☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין

183 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11639
בלאט: 1 2 3 4

קל וחומר » מאנטאג יולי 17, 2017 3:25 pm

· #379318
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
דיין כח הדמיון איז געוואלדיג!

א סטעיק קען יעדער טעיסטן. נישט יעדער גלייכט עס.
א פיהלינג פון א גענדער איז נישטא!
די איינציגע זאך וואס מאכט מיר פיהלן א זכר איז מיין פיזישע אריענטעישען.
(מ'קען אפשר פיהלן אז מ'וויל זיין אן אנדערען גענדער = חולה נפש)

קל וחומר » מאנטאג יולי 17, 2017 3:37 pm

· #379320
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
וועגן דיין צווייטע טענה וועל איך דיר פרעגן, טאמער פיהל איך אז כ'בין באמת א שווארצער וואס איז געבוירן אין א ווייסע גוף וואלסטו עס אנגענומען?
אדער אז כ'בין א זעכציג יעריגער מענטש אין א דרייסיג יעריגן גוף.
אדער אז כ'בין א זיבן פוסיגער אין א זעקס פוסיגער גוף.
אדער אז כ'בין א שיינער מענטש אין א מיאוסע גוף.
א דארע מענטש אין א פעשע גוף.
א גביר אין אן ארימען גוף.
א גיבור אין א שוואכער גוף.
??

שבת אחים » מאנטאג יולי 17, 2017 4:24 pm

· #379325
[ציטאט אראפגענומען]

כל זמן די דזשין וואס איז גורם דעם סאביעקטיווע טענה איז נישט אידענטיפיצירט בלייבט דיין ריאליטי א שיינע טעאריע ותו לא, דאס איז ווייעכע סייענס אין בעסטן פאל, אדער "פאליטישע סייענס" אין ערגסטן פאל, וד"ל. הכלל, הלכה קען זיך נישט רעכענען דערמיט, ווייל יעדער וועט זיך קענען ארויסדרייען פון אלע חיובים וואס א מאן איז מחויב דורך טענה'ן אז ער איז נישט א מאן. שטעל דיך פאר בי"ד וויל הרג'נען א בועל אשת איש און דער נידון טענה'ט אז ער איז פרוי און זיין מעשה איז בעצם בלויז נשים המסוללות.

דו טעהנסט איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט.

האסט געמאכט א הנחה אז סאיז ״ווייכע סייענס״ און ״פאליטשע סייענס״ אן קיין שום עקספלענעישאן...

סייענס זאגט אז זיי קענען ״יא״ אידינטפייען די זשין, און אז א מאן מיט א לאנגע בארד קען האבן ״פרויעישע דזשינס״, און פון דעם רעדט מען דא XX/XY

אין די מוח קענען זיי טאקע נאכנישט אריינקריכן אבער זיי קענען אידינטפייען אזא מציאות ווי אינטערסעקס.
איך קען דיר נישט העלפן אז ס׳שטימט נישט מיט דיין אגענדע, פאקטן בלייבן פאקטן אפילו מ׳גלייכט זיי נישט....

סייענטיסטן קענען אריינקוקן אין דעם די ען עי פון א פיצל קינד און דיר זאגן אויב שפעטער אויף די עלטער וועט ער/זי זיין אינטערסעקס...
אדער אויב סהאט שטארקע הארמאונען פון די פארקערטע דזשענדער, קען זיין נישט יעדע קינד וואס ליידט פונדעם וועלן זיי מצליח כאפן, אבער סאיז דא אזא מציאות פון טשעקן די הארמאונען לעוול פון א מענטש, און סאיז מעגליך צוזיין אינטערסעקס אפילו פיזיש איז מען א אנדערע זעשנדער.

שוואכע סייענס! א נייע תירוץ ארויסגערגרובלט פון דיין טונקלע לאך...

נ״ב להערה בעלמא אויב סאיז דיר טאקע ״ווייעך״, סייענטיסטן האבן ארויסגעגעבן א בלויע פילל וואס קען דיר עס הארט מאכן... 😂

שבת אחים » מאנטאג יולי 17, 2017 4:51 pm

· #379332
לדעתי אויב אזויפיל מיליאנען מענטשען געבן אויס אוזיפיל געלט און צייט און זענען גרייט זיך צו לאזן שניידן, און גייען אנגעטוהן מיט קליידונג וויאזוי זענען נישט צוגעוואינט פון קינדווייז אן, און דעס גייט שוין אן פאר טויזענטער יאהרן, מוז לדעתי זיין אז סאיז ״א גענעטישע דיסארדער״. ליינען די ען עי און גענעטיקס איז נאך זייער נייע, וואס מעהר סייענטיסטן וועלן גרובלען וועלן זיי זיכער אידינטיפייען די זשין אויך...

shtriemel » מאנטאג יולי 17, 2017 4:51 pm

· #379333
קל וחומר
א פיהלינג פון א גענדער איז נישטא!

ווייל דו פיהלסט עס נישט? פון וואנעט ווייסטו מיט אזא זיכערקייט?

shtriemel » מאנטאג יולי 17, 2017 5:01 pm

· #379342
שבת טייערער,
ריכטיג רעדט נישט פון דנ"א. דאס איז דאך הארטע סייענס. אויף די וואס ווילען זאגען אז אפשר איז אויך דא א דריטע זאך, אין א מענטש'ס מוח, וואס קאנטאלירט די פילינג. דעס איז נישט קיין סייענס בכלל.

אני אומר אז ווילאנג מ'ווייסט נישט קלאר אז נישט דארף מען חושש זיין אויף דער בין אדם לאדם. קוקט אויס אז אנדערע זענען זיך מקיל ביז זיי ווייסען אויף זיכער אז פיו ליבו ומוחו אינן שווין.

קורקלענד » מאנטאג יולי 17, 2017 5:02 pm

· #379343
שבת אחים
לדעתי אויב אזויפיל מיליאנען מענטשען געבן אויס אוזיפיל געלט און צייט און זענען גרייט זיך צו לאזן שניידן, און גייען אנגעטוהן מיט קליידונג וויאזוי זענען נישט צוגעוואינט פון קינדווייז אן, און דעס גייט שוין אן פאר טויזענטער יאהרן, מוז לדעתי זיין אז סאיז ״א גענעטישע דיסארדער״. ליינען די ען עי און גענעטיקס איז נאך זייער נייע, וואס מעהר סייענטיסטן וועלן גרובלען וועלן זיי זיכער אידינטיפייען די זשין אויך...

אנטשולדיגט אבער פאר מיר זענען אייערע ווערטער נישט איבערצייגענד. סתם מחשבות.

שבת אחים » מאנטאג יולי 17, 2017 5:09 pm

· #379347
קורקלענד

איך זיך דיר נישט צו איבערצוצייגן.

איינער וואס גלייבט טראמפ יעדע ווארט פון זיין מויל, און אז דו ביסט רעכט געשטימט וועסטו אויטמאטיש זיין אקעגן יעדע פראגרעסיוו איידיע, אלזא וועט מען מוזן ווארטן נאך א דור צוויי און די נייע דור וועט עס שוין פארעכטן פונקט ווי דו היינטיגע דור האט פארכאטן די גימ״ל סיטיואציע פיינעלי ווען זיי האבן זיך געכאפט אז סאיז דא אזא מציאות.

שבת אחים » מאנטאג יולי 17, 2017 5:28 pm

· #379354
ריכטיג און שטריימל

סייענטיפישע ריסערוטש האט יא געטראפן חילוקים אין טראנסגענדערס ברעין.

פאר איר רעדט מיט אזא זיכערקייט לייען די ארטיקל אין "Scientific America"

Is There Something Unique about the Transgender Brain?

<a class="postlink" href="https://www.scientificamerican.com/article/is-there-something-unique-about-the-transgender-brain/">https://www.scientificamerican.com/arti ... der-brain/</a>

shtriemel » מאנטאג יולי 17, 2017 5:30 pm

· #379356
[ציטאט אראפגענומען]

איינער וואס ווערט מארגען געוואר אז זיינע גענעטיקס איז פארקערט פון וואס ער איז אויפגאוואקסען, מה דינו?
און לו יצוייר אז אביגיל דינן איז געוואר געווארען, ווי אנדערע האבען געזאגט דא, (נאכ'ן טויש!) אז זי איז גענעטיקאלי א פרוי מיינסטו אז די שרייערס דא גיין בעטען איר מחילה?

[ציטאט אראפגענומען]

דאס האט גארנישט מיט סייענס. קיינער קען נישט זאגען אז ער ווייסט וואס טוט זיך. But we have to err on the side of caution. דאס איז דאך דיני נפשות. האם אין דין ואין דיין?

אלס הלכה מיש איך מיר נישט. ביי מיר איז איר עבירות פונקט אזוי ווי ארויס קוקען ביי שמו"ע אדער עסען חוץ לסוכה שמיני עצרת. יש להם על מי לסמוך.

שבת אחים » מאנטאג יולי 17, 2017 5:42 pm

· #379358
נישט אזוי גלאטיג הרב ריכטיג, שטריימל

סאיז דא פוהל מיט שטודיעס וועגן די ״מוח״ פון א טראנסדזשענדער...

פון וויקיפידע:
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Causes_of_transsexuality">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Causes_ ... ssexuality</a>

Causes of transsexuality

Several studies have found a correlation between gender identity and brain structure.[6] A first-of-its-kind study by Zhou et al. (1995) found that in a region of the brain called the bed nucleus of the stria terminalis (BSTc), a region which is known for sex and anxiety responses (and which is affected by prenatal androgens),[7] male-to-female trans women had a female-normal BSTc size (like cisgender women) and female-to-male trans men had a male-normal size. While the transsexuals studied had taken hormones, this was accounted for by including non-transsexual male and female controls who, for a variety of medical reasons, had experienced hormone reversal. The controls still had sizes typical for their gender. No relationship to sexual orientation was found.[8]

In a follow-up study, Kruijver et al. (2000) looked at the number of neurons in BSTc instead of volumes. They found the same results as Zhou et al. (1995), but with even more dramatic differences. One MtF subject who had never gone on hormones was also included, and who matched up with the female neuron counts nonetheless.[9]

In a review of the evidence in 2006, Gooren confirmed the earlier research as supporting the concept of transsexuality as a sexual differentiation disorder of the sex dimorphic brain.[11] Dick Swaab (2004) concurs.[12]

In 2008, a new region with properties similar to that of BSTc in regards to transsexuality was found by Garcia-Falgueras and Swaab: the interstitial nucleus of the anterior hypothalamus (INAH3), part of the hypothalamic uncinate nucleus. The same method of controlling for hormone usage was used as in Zhou et al. (1995) and Kruijver et al. (2000). The differences were even more pronounced than with BSTc; control males averaged 1.9 times the volume and 2.3 times the neurons as control females, yet once again, regardless of hormone exposure, MtF transsexuals lay within the female range and the FtM transsexual within the male range.[13]

A 2009 MRI study by Luders et al. of 24 MtF transsexuals not yet treated with cross-sex hormones found that regional gray matter concentrations were more similar to men than women, but there was a significantly larger volume of gray matter in the right putamen compared to men. Like earlier studies, it concluded that transsexuality was associated with a distinct cerebral pattern.[14] (MRI allows easier study of larger brain structures, but independent nuclei are not visible due to lack of contrast between different neurological tissue types, hence other studies on e.g. BSTc were done by dissecting brains post-mortem.)

An additional feature was studied in a group of FtM transsexuals who had not yet received cross-sex hormones: fractional anisotropy values for white matter in the medial and posterior parts of the right superior longitudinal fasciculus (SLF), the forceps minor, and the corticospinal tract. Rametti et al. (2010) discovered that, "Compared to control females, FtM showed higher FA values in posterior part of the right SLF, the forceps minor and corticospinal tract. Compared to control males, FtM showed only lower FA values in the corticospinal tract."[15]

Hulshoff Pol et al. (2006) studied the gross brain volume of 8 male-to-female transsexuals and in 6 female-to-male transsexuals undergoing hormone treatment. They found that hormones changed the sizes of the hypothalamus in a gender consistent manner: treatment with male hormones shifted the hypothalamus towards the male direction in the same way as in male controls, and treatment with female hormones shifted the hypothalamus towards the female direction in the same way as female controls. They concluded: "The findings suggest that, throughout life, gonadal hormones remain essential for maintaining aspects of sex-specific differences in the human brain."[16]

Brain-based research has repeatedly shown that female-to-male transsexuals have several male-like characteristics in neuroanatomy. In 2010, a team of neuroscientists compared 18 female-to-male transsexuals with 24 male and 19 female gynephilic controls, using an MRI technique called diffusion tensor imaging or DTI.[17] DTI is a specialized technique for visualizing white matter of the brain, and white matter structure is one of the differences in neuroanatomy between men and women. The study found that the white matter pattern in female-to-male transsexuals was shifted in the direction of biological males, even before the female-to-male transsexuals started taking male hormones (which can also modify brain structure).

Similar brain structure differences have been noted between gay and heterosexual men, and between lesbian and heterosexual women.[18][19] Studies have also found that circumstance and repeated activities such as meditation modify brain structures in a process called brain plasticity or neuroplasticity. In May 2014, the Proceedings of the National Academy of Sciences reported that parenting "rewires the male brain" for fathers.[20]

shtriemel » מאנטאג יולי 17, 2017 7:57 pm

· #379374
קל וחומר
וועגן דיין צווייטע טענה וועל איך דיר פרעגן, טאמער פיהל איך אז כ'בין באמת א שווארצער וואס איז געבוירן אין א ווייסע גוף וואלסטו עס אנגענומען?
אדער אז כ'בין א זעכציג יעריגער מענטש אין א דרייסיג יעריגן גוף.
אדער אז כ'בין א זיבן פוסיגער אין א זעקס פוסיגער גוף.
אדער אז כ'בין א שיינער מענטש אין א מיאוסע גוף.
א דארע מענטש אין א פעשע גוף.
א גביר אין אן ארימען גוף.
א גיבור אין א שוואכער גוף.
??

סהדי במרומים, איך קען מענטשען מיט אט די מחלות משונות. איך גלייב אז מיר אלע קענען אזעלכע אידען. מיר פאלט נישט אן זיי צו רודפ'ן וועגען דעם.

דרייט זיך ארום א קילע אינגערמאן מיט בלויע ברילען אין א האלב געגאלטע בארד וואס רעדט זיך איין אז ער איז ברעד פיט'ס אידישע ברודער. נו, וועם שטערט עס?
קל וחומר, ווי אזוי דיל'סטו מיט דעם כלל גדול בתורה?

קל וחומר » מאנטאג יולי 17, 2017 9:30 pm

· #379385
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
אין פריוואטען לעבן וועלעך יענעם מחזק זיין און פראבירן צו העלפן, אבער צו נארמאליזירן שגעון און באצווינגען דעם וועלט צו אנערקענען אין יענעמס שגעון און דורך דעם שטופן נאך מענטשן צו ווערן משוגע איז אומאקצעפטירבאר.

לידיעה בעלמא, פערציג פראצענט טרענסעקצואלע מענטשן באגייען זעלבסטמארד. קיין שום גרופע אדער ראסע האט נישט דעם ראטע. (מיט אלע רדיפות וואס זיי גייען אריבער)

קורקלענד » מאנטאג יולי 17, 2017 9:59 pm

· #379386
shtriemel

סהדי במרומים, איך קען מענטשען מיט אט די מחלות משונות. איך גלייב אז מיר אלע קענען אזעלכע אידען. מיר פאלט נישט אן זיי צו רודפ'ן וועגען דעם.

רודף'ן דארף מען זיי טאקע נישט אבער אויב איז דאס אן אמת'ע משוגעת דארף נישט די גאנצע וועלט מיט גיין מיט יענע פאר משוגעים. איבער דרייען א בעט-רום פאליסי אין אלע פובליק סקולס צו געבן רעכט פאר געציילטע משוגעים. ווייל טייל מענטשן וואס זיצן ביי םרעדל רעדן אונז איין אז דאס וועט זיין זייער ישועה.

קל וחומר
אין פריוואטען לעבן וועלעך יענעם מחזק זיין און פראבירן צו העלפן, אבער צו נארמאליזירן שגעון און באצווינגען דעם וועלט צו אנערקענען אין יענעמס שגעון און דורך דעם שטופן נאך מענטשן צו ווערן משוגע איז אומאקצעפטירבאר.

לידיעה בעלמא, פערציג פראצענט טרענסעקצואלע מענטשן באגייען זעלבסטמארד. קיין שום גרופע אדער ראסע האט נישט דעם ראטע. (מיט אלע רדיפות וואס זיי גייען אריבער)

מיטן זיי אנערקענען פריוואט העלפסטו זיי? איך בין נישט זיכער אז זיי ווערן געהאלפן מיט דעם וואס מען גיבט זיי רעכט.

אביסעל שכל » מאנטאג יולי 17, 2017 10:36 pm

· #379388
<a class="postlink" href="http://m.kidshealth.org/en/parents/klinefelter-syndrome.html">http://m.kidshealth.org/en/parents/klin ... drome.html</a>
פותח האשכול
איהר מיינט אפשר דעים סינדראם

שבת אחים » דינסטאג יולי 18, 2017 2:14 am

· #379397
קל וחומר
אין פריוואטען לעבן וועלעך יענעם מחזק זיין און פראבירן צו העלפן, אבער צו נארמאליזירן שגעון און באצווינגען דעם וועלט צו אנערקענען אין יענעמס שגעון און דורך דעם שטופן נאך מענטשן צו ווערן משוגע איז אומאקצעפטירבאר.

לידיעה בעלמא, פערציג פראצענט טרענסעקצואלע מענטשן באגייען זעלבסטמארד. קיין שום גרופע אדער ראסע האט נישט דעם ראטע. (מיט אלע רדיפות וואס זיי גייען אריבער)

אוואדי, מ׳רודפט זיי עד חרמה.

דעס אז פערציג פראצענט באגיין זעלבסמארד איז דאך א ראי׳ אז זיי זענען באמת אזוי געפראוגרעמט און וויבאלד זיי פילן אז זיי ווערן איבעראל אראפגעקוקט, און ווערן נישט עקסעפטעט אין סאסייעטי און אין זייער אייגענע משפחה און געזעלשאפט, קיינער פארשטייט זיי נישט, דאס איז דאך די גרעסטע ראי׳ אויף דער וועלט אז סאיז יש דברים בגוי! א מענטש נעמט זיך נישט אזוי שנעל דאס לעבן פאר ״סתם א משוגעת״....

דורך דעם שטופן נאך מענטשן צו ווערן משוגע

וואס ווען וואו????

זיי שטופן מענטשען 😂

אבי גערעדט!

זיי ווילן זייערע ״רעכטן״! און ווילן זיין עקסעפטעט אין סאסייעטי פונקט ווי יעדעם, זיי צווינגען קיינעם נישט זיך משדך צוזיין מיט זיי אדער זיין ווי זיי, זיי ווילן סה״כ זיין אייניג מיט יעדעם און זיין בארעכטיגט צו זייערע משוגעתן (פונקט ווי אין יעדע קולטור-אריינגערכענט חסידים)
זיי זענען ״פארזיך״ אליינס משוגע! קיינער קען קיינעם נישט שטיפן צוטהן וואס זיי ווילן נישט, איך וואלט אין מיין לעבן מיך נישט אנגעטוהן ווי קיין פרוי , אפילו אלע מענטשען אויף דער וועלט וואלטן אזוי געטוהן...! סהאט צוטוהן אז די ״מוח״ איז געוויירט אויף א געוויסע וועג. איך זאג דיר איך קען אסאך אזעליכע מענטשען פערזענליך, זיי גייען דורך שבעה מדורי גיהונים, אפראציעס, הורמאנס, זיי וואלטן עס אין לעבן נישט געטוהן אויב זיי זענען נישט אזוי געווייערט. מקען עס נישט עפעס אויסהיילן אדער ארויסהאקן פון קאפ, דעס איז וואס זיי זענען. די קומענדיגע דורות גייען זיך קוילערן פון געלעכטער פון דיין איגנארענץ (די געלערנטע מענטשען לאכן שוין אין די היינטיגע דור).

טראכט וואס פארא סיבה מענטשען וואלטן דורך אזעליכע שווערע פראבלעמען פאר סתם א משוגעת??? א תאווה?
ס׳מאכט דיר סענס אז פאר סתם א שטות טוען מיליאנען זיך אפשניידן זייער אייגענע נחושת??? זיכער נישט!

קל וחומר » דינסטאג יולי 18, 2017 9:49 am

· #379409
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
פרעג בעסער, ס'פארהאן מענטשן וואס נעמען זיך דאס לעבן מכח זייער גייסטישע פראבלעמען. נו, אפשר איז דאס אויך 'נארמאל', קיינער וואלט דאך נישט סתם אזוי זיך גענומען דאס לעבן!

וועגן די פראצענט פון זעלבסטמארד, געי, שחורים, אידן וכדו' פלעגן דורכגיין עניטיים אזעלכע רדיפות קיינער האט נישט געהאט אזא גרויסע ראטע. דאס ווייזט אז זיי זענען גייסטיש אומסטאבילע מענטשן וואס די דשענדער טויש וועט זיי נישט זעטיגן.

shtriemel » דינסטאג יולי 18, 2017 2:32 pm

· #379433
קל וחומר
לידיעה בעלמא, פערציג פראצענט טרענסעקצואלע מענטשן באגייען זעלבסטמארד. קיין שום גרופע אדער ראסע האט נישט דעם ראטע. (מיט אלע רדיפות וואס זיי גייען אריבער)

יתומים אין אלמנות נעמען זיך אויך די לעבען אויף גרעסערע ראטעס ווי די גענערעל פאפיולאציע. קום ר' קל וחומר, לאמיר זיי גיין פייניגען.

די קוקסט וואס די שרייבסט? רח"ל מהאי דעתא.

(בכלל די 40% ראטע קוקט נישט אויס צו זיין אמת. כ'האב נישט צופיל גענישטערט אויף גאגעל אבער אפאר שנעלע קליקס זאגט אז די ראטע איז אסאך ווייניגער. די קוקסט מיר אויס א שטיקעל בר-דעת, אז די ווילסט א קורצע איינפיר צו עפיסטעמאלאגי Epistemology, וועל איך עס אייך צוליב טוהן)

קורקלענד
איך בין נישט זיכער אז זיי ווערן געהאלפן מיט דעם וואס מען גיבט זיי רעכט.

קורקלאנד, די דארפסט זיין זיכער אז עס העלפט "נישט" פאר'ן טרעטען אויף יענעם'ס רעכטען. ואלוקים יודע ללבב.

______________________

איך האב שוין נישט דא אין דעם אשכול וואס מוסיף צו זיין. אויב קענען מיר דערקענען מזרעו של אברהם אבינו דארך זייער מידת הרחמנות, פארוואס שטיפען זיך די ערב רב בתוכינו צו פאשפרייטען תורות פון בלעם הרשע? נשגב מבינתי.

לאמיר האפען אז א רוח טהרה ממרום וועט אראפקומען אויף אונז אלע. יתמו חטאים ולא חוטאים. אפילו בלעם'ס אייניקלעך מעגען אויך האבען א גוט לעבען. ושלום על ישראל.

יב הלוי סאלאווייטשיק » דינסטאג יולי 18, 2017 3:29 pm

· #379444
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
ביטע מיך אריין ברענגן אין די נושא איך בין נישט אזוי באקאנט...

די יסוד המערכה צווישען די געי אין די אנטי געי איז :
צי דאס געפיל פאר א צווייטע זכר איז א תאוה ווי תאוות נשים,אדער איז א טיפע חולי נפש וואס דארף א רפואה (וואס איז מעגליך נישט פארהאן)..

איצטעט אז די תורה לייגט א לאו חמור פין משכב זכור, איז פשט אז גאט אנערקענט אז דאס איז חולי נפש.. נישט קיין געזינטע תאוה..

און דאס איז אויך קלאר אז סיי וואספארא טראנספארמאציה א זכר געי גייט דורך צי ווערען מער נקבה בלייבט די איסר פין משכב זכור פינקט אזוי גילטיג,

וא״כ ווי בלייבט נאך איבער א מקום להסתפק פאר תורה טרייע יודן..?

וואלווי » דינסטאג יולי 18, 2017 3:43 pm

· #379448
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט דא אין די גאנצע קאנווערסעישאן איז פארוואס מ'מישט תורה מיט סעקצואלע אריענטאציעס. די תורה שטעלט אוועק איסורים אדער הנהגות מצד הלכה אדער מאראל. אבער וואס פארא שייכות האט עס מיט די סייענס פון די זאך? די תורה זאגט אז דער געי איז מער בעל תאוה ווי די סטרעיט? די תורה זאגט אז ס'נישט אויסגעהאלטן אזוי צו טוהן און ס'איז בכלל נישט אן אינדיקעיטאר אויף די סייענטיפישע מציאות פון די מענטש וואס לויט דעם האט ער זיינע תאות. זעלבע געדאנק מיט איינער וואס איז עובר עריות אלס העטעראסעקציועל, ס'דא דא הלכה'דיגע און מאראלישע ענינים און ס'דא די תאוה חלק. ביידע אריענטאציעס האבן ביידע גדרים. ס'דא די דאו'ס ענד דאונט'ס, און ס'דא די מציאות פון גליסטענישט. די חלק התורה רעדט נישט אריין אין די גליסטענישט שבדבר נאר אין די הנהגה.

אויב אזוי וואס מאכט אויס די אריענטעישאן. ביידע האבן די זעלבע רעכטען אלס מענטש אין די סאשעל וועלט.

קורקלענד » דינסטאג יולי 18, 2017 5:00 pm

· #379459
shtriemel

קורקלענד
איך בין נישט זיכער אז זיי ווערן געהאלפן מיט דעם וואס מען גיבט זיי רעכט.

קורקלאנד, די דארפסט זיין זיכער אז עס העלפט "נישט" פאר'ן טרעטען אויף יענעם'ס רעכטען.

ניין מיין ספק איז צוויי פאכיג. נישט נאר אז ס'איז מעגליך אז זיי ווערן נישט געהאלפן. אפשר גאר מאכן מיר עס ארגער פאר זיי מיט דעם וואס מיר געבן זיי רעכט אויף אן אומרעכט וואס זיי ברענגען אויף זיך.

איר זענט ביזי דערמאנען רדיפות. איר האלט און איין פארהאלטן מיר און אנדערע דא אז מיר רודף'ן אדער בארעכטיגן רדיפות אויף טרענסגענדער'ס. אפשר קענט איר אריינקומען קלארער פון וואספארא ערליי רדיפות איר רעדט? מעגליך אז איך וועל צו דיר מודה זיין אז מ'טאר זיי נישט רודפ'ן.

קל וחומר » דינסטאג יולי 18, 2017 5:39 pm

· #379460
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
shtriemel
קל וחומר
לידיעה בעלמא, פערציג פראצענט טרענסעקצואלע מענטשן באגייען זעלבסטמארד. קיין שום גרופע אדער ראסע האט נישט דעם ראטע. (מיט אלע רדיפות וואס זיי גייען אריבער)

יתומים אין אלמנות נעמען זיך אויך די לעבען אויף גרעסערע ראטעס ווי די גענערעל פאפיולאציע. קום ר' קל וחומר, לאמיר זיי גיין פייניגען.

די קוקסט וואס די שרייבסט? רח"ל מהאי דעתא.

(בכלל די 40% ראטע קוקט נישט אויס צו זיין אמת. כ'האב נישט צופיל גענישטערט אויף גאגעל אבער אפאר שנעלע קליקס זאגט אז די ראטע איז אסאך ווייניגער. די קוקסט מיר אויס א שטיקעל בר-דעת, אז די ווילסט א קורצע איינפיר צו עפיסטעמאלאגי Epistemology, וועל איך עס אייך צוליב טוהן)

ווער רעדט דא פון פייניגן??

טאמער זאג איך ס'איז א גייסטישע קרענק מיינט אז איך גיי יעצט איינעם פייניגן?
איך האלט פשוט אז דער וועלט מוז נישט און טאר נישט נארמאליזירן א זאך וואס איז א גייסטישע קרענק.

בנוגע די פראצענט ראטע, געב א גוגל transgender suicide rate און לאז מיר וויסן וואס ס'קומט ארויף. אדרבה טאמער קענסטו מיר אפווענדן ברענג א מקור.

(די ראטע איז נאר געברענגט געווארן צו באשטעטיגן אז ס'האנדלט זיך פון גייסטיש אומסטאבילע מענטשן).

diff » דינסטאג יולי 18, 2017 5:45 pm

· #379461
.

יהושע חיים » דינסטאג יולי 18, 2017 6:02 pm

· #379463
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
.

נעגעל וואסער » דינסטאג יולי 18, 2017 6:08 pm

· #379464
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
עפ"י תקנת המקום איז בילדער פון נשים אסור. ולהלכה למעשה דא איז צ"ע.

Sent from my SM-G800F using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג יולי 18, 2017 6:13 pm

· #379467
לוסטיג און לעבעדיג!

א גיבערס תלמיד! א פאלטישאנער אייניקל! ווי באהאלט מען זיך??? 😂

כגלייב דער אהבת ישראל מיט זיינע אויסגעארבעטע מידות וואלט אים/איר אויך מקרב געוועהן.

מ׳טאהר קיינמאל נישט אוועקווארפן קיין אייגענע און אויפגעבן אויף קיין שום אידיש קינד נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב נאכדערצו אזא בנן של קדושים פון עכטע ווארימע חסידשע אידישע שטוב, און אלעס וואס ער/זי טוט איז קיינעמס געשעפטן.

הוי דן את ״כל אדם״ לכף זכות...!

נ״ב איך בין נישט סארקאסטיש איך מיין עס ערנסט.

diff » דינסטאג יולי 18, 2017 6:23 pm

· #379468
נעגעל וואסער
עפ"י תקנת המקום איז בילדער פון נשים אסור. ולהלכה למעשה דא איז צ"ע.

לויט @שבת טאר מען נישט

איך אויך » דינסטאג יולי 18, 2017 6:58 pm

· #379474
פעך ווער דארף די דרעק דא??

קורקלענד » דינסטאג יולי 18, 2017 7:51 pm

· #379479
תפילין אויף די פיס.... נאך נישט בייגעפאלן? גייט א שטריימל און א טלית ווייל ** וויל אויך פילן ווי א זכור?

שבת אחים » דינסטאג יולי 18, 2017 8:11 pm

· #379483
[ציטאט אראפגענומען]

דו ביסט מוראדיג! פונקט ווי אלע רעכטע...

לאמיר אנהייבן:

דו טעהנסט אז נאר אינטערסעקס איז חלק הסייענס און די ״מוח״ איז סתם א ׳פיסכאליגישע דיאגנאז׳ אלזא שרייבסטו ווילאנג סייענטיסטן קענען נישט אינדטפייען די ״מוח דזשין״ איז עס ווייכע סייענס.

שרייב איך "נישט אמת״ היינטיגע סייענטיסטן פון צענדליגער אנדערע לענדער האבן יא געטראפן חילוקים אין א ״טראנסגענער מוח״ און ׳סייענטיפיש׳ קען מען יא זעהן א חילוק אין די ברעין פון א טראנסדזשענדער. איך ברענג דיר די מקורות אויף וויקעפידע פון די אלע ׳סייענטיפשע שטודיעס׳ און דיין תירוץ איז

״איך בין נישט קיין סייענטיסט, און איך פארמאג נישט די כלים דאס בוחן צו זיין״

סירעסלי???

ביסט נישט קיין סייענטיסט, האסט נישט די כלים, זיי שטיל, זאג נישט וואס איז ״ווייעכע סייענס״ און וואס נישט....

א מין תירוץ!?

זיי מודע ביסט געוועהן ״ראונג״ ביז יעצט

סאיז אבסולאטלי יא ״סייענטיפיש״ עכ״פ לויט די שטודיעס.

שבת אחים » דינסטאג יולי 18, 2017 8:30 pm

· #379488
[ציטאט אראפגענומען]

מאן יימר אז די מעדיצינשע וועלט האט עס נישט אנגענומען און אפילו יא דעס איז דיין ראי׳?
דו ווייסטאך אז די זאכן נעמען יאהרן לאנג!!! צענדליגער יאהרן....!
סאיז נאך זייער רייף און נייע .אבער זאגן מיט ׳זיכערקייט׳ ווי דו אז סאיז נישט סייענטעפיש איז אבסולטלי ׳ראונג׳...!

איך האב געטענהט אז אויב עפעס זאגט סייענס אז סאיז יא דא חילוקים אין די ברעין וואס מ׳קען קלאר אידינטיפייען, אויב גלייבסט מיר נישט ביטע נעם א מינוט און לייען דערוועגן...

למעשה בין איך ״@אנאנים״ נישט דו 😂

זיי געזונט.

שבת אחים » דינסטאג יולי 18, 2017 9:15 pm

· #379493
[ציטאט אראפגענומען]

לעסט טיים איי טשעקט.

די לעצטע לינקע פרעזידענט איז געוועהן א ״דזשענטעלמאן״

נישט סתם נאר א אמתע שטאטסמאן וואס די גאנצע וועלט האט געגלייכט חוץ די רעכטע ריפובליקאנער ראסיסטן...

ווידער די היינטיגע פרעזידענט טראמפ איז די מערסטע ״ציווילדוועטע פרעזידענט״ און אומ-מענטש וואס איז נאר געוועהן (לאמיר נישט אריינגיין אין זיין פארדארבענע אדמינסטראציע ווי סטיוו בענענען און דער ״אונגארישער נאצי״...!)

לאמיר נישט פארגעסן ווי ציווילדוועט ניקסאן איז געוועהן -דאכצעך א רעכטער נישט קיין לינקער (וויקיפידיע זאגט אזוי 🙄 )

דער צווייטער בוש מיט זיין רעכטע קאבינאט האבן זיך נאר ״אביסל צעווילדוועט״ אין איראק, סהאט נאר געקאסט דרייסיג טויזנט מענטשען׳ס לעבן מיט טריליאנען דאללערן וואס אונז אמעריקאנער וואלטן געקענט בענעפיטן פון דעם, אריינגעשלעפט אמעריקע אין די ״גרעסטע חוב זייט די וועלט שטייט״ טריליאנען

צענדליגער אומשולדיגע אמעריקאנע יונגען און זייער משפחות אפגעהארגעט לעולם ועד פאר גארנישט מיט נישט...
פון אביסל רעכטע צעווילדעוועטקייט...

און וואס געשעהט שוין ווען לינקע זענען ציווילדיוועט? זיי רייכערן נאך א דזשוינט? זיי פעינטן נאך עפעס א נעריש בילד ווי זיי האלטן אז סאיז ארט? זיי שיסן איינער דעם צווייטן? זיי מאכן א סיין צו פראטעסטירן פאר ריינע לופט און וואסער? פאר גאון און ניוקליער קאנטראל? פאר וועלטליכע שלום? פאר איקוואלטי פון יעדעם? פאר גימל רעכטען? פאר מינארטי רעכטן? פאר די ארבעטס קלאס? וואס קענען זיי שוין טוהן אין ערגסטען פאל? הא?

ווען האסטו די לעצטע מאל געהערט אז צווי יופיס פון בושויק האבן זיך געשאסן איינער דעם צווייטן?

שבת אחים » דינסטאג יולי 18, 2017 10:30 pm

· #379499
מיט דעם האסטו א פונקט.

איך שריי ווען איך האלט אז איך בין גערעכט, און דעס איז די וועג וויאוזי איך טענה מיך.

מכל מלמדי השכלתי. איך וועל פרובירן רעדן ראוהיגער.

אייז קריעם » דינסטאג יולי 18, 2017 11:17 pm

· #379500
סיריעל קיללערס האבן אנדערע ברעין ווייערינג. מיט דעם אלעם זענען זיי ריספאנסיבל פאר זייער עקשן ווייל מיר זענען נישט דא אין א דזונגל.
אזוי אויך די טראנסדזשענדער למיניהם, כאטש מיר האבן גרויס מיטלייד, איז דאס נישט נארמאל און דארף נישט ווערן באגריסט און באקומען עקסטרע בית הכסא'ס.

שבת אחים » מיטוואך יולי 19, 2017 12:30 am

· #379509
אייז קריעם
סיריעל קיללערס האבן אנדערע ברעין ווייערינג. מיט דעם אלעם זענען זיי ריספאנסיבל פאר זייער עקשן ווייל מיר זענען נישט דא אין א דזונגל.
אזוי אויך די טראנסדזשענדער למיניהם, כאטש מיר האבן גרויס מיטלייד, איז דאס נישט נארמאל און דארף נישט ווערן באגריסט און באקומען עקסטרע בית הכסא'ס.

די חילוק פון סיריעל קיללערס ביז טראנסגאנדער איז דאך פשוט און יעדער מיט א האלבע מוח פארשטייט דאס.

א סיריעל קיללער איז א ׳פיזישע סכנה פאר די וואוילזיין פון אנדערע׳.

טראנסגאנדערס שטעלן קיינעם נישט אין סכנה. זיי פארלאנגען זייערע רעכטן פונקט ווי יעדעם איינעם.

אז ס׳שטערט דיך צוליב רעליגיעזע סיבות איז עס דיין פראבלעם. רעליגע קען נישט דיקטירן אין א פרייע סאסייעטי.

קורקלענד » מיטוואך יולי 19, 2017 12:45 am

· #379511
שבת אחים

די חילוק פון סיריעל קיללערס ביז טראנסגאנדער איז דאך פשוט און יעדער מיט א האלבע מוח פארשטייט דאס.

א סיריעל קיללער איז א ׳פיזישע סכנה פאר די וואוילזיין פון אנדערע׳.

טראנסגאנדערס שטעלן קיינעם נישט אין סכנה. זיי פארלאנגען זייערע רעכטן פונקט ווי יעדעם איינעם.

אז ס׳שטערט דיך צוליב רעליגיעזע סיבות איז עס דיין פראבלעם. רעליגע קען נישט דיקטירן אין א פרייע סאסייעטי.

די מער רעכט מ'געבט זיי די מער אנשטעקיג ווערט זייער מחלה. וועלן מער מענטשן זיך פארופן טראנס סיי אימער ווען מ'וויל אנטלויפן פון זיך. און למעשה טוהט דער גאנצער טראנפארמאציע גארנישט אויף אויפן פאציענט. דאס ברענגט אריין די ארומיגע און א סכנה. גייסטישע זעה זיכער ס'קען אויך עווענטועל גיין פיזיש.

וואס פונקטליך מיינט רעכטן? קען איך ארויפצווינגן מיינע רעכטן אויף יענעם? וואספארא רעכטן בין איך אלס נארמאלע מענטש בארעכטיגט מיט?

אז רעליגיע וואלט געווען א גייסטישע מחלה אדער א פיזישן טיעף אין די די.ען.עי. וואלסטו יא פארשטאנען זייער פרייהייט פון דיקטירן? האסטו עפעס מער באווייזן אז רעליגיע איז ווייניגער א מחלה ווי טראנס? רעליגיע האט אויך רעכטן, פארוואס זענען זייערע רעכטן אנדערש?
און אנדערע ווערטער פארוואס זענען די טראנס'עס רעכטן מער צווינגבאר אויף אנדערע ווי רעליגיעזע רעכן.

@שבת. איך קען דיר שוין פאר א וויילע און איך בין גאנץ זיכער אז ציווישן דיינע 4100 הודעות דא אין שטיבל האסטו אמאל געלעיבלט רעליגיע אלס א מחלה. לייג דיך אריין אין יענע מחשבה און טראכט עס איבער.

למעשה נאך די גאנצע משא ומתן דא בין איך נאך נישט קלאר אין צוויי זאכן.

א. "רעכטן". וואס זענען די רעכטן פון וואס מ'האלט אין איין רעדן
ב. "רדיפות". וואס פונקטליך מיינט דאס. וויאזוי ווערן זיי גערודפ'ט? וואס זענען די מעשים וואס קוואליפיצירן אלס רדיפות?

שבת אחים » מיטוואך יולי 19, 2017 1:48 am

· #379515
כפארשטיי נישט פונקטליך וואס דו שרייבסט און ווי דו צילסט דא.

רעכטן:
אין רוב רעכטע און אפילו אין געוויסע לינקע סטעיטס זענען זיי נישט עקספעטעט אין סאסייעטי מיט גארנישט, איך ווייס אפילו נישט ווי אנצופאנגען.

אפשר זאל @שטריימל דער פותח האשכול מעהר מרחיב זיין אין דעם. סאיז דא א לאנגע ליסט פון ״דיסקרימאנציע״ קעגן זיי... (געוונטליך אנגעפירט פון רעכטע).

וועגן וואס דו שרייבסט אז איך האלט וועגן רעליגע אז סאיז א מחלה, כהאב קיינמאל נישט דאכצעך געשריבן אזא זאך. אויב עפעס האב איך געשריבן אז ארגאנייזט רעליגע האלט אפ די דיוועלעפמענט פון א פראגרעסיוו פארגעשריטנע סאסייעטי. און אז אסאך ארגאנייזט רעליגעס און קולטס אויף די וועלט גייט פאר שרעקליכע רשעות און אומרעכטן אין נאמען פון זייערע רעליגעס, אבער כהאב עס נישט באצייכענט ווי א קרענק/קאונדישאן אזויווי דו ווילסט זאגן, ווי ווייט איך געדענק.

איך שטיץ טאקע רעכטן פאר רעליגיע ווילאנג סאיז נישט אויף די expense /חשבון פון אנדערע.

די חילוק צווישן מיר און דיר איז נאר איך שטיץ סיי רעליגעזע רעכטן סיי גימל רעכטען סיי טראנסדזשעדער רעכטן, אפילו איך פערזענליך אידיניטפייעט זיך נישט מיט קיינער פון די דריי אויבענדערמאנטע גרופעס, שטוץ איך נאכאלץ ״זייערע״ רעכטן. ווידער דו שטיצט נאר ״רעליגעזע רעכטן״ ווייל סאיז ״דיינע פערזענליכע״ רעכטן.

גערעכט?

shtriemel » מיטוואך יולי 19, 2017 8:37 am

· #379525
איך האב געמיינט אז איך האב שוין אלס אפגעזאגט, אבער קוקט נישט אויס ווי אלע פארשטיין. לאמיר פראבירען נאכאמאל.

אויב מ'וועט לאזען געלינקטער קינדער שרייבען מיט די לינקע האנט, די מער רעכט מ'געבט זיי די מער אנשטעקיג ווערט זייער מחלה. וועלן מער מענטשן זיך פארופן געלינקטער'ס סיי אימער ווען מ'וויל אנטלויפן פון זיך.... השם ירחם.

קיינער דארף נישט קיין ראיות ברורות ווי אזוי די המון עם פייניגט און רודפ'ט די וואס זיינען אנדעריש. קוקטס נאר צוריק אפאר תגובות. ליינט די אריגיענעלע אשכול און זעה אליין וויפיל רשעות און שלעכטיגייט גיסט זיך פין תלמידי בלעם הרשע.

אין מיין תורה שטייט: אלוקים יבקש את הנרדף! וואס איז נאך דא מוסיף צו זיין?

מפוזרי » מיטוואך יולי 19, 2017 9:01 am

· #379532
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
א חידוש צו פארמאגן אין היינטיגן דור אזא ירא שמים, ביסט טאקע ראוי צו טראגן א שטריימל.

(און פאר עס וויל פארשטיין; פארלאנגען פון א פרומער איד זאל רופן א גע'מל'טער זכר 'זי' לויט ווי עס פאלט אים איין אין קעגנזאץ צו וויאזוי גאט הייסט אים רופן, איז א רדיפה און אן אומרעכט צו דעם פרומען איד. דאס צו פארלאנגען אין גאט'ס נאמען, איז היפראקיטסווע​ און רשעות בתפארתה.)

shtriemel » מיטוואך יולי 19, 2017 9:45 am

· #379542
מפוזרי
א חידוש צו פארמאגן אין היינטיגן דור אזא ירא שמים, ביסט טאקע ראוי צו טראגן א שטריימל.

שכוייח
מפוזרי
(און פאר עס וויל פארשטיין; פארלאנגען פון א פרומער איד זאל רופן א גע'מל'טער זכר 'זי' לויט ווי עס פאלט אים איין אין קעגנזאץ צו וויאזוי גאט הייסט אים רופן, איז א רדיפה און אן אומרעכט צו דעם פרומען איד. דאס צו פארלאנגען אין גאט'ס נאמען, איז היפראקיטסווע​ און רשעות בתפארתה.)

אין מיין תורה שטייט: (קהלת ג, טו): "והאלהים יבקש את נרדף".

אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!

מפוזרי » מיטוואך יולי 19, 2017 10:08 am

· #379544
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
דער שאלה איז נישט ווער איז דער צדיק, נאר ווער איז דער רודף. און פון דעם דרייסטו זיך כסדר ארויס. איך האב אין מיין לעבן נישט געטשעפעט קיין לגבט און איך פלאן עס נישט צו טון. און איך וויל אפילו אז דער געזעץ זאל זײ באשיצן פון רדיפות.
אבער 'מיך' צו צווינגען רופן דעם ט' - זי אנשטאט ער, אדער דעם לג פּאָר - חתונה געהאט, מיינט 'מיך' צו רודפ'ן, ועל לא דבר בלויז פארן גלייבן אין גאט.

אלקים יבקש את הנרדף אויך כשרשע רודף צדיק.

מפוזרי » מיטוואך יולי 19, 2017 10:30 am

· #379546
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
ווער רודפ'ט וועם?
Reuters: World News:
UK watchdog to crack down on gender stereotypes in adverts in Britain

LONDON (Reuters) - Adverts depicting girls as ballerinas alongside boys as rock climbers are likely become a thing of the past in Britain under new rules set out by the UK's advertising watchdog on Tuesday.

[HEAVY MINUS SIGN] @ReutersWorld [HEAVY MINUS SIGN]
אז דו ווילסט מלחמה האלטן מיט גאט און אים אויסראטן פון זיין וועלט, געזונטערהייט, גאו אהעד. כבר היה לעולמים.
אבער, ביטע, ענליסט אים נישט אויף דיין זייט.

קורקלענד » מיטוואך יולי 19, 2017 11:58 am

· #379553
קורקלענד

למעשה נאך די גאנצע משא ומתן דא בין איך נאך נישט קלאר אין צוויי זאכן.

א. "רעכטן". וואס זענען די רעכטן פון וואס מ'האלט אין איין רעדן
ב. "רדיפות". וואס פונקטליך מיינט דאס. וויאזוי ווערן זיי גערודפ'ט? וואס זענען די מעשים וואס קוואליפיצירן אלס רדיפות?

יב הלוי סאלאווייטשיק » מיטוואך יולי 19, 2017 12:17 pm

· #379555
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
[ציטאט אראפגענומען]

אויב איז עס א תאוה ווי תאוות נשים האבן מיר א כלל ״אין הקב״ה בא בטרוניה עם בריותיו..״
וואס דארפן די געי חברה טיהן, זיי האבן נישט קיין תאוה נאר פאר א זכר,
ובכלל לא מציני די תורה זאל אסרן א זאך וואס איז א נארמאלע לייף סטייל,
ואיסר קרובים יש טעם בדבר ואין לדמות בכלל, (ובכגון זה אמרו ״אין לך איסר שלא הותרה התורה כנגדו.)

יב הלוי סאלאווייטשיק » מיטוואך יולי 19, 2017 12:27 pm

· #379556
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
וואלווי
איין זאך וואס איך פארשטיי נישט דא אין די גאנצע קאנווערסעישאן איז פארוואס מ'מישט תורה מיט סעקצואלע אריענטאציעס. די תורה שטעלט אוועק איסורים אדער הנהגות מצד הלכה אדער מאראל. אבער וואס פארא שייכות האט עס מיט די סייענס פון די זאך? די תורה זאגט אז דער געי איז מער בעל תאוה ווי די סטרעיט? די תורה זאגט אז ס'נישט אויסגעהאלטן אזוי צו טוהן און ס'איז בכלל נישט אן אינדיקעיטאר אויף די סייענטיפישע מציאות פון די מענטש וואס לויט דעם האט ער זיינע תאות. זעלבע געדאנק מיט איינער וואס איז עובר עריות אלס העטעראסעקציועל, ס'דא דא הלכה'דיגע און מאראלישע ענינים און ס'דא די תאוה חלק. ביידע אריענטאציעס האבן ביידע גדרים. ס'דא די דאו'ס ענד דאונט'ס, און ס'דא די מציאות פון גליסטענישט. די חלק התורה רעדט נישט אריין אין די גליסטענישט שבדבר נאר אין די הנהגה.

אויב אזוי וואס מאכט אויס די אריענטעישאן. ביידע האבן די זעלבע רעכטען אלס מענטש אין די סאשעל וועלט.

א תורה טרייע יוד, וואס ווייסט אז תורה מן שמים, אין די בריאה ותורה און גאט חד הוא
ווייסט זייער קלאר אז די תורה רעדט אריין אין אלע חלקי החיים והבריאה
די תורה זענען די חיקי חיים , והתורה נתנה לעשות שלום בעולם,
אין אז די תורה אסרט משכב זכר און ריפט דאס אן תועבה, איז פשט אז דאז איז נישט קיין מהלך החיים ס׳איז נישט געזינט.!

diff » מיטוואך יולי 19, 2017 12:32 pm

· #379558
ווייל סניש דא קיין תוצאות. כמיין ער האט דזעלבע תאוה ווי יעדן. אבער ער האסט פרויען

קול דודי » מיטוואך יולי 19, 2017 1:37 pm

· #379570
shtriemel

אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!

נראה לי שמפוזרי לשיטתו דרבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא קאמר. וכדאיתא בשמעתתא

רבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא אמר אף בקרבנות כך אמר הקדוש ברוך הוא שור נרדף מפני ארי עז נרדף מפני נמר כבש מפני זאב לא תקריבו לפני מן הרודפים אלא מן הנרדפין הה"ד "שור או כשב או עז כי יולד" (מדרש רבה, שם)

תני מפוזרי, "אף בקרבנות כך" נמצא לומד, והאלהים יבקש את נרדף: כדי לרדפו עוד. אמר יב הלוי סאלאווייטשיק, כך קבלתי מרבותי: חייב אדם לרדוף את הנרדף ולשפוך דמו על מזבח ה׳ שנאמר והלכת בדרכיו, מה הוא רחום אף אתה רחום וכו׳

קל וחומר » מיטוואך יולי 19, 2017 2:24 pm

· #379578
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
טיפישע לינקע פראפעגאנדע זיך צו אהערשטעלן אלס נרדפים אן קיין שום עווידענס.
ס'האט איינער דא בארעכטיגט צו רודפ'ן גייסטיש קראנקע?

(בד"א, א נרדף אין פסוק מיינט מפני גלוי עריות אדער שפיכת דמים. אפשר קען איך העלפן זוכן א פסוק וואס רעדט מער פון דעם ענין)

מפוזרי » מיטוואך יולי 19, 2017 3:40 pm

· #379586
Re: מיין בריוו צו די בריוו פאר עבי שטיין
קול דודי
shtriemel

אין מדרש רבה ויקרא כז ה: "והאלהים יבקש את נרדף" - רב הונא בשם רב יוסף אמר: לעולם "והאלהים יבקש את נרדף"; אתה מוצא צדיק רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף". רשע רודף צדיק? "והאלהים יבקש את נרדף", רשע רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" אפילו צדיק רודף רשע? "והאלהים יבקש את נרדף" מכל מקום "והאלהים יבקש את נרדף".

ווילסט זיין א נבל ברשות התורה? אדרבה פסוק לי פסוקך!

נראה לי שמפוזרי לשיטתו דרבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא קאמר. וכדאיתא בשמעתתא

רבי אליעזר ב"ר יוסי בן זמרא אמר אף בקרבנות כך אמר הקדוש ברוך הוא שור נרדף מפני ארי עז נרדף מפני נמר כבש מפני זאב לא תקריבו לפני מן הרודפים אלא מן הנרדפין הה"ד "שור או כשב או עז כי יולד" (מדרש רבה, שם)

תני מפוזרי, "אף בקרבנות כך" נמצא לומד, והאלהים יבקש את נרדף: כדי לרדפו עוד. אמר יב הלוי סאלאווייטשיק, כך קבלתי מרבותי: חייב אדם לרדוף את הנרדף ולשפוך דמו על מזבח ה׳ שנאמר והלכת בדרכיו, מה הוא רחום אף אתה רחום וכו׳

שלום עליכם @קול דודי,
א דאנק פארן אריינקומען און העלפן קלארשטעלן אויף וואס מ'קריגט זיך.

יא, כ'ווייס אז דו האלטסט אז דער גאט פון דער פרימיטיווער אידישער פאלק איז אן אכזר.
אבער איך בלייב מיט אים, פארפאלן.

@שטריימל, לערן זיך פון קול דודי, זײ שטאלץ מיט דיין נייע רעליגיע און פארשטעק זיך נישט אונטער דעם צוריקגעשטאנענעם גאט פונעם ביבל.

ליפא » מיטוואך יולי 19, 2017 3:45 pm

· #379591
איך האב געקוקט א קליפ פון אים אויף יו טוב זאגט ער דארט אז מיר אלטרעארטאדאקסן האלטן אז סתם ארטאדאקסישע אידן זענען יורשי גיהינום. דאס נאר איינס צווישן אסאך שקרים וואס ער זאגט דארט איבער אונז. איז ער א נרדף אדער ענדערש דער רודף?
בלאט: 1 2 3 4