בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
128 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11494
ליטוואק פון בודאפעסטאיש חזון - מיר ביידע וואוינען אין די זעלבע פלאנעט? פון דעם אז דער רב איז אזא תמים, ווייזט זיך אויס זיין חכמה. פארוואס? ווייל מ'האט גענומען א מימרא פון ראפשיצער רב, און נישט נאר דעם נאר דער מימרא פארדרייט אויף איהר קאפ?!
אבער מ'האט נאך א תירוץ צו זיין גדלות. אז א יושב א טיפש אינדערהיים האט געזאגט א מימרא פון גיאות און ישות, הייסט'עס אז עניוות איז פליקען אנדערע מיט גיאות און ישות?!
דער ערשטע בעלזער רב האט געבויט א בנין, און דערצו געזאגט אז בעלזא וועט זיין א ווינקעל וכו' וד"ל. אויף דער בנין געזאגט. דער מדת הדין האט זיך אריינגעמישט און בעלזא איז פארלענדעט געווארען. שוין, א גזירה כללית וואס אסאך צדיקים האבען נישט פאראויס געזען, עי' ספר הדרך בטוטו"ד. וואס טוט מען? מען מאכט א נייעם טייטש אויף די ווערטער, און פון דער שקר בויט זיך א צווייטען שקר אז דער המשך מוז גייען מיט׳ן נאמען בעלזא. און ווייטער אז נאר בעלזא אן א צונאמען, און אזוי איז מען אנגעקומען צום מסקנא אז דער בעלזער רבי איז א ראק סטאר!
בעסער ווען מ'גלויבט טאקע ווייטער בתמימות, ווייל אן דעם האט מען זיך אויפגעשטעלט א ווערטשאפט פון שקר און חלומות. זאג אלף למטה און פערטיג.
איינער קען מיר אפשר איבערטייטשן וואס דער זאגט דא?
ליין איש חזון'ס
תגובה אויף וואס איך באצי זיך, און אזוי וועט זיך עפענען די טוירען פון חכמה
ליטוואק פון בודאפעסטליין איש חזון'ס
תגובה אויף וואס איך באצי זיך, און אזוי וועט זיך עפענען די טוירען פון חכמה
וואס איז דאס ''טוירען''?
ביסט דאך א תלמיד פון דער ''שאך'', איז ענטפער איידל אזויווי ער האט ענק געלערנט.
דער בעלזער רב איז א כיטערער און אינטערגעציפטע פארשוין. ער האט אזוי אויסגעשטעלט זיין רביסטיווע אז ס'זאל בכלל נישט זיין קיין מדובר איבער ספעציפישע ענינים פון זיין צדקות ופרישות. אשטאטס אויסקוקען ווי אנדערע רבי'ס וואס דארפן כסדר מאכן אן אנשטעל ווי זיי זענען עוסק אין העכערע זאכן ווייל דאס וועט מאכן די חסידים ווערן פארגלייבט, האט ער אדאפטירט סאך א גרינגערע מהלך ווי ער קען זיך אויפפירן כאחד האדם און פונדעסוועגן זיין פארהייליגט.
איך האב אויפגעפאסט צוויי זאכן וואס בעלזע חסידית איז אנדערש ווי אנדערע. די ערשטע איז אז דארט איז דא די מושג פון כבוד בית בעלז, דאס האט נישט ממש שייכות מיט'ן רבי'ן, נאר יעדער חסיד וויל אז בעלז זאל זיין א שיינע בכבודיגע קהילה. מיט דעם וואקסט מען אויף און ס'ליגט אין די ביינער. איינע פון די זאכן וואס מאכט בעלז א שיינע חסידות איז אז זיי האבן א הייליגע רבי, א חכם און א גאון. אבער מ'ברויך נישט קאנווינסן אז די רבי האט די אלע מעלות ווייל איינמאל יעדער זיכט גרויס צו מאכן בעלז וועט מען אויטאמאטיש האלט שטארק פון רבי'ן. די צווייטע חידוש וואס כ'האב געזעהן אין בעלז איז די געפיראכץ פון די רעבעצין. זי איז באקאנט אלץ פועל ישועות, זי פארט ארום אין די גאנצע וועלט, און פון איר פאמפט מען ארום מער ווי פונ'ם רב. די הסבר איז פשוט ווייל איר צידקות זיכט קיינער נישט צו טשעלענזען קודם ווייל מ'קען איר נישט און צווייטענס ווייל קיינער פילט נישט אז זי איז א קאמפעטישאן פאר זייער רבי. נאכדעם וואס ס'איז שוין אנגענומען אז זי איז א קדושה וטהורה מאכט מען שוין פון זיך אליין די קל וחומר אז די רב איז דאך אודאי און אודאי א קדוש וטהור ווייל מה דאך די רעבעצין איז אזוי גרויס, און זי איז נאר די רביצין, איז דאך בן בנו של קל וחומר אויפ'ן רב.
דאס קלער איך איז די סיבה פארוואס בעלזע חסידים זענען אזוי פארגלייבט אין זייער רבי כאטשיג ווען מ'פרעגט זיי צו דערציילן איבער זיין גדלות האבן זיי נישט וואס צו זאגן.
מיר קומט אויס אז די בעלזער חסידים האבען אן עכטער, טיעפער רילעשינשיפ מיטן רבין, וואס האט זיך דיוועלאפט איבער די לעצטע פערציג יאהר, ממילא דארפן זיי נישט זיין איבער פארגלייבט. איינער וואס איז נאהנט מיט זיין טאטע, למשל, ווייסט דען נישן אז זיין טאטע האט חסרונות. אוודאי. נאר וואס דען, דער קשר איז שטארק און די מעלות וועגען איבער.
די רעבעצין איז א מפורסמת אהנע דעם וואס דער רב זאלל איהר גרויס מאכען. כבוד בעלז איז כבוד שמים איז א מימרא פונעם היינטיגען רבין'ס זיידע הרי"ד מבעלז ז"צל.
שמעון וואלף, עס וואלט גלייך געווען ווען די טוישט כאטש דיין ניק נאמען אויף משה פריעדמאן, עס פאסט נישט שמעון וואלף זאל אזוי רעדן. און צו דיין סטעיטמענט אז בעלזע חסידים האב נישט וואס צו דערציילן איבער זיין גדלות, אדער האסטו נישט געליינט אלע תגובות ביז אהער אדער איז אריין אין דיר א דיבוק פון איש את רעהו
סמבטיון האקט נישט, קענסט שרייבן וואס דו ווילסט, איך האב שוין יוצא געווען מיינס און געזאגט וואס איך האב צו זאגן, ווילסט וויטער ציען די שטריק , בי מיי געסט. כל טוב.
צום אלעמען ערשט, בין איך היבש איבעראשט פון די געוואלדיגע אפקלאנג פון מיין ערשטער ארטיקל. איך ליין שוין טאקע קאווע שטיבל פאר א יאר צייט, אבער עס איז דאס ערשטע מאל וואס איך זעץ מיך טאקע אראפ שרייבן אין קאווע שטיבל. איך בין א שטיקל פראפעקציאניסט און דערפאר האב איך מיך געשפילט מיט די קנעפלעך, אז ס'זאל אויסזען שיין.
צום נושא פונעם ארטיקל. איך בין טאקע נישט קיין בעלזער נאר א דרויסנדיגער, און דערפאר זע איך אלעס מיט א דרויסנדיגער בליק. איך בין אוודאי נישט קיין מתנגד צום בעלזער רב - ווי מ'קען קלאר זען אינעם ארטיקל, איך האב עס פרובירט אפצולערנען אביעקטיוו אנע שיעבודים לכאן ולכאן.
ווען א סאטמארער וויל נישט אנערקענען זיינע מעלות, אדער די פאקט אז ער איז א שטארק פרומער פערזענליכקייט וואס האט "נישט" אפגענויגט פונעם אלטן אויסגעטרעטענעם וועג, אדער ווען א בעלזער וויל נישט אנערקענען אז זיין היינט צוטאגיקע שיינענדיגע פערזענליקייט האט נישט אלץ געבליטשקעט - און דייקא צוליב זיינע אייגענע חסרונות, אנע אריינמישונגען פון סאטמאר, טראגט עס א פנים ווי צוויי געלונגענע שאך שפילער וואס יעדער זוכט צו באגראבן דעם אנדערן, און ביידע האבן גוטע מהלכים און חשבונות וויאזוי צו געווינען, אבער דער וואס קוקט זיך צו צום שאך שפיל זעט אמבעסטן די גאנצע בילד, און קען בעסער פארשטיין וואס ביידע צדדים האבן צו פארקויפן.
ביי מראות קודש זענט איהר אבער געווען, וויזט דאך אויס אז איהר זענט מער ווי א דרויסענדיקער...
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי גאר?
צו באלאנסירן צווישן דעם הייליגער רבנו יואל מיט'ן בעלזער רב ז''ל הייסט א חוצפה? מאדנע ביז גאר. און כמובן איז דער בעלזער רב איז נישט באגאנגען אן עוולה מיט דעם וואס ער האלט נישט ווי דער פשעווארסקער גאון שליט''א בדעת דודו ורבו.
סוי ס'איז א מעטטער פון שפראך?
תורה ומדעמיר קומט אויס אז די בעלזער חסידים האבען אן עכטער, טיעפער רילעשינשיפ מיטן רבין, וואס האט זיך דיוועלאפט
שוין יארן וואס מע האט זיי איזאלירט אין א ווינקל, דאס ברעינוואשינג איז גארנישט ווינציגער ווי אין גוטאמאלע, די הבדל איז אז מען האט אדאפטירט א מאדערנעזירטע גוטאמאלא.
איש חזוןצו באלאנסירן צווישן דעם הייליגער רבנו יואל מיט'ן בעלזער רב ז''ל הייסט א חוצפה? מאדנע ביז גאר.
ער האט פוער פיו געווען חוזק געמאכט פון אלע וואס גייען באור תורת התבדלות, בכלל נישט באלאנסירט
זאל ער ווען פארלערנען א שיעור קריינא דאיגרתא צו אין בעיות הזמן וואלט קיינער נישט פערסענעל אים אנגעגריפן.
אינטרעסאנט אז קיינער דערמאנט נישט עפעס. בעידן ריתחא פאררעדט מען זיך אמאל. קוק אין אמאליגע תשובות ווי מ'האט געגאסען פעך איינער אויף די צווייטען. וואס איז שוין? ר' אהרן האט זיך פאררעדט? דער בעלזער האט זיך פאררעדט? שוין, אזוי קומט עס. ר' אביש'ל פראנקפורטער האט געשריבען אויף גדולי ישראל אז פאר געלט האבען זיי מתיר געווען אן אשת איש. מ'גיבט זיך אן עצה דערמיט. כך היא דרכה של תורה.
נישט ווייל ס'איז ריתחא דקדושה קען מען עס פארגעבען, נאר ווייל א מענטש איז מער ווי איין מימרא זיינער. דער גאנצע מענטש ווערט נישט געמאסטן מיט איין מאל וואס ער פארלירט זיך. יא, אן עוולה געטוהן, זיי האבען עס נישט געדארפט צו זאגען. אבער מער ווי דעם איז עס נישט.
סתם נייגעריק, וואס מיינט קאנאניזאציע
[ציטאט אראפגענומען]
תשובה איז זיין פראבלעם. פאר אונז צוקוקערס, מאכט די גאנצע זאך נישט אויס
אקעי רבותי, די אלע פארדרייטע הודעות וועגן מהר״א און קאשויער רב והמסתעף ליגט אינעם ברוינעם אפטיילונג ומשם תדרשנו.
דער האט גאנץ א זיסע אויסשפראך.
<a class="postlink" href="http://picosong.com/Mtne/">http://picosong.com/Mtne/</a>
די צולאזטע בעלזע רעקארדינג קעגן סאטמארע
נישט אלעס אין לעבן גייט ווי מען וויל
אליש מיט די קינדער האבן אויסגעשפילט די דינאסטיע
רב וואזנער וואס איז שוין יא געקומען האט נאך א קורצע וויילע פארלאזט די סצענע
הגאון רבי אליקים האט אייך נישט געוואלט טרעפן ער איז אוועק פון געגנט צוליב די בעלזא טעראר
הגאון מ'פשעווארסק וויל זיך נישט טרעפן
וואס קען מען טון נישט אלעס אין לעבן גייט ווי געפלאנט...
באמת זענט איר נישט שולדיג, ווען די הנהגה זאל נישט גיין מיט א גאנג פון שטויסען אויף גדו"י מדור העבר וואלט עטץ געשטאנען בעסער.
איך אויךדער האט גאנץ א זיסע אויסשפראך.
<a class="postlink" href="http://picosong.com/Mtne/">http://picosong.com/Mtne/</a>
איך וואלט געוואלט וויסען ווען האט ר' יענקעלע געזען א קאפו אין זיין לעבען. דער בעלזער דרשן דארט דארף זיך אויסלערנען וויאזוי צו באקען מעשיות
אליש מיט די קינדער האבן אויסגעשפילט די דינאסטיע..
ממש, דע עולם דארט אין לאנדאן איז צישאסן פונעם דורכפאל, און קען פשוט נישט אנגיין מיטן סדר היום, אה , אליש האט אזוי אויסגעשפילט דעם רב, מקען זאגן אז עס האט זיך פשוט נישט געלוינט די גאנצע נסיעה.
די אנדערע דורכפעלער וואס דו רעכענסט אויס איז פשוט אומבאשרייבלעך , די ווייטאג שפירט זיך זייער ווייט.
📎 belz1.jpg📎 belz2.jpg📎 belz3.jpg
ליטוואק פון בודאפעסטאיך אויךדער האט גאנץ א זיסע אויסשפראך.
<a class="postlink" href="http://picosong.com/Mtne/">http://picosong.com/Mtne/</a>
איך וואלט געוואלט וויסען ווען האט ר' יענקעלע געזען א קאפו אין זיין לעבען. דער בעלזער דרשן דארט דארף זיך אויסלערנען וויאזוי צו באקען מעשיות
גערעכט, ער איז געווען אין סיביר במשך די גאנצע תקופה
איך האב געהערט פון איינעם, אז ר' יענקעלע האט געזאגט אז צווישען די אידען אין סיביר און טאשקענט, ווען ער האט געבעטען א טובה האט ער עס גיכער באקומען פון א מאדערנער ווי פון א פארפרומטע. ביז קאפוס איז נאך דא א גאנג.
סמבטיוןאליש מיט די קינדער האבן אויסגעשפילט די דינאסטיע..
די אנדערע דורכפעלער וואס דו רעכענסט אויס איז פשוט אומבאשרייבלעך , די ווייטאג שפירט זיך זייער ווייט.
פון די טעראר און לחץ וואס מען האט געדריקט אויף די אלע הנ"ל אז זיי זאלן קומען כאפן א בילד אינאיינעם קוקט אזוי אויס
הער די קללות פון יענע רעקארדינג און נאך פילע וואטסעפפ מעסעדעזשעס וואס גייען ארום, און זאג די די מסקנות
ווען נישט מ'איז מבזה דערמיט תמימישע פארגלייבטע אינעם בעלזער - הם ומשפחתם- וואלט איך געלייגט זייערע קללות וואס קורסירן פין זייערע וואטסעעפ
איש את רעהוסמבטיוןאליש מיט די קינדער האבן אויסגעשפילט די דינאסטיע..
די אנדערע דורכפעלער וואס דו רעכענסט אויס איז פשוט אומבאשרייבלעך , די ווייטאג שפירט זיך זייער ווייט.
פון די טעראר און לחץ וואס מען האט געדריקט אויף די אלע הנ"ל אז זיי זאלן קומען כאפן א בילד אינאיינעם קוקט אזוי אויס
הער די קללות פון יענע רעקארדינג און נאך פילע וואטסעפפ מעסעדעזשעס וואס גייען ארום, און זאג די די מסקנות
ווען נישט מ'איז מבזה דערמיט תמימישע פארגלייבטע אינעם בעלזער - הם ומשפחתם- וואלט איך געלייגט זייערע קללות וואס קורסירן פין זייערע וואטסעעפ
די בעלזער וויינען אויפן נסיעה.
זיי וואלטן געוואלט צוריקדרייען די זייגער כדי צו זיין פאניע בראט מיט רבי זאלמאן.
זיי זענען אפסעט
איש את רעהוזיי זענען אפסעט
נישט סתם! זיי וויינען עכט שטארק!
I'm backאיש את רעהוזיי זענען אפסעט
נישט סתם! זיי וויינען עכט שטארק!
אנשטאט'ס וויינען און זיך עגבערן
נעמט א חלק אין א סאטמארע חסד אקציע אינטערגענימען געווארן ממש אין די לעצטערע שעות, העלפט א אידיש קינד פון אומקומען חלילה, לאמיר באחדות העלפן א איד בעת צרה
זייטס מנדבאיש את רעהוI'm backאיש את רעהוזיי זענען אפסעט
נישט סתם! זיי וויינען עכט שטארק!
אנשטאט'ס וויינען און זיך עגבערן
נעמט א חלק אין א סאטמארע חסד אקציע אינטערגענימען געווארן ממש אין די לעצטערע שעות, העלפט א אידיש קינד פון אומקומען חלילה, לאמיר באחדות העלפן א איד בעת צרה
זייטס מנדב
זיי זענען זיך משתתף, קען מען יעצט ווייטער וויינען.
בעלזער רב'ס צדקות
א זאך וואס דער פותח האשכול, און די שפעטערדיגע בעלזע מגיבים האבן פארפאסט אנצומערקן, איבער די אמת'ע מידת השלום וצדק וואס דער בעלזער רבי פארמאגט, איז די אומגלויבליכע מאס גוטסקייט און אהבה וואס ער האט ארויסגעוויזן צום שוואגער ר' ישראל'טשע וויזשניצער, אין די צייטן וואס ער איז געווען נע ונד אויסגעשפיגן פון די גאנצע וועלט.
זיינע שוואגערס מבית ומבחוץ, האבן ארויסגעוויזן גרויס קאלטקייט צום מצב - מעגליך אנע יכולת אדער רצון זיך צו שלאגן מיטן ישועות משה, אבער דער בעלזער רב איז ממש ארויס פון זיין וועג צו העלפן זיין נעבעכדיגן שוואגער, וואס בשעתו האט עס געמיינט בלויזע צדקות ווייל קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז ער גייט אמאל צוריקבאקומען די בענקל.
ער האט אויך געשריבן די באוואוסטע בריוו צום שווער, בעטענדיג אז ער זאל שוין צוריקנעמען ר' ישראל'טשע אין הויף (אויף וואס דער ישועות משה האט שארף צוריקגעענטפערט, אבער דא איז נישט דאס פלאץ דערוועגן).
עווענטועל האט ער געהאט אן עיקר האנט אין אריינברענגען די צווייטע רביצין פון ישועות משה, מיטן חשבון אז זי וועט צוריקאריינברענגען ר' ישראל'טשע אין הויף, א זאך וואס האט זיך אויסגעלאזט צו זיין פולקאם ריכטיג.
נאך אסאך מעשיות זענען פארבינדן דערמיט, א שטייגער ווי דאס זיך אריבערציען קיין וויזניץ פורים צום מגילה ליינען, והדבר ידוע לכל יודע פוליטיקה. ער האט ממש געבלוטיגט פאר זיין שוואגער, טראץ וואס עס האט אים בשעתו נישט געברענגט כבוד נאר פארקערט.
בייגעלייגט איז א היסטארישע קליפ, ווי בעלזער רב ברענגט די אחים לבית וויזניץ [ר"י ורמ"מ] צו טאנצן מיט אים אינאיינעם, דאן א בחינה פון ויפלו איש על צוארי אחיהם, און דאן - די ברידער זעלבסט. אלעס ווערט קלאר אנגעדרייט דורכן בעלזער רב, כאשר תחזינה עיניכם מישרים:
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/en/Downloads.aspx?sid=49652B587452706871487A464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D</a>
פארפעלסט א קריטיש וויכטיגע חלק. אז דאס אלעס איז נאכדעם וואס בשעתו ווען ר' ישראלטשע איז געזעצן ברומו של וויזניץ האט ער געהאלטן א דרשה אז מען טאר נישט עסן בעלזע פלייש.
פון די שענסטע געפיהליגסטע קליפס וואס איך האב נאר אמאל געזעהן, בד"וו, האב איך יא אראפ געברענגט די פאקט ווי שטארק מען האט אין בעלזא מקרב געווען הרה"צ ר' ישראל, בעלזע יונגעלייט זענען אייביג געגאנגן מיט אים נאך געלט, מיין טאטע בתוכם, און אלע בעלזע בתי מדרשים פלעגט ער באקומען כבוד מלכים,
אחדות'דיגער מאורע ביי מזרחי
היינט איז פארגעקומען א יום של אחדות ביי מזרחי קינדער
קען עמיצער די מקום ווי עס איז געווען ?
מיר קוקט עס אויס אינעם מחזיקי הדת בנין
אלפי ילדים מתלמודי התורה הציוניים הגיעו היום (חמישי) לירושלים לכנס מיוחד של אחדות, לימוד ותפילה לקראת ראש חודש סיוון.
באירוע השתתפו תלמידים מעשרות תלמודי תורה הפרוסים בכל הארץ, מנצרת עילית שבצפון ועד היישוב נווה שבדרום.
הכינוס מתקיים זו הפעם הרביעית כשהשנה התכנסו כל התלמידים והוריהם יחדיו ללימוד אבות ובנים.
בסיום הלימוד יצאו התלמידים לתהלוכת ענק לכיוון הכותל המערבי, שם התפללו את תפילת השל"ה המיוחדת לערב ר"ח סיוון.
את הכנס כיבדו בנוכחותם רבה של ירושלים הרב שלמה עמאר, ראש ישיבת הר המור הרב צבי טאו, דיין בית הדין הגדול הרב אליעזר איגרא ורבנים נוספים. הרב חיים שטיינר, ר"מ בישיבת מרכז הרב, בירך על התפתחות תלמודי התורה הציוניים.
בשנים האחרונות נרשם גידול מרשים במספר התלמידים בתלמודי התורה ובבתי הספר שאינם רשמיים לבנות מהציבור הדתי לאומי.
הרב אוהד המלמד בתלמוד תורה בשומרון אמר כי "מהלך זה נותן מענה משלים למשפחות המעוניינות מבחירה לגדל את ילדיהן להיקף רחב ומודגש של לימוד תורה. אנו כבני הציונות הדתית רואים שליחות לאומית בבניית תלמידי חכמים בעם ישראל.
''מאות התלמידים המתווספים מידי שנה למסגרות תורניות אלו הם ההוכחה הטובה ביותר לאהבת התורה ותלמידי החכמים הקיימת בעם ישראל", הדגיש הרב.
📎 img7745.jpg
ארי נוהם
ער האט אויך געשריבן די באוואוסטע בריוו צום שווער, בעטענדיג אז ער זאל שוין צוריקנעמען ר' ישראל'טשע אין הויף (אויף וואס דער ישועות משה האט שארף צוריקגעענטפערט, אבער דא איז נישט דאס פלאץ דערוועגן).
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/en/Downloads.aspx?sid=49652B587452706871487A464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D</a>
כידוע לכל בית בעלזא און וויזניץ האט ער דאס געטון מיט איין ציל, צו שאפן א קורת רוח פאר זיין ליבליכער שווער וועמען ער האט ליב געהאט אהבת נפש.
איינע פון די תגובות צו די פריערדיגע נייעס שרייבט:
ויחן שם ישראל - כאיש אחד בלב אחד.
הנקודה המרכזית לענ"ד.
הכינוס המרשים נערך בבית הכנסת המרכזי של חסידות בעלזא,
דבר המסמל יותר מכל את אחדות ישראל.
-
-
-
-
-
איך אויךפארפעלסט א קריטיש וויכטיגע חלק. אז דאס אלעס איז נאכדעם וואס בשעתו ווען ר' ישראלטשע איז געזעצן ברומו של וויזניץ האט ער געהאלטן א דרשה אז מען טאר נישט עסן בעלזע פלייש.
וואס איז געווען זיין פראבלעם מיט די בעלזע פלייש?
איש את רעהו, איך פרוביר דיר צו פארשטיין, אמאל איז דא וואס מען קריגט זיך, דער טענהט ער איז א צדיק דער טענעהט ער איז א שייגץ, איינער זאגט זאגט זיין מהלך איז יא גערעכט איינער זאגט אז סע אפגעפרעגט, פיין, איך קען עס דערהערן, דא איז געקומען ארי נוהם, מיט א שיינע קאמפלימענט אויף בעלזע רב ריגארדלעס צו ער איז יא א משכיל אדער נישט, האט ער ארויסגעברענגט א שיינע נקודה, פארוואס קענסטו נישט מודה זיין דארט ווי עס קומט זיך אים קרעדיט? פארוואס דארפסטו זוכן פון אינטער די ערד נייסלעך פון ציונות מיט מזרחי וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט דעם אשכול אבי אינטערצוהאקן יענעם? אונז האב מיר שוין אלע געהערט וואס דו האלטסט אויף בעלזער רב, געניג איז געניג לאז שוין אטעמען. סעגעפעלט דיר נישט אז איינער זאגט א קאמפלימענט, ליין עס נישט אדער לייק אים נישט, אבער פארוואס ארונטערייסן מיט פרישע תגובות און מיינונגען וואס קומט נישט דא אריין?
נו פיר אויס אלא מאי.............
סמבטיוןאיש את רעהו, איך פרוביר דיר צו פארשטיין
שכח פארן זיכן מיר צו פארשטיין
דא איז געקומען ארי נוהם, מיט א שיינע קאמפלימענט אויף בעלזע רב ריגארדלעס צו ער איז יא א משכיל אדער נישט, האט ער ארויסגעברענגט א שיינע נקודה,
זייער וואויל פאר אים פארן ארויסברענגן זיין פוינט און בליק
ס'איז נאך בארעכטיגט צו ברענגן א טריקענע נייעס וואס די פרעסע האט געמאלדן וואס קומט לכאורה אהער
פארוואס דארפסטו זוכן פון אינטער די ערד נייסלעך פון ציונות מיט מזרחי וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט דעם אשכול
דער אשכול האט זיך געגרינדעט אין ליכט פין די לאנדאנע געשעהניש, ווי מען האט באטראכט די פערסענאלעטי פינעם בעלזער רב
מען האט ביז אהער דיסקוסירט די פערזענליכקייט פון הרב ישכר דוב בן מרים, דער נייעס'ל ווארפט א שטיקל ליכט איבער די פערזענליכקייט
אדרבה אז די האסט א הערה וויאזוי צו ליינען און פארשטיין די באריכט וואלט עס געווען אינטערסאנט צו אויסהערן
ארי נוהם
בייגעלייגט איז א היסטארישע קליפ, ווי בעלזער רב ברענגט די אחים לבית וויזניץ [ר"י ורמ"מ] צו טאנצן מיט אים אינאיינעם, דאן א בחינה פון ויפלו איש על צוארי אחיהם, און דאן - די ברידער זעלבסט. אלעס ווערט קלאר אנגעדרייט דורכן בעלזער רב, כאשר תחזינה עיניכם מישרים:
<a class="postlink" href="https://www.jumbomail.me/en/Downloads.aspx?sid=49652B587452706871487A464B3342347436653838673D3D">https://www.jumbomail.me/en/Downloads.a ... 3838673D3D</a>
אפשר די מכה בפתיש איז געווען בעלזע רב אבער אנגעהויבן איז דער וואס שלעפט ארויס דער חתן פון דארט.
ווער איז יענער טאקע?
עס איז מסתבר אז דאס איז געווען אפגעשמועסט.
(בנוגע די אויפשאקלנדע נייעס אז מען האט אריינגעלאזט דעם מעמד פון מזרחים אינעם בעלזער ביהמ''ד, מיר ווארטן אויף א מעמד קריעה, אוי די הארץ בלוטיגט, און איבער אלעם, דאס איז דאך ממש אן אפענע סתירה צו דאס וועס דער בן מרים האט געזאגט אז ער האט גארנישט מיט די מזרחי, וצל''ע גדול. עס זענען דא מענטשן וואס פארנעמען נישט קיין מורכבות).
איש חזוןבנוגע די אויפשאקלנדע נייעס אז מען האט אריינגעלאזט דעם מעמד פון מזרחים אינעם בעלזער ביהמ''ד
ס'נישט אויפשאקעלנדע נייעס, שוין א אלטע רוטינע מהלך
-