☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » Gun Control

Gun Control

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1154
בלאט: 1 2

ידען » פרייטאג יולי 20, 2012 1:56 pm

· #26639
Gun Control
יעדעס מאל ווען סע דא נייעס וועגן א גרויסע שיסעריי הייבט זיך אן די אלטע דעבאטע פון גאן קאנטראל, אויב מע זאל יא אדער נישט איינצוימען די רעכטן פון האבן די כלי משחיתים.

די טענה אז מע זאל יא לאזן האבן געווער אן קיין חשבון איז ווייל די קאנסטיטוציע שרייבט קלאר אז מען מעג און וועגן דעם ווייל דאס איז די טייערסטע ביים אמעריקאנעם, זאגן זיי אז סע איז א רעכט וואס מען טאר בשום טופן נישט אוועקנעמען.

די טענה אז מען דארף עס איינצוימען איז ווייל די קאנסטיטוציע רעד פון מיליציעס אז זיי קענען זיך באוואפענען.

אזוי שלאגט מען זיך ארום כסדר און די לאבי פון די nra איז אזוי שטארק אז זיי קנאקען אוועק אלע וואס ווילן עס איינצוימען, און דערווייל ווערן נאך און נאך מענטשן געהארגעט.

וואס האלט דער עולם, זאל מען לאזן געווער ביים היימישען עולם אדער נישט? 😉

פיקציע » פרייטאג יולי 20, 2012 2:06 pm

· #26642
וואס זענען די געזעצן אין נ.י. (סטעיט/סיטי) איבער געווער?

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 20, 2012 2:10 pm

· #26645
איך שטים פאר נישט. איך בין זייער שארף פאר גאן קאנטראל.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 20, 2012 2:22 pm

· #26649
איך שטים אויך דערקעגן. די חורבנות וואס גאנ'ס האט שוין געברענגט (סיי אין אמעריקע, און זיכער אין מעקסיקא) איז פי כמה מער ווי די מ'כלומר'שטע מעלות פון באזיצן א גאן.
איך ווייס נישט ווי א שכל'דיגער מענטש קען האלטן אנדערש, באט עווריוואן איז ענטייטעלד טו דעיר אפיניאן.

זר זהב » פרייטאג יולי 20, 2012 2:26 pm

· #26650
ס'דערמאנט מיר פון די שיסעריי 3 יאר צוריק זומער אין בינגהעמטאן נ.י. 14 טויט.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 20, 2012 2:27 pm

· #26651

פראפעסאר שפירא » פרייטאג יולי 20, 2012 2:35 pm

· #26653
קודם מען רעדט נישט אז יעדער כולל יונגערמאן זאל זיך ארום דרייען מיט א מאשין גאן אויפען אקסעל,

מען רעדט צי א צווילער מענטש מעג האבען א פשוטע רעוואלווער, איך האלט קלאר אז יא,

קודם דארף מען וויסען בכלל צי א פלאץ ווי ס'דא מער גאן'ס איז דא מער שיסערייען, כ'מיין, אין ניו יארק איז אומלעגאל גאן'ס, אין דאך איז דא שיסערייען יעדען טאג, סאו בעסיקלי ווען גאן'ס איז אומלעגאל מיינט עס אז דער פשוטער אומשולדיגער בירגער ער וועט נישט האבען, ווייל די פארברעכער האבען סייווי,

יעצט ווען די המון עם איז באוואפענט, איז נארמאל אז פארברעכער זאלען טראכטען צוויי מאל פאר זיי טוען עפעס ווייל זיי ווייסען אז זייער לעבען איז אין סכנה, אנדרעש איז ווען די המון עם איז דעפענסלאז,

קוק אין ארץ ישראל, ווי א גרויס חלק פין די המון איז באוואפענט, אין עס האט שון אסאך מאל געראטעווען פין א טעראר אקצי אין געהארגעט טעראריסטען באצייטענס,

יעצט דארף מען וויסען צי אין א"י איז דא מער שיסערייען ווי ניו יארק, אבער אויב ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'טאקע דא דארט ווייניגער גאן ווייעלענס, וועלען אבער די אנטי גאן חברה זאגען (אזוי ווי איינער האט געזאגט אין אן אנדערע אשכול), אז ס'נישט וועגען ס'דא גאן'ס נאר ווייל די מענטאליטעט איז אנדרעש, אבער עכ"פ זעהט מען אז גאן'ס מאכט נישט ערגער, אפילו דא קומט א משיגענער אין שיסט איז דאך אבער דא א צווייטע פלאץ ווי איינער האלט זיך איין ווייל ער ווייסט אז ווי נאר ער הייבט אן באקומט ער א קויל אין קאפ,

אין דאס איז די גאנצע סייקאלעדזשי אינטער דיר נוקלארע וואפען אז יעדער האט מורא עס צי ניצען ווייל יענער קען צירוק שיסען אויך, אזוי איז דא א באלאנס פין POWER,

אין צירוק צי וואס כ'האב געשריבען אין א אנדערען אשכול, אז ווען די אידען אין יוראפ וואלטען געהאט גאן'ס אין 1940, וואלט מען זיי נישט געקענט אזוי אומברענגען ווי אומבאהאלפענע שעפסעלעך, זיי וואלטען חאטשיג געהאט די געלעגענהייט צי זיך צירוק שלאגען מיטען שונא, אין אפילו ער ווערט צים סוף געהארגעט וואלט עס געווען א בכבוד'דיגען טויט,

אין צים סוף וואלטען ווייניגער אידען געהארגעט געווארען ווייל די רשעים וואלטען זיך געדארפט שלאגען אויף יעדעס ביסעל אידען אין נישט געקענט אזוי געשיקט אויסשחטען מליאנען,

ממילא מיז אויך זיין א באלאנס פין POWER צווישען די גאווערמענט אין המון, אזוי קען מען זיין זיכער אז די גאווערמענט ווען נישט איבערציען די ליניע,

אין נאכאמאל די פריערדיגדע פוינט: די פארברעכער וועלען סייווי האבען גאן'ס לעגאל צי אומלעגאל, קומט אויס אז די דעבאטע איז צי א פשוטע אומשולדיגע ציווילע מעג האבען א גאן צי נישט,
איך האלט אז יא, מיט א גרויסע אלף,

פראפעסאר שפירא » פרייטאג יולי 20, 2012 2:40 pm

· #26654
שמעקעדיג
איך שטים אויך דערקעגן. די חורבנות וואס גאנ'ס האט שוין געברענגט (סיי אין אמעריקע, און זיכער אין מעקסיקא) איז פי כמה מער ווי די מ'כלומר'שטע מעלות פון באזיצן א גאן.
איך ווייס נישט ווי א שכל'דיגער מענטש קען האלטן אנדערש, באט עווריוואן איז ענטייטעלד טו דעיר אפיניאן.


אזוי כ'האב געשריבען די פארברעכער וועלען סייווי האבען גאן'ס, די פראבלעמען אין מעקסיקאו איז פין די דראג לארדען וואס וואלטען געהאט גאן'ס אפגעזעהן צי עס איז לעגאל צי נישט,

אין א חוץ פין דעם האבען זיי באקומען גאן'ס פין די אמעריקאנע פעדערעל (קארופטירטע) גאווערמענט

זר זהב » פרייטאג יולי 20, 2012 2:45 pm

· #26657
וויזוי וועלן פארברעכער "סייווי" האבן גאנס?

פראפעסאר שפירא » פרייטאג יולי 20, 2012 2:48 pm

· #26659
זר זהב
וויזוי וועלן פארברעכער "סייווי" האבן גאנס?


אזוי ווי זיי האבען דראגס, אין אנדערע געאסערטע סחורה,

זר זהב » פרייטאג יולי 20, 2012 2:53 pm

· #26661
א פארגלייך? דראגס איז דא אויף קלענערע פארנעם פון גאנס. און גאנס קען מען נישט איינפלאנצען אין די בעקיארד.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג יולי 20, 2012 3:00 pm

· #26663
זר זהב
א פארגלייך? דראגס איז דא אויף קלענערע פארנעם פון גאנס. און גאנס קען מען נישט איינפלאנצען אין די בעקיארד.


האלסט טאקע באמת אז עס גייט נישט זיין קיין שווארצע מארקעט ?!

איבעראל ווי גאנס איז פארבאטען האבען פארברעכער גאן'ס,

זר זהב » פרייטאג יולי 20, 2012 3:01 pm

· #26664
וואו זענען גאנס פארבאטן און ס'דא גאנס?

געפילטע פיש » פרייטאג יולי 20, 2012 3:04 pm

· #26668
ווי? אין ניו יארק, א גרויס חלק פון פארברעכענס ווערט געטוהן מיט אומלעגאלע גאנס.

זר זהב » פרייטאג יולי 20, 2012 3:06 pm

· #26671
געפילטע פיש
ווי? אין ניו יארק, א גרויס חלק פון פארברעכענס ווערט געטוהן מיט אומלעגאלע גאנס.

DUH!!
סקומט פון סטעיטס וואו ס'נישט פארבאטן! און ס'נישטא קיין גרעניצן ווען מ'גייט פון איין סטעיט צום צווייטן.

זר זהב » פרייטאג יולי 20, 2012 3:43 pm

· #26680
ער האט געקויפט דעי גאן לאגאל אין א גאן געשעפט אין ארארא קאלאראדא.

פראפעסאר שפירא » פרייטאג יולי 20, 2012 4:30 pm

· #26685
זר זהב
געפילטע פיש
ווי? אין ניו יארק, א גרויס חלק פון פארברעכענס ווערט געטוהן מיט אומלעגאלע גאנס.

DUH!!
סקומט פון סטעיטס וואו ס'נישט פארבאטן! און ס'נישטא קיין גרעניצן ווען מ'גייט פון איין סטעיט צום צווייטן.


אהא, אין פין ווי איז דא גאנס אין קאנאדא, ווי כ'מיין אז אין גאנצען לאנד איז עס אומלעגאל פאר פריוואטע בירגער, חוץ מיין איך אויב מען האט א ספעציעלע לייסענס,

ס'סייווי נישט דא א לאנד אן גאנס, ווייל די ארמיי אין פאליציי האבען אין ס'וועט אלעמאל זיין א שווארצע מארקעט,

פונקט ווי פאר די רבנים זאגסטו(אדער א צווייטער זאגט) אז אינטערנעט איז נישט די פראבלעם נאר עפעס אנדרעש, די זעלבע זאך דא גאנס איז נישט די פראבלעם, אין עס אסערען וועט נישט עלימינירען די פראבלעם, חאטשיג מען קען אנווייזען אויף איין מעשה דא אין דארט אבער מען מיז קוקען אויף די גרעסערע בילד,

פראבירן » פרייטאג יולי 20, 2012 6:59 pm

· #26726
סתם פאר אינטרעסאנטקייט, וויפיל שיסערייען איז געווען אין די לעצטע חודש אין קאנאדע?

ניו יארק » פרייטאג יולי 20, 2012 7:38 pm

· #26732
אין מיינע אויגן איז גאנ'ס גאר א וויכטיגע זאך, עס איז קלאר אז קיין פארברעכער וואלט נישט געמאכט קיין האלד-אפ ווען ער האט ווען נאר א ספק אז זיין קרבן האט גאן, און ער האט די מעגליכקייט אים צוריקצושיסען אויפן פלאץ.
נאר וואס דען? עס דארף זיין גאר שטרענגע רעגעלאציעס ווער, ווען און וואס ער מעג האבן, עס טאר נישט זיין ווי יעצט, אז עס איז שווערער צו בייקומען א מעדיקעשן פון א פארמעסי (אן א פערסקריפטשען) ווי א גאן און א וואל-מארט אדער א יעדע גאן געשעפט אין די סטעיט'ס ווי עס איז ערלויבט.
און וועגן דעם וואס מען זאגט אז פארברעכער'ס וועלן עס במילא האבן, עס איז אמת אז נאך גרויס פלאג און ארבעט וועט ער אפשר קענען דערווישען איינס, אבער עס וועט אים נעמען אסאך מער צייט ווי דרייווען צו א לאקעל געשעפט און כאפען די גאן וואס אים געפעלט. איך ווייס נאכנישט די דיטעילס פון די איצטיגע שיסעריי, אבער אויב געדענק איך גוט האט דער שיסער פונעם (אידישע) סענעטאר/קאנגרעספרוי גיפערדס (געדענק נישט וואס זי איז געווען, איך טייפ פון א פאון עס איז שווער צו פרעגן וויקי) געקויפט זיין "מערדערליכען רעוואלווער" יענעם אינדערפרי.
און לויט ווי עס שטעלט זיך געווענליך ארויס נאך די אלע שיסערייען אז די שיסער איז געווען "גייסטיש צורידערט" וואס ווי באקאנט איז די בעסטע זאך פאר אזא איינעם צו געווינען צייט! ער זאל נישט קענען קויפעם א גאן 5 מינוט נאכדעם וואס ער כאפט זיים אטאקע!!!
און איין ווארט: עס איז א גוטע זאך אבער מיט א שיעור.

אייגענארטיג » מוצ"ש יולי 21, 2012 11:35 pm

· #26754
אך און וויי אויב די חרידים באוואפענען זיך מיט געווער!!!!!!!!!!!!!!!!

קען זיך עמיצער פארשטעלען ווי אזוי די שמח"ת ס"ה און ראדני וואלט אויסגעקוקט ?

ניו יארק » זונטאג יולי 22, 2012 10:00 am

· #26847
אייגענארטיג
אך און וויי אויב די חרידים באוואפענען זיך מיט געווער!!!!!!!!!!!!!!!!

קען זיך עמיצער פארשטעלען ווי אזוי די שמח"ת ס"ה און ראדני וואלט אויסגעקוקט ?

עס איז א גוטע וויץ, איך וואלט אפילו געגעבען א לייק דערצו, אבער מען האט דאך געפענט צימעס פאר א סיבה.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 10:30 am

· #26852
צימעס קען זיך רואיג פארמאכן, ס'שלאפט. און אפשר דאס איז טאקע דער פלאן געווען!

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 10:40 am

· #26853
אוודאי אזוי ר' זר!

די גאנצע 'צימעס' איז נאר א דיעבד, אז אויב אמאל שפירט מען פאר גאר וויכטיג צו רעדן פון נושאים איז דא 'צימעס' דערפאר, אבער די כוונה איז נישט געווען אז דארט זאל זיך לעבן אויף אלע באקן.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 6:55 pm

· #27126
איך האב געהערט א מורא'דיגע מעשה פון א יונגערמאן בנוגע סוירטשן אויפן אינטערנעט "געווער", איך בין מסופק צו איך זאל עס ארויפשטעלן דא אין דעם אשכול, אדער זאל איך עפענען א באזונדערע אשכול דערוועגן, מה דעתכם?

פראפעסאר שפירא » זונטאג יולי 22, 2012 7:04 pm

· #27130
שטעל עס ארויף דא ביטע,

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 7:14 pm

· #27135
פראפעסאר שפירא
שטעל עס ארויף דא ביטע,

גוט, איך וויל אבער הערן די מיינונג פון אמווייניגסטענס דריי אידן, עמיר צווארטן נאך אביסעלע.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 7:16 pm

· #27136
לייג עס דא

ברוין » זונטאג יולי 22, 2012 7:18 pm

· #27137
נישט קיין חילוק. שטעל נאר

ידען » זונטאג יולי 22, 2012 7:18 pm

· #27138
לייג עס ארויף, און מע קען עס אלעמאל אפטיילן אויב סע ווערט א נייע נושא.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 7:19 pm

· #27139
ערלעדיגט וועל מיר עס דא ארויפשטעלן.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 7:19 pm

· #27140
אקטואלי מאך יא א באזונדערע אשכול. איין מינוט, איך קען נישט דעסיידן! געמיר אפאר מינוט.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 7:20 pm

· #27141
א היימישער אינגערמאן פון וויליאמסבורג וואס איז איינגעשטעלט אין א גרויסע געשעפט, און זיין ארבעט דארט איז ארויפצולייגן פראדוקטן פון די קאמפאני אויפן געוועב, האט דערציילט א מעשה שהיה וואס האט פאסירט מיט אים אליין, ומעשה היה כך היה:

באחד הימים איז ער אריין אין א סייט וואס פארקויפט רייפעלס, ער לייגט אריין זיין איידי, און ער האט אביסל באטראכט וואס זיי פארקויפן דארט, ער האט מורא געהאט צו זיין דארטן צו לאנג ווייל ער איז דאך א איינגעשטעלטער און זיינע בעלי בתים לאזן דאך נישט סתם אזוי זיך שפילן אויפן קאמפיוטער, איז ער שנעל אוועקגעגאנגען.

דריי טעג שפעטער קומען אן אין געשעפט עף בי איי אגענטן, און זיי ווייזן אויף זייער בעדזש אז זיי ארבעטן פאר די אנטי טעראר גרופע, און זיי ווילן דא ארעסטירן איינעם ווייל דער האט זיך אומגעקוקט זוכן געווער.

ס'האט זיי נישט געדויערט צו לאנג צו וויסן וועלכע שטוב, און וועלכע מענטש, די ערשטע זאך פאר מען הייבט אן צו רעדן, מען קייטלט אים...

דער אינגערמאן איז געווארן ווייס ווי קאלעך, ער האט געוואוסט וואס ער האט געטוהן, אבער ער האט דאך געוואוסט דעם אמת אויך אז ער האלט נישט ביים קויפן קיין געווער, און ער איז נישט קיין טעראריסט, ער וויל נישט מאכן קיין באמבעס, אבער דאך האט ער גאר שטארק געציטערט פון די חברה.

הכלל מ'הייבט אים אן אויסצופרעגן הונדערטער און הונדערטער שאלות דארטן אויפן פלאץ, און ער הייבט אן צו פארציילן אזוי: איך האב געליינט אן ארטיקל פון די מלחמה אין אפגאניסטאן, און איך האב געזעהן דארטן אז די אמעריקאנע מיליטער האט געטראפן עפעס א רומענישע רייפל, און זיי האבן עס אויפגעכאפט ווייל ס'איז מורא'דיג א גוטע כלי, און זיי מאכן עס נאך, בין איך געווען נייגעריג צו זעהן וואס איז דער רומענישע רייפל, וועגן דעם איז ער אריינגעגאנגען, אבער מער נישט.

זיי האבן אים געזאגט ס'איז אמת, אונז האב מיר דיר נאכגעקוקט פון דעמאלס ביז יעצט, מיר האבן געוואלט זעהן צו דו גייסט עס באשטעלן, צו דו ווילסט עפעס אנווערטשאפטן, און זיי האבן אים געזאגט אז זיי ווייסן אז ער איז געווען אויף דעם סייט נישט מער ווי צוויי מינוט מיט עטליכע פערציג סעקונדעס, ניטאמאל קיין גאנצע דריי מינוט, אבער דאך כדי צו זיין זיכער אז ס'האנדלט זיך נישט פון קיין טעראריסט זענען זיי אים געקומען ארעסטירן און אויספרעגן.

מ'האט אים אראפגעטראגן אונטן, און מ'האט אים געזאגט אז מ'גייט אים אוועקפירן, ער קומט אן אונטן זעהט ער שטייט אן אמבולאנס, זאגט מען אים געזעצליך דארף מען דיך קודם טראגן אין שפיטאל זעהן צו דו ביסט נארמאל.

מ'האט אים געטראגן אין א גרויסע שפיטאל, ער איז דארט געווען פינף און א האלב וואכן מיט געקייטעלטע הענט און פיס, און טאמער האט מען אים אביסל יא אויפגעקייטעלט איז ער געווען אין א שטוב פארשפארט, ער האט נישט געקענט בשום אופן ארויסגיין, און דארטן האבן אים די דאקטורים געהאלטן אין איין באקוקן, מה עשה הקב"ה דער אייבערשטער האט אים מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, ער איז לעצטענס נישט אזוי געזונט, און ער האט פארשידענע מחלות, און ער האט אפשר צען צו פופצן מעדעצינען וואס ער נעמט, בקיצור די דאקטורים דארט האבן אים פעסטגעשטעלט אז ער האט נישט גענומען ערליך די מעדעצינען, און ממילא די מח איז אים נישט קלאר און דעריבער דארף מען אים גארנישט טוהן, און ער איז באפרייט.

ער קומט אן אהיים אויף וויליאמסבורג, זעהט ער אויף די טיר א גרויסן צעטיל מיט גרויסע אותיות "דא נאט ענטער", און ארויפגעלייגט אזא קארטל פון די עף בי איי, פון א דעטעקטיוו אז פאר מען גייט אריין מוז מען מיך רופן.

יעצט האט ער שוין נישט אזוי מורא געהאט, ער רופט אן דעם דעטעקטיוו אז ער וויל אריינגיין, זאגט אים יענער מ'האט געוואלט אריינגיין דארט איבערקוקן אלעס, אבער אזוי ווי מען זעהט אז דו ביסט נישט בבריאות השלימות און מען זעהט אז דו ביסט נישט ווייטער געגאנגען, וועט מען דיר דאס מאל פארגעבן, אבער מער זאלסטו עס נישט טוהן. עד כאן המעשה.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 7:31 pm

· #27150
דער שיסער פון קלאראדא איז אויך דאס אלעס דורכגעגאנגען? כ'פארשטיי נישט פשט אין די גאנצע מעשה

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 7:33 pm

· #27153
מסתמא נישט

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 7:33 pm

· #27154
אולי דא אין ניו יארק איז אנדערש, און אולי האט ער געזוכט פאר גרעסערע סארט וואפן.

זר זהב » זונטאג יולי 22, 2012 7:35 pm

· #27156
אבער די עף בי איי איז נישט א לאקאלע זאך, זיי אינישט א חילוק צווישן נ.י און ווייאמינג

פראפעסאר שפירא » זונטאג יולי 22, 2012 7:39 pm

· #27160
א משוגענע מעשה, דאס מיינט אז אמעריקע איז אויפען וועג צי ווערען סטאלין רוסלאנד,

א מענטש האט אלע רעכטען צי גיין קוקען א וועבסייט פין רייפעלס, אין ס'קומט אים גארנישט דערפאר, כ'האלט ער זאל זיי סוען פאר עים אומלעגאל קייטלען, סארא חוצפה,

אין בכלל וויזוי מעגען זיי וויסען וועלכע סייט ער באזוכט אן א ווארענט, וואסי געווארען מיט די מינימאלסטע פרייהייט אין אמעריקע, ס'פלעין נישט נארמאל, דאס מיינט א "פאליס סטעיט"

טעראריסטען שמעראריסטען, אזאלכע שטותים,

ווי האט בענדשאמין פרענקלין געזאגט עפעס אז: "ווער עס איז מוותר אויף פרייהייטען פאר זיכערהייט, פארלירט ביידע,

געפילטע פיש » זונטאג יולי 22, 2012 7:56 pm

· #27168
די מעשה שמעקט נישט אזוי, עפעס מאכט נישט קיין סענס, איך האב שוין געגאגעלט ווי אזוי צו מאכן א באמבע, און פריזען פון געווער, געזעצען אין אנדערע סטעיטס, סתם פאר אינטערעסאנטקייט, קיין FBI אגענט האב איך נאכנישט באגעגענט.
די מעשה סאונד אביסעל מאדנע.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 22, 2012 8:17 pm

· #27179
איך האב עס געהערט פון ר' נפתלי דוד לייטנער וואס האט עס געהערט פונעם בעל המעשה אליין, אז דו ווילסט קענסטו אנרופן ר' נפתלי דוד'ן ער זאל דיר פארבינדן מיטן בעל המעשה, און קענסט אים אויספרעגן אלע פרטים.

וועלט׳ס פארזארגער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 12:10 am

· #31962
גאן קאנטראל אין אמעריקע
וואס גייט פאר מיט אמעריקע?
מענטשן שטארבן און ווערן געהארגעט רעכטס און לינקס. מערדער דרייען זיך ארום מיט די ערגסטע כלי משחיתים און די הענט און גארנישט!
אמעריקע האט די שוואכסטע גאן געזעצן פון יעדע נארמאלע לאנד אויף די וועלט! און נישט נאר דאס, נאר די גאנצע וועלט דארף ליידן דערפאר. קרוב צו פופציג פראצענט אומלעגאלע גאנס פון רוב לענדער ארום די וועלט, אריינגערעכנט קאנאדע, ענגלאנד, בראזיל, פראנקרייך און אפילו אין עסטראליע קומען פון אמעריקע. און ווער רעדט נאך פון אונזער שכינות'דיגע מעקסיקא, איבער אכציג פראצענט פון זייערע וואפן, פון די ערגסטע סארט קומען פון אמעריקע! מ'האט נישט צו לאנג צוריק געכאפט א סאמאליע ים רויבער וואס זיינע וואפן זענען געקומען פון... אמעריקע!
און עט'ס זאלטס נישט מיינען אז מיר ליידען נישט דערפאר. אמעריקע האט די העכסטע צאל מארדן טעגליך פון יעדע נארמאלע לאנד און די וועלט! איך האב לעצטענס געזעהן ערגעץ וויפיל מענטשן ווערן געהארגעט יערליך און לענדער, עס איז ממש א שאק! אסטראליע 35, דייטשלאנד 194 קאנאדע 200 און אמעריקע 9,484!!
עס איז לעצטענס ארויס געקומען א שטודיע אז אין אמעריקע איז זיבעציג מאל גרינגער פאר א מעשוגענער זיך צו אייהאנדלען א גאן ווי צו באקומען מענטעל קעיר!
עס גייט כמעט נישט אדורך קיין יאר אן קיין מאסן שוסערייען, מיט צענדליגע געהארגעטע און פארוואנדעטע אין אמעריקע. ווען איז דאס לעצטע מאל וואס איינער האט געהערט פון א מאסן שוסעריי אין פראנקרייך אדער ענגלאנד?? קוים אפאר וואכן צוריק האט איינער זיך ציווילדעוועט אין א טיאטער אין קאלאראדא, און זיך גענומען שיסן. ער האט אויפן פלאץ געהארגעט 14 און פארוואנדעט נאך איבער 50!! די גאנצע לאנד האט גערודערט. אבאמא ראמני יעדער האט פארפירט. אבער נייע גאן געזעצן?? אפילו נישט געטראכט דערוועגן!
און היינט, אודך! איינער האט זיך צעלאזט אין א אינדיאנע קלויסטער, און געהארגעט 6 און פארוואנדעט נאך 20!
און אין ביידע פעלער האבן די מערדער געקויפט זייערע געווער 100% לעגאל! אזוי גרינג ווי איך קויף מיינע פרעצעלס אין גראסארי!
אבער נייע געזעצן? חס ושלום! ס'זאל אפילו נישט קומען און באטראכט!

פרעג איך. וויפיל נאך מענטשן דארפן געהארגעט ווערן?
גייט אמעריקע זיך נאך אמאל דערמאנען עפעס צו טוהן???s

ניו יארק » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 9:14 am

· #32067

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 10:47 am

· #32477
דער גראביאן לאזט זיך וואויל גיין מיטן גאן

No_name » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:51 pm

· #32563
זייט נישט ברוגז אבער די מעשה קלעבט עפעס נישט, איך האב שוין געזוכט ערגערע זאכן ווי דאס.
און ס'איז 100 לעגאל צו זוכן אויף די אינטערנעט וואס מ'וויל (חוץ אנדערעידזש פארנאגראפיע) עס איז נישט במציאות אז מ'זאל מיך ארעסטירן פארן "קוקן" אויף געווער..

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 2:12 pm

· #32572
האב איך שוין געזאגט פון וועמען איך האב די מעשה געהערט, און עני קוועשטאן קען מען אים אנפרעגן.

No_name » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 2:54 pm

· #32584
יעצט שרייבנדיג קלער איך אז ס'קען זיין אז יענער האט טאקע געקוקט די איינציגסטע זאך וואס מען טאר נישט קוקן אנליין, נעמליך: טשיילד פארנאגראפיע...

צוריק צום נושא'ן

העי נאו » זונטאג סעפטעמבער 2, 2012 9:42 am

· #42082
די אמת איז אז די מערסטע גאן קריימס ווערט געטון מיט נישט ליגאלע גאנס למשל און שיקאגא א נארמאלער מענטש קען דארט בשום אופן נישט באקומען א גאן אין דאך די מערסטע שאטונגס קומט דארט פאר . דו קענסט עס נישט זען עכט אויף די גלאבאלע מידיע וועגן סנישט אזוי אינטערעסאנט אבער אז די וועסט נאכקוקען וועסטו זען אז כמעט יעדע וואך ווערן דארט געשאסען ארום דרייסיג מענטשן אזוי ווייט אז און געוויסע געגענטער דערוואגט זיך נישט די פאליציי אריינצוגיין. סאוי איך האלט אז סאיז א גיטע זאך צו האבען א גאן אזוי אז נישט נאר די פאליס אין בעד גייס האבן

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:12 pm

· #44277
ענטפער צו ידען
ידען
יעדעס מאל ווען סע דא נייעס וועגן א גרויסע שיסעריי הייבט זיך אן די אלטע דעבאטע פון גאן קאנטראל, אויב מע זאל יא אדער נישט איינצוימען די רעכטן פון האבן די כלי משחיתים.

די טענה אז מע זאל יא לאזן האבן געווער אן קיין חשבון איז ווייל די קאנסטיטוציע שרייבט קלאר אז מען מעג און וועגן דעם ווייל דאס איז די טייערסטע ביים אמעריקאנעם, זאגן זיי אז סע איז א רעכט וואס מען טאר בשום טופן נישט אוועקנעמען.

די טענה אז מען דארף עס איינצוימען איז ווייל די קאנסטיטוציע רעד פון מיליציעס אז זיי קענען זיך באוואפענען.

אזוי שלאגט מען זיך ארום כסדר און די לאבי פון די nra איז אזוי שטארק אז זיי קנאקען אוועק אלע וואס ווילן עס איינצוימען, און דערווייל ווערן נאך און נאך מענטשן געהארגעט.

וואס האלט דער עולם, זאל מען לאזן געווער ביים היימישען עולם אדער נישט? 😉

זיי (די ען.אר.עי) .לערנען פאלש פשט אין דעם צווייטן אמענדמענט פון די קאנסטיטושן. ס'שטייט דארט אז כדי צו פארמירן א מילישיא זאל די רעכט פון די בירגער צו האלטן געווער נישט באשרענקט ווערן. וואס דער תכלית פון דעם איז אז מען זאל זיך קענען באשיצן אקעגן רויבער.זאגן זיי אז יעדער איינציגער בירגער האט א רעכט צו טראגן געווער. די גאן קאנטראל אדוואקאטן אבער, טענה'ן אז ס'איז שוין דא א מילישיא. די שטאטישע און סטעיט פאליס, וואס זייער תפקיד איז צו שיצן די באפעלקערונג. ...

berlbalaguleh » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 11:32 pm

· #44285
ענטפער צו אייגנארטיג
אייגענארטיג
אך און וויי אויב די חרידים באוואפענען זיך מיט געווער!!!!!!!!!!!!!!!!

קען זיך עמיצער פארשטעלען ווי אזוי די שמח"ת ס"ה און ראדני וואלט אויסגעקוקט ?

נעווער מיינד שמחת תורה אין ראדני. ביי א טעגליכן שיעור אין היימישן ביהמ"ד. אויב איינער וועט זיך קריגן מיט'ן חבר איבער פשט אין א תוספות, וועט ער ארויסציען א גאן און שיסן.

berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 12:03 am

· #44295
ענטפער צו שמואל הלוי
במחילת כבוד תורתך הרמה. אבער דער יונגערמאן דער בעל מספר המעשה האט גאר א רייכע פאנטאזיע. אפילו אין פוטין'ס רוסלאנד טוט מען נישט אזעלכע זאכן כש"כ אין די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא. אויב איינער קוקט נאר, און ער טוט נישט קיין פעולות למעשה, וועט די עף.בי.איי. איהם נישט קומען באזוכן. איך ווייס פון אן ענליכע מעשה פון א אידישן לויער, א שומתומ"צ וואס איז געווארן ארעסטירט און האט פארלוירן זיין לייסנס לעולם דוד. איבער א משפחה סכסוך וואס זיין ברודער איז געשאסן געווארן און ער האט געהאלטן אז יענעמ'ס שווער האט עס אונטערגעשטעלט ווייל ער האט מעכב געווען א גט. האט ער לכאורה געדונגען א "רויבער" וואס זאל שיסן זיין ברודער'ס שווער. אבער יענער איז געווען אן עף.בי.איי.עידזשענט און מען האט אים אפגעטעיפט און ארעסטירט. אזוי זאגט ער. אבער לפענ"ד האט ער געטון א סאך מער ווי "גערעדט". מסתמא האט ער געגעבן א דעפאזיט אויך פאר'ן "רויבער". עכ"פ פאר "רעדן" אליין וואלט מען איהם נישט ארעסטירט.

גוטזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:28 am

· #45877
איך פארשטיי אז די ען. אר. עי. זאל האבען טענות וואס זיי זאלען זיך בארעכטיגען אבער לו יהא אז זיי זאלען האבען גערעכטע טענות אבער צו וואס דארפען זיי שטערן צו מאכען געזעצן וואס זאל האלטען דאס לאנד אביסעל מער זיכערער פון גאן קרימינאלען א ביישפיל אז מען האט געוואלט מאכען א געזעץ אז יעדע רעוואלווער זאל אריינקריצען בשעת ווען עסשיסט ארויס די בולעט א געוויסע סימן און יעדער וואס קויפט א גאן זאל רעגעגסטרירען די סימן פון זיין גאן אזוי וועט זיין גרינגער פאר די פאליציי צו נאכיאגען דעם פאברעכער און די ען. אר. עי. האט פארפירט דערקעגן?
בלאט: 1 2