'עוף בראקל' שערוריא
234 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11695
'עוף בראקל' שערוריא
ס'טוט זיך א שערוריא ארום א נייע עוף "עוף בראקל" צו ס'כשר
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/open?id=0B3iOWse8FnsGMUlYQ0tULUpiMlk">https://drive.google.com/open?id=0B3iOW ... 0tULUpiMlk</a>
פרטים ארום די עוף
<a class="postlink" href="http://www.aviculture-europe.nl/nummers/11E04A05.pdf">http://www.aviculture-europe.nl/nummers/11E04A05.pdf</a>
<a class="postlink" href="http://www.brakelhoen.eu/english.htm">http://www.brakelhoen.eu/english.htm</a>
הגר"מ שטערנבוך אסר'ט עס
אנדערע זענען מתיר📎 בד%27%27צ ב%27%27ב.jpg
למעשה קוקט אויס ווי עס איז צוטיילט די אהרונים מיט די זאלוינים, אזוי ווי אלעס די לעצטע צען יאר.
ס'המשך פון דער טרייפענע בארקלי סנטר
איסר האטלקילמעשה קוקט אויס ווי עס איז צוטיילט די אהרונים מיט די זאלוינים, אזוי ווי אלעס די לעצטע צען יאר.
אין די וועלט איז דא שווערע טויזענטער וואס האבן נישט מיט די און נישט מיט די
עס הערשט א גרויסע חילוקי דעות צו מען זאל אוועקגיין פינעם אלטן עוף צום נייעם
@ליטוואק פון בודאפעסט וואס טוט זיך אין לעיקוואד איבערן עוף? די חזון איש מענטשן זענען דארט אסאך ?
אני הגבר. אונז גיימיר דזעלבע בעקישע און פיאות

איך האב כמעט נישט געהערט רעדענדיג דערפון. נאר יענער וואך האב איך באגעגענט איינער א חבר הנהלה פון דער עדה חרדית, און ער האט געדרשנ'ט דערוועגען. איך ווייס נאך אלס נישט וואס טוט זיך. דער עמי מאגאזין דארף האבען אן ארטיקל דערוועגען, דארף מען ווארטען אויף שבת נאכ'ן טשאלענט.
האט זיך ארויסגעשטעלט איינמאל פאר אלעמאל אז והיא לא תצלח. די אכשיר דרא מהלך פון די לעצטע יארן אז כלל ישראל איז פארפארן און עטליכע סיקריקן וועלן ארויפצווינגען זייערע פרומקייטן אויף די רבנים און כלל ישראל, האט געוויזן איר אמת'ן פרצוף. כדי צו באשולדיגן גאנץ כלל ישראל אין עסן עופות טמאים און זיי גייען דא ארויפצווינגען א ניי מין פויגל אויף יעדן וואס זיי וועלן קאנטראלירן און פארשטייט זיך רייך ווערן מיט די גאנצט מאכט ארום, האבן זיי גאר אומפארטירט א בראקל אן א מסורה וואס מען האט עס שוין הינדערט יאר נישט געזען. אזא רב ווי רב לאנדא זאגט עס אזי אן עוף טמא א קליין חזיר'ל בלשונו. רב פאלאטשעק און אלע רבנים נישט אינטערן סיקריקיש פליגל זאגן דאס טויג נישט.
היינו טעמא דבראקל, כלל ישראל עסט נישט קיין טריפות מען דארף נישט אייערע תיקונים/מכשולות, היינו טעמא דטעכנאלאגיע כלל ישראל איז נישט קיין משומדים, מען דארף נישט ענקערע אכשיר דרא מכשולות. נצח ישראל לא ישקר, די וואס ווילן זיך עקשנען כלל ישראל עסט טריפות, גייט קיין גוואטאמאלא, דארט איז די זאך מסודר, עסט לב טהור גאנזן און לאזט כלל ישראל במנוחה.
לכאורה האט מען געלייגט די פלעסטיק כדי די טשיקען זאל נישט מאכען די אייגענע שערוריה דארט. פארוואס לייגט מען עס נישט יעדעס מאל מענטשען קומען דארט אן, טאמער אפשר וועלען זיי מאכען דארט א שערוריה?
[ציטאט אראפגענומען]
מסתבר אז כדי צו פארמיידן די סיקריקן פון פארכאפן די קאנטראל אויף שחיטה אין די גאנצע וועלט איז נישטא קיין ברירה נאר צו מאכן דעם בארקל טמא ווי זיי ווילן מיט אלעס אנדערש. מיט די שמידל מיט ווייסעך וועלכע נאך סיקריקין דא איז נישטא קיין פשרות.
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
הייסט׳ס ווייל זיי גייען בדרך השקר, מעגען מיר אויך. ווייל זיי זענען סקריקין, מעגען מיר אויך.
און אזוי גליטשט מען ווייטער און ווייטער.
ביזדערווייל זענען ביידע מותר, עד שיתברר כדרכו של הלכה, נישט פאטשקעווילען וכדו׳
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די יתד בלאט האט אריינגעשטעלט די מיינונג נגד הרב לאנדא, די אנשי חזו"א זענען שטארק פאר די נייע עוף
און הרב לנדא איז מוראדיג שטארק דערקעגן.
ליטוואק פון בודאפעסטהייסט׳ס ווייל זיי גייען בדרך השקר, מעגען מיר אויך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הרב וואזנער ווען ער האט געטון פעולות און געפאדערט משקיע זיין מיליאנען אין ברענגן א לעזונג, האט חלילה זיך באניצט מיט דרך ש.. ? הרב ווייס, רבי לייבוש, און נאך האבן חלילה באניצט די דרך הש... פארן לעזונג
חס מלהזכיר.
וויזו גייט צוזאם דאס אסרן טעכנולוגי. און עס אויך מחייב זיין. לדוג' טשעקן סת"ם דורך קאמפיוטער. ווי איז דער אמת
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
איך האב געליינט דער עמי מעגעזין איבער שבת וןאס שמועסט ארום דער ענין.
ס׳זעט אויס אז מ׳האט עפעס געוואלט ׳מחמיר׳ זיין אויף עופות, פאר אן אומפארשטענדליכע טעם, און דאס האט אנגעהויבען דער פראבלעם. דער איסור איז נאך קיינמאל נישט עכט באשטעטיגט ביי קיין שום פוסק, אבער א בשעת הדחק יש להחמיר האט מען שוין געטראפען אין שבט הלוי ח"י. דער חת"ס (יו"ד ע"ד) רעדט פון עפעס אנדערש, ומתוך דבריו דארף דא בלייבען מותר, עי׳ שו"ת מהר"ם שיק יו"ד ק׳. און אזוי איז עס מסברא, אז מ׳רעדט פון א ספק צו חיישינן לזרע האב, מיט נאך א ספק פון דאס אז דער ׳עוף טמא׳ איז נישט קיין עוף טמא, נאר אן א מסורת, וואס איז אויך נישט מער ווי א ספק. דער לשון החת"ס איז באמת זייער שווער, ווי ער פיהרט נישט עכט אויס זיין מיינטנג, אבער דער מהר"ם שיק, אין זיין תשובה צום כת"ס, האלט זיכער להיתר.
נאר, דער שבט הלוי קומט מיט א נייעס אז דער ציבור פיהרט מען נישט מיט קיין בדיעבד׳ס. א מין פארקערטע סברא! מיט׳ן ציבור דארף מען ערשט זוכען מיקל צו זיין. ובפרט, ווער זאגט אז ס"ס איז בדיעבד?
דערנאך האט א נגיד אחד אויסגעצאלט אז מ׳זאל גייען זוכען א ריינע עוף, פון איידער מ׳האט אנגעהויבען אויסמישען זרע, און מ׳האט געטראפען אין בעלגיע א צודרייטע גויישע פויער, וואס האט אנגעהאלטען א ריינע מסורה אויף אן עוף. דער עוף קאסט פיהר מאל אזוי פיהל, און ס׳האט א מיאוס׳ער טעם. ווי אויך זענען געוויסע רבנים מערער אויף די מסורה זעלבסט פון דער עוף. דעריבער האט דער נגיד צוריק געצויגען פון זיין הבטחה, און הבערה ללהב יצאת.
מ׳זעט א בחינה פון גדולים צדיקים במיתתם וכו׳, ווי דער צדיק פון גואטאמעלא האט געפועל׳ט פון הימל אז זיין עניינים זאלען ווערען אנגענומען ביים ציבור.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
diffאני הגבר. אונז גיימיר דזעלבע בעקישע און פיאות

די לץ ברענגט נאך דיין ווערטעל אבער זיין בילד אנטפלעקט מער. די בראקל אויפן טיש ביי רבי יחזקאל האט געלע פיסלעך. איז דאך עס נישט די בראקל. וואסארא ליצנות. <a class="postlink" href="https://twitter.com/hasidic1/status/898538615797682176">https://twitter.com/hasidic1/status/898538615797682176</a>
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב געליינט דער עמי מעגעזין איבער שבת וןאס שמועסט ארום דער ענין.
מ׳זעט א בחינה פון גדולים צדיקים במיתתם וכו׳, ווי דער צדיק פון גואטאמעלא האט געפועל׳ט פון הימל אז זיין עניינים זאלען ווערען אנגענומען ביים ציבור.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך האב פארשטאנען דעם נושא אביסל אנדערש, הרב וואזנער האט יא גערעדט לאיסור פון אונזער פלייש, [מפי השמועה האט ער געוואלט שרייבן שארפער און עדה החרדית האט נישט געלאזט מוציא לעז זיין ווילאנג עס איז נישטא קיין לעזונג, מען קען דאס דערקענען אויף די קאלטע און שוואכע מכתבי המלצות וואס די חברי הבד"ץ פון עדה האבן געשריבן עטליכע יאר צוריק צום בראקל.]
אגב, זיין לימוד זכות פארוואס מען קען עס נישט אינגאנצן אסר'ן אין זיין תשובה שרייבט ער ווייל מען מישט נישט קיין נקיבות בלויז די זכרים, זינט דאן האבן זיך די מציאות געטוישט און היינט מישט מען שוין אלעס...
אגב, מען זאגט אז דער טעם איז בעסער, דיקערע פלייש, און דאס גופא איז די סיבה פארוואס זיי לאזן דאס נישט מישן, זיי ווילן נישט עס זאל פארלירן דעם גוטן טעם. עס איז זיי ענדערש ווייניגער פלייש ווי שוואכע סחורה. קרעדיט: מאמענט.
פין וואס איך האב געליינט, זענען די עופות וואס מען ניצט היינט צו עסען שטארק שאלה'דיג, נישט נאר וועגן מסורה נאר עס איז א געמישטע עוף און מען ווייסט אפילו נישט פין וואס. די וואס מאכן דער טשיקען געבן נישט ארויס די סודות, און אפילו אויב מען זאל זאגען עס איז די זעלבע פין צוואנציג יאר צוריק איז עס פין א מין "קארניש" וואס קומט פון עופות וואס זענען געניצט פאר פייטס וואס קען הייסען א דורס.
דער רבי זי"ע פלעגט נישט עסען די עופות וואס אונז עסען היינט.
רב וואזנער האט מתיר געוועהן בדיעבד צו ניצען כל זמן די מאמע עוף איז פין מסורה, און היינט איז די מציאות אז די מאמע איז אויך נישט א מסורה עוף. זיי פלעגען ניצען די בארעד ראק פאר די מאמע.
לעומת זה די לעגהארן עוף פאר אייער איז די בעסטע עוף לגבי כשרות, עס איז בכלל נישט געמישט.
די בראקל עוף איז דא פארשידענע וואס געבען אהן עדות אז אינדערהיים האט מען דאס געניצט.
די היינטיגע עופות קענען נישט לעבען צוועלעף חדשים אויב מען לאזט זיי עסען.
ועוד כמה וכמה פראבלעמען.
צו דער בראקעל איז דער ענטפער אדער נישט דארף דער ענין א שטארקע תיקון.
אישתישבי
די בראקל עוף איז דא פארשידענע וואס געבען אהן עדות אז אינדערהיים האט מען דאס געניצט.
.
נישט ממש, נאר ענליך צו דעם.
והא גופא המחלוקות אם דומה לאותם שהשתמשו בהם אם לא. ואם אכן דומים הם להדדי הרי לנו מסורת שלימה להשתמש בהם, ואם לאו אין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד - ווי א האן אין בני אדם, ביים שלאגן כפרות...
ליטוואק פון בודאפעסט
נאר, דער שבט הלוי קומט מיט א נייעס אז דער ציבור פיהרט מען נישט מיט קיין בדיעבד׳ס. א מין פארקערטע סברא! מיט׳ן ציבור דארף מען ערשט זוכען מיקל צו זיין. ובפרט, ווער זאגט אז ס"ס איז בדיעבד?
והדברים עתיקין...
איסר האטלקיאישתישבי
די בראקל עוף איז דא פארשידענע וואס געבען אהן עדות אז אינדערהיים האט מען דאס געניצט.
.
נישט ממש, נאר ענליך צו דעם.
והא גופא המחלוקות אם דומה לאותם שהשתמשו בהם אם לא. ואם אכן דומים הם להדדי הרי לנו מסורת שלימה להשתמש בהם, ואם לאו אין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד - ווי א האן אין בני אדם, ביים שלאגן כפרות...
ואולי אפשר להשתמש בהם בשעת הדחק במקום שאין איש לפנות הבוקר כקרות הגבר בעת שבני אדם עדיין יושבי חושך בשעה שנותן לשכוי בינה להבחין בין יום ובין לילה.
דזעלבע מחלוקת אידא אויף א נייע זן וואס מרופט חרדים. צו זיי האבן א מסרת
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
איינער קען מיר זאגען וואס הייסט מישען? וואס מיינט עס? אז דער טאטע איז דאס און דער מאמע יענס? דאס אסר׳ט דאך נישט, ווייל ס׳איז א ס"ס וכנ"ל. וואס דען מיינט עס? מ׳רעדט און רעדט און רעדט, און מ׳האט נאך נישט מסביר געווען. איך האב שוין געליינט אכט פעידזשעס אין אוצה"ח, ואין פשר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק, דארפסט נישט פארשטיין, קיינער דארף נישט פארשטיין, די רבנים אודאי און אודאי נישט, די עיקר איז אז דער בוכ"ע פארלאזט אונז נישט און שיקט צו עפעס א שערוריא א יעדע פאר חדשים להנות בהן בני אדם.
גראדע, האט מען שוין א שטיק צייט נישט געהאט עפעס א זאכליכע שערורייה וואס מען קען גוט פליישיג ווערען דערפון. ב"ה.
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
איבער דאס וואס דער נירעבאטער רב האט געזאגט ביי זיין שיעור.
ער האט זייער שיין צונימען די שאלה מעומקו של הלכה, ער האט אנגעהויבן מיט די סימני עופות טהורים, און ווי די רמ''א פסקענט אז נאר עופות מיט א מסורה מעג מען עסן אפילו אנדערע האבן די כשר'ה סימני טהרה, אויב האט עס נישט מסורה טאר מען עס נישט עסן.
ער האט אויסגעשמיעסט די סיבה וואס די וועד לסימני טהרה וואס איז פארמירט געווארן אין ארץ ישראל האבן געוואלט מחדש זיין און דאס איז געווען מחמת א שאלה וואס האט זיך געמאכט נאך ווען הרב וואזנער איז געווען.
די פאקט איז ווי פאלגענד, און די לעגהארן טשיקענס וואס ווערן ברידעד איז פארהאן סודות און א שאלה איז פארהאן אז זיי מישן אריין אזעלכע טשיקן'ס וואס האבן נישט די מסורה, און דעריבער ווען עס פארמישן זיך אזעלכע און געבוירן די אינגע טשיקן'ס זענען לכאורה אינטער פראגע צייכן אויב זיי פארמאגן די מסורה.
האבן זיך געגרינדעט אין אר''י די ארגאן וואס גייען האבן אזא האן וואס וועט זיין געבוירן נאר דורך די מסורה אן אריין מישן קיין הינער אן קיין מסורה, און האבן געפינען די בראקל טשיקן פין בעלגיע, און זייערע גענע'ס זענען לויטער.
איז כדי צי זען אויב דער בעלגישער האן איז זעלבסט א מסורה'דיגער האן האבן דיינים פין אר''י ישראל גובע עדות געווען אז עלטערע שוחטים האבן געשחט'ן אזעלכע הינער, און דעריבער זענען זיי אינטערן מסורה.
האט דער באטער רב געזאגט אז ער האט געריפן איינע פין די שוחטים וואס פלעגען שחטן אזעלכע בראקל הינער און געפרעגט זאגט נאר פאוואס האט איר טאקע דאן געשחטן אזעלכע הינער, האט דער שוחט געזאגט אז עס איז דאן געווען איינגעפירט אז די קיבוץ איינוואוינער האבן געהאדעוועט די הינער און ווען איינער האט זיך גענויטיגט פלייש האט געברענגט זיין האן צים שוחט און דער שוחט האט עס געשחטן, און דעריבער זאגט דער באטער אז מען קען נישט בויען א מסורה וואס באשטייט וואס א שוחט זעלבסט האט געטון.
די פאקט אז יעדע שוחט היינטיגע צייטן שעכט צען הינער פער מיניט, דאס איז א חשבון פון 5 שעה א וואך פיפציג וואכן א יאר איז א ציפער פון שישים רבוא ביז א מיליאן הינער א יאר פער שוחט, און היינט שעכט מען אין אמעריקע כמעט א מיליאן הינער פער וואך, זאגט דאס אז ווען א שוחט נעמט א האנט א האן ווייסט ער אויב די האן איז דער זעלביגער האן וואס ער האט שוין געשחט'ן און זיין פארגאנגענהייט, און ווען דער רב האט געפרעגט געוויסע עלטערע שוחטים וואס דער רב האט געזאגט א נאמען - אויפן בארקעל האן, האבן זיי געזאגט אז דער האן איז א אנדערע סארט האן, ווי צים ביישפיל זיי האבן בייגעוואוינט ווי א האט פליט, וואס א לעגהארן האן פליעט נישט, און אויך אז די הינער וואס מען שעכט דא היינט איז דער זעלבער האן וואס מען שעכט דא אלע יארן אין אמעריקע.
מה שנוגע די פאקט אז די הינער וואס מיר עסן יא, ווייל דאס האט א מסורה מדור דור, אפילו עס איז גענעטיש פארענדערט ווייל דער פאקט אז די היינטיגע הינער זענען געניג גרויס לשחיטה ביז דרייסיג טאג, ווען אמאל האט עס גענימען 90 טאג, איז למעשה דאס נישט קיין נייע סארט האן, און פארלירט נישט די מסורה, ווייל דער האן איז דער זעלבער נאר מיט קליינע ענדערינגען און שנעלקייט און מער פלייש ביי געוויסע ערטער, און אזוי פסקעט דער דברי חיים, און ווי דער רב האט נאכגעזאגט אז דאס איז א אלטע שאלה מיט נייע אינגעלייט.
אלזא מה שנוגע די אלטע הינער איז קיין שום שאלה נישט און מען מעג עס עסן, און אויב דארף מען חושש זיין ווען מען הייבט אויף א פעקל טשיקן צו עס איז די בארקל טשיקן, זאגט דער רב שליט''א אז היות די היגע בעלי מכשירים זענען נישט מסכים אז עס האט די מסורה, און אויך וועט מען ברויכן קודם טוישן אלע מאשינען וואס מען ניצט היינט איידער מען קען שעכטען די בארקל, על כן האט ער אויסגעפירט יאכלו ענבים וישבעו, מען ברויך נישט חושש זיין.
מלך אלוקים על גוים

איך האב געליינט די ארטיקל אין די מאמענט עס זעהט אויס א אינטערסאנטע שאלה מיט שטארקע צדדים צו ביידע זייטן הגם נאכן הערן ביידע זייטן בין איך מער נוטה צום צד האוסרים איז אבער דא שטארקע טענות מצד המתורים.
וואס איך פארשטיי נישט איז וויאזוי די צד המתורים האבן געוואלט אריין ריקן דעם עוף שטילערהייט אן דערציילן אלע פוסקים אין כלל ישראל, ווען מ'קיקט אריין אין די תשובה ספרים זעהט מען ווי עס האט זיך איבערגעדרייט וועלטן ווען מ'האט אריינגעברענגט א נייע עוף אין דא האבן זיי געוואלט מאכן א שווייג?
איסר האטלקיאישתישבי
די בראקל עוף איז דא פארשידענע וואס געבען אהן עדות אז אינדערהיים האט מען דאס געניצט.
.
נישט ממש, נאר ענליך צו דעם.
והא גופא המחלוקות אם דומה לאותם שהשתמשו בהם אם לא. ואם אכן דומים הם להדדי הרי לנו מסורת שלימה להשתמש בהם, ואם לאו אין לנו רשות להשתמש בהם אלא לראותם בלבד - ווי א האן אין בני אדם, ביים שלאגן כפרות...
דא איז דא א וויכטיגע נקודה, דער מין תרנגול, טשיקען, האט א מסורה, דער בראקעל איז א מין טשיקען, און ממילא איז דא א מסורה, די שינויים מוזען זיין אזוי שטארק אז מען זאל עס נישט קענען אריין לייגען אין די מסורה פין דער געווענליכע טשיקען. ממילא ווען עס איז דא עדות אז די שינויים וואס דער בראקעל פארמאגט זענען געוועהן אויף די אמאליגע טשיקענס, איז אפילו אויב דער בראקעל איז נישט דער עוף וואס איז געווען אמאהל, נאר דער תרנגול האט פארמאגט די שינויים, זענען די שינויים נישט גענוג שטארק עס ארויס צו שלעפן פין דער געווענליכע תרנגול מסורה. משא"כ אונזערע עופות היינט, וואס הגם עס האט נישט קיין שינויים, אבער מען ווייסט אז עס איז געמישט (דורך זכר ונקיבה, אין ארץ־ישׂראל איז לעגאל צו מישען דורך ד.נ.א. איז א אנדערע שאלה) מיט מינים וואס זענען נישט נאר מיט שינויים נאר באמת אנדערע מינים וואס איז שאלה דאורייתא, איז לכאורה ערגער פין בראקעל.
עם כל זה, איז לדעתי דער בראקעל נישט דער ישועה, ווייל א תיקון מיינט א זאך וואס איז זיכער כשר הונדערט פראצענט, עס איז נישט ווערט צו מאכען א תיקון צו אן עוף וואס קען האבען שאלות, מען וואלט געדארפט ניצען עופות וואס זענען נישט געמישט, און האבען א מסורה, מען דארף נישט אפיר נעמען א עוף פין בעלגיע וואס אפאר מענטשען טענה'ן אז זיי האבען מסורה.
פליקעראיבער דאס וואס דער נירעבאטער רב האט געזאגט ביי זיין שיעור.
ער האט זייער שיין צונימען די שאלה מעומקו של הלכה, ער האט אנגעהויבן מיט די סימני עופות טהורים, און ווי די רמ''א פסקענט אז נאר עופות מיט א מסורה מעג מען עסן אפילו אנדערע האבן די כשר'ה סימני טהרה, אויב האט עס נישט מסורה טאר מען עס נישט עסן.
ער האט אויסגעשמיעסט די סיבה וואס די וועד לסימני טהרה וואס איז פארמירט געווארן אין ארץ ישראל האבן געוואלט מחדש זיין און דאס איז געווען מחמת א שאלה וואס האט זיך געמאכט נאך ווען הרב וואזנער איז געווען.
די פאקט איז ווי פאלגענד, און די לעגהארן טשיקענס וואס ווערן ברידעד איז פארהאן סודות און א שאלה איז פארהאן אז זיי מישן אריין אזעלכע טשיקן'ס וואס האבן נישט די מסורה, און דעריבער ווען עס פארמישן זיך אזעלכע און געבוירן די אינגע טשיקן'ס זענען לכאורה אינטער פראגע צייכן אויב זיי פארמאגן די מסורה.
האבן זיך געגרינדעט אין אר''י די ארגאן וואס גייען האבן אזא האן וואס וועט זיין געבוירן נאר דורך די מסורה אן אריין מישן קיין הינער אן קיין מסורה, און האבן געפינען די בראקל טשיקן פין בעלגיע, און זייערע גענע'ס זענען לויטער.
איז כדי צי זען אויב דער בעלגישער האן איז זעלבסט א מסורה'דיגער האן האבן דיינים פין אר''י ישראל גובע עדות געווען אז עלטערע שוחטים האבן געשחט'ן אזעלכע הינער, און דעריבער זענען זיי אינטערן מסורה.
האט דער באטער רב געזאגט אז ער האט געריפן איינע פין די שוחטים וואס פלעגען שחטן אזעלכע בראקל הינער און געפרעגט זאגט נאר פאוואס האט איר טאקע דאן געשחטן אזעלכע הינער, האט דער שוחט געזאגט אז עס איז דאן געווען איינגעפירט אז די קיבוץ איינוואוינער האבן געהאדעוועט די הינער און ווען איינער האט זיך גענויטיגט פלייש האט געברענגט זיין האן צים שוחט און דער שוחט האט עס געשחטן, און דעריבער זאגט דער באטער אז מען קען נישט בויען א מסורה וואס באשטייט וואס א שוחט זעלבסט האט געטון.
די פאקט אז יעדע שוחט היינטיגע צייטן שעכט צען הינער פער מיניט, דאס איז א חשבון פון 5 שעה א וואך פיפציג וואכן א יאר איז א ציפער פון שישים רבוא ביז א מיליאן הינער א יאר פער שוחט, און היינט שעכט מען אין אמעריקע כמעט א מיליאן הינער פער וואך, זאגט דאס אז ווען א שוחט נעמט א האנט א האן ווייסט ער אויב די האן איז דער זעלביגער האן וואס ער האט שוין געשחט'ן און זיין פארגאנגענהייט, און ווען דער רב האט געפרעגט געוויסע עלטערע שוחטים וואס דער רב האט געזאגט א נאמען - אויפן בארקעל האן, האבן זיי געזאגט אז דער האן איז א אנדערע סארט האן, ווי צים ביישפיל זיי האבן בייגעוואוינט ווי א האט פליט, וואס א לעגהארן האן פליעט נישט, און אויך אז די הינער וואס מען שעכט דא היינט איז דער זעלבער האן וואס מען שעכט דא אלע יארן אין אמעריקע.
מה שנוגע די פאקט אז די הינער וואס מיר עסן יא, ווייל דאס האט א מסורה מדור דור, אפילו עס איז גענעטיש פארענדערט ווייל דער פאקט אז די היינטיגע הינער זענען געניג גרויס לשחיטה ביז דרייסיג טאג, ווען אמאל האט עס גענימען 90 טאג, איז למעשה דאס נישט קיין נייע סארט האן, און פארלירט נישט די מסורה, ווייל דער האן איז דער זעלבער נאר מיט קליינע ענדערינגען און שנעלקייט און מער פלייש ביי געוויסע ערטער, און אזוי פסקעט דער דברי חיים, און ווי דער רב האט נאכגעזאגט אז דאס איז א אלטע שאלה מיט נייע אינגעלייט.
אלזא מה שנוגע די אלטע הינער איז קיין שום שאלה נישט און מען מעג עס עסן, און אויב דארף מען חושש זיין ווען מען הייבט אויף א פעקל טשיקן צו עס איז די בארקל טשיקן, זאגט דער רב שליט''א אז היות די היגע בעלי מכשירים זענען נישט מסכים אז עס האט די מסורה, און אויך וועט מען ברויכן קודם טוישן אלע מאשינען וואס מען ניצט היינט איידער מען קען שעכטען די בארקל, על כן האט ער אויסגעפירט יאכלו ענבים וישבעו, מען ברויך נישט חושש זיין.
אפאר נקודות
דער לעגהארן האט נאר א שאלה אין ארץ־ישׂראל נישט דא אין אמעריקע ווי עס איז נישט בארירט געווארן.
דאס אז דער בראקעל האט נישט קיין מסורה, קען זיין.
אבער דאס וואס ער מאכט א פסק אז היות די עופות זעהן אויב די זעלבע, ממילא אפילו מען טוישט עס גענעטיש (סתם געפלאפעלט, ווייל אין אמעריקע איז עס נישט לעגאל צו טוישען גענעטיש), אדער דורך הכלאה, איז עס כשר ויאכלו גנבים וישבעו לשקר, איז סתם עם הארצות והבל יפצה פיו, עס שטייט נישט אין דברי חיים לא מיניה ולא מקצתיה, און עופות וואס ווערען געבוירען פין א געמישטע מין טמא איז כשר בדיעבד, און זיי שרייבען אויף די הכשר כשר למהדרין, זאלען זיי אנהייבן שרייבען כשר בדיעבד.
ביי די שאלה פין די כרס איז דער נירבאטער מן הארץ אויך געוועהן א ריזיגע תלמיד חכם און מכשיר געוועהן דער שרץ.
ביי די כרסיות האט ער אויך געשריבן מהודר ניטאמאל געלאזט וויסן אז ס'דא א שאלה
פליקעראיבער דאס וואס דער נירעבאטער רב האט געזאגט ביי זיין שיעור.
ווי איז געווען דער שיעור? און ווי קען מען עס הערן?
האדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר בפני תלמידי הישיבה. "עול גזירת הגיוס בארה"ק אינו מאפשר לי להתעמק ולפסוק בנושא עוף הבראקל".*
במהלך חזרתו לביתו בליל שבת אחרי עריכת השולחנות בליווי תלמידי הישיבה. אחד מהתלמידים התייחס בשאלה על דעתו של האדמו"ר בנושא המסעיר כעת את עולם התורה 'עוף הבראקל' שגם לאחר כחודש שהנושא לא יורדת מסדר יום של גדולי הפוסקים עדיין לא נשמע ולא התקבל פסקו של האדמו"ר.
האדמו"ר ענה לו שעול גזירת הגיוס המרחפת על עולם התורה בארה"ק. אינו נותן לו מנוח על נפשו וקשה לו להתעמק בנושא ולפסוק.
פורסם על ידי חיים שאולזון ב- 6:40
דיףף: ייש"כ פאר ברענגען דעם פיקטשער פונ'ם בראקל עוף וואס האט געלאנדעט אויפ'ן טיש פון כ"ק מהר"א שליט"א. יעצט פארשטיי איך דעם פשט אינ'ם פאלקס ווערטל..."ער קוקט ווי א האן אין בני אדם"...דער האן ווייסט נעבעך נישט וואס מ'ווילל פון איהם...!
אויך. בנוגע די חוות דעת בהלכה פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א. ער האט שוין ארויסגעזאגט חוות דעת קדשו. מ'שמועסט אז ער האט געענטפערט פאר א בחור וואס האט איהם געפרעגט אט די שאלה. צו דער בראקאלי עוף איז כשר אדער נישט. האט ער געענטפערט במתק לשונו הטהור...אז ס'דא וואס פיהרן זיך אזוי. און ס'דא וואס פיהרן זיך אזוי...!
יהושע חייםווי איז געווען דער שיעור? און ווי קען מען עס הערן?
געזאגט געווארן שבת נאכמיטאג אין אלפיין עקערס, כדי מען זאל עס נישט קענען רעקאדירן.
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Broiler">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Broiler</a>
מיר איז א חידוש אז קיינער האט נאך נישט גע'אסר'ט די עופות אלץ טריפה.
ליינט אדורך, זיי זענען קראנק.
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
וועלכע עוף נוצט מען יעצט אין א"י? אויך די קארניש ראק אדער עפעס אנדערש?
איך ווייס נישט, אבער לכאורה איז עס דער זעלבע בראולער, עס איז די גרינגסטע און ביליגסטע און בעסטע טעם.
ר' חיים לייב כ"ץ
איינער ווייסט וועלכע טישקען ער עסט?
איז די בראקל עוף בעסער ווי די פרימע טשיקענס אינז עסן יעצט? וועט עס זיין ביליגער? וואס מאכט מען זיך משוגע דא?
וואס?
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
לויט ווי ס׳איז באשריבען, איז עס פיהר מאל טייערער און עס האט א מיאוס׳ער טעם. אבער מאנכע האלטען אז ס׳איז פרומער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסטלויט ווי ס׳איז באשריבען, איז עס פיהר מאל טייערער און עס האט א מיאוס׳ער טעם. אבער מאנכע האלטען אז ס׳איז פרומער.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איז מאנכע משפחה מיט הייפעלע?
די צבועים ניצן הייפעלע
א נידריגע שטיקל איז געטון געווארן דורך מתירי הבראקל. כדי צו צווינגען ר' משה שאול קליין זאל מוזן ארויסקומען קלאר מיט זיין שיטה. האבן זיי נאך די מכתב התנצלות וואס רמ"ש האט געשריבן צו הרב לנדא ארויס געגבן א געדריקטע בריוו, כאילו רמ"ש איז קלאר מתיר די היינטיגע עופות. יעצט מוז רמ"ש ארויס קומען מיט א בריוו קעגן דעם.
#כשיורדין יורדין עד לעפר

יע א טען מיליען דאללערס אינוועסטמענט דורעכפאל איז נישט גרינג אראפצושלניגן.
א השגה פון אונזער נגידים ורבנים. צו מאכן געלד אויף אונזער אידישקייט. רעכטע משניאי