גרויס איז געווען די שמחה און ערווארטונג ביי הונדעטער און אפשר טויזנטער אידן אוהבי נגינה איבער די וועלט ביים הערן איבער דעם נייעם כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר.
וועלווי מיט נפתלי משה מיט מושי קרויס האב אין אן איינגענעמער היימישער שמועס געמאלדן איבער דעם פראיעקט. זיי האבן געמוטיגט דעם עולם צו שיקן ניגונים. עס האט זיך געדאכט פאר די שטילע מוזיק שעפער אז ענדליך וועט יעדער האבן א פלאטפארמע, און א סוף צו די דיסקרימנאציע.
דער אמת איז אז זייער גאנצער איינגענעמער מעלדונג האט זיך עפעס נישט געקלעפט. בו בעת וואס מען האט פארשפראכן יעדנס ניגון צו ארויף לייגן האט מען גערעדט פון א סעלעקציע. מענטשן האבן אויסגעניצט די געלעגנהייט, איך האב מיר גערעכנט אויף פיפצן הונדערט ניגונים, אבער 500 איז אויכעט א גאר גרויסער צאל.
נפתלי משה דערציילט אינעם אינטערוויו אז ער איז שטענדיג געווען גרייט צו הערן ניגונים פון מענטשן, במיוחד די לעצטע צוויי יאר. איך בין אבער פערזענליך עדות אז נישט. איך האב אים פאריאר געשיקט א ניגון, ער האט געענטפערט אז ער טשארדזשט 65 דאלער צו הערן א ניגון.
מיר זעהט עס אויס אז די גאנצע זאך דא איז א מארקעטינג סטראטעגיע פון נפתלי משה ודעימיה, זוכענדיג סיי פרישערע קאמפאזירער וואס וועלן עווענטואל ברענגן מער ביזנעס סיי מצד וואס די זינגער וועלן נעמען פון זיי סיי ווייל זיי זעלבסט וועלן האבן א רייץ צו מאכן זייערע סחורה אין סטודיו.
מיר זעהט עס אויס אז די גאנצע זאך דא איז א מארקעטינג סטראטעגיע פון נפתלי משה ודעימיה, זוכענדיג סיי פרישערע קאמפאזירער וואס וועלן עווענטואל ברענגן מער ביזנעס סיי מצד וואס די זינגער וועלן נעמען פון זיי סיי ווייל זיי זעלבסט וועלן האבן א רייץ צו מאכן זייערע סחורה אין סטודיו.
יא, און די געדאנק אליין קוקט אויס נאכגעמאכט פון ליפא:
נפתלי משה דערציילט אינעם אינטערוויו אז ער איז שטענדיג געווען גרייט צו הערן ניגונים פון מענטשן, במיוחד די לעצטע צוויי יאר. איך בין אבער פערזענליך עדות אז נישט. איך האב אים פאריאר געשיקט א ניגון, ער האט געענטפערט אז ער טשארדזשט 65 דאלער צו הערן א ניגון.
איך פארשטיי מיך נישט מיט אזעלעכע דריי קעפ.
ער איז ווערט אדער אפשר גאר נישט ווערט אן אשכול פאר זיך...
אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו. דער מאמר חז"ל איז שוין אביוזד און קלישעי, סא פליז זאג עס איבער און יודיש. מען קען נישט פארשטיין יענעם ביז די וועסט נישט אנקומען צו זיין פלאץ.
בנוגע כבוד הבריות, אפשר ביסטו גרייט אויסצוהערן 250 ניגונים וואס איך האב געמאכט? אויכעט ביטע קאמענטירן אויף יעדן ניגון כאטש צוויי סענטענסעס?
איך בין נעגאטיוו, איך גלויב אין ארונטער רייסן מיט נעגאטיוויטי וועמען איך פיל אז עס קומט אים. וועמען עס געפעלט נישט זאל זיך אפטראגן פון דעם אשכול און בכלל נישט שטיין אין ווארט מיט מיר.
און צו די וואס קייען נאכאמאל איבער אז שניצלער איז נישט מחויב צו הערן יעדן'ס ניגון, זאל מוחל זיין איבערליינען מיין פאוסט מויט תשימת לב, אנדערש איז יעדעס ווארט דא איבעריג.
חכם איינער, ווען איך בין קונה שביתה, וואלטן די אלע טראלס און נאן סענס נישט געהאט קיין מקום דא. אין הכי נמי, ווילאנג די מנהלים לאזן דיר, קענסטו פירקלען וויפיל דו ווילסט. אז דו ווילסט זיין א חיה און פארדרייען און פירקלען אן אשכול וואס עמיצער האט געעפנט, קען איך טאקע גארנישט טון, אויסער זיך מעלדן צו די מנהל אדער צוריק דערלאנגען מיט שפיזיגע נאן סענס.
קען זיין אז איך האב מיר טועה געווען. קען טאקע זיין אז זיי האבן געמיינט צו זאגן אז יעדער וועט האבן א געלעגנהייט אז זיין ניגון זאל אויסגעהערט ווערן דורך די וואס זיצן איבערן מוזיק פרדוקציע שיסל און לאו דוקא די קול מבשר צוהערער.
וועגן בסוכות תשבו. איך האלט אז עס איז א דורך ברוך פון א ניגון. עס איז טאקע דער ציל ברעט פון ליצנות, אבער דאס איז דער חסל סידור פסח/כי לה'/ טוב לי וכו' פון סוכות. סוכות האט נאך נישט געהאט א לייכטער זינגבארער ניגון, און יעצט איז דא. וואס די וערטער ברענגען ארויס? אז עס איז סוכות אויף דער וועלט! איך שמעק די סוכות ברעטער, איך זעה מיך דאס זינגען מיט די קינדער.
וויפיל ניגונים אויף אלבום האבן עכטע חידושים אין תנועות אדער טענער? און אז יא, האט עס דאך נישט קיין טעם.
ביי מיר האבן אלע לעצטיגע טעיפס די זעלבע פלעיווער, נישט משנה וואס דער ניגון איז. א חידוש וואס איך און רוב עולם וויל איז "פרישקייט" - התחדשות, א חוט של חסד אדער פייערל.
התקבצו פון גרין איז בערך מונה'ס פאפולערער אינטראו אויף אם יהיה נדחך פון מב"ד. דער פרישקייט און ווערטער צופאס גיבט עס דעם חידוש'דיגן דערהער. פינקי וועבערס כמעט אלע ניגונים זענען ארום געשפילט מיט זיינע זעלבע פאר מיינער תנועות, די פרישקייט איז דאס וואס מאכט עס.
נודה לשמך, לך אכול, וכהנה, די פרישקייט איז דער חידוש. דער אינטראו פון כי תעבור איז אויך נאר די פרישקייט און נישט די תנועה.
און אז א ניגון איז שוין יא א חידוש אזויווי אורות, איז עס נאר אויפגעכאפט פאר די זעלבע סיבה פארוואס אלע אנדערע זאכן פון מאיר אדלער זענען אויפגעכאפט, נעמליך זיין פרישקייט.
אפילו מיין אזוי באליבטער ניגון מאי דהוי הוה פון משולם גרינברגר (טויסיג) וואס קוקט אויס נישט אויסגעניצטע תנועות, איז אויכעט געבויט אויף די ליניע פון ויבטחו בך פון בן ציון שענקר.
מונה מיט זיין פרישקייט וועט א כמעט פערטיגער פאל פון משה גאלדמאן (הן אתה תקותי) מאכן פילן ווי ניי ביים אינטראו אויפן אליך נשאתי פון מנחם אלבום.
ח-י-י-ב א-ד-ם ל-ב-ס-ו-מ-י ------- כללישראל יונייטעד, התעוררות מתוך שמחה......
#בסוכותתשבו
😂
אינטערעסאנט אז די הויעכע פאל פון בסוכות איז אקוראט די זעלבע ווי די הויעכע פאל פון חייב איניש, אשר נתחבר ע"י יוסל טאבאק מפלעטבוש וואס מעו זינגט דארטן א גאנץ פורים.
שוין דא א געווינער. מטעם די מבינים איז עס כאיל תערוג (#1) פון איינעם איינהארן פון ברוקלין, און מטעם דעם עמך איז עס דער א טרערעלע (#2) פון איינעם רובינשטיין אין מאנטריאל.
די דעת הקהל און דעת המבינים כלפי דעם צווייטן ניגון איז גאנץ נאנט געווען. א שאד נאר אז עס ווערן נישט אנאנסירט די געווינערס אין ראנג, אזוי וואלטן מיר געוויסט ווער עס איז אריין געקומען דער צווייטער א.א.וו. בכל אופן עס איז א סברא צו זאגן אז לא במקרה זענען די צוויי ערשטע אריין געקומען די שטערקסטע, זיי ביידע זענען שטייט און אומעטיג, ביידע זענען גוט אראפ געלייגט, און בעיקר, ביידע זענען פון אנהייב. זאל מען זאגן אז די מבינים טראץ זייער סענס אף קריטיג מאכן למעשה ענדליכע החלטות צום קהל? ווער ווייסט. פאקטיש האבן זיי ביי די ערשטע צוויי געטיילט ברייטערע מוצות פון ביי די שפעטעריגע.
און יעצט כלפי די מבינים און זייער קריטיג אויף די ניגונים. זיי רעדן זייער מביניש, סיי פריד (נשמה'דיגע מבינות) און סיי וואלדנער (דער וואלדנער פארמאגט א קלאסישקייט חבל על הזמן), און מאיר אדלער מיט א שפראך זיך אונטערצוהאלטן. עס באדערט מיר נאר אז אלע האבן זיי בערך איין מיינונג. און וואלט ערווארטעט מער חילוקי דעות.
איך פערזענליך דינג זיך מיט זיי אויף עטליכע ניגונים. בכלליות האלט איך אז א ניגון מעג פארמאגן א פארלוירנקייט און פארבלאדזעטקייט, און אדרבה, דארטן שטעקט א ספעצעלער שיינקייט און ארט. דער צווייטער פאל פון א טרערעלע האבן זיי גע'פסל'ט און איז אבער ביי מיר די בעסטער, דארט כאפ איך א הייב. ביום צרה איז אויך דער צווייטער פאל וואס מאכט די זאך ביי מיר, הצד השוה, די פארלוירנקייט. איך ווייס דאס אז א גוטער ניגון דארף קיצלען דעם געזאנג ביין, אבער אמאל איז א לייכטער שטילער אנועזנהייט ארום דעם בין בעסער ווי א דירעקטער קיצל.