☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » 'עוף בראקל' שערוריא

'עוף בראקל' שערוריא

234 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11695
בלאט: 1 2 3 4 5

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 12:36 pm

· #383304
די עדה איז מיטגעשטאנען, נאר הגר"מ שטערנבוך האט צוריקגעצויגן כדרכו בקודש, [מאנכע טענה'ן צוליב וואס מ.ק. איז געווען פון די הויפט רידערער אין גלובנציץ מערכה, אנדערע זאגן עס איז צוליב הגרמ"ז זארגער וועלכע איז אויך א גרויסער קנאי]. אויך איז בד"ץ פון הרב וואזנער מיטגעשטאנען און אויך דער בד"ץ פון ניסים קרליץ. הרב לאנדאו האט מען נישט געפרעגט צוליב סיבות וואס ער גייט געווענליך ארויס קעגן עדה עפי"ר ווען עס קומט צו שחיטות, (גענוי ווי עס האט טאקע פאסירט....).

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 12:51 pm

· #383305
איסר האיטלקי: איך ווייס נישט איבער די אנדערע. אבער, דערצייל מיר נישט אז הגרמי"ל האט נגיעות וואס זענען נישט הלכה'דיג. ווי פאליטיק. די פארקערטע פון לא תגורו. און אנדערע חשבונות...! דאס אז ער קומט טיילמאל ארויס אקעגן דעם וואס די עדה האלט, מיינט נאכנישט אז ער שפיעלט פאליטיק...! ווען דו זאגסט דאס אויף ר' דוד שמידל קענמען עס גלייבן. אבער נישט אויף איהם. אויך, ר' משה שטערנבוך שפיעלט נישט פאליטיק. נאר ער קוקט אלעס אן פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט...!

נ.ב.: נישט אז איך לייג אריין ר' דוד שמידל אין איין ליגע מיט ערליכע אידן, גאונים. און וועלט-בארימטע פוסקים. נאר וויבאלד ער איז דאך אויך א הוגה דיעות, האמיר געמאכט א באמערקונג איבער איהם...!

(נו, איש את רעהו. רוף דיך אן. געב פאר'ן עולם, עפעס א טעיסט פון דיינע מחשבות און שיטות...!)

איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 12:59 pm

· #383307
איך האב געזאגט צוליב פאליטיק? געלט? קיינער שפילט נישט פאליטיק חלילה, יעדער ווארפט אריין הלכה'דיגע שטאנדפונקטן.

signout » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 1:06 pm

· #383309
איסר האטלקי
די עדה איז מיטגעשטאנען, נאר הגר"מ שטערנבוך האט צוריקגעצויגן כדרכו בקודש, [מאנכע טענה'ן צוליב וואס מ.ק. איז געווען פון די הויפט רידערער אין גלובנציץ מערכה, אנדערע זאגן עס איז צוליב הגרמ"ז זארגער וועלכע איז אויך א גרויסער קנאי]. אויך איז בד"ץ פון הרב וואזנער מיטגעשטאנען און אויך דער בד"ץ פון ניסים קרליץ. הרב לאנדאו האט מען נישט געפרעגט צוליב סיבות וואס ער גייט געווענליך ארויס קעגן עדה עפי"ר ווען עס קומט צו שחיטות, (גענוי ווי עס האט טאקע פאסירט....).
פין די סוקרוקישע תגבוה קוקט עפעס אויס ווי מרדכי קאהן איז עפעס צדיק תמים אבער דער ראב''ד איז א מסלף, רמ''ז זארגער א קנאי א איש אמת אבער הרב לאנדאו פסקנט לויט אגענדעס... עניוועי וועלקאם טו סוקריקי ספינעריי פלאנעט, (קיינער פין ביד''ץ אדער סיי וועלכע רבנים המכשירים האבען נישט געוויסט וועלכע עוף מ'ברענגט אריין) סאם האו האט נאר לע''ע קיין 1 ערנסטע בית השחיטה אין די וועלט נישט אריינגענומען...אפילו מארוויד ווי מרדכי קאהן איז א געלט שותף אין מהרז''ל בוטשער איז א גרויסע קאסטומער

איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 3:23 pm

· #383322
פון סיינאוט קוקט אויס ווי ער און זיין קא. ווי ער געהערט, ווילן שטארק נישט אז די בתי שחיטה זאלן עס אריינברענגען.
פונקטליך די חשבון פארוואס זעה איך נישט, אבער דאס קוקט אויס זייער באגער,
מסתמא אז די גרויסע קא. וועלן עס פייטן וועט עס נאר בלייבן ביי קלענערע פירמע'ס
די פראגע איז נאר צו עס וועט בלייבן ווי אריזאנע ווייץ וואס איז ממש א נחלת יחידים, און אין די וועלט איז עס נישט עקסעפטעט, אדער מערערע מענטשן וועלן עס אנהייבן ניצן,
אנדערע זאגן אז א אפיציעלע השגחה אויף ברענגן עופות וועט בקרוב אריין אין קראפט צו אויסמיידן בעתיד חששות אויף וועלכע עופות מען ברענגט צו עס איז געמישט אדער נישט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 3:25 pm

· #383324
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
איינער פון די חברי הנהלת העדה החרדית האט מיר געזאגט אז זיי זענען מיטגעשטאנען אלע יארען ביים זוכען א נייעם עוף. פאר עפעס א סבה האבען זיי געהאלטען אז די אלטע איז נישט אזוי אייאייאיי. זיי האבען טאקע טענות אויף דער ראב"ד פאר׳ן זיך צוריק ציען.

דער בני ברק׳ער שיטה איז שוין לאנג נישט אזוי איינשטימיג מיט די אלטע עופות, און זיי זענען מערער אויף איהר מסורה. זאגען זאגען זיי אז ס׳איז צוליעב גענעטישע טוישונגען, אבער מענטשען זאגען אז ס׳האט מיט די מסורה טענה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 4:23 pm

· #383325
הגאון די ראש בית דין שרייבט היינט:
📎 111.jpg



מוראדיגע רייד שרייבט די ראב"ד
"אפילו אם כל גדולי ישראל יתירו, הוא באיסורו עומד".

diff » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 4:36 pm

· #383326
מנוצט נאך אריזאנע ווייץ

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 6:26 pm

· #383332
ר' אברהם רובין שרייט חי וקיים אז ער איז גאר דער וואס הרב וואזנער זצ''ל האט געשיקט קיין יוראפ נאכקוקען די זאך דעמאלטס ווען געוויסע האבען מערער געווען אז מען מישט אונזערע ווייסע עופות. לדבריו האט הרב וואזנער אנגענומען זיין בירור אז אלעס אין בעסטן ארדענונג און האט ווייטער געגעסן די עופות עד סוף ימיו.

ר' משה שאול קליין זאגט פונקט פארקערט. סאו בהכרח זאגט איינער פון זיי ליגנט, אנדערש קען נישט זיין.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 7:57 pm

· #383336
diff
מנוצט נאך אריזאנע ווייץ

דיףף: איך האב איהם באמת געוואלט פרעגן פארוואס אריזאנא ווייץ איז א נחלת יחיד. אדער א פרי דמיון פון זיין פארדרייטע, פארקרומטע אגענדא. נאר איך האב נישט געוואלט פארדרייען דעם כיוון פונ'ם אשכול...!

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:56 pm

· #383357
איך זעה נישט וויאזוי אריזאנע ווייץ קומט אריין דא, חוץ אויב דער פראבלעם פין אריזאנע ווייץ איז אז עס האט נישט קיין מסורה.

איש את רעהו » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 7:43 am

· #383376
די בריוו פון ראש בית דין שטעלט אהער א צוזאמשטעל פון השקפה אז חלילה צו מערער זיין אויף די אלטע עופות, ומתוך זה אסר'ט ער גאר שארף די ברקל הינער.

diff » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 7:52 am

· #383377
וועלכע בי"ד. די השקפה בי"ד

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 2:52 pm

· #383552
דער לאנג ערווארטערטע פסק
חלק א'
📎 brakel2_Part1.pdf

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 2:53 pm

· #383553
חלק ב'
📎 brakel2_Part2.pdf

אישתישבי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 2:56 pm

· #383554
די מערערים אויף אונזערע עופות טענה'ן אז די עופות טוישען זיך יעדעס יאר, און ער זאגט מיט א פשטות אז מען ווייסט שוין פין צוואנציג יאר צוריק, פאסט אפילו נישט פאר אים צו זיין אזוי איגנארענט.

יעצט איז די שאלה צו די זאלונים וועלען עס דוקא יא מכשיר זיין, און פסל'ן די אנדערע עופות וואס ר' אהרן זאגט אז מען טאר נישט מוציא לעז זיין!!!

ימים ידברו » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 3:09 pm

· #383555
די בילד ווערט שוין קלאר! הרב שטרנבוך משפ' בראנסדארפער הגר"מ לאנדא האדמור מהר"א טייטלבוים ועמו הרב פאלאטשעק הדיין הר"ג בערקאוויטש והרב רובין זאגען אז די בראקעל טויג נישט נאר די אלטע זענען גיט!
די צד וואס זאגט אז בראקעל לית טב מיני', זענען די תלמידי חזון איש, הרב לובין הרב שריאל ראזענבערג הרב ליטמנאוויטש ועמו השוחט הרב קפלן דיינים הרב מ"ז זארגער הרב שלמה יודא הירש רב השחיטה עדה החרדית, והרב משה שאול קליין תלמיד השבט הלוי,
הגאב"ד והאדמור מפשעווארסק תומכים בהבראקעל,
האדמור ממשכנות הרועים אוכל ותומך הבראקעל, וכן הגר"ד שמידעל מהתומכים, בתקוה לשמוע דעת הרב אליקים שלעזינגער נגדו הגם שיש לו בעי' עם מהר"א טב, אולי יהא כאן בזה תיקו ולא יאמר דעתו הבהירה!
עוד מצפים לשמוע מהג"ר יחזקאל רוטה ובנו הר"מ רוטה ומבית דינו של הרב יצחק שטיין
וכן כולני מצפים מביד"ץ דקהל יטב לב דווילאמסבורג שלכאורה הם יהי' לצד המתירים לשיטת זורגר והירש, נגד שטרנבוך ולאנדא ומהר"א וצריכים לראות התשובה של הגאב"ד דאראג לויפער והג"ר מעכל אינדיג גדולי המבררים ,
כהנראה לאני הקטון דעתי דעת תורה בזה, הבראקעל טוב כהמסורה מבעלגיע' וגם האריזאנע ווייץ אינו חמץ ממש, והישינים כשרים, לכאורה ג"כ, כמו החיטים הישינים, ולמעשה אפשר להחמיר כעת בהעופות יותר מהחיטים, כי הבראקעל אינו מציאות חדש משא"כ החיטים הן ענין חדש ודו"ק בזה
וכל הנ"ל פשוט הוא, וחידוש מכל הנ"ל הוא שיטת הרב לאנדא ועוד חזון למועד לעומק לסוף דעתו

גאנצל » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 3:59 pm

· #383559
זייטיגע באמערקונגן
ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי אזוי די טיטלען פארן דא

דער ראבד עדה החרידית וואס איז דער פוסק אחרון אין יעדע שווערע שאלה אין יעדע מקצוע (אויסער אין אתרא קדישא'ס ביזנעס) אין עדה החרידית ער איז עפעס א הרב

אבער רש"י הירש האט באקומען זיין טיטול רב השחיטה

בני פוסק הדור הרב מאיר בראנסדארפער וואס זיי זענען די דעי פאקטא אנפירער אין די עדה החרידית כשרות בכלל און שחיטה בפרט וואס ווערט שוין אנגעפירט דורך זיי עוד מימי קדם רבות בשנים מימי אביהם הגדול זצ"ל זענען עפעס א משפחה משפחת בראנדסדארפער אבער הרב קאפלאן באקומט דעם טיטול שוחט
הגר"מ לאנדא פון די גרעסטע מכשירים שוין צענדליגע יארן און זקן מכשירי הדור און דער פוסק אחרון בעיר התורה ב"ב אין עניני שחיטה צענדליגע יארן איז עפעס א הגרמ אבער הרב משה שאול קליין באקומט זיין טיטול תלמיד שבט הלוי

האדמור מהרא טייטלבוים ואתו עמו הרב פאלאטשעק און הדיין הר"ג בערקאוויטש וואס פירן אן די גרעסטע שחיטה אפאראט אין אמעריקא שוין באלד א צוויי צענדליג יאר כולן שוין לטובה און האבן שוין אריינגעברענגט חומרות און הידורים און כמעט אלע בתי שחיטות אין נוי יארק ועוד זענען אויך אומזעהבארע

צווייטע באמערקונג

די אוסרים זענען אלע אקטיווע אין בתי שחיטה אין עניני שחיטה דבר יום ביומו

מתירים מער ווייניגער פיינע דיינים און קוויטלעך געזעגענערס דער איינציגער צווישן די מתירים וואס פירן נאך אן א שחיטה איז דער גאבד ירושלים וואס דערווייל איז נאך נישט דא קיין בירור פון אים און ס'וועט לכוארה נישט זיין חוץ שמועות פורחות באויר נאכדעם האבן מיר איין שוחט ווס צענדליגער סאטמארע שוחטים און הרב משה שאול קליין בין איך נישט באקאנט אין זיין בקיאות אין שחיטה אבער א פוסק דארף ער צו הייסן פון די גרויסע

איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 4:04 pm

· #383560
גרעסטע שחיטה אפאראט?? אין אמעריקא ???
נעבעך,

ימים ידברו » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 4:39 pm

· #383562
די גאנצעל ביסט א מחי' ממש ! הרב שטרנבוך איז א גרויסער ת"ח א זעלטנע עיליו, אבער א פוסק הדור? ביסט אופען קאפ געפאלען? אפשר נאר אין בלאט! נישט מער! אדרבה פרעג דיך נאך ביי זיינע חסידים, ביי תוד"א און דושינסקי, זיי ווייסען פיין דעם אמת, וויפיל ער איז פוסק הדור! ליידער גייט דאס נאר ווער ס'באצאלט ואכמ"ל, ובראקעל יוכיח, קודם האט ער געשריבען אז ס'גיט צוזאמען מיט די גאב"ד, דערנאך איז עס געווארען אסור, אז אפי אלע גדולי ישראל וועלן זאגען מותר, בלייבט ער ביים איסור, ואין כאן יותר מפסק מגוחך מזה! ס'דאך א שאלה אין מסורה אז ס'דא דער אויף א מסורה וואס בלייבסטו ווי א נער אויפען מארק? יא גאנצעל די דארפסט אים מאכען פאר פוסק הדור, כה לחי!
ווייטער מרן הגאב"ד איז שוין זייער קלאר חוות דעתו הברורה ער איז נאר א ערליכער איד, און פירט נישט חשבונות מיט דעם און יענעם, ער האט געוואלט מתקן זיין ועוד יהי' ד' עמו, להוציא מכח אל הפועל , והלכה כמותו! און אזוי איז און אזוי וועט זיין!
ווייטער דיין ר' אהרנ'ן ווייסען מיר זייער גיט ואין כאן צורך בבירור שיטתו דעתו וכוונתו, אבער זינט ווען מעג זיך מישען א רב פון חוץ לארץ אויף א ארץ ישראל שאלה? זאל גור בעלזא וויזניץ רבי פסקנן! אפשר אלץ קרבות משפחה!
בנוגע ער שטעלט צו הדורים ! יעדר מאכט נאך ! ביטע לאז אים אליינס דאס מפרש זיין אויף קליינע טעלערליך כדרכו, ואין צריך יותר , ער קען אליינס זייער גיט מסביר זיין אלע זיינע מורה'דיגע אויפטהוען,
נאר גאנצעל ווער האט נאר געהאט מוסקאווי טערקיי ? נישט ביי התאחדות איז דאס געווען? נישט אזוי איז געשטאנען בפירוש אין דיין בלאט? שקרנים!
ווייטער הדיין הרב מ"ז זורגער שליט"א זאגט אין זיין בריעף פון ווי ער נעמט זיינע ידיעות! וואס איז נאך אזא ת"ח ווי הרב שטרנבוך אדרבה פרעג דיך נאך! און בראנסדארפער איז נאר הרב שמואל געווען אין די עדה שחיטה, נישט הרב משה דער טראבעל מעיקער! די תמיה' בלייבט נאר ביי הרב הגאון הבעל מכשיר גדול רב לאנדא שליט"א וואס איז נישט געווענדליך קיין נוגע בדבר אבער דא זעהט מען אז עפעס איז דא נישט אזוי פויגעל'דיג אז אפילו הרב משה שאול קליין וואס איז א גרויסער ארוני לגבי גיוס און לגבי קברים און לגבי אהרנ'ס רעביסטיווע בעהט זיך הער מיך אויס, און ער איז כקול קורא במדבר ואינו יכול לו

diff » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 5:21 pm

· #383567
<a class="postlink" href="https://video.twimg.com/ext_tw_video/902274363801600000/pu/vid/480x360/q85MbVsbAsGpaXVo.mp4">https://video.twimg.com/ext_tw_video/90 ... GpaXVo.mp4</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:10 pm

· #383575
ברוך הוי"ה! הודו להוי"ה כי טוב!

די צוויי אומערצויגענע חדר אינגלעך לבית טייטלבוים, וואס מ'האט זיי קיינמאל נישט געזאגט אז מ'האט געגעבן א תורה אויף בארג סיני, האבן שוין איבערגענומען די נושא. פונקט ווי א וויירוס קומען זיי אן איבעראל, און קיין וועקסינעישען איז נישט געטראפן געווארן.

גייטס ענק צו די אלע רוחות! מיר האסטו נישט גע'ירש'נט אין דיין פלייש געשעפט, און איך האב ענק ביידע אין בוידעם, מיט דיין טאטע און באבע.

איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 9:00 pm

· #383580
@ליטוואק פון בודאפעסט ביי ענק עסט מען נישט די בשר פון קרית יואל פלייש
?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 9:07 pm

· #383583
פאר די וואס ווייסען נישט - דער פלייש געשעפט וואס איך האב דערמאנט, איז קיט"ל, ווי מ'איז מוכר בשר אדם באיטליז, און מ'מעסט מענטשן לויט די וואג, וויפיהל פונט פלייש מ'האט. איך בין נישט אין דער געוועלבעל, קיין איין טייטלבוים האט מיר נישט גע'ירש'נט, און זייער בויך קרעמפען און קוויטשעריי, פון גיוס, פראנקרייך, שובבי"ם, שקל הקודש, ציונות, סידור קידושין, יונייטעד מאנרא, ארטיסטען, לאנגע שארטקאטס, ביי-האר, דורכזיכטיגע שטרימפ, קדש קדשים'ס, התגרות באומות, גולובנציץ, וכל שום וחניכא דאית ליה פאר ענקערע מחלות און מגיפות, האבן גארנישט מיט אונז אלע.

איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 9:54 pm

· #383586
ליטוואק פון בודאפעסט
ברוך הוי"ה! הודו להוי"ה כי טוב!
די אומערצויגענע ליטוואק אינגל לבית בודאפעסט, וואס מ׳האט אים קיינמאל נישט געזאגט אז מ׳האט געגעבן א תורה אויף בארג סיני, האט שוין איבערגענומען די נושא. פונקט ווי א וויירוס קומט ער אן איבעראל, און קיין וועקסינעישען איז נישט געטראפען געווארען.

גיי דיר צו די אלע רוחות! מיר האסטו נישט געירשנ׳ט אין דיין מוח שווענקעריי, און איך האב דיר אין בוידעם, מיט דיין טאטע און באבע.

איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 10:09 pm

· #383588
איסר האטלקי
ליטוואק פון בודאפעסט
ברוך הוי"ה! הודו להוי"ה כי טוב!
די אומערצויגענע בודאפעסטער לבית לעיקוואד, וואס מ׳האט אים קיינמאל נישט מגלה געווען אז מ׳האט אים געגעבן די תורה צו טון דערמיט ככרסו הרחבה והמלאה,
האט שוין איבערגענומען די נושא. פונקט ווי א וויירוס קומט ער אן איבעראל, און קיין וועקסינעישען איז נישט געטראפען געווארען.

גיי דיר צו די אלע רוחות!
מיר האסטו נישט געירשנ׳ט אין דיין בויעך שווענקעריי, און איך האב דיר אין בוידעם, מיט דיין טאטע און צלמ'ל.

איש את רעהו » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 10:45 pm

· #383591
הגרמ מאזוז איז אלעס מתיר


אחרי שהגרמי"ל לנדא אסר, וכמוהו גם ראב"ד העדה החרדית, הערב מפרסם מרן ראש הישיבה הגר"מ מאזוז שליט"א, כי עופות הבראקל כשרים ומהודרים כמו הלבנים, ובאותה הנשימה אומר מרן: מספיק מחומרות ומחלוקות.

הרב מאזוז התבטא בעניין לאחר שלבית מדרשו הגיעה משלחת עם עוף המחלוקת 'הבראקל', הרב מיד זיהה את העופות כתרנגול 'הבלדי' המפורסם שאכלו כל עדות המזרח בחו"ל, וכי אלו ממש מה ששחט בצעירותו בהיותו בחו"ל.

הרב התפלא מה טענות המחמירים, "מאיפה המציאו את החומרות האלו, מספיק מחלוקות מכל דבר". הרב הוסיף כי בעבר לא הכרנו בכלל את הלבנים "כשהגענו לכאן לא הכרנו את הלבנים, וסמכנו על מסורת האשכנזים" שכידוע בעניין מסורות העופות די על פי ההלכה במסורת של אחרים.
המשלחת הראתה לרב את השינויים בעיניים ברגליים ובצוואר, והרב פסל את החששות והכריע כי אלו הם הנפוצים בחו"ל ואין בהם שום שינוי, ההבדלים הם כמו ההבדלים שיש גם בין בני האדם, בין צבע שער כזה או אחר.
הרב הזכיר את דברי 'הבית יוסף' על הגזירה שגזרו אומות העולם על היהודים שלא לעשות כפרות רק בלבנים, מוכח שאדרבא היו רגילים גם בשל צבעונים.

הרב הסביר משמעות המילה 'בלדי' - פירושו תרנגול הגדל בעיר, בערבית 'בלאד' זה עיר, באלדי זה מהעיר.

מרן ראש הישיבה אף הצטרף במקום לפסק הלכה חד משמעי שאין כל חשש בזה, אך גם לא לומר מאידך שגם הלבנים לא מהודרים. הכל טוב, ומהודר.

בהקשר לכך, סיפרו מקורבי הגר"מ מאזוז כי הרב הביע מורת רוח מספר פעמים מהחומרות המופרזות וההידורים שאין להם מקור בפוסקים ובהלכה, על חשבון כיסם של האברכים החיים בצמצום ובדוחק.

ימים ידברו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 9:51 am

· #383612
להוי לידוע לכם! איך האב גרעדט מיט א מבין זאגט ער אזוי די עוף וואס מ'ניצט פאר כפרות, דער שרייט ער דארף א זכר, דער שרייט א נקיבה, רבותי ס'נישטא קיין זכר ס'נישטא קיין נקיבה, עס איז א מין אדרוגניוס וואס פראדעצורט נישט קינדער, ס'איז אלעס א בוני עולם מעשה! נישט אומזינסט עסט נישט הג"ר חיים לייב כ"ץ פון די עופות!
פרעג איך דער מבין ווי לאנג לעבט דאס? רבותי דאס לעבט נישט קיין חדש! דאס איז געמאכט צו שכטן מלייגט אריין אזא באטריע פאר א פאר טעג און ספינישט!
איך מיין מקען בארויגען אלע צער בעל חיים גרופעס אין כאן תרנגול אין כאן זכר אין כאן נקיבה!
און אצינד קעןיעדער רעדן מיט ווען ער וויל ואכמ"ל

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 11:16 am

· #383620
וואס דא גייט אלס נישט נתחדש ווערן ..........

מבינים גייט זיך גיסן לרחצה........

אוהב ספרים » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:25 pm

· #383629
ליטוואק פון בודאפעסט
ברוך הוי"ה! הודו להוי"ה כי טוב!

די צוויי אומערצויגענע חדר אינגלעך לבית טייטלבוים, וואס מ'האט זיי קיינמאל נישט געזאגט אז מ'האט געגעבן א תורה אויף בארג סיני, האבן שוין איבערגענומען די נושא. פונקט ווי א וויירוס קומען זיי אן איבעראל, און קיין וועקסינעישען איז נישט געטראפן געווארן.

גייטס ענק צו די אלע רוחות! מיר האסטו נישט גע'ירש'נט אין דיין פלייש געשעפט, און איך האב ענק ביידע אין בוידעם, מיט דיין טאטע און באבע.



בכגון דא, פלעגט דער אלטער בוהושער צדיק זאגען, צוויי קליינטשיגע אינדערפרי און צוויי אויף דער נאכט, אלע פראבלעמען העלפט דאס

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 2:54 pm

· #383637
על אף דער גרויסע פלייש באנק האט אינוועסטירט אסאך כח און מח אפצושטעלן די פארקויף פון בראקל
הענגט די צעטל אין אר"י

📎 בראקל.jpg


אסאך פרומע מחמירים וועלן ניצן די בראקל עוף.

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:13 pm

· #383643
[ציטאט אראפגענומען]


ווער זענען די וואס טענה'ן דעס

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:38 pm

· #383648
איש את רעהו
על אף דער גרויסע פלייש באנק האט אינוועסטירט אסאך כח און מח אפצושטעלן די פארקויף פון בראקל
הענגט די צעטל אין אר"י

📎 בראקל.jpg


אסאך פרומע מחמירים וועלן ניצן די בראקל עוף.


זינט ווען האט דער גרויסער פלייש באנק אינוועסטירט אסאך כח און מוח אפצושטעלן די פארקויף פון דעם הינדל ? אין וואס האבן זיי אריין געלייגט די סאך כח און מוח ?

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:52 pm

· #383650
גאנצל
איש את רעהו
על אף דער גרויסע פלייש באנק האט אינוועסטירט אסאך כח און מח אפצושטעלן די פארקויף פון בראקל
הענגט די צעטל אין אר"י

📎 בראקל.jpg


אסאך פרומע מחמירים וועלן ניצן די בראקל עוף.


זינט ווען האט דער גרויסער פלייש באנק אינוועסטירט אסאך כח און מוח אפצושטעלן די פארקויף פון דעם הינדל ? אין וואס האבן זיי אריין געלייגט די סאך כח און מוח ?


איני יודע באיזה זמן התחילו, ומה עשו לזה.

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:58 pm

· #383651
אה אבי געשאסן א סטעיטמענט כדרכך אקעי go ahead

ואני אומר שלא התחילו כלל

א איד » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 3:59 pm

· #383652
Re: 'עוף בראקל' שערוריא
וואס ווייסטו יא??

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:14 pm

· #383655
גאנצל
אה אבי געשאסן א סטעיטמענט כדרכך אקעי go ahead

ואני אומר שלא התחילו כלל

אבי געשאסן?

די בראקל האט בעיקר ביי גרמ שטרנבך און רמי"ל לנדא פון בב געמאכט די קלארע בירור אז די ברקל איז טמא, און מען האט אויך דיסקאסטעט מיט די קרית יואלע רבי דעס, אלע וואס רעדן פון דעם ווייסן צו פארציילן אז די פלייש באנק אין קעי דזשעי איז געשטאנען דארונטער
הרב מ"ל לנדא פון בב שרייבט אויך אז ער איז סומך נאמנותו על חכם א' וואס ער מיינט דערמיט די רב המכשיר פינעם פלייש באנק אין קעי דזשעי,

אז די ווייסט פונקטליכער די דאטום ווען זיי האבן אנגעהויבן, און וויפיל כח זיי האבן פארלייגט אויף דעם טייל עס מיט.

diff » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:31 pm

· #383656
פ"וו טמא, זיי זענען ציונים?

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:33 pm

· #383657
diff
פ"וו טמא, זיי זענען ציונים?

ופ"ל קשר וילע ניצם

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:34 pm

· #383658
אלע וואס רעדן ווייסן דו האסט א רעקארדינג פון די אלע וואס רעדן או ווייסן ? אדער א געשריבענע דאקומענט ? אויב יא וואלט געווען עפרישעירעט עס אהער צו ברענגען

דער גרויסער גאון און זקן מכשירי הדור פארלאזט זיך אויף סאטמאר רב דאס איז א פשוטע זאך. אבער פון ווי נעמסטו אז דא אויך ? וואלט אויך כדאי געווען צו זעין אדער הערן עפעס איבער דעם

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:40 pm

· #383659
א שמועס צווישן די עופות.📎 דו-שיח בין הקורניש לבראקל.pdf

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:41 pm

· #383660
איש את רעהו
גאנצל
אה אבי געשאסן א סטעיטמענט כדרכך אקעי go ahead

ואני אומר שלא התחילו כלל

אבי געשאסן?

די בראקל האט בעיקר ביי גרמ שטרנבך און רמי"ל לנדא פון בב געמאכט די קלארע בירור אז די ברקל איז טמא, און מען האט אויך דיסקאסטעט מיט די קרית יואלע רבי דעס, אלע וואס רעדן פון דעם ווייסן צו פארציילן אז די פלייש באנק אין קעי דזשעי איז געשטאנען דארונטער
הרב מ"ל לנדא פון בב שרייבט אויך אז ער איז סומך נאמנותו על חכם א' וואס ער מיינט דערמיט די רב המכשיר פינעם פלייש באנק אין קעי דזשעי,

אז די ווייסט פונקטליכער די דאטום ווען זיי האבן אנגעהויבן, און וויפיל כח זיי האבן פארלייגט אויף דעם טייל עס מיט.



די בראקל האט בעיקר ביי גרמ שטרנבך און רמי"ל לנדא פון בב געמאכט די קלארע בירור אז די ברקל איז טמא, און מען האט 'אויך' דיסקאסטעט מיט די קרית יואלע רבי דעס, אלע וואס רעדן פון דעם ווייסן צו פארציילן אז די פלייש באנק אין קעי דזשעי איז 'געשטאנען דארונטער'


האיך יתקימו שניהם ??????

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:54 pm

· #383663
גאנצל: דו דארפסט פארשטיין אז אויב מ'ווילל האקן אויף מהר"א שליט"א קענמען אלעס באווייזן. אפילו צוזאם רעדן שטותים והבלים. און זיך סותר זיין מניה וביה...! מ'נוצט נישט דעם שכל. (אויב מ'האט עס, בכלל)...נאר אבי געשאסן ווייל די אונטערשטע שורה איז אד ר' אהרון טויג נישט. און זיין בוטשער סטאר אויכעט נישט....אבער ביי אונז...איז דער קאמפאוט זייער גוט, זיס און געשמאק געווען. כמו בימי הרב ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. (איך בעט דא איבער די אלע מענטשן וועלכע זענען געווארן בארירט פון דערמאנען אט דעם נאמען לטויבע...).

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:58 pm

· #383664
הער אויס אויב קען ער אויפווייזן אז זיין סטעיטמענט האט עפעס אין זיך why not ?

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:05 pm

· #383666
אבער ער איז זיך דאך סותר מניה וביה. ליין איבער זיין מאמר. מיט די פארקרומטע דיעות...!

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:13 pm

· #383669
בעלעגאלע מיט גאנצל דיףף האבן זיך ווידער געטראפן צוזאם
דער בראקל גראדע דינט ערליך אין מיליטער, און שטיצט גיוס חרדים בארואיגט זיך אביסל.

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:45 pm

· #383671
איש את רעהו
[ציטאט אראפגענומען]


ווער זענען די וואס טענה'ן דעס



עס איז אמת, די בראולער איז ווייסע קארניש מיט ווייסע ראק.

די ווייסע זענען גרעסער ווי די נישט ווייסע.

זיי האבן געארבעט זייער לאנג ביז זיי האבן עס ווייס געמאכט.

דאס איז די עופות פין פערציג יאר צוריק, זייט דעמאלסט טוהן זו זאכן וואס מען ווייסט נישט, די טשיקען פארמס קויפען קליינע טשיקס פין די גרויסע קאמפאניס און זענען עס מגדל לשחיטה.

מען קען נישט אליין נאכמאכן די היינטיגע עופות, נעם א ראק מיט א קארניש און מיש צוזאמען וועט עס נישט זיין אזוי גרויס ווי די ברוילערס.

מען האפט אז די עופות וואס אונז עסען היינט איז די מאמע א ראק, קיינער ווייסט נישט אויף זיכער.

אישתישבי » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 5:56 pm

· #383673
<a class="postlink" href="https://livestockconservancy.org/index.php/heritage/internal/cornish">https://livestockconservancy.org/index. ... al/cornish</a>

די היסטאריע פין קארניש, לכאורה נישט כשר, אסאך ערגער ווי מסורה פראבלעמען.

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:01 pm

· #383674
עס איז דא א בריוו פינעם מענעדזשער פון ראסס קא. וועגן דעם.

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:18 pm

· #383675
די רב אין תוניס:

מכתב שנשלח לרבה של תוניס הרב חיים ביתאן, על ידי הרב הגאון רבי שלמה הירש מ'העדה החרדית', שביקש להתייעץ איתו על סוגיית 'עוף הברקאל' שעלה לסדר היום ומסעיר את הציבור החרדי.

הרב שלמה יהודה הירש הוא פוסק של העדה החרדית וראש כולל של חסידות סאטמר (מהפלג רבי זלמן לייב) בירושלים ויושב ראש ועד השחיטה של העדה החרדית.

רבה של תוניס הרב חיים ביתאן השיב לו בתשובה: "כי השם "הבראקל" לא מוכר להם, וכי זן העופות מוכר בשם "מערבי", אולם על פי התמונות שקיבלו "העוף אכן מוכר", ואנו שוחטים אותו ואוכלים אותו מימים קדמוניות בעצת רבותינו", הוא כותב במכתב לשאלתו.

עוד הוא מוסיף ומציין כי "עד לפני 50 שנה לא אכלו שם עוף אחר ורק בשנים האחרונות החלו לשחוט עוד סוגי עופות, וכי העוף המדובר הוא כשר למהדרין".

כזכור בשבועות האחרונים מתרחשת סערה סביב כשרות אכילת העופות בעולם היהודי. קבוצה מבני ברק בשם ״חזון איש״ החלו להפיץ את עוף הבראקל אותו אכלו כהידור, אלא שרוב הרבנים והחסידויות הגדולות בישראל יצאו נגד שיווקו.

רבה של בני ברק הרב לנדאו אסר את אכילתו כך גם הגאון הרב ר' משה שטרנבוך, גם האדמו"ר מסאטמר הורה שלא להכניס את העופות למשחטות ששייכים לחסידות. אתמול פסק הרב מאזוז כי אין כל חשש לאכול את העוף.
בלאט: 1 2 3 4 5