☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די מלחמה מיט מנהלי הישיבות

די מלחמה מיט מנהלי הישיבות

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11971
בלאט: 1 2 3

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 7:26 pm

· #389565
איינציג
א צווייטער שרייבט: ''וואס דארפט איר מער די צוויי גרעסטע סאטמארע ישיבות וואס זענען באוואסערט מיט טעפ געלט קימערט זיך נישט מיט בחורים העכער 19''. איז דאס אמת? געוויס ניין!!! האט איר אמאל געהערט פון שיעור ד' אין קרית יואל? דארט איז דא אריבער 100 בחורים פון איבער 19, און מען גיט זיך מיט זיי אפ מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, מען פארלאנגט נישט פון זיי קיין סאך, מען פארשטייט זיי, און אצינד האט מען געפענט אזא ישיבה פאר די יוצאי קווינס בנשיאות ובהנהלת רבי אברהם עמרם מייזעלס שליט''א, סא, דער פאקט איז אז סאטמארע בחורים האבן ווי צו גיין, און איך האף אז ביי אנדערע חסידות איז די זעלבע זאך

איך וויל נישט פארקריכן פונעם עצם נושא, אבער דא האסטו געברענגט א מעשה לסתור וואס האט מיר אויפגעבראכט! דו ווייסט וואס דו האסט דא געשריבן? לאמיר נעמען טאקע א ראי' דעם שיעור ד', דו ווייסט וויפיל מען האט געשלינגען גאל און געשפיגן בלוט ביז מען האט געזעהן דעם שיעור ד' על מכונו? דו ווייסט אז די הנהלה איז געווען גענצליך דערקעגן און דאס בשום אופן נישט געוואלט צולאזן? די זעלבע זאך ביי צד מהרז"ל די ישיבה מיאלדי פון הרב מייזעלס, וואס האבן דארטן בחורים מסולאים בפז, טייערע בחורים וואס ביודעי ומכירי קאמינא, דו ווייסט אז דאס עקזיסטירט על אפם וחמתם פון די אפיציעלע הנהלת הישיבה? 'דער איד' אנערקענט נאך היינט נישט די ישיבה! דו ווייסט וויפיל מלחמות מען האט געפירט ביי ביידע פראקציעס בלויז צוליב די עגא פון טייל מנהלים, הנהלה, וואס האבן געוואלט נעמען יעדן בחור העכער די 19 פאר'ן בלויזן חטא פון נישט האבן געטראפן דעם באשערטע גענוג פרי, און זיי ווארפן אין די גאס צו אלע רוחות??? זייער בלוט שרייעט אין די גאסן און וועט נישט אזוי שנעל שטיל ווערן! די נקמה וועט נאך קומען, און איך ציטער צו טראכטן וואס דאס וועט זיין, ה"י! ווער ווייסט צי דאס איז נישט קיין גורם צו די לעצטיגע טראגעדיעס??

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:29 pm

· #389594
די הנהלה אין קרית יואל האט נישט געוואלט האבן שיעור ד' אינטער זייער אויפזיכט (מיט רעכט צו אומגערעכט), אבער זיי האבן נישט געשטערט פון אנדערע דאס צושטעלן, אדרבה, די חברי הנהלת הישיבה הגדולה בקרית יואל זענען פון די גרעסטע געלט שטיצער פון שיעור ד', אין קווינס האבן זיי לפי השמועה יא געשטערט, (איך האב דאס נישט מברר געווען), למעשה איז היינט צו טאג דא א מקום פאר די עלטערע בחורים פון ביידע סאטמאר פארטייען, אבער דאס איז א אנדערע נושא דאס איז א צרת רבים וואסל איז א חצי נחמה און נישט א פראבלעם פון א יחיד וואס מען ווארפט ארויס, ליידער איז נישטא קיין איזי סעלאשען,
שרייען נקמה איז נאריש ווי אויך אן צו צייגן אז די טראגעדיעס האבן צו טוהן וועגן די עוולה אדער יענע עוולה איז זייער סעלפיש און קינדיש, ווייל קיינער האט נישט דעם בוך פון אויבן, און קיינער פון די באטרעפענדע איז נישט קיין מנהל אדער מנהלת, איינער שרייט אז מען שטארבט וועגן וואנט אין בית החיים, דער צווייטער שרייט אז מען שטארבט וועגן סידור קידושין שלא ברשות המרא דאתרא, איך האב נישט קיין אנונג, איך ווארט אויף א בת קול פון הימל צו וויסן פארוואס. ליידער איז דא זייער אסאך טראגעדיעס און יעדער יחיד דארף מפשפש זיין במעשיו און נישט שרייען "יענער" איז שולדיג...

או אינו » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:53 pm

· #389597
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
באגנבט זיי מיט פיפציג פראצענט פין טעפ אין איז מקיים והשיב אויף די אנדערע 50. די ביזט לכאורה א ק"י תלוש. דיינע פריציפען פין מער נישט רעדן איבער די נושא איז געבראכען געווארען פינעף מינוט דערויף אין ווי אזוי קעסטו פארשטיין בכלל די נושע

איינציג » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 11:59 pm

· #389598
או אינו
באגנבט זיי מיט פיפציג פראצענט פין טעפ אין איז מקיים והשיב אויף די אנדערע 50. די ביזט לכאורה א ק"י תלוש. דיינע פריציפען פין מער נישט רעדן איבער די נושא איז געבראכען געווארען פינעף מינוט דערויף אין ווי אזוי קעסטו פארשטיין בכלל די נושע

איך האף אז דו פארשטייסט וואס דו מיינסט אז דו האסט געשריבן ווייל איין ווארט קלעבט נישט מיטן אנדערן, עניוועי, ווען צוויי נארמאלע אידן האבן א נארמאלן קאנווערסעישאן טאר זיך קיין חדר יונגל נישט אריינמישן, גיי דיך ווייטער סווינגען אין חדר הויף.

או אינו » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 12:11 am

· #389599
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
דאס איז דיין טעות! די ביסט נישט סובל א שכליות וואס איז אנדערש פין דיינע העביטס אין אויפבראכונג אין וועגען דעם ווערט די בחור א גרף של רעי ע"פ לשונך אין די זיידע א חדר יונגעל. ווייסטו דען נישט אז פיפציג פראצענט פער קאפ ווערט געגנבט פין די קליינע ישיבות. זיי מיזען לויפנען די טעפ פראגראם מיט די גרויסע ישיבה.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 4:39 am

· #389614
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
יעצט איז שוין שטיל......

מ׳זעט בחודש אז ווען א צדיק זאגט א דבר אמת, האלט זיך עס לאנגע יארען. וויבאלד מ׳האט זיך צום סוף געבראכען, איז עס שוין אינדערארדנונג, ווייל יעצט איז שוין שטיל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איינציג » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 12:23 pm

· #389649
או אינו
דאס איז דיין טעות! די ביסט נישט סובל א שכליות וואס איז אנדערש פין דיינע העביטס אין אויפבראכונג אין וועגען דעם ווערט די בחור א גרף של רעי ע"פ לשונך אין די זיידע א חדר יונגעל. ווייסטו דען נישט אז פיפציג פראצענט פער קאפ ווערט געגנבט פין די קליינע ישיבות. זיי מיזען לויפנען די טעפ פראגראם מיט די גרויסע ישיבה.

עס קאסט מיך א לאך... או אינו האלט אז איך לעב אין א טעות, איי וואס און וואו איז מיין טעות? מיין טעות איז לדעתו אז איך בין ראנג ווען איך האלט אז מען דארף דן זיין קעיס ביי קעיס, יא! עס זענען פאראן מנהלים מושחתים וואס מען דארף פון זיי פטור ווערן אומשנעלסטן, אבער עס זענען פאראן אסאך ערליכע פארשטענדליכע מנהלים וואס טוהן זייער דזשאב באמונה, ווידער זענען פאראן בחורים וואס ליידן נעבעך על לא עוול בכפם, אדער פאר עפעס א מינדערוויכטיגע עוולה און די הנהלה גייט מיט בכל חומר הדין, וואס איז א פארברעך, אבער פון די אנדערע זייט איז רוב בחורים וואס ליידן אזעלעכע וואס חוצפה יסגי, זיי לאזן זיך נישט דיקטירן, זיי האלטן אז דער מנהל איז פארפליכטעט צו זיי, והעולה על כולנה, זיי האבן נאך פון מאל די סאפארט פון זייערע עלטערן, און דאס דארף לדעתי ארויס געברענגט ווערן, ס'איז זייער אסאך מאל ווען דער מנהל איז גערעכט און דער בחור נישט.

לויט או אינו איז דער מנהל אייביג א רשע ואכזר, ואחת דתו להיות בזוי ומבוזה לעין כל, זיין בלוט איז הפקר, און יעדער מאן דהוא איז בארעכטיגט צו רייטן אויף זיין בלוט, און אויף די פראגע וואס האט אזוינס האט דער מנהל געטון אז מען האט עם דן געווען למיתה, איז דער ענטפער אז ער האט מקריב געווען דמו של הבחור הלזה, איי איז שווער וואס דארף דער מנהל טון אז דער בחור איז א חצוף מחוצף און בהפקירא קאניחא ליה, איז דער ענטפער אז דאס איז דער דזשאב פונעם מנהל מחנך צו זיין דעם בחור, איי דער מנהל האט פראבירט פעם אחר פעם און ליידער אן סוקסעס, איז דער טעם -הערט אייך גיט צו- ווייל מען באגנבעט די קליינע ישיבות 50%, לאכט נישט, דער מנהל איז א רשע ואכזר ווייל אזוי וויל או אינו, און אויב איז נישט גיט סיבה נומבער איינס, פראביר סיבה נומבער צוויי, און אויב ארבייט דאס אויך נישט טריי סיבה נומבער דריי, און אויב קיין איין פון סיבות קלעבט נישט, דאן טראכט אויס א פרישע סיבה, מאך עפעס אן עלילת דם, ווייל "או אינו" דארף בלייבן גערעכט... און יא! איך האב שיעור נישט פארגעסן, איך לעב אין א טעות, דער או אינו MADE MY DAY...

או אינו » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 12:29 pm

· #389651
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
לויף נישט פין איין עקסטרים צי די אנדערע! דער אקס טוט אויך זיין זשאב באמונה אבער קיין מענטש וועט ער נישט ווערן. דער מנהל, ווען ער האט ווען טרענירונג אין קאנסטענט ריפרעשמענט אין נייע מעטאדן וואלט ער געקענט הענדל יעדע בחור. ווי אויך די געלט גנבערע איז א ענפער אויף די גרויסע צדקות וואס חברים הנהלה קי גיבט פאר שיעור ד.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 1:02 pm

· #389656
ביזדערווייל האט איינציג נישט אנגערירט מיין טענה. אז די מנהלים טוהן נאר וואס סאסייעטי לאזט צו, און ווילאנג סאסייעטי לאזט אזא שפראך פון 'דער בחור האלט ביי גארנישט', 'בהפקירא ניחא ליה', און 'פרעג נאר נישט וואס ער האט אלס געטוהן', וועלען די מנהלים טוהן וואס זיי קענען. נישט דוקא ווייל זיי זענען בלוט צאפערס, נאר ווייל זיי זענען פארטיי מיטגעלידער, און זיי טראכטען נישט אינדערויסען פון דער באקס

גראדע מיין מעשה איז געווען מיט איינער וואס האלט זיך אן אויבער חכם, וואס טוט נישט ווי יעדעם, אבער ווען עס איז געקומען צום ארויסווארפען, האט ער געטוהן מער ווי סאסייעטי לאזט צו, אבער אלס אויבער חכם גייט עס איהם נישט אן. פארשטייט זיך אז איך האב מפרסם געווען ווי איך האב געקענט אז דער מענטש איז נישט קיין פרומער, ער איז א פוילער וואס חמורות דומות עליו כקלות, און ער איז גרייט ארויסצוווארפען א אינגעל פון חדר נאכ'ן טרעפען דער מלמד אין באנק און הערען פון איהם אז ער גיבט זיך נישט קיין עצה (וויפיהל עצות האט ער פראבירט? קודם געשריגען 'גיי ארויס', נאכדעם געזאגט איידעל 'גיי ארויס', נאכדעם געזאגט מיט יאוש 'גיי שוין ארויס'). דערווייל האט ער טאקע פיהל ווייניגער קינדער אין חדר, אבער פארמאכען וועט ער זיך נישט ביז ווילאנג מ'צווינגט איהם נישט.

איינציג » דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 1:31 pm

· #389666
ליטוואק פון בודאפעסט

ווארשיינדליך האלט סאסייעטי אדער ווי מען רופט זיי רוב מנין ובנין בני ישראל אז דאס איז דער וועג, די מנהלים טוהן א גאנץ גיטן דזשאב, זיי טרייען די בעסט, און על פי רוב זענען זיי גערעכט מיט זייערע החלטות, ס'האט גארנישט מיט פארטיי אדער חסידות, ס'האט אלץ צוטון מיט זייער פארשטאנד און זייערע החלטות, און רובא דרובא זהעט יעדער איין אז זיי פראבירן דאס בעסטע און טוהן נאר וואס זיי טוהן ווייל זיי האלטן באמת אז דאס איז די ריכטיגער מהלך, מאכן זיי אמאל טעותים? זיכער אז יא, מאכן זיי דאס במזיד? זיכער אז ניין!, יא! איך בין מודה אז זיי טוהן נאר וואס זיי טוהן ווייל סאסייעטי איז מסכים מיט זיי.

אונטער חכם » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 12:11 pm

· #390566
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
ליטוואק פון בודאפעסט
ביזדערווייל האט איינציג נישט אנגערירט מיין טענה. אז די מנהלים טוהן נאר וואס סאסייעטי לאזט צו, און ווילאנג סאסייעטי לאזט אזא שפראך פון 'דער בחור האלט ביי גארנישט', 'בהפקירא ניחא ליה', און 'פרעג נאר נישט וואס ער האט אלס געטוהן', וועלען די מנהלים טוהן וואס זיי קענען. נישט דוקא ווייל זיי זענען בלוט צאפערס, נאר ווייל זיי זענען פארטיי מיטגעלידער, און זיי טראכטען נישט אינדערויסען פון דער באקס

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דאס מיינט סאסייעטי איז מסכים, קיין איין מנהל וועט נישט זאגן אז מען מעג ארויסווארפן א בחור פון ישיבה פארן טוהן אלעס ואס מען קען אז מען זאל אים נישט דארפן ארויסווארפן ווייל קיינער וועט נישט אננעמען פון אים אזא תירוץ.

או אינו » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 12:52 am

· #390627
דאס נישט רעדן איז טאפעלט גערעדט.

תורה ומדע » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:14 am

· #410964
מילתא בטעמא פון ר חיים שאולזאון
<a class="postlink" href="https://bshch.blogspot.com/2018/08/blog-post_364.html">https://bshch.blogspot.com/2018/08/blog-post_364.html</a>

זיידי באם » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:15 am

· #411044
Re: די מלחמה מיט מנהלי הישיבות
איך וועל ענק זאגן מיין מיינונג איבער די סגיה

1) יא עס איז דא אזא מציאות אויב די חדר/סקול/ישיבה/וכו.... האט א rule אדער נאר א געוויסע סטיל משפחות זיי נעמען אן אדער אז זיי פילן אז איינער וועט זיי נאר מאכן פראבלעמען האבן זיי א הונדערט פערצענט גערעכטע סיבה צי נישט אננעמען יענעם (קיינער זאל נישט קומען יעצט זיך נעמען דרייען אויף מיר און דעך פאל וואס איך רעד דא יעצט רעג איך פון אננעמען נישט פון ארויס ווארפן)

2)( דא רעד איך שוין יא פון ארויס ווארפן) א מחוצף / מחצפת שטערט א מצב און א קלאס מקען נישט פארלערנען און עס מאכט די עולם ווילד ממילה קען די מנהל /מנהלת נעמען שטרענגערע שריט יא מיט די פולען רעכט אבער דאך מיט רחמנות....

3)באמת וואס איז די קינד שילדוג אבער יא מקען אוועקשיקען פאר דעם עס איז דא תקנות עס האט א סיסטעים מקען זיך נישט סתם אויספייפן.....

4)א פארדארבן קינד קען די חדר / סקול גארנישט טון אויסער שיקן פאר הילף (טערעפי וכדומה..) חוץ אז מזעט אז די קינד לייגן אנדערע קינדער און א סכנה פון פארדארבן וערן דאן קען די חדר/סקול און זאל ארויסטראסקענען דאס קינד אן הערן קיין איין תירוץ אן גארנישט וואס ממיז טון מיז מען טון.....

5)אויב איז נישטא קיין סיבה נישט אנצינעמען איינעם זעה איך נישט פארוואס מזאל עם נישט אננעמען און ניין נישטא קיין שום חילוק פון א פריווייטע חדר אדער א מוסד חדר חוץ אז דער וועט מיזען אננעמען מער ווייל דער איז א חסיד און דער געבט געלט מילא וועט מען מיזען איגנארירן אנדערע פאקטן וואס און געווענליכע פעלער וואלט מען נישט אנגענומען פאר די סיבה......
בלאט: 1 2 3