישט אז א פרעמדע מוסד קען טון וואס זיי ווילן און שפילן מיט אידיש בלוט. חינוך איז נישט קיין ביזנעס, פינטל.

דו זאגסט אז מנהלים זענען דן בכובד ראש יעדע קעיס באזונדער, בעת איך ווייס אז להד"ם, צענדליגער פיינע עלטערן וואס איך קען פערזענליך האבן מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנם מיט די מוסדות על לא דבר, עכ"פ נישט פאר קיין שום סיבה וואס מען האט זיי געזאגט פארוואס אדער געגעבן די אפציע צו מתקן זיין, סתם מען לאזט יענעם הענגען אן א פארוואס און שוין. דאס איז הוילע רשעות, ועל זה אנו דנים, וועגן דעם גייט מען ארויס מיט א מלחמת חרמה אקעגן די מנהלי המוסדות. טאקע נישט אלע זענען שלעכטע, פאראן אסאך וואויל און געטרייע, אבער מען שטורעמט אקעגן די שלעכטע געלטגייציגע הארטנעקיגע מענטשן וואס האבן א פארשטאפטע הארץ צו יענעמ'ס טרערן אן אפילו מסביר זיין יענעם וואס איז ראנג.
והדברים ארוכים וידועים והרבה קולמוסים נשתברו ע"ז, ואכמ"ל.

די ערשטע נארמאלע תגובה, כשמו כן הוא "שמעקעדיג" איך אגרי מיט דיר אין פרינציפ, טראץ וואס אין די פאקטן בין איך גאר שטארק מחולק מיט דיר, דער מציאות איז אז די מנהלי המוסדות ברעכן זיך קאפ, יעדער זיכט דעם סוקסעס פון זיין מוסד, און ברענגן איין איינצעלען ביישפיל און שרייען אז על הכלל כולו יצא, איז פונקט אזא עוולה ווי נישט אנעמען א בחור אין די ישיבה, יא, עס מאכט זיך אמאל אז EGO ווערט אריין געמישט אבער על פי רוב אין אזא פאל פויעלט מען סוף כל סוף, דער פראבלעם איז ווען עס איז למעשה נישטא קיין לעזונג צום פראבלעם, דארט איז דער שורש פון דעם בראך,
האסט געפרעגט וואס מיין ציל איז, וועל איך דיר זאגן, איך האב זייער מיטלייד מיט טאטעס וואס פלאגן זיך מיט זייערע קינדער, עס איז א ווייטאג פאר די עלטערן, א ווייטאג פאר די משפחה, און א ווייטאג פארן בחור, און איך האלט אויך אז זייער בלוט איז נישט הפקר, און יעדער ווער עס קען העלפן איז מחוייב צו טוהן יותר מכפי יכלתו, אבער מצד השני, איז געווארן א ווינט אקעגן די חשובע מנהלי המוסדות, לאמיך אייך זאגן, זייער בלוט איז אויך נישט הפקר, און יא, זיי שלאפן נישט ביינאכט, זיי האבן נישט א פערזענדליכע שנאה פאר דעם יחיד וואס זיי ווילן נישט צוריק נעמען, זייער ציל איז לטובת המוסד, יעדער מנהל האט איבער זיך א אויבער האר, יעדער מנהל האט א וועד, ער קען נישט טוהן מה שליבו חפץ, ער פראבירט דאס בעסטע, און פארשטענדליך די געטראפענע פארפירן און שרייען, עס איז מעגליך אז עס איז דא א יוצא מן הכלל, א מנהל יחיד וואס טיט זיינע פעולות מיט רשעות און אכזריות, קען זיין, אבער איך קען נישט אזא איינעם, און אויב איז יא דא אזא איינער דארף מען דאס מברר זיין און אויב איז דאס אמת איז מען בארעכטיגט צו גיין אקעגן עהם, אבער סתם אזוי צו באשולדיגן אלע מנהלים איז ראנג און נישט ריכטיג.
איך האלט קלאר אז רובא דרובא פראבלעמען איז ווייל מען פאלגט נישט, צו די עלטערן, צו דער בחור, און ס'איז קלאר אז דער פאקט איז פארקערט, אייערע ביישפילן זענען איינצעלענע פעלער, און מיינע פאקטן זענען רובא דרובא, איו אלגעמיין קען מען זיך דורך קומען מיט די מנהלים, איך בין גרייט זיך צו וועטן אז קיין איינער פון די שרייערס קענען נישט קיין 10 אדער אפילו 5 משפחות וואס מאכן מיט די פראבלעמען, נאר זיי שרייען אבי אין די וועלט אריין, אן קיין שום פאקטן, נאר מיט איין ציל אראפ צו רייסן "אלע" מנהלים פון "אלע" מוסדות, וויאזוי ענטפערט דער ליטווישער חכם ווען איינער שרייבט וועגן א בחור וואס נאך אלע ווארענונגען און סטראשן האט מען עהם ווייטער געכאפט אין א רעסטעראנט? (וואס איז אקעגן די תקנות הישיבה) ער פארשטייט אז די ישיבה זאל אלעס פארקיקן ווייל... דער בחור פילט נישט קיין חשק התורה, זייער שיין געזאגט, און וואס איז דער דין אויב דער בחור גייט אין א מאווי ווייל... ער פילט נישט קיין חשק צו לערנען? און וואס איז דער דין אויב טרעפט מען דעם בחור אין א שמוציג ארט, ווייל... ער פילט נישט קיין חשק צום לערנען? לויט דעם ליטוואק, איז דער בחור גערעכט און דער מנהל איז ראנג, אבער דער פאקט איז, אז אויב א בחור וואס האט אזויפיל געליטן בין הזמנים ווען מען האט עם נישט געוואלט צוריק נעמען אין די ישיבה און בשאט נפש שפייט דעם מנהל אין פנים, אזא בחור האט נישט קיין ארט אין די ישיבה, דער מנהל האט א "פליכט" אדער א "DUTY" עם משלח זיין, מען קען אזוי נישט פירן קיין ישיבה אדער א מוסד.

פאר אלע קרעמל מעמבערס אינקלאדינג אלע ליטווישע און גאליציאנער, וויל איך דא מודיע זיין (אויב איר ווייסט נאכנישט) אז איך בין א סאטמארער, און איך באפאס מיך נאר צו די חסידישע ישיבות, און די לעצטע פונעף, אכט צו צעהן יאר בין איך געווען באקאנט מיט 12 אזעלעכע קעיסעס, ניין, איך בין נישט קיין מנהל און נישט קיין חבר הנהלת הישיבה, איך בין סתם א בעל הבית, מיט א אפענע מיינונג, און מיין נאטור איז בעפאר איך באשליס עפעס זעה איך מברר זיין די פאקטן און דאן מאך איך א באשלוס, איך האב במשך די יארן גערעדט מיט עטליכע מנהלים אין ישיבה הגדולה בקרית יואל, איך האב גערעדט מיט צוויי חברי הנהלת הישיבה פון וויליאמסבורג (קווינס), איך האב גערעדט מיט א מנהל פון איינע פון די באבעווע ישיבות, א מנהל פון סאטמאר בארא פארק, און צוויי מנהלים פון חסידישע פריוואטע ישיבות וואס באלאנגען נישט צו קיין איין חסידות, איך בין איבער געצייגט אז די מנהלים האבן זייער א שווער פעלד, זיי ארבייטן זייער שווער עס זאל נישט צוקומען צו א מצב אז זיי זאלן דארפן ווארפן א בחור, און ניכרים דברי אמת, איך האב מיך אליין איבערגעצייגט אין די ווארהייט פון דעם פאקט, על כן האלט איך אז סתם צו שרייען אין צאפן בלוט פון די מנהלים איז א עוון פלילי לכל הפחות ווי דער חטא פון נישט אננעמען דעם בחור אין די ישיבה,
טייערער שמעקעדיג, ווי געשריבן, בין איך זייער מסכים מיט דיינע פרינציפן, די מנהלים דארפן זיך זייער אנשטרענגען נישט צו ווארפן א בחור, דאס איז קלאר דיני נפשות, און א מנהל זעהט אז ער קען נישט, זאל ער רעזיגנירן און לאזן א צווייטן וואס קען יא, מען טאר דאס נישט האלטן פאר לייכט, דאס צוברעכט משפחות, דאס צוברעכט שלום בית, און דאס איז צומאל גורם אז דער בחור גייט ארויס לתרבות רעה רח''ל, אבער מיט דיינע נאמבערס בין איך זייער שטארק מחולק, דו ביסט מודה אז אויב די עלטערן (אדער דער בחור) ווילן נישט קאאפערירן מיט די הנהלה, אדער אויב דער בחור איז א פארדארבענער און קען פארדארבן אנדערע, איז מען בארעכטיגאט עם משלח זיין, נאר דו האסט מחליט געווען אז 95% קעיסעס זענען אויסדריקלעך נישט אזעלעכע, וויל איך דיר זאגן אז דו ביסט זייער ראנג, 95% קעיסעס זענען אויסדריקלעך דווקא אזעלעכע פעלער ווי מען טיט נישט קאאפערירן, די הנהלה האט פרובירט כמה פעמים וללא הצלחה, במילא האבן זיי נישט קיין אנדערן וועג, פון די 12 קעיסעס ווי איך האב מיך אריינגעלייגט מברר צו זיין, האט מען ביי 8 געפויעלט, ווייל מען האט זיך יא אינטער געווארפן, צו ברצון, צו באין ברירה, אבער מען האט זיי צוריק גענומען, דער פראבלעם איז נאר ביי די חכמים וואס פארשטייען בעסער, די חכמים וואס ליפא שמעלצער און מיכאל שניצלער איז זייער מדריך אין חינוך, זיי זענען זיך מתחצף פאר די הנהלה, נאר מיט זיי האט מען פראבלעמען, און רובא דרובא וועט יעדער מיט א אפענע מיינד מודה זיין אז די הנהלה איז גערעכט.
לאמיר מאכן א שטיקל חשבון, כולי עלמא מודים אז מען רעדט דא פון גאר א קליינע פראצענט, נישט מער ווי איין פראצענט פון די תלמידים וואס פאלן אריין אין דעם פראבלעם, אלע אנדערע פארן ווייטער אינעם סיסטעם און מען נעמט זיי צוריק אין ישיבה אן קיין פראבלעם, איך רעדט נישט דווקא פון די מצויינים אדער אפילו בינונים, איך רעד אפילו פון די שוואכע בחורים, פון א ישיבה פון טויזענט בחורים איז נישטא קיין 10 וואס זענען לא נתקבל, (אמת, פאר דעם געטראפענעם איז דער נומבער בכלל נישט מאסגעבענד, אויב איז ער דער געטראפענער איז אפילו איינס זייער אסאך), יעצט וויפיל איז 95% פון די קעיסעס, הא?,
אבער דאס איז פון בחורים וואס האבן שוין געלערנט אין די ישיבה און מען שיקט זיי אוועק, דער פראבלעם איז מער ווען א בחור וואס איז נישט געווען אין סיסטעם, ער האט געלערנט אין א אינטערנאציאלער מוסד, און וויל זיך איינשרייבן אין די ישיבה, דאן איז דער פראבלעם אביסל מער, דער מנהל קיקט שוין מער מיט שפאקטיוון, ער קיקט מיט א פארגרעסונגס גלאז, דארט טרעפט זיך אפטער אז מען זאל אפזאגן א בחור, דארט איז דא כמה וכמה תנאים, אויב איז דער בחור א מצויין אדער אפילו א בינוני, איז דאך נישטא קיין פראבלעם, און אפילו ביי א שוואכן בחור איז אויך דא אפאר קאטאגאריעס, א שוואכער אין כשרונות, אבער דאך איז ער א ערליכער, ער פירט זיך ערליך אוןו דאווענט געהעריג, איז לכאורה אויך נישט קיין פראבלעם, און אויך אויב איז דער טאטע א חבר הקהילה, א מתפלל אין דעם מוסד'ס בית המדרש, א שטיצער ביי די דינערס, דאן האט דער מנהל א פליכט (אבליגעשאן) זיך מער צו צושטעלן צו דעם איד, אויב אבער האט דער פאטער בכלל נישט קיין שום שייכות צו דעם מוסד, ער דאווענט נישט קיינמאל אין זייער בית המדרש, ער גיט קיינמאל נישט קיין דאלאר ביים דינער, און האט גאר א שוואכן בחור, דאן מאכט די הנהלה א חשבון, די אינפארמאציע וואס מען האט באקומען אויף דעם בחור איז זייער א שוואכע, ס'איז קרוב לוודאי אז מען וועט מיט דעם בחור האבן אסאך עגמת נפש, איז מה לנו ולהצרה הזאת, וואס פאר א אבליגעישאן האבן מיר צו דעם איד אדער צו דעם בחור? רבותי, דאס איז די תוצאה פון די ספליט און פון די מחלוקה, קיינער פילט נישט אבליגעטעט צו אזא איד, און דארט איז דער פראבלעם, ליידער איז נישטא קיין איזי סעלאשען צו דעם, דער פראבלעם איז אז ביידע צדדים זענען גערעכט, פון די 12 קעיסעס וואס איך בין באקאנט איז איינס געווען אזא קעיס, דער איד א קרוב מיינער א בעל בתישער אינגערמאן האט געהאט א שוואכן בחור, דער איד דאווענט אין א קליין (שוואך) בית המדרש, ער איז נישט קיין אהרוני און נישט קיין זאלוני, (ווי אזוי זאגט מען? קוים א איד...) דער בחור האט געלערנט אין דעם זאלונישן סיסטעם, דער בחור האט געהאט א שם פאר א שוואכן בחור, און די עלטערן האבן געפירט גאר א שוואכע שטוב אין אידישקייט, רופט ער מיך אן איין טאג און זאגט מיר אז אויב קען איך ערלעדיגן אז מען זאל אנעמען זיין בחור אין קרית יואל איז ער גרייט צו געבן פאר די ישיבה א גאר שיינעם סכום, פרעג איך עם וואס גייט פאר? זאגט ער מיר אז אין קווינס וויל מען עם נישט אננעמען נאר מיט משוגענע (כלשונו) תנאים, על כן האט ער באשלאסן צו שיקן קיין קרית יואל, און אזוי ווי ער האט נאכנישט באקומען קיין תשובה פון קרית יואל האט ער באשלאסן מיך צו רופן מיט א שוחד אפפער, למעשה האט קרית יואל עם נישט געוואלט אננעמען, און דער יעניגער האט געמיזט נאכגעבן די משוגענע תנאים, (מיט שערן די בארד און מלבושי צניעות ביי זיין ווייב וכו') און מען האט עם אנגענומען אין די ישיבה, (דער בחור איז שוין ב''ה א טאטע פון קינדערלעך...).
נאך איין נקידה, אזוי רעדענדיג צו די מנהלים פון די ישיבות בין איך אנגעקומען צו א נושא וואס איך בין זייער שטארק מחולק מיט זיי, דאס איז דער מציאות אז די מנהלים פון פארשידענע מוסדות האבן געמאכט א יד אחת און זיי רופן זיך אן איינער צום צווייטן אין דיסקאסען זייערע פראבלעמאטישע בחורים און די בחינה פון שמור לי ואשמור לך, זאג דו מיר און וועל דיר אויסזאגן, דאס איז א עוון פלילי בל יכופר, א בחור וואס טויג נישט ביי דיר, מיינט נאכנישט אז מיט א טעשנדזש אויף סינערי וועט ער זיך נישט טוישן, עס איז זייער מעגליך אז אין די נייע ישיבה אוועק פון זיינע אלטע חברים וועט ער זיך טוישן, דא איז דאס ארט להזכיר לטובה אונזער געוועזענעם מנהל רוחני הרה''צ רבי נתן יוסף מייזעלס זצ''ל, וואס איך קען מעיד זיין אז יעדן בחור וואס ער האט נישט געוואלט צוריק נעמען אין די ישיבה האט ער פלאצירט אין א אנדערע ישיבה, ער האט געהאט א קשר מיט די ישיבות, טאש, נייטרא, קאשוי וכו', ער האט געהאלטן אז א בחור וואס איז נישט מצליח אין סאטמאר איז ווייל עס איז א גרויסע ישיבה, אבער אין א קליינע ישיבה איז זייער מעגליך אז דער בחור וועט מצליח זיין, און ער האט אריינגעלייגט אסאך שתדלנות ביי די אויבן דערמאנטע ישיבות זאלן אננעמען דעם דאזיגן בחור וואס ער איז משלח, און רבותי, די תוצאות האט מען געזען, איך קען עטליכע אזעלעכע בחורים וואס מען האט פארשיקט פון סענדס סטריט און זענען אריין אין די אויבן דערמאנטע ישיבות און זענען ארויס געקומען גאר חשובע ערליכע אידן, איינער איז אפילו א באקאנטער דיין אין וויליאמסבורג, יהי זכרו ברוך.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 12:02 pm

· #389082
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
די מגילה איז שוין געווארען צו לאנג און לאנגווייליג, אבער ווילאנג דער מענטאליטעט איז ׳ווער איז גערעכט׳, איז שוין נישט דא וואס צו רעדען. א בחור וואס גייט צו א מאווי, און די הנהלה האט זיך קיינמאל נישט געקימערט מיט איהם, צו ער האט חברותות, צו ער האט א פראבלעם ביי זיך, צו ער קען פארשטייען די שיעור, צו זיין משפחה איז אינדערארדנונג, איז די הנהלה אומגערעכט.

איך האב שוין ערגעץ געשריבען. א ראש ישיבה מיט א משגיח זענען געגאנגען צו הרב שך אז זיי מוזען ארויס ווארפען א בחור פאר׳ן מחלל שבת זיין. האט הרב שך זיי געפרעגט "ווי איז דער פרנסה צושטאנד ביי זיין עלטערען?"
"מיר ווייסען נישט"
"ווי איז זייער שלום בית?"
"מיר ווייסען נישט"
"רוצחים זענט עטץ!" האט הרב שך געשריגען. נישט אז דער בחור איז ׳גערעכט׳ פאר׳ן מחלל שבת זיין, נאר אז זיין גערעכטיגקייט איז נישט די נושא. די שאלה איז, וואס דארף ער האבען מצליח צו זיין. אז מ׳האט ניטאמאל געפרעגט די שאלה, זענען זיי פארברעכערס.

אוודאי זוכט די הנהלה די הצלחה פון זייער מוסד. דאס מיינט אבער נישט די הצלחה פון יעדער בחור. ווען די מוסד וואלט מעגליך פארדינט דורכ׳ן פארשיקען א בחור, איז עס שוין קיין שאלה נישט. און די מוסד מיינט לאו דוקא די אנדערע קינדער\בחורים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 12:08 pm

· #389083
דו וועסט אלץ טרעפן א ביישפיל וואס מאכט דעם מנהל נישט גערעכט און דעם אויסווארף גערעכט!!! איז דא א פאל ווען דער מנהל איז יא גערעכט און דער בחור איז שולדיג?

או אינו » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 12:12 pm

· #389084
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איינציג
דו וועסט אלץ טרעפן א ביישפיל וואס מאכט דעם מנהל נישט גערעכט און דעם אויסווארף גערעכט!!! איז דא א פאל ווען דער מנהל איז יא גערעכט און דער בחור איז שולדיג?
די איינציגסטע מאל וואס סאטמאר רב האט געהאלטן אז עס נישטא קיין עצה נאר צי שיקען איז ווען איינער איז מכשיל אנדערע מיט יואלי ראטה ענינים. אבער דער איד האט זיינע תלמידים אינזינען געהאט ביי אהבה רבה אין עס האט כמעט נישט פאסירט.

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 12:19 pm

· #389085
או אינו
איינציג
דו וועסט אלץ טרעפן א ביישפיל וואס מאכט דעם מנהל נישט גערעכט און דעם אויסווארף גערעכט!!! איז דא א פאל ווען דער מנהל איז יא גערעכט און דער בחור איז שולדיג?
די איינציגסטע מאל וואס סאטמאר רב האט געהאלטן אז עס נישטא קיין עצה נאר צי שיקען איז ווען איינער איז מכשיל אנדערע מיט יואלי ראטה ענינים. אבער דער איד האט זיינע תלמידים אינזינען געהאט ביי אהבה רבה אין עס האט כמעט נישט פאסירט.

קענסט דאס איבערשרייבן אויף אידיש, דער עולם זאל פארשטיין וואס דו שרייבסט? עס איז זייער שווער דיר צו ענטפערן, ווייל דו קומסט אריין זייער אומקלאר!!!

או אינו » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 12:28 pm

· #389087
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
די לחכימא ברמיזא

סמבטיון » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 12:37 pm

· #389089
הא הא, א נייע קאוד, "יואלי ראטה ענינים"...

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 12:38 pm

· #389090
נאך א פוינט: כידוע איז דער הייליגער סאטמארער רב זי''ע (בעל דברי יואל) געווען שטארק אקעגן משלח זיין בחורים אינמיטן זמן, (בין הזמנים איז געווען א אפטערע ערשיינונג אז מען זאל איינעם נישט צוריק נעמען), אין מיינע יארן וואס איך האב געלערנט אין סענדס סטריט, איז געווען 6 מאל וואס מען האט געווארפן בחורים אינמיטן זמן, די גרעסטע עוולה ביי עהם איז געווען צו טון א פעולה נגד הנהלת הישיבה, ביי דעם פאל איז ער געגאנגען בכל חומר הדין אפילו אינמיטן זמן, מיר געדענקען ווען צוויי בחורים האבן זיך מתחצף געווען אין קעמפ פאר דעם מנהל רבי נתן יוסף און דער רבי האט געהייסן זיי זאפארט משלח זיין אפילו אינמיטן זמן, ווי אויך צוויי בחורים זענען געווען אויף א פלאץ וואס האט שטארק פארשעמט די ישיבה, און דער רבי האט געהייסן זיי ארויסווארפן, סיידן זיי נעמען אן א גאר שווערער קנס, איינער פון די בחורים האט טאקען אנגענומען דעם קנס (וואס איז געווען פארבינדן מיט א געוואלדיגע בושה) און איז געבליבן אין די ישיבה און איז היינט צוטאג א גרויסער עושר א באקאנטער בעל צדקה ותומך תורה, און דער צווייטער איז טאקע ארויס פון ישיבה, איינעם האט מען ארויס געווארפן (פראוויזאריש) פארן טון ברבים בחוצות העיר א מעשה עזות וואס האט פארשעמט סאטמאר, און איינעם האט מען ארויס געווארפן פארן זינד פון האבן א טעלעוויזשאן ביי עהם אין שטוב. על כל פנים, היינט צוטאג איז א גאר אפטע ערשיינונג ווען טאטעס פון תלמידים פליקן אריין דעם מנהל אין פנים בחוצפה נוראה, ס'איז א אפטע ערשיינונג אז דער טאטע זאל זיך אננעמען פארן בחור נגד ההנהלה, און דאס איז אויך א גרויסער גורם פארן ווארפן דעם בחור, די טענה אז דער מנהל איז מיין ארבייטער ווייל ער באקומט באצאלט פון מיין שטיצע איז אבסורד, און א גרויסער יסוד פונעם חורבן איז דער וועג וויאזוי מען רעדט צו די מנהלים, מאנכע היינטיגע אינגעלייט האלטן אז זיי פארשטייען בעסער צו חינוך און דער מנהל דארף זיך מיט זיי אדורך רעדן, און אזא התנהגות העלפט נישט צו סאלווען דעם פראבלעם.

טרויבן88 » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 1:37 pm

· #389095
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איינציג
איך וואלט געוואלט דורך שמועסן די סוגי' פון משלח זיין אדער נישט אננעמען בחורים אין די ישיבות, לעצטענס הערט זיך א וויי געשריי, אזוי ווייט אז מען רופט פאר פראטעסטן און מבזה זיין די מנהלי הישיבות, לאמיר פרובירן דורך שמועסן רוהיג און געלאסן, זעהן ווער עס איז גערעכט און ווער עס שפרינגט בלויז פאר סעלפנישנעס, אייגענע נגיעה, אן קיין שום אמת'ע אדער גערעכטע טענה, אבער איך בעט זייער ס'זאל זיין א נארמאלע דיסקאשן, אן קיין קללות, אן קיין נעים קאלינג, בלויז רעדן צו די זאך, מיינונג פארשינדהייטס איז ערלויבט,

פראגע,
1) איז דא א מציאות אז א מנהל זאל זיין בארעכטיגט אפצו זאגן א בחור/אינגל/מיידל פון אננעמען אין ישיבה/ תלמוד תורה/ מיידל סקול?
2) אויב איז א בחור /אינגעל / מיידל, א מחוצף/מחוצפת און נאך ווארענען כמה פעמים זעהט זיך נישט קיין בעסערונג, איז דער מנהל בארעכטיגט עהם/זו צו פארשיקן?
3) אויב איז דא א תקנה אין מוסד און די עלטערן האלטן זיך נישט צו די תקנה, איז מען בארעכטיגט אוועקשיקן דאס קינד?
4) אויב זעט דער מנהל/מנהלת אז דער תלמיד/תלמידה איז פארדארבן אדער פארדארבט אנדערע, איז ער/זי בארעכטיגט צו פארשיקן דעם תלמיד/תלמידה?
5) ווי ווייט איז דער אבליגעישאן פון א מוסד אנצונעמען יעדן תלמיד/תלמידה? איז דא א חילוק צווישן א חסידות מוסד צו א פריוואטע מוסד?
לאמיך פרובירן צי גיין על ראשון ראשון.

אויף קשיא נומער 1 זע איך נישט וואס סאיז. אוודאי איז דא אזא מציאות.

נומער 2 צי נאכן ווארענען וכו" און עס ארבייט נישט צי מען מעג ארויסווארפן, די קשיא איז מאדנע/בחוריש געפרעגט, ווארענען איז די ארבייט וואס מען לייגט אריין אין קינדער? מיט קינדער ארבעט מען, די קשיא אליינס איז חצי תשובה. אויב די מח איז פראגראמירט צי ווארענען, עס איז דא וועגן צי ארבייטן מיט קינדער, אויב די קענסט נישט עפען א פלייש געשעפט.

נומער 3, די קשיא איז א פשוטע ניין, אוודאי האט עס גרעניצן, אבער מען רעדט פון פילטערס און אזאלכע שטותים, אויב א מוסד ווי די מאמע גייט מיט הויזן ווייס איך אויך נישט צי מען איז בארעכטיגט נישט אנצינעמען, אבער מקען דעבאטירן, אבער צי אויסשטעלן א פאליסי נישט אנצינעמעו קינדער וועגן א פילטער וכו' איז אן אבסאלוט אומרעכט.

נומער 4, אויך אן אלטע אויסגעדראשענע טענה, ווענדט זיך אויך ספעציפיש, ציפיל פליען אומזיסט אונטער די גלאבאלע טענה פון "פארדארבן", און צווייטנס וואס איז אז יענער איז פארדארבן? קלעימן פארדארבן איז נישט א פרייע טיקעט, מען דארף ארבייטן מיט די תלמידה,

נומער 5, @אנאנים האט אויפגעברענגט א נקודה וואס איך האב נישט אזוי אריינגעטראכט, אין האט אן אמת, אוודאי איז א חסידות מוסד מער אבלעגירט צי די מעמבערס, אבער א פרייוואטע מוסד איז אויך א פובליק אנשטאלט, ווען ער דארף געלט מאכט ער א דינער, אין מיין ארבייט ווען מען דארף עפעס טון אדער בויען מאכט מען נישט קיין אפיעל, א מוסד מאכט יא, סא קלויב נישט ווען די ווילסט,

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:08 pm

· #389101
טרויבן88
איינציג
איך וואלט געוואלט דורך שמועסן די סוגי' פון משלח זיין אדער נישט אננעמען בחורים אין די ישיבות, לעצטענס הערט זיך א וויי געשריי, אזוי ווייט אז מען רופט פאר פראטעסטן און מבזה זיין די מנהלי הישיבות, לאמיר פרובירן דורך שמועסן רוהיג און געלאסן, זעהן ווער עס איז גערעכט און ווער עס שפרינגט בלויז פאר סעלפנישנעס, אייגענע נגיעה, אן קיין שום אמת'ע אדער גערעכטע טענה, אבער איך בעט זייער ס'זאל זיין א נארמאלע דיסקאשן, אן קיין קללות, אן קיין נעים קאלינג, בלויז רעדן צו די זאך, מיינונג פארשינדהייטס איז ערלויבט,

פראגע,
1) איז דא א מציאות אז א מנהל זאל זיין בארעכטיגט אפצו זאגן א בחור/אינגל/מיידל פון אננעמען אין ישיבה/ תלמוד תורה/ מיידל סקול?
2) אויב איז א בחור /אינגעל / מיידל, א מחוצף/מחוצפת און נאך ווארענען כמה פעמים זעהט זיך נישט קיין בעסערונג, איז דער מנהל בארעכטיגט עהם/זו צו פארשיקן?
3) אויב איז דא א תקנה אין מוסד און די עלטערן האלטן זיך נישט צו די תקנה, איז מען בארעכטיגט אוועקשיקן דאס קינד?
4) אויב זעט דער מנהל/מנהלת אז דער תלמיד/תלמידה איז פארדארבן אדער פארדארבט אנדערע, איז ער/זי בארעכטיגט צו פארשיקן דעם תלמיד/תלמידה?
5) ווי ווייט איז דער אבליגעישאן פון א מוסד אנצונעמען יעדן תלמיד/תלמידה? איז דא א חילוק צווישן א חסידות מוסד צו א פריוואטע מוסד?
לאמיך פרובירן צי גיין על ראשון ראשון.

אויף קשיא נומער 1 זע איך נישט וואס סאיז. אוודאי איז דא אזא מציאות. לויט ווי עס זעהט אויס איז יעדער מסכים, במילא דארף מען זיך באפאסן איבער א ספעסיפיק קעיס און נישט בכלליות אז מען טאר נישט ווארפן, און אויב ווארפט מען איז דער מנהל א רשע און א אכזר און ס'איז אחת דתו.

נומער 2 צי נאכן ווארענען וכו" און עס ארבייט נישט צי מען מעג ארויסווארפן, די קשיא איז מאדנע/בחוריש געפרעגט, ווארענען איז די ארבייט וואס מען לייגט אריין אין קינדער? מיט קינדער ארבעט מען, די קשיא אליינס איז חצי תשובה. אויב די מח איז פראגראמירט צי ווארענען, עס איז דא וועגן צי ארבייטן מיט קינדער, אויב די קענסט נישט עפען א פלייש געשעפט. איך בין ווייטער מסכים מיט דיר, ארויס ווארפן דארף זיין די לעצטע אפשאן, נאר נאכדעם ווי מען אלעס פראבירט און נישט מצליח געווען, ווי איך האב געשריבן, דער מנהל דארף וויסן אז ער איז דא דן דיני נפשות, נישט נאר פונעם בחור נאר פון די גאנצע משפחה, אבער דאס צייגט אויך אז מען קען נישן פעינטן דעם פראבלעם מיט א ברייטן בראש, איך גלייב אז רוב מנהלים ווייסן דאס איז פראבירן זייער שטארק צו פארמיידן דאס ארויסווארפן, און אויב פילט ער אז ער יכול'ט נישט דארף ער רעזיגנירן און לאזן איינעם וואס יכול'ט יא,

נומער 3, די קשיא איז א פשוטע ניין, אוודאי האט עס גרעניצן, אבער מען רעדט פון פילטערס און אזאלכע שטותים, אויב א מוסד ווי די מאמע גייט מיט הויזן ווייס איך אויך נישט צי מען איז בארעכטיגט נישט אנצינעמען, אבער מקען דעבאטירן, אבער צי אויסשטעלן א פאליסי נישט אנצינעמעו קינדער וועגן א פילטער וכו' איז אן אבסאלוט אומרעכט. איך בין שטארק מחולק מיט דיר אין דעם פרט, כאטשיג אני לעצמי האלט אז מען האט איבער געצויגן דאס שטריקל מיט די פילטער אישו, אבער א תקנה איז א תקנה, איך גלייב קלאר אז די הנהלת המוסדות ווייסן קלאר פון אסאך עלטערן אז זיי האבן צוויי סעלפאנס, איינס מיט א פילטער און די צווייטע אן, און עכ''ז מאכן זיי נישט אן עסק, זיי נוצן נאר דעם פילטער ווען זיי האבן מיט די עלטערן אויך אן אנדערן פראבלעם וואס זיי קענען נישט איבערצייגען, דאן ניצן זיי דעם פילטער אויסרייד, אבער א תקנה דארף מען איינהאלטן, דער יחיד קען נישט מחליט זיין די תקנה האלט איך יא און די תקנה איז נישט וויכטיג, אויב איז דאס דער פאל, פארפיר אויף די תקנה און נישט אויפן מנהל.

נומער 4, אויך אן אלטע אויסגעדראשענע טענה, ווענדט זיך אויך ספעציפיש, ציפיל פליען אומזיסט אונטער די גלאבאלע טענה פון "פארדארבן", און צווייטנס וואס איז אז יענער איז פארדארבן? קלעימן פארדארבן איז נישט א פרייע טיקעט, מען דארף ארבייטן מיט די תלמידה, די זעלבע תגובה ווי נומבער 2, ווארפן דארף זיין זעלטן און נאר און אויסנאם פאלען.

נומער 5, @אנאנים האט אויפגעברענגט א נקודה וואס איך האב נישט אזוי אריינגעטראכט, אין האט אן אמת, אוודאי איז א חסידות מוסד מער אבלעגירט צי די מעמבערס, אבער א פרייוואטע מוסד איז אויך א פובליק אנשטאלט, ווען ער דארף געלט מאכט ער א דינער, אין מיין ארבייט ווען מען דארף עפעס טון אדער בויען מאכט מען נישט קיין אפיעל, א מוסד מאכט יא, סא קלויב נישט ווען די ווילסט,
איך האב דאס מסביר געווען אין מיין לאנגן תגובה, א מוסד איז טאקע א נכסי הציבור אבער יעדער יחיד איז נישט דער ציבור, דער יחיד איז נאר א יחיד און דער מנהל איז מחליט וואס עס איז דער טובת הציבור, די מקוה אין מיין בית המדרש איז אויך נכסי הציבור און איז נתנדב געווארן לטובת הציבור עכ''ז אויב גייט מען אומבאצאלט איז דאס גונב מנכסי הציבור, און אזוי אויך שאדן מאכן נכסי הציבור, דו קענסט נישט טענה'ען אז דאס איז דיין, ווייל די ביסט נישט דער ציבור, דו ביסט א יחיד, דער מוסד וואס מאכט א דינער מאכט נאר פאר זיינע מענטשן, נאר פאר זייערע ידידים ואנ''ש, און פאר זייערע שטיצער האבן זיי טאקע א אבליגעישאן, און א פרעמדער קען נישט קומען בטענות אז אזוי ווי ער מאכט א דינער איז ער שוין אבליגעטעד צו נעמען סיי וועמען,

טרויבן88 » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:12 pm

· #389102

איך זע נישט וואס די זאגט כלפי דאס וואס איך האב ארויסגעברענגט, א פרייוואטע מוסד איז מער פרייוואט, אבער האט נאכאלץ א חיוב צי די כללים וואס איז אנגענומען ביים ציבור, און אויב די אינגל איז א גוט קינד האט ער נישט א רעכט עם נישט אנצינעמען,

או אינו » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:14 pm

· #389103
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
דער מחייב איז תורתינו הקדושה. דער נתחייב איז עם ישראל. עם ישראל איז א ציבור וואס קומט צושטאנד זייענדיג זרע אברהם יצחק יעקב. ממילא דער מנהל איז סך הכל א פירער פין א סיסטעם אבער האט ווייניג תורה פארשטאנד. אפילו לשיטתך איז רוב ציבור היינט א דעת יחיד וואס ווערט געפיטערט פינעם יחיד ים הארץ.

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:40 pm

· #389107
[/color][/quote]איך זע נישט וואס די זאגט כלפי דאס וואס איך האב ארויסגעברענגט, א פרייוואטע מוסד איז מער פרייוואט, אבער האט נאכאלץ א חיוב צי די כללים וואס איז אנגענומען ביים ציבור, און אויב די אינגל איז א גוט קינד האט ער נישט א רעכט עם נישט אנצינעמען,[/quote]
ווער איז מחליט וואס די כללים זענען? יעדער מוסד האט זיינע בעלי בתים צו איז דאס זייער רבי צו דער וועד ההנהלה צו דער מנהל, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהם שוות, קען יעדער יחיד מחליט זיין וואס די כללים דארפן זיין? דער יחיד זאל זיך צו שטעלן צו א מוסד וואס איז מסכים מיט זיינע כללים און נישט פארקערט, דו ביסט דאך אויך מסכים אז עס איז יא פארהאן זינד פון עלטערן וואס בארעכטיגט נישט אנצונעמען דאס קינד,

או אינו » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:42 pm

· #389109
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איינציג
[/color]
איך זע נישט וואס די זאגט כלפי דאס וואס איך האב ארויסגעברענגט, א פרייוואטע מוסד איז מער פרייוואט, אבער האט נאכאלץ א חיוב צי די כללים וואס איז אנגענומען ביים ציבור, און אויב די אינגל איז א גוט קינד האט ער נישט א רעכט עם נישט אנצינעמען,[/quote]
ווער איז מחליט וואס די כללים זענען? יעדער מוסד האט זיינע בעלי בתים צו איז דאס זייער רבי צו דער וועד ההנהלה צו דער מנהל, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהם שוות, קען יעדער יחיד מחליט זיין וואס די כללים דארפן זיין? דער יחיד זאל זיך צו שטעלן צו א מוסד וואס איז מסכים מיט זיינע כללים און נישט פארקערט.[/quote]דער יחיד וועט זיך צושטעלן איינמאל די מוסד שטעלט זיך אין איינקלאנג מיט כללי תורה.

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:49 pm

· #389110
או אינו
איינציג
[/color]
איך זע נישט וואס די זאגט כלפי דאס וואס איך האב ארויסגעברענגט, א פרייוואטע מוסד איז מער פרייוואט, אבער האט נאכאלץ א חיוב צי די כללים וואס איז אנגענומען ביים ציבור, און אויב די אינגל איז א גוט קינד האט ער נישט א רעכט עם נישט אנצינעמען,

ווער איז מחליט וואס די כללים זענען? יעדער מוסד האט זיינע בעלי בתים צו איז דאס זייער רבי צו דער וועד ההנהלה צו דער מנהל, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהם שוות, קען יעדער יחיד מחליט זיין וואס די כללים דארפן זיין? דער יחיד זאל זיך צו שטעלן צו א מוסד וואס איז מסכים מיט זיינע כללים און נישט פארקערט.[/quote]דער יחיד וועט זיך צושטעלן איינמאל די מוסד שטעלט זיך אין איינקלאנג מיט כללי תורה.[/quote]
וועיק אפ!!! עס עקזעסטירט נישט אזא זאך ווי איין כלליות'דיגע דעת תורה, יעדער רבי, רב, דיין, קהילה איז מחליט וואס עס איז לשיטתם דעת תורה, איינער איז מער עקסטרעם און איינער ווייניגער, ביי איינעם איז בחירות יהרג ואל יעבור און ביי א צווייטן איז דאס א חוב קדוש, ביי איינעם איז שערי חמלה עבודה זרה און ביים אנדערן איז דאס א מצוה גדולה, ביי איינעם איז אייגענע האר א פירצה בחומת הדת און ביים אנדערן איז דאס נישט קיין פראבלעם, ביי איינעם איז מלבושי צניעות א דבר של מה בכך און ביים אנדערן איינס פון די יסודי התורה, צו קומען מיט א טענה אז כלל ישראל איז איינס און מען דארף זיך פירן על פי תורה איז זייער נאאיוו און נאריש. SORRY, דער חוב פון צו ערציען א קינד ליגט ביי די עלטערן און נישט ביים מוסד, אויסער ווען עס איז נאר דא איין מוסד אין שטאט דאן ליגט דער חוב אויפן בית דין פון שטאט, דא האט יעדער מוסד א רעכט צו מאכן תקנות און ווער עס וויל זיך נישט צו שטעלן קען גיין צו צד השני. והדברים פשוטים מאוד.

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 3:42 pm

· #389114
איינציג
ביסט זייער גערעכט אז די בעל הבית פין די מוסדות האבען א רעכט נישט אנצונעמן וועמען עס שמעקט זיי נישט, און אפילו מיט א תירוץ אז זיין נאז געפעלט אים נישט.

די שאלה וואס מען איז דן איז אבער אויב זיי זענען רשעים אדער נישט. נישט צו זיי האבען א רעכט.

יעצט איז אזוי, אוודאי איז דא פעלער וואס א בחור באלאנגט נישט אין ישיבה, נישט קיין ספק. טוהן זיי אבער נאר דאס ווען זיי מוזען? זאגען פיל מענטשען, וגם אני בתוכם, אז זיי זענען רשעים אסאך מאל, און בחורים וואס מען וואלט געקענט האלטען זיי זאלן זיין בעלי בתים שותו"מ ווערען געווארפען צו די הונט.

ווען עס וועלען זיך עפענען אסאך ישיבות, און עס וועט ווערען א מאנגעל פין בחורים אין ישיבות, וועלען זיי ווארפען ווייניגער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 3:44 pm

· #389115
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איינציג
דו וועסט אלץ טרעפן א ביישפיל וואס מאכט דעם מנהל נישט גערעכט און דעם אויסווארף גערעכט!!! איז דא א פאל ווען דער מנהל איז יא גערעכט און דער בחור איז שולדיג?
האסט reading comprehension פראבלעמען. דער בחור דארף נישט זיין גערעכט. ער איז דער חניך, ער איז דער וועמען מ׳דארף מחנך זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 4:22 pm

· #389120
אישתישבי
איינציג
ביסט זייער גערעכט אז די בעל הבית פין די מוסדות האבען א רעכט נישט אנצונעמן וועמען עס שמעקט זיי נישט, און אפילו מיט א תירוץ אז זיין נאז געפעלט אים נישט.

די שאלה וואס מען איז דן איז אבער אויב זיי זענען רשעים אדער נישט. נישט צו זיי האבען א רעכט.

יעצט איז אזוי, אוודאי איז דא פעלער וואס א בחור באלאנגט נישט אין ישיבה, נישט קיין ספק. טוהן זיי אבער נאר דאס ווען זיי מוזען? זאגען פיל מענטשען, וגם אני בתוכם, אז זיי זענען רשעים אסאך מאל, און בחורים וואס מען וואלט געקענט האלטען זיי זאלן זיין בעלי בתים שותו"מ ווערען געווארפען צו די הונט.

ווען עס וועלען זיך עפענען אסאך ישיבות, און עס וועט ווערען א מאנגעל פין בחורים אין ישיבות, וועלען זיי ווארפען ווייניגער.

איז דער ענטפער זייער פשוט, אויב ווארפט דער מנהל ארויס א בחור ווייל די נאז געפעלט עם נישט איז ער א רשע מרושע, אויב ווארפט ער ארויס א בחור וואס וויל נישט פאלגן, מען האט פראבירט מיט שיינעם און מיט בייזן, ער איז א טראבעל מעיקער, א רעבל, איינער וואס לאזט זיך נישט קאנטראלירן, דאן איז דער מנהל מחוייב עם ארויס צו ווארפן לטובת די אנדערע תלמידים, על כן דארף מען גיין קעיס ביי קעיס און זעהן וואס דער מציאות איז, און איך בעט מיט ענק אז ווען מען קומען מיט די פאקטן וועט מען געוואויר ווערן אז 99.99% זענען די מנהלים גערעכט און די שרייערס שרייען אבי אין די וועלט אריין.

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 4:24 pm

· #389122
ליטוואק פון בודאפעסט
איינציג
דו וועסט אלץ טרעפן א ביישפיל וואס מאכט דעם מנהל נישט גערעכט און דעם אויסווארף גערעכט!!! איז דא א פאל ווען דער מנהל איז יא גערעכט און דער בחור איז שולדיג?
האסט reading comprehension פראבלעמען. דער בחור דארף נישט זיין גערעכט. ער איז דער חניך, ער איז דער וועמען מ׳דארף מחנך זיין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

און לדעתך דארף דער חינוך זיין אז עס איז א הפקר וועלט, עס זענען נישטא קיין קאנסעקווענצן, ער קען טין כל מה שליבו חפץ און דער מנהל דארף דארט שטיין מאכטלאז כדי דיר צו געפעלן, איך דאנק דעם באשעפער אז דו ביסט נישט דער מנהל אדער מחנך פון מיינע קינדער...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 4:30 pm

· #389123
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
ער דארף נישט שטייען מאכטלאז. ער קען זוכען עצות וויאזוי מחנך צו זיין דער בחור אז ער זאל זיך אויפפיהרען ווי ער דארף. ער קען טרעפען וועגען אריינצוווארצלען דער ריכטיגע הנהגה ביי איהם אין הארצ׳ן.

דער חובת התלמידים אין זיין הקדמה באציט זיך צו די וואס טענה׳ן אז די אלע ארויסגעפאלענע בחורים האבען א בחירה און זיי זענען שולדיג פאר זייערע מעשים, נישט די ישיבות. ער זאגט אז דער עצם יסוד פון א ישיבה איז אז מ׳איז מחנך די תלמידים, און אזוי מוז עס גייען מרבי לתלמיד. ווען מ׳זאגט אז דער בחור איז שולדיג, הייסט׳ס זיך אפגעשאקעלט פון די אחריות פאר איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:03 pm

· #389124

איז דען די פראגע ווער עס איז שולדיג? די פראגע איז נאר צו ער מעג אדער דארף עם האלטן אין די ישיבה ווען לפי דעתו איז ער א שטער פארן חינוך פון די אנדערע תלמידים, לפי אלע מחנכים און מנהלים טאר מען נישט האלטן א תלמיד וואס כלו כל הקיצין, מען האט אסאך פראבירט און עס האט גארנישט געהאלפן, ריגארדלעס פון ווער עס איז שולדיג.

או אינו » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:10 pm

· #389126
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איינציג, די כאפסט נישט די פראבלעם!!! די אלע אנגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג ווי אזוי מחנך צי זיין. זיי זעלבסט פארמאגן נישט א כאראקטער וואס זאל זיין א לעבעדיגע ביישפיל ווי א שטייגער ר מרדכי דוד קאהן, וואלטן די ראשי ישיבות געהאלטען ביי עפעקט ווערט א שטייגער לוצערן ראש ישיבה וואלט דאס אויך געהאט אן השפעה. וכו' מ'רעדט דא פין יונגע שנוקעס וואס נעמען דעם דזשאב ווייל זייערע עלטערן האבן דאס געטאן אדער זיי זענען נישט ראוי פאר עפעס בעסערס. לדעתי וועט דאס פאלן פין זיך אליינס די יונגעלע הבאה דילט נישט מער די היפאקריטע אין ריקט זיך פאראויס איךויף אן וואס וועט כאפן יעדען אף גארד

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:24 pm

· #389128

איך כאפ נישט דעם פראבלעם? דו כאפסט נישט דעם פראבלעם!!! מיט יעדע תגובה ווערסטו נאר ללעג ולקלס, וויאזוי שרייבסטו "די אלע איינגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג וויאזוי מחנך צו זיין" הייסט דאס דו ווילסט דווקא שיקן דיינע קינדער צו די ישיבות וואס האבן נישט די מינדעסטע אנונג אין חינוך, דו וואלסט געדארפט קישן די פיס פארן מנהל -וואס פארשטייט נישט צו חינוך- פארן אהיים שיקן דעם בחור, דער בחור דעזערווט בעסערס, און ווער זענען די מבינים? נישט די 99% צופרידענע תלמידים, נאר די פאר ארויסגעווארפענע, די גרף של רעי פון די ישיבות זיי פארשטייען צו חינוך, וואס זאל איך דיר זאגן? I REST MY CASE.

או אינו » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 5:33 pm

· #389129
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
דיין געשרייבאכצער שרייט אז דיין סוב-קאנטשעס מיינד בייציט זיך צי א קינד וואס זיין באנעמונג איז חוצפה'דיג אין שלעכט מתוך א נפש אין א מהות רע. די גרופע איז טאקע נישט מער ווי איין פראצענט. מיר באציען זיך צי קינדער/בחורים וואס זייער לעוועל איז נישט at full speed וואס די ישיבה וואש מאשין פארלאנגט. אין וואס מיר פארלאנגען איז אז א יעדער מלמד/טיטשער זאל דארפן האבן א געוויסע דעגרי אז ער איז ראוי לאותו איצטלא. אויטאמאטיש וועט די סיסטעם ווערן א ברייטערע פעלד וואס מער קינדער קענען קאנעקטן אין האבן א פרידליכע גליקלעך לעבן. עפרא לפימך פאר אנרופען מענטשן גרף של רעי. אין אוואדאי אויף יודישע קינדער.

או אינו » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 6:25 pm

· #389135
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
אין גיב א קוק!! דיין באנעמונג איז וואס ווייטאגט, אין איז א לעבעדיגע מוסטער וואס קומט פאר אין די היימישע מוסדות. אסאך קינדער קענען נישט שרייבען אדער לייענען אדער קאמפיוטען מיט איינמאל הייסן. די ריספאנס פינעם סיסטעם איז אז די ביסט א גרף של רעי

טרויבן88 » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 7:06 pm

· #389138
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איינציג
או אינו
איינציג, די כאפסט נישט די פראבלעם!!! די אלע אנגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג ווי אזוי מחנך צי זיין. זיי זעלבסט פארמאגן נישט א כאראקטער וואס זאל זיין א לעבעדיגע ביישפיל ווי א שטייגער ר מרדכי דוד קאהן, וואלטן די ראשי ישיבות געהאלטען ביי עפעקט ווערט א שטייגער לוצערן ראש ישיבה וואלט דאס אויך געהאט אן השפעה. וכו' מ'רעדט דא פין יונגע שנוקעס וואס נעמען דעם דזשאב ווייל זייערע עלטערן האבן דאס געטאן אדער זיי זענען נישט ראוי פאר עפעס בעסערס. לדעתי וועט דאס פאלן פין זיך אליינס די יונגעלע הבאה דילט נישט מער די היפאקריטע אין ריקט זיך פאראויס איךויף אן וואס וועט כאפן יעדען אף גארד

איך כאפ נישט דעם פראבלעם? דו כאפסט נישט דעם פראבלעם!!! מיט יעדע תגובה ווערסטו נאר ללעג ולקלס, וויאזוי שרייבסטו "די אלע איינגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג וויאזוי מחנך צו זיין" הייסט דאס דו ווילסט דווקא שיקן דיינע קינדער צו די ישיבות וואס האבן נישט די מינדעסטע אנונג אין חינוך, דו וואלסט געדארפט קישן די פיס פארן מנהל -וואס פארשטייט נישט צו חינוך- פארן אהיים שיקן דעם בחור, דער בחור דעזערווט בעסערס, און ווער זענען די מבינים? נישט די 99% צופרידענע תלמידים, נאר די פאר ארויסגעווארפענע, די גרף של רעי פון די ישיבות זיי פארשטייען צו חינוך, וואס זאל איך דיר זאגן? I REST MY CASE.
ווען א דיסקוסיע פאנגט אן ווערן ווילד דארף מען וויסן וואס עס האט עס אויפגעפלאטערט...

די לייגסט אראפ אן הנחה אין די שפילסט עס איבער אגאנצן צייט, מרעדט פון א ווילדע בחור א רעבעל, פארדארבן, מאכט משכב זכר מיט יעדע פיפטע בחור, גנבעט געלט פון רייכע בחורים'ס טאשן, וכו' אלע עקסטערעמע פאלן, אלעס כדי צי מצדיק זיין דיין מהלך המחשבה, און ווער רעדט נאך אז די האסט געלערענט אין סאטמאר וואס עס איז נישט דא קיין איין נארמאלע מגיד שיעור. און די גאנצע ישיבה אינדוסטרי איז צי ברידזשן די 13 יאר מיט א שידוך,

הער אויס, רוב בחורים אפילו אין סאטמאר קענען ווען בלייבן דארט ווען די מנהל איז ווען א נארמאלע מענטש אין האט די נויטיגע כלים, נאר עס איז נישט דא פון וואס צי רעדן, ווען מען ארבייט ווען מיט דעם בחור וואלט די גאנצע זאך אויסגעקוקט אנדערש,

ביי די וועי אז די ווילסט הערן א מעשה איבער חינוך אין נישט וויצן פון סאטמאר רבין, האט מיר איינער פארציילט אז עס איז געווען א משגיח טאקע אין סאטמאר, וואס אין דארמיטארי האבן די צעלאזטע בחורים וואס מען דארף ארויסווארפן געמאכט גערודער ביז שפעט ביינאכט, איז מען האט זיי געווארנט אזוי די פארשטייסט אז מען ברויכט טון, און די גוטע בחורים געהאט טענות אז מען ברויכט קענען שלאפן וכו, איז די משגיח געגאנגען אין געקויפט פאר די גוטע בחורים א נאוז מעיקאר אז זיי זאלן נישט הערן קייין גערודער, ווי עס קען זיין אנדערש נאכדערצי אין סאטמאר דארף איך דיר נישט מסביר זיין, מקען טרעפן א וועג אויב מוויל עס מאכן ארבייטן

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 7:53 pm

· #389140
דער אמת איז, די גרויסע קאמפאני ישיבות זענען די חורבן. א שוואכער בחור האט נישט קיינער וואס זאל זיך קימערען מיט זיינע אישוס, א בינוני האט נישט קיינער וואס זאל איהם אנקוקען און זאגען א גוט ווארט, און א מצויין האט נישט ווער ס'זאל אים דערהייבען אויף העכערע שטאפלען.

ווען מ'האט א קאמפאני ישיבה, און די הנהלה ווייסט אז זיך מתחצף זיין צו זיי איז די ארגסטע, במקום זיך אומקוקען צו זיי ערפיהלען טאקע זייער פליכט, בלייבט די בליק שוין אויף יעדער בחור צו ער האט ערפיהלט זיין פליכטן. אנשטאט אז די הנהלה זאל האבן די חיובים צום בחור, האט גאר דער בחור חיובים צו די הנהלה! אז ס'איז בעסער פאר'ן בחור זיך צוצושטעלען, זענען זיי גערעכט אז ער זאל, פאר זיינעטוועגען. אבער אז ס'קומט זיך זיי כבוד בלויז ווייל אזוי, איז סתם א פסיעה על ראשי עם קדוש.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:18 pm

· #389142
או אינו
איינציג, די כאפסט נישט די פראבלעם!!! די אלע אנגעשטעלטע אין היימישע ישיבות האבן נישט די מינדעסטע אנונג ווי אזוי מחנך צי זיין. זיי זעלבסט פארמאגן נישט א כאראקטער וואס זאל זיין א לעבעדיגע ביישפיל ווי א שטייגער ר מרדכי דוד קאהן, וואלטן די ראשי ישיבות געהאלטען ביי עפעקט ווערט א שטייגער לוצערן ראש ישיבה וואלט דאס אויך געהאט אן השפעה. וכו' מ'רעדט דא פין יונגע שנוקעס וואס נעמען דעם דזשאב ווייל זייערע עלטערן האבן דאס געטאן אדער זיי זענען נישט ראוי פאר עפעס בעסערס. לדעתי וועט דאס פאלן פין זיך אליינס די יונגעלע הבאה דילט נישט מער די היפאקריטע אין ריקט זיך פאראויס איךויף אן וואס וועט כאפן יעדען אף גארד

דו כיפערסט דא ווערטער, אבער ס׳איז מעגליך אז מ׳קען פארשטייען פון דיין ווערטער אז לוצערן איז עפעס אן אויפריכטיגע ישיבה געווען. ס׳האט נאך קיין שום ישיבה אין היסטאריא נישט ארויס געווארפען אזויפיהל בחורים ווי לוצערן, ויש עוד מה לדבר......

או אינו » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 8:37 pm

· #389147
איך האב מיך באצויגן צים ראש ישיבה זעלבסט, אין ארויסברענגן אז ווען מ'איז אליינס א מוסטער דארף מען נישט זיין קיין מחנך בפועל. די אנוועזנהייט אליינס פאדערט צי שטייגען.

איך שרייב ווען איך האב עקסעטרע מינוטן. אנטשולדיגט פאר גרייזען. ענגליש וואלט ווען גרינגער געמאכט.

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 10:02 pm

· #389150
אמת, די ישיבה גדולה איז שוין ווי נעילה ביום הקדוש, יעדער קיקט שוין אויפן זייגער, א 17-18 יעריגער בחור איז שוין גיט אויסגעקנעיטן, על פי רוב איז שוין זייער שווער דארט עהם אנצוהייבן מחנך זיין, דארט איז דער דזשאב פונעם בחור ווי אויך פונעם משגיח און מנהל צו זעהן אז יעדער בחור כפי השגתו זאל ממשיך זיין מיט זיינע בחור'ישע יארן בין דער גליגליכער מינוט קומט אן בשעה טובה ומוצלחת און דער בחור ווערט א חתן, אלגעמיין איז דארט נישטא קיין שום עקסטרע פראבלעימען מיט א בחור, אפילו מיט די שוואכע בחורים, א בחור וואס שטעלט זיך צו מער ווייניגער כפי יכלתו וועט קיינמאל נישט האבן קיין פראבלעמען, אפילו ווען ער איז נישט פון די גרעסטע מצויינים, דער פראבלעם איז נאר מיט די מחוצפים, די דווקא'דיגע בחורים וואס האלטן זיך נישט ביים מינימום צושטעלן צו די תקנות וסדרי הישיבה, און דאס הייסט דער גרף של רעי, אזא בחור האט נישט קיין פלאץ אין די ישיבה, מיט זיין אויפירונג פארדארבט ער אנדערע, און דער מנהל האט א פליכט עם משלח צו זיין, יא, מען קען ברוגז זיין פארן אנרופען א אידיש קינד גרף של רעי, אבער ווען מען רופט אן ערליכע וואוילע מנהלים, מגידי שיעור און משגיחים מיט די ערגסטע לשונות של גנאי, פיל איך נישט באזונדער שלעכט פאר אנרופן די רעבלס גרף של רעי, דער פאקט איז, אז אין פערזענדליכן לעבן ווען איך רעדט מיט לעבעדיגע מענטשן פון דעם נושא איז זייער מאדנע, רוב נארמאלע וואוילע ערליכע אידן וועלן פארשטיין אז די מנהלים פראבירן דאס בעסטע און זיי וועלן קיינמאל נישט באשילדיגן דעם מנהל מיט רשעות ואכזריות, אפילו מען אמאל טענות אויף א מנהל איז דאס אויך איידל און רוהיג, די אלע וואס שרייען און פארפירן אויף "אלע" מנהלים, "אלע" משגיחים, און "אלע" מחנכים, זענען אליין פונעם גאר שוואכן סארט, זיי פארשטייען אז דער בחור איז אבסעלוט קיינמאל נישט שולדיג ווייל ער האט נישט קיין חשק התורה... און דער מנהל וואס ארבייט זייער שווער צו האלטן די ישיבה אין די ראמען איז גאר דער רשע מרושע און בלוט צאפער, ער איז גאר שולדיג ווייל ער האט נישט געפאשט די ריכטיגע באטענס החינוך, עולם הפוך ראיתי,

ובזה גמרתי מיינע תגובות אין דעם נושא, מיט א וואונטש אז יעדער איינער זאל זעהן פון אלע זיינע יוצאי חלציו מלא חפניים נחת דקדושה, מען זאל נישט האבן קיין צער גידול בנים, און מען זאל נישט דארפן באשולדיגן קיינעם, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות בב'א.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 10:39 pm

· #389153
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
ליטוואק; די סיבה פארוואס לוצערן האט ארויס געגעבן אזעלעכע שיינע תלמידים, איז בעיקר ווייל זיי האבן זיך געוועהלט בחורים ווי דיימאנטן, זיי האבן בעיקר אריין גענומען די עידית שבעידית, ווען דע זעלבע ישיבה זאל ווען אריין נעמען מיטעלע מיט שוואכערע בחורים, וואלטן זיי ווען קיינמאל נישט געהאט אזא גוטן נאמען, כ'זעה נישט ווי די גרויסע סייעתא דשמיא ליגט אין דעם, און ווי די קינץ איז

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 4:35 am

· #389162
נישט נאר ווייל אזוי האבען זיי אריינגענומען, נאר ווען ס׳האט זיך אויסגעלאזט אז איינער פון די בחורים איז נישט אזא דיאמאנט, האט ער זיך גאנץ שנעל געטראפען אינדערויסען.

וע"ע <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10896">viewtopic.php?f=4&t=10896</a><!-- l -->

טרויבן88 » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 7:40 pm

· #389387
איינציג
אמת, די ישיבה גדולה איז שוין ווי נעילה ביום הקדוש, יעדער קיקט שוין אויפן זייגער, א 17-18 יעריגער בחור איז שוין גיט אויסגעקנעיטן, על פי רוב איז שוין זייער שווער דארט עהם אנצוהייבן מחנך זיין, דארט איז דער דזשאב פונעם בחור ווי אויך פונעם משגיח און מנהל צו זעהן אז יעדער בחור כפי השגתו זאל ממשיך זיין מיט זיינע בחור'ישע יארן בין דער גליגליכער מינוט קומט אן בשעה טובה ומוצלחת און דער בחור ווערט א חתן, אלגעמיין איז דארט נישטא קיין שום עקסטרע פראבלעימען מיט א בחור, אפילו מיט די שוואכע בחורים, א בחור וואס שטעלט זיך צו מער ווייניגער כפי יכלתו וועט קיינמאל נישט האבן קיין פראבלעמען, אפילו ווען ער איז נישט פון די גרעסטע מצויינים, דער פראבלעם איז נאר מיט די מחוצפים, די דווקא'דיגע בחורים וואס האלטן זיך נישט ביים מינימום צושטעלן צו די תקנות וסדרי הישיבה, און דאס הייסט דער גרף של רעי, אזא בחור האט נישט קיין פלאץ אין די ישיבה, מיט זיין אויפירונג פארדארבט ער אנדערע, און דער מנהל האט א פליכט עם משלח צו זיין, יא, מען קען ברוגז זיין פארן אנרופען א אידיש קינד גרף של רעי, אבער ווען מען רופט אן ערליכע וואוילע מנהלים, מגידי שיעור און משגיחים מיט די ערגסטע לשונות של גנאי, פיל איך נישט באזונדער שלעכט פאר אנרופן די רעבלס גרף של רעי, דער פאקט איז, אז אין פערזענדליכן לעבן ווען איך רעדט מיט לעבעדיגע מענטשן פון דעם נושא איז זייער מאדנע, רוב נארמאלע וואוילע ערליכע אידן וועלן פארשטיין אז די מנהלים פראבירן דאס בעסטע און זיי וועלן קיינמאל נישט באשילדיגן דעם מנהל מיט רשעות ואכזריות, אפילו מען אמאל טענות אויף א מנהל איז דאס אויך איידל און רוהיג, די אלע וואס שרייען און פארפירן אויף "אלע" מנהלים, "אלע" משגיחים, און "אלע" מחנכים, זענען אליין פונעם גאר שוואכן סארט, זיי פארשטייען אז דער בחור איז אבסעלוט קיינמאל נישט שולדיג ווייל ער האט נישט קיין חשק התורה... און דער מנהל וואס ארבייט זייער שווער צו האלטן די ישיבה אין די ראמען איז גאר דער רשע מרושע און בלוט צאפער, ער איז גאר שולדיג ווייל ער האט נישט געפאשט די ריכטיגע באטענס החינוך, עולם הפוך ראיתי,

ובזה גמרתי מיינעתגובות אין דעם נושא, מיט א וואונטש אז יעדער איינער זאל זעהן פון אלע זיינע יוצאי חלציו מלא חפניים נחת דקדושה, מען זאל נישט האבן קיין צער גידול בנים, און מען זאל נישט דארפן באשולדיגן קיינעם, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות בב'א.

ווען דו האסט גע'עפנט די אשכול האב איך געטראכט צי ווילסט הערן צי די ווילסט זאגן, יעצט איז עס גאנץ קלאר, אויסצופירן וויאזוי דו האסט אויסגעפירט האסטו דיך אראפגעמאלן ווי א קליין קאפ, כאטש וואס איך האלט אז עס איז דא צדדים לכאן ולכאן לדעתי, ווייס איך אויך אז עס איז א קעיס ביי קעיס בעסיס, און די ישיבות האבן זיך אסאך בעסערן אפילו צימאל הצדק איתם, ווייל מ'האנדלט מיט מענטשן נישט מיט פלייש.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 7:53 pm

· #389389
טרויבן 88: איך גיי נישט מיט קיין פערזענלכיע אפשאצונג אדער אטאקע אויף איינציג. איך פרעג נאר. לשיטתו. וואו זאללן די צענדליגער אדער אפשר הונדערטער בחורים וועלכע ווערן קלאסיפיצירט אלס נישט מצויינים גיין...?! אוואו זאללן זיי פארברענגען (תרתי משמע) דעם זמן...?! און זייער עתיד...?! זייער א סאך מנהלים און משגיחים היינטיגע צייטן נעמען דאס ענין זייער לייכט. און זיי טראכטן נישט אז זיי זענען דן דיני נפשות. צומאל פון א גאנצע משפחה...!

או אינו » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 11:06 pm

· #389406
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איר וועט די איינציק מין נישט איבערמאכן אזוי שנעל. די דאזיגע סייק טשענדשט זייער מיינונג נאר דורך אין חכם כבר נסיון. ער קוק דאס פין א סעלפישע בליק. פונקט יעצט געקומען צי מיר א ראש ישיבה פין 400 בחורים נאך געלט פאר 50 בחורים וואס ער פריוואט האלט אויס געלערענטע יונגעלייט צי פארברענגען אין לערנען מיט זיי. דאס איז אחריות אין ארבעט לשם שמים. וואס דארפט איר מער די צווי גרעסטע סאטמארע ישיבות וואס זענען באוואסערט מיט טעפ געלט קומערט זיך נישט מיט בחורים העכער 19.

טרויבן88 » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 6:43 am

· #389419
שמעון וואלף
איך בין געווען אביסול איוואלווד אין א פרשה ווי א בחור פון א "פארטייאישע ישיבה קטנה" האט נישט געטויגט. פאר'ן נייעם זמן האט די טאטע פון בחור באקומען א מעלדונג אז זיין בחור דארף זיכן א נייע פלאץ. פארשטייט זיך אז ער האט געהאט א שווערע ארבעט צו פלאצירן זיין צדיק'ל און ס'קומט ר"ח חשון און דער בחור האט נישט ווי צו גיין. מיט גרויס פראטעקציע נאכ'ן איבערדרייען א וועלט האט די מנהל אים צוריק גענומען בתנאי כפול אז ער וועט זיך צושטעלן צו תקנת הישיבה. גייט נישט אריבער א וואך און די מנהל טרעפט די בחור אין א רעסטוראנט ביי לאנטש, א זאך וואס די ישיבה האט בפירוש גע'אסר'ט אז מ'טאר נישט ארויסגיין פון בנין הישיבה אינמיטן טאג. די בחור איז אהיים געשיקט געווארן און האט נישט קיין ישיבה.

וואס זאגט איר צו אזא מעשה?

אלע עלטערן ווילן אז ס'זאל זיין א השגחה אויף בחורים און זיי זאלן זיך נישט קענען דרייען אין די גאסן אינמיטן טאג. די תקנת הישיבה איז זייער פארשטענדליך און דארף אינפארסירט ווערן. פונדעסוועגן זענען דא אזעלכע וואס שימפן היתכן מ'לאזט צו אז א בחור זיצט אינדערהיים אן א ישיבה?!

וואס איז די סאלושען?

ווילסט א סעלושען? נאדער... די משגיח זאל מאכן א קנוניא מיטן בחור, איינס פון 10 וועגן וויאזוי דער בחור זאל קענען ארויסגיין אן עובר זיין אויף די תקנה, ווי איך ווייס אין סאטמערע ישיבות טוען עס אסאך משגיחים, אויב מען זעט אז א באחור גייט עניוועי אנפייפן די תקנה ארבייט מען מיט עם און מען לאזט עם און נאר ער אליינס ארויסגיין,

גענוג גוט? בסך הכל וויל מען אז דער ראש ישיבה זאל אראפקומען פונעם הויעכן פערד און פרובירן עס צי מאכן ארבייטן, וויאזוי עפעס זאל נישט ארבייטן דארף מען נישט קיין חכם,

איינציג » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:25 pm

· #389430
איך האב הנאה ווי יעדער מאן דהוא ווייסט פונקטליך דעם ציל פון איינציג.

ווען איך האב אנגעהויבן, האב איך געהאט א ציל צו הערן דעם צד השני, און יא, אין מיין לעבן האב איך שוין אסאך מאל געטוישט מיין מיינונג ווען איך הער דברים של טעם, און איך האב באמת געוואלט הערן דעם אנדערן צד. למעשה דא האט כמעט קיינער נישט גענטפערט צו דער זאך, און די פאר וואס האבן געטנטפערט אפילו מיך אפצוווענדן האבן למעשה געהאלטן פונקט ווי איך. מיין סך הכל איז, אז ג' שותפים בבחור בישיבה, די הנהלה, די עלטערן און דער בחור, על פי רוב אויב ארבייט מען מיט פארשטענדענישן, און אז דער בחור מיט די עלטערן פארשטייען זייער מצב און פראבירן צו ארבייטן מיט די הנהלה זענען זיי על פי רוב מצליח, ס'איז נישט ריכטיג ווען מען ווארפט ארויף אלעס אויף די פלייצע פון די הנהלה, און די עלטערן מיטן בחור האלטן אז זיי קענען טוהן מה שליבם חפץ, און ווען די הנהלה ווערט פעד אפ און ווייזן דעם וועג פאר דעם בחור שרייט מען אז דער מנהל איז א אכזר, דער מציאות איז נישט אזוי, די הנהלה וועט ארבייטן זייער שווער זיי זאלן נישט צו קומען צו א מצב ווען זיי דארפן ווארפן א בחור, נאר זיי האבן נאך א פליכט, דאס איז כלפי טובת הישיבה און כלפי די אנדערע בחורים, אויב ווערט אנערקיע, דאס הייסט אז יעדער קען טוהן וואס ער וויל און די הנהלה האט זילטש השפעה אדער קאנטראל אויף די ישיבה, דאן קענען זיי ארויף לייגן א שלאס אויף די ישיבה,

וואו דער ארויסגעווארפענער בחור זאל גיין דארפן טראכטן די עלטערן און דער בחור א טאג בעפאר מען ווארפט עהם, דער מנהל האט זיך שוין גענוג געמוטשעט מיט דעם בחור ביז היינט, יעצט זאל א אנדערע ישיבה האבן דעם פלעזשער, אביסל פארשטענדעניש און מיטארבייטן וועט פירן א לאנגן וועג, דאס איז מיין מיינונג און די מיינונג פון רוב מגיבים, אפילו די וואס ''מיינען'' אז זיי האלטן פארקערט פון מיר,

איך בין מודה, און איך האב דאס ערווענט אין מיינע פריערדיגע תגובות, אז די מנהלים דארפן תשובה טוהן אויפ'ן פאקט אז זיי האבן געמאכט ווי כאילו א יוניאן, עפעס א יד אחת מיט אנדערע מנהלים, ווי אנשטאט זיי זאלן ארבייטן אז דער ארויסגעווארפענער בחור זאל טרעפן א נייע ישיבה, און על פי רוב וועט דער טשענדזש ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן, רעדן זיי צוזאם אויף דעם בחור כל דבר אסור און זענען גורם אז דער בחור זאל חלילה נישט זיין אין קיין שום ישיבה, דאס איז א עוון פלילי, און די מנהלים וואס פירן זיך אזוי וועלן פון גיהנם קיינמאל נישט ארויסגיין, זיי זענען דן דיני נפשות מיט רשעות ואכזריות,

גדולה השנאה שמקלקלת השורה, די שנאה צו די מנהלים ברענגט זייער אסאך בלבולים ושקרים און די ליינערס נעמען דאס אן פאר א פאקט, איינער פרעגט "וואו זאלן די צענדליגער אדער אפשר הונדערטער בחורים וועלכע ווערן קלאסיפיצירט אלס נישט מצויינים גיין"...?! כאילו מען ווארפט יעדן בחור וואס איז נישט בחזקת מצויין, איז דאס אמת? לא מיני' ולא מקצתיה, מען ווארפט נישט קיין בחור וואס איז נישט קיין מצויין, יעדע גרויסע ישיבה האט מצויינים, בינונים און שוואכע, מען ווארפט נישט קיין בחור פאר'ן זיין פון די שוואכע, מען ווארפט נאר איינעם וואס פייפט זיך אריין אין די הנהלה און טוט כל מה שלבו חפץ, און איך ווארט נאך איינער זאל מיר מסביר זיין צו מען דארף אדער מען מעג האלטן אזא בחור אין די ישיבה.

א צווייטער שרייבט: ''וואס דארפט איר מער די צוויי גרעסטע סאטמארע ישיבות וואס זענען באוואסערט מיט טעפ געלט קומערט זיך נישט מיט בחורים העכער 19''. איז דאס אמת? געוויס ניין!!! האט איר אמאל געהערט פון שיעור ד' אין קרית יואל? דארט איז דא אריבער 100 בחורים פון איבער 19, און מען גיט זיך מיט זיי אפ מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, מען פארלאנגט נישט פון זיי קיין סאך, מען פארשטייט זיי, און אצינד האט מען געפענט אזא ישיבה פאר די יוצאי קווינס בנשיאות ובהנהלת רבי אברהם עמרם מייזעלס שליט''א, סא, דער פאקט איז אז סאטמארע בחורים האבן ווי צו גיין, און איך האף אז ביי אנדערע חסידות איז די זעלבע זאך, פאר א בחור וואס איז גרייט צו זיין אין א מסגרת איז לכאורה נישט קיין גרויסער פראבלעם, דער פראבלעם איז נאר פאר די בחורים וואס בהפקירא קא ניחא ליה, זיי ווילן זיין אין די ישיבה ווי אין א האטעל, גיין און קומען ווען אימער זיי ווילן, און וואו אימער זיי ווילן, און קיינער זאל זיי נישט זאגן קיין דיעות, די בחורים האבן א פראבלעם, און על פי רוב זענען זיי זיך אליינס שולדיג, כן נראה לפי עניות דעתי, ביז איינער וועט מיר איבערצייגן פארקערט...

או אינו » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 12:37 pm

· #389432
אויב 20 פראצענט קינדער אין בחורים דארפן צוקומען צו מענטל העלפ אין די איבעריגע 30 שטופן דורך די ערשטע 18 יאר פון לעבן איז די סיסטעם קיין סיסטעם. דער בחור ווייסט א טאג פאראויס אז ער גייט ווערן ארויסגעווארפן, אבער ער קען זיך נישט העלפן ווייל די סיסטעם ארבעט נישט פאר אים. דו וועסט אנערקענען אז די וועלט פון ערוואקסענע שטעלט זיך אויס יעדער לויט זיינע כוחות אין אייגנשאפטן, איינער אן אקאונטענט, איינער א דאקטאר, און א צווייטער א ווערהאוז מענעדזשער. דער מענעדזשער קען קיין אקאונטענט ניט זיין און ווייסווערסע. די טיילונג הייבט זיך אן אין קלאס רום, און ביי טייל מיום היולדם.

איינציג » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:00 pm

· #389436
א נארישע בלענק סטעיטמענט אן קיין שום פרוף, וואס איז דאס סיסטעם? זיין חסידיש? האבן בארד און פיאות? די השגחה עליונה האט געפירט אז דו זאלסט געבוירן ווערן ביי א חסידישן איד און נישט ביי א פלעטוש מאדערן פערסאן, (נישט אז ביי זיי איז דער מצב בעסער) ווי ווען וואס? 20% דארפן צוקומען צו מענטל העלפ, הא? פארוואס נישט 50%? קענסט עס מאכן אסאך מער עמאשענאל ווען דו שרייבסט 50%,

געב א קוק, דע וועלט איז נישט פערפעקט, נישט ביי חסידים נישט ביי מאדערענע און אפילו נישט להבדיל ביי פרייע, אדער גויים, יעדער האט זיך זיינע פראבלעמען, און ס'איז נישטא קיין איזי סעלאשען פאר דעם פראבלעם, די פראבלעמען זענען נאר די ערשטע 80 יאר, דערנאך גייט שוין אלעס SMOOTH, אין אשל האט קיינער נישט קיין פראבלעם מיטן מנהל.... יעדער עידזש האט זיך זיינע פראבלעמען, קינדער מיט קינדערישע פראבלעמען, בחורים/מיידלעך מיט זייערע פראבלעמען, אינגעלייט/ווייבלעך מיט זייערע פראבלעמען, און רוב וואס פארשטייען אז טוישן זייער מהות וועט לינדערן זייערע פראבלעמען ווארפן זיך רח''ל ליצלן אראפ פון דאך, פראביר צו קאאפען לויט דיין מצב און ''צייט'' וועט ברענגען זיינע רעזולטאטן, איך האב געקענט בחורים וואס האבן געהאט א זייער שווערע אפ-ברינגינג, זיי האבן געשריגן קצתי בחיי, און היינט זענען זיי ב''ה גליקלעך און צופרידן און שעפן נחת פון זייערע קינדעלעך און אייניקלעך, זיך אפרעדן אויפ'ן סיסטעם האט קיינמאל נישט געהאלפן, דער סיסטעם וועט זיך נישט ענדערן, און אוועקלויפן פונעם סיסטעם צו א אנדערע סיסטעם האט זיך ארויסגעוויזן איז פיל ערגער, JUST TRY TO MAKE THE BEST OUT OF IT.

או אינו » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:22 pm

· #389441
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
צא ולמד. וועסטו זעהן אז די נומבערס זענען ליידער העכער. איינציק טריי צי פארשטיין די אנדערע זייט. ספענד א טאג אין מוסד ליבנת הספיר אין ענליכס. ספענד א טאג אין א היימישע מוסד אין קוק וויפיל קינדער האלטן מיט דעם סדר היום. וויפיל פראדוקטיוו שעהן נעמט א קינד ארויס פין א טאג?? אין רוב זיצט ער אפילו א שעה א טאג כל אפו טעל חמתו האט דאס א נעגעטיווע אפעקט יארן שפעטער.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:29 pm

· #389442
איינציג: איך האב נישט אדורכגעליינט דיין גאנצע דרשה. כ'האב נאר ארויסגענומען דעם תמצית. אז לשיטתך ארבעט די הנהלה מיט די עלטערן און דעם בחור. און ווען ס'איז שוין כלו כל הקינצן. און ס'איז נישט דא קיין אנדערע ברירה ווארפט מען ארויס דעם בחור. אדער מ'נעמט איהם נישט צוריק.

איך ווייס פון א ספעציפישן פאל פון א בחור פון בערך 16 יאר וואס האט צוזאמען מיט זיין חבר פארשאפט א סמארטפאון (בעצם דער חבר האט עס געברענגט). נאכדעים איז דער חבר געגאנגען בבחינת יורד ומשטין ועולה ומקטרג, צום משגיח פון ישיבה און געמסר'ט אז דער צווייטער בחור האט געקוקט אויף א סמארטפאון און מ'האט איהם פארשיקט פון ישיבה. אן חקירות ודרישות ווער ס'איז געווען דער וואס האט עס בכלל געברענגט. אדער געבן דעם בחור א צווייטן שאנס מיט אזהרות...!

איינציג » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 1:57 pm

· #389454
אויב איז דאס אמת, איז דער מנהל א רשע ואכזר, ער טאר קיין מנהל נישט זיין קיין איין מינוט לענגער! איך ווייס פון א מנהל וואס ארבייט איבער זיינע כוחות און לאזט זיך אראפ צום מצב פון דעם בחור און פראבירט מיט אימערמידלעכע כוחות צו זען אז א שוואכער בחור זאל זיך טרעפן דאס פלאץ אין די ישיבה, ער בעט זיך ביי די סארט בחורים שטעלט אייך צו כפתחו של מחט וועט איר זען אז מען וועט אייך נישט פייניגן, אבער ליידער טיט מען אזא מנהל נישט אפרישיעיטן, מען זעט נאר ווען עס קומט צו א מצב אז ער האט פראבירט אלע וועגן און עס ארבייט נישט, און איז ליידער געצווינגען משלח זיין דעם בחור, און יעדער שעלט עם, ווי איך האב געשריבן, "THERE ARE NO SIMPLE SOLUTIONS" ליידער איז אמאל דער צד גערעכט און אמאל יענער צד גערעכט, און אמאל ביידע... קיין שום איד זאל נישט וויסן פון דעם צער גידול בנים, איך פארשטיי און האב מיטלייד מיט די עלטערן, איך פארשטיי יענעם צד, און האב נאר געשריבן צו די וואס פארשטייען נישט דעם צד פון די הנהלה, און זיי האלטן אז עס איז דא נאר איין צד צו דעם פראבלעם, ועל זה אני מתאונן,

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 2:02 pm

· #389455
דאס איז דער גאנצע ענין נישט דער מנהל צו יענער, נאר וואס דער געזעלשאפט ערלויבט. היינטיגע צייטען קען יעדער מנהל זאגען 'עה, דער בחור האלט ביי גארנישט' און מיט דעם אפפטר'ן זיין פליכט צו דער בחור. עס מאכט נישט אויס ביי וואס ער זעלבסט האלט. טאמער ערגעץ האט א מנהל געטוהן מער ווי ער דארף, איז עס א לפנים משורת הדין. אבער סאסייעטי לאזט צו א רשעות, און אויף דעם דארף מען שרייען.

איינציג » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 3:58 pm

· #389459
נאך דיינע איינזייטיגע תגובות, איז פיל מער אקטועל מיינע אריגינעלע פראגעס:

פראגע,
1) איז דא א מציאות אז א מנהל זאל זיין בארעכטיגט אפצו זאגן א בחור/אינגל/מיידל פון אננעמען אין ישיבה/ תלמוד תורה/ מיידל סקול?
2) אויב איז א בחור /אינגעל / מיידל, א מחוצף/מחוצפת און נאך ווארענען כמה פעמים זעהט זיך נישט קיין בעסערונג, איז דער מנהל בארעכטיגט עהם/זו צו פארשיקן?
3) אויב איז דא א תקנה אין מוסד און די עלטערן האלטן זיך נישט צו די תקנה, איז מען בארעכטיגט אוועקשיקן דאס קינד?
4) אויב זעט דער מנהל/מנהלת אז דער תלמיד/תלמידה איז פארדארבן אדער פארדארבט אנדערע, איז ער/זי בארעכטיגט צו פארשיקן דעם תלמיד/תלמידה?
5) ווי ווייט איז דער אבליגעישאן פון א מוסד אנצונעמען יעדן תלמיד/תלמידה? איז דא א חילוק צווישן א חסידות מוסד צו א פריוואטע מוסד?

6) (פרישע פראגע דירעקט צו ליטוואק) עקזיסטירט א מנהל המוסד או ישיבה וואס יא מוכשר צו זיין א מנהל?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 4:00 pm

· #389460
איינזייטיג?

איינציג » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 6:00 pm

· #389471
אוודאי איינזייטיג, אדרבה, ענטפער אויף די פראגעס וועסטו זעהן אז דו ביסט קאמפליטלי איינזייטיג.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 6:07 pm

· #389473
דו ביסט געקומען מיט א מיינונג, און דאס אנגעהאלטן ביזן סוף, אז דער מנהל מוז זיין גערעכט. ניטאמאל עקזיסטירט א צד אז זיי זענען נישט גערעכט. איי, דו זעסט דאך דער יד אחת וואס זיי מאכען מיט אנדערע מנהלים, און פון דארט זאל מען קענען פארשטיין וויפיהל איז לש"ש און וויפיהל לשם זייער מוסד? פארפאלן, דער מנהל איז גערעכט.

איך ווייז דיר אז דער מנהל איז נישט דער נושא, ער טוט וואס אימער ער קען. דער נושא איז וואס סאסייעטי לאזט צו. ווילאנג אזעלכע נידריגע פארשוינען עקזיסטירען, וואס פארטיידיגען יעדער ריר וואס דער מכונה 'מנהל' טוט, וועלן זיי טוהן ככל העולה על רוחם.

פון דעם אליינס אז דער בחור איז א שותף אין זיין חינוך, לויט דיין פאררוקטע נגיעות, זעט מען וואס דו ווייסט פון חינוך. טאמער דער מנהל וויל זיך האלטען א מחנך, זאל ער נישט זוכען ארויף צו לייגען זיין ארבעט אויף דער בחור. ער מוז זוכען א וועג איהם מחנך צו זיין, נישט אז דער בחור דארף מחנך זיין דער מנהל.

איינציג » זונטאג נאוועמבער 19, 2017 8:32 pm

· #389484
ביסט נעבעך אן אפרוח שלא נפתחו עיניו, און דאס וואס דו באשולדיגסט מיך ביסטו גאר שולדיג, איך שריי געוואלד אז לא כל הקעיסעס שוות, און אמאל איז דער מנהל שולדיג, אמאל דער בחור און אמאל די עלטערן, איך פארשטיי יא אז עס זענען פאראן צדדים ביי די סארט קעיסעס, שרייסטו אז ניין, דער מנהל איז אלץ שולדיג און דער בחור קיינמאל, און דאס הייסט איינזייטיג בלשון נקי', און בלינד און דום בסתם לשון, לדעתך דארף דער מנהל זיין א קינצלער און קענען מחנך זיין דעם בחור בעל כרחו, וויי און ביטער וואלט געווען מיט אזעלעכע חינוך עקספערטן ווי דו, דו ווילסט נישט איינזעהן דעם ריכטיגן פראבלעם, איך האלט אז ווען דער מנהל איז שולדיג דארף מען עהם אראפרייסן אן קיין רחמנות, און אויב דער בחור אדער זיינע עלטערן זענען שולדיג, טאר מען נישט באשולדיגן דעם מנהל, זיין בלוט איז נישט הפקר, מען דארף דן זיין יעדען קעיס באזינדער, פונקט ווי עס איז זייער אכזריות'דיג צו ווארפן א בחור בחינם על לא דבר, איז זייער אכזריות'דיג צו באשולדיגן דעם מנהל בחינם על לא דבר,

פון דיין רעפיוזינג צו ענטפערן אויף די פראגעס זעהט מען בחוש ווי איינזייטיג דו ביסט.
בלאט: 1 2 3