☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11582
בלאט: 1 2 3

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 21, 2017 1:40 pm

· #376298
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
לכאורה דארף מען צוטיילען די שמועס אויף יואלי ראטה און אויף די חתונה. די חתונה איז מעגליך א גוטע זאך, אבער די ווידיאו׳ס פון דער ראטה לאזען גאר א שלעכט טעם אין מויל. עפען אן אשכול דערוועגען, וועט מען קענען אויסשמועסען..

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיש-נייעס » מיטוואך יוני 21, 2017 1:55 pm

· #376300
ליטוואק פון בודאפעסט
לכאורה דארף מען צוטיילען די שמועס אויף יואלי ראטה און אויף די חתונה. די חתונה איז מעגליך א גוטע זאך, אבער די ווידיאו׳ס פון דער ראטה לאזען גאר א שלעכט טעם אין מויל. עפען אן אשכול דערוועגען, וועט מען קענען אויסשמועסען..

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ענדליך! איך ווארט שוין אז איינער זאל קלאר ארויסזאגן וואס עס באדערט, די יחידים הרוצים להשתלט דרייען זיך ארום מיט דייעריע, מען שעמט זיך צו רופן דאס קינד ביים נאמען...

און ליטוואק האט עס אזוי שיין ארויסגעשריבן:

אלעס זייער פיין, וואויל, גוט, הערליך, א שריט וואס איז נישט געטון געווארן די לעצטע זיבעציג יאר... אבער פארוואס האט געמוזט קומען דורך פארפלוכטעטער דשזיד (ר' יואל ראטה)... עס איז ממש יצא שכרו בהפסדו. עס קרענקט עס שניידט.

שוין מ'איז אין גלות מ'קען מיר גארנישט טוהן, זאכן פירן זיך אנדערש ווי מיר חלומ'ן...

איך ווארט אויף די פייער פון ליטוואק... 😢 😢

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 21, 2017 2:20 pm

· #376307
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
איך פארשטיי נישט אזוי גוט, ווער בין איך און וואס האב איך געוואלט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

shem-tov » מיטוואך יוני 21, 2017 2:40 pm

· #376311

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 21, 2017 3:21 pm

· #376319
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
איינס האט נישט מיט די צווייטען. פארשפארען א משפחה א פאר דאללאר איז א פיינער זאך.
טרעפען א לעזונג פאר די אומדערטרעגליכער פרייז פון חתונה מאכען\לעבען איז א צווייטע זאך.
און דער דרגת החכמה מיט די זיידענע מדות פון יואלי ראטה איז גאר א דריטע זאך.

מאנכע מישען אלץ אויס, טאמער חתונה מאכען ביליג איז גוט, דעמאלס איז יואלי ראטה א פקח מפוקח, און אלץ וואס ער זאגט איז שוין פארוואנדעלט אין דברי פקחות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מיטוואך יוני 21, 2017 4:57 pm

· #376340

ליפא » דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:09 am

· #376470
📎 unnamed.jpg

איסר האטלקי » מוצ"ש יוני 24, 2017 11:54 pm

· #376720
עס דארף אויסגעשמועסט ווערן אז צו די הוצאות החתונה זענען צוגעקומען די רעקלאמעס אין אלע צייטונגען צו באשרייבן די היסטארישע חתונה.
איי, אפשר איז עס געווען בחינם? וואלט עס נישט געווען די זעלבע נוסח איבעראל, גענוי ווי אינעם גליון היכל הקודש, וואס ברסלבר האט שוין ציטירט אין זיין אשכול.

איך אויך » זונטאג יוני 25, 2017 10:51 am

· #376743
ההד הזהרו מן הצבועים.

איסר האטלקי » זונטאג יוני 25, 2017 2:43 pm

· #376750
טראכסט אדער דו ווייסט?
איך האב שוין גענוג מאל געשריבן אזוינע רעקלאמעס, נייעס בלע"ז, פאר פריוואטע מוסדות און קהילות. מען שיקט עס אריין פארטיגערהייט צום רעדאקציע, זיי טוישן וואס זיי געפעלט כפי ראות עיניהם און מען באצאלט דערפאר פולער פרייז. אפילו אזעלכע "נייעס" וואס זיי וואלטן געווענליך געלייגט בחינם. אויב ווילסטו עס, דאן באצאלסטו דערפאר.

גראף » זונטאג יוני 25, 2017 4:12 pm

· #376755
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
@אנאנים
Somebody has got to say these things and it has got to be me!!

Bob Grant

די זעלבע קריטעקירער זאגן סתם אזוי נישט כמעט קיין קאמפלעמענטס נאר ווען מען קריטיקירט הייבט מען אן מיט אז בעצם טוט ער אויף נאר למעשה זעהט מען אז ער איז א ....

Sent from my XT1096 using Tapatalk

שמערל » זונטאג יוני 25, 2017 7:44 pm

· #376769
איך מיז זיך אנטשולדיגען פאר ר' יואל פארן אים גראד דן זיין לכף חוב און אים גלייך קריטיקירן, איך האב געהאט געהערט אז די כלה איז נאך זעכצן, האב איך אנגעקוקט די גאנצע זאך ווי א קולט סטייל חתונה, ווי דער מנהיג טיילט איין די חסידים פאר וועם און וויאזוי זיי זאלן חתונה האבן. ביי העלבראנץ תמ"ל אין גואטאמאלא מאכט מען אויך חתונה פיצעלע מיידלעך אין בית מדרש, און דאכט זיך אויך אין יבניאל, און איך האלט נישט אז איינער דא וועט באגריסן הרב בערלאנד פארן זיין דער ערשטער איינצופירן חתונות אין בית המדרש...

למעשה סיי נאכן זעהן דא אז די כלה איז פיל עלטער, און בעיקר נאכן הערן א שמועס פון ר' יואל ווי ער לייגט אראפ ווי שטארק סיי דער חתן און זיי די כלה ברויכן נישט קיין לוקסוס, קוקט מיר אויס אז מען מעג אים יא דן זיין לכף זכות, אמת איך האב א סאך ביי מיר אקעגן ר' יואל בפרט און ברעסלאוו בכלל, אבער דא מיז איך יא מודה זיין אז ער האט געטוהן א גוטע זאך, הגם חתונה מאכן אין א שוהל איז לאו דוקא סוסטעינעבל, דאך אבער דעליווערט עס די מעסעדזש, לאך אויף די וועלט, א מענטש קען חתונה מאכן אן ברויכן טוהן וואס יעדער טוהט, און באווייזן דעם קונץ אז דאס פארפאלק וועט אפילו אזוי האבן שלום בית און ס'וועט זיי גארנישט פעלן.

כה לחי ר' יואל!

חכמת שלמה » מאנטאג יוני 26, 2017 6:04 pm

· #376865
שמערל
ביי העלבראנץ תמ"ל אין גואטאמאלא מאכט מען אויך חתונה פיצעלע מיידלעך אין בית מדרש.

כה לחי ר' יואל!

שקר!

לאמיר זען זיי יעצט א גיבור און בעט איבער לב טהור ברבים.

קל וחומר » מאנטאג יוני 26, 2017 6:22 pm

· #376867
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
כ'האב מורא אז יואלי ראטה האט אויף עפעס אן אופן מאניפולעיטעד שמערל אז ער זאל שרייבן זיין תגובה.

סמבטיון » מאנטאג יוני 26, 2017 6:39 pm

· #376868
חכמת שלמה, אויב די מאן וואלט געווען די זעלבע פיצל ווי דאס מייידל וואלט טאקע קיינער נישט פארפירט, פראבלעם איז נאר אז די מאן איז צוויי מאל אזוי אלט ווי די מיידל.

אישתישבי » מאנטאג יוני 26, 2017 7:35 pm

· #376874
חכמת שלמה טענה'ט אז חתונות אין גוטאמאלע קאסטען אויך גארנישט, ווי אויך איז נישטא דארט קיין עגונות ווייל יעדער איז מקדש אדעתא דרבנן, און ווען דער רבי זאגט אויס קדושין איז די קדושין בטל למפרע.

מיש-נייעס » מאנטאג יוני 26, 2017 9:12 pm

· #376897
קל וחומר
כ'האב מורא אז יואלי ראטה האט אויף עפעס אן אופן מאניפולעיטעד שמערל אז ער זאל שרייבן זיין תגובה.

יא! ער האט איהם מאניפיולעטעד... פשוט שמערל האט איהם אויסגעהערט און ווער עס הערט איהם אויס זעהט אז ער רעדט דברים של טעם...

גם אני בחלומי בין איך געווען ווי עולם גולם געגלייבט אלע שמועות פון די גאס ביז איך האב געהערט זיינע דרשות און איך האב געזעהן אז ס'איז שוא ושקר

יהודי פשוט » מאנטאג יוני 26, 2017 10:19 pm

· #376909
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
מיש-נייעס

יא! ער האט איהם מאניפיולעטעד... פשוט שמערל האט איהם אויסגעהערט און ווער עס הערט איהם אויס זעהט אז ער רעדט דברים של טעם...

גם אני בחלומי בין איך געווען ווי עולם גולם געגלייבט אלע שמועות פון די גאס ביז איך האב געהערט זיינע דרשות און איך האב געזעהן אז
ס'איז שוא ושקר

ביי מיר איז געוועהן פונקט פארקערט, ווילאנג איך האב נאר געהערט שמועות אין גאס האב איך געהאלטן אז אלעס איז שקר און ער איז באמת א מורא׳דיגע מענטש, אזוי ווי איך האב געהערט צופיל פון זיינע גערעדערייען בין איך געווארן א מתנגד

חקרן » דינסטאג יוני 27, 2017 4:08 pm

· #377006
איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?

איש את רעהו » דינסטאג יוני 27, 2017 4:29 pm

· #377010
חקרן
איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?

א ברסלב'ר?
הלוואי ירבו כמותו בישראל
מיליאנען דאלארען אידיש געלט און אידיש בלוט וועלן אפגעשוינט ווערן.

מיש-נייעס » דינסטאג יוני 27, 2017 4:57 pm

· #377019
חקרן
איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?

ווער

איך אויך » דינסטאג יוני 27, 2017 6:06 pm

· #377026
הלואי זאל יעדער חתונה מאכן אין ביהמ''ד אבער מיט אביסל כבוד עצמי און א אידישע טעם.

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 27, 2017 7:45 pm

· #377039
חקרן
איך הער אז ס'איז שוין דא איינער וואס טוט אים נאך, איז עס אמת?

יא, האדמו"ר מספינקא 56 האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט אין בית מדרש'ל!!

מיש-נייעס » מיטוואך יוני 28, 2017 6:12 pm

· #377138
המודיעה
📎 המודיעה.jpeg

מיש-נייעס » זונטאג יולי 2, 2017 11:23 pm

· #377545
דער מחנך הרב וואזנער צולייגט גוט די ענין פון חתונה מאכן אין שול, די וואך אין די מאמענט
📎 803111207_101628.jpg

בערל_פרוכטבייסער » מיטוואך יולי 5, 2017 12:00 pm

· #377926
אין איין ווארט דאס איז נישט די ישועה ווייל אין ביהמ"ד וועט מען נישט חתונה מאכן
מען ברויך אוועקשטעלן זאלן אויף עכט ביליג די קעסטנבוים פרדסים זענען אויכנישט די ישועה

דער דאס » דאנערשטאג נאוועמבער 2, 2017 8:52 pm

· #388279
היינט נאכט קומט פאר די צווייטע חתונה אין בית מדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג..

דער דאס » פרייטאג נאוועמבער 3, 2017 12:36 am

· #388302

דאכצעכמער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:59 am

· #412878
דריטע חתונה.
עס קומט אריין די נייעס אז עס קומט א דריטע חתונה אין שוהל ?

איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:28 am

· #412881
דאכצעכמער
עס קומט אריין די נייעס אז עס קומט א דריטע חתונה אין שוהל ?

שוין לאנג געווען א דריטע, עטליכע וואכן צוריק.

אפשר קומט א פערטע.

דאכצעכמער » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:06 am

· #412890
ווער איז געווען די דריטע

דער דאס » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 4:38 pm

· #412924
דאכצעכמער
ווער איז געווען די דריטע

דא ווערט באריכטעט וועגן די דריטע חתונה אין בהמ"ד ברסלב אין וויליאמסבורג.

דאכצעכמער » דינסטאג יוני 11, 2019 5:00 pm

· #431807
געוואלד אין געשריגן!!!!!!!!!!!!!
ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים

https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 9562480645

יהודי פשוט » דינסטאג יוני 11, 2019 5:14 pm

· #431808
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
דאכצעכמער
געוואלד אין געשריגן!!!!!!!!!!!!!
ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים

וויפיל פון דעם האבן זיך שוין גע'גט?

גראף » דינסטאג יוני 11, 2019 5:40 pm

· #431811
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
יהודי פשוט
דאכצעכמער
געוואלד אין געשריגן!!!!!!!!!!!!!
ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים

וויפיל פון דעם האבן זיך שוין גע'גט?
ג'גט צוליב חתונה האבן אין שול? דו שרייבסט עפעס וואס דו ווייסט?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

חיים יואל » דינסטאג יוני 11, 2019 5:44 pm

· #431812
דאכצעכמער

ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים

https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 9562480645

זייער גוט. חזק ואמץ.
נאה דורש און נאה מקיים.

וואלווי » מיטוואך יוני 12, 2019 4:51 am

· #431843
יהודי פשוט
דאכצעכמער
געוואלד אין געשריגן!!!!!!!!!!!!!
ווי זעמיר אויף די וועלט
די אכטע חתונה וואס קאסט נישט קיין געלט
היינט נאכט פונ'ם נאה דורש און נאה מקיים
ר' יואל ראטה שליט"א אליין פירט אונטער בנו בכורו אין בית מדרש
אלע הוצאות החתונה פארשפרעכט צו זיין אונטער 10 אלפים

וויפיל פון דעם האבן זיך שוין גע'גט?

האבן זיי געהאט א סמארטפאון?

פאלקאוויטש » מיטוואך יוני 12, 2019 5:44 am

· #431848
איינער מיט קליפס פון די חתונה נעכטן פון די ראש ישיבה? ביטע ארויפלייגן א דאנק

דאכצעכמער » מיטוואך יוני 12, 2019 2:59 pm

· #431868
https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 2605624320

https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 5760145408

https://direct.yiddishevinkel.com/archives/56364

פאלקאוויטש » פרייטאג יוני 14, 2019 9:39 am

· #431967
דאכצעכמער
https://twitter.com/chizikaday/status/1138855132605624320

https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 5760145408

https://direct.yiddishevinkel.com/archives/56364

Thanks

לך לך » פרייטאג יוני 14, 2019 2:22 pm

· #431972
אפאר יאר ארום גייט עס יעדער טוהן
בלאט: 1 2 3