רחמנא אידכר לן זכותא דרבינו שלמה מלכא משיחא
היינטיגן טאג געפאלט אויס דער יארצייט זיעועכ"י. נעכטן האבן מיר דא געפאסט, אינאיינעם מיט די גאנצע חבריא, כנהוג פה. היינט איז מען ארויף אויפן ציון און אין עטליכע שעה ארום וועלן מיר זוכה זיין צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א תמ"ל, דורכ'ן טעלעפאן פון אמעריקע.
יעצט האלטנדיג דא, אינעם טאג פונעם יארצייט, לויפן מיינע מחשבות דורך און איך דערמאן זיך אין יענע צייטן מיט עטליכע יאר צוריק, ווי אזוי די געשעהענישן זענען זיך פארלאפן. דער גאנצער עולם האט זיך געפינען אין מעקסיקא, ביים גרעניץ, נאך וואס באגרינדעטע שמועות זענען אנגעקומען אז עס ווערט געפלאנט אן אבלאווע אויף בבל, וואו די ציוניסטישע שלוחים וועלן פארכאפן אלע קינדער וואס געפינען זיך דא, אריבערפירן צו די מדינה הטמאה און זיי אויס'שמד'ן חלילה על מזבח הציונות היל"ת. קודם האט מען אוועקגענומען פון דא בלויז די קינדער וואס פארמאגן ציוניסטישע בירגער-רעכט, שפעטער ווען מיר האבן געהערט אז דער מצב איז געפערליך, האט מען יעדן פון דא אוועקגענומען, דער רבי אליין איז אויך געפארן קיין מעקסיקא, אינאיינעם מיט די גאנצע קהילה. מען האט געפלאנט א געוויסער מהלך (איך ווייס נישט צי איך קען ארויסגעבן), אזוי אז קיינער זאל נישט קענען לייגן די הענט אויף אונז און אויף אונזערע קינדערליך. דא אין בבל זענען איבערגעבליבן קוים א מנין אידן, איך צווישן זיי, וועלכע זענען דערווייל געבליבן זיך פארען אויפן ארט. די פרויען און קינדער זענען שוין געווען אין מעקסיקא (בלויז איין פרוי וואס האט זיך נישט גוט געשפירט, איז פארבליבן דערווייל דא אין איר שטוב). איך וועל דעריבער דערציילן פון מיין זייט, ווי אזוי די געשעהענישן מיט דער שבת קודש איז אריבער דא אויף אונז.
ערב שבת איז אנגעקומען די ידיעה, אז דער רבי זצוק"ל איז געגאנגען זיך טובל זיין לכבוד שבת, און מען קען נישט געפינען דעם רבי'ן, ער איז נעלם געווארן און מען זוכט אים... מען האט שוין תיכף געשמעקט אז זאכן זענען נישט אין דער ארדענונג. איך האב געהערט די ביטערע בשורה, ווען איך האב צוריקגערופן אהין און געפרעגט וואס איז דער מצב (מיינענדיג צו פרעגן, צי מען האט שוין געטראפן דעם רבי'ן און וואס טוט זיך דארט), האט מיין חבר געענטפערט מיט א קול בוכים, אז ס'איז שוין ליידער נישטא קיין מצב... איך האב גראד פארשטאנען וואס עס איז געשען.
דער רבי שליט"א, יבחלחט"א, איז אויך געווען מיט אונז אין גואטאמאלא. ער איז דעמאלס געווען אין גואטאמאלא סיטי און איז צוריקגעפארן אהיים אויף שבת. אינאיינעם מיט אים אינעם קאר זענען געזעצן האברך ר' נחמן (נחמלע) מלכה מיט א דאקטער, א גר, ר' עובדיה ברוך הי"ו. נחמ'לע האט באקומען א טעלפאן קאל, וואו מען האט אים דערציילט וואס עס איז געשען, אבער מען האט אים געבעטן אז ער זאל דערווייל גארנישט דערציילן דערפון פארן רבי'ן. אבער דער רבי, וואס איז געזעצן אין קאר, האט שוין געכאפט אז עפעס קומט פאר, ער האט גענומען פרעגן קושיות אבער מען האט אים נישט געענטפערט געהעריג. דער רבי האט דעמאלס גענומען צימבלען און פארפירן אז מען זאל אים שוין דערציילן וואס עס קומט פאר. ער האט אזוי שטארק געדרוקט ביז מען האט געמוזט דערציילן. הערנדיג וואס עס טוט זיך, איז דער רבי געווארן אויס מענטש, ער האט זיך גענומען פארפירן און וויינען, מען האט געמוזט אפשטעלן דעם אוטו און דער דאקטער האט אים געמוזט באהאנדלען. עס האט גארנישט געהאלפן און דער רבי האט שרעקליך געליארמט, ער האט דאס פשוט נישט געקענט איבערטראגן, ער האט עס גענומען שטארק צום הארצן און געווען שטארק צובראכן דערפון.
אנקומענדיג אין שטעטל א שעה אדער צוויי פארן זמן, האט מען אים אפגעווארט און געגעבן פארשידענע בארואינגס מיטלען, אבער גארנישט האט געהאלפן. בכלל, איז דער גאנצער שטעטל (די פאר אידן וואס זענען דארט געווען), געווען אין א שרעקליכע היסטעריע, מען האט נישט געקענט גלויבן אז אזאנס איז פארגעקומען. ס'איז געשען צי שנעל און פלוצלינג און קיינער האט נישט געקענט אריינעמען אין הארץ, אז רבינו מדריכינו אור ה' אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים, איז אזוי טראגיש אוועקגעריסן געווארן פון אונז בדמי ימיו, אין די שענסטע יארן, עס האט אויסגעקוקט פאר אונז ווי א ווילדער חלום, וואס עס קען נישט זיין אז דאס פאסירט טאקע אין דער ווירקליכקייט.
דער רבי שליט"א איז טאקע געווען אויס מענטש. אבער ווי נאר עס איז אנגעקומען דער זמן, איז אים פלוצלינג באפאלן א רואיגקייט, מנוחה ושמחה אור ליהודים. ער איז אריינגעקומען מיט די בגדי שבת אין בית-המדרש, זיך אוועקגעשטעלט פארן עמוד און אנגעהויבן אויפן נוסח "הודו לה'... כי טוב... כי לעולם חסדו".
דער עולם איז נאך אפילו נישט געווען אין בית-המדרש, ס'איז נאך געווען צופארן, אבער אז מען האט געזען אז דער רבי האט זיך געשטעלט דאווענען, זענען אלע געקומען און זיך געשטעלט דאווענען. דער רבי האט געדאוונט מנחה, און נאך מנחה האט דער רבי זיך אויסגעדרייט און געזאגט אפאר ווערטער פארן עולם, ער האט אנגעהויבן מיטן פסוק "הצדיק אבד ואין איש שם על לב כי מפני רעה נאסף הצדיק", ער האט געזאגט אז אמאל האבן מיר געהאט דעם צדיק וואס האט אונז אנגעוויזן אויף דעם דרך ווי אזוי זיך צו פירן, אבער יעצט האבן מיר שוין נישט דעם צדיק, און יעדער דארף פאר זיך אליין זען וואס עס איז ריכטיג צו טון וכו', יבוא שלום יניחו על משכבותם. ער האט מחזק געווען דעם עולם און דאן האט מען זיך געשטעלט קבלת שבת. איך געדענק שוין נישט ווער עס האט געדאוונט קבלת שבת, אבער איך געדענק אז לכה-דודי האט מען נישט געזינגען, נאר געזאגט חזן וקהל. נאכן דאווענען האט מען געגעסן די סעודה, דער גאנצער עולם צוזאמען. במשך פרייטאג צו נאכטס איז דער רבי שליט"א נישט געשלאפן, און ער איז געבליבן אויף די גאנצע צייט.
איך דארף מקצר זיין. אבער סוף דבר, מוצאי שבת איז געקומען די הוראה פונעם רבי'ן שליט"א, אז מען זאל אפלאזן אלע פלענער ביז אהער, דער גאנצער עולם זאל צוריקקומען קיין גואטאמאלא, וואו מען זאל זיך אנהויבן גרייטן צו די קבורה. אזוי האט מען געטאן.
איך דארף שוין ענדיגן, איך האף צו האבן נאך אביסל צייט היינט, און ארויפקומען ענדיגן דעם באריכט.
דערווייל האט מיר א גוטן טאג, און דער זכות זאל מגין זיין.