berlbalagulehמיין טייערער ר' קורקלאנד שליט"א: אן מצטט זיין שלא לצורך. וועל איך איבער חזר'ן דעם תמצית פון דיינע ווערטער. אז נישט אלע געגנטער זענען אזוי ציוויליזירט ווי בארא פארק וכדומה. פיין. איך בין נישט אזוי נאאיוו. אבער דו דארפסט פארשטיין אז כדי צו גיין אין געוויסע געגנטן וואס דו האסט אויסגערעכנט, אלס מסוכנ'דיגע, וועט דיר קיין גאן נישט העלפן. ווייל די באנדיטן האבן מער גאנס און זענען מער געלערנט אויף דעם על חרבך תחיה. ביז ווען א ציוויליזירטער מענטש וועט נאר טראכטן פון ארויסנעמען דעם גאן פון זיין האלסטער, וועט דער רויבער שוין האבן אויסגעשאסן עטליכע קוילן. אזוי אז צו האבן דעם גאן איז נישט מער ווי אן איינרעדעניש. אויך. איך האב מיך אין א געוויסע תקופה געדרייט אין נוארק, ניו דזש. אן קיין מורא ופחד. קיינער האט מיך ב"ה נישט געטשעפעט...!
ר׳ בערל דערמאנסט מיך פון א מעשה. סאיז דא א א וויואלע איד אין ב״פ, א מאנסי-וויזניצער חסיד. ער איז שוין יאהרן א דימאנט-סוחר, און ער האלט אסאך קעש אין זיין הויז. ער האט א ליגעאלע קערי-אן גאן לייסענס.
מיט אפאר יאהר פרייטיג צונאכטס ווען ער איז טיעף געשלאפן האבן זעקס טיכטיגע רויבער, דיסקאנעקטעט זיין אלארם און טעלעפאון ליינס. און זיך איינגעבראכן אין זיין הויז אלע זענען געוועהן באוואפאנט מיט אויטמאטישע -גאונס און סקי-מאסקעס.
זיי האבן אים מיט זיין הויזגעזונט אויפגעוועקט מיט די גרעסטע שרעק. און אים געהייסן עפענען זיין סעיף. פארשטייט זיך אז ער האט געפאלגט. דערנאך האבן זיי אים געהייסן עפענען זיין אנדערע באהאלטנע סעיף-זיי האבן פונקטליך געוואוסט ווי עס ליגט. פאר גרויס פרעשיור און שרעק האט ער פארגעסן די נומבער. ער האט זיך געבעטן ביי זיי פאר זיין לעבן. למעשה האבן זיי אים געגעבן אפאר מינוט און ער האט זיך עס דעמאנט.
די איד האט מיר דעמאלטס פארציילט די מעשה. און ער האט מיר געזאגט איך ווייס אז דו האסט א גרויסע-געשעפט ווי סקומט אריין אסאך קעש. (איך בין דאן געוועהן א בעלבאס פון צוויי געשעפעטן ווי עס פלעגט אריינקומען אסאך קעש) האלט גארנישט קיין קעש ביי דיר אינדערהיים. האב איך אים געפרעגט אז איך וועל האבן א גאן וועט עס מיר העלפן? זאגט ער: ״זעסט דאך אז פאר מיר האט עס גארנישט געהאלפן״.
דער איד האט מיר געזאגט אז די געלט וואס ער האט פארלוירן איז א כפרה...! געלט קומט און געלט גייט. אבער די עמאציאנעלע אפעקט וואס האט איבערגעלאזט אויף דעם איד און זיין בני בית. ער האט נעבעך געליטן פון דעם פאר א לאנגע צייט. ער האט פאר חדשים לאנג נאכן אינצידענט יעדע נאכט געציטערט אין זיינע הויזן און געלעבט אין שווערער טראומא, ער מיט זיין בני בית האבן געדארפט נעבעך גיין פאר טעראפי זיך צוהיילן פונדעם.
די זעלבע באנדע גנבים האבן איינגעבראכן אין אפאר אידישע הייזער אין ב״פ פרייטיגס צונאכטס פאר א לאנגע צייט. מהאט זיי קיינמאל נישט געכאפט. זיי זענען געוועהן גאר גאר פראפעשענאול.