☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11623

אשכול אן א טיטל #11623

336 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11623
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

— » מוצ"ש יולי 8, 2017 10:03 pm

· #378295

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קל וחומר » מוצ"ש יולי 8, 2017 10:05 pm

· #378296
יעצט ווארט מען צו הערן פון שמואל פרימו די דברי הספד.

פליקער » מוצ"ש יולי 8, 2017 10:26 pm

· #378300
לאמיר האפן אז די חסידים וועלן איינזען אז ער איז געשטארבן, און יעדער זאל זיך פרידלעך גיין זיי וועג.
ווייל ווי מיר האבן שוין געזען קענען חסידים דאס אויך לייקענען, און האלטן אז זייער ראביי איז קיי וחיים, און אפילו נישט עד ביאת גואל - נאר איז גאר דער גואל.

מרדכי ישראל » מוצ"ש יולי 8, 2017 10:27 pm

· #378301
ער איז נישט געווען אין גוואטאמעלאו?

diff » מוצ"ש יולי 8, 2017 10:30 pm

· #378302
.

diff » מוצ"ש יולי 8, 2017 10:33 pm

· #378303
סנישדא א ממשיך, ראזנער אדג

קאווע טרינקער » מוצ"ש יולי 8, 2017 10:50 pm

· #378306
ברוך דיין האמת!! Literally

טרויבן88 » מוצ"ש יולי 8, 2017 10:51 pm

· #378307
מרדכי ישראל
ער איז נישט געווען אין גוואטאמעלאו?

לעצטנס האבן זיי געמופט קיין מעקסיקא

בת קול » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:06 pm

· #378308
קל וחומר
יעצט ווארט מען צו הערן פון שמואל פרימו די דברי הספד.


און אויב ער אדער זיינע פילע ניקס בלייבן שטיל, איז עס טאקע געווען אים?

מרדכי ישראל » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:08 pm

· #378309
diff
סנישדא א ממשיך, ראזנער אדג

ער האט א זון דארט

ירח בן יומו » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:09 pm

· #378310
איז ער דערטראנקן געווארן?
אדער האט מען אים אריינגשווארפן? אדער האט ער גאר אליין...?

אישתישבי » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:13 pm

· #378312
איינער פין די שרייבערס דא זענען אומגעקומען. והראי' חכמת שלמה איז נישטא.

ברוך דיין אמת, געוועהן א איד. שוין לאמיר האפען אז די חברייא וועט אונטער גיין.

כ'מיין זיין ווייב און קינדער זענען נישט צו אינטרעסירט אין זיין גאנצע מהלך.

קען זיין זיי וועלען יא ממשיך זיין און מאדערנעזירען דער גאנצע זאך.

פליקער » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:14 pm

· #378313
איך וואלט געזאגט אז עטליכע חסידים האבן געהאלטן אז ער ברויך א טהרה יתירה און זיי האבן אים ארינטערגעהאלטן ביז דער רוח טומאה טראגט אפ פאר אייביג.

קלוגע יודל » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:24 pm

· #378314
קל וחומר
יעצט ווארט מען צו הערן פון שמואל פרימו די דברי הספד.

לעבט ער נאך?

מיש-נייעס » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:35 pm

· #378317
איך גלייב שווער אז ער זאל האבן אליין געשריבן דא פון ווי זאל ערקענען אידיש
עניוועי עס איזא שאק די גאנצע מעשה, ער האט א סאך מיטגעמאכט אין לעבן ברוך דיין האמת
לאמיר האפן אז ער מיט זיינע נאכפאלגער זאלן שוין פון יעצט האבן א מנוחה נכונה

berlbalaguleh » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:52 pm

· #378322
אישתישבי
איינער פין די שרייבערס דא זענען אומגעקומען. והראי' חכמת שלמה איז נישטא.

ברוך דיין אמת, געוועהן א איד. שוין לאמיר האפען אז די חברייא וועט אונטער גיין.

כ'מיין זיין ווייב און קינדער זענען נישט צו אינטרעסירט אין זיין גאנצע מהלך.

קען זיין זיי וועלען יא ממשיך זיין און מאדערנעזירען דער גאנצע זאך.

אישתישבי: זיי וועללן אבער האבן א פראבלעים. וויאזוי זאללן זיי זיך רופן? חסידים מ'בארא פארק,אוטיסווילל,קאשוי,מאנסי, טאראנטא, סט. אגאטה, אנטעריא, גואטעמאלא,גואטעמאלא, מעקסיקא...!

מאטל שניידער » מוצ"ש יולי 8, 2017 11:59 pm

· #378323
ווי גייט מען אים באערדיגן ?

פרייוויליג » זונטאג יולי 9, 2017 12:02 am

· #378324
ביה"ח הישן

סמבטיון » זונטאג יולי 9, 2017 12:10 am

· #378326
איינער ווייסט וואס דארט איז פארגעקומען? וואס הייסט זיך דערטראנקען? פארשוועמט געווארן אדער וואס?

יהודי פשוט » זונטאג יולי 9, 2017 1:53 am

· #378328
דער נייעס איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן, עס איז נאר א רעפארט פון די מעקסיקאנער נייעס, מדינת ישראל האט געמאלדן תיכף ווען עס איז געווארן מוצאי שבת אין ארה״ק אז זיי גיין אויספארשן צו די רעפארט איז אמת, דערווייל האבן זיי נאכנישט געמאלדן צו ס׳איז אמת

דער שכן » זונטאג יולי 9, 2017 5:28 am

· #378331
лпم iοوԴ
http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=121389

<a class="postlink" href="https://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4986438,00.html">https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 38,00.html</a>


<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=7tbNsD2d8dM">https://www.youtube.com/watch?v=7tbNsD2d8dM</a>

בן אדם » זונטאג יולי 9, 2017 7:52 am

· #378335
מ'ווערט דארפן ווארטן פאר די רעאקציע פון לב טהור צו זען צו ס'איז אמת. ס'קען אבער נעמען אפאר וואכן לכה"פ אויב זיי פארן קיין איראן, און דעמאלטס וועט מען שוין וויסן צו ער לעבט נאך. און אויב ס'גייט קומען הספדים מיט הכתרות אויף ק"ש וועט מען וויסן אז ס'איז אמת.

יהודי פשוט » זונטאג יולי 9, 2017 7:56 am

· #378336
<a class="postlink" href="https://goo.gl/oNS4mQ">https://goo.gl/oNS4mQ</a>

diff » זונטאג יולי 9, 2017 8:26 am

· #378338
מסתם ווילר ברענגען א מעסג' פון הימל

יהושפט קליין » זונטאג יולי 9, 2017 9:01 am

· #378342
מומחים אויף לב טהור טענה'ן אז זיי זענען עלול אויף אזא שפיל.... ס'זייער שווער דערווייל צו וויסען צו ס'אמת,

בן אדם » זונטאג יולי 9, 2017 9:18 am

· #378344
כ'האף אז די מדינת ישראל חברה האבן די קאפ אויפן פלאץ, ווייל זיי קענען שוין זיין יעצט אויפ'ן וועג קיין איראן...

Chasidishmashpia » זונטאג יולי 9, 2017 10:25 am

· #378346
יש אומרים אז ער איז חי וקיים נאר יעצט איז ער באיתכסיא...

יהודי פשוט » זונטאג יולי 9, 2017 10:57 am

· #378347
'לב טהור': ממתינים לגופה

חסידי הרב הלברנץ מאמינים כי רבם לא טבע אלא הועלם כדי להרחיק את הרדיפות נגדו. "כל עוד הגופה לא זוהתה אנחנו מאמינים שהוא חי"

סיפור טביעת הרב הלברנץ, מנהיג 'לב טהור', מכה גלים בציבור החרדי, אך בקרב מאמיניו סבורים רבים כי רבם לא טבע אלא הועלם וכדי להרחיק את הרדיפות נגדו.

לדבריהם, למרות שחסידים ראו כיצד הוא טובע בנהר, יש להם סיבה לאופטימיות. "כל עוד הגופה לא זוהתה אנחנו מאמינים שהוא חי וכי מדובר במבצע להעלים את הרב על ידי השלטונות או משתפי פעולה אחרים", צוטטו כמה מהחסידים במהלך היממה האחרונה.

אמש דווח כי הרב שלמה הלברנץ, מנהיג כת 'לב טהור', טבע למוות בנהר במדינת צ'יאפס במקסיקו בעת שטבל בו לקראת השבת האחרונה.

על פי דיווח באתר diariodechiapas.com המקומי, הוא טבע לעיני חסידיו לאחר שירד לטבול ונסחף בזרם הנהר. על פי הדיווח, גופתו נמשתה מהמים לאחר סיוע כוחות ההצלה המקומיים.

קנאק-יענקל » זונטאג יולי 9, 2017 11:59 am

· #378350
פון אנדערן אשכול.

ערגעץ אין די תש"ן'ס איז געווען א מערכה צווישן קאשוי רב'ס (ברכת שמים) אייניקלעך, קעגן הרב העלבראנץ.
דאכט זיך אז ס'האט געהאט צוטוהן וועגן א 'היתר מאה רבנים' פון איינעם טעללער.
און ס'איז דאן געווען א גאנצע זייט אין איד "אפ עד" קעגן אים.
מענטשן האבן זיך געהויבן די ברעמען, וואס גייט דא פאר?
ביז מ'איז אנגעקומען אונטן פונעם מודעה, איז געשטאנען "באצאלטער אנאנס".

איינער ווייס פון וואס איך רעד???
אדער איינער קען ברענגען א קאפי??

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 9, 2017 12:12 pm

· #378351
קנאק-יענקל
פון אנדערן אשכול.

ערגעץ אין די תש"ן'ס איז געווען א מערכה צווישן קאשוי רב'ס (ברכת שמים) אייניקלעך, קעגן הרב העלבראנץ.
דאכט זיך אז ס'האט געהאט צוטוהן וועגן א 'היתר מאה רבנים' פון איינעם טעללער.
און ס'איז דאן געווען א גאנצע זייט אין איד "אפ עד" קעגן אים.
מענטשן האבן זיך געהויבן די ברעמען, וואס גייט דא פאר?
ביז מ'איז אנגעקומען אונטן פונעם מודעה, איז געשטאנען "באצאלטער אנאנס".

איינער ווייס פון וואס איך רעד???
אדער איינער קען ברענגען א קאפי??

טעללער איז געווען אן איידעם ביים קאשוער און געגאנגען מיט העלבראנץ. אפגעלאזט זיין פרוי און חתונה געהאט מיט העלבראנץ טאכטער (דאכט זיך א קליין מיידעלע)

אישתישבי » זונטאג יולי 9, 2017 1:01 pm

· #378365
שוין, האט ער א זוהן נחמן וואס איז ערגער פין אים.


עס איז דא א באקאנטע משל פין דובנער מגיד, עס איז געוועהן א שטאט וואס איז געוועהן ביים גרעניץ, די בית החיים איז געוועהן אין די אנדערע מדינה, אויף די אנדערע זייט גרעניץ.

ווען איינער איז געשטארבן, איז מען אדורך די גרעניץ און קובר געוועהן די נפטר.

איז איינער אויפגעקומען מיט א איינפאל, ער וועט נעמען א ארון אנפילן מיט סחורה, און אדורך שמוגלען די גרעניץ, און פאר די באאמטע וועט מען ווייזען א קאסטען כאילו מען גייט קובר זיין א מת.

זענען זיי געקומען צו דער גרעניץ, און צו זייער שטוינונג האט דער באאמטער דוקא זיך געשטעלט מען זאל עפענען דער ארון און ווייזען דער נפטר, כאטש די באאמטער האט קיינמאל דאס נישט פארלאנגט.

שוין, נאכען איינזעצן האבען זיי געפרעגט די באאמטער פין ווי האט ער געשמעקט אז דא איז א פאלשע לוויה? זיין תשובה איז געווען פשוט, מענשטען טראגען א ארון מיט א מת און מען לאכט? מען מאכט וויצען? האב איך געהייסן עפענען.

אונזער נמשל דא איז, יעדער קען זיך פארשטעלן אליין אויב העלבראנץ שטארבט ווי פארלוירן די חברה וואלטען באמת געוועהן, און די בכיות וואלטען געגאנגען עד לב השמים.

מען וואלט געזעהן בילדער, מיט דער גוף און טויזענט לעכט ארום, מיט אלע זיינע כתבים לעבען אים, און מענער און פרויען וואלטען געוויינט ווי בעיביס.

דערווייל, הערט מען א שמועה רחוקה אז ער איז געשטארבן, און מער זעהט מען גארנישט, איך בין דער באאמטער וואס זאגט, מאך אויף דער ארון, לאמיר זעהן זיין גוף טויט. ביז אהין איז עס א פאלשער לויה.

איך אויך » זונטאג יולי 9, 2017 1:44 pm

· #378369
באבוד רשעים רנה.
אויב אמת איז דאס געוואלדיגע גינסטיגע נייעס אז דער קאלט פירער רעיפיסט ארכי-מנוול און עביוזער ארז ימש''ו האט זיך אפגעפגרט. מען קען אפילו נישט זאג תהי פגירתו כפרתו ווייל לכאורה גייען די מעשים תעתועים רח''ל ממשיך זיין.

יהודי פשוט » זונטאג יולי 9, 2017 3:48 pm

· #378382
פרטים חדשים על טביעת הלברנץ במקסיקו

יום אחר הדיווח שהכה בתדהמה ולפיו מנהיג כת 'לב טהור' הקיצונית בן ה-54, ששהה עם אנשיו במקסיקו, טבע בנהר מקומי - מתפרסמים פרטים חדשים • יוסף, תושב הקהילה החרדית במקסיקו ל'בחדרי': "הם גרים ב'סוף העולם', אין מי שילחם בשבילם"

פרטים נוספים על טביעתו של מנהיג כת 'לב טהור' בנהר. בדיווחים המקומיים צויין כי טביעתו של שלמה ארז הלברנץ בן ה-54 אירעה אחר שהחליק, נפל אל הנהר ונסחף בזרם חזק. לא מצוין כי הגיע למקום כדי לטבול לפני שבת, אך אנשיו לא שיתפו פעולה עם הרשויות, ועל כן אפשר והפרטים המלאים חסרים או אינם מדויקים.

המקרה אירע ביום שישי בסביבות השעה 4 אחר הצהריים בשעון המקומי. גופתו נסחפה עם זרמי המים ובין הסלעים מאות מטרים, ונמשתה רק אחר יותר מקילומטר על ידי צוות חילוץ והצלה מקומי.

"האנשים שהיו שם סרבו לדבר איתנו, הם כל יום היו מגיעים לטבול בנהר, ולאחר מכן להתפלל על שלום העולם" כך תיאר הכתב המקסיקני באתר שבו פרסם את המקרה.

מיקום הטביעה בנהר שוג'ובל באוניון ג'ואראז בעיר גבול, בה נמצאים מהגרים רבים, ועל כן בתקשורת המקומית מתייחסים לאנשי הקהילה ולרב הטובע כמהגר - שכן, כזכור כפי שדווח אמש ב'בחדרי' לפני 4 שבועות, הלברנץ הרים עוגן מגואטמלה וערק למקסיקו, אחר שגם הרשויות בגואטמלה הצרו צעדי הקהילה, לטענתם בעיקר בעקבות פניות מגורמים רמי דרג מישראל.

החקירה מתנהלת בדרג מעט גבוה יותר מקציני משטרה מקומיים, והגופה נשלחה לנתיחה.

חשדות הרשויות המקומיות גברו אחר שאנשי קהילתו ובני משפחתו של הלברנץ, סירבו לשתף פעולה ולספק מידע ונתונים לרשויות - כך על פי הדיווחים המקומיים.

הם הודיעו להם כי הגופה נלקחת לטיפול השירות הרפואי-משפטי. על פי הדיווח, רשויות החוק ינתחו את הגופה, ורק לאחר מכן יאשרו למשפחתו לזהות את הגופה.

יצויין כי מספר ישראלים שקרובי משפחותיהם נמצאים בידי 'לב טהור' מנהלים בשנים האחרונות קרב עיקש, תקשורתי משפטי וציבורי, בנוגע לכך שעל הרשויות בישראל לדאוג לאזרחים ישראלים שחברים בקהילה, כיוון שלטענתם מדובר בכת.

מקום הטביעה במדינת צ'יאפס, וככל הנראה המקום החדש בו השתכנה הקהילה הנודדת, נמצא במקום מבודד מכל קהילה יהודית. המרחק ממקסיקו סיטי שם ישנו ריכוז גדול של יהודים, הוא 12 שעות נסיעה ממקום מושבם.

בשיחה ל'בחדרי חרדים' מספר יוסף, חרדי מהקהילה במקסיקו סיטי "אצלינו לא היו נותנים לנתח את הגופה, כאן יש קשרים עם הרשויות. שם זה סוף העולם, אין מי שילחם בשבילם. העיתונים הגדולים בכלל לא דיווחו על זה, כי יש פה במדינה הרבה מקרי טביעה, רק העיתונים המקומיים והאתרים המקומיים".

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 9, 2017 3:50 pm

· #378383
אז מ'שניידט וועט מען טרעפן א צלם.

קאלטגעבראטן » זונטאג יולי 9, 2017 3:57 pm

· #378386
חיים שאולזאן האט אנגעמערקט די פארגאנגענע וואך אז אין די לעצטיגע אינטערוויא מיט א מעקסיקאנער נייעס האט אנדערשט ווי געווענטליך דער דובר הכת גאלדמאן גארנישט דערמאנט זיין רבי שלמה העלבראנס

Sent from my STV100-1 using Tapatalk

בן אדם » זונטאג יולי 9, 2017 4:11 pm

· #378388
למעשה איז ער נסתלק געווארן אויף א פרייטאג בשעת'ן זיך טובל'ען, איז דאס נישט קיין הייליגע מיתה?

יהודי פשוט » זונטאג יולי 9, 2017 4:34 pm

· #378392
קאווע טרינקער
אז מ'שניידט וועט מען טרעפן א צלם.

ער איז געוועהן א ליטפאק ???

איש את רעהו » זונטאג יולי 9, 2017 4:38 pm

· #378396
בן אדם
למעשה איז ער נסתלק געווארן אויף א פרייטאג בשעת'ן זיך טובל'ען, איז דאס נישט קיין הייליגע מיתה?


ווען א סקווירא/גורע/פאפאנע/בעלזע חסיד באשרייבט זיין רבי ז"ל אין די מיתה איז געווען בעת טהרה ערב שב"ק בנהר וואלט עס געהאט בלעטער פון מקורות אויף די קדושת האדמו"ר וכו'.

יהודי פשוט » זונטאג יולי 9, 2017 5:45 pm

· #378401
‏אמו של הלברנץ: "הוא היה קשור בחבל לעץ. הקשר ניתק והוא נסחף. הוא בן יחיד. אנחנו מזועזעים. הכל עלילות"

בן ישי » זונטאג יולי 9, 2017 6:15 pm

· #378402
לוי ווי איך הער ארבעטן זיי יעצט עם אריבער צופירן צוריק קיין גוטאמאלא.

אישתישבי » זונטאג יולי 9, 2017 7:02 pm

· #378406
בן אדם
למעשה איז ער נסתלק געווארן אויף א פרייטאג בשעת'ן זיך טובל'ען, איז דאס נישט קיין הייליגע מיתה?


עס איז גאר א הייליגע מיתה, אבער פארט א מיתה משונה.

טרויבן88 » זונטאג יולי 9, 2017 8:22 pm

· #378416
דער שכן
лпم iοوԴ
http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=121389

<a class="postlink" href="https://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4986438,00.html">https://www.ynet.co.il/articles/0,7340, ... 38,00.html</a>


<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=7tbNsD2d8dM">https://www.youtube.com/watch?v=7tbNsD2d8dM</a>

איך האב געזען די ווידעא אינדערפרי... זייער גוט אראפגעלייגט, און די זאכן טויגן די איזראעליס בעסער ווי די אמעריקאנע פרעסע

אויבערלענדער חכם » זונטאג יולי 9, 2017 9:35 pm

· #378433
אישתישבי
בן אדם
למעשה איז ער נסתלק געווארן אויף א פרייטאג בשעת'ן זיך טובל'ען, איז דאס נישט קיין הייליגע מיתה?


עס איז גאר א הייליגע מיתה, אבער פארט א מיתה משונה.

די גמרא זאגט אז "טובע בנהר" איז א קיום פון מיתת חנק. איך קום נישט חושש זיין אז ער איז געווען חייב חנק אדער כרת אבער מען זאל נישט פאדרייען א קאפ מיט א הייליגע מיתה....

שבת אחים » זונטאג יולי 9, 2017 10:04 pm

· #378436
קאווע טרינקער
ברוך דיין האמת!! Literally

רוב אמעריקאנע פוטבאלל און בעסקיטבאלל שפילערס זענען קריסטן. בעפאר יעדע גרויסע געים דאווענען זיי צו יוזל אז זיי זאלן געווינען. דער באוואוסטער כופר, דער רבי פון סטענד אפ קאמעדי "דזשארזש קארלין" פלעגט זאגן:

זיי דאוונען צו יאשקע, און ווען זיי געווינען דאנקען זיי גאט פאר'ן זיין אויף זייער זייט און זיי העלפן געווינען, אבער ווען זיי פארלירן האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט ווי איינער זאל זיך אויפשטעלן און זאגן FU פאר יוזל! איך האב געדאווענט צוויי שעה פאר די געים און דעס טוסטו?...!

קענסט נישט נוצן די חשבונות אז גאט באשטראפט די באשולדיגטע אויף א וועג וויאזוי אונז קליינע מענטשן פארשטייען. און ווען ס'קומט אזא טראגעדיע ווי האלצבערג וואס האט זיך מוסר נפש געוועהן פארן אייבערשטן און געגעאנגען וואוינען אין אינדיע א דריטע וועלט לאנד צו פארשפרייטן אידישקייט, און ווען א דארטיגע צייטונג האט אים געפרעגט אין א אינטערוויו צי ער האט נישט קיין מורא פון קיין "טעראריזם" האט ער געזאגט "דער אייבישטער היט אויף זיינע שליחים", און ליידער איז ער אזוי קאלטבלוטיג אומגעקומען מיט א מיתה משונה און איבערגעלאזט א קיילעכיגע יתום, וואס ער איז זיכער גארנישט געוועהן שולדיג לכל הדעות.

אונז אלע האבן געזעהן די טעראר אטאקע אין הר נוף-ירושלים, ווי אידן איינגעוויקלט אין טלית און תפילין זענען ליידער דערמארדעט געווארן אינמיטן דאוונען צום אייבערשטן מיט זייערע תפילין אינאיינעם...

דעמאלטס קענסטו אויך זאגן ברוך דיין האמת ליטערלי???

וואס איז געוועהן זיבעציג יאהר צוריק ווען צוויי מיליאן צאן קדשים, קליינע פיצעלע קינדער זענען אריין אין די אויווענס??? ווען "גרויסע רבי'ס", קדושים וטהורים, וואס האבן אוועקגעגעבן זייער גאנץ לעבן פאר'ן אייבערשטן און פאר אידישקייט זענען נעבעך קאלטבלוטיג אומגעברענגט געווארן אויף די ערגסטע אופנים וואס מ'ווייסט נאר זייט די וועלט שטייט...! צוגענומען פון מאמעס זייערע פיצלעך קינדער און זיי קאלטבלוטיג דערמארדעט פארענט פון די עלטערן...!

דו דערמאנסט מיך פון מיין חבר, וואס האט אייביג גע'טענה'ט אז ער האט א וועג צו געווינען אין די קאסינא און אויסשפילן די סיסטעם, ער האט געהאלטן אין איין פארלירן... אבער ווען ער האט איין שאט פונקט געמאכט און ס'איז אים געלונגען האט ער הויך אויסגעשריגן פאר יעדעם איינעם "זעהסט כ'האב דיר געזאגט אז איך גיי עס מאכן"!!!

יא יא, צום סוף האט ער געדארפט גייען צו פראפעישאנעל הילף ארויסקלאפן די משוגעת פון קאפ אז "פונקט ער" קען אויסשפילן די קאסינא, ווייל די וויץ האט אים במשך פון די יאהרן אפגעקאסט אין די הונדערטער טויזנטער דאללארן...

איך וואלט אויך אזוי געזאגט:

"נסתרים דרכי השם".
ווייל אז נישט זיי מסביר וואס האט פאסירט ביי האלצבערג...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 9, 2017 10:52 pm

· #378440
שבת אחים:איך זעה אז דו ביסט א וואוילער איד א מאמין בהשי"ת ובהנהגת עולמו...!

לאמיר קוקן אויף די טראגעדיע מיט א ניכטערן בליק. הרב שלמה העלבראנס האט געטון א סאך פעולות אין זיין קורצן לעבן. א טייל וואס איז געווען לויבנסווערט. און א טיייל וואס מ'האט נישט געקענט פארדייען. ער איז געווען א טאלאנטפולער מענטש וועלכער האט געפיהרט זיין קהילה אויף א וועג וואס האט נישט געשטימט מיט די פאדערונגען פון די תורה פון א אידישע משפחה. א מענטש דארף נישט און טאר נישט זיין פרומער ווי וואס די תוה"ק פארלאנגט. וואס איז אונז איבערגעגעבן געווארן דורך חכז"ל. דער איבערגעדעקטער לבוש פאר פרויען וואס ער האט איינגעפיהרט שטאמט נישט מצד הקדושה. ווייל אונז ווייסן מיר אז די מוסלמענער כאטש זיי גייען פארדעקט זענען די גרעסטע נואפים. און אונז אידן האמיר א סטאנדארט פון צניעות. און מ'דארף זיך האלטן צו דעם.

ס'איז אפשר נישט אזוי באקאנט. אבער ווען ער האט אריינגענומען דעם יונגל שי פימא, צו לערנען מיט איהם און צו גרייטן פאר זיין בר מצוה. האט ער איהם באהאנדלט אויף דעם שענסטן און בעסטן אופן. ווייל זיינע עלטערן זענען געווען ארימע אימיגראנטן. ער האט איהם געקויפט א שיינעם סוט מיט א הוט פאר זיין בר מצוה. און דייקא נישט א חסיד'ישן. נאר א ליטווישן געשטעל. לויט ווי איך געדענק האט ער איהם געמאכט א שיינע בר מצוה סעודה אויך. און א יעדער האט איהם געריהמט פאר דעם. אויך האט ער געהאט א סטאבילע משפחה. א ווייב/רביצן מיט קינדער. די פראבלעם האטציך אנגעהויבן ווען, נאך די בר מצוה פון דעם יונגל, ווען זיינע עלטערן זענען געקומען בעטן אז ער זאלל איהם צוריקגעבן פאר זיי האט ער איהם באהאלטן און געמאכט א גאנצע קאנספיראציע מיט נאך עטליכע יונגעלייט איהם אוועקצופיהרן אויף פארשידענע פלעצער. און דער דעת הקהל איז ביז דאמאלס געווען 100% מיט איהם. נאר נאכדעים וואס ער האט געמאכט גרויסע משפחה פראבלעמען דייקא ביי די מענטשן וועלכע האבן איהם געהאלפן און געשטיצט, האט מען אנגעהויבן איינצוזעהן אז ער פיהרט א קולט. די משוגעת מיט דעם מאדנע לבוש איז ערשט געקומען שפעטער. ווען ער האט געוואוינט אין מאנסי. אויך האט איהם זיין רעבעצין איבערגעלאזט. און די איבעריגע היסטאריע איז דאך באקאנט פאר א יעדן ואכמ"ל.

איבער זיין טויט קען קיין איינער פון אונז נישט משפט'ן לכאן או לכאן. פארדעים זאגט מען דאך ברוך דיין האמת. אז נאר דער אייבישטער ווייסט דעם אמת פארוואס דער מענטש איז יעצט און אויף דעם אופן געשטארבן...!

שמעקעדיג » זונטאג יולי 9, 2017 11:03 pm

· #378441
berlbalaguleh
שבת אחים: איך זעה אז דו ביסט א וואוילער איד א מאמין בהשי"ת ובהנהגת עולמו...!

berlbalaguleh » זונטאג יולי 9, 2017 11:09 pm

· #378443
שמעקעדיג: נו, עפעס א קאמענט אדער א פירוש. סתם אזוי אראפברענגען א פסוק אן א חידוש איז דאך נישט אינטרעסאנט...!

שמעקעדיג » זונטאג יולי 9, 2017 11:15 pm

· #378445
על כגון דא אמרו חז"ל: אין לך בו אלא חידושו!

איך בין ערשטוינט פון די אמונה פערל ווערטער וואס גיסן זיך פון @שבת אחים...

קאווע טרינקער » זונטאג יולי 9, 2017 11:21 pm

· #378447
שבת אחים, זייער גוט ארויסגעברענגט, אונז מאמינים זאגן נישט עף יודעלע ווען ס'גייט נישט ווי געראכטען, נאר מיר זאגן אלץ ברוך דיין האמת. מיר גלייבן אז דער פון אויבן טוט עס מיט א חשבון. אבער אז ס'קומט אמאל ווען מ'דארף נישט גלייבן, נאר מ'זעהט די גוטס בחוש, זאגט זיך ברוך דיין האמת מיט א שלימות.

elter-zeide » זונטאג יולי 9, 2017 11:36 pm

· #378451
דער מסלת ישרים שרייבט פרק ט', יש בטחון ויש הוללת,כי הנה האדון ברוך הוא עשה האדם בעל שכל נבון וסברה נכוחה שינהג עצמו על דרך טוב, וישמור מן הדברים המזיקים וכו', ומי שרוצה שלא ינהג עצמו בדרך החכמה ויפקר עצמו לסכנת, הנה אין זה בטחון אלא הוללות וכו ע"ש
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7