☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11582
בלאט: 1 2 3

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 7:08 pm

· #375668
דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
עס איז שוין עטליכע מאל געפראוועט געווארן דורך רביים ואדמורי"ם חתונות במשפחתם אין א שיל
דאסמאל קומט א דורכברוך, איבערמארגן נאכט וועט א ציווילער איד מאכן א שמחה פאר זיינ'ס א קינד אין א ביהמ"ד
📎 102.jpg

אביסעל שכל » זונטאג יוני 18, 2017 8:12 pm

· #375679
פארוואס עפעס סוף חודש?

איך אויך » זונטאג יוני 18, 2017 8:12 pm

· #375680
ווי אלט זענען די חתן וכלה?

אביסעל שכל » זונטאג יוני 18, 2017 8:13 pm

· #375681
געקענט מאכן די חתונה ר"ח סיון

איך אויך » זונטאג יוני 18, 2017 8:32 pm

· #375690
.

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 8:35 pm

· #375691
ווען גרויסע שיכטן לדוגמא בעלזא/קלויזענבורג/צאנז/גור/וויזניץ/ליבאוויטש
קרייזען ווי באבוב/פאפא/וויען/סאטמאר/באבוב45/סאטמאר וכו'
וועלן אוועקגעבן בית מדרשם פאר אזעלכע צוועקן, וועט עס געבן א שאקל אויף דעם ציבור צו טון צום זאך, ווארט מיר צו זעהן ווער איז נעקסט נאך מוהרא"ש.

כפתור » זונטאג יוני 18, 2017 9:04 pm

· #375696
ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער זאל מאכן א go fund me פאר די נייע קאפל און זיי באווארפן מיט געלט. לאמער נישט פארפאסן די גאלדענע געלעגענהייט און טוען עפעס וואס זאל צוהעלפן אז די נחשונים זאלן האבן א קיום, כי בנפשינו הו. דאס וועט שיקן א מעסעדזש אז דער עולם איז זאט פון די סטאטוס קווא און מיר ווילן א טויש און דירעקשען.
ממנו ילמדו וכן יעשו.
אפשר זאלן מיר טאקע אנהייבן די go fund me דא און ק"ש

שמערל » זונטאג יוני 18, 2017 9:11 pm

· #375698
עס איז גענוג א ווייטאג אז מען פארט צוזאם צוויי מינדעריעריגע קינדער, און מען שפילט חתונה.
אז דאס ווערט נאך באגריסט דורך נארמאלע מענטשן אלס א פארשריט, איז נאך א פיל גרעסערע ווייטאג...

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 9:13 pm

· #375699
כפתור
ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער זאל מאכן א go fund me פאר די נייע קאפל און זיי באווארפן מיט געלט.

קריינא.. עפן אויף דער עולם וועט גיסן געלט.

בן אדם » זונטאג יוני 18, 2017 9:13 pm

· #375700
איש את רעהו
ווען גרויסע שיכטן לדוגמא בעלזא/קלויזענבורג/צאנז/גור/וויזניץ/ליבאוויטש
קרייזען ווי באבוב/פאפא/וויען/סאטמאר/באבוב45/סאטמאר וכו'
וועלן אוועקגעבן בית מדרשם פאר אזעלכע צוועקן, וועט עס געבן א שאקל אויף דעם ציבור צו טון צום זאך, ווארט מיר צו זעהן ווער איז נעקסט נאך מוהרא"ש.

רייסן געלט קענען זיי בעסער..!

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 9:17 pm

· #375703
א פאר טאלער פאר די פארפאלק וועט ברענגן א שטארקע חיזוק אויף צו גיין ווייטער מיטן דורכברוך

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 9:22 pm

· #375705
[ציטאט אראפגענומען]


[ציטאט אראפגענומען]


ווילאנג אלעס איז געלד וועט עס העלפן געבן א שטופ פאראויס

שמערל » זונטאג יוני 18, 2017 9:23 pm

· #375706
[ציטאט אראפגענומען]

די כלה איז נאך זעכצן ר"ל.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 18, 2017 9:29 pm

· #375707
אפשר גייען מיר א טריט ווייטער?

דורכברוך: חתן כלה וואוינען ביים שווער, להחזיר עטרה ליושנה.

א יונג פארל זאל דארפן צאלן משוגענע סכומים פאר חודש'ליכע רענט, ווען די מחותן האט א איבריגע שטוב??

איש את רעהו » זונטאג יוני 18, 2017 9:32 pm

· #375711
מען פלאנט צו ענדיגן די חתונה בעפאר 12

ברוך בער » זונטאג יוני 18, 2017 9:33 pm

· #375712
איך וואלט מחזיר עטרה ליושנה מיר זאלן צוריקגיין צו די ב'חנטע דאשיקלעך אונזערע זיידעס זענען געגאנגען. גענונג מיט דאס משוגעת צו גיין מיט טייערע פור העטס וואס גייט חרוב פון א טראפ וואסער און קאסט רבבות פאר אידישע קינדער.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 18, 2017 9:49 pm

· #375717
אן 150 קאפעלס, מוזיקה, בדחן, נייע בעקיטשעס, קען נישט זיין שלום בית?

דו ווילסט טוהן נאר וואס מ'מוז? גיי מיט א אונטערהויזן אויפן גאס און שפאר דיך איין תהומות געלטער פאר קליידונג.

שמערל » זונטאג יוני 18, 2017 10:00 pm

· #375720
[ציטאט אראפגענומען]


פערצופאל בין איך אן אלטער בחור וואס מיינט אז קינדער קומען פון רבינ'ס ברכות...

אנשטאט מיר צו פערזענליך אטאקירן, זיי ענדערש מסביר פארוואס דו האלטסט אז חתונה האבן ביי די זעכצן איז א מעלה, אפשר ביסטו נישט באקאנט, אבער אין אונזער סאסייעטי איז חתונה מאכן א מיידל ביי אזא עיזש באטראכט ווי א צוריקגעשטאנענע זאך. דו זאגסט אז די פארפאלק איז מורא'דיג עדיוקעיטעד, אפשר ביסטו א ביסעלע מער מרחיב פון ווי זיי האבן באקומען זייער הויעכע שטודירונג? און אויף וואס איז באזירט דיין הנחה אז הויעך שטודירטע קענען יא חתונה האבן אינג?

זייענדיג נעבעך א פראדוקט פון די סאסייעטי וואס מיינען נעבעך אז מען קען נאר חתונה האבן אין א זאל, איז מיר א ביסעלע שווער מיטצוהאלטן דיין דורכברוכענדיגע מהלך המחשבה.

איך אויך » זונטאג יוני 18, 2017 10:00 pm

· #375721
שמערל
[ציטאט אראפגענומען]

די כלה איז נאך זעכצן ר"ל.

אה כ'האב פארשטאנען אז עס קען נישט זיין אזוי קאוזי און ראוזי ווי מען וויל עס מאכן סאונדן.

סאו ר יואלי הער דיך גוט צו! כפארשטיי ביסט א הייסע חסיד פוןר׳ אליעזר שיק. אבער געדענק אז דא איז נישט מדינת ישראל. דא אז דו ווועסט אינקארעדזשן טשיילד רעיפ און חתונה מאכן בעיבי מיידלעך ביי די 16! וועט די עפ. בי. איי. גאר שנעל קומען קלאפן אויף דיין טיר, ויפה שעה אחת קודם.

שומו שמים ותזדעזי ארץ ארבע מאות פרסאות ווי פאר אביסל 'קיהלשאפט' טוהען נארמאלע ניקס פארשווייגן עכטע טשיילד רעיפ.

שמערל » זונטאג יוני 18, 2017 10:04 pm

· #375722
ליידער לעבן מיר אושנטער א פארפוילטע מלכות של חסד, ווי יעדע רשעות וואס קומט באגלייט אונטער די מאנטעל פון פרידעם אוו רעליגיע, ווערט געשטיצט דורך די ערוויילטע באאמטע וואס קוקן אזוי ארויף אויף אונזער בלאק וואוט.

די ניו זשערזי אסעמבלי האט לעצטנס געוועלט צו מאכן אומלעגאל דאס חתונה האבן אנדערעיזש, נאר צו ווערן געוויטאויד דורך דעם גראבן קריסטן.

כפתור » זונטאג יוני 18, 2017 10:13 pm

· #375725
שמערל
עס איז גענוג א ווייטאג אז מען פארט צוזאם צוויי מינדעריעריגע קינדער

17 איז נישט מינדעריעריגע קינדער

כפתור » זונטאג יוני 18, 2017 10:17 pm

· #375726
[/quote]
קריינא.. עפן אויף דער עולם וועט גיסן געלט.[/quote]
כ'בין ( נאך) נישט באקאנט וויזוי דאס ארבעט, אפשר איז דא ציווישן אונז איינער וואס איז באקאנט דעמיט

החוקר » זונטאג יוני 18, 2017 11:13 pm

· #375730
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
שמערל
ליידער לעבן מיר אינטער א פארפוילטע מלכות של חסד, ווי יעדע רשעות וואס קומט באגלייט אונטער די מאנטעל פון פרידעם אוו רעליגיע, ווערט געשטיצט דורך די ערוויילטע באאמטע וואס קוקן אזוי ארויף אויף אונזער בלאק וואלט.
די ניו זשערזי אסעמבלי האט לעצטנס געוועלט צו מאכן אומלעגאל דאס חתונה האבן אנדערעיזש, נאר צו ווערן געוויטאויד דורך דעם גראבן קריסטן.

איז לאמיר פארשטיין, דו ווילסט ענדערש געבן די רעכטן פאר די "מלכות של חסד" אפצומאכן ווען צו גרענטן פרידאם אוו רעליגיע און ווען נישט, אבי עפעס א ברסלב'ער זאל נישט קענען חתונה האבן ביי די זעכצן.
דו פארשטייסט אז מארגן קען ער אפמאכן אז עס איז נישט איסגעהאלטן אויפצוציען קינדער אלס רעליגיעז, נאר מען דארף לאזן קינדער אליינס אויסקלויבן ביי די 21 וואסערע רעליגיע אים שמעקט.

דער דאס » זונטאג יוני 18, 2017 11:53 pm

· #375732
די נייעס געמאלדן אין גליון היכל הקודש
📎 Screenshot_2017-06-18-23-49-47.png

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 19, 2017 12:26 am

· #375740
קאווע טרינקער
אן 150 קאפעלס, מוזיקה, בדחן, נייע בעקיטשעס, קען נישט זיין שלום בית?

דו ווילסט טוהן נאר וואס מ'מוז? גיי מיט א אונטערהויזן אויפן גאס און שפאר דיך איין תהומות געלטער פאר קליידונג.

איך וואלט עס גערן געטון נאר איך האב מורא אז @שבת אחים וועט דיסקוסירן דא ברבים וועלכע סטייל/קאליר אונטערהויזן איך טראג..

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 19, 2017 12:27 am

· #375741
אביסעל שכל
פארוואס עפעס סוף חודש?

קען זיין אלע אנדערע טעג זענען שוין געווען בוקט.

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 12:41 am

· #375744
זייער א גוטע פובליסיטי סטאנט פאר רבי יואל אבער טעקניקלי זעה איך נישט קיין שום געלט געשפארעכץ ממש גארניש נאר בלויז קאפ ווייטאג און בטול תורה פאר אזא מקום קדוש..

די איינציגסטע זאך וואס ער שפארט זעך אפשר איז די זאל אויב זענען די מחותנים בלוטיגע ארימעלייט און באצאלן אים נישט אבער די סעודה, די וועיטערער, די שפילער, פאטאגרעפער, די קליידונג, די גראמער, די העיר דרעסערס אא"וו מוזן זיי דאך ווייטער צאלן נו וואס האט ער דא אויפגעטאן? אז סגייט זיין לעבעדיג איין נאכט אין זיין ישיבה אדרבה לאמיר פארשטיין.


אבער בכלליות וויל איך וואונטשן דעם ראש ישיבה רבי יואל שליט"א פיל הצלחה און נחת אשריך שזכית לכך אריינצולייגן אזויפיל אמונה טהורה אין יודישע קינדער

קורקלענד » מאנטאג יוני 19, 2017 1:12 am

· #375750
איז אמת אז דער עולם העלפט ארויס מיטן קאכן די עסן פאר די חתונה?

ידען » מאנטאג יוני 19, 2017 2:12 am

· #375754
מע רעד וועגען די גיל פון די קינדער.

אויב זיי האבען חתונה ביי די זעלבע גיל אין ויואל משה איז גוט..


זיי האבען חתונה יונג, זיי לעבען זייער גוט.

אויב זיי חתונה ביי די 18 זענען זיי שוין זייער קליג...

טראכט נישט יעצט וויפיל יארען זיי זענען.

איז גוט אז זיי גייען נישט חתונה האבען אין א זאל??

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 19, 2017 6:25 am

· #375765
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
אין געיטסהעד ענגלאנד קאכען די ווייבער די חתונה, די קהלה האט א זאל מער ווייניגער אומזיסט פאר׳ן ציבור (דער eu האט עס געבויט פאר דער ׳קאמיוניטי׳ מיט עפעס א האלאקאוסט שטיק. אפיציעל איז עס א gym און ממילא איז עס נישט אזוי פענסי ווי ניו יארקער זאלען, אבער געיטסהעד איז נישט קיין פענסי שטאט)
בלומען האט מען א גמ"ח און פאטאגראפיער מיט מוזיק זענען זייער ביליג (אבער נישט צו פראפעשאנעל). חתונות קאסטען זייער ווייניג דארט טאקע, און דער וואס וויל מער, קען ברענגען א קעיטערער פון לאנדאן (און צאלען א שחוטי חוץ שטייער צום קהל, יא מ׳טוט נאך אזוי דארט) און דינגען א גויישע זאל. אבער קיינער מוז נישט, און רוב עולם טוט עס נישט. דער רב ז"ל האט אזוי חתונה געמאכט, און ס׳איז בכלל נישט קיין בזיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שושן פורים » מאנטאג יוני 19, 2017 9:07 am

· #375786
ליטוואק פון בודאפעסט
. דער רב ז"ל האט אזוי חתונה געמאכט, און ס׳איז בכלל נישט קיין בזיון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וועלכע רב?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 19, 2017 9:14 am

· #375790
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
דער שטאטישע רב פון געיטסהעד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך אויך » מאנטאג יוני 19, 2017 9:16 am

· #375792
דאס עצם חתונה מאכן אין שוהל איז אוודאי נישט קיין בזיון, הלואי זאל עס יעדער טוהן.

שושן פורים » מאנטאג יוני 19, 2017 9:24 am

· #375799
איך אויך
שמערל
[ציטאט אראפגענומען]

די כלה איז נאך זעכצן ר"ל.

אה כ'האב פארשטאנען אז עס קען נישט זיין אזוי קאוזי און ראוזי ווי מען וויל עס מאכן סאונדן.

סאו ר יואלי הער דיך גוט צו! כ'פארשטיי ביסט א הייסע חסיד פון ר' אליעזר שיק. אבער געדענק אז דא איז נישט מדינת ישראל. דא אז דו ווועסט אינקארעדזשן טשיילד רעיפ און חתונה מאכן בעיבי מיידלעך ביי די 16! וועט די עפ. בי. איי. גאר שנעל קומען קלאפן אויף דיין טיר, ויפה שעה אחת קודם.

שומו שמים ותזדעזי ארץ ארבע מאות פרסאות ווי פאר אביסל 'קיהלשאפט' טוהען נארמאלע ניקס פארשווייגן עכטע טשיילד רעיפ.


טשיילד רעיפ מאן דכר שמיה?

די געזעץ לויטעט בסך הכל אז אונטער א געוויסע יארגאנג קען מען נישט באקומען קיין מערידזש לייסענס אבער לפי מיטב ידיעתי מעגן אנדערעידזש חברה לעבן צוזאמען און טון וואס זיי ווילן אינקלאדינג באט נאט לימיטעד טא שפילן הויז אדער אפילו דאקטאר.

אלנפאלס די עידזש פונעם פארפאלק איז א זייטיגע נושא, דא איז געטון געווארן א גאר פאזיטיווע שריט און יעדע זאך פון דאס גלייכן וועלכע שניידט אומנויטיגע חתונה הוצאות איז ווערט צו באגריסן ומהם ילמדו וכן יעשו.

אשריכם הערשי וזוגתו מלכה הינדא, אייערע עלטערן און ראש ישיבה הרה"צ ר' יואל פארן זיין די נחשונים און האפנטליך וועלן אסאך אנדערע אייך נאכמאכן, זאלט איר האבן א פרייליך לעבן מיט אבאנטש קעש.

ווי עס וואונטשט ידידכם הק' שושן בלאאמו"ר מפורים זי"ע

איך אויך » מאנטאג יוני 19, 2017 9:28 am

· #375800
זייטיג אהער זייטיג אהין, זאג דו האסט טעכטער אדער שוועסטער? דו ווילסט אז איינער זאל איר מאכען א כלה ביי די 15, רעדן מיט איר עברית ביי די 16, און האבן א קינד ביי די 16 דריי פערטל?!

איך אויך » מאנטאג יוני 19, 2017 9:38 am

· #375804
זעהט אויס אלס ס''ח האסטו א ספעציעלע קוואל וואס שטעלט דיר צו פאקטן כאוות נפשך.

שמערל האט געשריבן אז זי איז ר''ל 16 און דערויף האב איך געבויט. אויף אייוועלט האט מען בעבר שוין אויך גערעדט פון שיק שידוכים ביי די 15-16.

בלייבט נאר איבער אז די עסקנים זאלן ווי שנעלער בוקן דעם קאנטינענטל זאל און ארויספרעסן געלט פונעם ציבור פאר די לעגאלע קאסטן פון די 'אומשולדיגע' טשיילד רעיפ אגיטירער.

קאווע טרינקער » מאנטאג יוני 19, 2017 9:42 am

· #375806
איך אויך.
אביסל דרך ארץ. שכועך.

איך אויך » מאנטאג יוני 19, 2017 9:50 am

· #375807
פונקט ווי יעדער בין איך א חסיד פון ר' יואלי וואס דערשרעקט זיך נישט פון די קאראפטירטע זעלבסט דערקרוינטע איסטעבלישמענט און איז מפיח א רוח תקווה אויף זיין אייגענארטיגע דרך.

אבער דאס איז א סטעפ צו ווייט און וועט בלי ספק בעקפייערן.

ביטע הערט אויף צו קעקעצן און ענטפערט מיט א קלארע יא אדער ניין צו איר וואלט געוואלט אז א חתן זאל רעיפן ענקער טעכטער ביי די 16? אויב דו ווינשט עס נישט פאר דיין טאכטער דיין פארשטיי אז די תמימותדיגע מלכה הינדא בתולה איז גארנישט אנדערש.

שושן פורים » מאנטאג יוני 19, 2017 9:57 am

· #375809
איך אויך
פונקט ווי יעדער בין איך א חסיד פון ר' יואלי וואס דערשרעקט זיך נישט פון די קאראפטירטע זעלבסט דערקרוינטע איסטעבלישמענט און איז מפיח א רוח תקווה אויף זיין אייגענארטיגע דרך.

אבער דאס איז א סטעפ צו ווייט און וועט בלי ספק בעקפייערן.

ביטע הערט אויף צו קעקעצן און ענטפערט מיט א קלארע יא אדער ניין צו איר וואלט געוואלט אז א חתן זאל רעיפן ענקער טעכטער ביי די 16? אויב דו ווינשט עס נישט פאר דיין טאכטער דיין פארשטיי אז די תמימותדיגע מלכה הינדא בתולה איז גארנישט אנדערש.


אויב זענען ביידע אנדערעידזש הייסט עס נישט קיין רעיפ און רילעישענשיפס צווישן באטרעפנדע אין די יארגאנג איז העכסט נארמאל צווישן דעם אלגעמיינעם באפעלקערונג

לגבי מיר פערזענליך וואלט איך נישט געוואלט זעהן מיין זון אדער טאכטער חתונה האבן נישט ביי די זעכצן ווי אויך נישט ביי די אכצן פשוט האלטנדיג אז ביידע עידזשעס זענען צו אינג צו מאכן אט דעם לעבנס באשלוס.

פון די אנדערע זייט רעספעקטיר איך יעדעמס רעכט צו האלטן אנדערש און פירן זייער לעבן פונקט דאס פארקערטע פון מיין אויסגעקאכטע שיטה, ויאריכו ימים על ממלכתם

החוקר » מאנטאג יוני 19, 2017 10:04 am

· #375813
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
איך אויך
זייטיג אהער זייטיג אהין, זאג דו האסט טעכטער אדער שוועסטער? דו ווילסט אז איינער זאל איר מאכען א כלה ביי די 15, רעדן מיט איר עברית ביי די 16, און האבן א קינד ביי די 16 דריי פערטל?!
זאג, עפעס יעדע משוגע'נע זאך איז רעיפ? דו זאגסט אז עס איז רעיפ וועגן רוב נארמאלע מענטשן טוען נישט אזוי. דאס מאכט עס מאדנע נישט ווייעלענט.

איך אויך » מאנטאג יוני 19, 2017 10:07 am

· #375816
זאגסטו זייער קלאר אז ככל הגוים בית ישראל, וויבאלד ביי די גוים איז עס העכסט נארמאל דארפן די אידישע טעכטער עס אנהייבן צו טוהן. נו נו כ'הער.

שושן פורים » מאנטאג יוני 19, 2017 10:10 am

· #375817
החוקר
איך אויך
זייטיג אהער זייטיג אהין, זאג דו האסט טעכטער אדער שוועסטער? דו ווילסט אז איינער זאל איר מאכען א כלה ביי די 15, רעדן מיט איר עברית ביי די 16, און האבן א קינד ביי די 16 דריי פערטל?!
זאג, עפעס יעדע משוגע'נע זאך איז רעיפ? דו זאגסט אז עס איז רעיפ וועגן רוב נארמאלע מענטשן טוען נישט אזוי. דאס מאכט עס מאדנע נישט ווייעלענט.


גערעכט, מיטן דאס אנרופן רעיפ שאצט מען אונטער די ווייטאג און פיין וואס טויזנטע רעיפ וויקטימס מאכן מיט

שושן פורים » מאנטאג יוני 19, 2017 10:13 am

· #375818
איך אויך
זאגסטו זייער קלאר אז ככל הגוים בית ישראל, וויבאלד ביי די גוים איז עס העכסט נארמאל דארפן די אידישע טעכטער עס אנהייבן צו טוהן. נו נו כ'הער.

סך הכל רעיפ איז עס נישט היות אין די וועלט איז עס נארמאל, רוב אידן טוען נישט ווי די וועלט ווייל זיי האלטן אז עס איז נישט אידישלעך, אבער אויב די קהלה און זייער מנהיג האלטן אז אטא דאס פארלאנגט אידישקייט איז עס פאר זיי סיי נארמאל און סיי אידישלעך

החוקר » מאנטאג יוני 19, 2017 10:36 am

· #375829
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
דיין פראבלעם איז שוויציג? און געשויערט, איז יא גוט?

מפוזרי » מאנטאג יוני 19, 2017 10:39 am

· #375831
שושן פורים
איך אויך
זאגסטו זייער קלאר אז ככל הגוים בית ישראל, וויבאלד ביי די גוים איז עס העכסט נארמאל דארפן די אידישע טעכטער עס אנהייבן צו טוהן. נו נו כ'הער.

סך הכל רעיפ איז עס נישט היות אין די וועלט איז עס נארמאל, רוב אידן טוען נישט ווי די וועלט ווייל זיי האלטן אז עס איז נישט אידישלעך, אבער אויב די קהלה און זייער מנהיג האלטן אז אטא דאס פארלאנגט אידישקייט איז עס פאר זיי סיי נארמאל און סיי אידישלעך

פארוואס מאכט מען זיך תמ'עוואטע? וואס גלייכסטו צו צום אלגעמיינעם באפעלקערונג? גיבט ר' יואל רשות זיך באנוצן מיט א קא**אם? הייסט ער איר זיין אויף ב"ק פאר די נעקסטע פאר יאר?

דאס איז שפיץ הפקירות צו מעודד זיין דאס נעמען החלטות מיט לעבנסלענגליכע קאנסעקווענצן פאר זײ און פאר די דורות נאך זײ, אלץ נאר דערפאר וואס ס'ברענט פאר די בחורימ'לעך די אונטערהויזן.

תורה ומדע » מאנטאג יוני 19, 2017 10:52 am

· #375833
לענ"ד, אויב זיי גייען אויף ב"ק פאר פינעף יאהר איז דאס נישט אזא חסרון.

תורה ומדע » מאנטאג יוני 19, 2017 11:31 am

· #375835
אה"נ באמת וואלטען אללע פארפעלק געדארפט ווארטען ביז די 25 יאהר.

תנחום » מאנטאג יוני 19, 2017 11:46 am

· #375836
תורה ומדע
אה"נ באמת וואלטען אללע פארפעלק געדארפט ווארטען ביז די 25 יאהר.

הלוואי כ'וואלט געהאלט די שכל (ליין: קוראזש) אין יענע יארן...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 19, 2017 2:38 pm

· #375862
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
ווען מ׳לעבט טייער, פאסט נישט חתונה צו מאכען ביליג. מיר גיבען אויס געלט אויף חתונות ווייל חתונה האבען איז גאר א וויכטיגע זאך ביי אונז.

יא, ווען מ׳איז מצליח צו נידערען דער לעבענסשטייגער, אויסצולערנען די ווייבער אז מ׳קויפט קליידער לויט דער נויט און וויפיהל געלט מ׳האט, נישט לויט וואס שיינדי ציפי און גיטי האבען. אויסצולערנען די מענער אז מ׳האט נאר אזא סעלפאון וואס מ׳דארף, מ׳עסט פון דער היים נישט אין רעסטאראנט ווען מ׳האט נישט און א ש"ס וואס איז נישט עז והדר גיבט איהם פונקט די זעלבע אויסזיכטען צו ווערען א תלמיד חכם ווי סיי וועלכע דרוק. א ביליגע שטריימעל, און א נישט ביבער הוט, איז אויך א קאפ צודעק, און אפילו א דאשיק פאר צוואנציג דאללאר איז אויך גוט ווען מ׳האט נישט קיין איבעריגע געלט.

דעמאלס קען מען מוותר זיין אויף הוצאות החתונה
והנלע"ד כתבתי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 19, 2017 2:42 pm

· #375863
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ
.
בלאט: 1 2 3