☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה

141 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11582
בלאט: 1 2 3

cictim » מאנטאג יוני 19, 2017 3:06 pm

· #375866
[ציטאט אראפגענומען]


ער קלערט אויף יונגע בחורים 13-14 יאר אלט, אלע פראבלעמען פון חתונה האבן ברוחניות ובגשמיות, און אלע עצות אויף דעם, מיט זיינע דרשות מדי יום ביומו, הער עס אויס וועסטו פארשטיין אז נאך אזא דרשה דארפן זיי שוין גלייך חתונה האבן.

יעקב מענטש » מאנטאג יוני 19, 2017 3:16 pm

· #375874
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען מ׳לעבט טייער, פאסט נישט חתונה צו מאכען ביליג. מיר גיבען אויס געלט אויף חתונות ווייל חתונה האבען איז גאר א וויכטיגע זאך ביי אונז.

יא, ווען מ׳איז מצליח צו נידערען דער לעבענסשטייגער, אויסצולערנען די ווייבער אז מ׳קויפט קליידער לויט דער נויט און וויפיהל געלט מ׳האט, נישט לויט וואס שיינדי ציפי און גיטי האבען. אויסצולערנען די מענער אז מ׳האט נאר אזא סעלפאון וואס מ׳דארף, מ׳עסט פון דער היים נישט אין רעסטאראנט ווען מ׳האט נישט און א ש"ס וואס איז נישט עז והדר גיבט איהם פונקט די זעלבע אויסזיכטען צו ווערען א תלמיד חכם ווי סיי וועלכע דרוק. א ביליגע שטריימעל, און א נישט ביבער הוט, איז אויך א קאפ צודעק, און אפילו א דאשיק פאר צוואנציג דאללאר איז אויך גוט ווען מ׳האט נישט קיין איבעריגע געלט.

דעמאלס קען מען מוותר זיין אויף הוצאות החתונה
והנלע"ד כתבתי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער פראבלעם היינטיגע צייטן איז, אז די בעיסיק לעבן קאסט היינט א געוואלד, עפעס וואס איז נישט געווען פאר 25 יאר צוריק, איז דען מעגליך פאר א פשוטע ארבעטער דורכצוקומען דעם טאג מיט עסן, דירה געלט, שכר לימוד, קעמפ,? זייער שוואך! דער לאך אין בודזשעט געשעהט נאך פאר לוקסוס, חתונה מאכן וכו'

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 19, 2017 4:04 pm

· #375891
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
אין איינער פון מיין ערשטער תגובות אין ק"ש האב איך אנגערירט די נקודה. ווען די ווייבער האבען אין קאפ אז מ׳קויפט נישט וואס מ׳קען נישט ערלויבען, איז שוין אלץ לייכטער. ארויסמופען איז לייכטער, פרויען ארבעטען ווען ס׳פעלט אויס איז לייכטער, קויפען ביליגער איז לייכטער. עפענען דער טיר אין קאפ איז אן אריינגאנג צו כל מיני גוטע זאכען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אייז קריעם » מאנטאג יוני 19, 2017 4:16 pm

· #375895
תורה ומדע
אה"נ באמת וואלטען אללע פארפעלק געדארפט ווארטען ביז די 25 יאהר.

שמעתי אז און א געוויסע חסידות גייען אלע קאפלס אויף ב"ק די ערשטע זעקס חדשים נאך די חתונה מחמת די פלייץ פון גיטין.

מיש-נייעס » מאנטאג יוני 19, 2017 4:20 pm

· #375896
אתם בכיתם בכיה של חינם
די פראבלעם מיט אייך אלע קאווע טרינקער
איר האלט אין איין האקן אויפקן סיסטעם און וויינען און באוויינען, הלמאי מיר זענען אזאנע פערדן און מיר גייען כצאן לטבחה, קאפ אין וואנט

הכל מודים דאס איז דאך די שטימע וואס קאווע שטיבל וויל ארויסגעבן על כל פנים פון די 90% געזינטע... מעמבער'ס דא אין שטיבל

איר זענטאך נישט צופרידן פונ'ם פאנאטישע אייוועלט, איר זיכט דאך אז איינער זאל אריינרייסן דעם סיסטעם אינעם זיבעטן ריפ

טא אז איינער טוט דאס ארבעט פאר אייך וואס ווערט איר אזוי ווילד

אה! איך כאפ שוין איר ווילט א מנהיג וואס זאל נישט פאלגן דעם פערדישן סיסטעם... נאר ער זאל פאלגן אייער פערדישן סיסטעם... דאס וועט נישט געשעהן, איז וואס האקט איר א טשייניק, אייער פערד'יש בלוט איז עפעס רויטער פון דאס ביז יעצטיגע? און אפילו איר האלט אז יא, מוז דאך דער ראש ישיבה נישט האלטן ווי אייך.

איר זענט פינקט ווי ערווארד סנאודען וואס האט פארדאמט פרייהייט, צוליב דעם ווייל דאס פרייהייט איז נישט גענוג פריי, און איז אנטלאפן צו קאמאניזים וואס איז 100% קאמיוניזים...

אזא פנים האט איר, איר זענט גוט צו שטויסן אויפן סיסטעם אבער אז איינער וואגט זיך צו טוהן עפעס קומט ארויס אז בהמה בלייבט בהמה און פערד בלייבט פערד...

אתם בכיתם בכיה של חינם... אייער וויינען דא אין קאווע שטיבל איז קינדערישע וויינערייען, ווייל אז עס רומט איינער און פירט אויס למעשה, לויפט יעדער צוריק

ממש ווי חדר יונגליך, ווי יעדער שרייט איך וועל איהם געבן... איך וועל איהם ווייזן... איך האב א שטעקן... איך וועל איהם צוקנאקן... אבער ווען דער כיתה ט' יונגל קומט צולויפן, לויפן אלע ווי דער שאף אנטלויפט פונ'ם וואלף

ווי האט ראפשיצער רב געזאגט נער בלייבט נער און מקח בלייבט מקח[/]

אייז קריעם » מאנטאג יוני 19, 2017 4:40 pm

· #375904
זייער פיין געזאגט. מיר זענען אלע טשיקנס.
מיינער א חבר האקט אלס אויפן סיסטעם. ווען זיין טאכטער האט געוואלט גיין צו בעיס בראך'א סקול האט ער געשיקט בריוון מלא חניפה און זיי געשיקט מתנות אפילו נאכן לא נתקבל, פשוט וויי זיי האבן אזוי שטארק "געטרייט".

בת קול » מאנטאג יוני 19, 2017 4:42 pm

· #375907
[ציטאט אראפגענומען]


גראדע איז דאס מיידל אן איידל קינד און האט גארנישט געוויסט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 19, 2017 4:48 pm

· #375909
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
נישט יעדער וואס טוישט איז עס א גוטע זאך.

הער אויס דער ראטה אביסל, וועסטו זע׳ען אז דער ישועה קומט נישט פון איהם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיש-נייעס » מאנטאג יוני 19, 2017 5:32 pm

· #375921
הוא אשר דיברתי די פערד ברומען, נישט ווייל זיי ווילן אז דער בעל עגלה זאל זיי פירן אין א גוט'ן וועג, די פערד ווילן אז דער בעל עגלה זאל נישט פארן אין די אלטע דירעקציע וואס פירט צו בלאטע, זיי ווילן דער בעל עגלה זאל גיין צו זייער דירעקציע וואס פירט צום בלאטע...!

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג יוני 19, 2017 5:48 pm

· #375924
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
[ציטאט אראפגענומען]


קאנפירמד די כלה איז 17.10 מאכט די 2 חדשים אויס ?

מנוחה ושלוה » מאנטאג יוני 19, 2017 6:09 pm

· #375928
געוואלדיגע שריט
חזק ואמץ !

אישתישבי » מאנטאג יוני 19, 2017 6:47 pm

· #375932
אונז זענען גלויביג נאך אלעמען.

בנוגע דער עיקר ענין, ר' יואלי ראטה איז פין די וואס האבן אויפגעטוהן א געוואלד, אוודאי קען מען חוזק מאכען קריטיקירן, אבער זיינע אויפטוהנגען זענען מער ווי אסאך חסיד'ישע רעביס וואס האבן גע'ירש'נט זייער קרוין און נאר פראבירט גרעסער צו מאכען דער מוסד דורך טעראר וכו'.

ממילא איז די אלע וואס ווילען אים קריטיקירן פאר ארויסברענגען א וויכטיגע פראבלעם פין חתונה מאכען ספענדען און זיין סאלושען פין חתונה מאכען אין בית המדרש, און קענען נישט אראפ שלינגען א ביטערע פיל, אז אלע רבי'ס רבנים האבן נישט געהאט די קוראזש פין פארעכטן דער טראוואסי פין חתונה מאכען ביינונז חוץ ער, זאלען אראפ בייגען דער קאפ און לכל הפחות שווייגן.

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 7:54 pm

· #375939
מיש מאש דיינע תגובות קומען עפעס אריין גראב אוין בלוי

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 7:56 pm

· #375940
איך האב שוין פריער געפרעגט אויב איינער ווייסט פון עקספיריענס וויפיל געלט שפארט מען זיך דא

ווייל מיר זעהט בכלל נישט אויס ווי מען שפארט זעך עפעס

אייז קריעם » מאנטאג יוני 19, 2017 9:20 pm

· #375953
די ביליגסטע זאל קאסט היינט 16000.
און בית מדרש קאסט עס מן הסתם 3000.

איש את רעהו » מאנטאג יוני 19, 2017 9:23 pm

· #375955
אייז קריעם
די ביליגסטע זאל קאסט היינט 16000.
און בית מדרש קאסט עס מן הסתם 3000.


אפילו אז די דיפרענץ זאל זיין נאר 1000
די רעש וואס עס מאכט אז מען זאל אויפהערן לעבן פאר יענעם איז ווערט אלע געלטער.

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 10:20 pm

· #375967
ווי פריער דערמאנט איך האב גרויס רעספעקט פאר רבי יואל אבער פארקויף נישט קיין לאקשען מען שפארט זיך נישט קיין איין דאלער אדרבה אויב עפעס קאסט עס מער!! די איינציגסטע פארדינסט איז פובליסיטי פאר רבי יואל און דאס אליינס איז אויך זייער חשוב

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 10:22 pm

· #375968
האסט שוין געהערט דעם כלל: ביליג איז טייער

גאנצל » מאנטאג יוני 19, 2017 10:25 pm

· #375970
מ'שפארט גארנישט ?

וועלכע נאך זאל איז אומזיסט ?

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 19, 2017 10:33 pm

· #375971
shem-tov
האסט שוין געהערט דעם כלל: ביליג איז טייער

האסט שוין געהערט דעם כלל: וואו ס'נאס דארט גליטשט זיך?

כ'מיין, וואס קומט עס דא אריין?? א זאל קאסט? א בית מדרש נישט.

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 10:39 pm

· #375973
אקעי סאו נעם אוועק אלע הוצאות וויפיל קאסט א ביליגע זאל בלויז דער זאל אליינ. ווייסטו?

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 10:48 pm

· #375977
נאכאמאל איך רעד אן גארנישט נישט קיין סעודות, קיין וועיטערער, קיין פאטגרעפער, בדחן, שפילער גארנישט בלויז א טרוקענער זאל

כפתור » מאנטאג יוני 19, 2017 10:53 pm

· #375979
shem-tov
האסט שוין געהערט דעם כלל: ביליג איז טייער

דער כלל איז אמת, אבער ווי קומט עס אהער??

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 10:54 pm

· #375980
איר קענט האבן א טרוקענע זאל פאר 8 שעה פאר בלויז 1200 וואס איך גלייב אז די מחותנים וועלן דאס אוודאי אויך צאלן פאר רבי יואל און אוודאי וועלן זיי דאך הייערען וועיטערער, קעיטערער, שפילער בדחן, ועוד

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 19, 2017 11:01 pm

· #375981
shem-tov
איר קענט האבן א טרוקענע זאל פאר 8 שעה פאר בלויז 1200 וואס איך גלייב אז די מחותנים וועלן דאס אוודאי אויך צאלן פאר רבי יואל און אוודאי וועלן זיי דאך הייערען וועיטערער, קעיטערער, שפילער בדחן, ועוד

קענסט אפשר קלאר מסביר זיין וואס דו ווילסט דא? היות איך בין נישט דער איינציגער וואס פארשטייט נישט.

עס קען זיין מארגן אויך, אבער רעד קלאר ביטע. יש"כ.

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 11:05 pm

· #375983
איך מיין אז דו האסט זייער גוט פארשטאנען. א גוטע נאכט

גאנצל » מאנטאג יוני 19, 2017 11:16 pm

· #375985
נישטא קיין זאל פאר 1200

אפשר פרדס

אבער א נארמאלע זאל בעט 3 4 טויזנט זשאסט פאר די זאל

shem-tov » מאנטאג יוני 19, 2017 11:17 pm

· #375986
אפשר פרדס זיכער פרדס.

גאנצל די פארשטייסט מיין נקודה?

גאנצל » מאנטאג יוני 19, 2017 11:20 pm

· #375989
די מוסד מאכט קיין סאך פראפערט פון פרדס עקארדינג צו אנדערע זאלן כאטש זיי מאכן לכוארה א 2 אלפים פער זאל פער נאכט

איסר האטלקי » מאנטאג יוני 19, 2017 11:44 pm

· #375992
ווי אויך איז פארשטענדליך אז אין א בית מדרש דארף מען נישט צושטעלן קיין 150 פארציעס, און נישט קיין רייכע מעניוס ווי אין א זאל. אויב וויל מען זיך שפארן געלט קען מען. משא"כ א זאל וואו מען מוז נעמען די מינימום.

גראף » דינסטאג יוני 20, 2017 1:34 am

· #376016
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
פון אלע חתונה תקנות האב איך נישט געהאלטען​ פון געבן א סיזי שטיין און ווי אויך וואלט איך נישט געטיילט ביי דער סעודה טשיקן מיט פערפעל. אויסער דעם זעה איך נישט וואס איז שלעכט מיט א שול.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

מיש-נייעס » דינסטאג יוני 20, 2017 9:18 am

· #376034
אלע טוען דאס אפלאדירן
חוץ.... די וואס קען נישט אראפשלינגן דעם ביטערן פיל, אז זיין פארטיי קען נישט נעמען די קרעדיט דערפאר...

קודם איז א האלבער אשכול אוועקגעגאנגן צו באוויינען דאס יונגע 16 יעריגע נעבעך אומגליקליכע כלה, די טעמא איז נישט געשליכטעט געווארן ביז מען האט געברענגט דאס געבורטס-שיין און ליידער נפל פיתא בבירא זי איז 18...
....... מ'לאזט זיך ארויס אויפן יאגד, לאמיר זעהן.... אפשר שפארט מען זיך טאקע נישט...

אקעי! מ'האט פארשאפט א צובראכענעם קאלקיולעטער,

די חשבון:
די זאל איז 0.00
וועיטער'ס וועט נישט זיין 0.00
שפילער 0.00
זינגער 0.00
בדחן 0.00
עסן וואס ווערט צוגעשטעלט נאר פאר משפחה 300$
בלומען 0.00

נו וואס נאך
אה!...
+ פארוואס האט מיין פארטיי פירער עס נישט געקענט דורעכפירן?
= מ'שפארט זיך גארנישט

נו אז מ'שפראט זיך גארנישט איז עס בלויז פאר אביסל פאבליסיטי פאר ר' יואל ראטה, ווי מעג מען דאס צולאזן

שושן פורים » דינסטאג יוני 20, 2017 11:31 am

· #376054
מיש-נייעס


וועיטער'ס וועט נישט זיין 0.00
שפילער 0.00
זינגער 0.00
בדחן 0.00
עסן וואס ווערט צוגעשטעלט נאר פאר משפחה 300$
בלומען 0.00


איז ווער שפילט, זינגט, גראמט, און סערווירט די דריי הונדערט דאלארדיגע סעודה פאר די בני משפחה?

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 20, 2017 11:37 am

· #376055
שושן פורים: איך האב א פארשלאג פאר נאך א ביליגערע חתונה. מ'זאלל געבן לקח און שליוואוויטץ אין ביהמ"ד נאכ'ן דאווענען. א קליין באטל גרעיפ דזשוס (וועלטש'ס איז די ביליגסטע אויפ'ן מארקעט.) צום בענטשן און שבע ברכות. ס'וועט ליגן א גרויסע פלעסטיק טאץ, פון די גמ"ח חתונות, מיט די ספאנדזש קעיק אין מיטן פון ביהמ"ד און א יעדער וועטציך אליינס נעמען. ביי די עזרת נשים וועט זיין די זעלבע. קאלטע סעלצער וועט זיין בהרחבה. אויך נאר פאר די איינגעלאדענע געסט. נישט פאר די משולחים פון ארץ ישראל אדער וויליאמסבורג, וועלכע זענען פונקט אנגעקומען אין ביהמ"ד...! ס'וועט זיין סדרנים אויפצופאסן אז נאר די געלאדנטע געסט זאללן זיך צו זעצן צו די טישן...!

קרעקער » דינסטאג יוני 20, 2017 12:07 pm

· #376061
כבין זעכער אז די חתן כלה ומחותנים גייען זיין ביים חתונה אסאך מער לעבעדיג און גליקלעך ווי אנדערע מחותנים וואס לייגען אראפ 17 אלפים א נאכט
קודוס הרב ראטה

שושן פורים » דינסטאג יוני 20, 2017 12:22 pm

· #376065
הכנות אין פולסטן שוואונג

קוקט אויס ווי בלימען איז יא אויף די מעניו, נאכאלץ פינאטס קעגן די טויזנטע דאלארן געשפארט.

אשריך רבי יואל
IMG-20170620-WA0079.jpg IMG-20170620-WA0078.jpg IMG-20170620-WA0080.jpg

שושן פורים » דינסטאג יוני 20, 2017 12:27 pm

· #376068
[ציטאט אראפגענומען]

קאן זיין, און אפילו אויב נישט איז די דורכברוך נאכאלץ בתפארתו.

מיש-נייעס » דינסטאג יוני 20, 2017 1:31 pm

· #376077
איך נעם מיין אינפארמאציע פון די קליפ'ס וואס זיינע חסידים שיקן ארום

איך בין בעצם א פייערדיגע חסיד זיינער, איך בין מקורב געווארן דורך וואטסעפפ... און פון דארט ווייטער אויף יאו טאב...

א זינגער און א שפילער זאגט ער אז ליפא שמעלצער, בערי וועבער, און נאך פולע זינגער'ס האבן שוין אינוועסטירט פאר די חתונה הונדערטער טויזענטער דאללערס... אין זייערע סידי'ס וואס מען וועט אי"ה אויפשפילן ביי די חתונה.

מקור:
<a class="postlink" href="https://youtu.be/ZsL-8c-bRVU">https://youtu.be/ZsL-8c-bRVU</a>

מיש-נייעס » דינסטאג יוני 20, 2017 1:35 pm

· #376078
א בדחן האט ער שוין פינלאנג איינגעפירט נאך ווען מ'האט חתונה געמאכט געהעריג... אין א זאל מיט חובות, נארמאל
האט ער שוין דעמאלסט איינגעפירט אז עס איז נישט דא קיין בדחן נאר איינער שטעלט זיך אויף און זאגט מיט א ספעציעלער ניגון: יעמוד יעמוד יעמוד

גראף » דינסטאג יוני 20, 2017 4:15 pm

· #376095
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
דער שול איז עניטיים נאך אזוי שיין ווי דער אלטע בית רחל זאל..

Sent from my XT1096 using Tapatalk

שושן פורים » דינסטאג יוני 20, 2017 8:00 pm

· #376143
מזל טוב
IMG-20170620-WA0205.jpg IMG-20170620-WA0206.jpg

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יוני 20, 2017 8:01 pm

· #376144
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
איינער פרעגט מיך וואס זיכסטע דא ביי די חתונה ? זאג איך אים ווען פאפא רבי האט חתונה געמאכט און ביהמ״ד בין איך אויך געגאנגען קוקן [emoji851][emoji851]

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יוני 20, 2017 8:04 pm

· #376146
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
מיש-נייעס
איך נעם מיין אינפארמאציע פון די קליפ'ס וואס זיינע חסידים שיקן ארום

איך בין בעצם א פייערדיגע חסיד זיינער, איך בין מקורב געווארן דורך וואטסעפפ... און פון דארט ווייטער אויף יאו טאב...

א זינגער און א שפילער זאגט ער אז ליפא שמעלצער, בערי וועבער, און נאך פולע זינגער'ס האבן שוין אינוועסטירט פאר די חתונה הונדערטער טויזענטער דאללערס... אין זייערע סידי'ס וואס מען וועט אי"ה אויפשפילן ביי די חתונה.

מקור:
<a class="postlink" href="https://youtu.be/ZsL-8c-bRVU">https://youtu.be/ZsL-8c-bRVU</a>


בערי וועבער זינגט בחינם א פעטער פין די כלה

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 20, 2017 9:13 pm

· #376165
שושן פורים: אויך די שענדעליערס זענען פון די ענערגיע-שפארונג סארט. גרויסע, רינדעכיגע פלואורעסענט לייטס... כה לחי...!

יהודי פשוט » דינסטאג יוני 20, 2017 9:36 pm

· #376170
Re: דורכברוך: חתונה אין ביהמ"ד, להחזיר עטרה ליושנה
נאך נישטא קיין בילדער פון ד חתונה ?

שושן פורים » דינסטאג יוני 20, 2017 9:39 pm

· #376172
.
IMG-20170620-WA0254.jpg IMG-20170620-WA0256.jpg IMG-20170620-WA0255.jpg

ברסלבער » דינסטאג יוני 20, 2017 11:30 pm

· #376201
יעצט געענדיגט די חתונה. ס'איז געלונגען ב"ה הערליך שיין, העכער אלע ערווארטונגען. איך האף בקרוב צו שרייבן א לענגערע אפהאנדלונג איבער די היסטארישע חתונה.

איש את רעהו » מיטוואך יוני 21, 2017 1:06 am

· #376222
מהראש'ס חבורה האבן דערלאנגט א הילכיגע פראסק פאר אלע גרויסע פירמע'ס און הויפן
אזא זאך צו פועל'ן חתונה צו מאכן פאר גרייצער'ס, און דער עולם גייט אהיים א שעה פאר חצות, קענט איר נישט באווייזען ?
צייטונגען, מאכט, שטחים, געלטער, פראפאגאנדע, איז אויף אייער זייט, וואס שלאפט עטץ.

יואב » מיטוואך יוני 21, 2017 6:20 am

· #376233
שמערל, אמת, דער גאנצער מערידזש סיסטעם ביינונז איז זינלאז און צעדרייט, על מה יצא הקצף פונקט דא, פארשטיי איך אבער נאכנישט. מ'רעדט סך הכל פון אינערהאלב דעם סיסטעם, זאל מען כאטש אפקומען גרינג אויפ'ן פינאנציעלן פראנט. אוודאי איז דאס צום באגריסן. און אז מ'וועט אויפהערן אינגאנצן צו חתונה מאכן, און יעדער וועט זיך חמשה-עשר-באב'ענען ווי און ווען ער/זי פארשטייט, דאן וועט זיין א תיקון השלם. די דאזיגע איניציאטיוו איז אבער א ווערד צו באגריסן.

מיש-נייעס » מיטוואך יוני 21, 2017 1:27 pm

· #376292
ברסלבער
יעצט געענדיגט די חתונה. ס'איז געלונגען ב"ה הערליך שיין, העכער אלע ערווארטונגען. איך האף בקרוב צו שרייבן א לענגערע אפהאנדלונג איבער די היסטארישע חתונה.


עס האט זיך אלעס געלוינט אז מען האט געקענט ארויסשלעפען @ברסלבער פון זיין באהעלטעניש

איך רייב מיר שוין די הענט שפייעכץ ליגט מיר אין מויל.... אה. איך קען קוים ווארטן ווי ברסלבער וועט דא צוענדיגן דעם דשזאב...

יראו עינינו וישמח לבינו
בלאט: 1 2 3