☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אמעריקע'ס גאן פעטיש!

אמעריקע'ס גאן פעטיש!

162 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11959
בלאט: 1 2 3 4

רביה''ק זי''ע » מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 4:27 pm

· #416638
"ווען יעדער זאל ווען האבן גאנס וואלטן ווייניגער אומשולדיגע מענטשן אומגעברענגט געווארן דורך גאנס..."

!!!DEBUNKED

רביה''ק זי''ע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 6:58 pm

· #420078

פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 1, 2020 10:17 am

· #450092
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
זייענדיג א שטארקע שטיצער פון גאן קאנטראל אלע יארן, האב איך אנגעהויבן שטארק צווייפלען דערין די לעצטע פאר טעג, זעענדיג אז די באוואפנטע שטאטן איז רואיג און שטיל.........
און די טענה; "ציוואס דארפסטו געווער ווען עס איז דא פאליציי", איז נישט גילטיג מער.......


(איך האלט ווייטער אז שטרענגע רעגולאציעס דארף זיין, אבער איך טראסט שוין נישט קיינעם מיטן איינשטעלן ריכטיגע רעגולאציעס)

החוקר » מאנטאג יוני 1, 2020 11:11 am

· #450098
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
בכלל נישט ריכטיג וואס דו שרייבסט. דו קוקסט אויף איין נקודה וואס האט יא אדער נישט קיין שייכות און פון דעם לייגסטו הנחות.

עס איז פונקט ווי א ליבעראל זאל ברענגן באווייז אז גאן קאנטראל העלפט, פון דעם וואס אין ב"פ וויליאמסבורג און מאנסי/ק"י הערט מען ב"ה כמעט נישט פון קיין גאן געוואלדטאטן.

קורקלענד » מאנטאג יוני 1, 2020 1:49 pm

· #450109
ס'איז פונקט אזוי ווי החוקר וואס ווערט איבערצייגט יעדעס מאל ס'איז דא א שולע שיסעריי..... וואכן ער רעדט זיך באמת איין אז די איינציגסטע און ריכטיגע וועג עס אפצושטעלן איז גאן קאנטראל....

פאליטיקאנט » מאנטאג יוני 1, 2020 2:10 pm

· #450112
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
כ'מיין עטס האטס מיך נישט גוט פארשטאנען.

איך האב נישט געזאגט לכאן און לכאן, איך האב בלויז געזאגט אז כ'האב יעצט איינגעזען נאך א נקודה וואס דארף ווערן גענומען אין באטראכט (איך רעד נישט פון די גאווערנמענטס פערספעקטיוו, איך רעד פאר פשוט'ע בירגער).
דהיינו עד היום האב איך נישט עכט אנגענומען די טענה; "איך דארף עס האבן זיך צו באשיצן", ווייל אז עס וועט זיין שטארקע קאנטראל פון וועם / וואס וועסטו זיך דארפן באשיצן?
אבער יעצט קען איך עס אנהייבן איינזען צו א געוויסע בחינה.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט אין פאראלעל מיט שולע / מאסן שיסערייען.


נאר דאס צוזאמען מיט דעם אז כ'בין באמת מסופק אין די גאווערנמענטס מעגליכקייט אהערצושטעלן א שכל'דיגע פלאן וואס גייט נישט ווערן אויסגענוצט אויף צו ארויפצווינגען אן אידיאלאגיע, מאכט איך זאל איבערטראכטן מיין למעשה'דיגע מיינונג (נישט ווען וועלט וואלט געווען וועלט) אויף דעם סוגיא...

ליב צו וויסן » מאנטאג יוני 1, 2020 3:21 pm

· #450130
פאליטיקאנט
זייענדיג א שטארקע שטיצער פון גאן קאנטראל אלע יארן, האב איך אנגעהויבן שטארק צווייפלען דערין די לעצטע פאר טעג, זעענדיג אז די באוואפנטע שטאטן איז רואיג און שטיל.........
און די טענה; "ציוואס דארפסטו געווער ווען עס איז דא פאליציי", איז נישט גילטיג מער.......


(איך האלט ווייטער אז שטרענגע רעגולאציעס דארף זיין, אבער איך טראסט שוין נישט קיינעם מיטן איינשטעלן ריכטיגע רעגולאציעס)


פאליטיקאנט, Welcome to the club.. זייענדיג פערזענליך א גאן באזיצער קען איך דיר קלאר זאגן אז עטליעסט מיין סיבה פארן עס האבן (...) איז וויבאלד איך טראסט נישט די פאליציי אין מיין געגנט צו קומען גענוג צייטליך אפצוהאלטן פארברעכן, (כאטש וואס די עצם שטיצע פאר וואפנס צווישן די ציווילע באפעלקערונג האט נאך א פשט..)

כלבאשבוע » דאנערשטאג יאנואר 6, 2022 12:59 pm

· #490894
Every mass shooting in the US – a visual database
<a class="postlink" href="https://www.theguardian.com/us-news/ng-interactive/2021/may/27/us-mass-shootings-database">https://www.theguardian.com/us-news/ng- ... s-database</a>

A visualization of mass shootings in the US since 2014. More than once a day on average, there's a shooting in which four people are injured or killed by guns.

החוקר » דינסטאג מאי 24, 2022 8:21 pm

· #500832
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
עס איז קוים געווען א געלעגנהייט אוועקצולייגן די Thoughts & prayers אין שופלאד...

משה'לע קליין » זונטאג יולי 24, 2022 2:28 pm

· #504897
נערישע גאן קאנטראל פאנאטיקער!!
טו עפעס...איז די ווערטער פון אומוויסנדע מענטשן וואס אפילו א ar-15 האבן זיי נאכנישט געזען אוןזיי ווייסן בכלל נישט די גאן געזעצן וואס איז יעצט אין קראפט און וועלכע געזעצן ווילן די דעמאקראטן פאראויס שטופן קיין איינע פון די פארגלייגטע געזעצן וועלן נישט אפהאלטן איינער וואס קימערט זיך נישט מיטן געזעץ נאר שווערער מאכן פארן געזעץ היטנדער בירגער צו באזצן א גאן
צום ביישפיל די ניו יורק'ע געזעץ געבער האבן אוועק גענומען אלע סעלף דעפענס מיטלעל פונעם געזעץ היטנדער בירגער און עם איבערגעלאזט איןן אפציע אן ניו יורק לעגאלע ar-15 אדער אנדערע סעמי אוטומטיק ביקסן! פעפער ספרעי קענסטו נישט קויפן אומשעדליכע פעפער ביקסן אויך נישט א נישט פאטאלע האנט ביקס (22. קאליבער) אויך נישט א ראבער האנט ביקס אויך נישט איז דאס נארמאל??? אין דאס איז נאר לגבי קויפן לגבי האלטן מיט זיך איז א טאטאלער דורכפאל מער באריכות א צווייט מאל אי"ה

משהה פרידמן » זונטאג יולי 24, 2022 5:54 pm

· #504913
Re: אמעריקע'ס גאן פעטיש!
פאליטיקאנט
כ'מיין עטס האטס מיך נישט גוט פארשטאנען.

איך האב נישט געזאגט לכאן און לכאן, איך האב בלויז געזאגט אז כ'האב יעצט איינגעזען נאך א נקודה וואס דארף ווערן גענומען אין באטראכט (איך רעד נישט פון די גאווערנמענטס פערספעקטיוו, איך רעד פאר פשוט'ע בירגער).
דהיינו עד היום האב איך נישט עכט אנגענומען די טענה; "איך דארף עס האבן זיך צו באשיצן", ווייל אז עס וועט זיין שטארקע קאנטראל פון וועם / וואס וועסטו זיך דארפן באשיצן?
אבער יעצט קען איך עס אנהייבן איינזען צו א געוויסע בחינה.

פארשטייט זיך אז דאס איז נישט אין פאראלעל מיט שולע / מאסן שיסערייען.


נאר דאס צוזאמען מיט דעם אז כ'בין באמת מסופק אין די גאווערנמענטס מעגליכקייט אהערצושטעלן א שכל'דיגע פלאן וואס גייט נישט ווערן אויסגענוצט אויף צו ארויפצווינגען אן אידיאלאגיע, מאכט איך זאל איבערטראכטן מיין למעשה'דיגע מיינונג (נישט ווען וועלט וואלט געווען וועלט) אויף דעם סוגיא...
ווי איך זעה עס, איז עס נישט קיין שאלה פון וועלכע געזעצן מ׳דארף אדורך פירן (איך פאל נישט פאר די אלע פעיר מאנגערונג פון די רעפובליקאנע פאליטישענס, און איי דאנט מיינד שטרענגע געזעצן).

וואס יא, איך פיל אז ס׳איז דא א שטארקע פארנאכלעסיקייט פון די עפ. בי. איי. און געזעץ אינפארסירער. סתם פון אינטערשרייבען נאך א געזעץ אז מ׳דארף שטרענגערע בעקראונד טשעקס גייט זיך גארנישט טוישען, ס׳איז נישט קיין magic.

די היילאנד פארק שיסער איז אדורך א בעקראונד טשעק און עס איז געווען רעד פלעגס אויף זיין רעקורד און ער איז געווארן approved פאר א גאן. די סיבה איז ווייל אונז האבן א אינקאמפעטענט גאווערמענט, קיינעם גייט עס באמת נישט אן צו א קרימינאל באקומט א געווער.

איז דער וואס האט אדורך געלאזט זיין בעקראונד טשעק געפלויגען פון אמט??
אדער דער וואס האט איינגעשטעלט די סיסטעם וואס האט געקענט ערלויבען די שיסער צו באקומען געווער געפלויגען?
האט איינער גענומען responsibility??
האט איין מידיע ארגאנעזאציע געמאכט א in depth investigation ווי אזוי אזא לאך אין די סיסטעם האט פאסירט?


נאך הונדרעט געזעצן גייען גארנישט טוישען אזוי לאנג ווי אונזער גאווערמענט/מידיע געט נישט באמת קיין ש*ט צו עכט פיקסען די פראבלעם.

מתבודד » זונטאג יולי 24, 2022 8:32 pm

· #504923
אויב איך מאך נישט קיין טעות וואלט ער אין די ענדע טאקע נישט געמעגט קויפן א גאן, אבער די געזעץ דארט איז אז ווען די קעיס איז פענדינג מעג ער עס יא האבן, און אויב איז די פסק דין א נעגעטיוו דאן דארף ער עס צוריקגעבן, און דא האט ער אינצווישן אריינגעכאפט...
אויף די ספעציפישער געזעץ איז טאקע געהערט געווארן א וויי געשריי. אבער ווי דו זאגסט מיט די פארקרומטע ביוראקראטישע סיסטעם וועט זיך לכא’ נישט צופיל טוישן...
בלאט: 1 2 3 4