☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דשואיש גאט טעלענט

דשואיש גאט טעלענט

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11697

ווייל אזוי » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 12:43 am

· #381807
דשואיש גאט טעלענט
אין די גוישע וועלט לויפט שוין א תקופה פון א שיינע פאר יאר "אמעריקע געט טאלאנט" אויך איז שוין דא "בריטיש געט טעלאנט" ווי מענטשן מיט טאלאנט אדער זיי מיינען אז זיי פארמאגן שפילן אויס זייער טאלאנט און עטליכע ריכטער וועלן אויס א געווינער, @בעל מדות האט דא זייער שיין באשריבן אלעס ארום דעם.

פאריאר און אפשר נאך פארדעם האבן עטליכע אידן אויך אויספרובירט זייער טאלאנט אבער נישט פון דעם רעד איך.

פון וואס רעד איך? איז אזוי:
אנפאנג יאר האט וועלוול פעלדמאן געמאלדן אויף קול מבשר אומשולדיג'עהייט אז ער, משה קרויס, און נפתלי משה שניצלער לאונטשען א כשרונות פראיעקט ווי מ'וועט קענען אריינשיקן ניגונים ווי ס'איז אויך געווען שיין באשריבן אין די כשרונות אשכול, נאכדעם האבן זיי צוגעלייגט נאך פיהר וואכן פאר גראמען כשרונות, וואס ביידע זענען געווען גאר סוקסעספול.

און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז אזויפיל היימישע מענטשן האבן טאלאנט פון זינגען און גראמען און זיי האבן נישט געהאט ביז יעצט וואו עס אויסצוגעבן.

נאך די סוקסעספולע נגינים כשרונות פראיעקט האט וועלוול פעלדמאן געמאלדן אין א אינטערוויא אויף קול'מע אינטערוויא #1626 אז כשרונות גרייט צו עפענען א אידישע גאט טעלאנט ווי מ'וועט קענען ארויסגעבן אלע מינע טאלאנטן נישט נאר נגינה, אויף דערווייל פאנגט מען אן אויף קול מבשר און מ'וועט נאר קענען אריינשיקן טאלאנט מיטן מויל און ס'איז אויפן פלאן צו אנפאנגען מיט מאלן, טאנצן, קונצן און וואס נישט.

יעצט בלייבט איבער צו זעהן וויאזוי ס'וועט זיך אויסארבייטן

היכי דמי » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 9:36 am

· #381824
איר מיינט לכאורה הרב וועלוועל שמעלצער, נישט פעלדמאן.

נעגעל וואסער » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 11:17 am

· #381829
Re: דשואיש גאט טעלענט
לידיעה בעלמא, בריטיש גאט טעלענט איז געווען דאס ערשטע, נתייסד ע"י שמעון קאוועל, ומשם נתפשטה הספחת לרחבי העולם.
די אידיש גאט טעלענט גייט אבער נישט זיין אינטערעסאנט ווייל ס'גייט נאר זיין זכרים. און ס'גייט זיך נישט אויסארבעטען ווייל ווידאו איז דאך אסור.
אגב, ליגט מיר אין קאפ אז כ'האב שוין געזעהן אמאל א אידישע ווערסיע ווי אידעלעך ווייזן זייערע טאלאנטן. כ'מיין ס'געווען דזשאגעלערס מיט עפעס זינגערס וזהו.

ווייל אזוי » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 2:34 pm

· #381856
היכי דמי
איר מיינט לכאורה הרב וועלוועל שמעלצער, נישט פעלדמאן.


יא יא ס'געווען א טעות.
איך בין נישט אזוי גוט אין נעמען (ביי טויבער אין שקר-ליין האב איך אויך געמאכט א טעות) די עיקר איז אז מ'פארשטייט די ארטיקל.