☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » Gun Control
Gun Control
66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1154
בלאט: 1 2
שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:33 am
· #45882
berlbalaguleh
במחילת כבוד תורתך הרמה. אבער דער יונגערמאן דער בעל מספר המעשה האט גאר א רייכע פאנטאזיע. אפילו אין פוטין'ס רוסלאנד טוט מען נישט אזעלכע זאכן כש"כ אין די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא. אויב איינער קוקט נאר, און ער טוט נישט קיין פעולות למעשה, וועט די עף.בי.איי. איהם נישט קומען באזוכן. איך ווייס פון אן ענליכע מעשה פון א אידישן לויער, א שומתומ"צ וואס איז געווארן ארעסטירט און האט פארלוירן זיין לייסנס לעולם דוד. איבער א משפחה סכסוך וואס זיין ברודער איז געשאסן געווארן און ער האט געהאלטן אז יענעמ'ס שווער האט עס אונטערגעשטעלט ווייל ער האט מעכב געווען א גט. האט ער לכאורה געדונגען א "רויבער" וואס זאל שיסן זיין ברודער'ס שווער. אבער יענער איז געווען אן עף.בי.איי.עידזשענט און מען האט אים אפגעטעיפט און ארעסטירט. אזוי זאגט ער. אבער לפענ"ד האט ער געטון א סאך מער ווי "גערעדט". מסתמא האט ער געגעבן א דעפאזיט אויך פאר'ן "רויבער". עכ"פ פאר "רעדן" אליין וואלט מען איהם נישט ארעסטירט.
איך האב עס שוין געשריבן עטליכע מאל, און איך וועל עס נאכאמאל שרייבן: איך האב געשריבן די מעשה מיט א "שם המפורש" פון וועם איך האב עס געהערט, און אלעס וואס דו ווילסט פארשטיין אין די מעשה, קענסטו אנרופן יענעם (זיין טעלעפאן נומער איז געדרוקט אינעם טעלעפאן בוך) און אים אנפרעגן פערזענליך.
ידען » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:44 am
· #71390
ביי די קאנעטיקעט מעשה האט איינער געטוישט זיין מיינונג?
יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:20 pm
· #71527
אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:37 pm
· #71564
אי זע נישט וואס סאיז די big deal איך האב ביי מיר אינדערהיים א rifle איך ווייס נאך מענטשען וואס האבען , פארשטייט זיך סאיז פארמאכט מיט א שלאס , אבער איך גיי גאנץ אפט צו א shooting range סאיז אסאך פאן
משולם טענענבוים » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:53 am
· #71835
אין די קומענדע מינוטען גייט זיך אנהייבען די נעשענעל רייפעל אסאסיעישען'ס [NRA] אין רעאקציע צי די סענדי האק שיסעריי,
מיטציהאלטען לעבעדיג: http://home.nra.org/#/nraorg
משולם טענענבוים » מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:49 am
· #81713
זר זהב » מיטוואך מאי 1, 2013 11:39 am
· #110712
א 5 יעריגס קינד האט געשאסן זיין 2 יעריג שוועסטער צום טויט מיט א רייפל וואס ער האט באקומען פאר א מתנה
http://www.freep.com/article/20130501/N ... rifle-gift
משולם טענענבוים » דאנערשטאג מאי 9, 2013 6:44 pm
· #113572
א זייער גוטע ווידיאו וועגען גאן קאנטראל,
יואב » פרייטאג מאי 10, 2013 2:38 am
· #113746
טעד נודזשענטס, א בארימטער גיטאר שפילער, און אויסגעשפראכענער אקטיוויסט פאר גאן רעכטן, אין א היציגע דעבאטע מיט דעם נערווען קריכענדע פיערס מארגען פון סי ען ען.
ער פארדיידיגט גאן רעכט גאנץ גוט, כ'מיין כלפי די צד וואס זענען פאר דעם,נישט אז איך נעם א זייט דא.
זעה דא
חזקיהו המלך » זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:57 pm
· #158861
דיסקלעימער: איך האב נישט געמאכט דעם בילד,
שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 1, 2015 10:28 am
· #251081
אין די נייעס לייען איך יעצט אז א 3 יעריג קינד האט געפינען א גאן אין די מאמעס פאקעט בוק וויילענדיג א האטעל, דאס קליין קינד האט געשאסן דעם אייגענעם טאטן און אויך פארוואונדעט די מאמע וועלכע ווארט א קינד אינעם אכטן חודש, עס איז נישט קלאר די מצב מיטן רך שאינו נולד. די עלטערן זענען ארויס פון שפיטאל נאכן באהאנדלט ווערן.
ה' ישמר.
ציגרעטל » מאנטאג פעברואר 2, 2015 2:36 pm
· #251345
זר זהב
וואו זענען גאנס פארבאטן און ס'דא גאנס?
MAXICO! DUH!!
איך אויך » מאנטאג פעברואר 2, 2015 7:22 pm
· #251406
א רעסטאראנט ווי אלע מחוטב עציך עד שואב מימך מוזן טראגן וואפן בגלוי.
http://www.telegraph.co.uk/news/picture ... me=3166233
http://www.shootersgrillofrifle.com/
petergrifin » דינסטאג פעברואר 3, 2015 12:22 am
· #251460
כל הכבוד. אבער װאס איז דער אבסעשען מיט טראגען א ביקס אויף זיך אלעמאל און איבעראל?
איך װײס װעגן גאן רײטס און די סעקאנד אמענדמענט, אבער צו װאס דארף מען זײן פארנומען מיט דעם טאג און נאכט? איך גלײב נישט אז ס׳איז דא אסאך קרײם דארט. ס'ארא משוגעת.
ציגרעטל » דינסטאג פעברואר 3, 2015 8:34 am
· #251484
petergrifin
כל הכבוד. אבער װאס איז דער אבסעשען מיט טראגען א ביקס אויף זיך אלעמאל און איבעראל?
איך װײס װעגן גאן רײטס און די סעקאנד אמענדמענט, אבער צו װאס דארף מען זײן פארנומען מיט דעם טאג און נאכט? איך גלײב נישט אז ס׳איז דא אסאך קרײם דארט. ס'ארא משוגעת.
הוא אשר דיברנו! וועלעכער קרימינאל איז גענוג סטופיד צו בארויבן א באוואפענטער קוה יונגל???
יודישע שרייבער » זונטאג אקטאבער 4, 2015 2:11 pm
· #303293
ארויפגעברענגט לכבוד די לעצטע געשעעניש׃
"10 טויט 20 פארוואנדעט אין ארעגאן שיסעריי"
בלאט: 1 2