☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מהר"א מסאטמאר קעגן קאשוי'ער רב

מהר"א מסאטמאר קעגן קאשוי'ער רב

112 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11510
בלאט: 1 2 3

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 4:24 pm

· #372661
נמחק

דולה ומשקה » זונטאג מאי 28, 2017 5:21 pm

· #372684
גאנצל
דער הייליגער איד דער רבי דער ברך משה זצ"ל האט געהאט צו טון מיט אי איד א ת"ח וואס איז געשטאנען מיט די בעלי מחלוקה אין קר"י אין יעדע זאך וואס זיי האבן געקענט האט בנו המהר"א געווייטיגט אויף דעם אז זינט די הנהגה איז אריבערגעגאנגען צום ברך משה ובכלל שטייט דער איד און ברענגט אונטער דעם שטעיטל אגב רעדנדיג האט ער דער מאנט די ביטערע זולת מיט וואס קאשוי רב איז זיך באגאנגען צום רבי'ן ומתוך ריתחא האט ער געזאגט וואס ער האט געזאגט

גארנישט אנדערש ווי קאשוי רב האט געטון מתוך ריתחא


דרשתו של ה'ברך משה' נגד ר' אברהם לייטנער יוכיח,
זע דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6635">viewtopic.php?f=8&t=6635</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 5:23 pm

· #372685
נאמן עלינו די עדות פון משה ברך אז אזוי איז זיין מאמע געגאנגען, און מצוה לפרסם וויאזוי יעדער פרוי איז געגאנגען אנגעטוהן. אזוי פיהרען זיך גדולי ישראל, צו געדענקען יארען שפעטער פון זיין דמיונות אויף יענעמ'ס מאמע, און דאס מפרסם זיין ברבים.

גאנצל » זונטאג מאי 28, 2017 5:29 pm

· #372690
זי איז דאך געווען באוואוסט אלס חצופה

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 5:45 pm

· #372695
נעוואדע, יעדער האט גערעדט פון איהר טאג און נאכט, זי האט אויפגעלעבט יעדעמ'ס טאג.
ביז פולין און ליטא האט מען פון איהר געהערט. ניין, גאר ביז די ספרדים אין תימן.

דיין קדוש האט פוער פיו געווען, גערעדט ווי א געמיינעם יונג, און ניטאמאל צו דער זאך. ער קומט פארטיידיגען א ביזנעס אינוועסטמענט זיינער מיט'ן נאמען שערי חמלה, און פאר דעם אטאקירט ער יענעמ'ס מאמע?! ניטאמאל דער אויסרייד פון אידישקייט צו כבוד פון פעטער, סתם 'מיין' ביזנעס. און פאר דעם זיך באנוצט מיט א גאנצע ציבור צו ברעכען די שמוץ וואס ליגט פאר דער 'הייליגע' אין געוויסען שוין פופציג יאר. און דאס אלס נישט מיט די מינדעסטע שייכות צום נושא אדער אפילו צום מענטש. ניטאמאל בארעדט דעם מאנטעווידעא רב, נאר זיין מאמען.

גאנצל » זונטאג מאי 28, 2017 5:49 pm

· #372697
האסטו נישט געהערט די דרשה

ער האט פראבירט צו פארשטיין געבן פאר'ן עולם

ר' אברהם איז דאך באמת א ערליכע איד א ת"ח וי קומט צו אים אזויפיל רשעות

אלא מאי ווייל ער איז א פגום נאך פון זיין מאמען

אזעלכע זאכן געפינט מען נאך אין חז"ל

דולה ומשקה » זונטאג מאי 28, 2017 5:52 pm

· #372699
איבער ר' אברהם לייטנער באלאנגט נישט אין דעם אשכול, אלע אייערע הערות והארות שרייבטס אינעם ריכטיגען אשכול, דא איז דער נושא ר' רפאל (פיליפ) בלום.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 6:07 pm

· #372700
ממש אין חז"ל טרעפט מען אז מ׳האט פארטיידיגט די אייגענע ביזנעס דורך בארעדען יענעמ׳ס מאמע?!
אין דער 'פארטיי' דיקטשאנערי דארף מען לייגען א נייעם ווארט:
חז"ל - פארצייטישע יענטעס מיט שמוציגע מיילער.
הייליגע - פיהרער פון מיין פארטיי.
תורה - אלטע פיהראכצען.
ערליכע אידען\היימישע אידען\יעדער - מעמבערס פון מיין פארטיי.
רשעות - נישט זיך צושטעלען צו מיין נגיעות.
רב - דער וואס שיקט זיינע מענטשען פארברענען יענעמ'ס קאר\הויז\קימפעטארען היים.

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 6:20 pm

· #372702
נמחק

גאנצל » זונטאג מאי 28, 2017 6:21 pm

· #372703
אין המשך פון ליטוואק'ס ליסט

הייליגע מוסדות- ביזנעס

אמתדיגע תלמיד פון רבי'ן ז"ל-- איבערדרייען א שטאט און זיך אנעמען פאר מחרחרי ריב אויפן חשבון פון רבי'ן
מוחה זיין -- וואס מיין שונא איז מתיר דארף איך אסר'ן
ערליכע אידן-- נאר דער וואס שרייט אויף מיין שונא

וכו' וכו'

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 6:31 pm

· #372708
גערעכט, די אהרונים זענען אין פעקעל, אבער די זאלונים זענען נישט די ישועה דערצו, ווי אויך נישט די בני יואל. די גאנצע זאך איז איין גרויסע פעקעל. ב"ה כלל ישראל האט ווי צו גייען און פון וועמען יונק צו זיין. מ'דארף נישט אנקומען צו די אחים הקדושים די הולכי ערכות מיט די מסרבי דין און די כת המוסרים. מ'קען זיין אן ערליכע איד אן די אלע זאכען.
אשרינו מה טוב חלקינו....

איך אויך » זונטאג מאי 28, 2017 6:45 pm

· #372714
ליטוואק פון בודאפעסט
נאמן עלינו די עדות פון משה ברך אז אזוי איז זיין מאמע געגאנגען, און מצוה לפרסם וויאזוי יעדער פרוי איז געגאנגען אנגעטוהן. אזוי פיהרען זיך גדולי ישראל, צו געדענקען יארען שפעטער פון זיין דמיונות אויף יענעמ'ס מאמע, און דאס מפרסם זיין ברבים.

לגבי דעם איז דאך גאנצל 'היילי'ג גערעכט, ווער געדענקט נישט זיין רבי'ס שמועס פאר די בחורים וועגן די אשה מיט די פערפיום.
בלאט: 1 2 3