☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מהר"א מסאטמאר קעגן קאשוי'ער רב

מהר"א מסאטמאר קעגן קאשוי'ער רב

112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11510
בלאט: 1 2 3

גאנצל » מיטוואך מאי 17, 2017 9:30 pm

· #371482
מהר"א מסאטמאר קעגן קאשוי'ער רב
אפגעטיילט

[ציטאט אראפגענומען]

דזשאסט קלאר צו מאכן
ווען ר' אהרן האט גערעדט אויף די חוצפה פון ר' רפאל בלום איז ער באלד אזוי אלט געווען ווי ר' רפאל, ווען ער האט גערעדט אויף סאטמאר רב זצ"ל. סאו אויב איז ר' אהרן געווען א שנוק איז ר' רפאל ע"ה אויך די זעלבע. דאס איז 1. און 2 ווער זאגט ר' אביש'ל פראנקפוטער האט נאר גערעדט ווען ער איז געווען אלט, ווייל אזוי האט דיין פארליימטע סיקריקישע מח אויטעמאטיק באשלאסן?

ר' רפאל בלום איז קיין רב אינדערהיים נישט געווען, שקר ווי ענקער אלע שקרים, 2 סאטמאר רב ז"ל וועם ער האט בארעדט איז אויך געווען א רב אינדערהיים

ר' אהרן פארמעסט זיך נאך מיט ר' רפאל'ס ברכת שמים'ס הגהות אויף גמרא

גאנצל » מיטוואך מאי 17, 2017 10:36 pm

· #371485
אז איך רעדט שוין יא אריין אין די ארטיקל וועל איך שוין צו ווארפן מיינע צוויי צענט

דער אורים ותומים האט גוט אראפגעשריבען בעלזע רב בכלל אבער זיין דרך און פארוואס ער פירט זיך מאדנע בעיני העם האט ער אינגאנצן נישט ארויס האט נישט מיט מעשה ילדות גארנישט דאס איז א לכתחלה און אזוי האט זיך בעלזא אלעמאל געפירט ווער ס'האט שוין געליינט אמל איבער די בעלזע יושבים הייליגע אידן געווען אבער אויב ס'האט נאר אויסגעקוקט אז מ'וויל פוגע זיין אין בעלז איז געווען אחת דתו און בכלל האבן זיי זיך געפירט בגדולט זיי האבן געהאט אין זיך דעם עזות דקדושה....... און ויגבה לבו בבעלזא..... אויף א אויסערגעווענליכען פארנעם מילד געזאגט ס'איז ידוע די מעשה פונעם עצי חיים וואס דער מהריד האט אים געזאגט פארוואס ער טיילט איין פאר זיינע חסידים ווי צו זיצן ביים טיש

פארוואס ער זוכט יעצט שלום דאס איז עפעס וואס דארף פארענטפערט ווערן.......

גאנצל » מיטוואך מאי 17, 2017 11:01 pm

· #371491
און אז איך ברענג דיר די ווערטער וועט זיין וואס ? דו ביסט דאך א פארליימטער סיקריק דיינע אויגן זעין נישט עפעס אנדערש נאר דיין געברעיןוואשט שנאה צום סאטמאר רב השני און צו זיין זיון דער היינטיגער סאטמאר רב דעטס איט

ולענין
שקר וכזב מיסודו עס האט זיך גארנישט געטויש קיין נקור דעס איז ענקער היינטיגע פארגיטוגונג נאכ'ן פארדרייען די היסטארי קאט די קרעפ

ער האט געשריגען אויף די גאנצע שחיטה פון די לעצטע 30 יאר

אזוי איז געשטאנען קלאר אין אלע קונטרסים וואס זיי האבן ארויסגעגעבן די קונטרסים זענען נאך דא

דער קאשוי רב האט דאס געזאגט פאר מענטשן און ער האט גערעדט אויף אלע שוחטים ומנקרים די אנגעזענסטע רבנים פון יענער צייט

מ'קען מיינען אז דער קאשוי רב איז געווען א חסיד פון סאטמאר גאנץ א קליינע חסיד געווען פון סאטמאר רב
אין זיין ישיבה האט מען געווארפן דעם ויואל משה אין מקוה

ער איז אינגאנצן נישט געגאנגען אויף א נארמאלע תורהדיגע דיסקוסיע ער האט קיינמאל נישט געוואלט הערן קיין צווייטע צד ער איז געווען פונקט ווי די בעלזער זיך געפרייט אז מ'איז פטור געווארן פון סאטמאר רב יעצט גייט מען אונטער ברעכן יסודות

איך בעצם האלט אז ס'איז נישט געווען דער קאשוי רב אלין ער איז נעבעך געפאלן אין די הענט פון זיינע סיקריקישע בעלי מחלוקה קינדער ער פאר זיך איז געווען א ירא שמים און פון נאטור נישט ארויסגעקוקט פון זיינע ד' אמות תמימותדיג ביז גאר ער האט מסתם ניטאמאל געוואוסט וואס ער דרייט אלס אן

גאנצל » מיטוואך מאי 17, 2017 11:12 pm

· #371493
און ר' אהרן האט אויך נישט גערעדט איבער א גברא ער האט נאר גערעדט איבער די נושא פון איבערדרייען דעם שטעטל

סמבטיון » מיטוואך מאי 17, 2017 11:39 pm

· #371497
עטס קענטס מיר זאגן ווי קאשויער רב קומט אריין אין מיטן פונעם אויפבלי פונעם בעלזער רב?

לאטס דעם אשכול געמאכט און עפענטס א נייע אשכול איבערן קאשויער

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 18, 2017 12:34 am

· #371505
סמבטיון
סמבטיון האקט נישט, קענסט שרייבן וואס דו ווילסט, איך האב שוין יוצא געווען מיינס און געזאגט וואס איך האב צו זאגן, ווילסט וויטער ציען די שטריק , בי מיי געסט. כל טוב.


קוקט אויס די שפירסט דיך געטראפן אז אנאנים האט געשריבן אויף דיר בלשון זילזול אז די 'האקסט'. להוי ידוע אז דאס ווארט 'האקט' ווערט באניצט דא (קומט ארגינעל פון אייוועלט) ווען איינער שרייבט א תגובה און ביים שיקן קומט ארויף א מעסעזש אז אן אנדערע הודאה האט נארוואס געפאוסט אין די פורום

די עיקר איז, גיי ווייטער אן. איך האב זייער הנאה פון דיינע תגובות

שמעון וואלף » דאנערשטאג מאי 18, 2017 12:45 am

· #371507
[ציטאט אראפגענומען]


עפעס קלינגט מיר אין די אויערן אז איינער האט זיך אויסגעדריקט אויף סאטמאר רב בענייני כשרות אז 'מ'האט ארויסגענומען א היתר פון טאש'. קומט דאס נישט פון קאשוי'ער רב?
אפשר וועט @גאנצל וויסן

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 7:17 am

· #371514
[ציטאט אראפגענומען]


דאס איז שוין געקומען אגב רותחא ווי אויבן אויסגעשמועסט אבער גארנישט פרעזענליך אלעס נאר די הלכה חלק

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 7:19 am

· #371515
שמעון וואלף
[ציטאט אראפגענומען]


עפעס קלינגט מיר אין די אויערן אז איינער האט זיך אויסגעדריקט אויף סאטמאר רב בענייני כשרות אז 'מ'האט ארויסגענומען א היתר פון טאש'. קומט דאס נישט פון קאשוי'ער רב?
אפשר וועט @גאנצל וויסן


ער האט דאס נישט געזאגט אויף סאטמאר רב ער האט דאס געזאגט אויף זיך די ווייץ איז געווען פראבלעמאטיש און מ'האט געדארפט זוכן היתירים יעדע יאר

און דעס איז נאך אנגעגאנגען ביז לעצטענס ביי די בראדוויי מצה בערקערי ווען זיי פלעגן זיך עקשנען צו בלייבן אין לאנג איילענד

עכ"פ צוריק צו בעלזא

@סמבטיון בין איך גערעכט מיט וואס איך האב געשריבען אויבן ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 7:47 am

· #371520
בראדוועי איז געבליבען אין לאנג איילאנד? לויט ווי איך ווייס גייען זיי ווי אימער ס''לאזט זיך, פון ארעגאן ביז ניו דזשערסי ועוד. עכ"פ ווייל ר' אהרן איז נישט אזא שייגעץ פאר'ן זיך פאררעדן אויף קאשויער רב מיינט נישט אז דער פאשקעוויל 'קציר חיטין' איז נישט קיין בל תשחית אויף דער טינט. ס'איז נישט איין זאך.

I'm back » דאנערשטאג מאי 18, 2017 9:42 am

· #371526
זיי גייען נאר ווען עס איז צו רעגנדיג, אבער סתם אזוי גייט מען בלויז צו לאנג איילאנד

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 18, 2017 9:57 am

· #371527
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]


דאס איז שוין געקומען אגב רותחא ווי אויבן אויסגעשמועסט אבער גארנישט פרעזענליך אלעס נאר די הלכה חלק

אגב ריתחא זאגט מען אויף א רב אזעלכע דיבורים? דו ווייסט בכלל וואס דאס מיינט?
שטעלט אייך נאר פאר ווען ער שעלט געהעריג, דאס איז נאר אגב ריתחא....

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:18 am

· #371534
דו ווייסט וואס עס מיינט צו זאגן אויפ'ן סאטמאר רב און אויף צענדליגער שוחטים ובודקים ומנקרים משגיחים צווישן זיי די שענסטע פונעם פאריגן דור מאכילי נבילות ??

אדער נאר די טייטש פון עפרא לפומי' ווייסטו וואס עס מיינט ?

אגב ס'איז שטוינענד צו זעין ווי זוי סאטמאר רב האט געהאט די כח המעצור און געזאגט אויף אזא איינעם בלויז עפרא לפומי'

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:21 am

· #371535
גאנצל: איך וועלל נאר מגיב זיין שלא מן העניין. סתם איך וויל ארויסברענגען א נקודה. ווי ווייט מעשה שטן הצליח. אז די אויגן פארבלענדעניש מיט די נגיעות פון כבוד עצמי גייען אזוי ווייט אז ווען מהר"א שליט"א האט אהערגעשטעלט אריזאנא ווייץ, וואלט מען דאך על פי סברא געדארפט שטיין אין די ליין דערנאך. און צום סוף נישט נאר וואס יענע מענטשן וויללן נישט מודה זיין על האמת. זיי מאכן נאך חוזק און ליצנות פון די גאנצע זאך. עד כדי כך אז דאס ווארט ..."אריזאנא ווייץ"... איז ביי זיי געווארן א שפעט-ווארט און ליצנות...!

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:22 am

· #371536
ליטוואק פון בודאפעסט
בראדוועי איז געבליבען אין לאנג איילאנד? לויט ווי איך ווייס גייען זיי ווי אימער ס''לאזט זיך, פון ארעגאן ביז ניו דזשערסי ועוד. עכ"פ ווייל ר' אהרן איז נישט אזא שייגעץ פאר'ן זיך פאררעדן אויף קאשויער רב מיינט נישט אז דער פאשקעוויל 'קציר חיטין' איז נישט קיין בל תשחית אויף דער טינט. ס'איז נישט איין זאך.


און דעס איז נאך אנגעגאנגען ביז לעצטענס ביי די בראדוויי מצה בעקערי ווען זיי פלעגן זיך עקשנ'ען צו בלייבן אין לאנג איילענד


דעס האב איך געשריבען אין מיין תגובה, און וואס האט ליטוואק געזען ?

איינער קען מאכן אן אפוינטמענט פאר ליטוואק ביים אויגן דאקטער

צוריק צו בעלזא

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:24 am

· #371537
berlbalaguleh
גאנצל: איך וועלל נאר מגיב זיין שלא מן העניין. סתם איך וויל ארויסברענגען א נקודה. ווי ווייט מעשה שטן הצליח. אז די אויגן פארבלענדעניש מיט די נגיעות פון כבוד עצמי גייען אזוי ווייט אז ווען מהר"א שליט"א האט אהערגעשטעלט אריזאנא ווייץ, וואלט מען דאך על פי סברא געדארפט שטיין אין די ליין דערנאך. און צום סוף נישט נאר וואס יענע מענטשן וויללן נישט מודה זיין על האמת. זיי מאכן נאך חוזק און ליצנות פון די גאנצע זאך. עד כדי כך אז דאס ווארט ..."אריזאנא ווייץ"... איז ביי זיי געווארן א שפעט-ווארט און ליצנות...!


א נארמאלע זאך ביי דיסיקריקים וצומת הגידין יוכיח



אבער דא רעדט מען פון בעלזא

איש חזון » דאנערשטאג מאי 18, 2017 12:37 pm

· #371546
עס זעהט עפעס אויס פון דעי אשכול אז געוויסע קלערן אז די אמעריקאנער קריגערייען איז מכח א בעלזער קפידא.

יעצט איז עס שוין אפגעטיילט

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:49 pm

· #371559
[ציטאט אראפגענומען]


מיין טייער פריינט היינט איז שוין בראדוויי זייער נזהר אין זייער ווייץ זיי זוכן שוין נישט קיין היתירים פון טאש זיי נעמען שוין אויך ווייץ פון דארט ווי עס רעגנט נישט אלס א דאנק די רשכבה"ג ר' אהרן ט"ב

צוריק צום נושא האשכול

יעקב מענטש » דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:46 pm

· #371566
איך וויל נאר בעטן אז ווער עס דערמאנט דעם הייליגן קאשויער רב ז"ל זאל צו לייגן א להבדיל פארן דערמאנן איינע פון די צוויי סאטמערע יורשים.

ס'ווינדערט מיר וויאזוי מ'לייגט בכלל אויף איין לעוועל אים מיט די אנדערע צוויי, אפגעזעהן צו וועלכע קהילה/פארטיי די באלאנגסט, פארשטייסטו אז פונקט אזוי ווי א איד פון דעם קאליבער פון סעקולענער רבי שליט"א איז נישט אויף איין דרגא מיטן נייעם ווערעצקיער צדיק, אדער אפי' לאמיר זאגן מיט איינע פון די אנדערע דורשניטליכע רבנים.

קאשויער רב ז"ל איז געווען א איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר תורה, אן אמת'ר עובד ה', באקאנט פאר יעדן איינעם וואס האט אים נאר געקענט, די צוויי סאטמערע יורשים זענען לכל היותר געווען פיינע כולל אינגעלייט (שוין אביסל איבערגעטריבן) און האבן קיינמאל נישט ארויסגערופן קיין איבעריגע באגייסטערונג פאר זיי זענען געווארן געקרוינט.

איך האב נישט געזעהן קאשויער רב'ס דרשה, אבער אויב קלערסטו איין רגע אז ער האט געמיינט מיט די ווערטער עפעס שלא מן הכבוד פאר בעל דברי יואל, דעמאלטס האסטו אים נישט געקענט!

ווידעראום זיין בר פלוגתא פון קרית יואל, האט קיינעם נישט איבערגעלאזט מיט קיין ספיקות וועם ער האט געמיינט און וואס ער האט געמיינט.

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 18, 2017 2:47 pm

· #371568
גאנצל
צוריק צום נושא האשכול


גאנצל



אבער דא רעדט מען פון בעלזא



גאנצל


צוריק צו בעלזא


גאנצל

עכ"פ צוריק צו בעלזא

@סמבטיון בין איך גערעכט מיט וואס איך האב געשריבען אויבן ?


דער זוכט אלס צו ענטפערן, אבער צוריק צום אשכול תיכף ומיד, דו ענפער מיך נישט...
אזא גראדער מענטש...

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 3:08 pm

· #371585
איך האב א פראבלעם? ענטפער אויף אלעם

אגב דעס איז א אשכול אבער בעלזא

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 3:08 pm

· #371586
יעקב מענטש
איך וויל נאר בעטן אז ווער עס דערמאנט דעם הייליגן קאשויער רב ז"ל זאל צו לייגן א להבדיל פארן דערמאנן איינע פון די צוויי סאטמערע יורשים.

ס'ווינדערט מיר וויאזוי מ'לייגט בכלל אויף איין לעוועל אים מיט די אנדערע צוויי, אפגעזעהן צו וועלכע קהילה/פארטיי די באלאנגסט, פארשטייסטו אז פונקט אזוי ווי א איד פון דעם קאליבער פון סעקולענער רבי שליט"א איז נישט אויף איין דרגא מיטן נייעם ווערעצקיער צדיק, אדער אפי' לאמיר זאגן מיט איינע פון די אנדערע דורשניטליכע רבנים.

קאשויער רב ז"ל איז געווען א איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר תורה, אן אמת'ר עובד ה', באקאנט פאר יעדן איינעם וואס האט אים נאר געקענט, די צוויי סאטמערע יורשים זענען לכל היותר געווען פיינע כולל אינגעלייט (שוין אביסל איבערגעטריבן) און האבן קיינמאל נישט ארויסגערופן קיין איבעריגע באגייסטערונג פאר זיי זענען געווארן געקרוינט.

איך האב נישט געזעהן קאשויער רב'ס דרשה, אבער אויב קלערסטו איין רגע אז ער האט געמיינט מיט די ווערטער עפעס שלא מן הכבוד פאר בעל דברי יואל, דעמאלטס האסטו אים נישט געקענט!

ווידעראום זיין בר פלוגתא פון קרית יואל, האט קיינעם נישט איבערגעלאזט מיט קיין ספיקות וועם ער האט געמיינט און וואס ער האט געמיינט.


ויש חולקין ע"ז

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 3:32 pm

· #371603
וואס ער איז פערזענליך געווען ווייס איך נישט, אבער אז מ׳איז געשטאנען אין רייע ערב יוכ"פ צו ווערען געבענטשט ביי איהם ווייס איך יא. ביז דער אפיציעלע ירושה, האבען עס די יורשים פון סאטמאר ביידע נישט געהאט.

אבער צוריק קיין בעלזא.

ווען אריזאנא ווייץ איז ארויסגעקומען, האב איך געוואלט הערען מה כל הרעש. מ׳האט געשריבען און געדרשנ׳ט און גארנישט אויפגעוויזען. גענומען מראה מקומות פון שואל ומשיב און ר' שלמה קלוגער און דער דברי מלכיאל מיט'ן בית מאיר, און נאכאלס גארנישט אויפגעוויזען. די טענות אויף אריזאנא זענען טאקע זייער לעכערליך, אבער לאנג אייזלאנד איז פיין און וואויל.

אבער צוריק צום נושא.

בראדוועי גייט נישט ווי ס'רעגענט נישט. זיי גייען קיין ארעגאן ווי ס'רעגענט שוין איינמאל און נאך ערטער וואס איך געדענק נישט.

אבער נישט פארפיהרען.

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 3:35 pm

· #371605
טאקע ? זיי זוכן דוקא א פלאץ וואס רעגנט ?

צו וואס דארפן זיי זיך פלאגן מיט ביטולים ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 5:08 pm

· #371613
דערמאנסט מיר פון א מעשה.
א רעפארם ראביי האט אמאל געטראפען א פרומע איד און איהם געזאגט אז ער איז א וועדזשעטעריען. דער פרומע פרעגט איהם פארוואס. האט ער גע׳ענטפערט אז אדם הראשון האט דאך נישט געטארט עסען קיין פלייש. האט דער פרומע געזאגט אז דער אויבישטער האט עס דאך שפעטער מתיר געווען! ענטפערט דער ראביי "איך פארלאז זיך נישט אויף היתרים"..

לעניינינו, דער ענין איז נישט צו ס'רעגענט בשעת די קצירה, נאר בשעת די גידול. און די פאטענטען פון אריזאנא וכדו' האט זיי נישט געפאלען. ווען זיי זוכען ווייץ, זוכען זיי נארמאלע ווייץ ווייל מיט דעם האבען זיי זיבעציג יאר ערפארונג. אריזאנא האט דאך געהינקעט ביז מ'האט עס ערלעדיגט.

אגב, איין טענה קעגען אריזאנא איז דאך אפגעפרעגט פאראיאר. מ'האט דאך אלס גע'טענה'ט אז דאס זיך פארבינדען מיט איין פארמער אום פעלד וועט מאכען אזא מצב אז אפילו ווען ס'איז דא שאלות, וועט מען זיך נישט קענען אפזאגען דערפון, און מ'וועט גיכער ארויסשלעפען היתרים פון טאש. למעשה, פאראיאר האט מען געהאט פראבלעמען אין אריזאנא, האבען די ארוינים ודעימייהו אויך נישט גענומען פון אריזאנא. מ'איז יא בייגעשטאנען דעם נסיון.

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 18, 2017 6:15 pm

· #371627
סמבטיון
עטס קענטס מיר זאגן ווי קאשויער רב קומט אריין אין מיטן פונעם אויפבלי פונעם בעלזער רב?



די נסיעה פון בעלזע קיין בעלז איז א פארצויגענע נסיעה ס'האט זיך געשלעפט קיין לאנדאן/אריזאנע/קאשוי/לאנג איילענד/ק"י/ און סע האלט נאך אינמיטן איר וועג..

כהאב באקימען א גיטע סטעיטמענט אין מעיל פון א אוטסיידער א אבזערווירער
בעת הביקור בשני מיליון פונט פשתן האט געבלאזן כבוד און טאראראם פארן בעלזא דינאסטיע והמשכה
בא חמשים/ששים אלף פונט של אליש ושרף את כולן

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 18, 2017 8:18 pm

· #371652
גאנצל
טאקע ? זיי זוכן דוקא א פלאץ וואס רעגנט ?

צו וואס דארפן זיי זיך פלאגן מיט ביטולים ?

גאנצל: אויף דעם האביך שוין געענטפערט אין אן אנדער'ן אשכול. נאר כ'האב מורא אז מ'וועט זאגן אז איך פארדריי די אשכול...!

יעצט געליינט די מוסר פארציע פון שמעקעדיג. און ס'איז דברים היוצאים מן הלב, נכנסים ללב...!

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 8:36 pm

· #371657
ליטוואק פון בודאפעסט
לעניינינו, דער ענין איז נישט צו ס'רעגענט בשעת די קצירה, נאר בשעת די גידול. און די פאטענטען פון אריזאנא וכדו' האט זיי נישט געפאלען. ווען זיי זוכען ווייץ, זוכען זיי נארמאלע ווייץ ווייל מיט דעם האבען זיי זיבעציג יאר ערפארונג. אריזאנא האט דאך געהינקעט ביז מ'האט עס ערלעדיגט.

אגב, איין טענה קעגען אריזאנא איז דאך אפגעפרעגט פאראיאר. מ'האט דאך אלס גע'טענה'ט אז דאס זיך פארבינדען מיט איין פארמער אום פעלד וועט מאכען אזא מצב אז אפילו ווען ס'איז דא שאלות, וועט מען זיך נישט קענען אפזאגען דערפון, און מ'וועט גיכער ארויסשלעפען היתרים פון טאש. למעשה, פאראיאר האט מען געהאט פראבלעמען אין אריזאנא, האבען די ארוינים ודעימייהו אויך נישט גענומען פון אריזאנא. מ'איז יא בייגעשטאנען דעם נסיון.

אבער נאכ'ן גידול איז פול מיט מצומחות און מ'דארף טרעפן ביטולים מיט היתרים. צו וואס פעלט זיך עס אויס. זאלן זיי זיך לערנען פון די ארונים ודעימי' אז איין פלאץ טויג ניט גייט מען צום צווייטן

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 18, 2017 10:40 pm

· #371680
קום אריין דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5770">viewtopic.php?t=5770</a><!-- l -->

שמעון וואלף » פרייטאג מאי 19, 2017 12:39 am

· #371725
די גאנצע פולמוס איבער די ווייץ קומט באמת נישט אריין דא. איך האב עס בלויז אנגערירט וויבאלד די שמועס דא איז געווען לגבי זיך אויסדריקן בלשון זלזול אויף סאטמאר רב האב איך געברענגט די דברי זלזול וואס איינער האט געזאגט בנוגע די ווייץ.
שטעלטס ענק פאר ווען בעלזע רב זאגט אויפ'ן סאטמאר רב אז זיינע פסקים זענען געבויט אויף 'א היתר ארויסגענומן פון טאש'

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 1:38 am

· #371731
ווען ער זאגט ווען נאר דאס וואלט אפי' קיינער געוואוסט פון די דרשה

די ווערטער זענען העכסט נארמאלע ווערטער

און ווי געשריבען אויבן האט ער עס געזאגט אויף זיך אליין (אינטערסאנט האסט עפעס פארזעין די געשריבענע ווערטער.....) נו ווען קען שוין זיין שלעכט ?

יעקב מענטש » פרייטאג מאי 19, 2017 11:30 am

· #371759
גאנצל
יעקב מענטש
איך וויל נאר בעטן אז ווער עס דערמאנט דעם הייליגן קאשויער רב ז"ל זאל צו לייגן א להבדיל פארן דערמאנן איינע פון די צוויי סאטמערע יורשים.

ס'ווינדערט מיר וויאזוי מ'לייגט בכלל אויף איין לעוועל אים מיט די אנדערע צוויי, אפגעזעהן צו וועלכע קהילה/פארטיי די באלאנגסט, פארשטייסטו אז פונקט אזוי ווי א איד פון דעם קאליבער פון סעקולענער רבי שליט"א איז נישט אויף איין דרגא מיטן נייעם ווערעצקיער צדיק, אדער אפי' לאמיר זאגן מיט איינע פון די אנדערע דורשניטליכע רבנים.

קאשויער רב ז"ל איז געווען א איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר תורה, אן אמת'ר עובד ה', באקאנט פאר יעדן איינעם וואס האט אים נאר געקענט, די צוויי סאטמערע יורשים זענען לכל היותר געווען פיינע כולל אינגעלייט (שוין אביסל איבערגעטריבן) און האבן קיינמאל נישט ארויסגערופן קיין איבעריגע באגייסטערונג פאר זיי זענען געווארן געקרוינט.

איך האב נישט געזעהן קאשויער רב'ס דרשה, אבער אויב קלערסטו איין רגע אז ער האט געמיינט מיט די ווערטער עפעס שלא מן הכבוד פאר בעל דברי יואל, דעמאלטס האסטו אים נישט געקענט!

ווידעראום זיין בר פלוגתא פון קרית יואל, האט קיינעם נישט איבערגעלאזט מיט קיין ספיקות וועם ער האט געמיינט און וואס ער האט געמיינט.


ויש חולקין ע"ז

מוזט נישט ענטפערן אין דעם אשכול (הגם ס'איז במילא פארפארן), אבער איך בין זייער נייגעריג וויאזוי מ'קומט צו אזא מסקנא, רעד מיט אידן וואס האבן געקענט דעם קאשויער רב פון אלץ אינגערמאן (כ'ווייס נישט צו מ'קען זיי נאך טרעפן, איין איד רובין דער טאטע פון פנחס הערש, שאול, האט מיט אים געלערנט אין ישיבה, און ער פארציילט גדולות ונצורות איבער אים), און פרעג עני איד וואס האט געלערנט אין סיגוט ביים ברך משה, ווען די צוויי זענען געווען אינגעלייט.

דער ריכטיגע דמות פון א מענטש איז נישט דאס וואס די פראפאגאנדא מאשין פארקויפט, נאר פון די מענטשען וואס האבן געקענט דעם מדובר נאך פאר מ'האט אים געמוזט גרויס מאכן.

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 11:51 am

· #371765
איך האב גערעט מיט גענוג אידן יו קידינג ?

דער ברך משה האט געהארעוועט אויף תורה יומם וליל פון אלס בחור נאך די ווינע רב ר' עזריא' יודא וואס האט פיינט געהאט גוזמאות האט געזאגט אויף אים אז נאך אלס בחור האט מען געוואוסט אז ער קען שו"ע חושן משפט ווי אשרי יושבי

און אפי' אין די עלטערע יארן וואס איך האב אליין מיגעהאלטן מיט אים שעות עג שעות

ס'איז נישט פארהאנען קיין שום נפק"מ צווישן די צוויי חוץ דאס אז דער ב"מ איז געוון א אקטיווע רב בורר און א אקטיווער אין התאחדות און ראש ישיבה כל ימיו און לסוף א רבי וואס האט געהאט טויזענטער חסידים מיט גאנת סאטמאר אויף זיין קאפ

און די זעלבע איז היינט מיט מהר"א אלס געווען א מתמד וואס איז געזיצן און געלערנט מתוך הדחק געוואוינט אין ווימ"ס אויך היוז סט געהערט פון עטליכע שכנים אז די קול תורה האט מען געהערט דאט גאנצעטע נעכט און נאך היינט וויפיל ער האט אויפ'ן קאפ געט ער אוועק גאנצעטע שעות פאר לערנען

יעקב מענטש » פרייטאג מאי 19, 2017 12:01 pm

· #371771
איך האב נישט גערעדט פונעם ברך משה, איך האב מיך באצויגען צו די 2 יורשים, וועל איך דיר מגלה סוד זיין, אז די אידן וואס האבן געלערנט אין כולל מיט זיי, האבן אנדערע זכרונות ווי 'קול תורה גאנצעטע נעכט' וכו'. און איך רעד נישט פון קיין פארטייאישע אידן, איך רעד פון אידן וואס האבן גארנישט מיט סאטמער איינגעלייגט (אין סיגוט האבן געלערנט לאו דוקא סאטמערע בחורים, אסאך קראסנא בחורים האבן זיך דארט געדרייעט).

ס'איז זינלאז אריינצוגיין אין א דין ודברים, צו דיין רבי איז טאקע א בוצינא קדושה, און א סיני ועוקר הרים וכו', אבער אים פארגלייכן צו קאשוי רב ז"ל איז pure insanity.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 12:02 pm

· #371772
אויף היידפארק איז פארהאנען לאנגע באריכטען וועגען הררב אהרן'ס התמדה און פארקערט פון ביידע קוק ווינקלעך. פון יענער סייט איז געווארען אייוועלט וכו' וכו'

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 1:31 pm

· #371801
יעקב מענטש
איך האב נישט גערעדט פונעם ברך משה, איך האב מיך באצויגען צו די 2 יורשים, וועל איך דיר מגלה סוד זיין, אז די אידן וואס האבן געלערנט אין כולל מיט זיי, האבן אנדערע זכרונות ווי 'קול תורה גאנצעטע נעכט' וכו'. און איך רעד נישט פון קיין פארטייאישע אידן, איך רעד פון אידן וואס האבן גארנישט מיט סאטמער איינגעלייגט (אין סיגוט האבן געלערנט לאו דוקא סאטמערע בחורים, אסאך קראסנא בחורים האבן זיך דארט געדרייעט).

ס'איז זינלאז אריינצוגיין אין א דין ודברים, צו דיין רבי איז טאקע א בוצינא קדושה, און א סיני ועוקר הרים וכו', אבער אים פארגלייכן צו קאשוי רב ז"ל איז pure insanity.


בכלל נישט ער האט זיך גארנישט וואס צו שעמען פון קאשוי רב

תמים » פרייטאג מאי 19, 2017 2:51 pm

· #371805
א מין ליצנות בכלל צו האבן א שמועס פון קאשויער רב ווס ר' אהרן...

סאיז בערך ווי אריימגיין אין א טעהנעריי צי למעשה איז די ווערעציקיער יא ווי דער דברי יואל צי נישט.. ( אין גראדע אויפן ווערעצקיער האב מיר דא אין שטיבל לייוו עדות וואס פארציילען וויאזוי זיינע נעכט קוקען אויס..)

אז די ווילסט טעהנען אז קאשויער רב איז נישט געווען קיין מתמיד צי א גאון, אין ברענגען א מקור קעגן די אלע תלמידים פון אלע יארן ביז צוריק פארן קריג, האבן מיר כאטש א שמועס. אבער רעדן פון ר אהרן התמדה? איי מיען קאם אן? ווי כאילו סאיז נישט דא די גאנצע דור פון 30 ביז די 60 וואס געדענקט אים נישט אין האבן מיטגעהאלטן זיין סקעדזשועל? עני מגיד שיעור אין א ישיבה קען זיך פארמעסטן מיט אים.. זיי האבן אויך געהאט תקופות ווי זיי פלעגן אויפשטיין פרי פאר אפאר וואכן.. אין געהארעוועט נעכט..

גאנצל איטס טיים טו גרוי אפ די האסט ליעב די פארטיי אווער די אנדערע? סאיז גארנישט.. אבער די היידפארק תקופה פון פרעדיגען שטותים איז שוין דערנאך..

א חוץ אויס די ביזט גאר פון די היידפארק געברענוואשטע דעמאלטס בין איך שטיל.. לעב ווייטער באקוועם..

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 5:10 pm

· #371823
נע איך וואלט נישט געזאגט אז דער קאשויער איז דער ווערעצקיער, דער קאשויער האט עס דאך געמיינט ערענסט און ער איז געווען א ערנסטע ת"ח
אבער סאטמאר רב שליט"א קען זיך נאך פארמעסטן מיט זיין התמדה סאטמאר רב איז א איד וואס ווי דו שמועסט מיט אים בכל מקצועות התורה איז ער גלייך אינדערהיים וואונדער איבער וואונדער ווי ער קען דורך טון אין איין טאג אנדערע סוגיות און עס ארויס האבן דורך און אדורך

תמים » פרייטאג מאי 19, 2017 6:03 pm

· #371833
LOL

נישטא מיט וועים צו רעדן, איך זעה דו געהערסט אין די צווייטע קאטאגאריע, א ריכטיגע תלמיד פון דער בלאט- היידפארק, ביזטו דאך אינגאנצן אומשולדיג, העל איך עס לאזן מיט דעם.

איך גלויב שווער אז חוץ די צוויי ווערטער קאשויער רב ווייסטו אויף דעם הייליגן יוד קיין שום אינפארמאציע אין ידיעות ממילא איז א שאד מיין טינט

קאשויער רב, חוץ זיין התמדה 18 שעה א טאג כל ימי חייו און זיין קדושה ופרישות האט זיך יא געהיטן די אויגן און נישט מנוול געווען פיו קיינמאל אויף א צווייטע איד, און נישט געהאקט קיין ספאנדזש קעיק יעדע נאכט ביי אנדערע מסיבות אין געווארן א רבי בלויז ווייל ער האט געוויסט ווי צי געבוירן..

אין קען שוין קוים ווארטן צו הערן פון דיין זוהן אויף די הייליגע ווינטער נעכט פון מענדעלעס חיים הערש...

אויב רעדט מען פון צוגלייכען איז דא איינעם מיט וועם דיין רבי קען זיין א קאמפעטישאן דאס איז דיין אנדערע הערא, טראמפ יר"ה.. נו האסט דאך א סאליד טעיסט..

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 6:37 pm

· #371839
שיין נאכגעזאגט וואס מ'האט דיך געברעינוואשט פון דיינע יוגנט יארן

ר' רפאל בלום האט נישט אין זיין לעבן געטון עפעס פאר אידישקייט חוץ אראפרייסן יעדע דבר טוב

קאצקע ציקער » פרייטאג מאי 19, 2017 6:43 pm

· #371841
גאנצל דו ביסט אינגאנצן פארנארט ? ר'אהרן "קען" לערנען דאס פערטל וואס קאשוי רב קען ?? ר'אהרן קען פיין זאגן פשעטלאך דאס אלעס קענען לערנען פארשטיין לערנען, הבנה, מאן דכר שמיה
ועוד קאשוי רב איז געווען א ערליכע יוד און א ירא שמים

תמים » פרייטאג מאי 19, 2017 7:08 pm

· #371843
גאנצל, האב א לעכטיגע שבת, א שאד יעדע ווארט...

גיי ליין די בלאט, אין קוק וואס די דארפסט האלטן די וואך, אויף די דברים העומדים על הפרק .

גאנצל » מוצ"ש מאי 20, 2017 9:59 pm

· #371846
קאצקע ציקער
גאנצל דו ביסט אינגאנצן פארנארט ? ר'אהרן "קען" לערנען דאס פערטל וואס קאשוי רב קען ?? ר'אהרן קען פיין זאגן פשעטלאך דאס אלעס קענען לערנען פארשטיין לערנען, הבנה, מאן דכר שמיה
ועוד קאשוי רב איז געווען א ערליכע יוד און א ירא שמים


ביסט אזוי זיכער ? פון ווי ביסטו אזוי זיכער ?

איר האט א גרויס טעות

קודם כל פאר פשעטליך אליין דארף מען קענען גוט לערנען

דו האלטסט טאקע ער פארשטייט נישט ? ער לערנט פאר איין מאל א וואך א שיעור אין ישבה ער לערנט פאר סוגיות ער איז זייער קלאר

בכלל וואס הייסט פארשטיין לערנען הבנה ווי זוי מאכט מען פשעטלעך אן פארשטיין ?????

אויסערדעם איז ער שוין א מגי"ש באלד 50 יאר

און יעדע הלכה שאלה אין קר"י אדער בכלל אין סאטמאר און אפי' וועלטליכע שאלות איז ער אקטיוו ער איז בכלל א מורה הוראה ווען ס'פעילט זיך אויס

וואספארא נארישקייטן רעדט מען ענק נעבעך איין ???? פ"וו האט מען דאס געטון פאר ענק ???? פ"וו דארף מען ענק מוריש שקר זיין וואס קענט איר נישט גיין מיט'ן אמת ???? וואס פעילט דעס אויס ??? וואס לייגט מען ענק ליים אין די אויגן איינע פון די גרעסטע ת"ח אינעם היינטיגן דור ענק איינרעדן אזעלכע דמיונות אז ס'איז נאר פשעטליך און פשעטליך איז גארנישט איך מיין ווי אזוי קויפט איר אפי' אפ אזעלכע זאכן ?????

עם נבל ולא חכם

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מאי 20, 2017 10:17 pm

· #371847
וואס קומט ערשט, דער גלויבונג אז דער קאשוי׳ער רב טויג נישט צו דאס אז ס'רעגענט נישט אין אריזאנא? וועלכע איז דער סיבה און וועלכע איז דער מסובב? וואס האט דיר זיך קודם איבערגעצייגט, אז די ביינער אין בית שמש זענען גויים צו אז א רבי מעג אריינשטעלען זיין זוהן אלס רב און דער וואס איז מסדר קידושין אנטקעגען זיין ווילען איז פוגם די קינדער?

און וויאזוי גייט דער לשיטתיה אין דעם?

שמעון וואלף » זונטאג מאי 21, 2017 2:25 am

· #371882
איך מיין אז מ'קען טוישן די קעפל פון אשכול, אנשטאטס בעלזע רב זאל מען לייגן מר"א

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2017 2:38 am

· #371883
איך ווייס נישט וועגן טוישן די קעפל פון אשכול. נאר אז א ליט-פאק שטעקט אריין זיין נאז אין א חסידישע מחלוקת. לדוגמא. ער פרובירט צו זאגן דיעות צו א חסידי'ישע רבי קען אריינשטעללן זיין זון אלס רב אין א שטעטל. וואס פארשטייט ער צו די זאכן?!. כאטש ער רעדט זיך אזוי איין. ער מיינט אז ער מוז זיין א הוגה דיעות אין אלע עניינים. ווען נישט ער און נישט זיין טאטע אדער זיידע האבן געוויסט וויאזוי מ'עסט חסידות...!

נ.ב.: וואס איז טאקע געווארן מיט די קינדער נזירים. זיי האבן זיך שוין אפגעשוירן...? אדער זיי מעגן שוין טרינקען גרעיפ דזשוס ביי קידוש...?
איך וועיס נישט. איך בין דאך אן עם הארץ. א בעל עגלה. אבער אזויפיהל געדענק איך וואס כ'האב געלערנט אין חדר. ס'איז ערגעץ א רש"י. (ווייל קיין גמרא קען איך דאך נישט. נישט אזוי ווי דער ליט-פאק.) רש"י זאגט ..."סתם נזירות, ל' יום"...נו, ס'איז שוין פאראיבער מער ווי דרייסיג טעג. צו האבן שוין די יונגלעך-נזירים זיך אפגעשוירן אדער נישט. ווייל אין די עילאם ה'טעירעה פון די ליטע איז נישט קיין פעילער אז מ'האט א טשופ וואס קריכט איבער די אויגן. און ס'איז אויכעט נישט קיין חציצה פאר תפילין. אלע געדעילים אין ליטע האבן געהאט. און האבן נאכאלץ גרויסע טשופס. און די וועלט גייט נישט אונטער...!

שמעון וואלף » זונטאג מאי 21, 2017 2:46 am

· #371885
בערל, וויט אלל דו רעספעקט, די ליטוואק רעדט מער צום זאך ווי דיר (עכ"פ אין די אשכול)

berlbalaguleh » זונטאג מאי 21, 2017 2:52 am

· #371887
מיט דיר וואלט איך מיך שוין יא מתוכח געווען איבער דעם עניין. אבער ס'איז א פילפול של הבל. וואס איז שוין איבערגעקייעט געווארן לכה"פ 20 טויזנט מאל. חוץ דעם פארדרייט עס דעם אשכול. ממילא לאמיר עס לאזן אזוי ווי ס'איז. א גוטע וואך...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 21, 2017 6:00 am

· #371889
א בעלעגלה איז נישט פטור פון לערנען חומש (אפי' אן רש"י), וואס ס׳שטייט דארט 'ואחר ישתה הנזיר יין', אז נאר נאכ'ן ברענגען די קרבנות קען ער טרינקען וויין. אבער וואס פארשטייט א חסיד צו תורה?

געוואלדיג » זונטאג מאי 21, 2017 8:45 am

· #371891
נו דער אשכול האט נאך א זכות קיום?

#א שאד
בלאט: 1 2 3