☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11623

אשכול אן א טיטל #11623

336 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11623
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

דער שכן » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 9:57 pm

· #381318
להתודע
מאטל שניידער
אוטענטישע דאקיומענט פון תקנות ישיבת לב טהור
📎 lev-tahor1_Page_1.jpg
📎 lev-tahor1_Page_2.jpg

זעהט נישט אויס קראנט

זעהן זעהט עס אויס קראנט. די שאלה איז אויב עס איז טאקע קראנט.

מפוזרי » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 9:59 pm

· #381320
לענ"ד זעט דאס יא אויס קראנט, לאפוקי פון אלע אנדערע צעטלעך וואס מ'האט דא געשטעלט.

מאטל שניידער » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 10:03 pm

· #381321
אז איך האב געשריבן "אוטענטיש" האב איך דעקונג דערויף אז נישט וואלט איך געלאזט די חברי השטיבל דן זיין.

די דאקומענט איז געפונען געווארן צווישן די חפצים וואס די בני ל"ט האבן איבער געלאזט אין קאנאדא

איש את רעהו » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 12:22 am

· #381327
לב טהור מענטשן זאגן אז יא דאס איז זייער א צעטל

@להתודע זעהט נישט אויס צו זיין א ריכטיגער חסיד.

יהודי פשוט » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 2:58 pm

· #381363
די צעטלעך זענען אויטענטיש, איך האב געהערט פון איינעם וואס האט באזוכט דארטן ווען זיי זענען געוועהן אין קאנאדע אז ער האט געזעהן די צעטלעך הענגן דארט

להתודע » זונטאג אוגוסט 6, 2017 7:36 am

· #381436
איש את רעהו
לב טהור מענטשן זאגן אז יא דאס איז זייער א צעטל

@להתודע זעהט נישט אויס צו זיין א ריכטיגער חסיד.

ניטאמאל קיין אומריכטיגער אויך נישט
באט דזשאסט פאר יוא נוא אז כדי צו וויסן אז מען טאר זיי נישט רודפ'ן און מען טאר זיי נישט טוהן וואס מען טוט זיי דארף מען נישט זיין קיין חסיד בכלל עס איז גענוג צו זיין א לטופיק מען דארף פאר דעם ניט מער צו האבן ווי א הארץ פון א אידיש קינד טאמער האט מען עס נאך ווייסט מען פון וואס מען רעד.
-אך וואס עפעס מען דארף אפילו נישט מער פון א הארץ פון א גוי כדי דאס צו פארשטיין כל זמן אז ער נישט א בלוט דארשטיגן נאצי. אזוי ווי איר ערווארט אפ' פונעם גוי צו פארשטיין אז צו פארטרייבן אידען צום געטאס און צו באראבענען זייער הייזער וכל טוב (וואס דאס איז נאר אחד מני אלף וואס מען האט געטוהן צו די לב טהור קהילה מגלידער טאמער עטץ ווייסט אביסל זייער היסטאריע) איז א זאך וואס כן לא יעשה און מען טאר דאס נישט צו לאזן.
איז כאטש אויף אזוי פיל ערווארט מען פון יעדער וואס מיינט אז ער איז נאך געבליבן מיט א קליין שטיקל אידישע אדער לכה"פ מענטשליכע הארץ זאל חאטש דאס פארשטיין און פליז איין מאל פאר אלע מאל אויף הערן מיטן רדיפות ועלילות וכו' ואכמ"ל

להתודע » זונטאג אוגוסט 6, 2017 8:31 am

· #381438
מאטל שניידער
אז איך האב געשריבן "אוטענטיש" האב איך דעקונג דערויף אז נישט וואלט איך געלאזט די חברי השטיבל דן זיין.

די דאקומענט איז געפונען געווארן צווישן די חפצים וואס די בני ל"ט האבן איבער געלאזט אין קאנאדא

מיר זעהט נאך אלץ נישט אויס אז די שמועה איז ריכטיג ווייל איך מוז דיר דערפאר גלייבן אויפן ווארט, באט אין אמת'ן איך און די גאנצע עולם דא ווייסן נישט און קענען נישט וויסן טאמער עס איז טאקע 100% אוטענטיש אדער נישט בפרט אז קומט לעצטענ'ס ארויס יעדען טאג א נייע דאקאמענט-תקנות-מכתבים וואס איז קלאר פאלש מתחילתו לסופו.
אבער נניח אז אפילו אז עס איז יא אמת איז לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות: איך ווייס נישט ווי די האסט געלערנט אלס קינד\בחור אבער איך האב 10-15 יאר צוריק געלערנט אין סאטמאר טאמער ווייסטו נישט וועל איר דיר מגלה זיין אז מען פלעגט עס דארט דעמאלטס מקיים זיין במילואה, טאמער א קינד אדער א בחור האט חוזק געמאכט פונם רבי-משגיח-ראש ישיבה אין פנים וכדו' האט ער מקיים פסק געווען (פונקט אזוי ווי עס שטייט טאקע און דעם צעטל) און געפראסקעט מיטן גאנצען כוח (גם זכיתי פעם בעצמי לקבל וכו') ‎
און זאג נאר איך ווייס נישט וואו די האסט געלערנט, באט ווילסט מיר זאגן אז און דיין ישיבה-חדר האט מען נישט אזוי געטוהן??
ועל כולם נעם אין חשבון אז עס איז א15 אלט יעריגע צעטל וואס דעמאלט'ס איז עס געווען נארמאל אין יעדע חדר-ישיבה‎ און טאמער מען האט דארט אויך אזוי געטוהן זענען זיי נישט ערגער פון יעדע אנדערע ישיבה.
און יעצט אויף היינט צו טאג'ס, האט מיר גראדע א קרוב מיינער געזאגט ארום א יאר צוריק אז אלע שמועות וואס מען זאגט אויף זיי אז מען פראסקעט מ'הארגעט איז סתם שקרים און ער זאגט אז שוין יארן זיכער וואס קיין בחור האט נישט געכאפט קיין מתנת יד‎ דארט
און ער זאגט מיר אז אפ' אין חדר כמעט נישט עכ"פ זיכער ווייניגער ווי יעדע אנדערע היימישע חדר.
סא די גרויסע רעש וואס מען טרייט צו מאכן מיט דיין כתב ישן נושן ומעושן וואס מען האט עס אפשר אפי' לפי שיטתך געטראפן און עפעס א גניזה פון 15 יאר צוריק איז שוין מער נישט אינטערסאנט פאר יעצט, סא גיי צירוק און ברענג עפעס מער אינטרעסאנט צו פיטערן די עולם דא בלינדערהייט וכו', וכנראה אז עס איז מן הסתם טאקע נישט דא בנמצא.

איך אויך » זונטאג אוגוסט 6, 2017 8:54 am

· #381440
נאר א פארשטאפטע גויאיש הארץ קען שרייבן זוינע שקרים און שטותים.

להתודע » זונטאג אוגוסט 6, 2017 9:19 am

· #381444
איך אויך
נאר א פארשטאפטע גויאיש הארץ קען שרייבן זוינע שקרים און שטותים.

אקעיי טענק יא ווערי מאטש
אוי ר' איך אויך כבר קדמוך אסאך אנדערע און האבן גארנישט אויפגעטוהן מיט דעם, סתם האקן האט מען שוין געטוהן ביז יעצט דאס קען איך אויך, יעצט איז דא נישט די פלאץ פאר דעם, יעצט דארף מען נאר ענטפערן נארמאל בישוב הדעת ומילתא בטעמא
זוינע שטותים קענסטו שרייבן דא:
איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/607">viewtopic.php?f=12&t=607</a><!-- l -->

מאטל שניידער » זונטאג אוגוסט 6, 2017 9:39 am

· #381446
להתודע
מאטל שניידער
אז איך האב געשריבן "אוטענטיש" האב איך דעקונג דערויף אז נישט וואלט איך געלאזט די חברי השטיבל דן זיין.

די דאקומענט איז געפונען געווארן צווישן די חפצים וואס די בני ל"ט האבן איבער געלאזט אין קאנאדא

מיר זעהט נאך אלץ נישט אויס אז די שמועה איז ריכטיג ווייל איך מוז דיר דערפאר גלייבן אויפן ווארט, באט אין אמת'ן איך און די גאנצע עולם דא ווייסן נישט און קענען נישט וויסן טאמער עס איז טאקע 100% אוטענטיש אדער נישט בפרט אז קומט לעצטענ'ס ארויס יעדען טאג א נייע דאקאמענט-תקנות-מכתבים וואס איז קלאר פאלש מתחילתו לסופו.
אבער נניח אז אפילו אז עס איז יא אמת איז לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות: איך ווייס נישט ווי די האסט געלערנט אלס קינד\בחור אבער איך האב 10-15 יאר צוריק געלערנט אין סאטמאר טאמער ווייסטו נישט וועל איר דיר מגלה זיין אז מען פלעגט עס דארט דעמאלטס מקיים זיין במילואה, טאמער א קינד אדער א בחור האט חוזק געמאכט פונם רבי-משגיח-ראש ישיבה אין פנים וכדו' האט ער מקיים פסק געווען (פונקט אזוי ווי עס שטייט טאקע און דעם צעטל) און געפראסקעט מיטן גאנצען כוח (גם זכיתי פעם בעצמי לקבל וכו') ‎
און זאג נאר איך ווייס נישט וואו די האסט געלערנט, באט ווילסט מיר זאגן אז און דיין ישיבה-חדר האט מען נישט אזוי געטוהן??
ועל כולם נעם אין חשבון אז עס איז א15 אלט יעריגע צעטל וואס דעמאלט'ס איז עס געווען נארמאל אין יעדע חדר-ישיבה‎ און טאמער מען האט דארט אויך אזוי געטוהן זענען זיי נישט ערגער פון יעדע אנדערע ישיבה.
און יעצט אויף היינט צו טאג'ס, האט מיר גראדע א קרוב מיינער געזאגט ארום א יאר צוריק אז אלע שמועות וואס מען זאגט אויף זיי אז מען פראסקעט מ'הארגעט איז סתם שקרים און ער זאגט אז שוין יארן זיכער וואס קיין בחור האט נישט געכאפט קיין מתנת יד‎ דארט
און ער זאגט מיר אז אפ' אין חדר כמעט נישט עכ"פ זיכער ווייניגער ווי יעדע אנדערע היימישע חדר.
סא די גרויסע רעש וואס מען טרייט צו מאכן מיט דיין כתב ישן נושן ומעושן וואס מען האט עס אפשר אפי' לפי שיטתך געטראפן און עפעס א גניזה פון 15 יאר צוריק איז שוין מער נישט אינטערסאנט פאר יעצט, סא גיי צירוק און ברענג עפעס מער אינטרעסאנט צו פיטערן די עולם דא בלינדערהייט וכו', וכנראה אז עס איז מן הסתם טאקע נישט דא בנמצא.
ווער האט געמאכט א רעש?

גם אני מצטרף אז די תקנות זענען קרוב לבית...

חיים'ס ישיבה » זונטאג אוגוסט 6, 2017 12:03 pm

· #381452
"אחי ורעי". לענ"ד די חיליק פין שלמה העלבראנץ'ס קאולט אין אלע אנדערע היינטיגע חסידיסן איז נישט אזא גרויסע חיליק, נאר דאס איז %100 א קאולט אין אנדערע חסידיסן זענען %70 קאולט אין %30 א פראטיי.
דהיינו, רובא דרובא היינטיגע חסידים האבן אויף געגעבן %100 זייער אייגענע שכל פאר א יחיד\מאוומענט, צי פאר א "רבי שליט"א" צי פאר א "רבי זי"ע", אין לעבן אינטער אן השתלטות פין זייער מאוומענט (חסידיס),
נאר די חיליק איז שלמה העלבראנץ'ס קאולט האט נישט געהאט קיין שום עבר פין קיין אמת'ע ערליכע איד, האט ער טאקע געהאט נאר א קליינע עולם אין ער האט געטוען מיט זיי וואס ער האט געוואלט, משא"כ רוב אנדערע חסידיסן האבן זיך אנגעהויבן מיט אמתע ערליכע אידן וואס זיי האבן זיך בכלל נישט משתלט געווען אויף קיין אידן, נאר פארקערט די אידן זענען געקימען פין זיך אליין צים רבי'ן אין מען האט זיך שואל עצה געווען אין מען האט זיך געווארעמט ביי זיין טיש אין זיינע תפילות, אין אין ציבעסליך האט זיך עס אנגעהויבן אויסציפארעמען ווי א קאולט צי וועגען מען האט געפרעידיגט אמונות צדיקים (פארשטייט זיך נאר אין יענע רבי פין יענע חסידית) צי מען האט געפרעידיגט א שיטה הקדושה אז נאר זיי זענען ערליכע אידן אין די גאנצע וועלט נישט (כידוע אז מיט די 2 זאכן האט שלמה העלבראנץ געפארעמנט זיין קאולט מען קען עס זעהן אויף זייער תקנות הקהילה). אין אזוי גייט עס ווייטער אין ווייטער.
נישט אימזינסט שרייבט הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זי"ע בשם די הייליגע ריזינער זי"ע אז פאר משיח וועט קימען וועט זיין, אז א רבי וועט פארן אויף א וואגען מיט א אשת איש אין די חסידים וועלן שרייען קדוש קדוש.

החוקר » זונטאג אוגוסט 6, 2017 8:30 pm

· #381495
חיים'ס ישיבה
נישט אימזינסט שרייבט הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זי"ע בשם די הייליגע ריזינער זי"ע אז פאר משיח וועט קימען וועט זיין, אז א רבי וועט פארן אויף א וואגען מיט א אשת איש אין די חסידים וועלן שרייען קדוש קדוש.

האק נישט קיין טשייניק, מען האלט שוין 2017 דאס וועט קיינמאל נישט פאסירן!

איך רעד פון פארן אויף א וואגן, נישט די אשת איש חלק.

בן אדם » זונטאג אוגוסט 6, 2017 8:39 pm

· #381497
ער האט אויך נישט געמיינט צוזאגן אן עכטע אשת איש ח"ו, נאר מיט די אייגענע ווייב (וואס זי איז דאך אויך אן אשת איש), און אנשטאט זי זאל זיין אן אשת מלאך וועט זי נאר זיין אן אשת איש, און אעפ"כ וועלן די חסידים וכו', כצ"ל.

דער שכן » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 12:36 am

· #381526
בן אדם
ער האט אויך נישט געמיינט צוזאגן אן עכטע אשת איש ח"ו, נאר מיט די אייגענע ווייב (וואס זי איז דאך אויך אן אשת איש), און אנשטאט זי זאל זיין אן אשת מלאך וועט זי נאר זיין אן אשת איש, און אעפ"כ וועלן די חסידים וכו', כצ"ל.

פיין! פיין! און וואס טוט זיך מיט די ״וואָגן״?

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 11:20 am

· #381563
א קאר הייסט בעצם אויך א וואגן נאר ס'איז אן דער פערד נאר זיין אייגן פערדל וואס מען קוועטש דער גאז....

בכל אופן אז א רבי זאל גיין מיט דער אייגענע אשת איש האט מען דאך שוין געזעהן ביי די הייליגע סאטמערע רב הגה''ק בעל ויואל משה זי''ע וואס זיין אשת חבר איז אלע מאל מיט געגאנגען מיטן רבי'ן איבעראל אין ווי עס איז באקאנט ביי די יום הצלה ווי זי איז געזעצן לעבן איהם.......

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 11:26 am

· #381565
דער שכן
בן אדם
ער האט אויך נישט געמיינט צוזאגן אן עכטע אשת איש ח"ו, נאר מיט די אייגענע ווייב (וואס זי איז דאך אויך אן אשת איש), און אנשטאט זי זאל זיין אן אשת מלאך וועט זי נאר זיין אן אשת איש, און אעפ"כ וועלן די חסידים וכו', כצ"ל.

פיין! פיין! און וואס טוט זיך מיט די ״וואָגן״?

סטעישאן וואגאן כצ"ל

רא"ז מרגליות האט פשוט נישט פארשטאנען וואס "סטעשאן" מיינט האט ער איבער געזאגט נאר "וואגען"

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 11:33 am

· #381567
התם ומתמם עם תמימים
א קאר הייסט בעצם אויך א וואגן נאר ס'איז אן דער פערד נאר זיין אייגן פערדל וואס מען קוועטש דער גאז....

בכל אופן אז א רבי זאל גיין מיט דער אייגענע אשת איש האט מען דאך שוין געזעהן ביי די הייליגע סאטמערע רב הגה''ק בעל ויואל משה זי''ע וואס זיין אשת חבר איז אלע מאל מיט געגאנגען מיטן רבי'ן איבעראל אין ווי עס איז באקאנט ביי די יום הצלה ווי זי איז געזעצן לעבן איהם.......

התם ומתמם עם תמימים: אויך האט דער הייליגער רוזשינער זי"ע פאראויסגעזאגט וויאזוי ס'וועט אויסזעהן בעיקבתא דמשיחא..."די ועגענער וועללן פארן אן פערד: דאס געלט וועט נישט האבן קיין ווערד. און די מענטשן וועללן זיך שערן די בערד"...! אויך האט ער געזאגט ברוח קדשו...אז פאר משיח וועט קומען וועללן זיין עשירים אן געלט...! און א געוויסער בעל עגלה האט צוגעלייגט....ס'וועט אויך זיין תלמידי חכמים וואס קענען נישט לערנען...!

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 12:21 pm

· #381578
berlbalaguleh

און מיר לייגען צו, אז ס'וועלען זיין געוויסע בעלי עגלה וואס קענען יא לערנען!

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 12:27 pm

· #381580
אויך געוויסע פארמערס, וועלכע וואקסן (און נוצן) מאריכואנא לצורך רפואה, וועלכע דרייוון וואלווא קארס. און זיי זענען גרויסע תלמידי חכמים... 😂

וואלווי » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 1:34 pm

· #381591
berlbalaguleh
אויך געוויסע פארמערס, וועלכע וואקסן (און נוצן) מאריכואנא לצורך רפואה, וועלכע דרייוון וואלווא קארס. און זיי זענען גרויסע תלמידי חכמים... 😂

ס'איז די גראז וואס העלפט סיי די לערנען און סיי די דרייווען...

פרוביר צו געבן דיינע פערד אביסעל גראז, וועסטו שוין פארשטיין ווי אזוי אלעקסיי'ס פערד האבן זיך געהויבן און די ליפטען!

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 1:38 pm

· #381593
וואלווי: נעווער מיינד די פערד. מיין שאלה איז, וויאזוי די מענטשן האבן זיך געהויבן אין די לופטן...?!

וואלווי » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:23 am

· #381663
berlbalaguleh
וואלווי: נעווער מיינד די פערד. מיין שאלה איז, וויאזוי די מענטשן האבן זיך געהויבן אין די לופטן...?!

אלעס איז גראז. די וואגען מוצאי שבת איז ווייל די פערד האבן געגעסן דריי סעודות גראז שבת, אפילו די קינד וואס איז געבוירן אין א שטאל פיל מיט קענעביס שטרוי האבן מיט די צייט געוואקט אויף וואסער...

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 5:11 am

· #381667
וואלווי: ווען דער קינד וואס איז געבוירן אין א שטאל וואלט נאר געבליבן ביי וויייזן מעדזשיק טריקס און מאכן א פאר טאלער, וואלט די וועלט'ס היסטאריע אנדערש געווען. און נאך א פאר מיליאן אידן וואלטן געבליבן לעבן. די פראבלעם איז, אז נאכ'ן ווייזן מעדזשיק טריקס האט ער זיך אליינס איינגערעדט אז ער איז א גאט, אדער א זון פון גאט. און די רעסט איז היסטארי, ווי מ'זאגט...!

וואלווי » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 2:01 am

· #381812
berlbalaguleh
וואלווי: ווען דער קינד וואס איז געבוירן אין א שטאל וואלט נאר געבליבן ביי וויייזן מעדזשיק טריקס און מאכן א פאר טאלער, וואלט די וועלט'ס היסטאריע אנדערש געווען. און נאך א פאר מיליאן אידן וואלטן געבליבן לעבן. די פראבלעם איז, אז נאכ'ן ווייזן מעדזשיק טריקס האט ער זיך אליינס איינגערעדט אז ער איז א גאט, אדער א זון פון גאט. און די רעסט איז היסטארי, ווי מ'זאגט...!

איך ווייס נישט צו מ'מעג עס זאגען הויך, אבער ווען די יו"ח וממשיכי השושלת פון די חבריא וואס זענען געפלויגען מיט'ן פערד און וואגען וואלטען געבליבן נאר מיט די מופתים און נאר מחזק געווען די עמך אין די דערפער וואלט אנדערש געווען. די פראבלעם איז אז נאכ'ן משתלט זיין אויפ'ן ציבור און זיך אנרעדען אז זיי זענען גאט אדער א זון פון א גאט, האבן מיליאנע יודען פארלוירן זייער מנוחה און לעבן.

שושן פורים » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 6:02 pm

· #381991
במלאות השלושים לטביעתו של הלברנץ, בנו ערך סעודה • תיעוד

<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=122720">http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=122720</a>

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:02 pm

· #382006
שושן פורים: וואו איז די שלושים סעודה פארגעקומען...? ס'זעהט אויס אין א ביהמ"ד. אויך, נישט אין א צוריקגעשטאנענע מדינה ווי גואטעמאלא. כ'זעה, ס'האט אלע מאדערנע איינריכטונגען ווי שיינע לייטס און סענטראל עיר קאנדישאן...!

דער דאס » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:12 pm

· #382007
דאס איז נישט די נייע רבי תמ"ל, דער איז א זוהן וואס איז אוועק פון לב טהור און וואוינט היינט אין מאנטרעאל.

זײ שרייבן דארט

במלאות השלושים לטביעתו הטראגית של מנהיג 'לב טהור' שלמה הלברנץ ז"ל, ערך בנו הרב נתן הלברנץ סעודת הילולא בהשתתפות רבנים וחסידים במתיבתא 'ראשית חכמה' במונטריאול שבקנדה
.

מאטל שניידער » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:16 pm

· #382009
דער דאס
דאס איז נישט די נייע רבי תמ"ל, דער איז א זוהן וואס איז אוועק פון לב טהור און וואוינט היינט אין מאנטרעאל.
דער פון מאנטריאל איז נישט תמ"ל?

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:47 pm

· #382012
ניין.ער איז א איידעלע נשמה. פארען חטא פון איבערלאזן די קולט האט זיין אייגענע טאטע ארז ימש''ו עם געהייסן מאכן א קאליקע און לייידער צוגענומען די ווייב און קינדער כדרכו.

אישתישבי » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:34 am

· #382067
איך אויך
ניין.ער איז א איידעלע נשמה. פארען חטא פון איבערלאזן די קולט האט זיין אייגענע טאטע ארז ימש''ו עם געהייסן מאכן א קאליקע און לייידער צוגענומען די ווייב און קינדער כדרכו.

גראדע האט ער ממש לעצטנס געווינען אין געריכט קעגען זיין ווייב בנוגע די קינדער.

שושן פורים » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:11 am

· #382089
[ציטאט אראפגענומען]

גראדע האלט ער עולמות פון זיין טאטע

שושן פורים » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:15 am

· #382090
ק/פ

מדברי ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא

"ער האט אסאך אויפגעטאן, אריינגעברענגט יראת שמים אין אסאך מענטשן"

עוד מדבריו

...שטייט יסורים ממרקין, שטייט אויך אז לשון הרע נעמט אוועק עוונות, איז אזא איד וואס מען האט שוין אזוי סאך צוזאמגערעדט אויף איהם, זאכן וואס איך אליינס קען מעיד זיין אז עס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן איז דאך אוודאי אז אויב האט ער נאך געהאט עפעס אויף זיך איז ער דאס אויך אפגעקומען.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר רבי נתן און פאר אלע קינדער און אלע אידן.

איך האב גערעדט מיט א חבר וועלכע האט זיך באטייליגט ביים שלושים סעודה און ער האט מיר קאנפירמירט אז רב וואזנער האט דאס געזאגט דארט

אלטער_איד » זונטאג אקטאבער 28, 2018 3:39 am

· #415443
שושן פורים
ק/פ

מדברי ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא

"ער האט אסאך אויפגעטאן, אריינגעברענגט יראת שמים אין אסאך מענטשן"

עוד מדבריו

...שטייט יסורים ממרקין, שטייט אויך אז לשון הרע נעמט אוועק עוונות, איז אזא איד וואס מען האט שוין אזוי סאך צוזאמגערעדט אויף איהם, זאכן וואס איך אליינס קען מעיד זיין אז עס איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן איז דאך אוודאי אז אויב האט ער נאך געהאט עפעס אויף זיך איז ער דאס אויך אפגעקומען.

זאל ער זיין א מליץ יושר פאר רבי נתן און פאר אלע קינדער און אלע אידן.

איך האב גערעדט מיט א חבר וועלכע האט זיך באטייליגט ביים שלושים סעודה און ער האט מיר קאנפירמירט אז רב וואזנער האט דאס געזאגט דארט
טייערע אידן אין טאהש זענען אנגעקומען 3 קינדער פון לב טהור. וואס מען האט זיי געדארפט. און פארציילן שרעקעדיגע זאכןhttp://www.bhol.co.il/news/948278
<a class="postlink" href="https://twitter.com/levthaor?s=08">https://twitter.com/levthaor?s=08</a>
<a class="postlink" href="https://goo.gl/peimWU">https://goo.gl/peimWU</a>

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

אלטער_איד » מאנטאג אקטאבער 29, 2018 2:08 am

· #415530
די מצב איז זייער שרעקליך. און איהר קענט העלפן
<a class="postlink" href="https://www.charidy.com/rescuethechildren">https://www.charidy.com/rescuethechildren</a>
ביטע ליינט א באשרייבונג פון די לעצטע געשענישן

חכמת שלמה » מאנטאג אקטאבער 29, 2018 4:14 pm

· #415580
טייערע אידן, רבותי...

דער מצב שרייעט ארויס פון זיך געוואלד. ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. א גאנצע קהילה בישראל געפינט זיך במצוקה, על סף של כליון חס-ושלום, מען טאר זיי נישט לאזן אונטערגיין, מען מוז זיי העלפן.

צי דען, ווייל עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געפינען דאס פלאץ דארט, קומען צו גיין און אנטלויפן פון דארט, מעג מען זיי אויסצאפן דאס בלוט? - איז ריכטיג צו מגזם זיין און אויפבלאזן מעשיות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט, בלויז צוליב נצחון? - היה לא תהיה.

רבותי, טייערע אידן. זייט די ביטערע פטירה פון דער רבי זצוק"ל תמ"ל, איז דער מצב דא ש-ר-ע-ק-ל-י-ך! - איך וועט נישט גלייבן אז היינטיגע טעג קען מען נאך הונגערן אויף א שטיקל ברויט אזוי ווי אין דער מיטל אלטער... ילדים שואגים לטרף, אימותיהם בצער תבכנה... ווי אזוי קענט איר שטיין גלייכגילטיג?!

דער מצב דא איז צופארן, זאכן זענען אומ'מסודר, און מיר קוקן ארויס אויף אייער הילף.

אידן, האט רחמנות! - איר זיצט יעצט אין אמעריקע אין לוקסיעריעזע אפיסעס און שיינע הייזער, געקויפטע אדער געדינגענע, אבער אייערע ברידער אין די ווייטע גואטאמאלא זיצן בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן... נישטא די מינדנסטע מאס פריוואטקייט וואס פעלט אויס פאר אידישע משפחות על פי תורה, וד"ל. מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן... מ'מוז עפעס טון זאפארט.

העלפט אייערע ברידער, אייגענע בלוט און פלייש.

שטעלט אייך פאר, איר קומט ארויף אויבן אין הימל, און איר ווילט מען זאל זיך באציען צו אייך במידת הרחמים והחסד. יא? - לב יודע יודע מרת נפשו, יעדער ווייסט די לעכער פון זיין נשמה. און איר ווילט אז דער בורא עולם מיט דער בית-דין-של-מעלה, זאלן פארשטיין דעם יצר לב האדם רע מנעוריו, און זיך באציען צו אייך מיט חסדים גדולים. וועט מען אין הימל קוקן ווי אזוי איר האט זיך באצויגן צו אייערע ברידער, ווי אזוי איר האט זיי דן געווען בעת צר ומצוק, און לויט דעם וועט מען דן זיין דער מענטש - אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ה' צילך' - דער אויבערשטער איז דיין שאטן.

רבותי, נעמט די פאר מינוט, שענקט אוועק אפאר דאלער פאר הונגעריגע קינדערליך מיט פרויען וואס דארפן עס וויכטיג האבן. העלפט אונזער קהילה זיך שטעלן אויף די פיס, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין על טהרת הקודש.

ובזכות זה תבוא עליכם ברכת טוב.

קאך_לעפל » מאנטאג אקטאבער 29, 2018 4:24 pm

· #415582
מיר האבן א נדבן וואס איז זאפארט גרייט ארויסצוהעלפן מיט אלעם. אבער בלויז מיט צוויי תנאים:

די גאנצע ק''ק מוז זיך זאפארט אריבערציען קיין ניו יארק.
די צוויי פארברעכער העלבראנץ און ראזנער דארפן איינגעשפארט ווערן אין טורמע, פאר פארברעכן קעגען די מענטשהייט.

מ'דארף נאך אלס הילף דארט?

אלטער_איד » מאנטאג אקטאבער 29, 2018 7:33 pm

· #415596
וואס איז מיטן דאמפען א 12 יעריגע מיידעל אויף א ערעפלאן צו קאנאדא? אויך אנטלאפן? וואס איז מיטן צונעמן רעבעצין טעלער אירע קינדער און אהרן ארי קאלט איהר יעדן טאג אז מען שלאגט אים ער זאל צוריקימן? ןןאס איז מיטן רעיפן 12 יעריגע טעלער מיידעל מיט ראזנער? אליין גערעדט צו רעבעצין טעלער. וואס איז מיטן איהר לייגן אין חרם... רבותי שיקט נישט א פעמי. נחמן זיצט אויף געלט. און לאזט יעדער הינגערען
שיקט נאר געלט צו די לינק
<a class="postlink" href="https://www.charidy.com/rescuethechildren">https://www.charidy.com/rescuethechildren</a>
און די עסקנים קומען ארויס מיט נעמען. באהאלטן זיך נישט.....

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

דער שכן » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:23 am

· #415613
חכמת שלמה
טייערע אידן, רבותי...

דער מצב שרייעט ארויס פון זיך געוואלד. ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. א גאנצע קהילה בישראל געפינט זיך במצוקה, על סף של כליון חס-ושלום, מען טאר זיי נישט לאזן אונטערגיין, מען מוז זיי העלפן.

צי דען, ווייל עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געפינען דאס פלאץ דארט, קומען צו גיין און אנטלויפן פון דארט, מעג מען זיי אויסצאפן דאס בלוט? - איז ריכטיג צו מגזם זיין און אויפבלאזן מעשיות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט, בלויז צוליב נצחון? - היה לא תהיה.

רבותי, טייערע אידן. זייט די ביטערע פטירה פון דער רבי זצוק"ל תמ"ל, איז דער מצב דא ש-ר-ע-ק-ל-י-ך! - איך וועט נישט גלייבן אז היינטיגע טעג קען מען נאך הונגערן אויף א שטיקל ברויט אזוי ווי אין דער מיטל אלטער... ילדים שואגים לטרף, אימותיהם בצער תבכנה... ווי אזוי קענט איר שטיין גלייכגילטיג?!

דער מצב דא איז צופארן, זאכן זענען אומ'מסודר, און מיר קוקן ארויס אויף אייער הילף.

אידן, האט רחמנות! - איר זיצט יעצט אין אמעריקע אין לוקסיעריעזע אפיסעס און שיינע הייזער, געקויפטע אדער געדינגענע, אבער אייערע ברידער אין די ווייטע גואטאמאלא זיצן בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן... נישטא די מינדנסטע מאס פריוואטקייט וואס פעלט אויס פאר אידישע משפחות על פי תורה, וד"ל. מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן... מ'מוז עפעס טון זאפארט.

העלפט אייערע ברידער, אייגענע בלוט און פלייש.

שטעלט אייך פאר, איר קומט ארויף אויבן אין הימל, און איר ווילט מען זאל זיך באציען צו אייך במידת הרחמים והחסד. יא? - לב יודע יודע מרת נפשו, יעדער ווייסט די לעכער פון זיין נשמה. און איר ווילט אז דער בורא עולם מיט דער בית-דין-של-מעלה, זאלן פארשטיין דעם יצר לב האדם רע מנעוריו, און זיך באציען צו אייך מיט חסדים גדולים. וועט מען אין הימל קוקן ווי אזוי איר האט זיך באצויגן צו אייערע ברידער, ווי אזוי איר האט זיי דן געווען בעת צר ומצוק, און לויט דעם וועט מען דן זיין דער מענטש - אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ה' צילך' - דער אויבערשטער איז דיין שאטן.

רבותי, נעמט די פאר מינוט, שענקט אוועק אפאר דאלער פאר הונגעריגע קינדערליך מיט פרויען וואס דארפן עס וויכטיג האבן. העלפט אונזער קהילה זיך שטעלן אויף די פיס, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין על טהרת הקודש.

ובזכות זה תבוא עליכם ברכת טוב.

געוואלדיג! שקויעך אז איר האט דאס קאנפירמד! ״בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן״.. ווער האט ענק געבעטן?! קומטס צוריק דא און גיבט אויף אייער דיקטאַטאָרשיפּ!

אלטער_איד » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:51 am

· #415615
[ציטאט אראפגענומען]
זייער גוט געזאגט, זאג פאר ראזנער מיט גאלדמאן און די וויינגארטנס. סאיז שוין צייט צו אנערקענען אז די וועלט איז מער נישט גרייט צו שווייגן.. נחמן האט געמאכט א ביג מיסטעק יענע פרייטאג צו נאכטס פאר יום כיפור מיט דעם שידוך שפיל פארן ארויסווארפן ווי הינט די צוויי קינדער.... וואלטן ענק ווען נישט געשפילט רשעות מיט די קינדער און זייערע נייע פאסטער שטיבער, קען זיין אז עס וואלט זיך אינטערגעגליטשט.... אבער יעצט שלעפט זיך זיכער ראזנער די ציגעלע בארד, און טראכט ווי זיין חכמה וועט אים ווייטער טראגן....

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

ראוונע » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:07 am

· #415616
חכמת שלמה
טייערע אידן, רבותי...

דער מצב שרייעט ארויס פון זיך געוואלד. ס'איז נישט קיין צייט צו שווייגן. א גאנצע קהילה בישראל געפינט זיך במצוקה, על סף של כליון חס-ושלום, מען טאר זיי נישט לאזן אונטערגיין, מען מוז זיי העלפן.

צי דען, ווייל עטליכע בחורים וואס האבן זיך נישט געפינען דאס פלאץ דארט, קומען צו גיין און אנטלויפן פון דארט, מעג מען זיי אויסצאפן דאס בלוט? - איז ריכטיג צו מגזם זיין און אויפבלאזן מעשיות וואס האבן קיינמאל נישט פאסירט, בלויז צוליב נצחון? - היה לא תהיה.

רבותי, טייערע אידן. זייט די ביטערע פטירה פון דער רבי זצוק"ל תמ"ל, איז דער מצב דא ש-ר-ע-ק-ל-י-ך! - איך וועט נישט גלייבן אז היינטיגע טעג קען מען נאך הונגערן אויף א שטיקל ברויט אזוי ווי אין דער מיטל אלטער... ילדים שואגים לטרף, אימותיהם בצער תבכנה... ווי אזוי קענט איר שטיין גלייכגילטיג?!

דער מצב דא איז צופארן, זאכן זענען אומ'מסודר, און מיר קוקן ארויס אויף אייער הילף.

אידן, האט רחמנות! - איר זיצט יעצט אין אמעריקע אין לוקסיעריעזע אפיסעס און שיינע הייזער, געקויפטע אדער געדינגענע, אבער אייערע ברידער אין די ווייטע גואטאמאלא זיצן בבתי יריעות און אונטער בלעכענע דעכער, אן די מינדענסטע באדינגונגען אין לעבן... נישטא די מינדנסטע מאס פריוואטקייט וואס פעלט אויס פאר אידישע משפחות על פי תורה, וד"ל. מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן... מ'מוז עפעס טון זאפארט.

העלפט אייערע ברידער, אייגענע בלוט און פלייש.

שטעלט אייך פאר, איר קומט ארויף אויבן אין הימל, און איר ווילט מען זאל זיך באציען צו אייך במידת הרחמים והחסד. יא? - לב יודע יודע מרת נפשו, יעדער ווייסט די לעכער פון זיין נשמה. און איר ווילט אז דער בורא עולם מיט דער בית-דין-של-מעלה, זאלן פארשטיין דעם יצר לב האדם רע מנעוריו,ער און זיך באציען צו אייך מיט חסדים גדולים. וועט מען אין הימל קוקן ווי אזוי איר האט זיך באצויגן צו אייערע ברידער, ווי אזוי איר האט זיי דן געווען בעת צר ומצוק, און לויט דעם וועט מען דן זיין דער מענטש - אזוי ווי דער פסוק זאגט 'ה' צילך' - דער אויבערשטער איז דיין שאטן.

רבותי, נעמט די פאר מינוט, שענקט אוועק אפאר דאלער פאר הונגעריגע קינדערליך מיט פרויען וואס דארפן עס וויכטיג האבן. העלפט אונזער קהילה זיך שטעלן אויף די פיס, מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין על טהרת הקודש.

ובזכות זה תבוא עליכם ברכת טוב.

קיינער האט ענק נישט געצווינגען צו איבער לאזן אמעריקע אין די ציוויליזירטע געזעלשאפט אין אנטלויפען ערגעץ בארץ לא זרועה

מען הונגערט דארט? הייב דיך אויף אין טראג אפ פון דארט

דער שכן » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:40 am

· #415619
ראוונע
קיינער האט ענק נישט געצווינגען צו איבער לאזן אמעריקע אין די ציוויליזירטע געזעלשאפט אין אנטלויפען ערגעץ בארץ לא זרועה

מען הונגערט דארט? הייב דיך אויף אין טראג אפ פון דארט

פראבלעם איז אז אויב קומען זיי צוריק זענען זיי אין גרויסע צרות. זיי די פארפאלגער זענען אין א פאסטקע. זיי וועלען ליבערשט שטארבן ווי די הונט דארט אוואו זיי זענען, ווי איידער צוריק צוקומען צו נארמאלע ציוויליזאציע.
זיי קענען נישט דארט בלייבן אליינס, זיי וועלן דאך דאַנסמאָל זיין די חוֹזיקס פון די וועלט, דעריבער מאכן זיי זיכער אז די אנשים און די אומשולדיגע נשים וטף בלייבן דארט אלטץ יאָמען שיעלדס!

דאס אכזריות דארט איז אומבאשרייבליך.

וואו זענען די ראשי גולת אריא-ל און די רשכבהאגס?! הצלת ילדי רוסיא, איראנער, צרפת ועוד ועוד?!

דאכצעכמער » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 12:31 pm

· #415650
ברוך השם די דיינים פון קאנאדע האבן שוין געשריבן מען זאל העלפן די דעפעקטירטע פון לב טהור
📎 DqwbvqeU4AAeNl-.jpg

דאכצעכמער » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 12:34 pm

· #415653
ר' משה מנחם און ר' יוחנן וואזנער שרייבן אויך
📎 DqwbwIvVAAAKUGo.jpg

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:45 pm

· #415671
שאלה לי עליכם לשאול חברים יקרים הי"ו.

אן אריינצוגיין אין וויכוחים ושיטות וכדומה.

אויב איז דא אן ארדער אויף מיין קינד, נאך זייענדיג מיט מיין פאמיליע וואויענדיג אין קאנאדע, אז מען דארף אים אוועקנעמען פון אונטער מיינע הענט און אים ערציען אונטער פרעמדע הענט. נעמט איר זיך אונטער, אז טאמער איך קום צוריק קיין קאנאדע, זאלן מיינע קינדער פאבלייבן ביי מיר, איך זאל קענען לעבן און זיין כאחד מן החבורה, געהעריג מיט יעדן, אדער דאס האלטן ענק נישט ביים טון, נאר שרייען און שימפן, זיכער מאכן אז מיר קענען נישט צוריקקומען, מיט דעם רבי'ן תמ"ל, דיין ראזנער מיט הרב טעללער, אדער אן זיי. טאמער איך קום צוריק אלס יחיד, אדער אינאיינעם מיט עטליכע מענטשן, זענט איר גרייט צו נעמען אויף זיך דאס מסדר צו זיין אדער נישט.

שאלת תם.

אלטער_איד » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:59 pm

· #415672
אייזיק ווייס וואס ארבעט מיט די יוט פראטעקשן געט א גאראנטי פאר יעדן וואס קומט צוריק. אז מען וועט נישט צונעמען קיין קינדער אויב 1 די עלטערן האבן א נארמאלע סעיף הויז פאר די קינדער 2 די קינדער זענען געזונט, דאס הייסט זיי עסען גענוג געזינטע עסען 3 זיי גייען און א נארמאלע מוסד אדער ווערן היים סקולד אזוי ווי סאטמאר אדער טאהש

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:01 pm

· #415674
אלעס קען איך צושטעלן ביז א נארמאלער הויז... אדרבה! - געבט מיר א נארמאלער הויז... אפשר ביז אפאר יאר, איך וועל האבן געלט, וועל איך קענען קויפן א הויז.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:04 pm

· #415677
הרב חכמת שלמה: וואס איז דיר וויכטיגער, דאס וואוילזיין פון דיינע קינדער, אדער אז זיי זאלן בלייבן ביי דיר?

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:05 pm

· #415678
רביה"?:

ווען די שאלה איז ביי דיר, וואס וואלסטו געענטפערט, וואס איז פאר דיר וויכטיגער, דאס וואוילזיין פון דיינע קינדער אדער אז זיי זאלן זיין ביי דיר? - ענטפער קלאר און דייטלעך, אן דרייען מיטן צינג.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:06 pm

· #415680
די ערשטע

חכמת שלמה » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 3:14 pm

· #415681
סא, אויב לאמיר זאגן, דו האסט נאכנישט קיין אייגענע הויז, דו דינגסט א דירה. און ס'קומט דיר איינער זאגן אז פאר די וואוילזיין פון דיינע קינדער מיסטו האבן א אייגענע הויז, און טאמער נישט, וועט מען אוועקנעמען די קינדער.

וועט דיין תשובה זיין: "נעם אוועק מיינע קינדער, איך האב נישט קיין אייגענע הויז."

איז דאס ריכטיג?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7