אמעריקע'ס גאן פעטיש!
162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11959
אמעריקע'ס גאן פעטיש!
מען האלט נאכאמאל נאך א טראגישע מאסן שיסעריי, דאסמאל אין טעקסאס, וואו 26 צו מער, זענען היינט געהארגעט געווארן. די יונגסטע בלויז 5 יאר אלט.
א מאסן שיסעריי ווערט וואסאמאל ווייניגער טראגיש און ווייניגער newsworthy, צוליב וואס עס פארלאנגט זיך אלס מער און מער טויטע, אז מענטשן זאלן ווערן אויפגעשוידערט. עס האלט שוין ביי דעם אז עס פארלאנגט זיך איבער צוואנציג טויטע, אז עס זאל ווערן א נייעס. אין צוגאב ווערט עס וואס אמאל אפטער און אפטער, מען האלט א קארגע חודש פון די ערגסטע שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע.
כ'גלייב נישט אז צופיל ווייסן דא, אויב בכלל איינער, אז נאר נעכטן איז פארגעקומען א מאסן שיסעריי אין אוסטאן טעקסאס, ווי איינער פון די געשעדיגט איז א 7 יעריג מיידל! דאס איז חוץ פון נאך א שיסעריי אין אוהייאו, איינס אין סאנטא מאניקא און נאכאיינס אין גארדינאו קאליפארניע. דאס אלעס רעד איך פון נאר נעכטן.
דעם חודש איז שוין פאגעקומען זיבן "מאסן שיסערייען", און מען האלט קוים דער פיפטער. פארגאנגענעם חודש אליינס, זענען כמעט 100 מענטשן געהארגעט געווארן אין מאסן שיסערייען איבערן לאנד. און 350 זענען געשעדיגט געווארן.
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי מענטשן, בדרך כלל באזעסענע, קייען איבער נאכאמאל און נאכאמאל, נאך יעדע שיסעריי, זינלאזע, נארישע און אבסורדע סטעיטמענטס אז עס האט נישט מיט קיין גאנס, צוימען גאנס גייט נישט העלפן, פארקערט גאר, מען דארף האבן מער גאנס זיך צו באשיצן, ועוד ועוד וואס איך גיי נישט דא אויסשמוסען, ווייל זיי זענען אזוי לעכערליך און זינלאז.
ווען איינער זאל ווען ארויסקומען פון א יארן לאנגע הייבארנעישאן, און אפקויפען פאר גוט געלט אלע נארישע סיבות פאר גאנס, נו, וואלט איך נאך געקענט קלערן אז אויבנאויף איז דא געוויסע נקודות וואס קענען זיך הערן לאגיש. אבער וויאזוי קען איינער וואס לעבט מיט אונז, האלט מיט די מציאות, זעהט וואס טוט זיך, וויאזוי קען אזא איינער זיין אזוי בלינד?
איך רעד אפילו נישט פון פארבאטן אלע גאנס, איך רעד פשוט פון לאגישע, זעלבסט פארשטענדליכע געזעצן, סיי וואס, אבער אבי עפעס צו האלטן די טראגעדיע פון גאנס אינטער קאנטראל. אבער ביי גאנס איז דו מינדעסטע זאך חס מלהזכיר. אזוי ווייט, אז פארבאטן מענטשן וואס זענען אויף די נאו פליי ליסט, האט מען אויך נישט מצליח געווען.
יעדע אנדערע טראגעדיע וואס קומט פאר, ווי אימער, איז א העכסט נארמאלע זאך צו קוקן אויף די פאקטן, און זען וואס איז דא צו טון עס צו פרובירן אפהאלטן פון געשען נאכאמאל. וואס איז גאנס אנדערש, ווי ווערט די שכל הישר פארלוירן אין אמעריקע אז מען זעט נישט גראד נאר מען גייט קרימערהייט אריין אין וואנט.
אבער די הייליגע קאנסטיפעישאן... כ'מיין קאנסטיטושען...
איך דאנק דעם פון אויבן אז דא אין ניו יארק איז זיך שווער איינצוהאנדלן וואפן, און ס'וואוינען נישט דא די אויסגעשפראכענע גאן-פאנאטיקער, וואס זענען טאקע ברייט באקאנט פאר זייער שכל הישר און פארכט פארן הייליגן קאנסטיטוציע. א מין משוגענע בריה די רויטע-האלדזן. טראמפ גרויסט זיך מיט'ן נישט זיין פאלטיש-קארעקט, לאמיר זען ער זאל רעדן א ווארט וועגן גאנס.
די וועלט וויאזוי ס'איז פארט נישט אין ערגעץ.
אין אמעריקא איז פארהאנען צויי זאכען. קודם די געזעץ מיט די קאנסטי..... (וואס דו ווילסט) וואס לאזט צו גאנס. אבער צו דערצו איז פארהאנען א קולטור וואס רימט אויס דער זעלבסשטענדליכקייט וואס זיי רעדען זיך איין קומט מיט גאנס. גוים וואס האבען מורא צו האבען א גאן אין שטוב, האלטען עס פאר א פערזענליכע פעלער זייערע. אין אנדערע מדינות עקזיסטירט דאס נישט.
טוישן די געזעצן וועט נישט העלפן ווילאנג מ'טוישט נישט דער קולטור. און דאס איז פיהל שווערער.
מ'קען פארשטיין פארוואס די קאנסטיטוציע האט מתיר געוועהן גאנס פאר יעדעם, ווייל פשוט טראכטס איין מינוט וויאזוי די וועלט האט דעמאלס אויסגעקוקט, ס'איז נישט געוועהן קיין עלעקטריק, טעלעפאן, טעכנאלאגיע, אלארמס, קעמערעס, קאמיוניקאציע, נארמאלע פאליציי. ס'איז נישט געוועהן קיין אנדערע ברירה נאכדערצו אז איינער האט געוואוינט אויסער'ן שטאט אין אפגעזונדערטע מקום. אז א רויבער איז געקומען מיט ביקסן און געשאסן יענעמ'ס הונט, וואס האט דער יעניגער שוין געקענט טוהן זיך צו פארטיידיגן? וויאזוי וואלט ער זיך פראטעקטעט???
אבער היינטיגע צייטן גאנס??? נאכדערצו יעדער חרש שוטה וקטן זאל מעגן פארמאגן הונדערט שטיק? גיי רעד צו די רעכטע פויערן וואס טראכטן ווי בהמות און חיות... זייער ברעין ארבעט פרימיטיוו, זיי ווילן נישט מ'זאל זיי אוועקנעמען "זייער געווער", "זייער מאכט", זיי פילן שטארק און מעכטיג מיט זייערע רעוואלווערס! דעס מאכט זיי גרויסע טאטעס! גיי זאג פאר א חיה רעה א שטייגער ווי א לייב, טיגער, וואלף, אז פון היינט אן און ווייטער קען ער נישט הארגענען קיינעם! זייער לעבן איז פלוצלינג ווערטלאז...
קורקלענד ברענגט פאריגע וואך אין א אנדערע אשכול א נארישע meme מיט קינדערישע "טאלקינג פוינטס" - מ'קען ממש שרייבן און אנפילן גאנצע אשכולות און מסביר זיין זייער נארישע טענות דורכגעווייקט מיט לאגיקל פאליסיס איינס נאכן צווייטן, וויאזוי זיי פרובירן אריינצוכאפן קליינע מוחות מיט א דיסטרעקציע אז העי, וויפל מענטשן שטארבן א יאר פון אוביסעטי און פון הארץ אטאקעס? איז וואס איז שוין אז אפאר טויזנט מענטשען שטארבן פון גאנס! קוק וויפל מענטשן מאכן אבאורשען (כאילו ס'איז ממש די זעלבע זאך - בשעת ווען די גאנצע ציוויליזירטע וועלט האלט נישט אז אבאורשען איז אפילו נאנט צו מערדער - פארקערט, אין יעדע נארמאלע לאנד אויב א מאמע מאכט אפ אז זי וויל אבאורדן די קינד באצאלט פאר דעם די גאווערמענט). אפגערעדט פון די פאלשע אינפארמאציע און פעיק ניוס אז נאר 5000 מענטשן א יאר ווערן געשעדיגט פון גאנ'ס. בשעת וויקיפידע זאגט אז ס'איז בערך פינף מאל אזוי סאך אין 2015.
מה ענין שמיטה אצל הר סיני? אפשר זאל מען נישט לייגן קיין טרעפיק לייטס און סטאפ סיינס ווייל מענטשען ווערן במילא געהארגעט פון אוביעסטי און הארץ אטאקעס??? די לאגיקל פאליסי איז גרויס - וואס האט יענעמס אובעסיטי מיט מיר צו טוהן? וויאזוי קען עס מיר שאטן??? ער קען מיך שיסן ווייל זיין בויך איז אנגעפילט מיט טשולנט און קוגל??? וואספארא סכנה איז עס פאר אנדערע מענטשנ'ס לעבן??? וויאזוי באדראעט ער מיין וואוילזיין??? הא???
חוץ מזה, יעדע זאך פון די ליסטע האט מען געמאכט גרויס פארשריט אין די לעצטע הונדערט יאר. מ'שטארבט שוין נישט היינט ווי אמאל פון הארץ אטאקעס, מאדערן סייענס האט אונז ערמעגליכט זאכן וואס אונזערע זיידעס האבן נישט גע'חלומ'ט אין וויסטן שלאף, מ'קען היינט מאכן א הארץ טראנספלאנט! קאר עקסידענטס איז אויך געווארן פראצענטואל אסאך ווייניגער וועגן מאדערן סייענס. יעדע פון דיינע זאכן אויף דיין ליסט איז פארבעסערט געווארן אין די לעצטע הונדערט יאהר, אסאך פראגרעס האט מען געמאכט, פיל מאל פארבעסערט געווארן - חוץ גאנס, וואס די מצב אין די לעצטע סענטורי האט זיך פיהל פארערגערט און ווערט נאר ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, מאסן שיסערייען אין אמעריקא איז ליידער א טעגליכע ערשיינונג, טאקע וועגן די רעכטע און מאכטפולע NRA מיט זייער רייכע רעפובליקאנער עליטס וואס בלאקירן יעדע פארום פון "גאן קאנטראל".
מיין לעצטע קשיא צו די אלע בלינדע רעכטע קריסטליכע פויערן: פארוואס ווען איינער האט א אונס פון מאריוואנע אדער אנדערע דראגס אין ענקערע שטעט שליידערט איר יענעם אריין אין תפיסה פאר צוויי יאר אדער מעהר, כאטש יענער שטערט נישט די וואוילזיין פון המון עם, אבער ווען א צורידעטער משוגענער האט אינדערהיים הונדערט שיסערס איז עס אקעי מיט ענק??? וואס איז ערגער, אביסל דראגס אדער הונדערט שיסערס??? זערא טאלאראנץ צו דראגס אבער ביי גאנס כל המרבה הרי זה משובח!? גיי פארשטיי רעליגיעזע קריסטן...
Texas shooter got a gun despite history of domestic violence
<a class="postlink" href="https://news.vice.com/story/the-texas-massacre-suspect-was-a-domestic-abuser-so-how-the-hell-did-he-own-a-gun">https://news.vice.com/story/the-texas-m ... -own-a-gun</a>
Air Force Failed To Enter Church Shooter’s Domestic Violence Record In U.S. Database
As a convicted abuser, Devin Kelley was not legally allowed to purchase firearms. He fell through the cracks
<a class="postlink" href="https://www.huffingtonpost.com/entry/texas-church-shooting-domestic-violence-record_us_5a00d8c0e4b066c2c039ace8?ncid=inblnkushpmg00000009">https://www.huffingtonpost.com/entry/te ... mg00000009</a>
Gun death rate rises for second year in a row
Overall, there were more than 38,000 gun deaths last year, according to the CDC. That's up from about 36,000 in 2015, and around 33,500 each year between 2011 and 2014
<a class="postlink" href="https://www.cbsnews.com/news/gun-death-rate-rises-for-second-year-in-a-row/">https://www.cbsnews.com/news/gun-death- ... -in-a-row/</a>
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
שבת אחיםGun death rate rises for second year in a row
Overall, there were more than 38,000 gun deaths last year, according to the CDC. That's up from about 36,000 in 2015, and around 33,500 each year between 2011 and 2014
<a class="postlink" href="https://www.cbsnews.com/news/gun-death-rate-rises-for-second-year-in-a-row/">https://www.cbsnews.com/news/gun-death- ... -in-a-row/</a>
נאנט צי צוויי דריטל זענען סואיסייד'ס און די לעצטע דריטל איז א שטיקל געמישטע נאמבער, עס איז אזא פארטייאישע נושא אז מען מיז מישן נונבערס, איך האלט גראדע פון גאן קאנטראל, אבער פארוואס זענען די נונבערס פארדרייט?
איך ווייס אז ס'איז נעריש פון מיר אזוי צו טראכטען, אבער ס'זעט עפעס אויס פון דיין תגובה אז סואיסייד איז נישט קיין גרויסע טראגעדיע, מ'קען מיט דעם לעבען.
ס'איז נישט מסתבר אז דו ביסט טאקע אזא אכזר, אבער ביטע אויסקלארען פאר די וואס קענען זיך טועה זיין.
טרויבן88נאנט צי צוויי דריטל זענען סואיסייד'ס און די לעצטע דריטל איז א שטיקל געמישטע נאמבער, עס איז אזא פארטייאישע נושא אז מען מיז מישן נונבערס, איך האלט גראדע פון גאן קאנטראל, אבער פארוואס זענען די נונבערס פארדרייט?
כ'בין נישט זיכער אויב מ'קען דעס אנרופן "פארדרייטע נומבערס".
איך האב נישט אריינגעקוקט אין די נומבערס נאר "ארויסגעברענגט א פוינט" אז גאן וויילענס ווערט ערגער פון טאג צו טאג אין אמעריקא - און דעס איז אמת ויציב.
כז'עה אסאך כאפן נישט די אמת'דיגע פראבלעם פון גאנס. ס'איז נישט וויפל מענטשן ווערן למעשה גע'הרג'עט, ס'איז מעהר אז "אמעריקעס סעפטי" איז באדראעט, יעדע משוגענער קען עני טיים אריינקומען אין יעדע פלאץ ווי מענטשן פארזאמלען זיך און אנזייען טעראר, און דעס מאכט אונזער גאסן UNSAFE, און UNSECURED. יעדער משוגענער אין אמעריקא האט געווער און קען אין any given time אריינגייען אין סקול, קירכע, רעסטאראנט, באר, טיאטער, קאסינא, סטעדיום, און טעראריזירן די גאנצע שטאט. דעס איז נישט נארמאל! ספעציעל ווען די אנטי-גאן קאנטראל חברה זענען אבסעסט מיט א fetus אין די מאמעס בויך און געבן נישט קיין שין פאר די מענטשן וואס זענען שוין
יא געבוירן געווארן...
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
ליטוואק פון בודאפעסטאיך ווייס אז ס'איז נעריש פון מיר אזוי צו טראכטען, אבער ס'זעט עפעס אויס פון דיין תגובה אז סואיסייד איז נישט קיין גרויסע טראגעדיע, מ'קען מיט דעם לעבען.
ס'איז נישט מסתבר אז דו ביסט טאקע אזא אכזר, אבער ביטע אויסקלארען פאר די וואס קענען זיך טועה זיין.
איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז עס וועט אנקומען צי די ליניע פון טראכטן, אבער אויס עס איז אזוי אויסגעקומען אנטשולדיג איך מיר,
די נושא פון גאן'ס באציט זיך צי מענטשן וואס הרגענען אנדערע מענטשן, און וויפיל אומשילדיגע עס ווערן גע'הרג'עט פון גאנס, זיך צי הרגענען אליינס איז נישט די ערשטע פריאריטעט פון א רעגירונג, עס מיינט נישט צי זאגן אז עס איז "בכלל נישט" נאר א מענטש וואס ווערט דערמארדעט ביי א קאנצערט איז א גרעסערע רחמנות בלויז ווייל ער איז דארט געווען, ווי איינער וואס האט זיך אליינס דערשאסן, והשנית ווער עס וויל הרגענען וועט טרעפן א וועג עס צי טון, אבער צי הרגענען 50 מענטשן ברויכט מען האבן א ביקס
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
איך האב יעצט נאכגעקוקט די נאמבער, געכאפט א לאנד 'יאפאן' האט 127 מיליאן מענטשן אין געהאט איבער 20,000 טויטן דורך סואיסייד אין 2016 אין מסתם נאר א פראקציע פון א פראקציע זענען פון גאנס, אין יאפאן איז דא 700.000 גאנס לויט יענעם באריכט
@ליטוואק פון בודאפעסט איך האב נישט געהערט פון דיר צי די ביסט מסכים צי וואס איך זאג?
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
די טשויס איז אדער סואיסייד אדער האמיסייד?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
At least 4 people dead after Northern California shooting
Gunman picked random targets at 7 locations, including elementary school, police say
<a class="postlink" href="http://www.cnn.com/2017/11/14/us/california-tehama-county-shootings/index.html">http://www.cnn.com/2017/11/14/us/califo ... index.html</a>
Teen killed his family with semiautomatic in 345th mass shooting of 2017
<a class="postlink" href="https://news.vice.com/en_us/article/59wdqa/teen-killed-his-family-with-semiautomatic-in-345th-mass-shooting-of-2017">https://news.vice.com/en_us/article/59w ... ng-of-2017</a>
sixteen year-old boy allegedly killed family in New Year’s Eve attack
The teen, identified by local media as Scott Kologi, killed his father, Steven Kologi, 44; mother, Linda Kologi, 42; sister, Brittany Kologi, 18; and family friend Mary Schultz, 70
<a class="postlink" href="https://nypost.com/2018/01/01/teen-arrested-for-fatally-shooting-family-with-assault-rifle/">https://nypost.com/2018/01/01/teen-arre ... ult-rifle/</a>
מ'דארף אויך סקרינען יעדער איינער וואס קויפט א טראק, אדער א קאר.
ברוך שפינוזהמ'דארף אויך סקרינען יעדער איינער וואס קויפט א טראק, אדער א קאר.
🙄
שבת אחיםברוך שפינוזהמ'דארף אויך סקרינען יעדער איינער וואס קויפט א טראק, אדער א קאר.
🙄
איך זע אז דו האסט פארגעסן וואס איז געווען און פראנקרייך, איך געדענק נישט ווילאנג צוריק.
די סבה פארוואס ס'נאכנישט דא קיין גאן קאנטארל איז, ווייל ווען מענטשן טענה'ן זיך, טענה'ט מען זיך נישט אויף די פאקטן, מטענה'ט זיך צו באשיצן די אייגענע איידענטיטעט.
ווען איינער האט א שיטה, ווערט עס א חלק פון זיין אידענטיטעט,
און ווי מער דו וועסט איהם אויפווייזן אז ער איז נישט גערעכט, אלס מער וועט ער זיך עקשנען.Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
היינט האט די אמעריקאנער גאן משוגעת ווידער אמאל געקאסט קרבנות.
א מערדער האט היינט זיך גענומען שיסן אין א שולע אין פלארידא. אחרי ככלות הכל, איז דא צוועלעף פארוואונדעטע און 17 טויטע קרבנות, רוב דערפון זענען סטודענטן. לויט ווי עס קוקט אויס איז עס פשוט געווען נקמה פארן אים ארויס ווארפן פון די שולע.
א שיסעריי אין שולע איז שוין אזא 'נארמאלע' זאך, אז געוויסע שולעס האבן רעגלמעסיגע דרילל'ס דערפאר.
#נאר_נישט_גאן_קאנטראל
Guns don't kill people, people kill people!
כהאב געליינט אז סאיז די אכצענטע שיסעריי אין א שולע אין 2018 אליינס!
די רעכטע האלטן ווייטער אז נאר א וואנט צווישן מעקיסקא און אמעריקע קען אונז מאכן סעיף! אלע אנדערע זאכן זענען אומנויטיג. מעקסיקא איז גאר די פראבלעם. נישט אז די מאכטפולע בלוטיגע רעכטע ארגאנזאציע ווי די NRA טיילט מוצא׳ס מיט האניג פאר די פאליטשאונס.
גיי זאג זיי אז רובא דרובא פון די מעקסיקאנער פון וואס זיי רעדן קומען דא אריין מיט א געהריגע פליגער און שווערצן זיך בכלל נישט אריין דורך די גרעניץ.
גיי זאג זיי אז די מעקסיקאנער און אימגראנטן האבן גאר א נידריגע קרימינאלע ראטע און זענען בכלל נישט קיין סכנה פאר אמעריקע. פארקערט זיי צאלן דא איין סאושעל סעקיורטי טעקסעס און נעמען עס קיינמאל נישט אפ. און טוען געווענטליך די ארבעט וואס פוילע אמעריקאנער האלטן נישט ביים טוהן-ספעציעל פאר אזא נידריגע געהאלט.
די רעכטע זענען וויליג צו באצאלן ביליאנען פאר מלחמות אין דער אנדערע עק וועלט וואס האט גאר ווייניג צוטוהן מיט די וויואלזיין פון די אמעריקאנע בירגער.
ווען זיי שרייען אז די וואנט מאכן זיי צוזיין פשוט ״סעיף״ זאלט איר וויסן אז וואס זיי מיינען באמת איז פשוטע ׳אלט-געזעצנע ראסיזים׳ ווייל ווען זיי וואלטן זיך באמת געזארגט פאר די סעיפיטי פון די אמעריקאנער וואלטן זיי שוין לאנג עפעס געטוהן פאר די ״טעגליכער רציחות״ פון קליינע קינדער אין סקול.
ס׳געפעלט מיר ווי דער רופבליקאנער היפיקריט פון פלארדיע מארקאו רוביאו מאכט זיך זיס אויף טוויטר, אויפן חשבון פון אומשולדיגע קינדער און זייערע משפחות וואס האט ליידער באטראפן אזא אומגליק. שעמען זאל ער זיך אין זיין קליינע פרצוף אריין! זיינע הענט זענען פארשמירט מיט בלוט!
זאג נאר רוביא זוסקייט וויפל טשעקס האסטו באקומען אין דיין לעבן פון די NRA? רוב אמעריקאנער שרייען חי׳ וקים אז מזאל שוין איינמאל פאר אלעמאל מאכן עפעס א ״גאן קאנטראל״ אז נישט יעדער ״מענטאל קעיס״ זאל קענען דערהארגאנען א גאנצע קלאס מיט קינדער. וועם פארטרעט ער די אמעריקאנע פובליק אדער ער איז א אגענט פאר די קריסטליכע NRA?
כמעט אלע ריפובליקאנער האבן בלוט אויף זייער הענט! זיי זענען קלאר שולדיג אינדעם! לא עכברא גנב אלא חורא גנב.
מרעדט פון גאן קאנטראל-אונזער זיכעהייט! סעקיורטי פאר אונזערע קינדער און זיי זענען ביזי מיט א אומנויטיגע 30 ביליאן דאללעריגע וואנט על לא דבר... אייסעס איז א מוראדיגע פראבלעם ביי זיי! גיי ווייס פארוואס? וויפל אמעריקאנער האט אייסעס געהארגט? וויפל אימגראנטן האבן א קרימיאנאלע רעקארד? סאיז אסאך אסאך ווייניגער ווי שיסערייען אין אמעריקע. זיי ווארפן ארויף זייערע פראבלעמען אויף די אומשולדיגע מעקסיקאנער און היטלער ימ״ש האט געווארפן די שולד אויף די ״אומשולדיגע אידן״ גארנישט אנדערש...! די זעלבע מענטאלעטי...
קורקלענד מאך דיך נישט זיס מיט דיינע נערישע memes.
דיינע ריפובליקענס זענען בלוטדורשטיגע קריסטן און זיי זענען שולדיג אינדעם! די קאנסטוטציע האט נישט געמיינט איז אין 2018 זאל יעדער משוגענער וואס האט צוטוהן מיט די נערווען מעגן האבן הונדרעט שיסער. און אז זיי האבן יא דאס געמיינט איז שוין די העכסטע צייט דאס צו טוישן איינמאל פאר אלעמאל. דיינע ריפובליקאנער זענען נישט דא פאר די וויואלזיין פון די מענטשהייט, זיי זענען דא פאר זייערע טונקלע-אגענדאס.
לדעתי ווער ס׳וואוט פאר א קאנדיאט וואס נעמט געלט פון די NRA האט בלוט אויף זייערע הענט!
דאס זענען די ריפובליקאנער א באנדע אומציוויליזרטע חיות... וואס טאנצן אויף יענעמס בלוט. א באנדע ראסיסטן מיט זייערע געווער...
א קרימינאל וואס וויל שיסן וועט אייביג האבן א וועג צו באקומען א שיסער נישט קיין חילוק וואסערע געזעצן דו וועסט מאכן.
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
ליפאא קרימינאל וואס וויל שיסן וועט אייביג האבן א וועג צו באקומען א שיסער נישט קיין חילוק וואסערע געזעצן דו וועסט מאכן.
אוודאי אזוי. ווייל דו האסט אזוי געזאגט.
להעיר בעלמא, אמעריקא שטייגט איבער סיי וועלכע מדינה אין דער וועלט אין די סארט שיסערייען. די געזעץ איז נאר איין חלק פון די מערכה ווי מ׳דארף טוישען די נידריגע פרימיטיווער פארצייטישער שלעכטע קולטור אין אמעריקא, כאילו א גאן איז עפעס א חשיבות פון א מענטש.
ביז עס וועט קומען דער ׳וכתתו חרבותם לאתים׳.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
New Gun Policies Won’t Stop Mass Shootings, but People Can
<a class="postlink" href="http://www.nationalreview.com/article/456436/new-gun-laws-wont-stop-mass-shootings-people-can">http://www.nationalreview.com/article/4 ... people-can</a>
ליפאא קרימינאל וואס וויל שיסן וועט אייביג האבן א וועג צו באקומען א שיסער נישט קיין חילוק וואסערע געזעצן דו וועסט מאכן.
אבער א וואנט פאר דרייסיג ביליאן פארשטייסטו
יא פארוואס ספעלט אזוי וויכטיג אויס? דו בלוטדורשטיגע היפקראט! לאמיר זעהן מזאל שיסן איינער פון דיין משפחה און נאכדעם זאלסטו זאגן מ׳דארף נישט מאכן קיין גאן קאנטראל?
א מעקסיקאנער וואס וויל אריינקומען אין אמעריקע וועט אייביג טרעפן א וועג. ער וועט איבערקריכן די וואנט.
א גימל וועט אייביג בלייבן א גימ״ל.
א מאריוואנע רייכער וועט אייביג בלייבן א מאריוואנע רייכער.
א פרוי וואס וויל מאכן אבאורשען וועט אייביג מאכן א אבאורשען.
בד״וו פאר די וואס ווילן וויסן די אמתע- פאקטן זאלן קוקן אויף אלע אנדערע מדינות וויפל שיסערייען סאיז געוועהן פאר זיי האבן געמאכט א גאן-קאנטראל און וויפל שיסערייען סאיז געוועהן נאכן גאן קאנטראל. א שטייגער ווי אסטראליע. ביטע קוקטס אויף די נומבערס.
די אומציווילזירטע רעכטע קוקן דאך נישט אויף קיין נומבערס און דאטא נאר ווען סאיז גוט פאר זייער רשעותדיגע אגענדעס.
שבת אחים
א מעקסיקאנער וואס וויל אריינקומען אין אמעריקע וועט אייביג טרעפן א וועג. ער וועט איבערקריכן די וואנט.
זיי 'טענה'נען אז מ'קען מאכן א וואנט וואס מ'קען נישט איבערקריכן.
שבת אחיםא גימל וועט אייביג בלייבן א גימ״ל.
וועם גייט אן וואס יענער טוט און זיין בעדרום? איך גלייב נישט אז ס'דא איין נארמאלע מענטש וועם ס'גייט אן.
שבת אחיםא מאריוואנע רייכער וועט אייביג בלייבן א מאריוואנע רייכער.
קיינעם גייט נישט אן אז א צווייטער רייכערט, זיי ווילן נאר ס'זאל נישט אנקומען צו קיינע קליינע קינדער
שבת אחיםא פרוי וואס וויל מאכן אבאורשען וועט אייביג מאכן א אבאורשען.
וויאזוי? אויב קיין איין דאקטער וועט נישט מסכים זיין עס צו טון.
שבת אחיםבד״וו פאר די וואס ווילן וויסן די אמתע- פאקטן זאלן קוקן אויף אלע אנדערע מדינות וויפל שיסערייען סאיז געוועהן פאר זיי האבן געמאכט א גאן-קאנטראל און וויפל שיסערייען סאיז געוועהן נאכן גאן קאנטראל. א שטייגער ווי אסטראליע. ביטע קוקטס אויף די נומבערס.
דו רעדסט פון גאן קאנטראל, אדער פון אינגאנצן אסר'ן געווער? שיק טאקע אהער אפאר לינקס, וירא הקהל וישפוט.
ברוך שפינוזה
זיי 'טענה'נען אז מ'קען מאכן א וואנט וואס מ'קען נישט איבערקריכן.
רוב אילעגאלע אימיגראנטן זענען נישט פון די וואס זענען אריינגעקומען אילעגאל פון מעקסיקא. רוב רבו זענען אריינגעקומען לעגאַל און נישט ארויס באצייטענס.
שפינוזה דו כאפסט טאקע נישט וואס כזאג?
פלוז זאג מיר אז דו מאכסטוך און דיין תגובה איז נישט ערענסט.
דו האסט נישט געכאפט די פוינט פון יענע תגובה בכלל. איך האב גערעדט צו ליפא.
חוץ מזה לייגסטו אראפ א טוץ מיט די גרעסטע קלאץ קשיות וואס כהאב נאר אמאל באגעגענט. ווי למשל ווי מגייט מאכן א אבערשאון? וואס הייסט ווי אין פאפא קידוש זאל אין מאנטריאל. יעדער פרוי וואס וויל מאכן אבאורשען קען זיך ארויפזעצן אויף א באס פאר זיבן שעה און פארן קיין קאנאדא, און מאכן אבארושען פאר אומזינסט.
דו מיינסט טאקע כהאב געמיינט צוזאגן אז ער גייט טאקע איבערקריכן די וואנט? ווען איינער וויל אריינקומען קיין אמעריקע איז עס נישט קיין פראבלעם. ער קומט דא מיט א פליגער פון מעקיסקא און ער זאגט אז ער איז דא פאר א קורצע באזוך און ער בלייבט דא לעולם ועד. אזוי טוהן זיי אלע.
כ׳ווייס אפילו נישט ווי אנצופאנגן.
טראמפ און די רעכטע זאגן אז די שיסערייען אין אמעריקע שטאמען פון א ״מענטעל העלט״ קריזיס אין אונזער לאנד. הגם איך בין געווענטליך נישט איינשטימיג כמעט קיינמאל מיט טראמפ מוז איך מודה זיין אז דאסמאל איז ער הונדרעט פראצענט גערעכט! אמעריקעס פראבלעם מיט ״מענטעל העלט״ איז אמת ויציב! והא ראי׳ אז האלב אמעריקע האט געוואוט פאר טראמפ...!
האלב אמעריקע איז טאוטאל משוגע פארן אריינוועלן א פיר יעריגע בולי פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
שפינוזה. נעם נישט די תגובה ליטערעל, איך מאך נאר א וויץ, איך בין נישט איינשטימיג מיט טראמפ מיט גארנישט. די פראבלעם אין אמעריקע זענען אז בערך א האלבע לאנד זענען אומציוויליזרטע רעכטע חיות דעריבער איז נישטא קיין ברירה נאר צומאכן א נארמאלע ״גאן קאנטראל״ ווער סמעג יא האבן און ווער נישט.
ברוך שפינוזהמ'דארף אויך סקרינען יעדער איינער וואס קויפט א טראק, אדער א קאר.
איה״נ! איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט דו וואוינסט! אבער אין די גאנצע וועלט ממש, טאמער איינער וויל דרייווען א קאר דארף ער דורכגיין א פראדעצור. קודם
א טעסט צובאקומען ״דרייווער לייסענס״ דערנאך דארף ער ״
רעגיסטרירן די קאר מיט די סטעיט״ און ער דארף ארויפלייגן פלעיטס מיט אינשאורינס.
א קאר איז נישט ממש קיין געווער מיט דעם אלעמען פארשטייט יעדער. אז טאמער ווילסטו דרייווען אויף די ראוד וויל די גאווערמענט זעהן צו יענער דארף גלעזער אדער ער ליידט ל״ע פון חולה נופל, וכו׳ וכו׳.
וואספארא פראדעצור דארף מען דורכגיין אין אמעריקע צובאקומען א גאן?
אין די ריפובליקאנער שטעט דארף מען ליידער גארנישט! רוב פון די שטעט לאט זיי איינהאלדן גאנס ליגעאלי נאך פאר זיי מעגן קוימו זייער ערשטע ביר!
דארף מען טוישן די ביר געזעצן
די איינציגסטע וועג וויאזוי די ״אלט-געזעצענע״ רשעותדיגע ריפובליקאנער חיות וועלן מאכן ״גאן קאנטראל״ אין אמעריקע וועט נאר געשעהן אויב מוועט געבן פאר יעדע שווארצע און ספאנישער א ריוואלווער. דעמאלטס וועסטו שוין זעהן ווי די פערענויאט רעכטע וועלן אלע פלוצלינג שרייען אז מ׳דארף ״גאן קאנטראל״... גאראנטירט!
ווילאנג די ווייסע רעדנעקס זענען די אייגענטומער פון רוב געווער אין לאנד זעהן זיי נישט קיין סיבה צומאכן קיין שום פארשריט אין די מכות-מדינה...
שבת אחיםוואספארא פראדעצור דארף מען דורכגיין אין אמעריקע צובאקומען א גאן?
אין די ריפובליקאנער שטעט דארף מען ליידער גארנישט! רוב פון די שטעט לאט זיי איינהאלדן גאנס ליגעאלי נאך פאר זיי מעגן קוימו זייער ערשטע ביר!
איך מיין אז יעדע נארמאלע רעפאבליקאנער וויל אז מ'זאל רעגולירן ביקסן פארקויפעריי, זיי האבן נאר מורא אז מ'וועט אסר'ן אינגאנצן געווער אזויווי אין געוויסע לענדער. ווען די דעמאקראטן זאלן נישט ציען צו איין עקסטרעם, וועלן זיי נישט ציען צום צווייטן עקסטרעם.
רביה''ק זי''עשבת אחיםוואספארא פראדעצור דארף מען דורכגיין אין אמעריקע צובאקומען א גאן?
אין די ריפובליקאנער שטעט דארף מען ליידער גארנישט! רוב פון די שטעט לאט זיי איינהאלדן גאנס ליגעאלי נאך פאר זיי מעגן קוימו זייער ערשטע ביר!
איך מיין אז יעדע
נארמאלע רעפאבליקאנער וויל אז מ'זאל רעגולירן ביקסן פארקויפעריי, זיי האבן נאר מורא אז מ'וועט אסר'ן אינגאנצן געווער אזויווי אין געוויסע לענדער. ווען די דעמאקראטן זאלן נישט ציען צו איין עקסטרעם, וועלן זיי נישט ציען צום צווייטן עקסטרעם.
ווער זענען די נארמאלע ריפובליקאנער? דזשאן מעקעין למשל? ביטע קוקוס אויף די רעקארדס פון די מעסיגע ריפובליקאנער אויף גאן קאנטראל.
זיי האבן גארנישט געטוהן דערוועגן! זעראו!
רביה''ק זי''ע
איך מיין אז יעדע נארמאלע רעפאבליקאנער וויל אז מ'זאל רעגולירן ביקסן פארקויפעריי, זיי האבן נאר מורא אז מ'וועט אסר'ן אינגאנצן געווער אזויווי אין געוויסע לענדער. ווען די דעמאקראטן זאלן נישט ציען צו איין עקסטרעם, וועלן זיי נישט ציען צום צווייטן עקסטרעם.
קיינמאל נישט!
שטותים מיט הבלים! ווען ס'וואלט געוועהן אמת וואס דו זאגסט וואלטן זיי שוין לאנג עפעס געטוהן דערוועגן.
אלזא פארוואס מאכן זיי נישט אין זייערע שטעט קיין 'גאן קאנטראל'???
חוץ מזה, וואספארא תירוץ איז דאס אז זיי האבן מורא אז מ'גייט גיין צו עקסטרעם? די פאליטישאנס אין וואשינגטאן זענען דא צו רעפרעזענטירן די המון עם. רוב אמעריקאנער ווילן
יא מ'זאל איבערמאכן די געזעצן פון גאנס אין אמעריקע. אבער זעהט זיך אויס אז די NRA איז סאומהאו שטערקער ווי די ווילן פון די אמעריקאנע פאלק. די היינטיגע רעפובליקאנער קאנגרעס האט אינגאנצן א 11 פראצענט עפראוועל ראטע אין די יונייטעד סטעיטס. אינגאנצן 11 פראצענט פון אמעריקע האלטן אז זיי ארבעטן פאר די מענטשען און נישט פאר "ספעשל-אינטרעס" גרופעס ווי די רעכטע אומציוויליזירטע NRA.
אדרבה ווייז מיר ווער די "מעסיגע רעפובליקאנער" וואס ווילן "גאן קאנטראל" זענען, און וואס זיי האבן געטוהן די לעצטע הונדערט יאר דערוועגן.
רביה''ק זי''עשבת אחיםוואספארא פראדעצור דארף מען דורכגיין אין אמעריקע צובאקומען א גאן?
אין די ריפובליקאנער שטעט דארף מען ליידער גארנישט! רוב פון די שטעט לאט זיי איינהאלדן גאנס ליגעאלי נאך פאר זיי מעגן קוימו זייער ערשטע ביר!
איך מיין אז יעדע נארמאלע רעפאבליקאנער וויל אז מ'זאל רעגולירן ביקסן פארקויפעריי, זיי האבן נאר מורא אז מ'וועט אסר'ן אינגאנצן געווער אזויווי אין געוויסע לענדער. ווען די דעמאקראטן זאלן נישט ציען צו איין עקסטרעם, וועלן זיי נישט ציען צום צווייטן עקסטרעם.
סאיז גראדע
״פונקט פארקערט״ נישט נאר אז די ריפובליקאנער האבן אין די לעצטע פאר יאר נישט אויסגעהערט די ווייגעשריי פון די אמעריקאנע פאלק און עפעס געטוהן פאר די סעקיורטי און סעיפטי פון אונזערע קינדער. נאר זיי האבן אומצאליגע מאל דורכגעשטיפט ״נייע געזעצען״ אין זייערע שטעט וואס
פארגרינגערט איינצוהאנדלן געווער און גאנס. זיי האבן אראפגענומען פול מיט רעגיולאציעס וואס מאכן ממש נישט קיין סענס.
רביה''ק זי''עשבת אחיםוואספארא פראדעצור דארף מען דורכגיין אין אמעריקע צובאקומען א גאן?
אין די ריפובליקאנער שטעט דארף מען ליידער גארנישט! רוב פון די שטעט לאט זיי איינהאלדן גאנס ליגעאלי נאך פאר זיי מעגן קוימו זייער ערשטע ביר!
איך מיין אז יעדע נארמאלע רעפאבליקאנער וויל אז מ'זאל רעגולירן ביקסן פארקויפעריי,
זיי האבן נאר מורא אז מ'וועט אסר'ן אינגאנצן געווער אזויווי אין געוויסע לענדער. ווען די דעמאקראטן זאלן נישט ציען צו איין עקסטרעם, וועלן זיי נישט ציען צום צווייטן עקסטרעם.
זיי האבן פשוט מורא אז מוועט זיי צונעמען זייערע 300 ריוואלווערס?
אבער האבן נישט קיין מורא אז אונזערע קינדער ווערן געשאסן טאג טעגליך?
און וואס וועט זיין אז מ׳וועט טאקע צונעמען זייערע געווער? פארוואס דארף א עוורידזש מענטש האבן א גאן אין 2018? פאר סעקיורטי? היינטיגע צייטן איז דא צוויי טויזנט אלטערנעטיווס-וואס ארבעט בעסער און איז מעהר סעיף.
זיי האבן נעבעך מורא!? א נייע אויסגעדראשנע תירוץ...!
זאלן זיי זיך אויפוועקן פון זייער שלאף און זעהן אז אמעריקע קען נישט זיין א סעיף פלאץ ווי יעדער אין סאסייטי גייט ארום מיט שיסערס... די מענשטהייט און די סאסעייטי האט זיך אסאך געטוישט זינט די צייטן ווען יעדער שמויגער האט געדארפט האבן א שיסער אויף זיין הויזן.
ליפאדארף מען טוישן די ביר געזעצן
א מוראדיגע וויץ אויפן חשבון פון טויזנטער אומשולדיגע קרבנות בתוכם זעקס אידישע קינדער רח״ל אין די לעצטע אינצידענט אין פלארדיע.
איינע פון די אידישע עלטערן וואס זייער טאכטער איז יעצט דערמארדעט געווארן אין פלארדיע האט געטוויט
״מיין טאכטער איז דערמארדעט געווארן אין פלארדיע. כ׳דארף נישט קיינעמס ״טרייסט ווערטער״ אנשטאט בעט איך יעדער מזאל נישט וועלן פאר קיין קאנדידאטן וואס באקומען געלט און שטיצע פון די NRA"
דיין טיפיקל ריספאונס צו די טראגעדיע קאנפארמירט מיר נאכאמאל און נאכאמאל ווער די ריפובליקאנער און טראמפ שטיצער זענען... זיי זענען נישט דא פאר די טובה פון די המון-עם. זיי זענען דא פאר זייערע קריסטליכע-אוממענטשליכע אגענדאס אן קיין שום מענטשליכע געפילן.
דו פערזענליך האב איך דיר שוין געזאגט, דו וועסט נאר אנהייבן שטיצן גאן-קאנטראל אז דיין קינד וועט חלילה געשאסן ווערן קאלטבלוטיגערהייט. פאר
יענעם האסטו דאך נישט קיין טראפ סימפאטיע...! והא ראי׳ דו ביסט א שטיצטער פון די גרעסטע אוממענטש וואס איז נאר אמאל געוועהן אין פאוער אין אמעריקע. אז דו קענסט שטיצן אזא נידערטרעטיגע עקעלהאפטיגע בריאה ווי טראמפ וואס האט זיין גאנץ לעבן באגנבט און בעוועהלט יעדעם איינעם וועם ער האט נאר געקענט אז קיין שום פראגע נישטא אויף דיר.
שבת אחים
ווער זענען די נארמאלע ריפובליקאנער? דזשאן מעקעין למשל? ביטע קוקוס אויף די רעקארדס פון די מעסיגע ריפובליקאנער אויף גאן קאנטראל.
זיי האבן גארנישט געטוהן דערוועגן! זעראו!
קיינמאל נישט!
שטותים מיט הבלים! ווען סוואלט געוועהן אמת וואס דו זאגסט וואלטן זיי שויו לאנג עפעס געטוהן דערוועגן.
אט דאס איז היינט געווען אונזער פרעזידענט'ס קשיא אויף די דעמאקראטן.
אויב איז עס באמת די רצון פון רוב מנין ובנין אז ס'זאל זיין גאן קאנטראל, טא וואס האט זיי צוריק געהאלטן פון איינפירן גאן קאנטראל ווען זיי זענען געווען בכח. אלזא זעהט אויס אז ווען די דעמאקראטן שרייען איז עס סתם צו קריטיקירן בערך אזויווי די רעפאבליקאנער סוואמפּ'ס צוגאנג צו העלט קעיר.
ווען זענען זיי געוועהן בכח דאס דורכצופירן?
ווען זיי זענען געווען אין קאנטראל פון די ווייסע הויז באנעזאם מיט קאנגרעס און סענאט.
איין זאך איז זיכער אז די אלע ריפובליקאנער וואס לאכן זיך אויס פון גאן קאנטראל איז נאר ווייל די וואס שיסן זענען געווענטליך ווייסע ראסיסטן-זייער
באזע! וואלטן אבער די אלע שיסערייען פארגעקומען ח״ו דורך ״מוסלימנער״ וואלטן שוין לאנג די אלע "Pro-lifers" געגאנגען מלחמה מיט א האלבע וועלט אמעריקאנע טאנקן און פליגערס וואלטן שוין באמבעדירט אין די מאסן אלע שיטהא״ל לענדער ווי איראק, איראן, תימן, ליביע, אפגאניסטאן. זיי וואלטן געוועהן וויליג צו שפענדן ביליאנען פארדעם. אבער היות די שיסערייען איז דאך ״משלנו״ סאיז דאך ״היימישע-רעדנעקס״ אלזא נעמען די אלע קריסטן איין א שטומעניש...
די רבי דזשאורש קארלין האט געזאגט די קריסטן וואס ווילן אז אמעריקע זאל ווערן דיקטירט דורך די ״עשרות הדברות״ האבן גאנץ ווייניג א פראבלעם מיטן ״לא תרצח״, סאיז נעגאושעבל! סווענט זיך ווער ס׳הארגט און וועמען מ׳הארגט.
ווען א מאמע איז מחליט אז זי וויל נישט איר קינד אין איר בויך זענען זיי אלע פלוצים pro life. אבער אז די קינד ווערט שוין אין א מזלדיגע שעה געבוירן און זיי גייען אין שולע און ווערן קאלטבלוטיג געשאסן דורך א מענטעל קעיס. מיט דעם האבן זיי קיין שום פראבלעם נישט... ס׳געשעט יעדען טאג אין אמעריקע, אבער אין קול ואין עונה. די זעלבע פרא-לייף בול שי״ט אפלייען זיי נישט צו די לעבעדיגע מענטשען. נאר ווען מקען זיך אריינמישן אין יענעמס בויך און טיילן דיעות וויאזוי זיך צופירן מיט א embryo וואס האט קיינמאל נישט באמת געלעבט אויף דער וועלט.
היפקראטן איז צו א שיינע ווארט פאר די פאלשע-אמעריקאנע-קריסטן וואס רופן זיך ריפובליקאנער.
קורקלענדווען זיי זענען געווען אין קאנטראל פון די ווייסע הויז באנעזאם מיט קאנגרעס און סענאט.
ווען ביי קלינטאן צייטן? קען זיי אז זיי האבן נישט געהאט די שטימען דערפאר.
קודם כל. דאס איז קלאר אז אין די דעמאקראטישע סטעיטס איז צעהן מאל שווערער איינצוהאנדלן געווער פון אין די רעכטע שטעט. יא אדער ניין?
חוץ מזה, וואס פארא חילוק וואס איז געוועהן צעהן יאר צוריק? פארוואס מאכט מען נישט
היינט קיין גאן קאנטראל? ווער האלט צוריק אבאמא? הילערי קלינטאן? בערני סענדארס? עליזאבעט ווארען?
די ריפובליקאנער ספעישלי טראמפ האט אזא מנהג יעדער פראבלעם אין אמעריקע צו באשולדיגן אבאמא אדער קלינטאן. זיי זענען דאך נעבעך אייביג אומשולדיג.
קורקלענדווען זיי זענען געווען אין קאנטראל פון די ווייסע הויז באנעזאם מיט קאנגרעס און סענאט.
ווען? געב מיר א דאטום ביטע. און איך וועל אויפקוקן ווער סאיז דאן געזיצן אין קאנגערס און אין סענאט. און צו סאיז אמת.
פונקט א יאר צוריק אין פעב. 2017 האט דיין פרעזידענט טראמפ אראפגענומען א אבאמא-ערא-רעגיולאציע וואס מאכט שווערער דאס איינהאנדלן געווער פאר מענטשען מיט מענטעל-קרענק... יעצט קום מיר נישט זאגן אז די דעמקראטן זענען גאר שולדיג אין דעם.
ווען די מעשה וואלט געוועהן פארקערט וואלט דיין טראמפ נישט אויפגעהערט צו באשמיצן אבאמא פארן אראפנעמען די רעגיואלציע.
דאס איז טיפיקל טראמפס קינדערישע געמויזאכץ, יעדעס מאל מכאפט אים מיט אראפגעצויגנע הויזן פוינט ער די פינגער אויף אבאמא און קלינטאן. און דו נער פאלסט נאך פאר זיינע קינדערישע-רעטאריק?
די דעמקראטן ליגן נישט אין בעט מיט די NRA. זיי זענען נישט קיין גרויסע חסידים פון געווער בכלל. די פראבלעם איז מיט די רעכטע, נישט מיט די לינקע.
די ריפובליקאנער ווילן אז יעדער אין אמעריקע זאלן מעגן האבן וויפל שיסרעס זיי ווילן... און נישט סתם קליינע שיסערס נאר ריזיגע ״אויטמאטישע וואפן״ וואס קען אומברענגן מאסן מענטשען. סאיז ממש אבסורד אין א נארמאלע סאסייעטי אין 2018 אז דאס זאל זיין ליגעאל. און מיט דעם אלעמען וואס אין 2017 איז געוועהן בערך פיר הונדרעט מאסן-שיסערייען אין אמעריקע און בלוט האט זיך געגעאסן ווי וואסער, נעמט טראמפ אראפ רעגיולאציעס פון גאנס? אפילו פאר מענטשען וואס ליידן אויף די נערווען? סירעסלי? און ער בלעמט נאך די דעמקראטן? פלוז!
אין וועלכע לאנד איז ליגעאל צוהאבן אזעלכע גרויסע שרעקדיגע שיסערס?
יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט וואס מיינט ״א גדר״.
חז״ל האבן געמאכט פול מיט גדרים אז מזאל נישט צוקומען צוטוהן א עבירה.
מיין טאטע האט נישט געהאט קיין געיטס אויף זיין הויז אין ווילאמסבורג. היינט האט ער שוין יא געיטס! ווייסט פארוואס? ווייל ווען איך בין געוועהן פיר יאר אלט האבן אפאר כולגאניעס איינגעבראכן אין אונזער דירה און באגנבט אלע זילבערווארג און אלע ווערטפולע-חפצים. איז ער געגאנגען די נעקסטע טאג און באשטעלט געיטס.
זאג נאר ליפא שפארסט צו ביינאכט די טיר פון די הויז?
אויב דיין ענטפער איז יא האב איך א צווייטע קשיא
אז א גנב וויל זיך דוקא איינברעכן אין דיין דירה מיינסט אז ער וועט נישט קענען צום סוף? מיט אלע דיינע שלעסער און געיטס אינאיינעם?