וואלווילעיקוואדאיך כאפ נישט די איידיע דא, וואס איז עס, סתם צו מאכן ליצנות פון הלכה? די שאלה וואס איך זעה דא ווערט אויסגעשמועסט נארמאל אין היינטיגע הלכה ספרים.
ביסט געקומען לערנען א בירור הלכה אינ'ם וועקער? די איידיע איז סה"כ א פאראדי ווי אזוי תשובות ווערען געשריבען, נישט קיין ליצנות פון הלכה און נישט קיין ערענסטע הלכה אויך נישט. אפען גערעדט, ס'איז פורים תורות פאר ווער ס'ענדזשויט עס.
ס׳קען אפשר זיין אז די מחלוקת דא איז וועלכע
טעאריע פון הומאר מ׳נעמט אן [ווי אזוי הומאר איז פועל]. @וואלווי נעמט אן (א ווערסיע פון) די
אינקאנגרואיטי טעאריע, דהיינו, אז דאס וואס מאכט עפעס פאני איז דאס וואס די מח זעהט איין/אנערקענט אז עפעס שטימט נישט פון ווי אזוי עס וואלט געדארפט זיין לפי ציורה במחשבתה מעיקרא
(ומעיקרא זענען די צוויי קעגנזייטיגע וועגן יא געגאנגען בחדא מחתא). אין אונזער פאל, אז די מח זעהט איין/אנערקענט אז ס׳שטימט נישט מיט ווי אזוי אן עכטע ריכטיגע תשובה/בירור הלכה אויף די שאלה דארף אויסצוזעהן.
משא״כ @לעיקוואד האלט מער פון די
סופעריאריטי טעאריע אין דעם. דהיינו, אז הומאר איז בשורשו שאנדנפרויד אוו אז מ׳האלט זיך גרעסער פונ׳ם דבר הנצחק עליו. אויב אזוי, קען אויסקומען אז א חלק פון וואס מ׳לאכט אפ און מ׳האלט זיך גרעסער פון איז די חלק ההלכה פון די שאלה מעיקרא. ווען מ׳״אנערקענט״ דאס קומט מען צוריק ארום full circle און מ׳האלט זיך שוין נישט סופעריער וממילא איז דאס נישט פאני.
או יאמר אז @לעיקוואד האלט פון דר. פיטער מארטעינזאן׳ס
אנטיק-עפיסטעמיק טעאריע דערין. די טעאריע לויטעט אז עס איז דא די פיזישע רעאליטעט ווי אויך די סאציאלע קאנטעקסט(ן) דערפון וואס די מח נעמט אויך אן אז עס איז א רעאליטעט פונקט אזוי, און בלענדעט/שטעלט דאס צאם מיט׳ן פיזישן רעאליטעט אלס איין רעאליטעט ממש. ווען די סאציאלע קאנטעקסט און רעאליטעט ווערט אפגעווארפן וכו׳ און אפגעטיילט פונ׳ם פיזישן רעאליטעט דורך א וויץ וכדומה, און די מח זעהט זיך איבערבלייבן מיט אך ורק דעם פיזישן רעאליטעט, ברענגט דאס א געלעכטער כדי צו ״ריבוטן״ וכעין פארגעסן די יעצטיגע רעאליטעט וכדי צוריקצוברענגען דאס צאמשטעל פונ׳ם סאציאלן קאנטעקסט און ״וועזן״ מיט די פיזישע מציאות.
יעצט, ווי ערווענט
דא האט הרב סאלאווייטשיק זצ״ל גע׳טענה׳ט אז די פענאמענאלאגיע פון איד ארבעט אז דאס סאביעקטיווקע עקספיריענס וכו׳ פון הלכה (אויף זאכן) איז פועל ממש אויף די אביעקטיווע מציאות פונ׳ם מענטש ממש. קען מען אפשר זאגן לפי״ז אז
מ׳קען נישט אפטיילן (עכטע) הלכה פון דעם איד׳ס פיזישע מציאות, ווייל דאס איז נאך מער ווי די אלגעמיינע צאמשטעל פון דעם סאציאלן ״וועזן״ מיט׳ן פיזישע מציאות [ס׳איז מער ווי אן ארביטרערי קאנסטראקט]; ס׳איז דעם איד׳ס פיזישע מציאות
ממש (עכ״פ מה שנוגע להפענאמענאלאגיע שלו/שלה). ממילא, אם כנים אנחנו בזה אז מען קען דאס נישט אפטיילן וכנ״ל אזוי ווי ביי סתם א/דאס סאציאלע וועזן, האלט @לעיקוואד אז אין די פאל איז עס נישט פאני.
אדער איז בכלל די מחלוקת כפשטותו אין די
בעניין ווייאלעישאן טעאריע דערין. דהיינו, אז עס פעהלט אויך אויס פאר עפעס צו זיין פאני אז עס זאל מער ״רוהיג״ ווען עס גייט קעגן אנגענומענע מארס וכדומה. די מחלוקת דא איז פשוט צו די ״תשובה״ גייט/טרעהט איבער די גבול.
זיגמונד פרויד׳ס
מיסאטריביושאן טעאריע אין הומאר קען אויך נוגע זיין אהער. ער זאגט אז ריכטיג הומאר איז נאר ווען ס׳דא א וויקטים [
טעדענשאס, א זאך/ענטיטי וואס מ׳לאכט אפ פון] און מ׳דארף דאס (צומאל) באקליידן און עפעס ״אינאקיואס״ און ״אומשולדיג״ [
נאן-טעדענשאס] כדי עס זאל קענען ״דורכגיין״ צום אודיענס און זיי נישט שאקן, באליידיגן וכו׳. אין אנדערע ווערטער, ער זאגט אז (עכ״פ גאר אסאך מאל) מ׳מיינט אז מ׳לאכט פון עפעס ״אומשולדיג״ אבער אויף וואס מ׳לאכט באמת איז די ״וויקטים״ וואס ליגט באקליידעט דערין. @לעיקוואד טענה׳ט אז דא איז הלכה ממש א ״וויקטים״ ממש פונ׳ם וויץ און ער זעהט דורך די אומשולדיגע באקליידונג.
אפילו שיחתן...
אפשר איז דאס אליין וואס איך שרייב הומאראס...נ.ב. איך האב יא שטארק הנאה געהאט פונ׳ם ארטיקל/״תשובה״ (ווי אויך פון די אנדערע).